װיקיפעדיע איז א פילשפראכיקער פראיעקט צו שאפן א גענע און פולשטענדיקע ענציקלאפעדיע איר נאמען איז א צוזאמען שטעלונג פון צװײ װערטער וויקי און פעדיע עס קומט אין אפענעם פרײען פארמאט געבט אף א ספעציעלער פראגראם מיטן נאמען וויקי מײנענדיק שנעל און געשװינד אף האװײיש װאס מאכט די ענציקלאפעדיע װי א רשות הרבים װאס יעדער אײנער קען זיך באטײליקן ענדערן רעדאקטירן רעאגירן מעקן און אלײנס אפשרײבן כל מיני ארטיקלען די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע דעם טן יאנואר נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן אום טן יולי זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפן דורך מיליאן באניצערס כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס מיליאן פרייע בילדער דער גרינדער און פרעזידענט איז איינער אין סאן פראנסיסקא זשימי וועילס דאס איז קודם צושטאנד געקומען דורך א פירמע וואס איז געווען אן ענציקלאפידיע אבער נאכן איינזעהן אז דער אידיאל איז א פאטענציאל פון אומגעהוירע הצלחה האבן זיי דאס געמוזט אויפגעבן און מאכן פאר א נחלת הכלל א רשות הרבים וואס יעדער איינער איז אייניג בעל הבית און עס באלאנגט נישט פאר קיינעם די ענגלישע אפטיילונג איז געווען די ערשטע וויקיפעדיע שפראך עס האט זיך געפענט יאנואר היינט צוטאג איז דאס פובליק און איז נישט קיין רכוש פרטי עס האט אינגאנצן דריי באצאלטע ארבעטערס דעריבער טראגט דאס א דאמיין אדרעסע וויקיפידיע דאט ארג אנשטאט דאט קאם ווייל עס איז א ארגאניזאציע און נישט קיין ביזנעס דאס אז סאיז נישט קיין ביזנעס פארענטפערט פארוואס וויקיפעדיע אטראקט אזויפיל באנוצער ווייל דער נדבן פון אינפארמאציע ווייסט אז קיינער ווערט נישט רייך אויף זיין חשבון די גרינדער ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין רעקלאמעס ווייל אויסהאלטן אזויפיל סערווערס קאסט הון תועפות דערווייל מאכן זיי די פארלאנגטע פאר הונדערט טויזנט דאלער פון נדבות און זיי ווייסן אז דער רגע וואס זייי וועלן דאס אנהייבן מאכן א ביזנעס ווי גוגל וועלן די מיליאנען באנוצער פארלאנגען זייער אייניגער טייל און וועלן נישט ווייטער ארבעטן אויב איינער וועט מאכן געלט אויף זייער רוקן דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין דער וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס זשימי מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי די גאנצע דאטעבאזע צו אן אנדערער דאמיין ווייל בשעת ן שרייבן ערקלערט מען אז די אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט פאדערן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע פארשידענע סארטן און טיפן מענטשן נעמען אנטײל אין בען דעם װיקיפעדיע שרײבער בעלי מחלוקת טײפיסטן מנובלים אינטערנעט שװימער לײדיקגײער ארבעטסלאזע פרומע קנאים משוגעים אפיקורסים אײנזײטיקע פאנאטיקער אפגעקלערטע פילאזאפן פאליטיקאנטן ביזנעסלײט אינטערדרוקטע חסידים קולטיסטן צעבראכענע אידיאלאגיסטן לערער נײגעריגע און אז װײטער אלעס איז דא פאראײניקט דאס איז ווי א בשותפות דיגע ראלע אין טרייב קראפט די פרומע טראכטן דערביי לאמיך לערנען מיט אנדערע אידן תורה ביז ומלאה הארץ דעה את ה און די פרייע טראכטן לאמיך לערנען מיט אנדערע דעם אמת יעדער איינער מיינט טאקע זיין גאט און פארקויפט זיין אייגענארטיגער וועג אין עבדות ה אבער אויפן וועג ליינט מען וועגן אייער גאט אויכט און דער זעלבסט אבסעסיע קראנקייט וואס האט אונז אהער געטריבן איבער פארציילן און זיך קאכן נאר אין אייין טרעק שמאלע אגענדע ריכטונג ווערט אויסגעהיילט און אונזער אינטערעסע האט זיך פארברייטערט און פארגרעסערט מער און מער וואקסט דער וויקיפעדיע באזע מיט א פאטענציאל אומבאגרייפבאר די גרעסטע אינטערנעט זוך מאשין גוגל לייגט רוב מאל די רעזולטאטן פון ווערטער קודם די וויקיפעדיע ארטיקלען פון דעם ווארט ווייל דער וועג וואיזוי גוגל ארבעט זיי לינקן לויט דעם סדר פון בלאט ראנק ווער ס האט די מערסטע לינקען צו אים איז אויבן אן און וויבאלד וויקיפעדיע לינקט דאס מערסטע צו זייערע בלעטער ווערט עס אנערקענט אלס זייער פאפולער און גוגל לייגט דאס פון די ערשטע שורות דורכשניטלעך אין אן אלגעמיינער טאג ציילן אירע באזוכער ארום אויך איז דאס ציענד ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט צו זיין א שפילער אין די אינפארמאציע אנדערשט ווי א נארמאלע ענציקלאפידיע וואס איז נאר א איין וועג קאמיוניקאציע פון ליינען איז דאס די געלעגנהייט פארן ליינער צו אויסבעסערן און מעקן און עדיטן וואס ער האלט אז עס איז נישט גוט אדער קען זיין בעסער דער יסוד פון וויקיפעדיע איז אז מיר זענען א פרייע פלאץ קיינער קען נישט מעקן אן אנדערן אן קיין צופרידענשטעלנדער אויפקלער און הסבר און דאס וואס איינער איז א דירעקטאר אנטוויקילער אדער העכער מיינט נאר צו האלטן די סיסטעם טעכניש אין סדר און נישט אז זיין מיינוג האט מער האפט און ווערט לגבי די טעמעס אויב איינער האלט אז דער אנדערער האט געשריבן צו עקסטרעמיסטיש בעסערט מען דאס אויס און דער אנדערע קען נאכדעם צוריקומען און צוריק פארבעסערן לויט זיין שכל קיינער קען נישט זאגן אז יענער איז עקסטרעם און מעקן אן קיין ספעציפישער הסבר ווי און וואס ער איז נישט גערעכט אין רעדן בלאט פון ארטיקל אדער באנוצער דאס איז דער גאנצער געדאנק פון וויקיפעדיע אין קאנטראסט פון ענציקלאפעדיע דער איינציגסטער און הויפט מעלה וואס וויקיפעדיע האט איז אז זי איז פריי אויב איז דא דיקטאטארשאפט איז דאס אן אנציקליפידיע און אויב מ באמערקט דיקטאטורשאפט פון א באנוצער אדער דירעקטאר דארף מען קענען ענגליש און באריכטען די פארברעך צו העכערע אנפירערס אין וויקיפעדיע זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן און העלפן בויען און אטראקטן נאך שרייבער און ליינער וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייער א זאך און זיי זענען פולע און גלייכע שותפים צו דעם פראיעקט און זייער מוה פלאג הארוואניע און צייט גייט נישט לטמיון מיר מאכן וואלן אויף יעדן איינציגן חילוקי דעות וואס ווערט געבוירן וויאזוי מיר היטן אויף די נייטראלקייט פון יעדן ארטיקל זעהט איז וויקיפעדיע באגלייבט זעט וויאזוי ווערט מען א סיסאפ זעה דער אמת איז אז ס וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאלע אגענדעס וואס וועלן מעקן גוטע זאכן און שרייבן פאלשע אינפארמאציע אבער דאס מערהייט מענטשען וואס קומען זיך צוזאמען אויף איין פלאץ זיך דורכרעדן ווערן זייערע פערזענליכע דיפערענצן פארמינערט און פארלוירן קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות דיגע גוטע אמת ע דעות און אינפארמאציע קומט אויס אז סוף טאג וועט דער אמת און יושר זיגן וויקי איז א קאמפיוטער פראגראם געווידמעט ספעציעל צו ערייכען דעם ציל עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די טעות דיגע פאלטשע פערזענליכע איינזייטיגע אינפארמאציע וואס פארדרייען דעם אמת ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא אלע תיקונים און רעאקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אפמאכן אויב עס איז בארעכטיגט אויב באשליס איך אדער אן אנדערער ליינער אז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אהין און צוריק איז דא ספעציעלע פאליציי מיט מער כוח פון דעם המון אויב האט איר טענות אז דער פאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח געווענליך ווי לענגער מ שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראכיע וואס מאכן אפ וואס איז יושר די וויקי פראגרעם ווערט היינט צוטאגס זייער אויפגעכאפט מער און מער אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א וויקי פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפטאפס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן ס עדיטס מ מעקט פארעכט און מ רעדט ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען איז דאס פראבלעמען ריין אבסאלוט נישט אבער אזוי ווי דעמאקראטיע דאס איז דערווייל די בעסטע סיסטעם פאר אינפארמאציע ביז אהער זינט די באשעפעניש פון היסטאריע דניאל סיון געבוירן סטן אויגוסט איז א ישראעלישער עמעריטוס פראפעסאר אין דער העברעאישע שפראך אפטיילונג אין בן גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב דניאל סבוני שפעטער סיון איז געבוירן געווארן אין קאסאבלאנקא מאראקא ער האט אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט זיינע עלטערן מאכלוף און אלען און זיינע צוויי ברידער שמואל און מיכל ווען זיי זענען אנגעקומען מיט דער שיף פון מארסיי זענען זיי גענומען געווארן צו שיכון כנען א געגנט אין צפת סבוני ס יונגסטע ברודער גבי סבוני איז דארט געבוירן געווארן אין אוגוסט האט סיון זיך אנגעשלאסן אין די צהל און געווארן א קאודינג אנווייזער אין די סיגנאלן קארפ ביי צפרין ווען ער האט פארענדיגט צו דינען אין די מיליטער האט ער זיך געצויגן צו רמת גן און שטודירט אין די תל אביב אוניווערסיטעט ער האט גראדואירט מיט א בעטשלער אוו ארטס דעגרי אין בייבל שטודיעס און העברעאישע שפראך אין ער האט ווייטער שטודירט און באקומען זייך מעסטער אוו ארטס דעגרי אין העברעאישע און סעמיטישע שפראכן זיין טעסיס איז געווען קאנצענטרירט אויף צפון מעריב סעמיטישע אקעדיען שריפטן פון אוגרית און איז געווען אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני סיון ס טעסיס פאר זיין דעגרי גראמאטיק פון די צפון מעריב סעמיטישע וואקאבלען אין אקעדיען שריפטן פון די לאנד פון ישראל און סיריע אין די מיטעלע בראנז יארן איז געשריבן געווארן אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר גדעון גאלדענבערג און פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני פון ביז האט סיון ארויסגעגעבן א וועכנטליכע דשאז פראגראם אויף ראדיא דרום ער איז געווען א מיטגליד פון די באנדע כח משיכה גראוויטעט אין וועלכע ער האט געשפילט די גוטאר און געזינגען בלוז און דשאז ניגונים מיט זיין ברודער גבי סבוני נאך אסאך יארן האט סיון אויפגעגעבן די באנדע וועלכע האט זיך געטוישט איר נאמען צו דשוקבאקס סיון איז פארהייראט צום צווייטן מאל ער האט דריי קינדער מיט זיין ערשטע פרוי אין אקטאבער איז ער געווארן אויפגענומען אלס לערער אין די העברעאישע שפראך אפטיילונג אין די בן גריון אוניווערסיטעט פון די נגב און אין איז ער געווארן א פולע פראפעסאר אין און איז סיון געווען א באזוכנדע פראפעסאר ביי הארווארד אוניווערסיטעט און בראנדייס אוניווערסיטעט אין א צוזאמענארבעט מיט פראפעסאר מאיא פרוכטמן האט סיון פארראכטן דעם דורכדרינגליכע אריאל ווערטערבוך און צוזאמען מיט דר חיים דהי האט ער געשריבן דעם אריאל ארמיש העברעאישע ווערטערבוך ביידע פון די ווערטערבוכער זענען פובליצירט געווארן דורך קורים פובלישינג הויז סיון האט שטודירט די ארבעט פון גראמאטיקער רבי יהודה חיוג ער האט געשריבן ארטיקלען אין עטליכע פון די לינגוויסטישע אידייעס אין די ארבעט און אין צוזאמען מיט דר אלי וטד האט ער פובליצירט א צוגעשריבענע קריטישע אויפלאגע גערופן די דריי גראמאטישע עסייען פון רבי יהודה חיוג אין זייער אראבישע אפשטאם און זייער איבערזעצונג צו מאדערנע העברעאיש פובליצירט דורך די בן גריון אוניווערסיטעט פון די נגב פובלישינג הויז סאטמאר אדער אדער סאטמער אונגאריש דייטשיש איז א שטאט אין זיבנבערגן רומעניע דער ערשטער רב אין סאטמאר איז געווען הרב יודא גרינוואלד דער מחבר פונעם ספר זכרון יהודא וועלכער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ער איז געוועזן אן איידעם ביי הרב יוסף יוזפא סופר דער דריטער זון פונעם חתם סופר וועלכער אנדערש ווי זיינע צוויי עלטערע ברידער רבי אברהם בנימין דער כתב סופר און רבי שמעון פון קראקע דער מכתב סופר האט ער נישט משמש געווען ברבנות אבער זיין איידעם איז יא געווען צוריק אין א רבנות שטעלע נאך אים איז געוועזן דארטן רב הרב אליעזר דוד גרינוואלד א ברודער פון דעם ערוגת הבשם וואס איז בעפאר דעם געווען רב אין אויבער ווישעווע וואס ער האט אויך נישט איבער געלאזט קיין קינדער דער לעצטער רב אין סאטמאר פארן קריג איז געווען הרב יואל טייטלבוים דער סאטמארער רבי וואס ווי עס איז באקאנט דער בילד ווען דער רומענישער קעניג קארל איז געקומען קיין סאטמאר פאר א באזוך איז ער דער ערשטער צוגעגאנגען צו אים און אים באגריסט שפעטער אין נאך דעם וואס היטלער ימש האט געשיקט זיין אויסערן מיניסטער ריבענטראפ צו צעטיילן זיבנבערגן וואס איז צוגענומען געווארן פון אונגארן ביים ווערסיי אפמאך און איז צעשניטן געווארן צווישן אונגארן און רומעניע וואס דאן איז סאטמאר צוריק געווארן אונטער דעם אונגארישער הערשאפט האט אים די אונגארישע רעגירונג געוואלט באשטראפן דערפאר האט ער זיך פארענטפערט אז ער איז בעצם אן אונגארישער נאר אזוי ווי ער איז דער ערוויילטער רב האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר צו גיין צו דעם קבלת פנים שטאמט פון א גריכיש ווארט ענציקלא אינפארמאציע פעדיע ארומנעמענדיג כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין ענציקלאפעדיע ערשט אריין אין קראפט און ביכער וואס פרואוון ארומצונעמען דאס מענטשלעכע וויסן עקזיסטירן שוין פון אוראלטע צייטן די ערשטע שריט צו שאפן ביכער וואס נעמען ארום די הויפט געביטן פון וויסן האט מען געמאכט אין אוראלט רוים איינע פון פריסטע ענציקאלפעדישע ווערק וואס איז איבערגעבליבן ביז מאדערנע צייטן אין דער חיבור געשיכטע פון נאטור פון פליני דער עלטערער און רוימישער פאליטיקער וואס האט געלעבט אין דעם ערשטן יארהונדערט פון דער ציווילער רעכענונג ער האט פארפאסט א ווערק פון קאפיטלעך וועגן נאטירלעכער היסטאריע ארכיטעקטור מעדיצין געאגראפיע געאלאגיע און אנדערע אספעקטן פון זיין ארומיגער וועלט ער שרייבט אין דעם פארווארט אז ער האט צוזאמענגעקליבן פאקטן פון ווערק געשריבן דורך מער ווי שרייבער און דערצו האט ער צוגעלייגט נאך א סך ארטיקלען פון זיין אייגענער דערפארונג מען האט פארעפנטלעכט זיין ווערק אין די יארן און עס איז גאנץ מעגלעך אז ער האט נישט געהאט געענדיקט רעדאקטירן זיין ווערק בשעת זיין טויט ביים אויפרייס פון וועזואוו אין יאר זיין ווערק איז געווען ברייט אנגענומען אין דעם מיטל אלטער און אין דעם טן יארהונדערט האט מען אנגעהויבן רופן אזא ווערק אן ענציקלאפעדיע די ערשטע ענציקלאפעדיעס זענען נישט געווען אזוי באקוועם צו ניצן אזוי ווי די היינטיקע יעדער ביישטייער האט אריינגעלייגט ארטיקלען אזוי ווי עס האט אים געפאלן צום ביישפיל דער חיבור פון פליני דער עלטער ווערט איינגעארדנט לויט אלגעמיינע טעמעס וואס קומען אין א געוויסן לאגישן סדר נישט אלפאבעטיש אזוי ווי מ איז געוואוינט היינט די גרעסטע ענציקלאפעדיע וואס מ האט אמאל פארפאסט איז די ענציקלאפעדיע וואס מ האט רעדאגירט לויטן באפעל פונעם כינעזישן קייסער אינעם טן יארהונדערט און וואס אנטהאלט בענדער ענציקלאפעדיעס אויפן סטיל וואס איז היינט באקאנט האט מען אנגעהויבן פארעפנטלעכען אינעם טן יארהונדערט די היינטיקע ווערסיע פון אײנזאמלען לטן אלפאבעטישן סדר פון די הפט װערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע ערלײ צענטראלע באגריפן דערשײנונגען און װי אך מענטשן ערטער געשעענישן אאזוו האבן אין דעם טן יארהונדערט אסגעטראכט די פראנצויזישע פילאזאפן שרײבער און װיסנשאפטלער װעלכע מען רופט טאקע די ענציקלאפעדיסטן מיט דידרא אין הויפט די דאזיגע סיסטעם פון צונפזאמלען די סאמע בעסטע וויסנשאפטן קענטעניסן און באגרייפונגען פון יעדער גענעראציע איז געװארן גאר שטארק פארשפרײט איבער דער ציװיליזירטער װעלט זינט דער סאמע ערשטער פראנצויזישער ענציקלאפעדיע האט דער ענציקלאפעדישער זשאנער זעלבסט דורכגעמאכט פארשידענע גילגולים אין די װײטערדיקע פעריאדן װי אך בײ פארשידענע פעלקער און קולטור קרייזן די גרעסטע כאטש נישט די ערשטע גאנצע ענציקלאפעדיע אויף יידיש איז די יידישע וויקיפעדיע א פרײע אינטערנעט ענציקלאפעדיע וואס װערט רעדאקטירט זייט די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און ציבל און א ביסל פעפער מ דארף אויך אריינגעבן א ביסל מצה מעל אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען און צעמאלענע מאנדלען געבן א גוטן געשמאק פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס מיט צוקער אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער היינטיגע צייטן מאכן א סאך די געמאלענע פיש און מ קאכט דאס אליין עס איז א מנהג ישראל דאס צו עסן ביי די שבתדיגע סעודות און ביי אנדערע סעודות מצוה טייל מענטשן שמירן די פיש מיט כריין ארומנעמען מיט חלה און אראפשלינגען גאנצערהײט פאלשע געפילטע פיש לכבוד פסח װערט געמאכט פון פלײש און געגעסן אין געװיסע קרייזן װו מ עסט נישט קיין פיש אום פסח א ליד געשריבן דורך איזידאר ליליען גייט אזוי ביי יענעם צי ביי זיך אליין אין שטוב ס איז פארעווע ניט מילכיקס און ניט פליישיקס נאר א מאכל וואס א יעדער איד האט ליב זאגט וואס איז א יעדער פרויס אמביציע מי האט עס ליב מי ווייסט טאקע פאר וואס ס איז א אידיש מאכל מיט טראדיצייע און יעדן ערב שבת עסט מען דאס געפילטע פיש געפילטע פיש ס איז א מאכל האט וואס טויזנט טעמען כ האב צו ערשט פארזוכט דאס ביי מיין מאמען איז עס טייער איז עס וואויל א מאכל פאר דעם פאלק ישראל עסנדיק צעגייט עס זיך אין מויל אוי די געפילטע פיש זיי זענען אידיש מי קומט פון שול מי שטעלט זיך מאכן קידוש אין שטוב איז שיין און ריין און פריש מי זעצט זיך צום געדעקטן טיש און מען דערלאנגט געפילטע פיש געפילטע פיש געפילטע פיש דער אונגער האט ליב גוליאש מיט פאפריקע דער פאליאק האט ליב ביגאוס פלייש מיט ברויט ביי דעם רוס איז רויטער בארשט דער עיקר און דער יעקע האט ליב קליסע מיט קרויט א מאמעליגע גלייכן די רומענער און דער גרוזינער האט ליב א שאשליק נאר וואס גוט איז ווייסן זיי ניט קיינער און אדרבה אידן זאגט מיר וואס איז גוט געפילטע פיש געפילטע פיש דער ניו יארק שטאט איז איינער פון די פופציק שטאטן אין די פאראײניקטע שטאטן פון אמעריקע ער איז א חלק פון דעם מיטל אטלאנטישן אפטייל זיין הויפטשטאט איז אלבאני ניו יארק איז דער דריטער מערסט באפעלקערטער שטאט אין די פאראייניקטע שטאטן ניו יארק גרענעצט ניו דזשערסי און פענסילוועניע צו דרום און קאנעטיקעט מאסאטשוסעטס און ווערמאנט צו מזרח ניו יארק האט אויך אן אינטערנאציאלן גרענעץ מיט די קאנאדישע פראווינצן אנטעריא צו מערב און קוויבעק צו צפון די הויפטשטאט פונעם שטאט איז אלבאני אנדערע וויכטיגע שטעט זענען ניו יארק סיטי באפאלא ראטשעסטער יאנקרס אין סיראקוז דער היינטיגער גובערנאטאר פון ניו יארק איז ענדרו קוואמא ניו יארק איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה שפה געווען איז דאס ווען א גרופע פון האלאנד האבן זיך ארויסגעלאזט צום לענג פונעם אטלאנטישן ברעג זיי זענען געקומען צו א קליין אפגעזודנדערטן אינזל וואס האט זיך צושפרייט צווישן א טייך די האלענדער זענען געקומען צום באשלוס אז דאס איז א פאסיג ארט זיי זאלן זיך דארט באזעצן זיי האבן דאס אפגעקויפט פון די דארטיגע אינדיאנער פאר פיר און צוואנציג דאלער די אינדיאנער האבן פארלאזט דאס ארט און די האלענדער האבן דארט געבויעט א קליין דערפל מיטן נאמען ניו אמסטרדאם דאס ארט הייסט היינט מאנהעטן פערציג יאר נאכדעם וואס די האלענדער האבן זיך דארט באזעצט זענען געקומען די ענגלענדער און האבן זי איינגענומען און האבן איר א נאמען געגעבן ניו יארק ניו יארק וועלכער ווערט אויך אנגערופן ניו יארק שטאט כדי צו מאכן אן אונטערשיט פון איינס פון אירע סיטי ס ניו יארק סיטי מיט א ענדליך נאמען איז דער דריטער גרעסטער שטאט אין באפעלקערונג און דער סטער אין שטח אין די פאראײניקטע שטאטן פון אמעריקע ניו יארק איז פון די גרעסטע שטאטן אין לאנד עס קומט אין דער רייע נאך קאליפארניע עס האט איבער ניינצען מיליאן מענטשן ניו יארק סיטי איז צוזאמגעשטעלט פון באראס מאנהעטן בראנקס קווינס סטאטן איילנד און ברוקלין דערנאך איז דאס ארומגענומען פון אפסטעיט ווי ראקלאנד אראנזש קאונטיס וואס נעמט אריין מאנרוי מאנסי און נאך און די פארשטעט ווי לאנג איילענד און אזוי ווייטער וואס דארטן וואוינען די בעסערע קונסט איז א טײל פון אן אייגענעם אסדרוק קונסט שליסט איין די וויזועלע קונסטן ווי צייכענען מאלעריי סקולפטור און פאטאגראפיע און אויך די פארשטעלונג קונסט ווי טאנץ מוזיק דיכטונג פראזע און טעאטער קינסטלערס זיינען צבש שרייבערס מעלער טענצער רעדנער בויער זינגער מוזיקער אאוו קינסטלערס זיינען פארטאן אין דעפינירן און רעוואלוציאנירן דאס לעבן קינסטלער אדער ווי מ רופט עס אינעם מאדערנעם שפראך ארטיסטן זענען אריינגעטון אין זייער אויפגאבע איבערהויפט נישט פאר געלט נאר ליבערשט אלץ א אינערליכע געבוירענעם שטופ קראפט וואס זיי פארמאגן וואס טרייבט זיי צו נוצן זייער טאלאנט פון פראדוצירן קונסט ווערק וואס אמת ע מבינים פארשטייען גוט זייער פארהוילענעם שפראך סיי וואו זיי באזעצן זיך נאר שטייגט זיך שטארק דער אומבאוועגלעכער גיטער מארק פון געגנט ווייל זיי בויען און מאכן שיינע אינטערעסאנטע שאפונגען וואס ציען אהין די מאסן פון איבער דער גארער וועלט אין דעם טן יארהונדערט האט די אויפקלערונג געווירקט אויף קונסט צו זען די וועלט אין ראציאנאלן אופן קוגל אן עסנווארג די אלגעמיינע קוגל איז דער קארטאפל קוגל און דער לאקשן קוגל מענטשן מיינען אז דאס ווארט קוגל שטאמט פון לשון קודש ווארט כעיגול וואס מיינט אזוי ווי א רינג וויבאלד די ארגינעלע קיגלעך זענען געפורעמט קיילעכדיג אבער אין אמת ן דאס איז אן אריגינאל יידיש ווארט וואס באדייט א זאך מיט דער צורה פון א באל גלייך ווי פאראן צענדליקער אויב נישט הונדערטער סארטן קוגלען קוגלען קענען זיין זיס זאלציק פארברענט נאס טרוקן הויך פלאטשיג אדער סיי וועלעכע אנדערע פארעם קוגלעך ווערן געמאכט פון פארשיידענע סארטן עסנווארג קוגלעך קענען צוטיילט ווערן אין עטליכע משפחות לאקשן קוגל איז געמאכט פון געקאכטע לאקשן מיט פארברענטע צוקער די פוילישע מאכן דאס זיס און די ירושאלמער מאכן דאס שארף אין די לעצטע צען יאר איז אין חרדישע ערטער צושפרייט געווארן דער געדאנק פון אווערנייט קוגל וואס מיינט אז מען לאזט דעם קוגעל זיך באקן פאר סאך א לענגערע צייט ווי עס נעמט דאס עצם קאכן צומאל פיר און צוואנציג שעה אבער אויף אן אופן אז עס זאל זיך נישט ממש פארברענען דער רעזולטאט איז א קוגל וואס איז שטארק דורכגעבאקן מיט א מער טונקעלן קאליר דער טעכניק ווערט בעיקר גענוצט אויף קארטאפל קוגל באריכטן פון ניצן דעם טעכניק אויף אנדערע קוגלען צייגן אז עס איז נישט גאר ווירקזאם ציבעלע קוגל איז א מאכל וואס מען עסט אין סקווערער חסידות אום פרייטיג צונאכטס סעודה עס איז ציבעלע ארומגענומען מיט טייג ווי א גרויסע קרעפל דאס איז אלץ די ענין פון פשטידה וואס איז דערמאנט אין שוע אלץ זכר צו די מן וואס איז אזוי געווען אין מקור אינדערהיים אין אוקריינא פלעגט דאס זיין א בהמה לעבער קוגל און נאכן קריג ווען דער סקווערער רבי ר יעקב יוסף טווערסקי זצוקל האט נישט געהאט קיין בהמה לעבער ווייל ער האט נאר געגעסן בהמה פלייש וואס איז געשאכטן מיטן חומרה אכטונג צו געבן אויף די סימני טריפות דערפאר איז די קוגל געבליבן מיט ציבעלע אן די לעבער זינט דאן איז דאס א ציבעלע קוגל אין טאהש איז נאך היינט דא די מנהג צו עסן א לעבער קוגל אסאך האלטן אז עסן קוגל איז א מצוה בפרט אויף שבת קודש ס איז באוואוסט דער גודל החשיבות וואס נשיאי עולם וגדוליהם האבן מייחס געווען צום עסן פון קוגל בשעת מ עסט אויך א געשמאקע קוגל איז מען מקיים אויך מצות עונג שבת איז דער ראשי תיבות פון טייטש היפער טעקסט באצײכענען שפראך דאס איז א שפראך וואס ווערט ברייט באניצט אויפן אינטערנעץ צו זאגן פאר קאמפיוטערס ווי אויסצולייגען וועב זייטלעך די געזעצן פון ווערן אנגעפירט דורך די די היינטיגע ווערסיע איז מען שרייבט דעם קאד אין א טעקסט טעקע מען שרייבט מיט סימבאלן וואס הייסן טאגן זיי זענען צוטיילט אויף פיר קלאסן די פירמעס וואס האבן ארויסגעלאזט די ערשטע בלעטערערס האבן געזען א נויט צו פארבעסערן און יעדע איינע האט געטון לויט ווי זי האט פארשטאנען במשך הזמן האט ארויסגעגעבן נייע ווערסיעס פון וואס האבן אדער אריינגעלייגט די הצעות פון די פירמעס אפיציעל אדער מחדש געווען א נייעם וועג אדורכצופירן די נייע פונקציעס וועגן דעם איז מעגלעך צו טרעפן וועב ערטער וואו די בלעטער זענען נישט געשריבן לויט די אפיציעלע געזעצן פון די לעצטע ווערסיע פון איז באשטימט געווארן אין יאר מען קלערט נישט צו מאכן קיין נייע ווערסיעס אצינד ארבעט מען אויף מער מאדערנע שיטות פון באצייכענען בלעטער ניצנדיק למשל צוזאמען מיט א דאקומענט ווערט אויפגעבויט היערארכיש יעדער טאג וואס מען עפנט דארף ווערן פארמאכט איידער מען פארמאכט פריערדיגע טאגן אזוי זעט אויס א גרונטלעכער דאקומענט בלאט קעפל אינהאלט פון דאקומענט פאסט אז עס זאל זיין צווישן טאגן אזוי פאראגראף אין אנהייב פונעם דאקומענט פאר ן טאג דארף פארקומען א מעלדונג וועגן דער ווערסיע פון וואס דער דאקומענט באניצט און וואו מען טרעפט דעם וואס דעפינירט זי למשל פאר ווערסיע שטרענג קומט פאר די מעלדונג די אינטערנעץ איז א גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק וואס אנטהאלט ביליאנען קאמפיוטערס צונויפגעבונדן אין א גרסער נעץ דאס דערלבט א קעגנזײטיגן אינפארמאציע פלוס פון און צו אלע אנגעשלאסענע קאמפיוטערס די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע פובליק אקאדעמישע ביזנעס און רעגירונג נעצווערק די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן צווישן זיי די און דעם אינפראסטרוקטור פאר בליצפאסט די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער אין אמעריקע אין האט טים בערנערס לי געשאפן די אלוועלטלעכע וועב היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע ווי למשל טעלעפאן מוזיק פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעץ אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו וועבזייטל טעכנאלאגיע ווי אויך די נייע מאדעס פון בלאגן און וועבפידן די אינטערנעץ דערמעגליכט אלעמען צוטריט צו א ים פון אינפארמאציע אויף אלערלײ טעמעס די אינטערנעץ דערלויבט אויך מענטשן זיך אויסצושפרעכן אנאנים דאס ברענגט אז מ זאל זיך קענען ארויסהײבן פון די געווענטליכע סאציאלע באגרעניצונגען און מאכן פארשריט דורך פרײען טראכטן מיט די צייט האט זיך די אינטערנעץ אנטוויקלט ווי רוב זאכן אין די וועלט א ביישפיל איז די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און אינסטאגראם און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די פלאטפארמעס אלס א מיטל פון זיך ארויסגעבן אויף פארשידנארטיגע אופנים און ווי אויך איז דאס געווארן גאר געאייגנט פאר ביזנעסער דער אלוועלטלעכע וועב איז א וויכטיקער אפטייל פון דער אינטערנעץ וואס באדינט דאקומענטן און אנדערע רעסורסן דורך זייער מען ניצט די אינטערנעץ פאר אסאך זאכן ווי למשל עלעקטראנישע פאסט אנליין שמועסן דער וועלטס געוועב כולל וואלקן קאמפיוטעריי און טעקע טראנספערן די מערסט באניצטע באדינונג אויף דער אינטערנעץ איז דער אפט גערופן סתם דער וועב דער וועב אנטהאלט וועבזייטלעך בלאגן און אויך וויקיס איינשליסנדיק וויקיפעדיע יעדער איינער קען זען בלעטער אויפן וועב אחוץ ווען דער בלאט פאדערט א פאסווארט דער צווייטער הויפט באניץ פון דער אינטערנעץ איז שיקן און באקומען ע פאסט ע פאסט שיקט מען פריוואט פון איין באניצער צו א צווייטן תיכפדיקע מעלדונגען איז ענלעך צו ע פאסט אבער עס פאדערט אז ביידע פארטייען זאלן זיין אנליין צוזאמען און לאזט מער ווי צוויי מענטשן אטייל נעמען א סך יידישע רבנים האבן ארויסגעגעבן אן איסור אויפן אינטערנעץ ווייל דאס קען ברענגען צו הארבע עבירות דאס שאפט א פראבלעם ווייל אין דער הײנטיגער וועלט מוזן רוב ביזנעסער האבן אינטערנעץ דערפאר פארלײגט זיך דער איסור בעיקר אויף האבן אינטערנעץ צוטריט אינדערהײם און שטרייכט אונטער אז אין ביזנעס זאל מען האבן נאר כשר אינטערנעץ וואס זיפט דורך די אינפארמאציע און באגרעניצט צוטריט בלויז צו רײנע זייטן עס אייז היינט פאראן פארשידענע אינטער נעץ פילטערס פון סיי פרומע אידישע און אויך נישט אידישע פירמעס און קהלות פאר געלט אדער פריי פון אפצאל אום ערב רח סיוון תשעב איז פארגעקומען די צענטראלע כינוס כלל ישראל אויפן ציל אפצוראטעווען די קומענדיגע דורות און זיך לערנען די וועג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פראבלעמען פון די אינטערנעט וואס דרינגט אריין אינעם טאג טעגליכע לעבן און טוהט היבש צעטרייסלען דאס יוגענד אויף אומגעוואונטשענע רעזולטאטן אז דאס פרײע פליסן פון אינפארמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן דורך ליינען שאלות אויף אמונה און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד אינטערנעץ אדיקציע איז אן אפהענגיקייט וואו מען פארברענגט שעות אויף דעם אינטערנעץ מען פיטערט די אבסעסיע און קאמפאלסיוונעס נאכאנאנד שטערקער און שטערקער מען ווערט אריינגעדרײט מיט אימפעט און טעמפא אן קיין אפשטעל בײנאכט און בײטאג מען פארלירט רואיגקײט און פריוואטקײט סאיז נישט מער פארהאן קיין מחשבה און דורכטראכטונג עס אינוואדירט יעדע סעקונדע פון לעבן דאס פארהארגעט שלום בית און פארנאכלעסיגט פליכטן פון א טאטע אין שטוב אדער ארבײטארער אין ביזנעס וואס טוט נישט געהעריג זיין זשאב און זײט אן פראבלעמען פון ליגענט און פאלטשקייט וואס מען ווערט נאכדעם געפײערט פון די זשאב און מען פארלירט די פרנסה רוב צייט וואס מען פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געימס נייעס טשעט און אזוי ווייטער זאכן וואס טוען גארנישט אויף און מען פילט זיך דערנאך זייער ביטער און דעפרעסט פארן גארנישט אויפטאן מיט די צייט די שמועס גרופעס ווי הייד פארק און סתם טשעט און אימעיל קאנסווארסעישאן ס מאכט דעם מענטש אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט ווייל מיט א דרוק פון א קנעפל קען מען דאך בלייבן גערעכט דער מענטש ווערט איינגעוואונט אז ער מוז האבן א מיינונג אפילו סתם אזוי וואלט אים נישט אנגעגאנגען דער גאנצער ענין אבער אז ער וועט אריינגעדרייט דערין ווערט ער א גאנצער מבין און בעל שיטות אויף יעדע זאך אויך לשון הרע דורך טשעט און סתם די אינטימע קאמיוניקאציע איז גורם דורכפאלן מיט לשון הרע מער אין ווירטואלען לעבן מער ווי אין נארמאלן לעבן א מענטש מוז קענען רעדן מיט מענטשן דאגה בלב איש ישיחנה און סתם איבערשמועסן א גוט ווארט וואס פאלט איין אמאל דער אינטערנעט איזאלירט אייך סאציאל אז איר האט נישט די אלע קריטישע בענעפיטען פון חברה וחברים זינט אלעס איז אימעיל קאמיוניקאציע וואס דער מענטש ווערט א אי מענטש אנשטאט א פנים הארץ און אזוי ווייטער פארגעסט מען וויאזוי מען דארף זיך אויפירן צו א לעבעדיגן מענטש דערקעגן איז דא פיל מער מעלות פון דער אינטערנעץ און דאס דארף ווערן אויסגעארבייט וויאזוי זיך צו פירן די אלע זאכן וואס זענען חסרונות איז פונקט אזוי ווי אלע מאדערענע ערפינדונגען וואס אין אנפאנג איז זי געווען א שטער און שטרויכעלונג ווי צום ביישפיל אן אויטאמאביל ווי מען קען גרינגער אנקומען צו תאוות און אפיקורסות אדער א פענע וואס מקען זיך גרינגער שרייבן מיט אנדערע א קאמפיוטער איז א מאשין וואס קען אויספירן א רייע אינסטרוקציעס אויטאמאטיש די אינסטרוקציעס ווערן געזאמלט צוזאמען אין א פראגראם אין א געוויינלעכן פראגראם טוט דער קאמפיוטער ארייננעמען דאטן וואס ער פראצעסירט און גיט ארויס די פראצעסירטע דאטן א וויכטיגער טייל פון דעם קאמפיוטער איז דער זאפאס וואס קען האלטן א גרויסן קוואנטום פון דאטן און אויך פראגראמען א קאמפיוטער סיסטעם שליסט איין הארטווארג אן אפערירן סיסטעם די הויפט ווייכווארג און פארבונדענעם אויסריכט א קאמפיוטער האט צוויי פרינציפעלע אייגנשאפטן ער רופט זיך אפ אויף א ספעציפישע גרופע אינסטרוקציעס אין א געוויסן אופן און ער קען אויספירן א גרייטע ליסטע פון אינסטרוקציעס גערופן א פראגראם דאס ווערט אויסגעפירט דורך פיר עיקרדיקע שריט איינגעבן שפייכלעכרן ארויסגעבן און פראצעסירן זייער אפט טוט מען פארבינדן קאמפיוטערס צו שאפן א נעצווערק דורך וואס די קאמפיוטערס קאמוניקירן מיט אנאנד די גרונדענע באשטייטיילען פון א קאמפיוטער זיינען הארי פאטער ענגליש אויסגעלייגט הערי פאטער אין די יידישע אויסגאבע איז א סעריע פון זיבן פאנטאזיע ראמאנען און אכט פילמען געשריבן דורך דער בריטישע שרייבערין דזשיי קיי ראלינג דער סעריע הייסט נאך הארי פאטער דער הויפט כאראקטער זי זיבן ביכער האבן פארקויפן מער ווי מיליאן קאפיעס איבער דער וועלט אין מער ווי שפראכן צווישן זיי יידיש און איז די מערסט געקויפטע סעקולערע בוך סעריע פון אלע צייטן פילם אדאפטאציעס פון אלע זיבן ביכער זענען פראדוצירט געווארן הארי איז א יתום פון טאטע און מאמע און װאוינט מיט זײן שלעכטן פעטער װערנאן װעלכער איז א מאגל ביים עלטער פון עלף װערט ער געװאר אז ער האט די טאלאנטן צו מאכן כישוף און זײן לעבן טשט זיך דראסטיש פון דעם מאגעטאמישן לעבן בײ זײן פעטער וואו ער װערט טעגלעך גערודפט דורך זײן שװעסטער קינד דאדלי כאפט ער זיך אריבער צו די דראמאטישע אנגעפילטע טעג אין דער האגווארץ שולע פון כישוף מאכעריי און צויבעריי װאו ער לעבט אין פחד פון לארד װאלדעמארט װאס האט געהרגעט זײנע עלטערן און װיל אים אך אפענדיקן אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן ביי האגווארץ לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הארי ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער װאלדעמארט וואס האט גענוצט די שרעקעוודיגע אוואדא כדברא אריגינאל א קבלה ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען הארי האט זיך אבער באווייזן ארויסצודרייען פון אט די קללה און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן װאלדעמארט וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם פון די ביכער האבן די ווארנער ברידער געמאכן א סעריע פון אכט פילמען וואס די ערשטע צוויי זענען פראדוצירט געווארן דורכן באוואוסטן פילם שאפער קריס קאלומבוס מיט די נעמען הארי פאטער און דער וויסן שטיין צויבערער ס שטיין אין אמעריקע און הארי פאטער און דער צימער פון סודות א וויץ איז אין קורצען עפעס וואס ברענגט מענטשן צו שמייכלען אדער לאכען וויצן קענען זיין אין פורעם פון רייד געזאגט אדער געשריבן און זיי קענען אויך זיין אין פורעם פון זעהניש אין בילדער אדער פארשפילען די גרעסטע דענקער און פארשער פרובירען צו דערגיין פארוואס מ לאכט אויף א וויץ ס מן הסתם נישט דא בלויז איין סיבה און ס קען זיך אויך ווענדן אויף די סארט וויץ אינטעלעקטואלע וויצן ברענגען מיט זיך סורפרייז און חידוש דאס ברענגט הנאה פארן מוח דורך לערנען עפעס ניי און דעם כלל גייען אריין ווערטער שפילען און מעשה וויצן די סארט וויצן פארלאנגען סורפרייז און פארדעם פארלירט עס דעם טעם ווען מ הערט עס איבער סלעפסטיק וויצן ברענגט געלעכטער דורך זעהן יענעם ס צרות לאכן ווי איינער גליטשט זיך אויס זיך כויכען ווי איינער כאפט א קרעם לעקעך אין פנים די הנאה קען קומען פון דאס וואס מ שפירט זיך גליקליכער פון יענעם אדער דורך זיך אויסלערנען צו לאכען פון די אייגענע צרות אויך די סארט וויצן פארלאנגט נישט אייביג סורפרייז און מ קען עס איבערקוקען און איבערקוקען און זיך קוילערען פאר געלעכטער אפילו ביים הונדערטסטען מאל וויליאמסבורג ענגליש איז א געגנט אין צפון ברוקלין ניו יארק צופוסנס פונעם וויליאמסבורג בריק וואס פירט קיין מאנהעטן עס האט א גרויסע געמיינדע פון חרדישע אידן אין האט די האלענדישע מערב אינדיע פירמע געקויפט דעם שטח פון די לענאפי נאטיווע אמעריקאנער וואס האבן פארנומען דעם שטח אין האט די פירמע געטשארטערד די שטאט פון אריינגערעכנט לאנד וואס וועט שפעטער ווערן וויליאמסבורג נאכדעם וואס די ענגלישע האבן איבערגענומען ניו נעטהערלאנד אין איז דער נאמען פון דער שטאט אנגליזירט געווארן צו בושוויק אין קאלאניאלע צייטן פלעגן דארפסלײט רופן די געגנט בושוויק שאר ברעג דער נאמען האט אנגעהאלטן אומגעפער יאר בושוויק שאר איז אפגעהאקט געווארן פון די אנדערע דערפער אין בושוויק דורך בושוויק קריק צום צפון און דורך קריפפלבוש א געגנט פון דיק באגגי קשאק לאנד וואס האט זיך געצויגן פון וואלאבאוט קריק ביז צו נעווטאוון קריק צום דרום און מזרח רעזידענטן פון בושוויק פלעגן רופן בושוויק שאר די סטראנד שנירל פארמערס און גערטנערס פון די אנדערע בושוויק דערפער פלעגן שיקן זייערע סחורה צו בושוויק ברעג אריבערגעפירט צו ווערן די מזרח טייך איסט ריווער צו ניו יארק סיטי פאר פארקויף דורך א מארק אין די היינטיקע גראנד סטריט די גינסטיגע ארט פון בושוויק שאר נאענט צו ניו יארק סיטי האט געפירט צו דער שאפונג פון עטלעכע פארמינג דיוועלאפמענטן אין יאר תקנב האט גרונטייגנס ספעקולאנט ריטשארד מ װאודהאל אפגעקפט דרײצן אקער מ אריבער די איסט ריווער ער האט געלאזט קאלאנעל יונתן וויליאמס אן אמעריקאנער אינזשעניר איבערקוקן די אייגנטום און עס א נאמען געגעבן וויליאמסבורג נאך אים די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטנס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא שווארצע און ארטיסטן די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס די ארונים און די זאלוינים ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא וויזשניץ קראלי ספינקא קלויזענבורג וויען נייטרא קראסנא צעהלים שאפראן דינוב סקווירא בעלזא בעלז מאכניווקע און נאך טייל פון די האבן אייגענע שולן תלמוד תורה ס פאר יונגלעך שולעס פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער א טייל האבן אויך אייגענע מקוה ס זאלן מצה בעקערייען און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן אין משך פון די לעצטע יארן האבן זיך ארײנגעצויגן אין דעם געגנט פון צפון וויליאמסבורג פילע היפסטערס און ארטיסטן אינגערע לײט פונעם מיטל העכערן סאציא עקאנאמישן קלאס דער געגנט איז צוליב זיי אדורך א פראצעס פון גענטריפיקאציע און דאס האט געבראכט דערצו אז די ריעל עסטייט פרײזן זאלן שטײגן אין דעם גאנצן געגנט כאטש פילע פון די בנינים אין דעם הײנט טײערן געגנט געהערן צו חסידים פון וויליאמסבורג און דער איבערטויש פון דעם געגנט איז געווען פאר זיי לטובה זענען אבער וויליאמסבורגער אײנוואוינער אומצופרידן פון די אנטוויקלונגען טייל רופן דאס אן א מכה און האלטן אז זיי שאפן א ריזיגן מאראלישע סכנה פאר די חסידישע אײנוואוינער אין יאר תשמ בערך האט דער ראצפערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע די תורה וועלט דיינים הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג אין תשסג איז פריש געווארן א שערוריה אין וויליאמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואס איז געשאפן געווארן מיט דער הסכמה פון איטליכע רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון די גרויסע רבנים ובראשם דער דעמאלטסדיגער סאטמארער רב רבי משה טייטלבוים וואס האט בפועל אנגעפירט מיט די אידישע אנגעלעגנהייטן אין וויליאמסבורג וואס זיי טענה ן אז אזוי ווי עס איז נישטא קיין איין רב וואס האט א כח אויף דער שטאט אלס שטאטס רב קען מען נישט אויפפאסן אויף דעם עירוב געהעריג און ווי דער סאטמארער רב האט זיך אפאר מאל אויסגעדריקט פאר זײנע נאנטע אז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האט געמאכט אן עירוב האבן זיך אידן נאך סומך געווען דערויף אסאך יארן שפעטער ווען ער האט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאנג נישט געווען כשר און דאס אז דער סאטמארער רב דער דברי יואל וועלכע האט אויפגעשטעלט אלע אידישע צרכים אין וויליאמסבורג האט אבער פארט נישט אהערגעשטעלט א עירוב און אזוי אויך זיין נאכפאלגער דער ברך משה איז א ראי אז אין וויליאמסבורג ברויך קיין עירוב ניקס זיין אנדערע רבנים האלטן אפילו אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו פון דעם דברי יואל אין בעדפארד גארדענס ראדני אין סוכות איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו למעשה האלטן זיך מערסטנס חרדישע אידן אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט ן עירוב געוויסע אידן טראגן אבער יא מיט ן עירוב במשך די יארן איז פארגעקומען פילצאליגע מערכות איבער געשעפטן און ארגאניזאציעס מיט ן ציל אנצוהאלטן די אפגעזונדערטע סטאנדארטן פון אידישן וויליאמסבורג אנגעהויבן יארן צוריק ביי גרין ס פיצא שאפ וואס איז געווען די ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג און דערנאך ביים געוועזענעם גל פז ווי אויך ביי א מעיק אפ געשעפט אויף לי עוועניו ווי עס זענען פארגעקומען טעגליכע פראטעסטן במשך בין הזמנים ביז זיי זענען געצווינגען געווארן צו שפארן ווי אויך ביי די מערכה קעגן אינטערנעט און סמארטפאנען איז געווארן אפגעהאלטן א פראטעסט אקעגן סאנרייס פאטא געשעפט פאר ן אנגעבליך פארקויפן סמארטפאנען פאר בחורים די קנאישע קרייזן ווילן אז מען זאל נישט פארקויפן די המודיע צייטונג אין וויליאמסבורג אזוי אויך די משפחה און עמי מאגאזינען א ספעציעל אגרעסיווע קאמפיין איז פארגעקומען אנטקעגן עמי מאגאזין אין ווינטער פון תשעב פון מערב זייט לויפט קענט עוועניו פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ גרויס וויליאמסבורג איז אײנגעטיילט אין פארשידענע קווארטאלן אנהייבנדיק פון דעם סאוט סייד געגנט וואס באשטייט בעיקר פון די סאוט און סאוט גאסן באוואוינט בעיקר דורך מיטל יעריגע אידן דערנאך די געגנט פון קליימער סטריט וואס רעכנט אריין פילע שטאטישע פראדזשעקטס ביז די הייוועי דערנאך אריבער די הייוועי ווי עס געפונט זיך די גרעסטע טייל פון וויליאמסבורג וואס איז אויסגעבויעט מיט אנגעפולטע גאסן פון בראונ סטאון הייזער דערנאך קומט די נייע געגנט וואס האט ערשט אנגעהויבן באוואוינט ווערן בערך תשס נאך וואס די קאמערציאלע פאבריקן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט און אויף זייער ארט איז אויפגעקומען פילע גרויסע וואוינונג געביידעס א גרויס טייל דערפון געבויט דורך דער ראבסקי גרופע דער דאזיגער געגנט הייבט זיך אן בערך פון וואלאבאוט סטריט וואו עס געפונען זיך גאר אסאך געשעפטן און ציעט זיך פאר פילע לאנגע גאסן אראפ ביז לאפאיעט עוועניו וואס דאס ווערט גערופן ניי וויליאמסבורג דערנאך איז דא א נייע געגנט וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ווערן מער באוואוינט די טרופ געגנט וואס ציעט זיך היינט צוטאגס אראפ מארסי עוועניו און טאמפקינס ביז פולאסקי סטריט נעבן דעם האום דיפאו געשעפט איר קאריערע האט זי אנגעהויבן שוין ביי די יארן זי האט געבראכן דער רעקארד מיטן ווערן אזא פאפולערע שטערן שוין ביי די יאר האט זי ארויס געגעבען א פאר סידיס און צוויי פילמען איר ערשטע סינגל פון איז געווען זינט זי האט חתונה געהאט איז זי כמעט אראפ פון מאפע אויף עטלעכע יאר צום יאר איז איר געבוירן געווארן א בן זכר נאוועמבער איז זי צוריק אריין אין דעם מוזיק תחום און האט פובליקירט א דיסק מיטן נאמען אין איר די דריי סינגלען שפעטער מערץ האט זי פראדוצירט איר אלבאם מיטן נאמען רבי אלימלך פון ליזשענסק זצל ה תעז כא אדר ה תקמז פארפאסער פון ספר נועם אלימלך באקאנט מיטן נאמען דער הייליגער רבי ר מיילעך דער הייליגער רבי ר מיילעך איז געבוירן אין יאר ה תעז צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן און צו זיין מוטער מרת מירל רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין גאליציע אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא דער רבי ר זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א מרא דחושבנא אויף זיין מוטער האט דער רבי ר זושא געזאגט אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור נאר ברכה זאגן האט זי געקענט דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכה יעדן אינדערפרי האט גערוט די שכינה הקדושה זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט פנ איש תם וישר האלוף התורני מוה ר אליעזר ליפמאן בר משה זצל נפטר יא אדר דער הייליגער רבי ר מיילעך האט געלערנט אין טיקטין צוזאמען מיט דעם רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג נאכהער איז ער אריבער צו אים קיין שינאווא ווען רבי שמעלקא איז געוורן רב אין ניקאלשבורג איז דער הייליגער רבי ר מיילעך מיט געפארן אים ארויס העלפען מיט זיינע קעגנערס נאכדעם וואס זיין ברודער דער רבי ר זושא איז צוגעצויגן געווארן צו חסידות האט ער ביייאיינפלוסט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר מיילעך און זענען צוזאמען געפארן צום מעזריטשער מגיד און געווארן פון זיינע גרויסע תלמידים דארט איז ער באקאנט געווארן מיט די הייליגע חבריא ספעציעל מיט דעם בערדוטשעווער רב אין יאר ה תקלג נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד איז דער הייליגער רבי ר מיילעך געווארן דער אנפירער פון די חסידים אין גאליציע מערסטנסטייל פון זיין רבין ס תלמידים זענען געקומן צו אים דער הייליגער רבי ר אלימלך זיע האט געהאט פיר גרויסע תלמידים וואס אויף זיי האבן צדיקים געזאגט דעם פסוק ומשם יפרד והי לארבעה ראשים וואס פאר זיי האט ער צוטיילט פון זיינע גרויסע כוחות די לעכטיגע אויגן פאר ן חוזה מלובלין די קדושת המוח פאר רבי מענדעלע פון רימאנאוו די קדושת הלב פאר ן קאזשניצער מגיד און די הייליגע מויל פאר ן אפטער רב דער אפטער רב איז געווען יונגער פון די דריי לאחר פטירתם איז ער געווארען מנהיג הדור מען זאגט א מימרא אין אבות אלא שלשה קאזשניץ רימאנאוו לובלין ווייל אפטא איז א אנדערע בחינה ווען דער חוזה איז נפטר געווארן האבן זיך די תלמידים צוזאמען גענומען אין דער שטאט קאמארנא דער עטרת צבי און ראפשיצער רב שפעטער האט דער אפטער רב איבער געפרעגט פון ראפשיצער רב וויאזוי איז געווען די אסיפה האט דער ראפשיצער רב געזאגט אז דער עטרת צבי האט געדאווענט מנחה פארן עמוד און זייט רבי ר אלימלך האט מען נישט געהערט אזא מנחה דער בעל חסד לאברהם א זיידע פון חידא איז געקומען אין חלום צום רבין אלימלך און געפרעגט בערך בזהל איך האב געמאכט ספרים וואס מ פלאגט זיך צדיקים בעוהז און צדיקים בגן עדן זיי צופארשטיין און דא פלוצלונג ווערט ער געוואר אז ווען רבי ר אלימלך זאגט יהא שמיה רבה קערט זיך איבער די גן עדן מיט אלע עולמות עליונים און עס קומט אראפ השפעות אויף די וועלט און אויף אלע קומענדיגע דורות לויט די רצון פון רבי ר אלימלך האט ער געפרעגט במה כוחך גדול פון וואס נעמט זיך דיין גרויסן כח ער האט געשריבן זיינע תורות אינעם ספר נועם אלימלך דער הייליגער רבי ר מיילעך איז נפטר געווארן כא אדר ה תקמז און ער ליגט אין ליזשענסק צו זיין ציון קומען יידן פון אלע עקן פון די וועלט נאך היינט צוטאג אוסצופועלן ישועות דער הייליגער רבי ר מיילעך האט געהייראט אין שינאווא מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב אהרן רוקח א ברודער פון הרב אלעזר רוקח רב אין אמסטערדאם פון זייערע קינדער בזיווג שני האט דער הייליגער רבי ר מיילעך געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב יעקב מרגליות דײטשלאנד איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון גרויסע שטאטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס דייטשלאנד איז דאס טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח עס האט א סך הכל שטח פון סקווער מייל קוואדראט קילאמעטער דאס לאנד פארמאגט באלד מיליאן איינוואוינער בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט באן וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין אי יו נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע נאך די פארייניקטע שטאטן איז דייטשלאנד די צווייט מערסט פאלק אימיגראציע ציל אין דער וועלט דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע אן גרענעצן און האט אדאפטירט די איירא די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע אום דורכאויס די היסטאריע האבן זיך פארשידענע גרופעס פאראייניגט אין די מוניציפאליטיס וועלכע זענען היינט דייטשלאנד מיט די יארן האבן זיי געגרינדעט אן ארמיי און אנגעהויבן אויפשטעלן א לאנד רוב טיילן פון דייטשלאנד האבן דעמאלט באלאנגט צו פראנקרייך וועלכע האט געשטיצט דעם פלאן און די שטעט האבן זיך פאראייניגט צו איין גרויסער פאראיין וועלכע איז געפירט געווארן אונטער פרייסן דאס מאדערנע דייטשלאנד עקזיסטירט נישט לאנג פון איז די טעריטאריע געווען די הייליגע רוימישע אימפעריע אום דעם טן יארהונדערט האט די אימפעריע איינגענומען צפון איטאליע און בורגונדי אנפאנגענדיג פון דעם טן יארהונדערט זענען כמעט אלע קייסערס פון דער אימפעריע געווען פון דער האפסבורג דינאסטיע פון עסטרייך אין האט דער קאנגרעס פון ווין אויפגעשטעלט דעם דייטשער בונד א קאנפעדעראציע פון שטאטן אין זענען די שטעט אונטער די פאראיין געווארן זעלבשטענדיק מיט דעם גרינדונג פון דערדייטשער אימפעריע דער פרעמיער מיניסטער איז געווען ביזמארק אין דער אנפאנג ער יארן איז דייטשלאנדס עקענאמיע שטארק געוואקסן און אירע פירער האבן געוואלט מער דאמינאץ אין אייראפע פירנדיג דאס לאנד צו דעם ערשטן וועלט קריג דייטשלאנד איז שטארק באזיגט געווארן אין וועלכע האט איבערגעלאזט א פאליטישע און עקענאמישע כאאס אין לאנד נאכן ערשטן וועלט קריג האט מען אויפגעשטעלט די דעמאקראטישע וויימאר רעפובליק אן אולטראנאציאנאליזם רעאקציע האט געגעבן קראפט פאר די נארוואס אויפגעקומענע נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי נאציזם וועלכע האט געווונען די מאכט אין מיט דעם ארכי מערדער אדאלף היטלער אלס קאנצלער אין האט אדאלף היטלער ימש איבערגעקערט די וויימאר רעפובליק ער האט זיך געמאכט פרעזידענט פון דער דריטע אימפעריע נאכן שטארבן פון פאן הינדענבורג היטלער האט אויפגעבויט א מעכטיקע ארמיי טראץ די סאנקציעס וואס האט געהאנגען אויף דייטשלאנד און אריינגעפירט דער וועלט אין דעם צווייטן וועלט קריג יאר שפעטער פון ווען ער איז געקומען צום מאכט אין ווען די דייטשער ארמיי האט זיך ארײנגעריסן אין פוילן אין האבן די אליאירטע כוחות פון בריטאניע פראנקרייך די פאראייניקטע שטאטן און די יו עס עס אר באזיגט דייטשלאנד און צעטיילט דאס לאנד צו זאנעס פון אקופאציע ווען די קריג צייטן אליאנץ פון די מערב לענדער און דער סאוועטן פארבאנד האט זיך אפגעהאקט אין די ערס איז די סאוועט זאנע פון מזרח דייטשלאנד געווארן קאמוניסטיש און באקאנט געווארן ווי דער דייטשער דעמאקראטישער רעפובליק דזשי די אר די אנדערע דריי מערב אקופירטע זאנעס האבן אין קאנטראסט זיך פאראייניקט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד עף אר דזשי די צוויי זייטן זענען שפעטער באקאנט געווארן ווי מזרח און מערב דייטשלאנד די הויפט שטאט בערלין איז אויך צעטיילט געווארן צווישן די מערב און מזרח קראפטן כאטש וואס זי געפינט זיך טיף אין מזרח דייטשלאנד אין איז מערב דייטשלאנד געווארן א גרינדער מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד די איינוואוינערס פון מזרח דייטשלאנד זענען געווען אומצופרידן פון די קאמוניסטישע אקופאציע און האבן אין ריזיגע גרופעס אנטלאפן צו דער מערב זייט זעענדיק אז זי בלייבט באלד אן א פאלק האט מזרח דייטשלאנד אויפגעבויט די היסטארישע בערלינער וואנט אין אפצוטיילן און איינשטעלן גרענעץ קאנטראל צווישן די צוויי זאנעס אז מער מזרח איינוואוינער זאלן נישט קענען אנטלויפן צו די דעמאקראטישע מערב טייל אין ווען די קאמוניסטישע ראלע אין אייראפע איז צוזאמענגעפאלן האט מען אראפגעברענגט די בערלין וואנט און מען האט אנגעהויבן צוריק פאראייניקן די צוויי זאנעס אין איז מזרח דייטשלאנד אפיציעל צוריק פאראייניקט געווארן מיט מערב דייטשלאנד אונטער די פירערשאפט פון דער מערב זייט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד טראץ איר צופרידנהייט פון די פאראייניקונג האט אבער דאס לאנד געליטן פון סאציאלע און עקענאמישע פראבלעמען ווען זי האט פרובירט איינצוזאפן מיליאנען נייע סיטיזענס אויסמישנדיג צוויי אנדערע קולטורס און אינסטיטוציעס נאכפאלגנדיג די סעפטעמבער דעם עלפטן אטאקעס אויף אמעריקע האט קאנצלער שראדער געשטיצט א ביל וועלכע האט געזאלט שיקן דייטשע טרופן צו העלפן אין אמעריקעס קאמף קעגן טעראריזם צו קענען געווינען זיין ביל אויך אין דער גרינע פארטיי האט שראדער געפרואווט זיין ביל אין א שטימע פון קאנפידענץ וואו עס איז גרינג דורכגעגאנגען מיט ן איינשטעלן די טרופן אין אפגאניסטאן איז עס געווארן די ערשטע דייטשע אפעראציע אויסער אייראפע זינט דער צווייטער וועלט קריג דייטשלאנד ס וואקלדיגע עקאנאמיע איז אריין אין רעסעסיע אין אנפאנג אלס רעזולטאט פון אן אלטוועלטליכע עקאנאמישע אפשוואכונג דער מצב איז געווארן זייער שווער ספעציעל ווען די אי יו האט געשיקט א ווארענונג צו דייטשלאנד אז איר בודזשעט דעפיציט האלט אט ביים איבערגיין פראצענט וועלכע איז פארבאטן לויטן מאסטריכט אפמאך פאר אדאפטירן די איירא וואלוטע שראדער איז ווידער ערוועלט געווארן אין די וואלן פון טראץ די אנגייענדיגע עקאנאמישע אפשוואכונג און הויכע ארבעטסלאזיקייט שראדערס שליסל צו זיין געווינס איז געקומען נאכדעם וואס די וועלט האט אנגעהויבן דיסקוסירן אמעריקע ס פלענער צו אטאקירן איראק שראדער ס עקסטרעמע שטעלונג האט אים געברענגט זייער אסאך שטיצע אינערהאלב דייטשלאנד און אויך איבער די וועלט זיין הארבע שטעלע האט אים טאקע געגעבן נאך א טערמין און אסאך שטיצע פון אלע זייטן אבער אויך די קריטיקיזם איז געווען גרויס פון די פאראייניגטע שטאטן און עטליכע נאטא מיטגלידע לענדער שראדער ס פאראייניגונג מיט די גרינע פארטיי האט זיך דאן ארויסגעשטעלט צו זיין סוקסעפול ווען די פארטיי האט באקומען פראצענט פון די שטימען און א דאנק דעם האט ער באקומען א זיצן מאיאריטעט אין די בונדסטאג אום מאי האט אנגעלא מערקל פון דעם קריסטלעכן דעמאקראטישן פאריין געוואונען די גרעסטע פראצענט אין די אלגעמיינע וואלן און נאך א קאאליציע מיט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי איז זי אנאנסירט געווארן אלס קאנצלער פון דייטשלאנד ווערנדיג די ערשטע קאנצלערין אין דייטשלאנד ס היסטאריע דייטשלאנד איז דאס טע גרעסטע לאנד אין אייראפע נאך אייראפעאישן רוסלאנד די טייל פון רוסלאנד נאך די ארעל בערג פראנקרייך און שפאניע אויף איר צפון זייט האט זי דער צפון ים דענמארק און דער באלטישער ים אויף מזרח גרעניצט זי זיך מיט פוילן און טשעכיי אויף מערב מיט פראנקרייך לוקסעמבורג בעלגיע און די נידערלאנדן האלאנד אויף דרום מיט עסטרייך און שווייץ דייטשלאנד מעסט זיך מייל קילאמעטער פון דרום צו צפון און מייל קילאמעטער פון מזרח צו מערב דייטשלאנד איז איינגעטיילט צו דריי הויפט נאטורליכע ראיאנען א נידעריק לאנד זאנע אין צפון העכער לאנד זאנע אין צענטער און א בערגיקע זאנע אין דרום רוב פון דייטשלאנדס טעריטאריע איז הויך און איר נידעריגסטע ארט איז די זעלבע הייך ווי דעם ים שטאפל די נידעריקע טיילן זענען טאקע ביי רוב ים ברעגעס ארום דאס לאנד טראץ וואס דאס לאנד איז הויך פארמאגט זי אבער נישט קיין עכט הויכע ערטער איר העכסטע ארט איז זאגספייץ וועלכע איז נישט מער ווי פיס מעטער הויך דייטשלאנד האט צוויי גרויסע וועלדער דער שווארצער וואלד אין דרום מערב און דער בייערישער וואלד ביים גרענעץ מיט טשעכיי דייטשלאנד פארמאגט אסאך טייכן און קאנאלן וועלכע האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין זיין אנטוויקלונג דער באקאנסטער טייך איז דער ריין וועלכע ציט זיך פון דער שווייץ ביז טיף אין מערב און פון האלאנד ביז אריין אין דעם צפון ים דער ריין טייך צוזאמען מיט זיינע בייטייכן די מיין מאזעל נעקאר און רוהר טייכן איז איינער פון די הויפט וואסער וועגן פאר אייראפע און ווערן גענוצט פאר אלע פראכט טראנספארט אין צענטראל אייראפע די אנדערע צוויי גרויסע טייכן אין דייטשלאנד זענען דער דוניי און די עלבע דייטשלאנד איז אמאל געווען א פארשטופט ארט צווישן געדיכטע וועלדער מיט די יארן איז עס אויסגעקלארט געווארן פאר אינדוסטריאלע געברויכן רוב פון די וועלדער וואס איז נאך פאראן אין לאנד זענען הילצערנע ביימער וועלכע וואלטן געקענט ארויסגעבן גוטע קוואליטעט פון האלץ אבער די רעגירונג גיט זייער אכטונג אויף דעם און ערלויבט נישט צו שניידן גארנישט דאס זעלבע איז מיט חיות און בהמות וועלכע איז אויך פאראן ווייניק א ערלויבעניש צו קענען פאנגען איז עקסטרעם טייער און ווייניק מענטשן ערלויבן זיך דאס אפילו די וואס האבן אן ערלויבעניש זענען זיי זייער באגרעניצט און מעגן נאר פאנגען הערשן און ענליכע חיות פון וועלכע עס איז פאראן גענוג א שטארקע סיבה צו דייטשלאנדס הצלחה אין איר אינדוסטריעלע עקענאמיע איז ווייל דאס לאנד איז פיל מיט קוילן און אייזן און זיי געפינען זיך איינע נעבן די אנדערע אין רוב פעלער דאס איז א געבענטשטע זאך פאר א לאנד ווייל די צוויי זאכן גייען אינאיינעם קוילן פאר ענערגיע צו אויסגראבן און בעארבעטען די אייזן מיט הונדערט יאר צוריק ווען טראנספארטאציע איז נאך נישט געווען אזוי שנעל האט דאס אויך אסאך אויסגעמאכט ווייל טראנספארטאציע האלט אפ די פארשריט פון פראדוקציע דייטשלאנדס עקענאמיע האט זיך אויפגעבויט אינעם טן יארהונדערט מיט די פראדוקציע פון אייזן און מיט די יארן מיט אלע ערליי מאשינערי וואס ווערן געמאכט פון אייזן דייטשלאנד האט א נארמאלער קלימאט מיט קאלטע ווינטערס און ווארימע זומערס די געגנטן ארום דעם ריין טייך איז ווארימער צוליב די ווארימע שטראם וואס וועפט אויס פון טייך אין דרום וואו עס איז מער בערגיק איז פיל קעלטער ספעציעל אויף די אלפן בערג וואו עס איז פאראן שניי רוב טייל פונעם יאר דייטשלאנד איז אראפגעשטעלט צווישן אנדערע אינדוסטריאלע לענדער וועלכע ס פארפעסטיקונג קומט אריין קיין דייטשלאנד דורך די ווינט און רעגן און דורך די וואסערן אויך יעדער זומער קומט אריין א שטארקע פאלוציע דורך די מיליאנען אויטאמאבילן וועלכע פארן אדורך צו אלע ארומיקע לענדער וויבאלד דייטשלאנד איז אין צענטער פון אייראפע אפילו אן די אלע זאכן איז זי זייער אן אנגעשטעקטע לאנד צוליב איר מאסיווע אינדוסטריאלע פראדוקציע און גרויסע צאל אויטאמאבילן אחוץ די אלע זאכן האט דייטשלאנד א שווערע פראבלעם וואס צו טאן מיט אירע מיסט ווייל איר טעריטאריע און וואסערן זענען באגרעניצט און זענען צו ווייניק פאר די אפפאל פון אזא ריזיקע פראדוקציע די דייטשע רעגירונג פלאגט זיך שטארק מיט דעם פראבלעם אבער מיט דער צייט וועט עס נאר ערגער און ערגער ווייל די אלע אפפאל פארפעסטעט די לופט נאך מער דייטשלאנד האט אויך אסאך געליטן פון די טשערנאבל אויפרייס אין דעם סאוועטן פארבאנד ווען נוקלעארע שטראלן האבן דעגרייכט אירע האפענס אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז די פארפעסטיקונג פיל ערגער געווארן אין מזרח דייטשלאנד ווייל די ארטיקע קאמוניסטישע פירערשאפט האט גאנץ ווייניק אינטערעסירט די סביבה און די וואוילזיין פון אירע איינוואוינער מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מאכן כעמיקאלן וועלכע פארלאנגן ספעצילע רעגולאציעס עס זאל נישט ארויסלאזן צופיל שעדליכע אפפאל ווי געזאגט האט די קאמוניסטישע פירערשאפט דאס נישט אינטערעסירט און עס האט מיט די יארן געברענגט אן ערנסטע געזונטהייט פראבלעם ווען טייל מענטשן האבן אנגעהויבן צו ליידן פון קראנקייטן פון דער אטעם סיסטעם די מערב דייטשלאנד רעגירונג האט פארפירט און געבעטן די מזרח רעגירונג צו טאן עפעס דערוועגן אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן נאך די סאוועט צוזאמענפאל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוריק פאראייניקט געווארן האט די רעגירונג אויסגעגעבן א וועלט מיט געלט צו רייניקן די לופט אין די מזרח שטעט דייטשלאנד האט די אלע יארן זינט איר גרינדונג געהאט די ענווייראמענט אלס איינע פון אירע ערשטע פריאריטיס במשך די יארן האט זי דעוועלאפט פארשידענע מאסנאמען צו קאנטראלירן די ענווייראמענט אנגעהויבן פון די פראדוקציע פון עסן ביז די פראדוקציע פון אויטאס די איינוואוינער פון דייטשלאנד זענען שטענדיג געווען באזארגט איבער די ענווייראמענטאלע מצב אין לאנד און האבן דאס שטענדיג געמאכט אלס א פאליטישע אישו צו וועלכע די פאליטישאנ ס האבן געמוזט צוזאגן צו טאן עפעס אין די ער יארן האט זיך געגרינדעט די גרינע פארטיי וועמענ ס איינציגסטע ציל און הויפט אישו איז געווען די ענווייראמענט די אנדערע צוויי פאליטישע פארטייען האבן שטענדיג געמוזט פארשפרעכן נייע מאסנאמען אויס מורא פאר די גרינע פארטיי וועלכע האט געהאט אסאך שטיצע אין לאנד צוליב איר זארג פאר דער סביבה האט זיך במשך די לעצטע יאר אנטוויקלט א שטארקע אזויגערופענע עקא אינדוסטריע וועלכע האט זיך אפגעגעבן צו פראדוצירן און אויסטרעפן פארשידענע דיווייסעס וועלכע רייניגן און פארמינערן די אנגעשטעקטקייט אין די לופט די אינדוסטרי האט געברענגט אסאך נייע דזשאבס און האט אויפגעטאן זייער אסאך די דייטשע רעגירונג האט זיך שטענדיג פארבינדן אין אלע אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע אגרימענטס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך די מאדערניזירטע וועלט דייטשלאנד באשטייט זעכצן לענדער אזויווי אין אלע מאדרניזירטע לענדער איז דייטשלאנד ס באפעלקערונג געווארן עלטער אין די ער יארן דאס איז א רעזולטאט פון נידעריגערע געבורטס ראטעס און דאס איינשרינקן פון די פאמיליעס אין די ער יארן פלעגן זיין ריזיגע פאמיליעס פון ביז קינדער אבער היינט שטייט עס ביי מענטשן פער פאמיליע דורכשניטלעך אין צוגאב פארמערט זיך שטארק די איין עלטערן פאמיליעס און איין פערזאן הויזגעזונד א גרויסע צאל פון די דייטשע באפעלקערונג וואוינט אין אורבאן שטעט א צענזוס פון האט געוויזן אז דייטשע שטעט האבן געהאט איבער מענטשן און פון אירע מעטראפאלעסיס האבן געהאט מער ווי איינוואוינער דריי פון דייטשלאנדס פעדעראלע שטעט זענען שטאט שטאטן בערלין ברעמען און האמבורג בערלין איז די הויפט שטאט און די גרעסטע שטאט דייטשלאנדס באפעלקערונג געדיכטקייט איז דאס מערסטע אין צפון מערב וואו עס געפינען זיך די אלטע שטעט מיט שווערע אינדוסטריאלע פראדוקציע די ווייניקסטע געדיכטע ערטער איז אין מזרח וואו עס איז פאראן ווייניקער ביזנעס און איז בכלל געווארן אויסגעליידיגט במשך די יארן ווען די קאמוניסטן האבן איר געהאט אין קאנטראל דייטשלאנד האט ווייניג פרעמדע אין לאנד די ביסל עטנישע גרופעס וואס זי האט זענען די ווענד ס און דאנ ס וועלכע מאכן אויס גאר קליינע פראצענטן אין לאנד אויסער די עטנישע גרופעס זענען פאראן א שיינע צאל אויסערן איינוואוינער וועלכע מאכן אויס פראצענט פון די באפעלקערונג די גרעסטע אזא גרופע איז די טערקישע אבער עס איז אויך פאראן דארט א צאל מזרח אייראפעאישע פליטים און אויך אימיגראנטן פון לענדער אין די אייראפעאישע פאראיין ווי איטאליע שפאניע און גריכישע אלס א רעזולטאט פון באזיגט ווערן אין ביידע וועלט מלחמות האט דייטשלאנד פארלוירן אסאך גרויסע לאנד טעריטאריעס נאך די צווייטע וועלט קריג זענען מיליאנען עטנישע אנטלאפן פון דייטשלאנד צוליב די חורבן וואס האט דארט געהערשט פון אייראפע בכלל זענען אסאך עטנישע אנטלאפן צוליב די קריג אבער פון דיישטלאנד איז די צאל געווען דאס מערסטע מיט איבער מיליאן מענטשן וואס האבן פשוט איבערגעלאזט דייטשלאנד און זיך געגאנגען זוכן אן אנדער לאנד וואו צו וואוינען נאך מיליאן זענען אנטלאפן פון אונגארן יוגאסלאוויע רומעניע און נאך קלענערע לענדער א גרויסע טייל פון די אנטלאפענע זענען ערשט אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אבער זענען שפעטער צוריקגעקומען צו די מערב טייל פון לאנד וואו עס האט געהערשט א דעמאקראטישע רעגירונג א שטארקע אימיגראציע באוועגונג איז פארגעקומען אין די די ער ווען מערב דייטשלאנד ס עקענאמיע האט געבליעט מיט א שנעלן טעמפא און עס איז פשוט געווען א מאנגל פון מענטשן אין די ארבעט ס קראפט די דייטשע רעגירונג האט דעמאלט איינגעלאדענט א גרויסע צאל ארבייטער פון אירע ארומיגע שכינים צו קומען ארבעטן אין דייטשלאנד פאר א געוויסע צייט ביז ווילאנג די באפעלקערונג און לעיבאר וועט זיך אויסגלייכן מען מוז דא באמערקן אז דייטשלאנד האט פארלוירן אין די צווייטע וועלט קריג איבער צוויי מיליאן מענטשן וואס פון דעם איז די גרעסטע טייל געווען מענער אין די בעסטע ארבעט ס יארן וועלכע האבן געדינט אין די מיליטער אין די אנפאנג יארן איז די עקענאמיע אפגעשוואכט געווארן און די רעגירונג האט געזוכט פטור צו ווערן פון די טויזנטער פרעמדע ארבייטער און אויסגערופן אז זייער טערמין האט זיך געענדיגט און זיי מוזן פארלאזן דאס לאנד און זיך צוריקקערן צו זייערע לענדער עס האט ווייניג געהאלפן ווייל א גרויסע טייל פון די ארבעטער האבן במשך די יארן אריבערגעברענגט זייערע פאמיליעס צו געניסן פון דייטשלאנד ס וואוינונג סטאנדארטן און אירע וועלפעיר בענעפיטן דורכאויס די ער און ער יארן זענען אסאך אימיגראנטן אנגעקומען קיין דייטשלאנד פון די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער מענטשן פון קאזאקהסטאן אוקריינע רוסלאנד און רומעניע האבן געמאכט פליטה פון זייערע קאמוניסטישע רעגירונגן און זיך באזעצט אין דייטשלאנד וואו זיי האבן באקומען באלדיגע סיטיזענשיפ לויט ן דייטשן געזעץ אפילו אויב זיי האבן נישט געקענט די דייטשע שפראך אויך פון אנדערע פלעצער איז מען טיילמאל געקומען קיין דייטשלאנד לויטן דייטשן געזעץ אז קרבנות פון פאליטישע פארפאלגונגען מעגן אריינגענומען ווערן אין לאנד דורכאויס די ער יארן זענען הונדערטער טויזנטער פאליטישע געליטענע פון סרי לאנקא לבנון מערב אפריקע און נאך קלענערע לענדער אנגעקומען קיין דייטשלאנד צו געניסן אזיל רעכט די דייטשע איינוואוינער האט נישט צו שטארק געפאלן די אימיגראנטן און האבן געקעמפט קעגן זייערע רעכט וועלכע איז מיט זייער כוח פארמינערט געווארן כאטש זיי האבן באקומען אפיציעלע בירגערשאפט די אזיל רעכט אימיגראנטן האבן באקומען נאך ווייניגער רעכט און אין די לעצטע יאר האבן צוויי דריטל פון זיי אפגעטראגן פון דייטשלאנד די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון דייטשלאנד איז דייטש א אינדו אייראפעאישע שפראך די דייטשע שפראך האט צוויי אפיציעלע ווערסיעס א הויכע שפראך און א ביליגערע די ביליגערע שפראך ווערט גערעדט צווישן די מענטשן אויף די גאסן און די העכערע שפראך ווערט גענוצט דורך פראפעסיאנאלע מענטשן ביי רעדעס אדער אין געשריבענע דאקומענטן די איינוואוינערס פון אויסערן לענדער רעדן אויך זייערע אייגענע שפראכן די מערסטע געהערט פרעמדע שפראכן אין דייטשלאנד זענען טערקיש גריכיש איטאליעניש שפאניש און סערבא קראאטיש אלנפאלס לערנען אלע שטאטישע שולעס נאר די אפיציעלע דייטשע שפראך רעליגיע האט קיינמאל נישט פארנומען קיין גרויסע שטעלע און דייטשלאנד ס געזעלשאפט רוב דייטשע איינוואוינער זענען קאטויליקן אדער פראטעסטאנטן אבער גייען צו זייערע קירכעס נאך ווייניגער ווי די אמעריקאנער גלויביגע רעליגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל אין דייטשלאנד און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט דערויף אמאל פלעגן די דייטשן אפיציעל זיין ראמענישע קאטויליקן אבער אין די לעצטע יאר זענען זייער אסאך פון זיי געווארן פראטעסטאנטן די צוויי רעליגיעס זענען ממש האלב אויף האלב פראצענט פון די באפעלקערונג איז קאטויליש רוב דערפון פון דרום דייטשלאנד און פראצענט רוב פון צפון דייטשלאנד זענען פראטעסטאנטן פראצענט פון די דייטשע באפעלקערונג זענען מוסולמענער די דייטשע רעגירונג גיט פרייע ערציאונג פון יאר ביז יאר אלט בעפאר און נאך די יארן מוזן די עלטערן אליינס באצאלן די קאסטן פון פריוואטע סקולס בעפאר די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד האט די מערב דייטשע רעגירונג יא געגעבן לימיטירטע פרייע סקול פאר קינדערגארטן אבער נאך די פאראייניגונג האט זיך די פראגראם אנגעשטויסן אין פראבלעמען און זינט דעמאלט איז עס נאך אלץ נישט א טייל פון די רעגירונג ס פרייע פאבליק שולע סיסטעם די פאבליק סקול סיסטעם איז דארט איינגעטיילט אויף באזונדערע סיסטעמען צו יעדע שטאטישע רעגירונג רוב פון די רעגירונגן גייען אויפ ן זעלבן סיסטעם וועלכע פארמאגן א יונגערע און עלטערע הויך שולע וואו די סטודענטן מוזן באקומען אן אויסצייכענונג דעגרי צו קענען גיין אין קאלעדזש לויט די סטאטיסטיקס גראדואירן נאר פראצענט דייטשע סטודענטן די דייטשע ערציאונג ווערט באצייכנט אלס א געלונגענע און אסאך אויסערן סטודענטן קומען אהין לערנען אויף קורצע טערמינען א געווענליכע דייטשער סטודענט באקומט גוטע לעקציעס פאר וואורק שאפ ארבעט אין די יונגע יארן שפעטער קענען זיי זיך וועלן וועלכע פראגראמען זיי ווילן נעמען זינט די יארן האבן זיך די שולעס איבערגעפילט דריי מאל אזויפיל און די רעגירונג מוז שטענדיג צובויען פרישע שולעס דייטשלאנד האט א צאל אור אלטע קאלעדזש געביידעס אין היידעלבערג פרייבורג מינכן טובינגן און אין מארבורג די עקאנאמיע פון דייטשלאנד איז די גרעסטע אין אייראפע און די פערטע גרעסטע אין דער וועלט אין ריכטיג פאר איז דייטשלאנד דער גרעסטער עקספארטירער אין דער וועלט צוליב דער שטארקייט פונעם איירא די הויפט האנדל שותפים זענען פראנקרייך די פאראייניגטע שטאטן דאס פאראייניגטע קעניגרייך איטאליע און האלאנד איינער פון די שווערסטע פראבלעמען איז דאס ארבעטסלאזיקײט וואס איז געבליבן הויך און איז גורם א ירידה אין דעם נאכפרעג און דאס שטערט דאס געוואוקס פון דער עקאנאמיע ביזן היינטיגן טאג פעלט אין די ראיאנען וואס האבן געהערט צו מזרח דייטשלאנד א געהעריגן עקאנאמישן אינפראסטרוקטור אויפצושטעלן קליינע און מיטלמעסיגע געשעפטן צווישן די בארימטע מאטעמאטיקע וואס זענען געבוירן געווארן אין דייטשלאנד זענען קארל פרידריך גאוס דויד הילבערט בערנהארד רימאן גאטפריד לייבניץ קארל ווייערשטראס הערמאן ווייל און פעליקס קליין דייטשלאנד האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארטאציע סיסטעם אריינגערעכנט דער וועלט באוואוסטער אויטאסטראד וועלכע ווערט דארט אנגערופן די אויטאבאן עס איז אינגאנצן נישט פאראן קיין גיך לימיט אויף די אויטאבאנען און מען קען דארט זען אויטאס פארן גאר שנעל די איינציגסטע מיטל וואס פארלאנגזאמט דאס שנעל פארן איז די פילע בוי ארבעט וועלכע ווערט דארט געטאן איבערן זומער ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט האט די דייטשע רעגירונג געמוזט אינוועסטירן גרויסע געלטער איבערצומאכן די גאסן און שאסייען וועלכע איז שוין נישט געווען גערירט פון די ער יארן פאסאזשירן און פראכט באנען איז אויך א גרויסע טייל פון דייטשלאנד ס טראנספארטאציע און איז געווען די שליסל צו דייטשלאנד ס שנעל וואקסנדיגע עקענאמיע אלע רעילראודס האבן ביז אין באלאנגט און אפערירט געווארן דורך דער רעגירונג אבער היינט זענען זיי אלע פריוואטיזירט און באלאנגן צו עטליכע פירמעס די הויפט פאסאזשירן אייזנבעאן סיסטעמען אפערירן אונטער די פירמע בונדעסבאן און זענען שנעל צוג באנען וועלכע דעקן די גרויסע שטעט ווי האמבורג און מינכן פראנקפורט און דרעסדען און האנאווער און ברעמען דייטשלאנד ס פראכט ווערט אויך טראנספארטירט אויף אירע צענדליגער קאנאלן און וואסערוועגן וועלכע דעקן זייער גוט דאס לאנד די הויפט וואסער וועג איז די מיטללאנד קאנאל וועלכע איז באהאפטן מיט אסאך אנדערע קאנאלן דייטשלאנד פארמאגט אויך א גרויסע פייפליין סיסטעם וועלכע טראנספערירט אויל און נאטורליכע גאז לופט טראנספארטאציע פאר פאסאזשירן און פראכט ווערט סערווירט דורך עטליכע ערפארטן אריינגערעכנט די צוויי ריזיגע ערפארטן אין פראנקפורט און אין מינכן סך הכל האט דייטשלאנד ערפארטן פון וועלכע זענען גרויסע דייטשלאנד ס פרינציפאלע לופטליניע איז דייטשע לופטהאנזא וועלכע האט אמאל באלאנגט פאר דער רעגירונג אבער איז שוין היינט אויך אין פריוואטע הענט די דייטשע באפעלקערונג זענען גרויסע לייענער און שטארק אינפארמירטע מענטשן וועלכע געבן צו לייזן פאר טעגליכע צייטונגען וועלכע דרוקן מיליאן קאפיס פער טאג די הויפט צייטונגן זענען די פראנקפורטער אלגעמיין סודויטשע צייטונג די וועלט און די בערלין טעגשפיגל די הויפט וועכנטליכע צייטונגן זענען דער שפיגל און די צייט אלע מזרח דייטשע צייטונגן זענען אמאל געווען רעגירונג ס צייטונגן און זענען היינט אונטער די בעלות שאפט פון די גרויסע מידיא פירמעס וועלכע האבן זיי אפגעקויפט און איבערגעארבעט נאך די פאראייניגונג די טעלעפאן סיסטעם איז דארט פארגעשריטן אויפן העכסטן פארנעם און געפינט זיך אין אלע ווינקלען פון לאנד אן אויסנאם די טעלעפאן סיסטעם אפערירט אויף סאטעליט קאבל און מיקראכוואליע ראדיא נעצווערק מזרח דייטשלאנד האט אין אירע קאמוניסטישע צייטן נישט געהאט קיין אויטאמאטישע טעלעפאנען אין די הייזער נאר די רעגירונג ס ביוראס און דער פאליציי דעפארטמענט האט געהאט פארגעשריטענע טעלעפאן סיסטעמען אפילו נאך די פאראייניגונג איז די טעלעפאן קאמוניקאציע געבליבן שטארק צוריקגעבליבן ערשט אין די ער יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט דארט א נארמאלע סיסטעם אבער די אויסשפרייטונג פון נייע טעלעפאנען האט זיך שטאטליך צושפרייט נאך היינט צו טאג פארמאגן נישט א גרויסער טייל פון מזרח דייטשלאנד איינוואוינער געהעריגע טעלעפאנען ווי מיר האבן די הויפט טעלעפאן פירמע איז דויטשע טעלעקאם וועלכע פירט אן אלע נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע טעלעקאמוניקאציע געברויכן די פאסט סיסטעם איז דארט ווי אין אלע לענדער און ווערט אפערירט דורך דויטשע פאסט וועלכע איז די רעגירונג ס אייגנטום און דינט אלס סערוויס מער ווי פאר די געלט ווי אין אלע מאדערניזירטע לענדער דייטשלאנד ווערט צומאל גערופן דאס לאנד פון דיכטער און דענקער עס איז דאס געבורטסלאנד פון קאמפאזיטארן ווי בעטהאוון באך בראהמס און וואגנער דיכטער ווי געטע שילער און היינע פילאסאפן ווי לייבניץ קאנט העגל מארקס ענגלס ראזנצווייג שאפנהויער ניטשע מענדלסאן און היידעגער טעאלאגן ווי לוטער און שרייבער ווי עריך קאסטנר העסע און מאן די מוזיק אין דער דייטשישע שפראך שליסט איין א ברייטן אויסוואל פון סטילן דייטשע קלאסישע מוזיק איז פון די געוויינלעכסטע און מערסט אויסגעפירט אין דער וועלט די דייטשע קאמפאזיטארן זענען באוואוסט צווישן די פאפולערסטע קאמפאזיטארן אין דער היסטאריע פון מוזיק וואס זענען שטארק בארימט צווישן זיי יאהאן זעבאסטיאן באך לודוויג וואן בעטהאוון פראנץ שובערט יאהאנעס בראהמס און ריכארד וואגנער וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט געבוירן איןזאלצבורג היינט עסטרייך איז געווען אינצווישן די קאמפאזיטארן פון אפערע וואס האבן געשאפן די דייטשע אפערע אין עלעקטראנישער מוזיק קאמפאנירט דייטשלאנד איינער פון די חשובע וועלטלעכע צענטערן די ערשטע פיאנערן צווישן זיי שטאקהויזן און קראפטווערק האבן אוסגעטרעטן דעם וועג פאר דער פאפולאריזאציע פון די ער יארן נאך דעם צווייטן וועלט קריג ווען דייטשלאנד איז באזיגט געווארן דורך די אליאירטע כוחות איז איר לאנד צוטיילט געווארן צו פיר טיילן פאר די פיר גרויסמאכטן פראנקרייך בריטאניע די פאראייניגטע שטאטן און די יו עס עס אר עטליכע יאר שפעטער האבן פראנקרייך בריטאניע און די פאראייניגטע שטאטן צוזאמענגעשמאלצן זייערע אקופירטע טעריטאריעס צו איין גרויסער ראיאן ווען די סאוויעט פאראיין האט ווייטער אנגעהאלטן איר קאמוניסטישע רעגירונג אויף מזרח דייטשלאנד אין איז דער מזרח קאמוניסטישער טייל פאראייניגט געווארן מיט מערב דייטשלאנד אין מערב דייטשלאנד האט א קאונסיל צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער פון די לעגיסלאטורן פון די לענדער געמאכט די געזעצן און קאנסטיטוציע אין די ערשטע יארן נאך דער קריג יעדע באשלוס האט געמוזט באשטעטיגט ווערן דורך פראנקרייך בריטאניע און די פאראייניגטע שטאטן די קאנסטיטוציע איז עטליכע מאל געשטוישט געווארן מיט רשות פון די אליאירטע אויטאריטעטן ספעציעל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט אין די לעצטע יאר האט די דייטשע רעגירונג ארומגעטוישט איר קאנסטיטוציע און הויפט געזעצן צוליב די מיטגלידערשאפט און פארשטענדעניש אין דעם אייראפעישן פארבאנד די סארט פעדעראליזם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין דייטשלאנד איז געזעצט לויט דייטשע פעדעראלע טראדיציעס וועלכע איז אנדערש ווי די פעדעראלע סיסטעם אין די פאראייניגטע שטאטן די ערשטע און הויפט חילוק איז אז די לעגיסלאטור שטייט ביי די פעדעראלע שטאפל און די אנדמיניסטראטיווע און יוסטיץ קראפטן שטייען ביי די שטאט שטאפל יעדער שטאט האט אן ערוועלטע לעגיסלאטור וועלכע קלויבט אויס א מיניסטער פרעזידענט אדער פוירסט מעיאר ווי עס ווערט גערופן אין האמבורג און אין ברעמען צו סערווירן אלס טשיף עקזעקוטיוו די שטאט אסעמבליס האבן זייער ווייניג מאכט ווייל די דייטשע געזעץ טיילט צו די מאכט פאר די פעדעראלע לעגיסלאטור די איינציגסטע זאכן וואס די שטאט לעגיסלאטור טוט יא קאנטראלירן זענען ערציאונג און קולטוראלע פאליסיס און די פאליציי דעפארטמענט די פעדעראלע לעגיסלאטור איז די הויפט קערפערשאפט פון לאנד און זיי מאכן אלע פאליסיס אריינגערעכנט אויסערן פאליסיס א וויכטיגע טייל פון דער פעדעראלער רעגירונג איז די בונדעסראט קערפערשאפט פעדעראלע קאונסיל וועלכע איז די אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו פון די בונדעסלענדער רעגירונגען און האט דאס לעצטע ווארט אין קעגנגעזעצטע פראגעס צווישן לענדער און צווישן די לענדער און דער פעדעראלער רעגירונג דער בונדעסראט איז די העכערע הויז פון פארלאמענט אבער אירע מיטגלידער זענען לענדער מיניסטארן אדער ציווילע פירער די מיטגלידער ווערן נישט ערוועלט און ווערן געווענליך איינגעשטעלט דורך דער פעדעראלער רעגירונג צווישן דייטשלאנד ס שטאטן האבן די פיר גרעסטע נארד ריין וועסטפאליע נידער זאקסן און באדן ווירטמבורג דאס ווארט אין אלע פאליטיק די שטאטן און ראיאנען פון מזרח דייטשלאנד שפילן א קלענערע ראלע אין די לעגיסלאטור דייטשלאנד ס רעגירונג איז א פארלאמענטארישע רעגירונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעמיער מיניסטאר וועלכער ווערט אנגערופן דער קאנצלער דער קאנצלער ווערט ערוועלט דורך די נידעריגערע טיילן פון די רעגירונג דורך א קאאליציע פון פארטייען דער קאנצלער דארף זיך אויסוועלן א קאבינעט פון מיניסטארן פון אלע פארטייען אין די קאאליציע דאס דייטשע געזעץ גיט דעם קאנצלער די מאכט אויפצוציען און אפאווארפן נייע פלענער און אויך די איינשטעלונג פון די מיניסטארן די בונדסראט קען ארויסווארפן דעם קאנצלער דורך א שטימע נאר נאכדעם וואס זיי האבן שוין אויסגעוועלט א סוקסעסאר דער קאנצלער קען אויך באזייטיגט ווערן אויב די בונדסראט ווערט ווידער ערוועלט צוליב די שטארקייט פון די דייטשע פארטייען האט דייטשלאנד געהאט זייער ווייניג פאליטישע רעגירונג איבערקערענישן און אנגעהאלטן א סטאבילע רעגירונג פון מיטגלידער גערהארד שראדער איז דער היינטיגער קאנצלער זינט נאכ ן קאנצלער איז פאראן א פעדעראלע פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט פאר א פינף יעריגער טערמין דורך א שטימע פון די בונדעספארזאמלונג א רעגירונג ס קערפערשאפט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון בונדסראט און שטאט לעגיסלאטור מיטגלידער די פונקציעס פונעם פרעזידענט זענען נאר צערעמאניאלע ער באקומט אויסערן אמבאסאדארס און שטודירט און קוקט איבער די געזעצן אבער האט נישט די אויטאריטי צו מאכן פאליסי די פעדעראלע פארלאמענט באשטייט פון צוויי הויפט קערפערשאפטן וועלכע זענען די בונדסטאג און די בונדסראט די בונדסטאג באשטייט פון מיטגלידער ווערט ערוועלט דורך די באפעלקערונג פאר יעריגע טערמינען און קענען נישט אנהאלטן זייערע שטעלעס מער ווי איין טערמין אלע בירגער פון יאר און העכער קענען לעגאל שטימען צו ערוועלן די בונדסטאג מיטגלידער אין דעם אינטערעסאטן עלעקטראל שטימע האלב פון די בונדסטאג מיטגלידער ווערן ערוועלט דורך זייערע לאקאלע באפעלקערונגן איינער פער דיסטריקט דאס איבעריגע ווערן ערוועלט דורך א פראפארציאנאלע סיסטעם אין וועלכע די בעלאטס פארמאגן נאר די נעמען פון די פארטייען און נישט די קאנדידאטן זעלבסט א פארטיי מוז באקומען ווייניגסטענס פראצענט פון די שטימען צו קענען רעפרעזענטירן אין די בונדסטאג ווען די שטימען ווערן איבערגעציילט קען די רעגירונג נאך אלס אביסל ארומטוישן לויט די שטארקייט פון די פאפולערע שטימען אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו געווינען אן באקומען אויך די פאפולערע שטימען ווען אזא סיסטעם זאל זיין איינגעשטעלט אין אמעריקע וואלט על גאור געווען היינט פרעזידענט די בונדסראט באשטייט נאר פון מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך דייטשלאנד ס שטאט רעגירונגן רעפרעזענטאציע אין די בונדסראט איז צוטיילט לויט די גרויסקייט פון די באפעלקערונג רוב שטעט האבן אדער רעפרעזענטיוון און די גרויסע שטעט האבן ביז דער סיסטעם איז גאנץ א גוטער ווייל אפילו די קלענסטע שטעט האבן מינימום רעפרעזענטיוון וואס דאס גוט זיי מער מאכט וויפיל זיי האבן באמת און זענען נישט קיין מפיל קינדער ווי עס איז דער פאל אין די פאראייניגטע שטאטן די מאכט פון די קליינע שטעט איז גענוג שטארק צו קענען וועטאאירן א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט א צוויי דריטעל מאיאריטעט ווי א נייע געזעץ אדער טויש אין די קאנסטיטוציע די בונדסראט איז גענוג מאכטפול צו פארלאנגזאמען א ביל וואס ווערט געמאכט דורך די בונדסטאג אבער איז נישט בכוח דאס אינגאנצן אפצואווארפן אויסער ביי שטאט אישוס ווי זי האט יא די רעכט צו באזייטיגן וואס עס שמעקט איר נישט דייטשלאנדס יוסטיץ סיסטעם גייט נאך די ציווילע געזעץ וועלכע איז אויך באקאנט אלס די ראמענישע געזעץ פראצעדור און ארגאניזאציע דאס איז אנדערש ווי די קאמען געזעץ סיסטעם וואס איז איינגעפירט אין בריטען אדער אין די פאראייניקטע שטאטן די ריכטער שפילן דארט א מער אקטיוויסטישע ראלע און די אדוואקאטן שפילן א קלענערע ראלע ווי אין די אמעריקאנער געריכט הייזער ביי א געוויינטלעכע משפט אין דייטשלאנד זענען פאראן עטלעכע ריכטער פון וועלכע איינער האט שוין פון פריער איבערגעארבעט דעם עפיזאד און באשלאסן אויב עס זאל בכלל זיין א משפט בעת דעם געריכט טוען די עטלעכע ריכטער אנדערע פליכטן און פאראייניקן זיך שפעטער אויף אן אורטייל די ריכטער ווערן דערוויילט דורך די שטאט מיניסטארן און האבן לאנגע טערמינען דער געריכט סיסטעם איז צעטיילט איבער דעם גאנצן לאנד מיט ציווילע קרימינאלע אדמיניסטראטיווע פינאנציעלע און ארבעטער געריכטן יעדע שטאט פארמאגט א הויכע געריכט און איין פעדעראלע געריכט אויסער די ארגינעלע געריכט איז פאראן א באזונדערע פעדעראלע געריכט וועלכע באהנדלט קאנסטיטוציאנאלע אויסגאנגן די געריכט פאלגט נישט נאך די ראמען געזעצן נאר די דייטשע יסודותדיקע געזעצן אירע ריכטער ווערן דערוויילט דורך א צוויי דריטל מאיאריטעט פון די בונדסטאג און בונדסראט עטליכע פאליטישע פארטייען ווערן רעפרעזענטירט אין די בונדסטאג די הויפט פארטיי איז די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי עס פי די וועלכע איז דייטשלאנד ס עלטסטע פארטיי וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן אין די פארטיי איז ארגינעל באשטאנען פון סאציאלע ארבייטער וועלכע האבן געזוכט רעכט אין לעיבאר אבער איז מיט דער צייט געווארן די הויפט אפיציעלע פארטיי פון לאנד רעפרעזענטירנדיג אלע האנדל יוניאנס און פובליק ארבייטער די פארטיי האט במשך איר עקזיסטענץ געקעמפט פאר עקענאמישע רעפארמען ענווייראמענטאלע זארג פרויען רעכט און די רעכט פון אזיל רעכט זיכער אין האט דער דייטשער קאנצלער גערהארד שראדער פארגעזסן אן אזויגערופענע רויט גרין קאאליציע צווישן די עס די פי און די גרינע פארטיי די גרינע פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין און האט באקומען אסאך נייע שטיצע זינט דעמאלט די פארטיי שטיצט ענווייראמעטאליזם פרויען רעכט און פאסיפיזם כאטש די פארטיי ס קאמפ פאר די ענווייראמענט האט זי אבער באקומען ווייניג שטיצע אין מזרח דייטשלאנד און האט זיך פאראייניגט פון די פעדערעישן פארטיי א פארטיי וועלכע איז געבוירן געווארן אין מזרח דייטשלאנד דורך מענטשן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט קעגן קאמוניזם די צווייטע גרעסטע פארטיי און אפיציעלע אפאזיציע איז די קאנסערוואטיוע קריסטיען יוניאן סי די יו וועלכע איז נאנט פארבינדן מיט די קריסטיען סאציאלע יוניאן סי עס יו פארטיי די צוויי פארטייען זענען שטנעדיג געשטאנען צוזאמען ביי יעדע אישו אבער זענען ווייטער פארבליבן צוויי אנדערע פארטייען די סי די יו עס סי יו האבן קאנטראלירט די רעגירונג צווישן און דורכאויס יענע טערמין האבן די צוויי פארטייען געהאט א קאאליציע מיט די פרייע דעמאקראטישע פארטיי עף די פי איבער די פאראייניגונג אישוס אין און אין די סי די יו עס סי יו פארטייען זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין דורך דעם דעמאלטדיגן קאנצלער העלמאט קאהל די פארטייען זענען קאנסערוואטיוו אין עקענאמישע און סאציאלע פראגעס איין אויסנאם וועלכע די פארטייען האבן שטענדיג געשטיצט איז וועלפעיר די פארטייען פארמאגן די קאטוילישע און פראטעסטאנטן גלויביגע און פארמער די עף די פי איז אויך געגרינדעט געווארן אינעם זעלבן יאר און האט אנגענומען שטארק ליבעראלע מיינונגן די פארטיי האט א גרויסע טייל פון פראפעסיאנאלע ביזנעסלייט נאך א פארטיי אין די בונדסראט איז די פארטיי אוו דעמאקראטיק סאציאליזם פי די עס די סוקסעסאר פון די קאמוניסטישע פארטיי פון מזרח דייטשלאנד די פארטיי האט שטיצער נאר אין מזרח דייטשלאנד וואו זי רעפרעזענטירט אירע סיטיזענס עס זענען פאראן נאך פארטייען וועלכע האבן קיינמאל נישט אנגעצויגן גענוג שטיצע צו קענען רעפרעזענטירט ווערן אין די בונדסראט דייטשלאנד האט איינע פון די מערסט פולשטענדיגע און ברייטהארציגע סיסטעמען פון געזונטהייט אלטע דיסעביליטעט און ארבעטסלאזיקייט אינשורענס אין די וועלט א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג געניסט פון וועלפעיר וועלכע נעמט אריין קינדער שטיצע פובליק האוזינג און וועטארען הילף די וועלפעיר קאסטן מאכן אויס א דריטל פון די בודזשעט העלט קעיר און פענסיע איז אויך דארט זייער גיביג אבער עס ווענדט זיך שוין אויף די פירמע וואו דער מענטש ארבעט די גרעסטע טייל פירמעס געבן אויסערגעווענליכע גוטע בענעפיטן מיט פעטע פענסיע און העלט קעיר אינשורענס אין די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט דאס פאלק גענאסן פון נאכמער בענעפיטן וועלכע האט אריינגערעכנט געלט פאר רענט עסן און טראנספארטאציע פענסיע איז אבער געווען אין די קליינע ציפערן מיט שווערע געזעצן ארום ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט האט די מערב רעגירונג געהעכערט אירע פענסיע פלענער אבער די סיטיזענס האבן זיך מיט איינמאל געטראפן אן קיים שום הילף א דורכשניטליכער ארבייטער אין דייטשלאנד באקומט פראצענט פון זיין לעצטע פארדינסט פאר פענסיע דאס איז איינע פון די העכסטע ראטעס אין די וועלט פארשטייט זיך אז פאר די בענעפיטן צאלט דאס לאנד גאר הויכע שטייערן זינט איז מערב דייטשלאנד ס אויסערן זיכערהייט פארבינדן געווארן צו נאטא נארט אמעריקן טריטי ארגאניזאציע מזרח דייטשלאנד איז ענליך געווען פארבינדן צו די ווארשע פאקט ביז אפילו אין פרידנס צייטן זענען אלע הויפט אפטיילונגן פון די דייטשע ארמיי און עיר פארס געווען צוגעטיילט צו נאטא ס אפעראציע קאמאנדן נישט איבעלאזנדיג קיין שום אפגעזונדערטע ארמיי אונטער דייטשלאנד ס קאמאנד אין האט דייטשלאנד געווינען די רעכט אויפצושטעלן אן אייגענע ארמיי אונטער זייער אייגענע קאמאנד מיט די תנאים אז די ארמיי מעג נישט האבן מער ווי טרופן און מעגן נישט פארשן און פראדוצירן כעמישע ביאלאגישע און נוקלעארע וואפן בעפאר די ארמיי ס זעלבשטענדיקייט איז די נאטא ארמיי באשטאנען פון טרופן אין מערב דייטשלאנד און נאך אין מזרח דייטשלאנד דאס טייטש אז דאס מיליטער איז געשניטן געווארן צו האלב די מזרח דייטשלאנד טרופן זענען אריבערגערופן געווארן צו די נייע פאראייניגטע מיליטער וועלכע ווערט אנגערופן די בונדסוועהר פעדעראלע ארמיי צוויי דריטל פון די בונדסוועהר באשטייט פון ארמיי אפטיילונגן און די אנדערע דריטל זענען די עיר פארס אין נעיווי אפטיילונגן מער ווי העלפט פון די ארמיי פערסאנעל זענען פולשטענדיגע וואלונטירן און די צווייטע העלפט זענען פארפליכטעטע וועלכע ווערן געהאלטן פאר א מינימום פון מאנאטן יעדער סיטיזן פון יאר און העכער מוז דארט געזעצליך אריינגיין אין מיליטער אבער וויבאלד די צאל ארמיי פערסאנעל וואס די דייטשע ארמיי מעג האבן איז נידעריג און עס זענען פאראן צופיל יונגע מענטשן האט די רעגירונג ערלויבט די יונגע זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דורך אננעמען ציווילע סערוויס פאר יאר ווי שפיטאל סערוויס אלטע היימען און אנדערע ציווילע סערוויסעס נאך די באזיג אויף די דייטשן אין די צווייטע וועלט קריג זענען איינגעשטעלט געווארן אסאך געזעצן צו רעדוצירן די מאכט פון די דייטשע מיליטער די אפיצירן און סאלדאטן זענען אנגעזאגט געווארן צו זיין סיטיזענס אין יוניפארם וועלכע זענען גרייט צו דינען ווען אימער דאס געזעץ האט באפוילן אז די מיליטער זאל האבן א ציווילע קאנטראל אין פרידנס צייטן און רעגירונג קאנטראל אין קריגס צייטן דאס מיליטער ווערט טאקע היינט קאנטראלירט דורך דעם דעפענס מיניסטער און אויב מען דעקלערט א שטאט אוו דעפענס גייט די קאנטראל אויטאמאטיש אריבער צו דער רעגירונג מיט דעם קאנצלער אלס קאמאנדיר אין טשיף די בודזשעט פון דאס מיליטער ווערט קאנטראלירט דורך די בונדסראט וועלכע קוקט אויך איבער די ארגאניזאציע און פראצעדור פון די מיליטער דייטשלאנד האט זיך צוגעוואוינט צו די אנוועזנהייט פון אויסערן מיליטערישע כוחות זינט זי איז באזיגט געווארן אין די צווייטע וועלט קריג אין די ערשטע יארן נאך די קריג איז דייטשלאנד קאנטראלירט געווארן דורך אמעריקאנער און סאוויעטישע טרופן צוטיילט צו מזרח און מערב דייטשלאנד ביידע זייטן האבן אנגעהאלטן מיליטערישע באזעס מיט אלע מיליטערישע געצייגט און עקוויפמענט אריינגערעכנט נוקלעארע מיסילס נאך בעפאר די דייטשע ארמיי האט זיך צוריק געגרינדעט אין האבן שוין די אויסערן לענדער אנגעהויבן ארויסציען אירע טרופן איבערלאזנדיג די אמעריקאנער אליינס מיט טרופן די סאוויעטן האבן צוביסלעך ארויסגעצויגן זייער ארמיי ביז אין ווען די לעצטע גרופע סאוויעטישע טרופן האבן פארלאזט דאס לאנד לויט אלע עקספערטן האט זיך די דייטשע געזעלשאפט אינגאנצן געענדערט פון נאך דעם צווייטן וועלט קריג בעפאר דעם וועלט קריג זענען די דייטשן געווען מער פארביסן צוליב זייער אונטערדרוקטקייט פון די סאנקציעס וועלכע זענען אויף איר געלעגן היינט לעבן זיי זייער א רואיג לעבן נוסח אייראפע און זענען נישט קיין פאריאגטע מענטשן כאטש זיי וואוינען און ארבעטן אין העכסט פארנומענע אורבאן שטעט מיט שווערער אינדוסטריאלער פראדוקציע די דייטשע מענטשן האבן בטבע שטארק ליב פיזיקאלע אקטיוויטעטן בעיקר אינדורויסן אונטער דעם הימל די דייטשע זענען אויך באקאנט אלס גרויסע פרעסער זיי גלייכן אלע ערליי קעז און שווער פלייש זיי פראדוצירן זייער גוט וויין און ביר וועלכע זענען באוואוסט און ווערן געשיקט איבער דער גאנצער וועלט ווי אלע אנדערע מאדערניזירטע לענדער האבן די דארפישע איינוואוינערס געטוישט זייער גאנצע לעבנ ס סטיל זינט אויטאמאבילן איז געווארן אויפגעכאפט און זיי האבן געקענט אנקומען איבעראל די געבורט ס ראטע איז שטארק געפאלן און מער פרויען נעמען אן פול טיים אדער פארט טיים ארבעט דייטשלאנד ס געבורט ראטע שטייט היינט ביי קינדער פער פרוי דאס איז א שטארקע טראסק פון קינדער פער פרוי פאר יאר צוריק דאס געוועזענע מזרח דייטשלאנד שטייט נאך היינט אויף א נידעריגערער עקענאמיע און וואוין סטאנדארטן שטאפלן די לאנד פאראייניגונג האט זיי טאקע געגעבן פרייהייט אבער אסאך האבן נישט געקענט פארנעמען די פארנומענע און קאכנדיגע עקענאמיע וועלכע האט זיך אויסגעפארעמט אלס א ערשט קלאסיגע קאפיטיליסטישע מארקעט עקענאמיע די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט נאך אלץ נידעריגערע געהאלט שטאפלן און סאך א שוואכערע וואוינונג סטאנדארט די דייטשע רעגירונג אינוועסטירט אסאך געלט אויפצובויען איר מזרח טייל פון לאנד די רעגירונג לייגט דארט אריין יעדעס יאר פרישע שאסייען טראנספארט קאמוניקאציע און באהויזונג א שווערע פראבלעם וואס פלאגט נאך היינט דער ראיאן איז א הויכע ארבעטלאזיגקייט ראטע וועלכע האט זיך אנגעהויבן נאך די פאראייניגונג ווען רוב ביזנעסער זענען פריוואטיזירט געווארן דייטשלאנד האט אסאך סאציאלע פראבלעמען כאטש זייער א קליינע פראצענט איינוואוינערס לעבן אין ארימקייט די קרימינאל שטאפלן זענען פיל נידעריגער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן און אויך אויף וואפן איז פאראן א בעסערע קאנטראל אבער פונדעסטוועגן ליידט דאס לאנד פון אסאך קלענערע פארברעכן ווי דראגס גניבות אלקהאליזם וואנדאליזם און סתם געוואלדטאטן וועלכע האבן שוין מערערע מאל איבערגעדרייט דאס לאנד און איז פיל מאל א שטארקע פאליטישע אישו אין די לעצטע יאר האבן זיך פשוט ע גניבות פיל געמערט אין די ביזנעס געגענטער און דייטשלאנד איז געווארן באוואוסט צו ליידן פון דעם פראבלעם אין די אנפאנג יארן האט דייטשלאנד געליטן פון ווילדע פארברעכן און דעמאנסטראציעס וועלכע האבן איבערגעדרייט דאס לאנד און געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון די אינטערנאציאנאלע מידיא די פראבלעמען זענען אנטשטאנען צווישן די יונגווארג ווען די פלוס פון אימיגראציע האט א רייע פראבלעמען ווי שטייער העכערונגן בודזשעט דעפעציטן א מאנגל אין האויזינג און פארמערטע פארברעכן דאס דייטשע פאלק האט באשולדיגט די אימיגראנטן און אויסערן איינוואוינער און האבן זיי פרובירט צו אונטערדרוקן לעגאל און אומלעגאל די סיטואציע איז געווען אזוי שלעכט אז עס האט אויסגעקוקט אז די נאצישע באוועגונג גייט צוריק אויפלעבן די דייטשע רעגירונג האט דאס גענומען זייער ערנסט און געבארגט שווערע געלטער וועלכע זי האט אינוועסטירט אין סאציאלע געברויכן די שווערע צייטן זענען שנעל אריבערגעגאנגן ווען א גרויסע טייל פון די אימיגראנטן און אזיל רעכט איינוואוינער האבן פארלאזט דאס לאנד זייענדיג באזארגט איבער זייערע בענעפיטן דייטשלאנד זענען פון די איינציגסטע אייראפעאישע לענדער ווי אידן האבן שוין געוואוינט פון נאכ ן חורבן בית המקדש אין האט מען געפינען א אידישע בית החיים אין די שטאט קאלאגן אויף וועלכע סייענטיסטן האבן עס געשאצט צו זיין פון די יארן למספרם וואס מיינט באלד יאר צוריק אין יענע צייטן האבן די רוימען נאך געהערשט אין גאנץ אייראפע און זענען ווארשיינליך געווען די פירער אויך אויף די עווענטועלע דייטשלאנד קיין סאך מער פון יענע צייטן ווייסט מען נישט די ערשטע צייטן פון וועלכע מען ווייסט אפיציעל איז געווען יאר שפעטער ווען די קריסטן האבן אנגעהויבן באזעצן אייראפע לויט דאקומענטן פון יענע צייטן זעט מען אז די אידן האבן געוואוינט ארום דעם ראיהן טייך און האבן גענאסן פון אלע פריווילעגיעס גארנישט אנדערש ווי די רוימישע די אידן האבן געהאט זייער א גוטע תקופה אין דייטשלאנד פאר זייער א לאנגע צייט און זענען געווען געשעצט צווישן די גוים אויף אזוי ווייט אז הונדערטער גוים האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען די אידישע גלויבן אידן אין דייטשלאנד האבן אלע יארן געהאט גרויסע ביזנעסער און זענען געווען א טייל פון די דיישטע עקאנאמיע דאס האט טאקע שפעטער געברענגט אנטיסעמיטיזם און די האלאקאסט די אידישע ביזנעסער גייען נאך צוריק אין יענע צייטן ווען רוב פון די סאסייאיטי האבן געהאנדלט מיט פארמינג אדער קונסט ווערק די אידן זענען געווען מער פארגעשריטן ווי די קריסטן און האבן געגרינדעט די אשכנזישע וועלט די אשכנזים זענען געווען ווי א גרופע פון אידן אין דייטשלאנד און ארום וועלכע זענען זיך צוזאמענגעקומען יעדע עטליכע יאר צו דיסקוסירן אידישקייט און ביזנעס דאס האט זיי געגעבן א געלעגנהייט צו זען וואס אנדערע טוען און פארשטייט זיך געברענגט מער האנדל קיין דייטשלאנד די יארן צווישן און איז אנגערופן געווארן די גאלדענע יארן צוליב די רואיגע יארן וואס די אידן האבן געהאט און זייער סוקסעס אין ביזנעס אין יענע יארן האט רבינו גרשם געעפענט זיין באוואוסטע ישיבה אין מינס וועלכע האט באלד ג שמ ט מיט איר נאמען און צוזאמענגעברענגט תלמידים פון ווייט אוועק די ישיבה איז געווען געשעצט און באוואוסט אין גאנץ אייראפע און האט ארויסגעגעבן תורה ריזן אריינגערעכנט רשי הקדוש וועלכער האט פארפאסט זיינע חידושים אויף די גמרא און אזוי צוריק געברענגט א געוואלדיגע חשק ביים אידענטום צו לערנען גמרא און משניות די רעספעקט פאר רשי איז באקאנט אין די אידישע היסטאריע אז אפילו די גוים זענען זיך צוזאמענגעקומען צו זען זיין הימלישע צורה די גאלדענע יארן האבן זיך געענדיגט פאר די אייראפעאישע אידן אין נאוועמבער ווען דער קריסטליכער פויבסט אורבאן דער צווייטער האט געוואוינט אין פראנקרייך האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר אלע קריסטן צו באפרייען ירושלים פון די טערקישע מוסולמענער וועלכע האבן אפגעשפארט די טויערן פון די שטאט און נישט אריינגעלאזט די קריסטן דעם פויבסט באפעל האט געגרינדעט די טרויעריג באוואוסטע קרייץ ציגלער וועלכע האבן זיך צוזאמענגענומען וואו א מיליטער און מארשירט קיין ירושלים ווען אויפ ן וועג האבן זיי אויסגעפירט די גרויליגסטע רציחות מיט די גרינדונג פון די קרייץ ציגלער האט די אייראפעאישע אידישע לעבן איבערגעמישט א בלעטל און עס האבן זיך אנגעהויבן א רייע צרות און אנטיסעמיטיזם די קרייץ ציגלער האבן באשולדיגט די אידן אלס שטיצער צו די מוסולמענער און האבן אויסגע שחט ן גאנצע קהילות און שטעט די גאלדענע אידישע קהילות זענען אינגאנצן פארניכטעט געווארן און אידן זענען געווארן נע ונד אין די שטאט מינס אליינס האבן די קרייץ ציגלער אויסגע הרג ט אידישע נפשות אין איין טאג און עטליכע שולן זענען פארברענט געווארן דער פויבסט האט עטליכע מאל פארדאמט די אטאקעס אבער עס איז נאר געווען געזאגט למעשה האט ער גארנישט געטאן צו באשטראפן די באשולדיגטע וואס האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די קרייץ ציגלער אנצוגיין מיט זייערע רציחות די קרייץ ציגלער האבן אנגעהאלטן אסאך יארן און עס זענען געווען קרייץ ציגלער גרופעס קיין איינע איז נישט געווען ווי די ערשטע וועלכע האבן אנגעמאכט די גרעסטע חורבנות דאס אידישע לעבן איז שוין מער קיינמאל נישט צוריק געקומען צו די שטאפלען ווי זי האט געהאלטן בעפאר די קרייץ ציגלער דאס לעבן איז געטוישט געווארן אינגאנצן און אנטיסעמיטיזם האט געוואקסן מער און מער א גרויסע טייל פון די צובראכענע אידן וועלכע זענען נעבעך געבליבן אן גארנישט האבן געהאט אוועקגעלייגט אסאך געלט און האבן אנגעהויבן מאכן ביזנעס דורך בארגן געלט די קריסטליכע שכינים זענען אבער געווען פארהאסט קעגן די אידן און האבן אין טייל פעלער ענדערש אומגעברענגט דעם אידישן לייער ווי צו באצאלן מיט וואס א יאר שפעטער איז דער מצב מיט די אידן געווארן ערגער אפגערעדט פון דעם אז זיי האבן מער נישט געקענט געניסן פון אלע פריווילעגיעס האט מען אין טייל ערטער געצווינגן די אידישע באפעקערונג צו וואוינען אין איין געגענט וועלכע ווערט אנגערופן א געטא די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א טויער און דער הויפט עפענונג איז געווען פארמאכט שטונדן אונטער א שווערע וואך א איד האט נאר געמעגט ארויסגיין פון די געטא צוליב א סיבה ווי למשל באזוכן א דאקטער קויפן עפעס אדער פאר ביזנעס צוועקן כדי צו קענען פארלאזן די געטא האט מען געמוזט באקומען אן ערלויבעניש עס זענען איינגעשטעלט געווארן שתדלנים אין אלע געטאס וועלכע זענען געווען די רעפרעזענטירער פון די אידישע באפעלקערונגן און האבן געהאלפן צושטעלן וואס מעגליכע געברויכן אין יענע צייטן האט זיך די אידישע שפראך אויפגעארבעט ווען די אידן האבן געוואלט רעדן אן אנדערע שפראך וועלכע די קריסטן וועלן נישט פארשטיין די נייע דעטאלן פון די אידישע שפראך איז ארומגעגאנגן פון געטא צו געטא און אזוי געווארן א מושלמ דיגע שפראך וועלכע מען האט ווייטער אויסגעלערנט פאר די קינדער אויך די פאלגנדע יאר נאך די קרייץ ציגלער זענען געווען ביטערע פאר די אידן די קאטוילישע קירכע האט איינגעשטעלט די אזויגערופענע אינקוויזיציע וועלכע האט פארהאסט אלע ערליי וועלטליכע און רעליגיע משפיעים אריינגערעכנט געלערנטע גוים וועלכע האבן שטודירט סייענס און אנדערע זאכן די קאטאליקן האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן זיך אויסלערנען צופיל חכמות און האבן אויסגע הרג ט אלע וויסנשאפטלער און להבדיל רבנים און תלמידי חכמים אין יענע יארן האט זיך אויך אנגעהויבן די טרויעריג בארימטע בלוט בילבולם אין וועלכע די אידן זענען אנגעקלאגט געווארן פאר ן נוצן גוי אישע בלוט פאר מצות די בלוט בילבולים האבן אנגעהאלטן ביז טיף אריין אין די רעפארמאציע יארן און האט זיך נאך געמאכט דא און דארט ביז ממש הארט בעפאר דעם וועלט קריג אידישע געמיינדעס האבן נישט געהאט קיין מנוחה אין ערגעץ און האבן זיך שטענדיג גערירט פון איין ארט צום צווייטן ביז ווען אויך אינעם צווייטן האט מען שוין געמוזט אוועקגיין צוליב צרות אין יעדע שטאט אדער דארף וואו אידן זענען אלץ אנגעקומען האבן די ארטיגע פריצים און הערשער זיי געגעבן געוויסע רעכט און זיכערהייט נאכדעם וואס מען האט אויף זיי ארויפגעלייגט הויכע שטייען כאטש מען האט פיינט געהאט אידן די אלע יארן האט מען אבער געברויכט אנקומען צו זיי ווען עס איז געקומען צו ביזנעס די אידן זענען געווען פון די בעסטע האנדלער אין טייל שטעט האט מען זיי ווארים אויפגענומען און זיי צוגעשטעלט פרנסה ס אבער איינמאל די ביזנעס אין יענע שטאט איז שוין געווען אויפגעארבעט און די אידן האבן מער נישט אויסגעפעלט האט מען זיי אויסגעטיילט צרות דורכאויס די יארן האבן זיך די אידישע קהלות אלץ גערוקט מער צו מזרח אייראפע וואו זיי האבן זיך קאנצעטרירט אין פוילן אין דייטשלאנד זעלבסט האבן די אידן זיך טיילמאל אן עצה געגעבן ווען זיי האבן זיך געלעקט צו די הערשער און זיי געהאלפן ארכיטעקטן שיינע פאלאצן און צומאל געהאלפן אויפבויען די ארמיי ווי דערמאנט האבן זיך די אידישע קהלות גערוקט אלס מער צו מזרח און זיך באזעצט אין מינכן וויען און בערלין די אלע שטעט זענען געווארן וויכטיגע אידישע שטעט אין דעם מאדערנעם דייטשלאנד די סטאטוס פון די אידישע באפעלקערונג האט זיך עטוואס פארבעסערט אינעם טן יאר הונדערט ווען די וועלט האט זיך אנגעהויבן מאדערניזירן אין אירע ערטשע שטאפלן טויזנטער קליינע דערפער וועלכע זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע הערשער זענען צוזאמענגעשמאלצן געווארן צו גרעסערע שטעט און זייערע קעניגן און הערשער האבן איינגעזען אז עס איז געווען א נארישקייט צו פייניגן די אידן וועלכע וואלטן געקענט אסאך אויפטאן פאר די דייטשע עקאנאמיע אזעלכע הערשאפטן ווי פרייסן האמבורג בראדנבורג פאמירעניע די אלע שטעט זענען געווען זעלבשטענדיגע קעניגרייכן בעפאר דאס לאנד דייטשלאנד האט זיך אפיציעל געגרינדעט האבן אנגענומען אידן אין זייערע טעריטאריעס אבער האבן זיי גוט אויסגענוצט דורך ארויפלייגן באזונדערע געזעצן פון וועלכע רוב האבן געמוזט אדמיניסטרירט ווערן דורך די קהלות די הערשאפט פון די ראשי קהלה האט צוביסלעך אויסגעוועפט מיט יעדע טריט נענטער צו דייטשלאנד ס גרינדונג אין האט דער דעמאלטדיגער פרייסישע קייסער פרעדעריק דער צווייטער איבערגעקוקט די אידישע טשארטער אין די רעגירונג ס טשארטערס האבן זיך שטענדיג געפינען א באזונדערע טשארטער בנוגע די אידן און זייערע רעכט און זיי ערלויבט מער רעכט און פארמינערט די הערשאפט פון די קהלות די מאדערניזירונג האט טאקע געהאלפן די אידישע געמיינדעס און מען האט לייכטער אפגעאטעמט אבער ברוחניות האבן די קהלות אנגעהויבן ליידן פון די משכילים און זייערע נאכפאלגער וועלכע האבן פארכאפט די תמימות דיגע אידן און צובראכן משפחות און קהלות צענדליגער משיח סטן האבן ארומגעפירט די אידן ווי משה מענדלעסאן ימש און זיינע נאכפאלגער די דייטשע אידן האבן צום ערטשן מאל באקומען כמעט פולע בירגערשאפט נאכדעם וואס פרייסן איז איינגענומען געווארן דורך פראנקרייך און דער קייסער נאפאליען האט איבערגעארבעט אלע טשארטערס אריינגערעכנט די אידישע מען האט אבער נישט גענאסן פון די נייע רעכט ביז יאר שפעטער צוליב די נאכאנאנדיגע מלחמות צווישן פראנקרייך און פרייסן אין איז פרייסן געווארן די ערשטע דייטשע שטאט וואס האט אפיציעל געגעבן פראצענטיגע בירגערשאפט פאר אלע אידן אין איר טעריטאריע מיט יעדע טריט ווייטער צו מאדערניזירונג האבן די אידישע קהלות אנגעהויבן ליידן פון פרישע רוחינות דיגע פראבלעמען און דאסמאל איז עס געווען די גרינדונג פון די רעפארם גרופעס זייער אסאך אידן האבן איבערגעלאזט די ערליכע אידישע וועג און זיך אנגעהאנגן צו די רעפארם גרופעס פארשטייט זיך אז מען האט די רעפארמער ארויסגעווארפן פון די שולן און זיי האבן געגרינדעט רעפארם טעמפלן און די קהלות זענען גענצליך צוטיילט געווארן נאך די רעפארם איז געקומען די קאנסערוואטיוו גרופעס וועלכע האט געהאט א שוואכערע אבער ענליכע עפעקט אויף די אידישע געמיינדעס די אידן האבן זיך מער און מער איינגעגעסן אין די נייע דייטשלאנד און האבן געעפענט ריזיגע ביזנעסער און האבן זיך אפילו ארויפגעארבעט צו הויכע פאליטישע שטאפלן די דייטשן האבן געקוקט מיט האס אבער האבן מורא געהאט אפען צו דיסקרימינירן ביז נאך די ערשטע וועלט קריג ווען אנטי סעמיטיזם איז צוריק געקומען צו איר ערגסטע פונקט אין הונדערטער יארן ביז היטלער איז געקומען צום מאכט און אנטי סעמיטיזם איז געווארן לעגאל די פילע צרות האט ליידער נישט נאכגעלאזט און האט געברענגט די גרינדונג פון ציוניזם דורך טעאדער הערצל מיט די פארמערונג פון צרות איז די ציוניסטישע באוועגונג שטערקער געווארן און טויזנטער אידן האבן אפגעצויגן פון דייטשלאנד און אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע אדער קיין פאלעסטינע ספעציעל נאכדעם וואס היטלער איז געקומען צום מאכט די גרעסטע טייל אידישע איינוואוינער זענען אבער יא פארבליבן אין דייטשלאנד מיט קאטאסטראפישע רעזולטאטן נאך דעם קריג זענען גאר אסאך יידן צוריק געקומען קיין דייטשלאנד זיי זענען געווען איינגעטיילט אין דרײ גרופעס מענטשן וואס האבן געוואוינט אין דייטשלאנד בעפאר דער קריג און האבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע שטעט און היימען פארלוירענע מענטשן אן פאמיליעס פון גאנץ אייראפע וועלכע האבן געפונען רעזערוואט אין דייטשלאנד און אן ערך פון יידן וועלכע זענען געווען באהאלטן אין דייטשלאנד דורכאויס דער קריג סך הכל איז די צאל יידן אין דייטשלאנד נאך דער קריג געווען נאר פראצענט פון בעפאר דער קריג דער נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן וואס שפעטער נאך דער קריג ווען די דייטשע יידן האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און אמעריקע יידן האבן זיך באזעצט נאך דער קריג אין מערב בערלין מינכן פראנקפורט דוסלדארף האמבורג און קעלן ווייניגער פון אידן האבן געוואוינט אין מזרח דייטשלאנד און אלע פון זיי אין מזרח בערלין רוב פארבליבענע יידישע געמיינדעס וואס זענען פארבליבן אין דייטשלאנד אפילו שפעטער זענען מיינסטנס געווען עלטערע מענטשן און דער אידישער צוקונפט אין דייטשלאנד איז געווען א פארפאלענער די יידן האבן באקומען קאמפענסאציע פון די דייטשע רעגירונג און נאך פארשידענע הילף וועלכע האט זיי געמאכט די רייכסטע יידן אויף די וועלט אין יענע אומשטענדן די ווידער פאראייגונג פון דייטשלאנד און שפעטער די צוזאמענפאל פון דעם סאוועטן פארבאנד האט געברענגט נאך יידן קיין דייטשלאנד וועלכע האט דעגרייכט אין צאל עס איז געווארן א גרעסערער פארלאנג פאר כשרע עסן און און שולעס און נייע יידישע ארגאניזאציעס האבן זיך געגרינדעט די צאל פון נישט יידישע אידן איז געשאצט געווארן צו דאפלט היינט האלט די צאל יידן ביי אבער רוב יידן זענען רעפארמער אדער קאנסערוואטיווער באוועגונגען וועלכע לאזט איבער זייער א קליינע צאל ארטאדאקסישע יידן אנטי סעמיטיזם איז שוין היינט מער ווי אביסל צוריקגעקומען דורך עקסטרעם רעכטע גרופעס וועלכע באגייען פיינטליכע אקטן קעגן יידן אינעם גאנצן לאנד כאטש די דייטשע באפעלקערונג איז שטארק קעגן די גרופעס און זייערע מיינונגן שאדט עס אבער אסאך די יידישע באפעלקערונג די דייטשע רעגירונג נעמט זייער ערנסט די אנטי סעמיטישע אקטן און באשטראפט זייער הארב דערפאר דער פינגװין איז א פגל װאס קען נישט פליען װײל זײנע פליגל זענען קורץ באדעקט מיט הארטע שופן און אן פליג פעדערן זײנע פיס זענען נאר פון הינטן דעריבער שטייט ער אף דער ערד גאנץ גראד און שפארט זיך דערבײ אן אף זײנע הארטע עק פעדערן גײענדיק מאכט ער מיט די פליגל און פאלט אפט אנידער דערפאר אבער שװימט ער אסגעצײכנט און די פליגלען דינען אים דעם זעלבן צוועק װי פליסן בײ א פיש ער פלעגט אין װאסער ער לעבט שטענדיק אין ים און גײט ארס נאר צו בריען זײנע אײער אפן ברעג ער דערנערט זיך מיט פיש און פלאנצן דער פינגװין לעבט אין דעם דרום טײל פון שטילן אקעאן און מאכט זײן נעסט אן אן אײנזאמער אינזל װו רב שנאבל חיות קומען נישט אן דער פינגווין דערנערט זיך פון קליינע פיש און ים שרצים פינגווינען לעבן נאר אינעם דרום האלבקיילעך פון דער וועלט אנטארקטיקע ניי זילאנד דרום אויסטראליע דרום אפריקע און דרום אמעריקע דאס מערסטע צפון וואס זיי דערגרייכן איז די גאלאפאגאס אינזלען וואן דער קאלטער הומבאלט שטראם פליסט דערביי דרום אמעריקע איז א קאנטינענט אין דעם מערבדיקן האלבקײלעך דרום פון צפון אמעריקע אין דעם מערב האלבקיילעך דער פאנאמא קאנאל צעשייד צווישן זיי צו מזרח פון דרום אמעריקע געפינט זיך דער אטלאנטישער אקעאן און צו מערב דער פאציפישער אקעאן דער עקוואטאר שניידט אדורך דעם צפון טייל פון דעם קאנטינענט אזוי איז רוב פון זיין שטח אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד זיין שטח איז קוואדראט קילאמעטער און ער איז דער פערט גרעסטער קאנטינענט נאך אזיע אפריקע און צפון אמעריקע אין באפעלקערונג איז ער דער פינפט גרעסטער קאנטינענט נאך אזיע אפריקע אייראפע און צפון אמעריקע דער קאנטינענט פון דרום אמעריקע נעמט איין אויך נאך עטלעכע אינזלען וואס מערסטנס געהערן זיי צו לענדער אינעם קאנטינענט די קאראאיבישע טעריטאריעס אחוז טרינידאד און טאבאגא געהערן געאגראפיש צו צפון אמעריקע די לענדער פון דרום אמעריקע וואס גרענעצן דעם קאראאיבישן ים דאס זענען די לענדער קאלאמביע ווענעזוועלע גייאנע סורינאם און וגיאנה ווערן אויך גערופן קאראאיבישע דרום אמעריקע דער קאנטינענט ווערט צעטיילט אין עטלעכע טיילן וואס שליסן איין די גינעס דעם דרום קאנוס טשילע ארגענטינע אורוגוואי און בראזיל און די אנדן לענדער פערו באליוויע און עקוואדאר בראזיל איז דאס גרעסטע לאנד אין דרום אמעריקע סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג די בעלי חיים פון דרום אמעריקע זענען פילפאכיק און שליסן איין פיל זגאלן וואס זענען עקסלוסיוו צו דעם קאנטינענט ווי למשל יאגואר פומא יאגוארונדי זגאלן פון פארדעלן גריווע וואלף וואלדהונט זגאלן פונעם דרום אמעריקע פוקס קורץ אויער פוקס ברילן בער בארג טאפיר בראזיליאנער טאפיר פאנאמא טאפיר פארשידענע הערשן ווי די זומף הערש פאמפאס הערש אנדן הערש שפינדל הערש און פודו לאמא אלפאקא גואנאקא וויקוניע סארטן פעקאריען נאגערס אזוי ווי די קאפיבארא מארא און שינשילא נייוועלט מאלפעס אלינגיטא ראק שאפ קינקאזשו מוראשקע בער פוילטיר דער גרעסטער טייל פון זגאלן פון כלאמיפארידן פלאטערלן די פיראניא פיש קיימאנער און פויגלען ווי גרינבאק פאראקיט קאריאמען קאנדארן און נאנדו דרום אמעריק איז דער דרומדיקער טייל פון די אמעריקעס ס איז אנגענומען אז דער קאנטינענט איז צוגעגרענעצט צו צפון מערב מיטן דאריען וואסערשייד לענגויס דעם גרענעץ צווישן קאלאמביע און פאנאמא אנדערע אבער האלטן אז דער גרענעץ איז דער פאנאמא קאנאל געאפאליטיש און געאגראפיש ווערט גאנץ פאנאמא כולל דעם אפשניט מזרח פונעם פאנאמא קאנאל אינעם איסטמוס אריינגערעכנט נאר אין צפון אמעריקע און צווישן די לענדער פון צענטראל אמעריקע כמעט די גאנצע יבשה פון דרום אמעריקע זיצט אויף דער דרום אמעריקע פלאטע די פארמע פון דרום אמעריקע איז אזוי ווי א דרייעק וואס זיין באזע שאפט דעם צפון מזרח בארטן און זיין שפיץ קערט צו דרום צום קאנטינענט אנטארקטיקע אין צפון געפינט זיך דער קאראאיבישער ים פון מזרח איז דער קאנטינענט ארומגענומען מיטן אטלאנטישן אקעאן דער דרום עק דערגרייכט דעם דרום אקעאן און זיין מערבדיגע גרענעצן זענען אויפן פאסיפישן אקעאן דער דרום טייל פונעם מערבדיגן בארטן איז שטארק צעטיילט מיט קליינע און טיפע בוכטעס ענלעך צו פיארדן אחוץ האבן די בארטנס א צאל איינגאסן וואו שיפן קענען זיך אנקערן און נאנט צו זיי האט מען אויפגעשטעלט גרויסע און חשובע פארט שטעט ווי למשל ריא דע זשאנערא אויפן מזרח בארטן וואלפאראיסא אויפן מערב בארטן און קארטאכענע אויפן צפון בארטן בוענאס איירעס די הויפטשטאט פון ארגענטינע און איר הויפט פארט ליגט אויפן דרום מערבדיגן ברעג פונעם אויסגאס פונעם טייך לא פלאטא וואס איז עפעס ווי א גרויסער איינגאס מאנטעווידעא די הויפטשאטא און הויפט פארט שטאט פון אורוגוואי ליגט אויפן צפון מזרח ברעג פון דעם זעלבן טייך צווישן די אנדערע חשובע פארט שטעט וואס מען האט אויפגעשטעלט אין קלענערע איינגאסן ווערן גערעכענט אויך קאיאא אין פערו גואיאקיל אין עקוואדאר ובאראנקילע אין קאלאמביע דער דרום עק פון דרום אמעריקע האט פיל קליינע איינגאסן און אויך פיל קליינע אינזלען דא געפינט זיך אויך דער גרעסטער אינזל פון דרום אמעריקע פייערלאנד טיערא דעל פועגא צווישן די אנדערע חשובע אינזלען פון דרום אמעריקע ווערן גערעכענט די פאלקלאנד אינזלען מזרח פון דעם דרום שפיץ פון דער יבשה דער אינזל טרינידאד וואס ליגט נאנט צום צפון בארטן אין די גאלאפאגאס אינזלען וואס זענען פארשפרייט איבערן עקוואטאר פון מערב זייט איינע פון די ערשטע דרום אמעריקאנישע ציוויליזאציעס איז געווען ביי נארטע טשיקא אויפן בארטן פון צענטראלן פערו דער ארכיטעקטור פון נארטע טשיקא איז גלייכצייטיק מיט די פיראמידן פון אוראלטן עגיפטן דער הערשנדיקער קלאס פון נארטע טשיקא האט געגרינדעט א האנדל נעצווערק און האט אנטוויקלט לאנדווירטשאפט נאך דעם אין יאר פאר דער ציווילער רעכענונג האט נאכגעפאלגט די שאווין ציוויליזאציע וואס האט געהאלטן ביז פאר דער ציווילער רעכענונג אין דעם צענטראלן בארטן פון פערו בערך ביים אנהייב פון דעם טן יארטויזנט האבן אויפגעבליעט די מאטשע ביז פאראקאס און נאזקא ביז קולטורן וואס האבן געהאט צענטראליזירטע שטאטן מיט בלייביקע מיליטערן האבן פארבעסערט לאנדווירטשאפט דורך באוואסערונג און נייע סטילן פון קעראמיק קונסט ביי אלטיפלאנא ביז באליוויע האט מען געפירט א גרויסע קאמערציאלע נעצווערק ארום דעם טן יארהונדערט האבן סיי די טיאהואנאקא סיי די ווארי אימפעריע צענטראל און צפון פערו פארשפרייטעט זייער השפעה צו דעם גאנצן אנדעס ראיאן היסטאריש זענען די אלע היספאנישע לענדער געגרינדעט געווארן ווי רעפובליקן מיט דיקטאטארן אחוץ בראזיל וואס איז געווען א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע זיין ערשטע יארן פון אומאפהענגיקייט ביז אן איבערקערעניש וואס האט פראקלאמירט א רעפובליק אין די שפעטערדיקע יארן פונעם טן יארהונדערט זענען די מערסט דעמאקראטישע לענדער געווען בראזיל טשילע ארגענטינע און אורוגוויי אין דער תקופה צווישן די וועלט מלחמות איז נאציאנאליזם געווארן שטערקער אויפן קאנטינענט אונטער דעם איינפלוס פון לענדער ווי נאצי דייטשלאנד און פאשיסטישער איטאליע אין דעם סוף סטן יארהונדערט במשך דעם קאלטן קריג זענען פיל לענדער געווארן מיליטערישע דיקטאטורן מיט אמעריקאנישער נאכהילף כדי צו פארמיידן די השפעה פונעם ראטנפארבאנד נאך דעם ווען די אויטאריטאטישע רעזשימען זענן איינגעפאלן זענען די דאזיקע לענדער געווארן דעמאקראטישע רעפובליקן במשך דעם ערשטן יארצענדלינג פונעם סטן יארהונדערט האבן זיך רעגירונגען אין דרום אמעריקע זיך געצויגן פאליטיש לינקס מיט לינקע פירער געוויילט אין טשילע אורוגוויי בראזיל ארגענטינע עקוואדאר באליוויע פאראגוויי פערו און ווענעזועלע רוב לענדער אין דרום אמעריקע ניצן פראטעקציאנישטע פאליטיק צו העלפן לאקאלע אנטוויקלונג דרום אמעריקע האט אומאפהענגיקע לענדער און דריי טעריטאריעס דער קלימאט אין דרום אמעריקע איז מערסטנס טראפיש אין דעם מדבר רעגנט עס נישט אבער אין די בערג רעגנט עס ביז צמ די טעמפעראטור ווענדט זיך אויך אין די בערג אבער אין די טראפישע געגנטן די ערד אין בראזיל איז גוט פאר וואקסן קאווע ס איז פאראן עטלעכע מינעראלן אייזן מאנגאן גאלד און איידלשטיינער און אויך נאפט דרום אמעריקע האט חשובע שרייבער ווי גבריאל גארסיא מארקעס און כארכע לויס בארכעס די לענדער פון דרום אמעריקע האבן א רייכע פארשיידנקייט פון מוזיק צווישן די מערסט בארימטע זשאנערס זענען וואלענאטא פון קאלאמביע סאמבע און באסא נאווא פון בראזיל און טאנגא פון ארגענטינע און אורוגוויי רומעניע רומעניש איז א לאנד אין מזרח אײראפע זײן הפטשטאט איז בוקארעשט רומעניע ציט זיך אויף א שטח פון קמר מאל גרעסער פון ארץ ישראל און איז אויך גרעסער פון אונגארן און בולגאריע צוזאמען די קארפאטע בערג פארנעמען א דריטל פונעם לאנד אנדערע באקאנטע שטעט זענען די אפיציעלע שפראך פון רומעניע איז רומעניש א לאטיינישע שפראך מיט א שייכות צו איטאליעניש פראנצויזיש שפאניש פארטוגעזיש און אנדערע שפראכן רומעניש איז די מוטערשפראך פון פון דער באפעלקערונג ס זענען אויך געבוירענע רומענער וואס רעדן דייטש און רעדער פון טערקיש אין די שולעס לערנט מען די פרעמדע שפראכן ענגליש און פראנצויזיש פינף מיליאן רומענער רעדן ענגליש מיליאן רעדן פראנצויזיש מער ווי פון אויסלענדישע באזוכער אין זענען געווען פון אנדערע אייראפעאישער פארבאנד לענדער די פאפולערע זומער אטראקציעס פון מאמאיע און אנדערע קורערטער אויפן שווארצן ים האבן געצויגן מיליאן טוריסטן אין שלעסער אין זימבערגן שטעט ווי סיביו בראשאוו און שעסבורג ציען א גרויסע צאל טוריסטן בראן שלאס לעבן בראשאוו איז איינער פון די בארימטסטע אטראקציעס אין רומעניע וואס ציט הונדערטער טויזנטער טוריסטן יעדע יאר ווייל ער ווערט אפט אנאנסירט ווי דער שלאס פון דראקולא אמעריקאנער בירגער קענען זיין אין רומעניע ביז טעג אן א וויזע פון ישראל דארף מען אייביג א וויזע מען מעג אריינברענגען אין לאנד ביז דאלער די וואלוטע אין רומעניע איז ליי איינצעלנע איז לעאו עס וועט זיין קאמפליצירט צו צוגלייכן דער ליי מיט אויסלענדישע געלט דאלער באטרעפט ליי און שח באטרעפט ליי זייט געווארענט אויפצוטוישן געלט אויף דער גאס איז א סכנה עס איז נישט געזעצלעך און דאס איז דער שנעלסטער וועג אריינצופאלן אין די הענט פון די פאליציי מען מעג בלויז אויפטוישן ביי די געוועלבן וואס זענען געאייגנט דערפאר וואס דאס קען מען געפונען איבעראל דער פרייז פאר א מארקע איז אדער צענט ווען מען שיקט צו אייראפע און קיין אמעריקע איז אדער צענט אויך דא ברויך מען זיך באניצן מיט די מאגנאטישע קאלינג קארד ס וואס דער פרייז דערפאר איז דאלער אדער דאלער אויפצוטוישן א קאלינג קארד וואס עס האט זיך אויסגעליידיגט אינמיטן רעדן דרוקט דעם קנעפל אויפן טעלעפאן דאס וועט אויסנוצען די לעצטע ביסל קרעדיט וואס איז נאך געבליבן אינעם קארטל אינדערצווישן קענט איר אריינלייגן דעם פרישען קארטל אן דעם וואס דער שמועס זאל ווערן איבערגעהאקט א פאקס קען מען שיקן ביי יעדן פאסט אפיס פארן פרייז פון דאלער א בלאט אנצונעמען א פאקס איז דער פרייז דאלער דער זומער זייגער אין רומעניע הויבט זיך אן סוף מערץ און ענדיגט זיך סוף אקטאבער די עמערגענסי נומערן אין רומעניע זענען וואו פאלגענד פאליציי אמבולאנס עס איז דא אין פלאן צו ענדערן די נומערן עס זאל ענדלען צו די עמערגענסי נומערן פון גאנץ אייראפע אבער בעת ן שרייבן די שורות איז דאס נאכנישט געענדערט געווארן די רומענישע חגאות זענען ווי פאלגנד יאנואר דעצעמבער דעצעמבער ארץ ישראל איז א שטח לאנד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל א גרויסער טייל פון יארדאניע און לבנון און א טייל פון סיריע לויט דער תורה זענען פארן מצוות התלויות בארץ דאס הייסט געוויסע מצוות וואס מען האלט נאר אין ארץ ישראל נאך פערציק יאר אין מדבר האט יהושע אריינגפירט די יידן אין ארץ ישראל ביי דעם ערשטן קרייצצוג האבן די קרייצפארער איינגענומען ירושלים אין און זיי האבן אויפגעשטעלט דאס קעניגרייך פון ירושלים זיי האבן געקעמפט אויף א זייער ברוטאלן אופן און זיי האבן געשאכטן גאר אסאך נישט קריסטן אין ירושלים האבן זיי געפירט א רציחה פון מענטשן צווישן זיי אסאך יידן וואס האבן מיטגעהאלפן די מוסולמענער אין דעם אנשטרענג צו שיצן די שטאט די קרייצפארער האבן פארברייטערט זייער מלוכה ביז עגיפטן דעם מיטלענדישן ים און דעם כנרת שוין אין די ערשטע צען יאר האבן זיי צוריקגעשטופט די אראבער פון לאנד אין האט סאלאדין אנגעהויבן א קאמף קעגן די קרייצפארער און האט זיי ענדלעך געזיגט אלזשיר בערבעריש דזײער אפיציעל די פאלקס דעמאקראטישע רעפובליק פון אלזשיר איז א לאנד אין צפון אפריקע ער איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם קאנטינענט אפריקע און דאס טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין פלאך מאס זי גרענעצט זיך מיט טוניסיע צו צפון מזרח ליביע צו מזרח ניזשער צו דרום מזרח מאלי און מאריטאניע צו דרום מערב א פאר קילאמעטער פון דעם מערב סאהארא צו מערב מאראקא צו דרום מערב און דעם מיטלענדישן ים צו צפון זײן הפטשטאט איז אלזשירס אלזשיר איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אפריקאנער פארבאנד אראבישער ליגע און אפעק דער נאמען פונעם לאנד שטאמט פון דער שטאט אלזשירס דער שטאט ס נאמען שטאמט פון אראביש די אינדזלען מוסולמענער אראבער פון דעם אומאיאדישן כאליפאט האבן איינגענומען אלזשיר אינמיטן דעם טן יארהונדערט און א גרויסע צאל פון די איינוואוינער האבן פארוואנדלט זייער גלויבונג צו דער נייער רעליגיע איסלאם נאך ווען דער אומאיאדישער כאליפאט איז איינגעפאלן זענען ארויסגעקומען פיל לאקאלע דינאסטעס כולל די אגלאבידן אלמאהאדן אבדאלוואדיד זירידן רוסטאמידן כאמאדידן אלמאראווידן און פאטימידן אין האבן די פראנצויזן אינוואדירט און איינגענומען אלזשירס מיט א טענה אז מען האט באליידיגט זייער קאנסול נאכדעם האט אויפגעהערט די אלזשירישע שקלאף האנדל און ים גניבות די באפעלקערונג פון אלזשיר איז געווען מיליאן אין ביז ווען זיי האבן דערגרייכט א פולשטענדיגן נצחון זענען בערך אלזשירער געהרג עט געווארן אין דער מלחמה פאסיל ברענשטאף איז דער פונדאמענט פון דעם לאנדס עקאנאמיע און ברענגט אריין פונעם בודזשעט און מער ווי פון עקספארט אלזשיר האט ריזיקע רעזערוון פון נאטירלעכן גאז צענט אין דער וועלט און איז פערט אין דער וועלט אין עקספארט אלזשיר האט א גרויסן דרויסנדיקן חוב די עקאנאמיע האט געדאנזשעט צו וואקסן אין יאר טיילווייז צוליב דעם רעפארם געשטיצט דורכן וועלט באנק און דעם פאריזער קלוב וואס האט געהאלפן אפצאלן דעם חוב די רעגירונג זוכט אויס וועגן צו פארמינירן די אפהענגיקייט אין נאפט און גאז אלזשיר האט דעם גרעסטן שטח פון אלע לענדער אין דעם קאנטינענט פון אפריקע זייט סודאן האט זיך צעשפאלטן אלזשיר ליגט מערסטנס צווישן די גארטל ליניעס און מיט א קליינעם טייל וואס איז צפון פון און דרום פון און צווישן מערידיאן ליניעס און די בארטנס זענען זייער בערגיק און דאס לאנד האט ווייניג גוטע פארטן אין דעם געגנט וואס איז דרום פונעם בארטן וואס ווערט גערופן דער טעל אטלאס איז פאראן פרוכפערע באדן דרום פונעם טעל געפינען זיך די אטלאס בערג און דער סאהארא מדבר דער העכסטער פונקט איז בארג טאהאט מ די הויפט שטעט זענען אלזשירס אראן און קאנסטאנטין אין דעם געגנט קענען די מיטאג צייט טעמפעראטורן זיין גוט ווארם א גאנץ יאר נאכן זונפארגאנג אבער לאזט די קלארע טרוקענע לופט אז די היץ זאל גיך אוועקגיין און ביינאכט איז קיל אדער אמאל אפילו פרעסטלדיק עס רעגנט גאנץ שיין ביי דעם בארטנס טייל פונעם טעל אטלאס פון ביז מ מ א יאר מער צו מזרח ווי צו מערב דער גרעסטער אפזעץ איז אין צפון טייל פון מזרח אלזשיר טייל יארן אפילו מ מ מער אין לאנד אריין רעגנט עס נישט אזוי פיל אלזשיר האט זאמד דיונעס צווישן די בערג אין די דאזיגע געגנטן ווען עס בלאזט די ווינט א סך קען די טעמפעראטורן דערגרייכן ביז א טייל פון די בעלי חיים לעבן גאנץ נאנט צו ווי מענטשן וואוינען די מערסט געזען בהמות זענען ווילדע וואלד חזירים שאקאלן און הערשן אמאל זעט מען אויך פוקסן און זשערבאעס דער בערבערהירש באוואוינט די געדעכטע פייכטע וועלדער אין די צפון מזרח שטחים אויך זענען פאראן פארשידענע זגאלן פון פויגלען די איינציגע זגאל פון מאלפעס אין לאנד איז די בערבער מאלפע אין די האלב טרוקן געגנטן טרעפט מען שלענג יאשטשעריצעס און נאך רעפטילן טייל זגאלן זענען היינט אויסגעשטארבן כולל בערבערלייבן אטלאס בערן און מערב אפריקאנישע קראקאדילן אין צפון פון לאנד וואקסן איילבירט ביימער דעמבן צעדערביימער און אנדערע נאדלביימער די בערג אנטהאלטן גרויסע וועלדער פון אלעמאל גרין ביימער ירושלים סאסנע וועכאלטער און טייל אפפאלנדיקע ביימער פייגנביימער אייקאליפטן אגאוון און פארשידענע פאלמעס וואקסן אין די ווארעמערע געגנטן וויינשטאקן וואקסן ביים בארטן דער ראש מלוכה איז דער פרעזידענט פון אלזשיר וועמען מען דערוויילט אויף א קאדענץ פון פינף יאר אמאל האט דער פרעזידענט געמעגט דינען נאר צוויי קאדענצן פון פינף יאר אבער אום טן נאוועמבער האט דער פארלאמענט אויפגענומען אן ענדערונג צו דער קאנסטיטוציע וואס האט אוועקגעמאכט די לימיטאציע אלזשיר האט אלגעמיינע שטימרעכט ביי יאר אלט דער פרעזידענט איז דער הויפט פון דער מיליטער פון דעם ראט פון מיניסטארן און פונעם הויך זיכערהייט ראט ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער וואס איז אויך דער ראש פון דער רעגירונג דער אלזשירישער פארלאמענט האט צוויי קאמערן דאס נידעריגער הויז די פאלקס נאציאנאלע פארזאמלונג האט מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דירעקט אויף א קאדענץ פון פינף יאר און דאס העכערע הויז דער ראט פונעם פאלק האט מיטגלידער וואס דינען אויף א זעקס יעריגן קאדענץ פון וואס מיטגלידער ווערן אויסגעוויילט דורך די לאקאלע פארזאמלונגען און ווערן באשטימט דורכן פרעזידענט די לעצטע וואלן זענען פארגעקומען מיי און די אינטערנאציאנאלע קאנטראלירער האבן געהאלטן אז זיי זענען געווען פריי אין די וואלן האט דער נאציאנאלער באפרייאונג פראנט געוואונען מאנדאטן די נאציאנאלע דעמאקראטישע זאמלונג האט געוואונען און דער איסלאמישער גרינער אלזשיר אליאנץ האט געוואונען אלזשיר איז צעטיילט אין פראווינצן דיסטריקטן און מוניציפאליטעטן אלשזיר ווערט קלאסיפיצירט א העכער איינקומפט לאנד דורכן וועלט באנק אלשיר ס וואלוטע איז דער דינאר די עקאנאמיע איז נאכאלץ דאמינירט דורך דעם שטאט א לעגאט פון דעם לאנד ס סאציאליסטישן אנטוויקלונג מאדעל נאך דעם לאנד ס אומאפהענגיקייט אין די לעצטיקע יארן האט אלזשיר ס רעגירונג אפגעשטעלט די פריוואטיזאציע פון אינדוסטריעס וואס געהערן צו דער רעגירונג און האט ארויפגעלייגט באגרענעצונגען אויף אימפארטן און אויסלענדישער אריינגעצויגנקייט אין זיין עקאנאמיע די באגרענעצונגען ווערן ביסלעכווייז אראפגענומען לעצטנס אבער עס בלייבן פראגעס וועקן אלזשיר ס פאמעלעך דיווערסיצופירנדיגער עקאנאמיע א כוואליע פון עקאנאמישע פראטעסטן אין פעברואר און מערץ האבן געטריבן די אלזשיר רעגירונג צו געבן מער ווי ביליאן אין פובליקע סובווענצן און רעטראאקטיווע העכערונגען אין געהאלט און בענעפיטן פובליקע אויסגעבן איז ארויף מיט י יאר די לעצטע פינף יאר די שװײץ איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע וואס איז א פעדעראלע רעפובליק פון קאנטאנען זי גרענעצט דייטשלאנד צו צפון פראנקרייך צו מערב איטאליע צו דרום און עסטרייך און ליכטנשטיין צו מזרח די שווייץ איז א נייטראל לאנד וואס האט נישט באטייליגט אין קיין מלחמות זייט דער אפיציעלער נאמען פון דער שווייץ איז די שװײצער קאנפעדעראציע לאטיין די שווייץ האט פיר אפיציעלע שפראכן איטאליעניש דייטש פראנצויזיש און רומאנטש איר הפטשטאט איז בערן און די גרעסטע שטאט איז ציריך אין דער שווייץ געפינען זיך ביוראען פון עטלעכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס כולל די פאראייניגטע פעלקער שווייץ איז באקאנט פאר איר וואונדערבארע לאנדשאפט מיט א סך בערג און אזערעס שווייץ עקזיסטירט ווי א לאנד זייט אדאפטירן די שווייצע פעדעראלע קאנסטיטוציע אין אין דעם שטח פון דער היינטיקער שווייץ האבן געוואוינט קעלטישע שבטים שוין אין פאר דער ציווילער רעכענונג ווי למשל די העלוועטן אין די צייטן פון דער רוימישער אימפעריע האבן זיי אויפגענומען רוימישע קולטור און די לאטיינישע שפראך נאכן איינפאל פון דער רוימישער אימפעריע האבן די גערמאנישע שבטים די אלעמאנען און די לאמבארדן איינגענומען דעם שטח וואס איז שפעטער געקומען אונטער דער הערשאפט פון די פראנקען דורכאויס די טער טער און טער יארהונדערטער איז דער שטח פון דער שווייץ געווען אונטער פראנקישער הערשאפט אבער ביים אפמאך פון ווערדון וואס האט צעטיילט די פראנקישע אימפעריע זענען די שווייצער לענדער געווארן צעטיילט צווישן מיטל פראנקיע און מזרח פראנקיע ביז אומגעפער דעם יאר ווען זיי זענען געווארן פאראייניקט אונטער דער הילהייליגער רוימישער אימפעריע די אלטע שווייצער קאנפעדעראציע איז געווען אן אליאנץ צווישן די טאל געמיינדעס אין די צענטראלע אלפן אין האט מען געמאכט אן אפמאך צווישן די קאנטאנען אורי שוויץ און אונטערוואלדן וואס ווערט גערעכנט די גרינדונג פון דער קאנפעדעראציע שווייץ איז נישט אינוואדירט געווארן אין קיינער פון די צוויי וועלט מלחמות אין איז די שווייץ געווארן א פולער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער שווייץ איז א גרינדער מיטגליד אין דער אייראפעישער פרייהאנדל אסאסיאציע די שווייץ באדעקט א שטח פון קמ איבער די צפון אן דרום זייטן פון די אלפן פונעם שטח פון דער שווייץ געפינט זיך ביי די אלפן אין צענטער און דרום פון לאנד די שטעט און שטעטלעך זענען מערסטנס אין צפון די באפעלקערונג פונעם לאנד איז אומעגעפער מיליאן וואס גיט א באפעלקערונג ענגקייט פון מענטשן אין א קמ דער גרעסטער קאנטאן גראבונדן וואס ליגט אינגאנצן אין די אלפן האט א באפעלקערונג ענגקייט פון נאר מענטשן אין א קמ די שווייץ ליגט צווישן די גארטל ליניעס און צפון און לענג און מזרח זי אנטהאלט דריי טאפאגראפישע שטחים די שווייצער אלפן צו דרום דאס שווייצער מיטללאנד און די זשורא בערג אין צפון די אלפן זענען א הויכע בארגקייט וואס ליגן אריבער דעם צענטראל דרום טייל פונעם לאנד און נעמען אריין אומגעפער פונעם גאנצן שטח פונעם לאנד אין די הויכע טאלן פון די שווייצער אלפן געפינען זיך א סך גלעטשערס וואס באדעקן אינגאנצן א שטח פון קמ די ריין און רהאן טייכן הייבן אן אין די שווייצער בערג די גרעסטע אזערעס אין דער שווייץ זענען גענף אזערע קאנסטאנץ אזערע ציריך אזערע און ניישאטעל אזערע בערך א הונדערט פון די בארג שפיצן אין דער שווייץ זענען העכער פון מעטער דער העכסטער איז מאנטא ראזא מ אבער דער מאטערהארן מ איז דער מערסט באקאנטער ביידע ליגן אין די פענינע אלפן אין דעם קאנטאן וואלייס די גרעסטע שטעט זענען די שווייצער קאנפעדעראציע איז א פעדעראלע רעגירונג צעטיילט אויף קאנטאנען די באפעלקערונגען זענען פון אפנצעל אינערהאדן און ציריך מיט א שטח צווישן קמ באזעל שטאט און קמ גראבינדן די קאנטאנען נעמען אריין אינגאנצן מוניציפאליטעטן אינערהאלב דער שווייץ געפינען זיך צוויי ענקלאוון ביסינגען וואס געהערט צו דייטשלאנד און קאמפיאנע ד איטאליע וואס געהערט צו איטאליע א געזעץ וואס ווערט דורכגעפירט אין דעם פעדעראלן פארלאמענט קען ווערן איבערגעקערט דורך א רעפערענדום ווען בירגער אונטערשרייבן קעגן דעם געזעץ ווערנט טעג דער רעפערענדום איז א וואל פונעם גאנצן לאנד און א מערהייט באשליסט צי אנצונעמען דעם געזעץ צי נישט אויך קאנטאנען קענען פאדערן א רעפערענדום קעגן א פעדעראלן געזעץ שווייץ האלט זיך נייטראל זייט ערשט אין איז זי געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער דורך א רעפערענדום שווייץ איז אבער נישט קיין מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד און האט זיך אפגעזאגט עטלעכע מאל דער רויטער קרייץ איז געגרינדעט געווארן אין גענף שווייץ די יערליכע אסיפות פונעם וועלט עקאנאמישער פארום אין דאוואס ברענגען צוזאמען די הויפט אינטערנאציאנאלע ביזנעס און פאליטישע פירער פון דער שווייץ און פרעמדע לענדער אדורכשמועסן וויכטיגע פראגעס פון דער וועלט איינשליסנדיק געזונט און די סביבה אויך דער הויפטקווארטיר פון דער באנק פאר אינטערנאציאנאלע אויסגלייכן זענען פלאצירט אין באזעל זייט די שווייץ האט א סטאבילע הייטעק עקאנאמיע און איז זער פארמעגלעך און ווערט פאררעכנט דאס רייכסטע לאנד אין דער וועלט לויט באפעלקערונג די עקאנאמיע פון דער שווייץ איז די סטע גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט קויפן קראפט פאריטעט אומגעפער מיליאן מענטשן וואוינען אין דער שווייץ פון זיי רעדן אלעמאניש א דיאלעקט פון דייטשיש וואס די שווייצער רופן שוויצער דייטש אלס מוטערשפראך אין צפון און צענטראל שווייץ פון דער באפעלקערונג רעדן פראנצויזיש ווי מוטערשפראך אין דעם מערב טייל פונעם לאנד און רעדן איטאליעניש אינעם דרום טייל נאר פון די באוואוינער רעדן רומאנטש אן אלטע שפראך א ביסל ענלעך צו לאטיין אין דרום מזרח פונעם לאנד ביז פאר יאר האט די באפעלקערונג פון דער שווייץ געוואוינט בעיקר אין דערפער ארום דעם לאנד אבער היינט וואוינען צוווישן צוויי דריטל און דריי פערטל פון דער גאנצער באפעלקערונג אין שטעט און שטעטלעך דער שווייצער פלאטא האט א געדעכטע באפעלקערונג מיט אומגעפער מענטשן א קמ די גרעסטע מעטראפאליטאנישע שטחים זענען ציריך גענף לאזאן באזעל און בערן יידן האבן אנגעהויבן וואוינען אין דער שווייץ אין אנהייב פונעם טן יארהונדערט אינעם טן יארהונדערט האט מען פארטריבן די יידן פון לאנד און נאר אין דעם טן יארהונדערט האט מען זיי ווידעראמאל אריינגעלאזט אין די ער יארן איז געווען א שטארקע אימיגראציע פון דייטשלאנד און מזרח אייראפע היינט וואוינען אין דער שווייץ יידן די גרעסטע געמיינדעס זענען אין ציריך באזעל און גענף דריי פון אייראפע ס הויפט שפראכן דייטשיש פראנצויזיש און איטאליעניש זענען אפיציעלע שפראכן אין דער שווייץ די שווייצער קולטור איז פארבונדן מיט די שכנותדיקע לענדער לויט דער שפראך אויך איז פאראן די איזאלירטע רומאנטשע קולטור אין גראבונדן קאנטאן אין מזרח פונעם לאנד אין דער שווייץ געפינען זיך עטלעכע מוזייען יערלעך קומען פאר דער לוצערנער פעסטיוואל דער מאנטרע דזשעז פעסטיוואל און דער לאקארנא אינטערנאציאנאלער פילם פעסטיוואל ביי דער גרינדונג פון דער קאנפעדעראציע אין האבן אלע ראיאנען גערעדט דייטשיש ממילא איז די פריעסטע שווייצער ליטעראטור געווארן געשריבן אויף דייטשיש אין דעם טן יארהונדערט איז פראנצויזיש געווארן מאדיש אין בערן און אנדערע ערטער און מ האט אנגעהויבן זען דעם איינפלוס פון פראנצויזיש פראמינענטע שווייצער שרייבער זענען יערעמיאש גאטהעלף אויף דייטשיש און זשאן זשאק רוסא אויף פראנצויזיש די מערסטע באקאנטע שווייצער ליטערארישע ווערק אין היידי א מעשה וועגן א יתומה וואס וואוינט ביי איר זיידע אין די אלפן געשריבן דורך יאהאנא שפיירי דאס בוך איז געווארן א סימבאל פון דער שווייץ דער פאפולערסטער ספארט אין דער שווייץ איז נארטלען אויך שטארק פאפולער איז פוטבאל און אייז האקי אויטאספארט פלעג פארקומען אין דער שווייץ אבער נאכן לע מאן קאטאסטראף אין האט מען דאס פארווערט לויט וואס ווערט באוויזן זיינען שוין געוועזן יידן אין שווייץ אין יאר ד תתקעג היינט איז דא אין שווייץ נאנט צו יידן די בינארישע צאל סיסטעם אדער צווייער סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס ניצט נאר צוויי סימבאלן געווענטליך און ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם נאר אנשטאט ניצן צען ציפער סימבאלן ניצט מען נאר צוויי און מען פאנגט אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט די איינסערס קאלום מען ציילט ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום די צווייערס קאלום מען שרייבט וואס מיינט מאל צוויי מיט מאל איינס די דריטע קאלום איז די פירערס די פערטע קאלום איז די אכטערס און אזוי ווייטער עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום עס קומט אויס אז מיינט מאל צוויי און דרייסיג פלאס מאל זעכצן פלאס מאל אכט פלאס מאל פיר פלאס מאל צוויי פלאס מאל איינס זיבן און דרייסיג אדער אויף דעצימאל פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין בינאריש די וועלט זאגט א ווערטל עס זענען דא סארט מענטשן די וואס פארשטייען בינאריש און די וואס פארשטייען נישט בינאריש צולייגן נומערן אין בינאריש איז גאנץ פשוט די דעצימאל סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף א באזע צען זי ווערט אנגערופן דעצימאל ווייל דעצימאל קומט פון לאטיין דעצימוס וואס מיינט צען די סימבאלן וואס מען נוצט אין דער דעצימאלער נומערן סיסטעם זענען צו ציילן אין דעצימאל פאנגט מען אן פון און מען לייגט צו דעם קומענדיגן סימבאל אין ראנג פאר דעם קומענדיגן נומער אזוי אז איז אכט ווען מען האט שוין נישט קיין סימבאלן לייגט מען צו א קאלום וואס ווייזט וויפיל מאל מען זאל אויסרעכענען די באזע צען אזוי אז איז צען און איז זיבן און צוואנציג ווייל עס מיינט מאל פון די צענער קאלום וואס איז איין מאל צען מיט זיבן און איז פיר טויזנט פינף הונדערט זיבן און זעכציג ווייל עס מיינט מאל מאל מאל פון דעם טויזנטער קאלום וואס איז דריי מאל צען מאל צען מיט מאל מאל מיט מאל מיט דאס שװעדן סוועריע אפיציעל דאס קעניגרייך פון שוועדן איז א לאנד אין דעם סקאנדינאווישן האלבאינזל אין צפון אײראפע שוועדן האט לאנד גרענעצן מיט נארוועגיע צו מערב און פינלאנד צו צפון מזרח און ים גרענעצן מיט דייטשלאנד דענמארק און פוילן צו דרום און מיט ליטע לעטלאנד עסטלאנד און רוסלאנד צו מזרח פון שוועדן קיין דענמארק איז דא א בריק טונעל זײן הפטשטאט איז שטאקהאלם מיט א באפעלקערונג פון אין דער שטאט און מיליאן אינעם מעטראפאליטאנעם שטח שוועדן איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דעם אייראפעאישן פארבאנד מיט א שטח פון קוואדראט קמ די באפעלקערונג פון שוועדן איז מיליאן שוועדן איז איינער פון די שטאטן מיט די גרעסטע לעבן ערווארטונג די אפיציעלע שפראך איז שוועדיש זייט דעם טן יולי פריער האט שוועדן נישט געהאט קיין אפיציעלע שפראך שוועדן האט פינף אפיציעלע מינדערהייט שפראכן פיניש יידיש סאמי מעאנקיעלי און ראמאני שוועדן איז געווארן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד אום די וואלוטע איז די שוועדישע קראנע שוועדן געפינט זיך אין צפון אייראפע מערב פונעם באלטישן ים מיט א לאנגן בארטן זייענדיק דער מזרח טייל פונעם סקאנדינאווישן האלבאינזל צו מערב זענען די בערג וואס שיידן שוועדן פון נארוועגיע פינלאנד געפינט צו צפון מזרח אין ים זענען דא גרענעצן מיט דייטשלאנד דענמארק ליטע לעטלאנד עסטלאנד פוילן און רוסלאנד און א בריק טונעל אין דרום מערב פארבינדעט שוועדן מיט דענמארק שוועדן מיט א שטח פון קוואדראט קמ איז דאס סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט דאס טע גרעסטע אין אייראפע אויסשליסנדיק אייראפעאישן רוסלאנד או דאס גרעסטע אין צפון אייראפע דער העכסטער פונקט איז קעבנעלקייסע הויך מעטער איבערן ים פלאך די גרעסטע שטעט אין שוועדן זענגן שטאקהאלם איינוואוינער געטעבארג מאלמא און אופסאלא שוועדן איז א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע און דער ראש מלוכה איז קארל גוסטאוו דער פארלאמענט האט מיטגלידער און וואלן ווערן געהאלטן יעדע פיר יאר דעם דריטן זונטאג אין סעפטעמבער דער גרעסטער טייל פון שוועדנס עקאנאמיע איז אינזשעניריע מיט אויך זענען טעלעקאמוניקאציע און די אויטאמאבילן אינדוסטריע גאנץ וויכטיג די צווי גרעסטע פירמעס זענען וואלווא און עריקסאן דער שוועדישער רייקסבאנק געגרינדעט אין איז דער עלצטער צענטראלבאנק אין דער וועלט שוועדן א נאציאנאלע ביבליאטעק וואס געפינט זיך אין שטאקהאלם דאס דענמארק דעניש איז א סקאנדינאוויש לאנד אין צפון אײראפע זײן הפטשטאט איז קאפנהאגן דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים צו דרום האט עס א גרענעץ מיט דייטשלאנד דענמארק איז דאס קלענסטע פון די סקאנדינאווישע לענדער די ארומיגע לענדער זענען דייטשלאנד צו דרום שוועדן צו מזרח נארוועגיע צו צפון און דאס פאראייניגטע קעניגרייך צו מערב דאס לאנד איז אינגאנצן ארומגענומען מיטן ים אחוץ דעם האלבאינזל יוטלאנד דער גרעסטער טייל פון דענמארק וואס האט א לאנד גרענעץ מיט דייטשלאנד צו דרום מזרח איז דער באלטישער ים צו מערב דער צפון ים צו צפון דער סקאגעראק און צו צפון מזרח דער קאטעגאט אחוץ יוטלאנד האט דענמארק באפעלקערטע אינזלען און אסאך קליינע אינזלען דאס לאנד איז גאנץ פלאך מיט קליינע בערגלעך אזערעס וועלדער און פארמען דאס וועטער אין דענמארק איז גאנץ ווינטיק און רעגנדיק אין ווינטער ווערט עס נישט זייער קאלט און עס שנייט נישט מער ווי א פאר וואכן עס מאכט זיך אמאל צו צען יאר א קאלטער ווינטער ווען דער ים ווערט פארפרוירן די זומערן זענען נישט הייס און שטענדיג איז דא א מעגלעכקייט פון רעגן אדער ווינט דער עקאנאמישער מארק אין דענמארק איז שטארק אנטוויקלט מיט א גאנץ אנטוויקלטער לאנדווירטשאפט אינדוסטריע סטאבילער וואלוטע א גרויסן פראצענט פון אויסערן האנדל דורך ווייניג אריינמישן פון דער רעגירונג דער עיקר עקספארט פון דענמארק איז עסן מאשינען מעדיקאמענטן און ענערגיע צו לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד איבערהויפט שוועדן דייטשלאנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך דער דורכשניט לוין פאר אן ארבעטער אין איז געווען דענישע קראנען א יאר איירא אין א רעפערענדום אין סעפטעמבער האט דענמארק באשלאסן נישט אריינגיין אין דער איירא נאר צו בלייבן מיט דער דענישער קראנע דענמארק איז פון די מערסטע אנטוויקלטע לענדער אין דער וועלט אין דערנייבארער ענערגיע פון דער ענערגיע אין לאנד ווערט פארזארגט דורך ווינט טורבינעס דער מערסטער באוואוסטער דענישער שרייבער איז האנס קריסטיאן אנדערסען בארימט פאר זיינע מעשה לך די באוואוסטע דענישע וויסנשאפטלער זענען דער אסטראנאם טיכא בראהע און די פיזיקער ניעלס באהר וואס האט ערקלערט ווי דער אטאם ארבעט און אלע רעמער וואס האט אויפגעדעקט די גיך פון ליכט קאנאדע ענגליש קענעדע אויף קאנאדישער פראנצויזיש קאנאדא איז א פעדערירט לאנד וואס אקופירט דעם רוב פון צפון אמעריקע פון דעם אטלאנטישן אקעאן אין מזרח ביז צום פאציפישן אקעאן אין מערב און אויך צו צפון ביזן ארקטישן אקעאן דאס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס זי האט א גרעניץ מיט די פאראייניקטע שטאטן סיי צו דרום סיי צו צפון מערב זי איז צוזאמענגעשטעלט פון פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פארמירונג קלימאטן און עקאלאגישע סיסטעמען זי פארמאגט רעגנדיגע וועלדער שיינע גראזלאנד דעסיידיאוס וועלדער טונדרע לאנד שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן און נאס לאנד קאנאדע האט מער אזערעס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך אויסטראליע קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס ווי עס איז דא אין דעם שטאט קאליפארניע וועלכע איז נאר א טל די גרויסקייט פון קאנאדע די סיבה דערפון איז ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט רוב קאנאדער וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט פון וועלכע די גרעסטע זענען טאראנטא אנטעריא מאנטרעאל קוויבעק ווענקואווער בריטיש קאלאמביע און עדמאנטאן אלבערטא די אפיציעלע שפראכן זענען ענגליש און פראנצויזיש וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פראנצויזן אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזנטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען אין די לעצטע יאר און נאך היינט זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון אזיאטישע לענדער קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ מינעראלן און עכט פריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר היידרא עלעקטריק באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע קאנאדע האט אויך א גרויסע פאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריע איז טראנספארטאציע כאטש קאנאדע ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר פאבריקאציע איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין טראנספארטאציע האנדל פינאנץ פערזענלעכע באדינסטן און רעגירונג קאנאדע איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע אין וועלכע די פעדעראלע פראווינציאלע און טעריטאריאלע רעגירונגען זענען פראצענט ערוועלט וויאזוי אימער איז אבער קאנאדע ס ריכטיגע סאווערען הערשער א מאנארך וועלכע איז די קעניגן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך די קעניגן איז רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך א גאווערנער גענעראל און לוטענענט גאווערנערס קאנאדע ס קאנסטיטוציע גאראנטירט יושר צו אלע בירגערס און די פעדעראלע און פראווינציאלע מאכט ווערט אויסגעלייגט אונטער דער קאנסטיטוציע אבער מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פילע פראגראמען וועלכע געבן א ברייטע אויסוואל פון סאציאלע סערוויסעס פאר דער פובליק ארגינעל זענען די ערשטע קאנאדער געווען אן אינדיאנער פאלק זיי זענען געווען די ערשטע מענטשליכע באשעפענישן וועלכע האבן באטראטן די קאנאדער ערד דער נאמען קאנאדע האבן זיי באלד אין אנהויב באשטימט דער באדייט איז אין זייער שפראך דארף אדער קאמיוניטי עס האט געדויערט יאר ביז די ערשטע אייראפעאישע גרופע האט זיך באזעצט אין קאנאדע די אייראפעאישע זענען געקומען אין גרופעס אין א משך פון יאר און זענען געווען צוטיילט אין צוויי טיילן צו ערשט זענען געקומען פראנצויזישע און שפעטער ענגלישע די צוויי פעלקער האבן זיך באזעצט אויף צוויי אנדערע עקן די פראנצויזן אויף מזרח און די ענגלישע אויף מערב אין האט בריטאניע באזיגט די פראנצויזן אין קאנאדע און געווארן דאס בלויזע קעניגרייך וועלכע גייט נאך אן ביז ן היינטיגן טאג כאטש קאנאדע פארמאגט אן אייגענע פארלאמענטארישע רעגירונג די פראנצויזן האבן אבער נישט פארלאזט קאנאדע און האבן שטענדיג פרובירט זיך צוזאמענצוהאלטן מיט זייער שפראך און קולטור דאס איז א באזונדערע קאפיטל אין קאנאדע ס היסטאריע וועלכע האט אין די לעצטע יארן געברענגט צו א שטארקע באוועג צווישן די פראנצויזן זיך אפצוטיילן און גרינדן א זעלבטשטענדיג לאנד די מאדערנע קאנאדע איז אויסגעפארמט געווארן אין אין א היסטארישער פאסירונג וועלכע די קאנאדער רופן די קאנפעדעראציע דריי בריטישע קאלאניעס האבן זיך דעמאלט פאראייניגט אין געגרינדעט א טיילווייז זעלבטשטענדיג לאנד פון פיר פראווינצן זינט דעמאלט זענען נאך זעקס פראווינצן און דריי טעריטאריעס צוגעלייגט געווארן צו קאנאדע ס זעלבסשטענדיגן לאנד קאנאדע האט ערשט באקומען פולע זעלבשטענדיקייט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך אין אבער באלאנגט ווייטער צו דער קאמאנוועלט אף נאציאנען אן אסאסיאציע פון לענדער מיט נאנטע פארבינדונגען צום פאראייניגטן קעניגרייך קאנאדע איז זייער א גרויס לאנד נאר רוסלאנד איז גרעסער אבער איז באמת נאר א צענטל די גרויסקייט ווייל די גאנצע צפון זייט איז קאלט און אומבאוואוינט די דרום ראיאנען וואו די קאנאדער וואוינען האבן נישט אזעלכע לאנגע ווינטערס און האט גוט ארגיקולטור לאנד רוב קאנאדער וואוינען אינערהאלב מייל קילאמעטער פון די אמעריקאנער גרעניצן קאנאדע אקופירט גאנץ צפון פון נארט אמעריקע מיט א שטח פון קוואדראט מייל קוואדראט קילאמעטער פון וועלכע פראצענט איז באדעקט מיט פריש וואסער ווי טייכן און אזערעס אריינגערעכנט א גרויסע טייל פון די גרעיט לעיקס די מערסט באוואוסטע אמעריקאנער קערפער מיט פריש וואסער קאנאדע איז ארומגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן און אמעריקע איז אויף איר פערטער זייט צו צפון האט זי דעם ארקטיק אקעאן אויף מזרח דעם אטלאנטישן אקעאן ביים שפיץ מזרח צפון איז זי גאנץ נאנט צו גרינלאנד אפגעטיילט מיט די באפין בעי טייך און צו מערב דעם פאציפישן אקעאן און א טייל מיט אלאסקא קאנאדעס ראיאנען זענען איינגעטיילט ווי פאלגענד די גרעיט לעיקס און סעינט לארענס לאולענדס די קענעידיען שילד די גרעיט פלעינס קענעידיען קארדילירא און די קאנאדישע ארקטיק ארכיפילעג די גרויסע אזערעס און סעינט לארענס לאולענדס נעמען אריין דאס גאנצע מזרח טייל פון קאנאדע ווי נופאונדלענד נאווע סקאשע ניו בראנסוויק פרינצ עדווארד איילענד אנטעריא און קוויבעק עס נעמט אויך אריין די גרינער בערג פון ווערמאנט און די ווייסע בערג פון ניו העמפשער וועלכע גרעניצן זיך מיט קוויבעק די ראיאן איז האט זייער גוטע ערד און איז אויך די הארץ פון פאברעצירונג אנטעריא און קוויבעק פארמאגן פראצענט פון קאנאדע ס ארבעטס קראפט אין די פאברעצירונג סעקטאר די קענעידיען שילד איז די גרעסטע ראיאן פון קאנאדע וועלכע נעמט אריין די צפון טיילן פון מזרח קאנאדע אנגעהויבן פון לאבראדאר ביז די האדסאן בעי און אינדערצווישן אלע טעריטאריעס און צפון טיילן פון די מיטעלע פראווינצן ווי מעניטאבע און אנטעריא די ראיאן איז געפרוירן קאלט און ווייניג מענטשן וואוינען דארט די גרעיט פלעינס גרעניצט די קענעידיען שילד אויף מערב זייט עס נעמט אריין די גאנצע מערב טייל פון קאנאדע וועלכע זענען די פראווינצן פון בריטישע קאלומביע אלבערטא און האלב פון סעסקעטשווען די ראיאן פארמאגט די מערסט פרוכטבארע ערד פון גאנץ קאנאדע די קאנאדישע קארדילירא נעמט אריין א טייל פון די נארטוועסט טעריטאריעס און די גאנצע פון די יאקען טעריטאריעס די טעריטאריעס געפינען זיך העכער בריטיש קאלאמביע און זענען באוואוסט אין דער וועלט אלס די ראוקי מאונטענס וועלכע הייבט זיך אן נאך אין קאליפארניע און גייט אדורך די גאנצע מערב ברעג ביז נאך די יאקען טעריטאריעס די ראוקי מאונטענס זענען אנדערש ווי אלע בערג אין דער וועלט עס פארמאגט אסאך שטעטלעך אויף זיך מיט שיינע טייכן און וועלדער די העכסטע פונקט פון די ראוקי מאונטענס געפינט זיך אין קאנאדע מיט די הויכקייט פון ארום פיס דער קאנאדישער ארקטישער ארכיפעלאג איז א בינטל פון הונדערטער אינזלן אין דער האדסאן בוכטע די אינזלען גייען ארויף זייער הויך אינעם ארקטיק אבער עס וואוינען מענטשן איבעראל די מערסט באוואוסטע אינזלען זענען די קווין עליזאבעט אינזלען וועלכע ליגן אויך גאר הויך דער קאנאדישער ארקטישער ארכיפעלאג איז זייער קאלט און טרוקן און גיט ארויס זייער ווייניג געוואוקסן קאנאדע פארמאגט מער וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד אין דער וועלט אויסער די גרעיט לעיקס וועלכע זי טיילט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן אויסער לעיק מישיגן פארמאגט זי לעיקס אדער רעזערווארן וועלכע פארנעמן מער ווי קוואדראט מייל קוואדראט קילאמעטער אין שטח די גרעסטע לעיקס זענען די סופיריער און הורן ביידע זענען צווישן און טויזנט קוואדראטער מייל גרויס קאנאדע ס גרעסטע טייכן זענען דער סט לארענס און דער מאקענזיע דער סט לארענס איז ריזיג גרויס און ווערט דאס מערסטע גענוצט פאר קאמערציאלע פראכט וועלכע קומען פון דעם אטלאנטיק אקעאן דער מאקענזיע איז נישט אזוי גרויס ווי לאנג איר לענג גרייכט איבער מייל קילאמעטער מאכנדיג איר איינע פון די לענגסטע טייכן אין דער וועלט קאנאדע ס לעיקס פארמאגן די פרישסטע וואסער וואס מען קען ווי אימער געפינען אסאך ספרינג וואסער וואס עס זענען דא אין די געשעפטן קומען פון קאנאדער וואסערן אריינגערעכנט לאבראדאר וועלכע הייסט צו זיין די בעסטע ספרינג וואסער אויף די מארקעט אויך פון די טייכן האט קאנאדע שטארקע נוצן ווייל מיט א מאנגל און קוילן האט זי מיט די יארן דעוועלאפט א שטארקע סטרוקטור פון היידרא עלעקטריק וועלכע נעמט איר ענערגיע פון די טייכן דורך נאטורליכע און מענטשליך געמאכטע וואסער פאלן קאנאדע ס וואסער ברעג גרעניץ ליניעס ציילן צוזאמען אן ערך פון מייל קילאמעטער אבער עס איז זייער צובראכן צוליב די פילע אינזלן וועלכע שטייגן ארויס ביי אלע ברעגן וועלכע זעען זיך גוט אן אין יעדע מאפע קאנאדע האט די פולע קאנטראל אויף אלע וואסערן ביז מייל קילאמעטער ווייט פון די ברעגעס צום מערסטן קומט עס איר צוניץ אין די פיש אינדוסטרי מיט וועלכע קאנאדע איז געבענטש קאנאדע גרעניצט זיך נאר מיט אלאסקא און די פאראייניגטע שטאטן די קאנאדע אמעריקע גרעניץ איז די לענגסטע גרעניץ אויף דער יבשה און האט די גרעסטע מאס האנדל צווישן צוויי גרעניצן אין דער וועלט די סך הכל האנדל אין א ביזנעס טאג דעגרייכט ביליאן דאלאר אין ווערד די גרעניץ איז אויך די פרידליכסטע גרעניץ צווישן צוויי לענדער מיט די ווייניגסטע פראבלעמען מיליאנען מענטשן גייען טעגליך אדורך די גרעניצן שנעלער ווי עס געדויערט צו צאלן טאלל אויף סיי וועלכע בריק אדער טונעל וועלכע פירן אריין קיין מאנהעטן זינט די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע האבן אמעריקע און קאנאדע אביסל פארשטערקערט די זיכערהייט אבער איז נאך אלץ געבליבן די גרינגסטע גרעניץ אדורכצוגיין צוליב איר גרויסקייט האט קאנאדע א גרויסער אויסוואל פון קלימאטן אנגעפאנגען אין די געפרוירענע ארקטיק ראיאנען ביז די דרום ביזנעס שטעט ווי מאנטרעאל טאראנטא און ווענקואווער אין א געווענליכן זומער טאג איז די וועטער אין די צפון ראיאנען ארום גראד צעלסיוס און אין די דרום שטעט ארום צעלסיוס אבער קען גיין אפטמאל ביז גוט איבער גראד אין יאנואר זענען די צפון ראיאנען אזוי קאלט ווי אונטער זערא מינוס צעלסיוס און אין די דרום שטעט איז געווענליך גראד דאס ווארימסטע ארט איז אין דרום מערב בריטיש קאלאמביע וואו עס איז געווענליך מיט ביז גראד ווארימער ווי אין טאראנטא אדער מאנטרעאל די צפון ראיאנען זענען איבערגעדעקט מיט שניי מער ווי האלב פונעם יאר און טייל ערטער זענען שנייאיג א גאנץ יאר די מזרח פראווינצן קוויבעק נאווע סקאשע נופאונדלענד אנטעריא באקומען דאס מערסטע שניי איבער א ווינטער אבער בלייבט נאר פאפרוירן ביז פרילינג קאנאדע איז נישט אזוי שטארק באוואקסן פראצענטועל אבער צוליב איר גרויסקייט האט זי אסאך וועלדער פון וועלכע מען שניידט ארויס מיליאנען ביימער יערליך פאר האלץ און פאפיר פראדוקציע וועלכע איז א שליסל וויכטיגע אינדוסטרי אין קאנאדע ס עקענאמיע פלאנצונגען איז דא בשפע ספעציעל ארום די פילע לעיקס און טייכן אלע ערליי גרינצייג און פרוכט וואקס אין קאנאדע פון וועלכע מען עקספארטירט א שיינע טייל קיין אמעריקע די צוויי מערסט באקאנטע און גוטע געוואוקסן פון קאנאדע זענען פאטעיטאס פון פרינס עדווארד איילענד באקאנט אלס די פי אי איי פאטעיטאס און טאמעיטאס פון קוויבעק אלע פלאנצונגען זענען קאנצעטרירט אין מזרח אדער מערב קאנאדע די מיטעלע פראווינצן זענען ארים פון ביימער און פלאנצונגען קאנאדע האט די זעלבע סארט חיות און בהמות וואו אין די צפון אייראפעאישע און אזיאנער לענדער רוב קאנאדע פארמאגט שווארצע און ברוינע בערן וועלף פוקסן און מינק אין די ארקטיק ראיאנען זענען פאראן נאר די ווייסע פאלאר בערן קאנאדע פארמאגט איבער גענוג נאטיווע בהמות פון וועלכע מען פלעגט אין די אלטע צייטן מאכן ביזנעס פון וואל און לעדער היינט עקספארטירט קאנאדע מער נישט קיין איינע פון די זאכן די איינציגסטע נאטיווע באשעפעניש פון וועלכע קאנאדע מאכט נאך היינט ביזנעס איז פיש אלע לעיקס און טייכן זענען איבערגעפילט מיט אלע ערליי פיש וועלכע ווערן עקספארטירט קיין אמעריקע און נאך מערב לענדער די באפעלקערונג צאל איז געשטאנען ביי אין דער לעצטער צענזוס פון די וואוקס פון דער פריערדיגער צענזוס אין וועלכע איז געווען מיליאן איז געווען די גרעסטע וואוקס פראצענטועל פון אלע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט קאנאדע ס ארכי ליבעראלע אימיגראציע סיסטעם נעמט אן אימיגראנטן פון כמעט אלע לענדער אין דער וועלט די געשאצטע באפעלקערונג אין איז געווען נאנט צו מיליאן איינוואוינער רוב קאנאדער וואוינען אין די אורבאן שטעט וועלכע געפינען זיך זייער נאנט צו די דרום גרעניצן צוויי דריטל פון דעם וואוינען אין אנטעריא און קוויבעק וועלכע ווערט אויך אנגערופן צענטראל קאנאדע רוב קאנאדער זענען בריטיש אדער פראנצויזיש אפשטאמיגע אבער עס ווערן אויך רעפרעזענטירט נאך עטליכע אייראפעאישע לענדער אין צפון זענען די אינדיגינוס פאלק די מערהייט פראנצויזיש און ענגליש זענען די צוויי אפיציעלע שפראכן טראץ די וואס רעדן ענגליש אלס זייער מאמע לשון שטייגן איבער די צאל פון פראנצויזיש רעדנדיגע אלס זייער מאמע לשון מיט קעגן אלע פראנצויזישע זענען רוימען קאטויליקן און די ענגלישע זענען צוטיילט צו עטליכע רעליגיעס קאנאדער האבן א הויכע שריפטיקייט ראטע און א צאל גאר גוטע יוניווערסיטיס די וואוינונג סטאנדארט איז פון די העכסטע אין דער וועלט טראץ וואס איינס פון פאמיליעס האבן פראבלעמען מיט ארימקייט ווילדע פארברעכנס איז נידעריג ווען צוגעגליכן קעגן אנדערע נארט אמעריקע לענדער די פארברעכנס הייבן זיך אבער יעדעס יאר קאנאדע איז א לאנד אין וועלכע אלע איינוואוינער זענען פון ערגעץ אנדערש אלע אחוץ די אינדיגינוס זענען אנגעקומען קיין קאנאדע אין די לעצטע יאר דערפאר שפירן אלע קאנדער א געוויסע געבינדנהייט צו זייער היים לאנד אפשטאם רוב זענען אייראפאישע אבער לעצטענס קומען די אזיאנער שטארק אריין אין די לעצטע יאר זענען האלב פון אלע אימיגראנטן געווען פון אזיאנער לענדער די שנעלסט וואקסנדיגע באפעלקערונג זענען די כינעזער וועלכע שפראצן ווי די היישעריקן ארום פראצענט פון די באפעלקערונג זענען איינגעשריבן אלס מער ווי איין עטניק די אינדיגינוס מאכן אויס פראצענט פון די באפעלקערונג און די שווארצע מאכן אויס פראצענט אימיגראציע איז זייער וויכטיג אין קאנאדע ס באפעלקערונג ווייל קאנאדע וואקס זייער לאנגזאם נאטורליך די געבורט ס ראטע פער פרוי שטייט אינגאנצן ביי וואס טייטש אז די פאמיליעס זענען ממש א דריטל די גרויסקייט ווי עס פלעגט זיין אין די געוועזענע דור די לעבנ ס שפאן איז איינע פון די העכסטע אין דער וועלט און די געבורט ס ראטע איינע פון די נידעריגסטע וואס מאכט די באפעלקערונג עלטער און עלטער אין דעם פארגאנגענעם יאר איז די נאטורליכע וואוקס געווען בלויזע פראצענט אלס א רעזולטאט פון ניי געבוירענע פער יעדע מענטשן און א טויט ראטע פון פער מענטשן די געבורט ראטעס ווערן קלענער און קלענער יעדעס יאר שוין פאר א לענגערע צייט און די רעגירונג איז שטארק באזארגט אז א זערא נאטורליכע וואוקס איז נישט ווייט דערפאר האט זי באשלאסן אין די אנהויב גער יארן צו עפענען אירע טויערן פאר יעדן איינעם אויסער די צאל און געמיש פון אימיגראנטן פון אלע לענדער האט קאנאדע אוועקגעשטעלט זייער א לייכטע אימיגראציע סיסטעם וועלכע אימיגרירער האבן ענדערש געקליבן צו גיין רוב אימיגראנטן רוקן זיך באלד אריין אין די געדיכטע אורבאן שטעט וואו זיי לערנען זיך שנעל די פראנצויזישע אדער ענגלישע שפראך און צומאל ביידע זינט די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע איז קאנאדע געווען געצוואונגען שטרענגער צו מאכן אירע אימיגראציע פאליסיס ווערנדיג באשולדיגט דורך די אמעריקאנער פאר ן האבן צו א ווייכע אימיגראציע סיסטעם וועלכע לאזט אדורך טעראריסטן אן קיינע פראבלעמען קאנאדע איז באוואוסט מיט איר נידעריגע באפעלקערונג געדיכטקייט פון מענטשן פער קוואדראט מייל מענטשן פער קוואדראט קילאמאטער אבער דער אמת איז אז עס איז א גרויסער טעות ווייל מער ווי צוויי דריטל קאנאדער וואוינען אין די אורבאן שטעט וועלכע זענען צוטיילט אין מעטראפאלעיטנס די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז פראצענט פון פאלק וואוינען אין די שטעט ממש און צוזאמען מיט די סובורבס האט עס אויסגעמאכט פראצענט די קאנאדער באפעלקערונג איז נישט אייניג צוטיילט איבער ן לאנד די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז פראצענט פון פאלק וואוינען אין קוויבעק און אנטעריא ביידע מער צו מזרח די איבעריגע פראצענט וואוינען אין אלבערטא סעסקעטשווען און מאניטאבע פראצענט וואוינען אין די מזרח אטלאנטיק פראווינצן וועלכע זענען ניו בראנסוויק נאווע סקאשע נופאונדלענד און לאבראדאר און פרינץ עדווארד איילענד פראצענט וואוינען אין בריטיש קאלאמביע און קארגע פראצענט וואוינען אין די דריי טאריטאריעס וועלכע זענען די יוקאן נארדוועסט טעריטאריעס און נונאוואט בריטיש קאלאמביע האט ערשט אנגעהויבן וואקסן אין די לעצטע יאר צוליב די פילע כינעזער וועלכע וואוינען דארט אלבערטא האט אסאך בענעפעטירט פון דעם ווייל אויך איר באפעלקערונג צאל איז געשטיגן נאך אלץ איז אנטעריא געבליבן די גרעסטע און עקאנאמיש וויכטיגסטע פראווינץ קאנאדע ס הויפטשטאט אטאווא געפינט זיך אויך אין אנטעריא די גרעסטע אורבאן צענטערן אין קאנאדע געפינען זיך אין אנטעריא און אין קוויבעק די גרויסקייט איז סיי אין באפעלקערונג און סיי עקאנאמיש אין קאנאדע ווערט דאס אנגערופן א סי עם עי צענזוס מעטראפאליטן עריע א סי עם עי איז א גיאגראפישע געגענט וועלכע אנטהאלט די גרעסטע ארבעט ס קראפט פון די אורבאן שטאט די גרעסטע סי עם עי ס זענען היינט צו טאג ווי פאלגענד קאנאדע איז אפיציעל צוויי שפראכיג און אלע סערוויס פון די פעדעראלע און לאקאלע רעגירונגען ווערן געגעבן אין ענגליש און אין פראנצויזיש דער אויסוואל פון די שטאט אטאווע אלס דאס לאנד ס קאפיטאל איז אויסגעקליבן געווארן ווייל זי שטייט ביי די גרעניץ צווישן אנטעריא און קוויבעק אפשפיגלנדיג די לאנג שטייענדיגע פאליטישע און קולטורישע וויכטיקייט פון די צוויי געגרינדעטע נאציאנס די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז נאר פראצענט פון פאלק קען נישט איינע פון די צוויי אפיציעלע שפראכן פראצענט זענען אינגאנצן ביילינגיול פון דעם זענען רוב אין ניו בראנסוויק און אין קוויבעק פראצענט רעדן נאר ענגליש און איז זייער מאמע לשון פראצענט רעדן נאר פראנצויזיש און איז זייער מאמע לשון און די איבעריגע פראצענט רעדן אפיציעל אנדערע שפראכן אבער קענען איינע פון די צוויי אפיציעלע שפראכן די מערסט גערעדטע אנדערע שפראכן אין קאנאדע זענען כינעזיש איטאליעניש פאנדזשאביש היספאניש פארטוגעזיש און פויליש די אינדיגינוס מענטשן רעדן אסאך ערליי שפראכן אלע מיט אן ענליכע סטיל נישט אלע פון די שפראכן קען מען נאך הערן צווישן זיי אבער עס איז אינטערעסאנט ווי אזא קליין פעלקל פון א האלב מיליאן מענטשן און פון זעלבן אפשטאם רעדן כאטש ערליי שפראכן אלע ענדלנדיג איינע צו די אנדערע אז א פרעמדער ווייסט נישט קיין חילוק זייער מערסט גערעדטע שפראך איז קרי וועלכע ווערט גערעדט דורך מענטשן די עטנישע קאמפאזיציע פון די קאנאדער מענטשן איז כלערליי די צוויי גרעסטע גרופעס די בריטישע און פראנצויזישע אפשטאמיגע מאכן אויס און פראצענט פון די באפעלקערונג רוב פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק וואו זיי מאכן אויס ארום פראצענט פון די באפעלקערונג נאך גרויסע גרופעס פון פראנצויזן וואוינען אין ניו בראנסוויק און אין אנטעריא און דאס איבעריגע וואוינען צושפרייט אין גאנץ קאנאדע די גרעסטע גרופע פון פראנצויזן אין מערב קאנאדע וואוינען אין א קליין שטעטל אין וויניפעג זיי ציילן ארום דער חילוק צווישן די פראנצויזן און די ענגלישע זענען אז די פראנצויזן זענען א קולטורע גרופע וועלכע האלטן זיך מיט זייער שפראך היסטאריע און רעליגיע די ענגלישע זענען אבער נישט אזוי קיינער האט נישט קיין שום געפיל אדער שייכות מיט בריטען אנדערע עטניקס אין קאנאדע זענען די אייראפעאישע וועלכע מאכן אויס פראצענט פון די באפעלקערונג רוב אייראפעאישע קומען פון דייטשלאנד איטאליע און אוקריינע ביז פראצענט פון דער באפעלקערונג זענען אזיאנער אפשטאמיגע זיי קומען פון האנג קאנג אינדיע כינע און טייוואן די איבעריגע זענען פון איבער דער גאנצער וועלט די גרעסטע טיילן זענען פון אמעריקע לאטיין אמעריקע און אפריקע פיר פינפטלעך פון קאנאדישע פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק אלע פראנצויזן וואס וואוינען אין די אנדערע פראווינצן קוקן אויך ארויס אויף קוויבעק אלס זייער צענטער פון קולטור און סאסייאיטי די קוויבעקער פראנצויזן וועלכע זענען ארומגענומען מיט ענגליש רעדנדיגע שכינים און געניסן פון אן עקענאמיע וועלכע איז דאמינירט דורך ענגליש רעדנדיגע עליטע האבן אנגעהויבן זיך צו שטארקן אין וועלנדיג באקומען א שטערקערע קאנטראל אויף די קוויבעקער געשעענישן ערשט האבן זיי אנגעהויבן מיט עפענען סקולס און געבן הילף פאר פראנצויזיש רעדנדיגע קליינע ביזנעסער און מיט דער צייט האט זיך אנגעהויבן פארעמען א גרופע פון סעפערעטיסטן וועלכע האבן געהאט אין ציל צו מאכן קוויבעק א פראנצויזיש זעלבסשטענדיגע לאנד אנדערע מער מעסיגע פראנצויזן האבן אנגעהויבן בונטעוון מיט אן אנדערן פלאן וועלכע זאל נישט אפטיילן קוויבעק פון קאנאדע אבער זי זאל באקומען מער לאקאלע רעגירונג מאכט ווי סיי וועלכע אנדערע פראווינץ די מינאריטעט פון ענגלישע קוויבעקער זענען פארשטייט זיך געווען קעגן די אלע פלענער און האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל צו שטערן די וויסטע פלענער וועלכע האבן אנגעהויבן צו באקומען מער און מער שטיצע אויך די ענגלישע פון גאנץ קאנאדע זענען געווען שטארק דערקעגן און האבן אפילו נישט מסכים געווען צו לאזן קוויבעק באקומען מער לאקאלע מאכט ווי זייערע פראווינצן מיט די יארן זענען די פראנצויזן שטערקער געווארן און האבן געגרינדעט די קוויבעקיא פארטיי און שפעטער די בלאק קוויבעיאס וועלכע רעפרעזענטירט איר אין די פעדעראלע פארלימענט די אנגייענדיע אקטן פון די קוויבעקער און שפעטער די דורכגעפאלענע רעפערענדומס האבן געברענגט א היסטארישע אומצוטרוי צווישן די ענגלישע און פראנצויזישע קאנאדער קוויבעק האט אויך פארלוירן איר פריינטשאפט מיט אנדערע מינאריטעט גרופעס אין קוויבעק אזוי ווייט אז איינע פון די קרי פירערס האט געמאלדן אז אויב קוויבעק טיילט זיך אפ פון קאנאדע וועט זי זיך אפטיילן פון קוויבעק די קוויבעקער האבן געטאן אלס וואס מעגליך צוזאמען צוהאלטן קוויבעק אין פאל זייער חלום וועט צושטאנד קומען איין טאג זאלן זיי נישט בלייבן אויסגעשפילט ווען טיילן פון איר זעלבסט וועלן איר איבערלאזן א ביישפיל פון אזא פאל איז געווען מיט איין יאר צוריק ווען די קוויבעקער רעגירונג האט צוזאמענגעשמאלצן אלע שטעטלעך פון מאנטרעאל און אירע ארומיגע סובורבס צו עטליכע גרויסע שטעט אויס מורא אויב קוויבעק וועט אמאל ווערן זעלבסטשטענדיג זאלן די ענגליש רעדנדיגע באראס זיך נישט קענען אפטיילן און צוריקגיין אונטער די קאנאדישע פעדעראלע רעגירונג מער וועגן די פראנצויזן און זייער לאנג יעריגן היסטאריע און פאליטיק וועט נאכפאלגן טיפער אינעם ארטיקל די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע פראצענט אין קאנאדע ס באפעלקערונג אבער זייער היסטאריע איז זייער אינטערעסאנט די ערשטע שווארצע זענען אנגעקומען אין קאנאדע אין ווען א גרופע פליטים פון די היסטארישע אמעריקאנער רעוואלוציע האבן מיטגעברענגט מיט זיך זייערע קנעכט און זיך באזעצט אין קאנאדע יענע צייטן זענען געווען זייער אנגעצויגענע ווייל בריטען האט געקעמפט צו האלטן קאנטראל אין קאנאדע אז די פראנצויזן זאלן נישט פארשפרייטן זייערע פליגלן ארויס פון די קוויבעקער גרעניצן אויך אין אמעריקע האט בריטאניע אנגעפירט קאמפיינען אנצוהאלטן איר אימפעריע אין אלע שטעט אלע שווארצע וואס האבן צוגעהאלפן בריטאניע אין איר קאמפן האבן געוואונען פרייהייט אלס דאנקבארקייט אין דער ענדע פונעם טן יארהונדערט האבן נאווע סקאשע און באלד דערנאך אנטעריא באפרייט אלע שווארצע פון קנעכטשאפט אין ווען די בריטישע האבן באמבארדירט וואשינגטאן האבן טויזנטער שווארצע אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבעגעשווערצט קיין העליפאקס וואס האט אין יענע יארן געמיינט פולע פרייהייט כאטש אפילו די נאווע סקאשע רעגירונג האט נאך דעמאלט געהאט אסאך דיסקרימינירטע געזעצן פאר די שווארצע עטליכע יאר שפעטער האבן עטליכע אמעריקאנער אנטי סלעיוו גרופעס אמטליך געהאלפן נאך טויזנטער שווארצע זיך אריבערשווערצן קיין אנטעריא דורך ספעציעל וועגן וועלכע מען איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די אונטערגרונט רעילראודס די קאנאדישע שווארצע האבן עווענטועל באקומען פולע פרייהייט און רעכט פיל שנעלער ווי די אמעריקאנער שווארצע עס איז אינטערעסאנט אז מיט די פרייהייט וואס זיי האבן געקענט באקומען אין קאנאדע זענען דאך קיין סאך שווארצע מער נישט געקומען פון אפריקע נאר זענען געוואקסן נאטורליך אימיגראנטן מאכן אויס ארום פראצענט פון קאנאדע ס באפעלקערונג און ווי דערמאנט איז קאנאדע אנגעוויזן אויף אימיגראנטן אין די געוועזענע דורות האט די אימיגראציע דעפארטמענט זיך פארלייגט צו באקומען אייראפעאישע אימיגראנטן אין האט מען געטוישט די סיסטעם און עס איינגעטיילט אין דריי הויפט קאטעגאריעס אימיגראנטן וואס אנטלויפן צוליב פאליטישע קריגערייען פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדישע בירגער און זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן די זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן ווערן די ערטשע אקצעפטירט דורך א פונקטן סיסטעם וואס די אימיגראציע דעפארטמענט האט איינגעשטעלט לויט די שטאפלן פון ערציאונג וואס די אימיגראנטן האבן מענטשן מיט אסאך פונקטן ווערן שטענדיג אריינגענומען און זיי ציילן טאקע פראצענט פון קאנאדע ס אימיגראנטן אנדערע פראצענט אימיגראנטן זענען פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדער בירגער וועלכע ווערן אויך געווענליך אריינגענומען אן קיין שטער אימיגראנטן וואס פארלאזן זייערע לענדער וועגן פאליטישע קאנפליקטן באקומען שווער א גרינע קארטעל און מאכן נישט אויס מער ווי פראצענט פון אלע אימיגראנטן טראץ וואס קאנאדע נעמט אפיציעל אריין אימיגראנטן פון די גאנצע וועלט האט זי די שטערענגסטע געזונטהייט געזעצן און נעמט נישט אריין נאר פראצענט געזונטע מענטשן די אימיגראציע דעפארטמענט שטודירט יעדע פינף יאר וויאזוי איינצוטיילן די אימיגראנטן לויט די פראווינצן אין סך הכל האט זי א ציל צו נעמען ארום אימיגראנטן יערליך וועלכע מאכט אויס פראצענט פון די באפעלקערונג צאל זינט דער רעסעסיע אין איז די צאל אימיגראנטן פארמינערט געווארן צו פער יאר וועלכע איז פראצענט פון דער באפעלקערונג צאל אמעריקע קומט אריין די צווייטע מיט בלויזע פראצענט אימיגראנטן פון די באפעלקערונג צאל די אימיגראנטן באקומען סעטעלמענט סערוויסעס פון די רעגירונג ווי צייטווייליגע אקאמאדאציע שפראך קלאסן און הילף צו טרעפן דזשאבס אין האט די רעגירונג ארויפגעלייגט א שטייער אפצאל פאר יעדן אימיגראנט צו העלפן באצאלן די קאסטן פאר די סערוויסעס דער אפצאל האט גרויס קעגנערשאפט און ווערט שטענדיג דעבאטירט א גרויסע טייל אימיגראנטן זענען געלערנטע מענטשן וועלכע קומען פאר א בעסער לעבן אפילו די גאר געלערנטע מיט א ספעציעלע פאך זענען געצוואונגען צו ארבעטן פאר א מינימום געהאלט ביז זיי קענען איינע פון די צוויי שפראכן און די קאנאדער געזעצן דאס געמיש פון ראיאן און קולטור פון די צוויי אנדערע פעלקער אין קאנאדע קען נישט אנצייכענען אן איינצעלעם קאנאדער לעבנ ס סטיל אבער עפעס גענעראלעזאציעס קען מען יא מאכן און די ערשטע דערפון איז די וואוינונג סטאנדארט פון קאנאדע וועלכע איז זייער הויך ווי אין די פאראייניגטע שטאטן רוב אייראפאישע לענדער און יאפאן רוב קאנאדער וואוינען אין גוטע הייזער גייען שיין אנגעטאן דרייוון גוטע אויטאס קויפן איין מיט שכל און געניסן פון א גוטע העלט קעיר סיסטעם וועלכע גוט הילף פאר יעדן אייניג ארים צו רייך קאנאדער גיבן אויס זייער גרעסטן טייל געלט פאר האוזינג רוב הייזער זענען שיין און גוט און זענען איינצעלע פאמיליע הייזער נאר פראצענט פון קאנאדע ס באפעלקערונג וואוינען אין אפארטמענטס וועלכע די רעגירונג רופט אן צוזאמענגעשטופט אין די לעצטע צוויי צענדליג יארן האבן זיך די פאמיליעס שטארק געענדערט און עס זענען פאראן פיל מער איינצעלע עלטערן פאמיליעס די סיבה דערצו איז צוליב די שווערע געזעצן וואס די רעגירונג האט איינגעפירט בנוגע פאמיליע אייגנטום די קאנאדער זענען נישט קיין גרויסע פרעסער אבער גלייכן אלע ערליי עסן וועלכע מען קען טרעפן אין די מולטי ערליי רעסטוראנטן מיט עסנס פון די גאנצע וועלט אין אלגעמיין זענען די קאנאדער זייער אן איידל פאלק מיט גוטע מדות מיט וועלכע זיי געפינען חן אין די גאנצע וועלט די פראנצויזן זענען אבער מער אויסגעלאסן און פראסט די קאנאדער זענען אויך א געלאסענע פאלק און נישט אזוי יאגעדיג ווי די אמעריקאנער וועלכע לעכצן נאכ ן דאלאר ביז נישט לאנג צוריק פלעגן אלע געשעפטן זיין פארשלאסן זונטאג אבער מיט דער צייט האט זיך עס געטוישט זעקס אזייגער נאכמיטאג איז כמעט אלעס פארשלאסן אחוץ די לעבנסוויכטיגע געשעפטן ווי פארמאסיס א ד ג אין אלע אנדערע זאכן ווי האביס ספארטן און ענטערטעינמענט זענען די קאנאדער צוטיילט אין צוויי פעלקער די פראנצויזן האבן זייער קולטור וועלכע איז גענוי די זעלבע ווי די עכטע פראנצויזן און די ענגלישע זענען ווי די בריטישע אדער ווי די אמעריקאנער כאטש קאנאדער וואוינען אין די בעסטע סטאנדארטן זענען אבער איינס פון זיבן ארים און האבן נישט גענוג געלט אויסצוהאלטן די סטאנדארטן א הויפט סיבה פארוואס עס זענען פאראן אזויפיל ארימע איז ווייל ווי געזאגט זענען זייער אסאך פאמיליעס איינצעלע עלטערן פאמיליעס וועלכע קענען זיך שווער באגיין מיט געהאלט פון איין מענטש ארום האלב פון די וואס ווערן פאררעכנט ארים ארבעטן נישט און געניסן פון וועלפעיר פראגראמען פארברעכן איז א שטארקע פראגע אין קאנאדע פון וועלכע די מידיא רעדט אסאך קאנאדע האט א נידעריגע פארברעכן ראטע מיט מארדן פער מענטשן פארברעכן ראטעס אין אנדערע לענדער אין יאפאן אין בריטאניע אין די פאראייניגטע שטאטן און אין מעקסיקא די צאל מארדן און אנדערע פארברעכנס פאלן יעדעס יאר עס איז כמעט נישט געווען קיין שרעקליכע מארד סצענעס אין קאנאדע ס היסטאריע וועלכע זאלן מאכן נייעס אין דער וועלט אבער אפילו אזוי האט די רעגירונג שטענדיג געארבעט אויף גאן קאנטראל און ממש לעצטענס אויף גאן רעגיסטראציע די אקטן האט גרויס קריטיק אין לאנד וועלכע שטערט די רעגירונג איינצושטעלן די נייע געזעצן קאנאדע איז זייער א ריין לאנד קעגן איר שכן אמעריקע אפגערעדט פון ענווייראמענטאלע פאליסיס פארמאגט זי פשוט ריינע גאסן וועלכע טוריסטן גלייכן שטארק אפילו אין די געדיכטע שטעט זענען די גאסן שטענדיג זויבער די ארטיגע לאקאלע רעגירונגען און מוניציפאליטעטן האבן זייער הארבע געזעצן בנוגע זויבערקייט און אויך א רייע געזעצן וויאזוי פריוואטע הייזער זאלן אויסקוקן פון אינדרויסן טוריסטן וואס קומען אן קיין טאראנטא אדער מאנטרעאל ווערן באגייסטערט וויאזוי אזעלכע פארנומענע שטעט קענען זיין אזוי ריין קאנאדע איז איינס פון די רייכסטע לענדער אויף דער וועלט א מיטגליד פון דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און גרופע פון אכט קאנאדע איז א געמישטע עקאנאמיע העכטסראנגיק נידעריגער ווי די פאראייניגטע שטאטן אבער העכער פון רוב מערב אייראפעאישע לענדער אויפן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט זײ די אנהייב טע יארן האט די קאנאדישע עקאנאמיע געוואקסן גיך מיט ווייניג ארבעטלאזיקייט און מיט הויכע עודפים צו דער פעדעראלער רעגירונג הײנט האט קאנאדע אן עקאנאמישע סיסטעם פורעם פון פראדוקציע און הויכע לעבנ סטאנדארטן גאנץ ענלעך צו די פאראייניגטע שטאטן אין אקטאבער האט געהאלטן די נאציאנאלע ארבעטלאזיקייט בײ די נידעריגסטע אין יאר ארבעטלאזיקייט אין די פראווינצן טוישט זיך פון נידעריג אין אלבערטא צו א הויכפונקט פון אין ניופאנדלאנד און לאבראדאר אינעם פארגאנגענעם יארהונדערט האט דער וואוקס אין פאבריקאציע מינירן און באדינונג סעקטארן פארוואנדלט דאס פאלק פון א מער דארפישער עקאנאמיע אין וואס אן אינדוסטריעלער שטאטעקאנאמיע דער גרעסטער טייל פון דער עקאנאמיע איז די באדינונג אינדוסטריע וואו דרײ פערטל פון אלע קאנאדישע ארבעטערס ארבעטן קאנאדע איז דאך אן אויסנאם צווישן די אנטוויקלטע לענדער מיט א וויכטיקן גרונטיקן סעקטאר צוויי פון קאנאדע ס הויפט אינדוסטריעס זענען געהילץ און אויל קאנאדע איז פון די ווייניג אנטוויקלטע לענדער וואס עקספארטירן מער ענערגיע ווי זיי אימפארטירן אטלאנטישע קאנאדע האט ריזיקע בארטנליקע לאגערונגען פון נאטירלעכע גאז און גרויסע אוצרות פון אויל און גאז אין אלבערטא מיט די ריזיקע אטאבאסקא דיעגעכץ זאמדן האט קאנאדע די צווייטע גרעסטע וועלטליכע זאפאסן פון אויל נאך סאודי אראביע קאנאדע איז פון דער וועלט ס וויכטיגסטע באזארגערס פון אגריקולטורעלע פראדוקטן מיט ווייץ קאנאלא און אנדער תבואה פון די קאנאדישע פרעריעס קאנאדע איז דער וועלט ס גרעסטע פראדוצירע פון צינק און אוראניום און גרויס אין אסאך אנדערע נאטירלעכע רעסורסן ווי גאלד ניקל אלומיניום און בליי מיט די פאראייניגטע שטאטן איז דא גרויסע אינטעגראציע זײט דער צווייטער וועלט מלחמה דער צפון אמעריקע פרייער מסחר אפמאך האט געשאפן א פרייע האנדלן זאנע צווישן קאנאדע די פאראייניגטע שטאן און מעקסיקא זײט קאנאדע האט פארמיטן א רעסעסיע און האט די בעסטע עקאנאמישע אויספירונג אין דער גרופע קאנאדע איז א פעדעראציע וועלכע ס רעגירונג איז צוטיילט צווישן די צענטראלע און פעדעראלע רעגירונגען און די פראווינציאלע און טעריטאריאלע רעגירונגען קאנאדע ס אפיציעלע קאנסטיטוציע איז געמאכט געווארן אין וועלכע איז געבויט אויך עטליכע פריערדיגע קאנסטיטוציעס און דערויף צוגעלייגט א קאפיטאל פון רעכט און פרייהייט די קאנאדער קאנסטיטוציע גיט אויך וואס קאנאדער רופן פאטריאציע געבנדיג די קאנאדער רעגירונג די פולע אויטאריטעט איבער איר אייגענע קאנסטיטוציע בעפאר האט בריטען אויך געהאט א טייל אויטאריטיט אויף די קאנסטיטוציע אין אן אקט וועלכע איז אנגערופן געווארן דער בריטישער נארד אמעריקע אקט אלע קאנאדישע בירגער מיטן אויסנאם פון עלעקטאראל אפיצירן און קרימינאלן העכער יאר אלט קענען וויילן און לויפן אין וואלן אין סיי וועלכע פאזיציע דאס לאנד איז איינגעטיילט אין ריידינגס דיסטריקן און יעדער בירגער איז איינגעשריבן צו זיין לאקאלן ריידינג דער ארויסגאנג ביי אן עלעקציע איז זייער הויך אין קאנאדע מיט ארום פראצענט פון פאלק און פארגלייך צו אמעריקע ווי נאר פראצענט פון פאלק גייען בכלל ארויס וויילן כאטש די פאליטיק איז דארט פיל אינטערעסאנטער און מער מענטשן האלטן עס מיט טאג טעגליך קאנאדע ס הויפט פון דעם לאנד איז דער מאנארך פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך דער מאנארך ווערט רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך אן גובערנאטאר אלגעמיינער וועלכע האט גארנישט קיין פאליטישע קראפט דער הויפט עקזעקיוטיוו איז דער פרעמיער מיניסטער וועלכער ווערט ערוועלט דורך די לעגיסלאטור די פארלאמענט איז פראצענט ערוועלט דורך וואלן אין וועלכע אלע בירגערס קענען וויילן יעדע יאר די ריכטערס פאר די הויכע געריכט ווערן ערוויילט דורך די פעדעראלע און פראווינציאלע רעגירונגען די רעגירונג האט צוויי טראדיציאנאלע פארטייען וועלכע זענען די ליבעראלע פארטיי און די פראגרעסיוו קאנסערוואטיווע פארטיי די צוויי פארטייען האבן אויך ערוויילטע באאמטער אין אלע פראווינציאלע רעגירונגען ווען איין פארטיי איז אין מאכט איז די אנדערע די אפיצילע אפאזיציע אין פארלאמענט אין האט זיך דאס בילד געטוישט ווען די קאנסערווטיוון זענען באזיגט געווארן דורך די ליבעראלן און די בלאק קוויבעקוואס פון קוויבעק זענען אריינגעקומען צווייט און געווארן די אפיצילע אפאזיציע אין פארלאמענט אין זענען די בלאק קוויבעוואס איבערגענומען געווארן פון די שטארק אריינקומענדיגע רעפארם פארטיי וועלכע איז דאן געווארן די אפאזיציע אין פארלאמענט די רעפארם פארטיי האט זיך שפעטער געענדערט איר נאמען צו די קאנאדישע אליאנץ זי איז צוזאמענגעשטעלט פון מערב פראווינצן זינט דעם צווייטן וועלט קריג האט די פעדעראלע רעגירונג שטארק פארמערט אלע סאציאלע סערוויסעס ווי מעדיקל קער פענסיע און קינדער געלט די פראווינציאלע רעגירונגען האבן קאאפערירט אבער זענען אלע געווען באזארגט אז מיט דעם וועט די פעדעראלע רעגירונג פארמינערן די טראדיציאנאלע קראפט וואס די פראווינציאלע רעגירונגען האבן ספעציעל איז די זארג געווען אין קוויבעק וואו די פראווינציאלע רעגירונג האט מורא פאר א דאמינירונג פון די ענגליש רעדנדיגע מאיאריטעט פון לאנד אין אויסערן פאליסי האט זיך קאנאדע צוגעטשעפעט צו די נישט קאמוניסט קראפטן דורכאויס דעם קאלטן קריג און האט פארארדענט טרופן צו נאטא אן אליאנץ געפארעמט צוריק צוהאלטן די געפאר פון די קאמוניסטישע אגרעסיע וויאזוי אימער האט קאנאדע קיינמאל נישט געוואלט זיין א גרויסע מיליטערישע מאכט זייענדיג א שטארקע שטיצער פון די פאראייניגטע פעלקער האט קאנאדע שטענדיג געשיקט מיליטערישע טרופן און געצייג אין אלע יו ען אונטערגענומענע שלום אפעראציעס די צענטראלע רעגירונג האט די פולע מאכט אויף אלע אפטיילונגען וועלכע זענען נישט צוגעטיילט פאר די פראווינציאלע רעגירונגען ווי שטייערן חובות מיליטער באנקירונג קאמערץ נעוויגאציע שיפינג ענעריגע פאסט צענזוס סטאטיסטיק און נאך אויף אימיגראציע און ארגיקולטור קען די פעדעראלע רעגירונג אסאך מאל איבערגעבן אין טייל פאר די פראווינציאלע רעגירונגען אויב נויטיג אין האט די סופרים קארט איבערגעמאכט די קאנסטיטוציע און צוגעלייגט די באוואוסטע טשארטער אף פרידאם וועלכע האט פארזיכערט פאר אלע בירגער פונדאמענטאלע פרייהייט צו וויילן אין אלע וואלן פרעסע קעמפן דיסקרימינאציע שפראך און נאך פרייהייטן מיט וועלכע קאנאדע סימבאלאזירט די טשארטער האט אויך אסאך געענדערט די פאליטישע סיסטעם פון מאכן און טוישן געזעצן און דאס טוישן א פאליסי אפילו עס קלאפט אן אין אנדערע טשארטער פראוויזיע ס די נייע קאנסטיטוציע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך אלע פראווינציאלע פרעמיערס אויסער דער פרעמיער פון קוויבעק וועלכער האט אפגעזאגט אונטערצושרייבן ווייל די נייע טשארטער האט נישט געשטימט מיט קוויביקס פאליסיס יענער אקט האט געפירט צו די פארשטערקערונג פון די סעפעטעריסטישע גרופע און א רעפערענדום אין וועלכע זיי האבן שיעור נישט געוואונען די פארלאמענט באשטייט פון דריי חלקים די גאווערנער דזשענעראל די סענאט און די הויז אף קאמאנס די הויז אף קאמאנס האט מאל אזויפיל מיטגלידער ווי די סענאט דער פרעמיער מיניסטער און די עקזעקיוטיוו קאבינעט זענען אלע מיטגלידער אין די פארלאמענט געווענליך אין די הויז אף קאמאנס דער גאווערנער דזשענעראל איז א רעפרעזענטעטיוו פון די מאנארך וועלכע איז די בריטישע קעניגן עס זענען אויך פאראן לוטענעט גאווערנערס איינס פאר יעדע פראווינץ דער גאווערנער דזשענעראל ווערט ערוועלט דורך דעם פרעמיער מיניסטער און דארף באקומען די אומאפיציעלע צושטימונג פון די מאנארך ענגליש רעדנדיגע זענען שטענדיג געקליבן געווארן פאר גאווערנער דזשענעראל די טערמין פון א גאווערנער דזשענעראל איז געווענליך יאר דער גאווערנער דזשענעראל ס ראלע איז נישט מער ווי א צערעמאניאלע ער אדער זי די היינטיגע גאווערנער דזשענעראל איז א פרוי דארף באשטעטיגן און אונטערשרייבן יעדע ביל אין נאמען פון די מאנארך אויפזאגן און איינשווערן מיטגלידער אויטאריזירט אלע טריטיס און גיט באערדעס פאר די וואס דארפן דאס באקומען אפיציעל דארף דער גאווערנער דזשענעראל אריינשטעלן דעם פרעמיער מיניסטער און די קאבינעט מיטגלידער אבער אזויווי עס האט אבער נישט קיין פאליטישע קראפט מוז ער אדער זי סייווי מיטשטימען מיט יעדע אויסוואל וואס די קאמאנס ערוועלט אין אנדערע ווערטער איז די גאווערנער דזשענעראל נאר א סימבאליזירנדע מאנארך די הויפט עקזעקיוטיוו איז דער פרעמיער מיניסטער געווענליך דער פירער פון די פארטיי מיט די מערסטע זיצן אין פארלאמענט קאנאדע ס פארלאמענטרי סיסטסעם איז נאכגעמאכט פון בריטען אז אויך דער פרעמיער מיניסטער מוז ווערן ערוועלט אין א לאקאלע ריידינג ווי אלע אנדערע פארלאמענט מיטגלידער דעם פרעמיער מיניסטער ס פאזיציע באקומט ער נאר ווייל זיין פארטיי האט די מאיאריטעט אין די הויז אף קאמאנס און ווייל ער איז דער פירער פון די פארטיי דער סיסטעם ווערט אנגערופן די פארלאמענטרי סיסטעם אין אמעריקע ווערט דער פרעזידענט ערוועלט אין א באזונדערע עלעקציע און צומאל קען אן אנדערע פארטיי האבן די מאיאריטעט אין די רעגירונג אויב דער פרעמיער מיניסטער רעזיגנירט אלס פירער פון די פארטיי בעפאר די קומענדיגע וואלן ווערט דער נייער פירער פון די פארטיי אויטאמאטיש אויפגענומען אלס פרעמיער מיניסטער ביז ווילאנג נייע וואלן קענען אפגעהאלטן ווערן די פאראנטווארטליכקייט פון דעם פרעמיער מיניסטער איז די פאליסי פון די רעגירונג איבער אלע הויפט אישוס דער פרעמיער מיניסטער ערוועלט זיך אליינס זיין עקזעקיוטיוו קאבינעט וועלכע זענען אלע ערוועלטע פארלאמענט מיטגלידער אין אמעריקע ברענגט דער פרעזידענט מיט זיך א פארטיגע קאבינעט וועלכע זענען קיינער נישט ערוועלט און זענען נישט קיין מיטגלידער אין די רעגירונג דער גאווערנער דזשענעראל דארף געבן די באשטעטיגונג אויף די אויסוואל פון די קאבינעט דער פרעמיער מיניסטער איז אויך דער וואס רעקעמאנדירט וועמען מען זאל אריינשטעלן אין די ציווילע סערוויס אפטיילונגען אין די סענאט און אין די יוסטיץ דעפארטמענט די קאבינעט באשטייט פון מיטגלידער וועלכע זענען ווי די עקזעקיוטיוון צו די צענדליגער רעגירונג אפטיילונגען ווי פינאנץ אימיגראציע לעיבאר געזונטהייט א א וו די טערמין פאר דעם פרעמיער מיניסטער איז יאר אבער רוב פרעמיער מינסטער ס פאררופן נייע וואלן בעפאר זייער טערמין לויפט אויס עס איז נישטא קיין רעגולאציעס אויף ווילאנג א פרעמיער מינסטער קען בלייבן אין אמט עס זענען שוין געווען קאנאדער פרעמיער מיניטערס וואס האבן געדינט עטליכע טערמינען פון וועלכע עס זענען טיילמאל געווען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע מיט עטליכע יאר דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער דזשאן קרעטעין האלט שוין ביי זיין דריטן טערמין זייענדיג אין אמט זינט דער פרעמיער מיניסטער קען אפגעזאגט ווערן פון אמט אויב א מערהייט פון פארלאמענט פירט דורך א נאן קאנפידענס שטימע וועלכע איז א דעקלעראציע פון די פארלאמענט אז זיי שטיצן מער נישט דעם פרעמיער מיניסטער אזא שטימע צווינגט דעם פרעמיער מיניסטער אדער צו רעזיגנירן אדער צו פאררופן נייע וואלן אויב ער האט נאך א שאנס נאכאמאל צו געוואונען די מיטגלידער פונעם סענאט ווערן איינגעשוואוירן דורך די גאווערנער דזשענעראל אבער ווערן ערוועלט דורך דעם פרעמיער מיניסטער איינמאל א סענאטאר איז אין אמט קען ער דארט בלייבן ביז ער ווערט יאר אלט צו ווערן געקליבן פאר די סענאט איז א כבוד פאר א פאליטישן צו זיין א סענאטאר מוז מען האבן א גרויסע אייגנטום פון לאנד מען מוז זיין יאר אלט און וואוינען אין דעם פראווינץ צו וועלכע מען ווערט געשעטעלט די סענאטארס זענען די רעפרעזענטירן פון די פרינציפאלע ראיאנען אין סך הכל איז פאראן סענאטארס אבער עס קען צוגעלייגט ווערן ביז נאך אין ספעציעלע פעלער דער באדייט פון די קאנאדער סענאט איז ליבערשט אויסגעשטעלט ווי די בריטישע הויז אף לארד ס ווי די אמעריקאנער סענאט כאטש די סענאט האט אסאך מאכט און קען צושטערן סיי וואס עס געפעלט איר נישט איז עס בעיקר געשטעלט געווארן פאר א צווייטע איבערטראכטונג נאך די הויז אף קאמאנס בעפאר א געזעץ ווערט דורכגעפירט א באזונדערע אישו וואס די סענאט איז פאראנטווארטליכט איז די עקאנאמיע זי דארף איבערקוקן אלע סאציאלע עקאנאמישע אישוס וואס איז וויכטיג פאר דאס לאנד און זיי גוט אויספארשן וועלכע פירט אסאך מאל צו ענדערונגען אין די רעגירונג ס פאליסיס די מיטגלידער פונעם הויז אף קאמאנס ווערן דירעקט ערוועלט דורך די ציווילע וויילער יעדע יאר יעדע פראווינץ אדער טעריטאריע איז צוטיילט צו עטליכע ריידינגס געוואנדן לויט די צאל באפעלקערונגען און יעדע ריידינג ערוועלט איין מיטגלידער די סך הכל צאל פון מיטגלידער אינעם הויז אף קאמאנס שטייט היינט ביי אבער עס ווערט שטענדיג פארמערט נאך יעדע צענזוס יעדע ריידינג האט בערך וויילער און אויב עס ווערט מער גרינדעט די פראווינציאלע רעגירונג נאך א ריידינג ווען אימער א זיץ ווערט ליידיג צוליב סיי וועלכע סיבה מוז מען דאס באלד ערזעצן מיט וואלן וואס ווערט אנגערופן א ביי עלעקציע צו קוואליפיצירן פאר אן עלעקציע צו די הויז אף קאמאנס מוז דער קאנדידאט זיין אינגאנצן יאר אלט און מוז נאמינירט ווערן דורך זיין אייגענע פארטיי נאכדעם וואס ער דעגרייכט א געוויסע פארטיי שטאפל אויסער אויב איינער לויפט אלס אן אינדעפענדענט דעמאלט ברויך ער נישט קיין שום נאמינאציע דער קאנדידאט מוז נישט ארגינעל וואוינען אין די ריידינג אין וועלכע ער לויפט אבער איינמאל ער געוואונט מוז ער דאס טאן אין פראקטיק איז די הויז אף קאמאנס די הויפט לעגיסלאטיווע אפטיילונג וואו רוב וויכטיגע בילס ווערן פארגעלייגט און שטודירט דער פרעמיער מיניסטער און רוב עקזעקיוטיוו קאבינעט מיטגלידער זענען אויך מיטגלידער אים די הויז אף קאמאנס אויב די רעגירונג פארלירט די שטיצע פון א מאיאריטעט אין קאמאנס מוז מען פאררופן נייע וואלן דערפאר שטימען נישט די מיטגלידער פון די פארטיי קעגן די רעגירונג אלע דיסקוסיעס און מיינונגען אינערהאלב די פארטיי ווערן דעבאטירט אין פריוואטע מיטינגען אדער פארטיי קאקוס איינמאל די דעבאטע איז פאראיבער וועלן אלע מיטגלידער פון די פארטיי שטעלן איין פראנט אין פארלימענט און אזוי ארום קענען אנהאלטן די קראפט אלע אנדערע פארטייען אין די הויז אף קאמאנס וועלכע שטיצן נישט די רעגירונג זענען באקאנט אלס די אפאזיציע די מאיאריטעט פארטיי מיט די מערסטע זיצן נאך די רעגירונג ס פארטיי איז די אפיציעלע אפאזיציע און האט ספעציעלע פריווילעגיעס דער פירער פון יענע פארטיי איז איינע פון די מערסט וויכטיגסטע פיגורן אין די פארלאמענט די פארלאמענט סיסטעם פארלאנגט אז די אפאזיציע פארטיי מוז האלטן אנדערש ווי די רעגירונג ס פארטיי אין יעדע אישו כדאי יעדע אישו און ביל זאל קענען גוט דעבאטירט ווערן בעפאר עס ווערט געטאן דער פרעמיער מיניסטער און זיינע פארטיי מיטגלידער דארפן זיין גרייט צו יעדע צייט אפצוענטפערן און צו פארשטיין געבן די רעגירונג ס פראגראמען אדער אקציעס צו די אפאזיציע זעט קאנאדע ס פרעמיער מיניסטארן די לעגאלע סיסטעם אין קאנאדע איז אויפגעצויגן געווארן לויט די ענגלישע געזעצן אויסער אין קוויבעק וואו די קוויבעקער פראווינציאלע רעגירונג האט איר אייגענע ציווילע געזעצן וועלכע איז נאכגעמאכט די ארגינעלע פראנצויזישע געזעצן וועלכע האלט נאך אן זינט די פעדעראלע גערעכטיקייט איז אנגעפירט דורך די סופרים געריכט פון קאנאדע וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט דורך א טשיף ריכטער און הילפס ריכטער אונטער אים פון וועלכע דריי זענען פון קוויבעק די סופרים קארט געפינט זיך אין דער הויפט שטאט אטאווע און פירט אן מיט אלע ציווילע קרימינאלע און קאנסטיטוציאנאלע געזעצן די צווייטע גרעסטע געריכט נאך די סופרים קארט איז די פעדעראלע געריכט פון קאנאדע וועלכע איז צוטיילט צו צוויי אפטיילונגען די אורטייל געריכט און די אפיעל געריכט אינעם פעדעראלן געריכט ווערן געברענגט פארשידענע קעיסעס אריינגערעכנט די וואס קלאגן די פעדעראלע רעגירונג די פראווינצן האבן אלע סופרים קארטן און אסאך קליינע ציווילע געריכטן צוטיילט אין די ראיאנען קאנאדע איז צוזאמענגעשטעלט דורך פראווינצן יעדע איינע מיט אן אייגענע לעגיסלאטור און אדמיניסטראציע אלע פראווינציאלע רעגירונגען זענען אויסגעשטעלט אין סטרוקטור ווי די פעדעראלע נאציאנאלע רעגירונג די מאנארך איז רעפרעזענטירט אין יעדע פראווינץ דורך א לוטענעט געווארנער וועלכע ווערט איינגעשטעלט דורך די גאווערנער דזשענעראל מיט די צושטימונג פון דעם פרעמיער מיניסטער די פראווינציאלע רעגירונגען ווערן ערוועלט יעדע יאר דער אנפירער פון א פראווינציאלע רעגירונג איז דער פרעמיער וועלכער ווערט אייגעשוואוירן דורך דעם לוטענעט גאווערנער נאכדעם וואס זיין פארטיי געווינט א מערהייט אין די פראווינציאלע עלעקציעס דער אויסשטעל פון די פראווינציאלע לעגיסלאטור איז גענוי ווי אין די הויז אף קאמאנס דער פרמיער מוז אנהאלטן א מאיאריטעט און טוט זיך אליין ערוועלן אן עקזעקיוטיוו קאבינעט מיט מיניסטארן פאר יעדע אפטיילונג פארשטייט זיך אז אלע עקזעקיוטיוון זענען מיטגלידער פונעם אזויגערופענעם טשעמבער די יאקען און נארטוועסט טעריטאריעס ווערן יא געפירט דורך אטאווע וועלכע האט אריינגעשטעלט א קאמישענער אין די הויפט געגענטער יעלאונייף אין די נארטוועסט טעריטאריעס און ווייטהארס אין די יאקען טעריטאריעס אונטער דעם קאמישענער איז פאראן אן ערוועלטע קאונסיל אזויווי אין רוב שטעט אין דער וועלט די קאונסיל האט אבער נישט די פולע קאנטראל אויף די טעריטאריע אזיווי די פראווינציאלע רעגירונגען און טייל דעפארטמענטס ווערן דירעקט געפירט דורך די פעדעראלע רעגירונג א דריטע טעריטאריע איז געגרינדעט געווארן אין ארויס פון די נארטוועסט טעריטאריעס און איז א נאמען געגעבן געווארן נועווענאט די טעריטאריע נעמט אריין מיליאן קוואדראט קילאמעטער פון ארקטיק געגענטער די קליינע טעריטאריע האט זיך אויך אן אייגענע קאונסיל מיט א קאמישענער און איז באזעצט מיט אינדיגינוס מענטשן די שטארקסטע נאציאנאלע פאליטישע פארטייען אינעם לעצטן דור זענען די פראגרעסיוו קאסערוואטיוון און די ליבעראלן די דריטע גרעסטע פארטיי מיט די טראדיציאנאלע נאציאנאלע שטיצע איז די ניו דעמאקראטיק פארטיי ען די פי די פראגרעסיוו קאנסערוואטיווע פארטיי האט געווענליך געשטיצט די לימיטאציע צו סטעיט קראפט און א פיסקאלע אחריות ווען די ליבעראלן האבן שטענדיג געצילט צו אריינמישן די רעגירונג אין אלע אפטיילונגען ספעציעל אין די עקענאמיע די ליבעראלן זענען אויך שטענדיג באטראכט געווארן אלס די פארטיי וועלכע איז טראדיציאנעל די מערסטע אפען פאר אימיגראציע די קלענערע ען די פי וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט די געוועזענע קענעדיען לעיבאר און פראטעסט מואוומענטס פארטייען שטיצט פראגראמען וועלכע פארמערן סאציאלע און עקענאמישע אייניקייט די ען די פי פאררופט זיך אלס די פארטיי וועלכע שטעלט פאר די געווענליכע פשוט ע איינוואוינער אבער עס איז איר נאך קיינמאל נישט געלונגען צו באקומען די אויבערהאנט און פירן די רעגירונג מיט דעם אלעם האט די פארטיי א שטארקן כוח מיט וועלכע זי שטיצט געווענליך די ליבעראלן פראווינציאלע רעגירונגען האט די ען די פי פארטיי יא באוויזן צו געווינען אין פראווינצן אין די עלעקציע האבן נאר די ליבעראלן אנגעהאלטן זייער פאליטישע באזע ווען די צוויי אנדערע פארטייען האבן אסאך פארלוירן ווען די פערטע גרויסע פארטיי די בלאק קוויבעקיאס איז געגרינדעט געווארן דורך די קוויבעקער צו שיצן קוויבעק ס אינטערעסן און צו פרעדיגן סאוורענטי זעלבשטענדיקייט די צוויי אנדערע פארטייען זענען ממש צוזאמענגעפאלן און די בלאק קוויבעקיאס איז געווארן די אפיציעלע אפאזיציע אין די רעגירונג דער דעמאלטדיגער פירער פון די בלאק קוויבעקיאס לוסיען בושארד האט באלד דערנאך פארלאזט זיין שטעלע צו ווערן דער פרעמיער פון קוויבעק דערווייל איז נאך די בלאק קוויבעקיאס זייער שטארק אבער איז שוין היבש רעדוצירט געווארן זינט די אינטערעסן פאר זעלבשטענדיקייט האט אסאך נאכגעלאזט און די פארטיי האט פארלוירן איר אפיציעלע אפאזיציע צו די קענעדיען עלייענץ פארטיי אויב קוויבעק וועט אמאל געוואונען פולע זעלבשטענדיקייט וועט זי גענצליך אויפלעזן איר פארטיי אין די פעדעראלע רעגירונג די קענעדיען עלייענץ וועלכע האט סוקסעסירט די רעפארם פארטיי איז שטארק געווארן נאכדעם וואס זי האט אנגעהויבן שטיצן קאנסערוואטיווע אישוס ווי שניידן שטייערן און רעגירונג ס פונקציעס און האט געשטערט די קוויבעקער פון אירע פלענער דער פירער פון די פארטיי סטאקוועל דעי האט גאר שטארק געפירט די פארטיי וועלכע האט ווידער געוואונען אין מיט אן אויסערגעווענליכן שטארקייט צונעמנדיג נאך אפאר זיצן אין פארלאמענט דעי האט שפעטער געמוזט רעזיגנירן נאכדעם וואס עס זענען ארויפגעצויגן געווארן אויף אים עטליכע סקאנדלן קאנאדע איז א ריכטיגע סאציאלע רעגירונג מיט די מאקסימולע וועילפעיר פראגראמען וואס מעגליך די רעיגירונג גיט אומזיסטיגע העלט קעיר פאר ארים און רייך אייניג פענסיע פאר רעטייערמענט און דיסעביליטי ענפלאוימענט אינשורענס ביז א יאר און קינדער געלט פאר ארימע און מיטל פארדינער פאמיליעס צו העלפן אויפציען קינדער אחוץ די אלע פראגראמען שפענדעט די רעירונג ביליאנען דאלארן פאר די פראווינציאלע רעגירונגען צו העלפן מיט אויפציאונג און סאציאלע הילף פאר די וואס דארפן דאס אלעס צוזאמען קאסט דאס אפ פאר די רעגירונג ביליאן דאלאר פער יאר און נאך ביליאן פאר די העלט קעיר סיסטעם די אדמיניסטראציע פון וועלפעיר סערוויסעס איז אין גרעסטן טייל די אחריות פון די פראווינציאלע רעגירונגען וועלכע צוטיילן עס צווישן מוניציפאליטיס די פראווינציאלע רעגירונגען זענען אויך פאראנטווארטליכט פאר ערציאונג וועלכע זי דארף ארויפברענגען אויף הויכע שטאפלן העלט און ערציאונג זענען די עיקר פליכטן פון די פראווינציאלע רעגירונגען וועלכע גיבן אויס פארדעם ארום ביז פראצענט פון זייער בודזשעט די העלט קעיר סיסטעם אין קאנאדע איז באמת געגרינדעט געווארן דורך די פראווינציאלע רעגירונגען אין וועלכע האבן געפירט צו די גרינדונג פון די קאנאדע העלט אקט אין נאך היינט זענען די פראווינציאלע רעגירונגען די וואס צושפרייטן און אפערירן די העלט קעיר סיסטעם מיט אסאך פינאנציעלע הילף פון די פעדעראלע רעגירונג מיט דער צייט איז קאנאדע געוואקסן און מער קרענק האט אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד וועלכע האט געקאסט צופיל געלט פאר די רעגירונג ביז עס איז שוין געווארן א דעפיציט די רעגירונג האט זינט דעמאלט אנגעהויבן פאדערן אפצאלן אויף אסאך מעדעצינען און איבעריגע דאקטוירים באזוכן און געעפענט קליינע פריוואטע קליניקס אלעס כדי צו מאכן אביסל קעש וועלכע פאדערט זיך וויכטיג פאר די רעגירונג ס קאסע אלס א לאנד מיט נאר מיליאן איינוואוינער ווערט קאנאדע נישט פאררעכנט אלס א צענטראלע מיליטערישע קראפט די קאנאדער רעגירונג האט אין ערקלערט אז די קאנאדער כוחות פליכט איז היינט צו טאג נאר צו היטן דאס לאנד און וואסערן און צו געבן אינטערנאציאנאלע סעקיוריטי פאר יו ען געשטיצטע מיסיעס די קאנאדער מיליטער זענען ענדערש איין סיסטעם ווי זייענדיג צוטיילט אין אן ארמיי עירפארס נעיווי און נאך דער אנפירער פון די מיליטערישע כוחות איז דער טשיף אויף די דעפענס סטעף אונטער זיין קאמאנד איז דאס מיליטער צוטיילט אין טיילן די לופט כוחות מעריטיים און לאנד כוחות מיליטרישע סערוויס איז פראצענט וואלונטירנדיג מיט ן אויסנאם ביי א קריטישע קריג ווי ביי די צווייטע וועלט קריג קאנאדע איז איינע פון די גרינדער מיטגלידער פון נאטא זינט זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין דאס מיליטער האט צו יעדע צייט גרייט א מיליטער אין אייראפע פאר סיי וועלכע נאטא מיסיע קאנאדע האלט אויך פעסט מיט אין די אמעריקאנער און אייראפעאישער ספעיסקרעפט פראגראמען צו וועלכע זי האט שוין אריינגעברענגט אסאך געלט און וויסנשאפט קאנאדע האט אנטייל גענומען אין די אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער דורך שענקן איין טייל קאנאדע ס מיליטער ווערט באטראכט אין דער וועלט אלס איינע פון די וועלט ס פרידנס אנהאלט נאציאנען אלעס צוזאמען האט זי שוין געשיקט פערסאנעל אויף פארשידענע שלום מיסיעס א טייל וועלכע גייען נאך היינט אן די מיליטערישע כוחות איז אויך שוין מאל גענוצט געווארן אינלאנד צו פארהאלטן אומרוען איינמאל אין קוויבעק אין פרעמיער מיניסטער טראדאו ס צייטן ווען עס האט געדראעט טעראריסטישע אטאקעס דורך קוויבעקער טעראריסטן און א צווייט מאל ווען א גרופע אינדיגינוס איינוואוינער אין קוויבעק האבן געוואלט רעוואלטירן און אין ביי אן אינצידענט אין בריטיש קאלאמביע קאנאדע האט קיינמאל נישט געפינען פאר וויכטיג צו שטארקן איר מיליטער נאר ליבערשט פרובירט עס צו שניידן די מיליטער האט נישט קיין הויכע פראפייל אין לאנד און מיליטערישע געשעענישן האט א קליינע אפעקט אין פאליטיק יאר צוריק האט די מיליטער פארמאגט קנאפע פערסאנעל וועלכע האט אפגעקאסט די רעגירונג ביליאן דאלאר ביז אין האט שוין די ציפער געהאלטן ביי גרייטע פערסאנעל און נאך פאר רעזערוו ארגינעל האט די רעגירונג געפלאנט צו שניידן די מיליטער ס קאסטן צו ביליאן דאלאר אבער די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע האט אויפגעברענגט אסאך קריטיק אז די רעגירונג איז זייער צוריקגעשטאנען און מוז זיך מער אנטוואפענען צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא קאנאדע ס אויסערן פאליסיס ווערן קאארדירנירט דורך די דעפארטמענט אף פאריען אפעירס און אינטערנעשאנעל טרעיד קאנאדע נוצט אירע השפעות צו קוראזשירן דעמאקראטיע די זיכערהייט פון מענטשליכע רעכט פרייע האנדל און פרידנדיגע רעזאלוציעס פאר קאנפליקטן די היינטיגע ליבעראלע רעגירונג איז ביי דער מיינונג אז מער האנדל ברענגט מער דעמאקראטיע און שלום די פאליסי איז געמאלדן געווארן אין דורך דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער דזשאן קרעטעין און האט ארויסגערופן אסאך קריטיק אינערהאלב דאס לאנד און נאכמער אין אמעריקע וויאזוי אימער איז אבער די פאליסי זייער גוט אויפגענומען געווארן אין די קאנאדער ביזנעס וועלט און מען האט אנגעהויבן פארמערן האנדל אין די גאנצע וועלט ספעציעל אין אפריקע און אין קובא וואו אמעריקע האלט נאך היינט אן איר עמבארגא די נייע פאליסי האט שפעטער אין געברענגט די פאראייניגטע שטאטן צו מאכן די העלמס בורטאן אקט וועלכע האט פארבאטן געוויסע ביזנעס פירער וועלכע האבן אנגעפירט מיט די האנדל אין קובא אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן קאנאדע האט באלד צוריקגעשלאגן דורך גרינדן די פאריען עקסטרעטעריטאריעל מעזשורס אקט פארבאטנדיג קאנאדער פירמעס צו אבזערווירן אמעריקאנער עמבארגאס די צוויי אקטן האבן אנגעהאלטן איין יאר ביז ווען די פאראייניגטע שטאטן האט צוריקגעצויגן פון איר אקט היינט איז שוין אמעריקע ווייכער צו קובא און עס איז שוין פאראן א שטארקע שטיצע אויפצולעזן די אמאליגע עמבארגא מיט קובא קאנאדע שיקט אסאך הילף פאר דריטע וועלט לענדער ווי געלט און מעדיצינישע הילף אין האט די רעגירונג געגרינדעט די קענעדיען אינטערנאציאנאלע דעוועלאפמענט אגענטור סי עיי די עי א ספעציעלע אגענטור אנצופירן מיט הילף פאר די וועלט די אגענטור שיקט ביליאנען דאלארן יערליך פאר אסאך לענדער וואס האלטן זיך אינמיטן דעוועלאפן און א טייל פאר די יו ען די אגענטור האט אויפגעשטעלט א ריסורטש צענטער צו אדאפטירן סייענס און טעכנאלאגיע פאר דריטע וועלט לענדער קאנאדע איז פון די שטארקסטע שטיצער אין די יונייטעד נעישאנס און שפילט דארט א גרויסע ראלע אין די געוועזענע יארן האט קאנאדע איינגעשטעלט עטליכע שלום פאליסיס וועלכע האבן איר געגעבן א רעפוטאציע אלס א לאנד וואס זוכט שלום די באקאנסטע פון אזא פאל איז געווען ביי די סועז קאנאל קריזיס אין ווען דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער ליסטער פירסאן האט פארגעשטעלט די אינטערנאציאנאלע שלום כוחות וועלכע האט נאך היינט דארט קאנטראל און האט יענעם יאר געוואונען די אינטערנאציאנאלע נאבעלע שלום פרייז וועלכע האט אים געגעבן די מעגליכקייט פארשפרייטן שלום אויך אויף אנדערע ערטער קאנאדע שטיצט די יו ען אין עטליכע וועגן זי איז די פערטע גרעסטע פינאנציעלע ביישטייערער פארנעמט פראצענט פון דער וועלט ס אינטערנאציאנאלע שלום טרופן און טוט אסאך פאקטישע ארבעט ווען עס קומט צו שלום מיסיעס קאנאדע איז נאך געווען פארמישט אין די ערשטע אינטערנאציאנאלע שלום מיסיעס קאשמיר אין פאלעסטינע אין קאנגא אין און ציפערן אין קאנאדע האט אויך שטענדיג געשיקט א צאל טרופן און מיליטערישע געצייג אין יו ען געשטיצטע קריגן ווי די קארעא קריג ביי די פערסישע גאלף קריג אין און לעצטענס ביי די אפגאניסטאנער קריג קאנאדע האט אויך די מלחמות אחוץ די אפגאניסטאנער קריג פרובירט צו פארהאלטן דורך פארהאנדלונגען שטייענדיג הארט פאר די קריג קעגן איראק ווען די שורות ווערן געשריבן איז קאנאדע דערווייל קעגן גיין אין קריג אזוי לאנג ווי די יו ען וועט נישט דורכפירן א רעזאלוציע אז מען קען גיין אין קריג קאנאדע ס היסטאריע הייבט זיך אן נאך מיט הונדערטער יארן צוריק ווען די אייראפעאישע האבן אנגעהויבן באזעצן די קאנאדער טעריטאריע דער פראצויזישער אויספארשער סאמועל דע שאמפליין איז אנגעקומען אין און האט אויפגעשטעלט די ערשטע אייראפעישע יישובים פארט ראיאל אין און קוועבעק סיטי אין די ענגלישע האבן עטאבלירט פישעריי פאסטן אין ניופאנדלאנד אין און האבן באזעצט די דרייצן קאלאניעס צו דער דרום זייט פון ביז איז געווען פיר צווישן קאלאניעשע קריגן ביים בונד פון אוטרעכט איז נאווא סקאשא געקןמען אונטער בריטישער הערשאפט מיט ן בונד פון פאריז האט פראנקרייך נאכגעגעבן קאנאדע מיט רוב פון נייער פראנקרייך צום פאראייניגטן קעניגרייך אין איז נייער פראנקרייך געווארן דער פראווינץ פון קוועבעק אין איז דער פראווינץ פון קאנאדע צעטיילט געווארן אויף צוויי אויבער קאנאדע ענגליש רעדערס און אונטער קאנאדע פראנצויזיש רעדערס אין דער בריטיש נארד אמעריקע אקט האט אויפגעשטעלט א קאנפעדעראציע פון איין דאמיניע קאנאדע מיט פיר פראווינצן אנטעריא קוועבעק נאווא סקאשא און ניי ברונסוויק אין דער צווייטער וועלט קריג האט קאנאדע אונטער פרעמיער מיניסטער מאקענזי קינג געעפנט מלחמה קעגן דייטשלאנד דריי טעג נאך בריטאניע אין איז ניופאנדלאנד געווארן דער צענטער פראווינץ פון קאנאדע עס וואוינען היינט ארום אידן אין קאנאדע צושפרייט אין שטעט די גרעסטע צאל אידן וואוינען אין טאראנטא וואו עס איז פאראן די מערסטע ביזנעס אבער דאס איז נאר אין די לעצטע צענדליגער יארן בעפאר דעם האבן רוב קאנאדישע אידן געוואוינט אין מאנטרעאל וועלכע איז שטענדיג געווען די הויפט ביזנעס שטאט פון קאנאדע און די גרעסטע טייל אידישע אימיגראנטן זענען דארט באזעצט געווארן קאנאדע ס ערשטע שול קק שארית ישראל ספאניש פארטוגעזיש איז געגרינדעט געווארן אין אין מאנטרעאל נאכדעם וואס די גרופע אידן האבן געהאט געדאווענט צענדליגער יארן אין אן ארויסגעדינגענעם ארט די אידישע באפעלקערונג צוטיילט זיך ווי פאלגענד טאראנטא אנטעריא מאנטרעאל קוויבעק ווענקאווער בריטיש קאלאמביע וויניפעג מאניטאבע אטאווע אנטעריא קאלגערי אלבערטא העמילטאן אנטעריא און עדמאנטאן אלבערטא רוב קאנאדישע אידן זענען אשכנזים אבער עס פאראן א גרויסע צאל פראנצויזיש רעדנדיגע מאראקאנער אידן וועלכע וואוינען אלע אין מאנטרעאל מען שאצט אז ארום א דריטל פון די אידישע באפעלקערונג האלט שבת און א גרויסע טייל דערפון זענען פולע שותמצ נישט פאר אונז געזאגט די עכט אידישע באפעלקערונג ווערט קלענער פון יאר צו יאר צוליב אסאך געמישטע הייראטן ליידער אבער נאך אלץ איז די באפעלקערונג צאל שטארק געשטיגן אין די לעצטע יארן ביז אזוי סאך ווי פראצענט מאכנדיג איר איינע פון די שנעלסטע וואקסנדיגע באפעלקערונגען פון די אימיגראנטן זענען פראצענט רוסישע וועלכע האבן אימיגרירט אין די מאסן פון ווען די קאמוניסטישע רעגירונג איז אויפגעלעזט געווארן אין די צווייטע גרעסטע צאל פון אימיגראנטן זענען פון מדינת ישראל ארום פראצענט וועלכע האבן איבערגעלאזט זייער לאנד און געפינען א רואיגערע און פארזיכערטערע לעבן אין קאנאדע די פרייע און נישט פרייע קאנאדישע אידן דאס נעמט נישט אריין די פרומע אידן האבן עטליכע קעגנגעזעצטע מיינונגען לגבי מדינת ישראל און ווערן באטראכט אלס אזוי שטארק פרא מדינת ישראל ווי אידן איבער די וועלט קאנאדער אידישע פירער האבן שטענדיג געארבעט אריינצוברענגען מער אידישע אימיגראנטן פון אנדערע געפלאגטע לענדער אויף וועלכע די ציוניסטישע פירער האבן געברויזט אויך לעצטענס ארבעטן די קאנאדער אידישע פירער אריינצוברענגען אסאך אידן פון ארגענטינע אויף וועלכע די ציוניסטן ארבעטן אויך זייער שווער אידן האבן אנגעהויבן קומען קיין קאנאדע נאך אין די מיטעלע יארן פונעם טן יארהונדערט די פראנצויזישע האבן דעמאלט געהאט קאנטראל אין רוב קאנאדע און האבן אויסגעשלאסן די אידן פון יעדע זאך און זיי אויסגעטיילט צרות און טיילמאל פארטריבן פון זייערע טעריטאריעס די מאיאריטעט פון אידן זענען טאקע אנגעקומען מיט די בריטישע סאלדאטן וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטרעאל און געקעמפט פאר קאנטראל איבער קוויבעק קוויבעק איז דעמאלט געווען נאך פיל גרעסער ווי היינט און האט אריינגענומען אויך עטליכע אמעריקאנער שטעט די בריטישע האבן נישט געטשעפעט מיט די אידן און די ביסל אידן האבן זיך געגרינדעט א קליינע שול וועלכע האט זיך גערופן שארית ישראל ווי פריער דערמאנט אין אידישע היסטאריע איז באוואוסט די פרענק פאמיליע וועלכע זענען געווען פון די ערשטע אידישע פאמיליעס וועלכע האבן אמיגרירט קיין נארט אמעריקע צוזאמען מיט די בריטישע סאלדאטן מיט וועלכע זיי האבן אנגעהאלטן א נאנטע פריינטשאפט די פרענק פאמליע האט אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט סיי אין קאנאדע און אויך אין די ערשטע אמעריקאנער שטעט זיי זענען געווען רייך און געהאט נאנטע פארבינדונגען מיט אלע ענגלישע פירער די פרענק פאמיליע איז געווען א אידישע סימבאל פאר דריי דורות דענאך זענען די קינדער שוין אוועקגעגאנגען פון די אידישע וועג און האבן מער נישט אינטערעסירט די אידישע באדערפענישן אין יענע צייטן האט דאס אידישקייט אין קאנאדע געציילט קוים עטליכע מינינים א צענזוס פון צייגט אז עס זענען נישט געווען מער ווי רעגיסטרירטע אידן אבער היסטאריקער זאגן אז עס זענען געווען מער אידן נאר זיי האבן זיך נישט רעגיסטרירט אויס מורא פאר זייער אידישקייט אין האבן שוין די אידן באקומען אלע ציווילע רעכט ווי אלע בירגער נאך אלץ איז א איד ס געזיכט געווען ווי א מאדנע באשעפעניש פאר די איבעריגע איינוואוינער ממש בעפאר דעם טן יארהונדערט האבן די ניי אנגעקומענע אידישע אימיגראנטן זיך אנגעהויבן באזעצן אין די אלע אויבנדערמאנטע שטעט אין פראווינצן די גרעסטע טייל דערפון אין געווען אין אנטעריא ביים אריינטערעטונג פונעם טן יארהונדערט האט די אידישע באפעלקערונג געציילט ארום נפשות מיט עטליכע יאר שפעטער האט די אידישע באפעלקערונג זיך דראסטיש געהעכערט ווען טויזנטער אידן זענען אנטלאפן פון די קאמוניסטישע רוסלאנד און אימיגרירט אומלעגאל קיין קאנאדע וועלכע האט געהאט אפענע טירן פאר אימיגראנטן אין האט די אידישע באפעלקערונג געציילט דורכאויס די צווייטע וועלט קריג האט קאנאדע פארשלאסן אירע טויערן פאר די געליטענע דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער מעקענזי קינג איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א שטארקע שטיצער פון היטלער בעפאר די קריג און פאר קוים אפאר טויזנט נפשות איז געלונגען זיך אריינצובאקומען אין לאנד נאך די מלחמה האבן די אידישע ארגאניזאציעס אינערהאלב קאנאדע איבערגעדרייט א וועלט אז די רעגירונג זאל עפענען אירע טויערן פאר די מלחמה איבערלעבער די פילע שתדלנות האט געהאלפן און די קאנאדישע רעגירונג האט אויפגענומען בערך אידישע נפשות אין א משך פון צוויי יאר צווישן זיי זענען געווען א קליינע צאל עכט פרומע אידן פון וועלכע עס שטאמען די היינטיגע חסידישע און ליטווישע בליענדיגע קהלות רוב ניי אנגעקומענע אידן האבן זיך באזעצט אין טאראנטא אדער אין מאנטרעאל אין ביידע שטעט האבן געהאט בערך די זעלבע צאל אידישע איינוואוינער אבער איבער די יארן האבן זיך א גרויסע טייל מאנטרעאלער אידן אריבערגעצויגן קיין טאראנטא אויס מורא פאר אן אפטיילונג פון קוויבעק עס וואוינען אין קאנאדע אלע ערליי אידן פון וועלכע רוב דערפון זענען שטארקע פארפרעמדעט פון אידישקייט אבער האלטן זיך פאראייניגט אונטער א אידישע ארגאניזאציע וועלכע רעפרעזענטירט זיי אין לאנד די גרעסטע אזא ארגאניזאציע איז די קענעידיען דזשואיש קאנגרעס וועלכע האט זייערע הויפטקווארטיר אין מאנטרעאל און נאך אקטיווע צענטערן איבער אלע ווינקלן פון קאנאנדע נאך זיי איז פאראן נאך צוויי גרויסע אידישע ארגאניזאציעס די בני ברית און די וויזו ביידע ציניוסטישע פעדעראציעס וועלכע האבן ליב צו פארטרעטן די אידישע געמיינדע ביי יעדע נארישקייט רוב אידן זענען ענגליש רעדנדיגע וועלכע האבן געפינען די פראנצויזישע שפראך אלס א פראבלעם נאך אלץ איז פאראן ארום פראצענט ספרדים פון די אידישע איינוואוינער וועלכע רעדן יא פראנצויזיש א קליינער צאל אידן אין מאנטרעאל און אין טאראנטא זענען פרומע אידן זיי ציילן ארום פאמיליעס די קאנאדער פרייע אידן זענען מער טראדיציאנאל אידיש ווי די אמעריקאנער אידן און כאטש זיי אליין האלטן כמעט גארנישט רעספעקטירן זיי מער די פרומע אידן און פראצענט פון זיי אינדענטיפיצירן זיך אלס ארטאדאסיטע אידן כשר ע עסן איז דא צו באקומען אין טאראנטא מאנטרעאל וויניפעג און אטאווע רוב כשר ע פראדוקטן ווערן אימפארטירט פון די פאראייניגטע שטאטן אבער מען מאכט שוין היינט אסאך עסן אין קאנאדע און טייל פון זיי ווערן עקספארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן אידישקייט ווירבעלט שיין אין קאנאדע עס זענען פאראן אסאך ישיבות און סקולס אייגענע צייטונגען אויף מערערע שפראכן וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פון אלע סארטן און בעיקר א שטארקע פריינשאפט צווישן אלע קהילות די שטאט מאנטרעאל האט די גרעסטע אידישע ביבליאטעק אין צפון אמעריקע מיט טויזנטער אידישע ארטיקלען פון הונדערטער יארן פינלאנד גרעניצט זיך מיט רוסלאנד אויף דער מזרח זייט שוועדן אויף דער מערב זייט און נארוועגיע אויף צפון מערב פינלאד איז דאס אכטע גרעסטע לאנד אין אייראפע געאגראפיש געפינט זיך פינלאנד טייל אין דער ארקטישער ראיאן טייל אין צענטראלער אייראפע און טייל אין צפון אייראפע אין די וועלדער פון פינלאנד וואקסן טענענביימער בערעזעס און סאסנעס פינלאנד האט אזערעס און אינזלען דער פריערדיקער פרעמיער מיניסטער מאטי וואנהאנען האט רעזיגנירט פון דער פירערשאפט פון דער צענטער פארטיי אין יוני און געבעטן פון פרעזידענט צו רעזיגנירן אלס פרעמיער מיניסטער דעם סטן יוני האט פארלאמענט געוויילט די נייע פירערין פון דער צענטער פארטיי מארי קיוויניעמי פרעמיער מיניסטער פוילן אפיציעל די רעפובליק פון פוילן איז א לאנד אין אײראפע וואס גרענעצט דײטשלאנד צו מערב טשעכײ און סלאוואקײ צו דרום אוקראינע בעלארוס און ליטע צו מזרח און דעם באלטישן ים און קאלינינגראדער אבלאסט רוסלאנד צו צפון דער שטח פון פוילן איז קוואדראט קמ אזוי איז עס דאס סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס טע גרעסטע אין אייראפע מיט א באפעלקערונג איבער מיליאן מענטשן איז פוילן דאס סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט וואיעוואדעשאפטן זײן הפטשטאט איז װארשע פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד נאטא די פאראייניגטע פעלקער די וועלט האנדל ארגאניזאציע די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור אייראפע ראט ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש פועל ישועות אלץ גוטס היינט אויף פויליש פאלסקא טייטש לאנד פון פעלקער די גרענעצן פון פוילן האבן זיך שטענדיג געריקט אהין און אהער אויך זענען געווען צייטן ווען פוילן איז בכלל נישט ערשינען אויף דער מאפע אלס א זעלבשטענדיק לאנד פוילן ציט זיך אויף א שטח פון קמר עס גרענעצט זיך מיט זיבן לענדער און איין ים די הויפטשטאט איז ווארשא פוילן פארמאגט מיליאן איינוואוינער אנדערע גרויסע שטעט זענען קראקע וואס איז אמאל געווען די הויפטשטאט אין לויף פון יאר לאדזש פאזען ווראצלאוו ברעסלוי גדאנסק דאנציג שטשעטשין קאטאוויץ לובלין די זיבן לענדער וואס זי גרענעצט זיך זענען די פאלגנדע דייטשלאנד אין מערב טשעכיי און סלאוואקיי אין דרום אוקראינע און בעלארוס אין מזרח און ליטא און רוסלאנד אין צפון מזרח ביי צפון זייט גרעניצט זיך מיטן באלטישן ים מער פון זעכציג פראצענט פון די פוילישע בירגער וווינען אין שטעטלעך און דערפער די איבעריגע וואוינען אין די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא א ד ג פוילן האט זיך אין די לעצטע יארן גאר אסאך גערוקט אויף פאראויס מיט דעמאקראטיע און מאדערנקייט עס איז אינגאצען נישט צוצוגלייכן צו וואס פוילן איז געווען ביז די תשנ יארן אלע באקוועמליכקייטן וואס מען געפינט אין אמעריקא איז דארט אויך דא צו געפינען אבער פונדעסטוועגן ווערט נאך די טראדיציאנעלע אלטמאדישקייט אפגעהיטן אין די קליינע דערפלעך צווישן זיי רוב פון די קברי צדיקים וואס מען רייזט ארום זייטן טן יאנואר איז פוילן איינגעטיילט אין פראווינצן ביים סוף פונעם טן יארהונדערט האט פוילישע קלאסישע מוזיק אנטוויקלט אין נאציאנאלע פארעמען ווי דער פאלאנעז אינעם טן יארהונדערט זענען די מערסט פאפולערע קאמפאזיטארן געווען יאזעף אייזנער און זיינע תלמידים פרעדעריק שאפען און איגנאצי דאבזשינסקי מען מעג אריינברענגען אין פוילן בלויז ביז איירא די פוילישע מטבע איז דער זלאטע וואס דאס ווערט צעטיילט אויף גראשין ערליי שטרות איז דא דארט וואו פאלגנד זלאטעס און ערליי מטבעות גראשין דער צוגלייך צו אויסלענדישע מטבעות איז ווי פאלגנד אמעריקאנער דאלער זלאטע ישראל דיגער שח זלאטע איירא זלאטע מען קען איבעראל געפונען געוועלבן וואס זענען געאייגנט אויפצוטוישן מטבעות אין פויליש ווערט דאס גערופען קאנטאר פאסט וואס מען שיקט ארויס פון פוילן וועט אנקומען אינדרויסן פון אייראפע נאך צוויי וואכן דער פרייז פאר א מארקע איז זלאטע די מעגנאטישע קאלינג קארד ס וואס מען דארף אריינלייגן אינעם פובליק טעלעפאן סיי ווען און סיי ווי אימער מען וויל רופען איז דא דריי ערליי וואס מען קען רופן מאהל פרייז זלאטע וואס מען קען רופען מאהל פרייז זלאטע און מאהל פרייז זלאטע נעמט אינאכט אז נאך יעדע דריי מינוט וואס מען רעדט גייט דאס שוין אריין צום קומעדיגע מאהל אזוי א א קאלינג קארד וואס האט צ ב ש מאהל קען מען רעדן בלויז מינוט ווען איר וועט רופען א נומער וואס האט בלויז נומערן וועט איר הערן אויפן טעלעפאן אויף פארשידענע שפראכן אויך ענגליש ווארט מיט געדולד אינסטרוקציעס וואספארא נומערן צו ניצען אויב די נומער וואס איר רופט הויבט זיך אן מיט די נומער ווען איר רופט פון פוילן צו פוילן דארפט איר דריקן צום ערשט דערנאך דעם עריע קאד אדער ווענד זיך פון וועלכע טעלפאן קאמפאני איר רופט דאן דעם נומער פון פולין צו ארץ ישראל דארפט איר דריקען און דאן דעם נומער נישט קיין פאר די נומער פאר הילף דריקט צו וויסען טעלעפאן נומערן פון יענעם פלאץ פאר גאנץ פולין פאר דער גאנצער וועלט פונדעסטוועגן זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש א פעקס קען מען שיקן פון יעדן פאסט אפיס מיטן באצאלן די זעלבע פרייז וואו סתם א טעלעפאן רוף פאר עמורדזשענסי ארבעט די פאלעגנדע נומערן פאר אומזינסט שעה א טאג פייער לעשער אמבאלאנס פאליציי אדער פון א סעליולער טעלעפאן און וואו אויבענדערמאנט זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש די פוילישע חגאות זענען וואו פאלגענד טן יאנואר טן מאי טן מאי טן אויגוסט טן נאוועמבער טן נאוועמבער דעצעמבער אונגארן אך אונגערן אונגאריש מאדיארארסאג איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך סלאוואקיי אוקראינע רומעניע סערביע קראאטיע און סלאוועניע זײן הפטשטאט איז בודאפעשט אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד נאטא ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש אזוי ווי אונגארן איז געווען א טייל פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע וואס האט נאכגעגעבן ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט עס פארלוירן א גרויסן שטח פונעם לאנד רומעניע האט איבערגענומען זימבערגן און אנדערע טיילן פון מזרח אונגארן דאס נייע לאנד טשעכאסלאוואקיי האט איבערגענומען די צפונדיקע טעריטאריעס כולל א גרויסן טייל פון אויבערלאנד און בשותפותדיקע סערבישע און פראנצויזישע ארמיי האט איבערגענומען א שטח אין דרום אין האבן זיך די קאמוניסטן געשטארקט און צוביסלעך געקומען צו די מאכט אונגארן איז געווארן א קאמוניסיש לאנד און טויזנטער יידן זענען איינגעשפארט געווארן אין די גרעניצן פונעם לאנד אלעס אונטערן איינפלוס פון דעם סאוועטן פאריין אונגארן האט זיך אנגעשלאסן צו דעם ווארשע פאקט מיט אלע אנדערע קאמוניסטישע לענדער אינעם ראיאן אין האט אויסגעבראכן די אונגארישע רעוואלוציע קעגן דער קאמוניסטישער פירערשאפט די רוסן האבן אריינגעברעגט די מיליטער און האבן אונטערדריקט די רעוואלוציע מיט גרויס ברוטאלקייט טויזנטער יידן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנטרינען קיין עסטרייך און פון דארט צו אנדערע לענדער ארום דער וועלט ווי ישראל פאראייניגטע שטאטן ענגלאנד און קאנאדע די סיטואציע אין דעם לאנד פון די מאזשיארן האט זיך נישט צופיל געבעסערט פארקערט גאר די מצב איז געווארן מער אנגעצויגן מיט רוסלאנד און די עקאנאמישע לאגע איז געווען אין א כאאס צושטאנד אונגארן האט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט ווען דער סאוועטן פאריין איז געקומען צו אן ענדע נאך פיר צענדליקער פון קאמוניסטישער הערשאפט האט אונגארן פארוואנדלט א צענטראליזירטע עקאנאמיע אין א מארק עקאנאמיע אויסלענדישער אייגנשאפט און אינוועסטירונג אין אונגארישע פירמעס זענען גוט פארשפרייט אונגארן וויל אריינגיין אין דער אייראזאנע אין די יארן כדי דאס אויספירן מוז עס מינערן די רעגירונג הוצאות און רעפארמירן די עקאנאמיע אלס איינער פון די נייעסטע מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד זײט האט אונגארן געוויזן עקאנאמישן וואוקס דער פריוואטער סעקטאר פארנעמט מער ווי פון דער העכסטער שטאפל פון איינקונפט שטייער איז גאנץ הויך אבער קארפאראטיווע שטייערן זענען נידעריג אינפלאציע היינט איז נידעריג היינט איז אונגארן א פולער מיטגליד אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײט און די וועלט האנדל ארגאניזאציע אונגארן איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין צענטראל אייראפע מיט א שטח פון קוואדראט קמ דאס לאנד ווערט צעטיילט דורך דעם דוניי טייך דער מזרח טייל איז מערסטנס פלאך מיט בערג אין צפון לעבן דעם גרענעץ מיט סלאוואקיי און דער גרויסער אונגארישער פליין אין דרום מערב אויך אינעם מזרח טייל איז דער טיסא טייך דער מערב טייל איז מער בערגיק און האט די באלאטאן אזערע די גרעסטע אזערע אין צענטראלער אייראפע אונגארן איז בארימט פאר זיין אויסגעצייכנטע מאטעמאטיק בילדונג צווישן די וועלט באקאנטע אונגארישע מאטעמאטיקער זענען דזשאן וואן נוימאן און פאל ערדאש רוסלאנד אויך באוואוסט מיטן נאמען רוסלענדישע פעדעראציע איז א זעלבשטענדיגע רעפובליק א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די מענטשן ערוועלן רעפרעזענטיוון וואס זאלן פירן די מאכט אין מזרח אייראפע און צפון אזיע דער וועלט ס גרעסטע לאנד אין שטח מיט קוואדראט קמ פון צפון מערב צו דרום מזרח האט רוסלאנד גרענעצן מיט נארוועגיע פינלאנד עסטלאנד לעטלאנד ליטע פוילן בעלארוס אוקראינע גרוזיע אזערביידזשאן קאזאכסטאן כינע מאנגאליי און צפון קארעע רוסלאנד איז אמאל געווען דאס גרעסטע מאכטפולסטע און פראמינענטסטע לאנד אין דעם געוועזענעם פארבאנד סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן אויך באקאנט אלס די פססר אדער די סאוועטן פארבאנד אין איז די מאכטפולע בערישע פססר צובראכן געווארן אויף שטיקער און רוסלאנד איז געווארן אן אייגן לאנד פאר זיך די פססר איז אמאל געווען די סימבאל פון קאמוניזם א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי פירער האבן געהאט פאליטישע און עקענאמישע קראפט די רעגירונג האט געאייגענט אלע פירמעס און שטחים און קאנטראלירט אלע פראדוקציעס אימפארטן און עקספארטן און וואס נישט דער קאמוניסטישער סיסטעם ווערט אויך טייל מאל גערופען די קאמאנד אדער פלאנירטע עקענאמיע נאך דער פונאנדערפאל פון די סאוויטישע פארבאנד האט רוסלאנד זיך אנגעהויבן אנטוויקלען צו א מער דעמאקראטישע סאסייאיטי געזעצט אויף אן עקענאמיע פון מעכאניזם און פרינציפאלן רוסלאנד האט געמאכט עטליכע גוטע ענדערונגן זי האט איינגעשטעלט א דעמאקראטישע עלעקציע סיסטעם אין אלע טיילן פון די רעגירונג און לעגאליזירט דאס מעגליכקייט צו פארוואלטן לאנד אדער ביזנעס רוב גרויסע רוסישע ביזנעסער זענען שוין היינט פריוואטיזירט ווי מיר שטייען היינט דארף נאך רוסלאנד האבן א גרויסער תיקון און האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זי וועט זיך קענען פאררעכנען אלס א העכסט מאדערניזירט לאנד אין די פאראייניגטע פעלקער ביזנעסער לאנד און אנדערע אייגנטום איז ווייט פון יושר דיג צוטיילט לויט די באפעלקערונג צאל פילע ענווייראמענטל חרבנות זענען נאך פאראן וואס דארפן פאררעכטעט ווערן אויך א סטאבילע פאליטישע סיסטעם דארף נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן וואס זאל פארמישן די סיטיזענס אין לאקאלע ראיאנישע און נאציאנאלע געשעענישן ווי עס איז איינגעשטעלט אין אלע פרייע לענדער דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט געטוישט אלעמענס לעבנ ס סטיל טייל האבן אויפגעלאכטן ווען דאס פרייהייט האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו גיין אין ביזנעס אנדערע זענען פארביטערט געווארן מיט די אונטערגאנג פון קאמוניזם ווען זיי האבן פארלוירן זייער געלט מיט די אויסנאמישע עקאנאמישע טויש דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו פרייהייט האט פארמינערט די באפעלקערונג צאל טראץ וואס טויזנטער מענטשן פון די ארומיגע ראיאנען פון די געוועזענע יו עס עס אר האבן אימיגרירט קיין רוסלאנד איז רוסלאנד ס באפעלקערונג צאל נאר קלענער געווארן צוליב איר קלענסטע לעבנ ס שפאנונג און נידעריגע געבורט ראטע מער וועגן די קאמוניסטישע סיסטעם און איר צוזאמענפאל וועט קומען אינעם ארטיקל איה אין אלגעמיין ווערט רוסלאנד ס וועטער קלימאט צוגעגליכן צו קאנאדע רוב פון רוסלאנד שטייט אויף די זעלבע שטאפל אויף צפון ווי קאנאדע די וועטער איז דארט געווענליך מיט פראצענט קעלטער ווי אין רוב שטעט אין אמעריקע די שטעט און ראיאנען וואס זענען גאר הויך זענען גאר קאלט סיביר אלס ביישפיל און ווייניג מענטשן וואוינען דארט גענוי ווי אין קאנאדע מיט נאך א זאך איז רוסלאנד ענליך צו קאנאדע אז ביידע לענדער זענען ריזיג גרויס אין שטח פראצענטווייז צו אירע באפעלקערונג צאלן רוסלאנד ס ארגיקולטור איז זייער רייך און איר מינעראלן רייכקייט איז די רייכסטע אין די וועלט אין אנדערע ווערטער פארמאגט רוסלאנד אלע שליסלן און געצייג צו ווערן א רייך לאנד מען קען נישט וויסן רוסלאנד ס גרעניצן לויפן איבער מייל קילאמעטער אויף צפון גרעניצט זי זיך מיט דעם ארקטישן אקעאן אויף מזרח האט זי דעם פאציפישן אקעאן מיט נאך צענדליגער קלענערע טייכן אויף דרום מזרח האט זי צפון קארעע לענגאויס דרום האט זי כינע און נאך קליינע לענדער ביים דרום מערב ווינקל האט זי אוקריינע אויף מערב האט זי פינלאנד מיט אירע שכינים און ביים צפון מערב ווינקל האט זי נארוועגיע דער וועג וויאזוי רוסלאנד ווערט אדמיניסטרירט איז ווי פאלגנד רעפובליקן טעריטאריעס ווערט דארט גערופען קרעיס נאציאנאלע שטחים ווערט דארט גערופן אקרוגס ראיאנען און צוויי שטעט מיט פעדעראלע סטאטוסן די הויפט און גרעסטע שטאט איז מאסקווע סיי אין שטח און סיי אין געאגראפישער מאס איז רוסלאנד דאס גרעסטע לאנד פון דער וועלט מיט א שטח פון קוואדראט מייל קוואדראט קילאמעטער פארנעמט רוסלאנד א ניינטל פון דער וועלט ס לאנד און איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן אדער כינע רוסלאנד דערגרייכט א ברייטקייט פון מייל קילאמעטער פון מזרח צו מערב און מייל קילאמעטער פון דרום צו צפון רוסלאנד פארנעמט א באלעבאטישע פארציע פון צוויי קאנטינענטן אזיע און אייראפע מיט די אורעל בערג און טייכן וואס טיילט אפ די צוויי רוסלאנד פארמאגט אויך אסאך אינזלען אינעם פאציפישן און ארקטישן אקעאן די מערסטע באוואוסטע אינזלען אינעם ארקטיק זענען די פראנץ יאזעף אן ארכיפעלאג פון גרויסע אינזלען נאווייא זימליא ניו סיביריען איילענדס און ווערענדזשל איילענדס אינעם פאסיפיק פארמאגט זי די וועלט באקאנטע קאריל אינזלן וועלכע שניידן אריין ביז טיף אין די יאפאנעזישע וואסערן רוסלאנד און יאפאן האבן זיך אסאך געקריגט וועגן די אינזלן אבער עס האט קיינמאל נישט געברענגט צו אן ערנסטע קריג רוב לאנד באשטייט פון פשוט ע ערד וואס איז גאנץ גוט צו פלאנצן רוסלאנד ס גרויסע בערג געפינען זיך אין סיביר און לויפט אריין ביז אינעם פאסיפיק אקעאן רוסלאנד ווערט צוטיילט אויף עטליכע גיאגראפישע ראיאנען די גרעיט יוראפיען פלעין די ארעל מאונטענס און סיביר דערנאך ווערט סיביר אליינס צוטיילט צו מערב סיביר צענטראל סיביר און דאס בערגיגע סיביר אינעם גרויסן אייראפעאישן פלוין וואס איז די אייראפעאישע טייל פון רוסלאנד דאס גרעסטע טייל פון לאנד איז די ערד איינגעטיילט אויף צוויי די צפון טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד האט זייער פשוט ע ערד מיט אסאך טייכן אן קיין שום מינעראלן אדער אנדערע אוצרות אין קאנטראסט איז די דרום טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד זייער רייך רוסלאנד ס גאנצע ארגיקולטור ליגט אין דעם טייל פון לאנד מזרח פון די אייראפעאישע רוסלאנד געפפנען זיך די ארעל בערג וועלכע טיילן אפ די אייראפעאישע און אזיע טיילן פון רוסלאנד די בערג זענען אין אלגעמיין נישט צו הויך ארום פיס אבער איר העכסטע שפיץ גרייכט א הויכקייט פון איבער פיס ארום מעטער מערב פון די אוראל בערג הויבט זיך אן מערב סיביר וועלכע איז די גרעסטע שטח אין די וועלט וואס איז אזוי גלייך מען רעדט דארט פון איבער מייל קילאמעטער פון גלייכע ערד אן קיין שום בערג א זאך וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ מערב סיביר פארמאגט אין זיך אסאך אויל און נאטורליכע גאז צענטראל סיביר וועלכע געפינט זיך צו מזרח פון מערב סיביר באשטייט פון זייער שווערע שטחים עס איז פאראן דארט שווערע בערג און טאלן און שטיינערדיגע ערד אסאך טיילן פון צענטראל סיביר איז אנגעלייגט מיט וואלקענאו לאווא וועלכע מאכט אויסקוקן די ערד זייער אלט און ארים ביים מזרח שפיץ פון רוסלאנד געפינען זיך די גרויסע שרעקעדיגע בערג וועלכע גרייכן איבער פיס הויך און זענען פיל מיט הונדערטער וואלקענאוס פון דעם צענדליגער וואס זענען נאך אלץ אקטיוו דער העכסטער בארג הייסט קליוטשעסאקאיא ספאקע און גרייכט א הויכקייט פון איבער פיס רוסלאנד ס גרויסע טייכן געפינען זיך אין סיביר און זענען פון די לענגסטע אין די וועלט דער גרעסטער טייך איז דער אוב וועלכער לויפט אדורך גאנץ מערב פון רוסלאנד און כינע דער טייך איז לאנג מייל קילאמעטער וועלכע מאכט איר די לענגסטע טייך אין אזיע און אין אייראפע און דער פערטער לענגסטער טייך אין די וועלט אלע אנדערע ריזיגע טייכן לויפן צווישן די בערגיגע ראיאנען אין סיביר ביז אריין אינעם ארקטיק דורכאויס די סאוויט יוניאן צייטן זענען די רוסן געווען פארנומען מיט בויען הונדערטער דאמבעס פאר עלעקטריק קראפט און וואסער פלאס קאנטראל די רוסן האבן אבער נישט גוט געבויט די דאמבעס און האבן נישט איבערגעלאזט די ספעציעלע לייטערס וואס מען מאכט אדורכצולאזן פיש אויף די אנדערע זייט אזוי ארום האט זיך אלע פיש אויסגעליידיגט פון די באוואוינטע געגענטער ווייל רוסלאנד איז דאס גרעסטע לאנד אויף דער וועלט האט זי די לענגסטע וואסער גרעניץ ליניע איר וואסער גרעניץ ליניע לויפט אויף א שטרעקע פון מייל קילאמעטער מערסטענס ביים ארקטיק און פאסיפיק אקעאנס אויך לויפט עס אדורך דעם שווארצן ים און דעם קעספיען ים כאטש רוב פון אירע וואסער גרעניץ ליניע ס ליגן אין וואסערן וואס זענען פארפרוירן אויף עטליכע מאנאטן אינעם יאר טוט איר שיפינג פארנעמען פלאץ אויף אלע אירע וואסערן וויבאלד א גרויסע טייל פון רוסלאנד איז שטארק אויף צפון פון די וועלט איז דארט כמעט נישט פאראן קיין געוויקסן ווייל אין די ווינטער ווערט די ערד פארפרוירן זייער טיף אראפ וואס לאזט נישט וואקסן קיין זיסע פרוכט אדער גרינצייג א גרויס טייל פון די בערג זענען פאלאר ראיאנען וואס זענען באדעקט א גאנץ יאר מיט שניי און דארט וואקסט גארנישט רוסלאנד ס וועלדער רוב פון זיי אין סיביר באדעקן מער ווי צוויי פינפטלעך פונעם לאנד און ציילט נאנט צו א פערטל פון דער וועלט ס סך הכל וועלדער ראיאנען די וועלדער זענען צוטיילט און צוויי טיילן אינעם צפון טייל באשטייט עס פון ממש איין גרויסע וואלד אן קיין איבערהאקונג און האט נאר איין ערליי בוים וואס רופט זיך קאניפערוס און ווערט גענוצט פאר סאפטוואוד לאמבער מען האט שוין אסאך ביימער פון דארט אויסגעהאקט אבער עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיך אמאל ענדיגן די ביימער זענען קליין און ליגן שטארק צושפרייט איינע פון די אנדערע אויף טייל ערטער איז אינגאנצען נישט פאראן קיין ביימער ווייל עס קומט צו ווייניג וואסער אנשטאט איז דא הויכע גראז און אנדערע ווילדע געוויקסן די דרום טייל באשטייט פון עטליכע וועלדער וואס האבן געמישטע ביימער גענוי ווי מיר זעען אין די ערטער ווי מיר גייען אין די קאנטריס רוסלאנד האט נישט צופיל מינים ווילדע חיות אבער פון וואס זי האט יא האט זי בשפע אין די צפון ראיאנען געפינען זיך ווייסע פאלאר בערן ים הונט ים פערד האזן מיט נאך עטליכע קלענערע חיות נישט גרעסער ווי קעץ ווי אויך געפינען זיך דארט אסאך פייגל וועלכע זענען פארנומען כאפן פיש פון וואסער צום עסן אין די אייראפעאישע טיילן פון רוסלאנד געפינען זיך אסאך וועלף פוקסן מינקס וואלד חזירים און הערשן אויך אסאך מינים שלענג קריכן דארט ארום אין די נידעריגערע טיילן פון סיביר געפינען זיך די באקאנטע סיביר טייגער דער גרעסטער קאץ אין די וועלט טייל פון די דערמאנטע חיות זענען אין געפאר צוליב זייער זעלטנהייט אויף וועלכע די פאנגער פארלייגן זיך רוסלאנד פארמאגט די גרעסטע רעזווארן פון מינעראלן אוצרות פון אלע לענדער אין די וועלט טראץ איר גרויסע שפע זענען אסאך פון די רעזווארן אויף פארשטופטע אפגעלייגטע ערטער ווי עס איז שווער צו דערגרייכן צוליב דער קלימאט וואס הערשט דארט א גאנץ יאר און וואלט געווען זייער טייער ארויסצושעפן די אוצרות פון דארט רוסלאנד איז צום מערסטענס געבענטשט מיט פליסיגע מינעראלן דאס לאנד פארמאגט מער ווי האלב פון די וועלט ס מעגליכע קוילן רעזווארן און אפשר נאכמער נאפט נאטורליכע גאז האט זי פראצענט פון די וועלט ס סך הכל וועלכע ליגט אין גאנץ רוסלאנד איר קוילן און נאפט זענען אויך פאראן אין רוב טיילן פון לאנד אבער די ריכטיגע אוצרות ליגן טיף אין סיביר נאכנישט צוגערירט ווען די אראבישע לענדער וועלן אויסגיין פון אויל משיח וועט שוין פריער דא זיין וועט רוסלאנד זייער רייך ווערן פון אירע געשוואלענע אוצרות אויף דערווייל זענען זיי גארנישט ווערד צוליב די שווערע און טייערע ארבעט וואס נוטיגט זיך אויב מען וויל זיי האבן ווי מיר האבן פריער דערמאנט נאר פון אייזן מיט וועלכע רוסלאנד איז אויך געבענטש האט זי נוצן ווייל די מערהייט פון אייזן אוצרות ליגן ארום און ארום דער הויפט שטאט מאסקעווע אויך מיט אלע ערליי מעטאלענע אוצרות איז רוסלאנד געבענטש ווי גאלד זילבער קופער ניקעל מערקורי עלומינם בליי און צינק די אלע אוצרות ליגן אין די ארעל מאונטענס און אין סיביר רוב פון רוסלאנד האט א הארבע קלימאט מיט לאנגע ציפעדיג קאלטע ווינטערס און גאר קורצע און קילע זומערס דאס איז צוליב וואס רוסלאנד ליגט זייער הויך אינעם געאגראפישן קערברייט פון די וועלט און אויך ווייל די הויכע בערג ביי איר מערב גרעניץ זייט שטערט די ווארימע שטראם וואס קומט ארויס פונעם פאסיפיק עס זאל גרייכן טיף אין לאנד אין די זומער ווערט נאר ווארים אין דעם אייראפעאישן טייל פון לאנד וועלכע גיט די מעגליכקייט צו פלאנצן פונדעסטוועגן פלאגן זיך די רוסישע פארמערס זייער שטארק פאר אביסל פירות ווייל עס קומט אראפ ווייניג רעגן און די זומער איז קוים עטליכע מאנאטן די קעלסטע ערטער אין רוסלאנד זענען אין סיביר און די קעלסטע ארט איז אין די שטאט ווערקהאיאנסק וואו אין א געווענליכער ווינטער טאג איז די וועטער אונטער זערא פארנהייט מינוס צעלזיוס און האט שוין אמאל דערגרייכט אונטער זערא מינוס צעלזיוס אין פעברואר אין זומער איז דארט געווענליך גראד צעלזיוס אבער האט שוין אמאל דערגרייכט איר וועט נישט גלייבן גראד צעלזיוס די חילוק צווישן ווערקהאיאנסק ס קעלסטע טאג און הייסטע טאג איז דער גרעסטער חילוק צווישן וועטער גראד פון אלע רעקארד וואס מען האט אמאל רעקארדירט אין דעם אייראפעאישן רוסלאנד איז אביסל ווארימער צוליב דער שטראם וואס קומט אריין פונעם אקעאן די געווענליכע טעמפרעאטור אין מאסקעווע אין יאנואר איז צווישן און גראד פון מינוס ביז מינוס צעלזיוס אין יולי איז די טעמפרעאטור צווישן און גראד פון ביז צעלזיוס לאנד און וואסערן אוצרות האבן געליטן הארבע דעאגראציע דורכאויס די סאוועטן צייטן ווען די נוקלעארע פראדוקציע איז געווען אויפ ן העכסטן פארנעם אסאך געגענטער ווי קיוזניטש אין דרום סיביר רוב פונעם דרום טייל פון די אוראל בערג וועלכע איז געווען א העפטיגע אינדוסטריעל ארט און די וואלגע טייך זענען גאר שטארק דעאגרירט געווארן אזש ביז ן היינטיגן טאג עפעקטירט דאס מענטשן און בהמות וואס באזוכן די געטראפענע ערטער עטליכע נוקלעארע עקסידענטן האבן אויסגערינען גאר אסאך שעדליכע כעמיקאלן וועלכע האט איבערגעלאזט די לופט פארפעסטיגט מיט גאר שעדליכע ראדיאציע וועלכע האט דערגרייכט ביז ווייט אוועק פון רוסלאנד ס גרעניצן די מערסט באקאנטסטע נוקלעראע עקסידענט איז דער טשערנאביל אויפרייס אין אוקריינע אין יאר וועלכע האט עפעקטירט די שטאט ברייענסק רוסלאנד האט געליטן פון נאך אויפרייסן פון וועלכע די וועלט האט נישט געוואוסט ביז לעצטענס ווייל עס איז אויסבאהאלטן געווארן דורך די סאוויעטן וועלכע האבן זיך געשעמט דערמיט איר מעיעק נוקלעאר פלענט נעבן די שטאט טשעליאבינסק האט דריי מאל אויפגעריסן אין און אלע דריי אויפרייסן צוזאמען האבן ארויסגעלאזט פיל מער ראדיאציע ווי דער טשערנאביל עקסידענט אויך אויף א גרויסע אינזל אינעם ארקטיק מיט ן נאמען נאוואיא זימליא איז פאראן אן אומגעהויערע מאס ראדיאציע די רוסן האבן גענוצט דעם אינזל אלס זייער גרעסטע נוקלעאר פראבע ארט אויסער די אויפרייסן און אומאחריות דיגע פראבעס האבן די רוסן שטענדיג אריינגעווארפן די נוקלעארע איבערבלייבענישן אין די וואסערן ארום רוסלאנד וועלכע האט שטארק פארפעסטעט די וואסער מיט אלע לעבעדיגע וואס שווימען דארט ארום צום מערסטן האבן זיי גענוצט דעם ארקטיק אלס זייער דאמפ אבער זיי האבן אויך געווארפן זאכן אינעם יאפאנעזישן טייך ביז אזוי שפעט ווי אין נאך היינט צו טאג זענען פאראן הונדערטער אפגעדינטע נוקלעארע סובמארינען אין שיפן וואס אנקערן אין די רוסישע וואסערן און זענען א סכנה יעדע מינוט פאר אן אויפרייס די רוסן האבן נישט גענוג געלט צו באהאנדלן די איבערבלייבענישן אסאך טייכן און לעיקס זענען שטארק פארפעסטעט געווארן פון די צענדליגער טויזנטער קאמפס עראפלאנען וואס זענען גענוצט געווארן אין די צענדליגער קריגן און האבן אויסגעגאסן טאנען פון שמוציגע אויל און גאז וועלכע האבן איבערגעדעקט די טייכן מיט א שיכט פון שווארצע אויל באקאנט איז דער שווארצער טייך וועלכער פארמאגט שרעקליך אסאך שמוציגע אויל וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט אויסרייניגן אפילו מיט די וועלט ס געלט דער גרעסטער פראבלעם פון אלעם איז אז אסאך קליינע רוסישע שטעט זענען נישט עקוויפטעט מיט וואסער רייניגונגס מאשינען און זענען אויסגעשטעלט צו די שעדליכע כעמיקאלן רוסלאנד פארמאגט זייער ווייניג פיש טראץ וואס זי האט דאס מערסטע וואסערן אין איר באזיץ דאס איז ווייל אסאך וואסערן זענען אזוי שמוציג אז די פיש קענען נישט דארט לעבן די וואסערן וואס זענען שוין יא ריין זענען זייער נישט גוט קאנטראלירט געווארן און עס זענען עטליכע מאל פארגעקומען קאמערציאלע פיש געיעג וואס האט אויסגעליידיגט די טייכן פון פיש נאך עפעס וואס מאכט אסאך אויס זענען די ריזיגע טייכן וואס זענען פארפרוירן רוב מאנאטן פון יאר ווען רוסלאנד איז געווארן צוריק זעלבשטענדיג נאך דעם צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט די רעגירונג אונטערגענומען א רייע פרישע פראגראמען פאר א פריינטליכערער סביבה נאך אלץ האט זי א שוואכע נעטווארק פאר פארקס און רעזעווארן ריסייקלינג האלט נאך דארט אין די ערשטע פאזעס רוסלאנד ס סך הכל באפעלקערונג איז געשאצט געווארן אין יאר אויף מאכנדיג עס דאס זעקסטע אנגעפילטסטע לאנד נאך כינע אינדיע די פאראייניגטע שטאטן אינדאנעזיע און בראזיל זינט דער צוזאמענפאל פון סאוועטן פארבאנד איז די אימיגראציע ראטע קיין רוסלאנד געשטיגן צו מער וויפיל עס האבן פארלאזט רוסלאנד וויאזוי אימער איז אבער רוסלאנד ס נאטורליכע וואוקס פון איר באפעלקערונג נעגאטיוו וויל איר געבורט ראטע שטייט ביי פער טויזנט מענטשן אבער איר טויט ראטע שטייט ביי פער טויזנט מענטשן דאס טייטש אז מער מענטשן זענען געשטארבן ווי געבוירן רוסלאנד איז דאס איינציגסטע אינדוסטריאליזירטע לאנד וועלכע ס דעמאגראפישע וואוקס איז נידעריגער ווי אין אירע פריערדיגע יארן דאס איז ווייל ווי געזאגט איז איר סביבה זייער נישט גוט און איר העלט קעיר סיסטעם ווערט קלענער און קלענער ווייל עס איז דא א מאנגל אין געלט אין די לעצטע צוויי יאר איז דער דורכשניטליכער לעבנ ס שפאן ראטע געשטיגן פונדעסטוועגן איז איר היינטיגע מענער לעבנ ס שפאן ראטע ביי יאר היבש נידריגער ווי אין ווען עס איז געשטאנען ביי די לעבנ ס שפאן ראטע פאר פרויען איז געפאלן פון צו יאר די סך הכל באפעלקערונג געדיכטקייט איז איינוואוינער פער קוואדראט מייל איינוואוינער פער קוואדראט קילאמעטער אבער אין אמת ן איז עס שטארק געוואנדן לויט דעם ראיאן און קען נישט גערעכנט ווערן אלס דורכשניטליך רוב מענטשן וואוינען אינעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד ווערט אנגערופן די פערטייל טרייענגל וואס נעמט אריין די שטח פון די מערב גרעניץ זייט ביז די ארעל מאונטענס אדער מערב סיביר וואו עס איז פיל געדיכטער ווי אויבנדערמאנט בעפאר די צווייטע וועלט קריג און אויך נאכ ן קריג האבן זיך אסאך אימיגראנטן זיך באזעצט אין רוסלאנד ס מזרח טייל וועלכע נעמט אריין די פרעסטיגע סיבירישע ראיאנען די סאוויעטישע רעגירונג האט עס זייער שטארק געקוראזשט אין די לעצטע יארן איז עס אבער צוריק אויסגעליידיגט געווארן ווען מאסן האבן זיך אריבעגעצויגן צו מערב למעשה וואוינען ארום מענטשן פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער אין די דרום שטעט וואס נעמט אריין מאסקעווע אין דעם צפון טייל פון דעם אייראפעאישן רוסלאנד און אין אין רוב טיילן פון סיביר וואוינען קארגע מענטשן פער קוואדראט מייל מענטש פער קוואדראט קילאמעטער אין די לעצטע יאר זענען די באפעלקערונגן פון אסאך שטעט זייער שטארק געפאלן ווען אין דער זעלבער צייט זענען אומבאוואוסטע שטעט און ראיאנען אנגעפילט געווארן מיט גרויסע פראצענטן דאס איז ווייל די שטעט האבן פארגרעסערט זייערע אינדוסטריאלע סעקטאר דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן מיליאנען עטניק רוסישע אימיגרירט צו די ארומיגע ראיאנען וועלכע זענען געווען א טייל פון די יו עס עס אר פארבאנד דאס האט אבער אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטערע יארן און איז אפילו געגאנגען אויף צוריק נאך די צווייטע וועלט קריג און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן רוסלאנד האט אנטוויקלט א גרויסע אורבאנע באפעלקערונג דורכאויס איר סאוויעטער צייט כאטש די רעגירונג וויל ענדערש מען זאל זיך צושפרייטן איבערן גאנצן לאנד וואוינען היינט ארום פראצענט מענטשן אין די אורבאנע שטעט מער ווי שטעט רוב דערפון אינעם אייראפעאישן רוסלאנד פארמאגן מער ווי א מיליאן איינוואוינער די גרעסטע שטאט איז מאסקווע די הויפטשטאט דערנאך קומט פעטערבורג וועלכע גרעניצט זיך מיט פינלאנד און פירט רוב אימפארט עקספארט אנדערע גרויסע שטעט זענען נאוואסיבירסק די גרעסטע שטאט אין מערב סיביר ניזהני נאווגאראד די גרעסטע שטאט אין דער וואלגע טייך ראיאן די שטאט אנטהאלט אלע אויטאמאביל אין שיפן פאבריצירונג יעקאטערינבורג די גרעסטע שטאט אין די ארעל בערג סאמארא וועלכע פארמאגט אסאך אויל אינדוסטריעס פאר די פונקטליכע באפעלקערונג צאל פון איטליכע גרויסע שטאט זעט בייגעלייגטן קעסטל רוסלאנד האט די גרעסטע אויסוואל פון עטניק גרופעס אבער מאכן נישט אויס מער ווי פראצענט פון דעם סך הכל באפעלקערונג צאל די דריי גרעסטע עטניק גרופעס וועלכע מאכן אויס מער ווי איין פראצענט פון די באפעלקערונג זענען טאטארס פון אזיע מיט פראצענט אוקריינעיענס מיט פראצענט און טשאוואש א געמיינדע אין מזרח רוסלאנד מיט פראצענט אנדערע מינאריטעטן זענען בעלארוסן א קליין לאנד אין אייראפע דייטשן באשקירס א רוסישע מוסולמענער גרופע אידן ווערן פאררעכנט אלס אן עטנישע גרופע אין רוסלאנד און נאך צענדליגער קלענערע פון אלע עטנישע גרופעס האבן גרופעס זייערע אייגענע טעריטאריעס וואו זיי האלטן זיך צוזאמען אין די לעצטע עטליכע יאר האט עס אביסל אנגעהויבן אויסוועפן ווען אסאך עטניקס האבן זיך אריבעגעצויגן צו די גרעסערע שטעט אדער אנדערע ראיאנען אגב די אפיציעלע אידישע ראיאנען וואס די קאמוניסטישע רעגירונג האט געשענקט פאר די אידן צו וואוינען איז די איינציגסטע עטניק ראיאן וואס איז באזעצט מיט אנדערע עטניקס ווייל די אידן האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו בלייבן אין זייערע דעמאלטדיגע וואוין ערטער די אידן האבן פארלאזט רוסלאנד דורכאויס די סאוויעט צייטן צוליב די שוועריקייטן צו האלטן אידישקייט רוסיש איז דעם לאנד ס אפיציעלע און מערסט גענוצטע שפראך אין ביזנעס רעגירונג און אין שולעס די עטניק גרופעס האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן אבער אינגאנצען פראצענט פון זיי קענען נישט קיין רוסיש די איבעריגע עטניקס זענען ביילינגיול צוויי שפראכיג טייל עטניק ראיאנען האבן דערקלערט אפיציעלע עטניק שפראך ראיאנען אבער מיליאנען נישט רוסישע האבן אדאפטירט רוסיש אלס זייער מאמע לשון אלעס צוזאמען ווערט גערעדט איבער הונדערט שפראכן אין רוסלאנד אבער מען קען דאס זעלטן הערן ווייל די סאוויעטן האבן גוט אריינגעבאקן די רוסישע שפראך אין יעדן דורכאויס די סאוויעט צייטן איז רעליגיע געווען פארבאטן און די רעגירונג האט קאנטראלירט אלע רעליגיעזע אינסטיטוטן אין די שפעטע יארן האט די רעגירונג אביסל אנגעהויבן גרינגער מאכן אירע פאליסיס בנוגע רעליגיע און אין האט זי געשענקט נאכמער פרייהייט מיט ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם אין איז רעליגיע געווארן פראצענט פריי און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן וועבן רעליגיעזע גרופעס וועלכע האלטן אן זייערע טראדיציאנאלע רעליגיע ס די גרעסטע טייל רוסן זענען קריסטליכע גלויביגע אבער זענען נישט צופיל פארנומען מיט זייער רעליגיע און גייען ווייניג צו א געבעט הויז די צווייטע גרעסטע רעליגיעזע גרופע אין לאנד זענען די מוסולמענער וועלכע האבן זיך זייערע עייגענע ראיאנען אין דעם וואלגע טייך ראיאן אנדערע באקאנטע רעליגיעזע גרופעס זענען קאטויליקן פראטעסטאנטן און להבדיל אידן די קאטויליקן און פראטעסטאנטן האבן זיך אויך זייערע געגענטער אבער די אידן וואוינען צושפרייט אין גאנץ רוסלאנד נאך היינט צו טאג ערציאונג אין רוסלאנד איז זייער גוט די סאוויעטן האבן אין דעם אריינגעלייגט כוחות און האבן טאקע נושא פירות געווען אין יאר האט די רעגירונג אנגעהויבן געבן פרייע פאבליק שולע פאר אלע פאמיליעס א שריט וואס האט גאר שטארק פארבעסערט דאס חינוך איבער ן לאנד די רוסישע זענען נישט קיין קלעצער און גלייכן צו שטודירן מען שאצט אז מער ווי פראצענט רוסישע העכער יאר קענען ליינען און שרייבן דאס איז אן אויסטערלישע הויכע ראטע וואס איז נישט פארהאנען אין ערגעץ א דאנק זייער ווילן צו לערנען און צולייגן קאפ האבן די רוסן דערגרייכט צו זיין פון די מערסט פארגעשריטענע לענדער זינט דער גרינדונג פון קאמוניזם איז געווען פארבאטן פריוואטע שולעס פאר קינדער די קאמוניסטן האבן גוט אכטונג געגעבן אז אלע לערערין ס זאלן זיין אונטער די רעגירונג ס קאנטראל און פרעדיגן קאמוניזם אין די קעפ פון די קינדער ערשט אין האט די רוסישע רעגירונג אויפגעצויגן א נייע ערציאונג געזעץ וואס האט ערלויבט צו עפענען פריוואטע שולעס די זעלבע געזעץ האט אויך צום ערשטן מאל זינט קאמוניזם ערלויבט צו קענען פאבלישן אייגענע ביכער פון סיי וועלכע טעמעס עס איז ממש צום באוואונדערן וואספארא געלונגענע ערציאונג סיסטעם די סאוויעטן האבן באוויזן אהערצושטעלן אנדערש ווי אין אלע לענדער מיט צענדליגער סקול סיסטעמען האט רוסלאנד ליבערשט אוועקגעשטעלט עטליכע ריזיגע סקול סיסטעמען וועלכע האבן אריינגענומען יעדן איינעם און טראדיציאנאל געלערנט די רוסישע שפראך באגלייט מיט העפטיגע פרעדיגונג פון קאמוניזם קולטור מען קען שווער טרעפן א רוסישער וואס איז נישט געגאנגען אין שולע וויבאלד רוסלאנד איז שטענדיג געווען שמאל אין געלט האט זי פארשטייט זיך נישט געהאט קיין געהעריגע שולעס און אוודאי נישט גענוג פאר אלע קינדער דערפאר האט זי איינגעשטעלט א סיסטעם אז די קינדער זאלן קומען אין שיפטן רוסישע שולעס זענען נאך היינט אזוי צוריקגעבליבן אז מען קען שווער גלייבן אז דארט לערנען קינדער קיין פלאמבינג הייצונג עירקאנדישענונג איז נישטא אבער נאך אלעם שטערט עס נישט זייערע לימודים און עס קומען פון דארט ארויס גוט געשולטע סטודענטן מיט וועלכע רוסלאנד האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען א לעקציע להבדיל וויאוזי מען דארף לערנען תורה פת במלח תאכל רוסלאנד ס אוניווערזיטעטן זענען נישט קיין פריוואטע נאר אויפ ן זעלבן סיסטעם ווי די שולעס יעדע שטאט האט א אוניווערזיטעט וואו מען קען באקומען פרייע לימודים און אויך מער פארגעשריטענע פאר געלט די גרעסטע און בעסטע אוניווערזיטעטן זענען אין די גרויסע שטעט ווי אין מאסקעווע סעינט פיטערסבורג א א וו פון רוסלאנד זענען געקומען די גרויסע מוזיק סאלאיסטן צווישן זיי די פידלער דוד אויסטראך און גדעון קרעמער דער טשעליסט מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש און דער פיאניסט וולאדימיר הורוויץ דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן כמעט אלע איינוואוינער פארדינט אייניג און נאר די קאמוניסטישע פארטיי מיטגלידער האבן גענאסן פון לוקסזעריע פריווילעגיעס ווי באזונדערע געשעפטן אויטאס האטעלן און רעזארט ערטער וואו נאר די עליטע פאליטישע האבן געוויילט צו האבן אן אייגענע ביזנעס וואס קען גרעסער ווערן און אריינברענגן מער רווחים פאר ן איינגעטומער איז געווען פארבאטן די רייכסטע מענטשן אין לאנד האבן פארדינט נישט מער ווי מאל אזויפיל ווי די ארימסטע שטעלט אייך פאר אזא שפיל אין אמעריקע אז דער ארימסטער פארדינט דאלאר א וואך און דער רייכסטער נאכ ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז די הויפט אישו ביי יעדן געווען ביזנעס ביז אין די ענדע גער יארן האבן די רייכסטע שוין פארדינט מאל אזויפיל ווי די ארימסטע נאך אלץ גארנישט די אמת דיגע רייכסטע אין רוסלאנד איז נאך ביז היינט די רוסישע מאפיא וועלכע איז זייער מאכטפול סיי אין רוסלאנד און אויך אין מערערע לענדער אין דער וועלט די ערשטע שריט וואס די רעגירונג האט געטאן ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן איז געווען צו פריוואטיזירן אלע הייזער וואס האט געגעבן א מעגליכקייט פאר יעדן אפצוקויפן זייערע הייזער פון די רעגירונג פאר א שפאט ביליגן פרייז אזוי אז מען האט נישט מער געדארפט באצאלן רענט פאר א הויז האט מען געהאט די מעגליכקייט איינצושטעקן געלט אין ביזנעס אין די ערשטע יארן זענען אסאך מענטשן געווארן מיטל קלאס פארדינער א דאנק דעם היינט צו טאג איז שוין אסאך בעסער עס זענען שוין פאראן גרויסע ביזנעסער וואס גיבן ארבעט פאר מערערע מענטשן און טייל פון זיי מאכן שיין געלט דאס אלעס איז אבער נאר אין די גרויסע שטעט ווי ביזנעס ווירבעלט אין די קליינע ראיאנען פארדינט מען פרוטות רוב זענען דארט ארים און אפילו די וואס ווערן פאררעכנט אלס מיטל קלאס פארדינען קוים עפעס די לעבנ ס סטיל אין רוסלאנד איז געוואנדן לויט ן פארדינען די ארימע לעבן שווער אדורך יעדן טאג און זייער אסאך זענען פארנומען מיט פארקויפן זייערע חפיצים אדער אנדערע זאכן אויף די גאסן די רייכערע רוסישע לעבן שוין היינט א מערב סטיל לעבן נישט קיין סאך אנדערש ווי אין אמעריקע אמעריקאנער פראדוקטן זענען זייער פאפולער אין די גרויסע שטעט ליינען איז נאך אלץ זייער שטארק ווי אין די סאוויעט צייטן נאר די ליינווארג איז אנדערש געווארן מען צענזורט נישט קיין ביכער און מען פארקויפט מער נישט קיין קאמוניזם פרעדיגונג ביכער מען קען היינט קויפן ביכער פון סיי וועלכע נושא ספארטן מוזיק און שפילן האבן זיך נישט געטוישט קיין סאך ווייניג רוסישע זענען איטערעסירט אין די אלע זאכן ווייל ווי געזאגט איז א גרויס טייל פון לאנד זייער ארים און חלומ ן נאך נישט פון אזעלכע השגות די רוסישע פארן נישט קיין סאך ארום פאר וואקאציע אדער טוריזם אפגערעדט פון אינטערנאציאנעל גייען זיי אפילו נישט קיין סאך אין רוסלאנד זעלבסט רוב פון די וואס האבן געלט פארן אוועק איבער די וויקענדס אין קאנטריס וואו זיי פארמאגן קליינע הייזעלעך און ווייניג שטח די רייכע האבן יא טייערע קאנטרי הייזער מיט סווימינג פולס און נאך באקוועמליכקייטן יעדער וואס פארמאגט א קאנטרי הייזעל פלאנצט זיך אליינס אביסל גרינצייגט און פרוכט וועלכע זיי נוצן פאר זייערע דייעטן דורכאויס די סאוויעט צייטן האט די רעגירונג קאנטראלירט אלע טרעוול און נאר געלאזט פארן צו אנדערע קאמוניסטישע לענדער די רוסן עסן דריי מאלצייטן א טאג צו פרישטאג עסן זיי געווענליך ברויט מיט מילכיגע פראדוקטן א טייל רוסן עסן נאך ביז ן היינטיגן טאג די טראדיציאנאלע רוסישע פרישטאג וועלכע באשטייט בלויז פון ברויט און טיי מיטאג איז זייער עיקר מאלצייט אין וועלכע זיי עסן פלייש זופ גרינצייג אייער און צומאל אויך אביסל מילכיגס געמישט נאכטמאל באשטייט דארט נאר פון אביסל טיי און עפעס צובייסונגן די רעסטוראנטן סערווירן מער מאכלים אבער ווייניג שטאפן זיך אן ביינאכט מיט עסן וואדקע ביר און וויין ווערט דארט געטרינקן שטונדן א טאג ווען א רוסישער האט אפאר דאלאר וועט ער קויפן דערפון עפעס אלקהאל געטראנקן רוסישע רעסטוראנטן זענען אמאל געווען זייער ארים און האבן סערווירט ווייניג עסן און געגעבן שוואכע סערוויס היינט האבן זיי אסאך עסן אריינגערעכנט עטנישע עסן ווי כינעזע און מעקסיקא עסן פאר א דורכשניטליכער רוס איז א רעסטוראנט צו טייער פאר מער ווי צוויי מאל א יאר די עקענאמישע און סאציאלע ביטונגן זינט דער צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט צום מערסטן געטראפן די פרויען און קינדער הייראטן איז שטארק געפאלן און גט ן האט זיך שטארק געהויבן וועלכע האט איבערגעלאזט זייער אסאך מאמעס מיט קינדער אן מענער די מאמעס זענען זייער אנגעשטרענגט מיט טאן אלע היים ארבעט נאכדעם וואס זיי ארבעטן א גאנצן טאג נאכמער רוב רוסישע הייזער קענען זיך נישט פארגינען די וויכטיגע היים אפלייענסעס ווי וואש מאשינען א ד ג וואס מאכט זייער ארבעט פיל שווערער און נעמט אויף מער צייט היימלאזיקייט און אנעמפלאוימענט האט זיך אסאך געהויבן זינט נאך קאמוניזם און האט שוין עטליכע מאל געהאלטן ביי א קריזיס היינט צו טאג האלט די אנעמפלאוימענט ראטע ביי פראצענט פון די ארבעטס קראפט רוסישע ביזנעסער זענען זייער נאכגעלאזט מיט ן באצאלן די ארבייטערס טייל ארבייטערס באקומען זייערע געהאלטן מאנאטן שפעט וועלכע פלאגט די ארבעטס קראפט מיט פילע פראטעסטן און סטרייקס רוסלאנד ס העלט קעיר סיסטעם איז א קאטאסטראפע דער סיסטעם איז איינגעשטעלט געווארן אין און ברויך אויסצאלן אלע מעדיקל קאסטן אבער וויבאלד עס איז פאראן קארופציע אין ביזנעס און מען באצאלט נישט געהעריג קיין שטייערן שאדט עס שטארק פאר די העלט קעיר סיסטעם אנדערע בענעפיטן ווי פענסיע אנעמפלאוימענט איז דא צו באקומען אבער אויך דאס איז קארופטירט און ווייניג טשעקס קומען געהעריג אן און ווען יא איז עס שפעט די סאוויעט יוניאן האט געהאט א פלאנירטע עקענאמיע וואס טייטש אז די רעגירונג האט קאנטראלירט אי די פראדוקציע און אי די פרייזן פאר די מארקעט זי האט באשלאסן וואו מען דארף עפענען א נייע ביזנעס וואס די ביזנעס זאל זיין סטאנציאנירט ווער עס זאל דארט ארבעטן און וויפיל געלט יעדער זאל באקומען ווען קאמוניזם האט געהערשט אין גאנץ מזרח אייראפע האט רוסלאנד גענאסן פון גאנץ א סטאבילע עקענאמיע א דאנק איר גוטע אנציאונגן מיט די אנדערע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן געהאט אפענע טויערן פאר ביזנעס פארשטייט זיך נאר פאר קאמוניסטן פון ווען אן די ראיאן איז געווארן גערייניגט פון קאמוניזם אין די פריע גער יארן האט רוסלאנד ס עקענאמיע אנגעהויבן גליטשן דער דעמאלטדיגער פארטיי סעקרעטערי גענעראל מיככעל גורבאטשאוו האט עטליכע מאל פרובירט צו מאכן עקענאמישע רעפארמס אבער אן ערפאלג אין ווען אויך רוסלאנד איז געווארן פריי איז די עקענאמיע געפאלן נאך מער צוליב די גענצליכע איבערטויש פון געזעצן און ביזנעס סטרוקטור וועלכע האט געעפענט א נייע וועלט פאר די אונטערגעדרוקטע רוסן אין יענע צייטן האט באריס יעלצין געווינען פירערשאפט צוזאגנדיג א בעסערע עקענאמיע אבער דערווייל איז דער מצב פיל ערגער געווארן און דאס לאנד ס דעפיציט האט געהאלטן ביי א פערטל פון די דזש די פי ווען קאמוניזם איז געפאלן אין דעם זעלבן יאר האט יעלצין דורכגעפירט א נייע עקענאמיע רעפארם וועלכע איז באשטאנען פון פונדאמענטאלע פרינציפן אין די ערטשע יארן האט יעדער פרובירט אריינצולייגן א פוס אין ביזנעס אבער זייער אסאך זענען אדורך געפאלן און די רעגירונג האט איינגעזען אז עס איז וויכטיגער צו מאכן לאנגע טערמין אינוועסטמענטס וואס זאל מיט די יארן הייבן די עקענאמיע מיט יסודות דיגע אינדוסטריס נאך א פראבלעם איז אויפגעקומען ווען די עקזעקיוטיוון אינערהאלב די רעגירונג און ביזנעס פארשטייער האבן זיך צופיל ארומגעקריגט אויף אזוי ווייט אז יעלצין האט אין אריינגעשיקט מיליטער אין פארלימענט ארויפצוצווינגען די נייע רעפארמען די קריגערייען האט געשטערט יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג און גארנישט איז מעגליך געווען דורכצופירן א גוטער ביישפיל איז די רוסישע צענטראלע באנק אר סי בי א טייל פון יעלצינ ס רעפארם פלאן איז געווען איבעצוטוישן די צענטראלע באנק צו א צוויי רייענשיכט באנק סיסטעם וואס אלע קאפיטיליסטישע לענדער האבן היינט צו טאג וואס קאנטראלירט די פלוס פון געלט אין לאנד און אויך אלע פאליסיס פון אלע קאמערציאלע בענק כדי צו האלטן קאנטראל אויפ ן דאלאר אין רוסלאנד זענען א גרויס טייל פון די באנקירן געווען קעגן יעלצינ ס רעפארם פלאן און האבן געשטערט יעדע נייע זאך נאך א פראבלעם איז מיטגעקומען ווען די באנק האט נישט געהאט גענוג געלט צו קויפן אלע פארגעשריטענע מאשינען און קאמפיוטערס און אזוי ארום נישט געקענט האלטן געהעריג קאנטראל נאך א פראבלעם איז געווען אז די בענק האבן נישט געוואלט בארגן קיין געלט פאר ביזנעס אינוועסמענט געברויכן נאכדעם וואס אסאך ביזנעסער האבן נישט צוריק באצאלט זייערע חובות די פראבלעמען האבן שרעקליך פארקריפעלט די באנק און די אינפלאציע איז געגאנגען קאטאסטראפע א סטאטיסטיק פון יאר ווייזט אז רוסלאנד ס דזש די פי האט נאר דערגרייכט ביליאן דאלאר אין דעם אריינגערעכנט פראצענט פון סערוויס בלייבט איבער נאר פראצענט ביליאן דאלאר אין פאבריצירונג די איבריגע פראצענט גייט פאר ארגיקולטור מען שאצט אז עס וועט נאך געדויערן א לאנגע צייט ווילאנג רוסלאנד וועט זיך אויפארבעטן איר עקענאמיע צו א סטאנדארטע סטאביליזם די הופט וואלוטע אין רוסלאנד איז דער רובל וועלכע באשטייט פון קאפיקס ווען רוסלאנד איז געווען קאמוניסטיש האט איר וואלוטע נישט געהאט קיין שום ווערד אין די פרייע לענדער און מען האט אין ערגעץ נישט געקענט זען א רובל נאכ ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז איר רובל ארויף אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט מיט ן נייעם באנק סיסטעם ווי פריער דערמאנט זענען אסאך ריזיגע בענק געווארן קליין און הונדערטער נייע בענק זענען צוגעקומען צוטיילט פאר אלע ראיאנען אלעס צוזאמען זענען אויפגעשטעלט געווארן איבער נייע בענק אבער זיי האבן נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווייל נאך צוויי יאר האט די צענטראלע באנק געטוישט פאליסיס וועלכע האט געצווינגען פאר מער ווי האלב זיך צו פארמאכן רוסלאנד ס מארקעט אין סטאקס און אין באנדס ווייזן ענליכע שוואכקייט אפגערעדט פון די אינטערנאציאנאלע וועלט האבן אפילו די רוסן און אייגענע ביזנעס עקזעקיוטיוון נישט קיין צוטרוי צו אירע סטאקס עס זענען פאראן ממש געציילטע רוסישע פירמעס וואס זענען באמת פעאיג אויפ ן סטאק מארקעט סטאק עקסדשעינדזשעס געפינען זיך אין מאסקאווע סעינט פיטערסבורג און נאוואסיבירסק רוסלאנד האט געמאכט גרויסע ענדערונגן אין איר וואלוטע סיסטעם עטליכע יאר נאכ ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם אין די סאוויעט צייטן האבן אלע לענדער אין די פאראיין גענוצט די אלטמאדישע רובל וועלכע מען האט גענוצט אין דעם בעשט ס צייטן אין האט רוסלאנד געטוישט די אויסזען און געשטעל פון איר רובל און באלד געמאלדן אז אלע אלטע רובל זענען אומגילטיק דער אקט האט אפגעטיילט רוסלאנד ס וואלוטע סיסטעם מיט אלע אירע ארומיגע לענדער און איר געגעבן די מעגליכקייט צו קאנטראלירן די צירקולאציע פון די וואלוטע סיסטעם ווען די רובל איז ארויס צו די אינטערנאציאנאלע מארקעט איז עס ווערד געווען פאר א יו עס דאלאר פרעזידענט יעלצין האט דאס שפעטער געענדערט צו א נייע אויסערן עקסטשעינדזש ראטע וועלכע האט פארלאנגט רובל פאר איין יו עס דאלאר ביז דריי יאר איז עס געפאלן צו רובל פער יו עס דאלאר זעענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית האט די צענטראלע באנק גענומען די זאך אין די האנט אריין און אנגעהויבן קאנטראלירן די עקסטשעינדזש ראטעס אז עס זאל גיין וועג ארויף כדי צוצוקומען צודעם האבן זיי כסדר געקויפט רובל און אזוי ארום געהויבן דעם רובל מער און מער מיט די יארן איז עס טאקע אסאך בעסער געווארן היינט צו טאג קען א רוסישער קויפן אן אמעריקאנער דאלאר פאר רובל די כסדר דיגע עקענאמישע רעפארמ ס האט שטארק עפעקטירט די לעיבאר קראפט אין רוסלאנד לויט אפיציעלע רעגירונג ס באריכטן האבן מיליאן מענטשן געהאט א דזשאב אין יאר אין האבן די באריכטן געוויזן אז עס איז געפאלן צו מיליאן מענטשן אויך די צאל ארבייטער פער עקענאמישער סעקטאר האט זיך געטוישט אין האבן פראצענט פון די ארבעט ס קראפט געארבעט אין אינדוסטרי אין איז עס געפאלן צו פראצענט אין ריטעיל איז פארקערט עס הייבט זיך יעדעס יאר די סערוויס סעקטאר איז שטענדיג געווען ביי ארום פראצענט רוסלאנד ס עקענאמישער פאל האט געמאכט אנעמפלאוימענט א ערנסטע פראבלעם ווייל די רעגירונג האט נישט גענוג געלט צו צאלן די אינשורענס און ווייניג מענטשן שרייבן זיך בכלל איין אלס אנעמפלאויט ווייל מען באקומט מער בענעפיטן אלס אן ארבייטער ווי האוזינג סאציאלע אינשורענס וואס ווערן קאנטראלירט דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך לאקאלע רעגירונגן ווי אין אמעריקע א גרויסע טייל וואס האבן נישט קיין דזשאב זענען איינגעשריבן אלס ארבייטער נאר וועגן די בענעפיטן וואס מען האט דערפון ארום פראצענט פון דעם לאנד זענען אפיציעל אנעמפלויאט אבער די ראטע שטייט פיל העכער ווי דעם וועגן די אויבנדערמאנטע פראבלעם דאס וואוינען סטאנדארט איז זייער שוואך ווייל מען פארדינט ווייניג און מען באקומט דאס געלט שפעט א געווענליכער רוסישער ארבייטער פארדינט די ווערד פון יו עס דאלאר פער יאר פאבריצירונג איז געווען א וויכטיגע פראיאריטי אין די סאוויעטישע רוסלאנד ווייל א גרויס טייל פון פאבריצירונג איז געווען וויכטיג פאר מיליטערישע באנוץ רוסלאנד זעלבסט האט געהאט פראצענט פון פאבריצירונג אין די יו עס עס אר רוב דערפון אין מערב רוסלאנד און אויף די ארעל מאונטענס קוילן און גאזאלין איז יא געווען פארשפרייט אויף מערערע ערטער אין לאנד אריינגערעכנט מערב סיביר וועלכע האט פארנומען א גרויסע פארציע רוסלאנד איז שטענדיג געווען ווי א וועלט פאר זיך צוליב דעם וואס זי איז געווען קאמוניסטיש און האט נישט געוואלט האנדלען מיט קיין איין פרייע לאנד זי האט פאבריצירט אלעס אליינס אנגעהויבן פון קאמפיוטערס ביז לאקאמאטיוון אויטאמאבילן ארגיקולטור מאשינען ספעס שאטלן ראקעטן און מיליטערישע וואפן אין אייזן איז רוסלאנד פון די גרעסטע און מאכט די מערסטע ערליי אייזן אין עראספעס און אין דעפענס וואפן איז רוסלאנד היבש פארגעשריטן טעכנאלאגיש אבער אין סך הכל איז זי צוריקגעבליבן אין פאבריצירונג קעגן אנדערע לענדער וואס זענען האלב אזוי גרויס ווי איר אין די יארן צווישן און ווען עטליכע רעפארמען האבן צוגרונד געלייגט די רוסישע עקענאמיע ווי פריער דערמאנט האט די פאבריצירונג סעקטאר געליטן צום מערסטן מיט ן אויסנאם פון אייזן וועלכע האט זיך שטענדיג גוט פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט אויך די טעקסטייל אינדוסטרי איז ממש געגאנגען א גאנג און מען אנגעהויבן צו אימפארטירן פון אייראפעאישע לענדער פאר פיל ביליגער מען שאצט אז אזוי סאך ווי פראצענט אנצוגן מיט וועלכע די רוסישע דרייען זיך ארום זענען געמאכט פון אימפארטירטע סחורה אין אלע ערליי גרובונגן איז רוסלאנד גרויס אין גאלד זילבער דיימאנטן בליי און קופער איז זי פון די פינף גרעסטע אין די וועלט זי איז די גרעסטע אין ניקעל און די צווייטע גרעסטע אין עלומינעם וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין דעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד ספעציעל ארום די שטאט סעינט פיטערסבורג אויסער אלעם האט רוסלאנד די גרעסטע רעזווארן פון גאזאלין און קוילן גענוג צו סופלייען די וועלט פאר הונדערטער יארן ווי מיר האבן דערמאנט אינעם אריינפיר פון דעם ארטיקל ווי באקאנט האט רוסלאנד קיינמאל נישט אכט געגעבן אויף דאס געזונט פון אירע בירגער וועלכע דערקענט זיך שטארק אין די פאבריצירונג סעקטאר מען ארבעט דארט אונטער די אינטערנאציאינאלע סטאנדארטן און טויזנטער ווערן אנגעשטעקט מיט די ערגסטע קרענק נישט קיין וואונדער אז די לעבנ ס שפאן איז דארט אזוי נידעריג טראץ רוסלאנד ס גרויסקייט און רייכקייט און נאטורליכע אוצרות האט זי א מאנגל פון ארגיקולטור לאנד בלויז פראצענט פון לאנד איז קולטיווירט געהאדעוועט און רוב דערפון ליגן אינעם אזויגערופענעם פערטייל טרייענגעל וועלכע פארנמעט רוב פון מערב רוסלאנד מען האט אסאך פרובירט אופצוארבעטן די אנדערע טיילן פון לאנד אבער אן ערפאלג די שווערע וועטערס טרוקענען אויס די בלעטער און די ערד אויך ארגיקולטור איז רעדוצירט געווארן אין די פריע גער יארן טייל צוליב די עקענאמיע און אויך וועגן וועטער ענדערונגן ארום פראצענט עסן אין רוסלאנד זענען אימפארטירט און די מענטשן זענען דאס מערסטע פארזיכערט מיט דעם רוסלאנד איז א גרויסע פאבריצירער פון לאמבער און האלצענע פראדוקטן רוב געהילץ וועלדער געפינען זיך אין צוויי דערנעבענדיגע וועלדער אין צפון מזרח פונעם אייראפעאישן רוסלאנד און א קלענערע טייל אין דרום סיביר די סאוויעטישע רעגירונג האט נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער אכט צו געבן אויף איינע פון די וויכטיגסטע אוצרות וואס איר לאנד פארמאגט און אסאך ביימער זענען אויסגעטריקענט געווארן און איינגעפאלן אין די ווינטער היינט צו טאג ווערן די וועלדער גוט געהיטן און אפילן די אלטע ביימער האבן שוין צוריק אויפגעלעבט די שפע פון געהילץ איז שטענדיג געווען גוט אבער נישט אייביג האבן די רוסן געמאכט געלט דערפון ווען אימער די עקענאמיע איז נישט געווען אויף די גוטע רעלסן איז נישט געווען קיין געלט צו שיקן די סחורה קיין אויסלאנד און מיט אן איבערפלוס פון האלץ איז די מארקעט שטארק געפאלן די פישינג אינדוסטרי איז פון די גרעסטע אין די וועלט אפילו אין רוסלאנד ס שווערסטע צייטן איז פישינג געשטאנען די פערטע גרעסטע אין די וועלט רוסלאנד גיט היינט ארויס א פערטל פון די וועלט ס פרישע און געפרוירענע פיש און א דריטל פון געקענטע פיש אלע פיש פלעגן אמאל געפאנגען ווערן אין טייכן און אזערעס אין לאנד היינט צו טאג האבן די רוסן א ריזיגע נעטווארק פון פיש כאפן אין די צוויי גרויסע אקעאנען מיט הונדעטער שיפן מיט די קאמוניסטישע געפלאנטע עקענאמיע איז סערוויס נישט געווען פון די וויכטיגסטע זאכן איינמאל קאמוניזם איז געפאלן האבן אנגעהויבן אויפקומען מיליאנען סערוויס פירמעס און די פרייזן פאר סערוויס איז שטארק ארויף ביזנעס פארבינדענע סערוויסעס ווי באנקירונג פינאנץ און אינשורענס איז מיטאמאל געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינדוסטריס אין די ביזנעס וועלט און אירע פרייזן זענען געשטיגן מיט פראצענט פון די אנדערע זייט זענען אסאך רעגירונג ס אנגעוויזענע סערוויסעס שטארק געפאלן ווייל די רעגירונג האט נישט געהאט גענוג געלט צו האלטן אלע ארבייטערס אזעלכע סעקטארס ווי ריסוירטש העלט ערציאונג טראנספארטאציע און קאמיוניקאציע האבן געמוזט אויפזאגן זייערע לאנג יעריגע ארבייטערס וואס האט פארשטייט זיך עפעקטירט די עקענאמיע און געזונטהייט די סאוועטן האבן געהאלטן פאר וויכטיג צו פארברייטערן טראנספארטאציע פאר ביזנעס באנוץ אבער האבן עס קיינמאל נישט באטראכט פאר א סערוויס וואס קען ברענגען געלט און האבן צוגעשטעלט טראנספארטאציע פאר ממש בחינם אבער נאר אין די ראיאנען וואס האבן פארמאגט ביזנעסער עס איז אויסגעקומען אז די אייראפעאישע רוסלאנד האט געהאט גוטע טראנספארטאציע און סיביר האט כמעט גארנישט געהאט אין גענעראל האט רוסלאנד זייער שוואכע טראנספארטאציע קעגן אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער רעילראודס פארנעמען די גרעסטע טייל אין רוסלאנד ס ביזנעס טראנספארטאציע און ווייל דאס לאנד איז אזוי גרויס האט זי די צווייט מערסטע רעילראודס אין די וועלט מיט א סך הכל פון מייל קילאמעטער ארום א דריטל רעילראודס ווערן שוין היינט נישט באנוצט די פארנומענסטע רעילראוד געפינט זיך אין מערב סיביר וואו עס פארט אפטמאל א באן יעדע מינוט אלע רעילראודס זענען קאנטראלירט דורך די רעגירונג אויך פאר פאסאזשירן פארנעמען די רעילראודס האלב טראנספארטאציע כאטש באסעס איז שטארק אויפגעכאפט פאר טרעוועל אין לאנד און פליגערס פאר אינטערנאציאנאלע רייזעס די רוסישע רעגירונג שטיצט שטארק די רעילראוד סיסטעם וועלכע איז די ביליגסטע טראנספארטאציע אנדערש ווי אנדערע לענדער וועלכע פארלאזן די רעילראודס מער און מער און נוצן באסעס אויטאס און טראקס כאטש עס איז פיל טייערער אויפצוהאלטן געווענליכע ראודס ווי רעילראודס טראקס פארנעמען נאר פראצענט פון קאמערציאלע שיפעריי אלס דאס גרעסטע לאנד אין די וועלט וואלט רוסלאנד געברויכט האבן די מערסטע שאסייען אבער איז למעשה די זעקסטע אין די רייע מיט מייל קילאמעטער פון ראודס נאר פראצענט פון אלע ראודס זענען געפלאסטערט און נאר צו פראצענט שטעט און דערפער קען מען צוקומען דורך געפלאסטערטע שאסייען ווייניג מענטשן פארמאגן דארט אויטאס ווייל עס עקזיסטירט נישט דארט אזא מין זאך ווי באקומען קרעדיט פון א באנק און צו גיין באצאלן די פולע פרייז פון אן אויטא איז אוממעגליך פאר א מיטל פארדינער פון יעדע איינוואוינער פארמאגן מענטשן אן אויטא וואסערוועגן ווערן אויך אסאך גענוצט פאר טראנספארטאציע עס איז באוואוסט דער וואלגע טייך אלס דער גרעסטער וואסער וועג אין לאנד וועלכע איז אויסטערליש לאנג און איז פארבינדן מיט צענדליגער קליינע קאנאלן און טייכן וואס צוזאמען גרייכן זיי כמעט אלע שטעט וואו עס איז פאראן ביזנעס אין די סאוויעט צייטן איז אינגאנצן געווען איין לופטליניע עראפלאט וועלכע האט סערווירט דאס גאנצע לאנד האלטנדיג א שטארקע מאנאפאל פאר צענדליגער יארן עראפלאט איז נאך היינט פעסט אין ביזנעס אבער זי האט מער נישט די מאנאפאל ווייל עס זענען שוין פאראן עטליכע פרישע לופטליניעס אירע צוויי גרעסטע קאנקורענטן זענען וואנאקאווע עירליינס און טרענסערא ביז אין די ער יארן האבן ווייניג מענטשן ווען אמאל זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט ביי די ענדע פון די קאמוניסטישע יארן און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן הייבנדיג זיך אין ווייניגער פון יאר מיט איבער פראצענט פון אלע ערליי טראנספארטאציע ציילט לופט רייזעס אן אכטל רוסלאנד האט ים פארטן די וויכטיקסטע פון זיי זענען אין וולאדיוואסטאק פרימארסק מורמאנסק פעטערבורג מאגאדאן און ארכאנגעלסק די הויפט פליפארטן אין לאנד זענען שערעמיעטעווא און דאמאדעדאוו אין מאסקווע און פולקאווא אין פעטערבורג די סאוויעט רעזשים האט ווי דערמאנט געלייגט א שטארקע דגוש אויף ערציאונג און מאסן פראפאגאנדע דערפאר האט זי געשטיצט אלע ערליי פאבלישינג און קאמיוניקאציעס אין לאנד אבער האט אין דער זעלבער צייט געשטערט די מעגליכקייט צו קאמיוניקאציע ארויס צו די וועלט אויס מורא אז אירע סיטיזענס וועלן זיך עפענען די אויגן ראדיא און טעלעוויזיע האט זי אויפגעצויגן אין און עס שטארק געשטיצט נוצנדיג דאס אלס א פאבלישינג מיטל צו פרעדיגן קאמוניזם פארשטייט זיך אז אויסלענדישע טשענעלס זענען געווען שטרענג פארבאטן קאמפיוטערס איז געווען פארבאטן ווייל אויף דעם האט די רעגירונג נישט געקענט האבן קיין קאנטראל אלע קאמיונקאציע סיסטעמען האבן פארמאגט ספעציעלע סענסארס וועלכע האבן נישט אדורך געלאזט דאס וואס די רעגירונג האט נישט געוואלט מענטשן זאלן הערן אין די מיטעלע גער יארן האט גארבאטשאוו דורכגעפירט א נייע רעפארם וועלכע האט ערלויבט פאר די פאבלישינג פירמעס צו דיסקוסירן סענסיטיווע פאליטיק דער אקט האט אריינגעברענגט אין ביזנעס אסאך נייע מעדיע פירמעס צווישן זיי עטליכע נייע צייטונגן וועלכע זענען באלד אויפגעכאפט געווארן ביי די מאסן וועלכע האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געקענט מיטהאלטן וואס עס זיך טוט זיך אפ אין זייער רעגירונג פון די קארגע עטליכע מיליאן צייטונג לייענער האבן מיטאמאל מיליאן איינוואוינער אנגעהויבן קויפן א צייטונג טעגליך ווען די גוטע יארן זענען אנגעקומען אין די פאליטיק מיט יעלצין און די פארלימענט האט זיך אנגעהויבן האבן די מידיא פירמעס זיך ריכטיג געשטעלט אויף די פיס און האבן באקומען נייע רעכטן יעלצין האט שפעטער פריוואטיזירט אלע מידיא פירמעס און פריוואטע אינוועסטירער האבן עס איבערגענומען די טעלעפאן סיסטעם האט זיך אויך אסאך געטוישט נאכ ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם די רעגירונג האט פריוואטיזירט אירע עטליכע פירמעס און עס איז געעפענט געווארן א נייע מארקעט פאר טעלעפאן סערוויס און א מעכטיגע קאנקורענט צווישן נייע פירמעס וועלכע האבן געגעבן בעסערע סערוויסעס פאר פיל בליגערע פרייזן רוסלאנד איז אבער נאך אלץ זייער צוריקגעבליבן אין קאמוניקאציע א שטודיע אין האט געוויזן אז נאר פון הייזער פארמאגן א טעלעפאן דאס איז פינף מאל ווייניגער ווי סיי וועלכע מאדערניזירטע לאנד סעלפאונס איז אפגערעדט עס זענען פאראן גאנצע שטעט און דערפער וועלכע פארמאגן ניטאמאל איין סעלפאן ווי מיר שטייען יעצט האט די רוסישע רעגירונג אסאך פלענער וויאזוי אויפצוארבעטען איר קאמיוניקאציע סעקטאר און וועט בעטן הילף פון אינטערנאציאנאלע טעלעקאמיוניקאציע פירמעס די סאוועטן האבן געטאן אלץ וואס מעגליך נישט צו לאזן אירע בירגער באזוכן קאפיטאליסטישע לענדער פון דער אנדערער זייט האט זי אבער יא געקוראזשט אויסלענדישע צו קומען באזוכן איר קאמוניסטישע לאנד ווייל עס איז גוט צוניץ געקומען פאר אויסערן טוישונגען און אויך פאר פאליטיק אין די בעסטע יארן האבן ארום מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד פון דעם אביסל מער ווי העלפט פון אייראפעאישע לענדער די קאמוניסטן האבן שטארק געשטיצט טוריזם אינלאנד כדי צו ברענגען פראפאגאנדע ביי אירע בירגער דאס מערסט באזוכטע ארט איז פארשטייט זיך געווען די הויפטשטאט מאסקווע רוסלאנד האט געווענליכע אטראקציעס וועלכע ציען טוריסטן צו קומען באזוכן רוסלאנד די פארנומענסטע אטראקציע ערטער זענען ארום און ארום מאסקווע און פעטערבורג וועלכע פארמאגן א רייע פון מוזייען פארקן אזערעס און אנדערע געווענליכע אטראקציע פונקטן רעזארט ערטער אויפן שווארצן ים זענען אויך זייער פארנומען און דער בייקאל אזערע וועלכע איז די גרעסטע אזערע אין די וועלט מיט פריש וואסער און פארמאגט אסאך אינטערעסאנטע ים חיות ברענגט אויך אסאך באזוכער יעדעס יאר אין די ערשטע יארן נאך דעם אומפאלן פון קאמוניזם איז אויסלענדישע טוריזם שטארק געפאלן אבער האט זיך צוריק געהויבן נאכמער עטליכע יאר שפעטער אינעם יאר האבן מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד כאטש די אנגייענדיגע ארבעט פון בויען האטעלן אין די גרויסע שטעט איז רוסלאנד ס טוריזם נאך אלץ אומאנטוויקלט וואס איז א שטארקע סיבה פארוואס רוסלאנד קען נישט באקומען די צאל באזוכער וואס מערב לענדער באקומען נאך דער צוזאמענפאל פון די יו עס עס אר האבן רעפארמער אין יעלצין ס פארטיי איינגעזען פאר וויכטיג צו פארבינדן רוסלאנד ס עקענאמיע מיט גלאבאלע עקענאמיע צו באקומען פינאנציעלע הילף פאר מארקעט רעפארמען רוסלאנד ס הויפט פראבלעם איז דעמאלט געווען אירע נאציאנאלע חובות וועלכע עס איז אוממעגליך געווען אליין צו באצאלן אין יענע שווערע צייטן אין די ערשטע עטליכע יאר האט זי טאקע כמעט גארנישט באצאלט ביז עס איז איר געלונגען אין צו באקומען א לאנגע טערמין ווידער באצאלונג דורך צוויי קרעדיטערס פון פאריז און פון לאנדאן א דאנק איר גלאבאלע עקענאמישע פארבינדונג האט רוסלאנד אנגעהויבן באקומען הילף פון די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד איי עם עף אין האט זי באקומען ביליאן דאלאר אין ביליאן דאלאר און אין ביליאן דאלאר אויסער דעם האט אמעריקע מיט דייטשלאנד געבארגט פאר רוסלאנד ביליאן דאלאר אין כדי צו פארגרינגערן די עקענאמיע און אזוי ארום געשטיצט יעלצין ס פארטיי זי זאל געווינען די דעמאלטדיגע וואלן רוסלאנד ס עקענאמישע מוסטער האט זיך דראמאטיש געטוישט זינט זי איז געווארן אויס קאמוניסטיש אין די יארן פון די קאלטע קריג ענדע גער יארן האט די יו עס עס אר געפירט אלע אירע אויסערן האנדל נאר מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער און האט פרובירט צו מאכן א בלאק פון קאמוניסטישע לענדער אין אייראפע און אזיע וואס זאלן זיין פראצענט זעלבשטענדיג אין עקענאמיע פון די מערב לענדער דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר קנאפע יאר ווען רוסלאנד האט איינגעזען אז צו צוקומען צו מער טעכנאלאגיע וועט זי יא מוזן עפעס האנדלן מיט די מערב לענדער נאך אלץ איז צוויי דריטל האנדל געבליבן מיט די קאמוניסטישע לענדער און אלעס איז געווען מיט ן זעלבן פלאנירטן וועג ווי די גאנצע קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם איז געגאנגען ווען דער פסס ר איז צובראכן געווארן האט זיך אלעס געטוישט רוסלאנד ס אויסערן האנדל איז רעדוצירט געווארן ביז א דריטל און אויך אימפארטן זענען געפאלן מיט העלפט דאס ביסל האנדל און אימפארטן האט גענומען גאר אן אנדער ליניע וועלכע האט גענויגט צו די מערב לענדער ביז עטליכע יאר האבן אלע מערב האנדל געציילט דריי פינפטלעך פון איר סך הכל האנדל אויסער די געוועזענע יו עס עס אר טעריטאריע און די האנדלן מיט די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער איז געפאלן ביז צו א צענטל אפילו מיט רוסלאנד ס געוועזענע אינערליכע איפעריע האט זי אפגעלאזט מער ווי האלב האנדל אחוץ מיט אוקריינא און בילארוס דייטשלאנד פארנעמט היינט פראצענט פון רוסלאנד ס האנדל דערנאך קומט די פאראייניגעטע שטאטן און איטאליע אין איז רוסלאנד ס געווארן א מיטגלידער אין די אזיע פאסיפיק עקענאמיק קאאפאראציע אפעק ארגאניזאציע צוביסלעך האט רוסלאנד פארלוירן קאנטראל אויף אלע אימפארט און עקספארט שטייערן זייענדיג אונטער שטארקע דרוק פון די איי עם עף וועלכע האט איר געצווינגען צו טוישן אירע פאליסיס די אייניציגסטע זאכן וואס איז יא געבליבן אונטער רוסלאנד ס קאנטראל איז וואפן און אנדערע פארטיידיגונגס פארבינדעטע געצייג פון ביז האט רוסלאנד געהאט א גוטע באלאנס אויף אירע אויסערן האנדלן וועלכעס עקספארט סורפלוס איבער אימפארט האט דערגרייכט מער ווי פראצענט פון דעם לאנד ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט אין יענע צייטן איז עס געווען די העכסטע האנדל סורפלוס אין דער וועלט די גוטע האנדל יארן זענען אבער נישט לאנג פארבליבן ווייל פילע אומלעגאלע אימפארטן און א פלוס פון שמוגלערייען אויף ארויס האבן אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד די רוסישע פעדעראציע איז געווארן א זעלבשטענדיג לאנד אין דעצעמבער אלס א רעזולטאט פון דער צוזאמענפאל פון די יו עס עס אר דורכאויס דער קאמוניסטישער תקופה איז די רוסיען סאוויעט פעדערעטעד סאשעליסט רעפובליק אר עס עף עס אר געווען די גרעסטע פון אלע יו עס עס אר ס רעפובליקן רוסלאנד פארנעמט היינט צו טאג גענוי די זעלבע טעריטאריע וואס זי האט פארמאגט אין די קאמוניסטישע צייטן רוסלאנד האט נאכ ן זעלבשטענדיג ווערן געטוישט איר קאנסטיטוציע און רעגירונג סיסטעם זי איז היינט א פעדעראלע און פרעזידענטיאלע רעגירונג אונטער א קאנסטיטוציע וואס איז אדאפטירט געווארן אין איבערנעמענדיג די אלטע יו עס עס אר קאנסיטיטוציע וואס איז צום לעצטן מאל רעפארמירט געווארן אין די פעדעראלע רעגירונג איז צוטיילט אין דריי באזונדערע אפטיילונגען די עקזעקיוטיוו דער פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער לעגיסלאטיוו פעדעראלע אסעמבלי און יוסטיץ די רעגירונג איז פאראנטווארטליכט צו דעם פרעזידענט און די עקזעקיוטיוו איז שטערקער ווי די אנדערע צוויי אפטיילונגן די עקזעקיוטיוו האט די גאנצע מאכט פון דורכפירן געזעצן און די לעגיסלאטור איז געשטעלט עס צו שטודירן אבער האט נישט קיין מאכט די לעגיסלאטור קען מיט די כוח פון וואלן טוישן די עקזעקיוטיוו אדער שטערן די עקזעקיוטיוו פון דורכפירן א געזעץ רוב פון רוסלאנד ס היינטיגע קאנסטיטוציע איז געמאכט געווארן דורך פרעזידענט באריס יעלצין וועלכער האט געווינען רוסלאנד ס פירערשאפט זינט זי איז געווארן זעלבשטענדיג ביז אין ווען ער האט רעזיגנירט פון פאליטיקס יעלצין איז נאך ערוועלט געווארן אנהויב ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פון די יו עס עס אר און איז פארבליבן דער ערשטער פרעזידענט פון די זעלבשטענדיגע רוסלאנד אין איז ער ווידער ערוועלט געווארן פאר א פיר יעריגע טערמין אבער האט רעזיגנירט אין זיין דריטע יאר דורכאויס די סאוויעט צייטן איז די הויפט מאכט אדמיניסטרירט געווארן פון די קאמוניסטישע פארטיי וועלכע האט געהאט אירע באזעס אין די הויפט שטאט מאסקעווע יעדע פון די רעפובליקס האבן געהאט א באזונדערע לאקאלע רעגירונג וועלכע האט נישט געהאט צופיל מאכט די ווייניגסטע פון אלע האט געהאט רוסלאנד זעלבסט אר עס עף עס אר וועלכע האט אויך געהאט א לאקאלע רעגירונג אבער האט נישט געהאט קיין אייגענע סעקיוריטי פאליציי און א לאקאלע קאמוניסטישע פארטיי ווי די אנדערע רעפובליקס רוסלאנד זעלבסט האט פארמאגט אין איר לאקאלע רעגירונג א קאונסיל פון מיניסטארן און א לעגיסלאטור רוסלאנד זעלבסט האט געהאט איר אייגענע קאנסטיטוציע וועלכע איז געמאכט געווארן אין אבער איז ערשט געווארן געזעץ ווען די סאוויעט יוניאן איז צוזאמענגעפאלן די קאנסטיטוציע האט דעמאלט איבערגעגעבן די עקזעקיוטיוו צו די לעגיסלאטור די לעגיסלאטור האט אבער נישט געהאט קיין שום ערפארונג וויאזוי מען פירט די רעגירונג און עס האבן זיך געמאכט מערערע פראבלעמען דער גרעסטער פראבלעם איז געווען וויאזוי צו צוטיילן די מאכט צווישן די רעגירונג אפטיילונגן ענדליך אין האט יעלצין באוויזן צו איינשטעלן א נייע קאנסטיטוציע דורך א רעפערענדום כאטש די נייע קאנסטיטוציע האט אויך געגעבן צופיל מאכט פאר די עקזעקיוטיוו האט עס אבער אוועקגעשטעלט אסאך דעמאקראטישע רעגירונג סיסטעמען ווי טערמינען פאר אפיס עלעקטאראל פראצעדורן און שטימרעכט פאר אלע סיטיזענס העכער יאר אלט די הויפט מאכט פארמאגט די עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט דורך די איינוואוינער פאר א יעריגן טערמין אזויווי אין אמעריקע קען א פרעזידענט אין רוסלאנד אויך נישט דינען מער ווי צוויי טערמינען דער פרעזידענט איז אויך דער קאמאנדיר אין טשיף פאר די מיליטערישע אפטיילונג און שפילט די גרעסטע ראלע אין די סעקיוריטי קאונסיל וועלכע מאכט אלע באשלוסן בנוגע מיליטערישע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ן דעפענס מיניסטער האט דער פרעזידענט די פולע קאנטראל אויף אלע נולעארע וואפן יעדע מינוט אין טאג דער פרעזידענט ערוועלט זיך אליינס א פרעמיער מיניסטער וועלכער איז דער צווייטער אין קאמאנד די באשטימונג איז געוואנדן אויף די סטעיט דומא די נידעריגערע הויז אין פארלעמענט אויב זיי ווארפן אפ דעם קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער דריי מאל קען דער פרעזידענט אויפלעזן די לעגיסלאטור און פאררופן נייע וואלן דער פרעזידענט קען אויך אויפלעזן די לעגיסלאטור פאר עטליכע אנדערע סיבות אויב דער פרעזידענט שטארבט אדער קען נישט זיין אין אפיס וועגן וועלכע אנדערע סיבה נעמט דער פרעמיער מיניסטער איבער דעם רעדל אויף צייטווייליג ביז ווילאנג מען ערוועלט א נייעם פרעזידענט וואס מוז געטאן ווערן אין מאנאטן די פעדעראלע אסעמבלי איז רוסלאנד ס נאציאנאלע לעגיסלאטור און איז צוזאמענגעשטעלט פון א העכערע און נידעריגערע הויז די העכערע הויז ווערט אנגערופען די קאונסיל אף פעדערעישן און באשטייט פון מיטגלידער צוויי רעפרעזענטיוון פאר יעדע פון רוסלאנ ס אדמיניסטראטיווע יוניטס וועלכע מאכן די רוסישע פעדערעישן די לאקאלע עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטיוו פירער פון יעדע יוניט זענען די רעפרעזענטיוון אין די אסעמבלי פאר זייער יוניט די נידעריגערע הויז ווערט אנגערופען די סטעיט דומא און באשטייט פון מיטגלידער די דומא ווערט צוזאמענגעשטעלט ווי פאלגענד די וויילער וועלן אויס פארטייען דורך א בעלאט און לויט די רעזולטאטן ווערן מיטגלידער האלב פון די דומא צוטיילט געוואנדן לויט די שטארקייט פון די פארטיי די אנדערע האלב פון די דומא ווערן באזונדער ערוועלט דורך עלעקטראל דיסטריקס אין גאנצן לאנד יעדע פון די יוניט פארמאגן כאטש איין עלעקטראל דיסטריק יעדער רעפרעזענטעטיוו מוז באקומען מינימום פראצענט פון די שטימען צו קענען ערוועלט ווערן אלס א דומא מיטגלידער די רעפרעזענטיוון פלעגן אלע יארן דינען א צוויי יעריגן טערמין אין האט דאס געזעץ אנגעהויבן ערלויבן א יעריגן טערמין סיסטעם די העכסטע אין די יוסטיץ אפטיילונג איז די קאנסטיטוציאנאלע געריכט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון ריכטער וועלכע ווערן ערוועלט דורכ ן פרעזידענט און מוז באשטעטיגט ווערן דורך די קאונסיל אף פעדערעישן דאס העכסטע געריכט האט דעם מאנדאט איינצוטיילן פאר די עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטור אלע קאנסטיטוציאנאלע אישוס אין די קאנפליקט צווישן יעלצין אין די לעגיסלאטור ווי דערמאנט איז דאס העכסטע געריכט געבליבן אויסגעשפילט נאכדעם וואס זי האט פרובירט צו מאנדאטירן אין דעם קאנפליקט אבער איז דורכגעפאלן ביים אויסשטעלן די נייע קאנסטיטוציע אין האט מען ארומגעטוישט די גאנצע געריכט סיסטעם און אויך אירע מיטגלידער אונטער די קאנסטיטוציאנאלע געריכט איז פאראן צוויי געריכטן די סופרים קארט און די ארביטרעישן קארט די סופרים קארט פסק נט אויף אלע ציווילע קרימינאלע און אדמיניסטראטיווע געזעצן און די ארביטרעישן קארט אויף אלע עקענאמישע ענינים אלע ריכטער ווערן ערוועלט אזויווי דאס העכסטע געריכט דורך דעם פרעזידענט און ברויך באשטעטיגט ווערן דורך די פארלעמענט ס העכערע הויז ארגינעל פלעגן אלע ריכטער באשטימט ווערן אויף קורצע טערמינען אבער דאס האט זיך געטוישט אין מיט די נייע קאנסטיטוציע געבנדיג זיי א יעריגן טערמין לויט ן געזעץ זענען אלע ריכטער אין רוסלאנד אינדעפענדענט און קענען נישט אפגעזאגט ווערן פון אפיס כאטש די יוסטיץ דעפארטמענט איז באפרייט געווארן פון דירעקטע פאליטישע קאנטראל וועלכע האט עקזעסטירט אין די קאמוניטישע צייטן איז זי אבער נאך אלץ פינאנציעל זייער שוואך זי איז אויך אסאך אויסגעשטעלט צו סטראשונגן און דרוק פון די וועלט ס באוואוסטע רוסישע קרימינאלע אונטערוועלטניקערס און פון טויזנטער קאראפטירטע אפישעלס וועלכע באלאנגן אדער שפילן מיט ארגאנאזירטע פארברעכן זינט די ענדע יארן האט זיך רוסלאנד געטוישט פון אן איינציגע קאמוניסטישע פארטיי פון די סאוויעט פאראיין סי פי עס יו צו א כאאטישער עטליכע פארטיי דעמאקראטיע די סי פי עס יו איז איבערגענומען געווארן מיט הונדערטער פאליטישע גרופעס און פארטייען פון אלע מינים אנגעהויבן פון מאנארכיעסטן ביז קאמוניסטן פון די אלע פארטייען זענען פאראן קליינע מיט קוים עטליכע מינינים און ריזיגע מיט מיליאנען אסאך פון די פארטייען זענען אזעלכע וואס קומען אין גייען פריינטשאפט צווישן די פארטייען איז זייער אומסטאביל און עס קומען צו אסאך צוזאמענשטויסן אינדיווידואלע מענטשן זענען דארט א גרויסע טייל פון פאליטישע פארטיי פירער די אגענדעס פון אסאך פארטייען זענען ארים און שוואך דאקומענטירט רוסלאנד ס פארטייען קענען צוטיילט ווערן אין הויפט קאטעגאריעס קאמוניטישע פארטייען רוסישע נאציאנאליסטישע רעפארמעריסטן און ספעציעל אינטערעסן פארטייען וואס ווערט אנגערופן סענטריסטן עס זענען פאראן פארטייען מיט אלע ערליי נעמען און סימבאלן וואס באלאנגען על פי רוב צו איינע פון די פיר קאטעגאריעס אבער עס זענען פאראן צענדליגער נישט קליינע פארטייען וועלכע האבן זיך זייערע אייגענע אינטערעסן און וועג פון לעבן די גרעסטע פארטיי איז נאך אלץ די קאמוניסטישע זיי ציילן א דריטל פון פאלק און די סענטריסטן יוניט זענען צווייט אויף די ליסטע די סענטריסטן יוניט זענען א בלאק פארטיי וועלכע האבן געשטיצט און אריינגעברענגט דעם היינטיגן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אן אנדערע סענטריסט פארטיי מיט ן נאמען פאטער לאנד גאנץ רוסלאנד זענען דריט אויף די רייע זיי האבן אריינגעברענגט דעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער יעווגעני פרימאקאוו און דעם מאסקעוון מעיאר יורי לוזהאקאוו רוסלאנד איז צוטיילט אין אדמיניסטראטיווע יוניטס רעפאבליקס טעריטאריעס נאציאנעלע שטחים ראיאנען און די צוויי שטעט מאסקעווע און סעינט פיטערסבורג וועלכע האבן פעדעראלע סטאטוסן די יו עס עס אר איז געווען א מיליטערישע סופערפאוער מיט א מאסיווע נוקלעארע ארסענאל און מיליאנען טרופן אין די ער יארן האט זי געהאט איבער מיליאן מיטגלידער ווען די יו עס עס אר איז צוזאמענגעפאלן אין איז די מיליטער אריבער אונטער די מיליטערישע קאמאנד פון די קאמאן וועלט אף אינדעפענדענט סטעיטס אן ארגאניזאציע וואס האט פארגעשטעלט און געהאלפן רוב פון די געוועזענע יו עס עס אר רעפאבליקס אין האט רוסלאנד צוריק אויפגעשטעלט אן אייגענע מיליטער סטרוקטור אלס אן ענטפער נאכדעם וואס עטליכע רעפאבליקס ווי אוקריינע האבן זיך געגרינדעט אייגענע מיליטערן די זעלבשטענדיגע ארמייען פון די ראפאבליקס האבן ווייטער אנגעהאלטן פאר איין יאר ביז זיי האבן זיך צוביסלעך אויפגעלעזט און אריין אונטער רוסישע קאמאנד אונטער די נייע רוסישע מיליטערישע סטרוקטור די נייע סטרוקטור האט אויפגעשטעלט א סעקיוריטי קאונסיל אויף וועלכע דער פרעזידענט האט די פולע בעלות און מאכט באשלוסן צוזאמען מיט זיין דעפענס מיניסטער אלע מיטגלידער פון די סעקיוריטי קאונסיל ווערן אויסגעקליבן און דאמינירט דורך דעם פרעזידענט פארגאנגענעם יאר האט רוסלאנד געהאט טרופן אין די ארמיי נעיווי עיר פארס עיר דעפענס פארס און סטראטעגישע ראקעט פארס וועלכע קאנטראלירן די נוקלעארע וואפן פארא מיליטערישע טרופן אריינגערעכנט גרעניץ טרופן האבן אויסגעמאכט נאך וויאזוי אימער זענען רוסלאנד ס קאנווענציאנאלע כוחות אין גענעראל נישט געהעריג צוגעגרייט צו א קריג די מיליטערישע קאמפיין וואס די רוסן האבן אנגענומען אין טשעטשניע אין און און ווידער פארגאנגענעם יאר האט געוויזן אז די רוסישע טרופן זענען אומפעאיג און האבן א שוואכקייט אין קאמאנד טרענירוג און מאראל אזוי לאנג ווי די אלע זאכן וועלן נישט פארבעסערט ווערן וועט רוסלאנד נישט קענען פאררעכנט ווערן אלס א מיליטערישער וועלט ס מאכט טראץ איר גרויסע צאל קראפטן אירע ספעציעלע כוחות איינהייטן זענען יא גאנץ גוט צוגעשטעלט אבער אויך זיי האבן א שוואכקייט אין קאמאנד וועלכע ברענגט זיי צו דורכפאלן אין געוואגטע מיסיעס לויט ן רוסישן געזעץ מוז יעדער יעריגער מאן דינען א מינימום פון צוויי יאר אין די מיליטער עס זענען אבער פאראן אסאך אויסנאמען וואס האט אסאך רעדוצירט די מיליטערישע כוחות צאל וואס א יאר שפעטער ווערט די מיליטערישע חיוב גרינגער און מען דאבעטירט שוין לעצטענס צו טוישן צו א פולע וואלונטיר סיסטעם ווי אין אמעריקע וואס וועט אין טעאריע זיין מער עפעקטיוו און ווייניגער פאפולער א וואלונטיר מיליטער איז פיל טייערער ווייל מען מוז צאלן מער געלט און געבן א בעסערע טרענירונג צוצוציען מענטשן צום מיליטער רוסלאנד ס איצטיגע פינאנציעלע מצב וועט נישט ערלויבן איינצושטעלן אזא סיסטעם אין דעם נאנטן צוקונפט אלע נוקלעארע וואפן וואס די יו עס עס אר האט פראדוצירט ליגן היינט אין רוסלאנד אונטער א שוואכע קאנטראל וואס ברויך זיך פאר די מערסט געפארפולסטע וואפן אין די וועלט דורכאויס די יארן ספעציעל נאך די קאלטע קריג איז רוסלאנד אייגענגאנגן אויף עטליכע טריטיס צו רעדוצירן איר נוקלעארן ארסענאל אסאך טריטיס האט זי אנגעפיפן אבער פונדעסוועגן האט זי אויסגעראטן אסאך וואפן פארגאנגענעם יאר האבן רוסלאנד און די פאראייניגטע שטאטן אונטערגעשריבן א פרישע אפמאך צו רעדוצירן אירע נוקלעארע וואפן מיט צוויי דריטל אין א צייט פון יאר רוסלאנד פארמאגט אן איבערפלוס פון אלע ערליי וואפן וועלכע זיי פארקויפן פאר הונדערטער אייראפעאישע אפריקאנער און אזיעאנער לענדער כמעט יעדע פארשטופטע לענדל אויפ ן מזרח זייט פון די וועלט פארמאגט רוסישע וואפן די אלע וואפן זענען היינט מער נישט ווערד קיין סאך אבער איז גענוג סכנה דיג אין די הענט ביי וועמען זיי ליגן רוסלאנד ס היימלאנד זיכערהייט אגענטור איז געווען די באוואוסטע קא גע בע די בוכשטאבן באדייטן די שטאט פארזיכערונג קאמיטעט אין רוסיש וועלכע איז געווען זייער גרויס און מאכטפול די קא גע בע ס ראלע האט אריינגענומען אינטעליגאנץ ארבעט אין לאנד קאנטערשפיאנאזש און צו דערשטיקן יעדע נעגאטיווע זאך קעגן קאמוניזם די קא גע בע האט אויך געהאט אן אויפגאבע צו אינפארמירן די סאוויעטישע פירערשאפט מיט אלע נייעס און דעוועלאפמענטס פון די גאנצע וועלט וואס די יו עס עס אר ס צענזירטע מידיא האט נישט געהאט קיין צוטריט אלע קא גע בע אגענטן זענען געווען מיטגלידער פון די סאוויעט עליטע גרופע און זענען אין גרעסטן טייל געווען די מערסט געלערנטסטע פערזאנען פון גאנץ רוסלאנד אין ווען די פאליטישע שלאכטן זענען געווען אויפ ן העכסטן פארנעם האט עס צום מערסטן געשאדט פאר די קא גע בע און אסאך געהיימע אינפארמאציע האט אנגעהויבן ארויסרינען פון צווישן די שפאלטענעס פון די צענדליג יעריגע פארמאכטע אגענטור פרעזידענט יעלצין האט דאן איבערגענומען קאנטראל אויף די אגענטור און עס גענצליך רעפארמירט צוטיילנדיג אין באזונדערע אגענטורן וועלכע עקסזעסטירן ביז היינט די צוויי הויפט אגענטורן פאר היימלאנד זיכערהייט זענען היינט די עף עס בי פעדעראלע סעקיוריטי סערוויס וועלכע האט אפיציעל איבערגענומען די שפיאנאזש ארבעט פון די קא גע בע אין לאנד און די עס ווי אר פאריען אינטעליגענס סערוויסן וועלכע האט איבערגענומען די שפיאנאזש ארבעט אויסער די גרעניצן פון רוסלאנד כאטש ביידע אגענטורן זענען ריזיגע קערפערשאפטן מיט א שטארקע השפעה קענען אבער היינט די רוסן מער נישט זאגן זייערע דעות און אנפירן מיט זעלבשטענדיגע פאליטישע אקטיוויטעטן ווי אין די סאוויעט צייטן אונטער די געוועזענע וועלט ס מאכטפולסטע אגענטור די קא גע בע מער וועגן די קא גע בע זע אין בייגעלייגטן קעסטל נאכן צוזאמענפאל פון דער סאוועטן פארבאנד האט רוסלאנד איבערגענומען איר ארט אין די פאראייניגטע פעלקער און איז אריינגענומען געווארן אין איר זיכערהייטס ראט אין איז רוסלאנד געווארן א מיטגלידער אין דער קאמאנוועלט פון אומאפהענגיקע שטאטן לייגנדיג האפענונג אז אזוי ארום וועט זי קענען צוריק ווערן א סטאביל לאנד סיי אין עקענאמיע און סיי מיליטעריש ביז עטליכע יארן האבן די געוועזענע סאוועטישע רעפובליקס אונטערגעווארפן די וואלוטע און די סי איי עס האט ליקווידירט איר פאראייניגטע מיליטערישע קאמאנד באלד דערנאך האט זיך רוסלאנד ארויסגעצויגן פון די סי איי עס און געגרינדעט איר אייגענע וואלוטע ווי פריער דערמאנט רוסלאנד איז אויך א מיטגלידער אין די פארטנערשיפ אף פיעס א פראגראם וואס איז געגרינדעט געווארן צו שטארקן פריינטשאפט צווישן די לענדער וואס זענען מיטגלידער אין נאטא נארט אמעריקע טריטי ארגאניזאציע אין נאטא זעלבסט איז רוסלאנד נאר א שטיקל מעמבער אין פאליסיס ווי קאנטערטאראריזם און ענליך אויך איז זי א מיטגלידער אין די סי אי אייראפעאישע קאונסיל נאך די צווייטע וועלט קריג האט די קאלטע קריג דאמינירט רוסלאנד ס אויסערן פאליסיס אלעס איז געווען להכעיס צו דאס אומצופרידנהייט פון די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע אין האט מיכאיל גורבאטשאוו איבערגענומען די פירערשאפט און געפירט די יו עס עס אר צו די ענדע פון די קאלטע קריג גורבאטשאוו האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע ביז אין ווען באריס יעלצין האט אים ארויסגעשטויסן און באלד דערויף איז די יו עס עס אר צוזאמענגעפאלן און פריינטשאפט מיט די מערב לענדער האט זיך דראמאטיש געטוישט יעלצין האט צוזאמען מיט זיין אויסערן מיניסטער אנדרעי קאזירעוו צום ערשט אנגענומען א פרא אמעריקאנער אויסערן פאליסי יעלצין און קאזירעוו האבן ביידע געהאט אן אפגעשפאנטע שטעלונג צו די פארברייטערונג פון נאטא וועלכע איז געווען די הויפט מיליטערישע אלייענץ דורכאויס די קאלטע קריג אין האט א שטארקע שטיצע צו דעם אלטראנאציאנאליסט קאנדידאט ווילאדימיר זהירינאווסקי געצווינגן די רעגירונג נאכצולאזן פון איר פרא אמעריקאנער פאליסיס אלס א רעזולטאט האט רוסלאנד אנגעהויבן פארקויפן נוקלעארע טעכנאלאגיעס צו לענדער וואס האבן זיך געהאלטן אינמיטן דעוועלאפן ווי איראן דרום קארעא און נאך א שריט וואס האט גערעגט די אמעריקאנער די רוסן האבן אויך דעמאלט אנגעהויבן קוראזשירן אירע שכינים די געוועזענע רעפאבליקס אין די יו עס עס אר אין אפאזיציע צו נעמען א טייל אין נאטא ווען די מלחמות האבן זיך אנגעהויבן אין די געוועזענע יוגאסלאוויע נאטאס שטיצע צו די געליטענע מוסולמענער איז נישט אקצעפטירט געווארן ביי די רוסן וועלכע האבן געהאט היסטארישע נאנטע פארבינדונגן מיט די עטנישע סערבן יעלצין האט געוואוסט אז אויפצובויען א גוטע עקענאמיע וועט ער מוזן ווערן א מיטגלידער אין די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע אבער די אנגייענדיגע פראבלעמען האבן דאס נישט ערמעגליכט רוסלאנד ס קאנפליקטן מיט יאפאן איבער די קוריל אינזלן איז אויך געווען א שטארקע שטער אין איז די סיטואציע פלוצלינג אסאך ערגער געווארן ווען נאטא האט געמאכט ערנסטע פארשריט ארייננעמענדיג אזעלכע לענדער ווי טשעכיי פוילן און אונגארן וועלכע האט א ציפ געטאן פאר די רוסן און געפירט די די גרויליגע שלאכטן וועלכע די יוגאסלאוויער האבן אנגענומען קעגן די אלבאניער סעפעטעריסטן אין די קאסאווע פראווינץ רוסלאנד האט זיך דאן באנארישט און געמאכט נענטערע באציאונגן מיט די קאמוניסטישע כינע כאטש יעלצין האט אליין פארשטאנען אז דאס איז נישט גוט פאר די רוסישע עקענאמיע און סטאביליזם ווען פרעזידענט ווילאדימיר פוטין האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער באלד אנגעהויבן צוריקדרייען די אומקאנטראלירטע פאליסיס נויגנדיג מער צו די מערב וועלט נאך די סעפטעמבער עלף אטאקע אויף אמעריקע איז רוסלאנד געווארן נאך נענטער צו אמעריקע מיט ן אנטייל נעמען אין די פארברייטערטע קאמף קעגן טעראריזם פארגאנגענעם מאי האט רוסלאנד מיט די פאראייניגטע שטאטן עררייכט די ערטשע ערנסטע נוקלעארע רעדוקציע טריטי אין צענדליגער יארן אין דעם זעלבן מאנאט האט רוסלאנד אויך געמאלדן איר לימיטירטע מיטגלידערשאפט אין נאטא ווי פריער דערמאנט די היסטאריע פון רוסלאנד הייבט אן מיט די מזרח סלאוון דער ערשטער מזרח סלאווישער שטאט קיעווער רוס האט אנגענומען קריסטלעכקייט פון דער ביזאנטישער אימפעריע אום מיט דעם האט אנגעהויבן א סינטעז פון ביזאנטישע און סלאווישע קולטורן וואס האבן דעפינירט רוסישע קולטו פאר די קומענדיגע טויזנט יאר דער קיעווער רוס שטאט איז לסוף זיך צעפאלן אונטער די מאנגאלישע אינוואדירערס אין די ער יארן נאך דעם קיעווער רוס איז געקומען די גרויסהערצאגשאפט פון מאסקווע אום איז איוואן דער פערטער געקרוינט אלס צאר פון רוסלאנד אין די אנהייב ער איז געווען א ברודערקריג שפעטער האט רוסלאנד אנגעפאנגען באזעצן מזרח סיביר רוסלאנד איז אריין אין דער ערשטער וועלט מלחמה צו שטיצן סערביע אום האט אויסגעבראכן די רוסישע רעוואלוציע די ערשטע רעוואלוציע האט איבערגעקערט די מאנארכיע און אויפגעשטעלט א פראוויזארישע רעגירונג די צווייטע אקטאבער רעוואלוציע אנגעפירט פון וולאדימיר לענין האט איבערגעקערט די פראוויזארישע רעגירונג און אויפגעשטעלט די ערשטע קאמוניסטישע מדינה אין אויגוסט האט רוסלאנד אינוואדירט גרוזיע ביי דער מלחמה אין דרום אסעטיע ביי די וואלן אין מערץ האט מען ווידעראמאל געוועלט פוטין פאר א קאדענץ יאר אין פעברואר איז דאס לאנד געווען דער גאסטגעבער פאר דער ווינטער אלימפיאדע אין מערץ האט רוסלאנד אינוואדירט און אנעקסירט די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים ווען רוסלאנד האט אראפגעשאקלט די קאמוניזם אזי די הויפט און שווערסט דרוקנדיגער פראבלעם אין דעם נייעם רוסלאנד געווען די עקאנאמיע ווען די פססר איז צוזאמענגעפאלן אין איז די עקאנאמיע געווען אין א געפערליכן מצב אויסערן רעזערוון זענען געווען אויסגעניצט פארמינערנדיג די העכסט וויכטיגע אימפארטן און די אויסגעבונג פון לאנד האט געהאלטן ביים נידעריגסטן שטאפל זינט עס האט אנגעהויבן פאלן אין יעלצינ ס ענטפער צום מצב איז געווען א ספעציעלער פראגראם וועלכע ער האט אנגערופן שאק כוואליע וואס האט געגעבן הנחות פאר אלע ביזנעסער זיי צו ראטעוון פון באנקראט עס איז קיינמאל נישט געווען א רעגירונג וואס האט אזויפיל ארומגעארבעט אין דער עקענאמיע ווי יעלצינ ס רעגירונג אין די פריע ער יארן יעלצין ס רעפארם האט זיך גיך איינגעגעבן אין לאנד אבער האט כמעט גארנישט פארבעסערט דעם מצב ווייל עס האט געקאסט א טייערן פרייז פאר די איינוואוינער וועלכע האבן באקומען באצאלט זייער ווייניג נאך א שטארקער פראבלעם וואס האט געשטערט די עקאנאמישע אנטוויקלונג איז געווען און איז נאך היינט אז די טעכנאלאגיע וואס די פאבריקן האבן גענוצט איז געווען אלט מאדיש און האט פארלאנגט אסאך ארבעטער וואס האט געקאסט אסאך געלט קיינער אין גאנץ רוסלאנד האט נישט געקענט אוועקלייגן קיין געלט ווייל די אינפלאציע ראטעס זענען געווען זייער הויך און צענדליגער ביזנעסער האבן איבערגעלאזט מיליאנען ארבייטער אן א שטיקל ברויט די שווערע יארן האט געמאכט אזא חורבן מיט וועלכע רוסלאנד פלאגט זיך נאך היינט צו סטאביליזרן אסאך שטייערן זענען קיינמאל נישט קאסירט געווארן און אלע געווענליכע רעגירונג ס פראגראמען ווי פענסיע מעדיקל און וועלפעיר זענען גענצליך צוזאמענגעפאלן און קיינער האט נישט באקומען קיין בענעפיטן אן קיין געזונט סיסטעם איז די געזונטהייט מצב געפאלן צו קאטאסטראפישע צייטן און דער לעבנסשפאן איז דראסטיש געפאלן אין גאר א קורצע צייט אין יענע יארן וואלט רוסלאנד געקענט שטיין אויף פיל א בעסער ן מצב ווען נישט די ביליאנען דאלארן אין פאנדן וועלכע זי איז געווען געצוואונגען צו בארגן פון אינטערנאציאנאלע בענק און רעגירונגען און האט זיך געפלאגט זיי צו באצאלן פרעזידענט פוטין איז געווען דער ערשטער וועלכער האט פארשטאנען אז דאס לאנד ברויך מאכן לאנגע טערמין אינוועסטמענטס וועלכע וועט מיט דער צייט סטאביליזירן די עקענאמיע עווענטועל אין אויגוסט האט רוסלאנד אפגעצאלט דעם פובליקן חוב וואס איז איבערגעבליבן פון דער סאוועטן פארבאנד תקופה צום פאריזער קלוב איז דער עול פונעם חוב געפאלן אונטער פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט און ריכטיק צום מאנאט אפריל האט זיך דער חוב געפונען אומגעפער פונעם באפ זינט רוסלאנד ס זעלבשטענדיקייט איז איר פאליטישע סצענע געווארן זייער אומסטאביל און באגלייט מיט א רייע קאנפליקטן די ערשטע ביישפיל איז געווען די בלוטיגע קאנפליקט צווישן יעלצין און א גרויסע טייל פון פארלימענט אין די פארלימענט האט נישט געוואלט אקצעפטירן יעלצין ס שאק וועיוו פאגראם און האבן באקומען אסאך שטיצער אונטער זיי מיט דער צייט האבן זיי געהאט א שטיקל מאכט און געסטראשעט יעלצין אז ער מוז ליקווידירן זיין פאגראם יעלצין האט זיך אויסגעלאכט און באלד אויפגעלעזט די גאנצע פארלימענט און אריינגענומען נייע פנים ער די מיניסטארן האבן זיך נישט געלאזט און אראנזשירט א מיליטער וועלכע האט אקופירט די פארלימענט געביידע יעלצין האט באלד אלאמירט די מיליטער און זיי האבן געשטורמט די פארלימענט איבערלאזנדיג איבער טויטע צווישן זיי אסאך גרויסע פאליטישאנס יעלצין האט זיך באלד גענומען צו דער ארבעט און געגרינדעט א נייע קאנסטיטוציע וועלכע איז אריין אין קראפט אין א שפעטערדיגע רעפערענדום אין די נייע קאנסטיטוציע האט יעלצין זיכערער געמאכט זיינע מאכטן פארשטערקערנדיג די מאכט פונעם פרעזידענט איבער די לעגיסלאטור מיט דעם מאכט האט יעלצין שפעטער געקענט אריינפירן רוסלאנד אין די טשעטשניער קריג וועלכע האט געהאט א שטארקע ווידערשטאנד אין פארלימענט צוויי יאר דערויף האבן די אפאזיציע פארטייען די קאמוניסטן און די נאציאנאליסטן געוואונען די מאיאריטעט אין די לעגיסלאטור וועלכע איז געווען א שטער פאר יעלצין די אפאזיציע שטארקייט האט געוויזן אז דאס לאנד איז סקעפטיש איבער זייער מצב און ווילן צוריק קאמוניזם צום מזל האט יעלצין געוואונען די וואלן האבנדיג די הילף פון די מידיא די מידיא איז שטענדיג געשטאנען אויף יעלצין ס זייט און פון די אליאירטע לענדער אמעריקע אליינס האט אריינגעשטעקט מיליאנען דאלארן אז יעלצין זאל געוואונען די וואלן רוסלאנד ס עקענאמיע האט זיך אבער נישט גערירט פון פלאץ און באשולדיגונגען זענען געווארפן געווארן פון איינעם צום צווייטן אין האט יעלצין אומערווארטעט אויפגעשאקלט די פארלימענט און אויפגענומען א דריטל נייע מיניסטארן יעלצין האט אבער מער נישט געזען קיין גוטע טעג ער איז קראנק געווארן אויפ ן הארץ און האט מער נישט געקענט אנגיין מיט אלע זיינע פליכטן יעלצינ ס אויסערן מיניסטער יעווגעני פרימאקאוו האט איבערגענומען א טייל פון יעלצינ ס ארבעט אבער יעלצין האט אים געטראסקעט נאך א יאר באשולדיגנדיג אים אויף די פארשלאפענע עקענאמיע אנשטאט פרימאקאוו האט יעלצין געקליבן זיין אינערליכע מיניסטער סערדזשי סטעפאשין וועלכער איז געווען שטארק לאיאל צו יעלצין אויך סטעפאשין האט נישט מאריך ימים געווען אין אפיס און יעלצין האט אים אויפגעזאגט אין א פארלימענט אויפשאקלונג יעלצין האט דאן אויפגענומען ווילאדימיר פוטין וועלכער איז דעמאלט געווען דער הויפט פון רוסלאנד ס אויסערן שפיאנאזש אגענטור עס ווי אר פוטין היינט פרעזידענט פון רוסלאנד איז געווען א וועטארן קעי דזשי בי אפיציר וועלכער האט איבערגעלעבט אלע רעגירונג אויפשאקלונגן און האט געפינען חן אין יעלצין ס אויגן וועלכער האט אים געהאט באשטימט אלס די עס ווי אר ס הויפט פוטין האט באלד געמאלדן זיין דעטערמינאציע צו דערשטיקן די רעבעלן אין טשעטשניע און מיט דעם ערהאלטן אסאך שטיצע אין לאנד זעענדיג אז פוטין איז פאסיג אויף זיין פאזיציע האט יעלצין געמאלדן די פארלימענט אז ער וויל פוטין זאל אים ערזעצן ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אין יולי יעלצין האט פלוצלינג רעזיגנירט פון זיין אמט אין דעצעמבער און באשטימט פוטין אלס זיין סוקסעסאר יעלצין האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די אפיס צו מאכן פלאץ פאר א יונגערע דור פון פאליטישע פירער די פריע רעזיגנאציע פון יעלצין וועלכע איז מעגליך אויך געווען צוליב געזונטהייט סיבות האט געגעבן די געלעגנהייט פאר פוטין צו פארשטארקן זיין שטיצע אינערהאלב דעם לאנד פוטין האט שפעטער געוואונען זיין בענקל פאר א פולע טערמין אין די פעדעראלע עלעקציע וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין מערץ פוטין האט אריינבאקומען פראצענט פון די שטימען וועלכע איז געווען א גרויסע נומער אין רוסלאנד אין די אנהויב פון דעם סטן יאר הונדערט האט די קאמוניסטישע פארטיי אנגעהויבן מער אונטערצופאלן אבער די רעגירונג איז נאך אלס צו שוואך אויפצולעבן די עקענאמיע פוטין איז היינט א שטארקע פירער מיט א שטארקע שטיצע אין אלע עקן פון לאנד און איז ווערט אויך באטראכט אלס א נענטערע פריינט מיט די אליאירטע לענדער פוטין האט דערווייל געפירט רוסלאנד צו שטאפלן וואו זי האט קיינמאל בעפאר נישט דערגרייכט די שווערע פאליטישע סצענעס אין לאנג יעריגע קאנפליקטן האט געפירט צו א שטארקע פארלאנג איינצושטעלן פראוויציאנאלע רעגירונגן מיט גאווערנערס אין יעדע שטאט דער באגריף איז ווארים אויפגעצויגן געווארן אין די לעצטע צוויי יאר אין א לאנד וועלכע ס היסטאריע איז געווען צו אנגעוויזן אויף די צענטראלע רעגירונג און די אינדיווידועלע וועלכע האבן איר דאמינירט פון ווען אן רוסלאנד איז געווארן רוסלאנד האבן אסאך אידן שוין געוואוינט דארט אין קליינע גרופעס די ערשטע דראסטישע פארמערונג איז געווען אין די אנפאנג יארן פונעם טן יאר הונדערט ווען עטליכע הונדערט טויזנט אידן פון פוילן האבן זיך אריינגעריקט קיין רוסלאנד און געווארן א טייל פון די רוסישע באפעלקערונג דער הויפט סיבה וואס האט געברענגט די פוילישע אידן קיין רוסלאנד איז געווען די צוטיילונג פון פוילן פוילן איז פון ביז די ערשטע וועלט קריג נישט געווען קיין אייגן לאנד נאר איז געווען צוטיילט צווישן דייטשלאנד רוסלאנד און עסטרייך אין היסטארישע ביכער ווערט פוילן אנגערופן מיט פארשידענע נעמען געוואנדן לויט די געגענט מען קען זען די ווערטער פרייסישע פוילן רוסישע פוילן עסטרייך פוילן און דייטשע פוילן פון ווען אן די אידן האבן אנגעהויבן שטראמען קיין רוסלאנד זענען זיי געווארן די אידן פראבלעם די אידן האבן קיינמאל נישט אריינגעפאסט אין די רוסישע לעבנ ס סטיל ווייל זיי האבן זיך געהאט זייער אייגענע שם לשום ומלבוש די אידן האבן זיך אין מערסטן טייל באזעצט אין קליינע שטעטלעך ווילעדזשעס אוואו זיי האבן גענצליך איבערגענומען קאנטראל אויף די עקענאמיע די רוסישע עמפייער האט פארבאטן פאר מענטשן צו וואוינען אין די שטעטלעך וואו זיי האבן די בעלות אויף די גאנצע שטעטל ווי עס איז געווען דער פאל מיט רוב אידן די צוויי פראבלעמען זענען פארבליבן אויף שטענדיג ביז ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן די קאמוניסטן האבן נישט געוואלט אפלאזן די אידן סיידן זיי ריקן זיך אריין אין די גרויסע שטעט די אידן האבן נישט געהאט אלע רעכטן אין לאנד ווי שיקן קינדער אין פאבליק סקולס האנדלן מיט פארשידענע זאכן און פארדינען פון רעגירונג ס בענעפיטן די אידן האבן זיך געהאט באזעצט אין דעם ראיאן וועלכע איז דעמאלט אנגערופן געווארן די פעל אף סעטעלמענט א רייע קליינע שטעטלעך צווישן מאסקעווע אין די רומענישע גרעניץ אין די פעל אף סעטעלמענט האבן די אידן אויסגעמאכט פראצענט פון די באפעלקערונג און די שטעט האבן געהאט די גרעסטע באפעלקערונג סטאטיסטיקס פון אלע שטעטלעך אין רוסלאנד באלד דריי מאל די ראטע די אידן האבן שטענדיג געהאט א הויכע געבורט ראטע און א גרעסערע לעבנ ס שפאן ווייל זיי האבן געלעבט א געזונטערע לעבן די הויכע ראטעס האבן פארשאפט אן ארימקייט פראבלעם ווייל די אידן זענען געווען פארבאטן אנצונעמען פראפעסיע ס און דערפאר איז די קאנקורענץ שטארק געשטיגן וואס א יאר שפעטער ווען ניקאלעס דער ערשטער איז געווארן פרעזידענט ענדע פונעם טן יאר הונדערט האט ער נאך מער פארמינערט די אידישע רעכטן און גוזר געווען אז אלע אידן מוזן דינען אין די מיליטער פאר א מינימום פון יאר אין האט די רעגירונג נאך מער אונטערגעדרוקט די אידן און זיי גענצליך פארטריבן פון קיעוו וואו ארום אידן האבן געוואוינט די פארטריבענע אידן האבן זיך אלע באזעצט אין די שטעטלעך וואו זיי האבן געוואוינט אין גרופעס עטליכע טויזנט אידן פער שטעטל אין יעדע שטעטל איז די שטאטישע שול געווען אין צענטראל פון שטאט און יעדער האט געוואוינט קאנצעטרירט ארום די שול די אידן האבן זיך ערנעגט דורך שמאטע הנדלונגן קליינע געשעפטן פעדלערס און ארטיסטן די ארבעט קראפט איז געשטאנען זייער הויך כאטש קיינער האט נישט פארדינט קיין ערנסטע זאכן אויך ביי די פרויען און אפילו קינדער איז די ארבעט ס ראטע געווען העכער וואו אין לאנד ווי א יאר שפעטער איז די ארימקייט ערגער געווארן ווייל עס איז שוין נישט געווען מיט וואס צו האנדלן די אידן האבן דאן ערלעדיגט א ספעציעלע וועילפעיר ארגאניזאציע אין וועלכע די רעגירונג האט זיי געגעבן ארבעט מיט די יארן האט די רעגירונג טייל מאל נאכגעלאזט און ערלויבט די אידן צו געניסן פון פארשידענע בענעפיטן אין איין פאל האט די רעגירונג ערלויבט די אידן צו שיקן זייערע קינדער אין די שטאטישע שולעס אבער קיינער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט שיקן די קינדער אין די גוי אישע שולעס זעענדיג אז קיינער שיקט נישט די קינדער אין די שטאטישע שולעס האט די רעגירונג איבערגעארבעט די סקול סיסטעם און רענאווירט די געביידעס כדי צו צוציען די עלטערן זיי זאלן שיקן זייערע קינדער דאס געלט פאר די ארבעט איז געקומען פון א ספעציעלע פאנד וועלכע איז איינקאסירט געווארן פון א נייע שטייער אויף ליכט למעשה האט גארנישט געהאלפן און די עלטערן האבן ווייטער געשיקט די קינדער אין חדר וועלכע די עלטערן האבן אליינס אויסגעהאלטן מיט די גרעסטע פלאג די יארן פון אלעקסאנדער דער צווייטער האט געהערשט פון ביז האט געברענגט פודאמענטאלע ענדערונגן צו די רוסישע געזעלשאפט די אידן האבן געהאט דאס מערסטע נוצן פון דעם ווען זיי האבן געהאט די מעגליכקייט זיך מער ארינצופעדימען אין די רוסישע לעבן מיט איין שריט אויף א מאל זענען די אידן צוביסלעך געווארן נוצבאר פאר די רוסישע איינוואוינער טייל וואס האבן געקענט א פראפעסיאנאלע פאך האבן באקומען ערלויבעניש זיך אריבערצוציען קיין מאסקעווע אדער פעטערבורג וואו זיי האבן באלד אנגעהויבן ערנסטע האנדל די אידישע באפעלקערונגן אין מאסקעווע פעטערבורג אדער אדיסע האבן געוואקסן שנעלער ווי אנדערע און זיי האבן באקומען גוטע דזשאבס יעדער לויט זיין מעגליכקייט נאך די קרימיאן קריג איז רוסלאנד אדורכגעגאנגען אן אידוסטריאלאע רעוואלוציע וועלכע האט געעפענט די האנדל צווישן מער לענדער געבנדיג א געלעגנהייט פאר די אידישע פארמערס זיך אריינצודרייען אין ארגינעלע רוסישע פארמער פראיעקטן ווי מינעראלן אייזן א ד ג וועלכע זיי האבן געקענט עקספארטירן צו אנדערע קאמוניסטישע לענדער די אידן האבן זיך זייער שנעל אריינגעדרייט אין אלע פראפעסיע ס אריינגערעכנט דאקטוירים אדוואקאטן און דזשורנאליסטן וועלכע האט געהאט זייער א שלעכטע ווירקונג אויף זייערע רוסישע קאלעגאס אין האט רוסלאנד געהאט א שווערע ארבעט צו דערשטיקן די ווידערשטאנד וואס די פוילישע האבן צוגעגרייט פאר א געפלאנטע רעוואלט נאך די קריג איז אלעס אנדערש געווארן ווען די רעגירונג האט שוואכער געמאכט אלע מינאריטי גרופעס וועלכע האט אויך שטארק עפעקטירט די אידן און ביז א קורצע צייט איז אלעס צוריק צום אלטן נאך מיט א גרעסערע האס דער מצב האט זיך דערקייקעלט אזוי ווייט אז די איר אלטע בלוט בלבולים וועלכע איז שוין אומגילטיג געווארן דורך אלעקסאנדער דער ערשטער האט ווידער אנגעהויבן פלאגן די אידישע געמיינדע דער מארד פון אלעקסאנדער אין יאר האט זיך אויסגעלאזט זייער נישט גוט פאר די אידן און אלע האפענונגן אז עס וועט נאך קומען בעסערע צייטן איז פארשוואונדן אנשטאט איז דער מצב געווארן נאך פיל ערגער ווי יאר פריער ווען אלעס איז באשולדיגט געווארן אויף די אידן אלעקסאנדער ס מארד זעלבסט דורך א גרופע רעוואלטירער איז אויך אנגעלייגט געווארן אויף די אידן צענדליגער פראגראמען זענען אויסגעפירט געווארן אויף אידן אין אלע קלענערע שטעט גרייכנדיג איבער פראגראמען אין יאר אליינס די רעגירונג ס אויטאריטעטן האבן טיילמאל גאר ארויסגעהאלפן די וואס האבן אנגעפירט די פאגראמען און אין טייל פעלער אפילו באשולדיגט די אידן אלס די גורם צום פאגראם אין האט די רעגירונג איינגעשטעלט נייע אנטיסעמיטישע געזעצן באקאנט אלס די מאי לאוס וועלכע האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין די געזעצן האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלן פון דיסקרימינאציע וואס איז געווען אין רוסלאנד ס היסטאריע אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אין די ווילעדזשעס זיי זענען אפגעזאגט געווארן פון דזשאבס און האבן נישט געמעגט האנדלן מיט טויזנטער ערליי זאכן דאס ביסל ביזנעס וואס די אידן האבן שוין יא געקענט טון איז געווען לימיטירט און גענצליך פארבאטן זונטאגס און און אין אלע קריסטיליכע חגאות אלעקסאנדער דער דריטער איז נישט געווען קיין סאך בעסער און האט נישט געוואלט נאכלאזן פאר די אידן אויף קיין איינע פון די מאי געזעצן אין האט די רעגירונג דורכגעפירט א פרישע געזעץ וועלכע האט פארלאנגט אז אלע אידן פון מאסקעווע מוזן פארלאזן די שטאט און גיין וואוינען אין די פעל אף סעטעלמענט ארום אידן זענען דאן פארטריבן געווארן איבערלאזנדיג זייערע הייזער און פרנסות אין האט אלעקסאנדער אויסגעקליבן די שטאט יאלטא פאר זיין רעזארט ארט עטליכע וואכן פאר די קריסטליכע חגאות האט אלעקסאנדער באפוילן אז אלע אידן מוזן פארטריבן ווערן פון דארט אלעקסאנדער איז ערשט אהינגעפארן ווען קיין איין איד איז מער נישט געווען צו געפינען אין די גאנצע שטאט אבער ער איז באשטראפט געווארן אויפ ן פלאץ און איז פלוצלינג געשטארבן אין די שטאט אין יענע יארן איז ערשינען אן אנטיסעמיטיש בוך מיט ן נאמען די פראטאקאלן פון זקני ציון וועלכע איז געשריבן געווארן דורך אן אנאנים שרייבער די פראטאקאלס אינע ם בוך זענען געזאגט צו זיין די מינוטן פון א קאנפערענץ פון אידישע פירער וואו זיי מאכן פלענער וויאזוי צו דאמינירן די וועלט דאס בוך איז פיל מיט אנטיסעמיטישע געדאנקען קעגן די אידן דאס בוך איז נאך היינט א הייסער ארטיקל צווישן נעא נאצישע שטיצער און אנטיסעמיטישע גרופעס צווישן די יארן פון און האט די אידישע באפעלקערונג געליטן פון א רייע פאגראמען וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך די פאליציי און די לאקאלע רעגירונג ס אויטאריטעטן אפילו דער דעמאלטדיגער פרעזידענט ניקאלעס דער צווייטער האט געגעבן זייער לייכטע דינאנסירונג קעגן די פאגראמען וועלכע האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די אנטיסעמיטישע גרופעס ווייטער אנצוגיין מיט זייער ארבעט אומגעשטערט די אידישע קינדער האבן נעבעך געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן פאררופן יום התפלות אין אלע שטעט די פרייע אידן האבן ליידער אויפגעשטעלט א דעפענסיווע מיליטערישע כוח וועלכע זיי האבן גענוצט קעגן זייערע אנפאלער אין יענע צייטן האט אויסגעבראכן קריג צווישן רוסלאנד און יאפאן איבער די קוריל אינזלן און די אידן זענען באשולדיגט געווארן מיט קאנספירירן צום שונא דאס האט געברענגט פרישע פאגראמען וועלכע האט איבערגעלאזט אסאך פארלוסטן אין די דריי אויבנדערמאנטע יארן זענען פארגעקומען ארום פאגראמען וועלכע האט איבערגעלאזט איבער קרבנות און פיל מער פארוואונדעטע היד די אידישע דעפענסיווע גרופע האט אבזערווירט און פארשריבן און גענומען בילדער פון יעדן אינצידענט זיי האבן גענוצט עטליכע שרעקליכע בילדער פאר פאסט קארטלעך וועלכע זיי האבן ארומגעשיקט אין גאנץ אייראפע אויפצושטורמען די וועלט אויף וואס עס גייט פאר אין רוסלאנד מיט די צושטימונג פון די רעגירונג די אלע טאקטיקן האט אבער נישט קיין סאך געהאלפן ווייל אויך די אייראפעאישע לענדער זענען געווען אנטיסעמיטיש און האבן גארנישט געטאן צו העלפן די אומשולדיגע אידן אין רוסלאנד אין יאר איז פארגעקומען די באקאנטע בייליס בלוט בלבול אין דער שטאט קיעוו אין וועלכע א פאבריק פארוואלטער מענדל בייליס איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אלס דער פאראנטווארטליכער פאר דער מארד פון א קליין קינד וועלכע איז געפונען געווארן טויט אין א ווינקל פון שטאט די רוסישע אויטאריטעטן האבן גאנץ גוט געוואוסט אז די בלוט בלבולים זענען אן אויסגעטראכטע קאנצעפט אבער האבן פונדעסטוועגן מיטגעהאלטן און אנגעקלאגט די אידן מענדל בייליס איז אפגעזעצן אין טורמע פאר צוויי יאר ערווארטנדיג זיין אורטייל אבער די אנקלעגער האבן אין די ענדע נישט געקענט אויפבויען א געהעריגע קלאגע און טראץ אלע מיטלען וואס די אויטאריטעטן האבן גענוצט אריינגערעכנט פאלשע עדות און פאבריקירטע פאפירן האט די דזשורי אים דעקלערט אומשולדיג און בייליס איז באפרייט געווארן די אנקלעגער האבן נישט געקענט פארנעמען זייער דורכפאל און איינע פון די פראקורארן האט געשריבן א בוך אין וועלכע ער ווייזט אויף לעכערליכע ראיות אין בייליס ס אנקלאגע די יארן האבן זיך גערוקט און די אידישע באפעלקערונג האט זיך געמערט מיט הויכע נומערן אין די מיטעלע הונדערט יארן האט די רוסישע אידישע באפעלקערונג געציילט איבער מיליאן די רעגירונג האט אבער נאך אלס נישט געוואלט נאכגעבן פאר די אידן צו האבן געהעריגע רעכטן און דאס האט שפעטער געפירט צו אן אינערליכע פאליטישע אויפשאקלונג אינערהאלב די אידישע געמיינדע וועלכע האט שפעטער געגרינדעט אן אייגענע אידישע ארבעט ס קראפט באקאנט מיט ן נאמען אלגעמיינער אידישער ארבייטער די ארבעט ס קראפט איז אבער געווען מער ווי איר נאמען עס האט אויך איבערגעארבעט און פארשטערקערט די אידישע דעפענסיווע גרופע וועלכע האבן געקעמפט מיט די פאגראם אנפירער מען שאצט אז די גרופע האט געהאט מיטגלידער אין יענע יארן האט די ציוניסטישע באוועגונג אנגעהויבן מאכן פארשריט און אסאך אידיש רוסישע גרופעס האבן זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע פועלי ציון פארטיי וועלכע האט שוין דעמאלט געהאט איר ציל אויפצושטעלן א אידישע לאנד אין פאלעסטינע די מאסיווע מערכה וואס די ערליכע קהלות האבן אויפגעשטעלט אפצוהאלטן די ציוניסטן האט אבער נישט דעגרייכט רוסלאנד וואו די געליטענע אידן האבן מיט האפענונג איבערגעליינט דער יודנשטאט בוך געשריבן דורך הערצל צענדליגער מאל נאך די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אידישע אימיגראציע פון רוסלאנד וועלכע זענען אנטלאפן צו זוכן א בעסער ן צוקונפט די גרעסטע טייל האט אימיגרירט קיין נארט אמעריקע און די איבעריגע קיין אויסטראליע אפריקע און מדינת ישראל אין סך הכל האבן איבער צוויי מיליאן אידן פארלאזט רוסלאנד צווישן די יארן פון ביז עס וואוינען נאך היינט צענדליגער טויזנטער אידן און רוסלאנד וועלכע האבן שוין אלע פרייהייטן אבער לעבן אין נויט צוליב די שלעכטע עקענאמיע קאזאכסטאן אדער איז א לאנד אין צענטראל אזיע און אייראפע און איז דאס ניינטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט זײן הפטשטאט איז אסטאנא און איז פריער געװען אלמאטיע קאזאכסטאן איז איינער פון די גרעסטער אנטיילנעמערס פון דעם טורקישער ראט און די טורקסוי קהילה די מלוכישע שפראך קאזאכיש קערט זיך זייר נאנט צו אנדערע טערקישע שפראכן מיט וועלכער עס איז פארבונדן אין א שטארקן אופן דורך די קולטור און היסטאריע פאר דעם מערסטן טייל פון זיין היסטאריע אין תחום פון היינטיקן קאזאכסטאן זענען נאמאדישער שבטים געווען די מערהייט פון באוווינערס ביי דעם זעכצנטן יארהונדערט זענען די קאזאכישערס ארויסגעקומען ווי א פאראייניקטער ציבור אפגעטיילט אין דריי מחנות רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן צו מקריב ווערן צום קאזאכישער סטעפ אין דעם אכצנטן יארהונדערט און ביי דעם מיטן פון ניינצענטן יארהונדערט איז גאר קאזאכסטאן געווען א חלק פון דער רוסלענדישער אימפעריע נאך דער רוסישער רעוואלוציע דער תחום פון קאזאכסטאן איז סוף כל סוף געווארן די קאזאכישע סאוועטע סאציאליסטישע ראטנרעפובליק אין א חלק פון סאוועטן פארבאנד קאזאכסטאן האט זיך דערקלערט א זעלבשטענדיק לאנד דעם טן דעצעמבער און איז געווען די לעצטע סאוועטע רעפובליק צו מאכן אזוי זיין פירער פון דער קאמוניסטישער תקופה נוסורלטאן נאזארבאיעוו איז געבליבן צו ווערען דער ערשטער פרעזידענט א מעמד וואס ער האלט נאך פאר מער פון צוואנציק יאר פון זעלבשטענדיקייט אן קאזאכסאטן לויפט נאך נאך א באלאנסירטע אויסלאנד פאלאציע און ארבעט צו בעסערן זיין עקאנאמיע בפרט בנוגע צו זיין אינדוסטריע פון היידרא קארבאן אין דער זעלבער צייט דאס הייסט נאך דעם סאוועטן בונד האט קאזאכסטאן מוסיף געווארן צו אנטיילנעמען מיט א סאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס ווי די פאראייניגטע פעלקער די איירא אטלאנטיק שוטפות ער ראט און די שאנכיי קאאפעראציע ארגאניזאציע קאזאכסאטן איז אויכעט איינע פון די זעקס נאך סאוועטע מדינות וואס זענען מקיים געווען א זעלבשטענדיקע שותפות אקציע פלאן מיט נאטא קאזאכסטאן איז היים צו א קיבוץ פון א סאך פארשידענע פעלקער און קאלטורין און איינער פון די עיקרים איז ווארום יאזעף סטאלין האט געשיקט גאר פעלקער אין גלות צום יענעם לאנד קאזאכסטאן יעצט האט א באפעלקערונג פון מיליאן מענטשען מיט נאציאנאליטעטן בתוכם קאזאכן רוסן אוקריינען דייטשן אוזבעקן טאטארען און אויגארן אבער בערך פון דער באפעלקערונג זענען קאזאכן קאזאכסטאן איז א מדינה וואס לאזט פרייהייט פון רעליגיע און א סאך פארשידינע גלויבנס זענען געפונין און עס איז דא אין קאזאכסטאן אויכעט א אידישע קהילה איסלאם איז דער רעליגיע פון דעם מענטשען ווייל קריסטנטום איז דער רעליגיע פון פון מענטשען וויבאלד אז דער קאזאכישער שפראך איז דער מלוכישער שפראך מכל מקום רוסיש איז גענוצט אין אן אפיציעלע אופן גלייך אויף גלייך מיט קאזאכיש אין קאזאכסטאן ס פאלקסאינסטיטוציעס די ערשטע באוווינערס אין צענטראל אזיע זענען געווען אינדא איראנען און די טערקישע פעלקער האבן זיך אנגעהייבט צו מסיג גבול זיין צו זיי לפחות אין דעם טן יארהונדערט אבער עס איז מעגליך אז עס איז געווען פריער ביים סוף זיי זענען געווארען דער דאמינאנט נאציונאליטיע אין צענטראל אזיע אפילו אז יענערע טערקישע פעלקער האבן געהאט דעם צוויי שטאטן פון טאראז און האזראט ע טערקיסטאן וואס זענען געווען וויכטיגע אפשטעלן אויף דעם זיידן גאס פון מזרח ביז מערב מכל מקום אן אמת ע פאליטישע סיסטעם איז נישט ארויסגעקומען ביז דער מאנגאלישער אינוואזיע אין דעם טן יארהונדערט אונטער דער מאנגאלישער אימפעריע אדמיניסטראטישע דיסטריקטן זענען מקוים געווען און יענע דיסטריקטן זענען שפעטער אונטערגעגאנגען דעם נייען קאזאכישן קעניגרייך דורך יענער תקופה דאס נאמאדישע לעבן און א פיך עקאנאמיע זענען ממשיך געווען צו דאמינירן דעם סטעפ אין דעם טן יארהונדארט האט אנגעהויבן דער קאזאכישער אידענטיטעט צו קומען ארויס צווישן די טערקישע שבטים עד כדי כך אז ביי דעם טן יארהונדערט געפינט מען אן איינציקע קאזאכישע שפראך קולטור און עקאנאמיע פונדעסטוועגן די קאזאכן האבן געהאט מחלוקת ן מיט די פערסיש רעדנדיקע פעלקער צו דרום זייט און ביים טן יארהונדערט איז דאס קאזאכישע קעניגרייך שוואך געווארן פון א טיילונג פוו די קאזאכידע שבטים אין דריי מחנות לויט דער טיילונג פאליטישע מחלוקת און די פארקלענערענט חשיבות פון זיידן גאס האט דאס אוזבעקישע קענעגרייך אריינגעכאפט צו אייננעמען דעם תחום פון מאנגעשלאק האלבאינדזל וואס איז אויפן קאספישן ים פון קאזאכישן קענעגרייך אינעם טן יארהונדערט האט די רוסלענדישע אימפעריע אנגעהויבן צו גרעסערן זיך אין צענטראל אזיע די גרויסער שפיל תקופה וואס איז געווען א געיעג צווישן רוסלאנד און דער בריטישער אימפעריע צו מלקט זיין דעם לאנד אין צענטראל אזיע איז געווען בערך פון צום די צארן זענען דעמאלט משלט געווען אויף דעם מערטייל פון דעם היינטיגן קאזאכסטאן לאנד די רוסלענדישע אימפעריע האט אנגעהויבן אן אדמיניסטראציע סיסטעם און האט געבויט מיליטארישע באראקן אין קאזאכסאן על מנת צו מייסד זיין זיין בייזיין אין צענטראלע אזיע די ערשטע רוסישע שטאט אין קאזאכסטאן אורסק איז געבויט געווארן אין רוסלאנד האט גוזר געווען אז נאר רוסיש איז געווען דערלויבט אין אלע שולעס און ארגאניזאציעס פון דער ממשלה צוליב דעם אז רוסלאנד האט פראבירט צו דורכפירן זיינע סיסטעם די קאזאכערס האבן אנגעהויבן צו גיין קעגן דעם רוסישער אימפעריע און ביי די מערהייט פון דעם קאזאכערס זענען געווען קעגן זיינדיג א חלק פון רוסלאנד דאס איז געווען אויך בגלל די שלעכטס וואס די רוסישע השפעה האט געטאן צו די טראדיציאנעלע נאמאדישע לעבן און פיר עקאנאמיע און די הונגער וואס איז שנעל מחריב געווען דערביי א פאר קאזאכישע שבטים פון אן גרעסערער נומערס פון באזעצערס פון די רוסלענדיישע אימפעריע זענען אנגעהויבן צו באזעצן דעם תחום פון היינטיגער קאזאכסטאן בפרט די פראווענציע פון סעמירעטשיע די נומער פון באזעצערס האט שנעל געוואקסט מער ווען די טארנס אראל באהן פון אורענבערג צו טאשקענט איז פארענדיקט געוורען אין די וואנדערונג צום קאזאכסטאן איז געווען אויסגעזען ביי א ספעציעלע וואנגערונג דעפארטאמענט אין פעטערבורג בסך הכל עס איז געווען בערך רוסישע באזעצערס וואס זענען געוואנדערט צו קאזאכסטאן אינעם טן יארהונדערט און בערך איין מיליאן סלאוון דייטשערס אידן און אנדערען וואס זענען געוואנדערט צום תחום אין די ערשטע טייל פונעם טן יארהונדערט די קאנקורענץ וואס איז דעמאלט געשיין פאר לאנד און וואסער צווישן די קאזאכערס און די נייע באזעצערס האט געגעבן א גרויסע שינאה צו די קאזאכערס קעגן די השלטה פון די רוסישע אימפעריע אין איהרע לעצטע יארען די ערנצטעסטער אויפשטאנד דער צענטראלע אזיע רעוואלט אז געשיין אין ווען די קאזאכערס האבן אטאקירט די רוסישע און קאזאקישע באזעצערס און מיליטארישע באראקן דער רעוואלט האט געברענגט א סאך בלוט פארגיסונג צו ביידע זייטן זיי האבן ביידע געקריגט קעגן די אנקום פון דער קאמוניסטישער ממשלה ביז אף על פי אז עס איז געווען דא א קורצע תקופה פון זעלבשטענדיגקייט אין די יארן נאך דעם סוף פון די רוסישע אימפעריע די סאוויעטן האבן ברוטאל געקריגט קעגן די קאזאכערס און סוף כל סוף די קאזאכערס האבן זיך אונטערגעווארפט דער סאוויעטער השלטה אין דער היינטיגער תחום פון קאזאכסטאן איז געווארען אן אויטאנאמיש ראטנרעפובליק פון סאוויעטן בונד די סאוויעטע דערשטיקערונג פון די טראדיציאנעלע קאזאכישער פירערס מיט די גענייטע קאלעקטיוויזאציע אין די יארן פון צו האבן געבראכט הונגער און כעס צו דעם קאזאכישן פאלק צווישן און די קאזאכישע באפעלקערונג האט פארלוירען פון הונגערטויט און אוועקוואנדערונג דעמאלט אויך פול געוויסע קאזאכישע שרייבערס פאעטן פילאסאפן פאליטיקאנטן און היסטאריקערס זענען נשחט געווארען ביי סטאלין ס באפעלן סיי על מנת צו זיין משלט אופן קאזאכישן פאלק און סיי על מנת צו דערשטיקן קאזאכישן אידענטיטעט און קאלטור אין קאזאכסטאן איז געווארען א סאוויעטער ראטנרעפובליק קאזאכסטאן האט מקבל געווען מיליאנען פון פארגלות טן מענטשן פון אנדערער טיילן פון סאוויעטן בונד ביז די צווייטע וועלט מלחמה יענע פארגלות טע מענטשן זענען אסיר געווארן אין עטלעכע פון די גרעסטערע סאוועטישע גולאגס בתוכם דער אלזשיר גולאג ארויס פון אסטאנא וואס איז געווען פאר די ווייבער פון פיינד פונעם פאלק אין צוויי יארן נאך דעם סוף פון דער מלחמה דער סעמיפאלאטינסט טעסט פלאץ פאר טעסטירן נוקלעארערע וואפנס איז מייסד געווארען נאנט צום שטאט סעמעי קאזאכסטאן ליגט אויף ביידע זייטן פון דעם אוראל טייך וואס הייבט אן פון די אוראל בערג און פארענדיקט אין דעם קאספישן ים מיט א צענטל פון זיין שטח אין אייראפע קאזאכסטאן איז די ניינטע גרעסטע מדינה אין דער וועלט לויט שטח און די גרעסטע לאנד איינגעשלאסענע מדינה אין דער וועלט גלייך אין גרייס מיט מערב אייראפע עס איז באגרענעצט מיט רוסלאנד אוזבעקיסטאן כינע קירגיזסטאן און טורקמעניסטאן און האט א בארטן אויפן קאספישן ים און דעם אראל ים פאר דער רוסישער קאלאניזאציע די קאזאכן האבן געהאט א רייכער קולטור מיוסד אין זייער נאמאדישע לעבן אף על פי אז איסלאם איז געקומען קיין קאזאכסטאן אין דער טן יארהונדערט די רעליגיע איז נישט געווען גענצלעך אויסגעפירט ביז פיל יארן שפעטער על כן איסלאם אין קאזאכסטאן איז געווען פארמישט מיט פריער טענגרייסטע אדער די אלטע קאזאכישע עבודה זרה רעליגיע ענינים לויט טראדיציאנעלער קאזאכישער גלויבן פארשידענע גייסטער איינוואוינען אין דער ערד הימל וואסער פייער און בהמות ביז היינט טייל געסט זענען מכובד נארמאל אין פלעצער ווייט פון גרעסטער שטעט מיט א סעודה פון פרעש געהרג עטע שעפסנס די געסט זענען א מאל געבעט צו בענטשן די לעמל און בעטן זיין נשמה פאר רשות צו עסן פון זיין פלייש פאר דער שחיטה א סאך אנדערע עסנווייג אויך האבן ספעציעלע מיינונגען אין היינטיגער קאזאכישער קולטור וויבאלג אז בהמות זענען געווען אזוי צענטראל צו די טראדיציאנעלע קאזאכישע לעבן דער מערהייט פון מנהגים שטאמן פון בהמה שע ענינים למשל קאזאכן האבן א סאך ליב רייטן פערד עס איז אויכעט געווען מענטשלעך אין פריער צייטן צו פרעגן די שלום פון א מענטש ס בהמות פאר פרעגן אים אפילו היינט א סאך קאזאכן זענען נאך פאראינטערעסירט אין פערד און בהמה ישקייט נארוועגיע נארוועגיש איז א לאנד אין צפון אײראפע אפיציעל דאס קעניגרייך פון נארוועגיע איז א לאנד וואס פארנעמט דעם מערב טייל פונעם סקאנדינאווישן האלבאינזל ווי אויך יאן מאיען אינזל און דעם סוואלבארד ארכיפעלאג דאס לאנד גרעניצט זיך מיט שוועדן צו מזרח רוסלאנד און פינלאנד צו מערב אריבער דעם צפון ים ליגן דאס פאראייניגטע קעניגרייך און די פארא אינזלען און אריבער דעם נארוועגישן ים ליגן איסלאנד און גרינלאנד צו דרום אריבער דעם סקאגעראק דורכגאס ליגט דענמארק זײן הפטשטאט איז אסלא נארוועגיע האט געהאלטן צוויי רעפערנדומס אין און אין וואס האבן באשלאסן צו בלייבן אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד נארוועגיע איז א מיטגליד פון דער אייראפעאישער פרייהאנדל אסאסיאציע א פאראלעלע ארגאניזאציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין איינער פון די בארימסטע נארוועגישע קאמפאזיטארן איז עדווארד גריג בולגאריע איז א לאנד אין דרום מזרח אייראפע די הפטשטאט איז סאפיע זי גרענעצט פינף לענדער רומעניע צו צפון בעיקר דורכן דוניי סערביע און די רעפובליק פון צפון מאקעדאניע צו מערב און גריכנלאנד און טערקיי צו דרום און דעם שווארצן ים צו מזרח די גרעסטע שטעט נאך סאפיע זענען פלאוודיוו באפעלקערונג און ווארנא באפעלקערונג אין דעם סוף פונעם טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן די ערשטע בולגארישע אימפעריע אין איז די אימפעריע געווארן א טייל פון דער ביזאנטישער אימפעריע ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז בולגאריע געווען דאס איינציגסטע לאנד וואו די בירגער האבן פראטעסטירט אין די מאסן אז מען זאל נישט שיקן די יודן צו די פארניכטונג לאגערן און די רעגירונג איז דאן טאקע געווען געצווינגען אפצושטעלן די מאסן דעפארטאציעס כדי צו פארמיידן א בירגער קריג די הויפט פעלדער פון פארשונג און אנטוויקלונג זענען ענערגיע נאנאטעכנאלאגיע ארכעאלאגיע און מעדיצין ווערנט דער מיטל אלטער רוב פון דער היינטיגער טעריטאריע פון מאלדאווע איז געווען א טייל פון דער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע אין האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט דעם מזרח טייל פון דער פרינציפאליטעט און געגעבן א נאמען בעסאראביע צווישן אין האט מען צוריקגעגעבן דעם דרום טייל צו מאלדאוויע אין איז זי געווארן פאראייניגט מיט וואלאכיע צו פארמירן די מאדערנע רומעניע מאלדאווע איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער אין מערץ מאלדאווע ליגט כמעט אינגאנצן צווישן צוויי טייכן דער נעסטער און דער פרוט די הויפט שטעט אין מאלדאווע זענען קעשענעוו טיראספאל און באלטי לויטן צענזוס פון זענען פון די באפעלקערונג מאלדאוואנער און אוקראינישע יידן זענען געווען דער צענזוס האט נישט איינגעשפארט די טעריטאריע פון טראנסניסטריע די ארגענטינע אפיציעל די ארגענטינער רעפובליק רעפובליקא ארכענטינא איז א פעדעראלע רעפובליק אין דרום מזרח דרום אמעריקע זי איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דרום אמעריקע לויט פלאך מאס זי געפינט זיך צווישן די אנדן אין מערב און דעם דרום אטלאנטישן אקעאן אין מזרח זי גרענעצט פאראגוויי און באליוויע צו צפון בראזיל און אורוגוויי צו צפון מזרח און טשילע צו מערב און דרום איר הפטשטאט איז בוענאס איירעס ארגענטינע האט א שטח פון קוואדראט קמ און איז דאס אכט גרעסטע לאנד אין דער וועלט דאס צווייט גרעסטע אין לאטיין אמעריקע און דאס גרעסטע שפאניש רעדנדע דאס לאנד איז צעטיילט אין פראווינצן וואס יעדער איינער האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע אין איז דאס לאנד געווארן ארגאניזירט ווי א פעדעראציע פון פראווינצן מיט בוענאס איירעס אלס הויפטשטאט ארגענטינע האט די דריטער גרעסטע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע און איז א מיטגליד אין די גרופע און גרופע הויפט עראנאמיעס פון דער וועלט אויך איז ארגענטינע א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער די וועלט באנק און די וועלט האנדל ארגאניזאציע דער נאמען ארגענטינע שטאמט פון לאטייניש וואס מיינט זילבער אלס דעם וואס דער ערשטער מענטש וואס האט אנפלעקט די געביט אין יאר איז געפארן דארט צו זוכן זילבער אייראפעער זענען ערשט געקומען אין דער ארגענטינע אין יאר מיט אמעריגא וועספוטשי אין איז געגרינדעט געווארן דאס וויצעקעניגרייך פון ריא דע לא פלאטא מיט זיין הויפטשטאט אין בוענאס איירעס די בריטישע האבן אינוואדירט דאס לאנד צוויי מאל אין און אבער אן דערפאלג אין זענען געקומען צו ארגענטינע די נייעס אז דער מלך פון שפאניע פערנאנדא דער זיבעטער איז געווארן אראפגעווארפן דורך דער ארמיי פון נאפאלעאן אום סטן מיי האבן די פארשטייער פון דער שטאט בוענאס איירעס אויפגעשטעלט דעם ערשטן אדמיניסטראטיוון ראט דעם טן יולי האט מען פראקלאמירט אפיציעל אין דער שטאט טאקאמאן אז די פאראייניגטע פראווינצו פונעם לא פלאטא טייך זענען אומאפהענגיק פון דער שפאנישער רעגירונג אין איז דער ארגענטינער גענעראל חאסע דע סאן מארטין אריבערגעגאנן די אנדן כדי צו באפרייען טשילע און פערו פון שפאנישער הערשאפט און מיט דעם האט ער געשאפט א סוף צום שפאנישן סטראש אויף ארגענטינע ס זעלבשטענדיקייט אין האט דער פרעזידענט ראקע סאענז פעניא איינגעפירט געהיימע וואלן פאר אלע מאנצבילן אין די וואלן פון איז היפאליטא יריגאיען געוויילט געווארן פרעזידענט אין די ער יארן איז ארגענטינע געווען דאס זיבעטע רייכסטע לאנד אין דער וועלט אבער שפעטער איז זי אראפגעגאנגען אין האט מען געוויילט נעסטאר קירשנער פרעזידענט און אונטער אים האט די עקאנאמיע פון לאנד זיך סטאבליזירט אין האט מען געוויילט זיין ווייב קריסטינע פערנאנדעז דע קירשנער פרעזידענט אנשטאט אים און אין האט מען זי געוויילט פאר א צווייטן קאדענץ ארגנעטינע איז דאס אכטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח זי געפינט זיך אין דרום אמעריקע און גרענעצט פאראגוויי און באליוויע צו צפון בראזיל און אורוגוויי צו צפון מזרח און טשילע צו מערב און דרום ארגענטינע איז לאנג קמ מייל פון צפון צו דרום און קמ מייל פון מזרח צו מערב מאקסימום טאפאגראפיש צעטיילט זיך ארגענטינע אין דריי טיילן די פרוכפערע פלוינען פונעם פאמפאס אין צענטער פון לאנד וואו געפינט זיך די רייכע לאנדווירטשאפט פון ארגענטינע דאס הויכלאנד פון פאטאגאניע אין דרום און די אנדן בארגקייט לענגאויס דעם מערב גרענעץ מיט טשילע וואס אנטהאלט דעם העכסטן פונקט אין גאנץ אמעריקע דער בארג אקאנקאגוע אין מענדאזא וואס איז הויך מעטער איבערן ים שפיגל דער נידריגסטער פונקט אין ארגענטינע איז לאגונא דעל קארבאן מעטער נידריגער פונעם ים שפיגל וואס איז דער נידריגסטער פונקט אין די מערב און דרום האלבקיילעכער פון דער ערד ארגענטינע ווערט צעטיילט אין זיבן ראיאנען די גרעסטע שטעט אין ארגענטינע זענען בוענאס איירעס באפעלקערונג קארדאבע ראזאריא און מענדאזא ארגענטינע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק געפירט דעמאקראטיש די רעגירונג זיצט אין בוענאס איירעס דער היינטיקער פרעזידענט איז קריסטינע פערנאנדעז דע קירשנער ארגענטינע איז א פעדעראציע פון פראווינצן און איין אויטאנאמישע שטאט בוענאס איירעס יעדער פראווינץ האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע ארגענטינע האט נאטירלעכע רעסורסן בשפע א גוט געבילדעטע באפעלקערונג אן עקספארט אריענטירטן לאנדווירטשאפט סעקטאר און א דיווערציפיזירטע אינדוסטריעלע באזע די עקאנאמיע פון ארגענטינע איז די דריטע גרעסטע אין לאטיין אמעריקע ארגענטינע איז איינע פון דער וועלטס פירנדע אנטוויקלדיקע לענדער און איז א מיטגליד אין די הויפט עקאנאמיעס אין איז פאבריקאציע געווען פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט די פירנדיקע סעקטארן זענען געווען עסן פראצעסירן געטראנקען און טאבאק פראדוקטן אויטאס טעקסטיל און לעדער כעמיקאלן און אפטייקווארג שטאל אלומיניום און אייזן מעבל פלאסטיק און רייפן און גלאז און צעמענט דער גרעסטער אינדוסטריעלער צענטער אין ארגענטינע איז קארדאבע וואן ס געפינט זיך מעטאל ארבעט און פאבריקאציע פון אויטאס אין האט ארגענטינע געהאט מיליאן באזוכער ראנגירנדיק דער הויפט טוריסן ציל אין דרום אמעריקע און דער צווייטער אין לאטיין אמעריקע נאך מעקסיקא די טוריסטן האבן אריינגעברענגט א הכנסה פון ביליאן אמעריקאנער דאלארן אין ארגענטינע האט מער ווי קמ מייל פון גאסן אחוץ פריוואטע דארפישע גאסן פון זיי קמ מייל זענען ברוקירט איבערן גאנצן לאנד זענען מיליאן וואגנס איינגעשריבן אין פאר א באפעלקערונג דאס באן נעצווערק האט אינגאנצן א לענג פון קמ מייל נאך יארצענדליגער מיט א דינסט וואס איז געווארן כסדר אפגעשוואכט און אומגענוג אויפהאלטונג האט מען פארמאכט די מערסטע צווישנשטעטיגע פאסאזשיר דינסטן אין ווען מ האט פריוואטיזירט די באן געזעלשאפט און טויזנטער קמ פון שינעס נישט גערעכנט אויבן זענען ארויס פון באניץ צווישנשטעטיגע באן דינסטן ווערן ווידער אקטיווירט און אויך די בוענאס איירעס אונטערגרונט באן ווערט שטארק באניצט די בוענאס איירעס מעטרא וואס האט אנגעהויבן אין איז געווען די ערשטע אונטערגרונט סיסטעם אין לאטיין אמעריקע און דעם דרום האלבגלאבוס אויף אירע קמ פון גערעלסן פארן קנאפע פאסאזשירן טאג טעגלעך ארגענטינע האט אומגעפער קמ פון שיפיקע וואסער וועגן וואס טראגן מער פראכט ווי די באנען דאס איז כולל א ברייט נעצווערק פון קאנאלן ארגענטינע האט בריווח נאטירלעכע וואסער וועגן די מערסטע באקאנטע זענען די ריא דע לא פלאטא פאראנא אורוגוויי ריא נעגרא און פאראגוויי טייכן ארגענטינע האט דריי נאבעל פריז געווינער בערנארדא הוסיי סעזאר מילשטיין און לואיס לעלואר ארגענטינע האט א נוקלעארן פראגראם זיי האבן געבויט דעם ערשטן פארש רעאקטאר אין אויך איז ארגענטינע טעטיק אין קאסמאס פארש די באפעלקערונג פון ארגענטינע איז צאמגעשטעלט בעיקר פון די אפשטאמלינגען פון אימיגראנטן מערסטנס פון שפאניע און איטאליע און אויך פראנקרייך דייטשלאנד רוסלאנד בריטאניע די שווייץ און די סקאנדינאווישע לענדער קרוב צו פראצענט פון דער באפעלקערונג זענען ווייסע קאווקאזן פראקיש איז שפאניש די שפראך פונעם לאנד וואס כמעט אלע ארגענטינער רעדן אנדערע שפראכן וואס מען רעדט אין ארגענטינע זענען ענגליש מער ווי פון דער באפעלקערונג פון לאנד איטאליעניש מיליאן מענטשן אראביש מיליאן מענטשן דייטשיש רעדער און יידיש רעדער ארגענטינע האט די גרעסטע באפעלקערונג פון יידן אין לאטיין אמעריקע און די ט גרעסטע אין דער גארער וועלט די ארגענטינער קאנסטיטוציע גאראנטירט רעליגיעזע פרייהייט פון ארגענטינער זענען קאטאליקן דעם טן מערץ האט מען געוויילט אן ארגענטינער קארדינאל פויבסט מיטן נאמען פראנציס ער איז געווען דער ערשטער פויבסט פונעם קאנטינענט פון אמעריקע און דער ערשטער נישט אייראפעאישער פויבסט אין יאר װענעזועלע אפיציעל די באליווארישע רעפובליק פון ווענעזועלע שפאניש איז א פעדעראלע רעפובליק אויפן צפון בארטן פון דרום אמעריקע דאס לאנד גרענעצט גייאנע צו מזרח בראזיל צו דרום און קאלאמביע צו מערב צו צפון מזרח זענען די אינזלען פון טרינידאד און טאבאגא איר הפטשטאט איז קאראקאס עס האט פיל נאטורליכע אוצרות אין זיך אבער דער הויפט אוצר ביי איר איז נאפט דאס איז איר קוואל פון רייכטוהם זי פארמאגט עטלעכע הונדערטער טורעמס מיט גרויסע גראב מאשינען פון ווי מען גראבט פיר און צוואנציג שעה א טאג אסאך נאפט וואס ווערט פארקויפט אין אויסלאנד ספעציעל צו די פאראייניקטע שטאטן דעריבער האט ווענזועלע א שטארקע איינפלוס אין אפעק ווי אלע לענדער וואס פארקויפן נאפט זענען מיטגלידער חוץ דעם פארמאגט זי אויך נאך אוצרות ווי גאלד קופער אייזן זאלץ אויך האט דאס לאנד פארשידענע מיני פיש וואס איז א גרויסער באשעפטינגוגט פאר די ארימע איינוואונער פון דאס לאנד איר הויפט שפראך איז שפאניש זי פארמאגט בערך מיליאן מענטשן איר הויפטשטאט איז קאראקאס ווי עס וואוינען איבער מיליאן מענטשן אויך וואוינען דארט אסאך פארמעגליכע רייכע יידן מיט פראכטיקע אידישע געמיינדעס וואס זענען וואויל באקאנט אין דער וועלט מיט זייערע מעשי צדקה וחסד אין ווענעזועלע געפינט זיך דער העכסטער וואסער פאל אויף דער וועלט דער ענגעל וואסער פאל עס איז טאקע שמאל און עס גיסט זיך פון איר ווייניג וואסער אבער דאך איז עס די העכסטע עס גייט אראפ פון א הויך פון מעטער דער פאליטישער מצב אין ווענעזועלע איז וויבאלד דאס מערהייט פון פאלק לעבן אין גרויס ארעמקייט עס איז דא א גרויסע צווישענשייד צווישן די ארימע און רייכע וועלכע זענען לערך צוואנציג פראצענט פון די באפעלקערונג די ארימע באפעלקערונג איז זייער בייז אויף די רייכערע און באטראכטען די העכערע קלאס אלס גנבים און שווינדלער און זאגן דאס איז וויבאלד אמעריקא העלפט די רייכע דעריבער איז אויפגעשטאנען יוגא שאוועז וועלכער האט גוט פארשטאנען דעם מצב און האט געפרעדיגט אז די רייכע און אימפארליסטישע אמעריקע בראש פון בוש איז שולדיג אין אלעס ער איז געווארן פרעזידענט פון ווענעזועלא און זייט דעמאלטס רייסט ער אראפ אמעריקא און פרעזידענט בוש מיט וואס ער קען ער באטראכט זיך א קאמפאטישן פאר א אמעריקע און פרויבירט צוזאעמענעמען אלע שונאים פון אמעריקא צו זיין פאראייניקט קעגן איר אזעלכע מדינות ווי קובא אין עקסטרעמע אראבישע לענדער זענען זייע בעסטע פריינד זי הייסט ענדליך צו דעם נאמען ווענעציע וויבאלד אין יאהר ה רצט זענען די איטאליענער אהין אנגעקומען זיי האבן געזען הייזער אויף שטאנקן ארויסגעשטעקט פון די וואסער עס האט זיי דערמאנט פון דער באוואסטער שטאט אין איטאליע ווענעציע וואס אירע גאסן זיינען פיל מיט וואסער דערפאר האבן זיי גערופן דאס פלאץ ווענעזועלע וואס מיינט די קליינע ווענעציע סורינאם אפיציעל די רעפובליק פון סורינאם איז א לאנד אין צפון פון דרום אמעריקע ער גרענעצט פראנצויזישע גויאנע צו מזרח גויאנע צו מערב בראזיל צו דרום און דעם אטלאנטישן אקעאן צו צפון זײן הפטשטאט איז פאראמאריבא אין יאר האבן די האלענדער פארכאפט דעם שטח פון ענגלאנד אין יאר האט איר ענגלאנד צוריק דעראבערט און אין יאר איז זי אפיציעל דורך א פרידנס אפמאך אין פאריז צוגעטיילט געווארן צו האלאנד און א יאר שפעטער איז עס אריבער אין זיין רשות סורינאם איז געבליבן א האלענדישע קאלאניע ביז ווען ער איז געווארן א מיטטייל לאנד פונעם קעניגרייך פון די נידערלאנדן מיט גלייכן סטאטוס אזוי ווי האלאנד און די האלענדישע אנטילן דעם סטן נאוועמבער האט סורינאם פארלאזט דעם קעניגרייך פון נידערלאנדן צו ווערן אן אומאפהענגיק מדינה אבער מיט נאענטע עקאנאמישע דיפלאמאטישע און קולטורעלע פארבינדונגען מיט האלאנד אין די צייט פון די ציווילע קריג האבן אסאך אנדערע לענדער נאכגעפאלגט דעם ביישפיל און באפרייט די שקלאפן איינע פון זיי איז געווען סורינאם דעמאלט האט אויסגעפעלט נאך ארבעט הענט ממילא האט מען אריבערגעברענגט אסאך ארבעטער פון די דערנעבנדיגע אינדיע מען שאצט אז אין די יארן פון ביז זענען אריבער פיר און דרייסיג טויזנט ארבעטער געקומען פון אינדיע אליינס און זיי זענען שוין דארט פארבליבן אויף שטענדיג די איצטיגע באפעלקערונג באשטייט פון קעראלעס וואס איז א געמיש פון ניגערס פעך שווארצע און מולאטן אינדיער יאוואנא כינעזער און נאך ווען מען קומט אהן אינעם לופטפעלד פון פאראמאריבא באמערקט מען א גרויסן טאוול וואס דערציילט אביסל סטאטיסטיק פון די איינוואוינער און רעכנט אויס זייער רעליגיע און צאל וואס דערגרייכט צו איבער צוואנציג מאכמעדאנער פרעסביטעריאנער לוטעריאנער הוסיאנער רומיש קאטויליש גריכיש קאטויליש און נאך ביי איזרעאל ווערט אויסגערעכנט לויט די סטאיסטיק אבער עקספערטן זאגן אז דער ציפער איז שטארק איבערגעטריבן דער קלימאט איז א טרוקענע און פייכטע און ווען עס רעגנט געווענליך עטליכע מאל א טאג קען מען ממש דערשטיקט ווערן פון היץ נאכמיטאג זענען די געשעפטן געשלאסן צוליב די גרויסע פייכטקייט אויך איז דארט פארהאן גאר אסאך קאמארעס וועלכע פירן ארום פארשידענע מחלות שפירן פון יודישע פארגאנגענהייט פירן צוריק צו אזוי ווייט ווי אין ווען לויט די אפיציעלע אינפארמאציע פון דער האלענדישער געשיכטע זענען אין דעם יאר אהינגעקומען א קליינע גרופע פארטוגעזער יודן מיט די ערשטע ענגלישע קאלאניסטן אסאך יודן זענען אהינגעקומען וועלנדיג אנטלויפן פון די אינקוויזיציע דער גובערנאטאר האט די יודן איבערגעגעבן א באזונדערע געגנט וועלכע מען האט דאן גערופן די יודישע סאוואנא וואו יודן האבן געהאט אן אייגענע אויטאנאמיע וועלכע האט עקזיסטירט כמעט צוויי הונדערט יאר נאך היינט צו טאג קען מען דארט זעהן איבערבלייבענישן פון יענע צייט יודן האבן דאן געהאט אן אייגענעם פירשט וועלכע האט געהייסן דוד הנשיא אור אור איינקלעך פון דער משפחה געפינען זיך נאך דארט ביזן היינטיגן טאג איינער פון זיי איז דר נאסי א בארימטער מעדיקער אינעם רעגירונגס שפיטאל טשילע אפיציעל די רעפובליק פון טשילע איז א לאנד אין דער מערב זייט פון דרום אמעריקע איר הפטשטאט איז סאנטיאגא זי באדעקט א לאנגן שמאלן שטח צווישן די אנדן אין מזרח און דעם פאציפישן אקעאן אין מערב זי גרענעצט פערו צו צפון באליוויע צו צפון מזרח און ארגענטינע אין מזרח די פאציפישע בארטן ליניע איז לאנג קמ דער צענטער טייל פון טשילע האט צוויי גרויסע שטעט סאנטיאגא און וואלפארייסא און האט א מיטלענדישן קלימאט מיט דורכשניט טעמפעראטורן פון אין יאנואר און אין יולי טשילעס צפון מדבר אנטהאלט גרויסע מינעראל פארמעגן בעיקר קופער דרום טשילע איז רייך אין וועלדער און האט א קייט פון וואולקאנען און אזערעס דער דרום בארטן שליסט איין א סך קאנאלן האלבאינזלען און אינזלען דעם סטן אפריל האט זיך אויפגעריסן דער קאלבוקא וואולקאן די באפעלקערונג פון טשילע איז מיליאן פון זיי וואוינען מיליאן אין צענטער טייל פון לאנד א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג קומט פון איטאלינעשער און שפאנישער אפשטאמונג זענען קאטאליקן פראטעסטאנטן און א קליינער טייל זענען יידן גאנץ דרום טשילע ווערט גערעכנט א טייל פון פאטאגאניע טשילע האט אן אומאפהענגיקע געריכטיקע מאכט כולל אן אפעליר געריכט און דאס העכסטע געריכט פון טשילע אין דעם צענזוס פון האט טשילע געהאט א באפעלקערונג פון מיליאן מענטשן פון זיי וואוינען אין סאנטיאגא און די ארומיקע געגנטן טשילע האט א פילעטנישע געזעלשאפט א מערהייט פון דער באפעלקערונג האבן אן אייראפעאישן אפשטאם בעיקר שפאניער ווי אויך דייטשע איטאליענער אירישע בריטישע שווייצער און קראאטן לויט גענעטישע אונטערזוכונגען האט אן ערך איין העלפט פון דער באפעלקערונג זיינען מעטיסן וואס הייסט אז האבן אויך אורעלטערן צווישן אינדיאנער מיט נאך א קליינעם בייטראג פון אפריקאנער בלויז זיינען געהערן צו אבאריגענען דערהויפט מאפוטשע אינדיאנער די דייטשע אימיגראנטן וואס זענען געקומען אין טשילע אין די ער יארן האבן זיך באזעצט אין דרום טייל פון לאנד בעיקר אין וואלדיוויא און לאס אנכעלעס דער האמסטער איז א נאגער װאס לעבט אין גאנץ אייראפע ער האט א קורצן דיקן קערפער קורצע לאפקעס און שארפע נעגל זײן האר האט פערשיעדענע פארבען פון אויבען גרויליך ברוין דער קאפ רויט ברוין מיט געלע און װײסע פלעקען דער בויך שװארץ די פיס װײס ער גראבט זיך אויס אינעם פעלד טיעפע לעכער מיט עטליכע אויסגאנגען דער האמסטער דערנערט זיך מיט אלערײ פראדוקטן אבער בשעת די תבואה װערט צײטיג אויפן פעלד דערנערט ער זיך נור מיט קערנער אויף װינטער קלײבט ער אויף אין זײן לאך גרויסע פארראטען ביז קילוגראם דערהויפט פון תבואה קערנער ארבעס באב װײל דאס װערט נישט פערדארבען די קערנער ברענגט ער פון פעלד אין זײנע גרויסע באקען טאשען װעלכע עפענען זיך אינם מויל אבער װײל ער קאן נישט אנקלײבען אזעלכע גרויסע פארראטען װאס זאלען איהם קלעקען אויפן גאנצען װינטער פערברענגט ער דאס גרטסטען טײל װינטער אין שלאף דער האמסטער ברענגט גרויס היזק די פעלדער דערצו פארמערט ער זיך זייער שנעל די נקבה װארפט צװײ מאל אין יאר צו שטיק כעמיע איז דער וויסנשאפטלעכער דיסציפילין וואס באהאנדלט עלעמענטן און פארבינדונגען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען מאלעקולן און יאנען זייער צוזאמענשטעל סטרוקטור אייגנשאפטן אויפפיר און די ענדערונגען וואס זיי גייען אדורך א רעאקציע מיט אנדערע סובסטאנצן עס זיינען דא מאטריאלס וואס האבן א רעאקציע צווישן זיי און עס זיינען פאראן מאטריאלס וואס האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיי למשל גאלד מיט וואסער האבן נישט קיין רעאקציע צווישן זיך און אויך אויב מען וועט איינווייקן גאלד אין וואסער אין משך הונדערטער יארן וועט די גאלד בלייבן גאנץ און ריין אבער למשל נאטריום מיט וואסער האבן יא א שטארקער רעאקציע כעמיע איז א גרונטלעכע וויסנשאפט צו פארשן פארשיידענע אנדערע וויסנשאפטן ווי ביאלאגיע מעדיצין געאלאגיע געאגראפיע אאוו דער טייל פון כעמיע וואס פארנעמט זיך מיט ארגאנישע מאטריאלס הייסט ביאכעמיע א כעמישע רעאקציע איז א פארוואנדלונג פון סובסטאנצן אין אנדערע סובסטאנצן מען קען דאס באשרייבן אין א כעמישער גלייכונג ביים אנהייב פונעם צוואנציקסטן יארהונדערט זענען די טעארעטישע אונטערגעבייען פון כעמיע געווארן גוט פארשטאנדלעך צוליב א סעריע פון מערקווירדיקע אנטפלעקונגען וואס האבן באוויזן בודק זיין און אויפדעקן די נאטור פונעם אינערלעכן סטרוקטור פון אטאמען אין האט דזשיי דזשיי טאמסאן פון קעמברידזש אוניווערסיטעט אויפגעדעקט דעם עלעקטראן און קורץ נאכהער האט דער פראנצויזישער וויסנשאפטלער בעקערעל ווי אויך די פאר פיער און מארי קירי אויסגעפארשט דעם פענאמען פון ראדיאאקטיוויטעט אין א סעריע פיאנערנדיקע צעווארפן עקספערימענטן האט ערנעסט ראדערפארד ביים אוניווערסיטעט פון מאנטשעסטער אויפגעדעקט דעם אינערלעכן סטרוקטור פונעם אטאם און דעם עקסיזטענץ פונעם פראטאן קלאסיפיזירט און דערקלערט די פארשידענע טיפן ראדיאאקטיוויטעט און דערפאלגרייך פארוואנדלט דעם ערשטן עלעמענט דורך באמבארדירן אזאט מיט אלפא טיילכלעך זיין ארבעט וועגן אטאמישן סטרוקטור האבן פארבעסערט זיינע תלמידים דער דענישער פיזיקער ניעלס באהר און הענרי מאזעלי די עלעקטראנישע טעאריע פון כעמישע בונדן און מאלעקולארישע ארביטאלן האבן אנטוויקלט די אמעריקאנער וויסנשאפטלער ליינוס פאלינג און גילבערט אן אטאם איז דער גרונטלעכער איינס פון א כעמישן עלעמענט דער אטאם איז א זאמלונג פון טיילכלעך פון מאטעריע צונויפגעשטעלט פון א הארץ אנגעלאדנט מיט א פאזיטיווער עלעקטרישער לאדונג דער אטאמקערן וואס אנטהאלט פראטאנען און נייטראנען ארום וואס עס דרייען זיך עלעקטראנען וואס טראגן א נעגאטיווע עלעקטרישע לאדונג וואס באלאנסירט די פאזיטיווע לאדונג פון דעם קערן אן אטאם איז דער קלענסטער טייל פון מאטעריע וואס היט אויף די כעמישע אייגנשאפטן פונעם עלעמענט צום ביישפיל עלעקטראנעגאטיוויטעט יאניזאציע ענערגיע קאארדינאציע צאל די סארט פארבינדונגען וואס ער קען שאפן למשל מעטאלישע בינדונג יאנישע בינדונג און קאוואלענדע בינדונג א כעמישער עלעמענט ווערט דעפינירט דורך דעם אייגנארטיגן נומער פון פראטאנען אין זיין אטאמקערן דער דאזיקער נומער ווערט גערופן דער אטאם נומער פונעם עלעמענט צום ביישפיל אלע אטאמען מיט פראטאנען אין דעם קערן זענען אטאמען פון קוילנשטאף און אלע אטאמען וואס אנטהאלטן פראטאנען אין זייער קערן זענען אטאמען פונעם עלעמענט אוראניום אבער ס עקזיסטירן אויך איזאטאפן פון אן עלעמענט וואס זענען פאראנדערט פון אנאנט מיט דער צאל נייטראנען אין דעם קערן די כעמישע עלעמענטן ווערן שיין געצייגט אין דער פעריאדישער טאבעלע וואס בינדט צונויף די עלעמענטן לויט זייער אטאם נומער א דאנק איר אייגנארטיגער סטרוקטור טיילן די קאלאנעס אויך גערופן גרופעס פאמיליעס און די רייען אויך גערופן פעריאדן פון די פארשידענע עלעמענטן עטלעכע געמיינזאמע כעמישע אייגנשאפטן און זיי זענען אראנזשירט לויט א המשך פון אייגנשאפטן ווי אטאם ראדיוס עלעקטראנעגאטיוויטעט אד ג א פארבינדונג איז א מאטעריע וואס אנטהאלט געוויסע כעמישע עלעמענטן און וואס האט א געוויסע פארעם וואס שטעלט פעסט אירע כעמישע כאראקטעריטיקן צום ביישפיל וואסער איז א פארבינדונג וואס אנטהאלט הידראגען און זויערשטאף אין די פראפארציעס מיט איין זויערשטאף אטאם צווישן צוויי הידראגען אטאמען און צווישן זיי איז א ווינקל פון כעמישע פארבינדונגען ווערן געשאפן און צעפאלן דורך כעמישע רעאקציעס א מאלעקול איז דער קלענסטער אומטיילבארער טייל פון א ריינער כעמישער סובסטאנץ וואס האט איר אייציגן געזעמל פון כעמישע אייגנשאפטן ד ה איר פאטענציאל דורכצוגיין א געוויסע זאמלונג פון כעמישע רעאקציעס מיט אנדערע סובסטאנצן צום באמערקן אבער אז נישט אלע סובסטאנצן זענען צוזאמענגעשטעלט פון מאלעקולן מאלעקולן זענען טיפיש א געזעמל פון אטאמען צוזאמענגעבונדן מיט קאוואלענטע בונדן וואו די סטרוקטור איז עלעקטריש נייטראל און אלע וואלענץ עלעקטראנען זענען צונויפגעפארט מיט אנדערע עלעקטראנען אדער אין בונדן אדער אין פארווייז פרייע עלעקטראנען די אינערטע אדער איידעלער גאז עלעמענטן העליום נעאן ארגאן קריפטאן קסענאן און ראדאן באשטייען פון פרייע אטאמען אלס זייער קלענסטער דיסקרעטער איינס אבער די אנדערע איזאלירטע כעמישע עלעמענטן באשטייען פון אדער מאלעקולן אדער נעצווערק פון אטאמען געבונדן איינער צו אנאנד באקאנטע סובסטאנצן וואס אנטהאלטן דערקענבארע מאלעקולן זענען וואסער לופט פיל ארגאנישע פארבינדונגען ווי אלקאהאל צוקער בענזין און פארשידענע אפטייקווארג א כעמישער סובסטאנץ איז א סארט מאטעריע מיט א געוויסן צונויפשטלע און געוויסע אייגנשאפטן א זאמלונג פון סובסטאנצן ווערט גערופן א געמיש ביישפילן פון געמישן זענען דער לופט און געשמעלצן דער מאל איז אן איינס פון מאס וואס באדייט א קוואנטיטעט פון סובסטאנץ אויך גערופן א כעמישער קוואנטיטער דער מאל ווערט דעפינירט ווי די צאל אטאמען געפונען אין גענוי קילאגראם אדער גראם פון וואו די אטאמען זענען אומגעבונדן באוועגן זיך נישט און אין זייער גרונדצושטאנד די צאל יש ן א מאל ווערט באוואוסט אלס דער אוואגאדרא קאנסטאנט און איז למעשה בערך מאל מאל קאנצענטראציע איז וויפיל פון א געוויסן סובסטאנץ געפינט זיך פער פארנעם פון צעפירונג געמאסטן אין מאל ד מ א יאן איז אן אנגעלאדענער אטאם אדער מאלעקול וואס האט באקומען אדער פארלוירן איינעם פון זיינע עלעקטראנען ווען אן אטאם פארלירט אן עלעקטראן און ממילא האט מער פראטאנען ווי עלעקטראנען ווערט דער אטאם פאזיטיוו אנגעלאדן אדער א פאזיטיווער יאן ווען אן אטאם באקומט א עלעקטראן און ממילא האט מער עלעקטראנען ווי פראטאנען ווערט דער אטאם נעגאטיוו אנגעלאדן אדער א נעגאטיווער יאן פאזיטיווע און נעגאטיווע יאנען קענען צאמשטעלן א קריסטאל לאטיץ פון נייטראלע זאלצן ווי למשל און יאנען וואס פארמירן נאטריום קלאריד זייערסן און באזעס זענען טיפישע כעמישע סובסטאנצן א זייערס באפרייט יאנען אין וואסער און א באזע באפרייט יאנען אין וואסער זייערסן און באזעס רעאגירן צוזאמען די באזע נעמט א יאן פונעם זייערס צו שאפן וואסער מיט א זאלץ כעמיע ווערט צעטיילט אין פארשידענע דיסציפלינען אויך אין דער טאג טעגליכער שפראך ניצט מען דאס ווארט כעמיע צו פארשטעלן דעם קשר צווישן מענטשן אויב איז דער קשר גוט זאגט מען אז עס איז דא א כעמיע צווישן זיי טאמער נישט זאגט מען אז עס איז נישטא קיין כעמיע צווישן זיי די יידישע אטאנאמע געגנט רוסיש איז א געגנט אין רוסלאנד עס איז געגרונדעט געווראען אין יאר תרצד אלס א יידישער שטח די אפיציעלע שפראכן זענען רוסיש און יידיש וואלדהיים א יידישע זידלונג אין דער יידישער אויטאנאמער געגנט איז געגרינדעט געווארן אין און האט געשאפן די ערשטע קאלעקטיווע פארם אין דער געגנט אין האט מען געעפנט א יידיש שולע דארטן אויך אמורזעט האט א היסטאריע פון יידישער זידלונג אין דער יידישער אויטאנאמער געגנט פון ביז איז דאס דארף געווען דער צענטער פון יידישער זידלונג דרום פון ביראבידזשאן די היינטיקע יידישע געמיינדע האלט קבלת שבת צערעמאניעס און פארזאמלונגען וואוי מ זינגט יידישע געזאנגען א סך פון די אייניקלעך פון די גרינדער פון דער זידלונג האבן פארלאזט דאס דארף די וואס זענען געבליבן אין אמורזעט ספעציעל די מיט קרובים אין ישראל לערנען זיך אויס וועגן די טראדיציעס פונעם יידישן פאלק די באפעלקערונג פון אמורזעט ווי געשאצט אין סוף איז סמידאוויטש איז נאך א פריערדיקע יידישע זידלונג אין דער יידישער אויטאנאמער געגנט אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב כינע נעפאל און בהוטאן צו צפון מזרח מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום מזרח דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום מערב פיר וועלט רעליגיעס הינדואיזם בודהיזם דזשייניזם און סיקהיזם שטאמען פון דאנעט יידישקייט זאראאסטריזם קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע האט מען אדאפטירט ענגליש אלס די אפציעלע שפראך וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו פון ביז די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם מיט שטאטן און פארבאנד טעריטאריעס אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל דער נאמען אינדיע איז גענומען פון אינדוס וואס שטאמט פונעם אלטן פערסישן ווארט הינדוש א ווארט וואס נעמט זיך פונעם סאנסקריט ווארט סינדהו דער נאציאנאלער בעל חי פון אינדיע איז דער בענגאלישער טיגער דער נאציאנאלער פויגל איז דער פאווע אינדיע איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט זי באדעקט דעם גרעסטן טייל פונעם אינדישן אונטער קאנטינענט די לענדער וואס גרענעצן אינדיע זענען פאקיסטאן באנגלאדעש מיאנמאר כינע בהוטאן און נעפאל און אויך דאס אינזל לאנד שרי לאנקא אינדיע איז א האלבאינזל ארומגענוען מיט ימען אין מזרח די בוכטע פון בענגאל דרום דער אינדישער אקעאן און מערב דער אראבישער ים אין צפון זייט פון אינדיע געפינען זי די הימאלייע וואס האט די העכסטע בערג אין דער וועלט און אנדערע בארגקייטן צוויי גרויסע טייכן פליסן פון דער הימאלייע אדורך אינדיע דער גאנגעס און דער בראהמאפוטרא און ביידע רינען אפ אין דער בוכטע פון בענגאל צוויי וויכטיגע בייטייכן פונעם גאנגעס זענען די יאמונע און דער קאסי אינדיע האט קמ פון בארטן קמ געהערן צום אינדישן האלבאינזל און די אנדערע קמ געהערן צו די אנדאמאן ניקאבאר און לאקשאדוויפ אינזל קייטן צוויי אוראלטע שפראכן סאנסקריט און טאמיל שטאמען פון אינדיע אין יאר פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פון טשאנאקיע דער מערסטער טייל פונעם אונטער קאנטינענט איז געווארן פאראייניקט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן טשאנדראגופטאס זון בינדוסארא האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיקער אינדיע אין פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיקער אינדיע און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע פון האט די מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע אין די ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע אין האט די בריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע אינדיע איז דאס צווייטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג באוואוינער לויטן באריכט פונעם פראוויזארישן צענזוס איר באפעלקערונג איז געוואקסן מיט א יאר אין די יארן אראפ פון א יאר אינעם פריערדיקן יארצענדלינג דאס מענטשן מין פארהעלטעניש לויטן צענזוס איז נקיבות צו א זכרים די מעדיאן עלטער איז געווען אינעם צענזוס דער ערשטער צענזוס אין דער נאך קאלאנישער תקופה געפירט אין האט געציילט מיליאן מענטשן מעדיצינישע אנטווירלונגען פון די לעצטע יאר ווי אויך פארגרעסערטע לאנדווירטשאפט פראדוקטיוויטעט צוגעברענגט דורך דער גרינער רעוואלוציע האבן גורם געווען א גיכע וואוקס אין אינדיעס באפעלקערונג דאך האט אינדיע עטלעכע פאלקסגעזונט ארויסרופן לויט דער וועלט רפואה ארגאניזאציע שטארבן אינדיער יעדע יאר פון טרינקען קאנטאמירט וואסער אדער אטעמען פארפעסטיקטע לופט עס זענען דאקטוירים פאר יעדע אינדיער די צאל אינדיער וואס וואוינען אין שטאט שטחים איז געוואקסן פון ביז העכער פון האבן געוואוינט אין דארפישע געגנטן לויטן צענזוס זענען פאראן מער ווי א מיליאן שטעט אין אינדיע צווישן זיי דעלהי מומביי קאלקאטא טשעניי באנגאלארע היידעראבאד און אכמעדאבאד מערסט באפעלקערטע מעטראפאליטאנע געגנטן די אלפאבעטיזירונג ראטע אין איז געווען פון נקיבות און פון זכרים קעראלא איז דער מערסט אלפאבעטיזרטער שטאט ביהאר דער ווינציקסטער אינדיע איז די היים פון צוויי הויפט שפראך פאמיליעס אינדא אריש גערעדט דורך פון דער באפעלקערונג און דראווידיש אנדערע שפראכן וואס מ רעדט אין אינדיע קומען פון די אויסטרא אזיאטישע און טיבעטא בורמישע שפראך פאמיליעס אינדיע האט נישט קיין נאציאנאלע שפראך אינדיע איז די מערסטע באפעלקערטע דעמאקראטיע אין דער וועלט אינדיע איז א פארלאמענטארע רעפובליק מיט זעקס נאציאנאלע פארטייען כולל די אינדיאנישע נאציאנאלע קאנגרעס און די בהאראטיא דזשאנאטא פארטיי און מער ווי ראיאנישע פארטייען ביי די ערשטע דריי נאציאנאלע וואלן פון אומאפהענגיקער אינדיע אין און האט די קאנגרעס פארטיי פון דזשאווארהארלאל נעהרו געווינען גאנץ גרינג ווען נעהרו איז געשטארבן אין איז לאל באהאדור שאסטרי געווארן פרעמיער מיניסטער אויף א קורצע צייט אבער ער איז געשטארבן פלוצלינג אין נאך אים איז אינדירא גאנדהי געווארן פרעמיער מיניסטער אונטער איר האט קאנגרעס געזיגט אין די וואלן פון און אינדיע איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט די רעגירונג ווערט צעטייל אויף דריי צווייגן לעגיסלאטיוו פארלאמענט וואס מאכט געזעצן עקסעקוטיוו די מיניסטארן און די געריכטיקע מאכט די פארלאמענט זיצט אין דער הויפטשטאט פון אינדיע ניי דעלי דער פארלאמענט האט צוויי הייזער ראדזשיא סאבהא דאס העכערע הויז האט מיטגלידער און לאק סאבהא דאס נידעריקע הויז האט מיטגלידער אינדיע האט שטאטן די עקאנאמיע פון אינדיע וואקס גאר גיך פון די גיכסטע אין דער וועלט אינדיע ס עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון ביליאן מיט א וואוקס ראטע פון אין דער דינסט סעקטאר ווערט פאררעכנט פון דער עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר די הויפט אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן אפטייקווארג טעקסטיל טראנספארט געצייג כעמיקאלן מאשינעריע מינעריי נאפט עלעקטראניק עסן פראצעסירונג צעמענט און שטאל טראץ דער גרויסער וואוקסט אין דער עקאנאמיע ליידט פון דער באפעלקערונג פון ארעמקייט זייט דעם טן יאנואר איז אינדיע א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע די ערשטע ליטערארישע שרייבונגען אנהייבנדיק פון פאר דער ציווילער רעכענונג זענען געשריבן געווארן אין דער סאנסקריט שפראך פראמינענטע ווערק פון סאנסקריט ליטעראטור שפארן איין עפאסן ווי מאהאבהאראטא און ראמאיאנא און די דראמעס פון קאלידאסא איטאליע איטאליעניש איטאליא אפיציעל איטאליענישע רעפובליק רעפובליקא איטאליאנא איז א לאנד אין דרום אייראפע א דעמאקראטישע רעפובליק איר הפטשטאט איז רם איטאליע איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פאראיין און אויך א מיטגליד אין גרופע מיט דעם אכטן גרעסטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט די מדינה איז אויף א האלבאינזל די אפענינער בערג גייען די לענג פונעם לאנד מיט דער טריקעניש גרעניצט זיך אין די אלפן מיט דער שווייץ פראנקרייך עסטרייך סלאוועניע צו צפון זייט פון די אנדערע זייטן איז זי ארום גענומען מיט פינעף וואסערן דער אדריאטישער ים דער יאנישער ים דער טירענישער ים דער ליגורישער ים און דער מיטלענדישער ים אויך איז אין שטח פון איטאליע ווערט אויסגערעכנט בערך אינזלען צווישן זיי סיציליע און סארדיניע ווי אויך פאנטעלעריע קמ מזרח פונעם בארטן פון טוניסיע און קמ דרום מערב פון סיציליע און לאמפעדוסע קמ פון טוניסיע און קמ פון סיציליע צווישן די וואסערן פון איטאליע איז דער טיבער טייך דער פא טייך און דער טירענישער ים לאגא גארדא לאגא קאמא לאגא מאדזשורע אויב קוקט מען פון דער לופט אראפ אויף איטאליע זעט מען פאר זיך א פארעם פון א שטיוול דערפון נעמט זיך דעם אויסדרוק דער איטאליענישער שטיוול צווישן די אינטעראסאנטע זאכן אין איטאליע איז דער געבויגענער טורעם אין דער שטאט פיזע א ריזן טורעם וואס שטייט שיף ער זעט אויס יעדן מינוט ווי ער וויל זיך בייגן און פאלן אויך געפינט זיך אין איטאליע די גרויסע וואולקאנען בערג וואס שפייען פון זיך טאג און נאכט קאכעדיגע פלאמען מען זעט פון דערווייטענס רויך וואלקענעס פייער און שוועבל צווישן די טעטיגע בערג איז דער עטנע בארג און דער וועזואוו בארג דער וואולקאן אין סטראמבאלי אויך איז דא אסאך שלאפעדיגע וואולקאנען וואס קענען אין יעדע ליאדיע מינוט אויפרייסן און דעריבער ווערט איטאליע אויך גערופן דאס וואולקאנען לאנד דאס קעניגרייך פון איטאליע איז געשאפן געווארן אין אין בעניטא מוסאליני איז געווארן איר הערשער אין איטאליע איז אריין אין דער צווייטער וועלט מלחמה מיט די דייטשן אום סטן יולי האט מען אפגעזאגט מוסאליני פון זיין אמט און איטאליע איז אריבער צו די אליאירטע קראפטן אין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז איטאליע געווארן א רעפובליק איטאליע איז געווען א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד איטאליע איז א האלבאינזל מיט א לאנד גרענעץ נאר אין דער צפון זייט דער אלפן בארג קייט צעשיידט צפון איטאליע פון פראנקרייך דער שווייץ און עסטרייך אין די אלפן געפינט זיך מאן בלאנק דער העכסטער בארג אין מערב אייראפע דער צווייטער וויכטיקער בארג קייט איז די אפענינען איטאליעניש אין צענטראלער און דרום איטאליע עס געפינט זיך אין איטאליע זעלבסט אסאך סארטן וואסערן אייגענטליך איז גאנץ איטאליע פול מיט וואסער ספעציעל איז באקאנט די גאסן פון ווענעציע וואס זענען פיל מיט וואסער קאנאלן און מען פארט פון איין גאס צום צווייטן און פון איין געגענד צום צווייטן מיט שיפן זי פארמאגט אויך די גרויסע פארט שטעט פן וואו מען פארט ארויס צו אנדערע לענדער און קאנטינענטן מיט א שיף צווישן זיי די גרויסע נאפאלי און די בארימטע פארט שטאט בארי איטאליע איז צעטיילט אויף ראיאנען די ראיאנען זענען צעטיילט אויף פראווינצן די שטאט ווענעציע איז איינע פון אינטערעסאנט סטע שטעט עס פארמאגט לערך קליינע אינזלען אירע גאסן זענען לאנגע וואסער קאנאלן מען קען דערויף גיין בלויז מיט שיפן עס קומען אהין טויזנטער טוריסטן א יאר און די שיפן קאמפאניס מאכן דערפון א לעבן איטאליע איז א פארלאמענטארע רעפובליק זייט דעם טן יוני ווען מען האט אפגעשאפן די מאנארכיע אין א קאנסטיטוציאנעלן רעפערענדום דער פרעזידענט פון איטאליע היינט דזיארדזיא נאפאלאטינא זייט איז איטאליע ס מלוכה הויפט דער פארלאמענט וויילט דעם פרעזידענט אויף א קאדענץ פון זיבן יאר איטאליע האט א געשריבענע קאנסטיטוציע איטאליע האט א פארלאמענטארע רעגירונג באזירט אויף א פראפארציאנעלער וואל סיסטעם דער פארלאמענט האט צוויי הייזער דער דעפוטאטן קאמער מיט זיצן און דער סענאט מיט זיצן וואס ביידע האבן גלייכע מאכטן דער פרעמיער מיניסטער ווערט באשטימט דורכן פרעזידענט און מוז אויך באקומען די הסכמה פון פארלאמענט נאך דער רעזיגנירונג פון סילוויא בערלוסקאני דעם טן נאוועמבער האט מען באשטימט עקאנאמיסט מאריא מאנטי ווי פרעמיער מיניסטער די הויפט פאליטישע פארטייען אין איטאליע זענען די פרייהייט מענטשן די דעמאקראטישע פארטיי די צפונדיקע ליגע און דער פאריין פון קריסטלעכע און צענטער דעמאקראטן איטאליע ווערט צעטיילט אין ראיאנען איינצאל וואס פינף פון זיין זענען אויטאנאמיש אויך איז דאס לאנד צעטיילט אין פראווינצן און מוניציפאליטעטן עס ווערט געציילט היינט צו טאג די באפעלקערונג פון איטאליע מיליאן באוואוינער לויטן וועלט פאקטבוך מיט א הויכער באפעלקערונג ענגקייט פון איטאליענער זענען עלטער ווי אין זענען געווען אין איטאליע עטלעכע הויפט פליפארטן כולל די צוויי קנופן פון מאלפענסע אינטערנאציאנאל אין מילאן און לעאנארדא דא ווינטשי אינטערנאציאנאל אין רוים און הויפט ים פארטן כולל דעם פארט פון יאנאווע דער גרעסטער פארט אין לאנד און דער צווייטער גרעסטער ביים מיטלענדישן ים איטאליע האט אן אנטוויקלטע מארק עקאנאמיע ענלעך צו פראנקרייך און דעם פאראייניגטן קעניגרייך זי איז די צענטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און די פערטע גרעסטע אין אייראפע לויט קויפקראפט פאריטעט איטאליע איז געווען דער וועלטס טער גרעסטער עקספארטירער אין איטאליע ס נאענסטע האנדל פארבינדונגען זענען מיט אנדערע לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד מיט וועמען זי האט פון איר גארן האנדל די גרעסטע האנדל שותפים זענען דייטשלאנד פראנקרייך און שפאניע טוריזם איז איינער פון די גיכסטע וואקסנדע און רווחדיקע סעקטארן פון דער נאציאנאלער עקאנאמיע מיט מיליאן אינטעראנאציאנאלע טוריסטן אנקומער און סהכ הכנסות געשאצט צו ביליאן אין איז איטאליע סיי דאס פינפטע מערסט באזוכטע לאנד און דאס העכסטע טוריזם דינער אין דער וועלט אידן וואוינען שוין גאר לאנג אין איטאליע פון די גאר באקאנטע שטעט פאר אידן זענען מאנטובה פאדובה ליווארנא בכלל איז איטאליע גוט באקאנט פאר דער אידישער היסטאריע צוליב דעם וואס דארט איז די הויפט שטאט רוים און די רוימער האבן אמאל געוועלטיגט איבער דער וועלט און האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש און פארטריבן די אידן אין גלות פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט איבער זיבעציג טויזנט אידן אין איטאליע עס איז אינטערעסאנט אז אפילו איטאליע איז געווען פון דעם אקס און א פולער שותף מיט נאצי דייטשלאנד דאך האבן זיי נישט אנגענומען די נירנבערגער געזעצען בכלל איז כמעט נישט געווען קיין ספעציעלער אנטיסימיטיזעם פונעם איטאליענישן פאלק פאר די אידן אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה עס איז געווען צייטן וואס די דייטשען האבן איינגענומען אסאך חלקים פון איטאליע און דעמאלטס האבן די דייטשען מיט זייערע שותפים די פאשיסטן פון איטאליע גע הרג ט אידן עס ווערט געשאצט אז די דייטשען האבן געמארדעט לערך פופצן טויזנט אידן אין איטאליע ביי דער צווייטער וועלט קריג היינט געפינען זיך אומגעפער פופציג טויזנט אידן אין איטאליע איסלאנד איסלענדיש אײזלאנד איז אן אינזל לאנד אין אײראפע וואס ליגט אינעם אטלאנטישן אקעאן זײן הויפטשטאט איז רעקיאװיק איסלאנד איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין אייראפע נאך גרויסבריטאניע איסלאנד איז דאס מערסטע אנטוויקלטע לאנד אין דער וועלט ביזן סטן יארהונדערט האט די איסלאנדישע באפעלקערונג זיך פארלאזט אויף פישעריי און לאנדווירטשאפט פון ביז איז איסלאנד געווען א חלק פון נארוועגיע און שפעטער דענמארק ביזן סטן יארהונדערט איז איסלאנד געווען פון די ארעמסטע לענדער אין מערב אייראפע אבער לעצטנס איז די עקאנאמיע שטארק געוואקסן אין איז איסלאנד געווען דאס פינפטע גרעסטע פראדוצירנדע לאנד מיט א מענטש איסלאנד האט ווייניג נאטורלעכע רעסורסן אחוץ הידראעלעקטרישע און געאטערמאלע קראפט פון עקספארט קומט פון פישעריי וואס באשעפטיגט פון דער ארבעטקראפט די נאציאנאלע וואלוטע איז דער איסלאנדישער קראנא מערסטנטייל פון די איינוואוינער זענען נישט אינטרעסירט אין מיטטיילן אין דעם אייראפעאישער וואלוטע די איירא אינעם לעצטן יארצענדליקער האט די עקאנאמיע דיווערסיפיצירט אין ווייכווארג פראדוקציע ביאטעכנאלאגיע און פינאנציעלע באדינונגען פערזענלעכע שטייערן זענען און קארפאראטער שטייער איז פון די נידריגסטע אין דער וועלט איסלאנד איז א מיטגליד אין דער אייראפעאישער פרייהאנדל אסאסיאציע איסלאנדישע מוזיק האט א שייכות מיט נארדישער מוזיק טראדיציאנעלע איסלאנדישע מוזיק איז שטארק רעליגיעז זי האט זיך פארלאזט בעיקר אויף זינגען קלויסטערלידן ווייל ס איז געווען א מאנגל פון מוזיק אינסטרומענטן די איסלאנדישע דזשעז קאפעליע מעזאפארטע איז באקאנט איבער דער גארער וועלט איסלאנד פארמאגט עלעקטראנישע מוזיקער ווי טהאר און גוסגוס פוטבאל און אטלעטיק זענען פאפולערע ספארטן אויסטראליע איז א לאנד אין דעם דרום האלבקוגל וואס נעמט ארײן די יבשה פונעם קלענסטן קאנטינענט דעם אינדזל טאזמאניע און נאך א סך אינדזלען אין די אינדישע און פאציפישע אקעאנען איר הפטשטאט איז קאנבערע די ארומיגע לענדער זענען אינדאנעזיע מזרח טימאר און פאפוא ניי גינע צו צפון די סאלאמאן אינזלען און וואנואטו צו צפון מזרח און ניו זילאנד צו דרום מזרח דער אײראפעישער יישוב אין אויסטראליע האט זיך אנגעהויבן ערשט אין דעם טן יארהונדערט זייט טן יאנואר איז אויסטראליע א פעדעראציע מיט זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס איר באפעלקערונג איז מיליאן מיט א שטח פון מיליאן קוואדראט קמ איז אויסטראליע דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט די היינטיגע באפעלקערונג אין אויסטראליע שליסט איין מערסטנס ווייסע מענטשן פון א בריטישער אפשטאמונג די אריגינעלע איינוואוינער פון אויסטראליע און זייערע אפשטאמלינגען זענען טונקל גערופן אבאריגינערן וואס זענען היינט פון דער באפעלקערונג אויך האט אויסטראליע א מינדערהייט פון מער ווי יידן וואס וואוינערן מערסטנס אין מעלבארן און סידני אויסטראליע איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער גרופע פון קאמאנוועלט ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג אנזוס וועלט האנדל ארגאניזאציע אזיע פאציפיק עקאנאמישע קאאפעראציע און דעם פאציפישן אינזלען פארום דער נאמען אויסטראליע קומט פון לאטיין אויסטראליס וואס איז טייטש דרום די ערשטע איינוואוינער פון אויסטראליע זענען געווען די אבאריגענער דער ערשטער ענגלענדער וואס איז אנגעקומען אין אויסטראליע איז געווען וויליאם דאמפיער אין אין יאר איז אנגעקומען אין אויסטראליע דער אויספארשער דזשיימס קוק וואס האט געמאנט צוויי דריטל פונעם לאנד אזוי ווי ער האט באריכטעט אז קיינער וואוינט נישט אין אויסטראליע האט מען אוועקגעשטעלט דאס לאנד פאר ארעסטאנטן דעם טן פעברואר איז נייער דרום וויילס געווארן א בריטישער קאלאניע פון דער ערשטער זידלונג איז געווארן די שטאט סידני די קאלאניע דרום אויסטראליע איז געגרינדעט געווארן אין ווי א פרייע קאלאניע דה נישט פאר ארעסטאנטן אין די ער יארן האט אנגעהויבן אין אויסטראליע א גאלד געיעג דעם טן יאנואר האט מען פאראייניגט די קאלאניעס פון אויסטראליע אין א פעדעראציע די קאמאנוועלט פון אויסטראליע וואס איז געווארן א דאמיניאן פון דער בריטישער אימפעריע אויסטראליע האט באטייליגט אין ביידע וועלט מלחמות אונטערן בריטישן קרוין אין האט מען געהאלטן א רעפערענדום וואו פון אלע וויילער האבן אפגעווארפן א פארשלאג לויט וואס אויסטראליע זאל ווערן א רעפובליק די צווי גרעסטע שטעט סידני און מעלבארן האבן ביידע געהאלטן אז זיי דארפן ווערן אויסגערופן ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע נאך אן אויסגעצויגענעם געראנגעל האט די אלגעמיינע זאמלונג פון אויסטראליע באשלאסן דעם טן פעברואר א פשרה צו בויען א נייע שטאט קאנבערא ווי די הויפטשטאט אין האט מען צעטיילט די אויסטראלישע הויפטשטאט טעריטאריע פון ניי דרום וויילס און מען האט אויסגערופן די שטאט קאנבערא געבויט אין דער טעריטאריע ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע אויסטראליע איז א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע מיט א פעדעראלער סיסטעם אויסטראליע איז צוזאמענגעשטעלט פון זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס די זעקס שטאטן זענען די צוויי טעריטאריעס זענען יעדער שטאט און טעריטאריע האט זיין אייגענעם פארלאמענט וואס מאכט געזעצן יעדער שטאט ווערט געפירט דורך א פרעמיער און יעדע טעריטאריע דורך א הויפט מיניסטער דער אויסטראלישער פארלאמענט זיצט אין קאנבערע און מאכט געזעצן פארן גאנצן קאמאנוועלט פון אויסטראליע דער הויפט פון דער פעדעראלער רעגירונג איז דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז סקאט מאריסאן פון דער אויסטראלישער ליבעראלער פארטיי וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון זיין פארטיי אין פון מאלקאלם טערנבול וואס האט אנגעהויבן זיין קאדענץ דעם טן סעפטעמבער אויסטראליע האט א ראש מלוכה די מלכה פון אויסטראליע וואס איז אויך די מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך זי ווערט רעפרעזענטירט אין דער קאמאנוועלט פון אויסטראליע דורכן גובערנאטאר גענעראל היינט קווענטין ברייס און אין די שטאטן דורך א גובערנאטאר אין האט מען אויפגענומען א פאן פאר דער פעדעראציע פון אויסטראליע באזונדער פון די פענער פון די זעקס שטאטן דער פעדעראלער פאן סימבאליזירט דעם דרום שטערן און די מאפע פון די שטערן וואס מען קען זען אינעם דרום האלבקיילעך מיטן ציל פאן אויסדרוקן אז אויסטראליע איז דער איינציקער קאנטינענט וואס געפינט זיך אינגאנצן דרום פונעם עקוואטאר אויך זעט מען אויפן פאן דעם יוניאן פאן וואס ווייזט דאס שייכות פון אויסטראליע צום בריטישן קרוין אין האט מען געהאלטן א רעפערענדום צי אויסטראליע זאל ווערן א רעפובליק מען האט באשלאסן אז אויסטראליע בלייבט א מאנארכיע מיטן בריטישן מאנארך אלס ראש מלוכה אויסטראליע איז א רייך לאנד וואס גענערירט איר איינקומפט פון פארשידענע מקורות איינשליסנדיג מינעריי עקספארט טעלעקאמוניקאציע באנקירן און פאבריקאציע זי האט א פריי מארק עקאנאמיע מיט ווייניג ארעמקייט די וואלוטע פון אויסטראליע און נארפאלק אינדזל איז דער אויסטראלישער דאלאר וואס דינט אויך ווי די וואלוטע פון די אומאפהענגיקע פאציפישע אינדזל לענדער קיריבאטי נאורו און טואוואלו די אויסטראלישע בערזע איז די טע גרעסטע אין דער וועלט אויסטראליע האט די טע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט אין איז די אויסטראלישע רעגירונג געווען שולדיג א חוב פון ביליאן פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט די לעצטע יאר האט אויסטראליע געוואקסן מיט א דורכשניט יערלעכער ראטע פון קעגן דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג דורכשניט יערלעכער ראטע פון אין מיי האבן מענטשן געהאט ארבעט מיט אן ארבעטסלאז ראטע פון אויסטראליע איז דער וועלט ס פערט גרעסטער עקספארטירער פון וויין די וויין אינדוסטריע ברענגט אריין ביליאן צום לאנד ס עקאנאמיע אויסטראליע באדעקט א שטח פון קוואדראט קילאמעטער זי איז ארומגענומען מיט די אינדישן און פאציצפישן אקעאנען און איז צעשייד פון אזיע אריבער די אראפורא און טימאר ימען דער קאראל ים ליגט ביים בארטן פון קווינסלאנד און דער טאסמאן ים ליגט צווישן אויסטראליע און ניי זילאנד אויסטראליע איז דאס זעקסט גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח און האט קילאמעטער פון בארטן אויסטראליע ליגט צווישן די גארטל ליניעס און דרום און צווישן די מערידיאנען און מזרח לענגאויס דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע לענגער ווי קמ געפינט זיך דער גרויסער באריער ריף וואס איז דער גרעסטער המשך פון קאראל ריפן אין דער וועלט און דער גרעסטער סטרוקטור אין דער וועלט צאמגעשטעלט פון לעבעדיקע ארגאניזמען דער העכסטער בארג אויף דער יבשה פון אויסטראליע איז קאשיושקא בארג הויך מעטער אזוי ווי אויסטראליע איז זייער גרויס האט זי פארשידענע לאנדשאפטן מיט טראפישע רעגנוועלדער אין דעם צפון מזרח בארג קייטן אין דרום מזרח דרום מערב און מזרח און א טרוקענער מדבר אין דעם צענטער פון לאנד דער קאנטינענט איז גאר טרוקן און דער דורכשניט יערלעכער רעגן איז ווינציגער פון ממ די באפעלקערונג ענגקייט איז פון די נידריגסטע אין דער וועלט מיט באוואוינער א קוואדראט קמ דער קלימאט פון אויסטראליע איז שטארק באאיינפלוסט פון אקעאן שטראמען דער מערסט פארשפרייט בוים אין די אויסטראלישע וועלדער איז דער אייקאליפט די באקאנטע אויסטראלישע בעלי חיים זענען די פלאטיפוס קענגורו קאאלא און וואמבאט גאר א סך סגאלן פון אויסטראלישע לעבן מער נישט זייט די אייראפעער זענען אנגעקומען ווערנט צוויי יארהונדערטער זענען די מערהייט פון באזעצער געקומען פון די בריטישע אינזלען און היינט זענען די אויסטראליער בעיקר פון בריטישע און אירישע אפשטאמונג עס ווערט געשאצט אז פון אויסטראליער שטאמען פון אזיע זייט דעם סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט די באפעלקערונג פון אויסטראליע פארמערט פיר מאל דאך איז די באפעלקערונג ענגקייט פון די ווייניגסטע אין דער וועלט און די הייזער זענען דורכשניטלעך צוויי מאל אזוי גרויס ווי אין מערב אייראפע די אימיגראציע קיין אויסטראליע איז גאנץ הויך צוויי אויסטראליער פון יעדן זיבן זענען געבוירן געווארן אין א פרעמד לאנד אויסטראליע האט נישט קיין אפיציעלע שפראך אבער פראקטיש איז ענגליש די נאציאנאלע שפראך אויסטראלישע ענגליש איז א ביסל אנדערש ווי אנדערע דיאלעקטן פון ענגליש סיי אין גראמאטיק סיי אין אויסלייג לויטן צענזוס פון אין בערך פון שטיבער איז ענגליש די איינציקסטע שפראך וואס מ רעדט יידן זענען געקומען קיין אויסטראליע שוין אינעם טן יארהונדערט ווען מען האט אויפגעשטעלט די ארעסטאנטן זידלונג אין אין האט מען געגרינדעט די ערשטע שול אין סידני אבער די קהילה איז געבליבן קליין ביז די כוואליעס פון אייראפעאישע יידישע אימיגראנטן צווישן די צוויי וועלט מלחמות און נאך די יידן אין אויסטראליע זענען קאנצענטרירט מערסטנס אין די שטעט סידני און מעלבארן וואס יעדע האט אומגעפער יידן דערצו וואוינען עטלעכע יידן אין פערט און נאך אין בריסביין ניוקאסל און אדעלייד די מעלבארנער קהילה איז צאמגעשטעלט מערסטנס פון פוילישע חורבן איבערלעבער און די סידני קהילה נעמט איין יידן פון ענגלאנד אונגארן און לעצטנס פון דרום אפריקע די פערט קהילה האט געוואקסן א סך זייט דער ענדע פון אפארטהייד אין דרום אפריקע ווען א סך יידן האבן אימיגרירט אין מערב אויסטראליע גאנץ א הויכער פראצענט פון יידישע קינדער באקומען א יידישן חינוך אומגעפער יידן זענען פון דער באפעלקערונג פון אויסטראליע לעטלאנד לעטיש איז א לאנד אינעם באלטישן ראיאן פון צפון אײראפע עס גרענעצט עסטלאנד צו צפון ליטע צו דרום רוסלאנד צו מזרח און בעלארוס צו דרום מזרח אריבער דעם באלטישן ים צו מערב ליגט שוועדן דער שטח פון לעטלאנד באדעקט קוואדראט קמ די הפטשטאט פון לעטלאנד איז ריגע לעטלאנד איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זײט דעם טן סעפטעמבער פון דעם אייראפעישן פארבאנד זײט דעם טן מיי און פון נאטא זײט דעם סטן מערץ דעם טן יאנואר איז די לעטישע וואלוטע דער לאץ געטוישט פארן איירא אויך איז לעטלאנד א מיטגליד אין די אייראפעראט אינטערנאציאנאלן געלטפאנד און וועלט האנדל ארגאניזאציע לעטלאנד געפינט זיך אויפן מזרח בארטן פונעם באלטישן ים און ליגט אויפן מזרח אייראפעישין פלוין רוב פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער בעיקר סאסנעס דער פארלאמענט פון לעטלאנד די סאיעמא האט מיטגלידער פארן צווייטן וועלט קריג איז מרדכי דובין דער פירער פון אגודת ישראל אין לעטלאנד געווען א מיטגליד אין דער סאיעמע דאס עסטרײך דײטשיש אפיציעל די רעפובליק פון עסטרײך דײטשיש איז א פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין צענטראל אײראפע זיין הויפטשטאט איז וויען עס וואוינען דארט מער ווי מיליאן מענטשן פון זיי עטליכע טויזנט יידן רוב פון די אידן וואוינען אין דער הויפטשטאט וויען עסטרייך גרענעצט מיט אכט לענדער דייטשלאנד און טשעכיי פון צפון סלאוואקיי און אונגארן פון מזרח סלאוועניע און איטאליע פון דרום און שווייץ און ליכטנשטיין פון מערב עסטרייך באדעקט א שטח פון קוואדראט קמ דאס לאנד ליגט אין די אלפן און איז איבעראל בערגיק נאר פון לאנד איז נידריגער ווי מעטער און דער העכסטער פונקט איז מעטער איבערן ים פלאך די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדט א בייערישן דיאלעקט פון דייטש ווי זייער מוטערשפראך און די אפיציעלע שפראך איז עסטרייכישע דייטש אויך אונגאריש און סלאוועניש זענען אפיציעלע שפראכן אין טייל פון לאנד עסטרייך האט א היסטאריע וואס גייט צוריק מער ווי טויזנט יאר פונעם טן יארהונדערט אין דעם טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע אין האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכישע אימפעריע אין דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע די עסטרייך אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה די ערשטע עסטרייכישע רעפובליק איז געגרינדעט אין מיט א קלענערן שטח לאנד אין האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד די אקופאציע האט געענדיגט אין ווען דער עסטרייכישער שטאט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאט אין יענעם יאר האט דער עסטרייכישער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך היינט איז עסטרייך א פארלאמענטארע דעמאקראטיע וואס באשטייט ניין פעדעראלע שטאטן די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ווין מיט א באפעלקערונג העכער פון מיליאן עסטרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין דער וועלט מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש פון געשאצט דאס לאנד האט א הויכן לעבן סטאנדארט עסטרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זייט פונעם אייראפעישן פארבאנד זייט און האט אדאפטירט די אייראפעאישע וואלוטע די איירא אין עסטרייך געהערט צו דער שענגען זאנע אזוי אויך געהערן אלע שכנותדיקע לענדער קומט אויס אז ביי די גרענעצן פון עסטרייך עקסזיסטירט נישט קיין קאנטראל אין יאר האט קארל דער גרויסער איינגענומען דעם שטח וואס איז היינט עסטרייך דעם נאמען עסטרייך טרעפט מען צום ערשטן מאל אין געשריבן אין איז עסטרייך געווארן א הערצאגשאפט נאכן טויט פון פרידריך דער צווייטער אין האט אטאקאר דער צווייטער פון בעהמען באקומען הערשאפט איבער די הערצאגשאפטן פון עסטרייך סטיריע און קארינטיע אין האט אים געזיגט רודאלף וואן האפסבורג פון דעמאלסט אן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז עסטרייך געבליבן אין די הענט פון דער האפסבורג דינאסטיע אין האט עסטרייך אנעקסירט באסניע און הערצעגאווינע ווען דער ארציהערצאג פראנץ פערדינאנד איז דערהרגעט געווארן אין סאראיעווא אין דורך א באסנישן סערב איז דאס געווען א תירוץ פאר עסטרייך אונגארן פארן עסטרייכער קייסער צו פראקלאמירן מלחמה קעגן סערביע און דורך דעם האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה וואס ביי איר סוף איז די עסטרייך אונגארישע אימפעריע צעטיילט געווארן מער ווי איין מיליאן עסטרייך אונגארישע זעלנער זענען אומגעקומען ביי דער ערשטער וועלט מלחמה נאך א רעפערענדום אין איז עסטרייך געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד דעם טן יאנואר דער עסטרייכישער פארלאמענט געפינט זיך אין וויען די גרעסטע שטאט און הויפטשטאט פון לאנד עסטרייך איז געווארן א פעדעראלע פארלאמענטארע דעמאקראטישע רעפובליק דורך דער פעדעראלע קאנסטיטוציע פון די פאליטישע סיסטעם פון דער צווייטער רעפובליק מיט ניין שטאטן איז באזירט אויף דער קאנסטיטוציע פון און וואס איז ווידערמאל איינגעפירט געווארן דעם טן מיי עסטרייך איז א פעדעראלע רעפובליק וואס איז צוטיילט אין ניין לענדער די שטאטן זענען צעטיילט אין באצירקן און סטאטואר שטעט דיסטריקטן זענען צעטיילט ווייטער אין געמיינדעס מוניציפאליטעטן די לענדער זענען נישט סתם אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען נאר זיי האבן פון דער פעדעראלער רעגירונג צו ביישפיל אין ענינים פון קולטור יוגנט און נאטור שיצן בויען מען שמועסט היינט צי ס איז כדאי פאר א קליין לאנד צו האבן צען פארלאמענטן היסטאריש האט עסטרייך שיין בייגעשטייערט צו פארשידענע סארטן קונסט ספעציעל מוזיק אין עסטרייך זענען געבוירן געווארן די בארימטע קאמפאזיטארן יאזעף היידן מיכאל היידן פראנץ ליסט פראנץ שובערט אנטאן ברוקנער און יאהאן שטרויס דער פאטער און יאהאן שטראוס דער זון אין זאלצבורג דעמאלסט אן אומאפהענגיקער פרינציפאליטעט אבער הײנט א טייל פון עסטרייך איז געבוירן געווארן וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט פארטוגאל פארטוגעזיש אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק איז א דעמאקראטישע רעפובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום מערב אײראפע ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע דאט לאנד איז ארומגענומען מיט דעם לאנד שפאניע אויף די צפון און מזרח זייטן און מיטן אטלאנטישן אקעאן בײ די מערב און דרום זייטן צוויי אטלאנטישע ארכיפעלאגן אזארן און מאדירא זענען אויך א טייל פון פארטוגאל דער גרענעץ צווישן פארטוגאל און שפאניע איז לאנג ק מ דער לענגסטער גרענעץ אינעם אייראפעאישן פארבאנד זײן הפטשטאט איז ליסבאן דאס לאנד אינערהאלב די גרענעצן פון היינטיקן פארטוגאל איז געווען באזעצט כסדר זייט פרעהיסטארישע צייטן קודם די קעלטן און די רוימער דערנאך די וויזיגאטישע און סוועבישע גערמאנישע פעלקער וואס אויך זיי זענען געווארן אינוואדירט דורך די מורן די דאזיקע מוסולמענישע פעלקער זענען ענדלעך געווארן פארטריבן בשעת דער קריסטלעכער רעקאנקוויסטא פונעם איבערישן האלבאינזל אין יאר איז געגרינדעט געווארן די ערשטע גראפנשאפט פון פארטוגאל אין יאר האט מען פראקלאמירט אלפאנסא הענריקעס דעם ערשטן מלך פונעם קעניגרייך פון פארטוגאל אין די ט און ט יארהונדערטער האט פארטוגאל פיאנערט דעם אנטדעקונג אלטער און האט פארברייטערט מערבדיקן איינפלוס און געגרינדעט די ערשטע גלאבאלע אימפעריע און איז אזוי געווארן איינע פון דער וועלט ס הויפט עקאנאמישע פאליטישע און מיליטערישע קראפטן אין האט אן ערדציטערניש פארניכטעט ליסבאן ביי די נאפאלעאנישע מלחמות איז פארטוגאל געווארן אקופירט אין האט בראזיל פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל און פון ביז האט געפירט די פארטוגעזישע ברידער קריג נאכאלץ איז פארטוגאל געבליבן שטארק אפגעשוואכט און מער נישט געווען קיין וועלט מאכט די רוימער האבן אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל ערשט אין יאר פאר דער ציווילער רעכענונג אין די לעצטע טעג פון יוליוס קייסער האט מען אנעקסירט כמעט דעם גאנצן האלבאינזל צו דער רוימישער רעפובליק די קארטגינער די קעגנער פון רוים ביי די פונישע מלחמות זענען געווארן אוועקגעטריבן פון זייערע בארטן קאלאניעס אין אנהייב פונעם טן יארהונדערט האבן גערמאנישע שבטים אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל און דארט האבן זיי אויפגעשטעלט זייער קעניגרייך אין יאר האבן די מורן אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל וואס איז דעמאלסט געווארן א טייל פונעם אומאיאדישן כאליפאט און איז געבליבן אונטער די מוסולמענער ביז די אומאיאדן האבן באזיגט די וויזיגאטן און האבן זיך פארשפרייט איבערן האלבאינזל אין יאר איז דער אומאיאדישער כאליפאט איינגעפאלן און דער האלבאינזל איז געבליבן אין דעם עמיראט פון קארדאבע אין איז פארטוגאל געווארן א רעפובליק אין האט די מיליטער איבערגענומען די רעגירונג און פון דעמאלסט האט געהערשט אין פארטוגאל א פאשיסטישע רעגירונג ביז ווען א לינקע מיליטערישע רעוואלוציע האט איבערגעקערט די רעגירונג און געפירט דאס לאנד צו ווערן א דעמאקראטיע אין האט פארטוגאל באפרייט זיינע קאלאניעס מאזאמביק אנגאלא גינע ביסאו די קאפווערדישע אינזלען און סאא טאמע און פרינסיפע פארטוגאל איז אריין אינעם אייראפעישן פארבאנד אין די טעריטאריע פון פארטוגאל שליסט איין א שטח אינעם איבערישן האלבאינזל און צוויי ארכיפעלאגן אינעם אטלאנטישן אקעאן די ארכיפעלאגן פון מאדירא און די אזארן פארטוגאל ליגט צווישן די גארטל ליניעס און און די מערידיאנען און קאנטינענטאלער פארטוגאל ווערט צעשפאלטן דורך זיין הויפט טייך דער טאגוס וואס פליסט פון שפאניע און לאזט אויס זיין וואסער אין דער טאגוס לעפצונג אין ליסאבאן און פון דארטן אין אטלאנטישן אקעאן אריין דער צפון טייל פון לאנד איז בערגיק אבער אינעם דרום טייל געפינען זיך פלוינען דער העכסער שפיץ אין פארטוגאל איז בארג פיקא אויפן אינזל פיקא אין די אזארן דער בארג איז אן אוראלטער וואולקאן הויך מעטער רוב טיילן פון פארטוגאל האבן א מיטללענדישן קלימאט פארטוגאל איז פון די ווארעמסטע לענדער אין אייראפע אין ווינטער פאלט שניי אין די צפון און צענטראלע געגנטן פון לאנד פארטוגאל באקומט צווישן און שעה ן זון א יאר פארטוגאל איז א דעמאקראטישע רעפובליק זייט דער קאנסטיטוציע פון מיט זיין הויפטשטאט אין ליסבאן די גרעסטע שטאט די קאנסטיטוציע טיילט די קראפטן צווישן פיר קערפער דער פרעזידענט פון דער רעפובליק די רעגירונג די פארזאמלונג פון דער רעפובליק און די געריכטן דער פרעזידענט וואס איז דער עקסעקוטיוו ווערט געוויילט אויף א קאדענץ פון פינעף יאר דער היינטיקער פרעזידענט איז מארסעלא רעבעלא דע סאזא די פארזאמלונג פון דער רעפובליק איז א פארלאמענט פון איין קאמער מיט דעפוטאטן וואס מען וויילט פאר א קאדענץ פון פיר יאר די רעגירונג באשטייט פונעם פרעמיער מיניסטער היינט אנטאניא קאסטא און מיניסטארן און שטאט סעקרעטארן מער ווי העלפט פון דער באפעלקערונג איז באשעפטיקט מיט לאנדװירטשאפט מען װאקסט תבואה גרינסן פרוכט מערסטנס ווײנשטאקן פאר װײן און ראזשינקעס איילבירט ביימער און קארק ביימער אויך פאמידארן גערשטן ניס קארשן עסבארע שוועמלעך עופות און רינדערפלייש די הפט צוויגן פון אינדוסטריע זענען סארדינען ראזשינקעס און אייבירט בוימל פארטוגאל האט רעסורסן פון קויל אייזן קופער טונגסטן און צין אין איז פארטוגאל געװארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד און אין האט ער אויפגענונעמן דעם איירא אנשטאט דעם פארטוגעזישן עסקודא די צענטראלבאנק פון פארטוגאל איז באנקא דע פארטוגאל וואס געהערט צו דער אייראפע סיסטעם פון צענטראלבענק פארטוגאל איז דער וועלט ס פירנדיקער פראדוצירער פון פראפן אויך פראדוצירט ער קופער צין טונגסטן און אוראניום פארטוגאל האט א שטארקע טראדיציע אינעם פישעריי סעקטאר און איז פון די לענדער מיטן גרעסטן פארניץ פון פיש פאר א מענטש פארטוגאל איז פון די צוואנציק מערס באזוכטע לענדער אין דער וועלט מיט א דורכשניט פון מיליאן אויסלענדישע טוריסטן א יאר די הויפט טוריסט צילן זענען ליסבאן אלגארוו מאדירא און פארטא פארטוגאל האט א נאציאנאלע באן סיסטעם וואס ציט זיך דורכן גאנצן לאנד און אויך אין שפאניע אריין קאנטינענטאלישער פארטוגאל האט פיר אינטערנאציאנאלע פליפארטן לעבן די שטעט ליסבאן פארטא פארא און בעזשא פארטוגאל האט היבשע רעסורסן פון ווינט און טייך קראפט וואס זענען די צוויי מערסט קאסטן עפעקטיווע באנייבאר קוואלן אין האט פארטוגאל פראדוצירט פון זיין באניץ פון עלעקריע לויטן צענזוס פון האט פארטוגאל געהאט א באפעלקערונג פון פון זיי זכרים און נקיבות נאכדעם וואס פארטוגאל האט פארטריבן די מורן און די יידן איז דאס לאנד געבליבן מיט איין רעליגיע קאטאליציזם און איין שפראך פארטוגעזיש טראצדעם זענען געבליבן טייל יידן אין פארטוגאל על תנאי פון זיך שמד ן און עטלעכע האבן ווייטער געהיטן יידישקייט אויף א געהיימען אופן למשל די יידן פון בעלמאנטע וואס פירן זיך היינט אפנטלעך יידיש די פארטוגעזער זענען אן איבערישע עטנישע גרופע די ערשטע ידיעות וועגן יידן אין פארטוגאל זענען פונעם טן יארהונטדערט ווען שוין דעמאלסט האבן די שטעט ליסבאן בעזשא און סאנטארע געהאט יידישע פערטלן אין בשעת דעם גירוש פון די יידן פון שפאניע האט מען דערלויבט יידן פון שפאניע זיך צו באזעצן אין פארטוגאל נאכן צאלן א היבשן אפצאל צו דער רעגירונג אין האט אנגעהויבן פועל ן אין פארטוגאל די פארטוגעזישע אינקוויזיציע אפיציעל זענען נישט געבליבן נאכהער קיין יידן אין פארטוגאל אבער א סך האבן געלעבט ווי אנוסים און האבן געהיטן יידישקייט געהיימלעך א סך פון די האנוסים אין פארטוגאל האבן עמיגרירט קיין מאראקא סאלאניקי אמסטערדאם בראזיל און אין דער אטאמאנישער אימפעריע וואו זיי האבן געלעבט אפנטלעך ווי יידן צוויישן די פארטוגעזישע אנוסים ווערן גערעכנט דער מאטעמאטיקער פעדרא נונעז און דער דאקטער גארסיע ד ארטע אין ערשטן יארצענדלינג פונעם סטן יארהונדערט זענען געווען אין פארטוגאל יידן מערסטנס אין ליסבאן פארטוגאל האט אנטוויקלט זיין אייגענע קולטור וואס איז אבער געווארן באאיינפלוסט דורך די פארשידענע ציוויליזאציעס וואס זענען אדורך דעם מיטלענדישן ים און דעם אייראפעאישן קאנטינענט צווישן די נייע קולטורעלע אנשטאלטן זענען דער בעלעם קולטורעלער צענטער אין ליסבאן און די סעראלוועס פונדאציע און קאסא דא מוסיקא אין פארטא פארטוגאל איז די היים פון פופצן אונעקסא וועלט ירושה ערטער דער אכטער אין אייראפע און טער אין דער וועלט דער טראדיציאנעלער ארכיטעקטור האט דעם מאנועלין סטיל וואס שטאמט פון די ערשטע יארצענדלינגען פונעם טן יארהונדערט א טיפישער ביישפיל פון דעם ארכיטעקטור איז דער בעלעם טורעם פארטוגעזישע ליטעראטור איז פון די ערשטע מערבדיקע ליטעראטורן איינער פון די ערשטע דראמאטורגן איז געווען זשיל וויסענטי דער דיכטער לואיז וואז די קאמויס האט געשריבן די עפישע פאעסיע די לוסיאדן זשאזע סאראמאגא האט באקומען דעם נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין פוטבאל איז דער פאפולערסטער ספארט אין פארטוגאל שפאניע עספאניא איז א לאנד אין דרום מערב אײראפע אויפן איבערישן האלבאינזל צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיט פראנקרייך און אנדארע און פון מערב מיט פארטוגאל און מיטן אטלאנטישן אקעאן די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן לעבן דעם בארטן פון אפריקע שפאניע איז א מיטגליד לאנד פונעם אייראפעישן פארבאנד איר הפטשטאט איז מאדריד זייט איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעל קעניגרייך און איר קעניג איז כואן קארלאס דער ערשטער די הויפט שפראך איז שפאניש אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מען קאטאלאניש די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איז קאטאליציזם שפאניע באדעקט א שטח פון קוואדראט קמ און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע נאך פראנקרייך זי האט א באפעלקערונג פון מיליאן מענטשן מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט שטאט אין יאר ה רנב האט קעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטע אינקוויזיציע שפאניע איז היינט א דעמאקראטיע מיט דער טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט אין אוראלטע צייטן האבן געוואוינט אין היינטיקער שפאניע די איבערישע און די קעלטן די פעניקער האבן געבויט דארט שטעט צו האנדלען מיט צין און זילבער שפעטער האט די רוימישע אימפעריע געהערשט איבער שפאניע מער ווי יאר ווען די רוימישע אימפעריע איז איינגעפאלן האבן פארשידענע גערמאנישע שבטים איבערגענומען דאס לאנד אין האבן אראבער איבערגענומען די הערשאפט און דערנאך האבן די מוירן פון צפון אפריקע געהערשט איבערן לאנד במשך יאר די ציוויליזאציע איז געווען פארגעשריטן אין ארכיטעקטור זיי האבן געבויט שיינע געביידעס א סך פון זיי שטייען נאך אין די שטעט סעווילא גראנאדע און קארדאבע אין אנדאלוזיע אין האט פערדינאנד דער מלך פון אראגאן און זיין ווייב איזאבעלא מלכה פון קאסטיל פארטריבן די לעצטע מורן און אזוי איבערגענומען גאנץ שפאניע אין דעם זעלבן יאר האבן זיי געצוואונגען אלע יידן זיך צו שמדן אדער צו פארלאזן דאס לאנד אויך אין דעם יאר האבן זיי געשיקט קריסטאפער קאלאמבוס אריבער דעם אטלאנטישן אקעאן וואו ער האט געפונען די קאראאיבישע אינזלען אין האט קאלאמבוס אנטפלעקט די קאראיבישע אינזלען און עטלעכע יאר נאכהער אויך דעם קאנטינענט אמעריקע חאזע טארדסיאס פון יאר האט צעטיילט די נייע וועלט צווישן שפאניע און פארטוגאל די אנטוויקלונגען דאס פארטיגע ניצחון אויף די מוסולמענער אין דעם איבערישן האלבאינזל און אנטפלעקן אמעריקע האבן געקערט שפאניע צו אן אייראפעאישע און אויך וועלטלעכע גרויסמאכט אין די טן און טן יארהונדערטער א תקופה באקאנט ווי די גאלדענע צייטן פון שפאניע די שפאנישע אימפעריע וואס האט פארטיליקט די אינקא און אזטעק אימפעריעס האט געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון דרום אמעריקע און צענטראל אמעריקע אויף א טייל פון די קאראיבישע אינזלען און אויפן דרום טייל פון צפון אמעריקע שפאניע האט פארשקלאפט די אריגינעלע באוואוינער פון אמעריקע האט אויפגעשטעלט זידלונגען און האט גענאסן פון א פליסנדיקן שטראם פון רוישטאף בעיקר זילבער און גאלד שפאניע באדעקט א שטח פון קמ און איז דאס סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט דער העכסטער שפיץ איז טעידע אין טענעריפע וואס איז דער דריטער גרעסטער וואולקאן אין דער וועלט די שטאט ליוויע איז אינגאנצן ארומגענומען פון פראנקרייך שפאניע נעמט איין אויך די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן פאלגנד איז די באפעלקערונג פון די אינזלען די הויפט טייכן אין שפאניע זענען די טאכא קמ טייל אין פארטוגאל עברא דוערא גוואדיאנא און דער גוואדאלקיוויר קמ שפאניע האט דריי קלימאט זאנעס די היינטיקע קאנסטיטוציע פון שפאניע שטאמט פון וואס האט פעסטגעשטעלט שפאניע ווי א דעמאקראטיע מיט א קאנסטיטוציאנעלער מאנארכיע מ האט באשטעטיקט די קאנסטיטוציע אין א רעפערענדום דעם טן דעצעמבער דורך פון אלע וויילער לויט דער קאנסטיטוציע באשטייט שפאניע פון אויטאנאמישע געמיינדעס און צוויי אויטאנאמישע שטעט וואס געהערן צום שפאנישן פאלק דער פארלאמענט פון שפאניע באשטייט פון צוויי הייזער דער קאנגרעס פון דעפוטאטן האט מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דורך פראפארציאנעלער רעפרעזענטאציע דער סענאט האט סענאטארן פון זיי ווערן געוויילט דורכן פאלק און ווערן באשטימט דורך די ראיאנישע פארלאמענטן אלע דעפוטאטן און סענאטארן דינען פאר א קאדענץ פון פיר יאר נאך דעם טויט פון פראנקא אין האט שפאניע אנגעהויבן א נייע תקופה אין אירע אויסלענדישע באציאונגען זי איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין איז שפאניע געווארן א מיטגליד אין נאטא שפאניע האט באזונדערע באציאונגען מיט שפאנישער אמעריקע און די פיליפינען שפאניע האט א קאפיטאליסטישע געמישטע עקאנאמיע וואס איז די דרייצענטע גרעסטע אין דער גארער וועלט די פינפטע גרעסטע אינעם אייראפעישן פארבאנד און די פערטע גרעסטע אין דער אייראזאנע ארבעטסלאזיקײט אין שפאניע איז געשטאנען איבער אין די אנהייב ער יארן אבער ביז איז זי אראפ צו די שוואכע פונקטן פון דער עקאנאמיע זענען א הויכע אינפלאציע ראטע און אויך לויט דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג א שוואכע בילדונג סיסטעם אין פארהעלטעניש צו אנדערע אנטוויקלטע לענדער אזוי ווי די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דאס פאראייניגטע קעניגרייך אין איז דער שפאנישער בודזשעט געווארן באלאנסירט און שפאניע איז אריינגעטראטן אין דער אייראזאנע זייט די ער יארן זענען עטלעכע שפאנישע פירמעס געווארן פיל נאציאנאל און האבן פארשפרייט זייערע טעטיקייטן אין לאטיינישער אמעריקע וואס האט שטארקע קולטורעלע פארבינדונגען מיט שפאניע אין דער לעבנס קוואליטעט אומפרעג געפינט זיך שפאניע אין די ערשטע אין דער וועלט העכער פון פראנקרייך דייטשלאנד דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דרום קארעע אין די לעצטע פיר יארצענדלינגען האט טוריזם אין שפאניע געוואקסן צו ווערן דאס צווייטע גרעסטע אין דער וועלט מיט א ווערט פון ביליאן איירא אומגעפער פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין בערך נאר פראצענט פון שפאניעס קולטיווירטער ערד ווערט באוואסערט אבער עס ווערט געשאצט אז דאס איז דער קוואל פון צו פראצענט פון דער ווערט פון געראט פראדוקציע און פראצענט פון אגריקולטורעלן עקספארט מער ווי העלפט פונעם באוואסערטן שטח איז איינגעפלאנצט מיט קוקורוזע פרוכטביימער און גרינסן אנדערע אגריקולטורעלע פראדוקטן וואס האבן הנאה פון באוואסערונג שליסן איין טרויבן באוול בוריקעס קארטאפל קטניות איילבירט ביימער מאנגאס טאמאטעס און געפיטער גראזן ווענדנדיק אויפן געראט ס איז מעגלעך אויף פראצענט פון דער באוואסערטער ערד צו באקומען צוויי גערעטענישן אין א יאר די טראדיציאנעלע לאנדווירטשאפט פראדוקטן פון שפאניע ציטרוס פרוכטן גרינסן תבואה איילבירטן אויל און וויין זענען נאכאלץ וויכטיג אין יאר זענען ליגניט ברוינער קויל און ביטומענישער קויל שווארצער קויל די הויפט מינעראלישע רעסורסן פאר דעם שפאנישן ענערגיע מארק המחצבים אין דעם געביט פון מעטאלן איז מערסט געווען צינק און צווישן אינדוסטריעלע מינעראלן איז געווען בעיקר נאטריום כלאריד טיש זאלץ די הויפט קוילן מינעס געפינען זיך אין אסטוריאס פראווינץ און אין צפון פון לעאן די מינעראלשיכטעס פון אייזן געפינען זיך ארום די שטעט סאנטאנדער און בילבאו אין דעם שטעטל אלמאדן לעבן סיודאד ריאל איז אמאל געווען א דייטיקע פראדוקציע פעאיקייט פון דעם מעטאל קוועקזילבער שפאניע איז איינע פון דער וועלט ס פירנדיקע לענדער אין דער אנטוויקלונג און פראדוקציע פון באנייבארער ענערגיע אין איז שפאניע געווארן דער זונקראפט וועלט פירער שפאניע האט א צעטראליזירטע סיסטעם פון שאסייען מיט זעקס שאסייען וואס פארבינדן מאדריד מיט באסקנלאנד קאטאלאניע וואלענסיע מערב אנדאלוסיע עקסטרעמעדורע און גאליסיע שפאניע האט די ברייטסטע הויכגיך באן נעצווערק אין אייראפע און די צווייטע ברייטסטע אין דער וועלט נאך כינע אין אקטאבער האט שפאניע געהאט קמ פון הויכגיך גערעלסן וואס פארבינדן מאלאגא סעווילע מאדריד בארצעלאנע וואלענסיע און וואלאדאליד מיט באנען וואס פארן ביז קמ א שעה די באנען זענען זייער פינקטלעך מיט וואס קומען אן צו דער צייט די צווייטע אין דער וועלט נאכן יאפאנישן שינקאנסען מיט אין שפאניע זענען פובליקע פליפארטן דער מערסט באשעפטיקט איז מאדריד מיט מיליאן פאסאזשירן אין דער טער מערסט באשעפטיקטער אין דער וועלט אין האט די באפעלקערונג פון שפאניע אפיציעל דערגרייכט מיליאן איינוואוינער פון דער באפעלקערונג זענען געבוירענע שפאניער די אימיגראנטן שטאמען בעיקר פון לאטיינישער אמעריקע צפון אפריקע און מזרח אייראפע די שטעט מיט דער גרעסטער באפעלקערונג זענען אײראפע איז איינע פון די זיבן קאנטינענטן צו דער צפון זײט איז דער ארקטישער אקעאן צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען מזרח מערב דרום צפון און צענטראל אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח און באדעקט בערך קוואדראט קמ דה פון דער ערד ס אייבערפלאך און בערך פונעם שטח פון דער יבשה אייראפע האט אומגעפער לענדער דאס גרעסטע סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג איז רוסלאנד וואס באדעקט פונעם קאנטינענט אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט אייראפע איז דער דריטער מערסט באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע מיט א באפעלקערונג פון מיליאן וואס איז פון דער וועלט ס באפעלקערונג כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע גרויסע קאנטינענטן אמעריקע וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע נעמליך די פאראייניגטע שטאטן אפריקע אייראפע אזיע אויסטראליע די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאנטינענטן אבער יעדער קאנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל זי גרעניצט זיך מיט אזיע זי פארמאגט פילע לענדער פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע דער גרענעץ צווישן אייראפע און אזיע נעמט איין די אוראל בערג אין רוימישע צייטן האט מען געהאלטן אז דער טייך דאן איז א טייל פונעם גרענעץ אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמק אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק דעמב טענענבוים סאסנע און די בערעזע פונעם טן יארהונדערט איז די ביזאנטישע אימפעריע געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון איסלאם און די כאליפאטן מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער אבו באקר דער ערשטער כאליף פונעם ראשידון כאליפאט וואס איז אריין אין סיריע און רוימישער מעסאפאטאמיע אונטער אומאר דער צווייטער כאליף האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע ווי אויך רוימישע פאלעסטינע רוימישע עגיפטן און טיילן פון קליין אזיע און רוימישע צפון אפריקע דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן אומאישן כאליפאט וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם איבערישן האלבאינזל אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען ציפערן מאלטא קרעט סיציליע און טייל פון דרום איטאליע די מוסולמענער האבן אנגעהויבן אינוואדירן דעם איבערישן האלבאינזל דעם סטן אפריל ווען זיי זענען אריינגעקומען אין גיבראלטאר אונטער טאריק איבן זאיאד פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער צפונדיק במשך אכט יאר איז כמעט דער גאנצער איבערישער האלבאינזל געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער אומאישער אימפעריע זיי זענען ווייטער געגאנגען אריבער די פירענעען אבער זיי זענען באזיגט געווארן אינעם קאמף פון טור אין האבן די אבאסידן אראפגעווארפן די אומאיאדן און זיי אויסגעהרגעט אין איז געגרינדעט געווארן די הייליגע רוימישע אימפעריע אונטער דעם פראנקישן מלך קארל דער גרויסער וואס דער פויבסט האט אים געזאלבט קייסער פון דעם טן יארהונדערט ביזן טן יארהונדערט זענען אייראפעישע אויספארשער ארומגעפארן די וועלט אויספארשן נייע לענדער די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך ביים סוף פונעם טן יארהונדערט האט געברענגט צו דייטיקע ענדערונגען אין אייראפע גרעסערע פראספעריטעט און וואוקס אין באפעלקערונג אבער האט אויך צעטרייסלט די טראדיציאנעלע עקאנאמישע און געזעלטשאפטלעכע סטרוקטור נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט די מאפע פון אייראפע שטארק געטוישט מיט עטלעכע נייע לענדער אייראפע איז א האלבאינזל וואס פארנעמט דעם מערבדיקן פינפטל פון אייראפע אזיע די ים גרענעצן פון אייראפע זענען דער ארקטישער אקעאן צו צפון דער אטלאנטישער אקעאן צו מערב און די מיטלענדישער שווארצער און קאספישער ימען צו דרום אין דרום געפינען זיך בארגקייטן די אלפן די פירענעען און די קארפאטן בערג מער צו צפון געפינט זיך דער גרויס אייראפעאישער פלוין אייראפע ליגט בעיקר אין די מילדע קלימאט זאנעס צוליב דעם גאלף שטראם וואס ברענגט ווארעמע וואסער צו די ברעגן פון אייראפע איז דער קלימאט אין אייראפע מילדער ווי אין אנדער ערטער ביי די זעלבע גארטל ליניעס דער גאלף שטראם ווערט גערופן אייראפעס צענטראל הייצונג דערפאר זענען די יערלעכע דורכשניט טעמפעראטורן אין נאפאלי קעגן אין ניו יארק אויף כמעט דער זעלבער גארטל ליניע אויך בערלין דייטשלאנד וואס איז אויף דער זעלבער גארטל ליניע ווי קאלגארי קאנאדע און אירקוטסק אין אזיאטישן רוסלאנד האט א דורכשניט יאנואר טעמפעראטור העכער ווי אין קאלגארי און כמעט העכער ווי אין אירקוטסק אין יאר איז די באפעלקערוענג פון אייראפע געשאצט געווארן מיליאן לויט די פאראייניגטע פעלקער א ביסל מער ווי א ניינטל פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער וועלט די לענדער פון אייראפע זענען כולל די מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד אייראפע האט די גרעסטע עקאנאמיע פון אלע קאנטינענטן צווישן די לענדער אין אייראפע די רייכסטע זענען די מערב לענדער די מזרח לענדער קומען ערשט ארויס פון דעם איינבראך פון די סאוועטן פארבאנד און יוגאסלאוויע דער אייראפעישער פארבאנד א צווישן רעגירונג קערפער פון אייראפעישע שטאטן איז דער גרעסטער איינציקער עקאנאמישער שטח אין דער וועלט אצינד לענדער באניצן דעם איירא ווי א שותפותדיקע וואלוטע פינף אייראפעישע לענדער ווערן פאררעכנט צווישן די ערשטע צען עקאנאמיעס לויטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט דאס שליסט איין ראנגען לויטן דייטשלאנד דאס פאראייניגטע קעניגרייך רוסלאנד פראנקרייך און איטאליע אייראפעישע שפראכן געהערן כמעט אלע צו דריי גרופעס פון די אינדא אייראפעישע שפראכן די ראמאנישע שפראכן וואס שטאמען פון לאטיין פון דער רוימישער אימפעריע די דייטשישע שפראכן וואס שטאמען פון דרום סקאנדינאוויע און די סלאווישע שפראכן די סלאווישע שפראכן האבן די מערסטע מוטערשפראך רעדער אין אייראפע און ווערן גערעדט אין צענטראלע מזרח און דרום מזרח אייראפע ווארשע פליש איז די הויפטשטאט פון פלן זײן באפעלקערונג איז אין יאר יידן האבן געוווינט אין ווארשע זינט דעם טן יארהונדערט דאס רוב ווארשעווער יידן האבן דעמאלט גערעדט יידיש ביים חורבן האבן די נאציס אויפגעשטעלט אין ווארשע די גרעסטע געטא מיט מענטשן זעט מער ווארשעווער געטא ווארשע איז געגרינדעט געווארן אין דעם טן יארהונדערט און איז געווארן א שטאט אינעם טן יארהונדערט נאך דער פאראייניקונג פון פוילן מיט ליטע האט מען געקליבן ווארשע וואס געפינט זיך צווישן דער אלטער פוילישער הויפטשטאט קראקע און דער ליטווישער הויפטשטאט ווילנע פאר דער הויפטשטאט פון דער נייער קאמאנוועלט אין האט דער מלך זיגמונט דער דריטער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פונעם מלך פון פוילן פון קראקע צו ווארשע אין יענער צייט האט ווארשע געהאט איינוואוינער אין דער אלטשטאט זענען געווען הייזער אין דער ניישטאט הייזער און נאך הייזער אין די פארשטעט די הויפט באן סטאנציע איז ווארשע צענטראל באן סטאנציע וואס באדינט סיי אינלענדישע פארקער צו אלע וויכטיגע שטעט אין פוילן און סיי אינטערנאציאנאלע צילן ס זענען פאראן נאך פינעף וויכטיקע באן סטאנציעס אין ווארשע אין תרטו האט מען אויפגענומען הרב דוב בער מייזלס אבד פון ווארשע ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין פטירה אין תרל ווארשע פארמאגט רײכע און אלטע יידישע געשיכטע דווקא דא פארן חורבן האבן זיך באזעצט א סך חסידישע רביס דער מאדזשיצער דער ווארקער דער ראדאמסקער דער נאוואמינסקער ליגן אויפן ארטיקן בית עולם אויף דער גענשער גאס געגרינדעט אין יאר פון ביז דער צווייטער וועלט מלחמה האט די ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא געפלעגט צוזאמען קומען אין ווארשע בעת דער צווייטער וועלט מלחמה איז דער אנדערער בית עולם אויף זײט ווײסל חרוב געווארן ווי אויך ארום שולן און בתי מדרשים די איינציקע וואס שטייט ביז הײנט איז די שול אויפן נאמען פון זלמן און רבקה נאזשיק ווו געפינט זיך איצט די ווארשעווער קהילה געגרינדעט אינעם יאר די קהילה איז א טייל פון דעם ועד הקהילות היהודיות בפולין די קהילה איז ווײט ניט אזוי גרויס ווי אמאל טויזנט פאר דער מלחמה און נפשות איצט אבער זי האלט בײ אויפבויען א יידיש לעבן אין א געוויסן זין איז ווארשע מיט כלערײ טעטיקייטן פון קינדערגארטן ביז א מקוה און חברה קדישא א מוסטער פון יידישן אויפלעב אין מזרח אייראפע לויט די לעצטע שאצונגען עס וווינט אין פוילן אן ערך יידן אבער אין די יידישע קרײזן רעדט מען פון טויזנט מענטשן פון יידישן אפשטאם א סך פון זיי זענען אזוי אדער אנדערש פארטאן אין עפנטלעכע אקטיוויטעטן פון יידישע ארגאניזאציעס ס איז כדאי צו באמערקן אז די מיטגלידער פון חברה קדישא מענער און פרויען זענען דערעיקרשט יונגע מענטשן די אויפגאבע פון דער ק ק ווארשע באשטייט אין העלפן די לעבן געבליבענע פון חורבן ווי אויך יינגערע אין פירן א יידיש לעבן אן אנדער געביט פון טעטיקייט האט צו טאן מיט גרונט אייגענטום וואס די יידישע קהילה האט באקומען פון דער מלוכה אויפן סמך פון דעם רעסטיטוציע געזעץ אזוי ארום איז דער ווארשעווער קהילה צוריקגעגעבן געווארן די ישיבת חכמי לובלין און די שול אין קאזמיר א שטעטל בארימט פון רבי יחזקאל קאזמירער אין דער לובלינער ישיבה געפינט זיך אן אפטייל פון דער קהילה דארטן קען מען אויך באקוקן אן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פון דער ישיבה און איר גרינדער דער וועלט בארימטער רב יהודה מאיר שפירא די קהילה האט לעצטנס ארויסגעגעבן עטלעכע פובליקאציעס געווידמעט דער געשיכטע פון די יידן אין ווארשע צוו אנד דאס געדענקען מאנומענטס יידישע אין ווארשע ווי אויך סידור של ילדים אילוסטרירטער סידור עברי פויליש און שערי תשבה סידור של יום חול און שבת מיט פוילישער איבערזעצונג דער בולעטין פון ק ק ווארשע דערשײנט איעדע צוויי חדשים כינע ווערט אפיציעל גערופן די מענטשנ ס רעפובליק פון כינע איז א לאנד אין מזרח אזיע איר הפטשטאט איז בייזשינג כינע איז דער וועלט ס גרעסטע לאנד אין באפעלקערונג און איינע פון די גרעסטע לענדער אין שטח בערך אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן די כינעזער רופן זייער לאנד זוהאנגאו וואס מיינט צענטראלע לאנד אדער מיטעלע קעניגרייך דער נאמען כינע איז געגעבן געווארן דורך אויסערן לענדער און איז געזעצט אויף א פריערדיגער לאנג יעריגער כינעזער פירער מיט ן נאמען טשין בייזשינג איז כינע ס הויפטשטאט און קולטוראלע עקענאמישע און קאמוניקאציע צענטער די שטאט שאנכיי איז דעם לאנד ס פארנומענסטע שטאט מיט די מערסטע איינוואוינער און איז כינע ס גרעסטע אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט ווי אויך די פארט שטאט פאר אלע אינטערנאציאנאלע ביזנעס מער פון א פינפטל פון דער וועלט ס באפעלקערונג ביליאן מענטשן וווינען אין כינע ארום פראצענט פון די באפעלקערונג זענען כינעזער און די איבעריגע פראצענט זענען צוטיילט צו עטליכע מינאריטעט ס און האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן צווישן זיי זענען מאנגאליש טיבעטיש און אויגור אנערקענט מינאריטעט שפראכן וויאזוי אימער פארשטייען זיך אבער אלע כינעזער איינע מיט די אנדערע דאס איז צוליב זייער שפראך שרייבן סיסטעם וועלכע ס בוכשטאבן רעפרעזענטירן גאנצע ווערטער און נישט די הברה אזויווי אין רוב לענדער פון דער וועלט כינע איז אין די אלטע צייטן געווען דאס דאמינאנטע ציוויליזאציאזירטע לאנד פון גאנץ אזיע אנדערע גרויסע געזעלשאפטן ווי קארעע יאפאן און וויעטנאם זענען אין יענע יארן געווען אונטער כינעזער השפעה אויפציענדיג כינע ס עסן קולטור פיליזאפיע רעגירונג טעכנאלאגיע און דער געשריבענער שפראך צווישן די יארן פונעם טן און טן יארהונדערט האט כינע אויסגעטראפן אסאך פארגעשריטענע ציוויליאזירטע אויסטרעפונגען ווי פאפיר פרינטינג גאן שטויב זיידן און דער קאמפאס וועלכע זענען ערשט גענוצט געווארן אין כינע און זענען שפעטער צושפרייט געווארן אויף די גאנצע וועלט כינע ס פאליטישע שטארקייט האט אנגעהויבן פאלן ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן זיך אנגעהויבן צושפרייטן אין מזרח אזיע אין די מיטעלע יארן פונעם טן יארהונדערט טיילן פון כינע זענען דעמאלט אריבעגעגאנגען צו אנדערע הערשאפטן ווי מעקא צו פארטוגאל און האנג קאנג צו בריטען די שטארקייט פון כינע איז נאך מער צופאלן ווען קאמוניזם האט אנגעהויבן איבערנעמען די וועלט אין די אנפאנג פונעם טן יאר הונדערט כינע האט קוים געהאט דורכגעמאכט א שווערע קריג מיט די יאפאנעזער ווען דאס לאנד איז צוטיילט געווארן איבער די קאמוניזם פראגע און עס האט אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט אנגעהאלטן אסאך יארן ביז אין ווען די קאמוניסטן האבן געזיגט און אויפגעשטעלט די מענטשנ ס רעפובליק אוו כינע די נאציאנאליסטן האבן דעמאלט זיך געשטארק אויף די טייוואנער אינזל און אויפגעשטעלט א נאציאנאלע רעגירונג האבנדיג קאנטראל נאר אויף טייוואן אין פאקט איז טייוואן א טייל פון כינע און אירע פירער האפן נאך אמאל זיך צו פאראייניגן מיט כינע אויב זי וועט אויפלעזן קאמוניזם אבער די צוויי רעגירונגען האבן זיך אפגעזונדערט זייער ווייט איינע פון די אנדערע און די וועלט האט זיי גענומען באטראכטן וויי צוויי אנדערע לענדער וויבאלד עס איז אזוי אנגענומען געווארן האבן אלע גיאגראפישע ארטיקל צוטיילט די צוויי רעגירונגען צו צוויי באזונדערע ארטיקלן ווען איינער באטראכט כינע פון אינדרויסן און אפילו פון אינעווייניג קען מען שווער גלייבן אז דאס איז א קאמוניסטישע לאנד דאס איז ווייל די עקענאמישע סיסטעם איז שטארק רעפארמירט געווארן אין די ער און ער יארן און אויסערן האנדל איז געווארן איינגעפירט אויפ ן העכסטן פארנעם נאך אלעם ווערט נאך אלס כינע באטראכט אלס אן ארים לאנד לויט די וועלטליכע סטאנדארטן די צוויי אינזלן מאקא און האנג קאנג זענען ביידע מיט די יארן צוריקגעגעבן געווארן צו כינע אבער זיי האבן באקומען א ספעציעלע מאס פון אויטאנאמיע דער נאציאנאלער בוים פון כינע איז די סאסנע כינע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין אזיע לויטן שטח נאך רוסלאנד כינע גרענעצט לענדער אויסגערעכנט זייגערווייז פון דרום וויעטנאם לאאס מיאנמאר אינדיע בהוטאן נעפאל פאקיסטאן אפגאניסטאן טאדזשיקיסטאן קירגיזסטאן קאזאכסטאן רוסלאנד מאנגאליי און צפון קארעע די געאגראפיע פון כינע איז פארשפרייט קמ אריבער מזרח אזיע און גרענעצט דעם מזרח כינע ים קארעע בוכטע געלער ים און דרום כינע ים צווישן צפון קארעע און וויעטנאם דורך ברייטע פלאכלענדער אויסגעשפרייטע מדבריות און געהויבענע בערג קייטן כולל ריזיגע שטחים פון אומגאסטפריינדלעכן באדן דער מזרח העלפט פונעם לאנד זיין באדן מיט די בייבארטנדיקע אינזלען איז א ראיאן פון פרוכפערדיקע פלאכלענדער בערג מדבריות סטעפעס און אונטער טראפיקאלישע שטחים דער מערב העלפט פון כינע איז א ראיאן פון פלאטאען און טורעמענדיקע מאסיוון איינשליסנדיק א טייל פון דעם העכסטן הויכלאנד אויף דער ערד מער ווי פראצענט פון די וועלט ס סך הכל באפעלקערונג וואוינט אין כינע פון דעם זענען ארום פראצענט עטנישע האן כינעזער וועלכע האבן באזעצט כינע נאך מיט טויזנטער יארן צוריק די איבעריגע פראצענט זענען פון פארשידענע מינאריטעט נאציאנאלן וועלכע זענען בעיקר באזעצט אין די מערב טיילן פון לאנד ווען די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי סי סי פי איז געקומען צו דער מאכט אין האט די רעגירונג גענומען א צענזוס צו קענען אויסשטעלן א מאפע פאר אירע ערשטע יאר די צענזוס איז פארטיג געווארן אין און האט געוויזן א בערך דיגן חשבון פון איבער מיליאן איינוואוינער א צווייטע צענזוס וועלכע איז גענומען געווארן אין האט געוויזן א פארמערונג צו איינוואוינער די דריטע צענזוס וועלכע איז גענומען געווארן אין האט שוין געוויזן א נומער פון איבער א ביליאן איינוואוינער מאכנדיג כינע די ערשטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג פון איבער א ביליאן איינוואוינער די באפעלקערונג צאל ווערט היינט געשאצט אויף כינע ס באפעלקערונג וואקסט ווייטער אבער ווייט פון אזעלכע פראצענטן ווי אמאל ווייל די געבורט ס ראטע איז דראסטיש געפאלן פון קינדער פער פרוי אין די גער יארן צו אין לויט אן אנדער אויסטייטש איז עס געפאלן פון ניי געבוירענע קינדער פער פרויען יעדעס יאר צו פער יעדע פרויען פראצענטווייז איז די באפעלקערונג העכערונג ראטע פער יאר געפאלן פון פראצענט צו פראצענט נאך אלעם וואקסט נאך אלץ די באפעלקערונג מיט מיליאנען ניי געבוירענע קינדער יעדעס יאר צו האבן אזא גרויסע באפעלקערונג איז נישט גוט צו גארנישט און די כינעזער רעגירונג ארבעט שווער צו געבן ארבעט פאר אזויפיל מיליאנען יונגע כינעזער וואס גייען אריין אין די ארבעט ס קראפט יעדעס יאר כאטש כינע ס עקאנאמיע בליעט פון יאר צו יאר איז אבער נישט מעגליך צו געבן ארבעט פאר אזויפיל מענטשן און אלס רעזולטאט בלייבן אסאך געלונגענע מענטשן מיט גוטע כשרונות אן א דזשאב נאך א שטארקע פראבלעם וואס פלאגט כינע צוליב איר גרויסע באפעלקערונג איז די ענווייראמענט וועלכע ווערט אלס ערגער ווייל צו געבן אזויפיל מענטשן סופלייס האוזינג און עסן פאדערט זיך אסאך ארבעט פון מיליאנען אינדוסטריס און אבנארמאלע קאוואנטום פון קוילן אויסגראבונג פאר ענערגיע וועלכע פארפעסטיגן די לופט זעענדיג אז דאס פאלק פארמערט זיך ווי די פיש אין ים האט די קאמוניסטישע רעגירונג אנגעהויבן פראמאטירן אן איין קינד פאליסי אין דאז געזעץ איז געווארן גאנץ שטרענג אבער נאך אלץ זענען פאראן פאמיליעס מיט מער ווי איין קינד און אין טייל פעלער איז עס אפילו ערלויבט דורך די רעגירונג מענטשן וואס געבארן צוויי קינדער האבן אויסצושטיין צרות פון די רעגירונג אין יעדע אנגעלעגנהייט אזוי אז עס גלוסט זיך נישט פאר קיינעם אויפצוציען א פאמיליע מיט מער ווי איין קינד מער ווייניגער איז די פאליסי געווארן א נאציאנאלע פאקט אז די כינעזער פאמיליעס פארמאגן נאר איין קינד אלע עלטערן שטרעבן צו האבן א יונגל ווייל ביי די כינעזער איז א יונגל די גאנצע זאך ער האלט אן די קולטור און איז געטרייער צו זיינע עלטערן ווען זיי רעטייערן סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב גוי אישע פרויען וועלן ענדערש העלפן זייערע מענער ס עלטערן ווען זיי ווערן אלט ווי זייערע אייגענע אבער מענער העלפן יא זייערע אייגענע עלטערן ווען א כינעזער קאפל געבארט א מיידל איז א גאנצע קלאג מען וויינט און מען טרויערט און דאס לעבן איז מער גארנישט ווערט אין פאקט איז טאקע פאראן אסאך מער מענער און כינע ווי פרויען און צו דעם דארף מען נישט קיין סטאטיסטיק ווייל אין סיי וועלכע כינעזער געגענט מען גייט אדורך קען מען דאס אליין באמערקן אינטערעסאנט איז אז די איין קינד פאליסי איז אין גאנצן נישט גילטיג די מינאריטעט גרופעס אין כינע און זיי מעגן יא האבן גרויסע פאמיליעס די כינעזער זענען פריינטליך און האבן אן אינטערעסע אין זייערע מינאריטעט גרופעס און קענען באשטיין זיי זאלן וואקסן אימיגראציע איז קיינמאל נישט געווען קיין אישו אין כינע און מען געדענקט נישט ווען כינע האט אמאל אריינגענומען אימיגראנטן אבער די פלוס פון איינוואוינער אין כינע ס ראיאנען איז נאך היינט א וויכטיגע אישו דאס ווערט אנגערופן מיגראציע די כינעזער רעגירונג האט נאך אין די גער יארן געשטיצט א מיגראציע פלאן פון די מזרח איינוואוינער זיי זאלן זיך אריבערציען קיין מערב וואו ווייניג מענטשן האבן געוואוינט און זי האט געוואלט אויפארבעטן אויך יענער טייל פון לאנד אין די לעצטע צענדליגער יארן האט די רעגירונג דאס גענומען פיל ערנסטער ווייל עס האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטער פראבלעם צו קענען שאפן דזשאבס פאר אזויפיל מיליאנען יונגע ערוואקסענע מענטשן עס האט אביסל געהאלפן אבער האט מיט דער צייט אויסגעוועפט זעענדיג אז עס ארבעט זיך נישט אויס האט די רעגירונג איינגעשטעלט א הויז געזונד רעגיסטראציע סיסטעם ענליך ווי אן אינערליכער פאספארט סיסטעם אין עטליכע קאמוניסטישע לענדער וועלכע גיט נישט קיין רעכט צו מופן נאר מיט רעגירונג ערלויבעניש פארשטייט זיך אז צו מופן פון מזרח צו מערב ווערט באלד געגעבן אן ערלויבעניש אבער פארקערט קען מען נישט באקומען אזא ערלויבעניש נאר אויב מען האט פון פאראויס א דזשאב אפילו פון א סובורב אריין אין שטאט איז נישט ערלויבט צו מופן נאר מיט אן ערלויבעניש אויב עס שמעקט אן א פארמער אויפצוגעבן זיין פארם וועט ער זיך קיינמאל נישט קענען אריינציען אין שטאט נאר אויב ער האט א גוטע דזשאב פון פאראויס כינע ס שטעט האבן א לאנגע און וויכטיגע טראדיציע אלס צענטערן פון צערעמאניאלע און אדמיניסטראטיווע מאכט איבער די יארן האבן אסאך שטעט זיך אריינגעדרייט און אויפגעשטעלט קאמערציאלע און האנדל צענטערן און לעצטענס אויך אינדוסטריאלע צענטערן כינע האט מער ווי שטעט אין וועלכע די אורבאן געגענט פארמאגן מער ווי איין מיליאן איינוואוינער א מיליאן איינוואוינער איז גענוג צו דעקלערן אן אורבאן שטאט די גרעסטע שטעט זענען שאנכאי דאס לאנד ס גרעסטע אורבאן שטאט און אויך א פארט שטאט בייזשינג די הויפטשטאט קולטוראלע און צענטראלע שטאט טיאנדזשין כינע ס צווייטע גרעסטע פארט שטאט נעבן דעם האי טייך שעניאנג א ריזיגע אינדוסטריע שטאט אין צפון מזרח כינע וואוהאן נאך א פארט שטאט אויפן יאנגענצער טייך גואנגזו אויך א פארט שטאט אויפ ן פערל טייך און טשאנגינג א ריזיגע אינלאנד פארט שטאט אויפ ן יאנגענצער טייך די אלע שטעט זענען היינט די גרעסטע שטעט וועלכע האבן זיך אויפגעבויט אין דעם לעצטן דור און מאכן די עקאנאמיע מער ווי פראצענט פון כינע ס באפעלקערונג רעדן כינעזיש וועלכע איז די אפיציעלע שפראך פון די האן כינעזער די כינעזער שפראך איז די מאדנעסטע שפראך אין דער וועלט וועלכע איז געזעצט בעיקר אויף די שטארקייט פון קול די נוסח און קוועטשעס פאר א פרעמדע מענטש קוקט אויס די כינעזער שפראך ווי די שפראך פון פייגלעך די אקצענט פון די כינעזער שפראך פארמאגט אסאך ווערסיעס אין כינע זעלבסט קען געהערט ווערן עטליכע אקצענטס געוואנדן לויט די ראיאן ארום פראצענט כינעזער רעדן די אזויגערופענע פוטאנגהוא אקצענט און ארום פראצענט רעדן וואס ווערט גערופען די מאנדארין אקצענט די מאנדארין אקצענט ווערט אויך גערעדט דורך רוב כינעזער אויסער כינע נאכדעם זענען פאראן נאך פארשידענע אקצענטס וועלכע ווערן גערעדט דורך פארשידענע גרופעס אין פארשידענע ראיאנען אין כינע אויך אין טייוואן ווערט די שפראך גערעדט מיט אן אייגענעם אקצענט טראץ די פארשידנארטיקייט פון אקצענטס אין די כינעזער שפראך איז די כינעזער געשריבענע שפראך א וואונדערבארע שריפט וועלכע באהעפט אלע כינעזער זיי זאלן זיך פארשטיין איינע די אנדערע די בוכשטאבן זענען גאר מאדנע אבער עס ליגט אסאך דערין יעדעס אות איז באמת א גאנצער ווארט און קען זיך טוישן אויף פארשידענע וועגן געוואנדן לויט די קנייטשן פון די פיסלעך אדער נומער פון די ליניעס פאר א פרעמדן זיך צו גיין לערנען די שפראך איז דאס די שווערסטע שפראך אין דער וועלט די געשריבענע שפראך איז אמאל געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט די כינעזער קאמוניסטישע רעגירונג האט זינט אנגעהויבן אסאך צו פארענדערן אין די שריפטן דורך אראפנעמען שטריכן פון אסאך ווערטער כדי צו מאכן גרינגער זיך אויסצולערנען די שפראך און אזוי ארום פארמערן די שריפטיקייט ראטע אין האט כינע געמאכט א פארמאלע פארלאנג צו די יו ען איינצושטעלן א געלונגענע פינווין סיסטעם וועלכע טוט איבערמאכן כינעזער בוכשטאבן צו ראמענישע בוכשטאבן די סיסטעם איז געגרינדעט געווארן דורך די כינעזער אין די גער יארן רוב כינעזער האלטן איינע פון דריי כינעזער רעליגיעס וועלכע זיי גייען שוין נאך פאר טויזנטער יארן די דריי רעליגיעס זענען באמת די זעלבע גלויבונג נאר צוטיילט אין פארשידענע וועגן להבדיל ווי אידישקייט ליטוויש חסידיש ביי זיי איז נישט פאראן קיין גלח אדער פירער נאר זיי נעמען איבער זייער רעליגיע פון לאקאלע גייסטליכע פירער וועמען זיי רופן א טיטשער לויט זייער רעליגיע איז וויכטיג צו עסן נאר כינעזער קולטור עסן און מאכן אסאך איבונגן און קענען מאכן קונצליכע באוועגונגען אינטערעסאנט איז אז רוב כינעזער קענען גוט קעמפן אבער זיי זענען פרידליכע מענטשן וועלכע טשעפען נישט קיינעם די שטארקייט פון די כינעזער איבונגן ווערט גענומען פון א טראדיציאנאלע כינעזער אטעם וועלכע גוט שטארקייט צו טאן פארשידענע מענואווערעס וואס מען קען נישט טאן סתם אזוי די כינעזער איבונגן סיסטעם איז איינגעטיילט אין פארשידענע וועגן און שטאפלן און ווערט אויך געלערנט דורך אסאך אנדערע מענטשן איבער די גאנצע וועלט עס איז אויך פאראן נאך רעליגיעס אין כינע אין קליינע גרופעס און עס איז אפילו פאראן קריסטן און מוסלעמענער אבער אונטער די קאמוניסטישע רעגירונג זענען זיי נישט ערלויבט אנצוגיין מיט זייער רעליגיעס אין דער עפענטליכקייט די קאמוניסטישע כינע איז ווייט פון אן אמאליגע קאמוניסטישע פירערשאפט וועלכע האבן בכלל נישט צוגעלאזט אנדערע רעליגיעס אין די לעצטע יארן איז אויפגעקומען א ריזיגע גרופע וועלכע האט אנגעהויבן ארגאניזירן א פארדרייטע כינעזער קולטור און האט באקומען אסאך שטיצע די גרופע איז געגרינדעט געווארן דורך אן איינצעלער מענטש און זיין גרופע האט באקומען דעם נאמען פעלאן גאנג די כינעזער רעגירונג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט אין אנפאנג אבער נאך עטליכע יאר האבן נאכגייער געמארשט אין ביי צו פראמאטירן זייער רעליגיע דאס האט אויפגעוועקט די קאמוניסטישע רעגירונג און די גרופע איז געווארן אומלעגאל און ווער עס גייט עס נאך ווערט ארעסטירט זינט דעמאלט האבן שוין די קאמוניסטן ארעסטירט טויזנטער פעלאן גאנג שטיצער די גרעסטע כינעזישע דיכטער זענען געווען דו פו און לי ביי איינער פון די קענטליכע סימנים פון כינעזישער קולטור איז די כינעזישע שריפט ווערנט דער היסטאריע זענען די כינעזישע שריפט סימבאלן דורכגעגאנגען עטלעכע ענדערונגען והואס זענען באריכטעט אין צענדליקע טויזנטער היסטארישע דאקומענטן די כינעזישע קאליגראפיע ווערט גערעכנט די העכסטע פארעם פון קונסט אין כינע ערציאונג האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין כינע ס לאנגע און רייכע קולטורעלע טראדיציע פון ווען אן כינע איז געווארן אן אימפעריע האבן נאר גאר געלערנטע מענטשן געקענט האלטן פאזיציעס פון סאציאלע און פאליטישע פירערשאפט גאר ווייניג איינוואוינער האבן אמאל גוט געקענט די כינעזישע שפראך און שריפט ביז די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאס פארגרינגערט ווי פריער דערמאנט מען שאצט אז נאך אין האבן נאר ארום פראצענט פון פאלק גוט געקענט די שפראך און איר שריפט היינט שטייט די ראטע ביי איבער פראצענט וואס פון דעם איז פאראן א גרעסערער פראצענט מענער פראצענט און ווייניגער פרויען פראצענט צו געבן אן ערציאונג פאר אזא ריזיגן פאלק איז זייער א שווערע ארבעט פאר דער רעגירונג אין די ער יארן זענען ארום מיליאן מיטל קלאס סטודענטן געגאנגען אין שולע וועלכע האט ארויסגעלאזט די ארימערע איינוואוינער וועלכע האבן זיך געווענליך באשעפטיגט מיט לאנדווירטשאפט כדי צו סטאביליזן די סיסטעם האט דער דעמאלטדיגער קאמוניסטישער פירער מאא זעדאנג איבערגעארבעט די ערציאונג סיסטעם און קלענער געמאכט די צווישנשיידן פון די קלאסן דורך רעדוצירן די חילוקים פון מאשין ארבעטער און ביורא ארבעטער אזוי אז יעדער זאל קענען דעגרייכן צו באקומען אן ערציאונג אין סיי וועלכער אפטיילונג כינע איז אסאך דורכגעגאנגען אין ערציאונג אין פארשידענע צייטן און אסאך מאדנע איינפירונגן זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן און זענען שפעטער געווארן אויס איינע פון די זאכן איז געווען א טויש אין די ערציאונג יארן וועלכע איז רעדוצירט געווארן צו יאר אנשטאט כדי צו געבן מער איינוואוינער א געלעגנהייט צו דעגרייכן ערציאונג נאך א געזעץ איז געווען אמאל איינגעשטעלט אז די סטודענטן האבן נישט געדארפט צאלן פאר זייער ערציאונג און האבן געמוזט אין דער זעלבער צייט אויך ארבעטען ביי אינדוסטריאלע ביזנעסער די רעגירונג האט מיט דער צייט איינגעזען אז די אלע זאכן וועלן נישט העלפן די ערציאונג און האבן אלעס צעשטערט היינט צו טאג איז די ערציאונג סיסטעם זייער סטאביל מיט ארום מיליאן סטודענטן אין פארשידענע שולע אפטיילונגן כינע ס לעבנ ס סטיל האט זיך אינגאנצן געטוישט זינט דאס לאנד איז געווארן קאמוניסטיש בעפאר האבן רוב כינעזער געוואוינט אין דערפלעך און האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די צענטראלע אדער לאקאלע רעגירונג יעדע פאמיליע האט נאר געוואוסט צו זאגן פון זיין אייגענע ווילעדזש אדער טאון און די אייגענע פאמיליע האט געשפילט די הויפט ראלע אין סאציאלע אקטיוויטעטן און עקענאמישע פראדוקציע די קאמוניסטישע רעגירונג האט אלעס געשטוישט און געמאכט זיכער אז די צענטראלע רעגירונג באקומט די פולע קאנטראל אין יעדן ווינקל מיט די איבערנעמונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג אין האט זיך דאס לאנד אנגעהויבן אינדוסטריאליזירן און מער מענטשן האבן זיך אנגעהויבן אריינציען אין אורבאן שטעט וואו קאמערציאלע און אינדוסטריאלע ביזנעסער האבן אנגעהויבן בליען אין די שטעט האט די רעגירונג באקומען א בעסערע קאנטראל אויף אלע בירגער אין יעדן הינזיכט פון לעבן רוב שטאטישע איינוואוינער ארבעטן אין רעגירונג ס אפערירנדיגע ביזנעסער וואו זיי זענען געצווינגן נאכצוטאנצן די קאמוניסטישע פלאנירטע עקאנאמיע סיסטעם און אירע געזעצן נאך אלעם איז נאך אלס בעסער צו וואוינען אין די גרויסע שטעט וואו עס איז פאראן א מאדערנע וועלט פון געשעפטן האטעלס אויספלוג ערטער און פארשידענע רעסטוראנטן צו מאכן א גוט לעבן אין כינע דארף מען האבן גוטע באציאונגען מיט דער רעגירונג כדי צו קענען באקומען א גוטע דזשאב און פארדינען אסאך געלט די וואס האבן אביסל געלט וועלן געווענליך שפענדן זייער געלט גרינגערהייט און זיך קויפן שיינע אנצוגן און אויטאס צו ווייזן זייער רייכקייט די רייכע וואוינען אין באזונדערע געגענטער און שיקן זייערע קינדער זיך לערנען איבער די וועלט ווען דאס קינד לערנט זיך א באוואוסטע שפראך ווי ענגליש האט ער די בעסטע געלעגנהייטן צו באקומען דזשאבס אין כינע ס פראפעסיאנאלע גלאבאלזירטע עקאנאמיע און סאסייאיטי די רייכע טייל פון פאלק איז נישט גרויס אבער וואקסט מער און מער פון יאר צו יאר ווי א יאר שפעטער ווערן די רייכע מער רייך און די דיפערענץ צווישן די ארימע און די רייכע ווערט גרעסער און גרעסער די כינעזער זענען בטבע גוטע ארבייטער וועלכע ווערן נישט מיד פון ארבייטן אפילו די וואס קומען ארויס פון כינע און נעמען אן לאקאלע דזשאבס אין דער וועלט ס אורבאניזירטע שטעט זענען אין גרעסטן טייל גאר פלייסיגע ארבייטער די כינעזער זענען פון די קלוגסטע פעלקער אין דער וועלט און האבן ליב צו שטודירן נייע זאכן אפילו ווען זיי ווערן שוין אלט וועלן זיי ווייטער שטודירן און דאס איבערגעבן צו זייערע קינדער צו וועמען זיי זענען זייער געטריי די הויפט סאציאלע אישו אין כינע איז די עקאנאמיע וועלכע ווערט זייער אומ יושר דיג געפירט דורך די קארופטירטע כינעזער קאמוניסטישע רעגירונג דער דיפערענץ צווישן די ארימע און רייכע שטייגט יעדעס יאר און דער דורכשניטליכער ארבייטער פארמאגט א קנאפע פרנסה פון וועלכע ער קען זיך קוים ערהאלטן אפגערעדט פון באצאלן מעדיקל קאסטן געלט איז דארט אלעס און פאר אביסל שוחד עפענען זיך אלע טויערן די ביוראקראטן זענען דורכגעפוילטע לייט וועמען די רעגירונג אינטערעסירט זיי אין לינקן אויער פאר יעדע ריר וואס מען וויל טאן מוז מען באקומען ערלויבעניש פון די רעגירונג וועלכע האט נארישע און אוממענטשליכע געזעצן אבער פאר א פאר דאלאר טוישט זיך אלעס און מען באקומט די פערמיטס גרינגערהייט די סאציאלע סערוויסעס אין כינע איז געוואנדן וואו מען וואוינט און פאר וועמען מען ארבעט די וואס ארבעטן פאר די רעגירונג געניסן פון א רייע בענעפיטן וועלכע אנטהאלט העלט קעיר רעטייערמענט וואקאציעס דיסעביליטי און א באצאלטע באגרעבונגס פראצעדור פארשטייט זיך אז די פירמעס זענען וואס די וואס ליידיגן זיך אויס פאר די בענעפיטן און טאקע דערפאר זענען פאראן טויזנטער ריזיגע כינעזער פירמעס וואס פארדינען ברויט אויף הויזן די וואס וואוינען אין די דערפלעך פארדינען געווענליך מער אבער זיי באקומען נישט קיין איינע פון די בענעפיטן און ברויכן זיך אליין אויסצאלן זייער סאציאלע לעבנ ס קאסטן די כינעזער רעגירונג האט אסאך געטאן צו געבן פרייע העלט קעיר פאר אירע הונדערטער מיליאנען איינוואוינער דאס האט דראמאטיש געטוישט די לעבנ ס שפאן שטאפל וועלכע איז געשטיגן פון יאר אין צו יאר היינט צו טאג יאר פאר מענער און יאר פאר פרויען די הויפט שריט וואס די רעגירונג האט געטאן איז געווען צו טרענירן מער דאקטוירים וועלכע איז געשטיגן פון איין דאקטער פאר יעדע איינוואוינער אין צו איין דאקטער פאר יעדע איינוואוינער אין יאר די כינעזער דאקטוירים שטודירן אונטער א דירעקטע סיסטעם וואס ווערט געפירט דורך די רעגירונג דורכאויס די יארן האבן די דאקטוירים אסאך שטודירט אין הערבעל נארטורליכע מעדעצינען וועלכע איז היינט אן אויפגעכאפטע מעדיצינישע הייל מיטל אין די גאנצע וועלט אין טייל כינעזער שטעט ווערן פינפטלעך פאציענטן באהאנדעלט מיט די הונדערטער ערליי הוירבס נאך א באקאנטע כינעזער הייל מיטל איז אקופאנטשור אן אינטערעסאנטע הייל מיטל וואס ווערט געטאן מיט מאגנעטישע נידלן וועלכע מען שטעכט אריין איבער דעם גאנצן קערפער אפיציעל הייסט עס אז די כינעזער זענען געזונטע מענטשן וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו ווייניגער קראנקייטן א דאנק די ספעציעלע קאמפיינס וואס די רעגירונג האט אונטערגענומען דורכאויס די יארן צו באקעמפן פארשידענע באקאנטע אויסשפרייטענדיגע וויירוסעס אבער אין אמת ן איז שווער צו וויסן ווייל די קאמוניסטישע רעגירונג איז זייער באהאלטן און זיי גיבן נישט ארויס די אמת ע פאקטן א גוטער ביישפיל איז די סארס אויסברוך וועלכע איז ארגינעל פון כינע און האט זיך פארשפרייט אין מערערע לענדער איבער די וועלט ווי עס קומט לעצטענס ארויס ווערט די כינעזער רעגירונג באשולדיגט פארן באהאלטן דעם אויסברוך אין די ערשטע וואכן און שפעטער די אמת ע פאקטן אויס זארג פאר איר עקאנאמיע זינט די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט אין כינע אין האט זי אנגעהויבן קאנטראלירן אלע טיילן פון דער עקאנאמיע אריינגערעכנט פראדוקציע פרייזן און די אויסשפרייטונג פון גיטער און סערוויסעס די סיסטעם איז באקאנט אלס די פלאנירטע עקאנאמיע וועלכע אלע קאמוניסטישע לענדער האבן גענוצט און נוצן נאך היינט אין די יארן נאך דער צווייטע וועלט קריג איז קאמוניזם נאך געווען די מערסט אויפגעכאפסטע עקענאמישע סיסטעם וועלכע אסאך לענדער צו מאל די בירגער אין די לענדער האבן געוואלט איינשטעלן מיט די יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז א פלאנירטע עקאנאמיע איז א דורכגעפאלאנע סיסטעם און אסאך לענדער זענען צוביסלעך ארויסגעשווימען דערפון אריינגערעכנט די וועלט ס גרעסטע קאמוניסטישע אימפעריע סאוועטישע רוסלאנד די כינעזישע רעגירונג האט אויך איינגעזען די פראבלעמען אבער אנשטאט אויפלעזן די גאנצע סיסטעם האט זי רעפארמירט אסאך טיילן דערפון און האלט נאך היינט אן מיט דער זעלבער סיסטעם די רעפארמען האבן אנגעהויבן עפעקטירן כינע אין און האט געעפענט א מארק עקאנאמיע און אויסערן אינוועסטמענטס אפטיילונג וועלכע איז טאקע היינט די דערפאלגרייכסטע אפטיילונג פון כינע ס עקאנאמיע פונדעסטוועגן איז די רעגירונג אפערירנדיגע ביזנעסער די גרעסטע סעקטאר און די רוקן ביין פון כינעס עקאנאמיע זינט יענע יארן איז כינע ס עקאנאמיע געשטיגן מיט וועלט רעקארד ציפערן ביז אזוי סאך ווי פראצענט פער יאר אין איז כינע ס בא פ געשטאנען ביי ביליאן דאלאר וועלכע שטעלט איר אייניג מיט קאנאדע וועלכע איז נאר פראצענט די גרויסקייט אין באפעלקערונג פארשטייט זיך אליין אז די ארבעטסלאז ראטע איז איבער די מאס ווען מען צוטיילט עס פער פערזאן וועט אויסקומען די בא פ ראטע ארום פער פערזאן אין כינע קעגן אין קאנאדע פון דעם איז די אינדוסטריאלע סעקטאר פאבריקאציע גראבונגען און קאנסטרוקציע די גרעסטע ארום פראצענט טראנספארטאציע קאמערץ און סערוויסעס פראצענט און לאנדווירטשאפט געהילץ און פישעריי פראצענט כינע ס גרעסטע טראנפארטאציע מיטל איז די באן וועלכע פארנעמט פראצענט פון די פאסאזשירן פארקער און פראצענט פון די פראכט פארקער אין רוב לענדער ווערן די רעילראודס פארמינערט פון יאר צו יאר און אנדערע מער סאפיסטיקירטע טראנפארטאציע נעמען אלעס איבער אין כינע איז אבער נישט אזוי איר רעילראוד טראנספארטאציע האט זיך געדאפעלט אין די לעצטע יאר גרייכנדיג א סך הכל לענג פון מייל קילאמעטער אנשטאט אפצולאזן די רעילראוד טראנספארטאציע האט איר כינע נאר פארבעסערט און איינגעשטעלט שנעל צוג באנען צווישן געדיכט באוואוינטע געגענטער און די פארנומענע שטעט כינע איז די ערשטע לאנד וואס פארמאגט שוין היינט די פארגעשריטענע מאגלעוו באן סיסטעם וועלכע לויפט אויף מאגנעטישע עלעקטריק דורך א ספעציעלע חכמה וועלכע איז אויסגעטראפן און אינסטאלירט געווארן דורך א דייטשע פירמע ראוד טראנפארטאציע פלעגט אמאל זיין זייער צוריקגעבליבן און פלעגט נאר דעקן די גרויסע שטעט און די גרעניצן פון אלע פראווינצן היינט איז שוין יא פאראן ראודס אויך צו אלע אפגעווייטערטע ערטער די ראוד סיסטעם איז פארמירט ארום די הויפט שטאט בייזשינג און שלענגעלט זיך צו אלע פארנומענע שטעט און האפן די סיבה דערצו איז ווייל זינט כינע איז געעפענט געווארן פאר טוריסטן האט זיך פארלאנגט צו צושטעלן א גרעסערע ראוד סיסטעם און וויבאלד רוב טוריסטן קומען אן קיין בייזשינג האט זיך די סיסטעם פארמירט פון די הויפט שטאט כינע האט היינט א ראוד סיסטעם וועלכע ציט זיך מייל קילאמעטער רוב דערפון איז געפלאסטערטע ראודס וועלכע איז אין גוטע צושטאנד אויטאס און טראקס איז נאר פאפולער אין די אורבאן שטעט און אפילו אין די גאר פארנומענסטע ערטער איז ביציקלעך אויפגעכאפט פאר קורצע שטרעקע טראנספארטאציע אויף א דורכשניטליכע ראוד פארן מער ביציקלעך ווי אויטאס אפגערעדט אין די ראוש אוער ווען די גאסן ווערן פארפלייצט מיט מיליאנען ביציקלן די דריטע גרעסטע טראנפארטאציע מיטל איז אויפ ן וואסער וועלכע איז נאר אויפגעכאפט פאר פראכט דער הויפט טייך וואו עס פארן די מערסטע פראכט שיפן איז דער יאנגעצער טייך וועלכע לויפט אויף א מייל קילאמעטער שטרעקע נאך א שטארק פארנומענער טייך איז די גרעיט קאנאל וועלכע לויפט פון שאנכאי צו די האנגזו פראווינץ דער טייך איז ווי א נעטווארק פון צענליגער קלענערע טייכן און לעיקס וועלכע פליסן דארט אריין וויבאלד כינע האט איינע פון די גרעסטע וואסער גרעניץ ליניעס פארמאגט זי אסאך האפן וועלכע ברענגן מער אינטערנאציאנאלע האנדל עס זענען פאראן גרויסע האפן וועלכע זענען אלע שטארק פארנומען כינע זעלבסט האט א פלאטע פון שיפן וועלכע באזוכן האפן איבער די גאנצע וועלט די גרעסטע פליפארט אין כינע איז אין דער הויפט שטאט בייזשינג אנדערע פארנומענע אינטערנאציאנאלע עירפארטס געפינען זיך אין שאנכאי און אין גואנגזו עס זענען פאראן נאך אסאך דאמעסטיק עירפארטס וועלכע געפינען אין רוב ביזנעס שטעט כינע ס נאציאנאלע עירליין איז עיר כינע עס זענען פאראן נאך צענדליגער קלענערע עירליינס פון וועלכע געציילטע האבן אינטערנאציאנאלע רייזעס די כינעזער האבן טראדיציאנאל א גוטע קאמוניקאציע נאך מיט צענדליגער הונדערטער יארן צוריק האבן די כינעזער געבויט הויכע פייער טורעמעס צו ווארענען אנדערע שטעט ווען עס קומט א פיינט די כינעזער רעגירונגען האבן שטענדיג קאמוניקירט מיט אירע בירגער דורך אויפהענגען ריזיגע פלאקאטן אויף וועלכע זי פלעגט ארויפשרייבן פארשידענע מעסעדזשעס צום פאלק אין טייל כינעזער שטעט הענגט די שטאט אויף די ערשטע זייטן פון די גאויסע צייטונגן כדי דאס פאלק זאל עס קענען ליינען אין די לעצטע צענדליגער יארן האבן פארשידענע גרופעס און פראטעסטירער אנגעהויבן צו נוצן די רעגירונג ס מיטל פון אויפהענגן פלאקאטן אין וועלכע זיי האבן געמאלדן זייערע מעסעדזשעס דאס ערגסטע איז געווען דורכאויס די קולטוראלע רעוואלוציע ווען די יונגע סטודענטן האבן באשמירט די גאסן מיט פארשידענע פלאקאטן מיט אלע סארט מעסעדזשעס אין האט די קאמוניסטישע רעגירונג געמאכט א סוף צו דעם נאכדעם וואס פרא דעמאקראטישע פלאקאטן האבן געפירט צו ווילדע פראטעסטן וועלכע די מיליטער האט זייער שלעכט באהאנדעלט און צענדליגער זענען אומגעקומען אין דער זעלבער צייט וואס די טראדיציאנאלע קאמוניקאציע האט ווייטער אנגעהאלטן איז כינע נישט צוריקגעשטאנען מיט פארגעשריטענע קאמוניקאציע וועלכע האט דאמינירט די וועלט אין די לעצטע יאר עס איז פאראן ארום צייטונגן אין כינע צווישן זיי זענען רענמין ריבאאו מענטשנ ס טעגליכע די אפיציעלע צייטונג פון די קאמוניסטישע פארטיי דזשיעפענגדזשאן באאו ליבערעישן ארמיי טעגליך א טיפע און פראפעסיאנעלע צייטונג געאייגענט פאר סייענטיסטן און לערערינס דערנאך זענען צוויי גרויסע דזשורנאלן די ליאאוענג אויסקוק און קווישי ווארהייט זוכער די צוויי דזשורנאלן דעקן אלע סאציאלע קולטוראלע און עקענאמישע טעמעס די קאמוניסטישע רעגירונג לייגט גרויס דרוק אויף די מידיא פאבלישער און צענזורט טיילמאל אלע זייערע ארטיקלן ווילנדיג אויסמיידן פראבלעמען האבן רוב גרויסע מידיא פירמעס איינגעשטעלט אייגענע גאר שטרענגע צענזור סיסטעמען כדי אויסצומיידן קאנפליקטן מיט די רעגירונג די גרעסטע ראידא בראדקעסטינג ווערט אפערירט דורך די רעגירונג אין די הויפט שטאט בייזשינג די רעגירונג האט נאך צענדליגער ראידא סטאנציעס אין רוב פון די פראווינצן עס זענען אויך פאראן פריוואטע ראידא סטאנציעס אין אלע עקן פון לאנד אבער זיי האבן די מערסטע דרוק פון די רעגירונג ווייל ביים רעדן קען זיך גרינג אריינכאפן א ווארט קעגן די רעגירונג אדער קעגן די קאמוניזם קאנצעפט אויך טעלעוויזיע פירט די רעגירונג אן אין גאנצן לאנד זי האט עטליכע טשענעלס איינס ספעציעל פאר כינעזער מענטשן איבער די גאנצע וועלט וועלכע ארבעט דורך סעטעלייט טעכנאלאגיע עס זענען פאראן נאך פריוואטע טעלעוויזיע סטאנציעס ארום פראצענט פון פאלק האט די מעגליכקייט צו כאפן ראדיא סטאנציעס אין זייערע וואוין ערטער אבער טעלעוויזיע איז אסאך שוואכער נאר פון כינעזער פארמאגן א טעלעוויזע דאס איז א קליינער צאל קעגן אנדער ציוויליזירטע לענדער איבער די וועלט כינע ס צייטונגן מאגאזינען ראדיא און טעלעוויזיע סטאנציעס באקומען זייער נייעס פון די אפיציעלע זינהוא נייעס אגענטור און קענען טיילמאל צולייגן אייגענע באריכטן די זינהו אגענטור האט איר הויפטקווארטירן אין בייזשינג מיט פליגלן איבער גאנץ כינע און אפיסעס איבער די וועלט די אגענטור פאבלישט אירע נייעסן אין כינעזיש ענגליש פראנצויזיש היספאניש רוסיש און אראביש עס איז פאראן א צווייטע נייעס אגענטור אין כינע וועלכע שטעלט צו אלע נייעסן פאר די כינעזער צייטונגן איבער די וועלט כאטש רוב כינעזער האבן לימיטירטע מעגליכקייטן צו קאמוניקאציע הייסט אבער נישט די קאמוניקאציע צוריקגעבליבן קעגן אנדערע לענדער טעלעקאמוניקאציע איז דארט פארגעשריטן פונקט ווי ביי אונז אבער נישט יעדער פארמאגט א טעלעפאן א שטודיע פון צוויי יאר צוריק האט געוויזן אז צו יעדע איינוואוינער איז געווען אינגאנצן טעלעפאנען דאס באנוץ פון סעליולער טעלעפאנען און ביפערס וואקסט שנעל אבער רוב דורכשניטליכע איינוואוינער קענען זיך דאס נישט ערלויבן קאמפיוטערס איז זייער פאפולער אין כינע ס יוניווערסיטיס און אפיסעס און אויך אין די סקולס קאמפיוטערס אינדערהיים איז נאך ווייט פון אויפגעכאפט אין די גרויסע שטעט איז מעגליך צו באקומען אינטערנעט סערוויס אבער מען מוז זיך ערשט רעגיסטרירן מיט די רעגירונג ווייל זי מוז דאך האלטן א קאנטראל וואס אירע בירגער זעען זיך אן אין די פרייע וועלט די סטרוקטור פון כינע ס רעגירונג סיסטעם גייט נאך דעם רוסישן פירער וולאדימיר לענינ ס מאדעל פון אן איין פארטיי רעגירונג דער מאנדאט צו דער רעגירונג גייט נישט דורך וואלן נאר ווער עס האט מער קראפט און געווינט די מאכט דער געוועזענער רוסישער פירער האט צוערשט איינגעשטעלט דעם סיסטעם אין די סאוויעט פארבאנד און איז געווארן א מאדעל רעגירונג סיסטעם צו אסאך סאציאליסטישע לענדער אין כינע האט יעצט די מאכט די כינעזע קאמוניסטישע פארטיי וועלכע ווערט אנגערופן אין קורצן די סי סי פי די קאמוניסטישע פארטיי איז געקומען צום מאכט אין און אויפגעשטעלט די מענטשנ ס רעפובליק אוו כינע די סי סי פי דאמינירט דאס מאכן און צושטערן פאליסיס דורך אירע מיטגלידער אין די רעגירונג אינערהאלב די רעגירונג סטרוקטור איז די לאגיסלאטור ווערט גערופען די נעשאנעל מענטשנ ס קאנגרעס די העכסטע און מאכטפולסטע טייל אין טעאריע אבער אין פראקטיק איז די עקזעקיוטיוו קאבינעט ווערט גערופן די סטעיט קאונסיל די מאכטפולסטע טייל אין די רעגירונג וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דעם פרעמיער כינע איז דאס ערשטע מאל דורכגעגאנגען אן ערנסטע רעפארם אין רעגירונג ס פאליסיס אונטער די פירערשאפט פון דענג זיאאופינג אין און דענג ס סוקסעסאר דזשיאנג זעמין האט ווייטער אנגעהאלטן די רעפארמען די הויפט פונקט אין די רעפארם איז געווען די איבערגאנג פון די פלאנירטע עקאנאמיע צו א נייע רעפארמירטע סיסטעם וועלכע דענג האט גערופן סאציאליסטישע מארקעט עקאנאמיע איינע פון די הויפט ענדערונגן איז געווען אין די רעגירונג אפטיילונגן וועלכע געבן זיך אפ מיט ספעציעלע אישוס וועלכע האבן באקומען מער מאכט און זעלבסטשטענדיקייט די רעגירונג האט אויך פארגרעסערט איר עקענאמישע אפטיילונגן און אויפגענומען אסאך נייע ספעציאליסטן כדי צו קענען געבן א בעסערע ענווייראמענט אינערהאלב די עקענאמישע רייען גרויסע רעגירונג געפירטע ביזנעסער האבן באקומען מער אויטאנאמיע און טייל זענען אפילו פריוואטיזירט געווארן די לאקאלע רעגירונגען האבן אויך באקומען מער אויטאריטי צו אדאפטירן די נאציאנאלע פאליסיס די לאקאלע רעגירונגען האבן אויך אנגעהויבן באקומען א גרעסערע טייל פון די שטייער פארדינסטן אין קורצע ווערטער האט די סי סי פי פארטיי זיך ארויסגעצויגן פון מינדערוויכטיגע רעגירונג ס געשעענישן און איינגעטיילט די ארבעט צווישן אירע נידעריגערע אפטיילונגן און די לאקאלע רעגירונגען אבער שטילערהייט האט די רעגירונג גאר פארמינערט די שאנסן פאר איינעם זיך אויפצוהייבן די קאפ און זאגן א מיינונג אין די רעגירונג פאליסיס די רעגירונג האט פארבאטן פאליטישע אקטיוויטעטן וועלכע קען שמעקן מיט פראגעס צו די פארטייס אביעקטיוון מיט די שריט איז קלאר געווארן אז די מעגליכקייט פאר אן אפאזיציע איז אויסגעשלאסן און די לאקאלע רעגירונגען מוזן נאכטאנצן די קאנטראווערסיאלע רעגירונג פאליסיס אפילו עס שטימט נישט מיט זייערע פלענער די ערשטע קאנסטיטוציע פון די קאמוניסטישע רעגירונג איז אריין אין קראפט אין די קאנסטיטוציע האט אראפגעשטעלט די רעגירונג ס סטרוקטור און אירע סיטיזענס רעכטן און פליכטן די קאנסטיטוציע איז איבערגעמאכט געווארן מאל צום לעצטן מאל אין יעדע פרישע קאנסטיטוציע האט זיך געשטעלט אויף נייע פונקטן וועלכע זענען געווען שייך צו יענע פאליטישע צייטן אין די לעצטע קאנסטיטוציע האט די רעגירונג פארבאטן די לעצט געבליבענע רעכט פון אירע סיטיזענס און פארבאטן אויפצוהענגן פאליטישע פלאקאטן וועלכע לעגיטימיזירן די עקענאמישע ראלע פון די פריוואטע פירמעס די מיטגלידער אין די נידעריגערע טיילן פון די רעגירונגען ווערן ערוועלט דורך דעם המון עם אין שטארק קאנטראלירטע עלעקציעס מיט לימיטירטע קאנקורענט אין די עלעקציעס האבן אלע סיטיזענס העכער יאר די רעכט צו שטימען די פירער פון די אפטיילונגן און אויך די מיטגלידער אין די העכערע רעגירונג טיילן ווערן געווענליך ערוועלט דורך די מענטשנ ס קאנגרעס אבער אויך דאס איז נישט פראצענט זייער אויסוואל נאר דער קאנדידאט ווערט געווענליך רעקאמערנדירט דורך די סי סי פי די קאמוניסטישע סי סי פי רעגירונג איז איינגעטיילט צו הויפט אפטיילונגן פון וועלכע יעדע פון זיי האבן אונטער זיך עטליכע קלענערע אפטיילונגן די זענען די עקזעקיוטיוו די לעגיסלאטור יוסטיץ און די לאקאלע רעגירונגען דער הויפט פון כינע איז דער פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט צו א פינף יעריגער טערמין דורך די נאציאנאלע מענטשנ ס קאנגרעס דער פרעזידענט און זיין שטאב ארום אים זענען נישט מער ווי א צערעמאניאלע אפיס וועלכע ווערט גענוצט צו רעפרעזענטירן כינע אין דער וועלט די הויפט מאכט ווערט געפירט דורך די סטעיט קאונסיל וועלכע ווערט אנגעפירט דורך א פרעמיער דער פרעמיער ווערט נאמינירט דורך דעם פרעזידענט פאר א פינף יעריגער טערמין די סטעיט קאונסיל פארמאגט ארום מיטגלידער וועלכע זענען אויך די אפיציעלע מיניסטארן אויף געוויסע אפטיילונגן די מיטגלידער ווערן אלע ערוועלט דורך די נעשאנעל מענטשנ ס קאנגרעס און נאמינירט דורך דעם פרעמיער קיינער פון די מיניסטארן ווערן נישט ערוועלט אן דעם באשלוס פון די סי סי פי וויבאלד די סי סי פי האט אזויפיל קאנטראל איבער די באשלוסן פון די יסודות דיגע זאכן אין די רעגירונג קומט אויס אז די פארטיי ס גענעראלע סעקראטאר איז דער מאכטפולסטער פירער אין כינע דער צווייט מערסט מאכטפולער מענטש איז דער פרעמיער טייל מאל איז דער פרעזידענט אויך די פארטיי ס גענעראלע סעקראטאר אין אזא פאל איז דער פרעזידענט דער מאכטפולסטער מענטש אין מזרח אזיע מיטגלידער אין די לעגיסלאטור וועלכע איז די נאשאנעל מענטשנ ס קאנגרעס ווערן ערוועלט צו פינף יעריגע טערמינען דורך אומדירעקטע עלעקציעס פון די פראווינציאנאלע קאנגרעסעס פארשטייט זיך אז די סי סי פי האלט אן אויג אויף די קאנדידאטן און מוז באשטעטיגן יעדע פון זיי די לאגיסלאטור באשטייט פון ביז מיטגלידער טאקע א גרויסע אפטיילונג אבער מיט א סעסיע נאר איינמאל א יאר פון בערך א מאנאט איז עס זייער קליין אפיציעל דארפן זיי שטודירן די פאליסיס און נייע געזעצן פון די רעגירונג ס עקזעקיוטיווע אפטיילונג אין די איבעריגע מאנאטן פון יאר ווערט זייער ארבעט געטאן דורך א ספעציעלע אפטיילונג פון מיטגלידער די דריטע אפטיילונג איז די יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע איז די מערסט דעמאקראטיש געשטימטע אפטיילונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג כינע האט שטענדיג געזוכט צו דעמאקראטיזירן איר יוסטיץ ווי א מערב סטיל דעפארטמענט מיט פולע זעלבשטענדיקייט ווען עס קומט צו פראסעסירן געזעץ דאס ערשטע מאל וואס כינע האט זיך צוגעכאפט צו א מאדערנע לעגאלע סיסטעם איז געווען אין אנפאנג פונעם טן יאר הונדערט אבער א רעוואלוציע און ציווילע קריג האט שטארק געשטערט די דעוועלאפמענטס ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט אין האט זי אין זייט געלייגט אלע פריערדיגע פלענער ערשט אין ווען די רעגירונג האט צום ערשטן מאל רעפארמירט די רעגירונג סיסטעם האט מען צוריק אדאפטירט די אלטע פלענער און אנגעהויבן טאן שריט וועלכע האט עווענטועל אויסגעפארעמט א מאדערנע סטיל יוסטיץ דעפארטמענט אין וועלכע די ריכטער האבן די פולע מאכט וועם צו שטראפן און וועם פריי צו לאזן און די קאנטראל איבער אלע געזעצן בנוגע די עקאנאמיע אלנפאלס האט די קאמוניסטישע רעגירונג נישט געגעבן די יוסטיץ דעפארטמענט די פולע מאכט צו דורכפירן געזעצן אין צוזאמענהאנג מיט די קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם די כינעזער לעגאלע סיסטעם באשטייט פון הויפט קאמפאנענטן א געריכט סיסטעם א פובליק סעקיוריטי אנדמיניסטראציע פאליציי קראפט א פובליק פראקערור אפיס און א סיסטעם פון ארעסטאנטן און ארבעט ס קעמפס דאס העכסטע געריכט איז די סופרים מענטשנ ס געריכט וועלכע איבערקוקט די אדמיניסטראציע פון יוסטיץ דורך די נידעריגערע שטאפלן פון די מענטשנ ס געריכט די הויפט סופרים געריכט האט נישט די מאכט איבער די קאנסטיטוציאנאלע אויפזעערשאפט די מאכט איז פארבליבן ביי די לאגיסלאטור די נידעריגערע געריכטן און פובליק פראקערור האבן די לאקאלע מאכטן גענוי ווי אין אלע מאדערניזירטע לענדער אלע לעגאלע קעיסעס ווערן אויסגעפירט אין געריכט און דער באשולדיגטער האט די פולע רעכטן זיך צו באשיצן אין די יארן האט כינע צום ערטשן מאל ערלויבט פובליק און פריוואטע אדוואקאטן וועלכע האבן אין די ערשטע יאר געציילט ארום היינט ציילן זיי איבער כינע ס לאקאלע רעגירונגען די פערטע אפטיילונג פון די צענטראלע רעגירונג זענען ארגאניזירט אין הויפט אדמיניסטראטיווע רייענשיכטן אונטער די צענטראלע רעגירונג כינע פארמאגט פראווינצן אויטאנאמישע מוניציפאליטעטן און ספעציעלע אויטאנאמישע ראיאנען עס עי אר ס די פראווינצן זענען אנהואי פודזשיאן גאנסו גואנגדאנג גואיזאו האינאן היביי היילאנגדזשיאנג הינאן הוביי הונאן דזשיאנגסו דזשיאנגסי דזשילין ליאונינג קווינגהאי שענקסי שאנדאנג שאנקסי שיכואן יונאן און זהידזשיאנג עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז טייל פראווינצן האבן ענליכע נעמען צו אן אנדערע פראווינץ אבער אין כינע איז עס גאנץ אן אנדערער אפטייטש ווי דערמאנט ביי שפראך און רעליגיע כינע ציילט טייוואן אלס איר סטע פראווינץ כאטש וואס טייוואן ווערט קאנטראלירט דורך א באזונדערע רעגירונג זינט ווען די קאמוניסטן האבן געזיגט די צווילע קריג און איבערגענומען די מאכט אין כינע די פרא דעמאקראטישע זענען דעמאלט אנטלאפן צו דעם טייוואנער אינזל וואו זיי האבן זיך געגרינדעט א באזונדערע רעגירונג די אויטאנאמישע ראיאנען זענען גואנגקסי זהואנג אינער מאנגאליע נינגסיא הואי און זיאנגדזשאנג אואיגור די אויטאנאמישע מוניציפאליטעטן זענען בייזשינג טשאנגקינג שאנכאי און טיאנדזשין האנג קאנג און מעקאו זענען די ספעציעלע אדמיניסטראטיווע ראיאנען עס איז אויך פאראן א דריטע שטאפל רעגירונג אונטער די פראווינצן וועלכע האבן די אחריות איינצוקאסירן שטייערן לעזן קלענערע קאנפליקטן צווישן ביזענעסער אדער רעזידענטן און איבערקוקן די באפעלקערונג צאל פלאנירונג לויט כינע ס קאנסטיטוציע איז דאס לאנד א סאציאליסטישע דיקטאטור אויף די ארבעט ס קלאס אנגעפירט דורך די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי סי סי פי און א פאראייניגטע פראנט מיט אנדערע פארטייען אין פראקטיק טוט די סי סי פי ארקעסטערירן אלע נאציאנאלע פאליטישע אקטיוויטעטן ווייל פארטיי מיטגלידער האלטן אן די מערסט מאכטפולע פאזיציעס אין די רעגירונג אונטער די פאראייניגטע פראנט פאליסי האט די סי סי פי געלאזט גרינדען עטליכע מינאריטעט פאליטישע פארטייען וועלכע אפערירן נאך ביז ן היינטיגן טאג אבער די פארטייען זענען געשטעלט נאר אויף געוויסע טעמעס אין פאליטיק ווי ערציאונג קולטור סייענטיפיש און נאך אן עכט זעלבשטענדיגע פאליטישע פארטיי איז נישט פאראן אין כינע די קאמוניסטישע פארטיי זעלבסט אפערירט עטליכע פון די מינאריטעט פארטייען די גרעסטע אזא פארטיי איז די קאמוניסטישע יונגווארג ליגע וועלכע פארמאגט ארום מיליאן מיטגלידער די ארגאניזאציע שפילט א גרויסע ראלע אין רעקרוטירן יונגע מענטשן וועלכע גלוסטן צו ווערן א סי סי פי מיטגלידער זינט די רעפארם אין האט די פארטיי באקומען מערערע פליגלן אבער אלע זענען אפיציעל פארטראנירט דורך די רעגירונג די סי סי פי איז צוזאמענגשטעלט פון עטליכע קערפערשאפטן די העכסטע ארגאן איז די נאציאנאלע פארטיי קאנגרעס וועלכע איז אין סעסיע נאר איינמאל אין עטליכע יאר ווען נישט אין סעסיע נעמט א נידעריגערע קערפערשאפט איבער די פונקציעס די קערפערשאפט ווערט אנגערופן די צענטראלע קאמיטע וועלכע איז די באקאנסטע נאמען צווישן די כינעזער איינוואוינער און אויך די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די קאמוניסטישע פארטיי די צענטראלע קאמיטע האט אונטער זיך נידעריגערע אפטיילונגן וועלכע פירן אויס די פליכטן פון די פארטיי די צוויי קערפערשאפטן ווערן אנגערופן די פאליטובורא און די סטענדינג קאמיטע די קאמוניסטישע פארטיי האט זיך געגרינדעט אין און האט דעמאלט געהאט מיטגלידער ביז אין עטליכע יאר נאכ ן געווינען די מאכט האט די פארטיי געציילט מיליאן מיטגלידער היינט פארמאגט די פארטיי מיליאן אפיציעלע מיגלידער מאכנ דיג איר די וועלט ס גרעסטע קאמוניסטישע פארטיי די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי פרובירט היינט צו רעקוטירן מער יונגע מיטגלידער וועלכע זענען בעסער ערצויגן און זענען מער טעכניש קוואליפיצירט ווי אירע מיטגלידער אין די פארגאנגענהייט די סי סי פי ס לאזונגן זענען בויט סאציאליזם מיט כינעזישע כאראקטיריזם און אנהאלטנדיג די פאנע פון דענג זיאאופינג טעאריע אין דער הייך פאררופנדיג זיך צו די עקענאמישע פרינציפאלן פון כינע ס געוועזענער פירער דענג זיאואפינג די פאראנטווארטליכקייט פון די סי סי פי איז אנצוהאלטן פאליטישע סטביליטעט אין כינע מיט א קאמבינאציע פון פאטריאטיזם און פאליציי קאנטראל די פארטיי ס עקענאמישע פריאריטי איז צו פארשטערקערן כינע ס עקאנאמיע אין א מארקעט עקאנאמיע וועלכע ווערט נאנט טעלעגידירט דורך די רעגירונג כינע ס ארמיי ווערט אנגערופן די מענטש נס ליבעראציע ארמיי פי על עי וועלכע איז אונטער די קאנטראל פון פארטיידיגונג אפטיילונג וועלכע ווערט דארט גערופן די צענטראלע מיליטערישע קאמיסיע דאס מיליטער איז צוטיילט צו עטליכע טיילן וועלכע נעמט אריין א נאציאנאלע ארמיי א נעיווי און אן עיר פארס נאך היינט פארמאגט כינע די גרעסטע מיליטער אין צאל דאס מיליטער איז שטארק געשניטן געווארן אין די לעצטע יארן זינט די מיליטערישע טעכנאלאגיע איז מער אריין אין באנוץ אין האט כינע ס מיליטער פארמאגט ארום מיליאן מיטגלידער היינט האלט עס ביי מיליאן ארמיי פערסאנעל אין די עיר פארס און אין די נעיווי די רעגירונג האט פלענער ווייטער צו שניידן דאס מיליטער וואו ווייט מעגליך ביז א געשאצטע האלב מיליאן סאלדאטן אין די ערשטע קאמוניסטישע יארן איז דאס דינען אין מיליטער געווען א פליכט פון יעדן סיטיזן אבער די רעגירונג האט עס שפעטער געטוישט צו א פולע וואלונטיר סיסטעם ווייל מיט אזא גרויסע באפעלקערונג איז פאראן גענוג וואלונטירן און דער פאקט האט געוויזן אז וואלונטיר סאלדאטן זענען פיל בעסער ווי פארפליכטעטע סאלדאטן כינע ס מיליטער איז טעכנאלאגיש צוריקגעבליבן קעגן מאדערניזירטע לענדער זייער טרענירונג און וואפן ווערט בעסער פון יאר צו יאר אבער נאך אלץ איז עס קיין פארגלייך צו א מערב סאלדאט פון די אלע יארן האט כינע אוועקגעלייגט אזויפיל קאנווענציאנאלע און נוקלעארע וואפן גענוג אויף חרוב צו מאכן די וועלט רוב מאדערניזירטע לענדער שטייען ווייט פון כינע ס מיליטער צוליב איר וואפן סטאק און אירע לאנג שטרעקיגע מיסילס די כינעזער מיליטער האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די עקענאמישע דעוועלאפמענט דורך העלפן בויען דאמבעס פארפלייצונג פראיעקטן לאנד איבערזעצונג און צום מערסטן ביי די קאטאסטראפעס די פאליציי סיסטעם אין כינע איז פארבינדן מיט די מיליטער און ווערט קאנטראלירט דורך די זעלבע רעגירונג אפטיילונג ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען די ציווילע קריג אין זענען די נאציאליניסטן אנטלאפן קיין טייוואן אן אינזל נעבן כינע פאר יאר האט די טייוואנער רעגירונג באקומען שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן און האט איבערגענומען כינע ס אפיציעלע ארט אין די יו ען וואס האט איר געגעבן די אינטערנאציאנאלע אנערקענונג אלס די רעכטפולע און אפיציעלע רעגירונג פון גאנץ כינע די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאן אונטערגעשריבן א פריינטשאפט אפמאך מיט איר שכן די סאוויעט יוניאן לייגנדיג כינע אויף די פארקערטע ליסטע פון נאטא די פריינטשאפט צווישן כינע און רוסלאנד האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן צוליב עטליכע גרעניץ קאנפליקטן איבער וועלכע די צוויי קאמוניסטישע לענדער האבן זיך נישט געקענט דורכקומען ביז אין איז די פריינטשאפט צווישן די צוויי לענדער אינגאנצן צוגאנגן און כינע איז געבליבן אן אפגעזונדערטע לאנד אן קיין באציאונגען מיט אנדערע גרויסע לענדער און איז אינגאנצן געבליבן אויסגעשלאסן פון וועלטליכע געשעענישן כינע זייענדיג אויפ ן וואסער האט פרובירט אנצוקניפן באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן און אין האט דער דעמאלדיגער פרעזידענט ריטשארד ניקסן צום ערשטן מאל באזוכט כינע זינט איר קאמוניסטישע איבערגאנג ביז אין האט שוין כינע אנגעקניפט אביסל דימפלאמאטישע באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן אויך אנדערע מערב לענדער האבן נאכגעפאלגט און אנגעהויבן האנדלן מיט כינע וואס טיפער די באציאונגען זענען געגאנגן אלס מער האט טייוואן אנגעהויבן ארויספאלן פון דאס בילד און בייזשינג איז געווארן די אפיציעלע הויפטשטאט פון כינע אין דער וועלט אין די ענדע פון די ער יארן הארט פאר ן צוזאמענפאל פון די יו עס עס אר איז שוין כינע ס באציאונגען מיט די סאוויעט יוניאן אויך צוריק אנגעווארימט געווארן כינע פירט היינט א זעלבשטענדיגע דימפלאמאטיע אין וועלכע זי זוכט גוטע באציאונגען מיט אלע מאכטן אבער ווארפט אפ דאמינאנט דורך סיי וואספארא לאנד אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן דאס לאנד ס גרעסטע פראבלעמען זענען די עקאנאמיע און דאס מיליטער וועלכע דארפן זיך ביידע ארויפארבעטן צו פיל העכערע שטאפלן צו קענען אנגערופן ווערן אן עקענאמישע אדער מיליטערישע מאכט יעדע לאנד איז אנגענומען אין כינע אחוץ די וואס האבן שייכות מיט טייוואן וועלכע איז כינע ס הויפט שונא זינט כינע איז געווארן א גרויסע עקספארט מאכט איז עקענאמישע דימפלאמאטיע געווארן א וויכטיגע טייל פון איר אויסערן פאליסי אין האט כינע אנגעהויבן זוכן מיטגלידערשאפט אין די גענעראלע אגרימענט פון טעריפס די שטייער אפצאל פון יעדע פראדוקט וועלכע ווערט אימפארטירט גייט לויט א סיסטעם מיט קאודס וועלכע ווערן אנגערופן טעריפס און האנדל וועלכע איז היינט די וועלט האנדל ארגאניזאציע כדי צו קענען געניסן פון די בעסטע טעריף ראטעס דורך אנדערע מארקן אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע איז שוין דעמאלט געווען איר הויפט עקספארט מארק כדי צו קענען האבן מיטגלידערשאפט אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע האט כינע געמוזט נאכגעבן און אנהויבן האנדלען מיט אלע לענדער וואס זענען געווען מיטגלידער אין דער ארגאניזאציע כינע האט נישט אזוי שנעל מסכים געווען דערצו און איר מיטגלידערשאפט איז אלס אפגעלייגט געווארן ענדליך יאר שפעטער אין איז כינע געווארן אן אפיציעלער מיטגלידער אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע און איינגעגאנגען צו רעדוצירן אימפארט צאלטאריפן און אראפנעמען אלע אירע באגרענעצונגן פון אויסערן אינוועסטמענטס ווי נאר איר מיטגלידערשאפט איז באשטעטיגט געווארן האט די פאראייניגטע שטאטן נארמאליזירט האנדל באציאונגען מיט כינע לויט א לעגיסלאציע וואס איז דורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס א יאר פריער אמעריקע האט נארמאלע האנדל באציאונגען מיט רוב לענדער פון דער וועלט אויסער א צאל לענדער מיט וועלכע זי וויל נישט אזויפיל האנדלען צוליב איר שטערונג פאר וועלט זיכערהייט די לעגיסלאציע איז אויסגעארבעט געווארן אז עס דארף איבערגעקוקט ווערן יעדעס יאר צו זען אויב כינע הלאט איין אלע תנאים וועלכע מען האט זיך אויסגענומען מיט איר די יערליכע נארמאלע האנדל באציאונגען איז טיילמאל שווער דורכגעגאנגען צוליב א גרויסע קעגנערשאפט אין קאנגרעס וועלכע ווילן נישט געבן כינע די נארמאלע האנדל צוליב זייער אומצופרידנהייט מיט כינע ס מענטשהייט רעכטן אין האט כינע צוריק געווינען איר זיץ אין די פאראייניגטע פעלקער און טייוואן איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער ארגאניזאציע כינעס זיץ אין די פאראייניגטע פעלקער איז א פערמענאנטע זיץ מיט א וועטא רעכט אויף די זיכערהייט קאונסיל כינע איז שטארק פארמישט אין די יו ען ס מיסיעס און צאלט איר מיטגלידערשאפט ערליך אויסער די פאראייניגטע פעלקער איז כינע א מיטגליד אין עטליכע וועלט ארגאניזאציעס ווי די וועלט באנק און די אטאמיק אגענטור אבער האט קיינמאל נישט אנטייל גענומען אין סיי וועלכע מיליטערישע אליאנץ כינע ס אפשטאם גייט צוריק נאך מיט טויזנטער יארן צוריק אלס אן אפגעזונדערט לאנד מיט א שטארקער רעגירונג סיסטעם אין וועלכע עס איז שטענדיג אויסגעקליבן געווארן טויגליכע מענטשן מיט גוטע כשרונות אפגעזען פון זייער אפשטאם אין רוב לענדער פלעגן אמאל הערשן קעניגרייכן וועלכע האבן געדארפט באלאנגען צו א קעניגליכע פאמיליע די ערשטע אימפערישע דינאסטיע אין כינע איז געווען די טשין דינאסטיע וואס האט געהאלטן פופצן יאר נאך דעם אין האט אנגעהויבן די האן דינאסטיע וואס האט געדויערט ביזן יאר שוין פאר דעם טן יארהונדערט איז כינע געווען ביים שפיץ פון איר קולטור און טעכנאלאגיע און איז געווען איינע פון די פארגעשריטנעסטע קולטורן אין דער וועלט אין האט קובליי כאן דער פירער פון דער מאנגאלישער אימפעריע אויפגעשטעלט די יואן דינאסטיע אין כינע די דאזיקע מאנגאלישע דינאסטיע האט געהערשט איבער כינע ניינציק יאר ביז אין האט א פויער דזשו יואן דזשאנג גרינדער פון דער מינג דינאסטיע באזיגט די מאנגאלישע הערשער און איבערגעקערט די יואן דינאסטיע אונטער דער מינג דינאסטיע האט כינע געהאט נאך א גאלדענע תקופה און האט אנטוויקלט איינעם פון די שטערקסטע ים פלאטן אין דער וועלט מיט א רייכע און דערפאלגרייכע עקאנאמיע טאקע אין דער צייט האט זשענג הע געפירט עקספלאראציעס איבער דעם אינדישן אקעאן ביז ער האט דערגרייכט אפריקע אין די אנהייב יארן פון דער מינג דינאסטיע האט מען אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון נאנזשינג קיין בייזשינג די מינג דינאסטיע האט זיך געצויגן גאר א לאנגע צייט ביז די מאנטשורישע טשינג דינאסטיע האט איבערגענומען די הערשאפט אין די טשינג דינאסטיע האט געענדיגט אין און איז געווען די לעצטע דינאסטיע וואס האט געהערשט איבער כינע ווען אייראפע האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן אינעם טן יארהונדערט און די גלוסט פאר גרעסערע אימפעריעס איז אנטשטאנען האט כינע זיך דערזען מיט א שוואכער ארמיי און האט נישט געקענט קעמפן קעגן די דעמאלטדיגע בערן כינע איז צענדליגער מאל צוריסן געווארן דורך מלחמות פון פארשידענע לענדער און איז טיילמאל געווען אינגאנצן אונטער יאפאנ ס קאנטראל כינע האט געהאט גאר שווערע יארן אינעם טן יארהונדערט ווען עטליכע פון אירע שכינים יאפאן און א ציווילע קריג האט אינגאנצן צוריסן דאס לאנד ביז די קאמוניסטן האבן געווינען די מאכט און אויפגעשטעלט די קאמוניסטישע רעגירונג מיר וועלן נישט צוריק גיין צו כינע ס היסטאריע פון איר גרינדונג ווייל די אפשאצונגען זענען פאלש און שטימען נישט מיט די אידישע וויסנשאפט לויט אלע אפשאצונגן איז כינע פון די עלטסטע לענדער אין דער וועלט וועלכע האט אפערירט דורך א זעלבסטשטענדיגער רעגירונג וועלכע האט נישט געהאט קיין סאך צו טאן מיט די וועלט ס געשעענישן די כינעזער איינוואוינער האבן נאך זייער שפעט געלעבט די אמאליגע לעבן ווען אסאך אנדערע לענדער זענען שוין געווען מאדערניזירט כינע ס פירער האבן געוועלטיגט אזויווי קעניגרייכן אבער האט געהאט גאר אן אנדערער אויסקוק ווי אלע קעניגרייכן עס איז אויך געווען א פירער צו וועמען דאס גאנצע לאנד האט באלאנגט אבער דער פירער איז אויסגעקליבן געווארן דורך די מענטשן לויט זיינע כשרונות און עס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אזא זאך ווי א קעניגליכע פאמיליע רוב פון די פירער זענען ערוועלט געווארן דורך די מענטשן אדער אדמיניסטראציע מיטגלידער אבער טיילמאל זענען זיי יא געקומען צום מאכט דורך נוצן מיליטערישע מאכט א גרויסע טייל פון די כינעזער פירער וועלכע שטייען באשריבן אין זייער היסטאריע האבן געוועלטיגט פאר זייער א לאנגע צייט טיילמאל פון זייערע ער יארן ביז זייער טויט דעם טן יאנואר האט מען געגרינדעט די רעפובליק פון כינע מען האט באשטימט סון יאט סען פראוויזארישן פרעזידענעט שפעטער האט מען באשטימט ווי פרעזידענט יואן שיקיי א געוועזענער טשינג גענעראל אונטער וועמען די גאנצע בעיאנג ארמיי האט דעפעקטירט אין האט זיך יואן פראקלאמריט קייסער פון כינע יואן איז אבער דורכגעפאלן אין די פארטייען האבן באוויזן צו באקומען די מיליטערישע הילף און אים באזייטיגט פון עטליכע הויפט פאזיציעס און אזוי האט ער צוביסלעך פארלוירן זיין מאכט יואן האט אבער באוויזן צו בלייבן אויף זיין ארט ביז ן טאג פון זיין טויט אין אין די לעצטע יארן פון זיין הערשאפט האט זיך כינע אנגעהויבן מאדערניזירן די יונגווארג האבן געהאט אפענע אויגן און געגלוסט צו גיין שטודירן אין אנדערע לענדער און אזוי אויפגענומען און צוריגעברענגט מאדערניזם אין כינע ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט כינע באקומען שטארקע דרוק זיך צו צושטעלן צו די מערב לענדער אבער די שטארקע מאכט פון יאפאן האט געסטראשעט כינע אז זי וועט איינגעשלינגען ווערן דורך יאפאן אויב זי וועט נישט צושטיין צו יאפאן אין דער קריג אויס זארג פון יאפאנ ס אקופאציע איז כינע איינגעגאנגען אויף אן אפמאך מיט יאפאן אז זיי וועלן שטיין אויף איין זייט יאפאן האט אבער גענומען באצאלט דערפאר און פארלאנגט פון כינע זי זאל איר איבערגעבן די שטאט שענדאנג צו וועלכע כינע האט בלית ברירה געמוזט נאכגעבן ווען די קריג האט זיך פארשפרייט אויך אין אזיע איז כינע אריין אין דער קריג אויף די אליאירטע זייט און געפיפן אויף יאפאן כינע האט מיט דעם געהאפט אז די וועלט לענדער וועלן איר שפעטער העלפן צוריקבאקומען שענגדאנג און פארשטארקן איר פארטיידיגונג קעגן יאפאן אבער כינע איז געווארן אנטוישט ווען אמעריקע ס פרעזידענט וואודרא ווילסאן האט זיך אפגעזאגט פון העלפן כינע איבער דעם שענגדאנג פראגע נאך יואנ ס טויט זענען כינע ס פארטייען שוין געווען זייער גרויס און שטארק און מען האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אונטער איין פירער דאס לאנד איז געפארן אויף רעדער אין צענליגער קריג לארדן האבן פרובירט צו איבערנעמען די מאכט ווען אין דער זעלבער צייט האבן די יונגע כינעזער איבערגעדרייט דאס לאנד מיט זייערע פראטעסטן אין וועלכע זיי האבן פארלאנגט א מער מאדערניזירטע כינע די ערשטע קאמוניסטישע געדאנקן אין כינע איז נישט געקומען בעפאר ווען דער דעמאלטדיגער פירער סאן יעט סען האט אנגעהויבן שטיצן דעם קאמוניסטישן סיסטעם עס איז אבער נאך נישט געווען צו וועם צו רעדן דערוועגן און סען האט געשריבן א בוך אין וועלכע ער קלערט אויף אז מיט א קאמוניסטישע סיסטעם וועט כינע בעסער מצליח זיין זיינע ווערטער האבן אנגעהויבן אריינצודרינגן אין די איינוואוינער נאכדעם וואס רוסלאנד האט געוויזן פאר די וועלט אז די קאמוניסטישע סיסטעם האט די גרעסטע הצלחה נאך דער רוסישער רעוואלוציע אין רוסלאנד האט טאקע דעמאלט געהאט איינע פון די בעסטע עקאנאמיעס און צענדליגער לענדער האבן געלעכצט אויפצוציען דעם קאמוניסטישן סיסטעם אין טייל ערטער האבן די רעגירונגען נישט געהאט קיין חשק צו דעם אבער די מענטשן האבן שטארק פארפירט און טייל מאל דורכגעפירט אין יאר איז די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי סי סי פי געגרינדעט געווארן אין שאנכאי אין יענע יארן איז נישט געווען קיין געהעריגע פירער אין כינע און די פירערשאפט איז אריבער פון איין קריג לארד צום צווייטן די מערב לענדער האבן זיך נישט געמישט און האבן באטראכט יעדע פון די לארדן אלס דער דעמאלטדיגער פירער פון כינע די מערב לענדער האבן אוועקגעקוקט אויף די קאמוניסטישע רעוואלוציע וועלכע האט אנגעהויבן באקומען אומגעהויערע שטיצע די סאוויעט יוניאן איז אבער נישט געשלאפן און האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע גרופע פון קאמוניסטישע מיסיאנערן וועלכע זענען ארומגעגאנגן איבער די וועלט אויפברענגן שטיצע פאר קאמוניזם די גרופע האט צוגעזאגט אסאך שטיצע פאר כינע אויב זי וועט אויפציען דעם קאמוניסטישן סיסטעם די נאציאנאליסטן זענען נישט געשלאפן און האבן געגרינדעט א שטארקע אפאזיציע גרופע און האבן מיט די הילף פון א גרויסע טייל פון די מיליטער צוקלאפט די קאמוניסטן און דערשטיקט אלע זייערע אקטיוויטעטן די גרופע איז אנגעפירט געווארן דורך א יונגער גענעראל מיט ן נאמען טשיאנג קאי שעק וועלכער איז געווען פון די ערשטע כינעזער וואס האבן שטודירט אויסער כינע די צוזאמענשטויסן צווישן די קאמוניסטישע שטיצער און די נאציאנאליסטן זענען טיילמאל געווען זייער ווילד און האבן אומגעברענגט אסאך מענטשן טשיאנג האט מיט דער צייט באקומען מער קאנטראל איבער כינע און אויפגעשטעלט א רעגירונג אין די שטאט נאנדזשינג טשיאנג האט געשטרעבט אויפצוציען א מאדערנע לאנד און ארמיי ער האט ארייגעשטעלט אין זיין רעגירונג אסאך פאליטישנס וועלכע האבן שטודירט אין מערב לענדער כדי צו געווינען ווי מער שטיצע מיט זיינע פלענער טשיאנג האט שטארק מצליח געווען און באקומען קאנטראל איבער רוב כינע זיינע מאדערנע פלענער זענען נישט פארגעסן געווארן און ער האט געטאן צו דער זאך צום ערשט האט ער אויסגעארבעט די באנק און וואלוטע סיסטעם און מסדר געווען א נייע שטייער סיסטעם אויך פון טראנספארטאציע און קאמוניקאציע האט ער נישט פארגעסן און ער האט זיך געפלאגט צו שאפן דאס געלט עס אויפצוברענגן וויאזוי אימער איז עס אים נישט געגאנגען ווייל כינע האט געליטן פון ארימקייט און נאר א קליינע צאל מענטשן זענען געווען גוטע פארדינסט ארבייטער מיט וועמען מען האט געקענט גיין צום טיש די כינעזער האבן זיך שרעקליך געמערט און דאס האט געברענגט אן ארבעט מאנגל צווישן די יונגע כינעזער טשיאנג ס רעגירונג וואלט געקענט ערגעץ אנקומען ווען איר הויפט פריאריטי וואלט ווען נישט געווען די מאכט ווייל ווי דערמאנט איז א טייל פון לאנד נאך געווען אונטער די קאנטראל פון קריג ס לארדן און אויך יאפאן האט אנגעמאכט אסאך קאפ וויי די קאמוניסטן האבן זיך סטאנציאנירט אין די שטאט דזשיאנקסי וואו די איינוואוינער זענען געווען ארימע און האבן מיטגעשפילט מיט די קאמוניסטן טשיאנג ס ארמיי איז דעמאלט איינגעגאנגען אויף א פלאן ארומצורינגלן די שטאט דזשיאנסקי און מאכן א סוף צו די קאמוניסטן די געשעעניש האט זיך אפגעשפילט אין ווען טשיאנג ס ארמיי האט אינגאנצן ארומגערינגעלט די קאמוניסטישע הויפט באזע און אויסגעקוילעט טויזנטער קאמוניסטישע קעמפער די קאמוניסטן זענען געווארן ווילד און באוויזן צו עפענען א וועג ביי א שוואכערע פונקט פון וואו זיי זענען אנטלאפן און אנגעהויבן א לאנגע מארש איבער כינע זוכנדיג אן ארט ווי זיך אראפצושטעלן טשיאנג ס ארמיי האט זיי נאכגעיאגט און זיי רעדוצירט צו א גרופע פון נישט מער ווי מענטשן די פארבליבענע קעמפער זענען אין ענדע דורכגעגאנגן א שטח פון מייל קילאמעטער ביז זיי האבן זיך באפעסטיגט אין די שטאט יאנאן אין די שענקסי פראווינץ די געפאר פון יאפאן האט ווידער אנגעהויבן הענגן אין דער לופטן אין טשיאנג האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיט זיי די כינעזער האבן געליטן נאכאנאנדיגע דורכפעלער ווייל די ארמיי איז נישט געווען געהעריג ארגאניזירט זינט זי איז געווען פארמישט אין אינערליכע פראבלעמען טשיאנג ס רעגירונג ס מיטגלידער האבן פארלאנגט אז טשינאג זאל איינקלאפן מיט די קאמוניסטן אין עפענען א פאראייניגטע פראנט קעגן יאפאן טשיאנג האט אבער בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון ביז מען האט אים געקינדנעפט איין טאג און אים נאר באפרייט אויף דעם תנאי טשיאנג האט בלית ברירה אזוי געטאן און די קאמוניסטן און די נאציאנאליסטן זענען ארויס אין א פאראייניגטע פראנט קעגן יאפאן אין יולי האט די יאפאנעזער ארמיי אריינמארשירט קיין כינע נאכאמאל מיט א שטארקע מיליטער וועלכע האט שטארק דערשראקן כינע טשיאנג האט מאביליזירט דאס בעסטע וואס ער האט געקענט און זיי געשטעלט אויף פאזיציעס ארום די שטעט בייזשינג און טיאנדזשין אויך ארום די שטאט שאנכאי האט ער געלייגט שטארקע כוחות אבער די שטאט איז שנעל געפאלן צו די יאפאנעזער מאנאטן שפעטער האט יאפאן באזיגט די שטאט נאנדזשינג און דורכגעפירט א שחיטה אויף די ארטיגע איינוואוינער ארום כינעזער זענען אומגעקומען אין א משך פון וואכן און די שטאט איז געווארן א חורבן ביז א יאר שפעטער האט שוין יאפאן געהאט קאנטראל איבער רוב צפון מזרח כינע וועלכע נעמט אריין אלע אינזלן אין דעם יאנגעצער טייך די רעגירונג און די מיליטערישע הויפטקווארטירן האבן זיך געמוזט צוריקציען קיין שיכואן די צייט האט זיך גערוקט און די יאפאנעזער וואלטן גרינג געקענט אייננעמען גאנץ כינע ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט פונקט דעמאלט אויסגעבראכן יאפאן איז דאן באצייכענט געווארן אלס איינע פון די דריי לענדער אין די פאטיסטישע אקס ווען די פאראייניגטע שטאטן האט אריינגעטרעטן אין די קריג נאך די יאפאנעזער אטאקע אויף פוירל הארבאר האט אמעריקע געשיקט אסאך הילף קיין כינע און האט געהאלפן אויפבויען גאנצע מיליטערישע דיוויזיעס די מצב אין כינע זעלבסט איז אויך נישט געווען גוט ווען די נאציאנאליסטן האבן אטאקירט די קאמוניסטן אין און עס האט געברענגט שוועריקייטן זיך צו פאראיייגן אונטער א פראנט קעגן די יאפאנעזער מיט דעם אלעם האבן ביידע פארטייען געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די יאפאנעזער כאטש זיי האבן געוואוסט אז נאך די קריג ווארט זיי אפ אן אינערליכן קאנפליקט ווי טיפער אמעריקע איז אריין אינעם קאנפליקט אוי פן פאסיפיק האט כינע צוריקגעווינען שטחים און גרינג באזיגט די יאפאנעזער ווייל רוב זענען געלאפן קעמפן קעגן די אמעריקאנער די קאמוניסטן האבן גוט אויסגענוצט די צייט פון קריג און אויפגעבויעט זייער מאכט אינלאנד ווי נאר די קריג האט זיך געענדיגט מיט ן אטאם באמבע אויף יאפאן האבן די נאציאנאליסטן און קאמוניסטן זיך צוריק אנטוואפענט און זיך געגרייט צו א מעכטיגע קריג באלד נאכדעם וואס יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן האט אויסגעבראכן די ציווילע קריג צווישן די נאציאנאליסטן און די קאמוניסטן ביידע זייטן האבן געהאט גרויסע ארמייען און פילע זאפאסן פון וואפן טייל פון זיי פארגעשריטענע וואפן וועלכע זיי האבן באקומען פון אמעריקע דורכאויס די צווייטע וועלט קריג די מערב לענדער האבן פרובירט צו לעזן דעם קאנפליקט אבער עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן ביידע זייטן האבן זיך געוואלט פארצוקן איינע די אנדערע אין איז ענדליך געלונגן פאר דעם אמעריקאנער גענעראל דזשארדזש מארשאל צו מאכן א צייטווייליגער פייער אפשטעל אבער די שלעגערייען האבן זיך צוריקגעקערט קורץ דערנאך מארשאל האט נישט נאכגעלאזט און געבעטן הילף פון די אמעריקאנער רעגירונג צו פארשטארקערן זיינע פלענער איבער כינע אמעריקע האט אבער נישט געהאט קיין חשק פאר אן אפמאך נאר ליבערשט געוואלט שטיצן די נאציאנאליסטן פאר א פרייע כינע אמעריקע האט טאקע אזוי געטאן און געשיקט מיליטערישע הילף פאר די נאציאנאליסטן זעענדיג אז ער האט נישט ווייטער וואס צו טאן האט מארשאל פארלאזט כינע און די קריג האט זיך פארשטארקט פילפאכיג אמעריקע האט ווייטער געשיקט הילף פאר די נאציאנאליסטן אבער די קאמוניסטן האבן צוביסלעך אנגעהויבן באקומען מער שטיצע צווישן די באפעלקערונג און האבן עוענטועל באקומען דער אויבערהאנט אין די שלאכטן ביז די נאציאנאליסטן האבן זיך אונטערגעגעבן אין און די קאמוניסטן האבן איבערגענומען די קאנטראל אויף די רעגירונג די נאציאנאליסטן האבן געמאכט פליטה און זיך פארשטארקט אויף טייוואן אינזל און אויפגעשטעלט א זעלבשטעדיגע רעגירונג מיט טשיאנג אלס פירער טשיאנג האט זיך ערקלערט פירער פון גאנץ כינע ביז זיין טויט אין אין דער זעלבער צייט האט דער קאמוניסטישער פירער אין כינע מאא צעטאנג אויפגעשטעלט די קאמוניסטישע רעגירונג סי סי פי אין בייזשינג ווי נאר די קאמוניסטן האבן איבערגענומען דער רעגירונג ס רעדער האבן זיי זיך דערזען מיט א שווערע ארבעט צו קענען צוריקברענגן סטאביליטעט און אויפבויען די עקאנאמיע וועלכע איז געווען צוברעקלט פון די אלע מלחמות און אמפערייען איר הויפט צילן זענען געווען צו סטאביליטירן די אינפלאציע און צוריקקערן קאמוניקאציע און דאמעסטישע סדר צו קענען בויען די עקאנאמיע די קאמוניסטן האבן באזייטיגט אלע פאליטישענס און אלטע רעגירונג ס ארבייטער טייל פון זיי וועטארן אפישעלס וועלכע האבן נישט איינגעשטימט מיט זייערע פלענער אויף פראצענט אין האט די רעגירונג אנגעהויבן א קאמפיין אויסצוראטן אלע רעשטלעך פון נאציאנאליסטן וועלכע האבן אן איינפלוס אויף אנדערע מענטשן מען שאצט אז צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען אומגעברענגט געווארן און פיל מער זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט ס לאגערן די כינעזער איינוואוינער זענען געכאפט געווארן אין שאק וואספארא מאדנע נייע געזעצן זענען איינגעשטעלט געווארן אין לאנד א טייל פון זיי בנוגע רעליגיע די קאמוניסטן האבן געוואלט האבן אלע מיינונגען פון אלע איינוואוינער אייניג און האבן אפילו ארויסגעשיקט מיסיאנערן אויסער כינע צוריקצוברענגן טייל פון אירע אנטלאפענע סיטיזענס אדער כאטש אנצוהאלטן די רעליגיע צווישן זיי די רעגירונג האט צוביסלעך אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל אין אלע אספעקטן נאכגייענדיג די קאמוניסטישע מאדעל פון דעם רוסישן פירער לענין יעדן טאג זענען ארויסגעקומען פרישע גזירות און די סיטיזענס זענען געווארן שטארק אונטערדרוקט סיי אין ביזנעס און סיי אין פאמיליע לעבן די רעגירונג האט אראפגעשטעלט א יעריגע עקאנאמיע פלאן און איבערגענומען די קאנטראל אין בעלות שאפט פון אלע ביזנעסער גיבנדיג זיי א יערליכן פלאן פאר פראדוקציע אפגעזען צי עס לוינט זיך אדער נישט מער וועגן די קאמוניסטישע געפלאנטע עקאנאמיע האבן מיר דערמאנט ביי עקאנאמיע ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט קאמפיינט פאר קאמוניזם האט דאס אלגעמיינע פאלק פארשטאנען אז די קאמוניסטישע עקאנאמיע פלאן איז דער בעסטער וועג אויפצובויען די עקאנאמיע לויט דעם לאנד ס דעמאלטדיגע מצב קיינער האט זיך אבער נישט פארגעשטעלט וואס עס ליגט אונטער דעם טיטול קאמוניזם און וואספארא טויש עס וועט מאכן אין זייער לעבנ ס סטיל קריטיקירן איז אבער נישט געקומען אין באטראכט ווייל די רעגירונג האט שטארק באשטראפט די וואס האבן זיך פרובירט הייבן דעם קאפ די קריטיקיזם איז אבער דאך נישט געבליבן אונטער די ליפן און האט דעגרייכט די רעגירונג ס אויערן דער דעמאלטדיגער פירער מאא זידאנג האט איינגעזען אז מיט די קריטיקיזם פון זיינע אייגענע סיטיזענס וועט מען נישט קענען אויפבויען דאס לאנד און האט באשלאסן צו געבן די מעגליכקייט פאר די מענטשן זיך צו עפענען זייער מיילער און זאגן וואס זיי טראכטן וועגן די נייע רעגירונג זיין קאמפיין האט ער נאמינירט אלס לאזט הונדערט בלומען וואקסן וואס האט געזאלט מיינען אז די רעגירונג וויל פארשטערקערן איר שייכות צו אירע בירגער מאא האט געהאלטן אז די רעגירונג ס לייט וועלכע זענען אנגעקומען מיט א גוטן ווילן אויפצובויען די רעגירונג זענען מיט דער צייט געווארן אויטאריטעטישע ביוראקראטן עס זענען געמאכט געווארן ספעציעלע קלאסן וואו רעגירונג ס אפישעלס האבן אויסגעפרעגט די בירגער וואס זיי האבן צו זאגן די כינעזער האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן און אפען קריטיקירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און געבעטן פרייהייט זעענדיג זיך אן א וועג ארויס האט די רעגירונג פארמאכט דעם קאמפיין און באשטראפט א האלב מיליאן מענטשן פאר זייערע אנטי קאמוניסטישע סטעיטמענטס רוב פון זיי האבן פארלוירן זייערע שטעלעס און טייל אויך זייער פרייהייט אין נאוועמבער האט דער כינעזער פירער מאא צעטאנג דורכגעפירט א נייע דעוועלאפמענט פלאן וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די ערגסטע טעות אין די כינעזער רעגירונג ס געשיכטע מאא ס פלאן איז געווען צו באזיגן בריטען אין די אינדוסטריאל פאבריצירונג ביז יאר די הויפט טעמע איז דעמאלט געווען איבער אייזן וועלכע די כינעזער האבן געהאט ווייניג און האבן געמוזט צוקומען צו בריטען פון וואו זיי האבן אימפארטירט אייזן מאא ס חשבון איז געווען אז מיט אזויפיל מיליאנען מענטשן קען מען אלעס באווייזן מען דארף נאר ארויפשארן די ארבעל און ארגאניזירן א פראדוקציע פלאן מאא ס האט פארגעלייגט זיין פלאן אין מאסקעווע פאר די קאמוניסטישע רעגירונג און האט באצייכנט זיין פלאן אלס די גרעיט ליעפ פאערד וואס מיינט א גוטער שטאפל אויף ווייטער די קאמוניסטישע רעגירונג האט נישט געהאט קיין שוועריקייטן צו ארגאניזירן און אויפציען אירע נייע פלענער און האט פון איין טאג אויף די אנדערע ארויפגעצויגן א ליסטע פון נייע געזעצן פאר אלע ארבייטער און האט געצווינגן יעדן צו גיין ארבעטן אירע פלענער האבן זיך אויסגעארבעט ריזיג אבער מיט ווייניג וויסנשאפט איבער לאנדווירטשאפט האט מאא אנגעזייעט איינע פון כינע ס גרעסטע חרבנות די פראדוקציע איז געגאנגן איבער די מאס און די וועלטליכע איינפירונגן זענען נישט איינגעהאלטן געווארן די ארבייטער האבן ארויסגעצויגן דאס גאנצע געוואוקס פון די קאנטרי טיילן פון לאנד און דאס וואסער האט אנגעהויבן בלייבן אין די ערד ברענגנדיג א סעריע פון פארפלייצונגען שטורעם ווינטן ערד ציטערנישן און אנדערע חרבנות וועלכע האט אומגעברענגט מיליאן מענטשן צווישן און טאקע אין דער צייט פון נויט האט כינע ס איינציגסטע פריינט רוסלאנד אנגעקניפט בעסערע באציאונגען מיט די מערב לענדער שטייענדיג אין די לעצטע יארן פון די קאלטע קריג ווי נענטער זי איז געווארן מיט די מערב לענדער אלס מער האט זי זיך דערווייטערט פון כינע און איר איבערגעלאזט אויפ ן וואסער כינע האט שארף פארדאמט רוסלאנד באשלוס ארויסצוציען אירע מיסילס פון קובא אונטער די שווערע דרוק פון די פאראייניגטע שטאטן און האט אינגאנצן אפגעהאקט אירע באציאונגען מיט רוסלאנד און אויפגעצויגן א נייע מאדעל פון סאציאליזם וועלכע איז געווען קעגן די פרייע וועלט און אויך קעגן סאוויעט רוסלאנד כינעזער אפישעלס זענען שפעטער ארומגעפארן אין אזיע און אין אפריקע אין א פארזוך אויפצוטרייבן שטיצע פאר איר נייעם רעגירונג מאדעל אין דער זעלבער צייט האט זיך כינע אנגעשטויסן מיט נאך פראבלעמען ווען די פאראייניגטע פעלקער האט איר געווארנט פאר איר באהאנדלונג מיט די רעבעלן אין טיבעט א ראיאן וואס כינע האט אנעקסירט וואו די כינעזער מיליטער האט שטארק אונטערדרוקט די ארטיגע רעבעלן די רעבעלן האבן זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און האבן פארלאזט כינע און זיך באזעצט אין נעפאל און אין אינדיע עטליכע יאר שפעטער האט כינע געעפענט א קאנפליקט מיט אינדיע איבער א טעריטאריע פון קוואדראט מייל קוואדראט קילאמעטער וועלכע די אינדיאנער האבן באצייכנט אלס זייערס די כינעזער ארמיי האט אריינמארשירט אהין און אקופירט דעם ראיאן און נאכאנאנדיגע פארהאנדלונגן האבן נישט געברענגט קיין שום רעזולטאטן אויך האט כינע זיך געטשעפעט מיט די פאראיינגטע שטאטן אין די וויעטנאם קריג ביז ווען זי האט געשיקט שטיצע פאר די קאמוניסטישע גרופעס אויך אין אידאניזיע האט כינע געשטיצט די ארטיגע קאמוניסטישע פארטייען ביז די כינעזער אמבאסאדא איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארט אין איינע פון די הויפט היסטארישע געשעענישן אין דער קאמוניסטישער כינע איז געווען די קולטורעלע רעוואלוציע וועלכע איז לאנצירט געווארן דורך כינע ס פירער מאא צעטאנג צוריקצודרייען דאס רעדל און אויפציען אלע ערשטע קאמוניסטישע פאליסיס וועלכע זענען מאדיפיצירט געווארן אין די ערשטע יאר איינע פון די הויפט זאכן איז געווען צו געבן מער קראפט פאר מאא די קעגנערשאפט צו מאא ס רעוואלוציע איז אבער געווען זייער שטארק און עס האט זיך געפאדערט אסאך מאכט זיי צו איינשטעלן עס האבן אויסגעבראכן שטורמישע פראטעסטן מיט וועלכע די פאליציי האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן מאא זעענדיג די געפאר פאר זיינע אויגן איז נישט געזיצן שטיל און האט אויפגענומען א שטאב פון זיינע גאר נאנטע שטיצער פאר א מעכטיגע קאמפיין אויפצוברענגען שטיצע פאר זיין רעוואלוציע די שטאב האט געטאן א גוטע ארבעט ווען זי האט ביז עטליכע וואכן באוויזן צו געווינען די מיינונג פון די סטודענטן וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אין פולער שטיצע פאר מאא ס פלענער די סטודענטן האבן פארלאזט זייערע סקולס און זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן ווילדערהייט צו קאמפיינען פאר דער רעוואלוציע די סטודענטן האבן איבערגעדרייט דאס לאנד און ארויסגעשטויסן צענדליגער רעגירונג ס ארבעטער פון זייערע פאזיציעס אין א פארדאכט אז זיי זענען קעגנער פון דעם פלאן צוליב זייער ווילדקייט און אכזריות האבן זיי די שטאט מענטשן באצייכנט אלס די רויטע וועכטער די קאמפיין איז נישט געגאנגען גלאטיג ווי א קאמפיין אין אמעריקע נאר איז געווען א בלוטיגע וועלכע האט איבערגעלאזט טויזנטער טויטע צווישן די יארן פון ביז די גורל פון די קעגנער איז נישט געווען קיין גוטע יעדן טאג זענען הונדערטער מענטשן ברוטאל באהאנדלט געווארן פון וועלכע רוב זענען אומגעברענגט געווארן אדער באגאנגען זעלבסט מארד צווישן די הויכע רעגירונג אפיצירן וועלכע זענען באזייטיגט געווארן איז געווען ליאו שאאוקי א וועטעראן פלאנירער אין מאא ס רעגירונג וועלכער האט זיך קעגן געשטעלט קעגן א טייל פון דער רעוואלוציע אנשטאט אים איז אויפגענומען געווארן לין ביאא וועלכער איז געווען א שטארקער מאכער אין דער קאמוניסטישער רעגירונג און איז געווען א פערזענלעכער גוטער פריינט מיט מאא און איז באטראכט געווארן אלס מאא ס נאכפאלגער דאס איז אבער געווען א פאטאלער טעות לין האט זיך געהאט זיינע אייגענע פלענער און אויסגעארבעט א פלאן אומצוברענגען מאא און ווערן כינע ס פירער זיין פוטש איז אבער דורכגעפאלן אינמיטן דער פלאנירונג ווען איינער פון זיינע מיטארבעטער וואס האט שפיאנירט פאר מאא האט ארויסגעגעבן די פלענער לין איז באצייטנס אנטלאפן צו די סאוועטן אבער ער איז אומגעקומען אין א פליגער קראך אויפן וועג קיין רוסלאנד די רעגירונג האט אונטערגענומען אן אויספארשונג קעגן די קעגנער און האט באצייכענט פיר מענטשן אלס די הויפט אנפירער פון זיי די משפט פון די פיר באקאנט אין כינע אלס די גרופע פון פיר האט אפיציעל באצייכנט די ענדע פון דער קולטורעלער רעוואלוציע דורכאויס דער קולטורעלער רעוואלוציע איז כינע ס אזוי אויך שלעכטע באציאונגען מיט דער מערב וועלט פיל ערגער געווארן ווען די רויטע וועכטער האבן אנגעהויבן זייערע ווילדע אקטן אין כינע אויך מיט די סאוויעטן איז די פריינטשאפט געפאלן צו איר נידעריגסטן שטאפל ווען די סאוויעטן האבן אינוואדירט טשעכסלאוואקיע אין די כינעזער זענען געווען זייער בייז אויף די סאוויעטן און האבן פרובירט אונטערצושטעלן א פיס וואו עס איז נאר געגאנגן קאנפליקטן ביי די גרעניצן האבן זיך פארשטארקט יעדן טאג און די צוויי לענדער האבן זיך געשארפט די שווערדן אין יענע צייטן איז כינע געווען אויסגעשלאסן פון די גאנצע וועלט און האט נאר געהאט גוטע באציאונגען מיט אלבאניע אין די אנפאנג ער יארן האט זיך די אויסער ן באציאונגען דראמאטיש געטוישט און כינע האט אנגעהויבן זוכן באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן אין האט די כינעזער רעגירונג באקומען אן אפיציעלע זיץ אין די יונייטעד נעישאנס איבערנעמענדיג דאס ארט פון די טייוואנער רעגירונג דאס איז געווען די ערשטע גוטע צייכן אז כינע האלט זיך ביים טוישן איין יאר שפעטער האבן די באציאונגען שוין געהאלטן גאר נאנט אז דער דעמאלטדיגער אמעריקאנער פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט אפגעשטאט א באזוך קיין כינע וואו ער האט אראפגעלייגט נייע יסודות פאר א האנדל צווישן די צוויי לענדער ניקסאן האט דעמאלט פארשפראכן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט ארויסציען אירע טרופן פון טייוואן גאר בקרוב וועלכע איז טאקע עווענטועל צושטאנד געקומען ווי נאר ניקסאן האט פארלאזט כינע האבן צענדליגער אנדערע מאדערניזירטע לענדער זיך געוואנדן דימפלאמאטיש צו כינע און אפגעלאזט זייער אפיציעלע איינזעעניש פון די טייוואנער נאציאנאליסטישע רעגירונג דאס אינטערעסאנסטע פון אלעם איז געווען אז אויך יאפאן האט צוריקגעלייגט די וואפן אין די האלטערס און זיך געווינקן מיט כינע פאר צוקונפטע בעסערע באציאונגען טשעירמאן מאא זידאנג און כינע ס פרעמיער זוא ענלעי זענען ביידע געשטארבן אינעם זעלבן יאר איבערלאזנדיג א פארטיי אן קיין באשטימטע פירער די פארטיי אפישעלס האבן זיך ארומגעריסן מאנאטן לאנג ווער עס זאל איבערנעמען די פירערשאפט פון די רעגירונג אין די ענדע איז אויסגעקליבן געווארן הוא גואפענג וועלכע איז געווען א געלערנטער כינעזער וועלכער האט געהאט ווייניג געקניפקייט מיט איינע פון די צוויי געוועזענע פירער הוא האט איבערגענומען די רעגירונג אין שווערע צייטן און איז געווארן טשעירמאן און פרעמיער אויפאיינמאל זיינע פלענער האבן געלויטעט צו ערהוילן כינע פון די שווערע יארן וואס זי האט געהאט פיזיש און גייסטיש די מאסיווע פארפלייצונגען און ערדציטערנישן האבן אפגעווישט מיליאנען כינעזער און אויך די עליטע זענען באזייטיגט געווארן דורכאויס די קולטוראלע רעוואלוציע הוא האט אויך צוגעזאגט א לענגערע פלאן וויאזוי אויפצוארבעטן די עקאנאמיע זיינע פלענער זענען נאך געווען אין די ערשטע פאזעס ווען ער איז ארויסגעפלויגן פון אפיס און איבערגענומען געווארן פון דעם פאפולערן דענג זיאאופינג וועלכער איז געהאט געווען אביסל באזייטיגט זינט די קולטוראלע רעוואלוציע זיין שטיצע האט אבער צוריק אויפגעלעבט צוליב זיין רעפוטאציע אלס א וועטארן רעגירונג אפישעל און ער איז געווארן טשעירמאן און פרעמיער פון כינע אין דענג האט פארשטאנען אז מיט אזא רעגירונג סיסטעם וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען און האט אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי צו רעפארמירן די קאמוניסטישע סיסטעם די ערשטע און וויכטיגסטע שטאפל איז געווען אויפצוהייבן די עקאנאמיע און קעמפן ארימקייט צו וועלכע עס האט זיך געפאדערט א נייע מאדעל פון די עקענאמישע סיסטעם וועלכע דענג האט אנגעהויבן צוביסלעך צו טוישן די ערשטע זאך וואס האט זיך געטוישט איז געווען די פריוויטאציע פון הייזער און קליינע ביזנעסער עס איז געגאנגן צוביסלעך אבער די ארימקייט ראטעס זענען זייער שנעל ארויף צוליב די אפטעמיזם פון די כינעזער איינוואוינער אויסערן אינוועסמענט איז געווען די צווייטע שטאפל אויף וועלכע דענג האט זיך שטארק אנגעפלאגט ווייל עס איז נאך דעמאלט נישט געווען קיין מדובר פון אריינלאזן די פרייע וועלט אין די קאמוניסטישע עקאנאמיע דענג האט אבער באוויזן דאס אומגלויבליכע און אריינגעברענגט שווערע אינוועסמענטס וועלכע האבן אויפגעלעבט די עקאנאמיע ווי די שוים אין א גלעזל ביר א ווייטערדיגע שריט איז געווען צו שיקן כינעזער סטודענטן אין אויסערן קאלעדזשעס וואו זיי האבן זיך געלערנט די וועלט ס פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און ריסוירטש און דאס צוריק געברענגט קיין כינע אין קורצע ווערטער האט דענג איבערגעטוישט אין רעפארמירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און אויפגעהויבן די עקאנאמיע אויף פילפאכיגע שטאפלן וועלכע כינע האט פאר יארן לאנג נישט געזען א דורכשניטליכער איינוואוינער האט אין די ערשטע יאר פון דענג ס פירערשאפט געזען זיין געהאלט זיך מערן ביז דריי מאל אזויפיל ביזנעס איז געווארן ביזנעס און די כינעזער גאסן האבן אנגעהויבן אויסקוקן ווי א מאדערנע גאס אין א פארנומענע שטאט ברויך אויסקוקן די סטודענטן וועלכע האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געשפירט אביסל פרייהייט האבן גוט אויפגענומען דעם טעם און אנגעהויבן קאמפיינען פאר פרישע פרייהייטן יעדן טאג האט א צווייטע גרופע מארשירט אויף די גאסן פון בייזשינג און פארלאנגט א פולע פרייהייט פון די רעגירונג וועלכע האט געזאלט מיינען דאס אויפלעזונג פון קאמוניזם מיט דאס פאלן פון די קאמוניסטישע רעגירונגען אין מזרח אייראפע אין און דערנאך די צוזאמענפאל פון די סאוויעט יוניאן אין איז כינע פארבליבן די איינציגסטע וועלט מאכט מיט א קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם די כינעזער רעגירונג האט גענומען לעקציעס פון אלע צוזאמענגעפאלענע רעגירונגען וויאזוי אנצוהאלטן קאמוניזם די רעגירונג האט געדרוקט אויפצובויען די עקאנאמיע דורך אנהאלטן די רעפארמען פון דענג זיאאופינג און ערלויבט זיך צו מופן פון איין פלאץ צו די אנדערע כדי מען זאל קענען טרעפן א דזשאב א זאך וואס איז געווען פארבאטן זינט די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט און איז נאר ערמעגליכט געווארן אויב מען האט באקומען א פערמיט פון די רעגירונג נאך גרויס שתדלנות א שטארקע לעקציע וואס כינע האט זיך געלערנט פון רוסלאנד איז געווען די קאנטראל אויף די פאליטישע פארטייען כינע האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי רוסלאנד און האט אונטערדרוקט די פארטייען אנהאלטנדיג א שטארקע קאנטראל אז קיינער זאל זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ דענג איז פארבליבן דער דאמינענטער פיגור אין כינע דורכאויס די ער און אנפאנג ער יארן דזשיאנג זאמין א גאר נאנטער פריינט מיט דענג און א שטארקע צוהעלפער צו די רעפארמען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מיטצוהאלטן די טאג טעגליכע פראצעדור פון די רעגירונג און איז באשטימט געווארן אלס פרעזידענט פון כינע אין ווען ער האט ווייטער אנגעהאלטן זיין שטעלע אלס פארטיי גענעראל סעקרעטאר דענג איז געשטארבן אין און דזשיאנג האט אים איבערגענומען אלס פרעמיער אנהאלטנדיג מיט א שטארקייט דענג ס רעפארמען דענג און דזשיאנג ס רעפארמען זענען געווען זייער סוקסעספול פאר די עקאנאמיע עס האט געברענגט מיליאנען נייע דזשאבס אריינגערעכנט פארגעשריטענע טעכנאלאגישע דזשאבס וועלכע איז קיינמאל פריער נישט שטודירט געווארן אין כינע אבער מיט דעם אלעם האבן די רעפארמען אויך מיטגעברענגט פראבלעמען ווען די נאציאנאלע חובות זענען דראסטיש געשטיגן ווייל מען האט געמוזט אנקומען צו בארגן געלט פון צענדליגער לענדער פאר גרויסע אינוועסטמענטס וואס האט קריטיש וויכטיג אויסגעפעלט פאר די בליענדיגע עקאנאמיע נאך א פראבלעם וואס איז אנטשטאנען איז געווען די ענווייראמענט וועלכע איז ווייטער געשעדיגט געווארן פון אן אומבאלאנסדיגע ארבעט ס קראפט און האט געברענגט פרישע ערדציטערנישן און פארפלייצונגען וועלכע האבן אומגעברענגט אסאך מענטשן און שאדן געמאכט זייער אסאך געלט נאך א זאך וואס האט נישט געטויגט און געשטערט די ארבעט פון די רעגירונג איז געווען די קארופציע אינערהאלב די רעגירונג ס לייט וועלכע האבן זיך געלאזט פארקויפן פאר געלט און האבן געטאן טובות פאר מענטשן פאר אפאר דאלאר יעדער וואס האט געברויכט האבן א פערמיט פאר א געוויסע זאך האט אונטערגשטופט אביסל שוחד אונטער זייערע טירן און זיי האבן באקומען אלעס וואס האט אויסגעפעלט אפילו דאס זאל מיינען א טאטאלע פארלוסט פאר די רעגירונג די רעגירונג האט פרובירט אפצושטעלן די קארופציע אבער עס האט גאר ווייניג געהאלפן דורכאויס די ער יארן האט זיך כינע ס אינטערנאציאנאלע באציאונגען שטארק פארבעסערט און בריטען האט צוריקגעגעבן האנג קאנג צו כינע וועלכע איז געווען אונטער בריטישע קאנטראל אביסל שפעטער איז מעקאו אויך צוריק צו כינעזער קאנטראל נאך יארן לאנג אונטער פארטוגאל ס קאנטראל אין ווען עס איז פארגעקומען א וואלוטע קריזיס אין אזיע האט זיך כינע די בעסטע ארויסגעדרייט א דאנק איר שטארקע עקאנאמיע כינע איז נאך אלס געטראפן געווארן פונעם קריזיס און האט זיך געוואנדן צו אמעריקע פאר הילף דער דעמאלטדיגער פרעזידענט ביל קלינטאן איז דאן אראפגעפארן קיין כינע און דעבאטירט דעם קריזיס און אירע אפציעס וואס מען קען טאן דערצו אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע אין האט כינע געשלאסן אן אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן אז אויב זי וועט נאכלאזן פון אירע אימפארט שטייערן וועט אמעריקע שתדלן ביי די וועלט אז כינע זאל אריינגענומען ווערן אין די וואורלד טרעיד ארגאניזאציע דאבלעיו טי או כינע האט זיך צוגעכאפט צו דעם געשעפט און טאקע אזוי געטאן און אנגעקניפט בעסערע באציאונגען אויך מיט אנדערע לענדער און געעפנעט האנדל מיט זיי ווייזנדיג אז כינע איז אויך א גרויסע האנדלער מיט וועמען עס לוינט זיך צו טאן ביזנעס אין דעצעמבער איז כינע ענדליך געווארן א מיטגלידער אין די דאבעליו טי או דזשיאנג האט רעטייערט פון זיין שטעלע אלס די פארטיי ס סעקרעטאר גענעראל אין נאוועמבער מיטנעמענדיג מיט זיך זיין גאנצע קאבינעט וועלכע האבן אלע רעטייערט מיט אים מיט דעם אקט איז די רעגירונג געבליבן אפען פאר א גענצליך נייע פירערשאפט וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן פאר דעם אויסגעקליבענעם שטילן הו דזשינאטאו א געוועזענער מיטגלידער אין דזשיאנג ס קאבינעט הו איז געווארן גענעראל סעקרעטאר און שפעטער אויך פרעזידענט פון כינע דזשיאנג איז ווייטער פארבליבן מיט זיין שטעלע אלס פירער פון די מיליטערישע קאמיסיע וועלכע האלט די פולע קאנטראל אויף די מיליטער און מאכט זייערע באשלוסן פאליטישע עקספערטן זאגן אז דזשיאנג איז שטילערהייט פארבליבן א גרויסע ראלע שפילער אין די פאליסי מאכונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג אונטערן טיש ארכעאלאגישע עדות שאפט צייגן אז אידן האבן שוין געוואוינט אין כינע פאר איבער יאר צוריק די ערשטע כינעזישע אידן זענען אנגעקומען פון די פערסישע לענדער און די רעגירונג האט זיי צוגעטיילט די שטאט קייפענג אלס זייער וואוין ארט דאקומענטן פון יענע צייטן ווייזן קלאר אז די אידישע געמיינדע האט געציילט ארום מענטשן די אידן האבן באלד געבויט א שול וועלכע איז פארבליבן די שטאטישע שול פאר דורות שפעטער די אידן האבן באקומען צונעמען מיט וועלכע מען האט זיי באצייכענט לויט ווי מען זעט קלאר האבן זיי געהאט זיבן אפיציעלע נעמען געוואנדן לויט די צייטן די זיבן נעמען זענען געווען איי לאו דזשין לי שי זהאנג און זהאו עס זענען נאך היינט פאראן אסאך דאקומענטן פון יענע צייטן וועלכע ליגן אין מוזייען וועלכע האבן אויף זיך אלע זיבן צונעמען די אידישע באפעלקערונג אין קייפענג האט געהאט שווערע צייטן אנצוהאלטן די אמונה אין די ערשטע יאר ווייל די שטאט איז גענוצט געווארן דורך די רעגירונג אלס אן אימיגראנטן שטאט אין וועלכע עס זענען אויך אריינגעזעצט געווארן מוסולמענער און קריסטן להבדיל די קריסטן האבן געציילט זייער גרויסע נומערן און האבן געהאט די השפעה אויף דער גאנצער שטאט זיי האבן איינגעשטעלט צענדליגער מיסיאנערן וועלכע האבן באפאלן די אידן און זיי פארטיילט ביכער פון כפירה וועלכע האט אראפגעברענגט הונדערטער אידן פון אידישן וועג די קייפענג אידן זענען געווארן אויסגעשלאסן פון דער אידישער וועלט און די וועלט האט אינגאנצן פארגעסן אז עס געפינען זיך אידן אין כינע אין די אנפאנג יארן האבן די אמעריקאנער אידן צוריקגעמאכט קאנטאקט מיט די כינעזער אידן און האבן עטליכע מאל געוואלט אראפשיקן א דעלעגאציע קיין כינע נאר יענע צייטן האבן עס אוממעגליכט בעפאר די וועלט קריגן האבן מער אידן אנגעהויבן אימיגרירן קיין כינע און האבן זיך באזצעט אין דער פינאנציעלער שטאט שאנכאי ווי נענטער עס איז געווארן צו דער קריג און נאכמער נאך דער ערשטער וועלט קריג האט די אימיגראציע זיך געדאפלט און דעגרייכט איבער מענטשן רוב פון די פליטים זענען געקומען פון די בריטישע קאלאניעס האנג קאנג מיטל מזרח און פון אינדיע נאך א שטארקער שטופ צו אימיגרירן איז געווען א פארט אפמאך וועלכע כינע האט דעמאלט אויסגעפירט און מיט דעם אויפגעלעבט די האפן שטעט און געברענגט פרישע האנדל אסאך פון די פליטים קיין כינע האבן באקומען הילף פון אמעריקאנער אידישע ארגאניזאציעס וועלכע האבן געטאן וואס מעגליך צו ראטעווען אידן פון דער ברענענדיגער אייראפע די גרעסטע גרופע פון אימיגראנטן קיין שאנכאי איז געווען ביים אנהויב פון דער צווייטער וועלט קריג ווען אידן וועלכע האבן זיך געוואלט ראטעווען פון נאצי דייטשלאנד זענען אנגעקומען קיין שאנכאי רוב פון די פליטים זענען געקומען מיט שיפן אויפ ן וואסער ביז אין ווען איטאליע האט אריינגעטרעטן די קריג און די וואסערן זענען פארוואנדעלט געווארן אין מיליטערישע באזעס וואו עס איז אוממעגליך געווען דורכצופארן אבער אפילו דעמאלט זענען נאך אלס געקומען פרישע אידן קיין כינע דורך רוסלאנד ביז אין ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד אלע וויזעס זענען ערלעדיגט געווארן דורך דער חסיד אומות העולם דר האו פענג שאן כינע ס קאנסול גענעראל אין וויען כינע האט געראטעוועט מער אידן פון די נאציס ווי קאנאדע אויסטראליע ניו זילאנד דרום אפריקע און אינדיע צוזאמען צווישן און זענען ערשינען מער ווי אידישע נייעס בלעטער און זשורנאלן געשריבן אין דייטש פויליש און אידיש נאכן קריג זענען ווייניג פון די פליטים פארבליבן אין כינע און האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל קאנאדע ניו זילאנד אויסטראליע און צו די פאראייניגטע שטאטן אבער נאך אלץ זענען געבליבן אידן צושפרייט ווען די קאמוניסטן האבן געהויבן די הענט האבן די רעשטלעך אויך אפגעטראגן דער ערשטער צענזוס פון דער קאמוניסטישע רעגירונג אין האט געוויזן אז נאר אידן האבן נאך דעמאלט געוואוינט אין שאנכאי די אידישע באפעלקערונג אין קעיפינג ציילט היינט אינגאנצן פאמיליעס בערך נפשות קעיפינג געפינט זיך מייל פון דער הויפט שטאט בייזשינג די קעיפינג אידן האבן געהאנדלט מיט סחורה ס וועלכע זיי האבן עקספארטירט צו מערב און דרום אזיע היינט די לענדער פון אפגאניסטאן און אינדיע די אידן אין קעיפינג האבן אויך געהאנדל ט מיט זייערע כינעזער אידישע ברודער וועלכע האבן געוואוינט אין שטעט אריינגערעכנט א קליינע גרופע אין די הויפט שטאט בייזשינג די אידן האבן דארט געהאט א גרויסע שטאטישע שול וועלכע איז געבויט געווארן מיט איבער יאר צוריק ווי פריער דערמאנט די שול איז געווען א היסטארישע און איז געווען באליבט און געערט ביי אלע אידן אין שטאט אין איז די שול צוזאמענגעפאלן פון א מעכטיגע ערדציטערניש וועלכע האט פארוואוסט גאנצע שטעט אין כינע די אידן אין קעיפינג האבן שטארק באוויינט זייער פארלוסט אבער האבן נישט געהאט דאס געלט אויפצובויען נאכאמאל אזא גרויסע און שיינע שול נאר האבן ארויסגעדינגן אן ארט פאר א צייטווייליגע שול ביי די מלחמה יארן ווען מער אידן זענען אנגעקומען קיין כינע האט מען געבויט נייע שולן פון וועלכע איינס שטייט נאך היינט די אידן אין קעיפינג זענען שטענדיג געווען אפגעזונדערט פון די אידישע וועלט אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין געהאט צוריקגעמאכט קאנטאקט מיט זיי ביי די קריג צייטן ווען אידן האבן באזעצט האנג קאנג און שאנכאי זענען זיי געגאנגען באזוכן די קעיפינג אידן און זיי געבעטן צו קומען וואוינען קיין שאנכאי וואו עס איז געווען א אידישע צענטער מיט קהילות און ישיבות אבער די קעיפינג אידן האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט און ווייטער געבליבן זיצן עלנד אליין די אידן וואס זענען זיי געגאנגן באזוכן האבן שפעטער געזאגט אז טייל פון די אידישע פאמיליעס זענען געווארן ריכטיגע כינעזער מיט אלע מפרשים קיינע פון די קעיפינג אידן זענען היינט מער נישט קיין שתומצ ליידער און זיי געדענקן קוים אז זיין שטאמען פון אידן אין די לעצטע יארן האבן צוויי קעיפינג איינוואוינער געשאפט געלט און אנגעהויבן בויען א מוזעאם וואו זיי וועלן צוזאמענברענגן אידישע ארטיקלן און היסטארישע דאקומענטן פון די אידן אין קעיפינג די אמעריקאנער אידישע קאנגרעס העלפט שטארק ארויס די קעיפינג אידן כדי צוריקצוברענגן כאטש א פארמאלע אידישע לעבן זייער אסאך אידישע טוריסטן ווערן געגעבן ביליגערע פרייזן און ווערן געבעטן צו פארן באזוכן די קעיפינג אידן יאפאן איז אן ארכיפעלאג פון אינזלען די הויפט אינזלען האקיידא האנשו שיקאקא און קיושו באדעקן פונעם לאנד שטח פון יאפאן דער גרעסטער אינזל איז האנשו עס איז א שטארק אנטוויקלט לאנד מיט דער דריטער גרעסטער פראדוקט ווערדע אין דער וועלט די באפעלקערונג פונעם לאנד איז העכער פון מיליאן מענטשן אין דעם מיטל אלטער זענען געווען אין יאפאן סאמוריי און שאגון ענלעך צו ריטער און לארדן אין אייראפע די עלטסטע געשריבענע היסטאריע פון יאפאן געפינט זיך אין כינעזישע דאקומענטן פון די טן און טן יארהונדערטער האבן די יאפאנעזער אנגעהויבן שרייבן זייער אייגענע היסטאריע ווען מענטשן פון כינע און קארעע האבן זיי אויסגעלערנט די כינעזישע שריפט סיסטעם פון די שכנותדיקע לענדער האבן די יאפאנעזער געלערנט וועגן בודהיזם אין יאפאן איז דאס געווארן זען בודהיזם די העיאנער תקופה אין יאפאן איז געווען פון ביז ווען ס איז ארויסגעקומען א דייטלעכע יאפאנישע קולטור מיט קונסט פאעזיע און פראזע אין דער תקופה האט מוראסאקי שיקיבו געשריבן דעם ערשטן ראמאן די מעשה פון גענזשי אויך אין דער תקופה האט מען געשריבן דעם לידטעקסט פון יאפאנס נאציאנאלן הימען אינעם סטן יארהונדערט האבן די אייראפעישע אנגעהויבן קומען האנדלען אין יאפאן די ערשטע זענען געווען די פארטוגעזער דערנאך שפאנישע ענגלישע און האלענדער אין האט דער אמעריקאנער קאמאדאר פערי געצוואונגען די יאפאנעזער אויפעפענען זייער לאנד און די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן קומען צו ניצן די פארטן אין יאפאן פאר זייערע וואלפיש שיפן אין איז פארגעקומען די מיידזשי רעסטאראציע וואס האט צוריק אויפגעשטעלט די יאפאנישע אימפעריע וואס האט געדויערט ביז די אימפעריע האט אינוואדירט טייוואן און קארעע און האט געפירט עטלעכע מלחמות מיט כינע ביי דער צווייטער וועלט מלחמה זענען אנטלאפן קיין יאפאן בערך יידן פונעם געגנט אונטער סאוועטן הערשאפט וואס קיין לאנד האט נישט געוואלט אויפנעמען זיי די נאציס האבן געשיקט אן אפיציר פון דער געסטאפא קיין יאפאן צו באאיינפלוסן די יאפאנישע רעגירונג אריבערצושיקן די יידן קיין דייטשלאנד אבער יאפאן האט אפגעזאגט די פאדערונג די יידן אין יאפאן האבן נישט געליטן אזוי שטארק ווי די יידן אין אייראפע דעם טן אויגוסט האבן די יאפאנעזער קאפיטולירט צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אמעריקע האט אקופירט יאפאן ביז אין האט יאפאן אויפגענומען א נייעם פאציפישן געזעץ דעם טן דעצעמבער איז יאפאן געווארן דער סטער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער יאפאן האט אינגאנצן אינזלען לענגאויס דעם פאציפישן בארטן פון אזיע דאס לאנד צוזאמען מיט זיינע אינזלען ליגט צווישן די גארטל ליניעס און און די מערידיאן ליניעס און די הויפט אינזלען פון צפון צו דרום זענען האקיידא האנשו שיקאקו און קיושו בערך פראצענט פון יאפאן איז באדעקט מיט וועלדער בערגיג און אומניצבאר פאר לאנדווירטשאפט און אינדוסטריעלן ניץ אדער וואוינניץ דערפאר די וואוינבארע זאנעס פלאצירט מערסטנס אין די בארטן שטחים האבן גאר הויכע באפעלקערונג ענגשאפטן יאפאן איז איינע פון די מערסטע געדעכטסטע באפעלקערט לענדער אין דער וועלט דער גרעסערער טאקיא שטח וואס נעמט איין די הויפטשטאט טאקיא און עטלעכע ארומיגע פרעפעקטורן איז דער גרעסטער מעטראפאליטאנער שטח אין דער וועלט מיט מער ווי מיליאן איינוואוינער די אינזלען פון יאפאן ליגן אין א וואולקאנישער זאנע אויפן פאציפישן רינג פון פייער יאפאן האט טעטיקע וואולקאנען שעדלעכע ערדציטערנישן וואס אפטמאל זענען גורם צונאמיס פאסירן עטלעכע מאל יעדן יארהונדערט דער טאקיא ערדציטערניש האט געהרגעט מענטשן די לעצטיגע גרויסע ערדציטערנישן זענען די טשועסטו ערדציטערניש און דער סענדיי ערדציטערניש א שטארקייט ערדציטערניש וואס האט אנגעשלאגן יאפאן דעם טן מערץ און האט געלאזט אין גאנג א צונאמי דעם סטן מיי האט אנגעשלאגן א שטארקייט ערדציטערניש לעבן דעם בארטן פון צפון מזרח יאפאן אבער קיין צונאמי איז נישט געווארן דער קלימאט פון יאפאן איז בעיקר טעמפעראט אבער ס איז א גרויסע ענדערונג פון צפון ביז דרום אין ווינטער שנייט גאנץ א שיין ביסל די זייט פון די אינזלען וואס קערט צום פאציפישן אקעאן איז ווארעם און דארט וואקסן קאראל ריפן די מערסטע צפונדיקע ריפן אין דער וועלט סוף יוני און אנהייב יולי איז דער מאנסון סעזאן ווען יאפאן האט אנטוויקלט זיין עקאנאמיע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען נישט שטארק אויפגעפאסט אויף דער סביבה היינט אבער טוט יאפאן אנטוויקלען נייע טעכנאלאגיעס וואס זענען פריינדלעך צו דער סביבה אין איז יאפאן געווען גאסטגעבער צו דער קאנפערענץ וואס האט געשאפן דעם קיאטא פראטאקאל יאפאן האט די דריטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט נאך די פאראייניקטע שטאטן און כינע מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט נאנט צו טריליאן דאלאר אין יאנואר איז געווען די רעגירונג חובות מער ווי פראצענט פונעם יערליכן ברוטא אינלענדישן פראדוקט די גרעסטע פון אלע לענדער אין דער וועלט דריי פערטל פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט קומט פונעם דינסט סעקטאר אינדוסטריע וואס פראדוצירט א פערטל פונעם יאפאנישן אלגעמיינעם נאציאנאלן פראדוקט איז שטארק אפהענגיק אויפן אימפארט פון שטאף און ברענשטאף יאפאן איז גוט באקאנט אינעם אינטערנאציאנאלן מארק פאר זיינע עלעקטראניק און אויטא אינדוסטריעס וואס ליגן אונטער די גרויסע פירמעס ווי טאיאטא האנדא סובארו ניסאן מאזדא סאני מאצושיטא קענאן ניפאן שטאל טאשיבא און היטאטשי יאפאן האט אויך א גרויסן מארק סעגמענט אין הויך טעכנאלאגיע הייטעק האלבדורכפירערס אינדוסטריעלע כעמיקאלן ראבאטיק און לופט אינדוסטריעס יאפאן האט איינע פון די גרעסטע פישעריי פלאטן אין דער וועלט פון דער וועלטס פיש קומען פון זיינע שיפן אזוי ווי יאפאן האט א הויכע באפעלקערונג ענגשאפט ספעציעל אין די גרויסע שטעט האלט מען ביי בויען וואלקן קראצערס וואן טויזנטער מענטשן קענען וואוינען יאפאן האט קמ פון באן ליניעס דער טער לענגסטער אין דער וועלט די מזרח מערב שינקאנסען ליניע איז דער לעבנסאדער פונעם לאנד דער ערשטער מהלך פון טאקיא קיין אסאקא האט מען געעפנט אין ניין שטעט האבן א מעטרא נעצווערק די רעגירונג גיט נישט קיין סובווענץ צו די באנען יאפאן האט מיליאן קילאמעטער פון גאסן און שאסייען אויף די צווישנשטעט שאסייען דארף מען באצאלן א צאל אין יאפאן פארט מען אויף דער לינקער זייט יאפאן האט פליפארטן דער גרעסטער אינלענדישער פליפארט האנעדא פליפארט איז דער מערסט באשעפטיקסטער פליפארט אין אזיע דער גרעסטער אינטערנאציאנאלער פליפארט איז נאריטא אינטערנאציאנאלער פליפארט וואס באדינט די געגנט פון טאקיא ס זענען הויפט ים פארטן יאפאנס באפעלקערונג ווערט געשאצט צו בערך מיליאן מיט פון די איינוואוינער וואס וואוינען אויף האנשו די יאפאנעזישע געזעלשאפט איז לינגוויסטיש און קולטורעל האמאגען פון זיי זענען עטנישע יאפאנעזער איינער וואס איז געבוירן אין יאפאן ווערט נישט אויטאמאטיש א יאפאנעזער בירגער נאר ווען זיין פאמיליע טוט אים איינשרייבן די יידישע קהילה אין יאפאן איז גאנץ קליין און איז קאנצענטרירט אין די גרויסע שטעט ווען די יאפאנעזער האבן געעפנט די טויערן פון זייער לאנד צו אימיגראנטן פון דער מערב וועלט אין זענען געקומען אויך יידן די ערשטע געמיינדע איז צאמגעשטעלט געווארן מיט יידן פון כינע בעיקר פון שאנכיי און האנג קאנג אין זענען געווען אין יאקאהאמא יידישע משפחות אויך אין קאבע און נאגאסאקי האט מען אויפגעשטעלט יידישע קהילות די גרעסטע קהילה איז געווען אין נאגאסאקי וואו מען האט געבויט די ערשטע שול דער טראדיציאנעלער נאציאנאלער ספארט פון יאפאן איז סומא אויך זענען דזשודא קאראטע און קענדא ברייט פארשפרייט היינט שפילט מען אויך די מערבדיקע ספארטן ווי בייסבאל פוטבאל גאלף און נארטלעריי יאפאן איז געווען דער גאסטגעבער פאר דער טאקיא זומער אלימפיאדע אין און אויך פאר די ווינטער אלימפיאדעס אין סאפארא און נאגאנא אין האט מען איינגעפירט אין יאפאן אבליגאטארישע בילדונג דאס איז געווען איינער פון די רעזולטאטן פון דער מיידזשי רעסטאראציע דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרסבריטאניע און צפון אירלאנד אפט גערופן אין קורצן דאס פאראײניגטע קעניגרײך איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון מערב אייראפע גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער אינזל פון דעם געזעמל פון אינזלען אדער ארכיפעלאג באקאנט אלס די בריטישע אינזלען ענגלאנד איז די גרעסטע און מערסט באקאנטע אפטיילונג פון דעם אינזל פון גרויס בריטאניע אויפנעמענדיג די דרום און מזרח וויילס איז אויף מערב און סקאטלאנד אויף צפון צפון אירלאנד געפינט זיך ביים צפון מזרח ווינקל פון אירלאנד די צווייט גרעסטע אינזל אין די בריטישע אינזלען די הויפטשטאט פון דעם פאראײניגטן קעניגרײך איז לאנדאן וועלכע געפינט זיך מער צו דרום מזרח פון ענגלאנד דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א גוטע עקאנאמיע א סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע און צום וויכטיקסטן איז עס א לאנד פון שלום און פרייהייט בכלל ווערט עס פאררעכנט אלס הויך סטאנדארט לאנד צו וווינען א סך לענדער פון דער וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט באאיינפלוסט געווארן פון דער בריטישער געשיכטע און קולטור מיט יעדן פארבייגייענדיקן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן דער וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען די סיבה דערפון איז די שטארקע פארשפרייטונג פון דער בריטישער אימפעריע אין די פארגאנגענע דריי דורות אין אנהייב פון די ער יארן ווערט גערופן מיטן נאמען דער סטער יארהונדערט איז א דריטל פון דער וועלטס באפעלקערונג און א דריטל פון דער וועלטס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורכן פאראייניקטן קעניגרייך א סך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען אנטוויקלט געווארן ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן אין טעכטער לענדער די קאלאניעס יישובים האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיקט אלס דאמיניעס ממשלות למשל קאנאדע אויסטראליע און ניו זילאנד האבן פונקט אזא צושטאנד באקומען דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פירנדער מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישער פארבאנד און זיין פארגייער די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע זייט אום סטן יוני אבער אין א רעפערענדום וועגן דעם לאנד ס מיטגלידערשאפט אינעם אייראפעישן פארבאנד האבן געוויילט אז מ זאל ארויסגיין מען קען פארקירצן דעם נאמען פאראייניגטע קעניגרייך פון גרסבריטאניע און צפון אירלאנד צו פאראייניגטע קעניגרייך אויף ענגליש אויך אמאל זאגט מען אויך בריטאניע פארן לאנד אבער מען דארף זיין פארזיכטיג ווייל מען זאגט אויך בריטאניע פארן אינזל גרויסבריטאניע צו זאגן ענגלאנד אלס דער שם הכולל איז זיכער נישט ריכטיק ווייל ענגלאנד איז פאקטיש נישט מער ווי א טייל פון גרויסבריטאניע ס איז ריכטיק צו רופן די איינוווינער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך בריטישע הגם מענטשן פון ענגלאנד קען מען אויך רופן ענגלישע מענטשן פון סקאטלענד סקאטישע און מענטשן פון וויילז וועלשישע זייט דעם טן יארהונדערט זענען געווען ענגלאנד און שאטלאנד צוויי באזונדערן נישט אפהענגיג קעניגרייכן די פרינציפאליטעט פון וויילז איז געווארן א טייל פון ענגלאנד אין אין זענען ענגלאנד און שאטלאנד וואס האט אויף זיי געהערשט דער זעלבער קעניג פאראייניגט געווארן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון בריטאניע אין איז אירלאנד אריין אין דער מדינה וואס הייסט דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון בריטאניע און אירלאנד אין איז רוב פון אירלאנד געווארן א באזונדערע מדינה איבעלאזנדיג פראווינצן פון אולסטער צוזאמען מיט בריטאניע די שטאט האט אויפגענומען איר היינטיגן נאמען אין בריטאניע ס וויכטיגסטע יארן איז געווען אינעם טן יארהונדערט אין די הונדערט יאר איז בריטאניע ס געווארן בריטאניע די עקענאמיע די איינוואוינער די רעגירונג די אויטאריטי אפטיילונג די ענווייראמענט זענען אלע אוועקגעשטעלט געווארן אויף די פיס אין יענע יארן די בריטישע זענען געווען ספעציאליסטן אין נאכשפורן פאר עפעס פריש זיי זענען ארומגעפארן אין דער גאנצער וועלט צו טרעפן פרישע אינזלען וואס האבן עפעס ווערד אין זיך און די רעגירונג האט אויף דעם איבערגענומען קאנטראל מען שאצט אז די זוכענישן זענען אנגעגאנגן בערך הונדערט יאר אין וועלכע מען האט געפינען די מזרח טייל פון קאנאדע נאווא סקאשע און ניופאונדלענד מיט אוצרות פיש ניו ענגלאנד מיט גוטע האלץ פאר די נעיווי ס געברויך די דרום אמעריקאנער דערפלעך מיט טאבאקא און באהאלטענע טיילן נעבן אינדיע פון וואו מען האט גענומען צוקער אזיע אינזלען מיט קאווע טיי געווירצן ספייסעס און רייך קאלירטע באוול קאטאן און פון מערב אפריקע האט מען גענומען שווארצע שקלאפן וועלכע מען האט געליפערט אין אמעריקע און די קאריביען אינזלען וואו מען האט זיי אפגעקויפט פאר גוט געלט אין יאר האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין פראנקרייך קעגן די מאנארכיע און אסאך לענדער זענען געווארן פארמישט אין דעם קאנפליקט צוליב זייער אפאזיציע צו א מאנארכיע קראפט עטליכע בריטישע פיליזאפן האבן אסאך גורם געווען צו דעם רעוואלוציע און בכלל האט פראנקרייך זיך שוין לאנג געוואלט אויסגעבן איר יעריגע כעס אויף בריטאניע און האט געמאלדן מלחמה קעגן בריטאניע די בריטישע מיליטער האט זיך שטארק פארלייגט צו באשיצן אירע קאלאניעס אין אלע וואסערן און געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט מיט איר אויסגעצייכנטע נעיווי די קריג האט לאנג געדויערט ארום יאר און די בריטישע האבן געמאכט גרויס פארשריט נישט נאר וואס בריטאניע האט באשיצט אירע קאלאניעס זי האט איינגענומען כמעט אלע פראנצויזישע קאלאניעס אלס נקמה אין יאר האט דער בריטישער פלאט געגעבן דעם לעצטן קלאפ פאר די פראנצויזישע ווען זיי האבן איינגענומען איינע פון פראנקרייך ס גרעסטע קאלאניעס טראלפאגער און עטליכע גאר הויכע פראנצויזישע גענעראלן האבן זיך אונטערגעגעבן די טראלפאגער זיג איז באצייכנט געווארן אין די ביכער אלס בריטאניע ס גרעסטע ים פלאט זיג די גוטע יארן אין בריטאניע איז שטארק פארמינערט געווארן ווען עס האט אויסגעבראכן איינע פון די שווערסטע מלחמות פאר בריטאניע דער ערשטער וועלט קריג די גלוסט פאר מאכט אין אייראפע האט צוטיילט אייראפע אין גרופעס אין וועלכע בריטאניע פראנקרייך און רוסלאנד האבן געעפענט א קאאליציע קעגן דייטשלאנד וועלכע האט זיך אנגעהויבן אויפבויען מיט די הילף פון עסטרייך אונגארן און איטאליע די קריג האט אויסגעבראכן זייער פלוצלינג ווען א סערבישער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם יורש פון די עסטרייך אונגארן טראן סערביע האט דאס געטאן זיך צו באפרייען פון איר שווערן און מאכטפולן שכן עסטרייך אונגארן און געוואונען זעלבסטשטענדיקייט בריטאניע האט אין די יארן פון די ערשטע וועלט קריג אויסגעפינען אסאך מיליטערישע געצייג זיך קעגנצושטעלן די דייטשע נארוואס פאבריצירטע יו באוטס וועלכע זענען געווען פאקטישע סובמארינען וועלכע האבן געזינקן צענדליגער בריטישע שיפן רוב בריטישע צווישן און יאר אלט האבן זיך באטייליגט אין די מיליטער און זייערע פרויען האבן איבערגענומען זייערע ביזנעסער די ערשטע וועלט קריג האט געקאסט פאר בריטאניע דריי מיליאן נפשות בריטאניע איז אין די יארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג נאך אלץ באצייכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע לענדער אין די וועלט און איז געווען א טייל אין די אזוי גערופענע ליג אף נעישאנס וועלכע איז געגרינדעט געווארן נאך די ערטשע וועלט קריג צו העלפן אויסגלייכן אינטערנאציאנאלע קאנפליקטן מיט פרידן די ערשטע יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז געווען פון די ערגסטע יארן אין די בריטישע היסטאריע די עקענאמיע איז געווען אין תהום טויזנטער מענטשן האבן נישט געהאט קיין דאך איבער ן קאפ צוליב די צענדליגער טויזנטער הייזער וואס זענען חרוב געווארן פון די באמבארדירונגען ווער רעדט נאך פון ארבעט אין איז בריטאניע געווארן א מיטגליד אין דעם אייראפעישער פארבאנד אין איז טאני בלער געווארן דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין דער בריטישער היסטאריע בלער האט זיך באלד גענומען צו די טראדיציאנאלע לייבאר פאליסיס ווי סאציאלע דינסטן און האנדל ער האט אויך געשענקט מער מאכט פאר שאטלאנד און וויילס געבנדיג זיי מער קאנטראל און פאליטישע זעלבשטענדיקייט בלער איז פון אנהויב אוועקגעשטאנען פון די אייראפעאישע קאמיוניטי וואס האט שפעטער געפירט צו די איירא וואלוטע סיסטעם באצייכנענדיג בריטאניע אלס א רייך לאנד וואס ברויך נישט די איירא בלעיר האט אויך אין א ספעציעלן אקט עלעמינירט כמעט אלע מיטגלידער אחוץ פון די הויז אף לארד אלס א שריט צו מאדערניזירן די רעגירונג פאר א לאנגער צייט איז אינדיע געווען די וויכטיקסטע קאלאניע אין דער בריטישער אימפעריע אבער נאך א לענגערע אנטי קאלאניעל געפעכט מיטן פאראייניקטן קעניגרייך איז איר געלונגען צו ווערן אן אומאפהענגיקע דעמאקראטיע די בריטישע אימפעריע האט א מאל אריינגענומען גרויסע טיילן פון צפון מערב און מזרח אפריקע וויכטיקע טיילן פון אזיע ווי האנג קאנג און א גרויסע צאל אינדזלען אינעם שטילן אקעאן היינט צו טאג זענען ס רוב פון די דערמאנטע ערטער אומאפהענגיק אבער א טייל דערפון האלטן נאך אן א סך בריטישע געזעצן אינסטיטוציעס און מינהגים אינטרעסאנט אז מערערע לענדער וואס זענען קיין מאל נישט געווען אונטער בריטישער הערשאפט האבן אויסגעקליבן איר פארלאמענטארישע רעגירונג סיסטעם וואס טייטש אז דער נידעריקער טייל פונעם פארלימענט וואס ווערט גערופן הויז אף קאמאנס געבן די לעגיסלאטיווע קראפטן די הויז אף קאמאנס דערוויילט א טשיף עקזעקיוטיוו וועלכער איז דער פרעמיער מיניסטער דער פרעמיער מיניסטער וויילט זיך אליין אויס ווער פונעם קאמאנס זאל אריינגענומען ווערן אין דעם קאבינעט און אזוי אויך דערוויילט ער זיך אליין זיינע יועצים אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור דאס פאראייניקטע קעניגרייך איז געווען איינער פון די גרעסטע פיאנערן אין עקאנאמישע ענינים די ערשטע אינדוסטריעלע רעוואלוציע די רעזולטאט פון א סך פונדאמענטאלע בייטונגען וואס האבן טראנספארמירט אגריקולטור עקענאמיעס אין אינדוסטריעלע די ערשטע טויש איז געווען פראדוקציע מערערע זאכן וואס זענען טראדיציאנעל פאבריצירט געווארן אין היימען און אין קליינע ווארשטאטן האבן אנגעהויבן פאבריצירט ווערן אין פאבריקן איז פארגעקומען אינעם פאראייניקטן קעניגרייך אין די טן און טן יארהונדערטער און האט געפירט צו דער אנטוויקלונג פון דער וועלטס ערשטער געזעלשאפט דאמינירטע דורך א מיטל קלאס בריטאניע איז געווען דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט ווו מער פון א העלפט פון אירע איינוווינערס האבן געוווינט אין די שטעט גיכע עקאנאמישע אנטוויקלונג און וועלטס האנדל האבן געמאכט בריטאניע דאס רייכסטע לאנד דורכאויס דער הערשאפט פון קעניגין וויקטאריע א לאנגע צייט פאר און נאך דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז לאנדאן געווען דער צענטער פון דער וועלטס קאפיטאליזם נאך היינט איז ער איינער פון די וויכטיקסטע ביזנעס און פינאנציעלע צענטערס אין דער גארער וועלט דאס פאראייניקטע קעניגרייך איז א קליין לאנד אין פיזיקאלע גרויסקייט מיט קוואדראט מייל קוואדראט קילאמעטער איז עס אזוי גרויס ווי דער שטאט קאלאראדא אדער בעסער געזאגט צוויי מאל אזוי גרויס ווי דער שטאט ניו יארק דאס פאראייניקטע קעניגרייך געפינט זיך אזוי צו צפון פונעם גלאבוס ווי לאבראדאר א פראווינץ אין קאנאדע אין צפון אמעריקע אבער אנדערש ווי אין לאבראדאר ווו עס איז תמיד קאלט געפרוירן איז עס און דער גאנצער צפון אייראפע געוויינטלעך גאנץ מילד און פרעסטלדיק טשילי און א סך נאס רעגן און פארוואלקנטער הימל קענען פארנעמען אזוי פיל ווי טעג אין א יאר דאס איז ווייל די ראיאן ווערט געווארעמט דורך דעם גאלף שטראם וואס קומט ארויס פונעם אטלאנטישן אקעאן מען נעמט א צענזוס פונעם גאנצן פאראייניגטן קעניגרייך יעדע צען יאר אין דעם צענזוס איז די סהכ באפעלקערונג פונעם פאראיינגטן קעניגרייך געווען זי איז די דריטע גרעסטע אינעם אייראפעאישן פארבאנד די פינפטע גרעסטע אין דער קאמאנוועלט און די סטע גרעסטע אין דער וועלט צווישן און האט די באפעלקערונג פארמערט מיט א דורכשנילעכער יערלעכער ראטע פון אומגעפער פראצענט צום פארגלייך איז די ראטע געווען פראצענט א יאר פון ביז און פראצענט אינעם צענדליקער ביז דער צענזוס האט באשטעטיקט אז די פראפארציע פון מענטשן עלטער פון האט זיך געמער דרייפאך פון צו פראצענט ענגלאדס באפעלקערונג אין איז געווען מיליאן עס איז איינע פון די מערסט געדעכסט באפעלקערטע לענדער אין דער וועלט מיט מענטשן אין איין קוואדראט קמ אין מיט דער גרעסטע קאנצענטראציע אין לאנדאן און דעם דרום מזרח דער צענזוס ווייזט סקאטלאנדס באפעלקערונג צו מיליאן וויילס צו מיליאן און צפון אירלאנד צו מיליאן די באפעלקערונג פון ענגלאנד האט געוואקסן גיכער ווי אלע לענדער אינעם פאראייניגטן קעניגרייל אין דער תקופה פון ביז מיט א פארמערונג פון דאס פאראייניקטע קעניגרייך גרענעצט זיך אויף דרום מיטן ענגלישער קאנאל דער ענגלישער קאנאל טיילט אפ צווישן דעם פאראייניקטן קעניגרייך און פראנקרייך עס איז א שמאלער און לאנגער ים וועלכער טיילט איר אפ פונעם אייראפעישן קאנטינענט אויף מזרח גרענעצט עס זיך מיטן צפון ים אן ארעם פונעם אטלאנטיק און אויף מערב מיטן אירישן ים און דעם אטלאנטיק דעם פאראייניקטן קעניגרייכס איינציקסטע לאנד גרענעץ מיט אן אנדערן לאנד איז צווישן צפון אירלאנד און אירלאנד ענגלאנד איז די גרעסטע מערסט באקאנטסטע און רייכסטע אפטיילונג פון דעם פאראייניקטן קעניגרייך עס נעמט אויף קוואדראט מייל קילאמעטער פון דאס פאראייניקטע קעניגרייך ס סך הכל קוואדראט מייל קילאמעטער די געגנט פון סקאטלענד איז קוואדראט מייל קילאמעטער וויילז נעמט אויף קוואדראט מייל קילאמעטער און צפון אירלאנד נעמט אויף קוואדראט מייל קילאמעטער דאס מיינט אז ענגלאנד נעמט אויף פראצענט פון דעם פאראייניקטן קעניגרייך סקאטלענד פראצענט וויילז פראצענט און צפון אירלאנד פראצענט דאס פאראייניקטע קעניגרייך אנטהאלט אין זיך א סך קליינע אינדזלען צווישן זיי איז די איילענד אף ווייט ענגליסעי סילי העברידעס ארקני איילענד און שעטלענד אייילענדס מיט א קורצן בליק דער אינזל פון ווייט געפינט זיך אינעם ענגלישן קאנאל אויף דרום פון דעם מפאראייניקטן קעניגרייך דאס אינדזל ציט צו א סך טוריסטן ווייל דער וועטער איז געוויינטעך מילד און זוניק דעם אינדזלס הויפט חיונה קומט פון עירקרעפט פאבריצירונג וועלכע גייט שוין אן דארט פון פאר דער צווייטער וועלט מלחמה ענגלסי געפינט זיך אינעם אירישן ים האט א סך געליטן פון אלע בריטישע מלחמות סילי געפינט זיך אינעם אטלאנטישן אקעאן איז באמת צענדליקער קליינע אינדזלען און גרויסע שטיינער אין א צוזאמענגענומענעם שטח אינגאנצן פינף פון די אינדזלען זענען באוווינט מיט קנאפע מענטשן זיי פלאנצן בלומען און גרינסן וועלכע זיי שיקן צום מארק קיין לאנדאן די העברידעס אינדזלעך זענען ארום אינדזלען יעדערער מיט אן אנדערן נאמען און ווערט אנגערופן מיטן שם הכולל די העברידעס אינדזלען עס געפינט זיך אינעם אטלאנטישן אקעאן נעבן סקאטלענד די איינוווינערס אויף די אידזלען מאכן א שוואכע פרנסה אויפן אלטמאדישן אופן פון פלאנצן געוויקסן די ארקני איילענדס זענען א גרופע פון אינדזלען אויך נעבן סקאטלענד די אינדזלען זענען נידעריק און ליידיק פון ביימער און געוויקסן איינער פון די גרויסע אינדזלען פארמאגט נאך היינט א ים באזע פון דעם בריטישן מיליטער וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן פון דער צווייטער וועלט מלחמה אחוץ דעם פראדוצירן זיי מערערע געוויינטלעכע ארטיקלען פון וועלכע זיי מאכן א שיינע לעבן שעטלענד אייילענדס געפינט זיך אויך אינעם אטלאנטיק איז געווען די ערשטע ציל פאר די דייטשן ימש ווען זיי האבן זיך גענומען איבער די בריטישע אימפעריע פון די אינזלען קומען ארויס די באוואוסטע ענגלישע וואל וועלכע ווערט פאבריצירט דורך אירע געשיקטע פרויען רוב איינוואוינער האבן דארט פארמס מיט שאף ארום און ארום דאס פאראייניגטע קעניגרייך זענען דא נאך הונדערטער אינזלען וועלכע באלאנגן אין פאקט נישט צו דאס פאראייניגטע קעניגרייך אבער האבן א נאנטן שייכות און פריינטשאפט צו די געוועזענע בריטישע אימפעריע וועלכע האט זיי געגעבן די בעסטע צייטן דורכאויס די צייטן פון די צוויי וועלט קריגן ווען אימער זיי זענען געווען אונטער בריטישע הערשאפט האבן זיי גענאסן פון אלע פריוועליגיעס גענוי ווי די אייוואוינער אין לאנדאן די אינזלען זענען צוטיילט און צוויי קעטאגאריעס דעפענדענד און אומדעפענדענט די אומדעפענדענטע באלאנגן אין טייל פאר אנדערע הערשאפטן אבער האבן נאנטע שייכות ווי פריער דערמאנט די דעפענדענטע באלאנגן נישט צו קיינעם און געניסן נאך היינט פון בריטענס פריוועליגיעס דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז מסכים און ווארטן זיי זאלן אמאל ווערן אייגענע לענדער און זיך מאכן שבת פאר זיך די אפהענגיקע אינזלען פירן אן מיט אייגענע רעגירונגן וועלכע ווערן אויסדערוועלט דורך די קעניגן פון בריטאניע די קליינע רעגירונגן זענען פאראנטווארטליך פאר די געשעענישן אויף די אינזלען און אויף איר עקענאמיע יעדע פון די טעריטאריעס פארמאגט א מיניסטער אין די בריטישע פארלימענט וועלכע פארטרעט איר במשך די יארן זענען אסאך פון די אינזלען צוריקגעגאנגען צו זייערע ארגינעלע באלעבאטים צום ביישפיל האנג קאנג איז געווען צווישן די דעפענדענט אינזלען און האט זיך שפעטער צוריקגעקערט צו כינע אין נאכדעם וואס בריטאניעס ארענדע איז אויסגעלאפן די אינזלען פון גרויסבריטאניע קען צוטיילט ווערן אויף צוויי הויפט נאטורליכע ראיאנען די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע די הויכלאנד זאנע איז פיל מיט הויכע בערג און מאונטענס אויף צפון און מערב די נידריגלאנד זאנע באשטייט מיינסטענס פון פשוטע אויבערפלאך אן קיין שום באזונדערע דעקארירונג די זאנעס לויפן אויף אן אויסגעטראכטע ליניע לויפנדיג אריין אין ענגלאנד פון די וואסער ביים דרום מערב ברעג ביז צום וואסער ביים צפון מזרח ברעג די נידריגלאנד זאנע האט א מילדערע קלימאט און בעסערע ערד פאר פארמינג רוב מענטשן אין בריטאניע האבן שטענדיג געוואוינט אין די נידריגלאנד זאנע ווי פריער דערמאנט איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך איינגעטיילט אין צוויי חלקים וועלכע זענען די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע די הויכלאנד זאנע אנטהאלט וואס ווערט אפט אנגערופן רויע קאנטרי וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון א גרויסע מאס רויע בערג מאונטענס און אפגעשווענקטע שטחים מיט טאלן און ליידיגיקייט אינדערמיטן די העכסטע עלעוואציע אין די אזוי גערופענע בריטישע אינזלען זענען אין די הויכלאנד זאנע דער העכסטער פונקט איז בען נעוויס וועלכע איז פיס מעטער הויך און געפינט זיך אין די הויכלאנד זאנע אין סקאטלענד די הויכלאנד זאנע איז פארשטייט זיך אסאך קילער אבער עס איז אויך מער רעגנדיג און ווייניג זוניג אין מערערע ערטער איז פארמינג אוממעגליך אפילו אין די ערטער וואו מען קען שוין יא פארמען איז דאס א שווערער ארבעט מיט אסאך פראבלעמען די ערד איז זייער אפט דין אין שטיינערדיג און אונטער דעם די הארטע שטיינערנע בערג רעגן וואסער ווערט דארט אסאך מאל אנגעזאמעלט און לאזט גאנצע שטחים אנגעלייגט וויילז סקאטלענד און טיילן פון ענגלאנד זענען אין די הויכלאנד זאנע די טיילן פון ענגלאנד אין די הויכלאנד זאנע נעמט אריין די פענין טשעין מאונטענס וועלכע ציט זיך אריין ביז טיף אין צפון ענגלאנד און אין דרום מערב פענינסולא די פענין טשעין ווערט אסאך מאל באצייכענט אלס די רוקן ביין פון ענגלאנד עס שלעפט זיך אויף א שטח פון מייל קילאמעטער פון צפון צו דרום אנגעפאנגען פון די שעוואט הילס געגענט ביי די גרעניץ פון ענגלאנד און סקאטלענד אין ענדיגט זיך ביז אראפ אין מיטל לאנד פון צענטראל ענגלאנד די פענין טשעין מאונטענס זענען זייער שיין האבנדיג אין זיך א געמיש פון ריזיגע פעלד שטחים און הערליך שיינע טייך טאלן וועלכע שלענגלען זיך אדורך די בערגלעך צו מערב פון די פענין שטעין געפינט זיך די לייק דיסטריקט די שענסטע ערטער אין בריטאניע אסאך פון בריטענ ס אינדוסטריעס ליגן אויף די פלאנקען פון די פענין טשעין צוליב די פילע קוילן פעלדער וועלכע זי פארמאגט ביים אנהויב פון די פענין טשעין אין פעניסולא שטעקן זיך די בערג ארויס ביז טיף אריין אינעם אטלאנטיק אקעאן ווי מען זעט אויף די מאפעס סקאטלאנד איז אין דער הויכלאנד זאנע מיט טויזנטער נישט גאר הויכע אבער רונדיגע בערג ארום אין ארום די העכסטע פונקט דערגרייכט דארט פיס מעטער הויך די מענטשן וואס וואוינען אויף די בערג זענען פארנומען מיט שאף און רינדער ווייל דאס פלאנצען איז דארט אויפ ן נידריגסטן שטאפעל אין צענטער פון סקאטלענד ווי א לאך אינמיטן פון די ארומיגע בערג איז סקאטלענד ס נידריגלאנד זאנע וועלכע איז באמת זייער הויך אבער איז אסאך נידריגער ווי די בערג דארט געפינט זיך די אורבאן שטעט מיט אלע אינדוסטריס צפון אירלאנד באשטייט פון טאלן אויף הויכע בערג רוב פון צפון אירלאנד איז א טאל וועלכע איז פארמירט געווארן דורך א לאווא פלאטא אין צענטער פון צפון אירלאנד איז די לאו ניע די גרעסטע אזערע אין די בריטישע אינזלען מיט מייל אין דער לענג און מייל אין דער ברייט דער העכסטער ארט אין צפון אירלאנד איז מורן מאונטענס אויף דרום מזרח וועלכע דערכרייכט א מאקסימום הויכקייט פון פיס מעטער העכער ן ים פלאך צפון אירלאנד איז אינגאנצען אפגעטיילט פון בריטאניע מיט ן אייריש ן ים די נענטסטע וואס זיי קומען זיך צוזאם איז מייל קילאמעטער ביי די ברעגעס פון טאר אויף צפון אירלאנד ס זייט און מול אויף סקאטלאנד ס זייט וויילז באשטייט פון נאך העכערע בערג דערגרייכנדיג ביז איבער פיס איבער טויזנט מעטער הויך אין ענדע דרום וויילז איז שוין די ערד יא נידריג און קען אסאך מאל גערופן ווערן א טייל פון די נידריגלאנד זאנע די דרום טייל איז געבענטשט מיט קוילן פעלדער וועלכע איז דער הויפט אינדוסטרי פון וויילז אין גענעראל באשטיייט די נידריגלאנד זאנע פון גוטע ערד וואס ווערט אנגערופן פלעינס פשוט ע ערד כוואליע דיגע פלאך און ברייטע שטחים פון כמעט אייניג מיט ן ים פלאך עס באקומט אסאך ווייניגער רעגן און מער זון ווי די הויכלאנד זאנע נאך אלץ אסאך מער רעגן ווי אנדערע לענדער און די זאמד איז פרוכטפערדיג רוב שטח פון די נידריגלאנד זאנע איז נישט העכער ווי פיס מעטער פונעם ים פלאך און אירע בערג דערגרייכן א מאקסימום פון פיס מעטער הויך די נידריגלאנד זאנע איז געדיכט באוואוינט נאך פון טויזנטער יארן צוריק דאס גרעסטע טייל פון בריטענ ס באפעלקערונג וואוינט צינופגעקוועטשט אין די נידריגלאנד זאנע וואס דעקט רוב ענגלאנד די מעטראפאליס פון לאנדאן און אלע גרויסע באקאנטע ענגלישע שטעט געפינען זיך אין די נידריגלאנד זאנע וויבאלד בריטאניע האט אסאך רעגן פארמאגט זי גאר אסאך טייכן און אזערעס איבערן גאנצן לאנד די טייכן זענען רושיג א גאנץ יאר האבנדיג שטענדיג פריש וואסער פון רעגן אפילו אין די הייסע זומער טעג די טייכן וואס פליסן צו מערב ביי די הויכלאנד זאנעס זענען רושיג און טייל מאל ווילד די טייכן וואס פליסן צו מערב זענען מער שטאטליך און געלאסן און אסאך שענער אין אלע יארן האבן די טייכן און אזערעס געדינט דעם מענטשנ ס אינטערעסן צי פאר קאמערץ צי אינוואזיע די צוויי גרעסטע טייכן זענען דער טעמז מײל קמ און דער סעווערן מײל קמ דער סעווערן פליסט דרום ארויס פון די בערג פון צענטראל וויילז ביז בריסטאל דער טעמז פליסט אראפ פון די בערג ביז אריין קיין לאנדאן און ארויס אין דעם ענגלישן קאנאל דער טעמז שטעלט צו וואסער פאר לאנדאן און פלעגט אמאל גענוצט ווערן פאר קאמערציאלע פראכט דער לענגסטער טייך אין סקאטלאנד איז דער טיי טייך מייל קמ אין צפון אירלאנד דער באן טייך מייל קמ און אינגאנצן אין וויילז דער טאווי מייל קמ רובא דרובא אזערעס און טייכן אין דעם פאראיינגטן קעניגרייך זענען אינעם העכערן טייל פון לאנד אין סקאטלאנד און אין צפון אירלאנד הגם די גרעסטע צוויי טייכן געפינען זיך צו דרום כמעט יעדער וואס וואוינט אויסער דער שטאט פארמאגט זיך א קליינע אזערע הינטער זיין הויז און קיין איינע פון זיי טריקענט נישט אויס ווייל זיי באקומען גענוג רעגן די גרעסטע אזערעס אין די לענדער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך זענען צוליב די פילע טייכן און אינזלען פארמאגט דאס פאראיינגטע קעניגרייך א שטארק געדרייטע ברעג ליניע וועלכע איז שווער אויסצומאלן די ברעג ליניע גייט טיילמאל ווי א זיג זאג פון מיילן די ארטיגע בארטן גארד האט א שווערע ארבעט צו קאנטראלירן די ברעגעס ספעציעל וואו עס ענדיגט זיך מיט הונדערטער קליינע אינזלען ביימער וואקסן גוט און שנעל אין די שווערע זאמד פון ענגלאנד און פאר א לאנגער צייט האבן די ארימע איינוואוינערס נישט געהאט די נויטיגע געצייג אראפצושניידן די שווערע און דיקע דעמב ביימער מיט דער צייט האבן די באפעלקערונג געהאלטן אין איין שניידן נאך און נאך ביימער איבעלאזנדיג היינט צו טאג קארגע פראצענט פון דעם פאראיינגטן קעניגרייך וואס איז נאך באוואקסן אין ענגלאנד איז פאראן דאס ווייניגסטע וועלדער מיט קוים פראצענט אין קאנטראסט צו אייראפע איז דאס גאר ווייניג ווען איייראפע באשטייט נאך היינט פון פראצענט וועלדער ענגלאנד פראדוצירט אינגאנצן פראצענט פון איר האלץ געברויך דאס איבריגע ווערט אימפארטירט פון אויסלאנד די מאנגל אין האלץ און ביימער איז מיט די יארן געווארן וואס אמאל ערגער אז די רעגירונג האט געמוזט איינפירן שטרענגע געזעצן וועגן אפשניידן ביימער אין גאנץ פאראייניגטע קעניגרייך ברויך מען היינט האבן א פערמיט צו שניידן א בוים אזויווי אין אמעריקע צו פאנגן חיות ווען א בוים ווערט פארפוילט און פאלט איין טוט די רעגירונג דאס צוריק שטעלן און איז איינע פון אירע וויכטיגסטע ענוויראמענטל פריאריטעטן בריטענ ס מינעראלן אוצרות זענען געווען היסטאריש וויכטיג אבער היינט זענען רוב פון די אוצרות אויסגענוצט אדער גאר מינימאל היינט אימפארטירט בריטאניע אלע מינעראלן פאר היבש ביליגער ווי עס וואלט זיי געקאסט צו פראדוצירן בעפאר און דורכאויס די צייטן ווען די רוימען האבן געהערשט אויף בריטאניע באלד צוויי טויזענט יאר צוריק איז בריטאניע געווען וועלט ס באקאנט מיט איר רייכקייט אין צינען געוויסע סארט אייזן פון וועלכע מען פלעגט דעמאלט מאכן וואפן און צירונג היינט צו טאג איז קיין איין צין מינעראל מער נישטא ווייל עס איז אויסגענוצט געווארן במשך די יארן בריטאניע איז אויך אמאל רייך געווען אין אייזן ארץ דאס איז געווען קריטיש וויכטיג ביי די צייטן פון די אינדוסטריעל רעוואלוציע ווייל די אייזן פלעגט געברענגט ווערן צו די קוילן פעלדער וואו מען האט דעוועלעפט צענדליגער ערליי אייזן פאר די טויזנטער נייע פאבריקן פון די אלע אייזן האט מען דעמאלט אויפגעבויט הונדערטער מיילן פון באן ליניעס פון וועלכע טייל ווערן נאך היינט באנוצט די שטעט וועלכע האבן געהאט דאס מערסטע אייזן אדער קוילן זענען געווען די רייכע ביזנעס שטעט אין יענע צייטן וואו ביזנעסלייט פון גאנץ אייראפע און אזיע פלעגן קומען צו פארן פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן היינט צו טאג פראדוצירט בריטאניע קוים עפעס אייזן און ווי אלע אנדערע מינעראלן ווערט דאס אימפארטירט פון אנדערע לענדער בריטאניע האט די רייכסטע ענערגיע קוועלער אין דעם אייראפעאישן פאראיין באקאנט אלס אי יו מיט א פלאס פון אויל און נאטורליכע גאז וועלכע זענען א וויכטיגער טייל פאר די בריטישע עקענאמיע ביז די זיבעציגער יארן האט בריטאניע פראדוצירט ווייניג אויל וועלכע איז געווען ווייט פון גענוג פאר דאס לאנד אין האט מען געטראפן פילע אוצרות פון אויל אינעם צפון ים אויפ ן מזרח ברעג פון בריטאניע אין יאר איז דער פראיעקט געענדיגט געווארן און מען האט אנגעהויבן ארויסגראבן מיליאנען פעסלעך אויל היינט צו טאג איז בריטאניע די אכט גרעסטע פראדוצירער פון אויל און נאטורליכע גאז אלע אויל עקספארטס גייען צו אייראפעאישע לענדער בריטאניע פארמאגט אויך אסאך נוקלעארע ענערגיע איינארדענונגען וועלכע צווינגט איר נישט צו גראבן פאר אזויפיל אויל און קוילן ווי אין דער פארגאנגענהייט אלעס צוזאמען טוט אירע ענערגיע קוועלער איר געבן פראצענט פון דאס לאנד ס ענערגיע געברויך די איבריגע אימפארטירט זי פון אנדערע לענדער ענוויראמעטאלע באשיצונג איז א וויכטיגע פראגע אין דעם פאראיינגטן קעניגרייך ווייל ווי שטערקער א לאנד וואקסט אין באפעלקערונג און טעכניש וואו עס איז דער פאל מיט דאס פאראייניגטע קעניגרייך ליידט די ענווייראמענט מער און מער צוגלייכנדיג צו אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער האט בריטאניע א גאר גוטער רעקארד אין באשיצן די ענווייראמענט די באשיצונג ווערט געטאן דורך די ארימערע לאקאלע איינוואוינער און ווערט אנגעפירט דורך די ענווייראמענטל דעפארטמענט נישט נאר וואס בריטאניע באשיצט איר היים לאנד טוט זי אויך ארויסהעלפן אנדערע לענדער פון ארום די וועלט מיט אירע אנגייענדיגע שטודיעס וועלכע ווערן געווענליך פארגעלייגט אין די יו ען וועלכע טוט דאס פרעזענטירן ביי מיטינגען פון גלאבאלע באשיצונג נישט אומזיסט איז בריטאניע אזוי פארזיכטיג אין ענווייראמענטל באשיצונג זייענדיג די ערשטע אינדוסטריאלע לאנד האט זיך איר געמאכט אסאך ענווייראמעטל פראבלעמען וועלכע מען האט קריטיש געמוזט פאררעכטן איינע פון די ערגסטע ענווייראמענטל פראבלעמען וואס פלאגט נאך היינט בריטאניע איז די לופט פארפעסטיגונג זעענדיג אז עס קען קומען צו א קאטאסטראפע האט בריטאניע דורכגעפירט אין דער ריינער לופט אקט וועלכע האט שטארק געהאלפן רעדוצירן לופט פארפעסטיגונג דער אקט האט פארלאנגט אלע ביזנעסער און אויטא אייגנטומער צו נוצן בעסערע גאזן און האט געשניטן די קוילן גראבונג מיט צוויי דריטל דאס פאראיינגטע קעניגרייך האט דירעקט ווייניג חיות געשאצט אויף נישט מער ווי דאס מערהייט פון זיי זענען קליינע חיות וואס זענען צושפרייט אין ענגלאנד גרויסע חיות האט זי נאר הערשן בערן ווילדע קעץ און וועלף די גרויסע חיות דרייען זיך אויף די בערג אין סקאטלענד איינע פון די סיבות פארוואס עס זענען דא דארט אזוי ווייניג חיות איז צוליב וואס פראצענט פון בריטאניע איז אפגעגאלט פון וועלדער פייגל און פיש זענען יא דא בשפע און ווערט עקספארטירט צו אנדערע לענדער די בריטישע האבן ליב צו באטראכטן פייגלעך און זיך שפילן מיט זיי אין אלע ערטער מאכט מען פייגל פארשטעלונגן פאר די פובליק בריטאניע פארמאגט א כלערליי באפעלקערונג מיט מענטשן וואס האבן פארבינדונגן מיט אלע קאנטינענטן אין די וועלט די עטניק אפשטאמיגע אין די באפעלקערונג זענען געווען קאמפליצירט ביי אימיגראציע געמישטע חתונות און די שטענדיגע ווידער פלאצירטע איינוואוינער אין די הויך דעוועלאפטע אינדוסטריאלע און טעכנישע סאסייעטי בריטאניע איז שטענדיג געווען אן ארט פאר אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע די אימיגראנטן האבן אסאך געהאלפן בויען די בריטישע אימפעריע אין אירע פריערדיגע יארן עס איז באקאנט אז די ענגלישע שפראך די צווייט מערסט גערעדטע שפראך אין די וועלט און די איינציגסטע אינטערנאציאנאלע ביזנעס שפראך איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך אימיגראנטן פון געוויסע ערטער אין דייטשלאנד וועלכע מען האט גערופן די אנגלעס סעקסאנס און דזשוטס די ענגלישע שפראך איז נאמינירט געווארן אויף די אנגלעס אימיגראנטן במשך די יארן האבן הונדערטער ערליי ריזיגע גרופעס פון מענטשן באזעצט געוויסע שטחים און זיי ממש איינגענומען טייל פון די גרופעס זענען מיט דער צייט געווארן א טייל פון לאנד און אנדערע זענען יא צוריקגעגאנגען צו זייערע אפשטאמיגע לענדער געוואנדן לויט די סיטואציע פון יענער צייט נאך די ערשטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אימיגראציע קיין בריטאניע רוב פון די אימיגראנטן האבן זיך באזעצט אין די ביזנעס שטעט זוכנדיג ארבעט די מערסט באזעצטע שטעט זענען געווען און זענען נאך היינט לאנדאן בירמינגהעם און ליד עס איז געשאצט אז פראצענט שווארצע וואוינען אין לאנדאן צוזאמען מיט פראצענט פון די אינדיאנער בריטאניע האט אין איר רעקארד געהאט אינערליכע גוטע יארן טראץ דעם וואס זי האט אזויפיל אימיגראנטן וועלכע זענען די וואס מאכן געווענליך ראיאטן מער ווייניגער זענען די יארן אדורך רואיג און פריינטליך די עטליכע אינערליכע קאנפליקטן זענען געווען צווישן די ארימסטע פון פאלק און די ארימסטע עטניקס שפעטער איז געווען א קריג צווישן די פאליציי קראפט און די ארימע עטניקס און צום לעצט א ברענערדיגער קריגעריי צווישן די מיטלקלאס ביזנעס לייט קעגן די אזיע ן געשעפט פארוואלטער בריטאניע ס וואוקס שטראם איז פארגעקומען צווישן דעם טן יארהונדערט ביזן טן יארהונדערט ווען די טויט ראטע איז שטארק געפאלן און די געבורט ראטע איז געבליבן הויך דורכאויס דער צייט איז די באפעלקערונג געוואקסן פון בערך מיליאן צו מיליאן אינעם טן יארהונדערט האט זיך די געבורט ראטע סטאביליזירט און די טויט ראטע איז געבליבן נידריג ס איז אינטרעסאנט אז אנדערש ווי אין אנדערע לענדער איז עד היום הזה די פראצענט ראטע פון עלטערע מענטשן פיל העכער ווי די פראצענט ראטע פון די יונגע דאס איז ווייל אין די לעצטע הונדערט יאר זענען די יונגע עלטער געווארן אבער עס איז שוין נישט געבוירן געווארן אזויפיל נייע קינדער ווי עס איז דער פאל אין רוב מאנדיניזירטע לענדער פון דער וועלט אויך האט די אימיגראציע קאנטראל אסאך אויסגעמאכט אין דעם חשבון איבער פראצענט פון פאלק זענען העכער יאר אלט דאקעגן קנאפע פראצענט זענען אונטער יאר אלט דאס דורכשניטליכע לעבן פון א מענשט אין בריטאניע איז יאר פאר מענער און יאר פאר פרויען מען שאצט אז ביז יאר וועט זיך די אויבנדערמאנטע פראצענט ראטעס אויסגלייכן און די באפעלקערונג וועט פון דארט און ווייטער וואקסן לאנגזאם דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א באפעלקערונג סטאטיסטיק פון איינוואוינער לויט א סטאטיסטיק מיט א דורכשניטליכער געדיכטקייט פון איינוואוינער פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער די באפעלקערונג געדיכטקייט אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז איינע פון די העכסטע פון די וועלט איבערשטייגנדיג רוב אזיע ן און אייראפעאישע לענדער ענגלאנד איז דאס מערסט אנגעפילטע טייל און אויך די געדיכסטע טייל פון דאס פאראייניגטע קעניגרייך מיט ארום איינוואוינער פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער סקאטלענד האט איינוואוינער און א געדיכטקייט ראטע פון איינוואוינער פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער וויילז האט א באפעלקערונג פון און א געדיכטקייט ראטע פון איינוואוינער פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער צפון אירלאנד האט א באפעלקערונג פון און א געדיכטקייט ראטע פון איינוואוינער פער קוואדראט מייל פער קוואדראט קילאמעטער ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון דאס פאראייניגטע קעניגרייך און איז די ערשטע שפראך מאמע לשון פון מער ווי רוב פון אירע סיטיזענס דאס נוצן די שפראך איז איבער וויכטיג פאר בריטענ ס קלאס סטרוקטור טייל געשולטע ענגלישע מענטשן נישט קיין נפקא מינא אין זייער אפשטאם שטרעבן זיך צו באפרייען פון גיאנאלע אדער לאקאלע אקצענט כדי אויסצוקוקן ווי געשולטע ענגליש רעדניגע מענטשן טייל מענטשן געבן אכטונג צו נוצן גיאנאלע אקצענט און סלענג אלס סטאנדארט פון די אנדערע זייט טוען אסאך לאקאלע פון מזרח לאנדאן און פון צפון ענגלאנד אכטונג געבן צו נוצן זייער אייגענע וועג פון רעדן האלטנדיג אז עס איז מער א ווארימערע און פריינטליכע וועג פון רעדן ווי סטאנדארט ענגליש די סקאטישע איינוואוינער האבן זיך אויך זייער וועג פון רעדן און זייער אקצענט איז גוט באקאנט דורך די בי בי סי מידיא פירמע וועלכע פארמאגט נאר סקאטיש אקצענט רעפארטער ווייטער די איירישע האבן זיך אויך אן אייגענע אקצענט מיט וועלכע זיי שטאלצירן ארום סקאטישע איינוואוינער רעדן נאך היינט קעלטיק סקאטיש אן אייגענע שפראך וויילז האט אן אייגענע שפראך אבער אויך דארט רעדט א גרויס חלק ענגליש טייל סקולס געבן א ביילינגיול צוויי שפראכיג עדזשיוקעישן אין צפון אירלאנד רעדן רוב איינוואוינער ענגליש און א טייל אייריש אין די וועלט הייסט עס אז די איירישע אקצענט איז די שענסטע ענגליש די סלענג אקצענט איז צו לאנגווייליג און צו שארף די אמעריקאנער ענגליש איז שוין צו פראסט אייריש ענגליש איז אינדערצווישן עס איז נישט אזוי סלענגיש און נישט אזוי פראסט אויך די ניגון פון אייריש ענגליש איז אויסטערליש שיין ווייל עס אטאקירט נישט דעם צווייטן מיט די טענער אזויווי די אמעריקאנער ענגליש וועלכע ס קשיא ניגון פארט אריין זייער טיף די פאראייניגטע קעניגרייך גאראנטירט אירע סיטיזענס מיט א פרייהייט פון רעליגיע דאס לאנד האט טאקע נאכגייער פון אלע רעליגיעס אין די וועלט רוב בריטישע זענען נישט קיין פולשטענדיגע גלויביגע און האבן נישט קיין שום שייכות צו סיי וועלכע רעליגיע די איינציגסטע ארט ווי די מענטשן האלטן זיך רעליגיעז איז צפון אירלאנד מיינסטענס גלויביגע זענען קריסטליכע מיט פארשידענע ערליי נעמען אראבער פעלט נישט אין בריטאניע עס וואוינען היינט נאנט צו מיליאן אראבער אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך די אידישע געמיינדע דערגרייכט היינט צו מענטשן און איז די צווייט גרעסטע אידישע קאמיוניטי אין מערב אייראפע מער וועגן אידן אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך איה אין די קומענדיגע וואכן די בריטישע סאסייאיטי איז פארמערטע מיטל קלאס מענטשן אין נומער און אין אויסקוק און דאס אנהאלטן א הויך סטאנדארטע לעבן איז די העכסטע פריאריטי מאטריאלע פארמעגן אזויווי פאמיליע היים אויטאס אפלייענסעס און קליידונג איז וויכטיג און מערערע פאמיליעס נעמען זיך וואקאציעס איבער ן יאר דאס וואויל זיין פון די קינדער ווערט דארט שטארק אבאכטעט און מערערע עלטערן אינוועסטירן זייערע געלטער צו קענען געבן א גוטע עדזשיוקעישן פאר זייערע קינדער בריטישע הייזער זענען געבויט מיט ציגל אדער פאלשע קאנקרעט בילדינג מאטריאל ווייל די פייכטקייט פון די קלימאט קען ברענגען די העלצער צו פארפוילט ווערן צענטראל הייצונג איז היינט ברייט צושפרייט אין די פריערדיגע יארן פלעגן רוב נוצן אינדיווידיועלע פייערן און הייצונג דיווייסעס אין גענעראל זענען בריטישע מענטשן מער טאלעראנט צו פייכטקייט און פרעסטלדיגקייט און ווייניגער טאלעראנט צו היץ פון העכער פארענהייט צעלסיוס דעגרי די קליידונג שפיגלט אפ די קלימאט און וואלענע גוטס ספעציעל טוויד א דיקע מין וואל זענען באקאנטע פראדוקטן בריטישע מענטשן וועלן ענדערש קויפן ווייניגער אבער בעסערע קוואליטעט קליידער וואס האלטן לאנג הגם דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף די שנעלע טויש פון די מאדעס פון די יונגע קולטור אין עסן האט בריטאניע נישט געהאט קיין גוטע רעפוטאציע די בריטישע האבן ליב איבער געקאכטע גרינצייג און אומגעזונטע געפרעגלטע עסן היינט איז עס שוין אסאך בעסער ווען מען ברענגט אריין מער אייראפעאישן און אזיאטישן סטיל עסן די בריטישע זענען נישט קיין קאווע טרונקער נאר וועלן ליבערשט נעמען א טיי און אויסווארטן ווילאנג עס קילט זיך אויס זיי האבן דאך אסאך צייט די בריטישע מענטשן וועלן אייביג באלאנגן צו א געוויסע גרופע מיט וועלכע זיי טיילן זיך פרייד און טרויער זיי האבן גוטע הערצער אבער וועלן ווייניג ארויסווייזן עמאציאנלע געפילן מען זאגט אז היינט טוישט זיך דאס שוין ס איז וועלט באקאנט אז די בריטישע זענען געלאסענע מענטשן דער אמת איז אז פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג וועלכע האבן גאר נאנטע פריינטשאפט מיט די בריטישע איז זייער געלאסנקייט די מערסטע אויפפאלנד ווייל אין אמעריקע איז פאראן א יאגנדיגע אטמאספערע וואס ווערט נישט געזען אין דער גאנצער וועלט אן אויסלענדישער וועט דאס נישט אזוי שנעל באמערקן ווייל ווי אימער יענער וואוינט איז זיין לאנד מער רואיג און געלאסן ווי אין אמעריקע די בריטישע רעגירונג אדמיניסטירט א ברייטע העלט קעיר און וועלפעיר סיסטעם וועלכע די לעיבר מיניסטעריום האט איינגעשטעלט צווישן די יארן פון און טראץ וואס די סאציאלע סערוויסעס און העלט קעיר מאכט דארט אויס ארום פראצענט פון די רעגירונג ס אויסגאבן דערגרייכט עס נאר פראצענט פונעם דזשי די פי גראוס דאמעסטיק פראדאקט אדער אין אנדערע ווערטער די סך הכל ווערד פון גוטס און סערוויסעס וואס ווערט פראדוצירט אין לאנד במשך א יאר די העלט קעיר סיסטעם ווערט דארט אנגערופן די נאציאנאלע העלט סערוויס אנגעהויבן פון האט עס געגעבן פרייע העלט סערוויס פאר יעדן אייניג ארים צו רייך פאר אלעם אנגעהויבן פון שפיטעלער ביז דענטעל פראבלעמען במשך די יארן האבן מער און מער מענטשן גענוצט די סערוויסעס און די קאסטן זענען טייערער געווארן ווייל עס זענען כסדר אויפגעקומען נייע קאסטבארע טעכנאלאגיעס און צופיל מענטשן זענען אלט געווארן און האבן געדארפט אנקומען צו מער הילף זעענדיג אז די קאסטן ווערן צו טייער האט די רעגירונג צוביסלעך אנגעהויבן אראפנעמען עטליכע קלענערע געזונט סערוויסעס ווי אויגן ברילן דענטיסטן און נאך די בריטישע רעגירונג איז אויסטערליש איבערגעגעבן צו אירע בירגער און דערפאר האט זי פון די בעסטע וועלפעיר סיסטעמען אין די וועלט וועלפעיר איז ווי א פארזיכערונגס מיטל צו יעדן בירגער פון זיין געבורט ביז זיי לעצטן טאג די סיסטעם ווערט געשטיצט פון די שטייער צאלער און נאך א רייע פראגראמען א דוגמא וואס טייטש איבערגעגעבנהייט איז געווען אין די מיטעלע ער יארן ווען די רעגירונג האט געזען אז די קאסטן ווערן טייערער און מענטשן קענען זיך נישט שפארן גענוג געלטער צו קויפן הייזער האט די רעגירונג אנגעהויבן בויען פאבליק הואזינג ווערט אויך אנגערופן קאונסיל האוזינג אין וועלכע די סטעיטס האבן אויסגעלייגט א טייל פון די רענט פון די ארימערע מענטשן שפעטער האט די רעגירונג געגעבן ספעציעלע פראגראמען וויאזוי מען זאל קענען מיט די רענט וואס מען צאלט אפקויפן די הייזער היינט צו טאג האבן נאנט צו פראצענט בריטישע איינוואוינער זייערע אייגענע אפגעקויפטע הייזער אין פארגלייך צו קוים פראצענט אין ווייניג מענטשן וואס רעדן זיך היינט אפ אויף די רעגירונג בנוגע האוזינג דאס איז ווייל די רעגירונג איז זייער פונקטליך און מסודר פאר וועמען צו געבן מער בענעפיטן און פאר וועמען ווייניגער ווער עס האט א קרוב ערגעץ וואו אין בריטאניע קען יענעם אנפרעגן און הערן זיין צופרידנהייט בנוגע דעם אישו בריטאניע איז וועלט באקאנט מיט אירע אנגעזעענע ביבליאטעקן און מוזייען וועלכע זענען צום מערסטן קווארטירט אין לאנדאן ווי דערמאנט האט די בריטישע אימפעריע געוועלטיגט אדער טייל געוועלטיגט אויף רוב אייראפעאישע לענדער און אסאך אנדערע לענדער דורכאויס צענדליגער דורות טאקע דערפאר פארמאגן די בריטישע מוזעאמס אזויפיל שטאף דער מערסט באקאנסטער מוזיי איז די בריטישער מוזיי וועלכע געפינט זיך אין הארץ פון לאנדאן זי פארמאגט פון אנטיק שטיקער נאך פון מצרים ביז טויזנטער היסטארישע דאקומענטן וועלכע זענען ווערט גאר אסאך געלט אנדערע מוזייען ווי די נאציאנאלע געלארי און נעשאנעל פארטרעיט געלארי האבן פון די גרעסטע קאלעקציעס פון קונץ ווערק בכלל איז בריטאניע פיל מיט ווערטפולע קונץ ווערק שטיקלעך וועלכע אבאלאנגען צו פריוואטע מענטשן מען שאצט אז די האנדלונג פון קונץ ווערק אין בריטאניע דורכאויס א יאר איז ווערד עטליכע ביליאן דאלאר אויך מיט מעדיצינישע קאלעקציע און היסטאריע איז בריטאניע רייך איבער א פערטעל מיליאן דאקטוירים און מעדיצינישע פארשער באזוכן דעם מוזיי דורכאויס א יאר דאס רעכנט נישט אריין די הונדעטער טויזנטער ציווילע באזוכער דערנאך קומט די נעשאנעל היסטאריע מוזיי וועלכע פארמאגט אינפארמאציע בילדער ווידעאס דאקומענטן ארטילערי שטיקער און נאך פיל מער פון אלע בריטישע מלחמות די היסטאריע מוזיי איז באמת נאר געאייגענט פאר די וואס האבן שוין געליינט און קענען די בריטישע מלחמות היסטאריע אויב נישט איז עס גענצליך אומפארשטענדליך און צומישט פאר טוריסטן איז שטארק באקאנט די מאדאם טוסעאדס וואקס מוזיי וועלכע אנטהאלט די וועלט ס גרעסטע און בעסטע וועקס דאמיס פון צענדליגער טויטע און לעבעדיגע וועלט ס אנגעזעענסטע פאליטישע פיגורן און סתם וועלט באוואוסטע מענטשן בריטאניע האט אויך עטליכע מוזעאמס וועלכע זענען ספעציאליזירט אין געוויסע זאכן ווי די נעשאנעל רעילוועי מוזיי וועלכע האט א גרויסע זאמלונג פון לאקאמאטיוון נאך פון בעפאר די יארן בריטאניע איז געווען א וועלט פירער אין וויסנשאפט און טעכנאלאגיע און זינט דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז דאס לאנד געווען א פיאנער אין דעם באנוץ פון מאשינעריע די פראפסיע פון מאדערנער אינזשעניריע איז פאראייניגט געווארן פון דער ארבעט פון די כשרונות פילע מענטשן אין ענדע ער און אנפאנג ער יארן בריטאניע האט געגעבן מוט און קוראזש פאר אלע לענדער פון דער וועלט בכלל און פאר ערפינדער און וויסנשאפטלער בפרט אנצוגיין מיט די שטודיעס וועלכע האט געברענגט די וועלט צו איר היינטיגע מאדעריניזם מער ווי בריטישע בירגער זענען באגריסט געווארן מיטן נאבעל פריז אין וויסנשאפט וועלכע איז די צווייטע מערסטע אין דער וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן מאדערענע וויסנשאפט קומט אסאך צו פארדאנקען פאר דעם בריטישן פילאסאף פראנסיס בעקאן וועלכער האט מיט זיינע געדאנקען און בייפאלן געברענגט די גרינדונג פון דער וויסנשאפטלעכער מיטל די היינטיגע סיסטעם פון וויסנשאפט פארשונג דורך שטודיעס און עקספרימענטן וואס ווערט גענוצט אין אלע פארגעשריטענע לענדער אן אנדער בריטישער פילאסאף סיר אייזאק ניוטאן אן אויסגעצייכנטער פיזיקער און מאטעמאטיקער איז געווען דער פאקטישער מוח פון דער באנוצונג פון נוקלעאר ענערגיע נאר ער האט נישט מאריך ימים געווען און עס האט געדויערט מער ווי יאר ביז דער קאפ שטיק אלבערט איינשטיין האט שטודירט נוטאנ ס דאקומענטן און צוזאמענגעשטעלט דעם פאזל נאך א באקאנטער פיגור אין דער בריטישער וויסנשאפט איז געווען מייקל פאראדיי וועלכער האט גאר אסאך אויפגעטאן אין דעם פעלד פון כעמיקאלן און אין עלעקטריע ספעציעל אין עלעקטראמאגנעטישער אינדוקציע די חכמה פון פראדוצירן עלעקטריע דורך עלעקטראמאגנאטישע כוחות וואס האט שפעטער געפירט צו דער אויסטרעף פון עלעקטרישע גענעראטארן אויך אין דער מעדיצינישער וועלט האבן בריטישע וויסנשאפטלער געשפילט א גרויסע ראלע באקאנט זענען דזשאסעף ליסטער וועלכער האט אויסגעפינען די אנטיסעפטיק אפעראציע א געוויסע שליסל אפעראציע צו פארמיידן עטליכע אינפעקציעס וועלכע ווערט היינט גענוצט אויף טויזנטער פאציענטן סור אלעקסאנדער פלעמינג וועלכער האט אויסגעפינען פעניצילין די ערשטע פון די אנטיביאטיק מעדיצינישע פאמיליע דריי אנדערע פיזיקער ערנעסט ראדערפארד סור דזשאסעף דזשאן טאמסאן און דזשאן דאלעס קאקראפט זענען פארצייכנט געווארן אלס איינע פון די בעסטע שטודירער אין אטאמישע פארשונג די טעכנאלאגיע פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז נישט געווארן אנטוויקלט דורך וויסנשאפטלער נאר דורך געלונגענע בעלי מלאכה ווי לאקסמיטס סטאליער קאוואלן וועלכע האבן פיאנירט אינאוואציעס אויף די פריעסטע מאשינען באקאנט אין דער קאטעגאריע איז געווען זשיימס וואט וועלכער האט אנטוויקלט פארע קראפט וואס און דעם דאמפמאטאר וואס איז אין יענע צייטן געווען איינע פון די הויפט קראפטן פאר פאבריק מאשינען סעמיול קראמפטאן און ריטשארד ארקרייט וועלכע האבן געברענגט צענדליגע שליסל אינווענטירונגן פאר סחורה מאשינען וועלכע ווערן נאך היינט גענוצט אין אלע סחורה פראדוצירונג פאבריקן אין טייל טעקסטייל פאבריקן קען מען נאך היינט זען הענגען בילדער פון די צוויי ערפינדער בריטישע טעכנאלאגיע האט אויך אויסגעטראפן פילע ראדארן און קראפטיגע מאטארן די ען עי שפורן קאלעסטראל וויטאמין די פיברע אפטיק קאבלען און צענדליגער כעמיקאלן וועלכעס נעמען זענען נישט אינטערעסאנט אויסצורעכענען ווייל מיר ווייסן סייווי נישט וואס דאס איז טייל בריטישע ערפינדער זענען אויך באקאנט געווארן ווען זיי האבן אויסגעפינען לעזונגן צו זייערע אייגענע פראבלעמען באוואוסט איז סטעפאן האקינג וועלכער האט אויסגעטראטן די וועג פאר אלע שפעטערע טעראפיסטן פאר טויבע און שטימע זייענדיג א טויבער און שטימער האט האקינג איינגעלייגט וועלטן צו קענען קאמוניקירן מיט מענטשן און ער האט וואונדערליך מצליח געווען נאכ ן אויפשטעלן און ספעציליזירן א שטאב מיט דאקטוירים פאר דעם צוועק לאנדאן איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער גלאבאלער עקאנאמיע צוזאמען מיט ניו יארק און טאקיא שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע דער פרייער מארק און נידעריגע שטייערן און רעגולירן גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע נאך דייטשלאנד די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין ענגלאנד צוערשט אין די שווערע אינדוסטריען למשל בויען שיפן גרעבן קוילן פראדוקציע פון שטאל און טעקסטיל די בריטישע אימפעריע האט געשאפן אן אויסלענדישן מארק פאר בריטישע פראדוקטן וועגן דעם האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך באהערשט אינטערנאציאנאלן מסחר אין דעם טן יארהונדערט די וואלוטע איז דער פונט שטערלינג וואס ווערט באצייכנט מיטן סימבאל דער באנק פון ענגלאנד איז דער צענטראלבאנק וואס גיט ארויס די וואלוטע בענק אין שאטלאנד און צפון אירלאנד האבן די רעכט ארויסצוגעבן פאפיר געלט ס מוז אבער זיין געדעקט מיט פאפיר פונעם באנק פון ענגלאנד דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז נישט קיין מיטגליד פון דער איירא דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פארלימענטרי מאנארכיע דאס טייטש דער פירער פון שטאט איז א מאנארך קעניג מיט באגרעניצטע קראפטן בריטענס דעמאקראטישע רעגירונג איז באזעצט אויף א קאנסטיטוציע וואס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון פילע דאקומענטן און געזעצן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן די פארלימענט וועלכע איז די לעגיסלאטור באשטייט פון די הויז אף לארדס העכערע הויז אין די פארלימענט וועלכע ווערן נישט ערוועלט דורך סתם וויילער און הויז אף קאמאנס נידעריגערע טייל אין פארלימענט וועלכע איז צאזאמענגעשטעלט פון צענדליגער פארלימענט מעמבערס וועלכע האבן מער קראפט ווי די קאנגרעס לייט ביי אונז אין אמעריקע די הויז אף קאמאנס איז די עצם רעגירונג אין דעם פארלימענטרי סיסטעם דאס טייטש אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור די עקזעקיוטיוון אריינגערעכנט דער טשיף עקזעקיוטיוו דער פרעמיער מיניסטער זענען אלע מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס יעדער עקזעקיוטיוו איז א מיניסטער פאר א געוויסע אפטיילונג ווי למשל געזונטהייט עדזשיוקעישן דעפענס א א וו די בריטישע קאנסטיטוציע איז בעיקר געבויט אויף צוויי געשריבענע קאנסטיטוציע דאקומענטן די ערשטע דאקומענט איז פון יאר וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגן קעניג דזשאן די צווייטע העלפט איז צוגעקומען אין יאר און איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך די פארלימענט בריטענ ס קאנסטיטוציע ערלויבט צו טוישן אדער צולייגן געזעצן אויב דאס ווערט באשטעטיגט מיט א מערהייט אין הויז אף קאמאנס און ווערט געזיגלט דורכ ן קעניג אדער קעניגן אזויווי אנדערע לענדער קומען כסדר צו נייע געזעצן און פארגרעסערן די קאנסטיטוציע די בריטישע מאנארכיע שטייט אויף די אנגייענדיגקייט פון בריטיש היסטאריע צוריקגייענדיג ביז די ענגלא סעקסאן פון וועלכע מיר האבן שוין בארירט אין די פארגאנגענע וואכן במשך די יארן איז זי געווארן א פיגור הויפט פון א לאנד אין טעאריע האט די רעגירונג אסאך קראפט אבער אין רעאליטעט איז עס אסאך ווייניגער די קראפט איז באגרעניצט און די קעניג אדער קעניגן מוז נאכגיין די פירערשאפט און עצות פון די פארלימענט מיניסטארן די מאנארכיע איז א פאזיציע פאר א מיטגלידער פון די ראיעל פאמיליע אבער קען ערזעצט ווערן דורך די פארלימענט ווי עס האט שוין איינמאל פאסירט אין יאר ווען קעניג סטוארד איז געשטארבן און עס איז נישט געווען ווער עס איבערנעמען דעם טראן דער טראן ווערט לויט ן געזעץ איבערגעגעבן צום עלטסטן זון ווען זיין טאטע שטארבט אויב עס איז נישט פאראן קיין זון דאן נעמט איבער די עלטסטע טאכטער ווי עס איז געווען דער פאל מיט דער קעניגן עליזאבעט די צווייטע אין יאר ווען איר טאטע געארג דער זעקסטער איז געשטארבן אן איבערלאזן קיין זון אין אזא פאל האט איר מאן פרינץ פיליפ גארנישט קיין פריווילעגיעס נאר א טיטל דער קומענדיגער אויף די רייע איבערצונעמען דעם טראן איז איר עלטסטע זון טשארלס אין האט מען געענדערט דעם געזעץ אז דאס עלצטע קינד ירשנעם דעם טראן סיי א זון סיי א טאכטער אלס די אפיציעלע ראש מלוכה טוט די מאנארכיע אויסקלויבן די מיניסטארן פאר אלע אפטיילונגען ספעציעל האט זי די מאכט אין די מיליטערישע ראנגען און יוסטיץ סיסטעם אבער אין פאקט שטודירט די פארלימענט ווען מען זאל נוצן מיליטערישע קראפט און וויפיל און די מאנארכיע דארף עס נאר באשטעטיגן די ריכטיגע ארבעט וואס ווערט געטאן דורך די מאנארכיע איז דאס אונטערשרייבן דאקומענטן שטודירן די ביכער ווען זי וויל און זיך אפגעבן מיט די אישוס וואס איז נוגע די לעבנס צופרידענהייט פון די בריטישע בירגער וויבאלד בריטאניע איז א דעמאקראטיע קען די מאנארכיע אויפגעזאגט ווערן אויב די מערהייט פון פארלימענט באשליסט אזוי למעשה רעספעקטירט יעדער די בריטישע מאנארכיע אפילו אויסערן לאנד עס איז דא א קליינע גרופע אין סקאטלאנד וואס זענען דערקעגן די מאנארכיע און ווילן ליבערשט א רעפובליק רעגירונג רוב רעגירונגען אין דער היינטיגער וועלט זענען רעפובליק רעגירונגן מיר וועלן דאס אפטייטשן ביי א צווייטע געלעגנהייט אבער מען גיט זיי דערווייל נישט קיין שאנסן דער הויפט עקזעקיוטיוו פון דעם פארלאמענט איז דער פרעמיער מיניסטער ער איז דער פירער פון דער פארטיי וועלכער האלט די מערסטע זיצן אין די הויז אף קאמאנס די מאנארכיע איז אנוועזנד ווען מען שווערט איין א נייע פרעמיער מיניסטער וועלכער איז ערוועלט געווארן דער פרמיער מיניסטער נעמט זיך דאן אליינס אויף א צאל קאבינעט מיניסטארן און שטעלט זיי צו געוויסע פאזיציעס וואס מאכט זיי א טייל פון די עקזעקיטיוו די קאבינעט וועלכע באשטייט פון מיניסטארן איז פאראנטווארטליכט פאר אלע געשעענישן און די טעגליכע פירערשאפט פון די רעגירונג יעדער קאבינעט מיניסטאר האט איין פאזיציע וועלכע ער מוז פארטיידיגן אויב אנדערע פארלימענט מיטגלידער זענען דערקעגן און האבן פראגעס די קאבינעט קען אויך אין אן עמוירדזשענסי פאל דורכפירן א געזעץ אדער ארויסגיין אין א קריג אן די צושטימונג פון די הויז אף קאמאנס בריטאניע האט אין צוגאב א גרויסע קאונסיל וועלכע ווערט אנגערופן די פריווי קאונסיל וועלכע פארמאגט מיטגלידער די פריווי קאונסיל האט איבערגענומען די ראיעל קאונסיל וועלכע האט עקזיסטירט אין די מיטעלע יארן יארהונדערט די קאונסיל עצה ט דעם מאנארך און באהאנדלט דאקומענטן די פריווי קאונסיל האט אין זיך אסאך קליינע קאמיטעס וועלכע געבן זיך אפ יעדע באזונדער מיט א געוויסע אישו ווי שטיצן די דעפענדענט אינזלען ארויסהעלפן אוניווערסיטיס און האלטן קאנטראל אויף דאס העכסטע געריכט די פארלימענט איז צוטיילט צו צוויי הייזער די הויז אף קאמאנס און די הויז אף לארדס די הויז פון קאמאנס האט די ריכטיגע מאכט דורכצופירן בילס שניידן אדער הייבן שטייערן און קאנטראלירט בריטענ ס פאליטיק אין די וועלט די מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס ווערן ערוויילט יעדע פינף יאר דורך דאס פאלק עס זענען דא ארום מיטגלידער אין די הויז פון קאמאנס און יעדער מיטגלידער רעפרעזענטירט א וויילערשאפט וואס קען זיין א געוויסע שטאט אדער א שטח וואס נעמט איין אסאך דערפער ווי גרעסער די שטאט איז אלס מער מיטגלידער האט זי אין הויז אף קאמאנס דאס קומט אויס אז פאר יעדע מענטשן איז דא א רעפרעזענטעטיוו אין הויז אף קאמאנס יעדע ביז יאר בעארבעט מען איבער די הויז אף קאמאנס צו זען וואו עס איז זענען צוגעקומען מענטשן און מען לייגט צו נייע מיטגלידער די הויז אף לארדס האט היינט נישט קיין שום מאכט נאר טוט בעיקר דעבאטירן און איבערשמועסן דאס וואס די הויז אף קאמאנס איז דעמאלט פארנומען די הויז אף לארד קען פארלייגן א ביל אבער האט נישט קיין מאכט דאס אדורכצופירן מיט פריער ווי הונדערט יאר צוריק האט אויך די הויז פון לארדן געהאט די זעלבע מאכט ווי די הויז אף קאמאנס אבער עס האט נישט געטויגט ווייל עס איז זייער שווער אנגעקומען זיך אדורכצוקומען מיט יעדע קלייניקייט אין בריטאניע איז נישט פאראן קיין קאנסטיטוציאנאלע אפטיילונג פון מאכט צווישן די צענטראלע און לאקאלע רעגירונג ווי אין די פאראייניגטע שטאטן אין אמעריקע ברויך יעדע לאקאלע רעגירונג צושטעלן דאס געלט אויפצוהאלטן אלע שטאטישע דעפארטמענטס און האט די פולע מאכט אויף יעדע דעפארטמענט אין בריטאניע ווערן זיי אנגערופן קאונסילס אדער אויטאריטיס און זענען נאר פאראנטווארטליכט פאר די פייער און פאליציי דעפארטמענטס שאסייען און פארקער באהויזונג און בויען רעגולאציעס ענווייראמענט און שולעס פאר וואלן צום הויז פון קאמאנס זענען יעצט וויילערשאפטן אין די אלגעמיינע וואלן האבן די קאנסערוואטיוון געווינען מאנדאטן לייבער און די ליבעראלע דעמאקראטן די אנדערע מאנדאטן האבן די קליינע פארטייען אחוץ איינס וואו מ האט נאך נישט געוויילט מיי די יוסטיץ סיסטעם וואס מיר זעען היינט אין די דעמאקראטישע לענדער איז נאכגעמאכט בריטאניע וועלכע האט אראפגעשטעלט די יושר דיגע יסודות פאר א דעמאקראטישע יוסטיץ סיסטעם וועלכע גיט די רעכט פאר א ריכטער צו פסק נען אדורכפירן א פרישע געזעץ די פארטיידיגונג און פראקורירן באקאנט אלס פראסיקיושן און דעפענס און צום וויכטיגסטן די השערה אז יעדער מענטש איז אומשולדיג אזוי לאנג ביז ער ווערט נישט אויפגעוויזן שולדיג אינאסינט אנטיל פראווען גילטי די יוסטיץ סיסטעם אין בריטאניע וואס פראטיקירט געזעץ איז צוטיילט צו סאליסיטארן די טשיף אפיציר פאר אלע לעגאלע מאטעריעס אין א שטאט דערפל אדער רעגיורנג אפטיילונג און באריסטארן אן אדוואקאט וועלכער רעפרעזענטירט א קליענט און די העכערע געריכטן סאליסיטארן שטודירן און בעארבעטן געזעץ און די באריסטארן טראגן אריין די באשולדיגונגן אדער געזעצן פארשלאגעס אין געריכט פארשטייט זיך אז די אויסשטעל פון דעם געריכט האט גענומען יארן און האט זיך געבויט אויף לעקציעס יעדעס דורכפאל אדער פראבלעם האט געפירט צו א טויש אין די יוסטיץ סיסטעם היינט איז די סיסטעם שוין סטאביל און ווערט מער נישט געטוישט די ערשטע צוויי קעגנזייטיגע פארטייען אין בריטאניע זענען געווען די וויג און די טארי וועלכע זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין אנפאנג טן יארהונדערט די וויגס זענען געווען שטארקע שטיצער פון די מאנארכיע און רעגירונג און די טאריס זענען געווען דערקעגן די וויג פארטיי האט זיך שפעטער פאראייניגט מיט עטליכע אנדערע פארטייען און זיך אנגעהויבן רופן די ליבעראלע פארטיי די טארי פארטיי האט זיך געטוישט איר נאמען צו דער קאנסערוואטיוו פארטיי אין די לעצטע הונדערט יאר איז אריינגעקומען די לייבאר פארטיי וועלכע האט זיך ארויפגעארבעט צו ווערן די אפאזיציע פון דער קאנסערוואטיוו פארטיי די ליבעראל פארטיי האט זיך דאן געטוישט איר נאמען צו ליבעראל דעמאקראט פארטיי און איז געווארן די דריטע גרעסטע פארטיי אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך די גוטע עקענאמיע אין בריטאניע קומט זיך צו פארדאנקען די לייבאר פארטיי וועלכע האט געשוויצט אין די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלט קריג ברענגענדיג צענדליגער פראגראמען פאר ביזנעסער און איינוואוינער מיט וועלכע בריטאניע איז שטאלץ אין האט די לייבאר פארטיי געווינען די וואלן מיט א לאנדסלייד נעמענדיג פון די זיצן אין פארלאמענט אין די לעצטע נאציאנאל וואלן יוני האט די לייבאר פארטיי מיט טאני בלער אלס פרעמיער מיניסטער אנגעהאלטן איר שטארקייט מיט זיצן אין בריטאניע ווערט א קאנדידאט ערוועלט אויב ער האט באקומען די מערסטע שטימען אפילו אויב ער האט נישט באקומען פראצענט פון די שטימען ווי עס איז דער פאל אין טייל אנדערע לענדער די פיר לענדער אינעם פאראייניגטן קעניגרייך האבן יעדע איינע זיין אייגענע סיסטעם פון לאקאלער רעגירונג אין ענגלאנד טייל פון לאנד האט קאנט ראטן און דיסטריקט ראטן אן אנדער טייל האט אוניטארישע ראטן און לאנדאן האט די לאנדאנער פארזאמלונג צוזאמען מיט לאנדאנער באראס און די סיטי פון לאנדאן אין סקאטלאנד זענען ראט געגנט מיט א גרויסער וואריאציע אין שטח און באפעלקערונג די שטעט עדינבורג גלאזגא אבערדין און דאנדי זענען באזונדער ראט געגנטן מיט הונדערט יאר צוריק האט בריטאניע געהאט די שטערקסטע מיליטערישע קראפט אין די וועלט ספעציעל אויפ ן וואסער איר שטארקע מיליטער האט איר געהאלפן אכט געבן אויף איר פארברייטערע אימפעריע היינט איז זי מער נישט קיין אויסערגעווענליכע מיליטער ספעציעל זינט די ענדע פון די קאלטע קריג פארט איז בריטאניע היינט איינע פון די געציילטע לענדער וואס פארמאגן אפיציעל נוקלעארע וואפן איר ארמיי נעיווי און עיר פארס זענען טאקע ווייניגער אין צאל ווי אמאל אבער זענען גאר גוט טרענירט זיי זענען פארנטווארטלעך צו היטן בריטאניע מיט אירע ארומיגע טעריטאריעס דער פרעמיער מיניסטער איז פאראנטווארטלעך אויף די פארטיידיגונג פאליסי און ארבעט צוזאמען מיט די פילע קאבינעט סעקרעטאר פון שטאט פאר פארטיידיגונג און די קאבינעט ס פארטיידיגונג און איבער וואסער פאליסי קאמיטעס בריטאניע טוט אויך באשטייערן טרופן צו די יונייטעד נעשאנס אפעראציעס און האט שוין צוגעשטעלט מיליטער מערערע מאל ווי אין באסניע ציפערן קואווייט און אנגאלא בריטישע מיליטערישע אינסטרוקטארס זענען אקטיוו אין די גאנצע וועלט און טויזנטער מיליטערישע סטודענטן קומען קיין בריטאניע פאר מיליטערישע לעקציעס בריטאניע האט נאך היינט גאריזאנס גרופעס פון טרופן פאר עמטליכע ארדענונג אין פרעמדע לענדער און אסאך טרענירונג גרופעס וועלכע טרענירן זיך אין געוויסע לענדער די בריטישע מיליטער האט אמאל גענוצט איר מאכט אין צפון אירלאנד ארויסצוהעלפן די ארטיגע פאליציי וועלכע רופט זיך די ראיעל אלסטער קאנסטאבולארי בריטאניע האט אויך ברייט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קריג און שפעטערדיגע סאנקציעס קעגן איראק אינעם פערסישן גאלף אויך אין די איצטיגע קריג קעגן טעראריזם איז זי שטארק טעטיג צווייט נאך די פאראייניגטע שטאטן בריטענ ס פארטיידיגונגס בודזשעט האט די יאר באטראפן ביליאן שטערלינג פונט פון דעם געלט באקומט דער קעניגלעכער פלאט ביליאן פונט די ארמיי באקומט ביליאן פונט דער קעניגלעכער לופטפלאט ביליאן פונט דאס איבריגע גייט פאר פארשונג און פאר די פארטיידיקונגס מיניסטעריום דער קעניגלעכער פלאט האט געשפילט א וויכטיגע טייל אין דער בריטישער היסטאריע און איז שוין אין קראפט באלד יאר פון ווען דער קעניג אלפרעד דער גוטער אזוי האט מען אים גערופן האט איר פארגעשטעלט צו באשיצן די בריטישע אימפעריע קעגן די דענער מענטשן פון דענמארק מיט יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע קעניגלעכער פלאט וועלכע איז געווארן דער שטערקסטער פלאט אין דער וועלט ביז אמעריקע האט איר איבערגעשטיגן נאך דער צווייטע וועלט קריג דער דעמאלטסדיגער קעניג הענרי דער זיבעטער האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט דעם ערשטן ים פלאט וועלכע האט אנגעהויבן פאטראלירן די וואסערן ווייטער פון די ארומיגע בריטישע אינזלען דער קעניגלעכער פלאט איז היינט שטארק פארנומען צו היטן אירע ברעגעס און ארויסהעלפן נאטא ס אפעראציעס אינעם ענגלישן קאנאל און אינעם פערסישן איינגאס דער קעניגלעכער פלאט פארמאגט אויך עטליכע סובמארין פלאטעס אריינגערעכנט נוקלעארע אחוץ אלע שיפן און סובמארינען פארמאגט זי אן פוסגייער ארמיי באקאנט אלס די קעניגלעכע מארינען די ערשטע אפיציעלע בריטישע ארמיי איז אויפגעשטעלט געווארן פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק מיט עטליכע צענדליג טויזנטער סאלדאטן היינט באשטייט די ארמיי פון אלע ערליי טרופן ווי אינפאנטרי פוס גייענדיגע טרופן קאוואלרי אמאל געווען די טרופן וואס האבן געריטן אויף פערד היינט זענען זיי אין טאנקן אדער אנדערע באשוצטע טראקס און עיר קארפס די וואס דרייוון די העליקאפטערס בריטאניע פארמאגט אויך א שיינע צאל פון ספעציעלע כוחות וועלכע קומען גוט צוניץ אין אפגאניסטאן אין די אנגייענדיגע קריג קעגן טעראריזם אין די ארמיי איז פאראן עטליכע קליינע שטיצע גרופעס וואס זענען א טייל פון די ארמיי אבער זענען פארט נישט קייין סאלדאטן דאס רעכנט אריין די ראיעל ארטילערי די ראיעל ענדזשינירס די ראיעל סיגנעלס זענען געשטעלט פאר קאמיוניקאציע די ראיעל אינטעליגענץ קארפס די טעריטאריעל ארמיי אויך באקאנט אלס די מיליטע אדער וואלונטיר פארס ענליך צו די נעשאנעל גארד אין אמעריקע דער קעניגלעכער לופטפלאט אר עי עף איז געגרינדעט געווארן אין און האט דעמאלט געהייסן די ראיעל פלייאינג קארפס אין האט זי זיך געטוישט איר נאמען צו דער קעניגלעכער לופטפלאט נאכדעם וואס זי האט זיך פאראייניגט מיט די ראיעל נעוועל עיר סערוויס אין אלגעמיין האט דער קעניגלעכער לופטפלאט נישט געהייסן די בעסטע אבער זי האט זיך באקאנט געמאכט נאכדעם וואס זי האט באזיגט די דייטשן ימש אין די קריג פון בריטאניע א דאנק יענע געלונגענע אקציעס האט די בריטישע ארמיי געקענט צוריקהאלטן נאצי דייטשלאנד פון איר אינוואדירן שפעטער האט דער קעניגלעכער לופטפלאט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קאאליציע קעגן דייטשלאנד נוצנדיג רוב פון איר עיר פארס פלאטע דער קעניגלעכער לופטפלאט פארמאגט היינט סקוואדראנס א צונאמען פאר עיר פארס יוניטס צוויי אדער מער יוניטס פון א געוויסע סארט פליגער ווערט אנגערופן א סקוואדראן דער קעניגלעכער לופטפלאט האט גרייט פליגער און העליקאפטערס צו יעדע צייט פאר נאטא ס אפעראציעס בריטאניעס ערשטע יידן זענען געקומען פון צפון פראנקרייך אזוי פרי ווי אין נאכדעם וואס פראנקרייך האט אונטערגענומען עטליכע נייע האנדל פאליסיס און האט געשטופט א סך רייכע ביזנעס לייט צווישן דעם צענדליגער יידן זיי זאלן זיך אריבערציען קיין ענגלאנד צו אויסברייטערן זייערע ביזנעסער און אזוי ארום פארברייטערן דאס האנדל צווישן ענגלאנד און פראנקרייך דאס ביסל יידן האבן זיך נישט שטארק געמערט און האבן געהאט שוועריקייטן מיט זייערע שכנים וועלכע האבן זיי נישט געוואלט אנארקענען און האבן זיי אויסגעטיילט נישט ווייניג צרות אין משך פון צוויי הונדערט יאר איז די יידישע באפעלקערונג געוואקסן צו נישט מער ווי מערערע אומפארצייכנטע בלוט בלבולים זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף די יידישע איינוואוינער ביז אין ווען דער דעמאלטדיגער קעניג עדווערד דער ערשטער האט זיך געלאזט איבעררעדן און פארטריבן די גאנצע יידישע באפעלקערונג פאר א לאנגער צייט ווייסט מען נישט פון קיין שום ייד וואס האט געוואוינט אין בריטאניע ביז פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק ווען מאסן יידישע פאמיליעס האבן זיך אריבערגעצויגן קיין בריטאניע פון פראנקרייך שפאניע און פארטוגאל די יידן האבן אין אנפאנג געהאט היבש שווערע צייטן ביז די צייטן פון די אינערליכע געפעכטן צווישן די מאנארכיע און די פארלאמענט האט אויפגעפלאמט צו א קריג און די פארלאמענט האט איבערגענומען דאס פירערשאפט מיט אליווער קראמוועל אלס פרעמיער מיניסטער קראמוועל האט געגעבן די יידישע געמיינדע אפיציעלע אנארקענונג און אלע רעכטן די ערשטע יידישע קהלות אין בריטאניע זענען געווען ספרדים וועלכע זענען געקומען פון האלאנד אביסל אשכנזים זענען אויך געקומען פון דייטשלאנד אבער זענען געווען קלענערע גרופעס אינעם טן יארהונדערט האבן אנגעהויבן שטראמען אשכנז ישע יידן פון גאנץ אייראפע די אשכנזים און ספרדים האבן אין יענע יארן צוזאמען אויפגעשטעלט אן אפיציעלע אידישע באורד אין די רעגירונג וועלכע האט זיך גערופן די באורד אף דעפיוטיס אף בריטיש דזשאוס דער ערשטער יידישער פאליטישן אין בריטאניע איז געווען ליאנעל דע ראטשילד וועלכער האט געוואונען א זיץ אין די הויז אף קאמאנס נאכדעם וואס ער האט א סך צוגעהאלפן צו די אינדוסטריעלער אנטוויקלונג די גרעסטע יידישע אימיגראציע קיין בריטאניע איז געווען צווישן די יארן פון און מען שאצט אז די יידישע באפעלקערונג איז געשטיגן אין די עטלעכע יאר פון צו אלע יידישע אימיגראנטן האבן געפינען היימען אין די אינערליכע שטעט ווי גלאזגא לידז ליווערפול מאנטשעסטער און לאנדאן דאס גרינדונג פון ציוניזם האט אין די צייטן בעפאר דער וועלט קריג געברענגט נאך טויזנטער יידן קיין בריטאניע פון ווי מען האט פלאנירט און עווענטועל זיך אויפגעשטעלט די יידישע מדינה עס וואוינען היינט צו טאג אין בריטאניע א געשאצטע יידן פון דעם א שיינע צאל שמרי תורה ומצוות די יידן וואוינען אין די גרויסע שטעט אין ענגלאנד אבער ווייניג אין סקאטלאנד וויילס און צפון אירלאנד עס זענען אויך פאראן יידן אויף די ארומיקע בריטישע אינדזלען רוב פון זיי אויף די טשאנעל אינדזלען מעקסיקע אפיציעל די פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן איז א פעדעראלע רעפובליק אין צפון אמעריקע מעקסיקע איז די פינפטע גרעסטע לאנד אין דער מערב וועלט און איז רייך מיט נאטורליכע אוצרות ווי נאפט די מעקסיקאנער רעגירונג האט א לאנג יעריגע ציל אויפצוברענגען איר לאנד עקאנאמיש אלס איינע פון די רייכסטע לענדער אבער צוליב אן אומגלייכע באדן מיט ווייניג פארם לאנד און א שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז איז ציל קיינמאל אפילו נישט געקומען נאנט פארקערט גאר דאס לאנד ליידט פון עקאנאמישע קריזיסן יעדע שטיק צייט מעקסיקע סיטי איז די הויפט און גרעסטע שטאט מיט די מערסטע ביזנעס די שטאט איז גרויס סיי אין סייז און סיי אין באפעלקערונג און רעכנט זיך אלס איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט ארום א פינפטל פון די באפעלקערונג וואוינט אין מעקסיקע סיטי און די גאנצע קולטור עקאנאמיע און פאליטיק איז דארט דאמינירט אין לאטיין אמעריקע איז זי די צווייטע גרעסטע לאנד נאך בראזיל מעקסיקע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן אויף צפון דעם פאציפישן אקעאן אויף מערב דעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם קאראיבישן ים אויף מזרח און די צוויי לענדער גוואטעמאלע און בעליזע אויף דרום דאס לאנד איז כאראקטיזירט מיט אן אויסערגעווענליכן פארשידנארטיקייט אין טאפאגראפיע און קלימאט און ווערט דורכגעשניטן דורך צוויי גרויסע בערג קייטן די סיערא מאדרע אקסידענטעל און סיערא מאדרע אריענטל די גרעסטע טייל פון דער באפעלקערונג איז קאנצעטרירט אין צענטער פון לאנד וועלכע איז צווישן די צוויי גרויסע בערג קייטן אין מעקסיקע איז פאראן לעבעדיגע וואולקאן בערג שניי איבערגעדעקטע בערג רעגנוועלדער און וועלט באקאנטע וואסער ברעגעס פלאזשעס מעקסיקע און די פאראייניגטע שטאטן טיילן זיך מיט א גרעניץ פון מייל קילאמעטער לאנג פון וועלכע א גרויס חלק דערפון איז די ריא גראנדע טייך דאס איז די צווייטע לענגסטע גרעניץ אין נארט אמעריקע נאך קאנאדע במשך די יארן האבן הונדערטער טויזענטער מעקסיקאנער זיך גערוקט נענטער צו די אמעריקאנער גרעניץ און טייל דערפון אפילו אריבער אויפ ן אמעריקאנער זייט צו קענען טאן ביזנעס די נאנטע גרעניצן האט אויך עפעקטירט די קולטור פון ביידע לענדער ווען איינוואוינער פון ביידע זייטן גייען אסאך אריבער די גרעניץ צוליב ביזנעס און מישן אויס די קולטורס מעקסיקע דעקט א שטח פון סקווער מייל קילאמעטער די מעקסיקאנער איינוואוינער שפיגלען זייער לאנד ס רייכע היסטאריע דאס לאנד איז פארמירט געווארן אינעם טן יארהונדערט דורך די אויסמישונג פון היספאנישע און נאטיווע דארט געבוירענע אמעריקאנער כאטש מעקסיקאנער וועלן ענדערש אויסזען ווי היספאנישער איז אבער נאך אלץ א דריטל פון די באפעלקערונג נאטיווע אמעריקאנער ווי דערמאנט האבן זיך די צוויי פעלקער אויסגעמישט צו פארמירן מעקסיקע און ווערן גערופן די מעסטיזאוס וועלכע פארנעמען פראצענט פון די באפעלקערונג פראצענט פון זיי רעדן היספאניש און לעבן א היספאנישע לעבנ ס סטיל אין די לעצטע יארן האבן זיך א מערהייט פון די באפעלקערונג אריבערגעצויגן צו די באוואוינטע שטעט וואו עס איז פאראן מער ביזנעס לויט א צענזוס פון זענען פראצענט פון די באפעלקערונג קאנצעטרירט אין די אורבאן שטעט און מער ווי האלב פון די וואוינען אין שטעט פון איבער איינוואוינער מעקסיקע האט א רייכע ירושה פון קונץ ווערק און ארכיטעקטור און איז באקאנט געווארן דערמיט אין די גאנצע וועלט אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט דאס האט אויך אפגעשפיגלט איר היסטאריע און קולטור און אפילו איר איצטיגע סאציאלע אישוס די גאנצע וועלט לעכצט נאך מעקסיקאנער מוזיק געקעכטס און פאלקס קונץ ווערק אלע דערפון זענען שטארק צושפרייט אין גאנץ אמעריקע מעקסיקע ס עקאנאמישע דעגרייכונגן זענען אסאך אבער דאס לאנד פלאגט זיך נאך אלץ צו קענען ווייטער אנטוויקלן די עקאנאמיע א גרויסע שולד צו אירע עקאנאמישע שוועריקייטן ווערן אנגעוויזן אויף איר פאליטישע אומסטאבילקייט דורכאויס דעם טן יארהונדערט איר עקאנאמיע איז אמאל געווען א שטארקע אבער האט זיך גענצליך געטוישט נאך די צווייטע וועלט קריג און איז היינט אנגעוויזן אויף לייכטע פאבריצירונג און עקספארט אירע נאפט אוצרות זענען פון די גרעסטע אין די וועלט פון וועלכע זי עקספארטירט רוב דערפון אויך גיט זי ארויס אסאך פעסל אויל און פארבלייבט איינע פון די גרעסטע פראדוצירער און עקספארטירער פון זילבער נאך א גרויסער טייל פון איר היינטיגע עקאנאמיע זענען טוריזם און צוזאמענשטעלן עסעמבלי אינדוסטריס דאס לאנד געניסט בעיקר פון איר נאנטשאפט צו די פאראייניגטע שטאטן מיט וועם זי טוט דאס מערסטע האנדל און אויך די פאראייניגטע שטאטן רעכנט איר אלס איינע פון אירע גרעסטע האנדלער מעקסיקע ס פאליטישער סיסטעם איז צושטאנד געקומען אין אונזער תקופה עס איז דאמינירט דורך א שטארקע פרעזידענט און אן עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע פירן די יוסטיץ און לעגיסלאטיוו אפטיילונגן פון די רעגירונג אין די לעצטע יאר איז די רעגירונג דאמינירט דורך אן איינציגע פארטיי די אינסטיטוציאנאל רעוואלוציאנארע פארטיי וועלכע ווערט דארט גערופן די פי אר איי גאנץ לעצטענס האט די פארטיי צום ערשטן מאל אין יאר פארלוירן איר פרעזידענטשאפט אין די אוראלטע צייטן האט מען קולטיווירט אין מעקסיקע קוקורוזע פאמידארן און באנדלעך אומגעפער יאר פאר דער ציווילער רעכענונג האט אנגעהויבן אין שטח פון היינטיקער מעקסיקע די אלמעק קולטור די אלט געזעסענע באוואוינער ווערן גערופן אצטעקן אין איז הערנאן קארטעס געקומען מיט מענטשן און זיי האבן באזיגט די אצטעקן די סינקרעטיזם צווישן די אלט געזעסענע און שפאנישע קולטורן האבן געפירט צו דער היינטיקער מעקסיקאנישער קולטור וואס שליסט איין טעקילא ערשט געטריבן אין טן יארהונדערט מאריאטשי טן כאראבע טן טשאראס טן און די מעקסיקאנישע קיך מעקסיקע ציט זיך לענגאויס העלפט פון אמעריקע ס דרום גרעניץ פון די שטאט טידזשואנא וועלכע איז באהאפטן מיט סאן דיעגא ביז מאטאמאראוס וועלכע שטייט ביים בארטן פון די גאלף אוו מעקסיקע וועלכע גרעניצט זיך מיט טעקסעס אויף די אנדערע זייט טייך דאס לאנד איז ברייט פון אויבן ארום מייל גרעניצן מיט די פאראיינגטע שטאטן און גאר שמאל מייל ביים אונטערשטן דרום שפיץ אביסל העכערן שפיץ פארברייטערט זיך עס יא טיף אריין אין ים ביז נאנט צו קובא די גרעסטע טייל פון לאנד איז בערגיג און ווייניג געפלאנצטע שטחים עס איז דארט ווארים און עס פאלט ווייניג רעגן די הויפטשטאט מעקסיקע שטאט איז די צענטער פון לאנד און די הויפט שטאט אויך פאר די עקאנאמיע די שטאט געפינט זיך מער צו דרום פון מעקסיקע און ארום איר איז אלע יארן געווען קאנצעטרירט די גרעסטע טייל פון די באפעלקערונג זינט די צווייטע וועלט קריג איז אבער די צפון גרעניץ מיט די פאראיינגטע שטאטן געווארן א צענטער פאר די עקאנאמיע און מיליאנען מענטשן האבן אנגעהויבן גיין ווי מער צפון ווער רעדט נאך ווען מעקסיקע איז אריין אין די פרייע האנדל אפמאך נאפטא האבן איבער א מיליאן איינוואוינער זיך גערוקט גאר נאנט צו די אמעריקאנער גרעניץ און טייל האבן אפילו אימיגרירט הארט אריבער די גרעניץ פון וואו זיי פירן אן מיט אלע ערליי האנדל ווען מען צוטיילט דאס לאנד צו אירע נאטירלעכע ראיאנען האט מען זיבן אנדערע ראיאנען פון וועלכע די גרעסטע איז די צענטראלע פלאטאו וועלכע ציט זיך פון די אמעריקאנער גרעניץ ביז איבער האלב אריין אין לאנד די ראיאן איז בערגיג און פארמאגט אסאך אקטיווע וואולקאנען רוב פון די באוואוינטע שטעט אריינגערעכנט מעקסיקע סיטי געפינט זיך אים דעם ראיאן די שטעט געפינען זיך אויף די נידעריגערע שטחים און זענען ארומגענומען מיט הויכע בערג די געגענט איז טאקע דאס מערסטע באוואוינט אבער איז א מסוכנ דיגע געגענט צוליב אסאך ערדציטערנישן וועלכע האבן שוין אומגעברענגט טויזענטער דער מזרח ראיאן וועלכע געפינט זיך נעבן די גאלף אוו מעקסיקע טייך איז די שענסטע ראיאן מיט א נארמאלע צאל איינוואוינער גאר מערב ביים שפיץ פון לאנד גייען די בערג ארויף ביז פיס מעטער און די איינוואוינער זענען דארט נאטיווע אמעריקאנער וועלכע באשעפטיגן זיך מיט פארמינג די ליידיגסטע ארט איז נעבן די קאליפארניע גרעניץ וואו עס איז זייער בערגיג און שווער צו וואוינען די געגענט איז די פארנומענסטע ארט פאר טוריסטן וועלכע גלייכן דעם ראיאן פאר וואקאציע די טייכן און וואסערן אין מעקסיקע ווערן גענוצט פאר טראנספארטאציע מיטלן אבער עס קומען דארט זעלטן גאר גרויסע פראכט שיפן געוויסע טיילן פון די טייכן ווערן גענוצט פאר היידראעלעקטריק פראדוקציע און עס זענען אויך פאראן צענדליגער וואסער דאמבעס וועלכע פארהאלטן די טייכן פון פארפלייצן די שטעט אלע גרעניצן אינאיינעם רעכנען זיך מייל קילאמעטער פון וועלכע די מערב גרעניצן זענען דאפעלט ווי די מזרח דריי ברעגעס ווערן גענוצט פאר ביזנעס און זיי זענען טעמפיקא אויפ ן גאלף און אקאפולקא און מאזאטלאן אויפ ן פאציפיק אקעאן מעקסיקע איז א וואלדיגער לאנד אבער פלעגט האבן נאך פיל מער וועלדער נאר איז שפעטער אויסגעהאקט געווארן דורך די ניי אנגעקומענע היספאנישע די איבערגעבליבענע וועלדער און פעלדער פארמאגן פשוט ע גרינצייג און אביסל פרוכט ווייניג געגעטער זענען גראזיג און עס איז פאראן א קליינע צאל שיינע ביימער די וועלדער זענען פיל מיט מאלפעס און ענליכע פאמיליע חיות די דרום טיילן פון לאנד פארמאגן הערשן בערן און בערג לייבן אבער פון זיי איז דא א מאנגל און די רעגירונג גיט אכט אויף זייערע לעבנ ס רוב פון מעקסיקע ס נאטורליכע אוצרות געפינען זיך אונטער די ערד ווייל וויבאלד עס רעגנט וויייג זענען פאראן זייער ווייניג געוואוקסן נאר פראצענט פון דאס לאנד איז באוואקסן די וועלדער דעקן פראצענט פון דאס לאנד דאס איז איינע פון די מערסט וואלדיגע לענדער אין די וועלט אונטער די ערד זענען פאראן א רייע מינעראלן און אסאך נאפט די באשאנקענע געגענטער זענען אלע נאנט צו די גאלף אוו מעקסיקע די קלימאט אין מעקסיקע איז א ווארימע אבער עס ווענדט זיך אין דעם ראיאן אין צענטראל מעקסיקע ווי למשל מעקסיקע סיטי איז די טעמפרעאטור אין יולי ארום דעגרי צעלסיוס און יאנואר ארום דעגרי צעלסיוס אאין די נידעריגערע ראיאנען איז אביסל ווארימער און אויף די גאר בערגיגע ראיאנען איז יא קאלט אין דער ווינטער טייל ערטער זענען אפילו באדעקט מיט שניי דורכאויס דעם גאנצן ווינטער אין די לעצטע יאר איז די מעקסיקאנער רעגירונג געווארן שטארק באזארגט איבער מעקסיקע ס שטארק פארפעסטיגטע וואסער און לופט ספעציעל נאנט צו די גרעניץ מיט די פאראייניגטע שטאטן די לאקאלע רעגירונגן פון ביידע גרעניץ זייטן האבן אונטערגענומען א רייע מאסנאמען צו העלפן רעדוצירן די אנגעשטעקטקייט אויך אין צענטראל מעקסיקע איז די לופט שלעכט און מען קען עס ממש אנזען רוב טעג פון יאר די ארטיגע מענופעקטשערינג ביזנעסער גיסן כסדר אריין אפפאל אין די טייכן וועלכע האט במשך די יארן שטארק פארפעסטיקט די וואסער מעקסיקע איז אויך איבערגעפילט מיט אויטאמאבילן וועלכע פארפלייצן די שטעט אין צוגאב צו אלעם זענען די גרויסע שטעט ארומגענומען מיט הויכע בערג וועלכע לאזן נישט די שלעכטע לופט ארויסגיין די רעגירונג האט מיט עטליכע יאר צוריק איינגעשטעלט פארשידענע געזעצן איבער אויטאמאבילן כדי צו רעדוצירן די נומער אויף די שאסייען מעקסיקע איז א שטאט וועלכע איז דאמינירט וואס גיאגראפערס רופן אן א פריימערי שטאט וועלכע איז א איינצעלע מעטראפאליטן שטח וועלכע איז גרעסער ווי די נעקסטע גרעסטע שטעט צוזאמען די הויפט שטאט מעקסיקע סיטי האט א באפעלקערונג פון איבער מיליאן איינוואוינער און צוזאמען מיט די ארומיגע סובורבס גרייכט עס איבער מיליאן די שטאט האט א קאנצעטראציע פון עקאנאמישע פאליטישע און קולטוראלע קוועלער וועלכע ווערט נישט געזען אין קיין איין אנדערע שטאט אין לאנד וויבאלד די פאליטישע מאכט איז דארט קאנצעטרירט ארום די פעדעראלע רעגירונג איז די הויפטשטאט אויך די לאנד ס פאליטישע לעבן אלע אינטערעסאנטע ערטער און נוצבארע אונטערנעמונגן געפינען זיך אין מעקסיקע סיטי וועלכע איז ווירקליך דאס גאנצע קעסל פון לאנד מעקסיקע ס צווייטע גרעסטע שטאט איז גואדאלאדזשארא מיט א באפעלקערונג פון מיליאן מענטשן די שטאט געפינט זיך מייל קילאמעטער צפון מזרח פון מעקסיקע סיטי די שטאט איז היינט א וויכטיגע קאמערץ און אינדוסטרי ארט פון וואו עס קומען ארויס די בעסטע פאך לייט פון לאנד וועלכע קומען שפעטער אריבער אין די הויפטשטאט וואו זיי באקומען בעסערע ארבעט קאנטראקטן זייער אסאך פון די מערסט געלונגענע און באקאנטע מענטשן זענען אויפגעוואקסן אין די שטאט וואו קונץ ווערק און ארכיטעקטור איז דאס גאנצע לעבן ביי די יונגע איינוואוינער די דריטע גרעסטע שטאט איז נעטסאולקיאטל מיט מיליאן איינוואוינער די שטאט געפינט זיך אויף מזרח הארט נעבן די הויפט שטאט אבער איז א שטאט מיט פילע פראבלעמען אריינגערעכנט א מאנגל אין הייזער קאמיוניקאציעס און הויפט דינסטן רוב איינוואוינער זענען בלויע קאלער ארבייטער וועלכע ארבעטן אין אינדוסטריעלע ביזנעסער גאר א גרויסע טייל פון די איינוואוינער פאר אריין ארבעטן אין מעקסיקע סיטי וועלכע איז א האלבע שטונדע אוועק די פערטע גרעסטע שטאט איז מאנטערי מיט מיליאן איינוואוינער די שטאט געפינט זיך נעבן די אמעריקאנער גרעניצן אויף צפון מאנטערי איז די צענטער פון מעקסיקע ס אייזן אינדוסטרי ס און ווערט אפט מאל גערופן די פיסטבורג פון מעקסיקע די שטאט איז די צווייטע וויכטיגסטע שטאט פאר די עקאנאמיע צוליב דעם וואס זי געפינט זיך נעבן די פאראייניגטע שטאטן און אסאך ביזנעס ווערט פון דארט געהאנדל ט צווישן מעקסיקע און די פאראייניגטע שטאטן מעקסיקע האט אנגעהויבן באזעצט ווערן אינעם טן יארהונדערט דורך פארשידענע גרופעס פון נאטיווע אמעריקאנער אין היספאנישע אימיגראנטן די גרופעס זענען צוטיילט געווארן צו פינף הויפט גרופעס וועלכע האבן זיך אלע באזעצט אין אנדערע ראיאנען די נאטיווע אמעריקאנער זענען געווען מער ווי צוויי דריטל פון דער באפעלקערונג אבער די היספאנישע גרופעס זענען געווען מער מאכטפול און האבן צוביסלעך איבערגענומען די הערשאפט אויף דעם גאנצן לאנד אנדערש ווי אין אמעריקע מיט די בריטישע האבן די היספאנישע זיך אויסגעמישט און געהייראט נאטיווע אמעריקאנער פארמירנדיג די אזויגערופענע מעסטיזאוס ביז אינעם טן יארהונדערט זענען די מעסטיזאוס געווארן די גרעסטע טייל פון דער מעקסיקאנער באפעלקערונג ביזנעס האט זיך גענומען ערנסט בליען נאך דעם צווייטן וועלט קריג ווען אמעריקע איז געווארן די גרעסטע ביזנעס מארק אין דער וועלט זייער אסאך דארפישע איינוואוינער זענען אריבער אין די גרויסע שטעט און געעפענט ביזנעסער אין יענע יארן האט מעקסיקע באקומען אסאך אימיגראנטן פון אייראפע וועלכע האבן באזעצט און אויפגעבויט צוויי נייע שטעט נאנט צו מעקסיקע שטאט די באפעלקערונג האט אנגעהויבן ערנסט וואקסן אין ווען דאס לאנד איז געווארן מער סטאביל און די וואוינונג סטאנדארטן האבן דעגרייכט א גוטע שטאפל נאכדעם וואס די רעגירונג האט איינגעשטעלט א געזונטהייט אפגעבונג סיסטעם און אראפגעברענגט די טויט ראטע ביי ניי געבוירענע קינדער די צענזוס פון האט געוויזן א סך הכל באפעלקערונג פון אין יאר איז די ראטע געשטאנען ביי מענטשן און היינט שטייט די ציפער ביי איינוואוינער די באפעלקערונג געדיכטקייט איז בערך מענטשן אין יעדע סקווער מייל מענטשן פער סקווער קילאמעטער די ליידיגסטע שטאט איז באדזשא קאליפארניע סאוד וואו עס וואוינען נאר מענטשן פער סקווער מייל מענטשן פער סקווער קילאמעטער און די געדיכטסטע ארט איז אין צענטראל מעקסיקע וואו עס וואוינען צוזאמענגעקוועטשט מענטשן פער סקווער מייל פער סקווער קילאמעטער די געבורטס ראטע שטייט ביי פער טויזנט מענטשן און די טויט ראטע שטייט ביי פער טויזנט אין ווען אשעוואירא אלוועראז האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט האט ער באלד געמאלדן אז די שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז נישט גוט פאר מעקסיקע ס עקאנאמיע און די רעגירונג וועט האבן שוועריקייטן אראפצושטעלן פאזיטיווע עקאנאמישע וואוקס ראטעס פער מענטש די מעקסיקאנער עקאנאמיע האט נישט אויפגעברענגט צופיל נייע דזשאבס צו קענען געבן ארבעט פאר די שנעל וואקסנדיגע יונגע באפעלקערונג אלוועראז האט דאן אפגעשטעלט די פרייע אימיגראציע און אינוועסטירט גרויסע געלטער פאר ערציאונג וועלנדיג אויפציען א נייע דור פון מער געלערנטע סטודענטן וועלכע זאלן עווענטועל ברענגן מער מאדערנע שטעלעס מעקסיקע ס באפעלקערונג איז צוזאמענגעשטעלט מיינסטענס פון מעסטיזאוס ווי דערמאנט אנפאנג ארטיקל די מעסטיזאוס פארנעמען פראצענט פון די באפעלקערונג די צווייטע גרעסטע גרופע זענען די אינדיגינוס וועלכע זענען פראצענט פון די באפעלקערונג אויסער דעם זענען פאראן א גרויסע צאל אייראפעאישע פון שפאניע וועלכע ציילן פראצענט פון די באפעלקערונג עס וואוינען אויך דארט ארום אפריקאנער וועלכע זענען אמאל געווען דארט קנעכט און זענען אויסגעלייזט געווארן א קורצע צייט נאכדעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט באפרייט די שווארצע מען שאצט אז די שווארצע זענען אימפארטירט געווארן צווישן די יארן און נאך זייער באפרייאונג האבן די שווארצע זיך אויסגעמישט צווישן די אנדערע פעלקער און האבן אפילו געהייראט ווייסע מענטשן די נאטיווע אמעריקאנער וואוינען אויף די ערטער וואו די אינדיגינוס האבן זיך באזעצט ווען זיי זענען אנגעקומען אסאך יארן פאר די מעסטיזאוס רוב פון זייערע ערטער זענען אין אדער ארום צענטראל מעקסיקע אין אסאך פון די קליינע שטעט זענען די נאטיווע אמעריקאנער דאס מערהייט אדער גרויסע פראצענטן די שפאנישע קאנטראל פון מעקסיקע האט געפירט צו די דאמינאנט פון היספאניש וועלכע איז די אפיציעלע שפראך אין לאנד צווישן די נאטיווע אמעריקאנער זענען פאראן שפראכן און אלע ווערן גערעדט אבער אינטערעסאנט איז אז קיין איינע פון די אלע שפראכן זענען נישט אויפגעכאפט ביי א גרויסע מאסן און דערפאר ווייסט מען נישט צו זאגן וועגן זיי ארום פראצענט פון די וואס רעדן אנדערע שפראכן קענען ליינען און פארשטיין היספאניש רוב מעקסיקאנער זענען קאטוילישע אבער אויך אנדערע רעליגיעס זענען פארשפרייט זינט די לאנד איז רעליגיע פריי אנדערש ווי אין אנדערע פרייע לענדער ווערט רעליגיע מער פארשפרייט צווישן די יונגע און כאטש ווייניג פון זיי האלטן זיך צו די רעליגיע פאררופן זיי זיך דערויף לכל הפחות מעקסיקע ס ערציאונג סיסטעם פלעגט אין אנפאנג ווערן פארשפרייט און קאנטראלירט דורך אן אפטיילונג פון די העכסטע קירכע די וועגן און דיסיפלין פון ערציאונג האט זיך אלעס געוואנדן אויף די קאטוילישע רעליגיע די מעקסיקאנער איינוואוינער האבן דאס שטענדיג קריטיקירט אלס אומסטאביליזירט נאך מעקסיקע ס זעלבשטענדיקייט האט מען אנגעהויבן טוישן דעם סיסטעם דורך גענצליך באזייטיגן רעליגיע אין די פריימערי סקולס פון די ערשטע ביז די זעקסטע קלאס און אנשטאט איינגעשטעלט א פובליק ערציאונג ס סיסטעם ענליך צו אנדערע פרייע לענדער מיט דער צייט האט די פעדעראלע רעגירונג איבערגענומען די פולע קאנטראל אויף ערציאונג און שטעלט צו די טעקסט ביכער פאר אלע קלאסן אין א שפעטערדיגע קאנסטיטוציע פון האט די רעגירונג אנגעהויבן טאן מיטלן צו העכערן די צאל קינדער וואס גייען אין סקול לויט היינטיגע סטאטיסטיקס גייען ארום פראצענט קינדער פון ביז יאר געהעריג אין סקול העכער איז פיל שוואכער און ווערט שוואכער מיט וואס א יאר עלטער די נומער פון קינדער וואס קומען אן אין היי סקול און אין קאלעדזש איז זייער נידעריג און טראץ אלע מיטלן וואס די רעגירונג האט שוין געטאן ווערט עס נישט בעסער א שטארקע סיבה דערצו איז צוליב געלט ווען די מעקסיקאנער זענען נישט צו ברייט און קענען זיך נישט זען אויסגעבן אזויפיל געלט פאר ערציאונג אין די שפעטע גער יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פובליק ערציאונג פראגראמען וועלכע גיט לימיטירטע ערציאונג פאר קינדער פון העכער יאר דער פראגראם האט טאקע אסאך געהאלפן אבער איז ווייט פון א גוטע ערציאונג אין קאנטראסט צו קאלעדזשעס אבער איז בעסער ווי גארנישט איין זאך וואס דער פובליק ערציאונג פראגראם האט זיכער געהאלפן איז די שריפטיקייט ראטע וועלכע איז אין די לעצטע יארן געשפרינגן צו פראצענט מעקסיקע האט א רייע פון קאלעדזש אינסטיטוטן וועלכע געפינען זיך על פי רוב אין מעקסיקע סיטי ווייניג אויסלענדישע קומען צו זייערע אינסטיטוטן און פונדעסטוועגן האבן זיך עטליכע אויניווערסיטיס באקאנט געמאכט מיט א גוט ן נאמען אין די וועלט די גרעסטע און מערסט באקאנטע אויניווערסיטי אין מעקסיקע איז די נאציאנאלע אטאנאמעס אויניווערסיטי אוו מעקסיקע מעקסיקאנער לייגן א שטארקע שעצונג אויף פאמיליע און טראדיציאנאלע ווערדיקייטן כאטש ארום פראצענט פון די פרויען ארבעטן טוען זיי דאך די היים ארבעט און געבן זיך אפ מיט די קינדער יונגע קינדער בלייבן דארט לענגער אינדערהיים בעפאר מען שיקט זיי אפ אין סקול ווי אין די פאראייניגטע שטאטן עס איז פאראן דארט א גרויסע חילוק צווישן די מיטל און הויכע אינקאם פאמיליעס און די ארימע רוב מאמעס נעמען הילף פון אויסער די הויז פאר די קינדער און פאר הויז רייניגונג ווען די ארימע מאמעס טוען אלעס אליינס און גייען דאך ארבעטן א גרויסע צאל שטונדן איבער ן טאג מעקסיקאנער קליידן זיך אזויווי די אייראפעאישע און די אמעריקאנער זיי לויפן נאך די וועלט סטילס אין צייט און פארמאגן אליינס אויך א קליינע צאל דיזיינערס וועלכע האבן א טייל אין די אינטערנאציאנאלע קליידונג פארמעסט פאמיליעס אין די פארווארפענע דערפער קליידן זיך מיט טראדיציאנאלע קליידונג אבער עס ווערט ווייניגער און ווייניגער מעקסיקע גיט ארויס גוטע עסנס און עס איז דא דארט צו באקומען פון אלעם גוטן וויאזוי אימער טוט די סאציאלע קלאס פארשידנארטיקייט און פארדינסט שטאפלן צוטיילן דאס פאלק אין זייער דיעטע רוב מעקסיקאנער און די גאנצע ארבעט ס קראפט לעבן אויף קארן ווייץ באנדלעך הייסע פעפער און טאמעיטאס די מיטעלע און שיינע פארדינער עסן מער אמעריקאנער אזויגערופענע רעדי עסן ווי סיריעלס סענדוויטשעס קיכן נאש א ד ג צו טרינקן פעלט נישט דארט מעקסיקע פראדוצירט אסאך סאפט געטראנקן און מאכט גוטע ביר וועלכע איז זייער פאפולער אין לאנד און ווערט אויך עקספארטירט קיין אמעריקע אין גרויסע קוואנטום מעקסיקע איז געבענטשט מיט נאטורליכע קארבאנעיטעט וואסער וועלכע דאס גאנצע לאנד טרינקט יעדן טאג אין די לעצטע יארן זענען אויך זייערע וויינען גוט געווארן און ווערט דארט פראדוצירט אויף א גרויסן פארנעם די מעקסיקאנער גלייכן די זעלבע אקטיוויטעטן ווי די אמעריקאנער ווי טעלעוויזיע ווידעא ספארטן און אנדערע תאוות עולם הזה מעקסיקע איז כאראקטריזירט ביי א שארפע קלאס אין סאציאלע אפטיילונגן א קליינע טייל פון פאלק רעכנט זיך אלס די הויכע קלאס מענטשן און זיי קאנטראלירן דאס לאנד ס פראפערטי און רייכטום ווען דאס איבעריגע לעבן אין ארימקייט דאס צו פארשטיין וועט צוניץ קומען א סטאטיסטיק פון עטליכע יאר צוריק וועלכע האט געוויזן אז די פראצענט גרעסטע פארדינער האבן פארדינט כמעט פראצענט פון דאס לאנ ס פארדינסט און די פראצענט נידעריגסטע פארדינער האבן נאר פארדינט פראצענט פון דעם סך הכל פארדינסט ווען די מיטעלע קלאסן זענען פארבליבן מיט פראצענט אין פארגלייך צו די פאראייניגטע שטאטן איז מעקסיקע ס מיטל קלאס פארדינער זייער א קליינע פראצענט די מעקסיקאנער מיטל קלאס לעבן אן ענליכע לעבנ ס סטיל ווי די מיטל פארדינער און די פאראייניגטע שטאטן וועלכע פארנעמען דאס גרעסטע טייל פון פאלק זיי וואוינען אלע אין עלעקטריק באשיינטע הייזער און פליסנדיגע וואסער האבן איינס אדער מער אויטאמאבילן און האבן איינטריט צו ערציאונג און העלט קעיר איינארדענונגן זייער אסאך מעקסיקאנער לעבן אין עכטע ארימקייט די מעקסיקאנער רעגירונג גיט נישט ארויס די גענויע ציפערן אבער שטודירונגן פון אינטערנאציאנאלע סטאטיסטיקס האבן פאר יאר צוריק אראפגעמאלן א בילד וויאזוי דער עקאנאמישער מצב קוקט דארט אויס עס שטעלט זיך ארויס אז מער ווי פראצענט פון די באפעלקערונג לעבן איבער דאס יאר מיט ווייניגער ווי איין יו עס דאלאר פער טאג און גאנצע פראצענט מיט ווייניגער ווי יו עס דאלאר פער טאג דאס לאנד איז אן עכטע ביישפיל פון וואס די וועלט זאגט אז די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער די ארימע האבן נישט קיין איינטריט צו קיין העלט קעיר און וואוינען אין הייזער וואס איז ווייניגער ווי די מינימום סטאנדארטן אין די היינטיגע וועלט זיי האבן נישט קיין פארזיכערטע וואסער צו טרינקן און באקומען אינגאנצן נישט קיין סעניטאציע סערוויס טאקע דערפאר זענען פאראן זייער אסאך פאמיליעס וועלכע נעמען ארויס די קינדער פון סקול זייער יונג זיי זאלן גיין ארבעטן און אריינברענגן געלט פאר די פאמיליע צו טרעפן א געהעריגע דזשאב איז זיייער שווער אפילו פאר די וואס האבן די כשרונות און דעגריס דאס לאנד ס גרעסטע פראבלעם איז היינט איר וואוקס וועלכע מאכט די עקאנאמישע מצב ערגער און ערגער צוליב א מאנגל אין דזשאבס די מעקסיקאנער רעגירונג נעמט שוין טאקע נישט אן קיין פרישע אימיגראנטן אבער איר נאטורליכע וואוקס גייט גאנץ שנעל מעקסיקע איז באוואוסט צו ליידן פון א הויכע צאל פארברעכנס אריינגערעכנט מערדערייען דראגס און פארברעכנס צווישן די יונגע וויפיל מען האט שוין פרובירט צו טאן האט גארנישט געהאלפן און א גרויסע טייל מענטשן ציטערן פאר זייער שאטן מעקסיקע איז גארנישט צוריק געבליבן ווען עס קומט צו קונץ ווערק און ארכיטעקטור דאס לאנד איז פיל מיט די אלע זאכן און עס קומען ארויס פון דארט געלונגענע ארטיסטן אקטיארן און זינגער פון וועלכע א שיינע טייל זענען שפעטער אריבער אויף אמעריקע און זענען אויך דארטן באקאנט מיט זייערע כשרונות עס פעלן נישט דארט קיין ביבליאטעקס און מוזעאמס רוב ביבליאטעקס געפינען זיך אין די אוניווערסיטיס און האבן אסאך ווערטפולע זאכן רוב מוזעאמס זענען אין מעקסיקע סיטי די מעקסיקאנער מוזעאמס זענען וועלט באקאנט נישט נאר מיט זייערע טייערע קאלעקציעס נאר אויך מיט זייערע הערליכע ארכיטעקטור א מענטש וואס פארט קיין מעקסיקע דארף זיין בלינד נישט באגייסטערט צו ווערן פון די אלע הערליכע בינינים אפילו די הייזער אויף די לאקאלע גאסן זענען קונצליך געבויט און האט אן אויסקוק ווי אמאליגע שיינע שטעט די עקאנאמיע פון מעקסיקע איז די טע גרעסטע אין דער וועלט זייט דער עקאנאמישער קריזיס אין האבן די אדמיניסטראציעס פון דעם לאנד פארבעסערט דעם לאנדס עקאנאמיע די רעגירונגס חובות פון מעקסיקע ווערן גערעכנט אלס גוטע אינוועסטירונגען די סטאבילע עקאנאמיע האט געווירקט צו פארקלענערן אינפלאציע און פראצענטער צו גאר נידעריג ניוואען און האט פארגרעסערט די הכנסה פער מענטש דאך בלייבט א גרויסער ריס צווישן די שטאטישע און דארפישע באפעלקערונג און צווישן די רייכע און די ארעמע מענטשן די רעגירונג דארף נאך פארבעסערן די אינפראסטרוקטור מאדערניזירן די שטייער סיסטעם און די ארבעט געזעצן און פארקלענערן די אומגלייכונג אין הכנסות די מעקסיקאנער רעגירונג סיסטעם איז ענליך צו די פאראייניגטע שטאטן מיט אירע רעגירונג ס שטאפלן די עקזעקיוטיוו לעגיסלאטיוו און יוסטיץ וויאזוי אימער האט דארט די עקזעקיוטיוו די קאנטראל אויף די אנדערע אפטיילונגן און דער פרעזידענט וועלכער איז דער טשיף עקזעקיוטיוו האט א פולע קאנטראל אויף יעדע רעגירונג אפטיילונג רוב יארן אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט האט נאר איין פארטיי די פי אר איי געשפילט א ראלע אין די רעגירונג און אנדערע פארטייען זענען אפילו נישט געקומען נאנט די פי אר איי האט קיינמאל נישט פארלוירן אפילו א סענאט שטימע ביז אין יאר ווען די נאציאנאלע עקשן פארטיי פי עי ען האט אנגעהויבן ווערן שטארק די פי אר איי האט פארלוירן די פרעזידענטשאפט צום ערשטן מאל אין צו וויסענט פאקס דער פירער פון די פי עי ען פארטיי וויבאלד די עקזעקיוטיווע אפטיילונג פון די רעגירונג האט די פולע קאנטראל אויף די רעגירונג איז נישט פאראן קיין אינטערעסע און שתדלנות ארגאניזאציעס אזויווי אין די פאראייניגטע שטאטן ווען גרופעס אדער ארגאניזאציעס דארפן הילף פון די רעגירונג ווענדן זיי זיך דירעקט צו די עקזעקיוטיווע מיטגלידער און טיילמאל צום פרעזידענט אליינס דער פרעזידענט ווערט דארט ערוועלט דורך א דירעקטע פאפולער שטימע און ער וועלט זיך אליינס אויס זיין גאנצע קאבינעט קיין איין מעקסיקאנער פרעזידענט האט נאך נישט ערוועלט אן אפאזיציע מיטגלידער אין זיין קאבינעט און דערפאר האט די רעגירונג שטענדיג געהאט א כמעט פראצענטיגע מאכט און האט געקענט דורכפירן וואס עס האט זיי געשמעקט א טערמין פאר א פרעזידענט איז יאר און ער קען נישט ווידער ערוועלט ווערן די עקזעקיוטיוו קאבינעט באהאנדלט פראצענט אישוס און איז צוטיילט צו עטליכע אפטיילונגן ווי עקאנאמיע נעשאנעל סעקיוריטי האנדל א א וו די רעגירונג ס לעגיסלאטיווע קערפערשאפט באשטייט פון צוויי אפטיילונגן די סענאט און די טשעמבער אוו דעפיוטיס די טשעמבער אוו דעפיוטיס פארמאגט מיטגלידער וועלכע ווערן אלע ערוועלט פאר יעריגע טערמינען פון זיי באלאנגן צו לאקאלע דיסטריקס און די איבעריגע ווערן ערוועלט לויט די שטארקייט פון די פארטייען די סענאט באשטייט פון מיטגלידער פון וועלכע באלאנגן צו גיאגראפישע אפטיילונגן פון לאנד און דאס איבעריגע איז ווייטער געוואנדן לויט די פארטיי שטארקייט די סענאטארן ווערן ערוועלט צו יעריגע טערמינען און קענען נאכאמאל ערוועלט ווערן אבער נישט נאכאנאנד די טשעמבער אוו דעפיוטיס איז פארנומען שטודירן געזעצן איינשטעלן די שטייערן און פאררופן עלעקציעס זיי האבן ווייניג געהילפן און דארפן ארבעטן אסאך שטונדן אין די פארנומענע צייטן אלע פארשלאגן וואס די טשעמבער שטעלט פאר פאר די עקזעקיוטיוו ווערן דורכגעפירט ווייל די עקזעקיוטיוו איז צו פארנומען צו שטודירן און סייווי איז כמעט נישט פאראן קיין אפאזיציע אין די עקזיסטירנדע רעגירונג די יוסטיץ דעפארטמענט האט זייער א שוואכע מאכט אין די מעקסיקאנער רעגירונג די גאנצע ארבעט וואס בלייבט פאר זיי איז איבערצוקוקן דאס לאנד ס געזעצן און עס מאדיפיצירן ווען עס פעלט זיך אויס אלע מיטגלידער אין די יוסטיץ דעפארטמענט ווערן ערוועלט דורכ ן פרעזידענט און אויך די טשעמבער אוו דעפיוטיס דארפן דאס באשטעטיגן אין די לעצטע יארן האט די יוסטיץ באקומען מער מאכט און אויך זיי שטודירן שוין די נייע געזעצן בעפאר עס ווערט פארגעשלאגן פאר די עקזעקיוטיוו אבער נאר פאר א קורצע צייט מעקסיקע פארמאגט שטעט און די פעדעראלע דיסטריק וועלכע איז מעקסיקע סיטי אין יעדע שטאט איז פאראן א גאווערנער וועלכער ווערן ערוועלט פאר יעריגע טערמינען די לאקאלע רעגירונגן אפערירן זייער ענליך צו די לאקאלע רעגירונגן אין די פאראייניגטע שטאטן מיט דער חילוק אז אין מעקסיקע האבן זיי אסאך ווייניגער מאכט אין די פעדעראלע דיסטריק איז פאראן א מעיאר וועלכער ווערט אויך ערוועלט צו א יעריגע טערמין אמאל איז דער מעיאר געווען א מיטגלידער אין די פעדעראלע רעגירונג אבער מען האט עס געטוישט ווען מען האט איינגעזען אז צו קענען בעסער סערווירן די שטאט דארף דער פירער זיין א דרויסענדיגער פון די רעגירונג די מעקסיקאנער רעגירונג איז א מיטגלידער אין די יו ען און פארמאגט א טייל אין רוב פון אירע אגענטורן כאטש מעקסיקע ס פאליטישע סיסטעם איז שטענדיג אפערירט געווארן דורך אן אייניציע פארטיי איז שוין די עקזיסטענץ פון די פי אר איי פארטיי געווען א סטראשע פאר די רעגירונג פאר עטליכע צענדליג יארן די דריטע גרעסטע פארטיי איז די דעמאקראטיק רעוואלוציע פי אר די וועלכע האט היינט אויך גאנץ א שטארקע איינפלוס אין די טשעמבער אוו דעפיוטיס עס זענען פאראן נאך עטליכע קליינע פארטייען וועלכע האבן אלע עטליכע זיצן אין די טשעמבער אבער האבן קיינמאל נישט אנגעצויגן עפעס ערנסט די פארטייען ווערן געמאסטן און ערוועלט אויף א נארישן סיסטעם דורך נאציאנאלע וואלן אנשטאט באזונדערע עלעקציעס אין יעדע דיסטריק די אישוס און מיינונגן פון די דריי גרעסטע פארטייען זענען נישט ווייט איינע פון די אנדערע און אלע האבן די עקאנאמיע אלס זייער ערשטע פריאריטעט וויאזוי אימער זענען די פארטיי פירער שטענדיג פארנומען מיט ן צוזאגן לאקאלע אישוס כדי צו באקומען שטיצע אבער אין די טשעמבער האבן זיי ווייניג צייט דערצו ווייל די לאנד פלאגט זיך מיט גרעסערע פראבלעמען וועלכע וועט נאך געדויערן אסאך יארן צו סטאביליזירן ווי געזאגט איז די פי אר איי געווען די איינציגסטע שטארקע פארטיי פאר צענדליגער יארן איר שוואכקייט האט זיך אנגעהויבן אין די יארן ווען די פארטיי האט גארנישט געקענט טאן צו פארבעסערן די עקאנאמיע און דער דורכשניטליכער וואוינונג סטאנדארט האט אנגעהויבן פאלן מען און מער אינעם יאר איז פארגעקומען פעדעראלע וואלן וואו די פי אר איי האט נאכאמאל געוואונען מיט א שמאלע אויבערהאנט אבער קורץ נאך די וואלן האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז פארגעקומען זייער אסאך שווינדל און מען האט איבערגעמאכט די וואלן אין וועלכע די אפאזיציע פארטיי האט געוואונען אן אויבערהאנט פון זיצן אין די טשעמבער ענדיגנדיג די יעריגע אומבאזיגטע איין פארטיי סיסטעם מעקסיקע איז געווען דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט וועלכע האט פארגעשלאגן א סאציאל פארזיכערונג פראגראם אין איר רעגירונג סיסטעם נאך אין אבער עס איז ערשט איינגעשטעלט געווארן אין צוליב די פולע געשפרעכן איבער דעם פראגראם איר סאשעל סעקיוריטי סיסטעם גיט אסאך מער וואו אין די פאראייניגטע שטאטן אבער עס איז נישט אזוי גוט פארשפרייט איבער ן לאנד און טייל קליינע פארשטופטע קאמיוניטיס געניסן נישט פון אלע בענעפיטן עס איז כמעט נישט פאראן קיין פריוואטע העלט צענטערן ווייל פראצענט מעקסיקאנער קענען זיך דאס נישט ערלויבן די דורכשניטליכע לעבנסשפאן פאר מענער איז דארט יאר און פאר פרויען יאר דאס איז פיל נידעריגער ווי די לעבנסשפאן ראטע פון איר שכן די פאראייניגטע שטאטן מענער יאר און פרויען יאר די געבורטס טויט ראטע איז דארט הויך מיט טויט פאלן פאר יעדע קינדער אין די פאראייניגטע שטאטן האלט די ראטע ביי פער יעדע רוב טויט פעלער קומען דארט פון שעדליכע איבערכאפענדיגע קראנקהייטן וועלכע פלאגט די קלענערע שטעט מעקסיקע ס מיליטערישע כוחות איז איינגעטיילט צו דריי הויפט אפטיילונגען די ארמיי וועלכע פארמאגט טרופן דער פלאט מיט מיטגלידער און א עירפארס מיט זעלנער ווען מען רעכנט דאס מיליטער לויט די עקאנאמיע פון דאס לאנד איז מעקסיקע איינע פון די קלענסטע ארמייען אין די וועלט פראצענטווייז מיליטערישע סערוויס הייבט זיך אן פון די יאר אלט אבער א גרויס טייל יוגנטטליכע איגנארירן עס אינגאנצן דאס מיליטער איז שוואך טרענירט און האט ווייניג עקוויפמענט וויבאלד דאס מיליטער איז אזוי נאכגעלאזט און קענען נישט באשטייערן צו סיי וועלכע אינטערנאציאנאלע מיסיע פארנעמט זי זיך מיט פאליצייאישע ארבעט אין לאנד די מיליטער מישט זיך אריין אין פאליטיק ווען עס פעלט אויס און העלפן אפיציעל אין די קריג קעגן דראגס עס איז דארט א נארמאלע ערשיינונג אז די מיליטער זאל אנקומען צו א קרימינאלע סצענע רוב פון אירע וואפן זענען אימפארטירט אבער זי אליין פראדוצירט אויך וואפן וועלכע זי עקספארטירט פאר די ווערט פון מיליאן דאלאר פער יאר די דעפענס דעפארטמענט קאסט איר אפ יערליך ביליאן דאלאר וואס קומט אינגאנצן אויס צו פער פערזאן דאס ארט ווי מעקסיקע געפינט זיך היינט איז געווען פון די ערשטע ערטער וואו מענטשן האבן זיך באזעצט פון גאנץ נארט אמעריקע סייענטיסטן האבן געפינען צענדליגער סימינים וועלכע האט זיי געפירט צו אן אויספיר אז מענטשן האבן געוואוינט אויף דעם שטח נאך מיט טויזענטער יארן צוריק לויט זייער וויסנשאפט האבן די פארשידענע שבטים געלעבט אויף קארן און באנדלעך און האבן געכאפט פיש זיי זאגן אז זייערע שטודיעס צייגן אז מען האט אנגעהויבן פלאנצן ערד בערך יאר צוריק און דאס ארט איז דעמאלט אנגערופן געווארן מיסאאמעריקע ווען מעקסיקע האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלן אינעם טן יארהונדערט איז נאך דארט געווען א גרופע וועלכע האבן זיך גערופן מיסאאמעריקענס און האבן געשטערט די אנטוויקלונג פון לאנד מיט די טענה אז עס באלאנגט צו זיי כאטש די מיסאאמעריקענס האבן נישט קיין שום דאקומענטן פון איר היסטאריע האט מען אבער געפינען אסאך שטיינער וועלכע האבן אנטהאלטן אויפגעקריצט פארשידענע מעסעדזשעס וועלכע גיט אן איינגעצוימטע ווירקליכקייט צו איר היסטאריע לויט יענע אויפשריפטן איז מעקסיקע געווען פיל העכער פונעם ים אויבערפלאך בעפאר א נאטוליכע חורבן האט אראפגעווישט א גרויסע טייל פון לאנד אינעם טן יארהונדערט איז פאגעקומען די ערשטע מלחמה פון וואס מען ווייסט א גרויסע גרופע וועלכע האבן זיך גערופן די אזטעקס האבן אקופירט גאנץ צענטראל מעקסיקע און האבן עס א נאמען געגעבן מעקסיקא דער נאמען מעקסיקע שטאמט פון יענעם נאמען די אזטעקן זענען געווען גרויס אין צאל אבער זייער מאכט איז געווען עטוואס שוואכער ווי די נאטיווע אמעריקאנער און די אנדערע גרופעס וועלכע האבן דארט געוואוינט און זיי האבן געהאט א שווערע ארבעט אנצוהאלטן די אקופאציע היסטאריע זאגט אז די אזטעקס זענען געווען די ערשטע מיליטער וועלכע האבן זיך באנוצט מיט פייגל פאר מלחמה צוועקן זיי האבן גענוצט עטליכע גרויסע אדלער איגעל צו שיקן מעסעדזשעס און האבן אבזערווירט איר גאנצע הלוך ילך צו קענען באמערקן ווען דער פיינט קומט די אדלער איז פארבליבן דער סימבאל פון מעקסיקע ביז ן היינטיגן טאג און עס געפינט זיך אויף איר נאציאנאלע פאן און אויף טייל וואלוטע די אזטעקן זענען געווארן א גרויס פאלק אין די קומענדיגע יארן און האבן געציילט עטליכע הונדערט טויזנט מענטשן זיי האבן אויפגעשטעלט א הויפט שטאט וועלכע זיי האבן גערופן קענאטיטלען און האבן געפירט א כמו רעגירונג סארט לעבן ווען די היספאנישע האבן אינוואדירט מעקסיקע אינעם טן יארהונדערט איז די שטאט קענאטיטלען געווען איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט מיט איבער איינוואוינער ביי דער צייט ווען די היספאנישע זענען אנגעקומען קיין מעקסיקע זענען שוין די אזטעקן געווען פארשפרייט ביזן פאציפישן אקעאן און אויף דרום ביז זייער נאנט צו די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן איר מיליטער איז שוין אויך בעסער געשטאנען און זיי זענען געווען זיכער מיט זיך אז איר אימפעריע וועט נישט אזוי שנעל צובראכן ווערן די היספאנישע מיליטער האט ערשט געלאנדעט אויף די קאריביען אינזלען אין יאר זיי האבן אראפגעשטעלט די שטאט סאנטע דאמינגא היינט די הויפט שטאט פון דער דאמיניקאנישער רעפובליק אלס די הויפט באזע פון די מיליטער און האבן באלד געמאכט פלענער וויאזוי אנצוגרייפן מעקסיקע אין יענע יארן איז נאך די מאפע פון נארט אמעריקע געווען זייער אומקלאר און אלע לענדער האבן כסדר געשיקט גרופעס וויסנשאפטלער וועלכע זענען ארומגעפארן מיט שיפן זוכן לאנד די היספאנישע האבן דאס געטאן די ערשטע זאך און האבן באלד ארויסגעשיקט אן אויסשפיר גרופע צו באטראכטן דאס לאנד מעקסיקע פונקט דאן האט אויך קובא געשיקט אן אויסשפיר גרופע און די צוויי גרופעס האבן זיך צוזאמנגעשטויסן ביי די ברעגעס פון די גאלף אוו מעקסיקע די קובאנער האבן אטאקירט די היספאנישע מיט די הילף פון די נאטיווע אמעריקאנער וועלכע האבן דארט געווואוינט מער ווי האלב פון די היספאנישע גרופע זענען אומגעקומען און די איבעריגע זענען פארטריבן געווארן די היספאנישע האבן נישט נאכגעלאזט און האבן געשיקט א פרישע גרופע וועלכע האבן דעגרייכט טיף אין מעקסיקע און האבן אנגעטראפן די גרעניצן וואו די אזטעקס האבן געוואוינט די היספאנישע האבן געזען אז עס האנדעלט זיך פון א שטארקע מיליטער און האבן צוריקגעשיקט א מעסעדזש קיין סאנטע דאמינגא אז מען זאל צוגרייטן א שווערע מלחמה דער פירער פון די אזטעקס האט באקומען באריכטן אז היספאנישע פארשער דרייען זיך ביי די גרעניצן און האט געשיקט א פארשלאג אז ער וועט זיי געבן גאלד און זילבער אז זיי זאלן זיך אפטראגן פון דעם ראיאן די ערשטע מעקסיקאנער רעגירונג איז אויפגעשטעלט געווארן בערך יאר צוריק אין די אנפאנג יארן פון די רעגירונג האט פונקציאנירט ווי א לאקאלע רעגירונג געוואנדן לויט די מוניציפאליטעטס אדער שטעט יעדע מוניציפאליטעט האט פארמאגט אונטער זיך עטליכע געגענטער און ווילעדזשעס אין יאר האט די שפאנישע מאנארכיע אויפגעשטעלט א הויכע געריכט און ביז עטליכע יאר אריינגעשטעלט צענדליגער גוט טרענירטע ריכטער און געזעץ מאכער די הויכע געריכט איז אנגערופן געווארן די אודיענסע יאר שפעטער האט די שפאנישע מאנארכיע אנגעהויבן אויפשטעלן די ערשטע צווייגן צו א צענטראלע רעגירונג וועלכע איז נאך אלץ געווען א טייל פון די הויכע געריכט די רעגירונג איז נאמינירט געווארן אלס די וויסעראו עס זענען נאך דעמאלט נישט געווען קיין מיניסטארן און א פרעזידנעט נאר א הויפט אדמיניסטראטאר און עטליכע אפישעלס אונטער אים די וויסעראו רעגירונג האט אפיציעל קאנטראלירט גאנץ ניו שפאניע וועלכע איז היינט מעקסיקע די פיליפיניען אינזלן צענטראל אמעריקע די אינזלן פון די אנטילס און די היינטיגע אמעריקאנער שטעט קאליפארניע און ניו מעקסיקע אין פאקט האט אבער די וויסעראו נישט געהאט קיין שום אויטאריטעט אויסער די גרעניצן פון מעקסיקע ווייל די שוואכע קאמיוניקאציע האט עס נישט ערלויבט די לאקאלע גאווערמענטס אין די אלע ערטער האבן זיך געפירט אייגענע רעגירונגן און געטאן אליינס אלע האנדל די וויסערוי האט געארבעט אינאיינעם מיט די הויכע געריכט אודיענסע און האבן נאר קאנטראלירט געזעצליכע פרטים פאר האנדל איז געווען א באזונדערע ארגאניזאציע וועלכע איז אנגערופן געווארן די קאנסולאדא דורכאויס דעם טן יאר הונדערט נאכדעם וואס שפאניע האט געליטן עטליכע דורכפעלער אין אייראפעאישע מלחמות האט די שפאנישע רעגירונג זיך צוזאמענגעזעצט צו פארשטערקערן איר פארבליבענע אימפעריע אלס א טייל פון דעם באשלוס האט די שפאנישע רעגירונג אנגעהויבן לייגן אן אויג אויף אירע קאלאניעס וועלכע האבן געמאכט א לעבן אויף שפאניע ס חשבון די שפאנישע רעגירונג האט געלעכצט פאר געלט און האט געוואוסט אז די קאלאניעס פירן זיך אן אייגענע ווערטשאפט און לייגן די געלטער אין טאש אריין די שפאנישע רעגירונג האט באלד דערנאך אראפגעשיקט א גרופע פון אירע געלונגעסטע ביוראקראטן וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אין די וויסעראו און אנגעהויבן אויספארשן וואס גייט פאר און איינגעשטעלט נייע שטייערן וועלכע איז אין גרעסטן טייל געגאנגן צו פארשטערקערן די שפאנישע מיליטער די שפאנישע ביוראקראטן האבן אראפגענומען אלע האנדל ס פארבאטונגן צווישן די קאלאניעס און איינגעשטעלט קליינע מיליטערן אין יעדע קאלאניע וועלכע איז אין פאקט געווען א טייל פון די שפאנישע מיליטער דאס איז געווען א קלוגע סטראטעגישע אקט פון די שפאנישע רעגירונג וועלכע האט זיך מיט דעם פארזיכערט אז די פארמאגט מיליטערישע כוחות אין עטליכע קאנטינענטן פון די וועלט אנדערע לענדער האבן באוואונדערט דעם שריט און האבן אין די נאכפאלגענדע יארן נאכגעטאן דאס זעלבע פארשטייט זיך אז די מעקיסקאנער איינוואוינער זענען געווען אומצופרידן מיט די נייע שטרענגע איינריכטונגן און העכערע שטייערן און האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פארשטערקערטע אקופאציע די פראטעסטן זענען געווען שטורמישע און טייל מאל ארויס פון קאנטראל די לאקאלע מיליטער האט פרובירט צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט געוואלד און טיילמאל אפילו גענוצט וואפן צו פארטרייבן די מאסן אבער ווי מער זיי האבן פרובירט זענען די פראטעסטן געווארן שטערקער און שטערקער ווען מער און מער מענטשן זענען זיך געקומען באטייליגן אסאך פון די לאקאלע רעגירונג אפישעלס האבן רעזיגנירט פון זייערע אמטן און זיך באטייליגט אין די פראטעסטן די מעקסיקאנער האבן שוין דעמאלט אנגעהויבן רעדן אפן פון זעלבשטענדיקייט און האבן ערקלערט פאר די מאסן אז אלס א זעלבשטענדיג לאנד וועט זיי זיין בעסער לויט די יעצטיגע אומשטענדן אפילו מען וועט נישט האבן קיין שום שטיצע פון שפאניע פאר א נויט היסטאריקער קענען נאך היינט נישט פארשטיין פארוואס די שפאנישע רעגירונג האט אזוי שוואך אפגעשלאגן די אויפשטאנד און אנשטאט מער און מער אפגעהאקט באציאונגן מיט די מעקסיקאנער רעגירונג די שפאנישע רעגירונג האט געהאלטן אז די מעקסיקאנער וועלן נישט קענען אויסהאלטן אן זייער שטיצע און וועלן זיך עווענטועל צוריקווענדן נאך הילף די פירער פון די אויפשטאנד האבן אבער געהאט גוטע עקזאמפלן פון די אמעריקאנער און פראנצויזישע רעוואלוציעס און האבן נאכגעפאלגט זייערע שריט גארנישט בעסער וואלט געקענט געשען ווען עס האט אויסגעבראכן א קריזיס און שפאניע ווען דער פראנצויזישער קעניג נאפאליען דער ערשטער האט אינוואנדירט שפאניע און געפאנגן די שפאנישע ראיעל פאמיליע מיטגלידער און זיי געהייסן אים איבערגעבן די מאנארכיע קרוין די מעקסיקאנער האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעהויבן אויסארבעטן די לעצטע פלענער פאר ן אויפשטאנד נישט יעדער איינער איז אבער געווען אזוי צופרידן מיט א זעלבשטענדיגע מעקסיקע די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער האבן אנגעהויבן שטורמען אז זיי ווילן נישט קיין אייגן לאנד און וועלן ענדערש בלייבן אונטער שפאנישע קאנטראל דער פירער פון די נאטיווע רעבעלן איז געווען א גלח מיט ן נאמען הידעלגאו וועלכער איז געווען זייער געשעצט צווישן די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער הידעלגאו האט צוזאמנגענומען טויזענטער מענטשן און זיי געברענגט קיין צענטראל מעקסיקע און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די נייע רעגירונג די מעקיסקאנער האבן זיי אפגעשלאגן און הידעלגאו האט מיט דער צייט אויפגעשטעלט אן ארמיי פון מענער און א ציווילע קריג האט אויסגעבראכן די קריג האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט און טייל מעקסיקאנער האבן זיך אנגעשלאסן מיט הידעלגאו וועלכער האט שוין דעמאלט אויך געקענט באשטיין צו ווערן פירער אפילו אויב דאס מיינט בלייבן זעלבשטענדיג הידעלגאו ס ארמיי האט אין אנפאנג געמאכט גרויס פארשריט אבער ווי נענטער זיי זענען געקומען אין צענטראל מעקסיקע זענען זיי אויפגענומען געווארן מיט שטערקערע ווידערשטאנד כאטש זיין ארמיי האט געליטן גרויסע פארלוסטן האט ער דאך געמאכט פארשריט און אין יאר דערגרייכט מעקסיקע סיטי אריין אין שטאט איז אים שוין נישט געגאנגן און דארטן האט ער אנגעהויבן פארלירן ביז זיין גאנצע ארמיי האט געמוזט אפטראגן אויב זיי האבן געוואלט פארמיידן טויט הידעלגאו אליינס איז אנטלאפן אבער עטליכע יאר שפעטער איז ער געכאפט געווארן און מען האט אים אומגעברענגט אין א מעקסיקאנער טורמע נאך די ציווילע קריג האט די נייע רעגירונג ענדליך געקענט אנהייבן איר ארבעט און האט אויפגענומען א פרעזידענט צענטראל אמעריקע האט זיך דאן אפגעבראכן פון מעקיסקא און די אמאליגע ניו שפאניע איז א נאמען געגעבן געווארן מעקסיקע מעקיסקע איז נאך נישט גרייט געווען צו פארמירן א נייע רעפובליק נאכדעם וואס די ציווילע קריג האט שטארק געשעדיגט דאס לאנד און שטייערן פארדינסטן זענען געפאלן צו די נידעריגסטע שטאפלן די אנפירער פון די רעגירונג זענען אומערפארענע מענטשן וועלכע האבן נישט געוואוסט און פארשטאנען וואס א רעגירונג מיינט נאר האבן נאכגעפאלגט וואס זיי האבן געזען פון די פריערדיגע לאקאלע רעגירונגן עס האט געדויערט א לענגערע צייט ביז מען האט איינגעשטעלט סטעיט לעגיסלאטורן און זיי געגעבן די מאכט צו ערוועלן די עקזעקיוטיוון פון די רעגירונג אין האט מען איינגעשטעלט די ערשטע קאנסטיטוציע סיריע אף אראביש איז א לאנד אין מערב אזיע איר הויפטשטאט איז דמשק סיריע האט גרענעצן מיט לבנון קײן מערב און דרום איראק קײן מזרח טערקיי קײן צפון ישראל קײן דרום און דער מיטלענדישער ים קײן מערב סיריע האט פארלארן די רמת הגולן במשך פון דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאר דער פרעזידענט פון סיריע איז באשער על אסאד אין אראביש די אפיציעלע שפראך פון דעם לאנד איז אראביש פון די ערשטע ציוויליזאציעס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע די אוראלטע שטאט עבלע וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער סעמיטישער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם ים סוף ביז אנאטאליע אין די צייטן פון אברהם אבינו במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס צווישן די שבטי ישראל די אשורים די בבלים די פערסישע אימפעריע די גריכן ארמעניע די רוימען די ביזאנטישע אימפעריע די אראבער און די קרייצצוגער דמשק איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער אומאיאדישער אימפעריע וואס האט געהערשט פון שפאניע ביז צענטראל אזיע צווישן די יארן די גרעסטע שטאט איז ארם צובא חאלאב דער רוימישער היסטאריקער פליניוס דער עלטערער רופט דעם געגנט סיריע אין זיינע צייטן איז זי געווען צעטיילט צווישן עטלעכע רוימישע פראווינצן סיריע ווערט צעטיילט אויף גובערניעס עגיפטן א טייל פון אמאליקן מצרים אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן אראביש דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע איז אן אראביש לאנד אין צווי קאנטינענטן צפון מזרח אפריקע און דרום מערב אזיע עגיפטן באדעקט א שטח פון קוואדראט ק מ מערסטנס אינעם נילוס טאל עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון מזרח דעם אילת איינגאס צו מזרח דעם ים סוף צו מזרח און דרום סודאן צו דרום און ליביע צו מערב זײן הפטשטאט איז קײרא מצרים איז באוווסט אלס אירע גאר אלטע מאנומענטן ווי למשל די פיראמידן די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער דאס לאנד עגיפטן איז געווארן אומאפהענגיק זײט ה תרפב עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער רעוואלוציע אין יאר ה תשיב דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא אלעקסאנדריע אסוואן און פארט סאאיד מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה תשלט נאך וואס דער פרעזידענט פון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאכט פרידן מיט ישראל עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט דער נאמען עגיפטן שטאמט פון אלט גריכיש אייגיפטאס עגיפטן איז געווארן א רעפובליק דעם סטן פעברואר עגיפטן האט א שטח פון קוואדראט קמ און איז דאס סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט עגיפטן ליגט צווישן די גארטל ליניעס און און צווישן די מערידיאנען און דער קלימאט איז זייער טריקן דערפאר וואוינט דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג אין א שמאלן פאס אינעם נילוס טאל עגיפטן האט א סטראטעגישע לאקאציע וואס באהעפט די יבשות פון די קאטינענטן אזיע און אפריקע דורכן איסטמאס פון סועץ אדורם וואס גייט דער סועץ קאנאל וואס פארבינדט דעם מיטלענדישן מיטן אינדישן אקעאן דורכן ים סוף וואס שיפן קענען אדורכפארן אחוץ פונעם נילוס טאל דער גרעסטער טייל פונעם לאנדשאפט איז מדבר מיט נאר א פאר אאזיסן דא און דארט די ווינטן שאפן גרויסע זאמד דיונעס וואס טייל פון זיי זענען העכער פון מעטער עגיפטן נעמט איין טיילן פונעם סאהארא מדבר און פונעם ליבישן מדבר אין די צייטן פון די פרעה ס וואס האבן געהערשט איבער מצרים האבן די מדבריות געשיצט דאס קעניגרייך פון אינוואזיע פון מערב צווישן די שטעט און שטעטלעך זענען אלעקסאנדריע די צווייטע גרעסטע שטאט אסוואן אסיוט קיירא די היינטיקע הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט גיזא וואו געפינט זיך דער פיראמיד פון כופו לוקסאר פארט סאאיד שארם אל שייך סועץ ביים דרום עק פונעם סועץ קאנאל און זאגאזיג אאזיסן געפינען זיך ביי באהאריע אל דאכלא פאראפרא אל כארגא און סיווא דעם טן מערץ האט מען געמאלדן אז מען גייט בויען א נייע הויפטשטאט קילאמעטער מזרח פון קיירא עגיפטן האט אן אויסטערלישן ווארעמען און טרוקענעם קלימאט אויפן בארטן פונעם מיטלענדישן ים בלאזן קילערע ווינטן און דערפאר איז דארט נישט אזוי הייס ווי איבער אל אין לאנד אין פרילינג בלאזט דער חאמסין א ווארעמער טרוקענער ווינט פון די מדבריות צו דרום ווען דער חאמסין בלאזט ווערט ווארען בייטאג ביז און אמאל ביז די עקאנאמיע פון עגיפטן פארלאזט זיך שטארק אויף לאנדווירטשאפט מעדיע אימפארט פון בענזין נאטירלעכער ג אז און טוריזם מער ווי דריי מיליאן עגיפטער ארבעטן אין אויסלאנד אין סאודי אראביע פערסישן איינגאס אייראפע און נאך לענדער עגיפטן באקומט הילף פון די פאראייניגטע שטאטן א דורכשניט פון ביליאן א יאר זייט און איז דאס דריטע גרעסטע באקומער פון אזעלכע געלטער פון די פאראייניגטע שטאטן עגיפטן האט רעסורסן פון קוילן אין מדבר סיני און גראבט אויס טאן א יאר עגיפטן האט גאר א סך נאטירלעכע גאז מיט רעזערוון פון אומגעפער קובישע קילאמעטער און עקספארטירט צו פיל לענדער אין זיין יערליכן באריכט פון האט דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד געשאצט עגיפטן צווישן די לענדער וואס טוט מערסט איינצופירן עקאנאמישע רעפארם עגיפטן האט א סך ארימקייט מיט אפשר פון דער באפעלקערונג וואס פארדינען נישט אפילו א טאג טוריזם איז איינער פון די וויכטיגסטע סעקטארן פון עגיפטנ ס עקאנאמיע מער ווי מיליאן טוריסטן האבן באזוכט עגיפטן אין און האבן אריינגעברענגט אין לאנד כמעט ביליאן דער טוריזם סעקטאר באארבעט בערך פון עגיפטנ ס ארבעטסקראפט טוריזם מיניסטער הישאם זאזו האט געזאגט פאר אידוסטריע פראפעסיאנעלע אז טוריזם האט אריינברענגט אין לאנד עטלעכע ביליאן אין א ביסל מער ווי די ביליאן אין טראנספארט אין עגיפטן איז קאנצענטרירט ארום קיירא און די באזעצטע זידלונגען לענגאויס דעם נילוס די הויפטליניע פונעם לאנד ס קמ באן נעצווערק גייט פון אלעקסאנדריע קיין אסוואן און ווערט אפערירט דורך עגיפטישע נאציאנאלע באנען די באן נעצווערק האט ליניעס און סטאנציעס די גאסן נעצווערק פאר פארמיטלען איז לאנג קילאמעטער דער קיירא מעטרא אין עגיפטן איז דער ערשטער פון נאר צוויי מעטרא סיסטעמען אין גאנץ אפריקע און דער אראבישער וועלט דעם מעטרא האט מען געבויט פאר א סומע פון ביליאן עגיפטישע פונט די סיסטעם האט דריי ליניעס און מען קלערט צו בויען נאך א פערטע ליניע עגיפטן ווערט פאררעכנט איינער פון די פיאנער לענדער אין ניצן לופט טראנספארט די פאן לופטליניע פון עגיפטן עגיפטלופט איז געווארן געגרינדעט אין און געהערט צו דער עגיפטישער רעגירונג די לופטליניע איז באזירט אין קיירא אינטערנאציאנאלער פליפארט און אפערירט פאסאזשירן און פראכט דינסטן צו מער ווי צילן אינעם מיטל מזרח אייראפע אפריקע אזיע און די אמעריקעס היינט האט עגיפטלופט א פלאט פון עראפלאנען דער סועץ קאנאל איז א געמאכטער ים ניווא וואסערוועג אין עגיפטן וואס איז דער וויכטיקסטער צענטער פון ים טראנספארט אינעם מיטל מזרח און באהעפט דעם מיטלענדישן ים מיטן ים סוף דעם קאנאל האט מען געעפנט נאוועמבער נאך צען יאר בוי ארבעט ער דערמעגלעכט שיף טראנספארט צווישן אייראפע און אזיע אן צו דארפן נאוויגירן ארום אפריקע דער צפון טערמין איז פארט סאאיד און דער דרום טערמין איז פארט טאוופיק אין דער שטאט סועץ אויף זיין מערב ברעג ליגט איסמאיליע קמ פונעם מיטלפונקט דער קאנאל איז ברייט קמ טיף מעטער און און ברייט מעטער ווי אין דער קאנאל האט אן איינצעלן פארוועג מיט ערטער אריבערצוגיין אין באלאה און דער גרויסע ביטערע אזערע דער קאנאל האט נישט קיין שליוזן ים וואסער פליסט אדורכן קאנאל צפון פון די ביטערע אזערעס פליסט דאס וואסער קיין צפון אין ווינטער און קיין דרום אין זומער דרום פון די אזערעס ווענדט זיך דער שטראם לויטן ים פלייץ ביי סועץ עגיפטן פארמאגט פארהעלטנמעסיג גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אירע שכנים און מיט דער מוסלעמענער וועלט עגיפטנ ס אגענדע איז בדרך כלל מער ליבעראל געשטימט ווי רוב מוסלעמענער לענדער אין די געגנט כאטש עגיפטן איז באוואוינט מער א מערהייט פון סוני מוסלעמענער דאך פארטראגט זי זיך אין פרינציפ מיט די אנדער מוסלעמענער פראקציעס ווי דער שיאטישער איראן עגיפטן דינט אפטמאל אלס דיפלאמאטישער פארמיטלער צווישן די פארשידענע קעגנערישע לענדער אינעם ראיאן אנדערש פון רוב מוסלעמענער לענדער אינעם מיטל מזרח און אפריקע פארמאגט עגיפטן גוטע באציאונגען מיט ביידע וועלט גרויס מאכטן סיי מיט די פאראייניגטע שטאטן און די מערב וועלט און אזוי אויך מיט רוסלאנד און אירע אליאירטע אין ה תשלט האט עגיפטן געשלאסן א שלום מיט ישראל און איז דאן געווארן דאס ערשטע מוסלעמענער לאנד צו אפיציעל אנערקענען מדינת ישראל זינט דאן האבן זיי געהעריגע דיפלאמאטישע באציאונגען זיייערע באציאונגען האט זיך עטוואס אפגעהאקט דורכאויס די יארן פון די מוסלעמענער ברודערשאפט פארטיי אין עגיפטנ ס רעגירונג אבער אין ה תשעה עטליכע יאר נאכן צוזאמפאל פון די מוסלעמענער ברודערשאפט האבן זיי צוריק באנייט די באציאונגען און צוריקגעשטעלט די אמבאסאדעס אין ביידע לענדער עגיפטן האט אסאך מאל געדינט אלס פארמיטלער צווישן ישראל און אירע אראבישע שכנים אויסער אימפארטירן וואפן פאבריצירט עגיפטן אליין אסאך טאנקען און מיסילס די רעגירונג האלט אויף ארום ניינצן טויזנט ארבעטער אין ניין פאבריקן וואס איז אונטער דער פירערשאפט פון די מיליטער די אטאמאנישע אימפעריע האט ערשט איינגעפירט אין עגיפטן א בילדונג סיסטעם אויפן אייראפעאישן שטייגער אין די אנהייב ער יארן כדי צו האדעווען א קלאס פון געטרייע ביוראקראטן און ארמיי אפיצירן אונטער דער בריטישער אקופאציע האט מען איינגעצויגן די בילדונג סיסטעם אין די ער יארן האט פרעזידענט נאסער אריינגעברענגט ביסלעכווייז בחינמדיגע בילדונג פאר אלע עגיפטער לבנון ארויסרעד לעװאנען איז א לאנד אין מערב אזיע זײן הפטשטאט איז בײרוט די פרעזידענטליכע רעזידענץ איז אין באאבדע זיין היסטאריע איז גאר אן אלטע מיר געפונען אין תנך אז שלמה המלך האט געהאט א פארבינדונגען מיט חירם קעניג פון צור דורכאויס דעם צווייטן ביהמק איז איר היסטאריע געווען גאנץ ענליך צו די יידן אנגעהויבן מיט די גריכן די סירישע עגיפטישע און די רוימישע אסאך יידן האבן געוווינט אין לבנון אין יענער צייט צוזאמען מיט די פיניקער און נאך אנדערע פעלקער די שפראך פונעם לאנד איז געווען אראמיש ווי אין די לענדער פון דעם ראיאן וואס אפילו מיט דעם הערשאפט פון די גריכן האט מען געמוזט רעדן גריכיש אדער לאטייניש מיט די רוימער האט די גאס גערעדט אראמיש ווען די קריסטליכע רעליגיע איז געווארן פארשפרייט איז דאס אנגעקומען גלייך אויף לבנון ווי א שכן צום גליל און די פעלקער האב צוביסלעך פארלאזט די געצנדינעריי ווען די רוימישע אימפעריע האט אנגעהויבן צעפאלן און די מוסולמענער זענען ארויפגעקומען אויף דער מאפע איז דאס פאלק אין לבנון געווען שטארק קריסטליך און געהערט צו דער מאראנישער קירכע גריכיש ארטאדאקסן און קאטוילישע גריכן דאן איז עס געווען די ביזאנטישע קירכע די דרוזן זענען אנגעקומען קיין לבנון אין דעם עלפטן יארהונדערט נאך רדיפות וואס זיי האבן געהאט אין עגיפטן די דרוזן זעען זיך נישט ווי קיין אראבער נאר ווי א פאלק פאר זיך די מוסולמענער האבן איינגענומען דעם אראבישן האלבאינדזל און געצווינגען די אנדערע פעלקער צו אריבערגיין צו דער רעליגיע פון מוכאמאד אי מיטן שווערד אי מיט געוואלד אסאך יידן און קריסטן זענען אנטלאפן קיין צפון סיריע לבנון און פאלעסטינע די וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו אנטלויפן זענען אין מערסטנטייל אויסגעשחטן געווארן ווען די אראבער זענען אנגעקומען צו לבנון האבן זיי נישט געקענט בייקומען די קריסטן וואס האבן דארט געוווינט די מיליטער פון די אראבער האט דערגרייכט שפאניע און ביז טיף אין אייראפע און ביזן ווייטן אזיע אבער דאס קליינע לאנד האבן זיי נישט געקענט אייננעמען פארקערט די קריסטן אין לבנון האבן באוויזן צו מאכן גרויסע שאדן פאר די אראבישע לענדער אין די געגנט ווי דמשק טערקיי די אראבערס האבן געצאלט א שטייער פאר די קריסטן אין לבנון אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון אנפאלן אראבישע געגנטער זייער קעניגרייך האט געוויסט פון גוטע צייטן ווען זיי זענען אנגעקומען ביז ירושלים און עכו חיפה און צייטן ווען די אראבער האבן איינגענומען די שטעט אין לבנון ביים וואסער צור צידון אבער דאס רוב פון די קריסטן האבן געוווינט אויף די בערג וואס מען רופט די לבנון בארג עס האט אנגעהאלטן יאר ווען די אראבער האבן נישט געקענט איינשטימען אויף דער ביין אין זייער האלדז און זעענדיק אז אייננעמען וועט נישט זיין גרינג האבן זיי אונטערגענומען א נייע סטראטעגיע פון יעדן שטח וואס זיי האבן איינגענומען האבן זיי געברענגט אראבער פון איראק צו דער געגנט ווען די עגיפטישע האבן איינגענומען געגנטער אין לבנון האבן זיי געברענגט אראבער פון עגיפטן אזוי זענען שיאטן און סוני אראבער אנגעקומען אין די געגנט צום סוף איז דער קריסטליכע מלוכה צעפאלן און אראבישע כאליפן האבן געהערשט אויף דעם לאנד פון דעמאלסט אן האט זיך אנגעפאנגען די אויסהרגנען פון די קריסטן אויף א מאסנווייזע סיסטעם עס איז כדי צו דערמאנען אז די אייראפעישע קירכעס האבן נישט געהאט צופיל אין קאנטאקט מיט די קריסטן אין לבנון מחמת פארשידענע סיבות איין סיבה איז די אייראפער האבן געהאלטן יאשקע פאר גאט ווען די מארונישע האלטן אים פאר א נביא וואס דאס האט צוגעברענגט צו א האס צווישן די קריסטן אין אייראפע קעגן דער לבנונער און ווען די אראבער האבן אנגעפאנגען רופן די קריסטן אין לבנון אראבישע קריסטן האט עס גאנץ ווייניג אינטערסירט אייראפע אפילו ווען די געשיכטע איז ארויסגעזויגן פון פינגער און זיי זענען נישט אראבערס זיי האלטן זיך פאר אראמישע און שטאלצירן מיט זייער קולטור און ווייזן אן אז דאס גרעסטע יידישע ווערק איז געשריבן אין אראמיש ווי גמרא תלמוד ירושלמי זוהר און ביז פאר הונדערט יאר צוריק בערך האבן זיי גערעדט אראמיש צווישן זיך ווי א געהעריגע שפראך די אראבער האבן דערקלערט לבנון אלס אראביש לאנד ווען עס פאנגט זיך נישט אן דאס מערהייט דעמאלסט זענען געווען קריסטן וואס זענען קיינמאל נישט געווען אראבער אין יאר האט אויסגעבראכן די ערשטע ברודער קריג אין לבנון און די טערקן וואס האבן געהערשט אינעם ראיאן צוזאמען מיט די דרוזן האבן זיי אומגעברענגט טויזנטער קריסטן ביז דאן האבן די קריסטן און די דרוזן געהאט א געמיינזאמע שפראך וויבאלד ביידע זענען גערודפט געווארן דורך זייערע מוסולמענער שכנים אבער עס האט זיך דעמאלסט געענדיגט און א אנגעצויגענע שטימונג הערשט צווישן די צוויי עטנישע גרופעס אין לבנון וואס האלט אן ביז היינט ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האבן ענגלאנד און פראנקרייך אונטערגעשריבן דעם סייקס פיקא פארשטענדעניש וואס צווישן אנדערע ווערט לבנון איבערגעגעבן אונטער דעם פראנצויזישן מאנדאט צוזאמען מיט סיריע די קריסטן אין לבנון האבן באקומען א האפענונג אז פראנקרייך וועט זיי ארויסהעלפן די פראנצויזן האבן זייער שנעל איינגעזען דעם עטנישע פראבלעם וואס שלאגט דאס קליינע לאנד און סיריע האט אנגעפאנגען זען לבנון ווי א טייל פון גרויס סיריע עס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן דער צווייטער וועלט מלחמה און לבנון איז געווארן זעלבשטענדיג אין איז געווען וואלן און א מערהייט וואס האט געשטיצט זעלבשטענדיגקייט פון פראנקרייך האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן פראנקרייך איז נישט געווען גרייט אויף דעם אבער נאך סטראשונגען פון די בריטישע האבן זיי נאכגעגעבן אין דעם פארלאמענט האט ערוויילט א קריסטליכן פרעזידענט און א מוסולמאן פרעמיער מיניסטער לויט א פארגלייך צווישן די עטנישע גרופעס לויטן פארגלייך איז לבנון א טייל פון די אראבישע מדינות און די אראבערס אנערקענען און א פראצענט פון די פארלאמענט מיטגלידער געהערט פאר די קריסטן אין לבנון ווערן די פארלאמענט מיטגלידער ערוויילט עקסטער דורך יעדע עטנישע גרופע באזונדער דאס מיינט אז פון די ניין און ניינציג מיטגלידער אין פארלאמענט צוטיילט מען צו יעדע גרופע א באשטימטע נומער און די גרופע וויילט אויס אירע דעפוטאטן נאך דער זעלבטשטענדיגקייט זענען די שיאטן פון לבנון אריבערגעגאנגען פון דרום לבנון קיין ביירוט א קריסטליכע פעסטונג ביז דאן און די הויכע געבורטן צווישן די מוסולמענער און דאס זייער אריבערציען זיך צו קריסטליכע געגנטער האט געברענגט די קריסטן וואס זענען אמאל געווען א מאיאריטעט צו א מינאריטעט און אסאך האבן דערפאר אויסגעוואנדערט קיין אייראפע און אמעריקע אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן זענען אסאך פאלעסטינע פליטים אנגעקומען קיין לבנון זיי זענען נישט געווארן קיין בירגער און זיי זענען פלאצירט געווארן אין לאגערן ווי אין אנדערע לענדער וואס האבן באקומען פליטים די קריסטן אין לבנון האבן אסאך ארויסגעהאלפן יידן וואס האבן געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל און די בריטישע האבן נישט אריינגעלאזט דורכן טרוקעניש די יידישע פירערשאפט האבן געוויסט פון די הילף וואס די קריסטן שטעלן צו פאר זיי און זיי האבן פרובירט ארויסצוהעלפן די קריסטן מיט וואס זיי האבו געקענט אין די נאכפאלגענדע יארן דער לבנון ברודער קריג האט אנגעהאלטן פון ביז הונדערטער טויזנטער זענען אומגעקומען איבער א מיליאן פליטים זענען אנטלאפן און די עקאנאמיע האט געקראכט און נישט אויסגעהיילט געווארן ביז היינט די מוסולמענער און בעיקר די שיאטן זענען זייער שטארק געווארן ובראשם די כעזבאלא ישראל איז ארויס פון דרום לבנון אין און די כעזבאלע איז דארט אריין און עס האט צוגעפירט צו דערר צווייטער לבנון מלחמה די מצב דארט איז אומסטאביל און די איינוווינער פון דער לאנד פאר טויזנטע יארן עמיגרירן צו אנדערע לענדער נאכדעם וואס די וועלט טראכט נאר פון די מוסולמענער און די כלל פון כל דאלים גביר געוועלטיגט היינט אין לבנון אין יאר איז אונטערגעשריבן געווארן די טייף אפמאך וואס האט אפגעשטעלט די כאאס צושטאנד וואס האט געהערשט דורכאויס די ברודער קריג און א שלום וואס אויפן פאפיר איז דאס גילטיק אבער עס איז גענוג א קליין שוועבעלע צוריק אנצוצינדן די פייער דער פאריז פונעם מיטל מזרח איז אין חורבנות נאך די בלוטיקע מלחמות וואס זענען דארט אריבער און די לאנד האט נישט קיין געלט צו פאריכטן דאס טערקײ טערקיש אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערב אזיע זײן הפטשטאט איז אנקארא עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים סיריע און איראק פון דרום דעם אגאישן ים פון מערב גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון מערב דעם שווארצן ים פון צפון גרוזיע פון צפון מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח טערקיי באדעקט א שטח פון בערך קוואדראט קמ די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן אזוי ווי ס פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע טערקיי איז א סעקולערע דעמאקראטישע רעפובליק מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער און האט אריינגעטרעטן נאטא אין זייט פירט טערקיי א משא מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש א טערקישע שפראך וואס בערך פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך טערקיי איז דער וועלט ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן מיט טאנען אין אינעם טן יארהונדערט האבן די אטאמאנען פאראייניגט אנאטאליע און זיי האבן געשאפן אן אימפעריע וואס האט אריינגענומען א גרויסן טייל פון דרום מזרח אייראפע מערב אזיע און צפון אפריקע און איז געווארן א גרויסע מאכט די שפיץ פון איר מאכט איז געווען פונעם טן ביזן טן יארהונדערטער אנהייבנדיק מיט סוליימאן דער ערשטער וואס האט געהערשט פון ביז ביים ים האט דער אטאמאנישער ים פלאט געקעמפט פאר קאנטראל איבערן מיטלענדישן ים פונעם אנפאנג פון דעם טן יארהונדערט האט די אטאמאנישע אימפעריע אנגעהויבן גיין אונטער ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען איינער פון די צענטראלע מאכטן אין דער גאנג פון דער מלחמה האט מען דעפארטירט די ארמענער פון מזרח אנאטאליע קיין סיריע וואס האט אויסגעלאזט מיט דער שחיטה פון ארמענער אין דעם ארמענער פאלקסמארד וואס טערקיי טענה ט איז נישט געווען קיין פאלקסמארד אויך האט מען אויסגעפירט שחיטות קעגן אנדערע מינאריטען ווי די גריכן און די אסיריער נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טערקיי געווען אקופירט דורך די ארמייען פון די אליאירטע מאכטן און ס איז געגרינדעט געווארן די טערקישע נאציאנאלע באוועגונג מען האט געפירט די טערקישע אומאפהענגיקייט מלחמה אונטער דער פירערשאפט פון מוסטאפא קעמאל פאשא א מיליטער קאמאנדירער וואס האט געקעמפט אין דער גאליפאלי קאמף דעם טן סעפטעמבער האט די טערקישע רעגירונג אין אנקארא זיך פראקלאמירט די לעגאלע רעגירונג אין טערקיי די פרעמדע ארמייען זענען שוין געווען ארויס פון לאנד אין יולי האט מען געחתמעט דעם לאזאן אפמאך וואס האט אנערקענט די סואווערענטעט פון דער טערקישער רעפובליק אטאטורק איז געווען א פראגמאטישער פירער וואס האט איינגעפירט ברייטע רעפארמען אין טערקיי וואס האבן צוגעברענגט צו מאדערניזאציע און האבן איבערגעקערט דאס איסלאמישע לאנד צו סעקולערער רעפובליק מיט א מערבדיקע אריענטאציע צווישן די רעפארמען האט מען געטוישט די אראבישע שריפט מיט א שריפט באזירט אויפן לאטיינישן אלפאבעט פרויען האבן אנגעהויבן גיין מיט אויפגעדעקטע פנימער און מענער האבן אויפגעהערט טראגן אויפן קאפ דעם טארבוש מ האט אויסגערופן אנקארא ווי די נייע הויפטשטאט פון טערקיי אנשטאט סטאמבול טערקיי איז א לאנד וואס ציט זיך אויס אויף צוויי קאנטינענטן און שאפט א בריק צווישן אייראפע און אזיע די באספארוס ים פון מארמארא און דארדאנעלן דורכגאסן צעשיידן זיין אזיאטישן טייל אנאטאליע אדער קליין אזיע פון זיין אייראפעישן טייל טראקיע דער אייראפעישער טייל איז נאר פונעם שטח פון לאנד די טעריטאריע פון טערקיי איז מער ווי קמ אין דער לענג און קמ אין דער ברייט מיט א פארעם מער אדער ווייניגער ווי א גראדעק ער ליגט צווישן די גארטל ליניעס און און די מערידיאנען און טערקיי באדעקט א שטח פון קוואדראט קמ טערקיי האט לאנד גרענעצן וואס זענען לאנג קמ מיט לענדער בולגאריע קמ גרוזיע קמ ארמעניע קמ אזערביידזשאן קמ איראן קמ איראק קמ סיריע קמ און גריכנלאנד קמ די ים גרענעצן זענען לאנג קמ אויפן שווארצן ים ים פון מארמארא אגאישן ים און מיטלענדישן ים טערקיי איז דאס סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח דער אייראפעאישער טייל פון טערקיי מזרח טראקע שאפט די גרענעצן פון טערקיי מיט גריכנלאנד און בולגאריע דער אזיאטישער טייל אנאטאליע איז א הויכער צענטראלער פלאטא מיט שמאלע בארטנדיגע פלוינען אזיאטישער טערקיי איז מערסטנס בארגיש אבער אין אייראפעישן טערקיי זענען נאר דא בערגלעך דער העכסטער פונקט אין טערקיי איז דער שפיץ פון בארג אררט וואס איז הויך מעטער אומגעפער פונעם לאנד איז העכער פון מעטער אין צפון פון לאנד פאראלעל צום שווארצן ים שפרייטן זיך די פאנטוס בערג און אין דרום פון לאנד פאראלעל צום מיטלענדישן ים שפרייטן זיך די טאורוס בערג טערקיי איז א לאנד רייך אין וואסער ער האט קמ פון טייכן וואס די לענגסטע און וויכטיקסטע פון זיי זענען די פרת חידקל און קיזילירמארק טייכן די הויפטשטאט פון טערקיי אנקארא איז באקאנט פאר די אנגארא קאץ אנגארא קיניגל און אנגארא ציג די בארטן געגנטן פון טערקיי אויף די אגאישן און מיטלענדישן ימען האבן א טעמפעראטן מיטלענדישן קלימאט מיט הייסע טרוקענע זומערס און צארטע אדער קילע און נאסע ווינטערס די געגנטן אויפן בארטן פון שווארצן ים האבן א טעמפעראטן אקעאנישן קלימאט מיט ווארעמע נאסע זומערס און קילע נאסע ווינטערס אין מזרח טייל פונעם אנאטאלישן פלאטא זענען די ווינטערס גאר הארב די טעמפעראטורן קענען אראפגיין ביז צו און שניי קען ליגן מער ווי טעג פון יאר טערקיי האט דער וועלט ס טע גרעסטע פראדוקט ווערדע דאס לאנד איז א פונדאציע מיטגליד אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און די גרופע פון הויפט עקאנאמיעס טערקיי האט עקספארטירט ביליאן אין און ביליאן אין די הויפט עקספארט שותפים אין זענען געווען דייטשלאנד איראק איראן דאס פאראייניגטע קעניגרייך פאראייניגטע אראבישע עמיראטן אבער אימפארטן זענען געווען גרעסער ביי ביליאן שטארקע סעקטארן פון דער טערקישער עקאנאמיע זענען אויטאמאבילן שיפבויען אוטערהאלטונגס עלעקטראניק באנקירן קאנסטרוקציע טעקסטילן אויל ראפינירן מינעריי אייזן און שטאל טוריזם אין טערקיי איז געוואקסן גיך אין די לעצטע צוואנציג יאר און איז היינט א וויכטיקער טייל פון דער עקאנאמיע אין האבן אויסלענדישע טוריסטן אנגעקומען אין טערקיי זיי האבן אריינגעשטעלט ביליאן צו טערקיי ס איינקומפטן אין טערקיי געפינען זיך צוויי פון די זיבן ווינדער פון די וועלט אין האט טערקיי געהאט פליפעלדער כולל אינטערנאציאנאלע פליפעלדער דאס סטאמבול אטאטורק פליפעלד איז דאס טע מערסט באשעפטיגסטע פליפעלד אין דער וועלט און האט באדינט פאסאזשירן צווישן יאנואר און יולי מען פלאנירט א ניי דריט פליפעלד פאר סטאמבול וואס וועט זיין דאס גרעסטע אין דער וועלט מיט א מעגלעכקייט צו באדינען מיליאן פאסאזשירן א יאר דער פאן טרעגער פון טערקיי זייט איז טערקישע לופטליניעס און ווערט בארעכנט די בעסטע לופטליניע אין אייראפע אין די יארן און די טערקישע אינטערנעץ האט מיליאן באניצער בנימין זאב טעאדאר הערצל דייטשיש אונגעריש טן מײ טן יולי איז געווען א דיפלאמאט און א יידישער שרײבער ער איז דער ערפינדער פון פאליטישער ציוניזם און גרינדער פון דער אלװעלטלעכער ציוניסטישער באװעגונג ער איז געברן געװארן אין בודאפעשט צו זיין פאטער יעקוב און אנט געלערנט יוריספרודענץ אין װין געשריבן דערצײלונגען פעליעטאנען און פיעסעס צװישן פון די יאר ביז צו די יאר איז ער געװען דער רעפארטער פון די װינער צײטונג נע פרײע פרעסע אין פאריז און אין יאר האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג די וועלט אין האט ער פארעפנטלעכט דעם העפט יידנשטאט אין דײטש און אנגעהבן זײנע פאליטישע ארגאניזירונג אקטיװיטעט אין אויגוסט האט ער צונפגעזאמלט דעם ערשטן ציוניסטישן קאנגרעס אין באזעל װו די באזעל פלאן איז אנגענומען געװארן און די אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדט געװארן פון דעמאלט אן איז ער געװען פארזיצער פון די קומענדיקע קאנגרעסן ער האט אנגעפירט אונטערהאנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאן רוסישן צאר דײטשישן קײסער דעם פפסט און מיט דעם איטאליענישן קעניג פאר זײן ציוניסטישע צײט װערט הערצל באטראכט אלס א ייד װעלכער האט געװאלט פארראטן זײן פאלק דורך איבערפירן זײ צום קריסטנטום נאך וואס הערצל איז נפטר געווארן אין ביים טן ציוניסטישן קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלס דער פירער פון דער ציוניסטישער באוועגונג ער מיט זיין ווייב יוליא נאשויער האבן געהאט דריי קינדערף פאלינא האנס און טרודי שלום עליכם פען נאמען פון שלום נחומאוויטש ראבינאוויטש כו אדר א ה תריט י אייר ה תרעו איז געווען א שרײבער איינער פון די בארימטסטע קלאסיקער פון דער ליטעראטור אויף יידיש ער האט געשריבן איבערהויפט אויף דער יידישער שפראך אבער אויך אויף רוסיש און העברעיש פון זײנע באוווסטע ביכער טביה דער מילכיקער מנחם מענדל מאטל פייסע דעם חזנס שלום עליכם איז געבוירן אין אוקרײנע כו אדר א ה תריט צו זײן פאטער מנחם נחום ראבינאוויטש א סוחר און זײן מוטער חיה אסתר די עלטערן זײנע זענען געווען פרומע חסידישע יידן אנהענגער פונעם רבי ר דוד פון טאלנע זיע אויך שלום זײענדיק א יונגער בחור האט א מאל באקומען א שטרענגן אנזאג פונעם רבי ן דעם טאלנער מגיד אז ער שרײבט גוט אבער אויף צדיקים זאל ער חלילה קיין מאל ניט זינדיקן מיטן פעדער און ער האט טאקע געהאלטן ווארט און קיין מאל ניט געשריבן שלעכט וועגן חסידות און רביים ער האט חתונה געהאט מיט אלגא לאיעוו און זיי האבן געהאט זעקס קינדער שלום עליכם האט אנגעהויבן שרײבן אויף יידיש אין סהכ האט ער אנגעשריבן פערציק ביכער אויף יידיש שוין אין איז ער געווען די צענטראלע פיגור אין דער יידישער ליטעראטור שלום עליכם איז פון די בעסטע דערצייגער פון יידישע געשריבענע ארטיקלען וואס האבן אין זיך אזא סארט לעבהאפט מיט פאנטאזיע און הומאר וואס איז דערמיט באגלייט אז ס איז באמת צום באוואונדערן דאס רוב פון זײנע ווערק זענען באזירט אויף יא געלט נישט געלט דאס ארעמע לעבן און שלימזלדיקער מצב פונעם גלות יידן אין מזרח אייראפע דער גלוסט צו ציון און דעם יידנס חלום אויף הימל גוטס די תוכנ פולע ארטיקלען זיינע האבן געשלאגן ווארצלען גאר טיף און זיך פארשפרייט גאר ווייט טראץ וואס אין זיינע לעבנס טעג האט ער נישט זוכה געווען צו זען די ריכטיגע פירות איז אבער שפעטער וואס א צייט מער געווארן היסטאריש באקאנט זיין נאמען ווען סיי אין אוקריינא און סיי אין ישראל ווערן מיט כבוד גערופן הויפט קווארטלען אויף זיין נאמען שלום עליכם גאס שלום עליכם הויז און דאס טראדיציאנאלע שפיל וואס לויפט שוין אפאר דורות אין די וועלטס טריבונעס דער פידלער אויפן דאך איז אפשטאמיג פון זיינס א פארשריפט טעוויע דער מילכיקער אין יאהר ה תשנו האט מען אויפגעשטעלט אין תל אביב דאס שלום עליכם הויז אויף זיין נאמען אין תשסט לכבוד דעם הונדערט און פופציקסטן יאר זייט זיין געבורט האט דער כנסת אין ישראל אפגעהאלטן א יידיש טאג שלום עליכם איז נפטר געווארן אין ניו יארק י אייר ה תרעו אייניגע סלאגאנען פון שלום עליכם אין זיינע מאמרים גרוזיע גרוזיניש סאקארטוועלא איז א לאנד אין מערב אזיע אין דעם קאווקאז אויפן מזרח ברעג פונעם שווארצן ים זײן הפטשטאט איז טביליסי ס װנן דא מיליאן מענטשן גרוזיע האט גרענעצן מיט אזערבײדזשאן רוסלאנד און ארמעניע אט װנען בערך יידן סײ אשכנזים סײ גרוזיאנער װאס האבן אין גרוזיע באזעצט מיט יאר צוריק גרוזיע שפאנט אן צוויי קאנטינענטן וויבאלד דער מערב טייל פון לאנד געפינט זיך אין אייראפע און דער מזרח טייל אין אזיע איר שטח איז בערך קוואדראט קמ איר צפון גרענעץ איז לאנג קמ מיט רוסלאנד אין דרום מזרח האט זי א גרענעץ לאנג קמ מיט אזערביידזשאן און א גרענעץ קמ מיט ארמעניע דער דרום גרענעץ איז לאנג קמ מיט טערקיי דער מערב גרענעץ איז דער שווארצער ים די גרויסע קאווקאז בערג אין צפון זענען באהאפטן דורך דער ליכי קייט צו די קליינע קאווקאז בערג אין דרום די ליכי קייט צעטיילט גרוזיע אויף מזרח גרוזיע און מערב גרוזיע וואס זענען באהאפטן דורך א באן טונעל דער העכסטער בארג אין גרוזיע איז בארג שכארע ביי מעטער איבערן ים פלאך די באפעלקערונגפון גרוזיע איז אומגעפער מיליאן פון זיי וואוינען בערך מיליאן אין טביליסי מענטשן פון גרוזיע הייסן גרוזינער רוב פון זיי רעדן גרוזיניש אלס מוטערשפראך אבער טייל מענטשן רעדן אויך ארמעניש רוסיש אדער אנדערע שפראכן די מערהייט פון גרוזינער זענען קריסטן אבער ס איז דא אויך יידן און מוסלמענער די וואלוטע פון גרוזיע איז די לארי די גרוזינער זענען אן אוראלט פאלק זייער הויפטשטאט טביליסי איז געגרינדעט בערך אין יאר ד רם נאך דער ענדע פון דער רוימישער אימפעריע ביז דעמאלט איז מערב גרוזיע געווען א טייל פון דער רוימישער אימפעריע הימנון התקווה פון העברעאיש די האפענונג איז דער נאציאנאלער הימן פון דער מדינת ישראל דער טעקסט פונעם הימן איז דער ערשטער קופלעט מיטן רעפרען פון א פאעמע תקװתנו װאס איז געשריבן געװארן דורך נפתלי הערץ אימבער אין די מעלאדיע שטאמט פון א רומענישן ניגון װאס אלײן קומט פון אן איטאליעניש ליד פון טן י ה התקוה איז באזירט אויף א ליד קאנסיסטינג פון צען ווערסעס געשריבן דורך נפתלי הערץ אימבער היינט נאר דער ערשטער פסוק און די כאר זענען געניצט אין דעם נאציאנאלן הימען ליסטעד אונטן זענען די אריגינעל העברעיש ליריקס אן אראביש איבערזעצונג און א יידיש איבערזעצונג פון דער פאעמע די שטאט פון ירושלים געפונט זיך אויף די יהודה בערג צווישן דעם מיטלענדישן ים הים התיכון און דעם ים המלח אין א הויך פון א מעטער איבערן מיטלענדישן ים די שטאט געפונט זיך אין די עקזײט פון מדבר יהודה די צאל פון די רעגנס איז מילימעטר אין א ווינטער צײט דער זומער איז הייס און טרוקן דער ווינטער איז קאלט און א רעגנדיקער אפטמאל שנייט אויף א פאר טעג אין ווינטער די צאל פון דער פײכטקייט איז ארום ריכטיק אויף סוך איז דא אין ירושלים בירגער די בירגערשאפט מערט זיך אין א צאל פון פראצענט א יאר די בירגער פון ירושלים זײנען צומישט דער בירגערמײסטער איז היינט משה ליאן די שטאטראט האט מיטגלידער דער אנהייב פון ירושלים איז געווען אויפן בערגל דרום פון הר הבית וואס מ רופט היינט עיר דוד בערך אין יאר ב ת איז דער יישוב געווארן א שטאט אין יאר ב תר אפשר אפילו פריער איז ירושלים שוין געווען אן אנגעזעענע באפעסטיגטע כנעענישע שטאט בערך אין יאר ב תש האט אדוני צדק דער מלך פון ירושלים געפירט די מלכים פון דרום ארץ ישראל אין זייער קריג קעגן יהושע בן נון וואס האט געזיגט איבער זיי אין עמק איילון ווען די יבוסים זענען געקומען קיין ירושלים האבן זיי א נאמען געגעבן די שטאט יבוס דער איז געבליבן יאר ביז דוד המלך האט איינגענומען די שטאט דער פסוק אין שמואל ב פרק ה און אויך אין דברי הימים א יא פארציילט וויאזוי דוד האט איינגענומען די שטאט ירושלים איז צום ערשטן באשטימט געווארן אלץ הויפטשטאט אין יאר ב תתקן דורך דוד המלך נאכדעם וואס ער האט געמאכט א בונד מיט די עשרת השבטים אין חברון דוד המלך ס זון שלמה האט געבויט אין ירושלים דעם בית המקדש אזוי ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן און מ האט איבערגעאקערט די שטאט מערער מאל איז שווער פאר די ארכעאלאגן צו טרעפן קלארע זאכן פון יענער תקופה דער ערשטער ארט פון ירושלים וואס מען רופט היינט עיר דוד געפינט זיך לעבן דעם אראבישן דערפל סילוואן דאס איז אראביש פארן שילוח ביז די יארן פון דער מלך חזקיהו אין יאר ג ר האט זיך ירושלים פארגרעסערט אויף דעם מערב בערגל היינט געפינט זיך דארטן דאס יידישע פערטל און דאס ארמענישע פערטל אין יענע יארן האט די מיליטער פון אשור באלעגערט די שטאט אבער זיי האבן נישט געקענט זי אייננעמען איין טעם איז געווען דער שילוח טונעל דורך וואס וואסער האט אריינגעשטראמט אין דער שטאט פון דעם גיחון קוואל וואס איז דרויסן פון די מויערן פון ירושלים צום זענען מלאכי חבלה געקןמען און אויסגעהרגעט גאר די מיליטער פון אשור אין יאר ג שכז האט די מלוכה פון בבל געהערשט איבער מלכות יהודה דער מלך יהויכין און אלע חשובע יידן אין ירושלים זענען פארטריבן געווארן אין גלות נבוכדנצר האט ארויפגעשטעלט צדקיהו אויף דעם טראן אבער נאך יאר האט ער מורד געווען און נבוכדנצר האט חרב געמאכט דעם בית המקדש אין יאר ג שלח ווערנט די יארן האבן די ארכעאלאגן אנטפלעקט עטלעכע פייל שפיצן פון די בבליים ירושלים איז אריבער אונטער דער הערשאפט פון די אומאיאדן ביז דערנאך איז די הערשאפט אריבער צום אבאסישן כאליפאט ביז ווען ירושלים איז אריבער צו דער פאטימישער דינאסטיע דער מיטל מזרח כולל ארץ ישראל איז דעמאלסט אריין אין א נישט סטאבילער תקופה בי די סעלזשוקן האבן איינגענומען ירושלים אין אויף א קורצער תקופה אין האט מען אנגעהויבן בויען נייע געגנטן אינדרויסן פון די מויערן פון ירושלים דער ערשטער געגנט איז געווען משכנות שאננים די קאלאניע וואס משה מאנטיפיארי האט אויפגעשטעלט מען האט באזעצט דעם געגנט אין א פאר יאר שפעטער אין האט הרב דוד בן שמעון פון מאראקא געבויט מחנה ישראל א געגנט פון קליינע הייזער מיט א שול צוף דבש אין האט ר יוסף ריוולין אויפגעשטעלט נחלת שבעה נאכהער האט דער עושר ר דוד ריס מנדב געווען געלט צוצובויען צען הייזער מיטן נאמען בית דוד לעבן נחלת שבעה מרחשון תרלד האט ר יוסף ריוולין געמאכט אן אסיפה דריי טעג אדורכצושמועסן אויפשטעלן נאך א געגנט ארויס פון די מויערן רב מאיר אויערבאך אבד קאליש און ראבד פונעם אשכנזישן בית דין אין ירושלים האט געגעבן א גרויסער סומע געלט פאר דעם צוועק און האט אויך געקויפט פינף הייזער פאר זיינע יורשים בתנאי אז טאמער איינער פארלאזט ארץ ישראל פארלירט ער זיין חלק אין דער ירושה אין אנהייב פון די ער יארן האט מען אויפגעשטעלט די ישראל פאליציי הויפטקווארטיר אין קריית הממשלה אין מזרח טייל פון דער שטאט אין אנהייב פון די ער יארן האט מען אויפגעשטעלט דעם בנין פון דער באנק פון ישראל און אין די ער יארן האט מען אויפגעשטעלט לעבן דער באנק דעם הויכגעריכט אין דער קריית הממשלה אין מערב טייל פון דער שטאט כאטש וואס אין מדינת ישראל איז ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט איז אבער ירושלים נישט אנערקענט אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל פון קיין שום אנדערע לאנד אין דער וועלט ירושלים געפינט זיך אויפן דרום עק פון א פלאטא אין די הרי יהודה וואס נעמען איין הר הזיתים צו מזרח און הר הצופים צו צפון מזרח די אלטשטאט איז הויך אומגעפער מעטער גאנץ ירושלים איז ארומגענומען מיט טאלן און טייכבעטן וואדיס די קדרון און גיא בן הנם טאלן קומען צוזאמען א ביסל דרום פון דער אלטשטאט ירושלים אין דער צייטן פון דעם תנך איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט וועלדער פון מאנדלביימער איילבירט ביימער און סאסנעס די עפנטלעכע טראנספארט אין ירושלים איז געגרינדעט בעיקר אויף צענדליקע שטעטלעכע אויטאבוס רוטעס עטלעכע פון די איינוואוינער אין ירושלים ניצן די שטעטלעכע אויטאבוסן צו פארן אין דער ארבעט און ארויס פון דער שטאט פון די ער יארן זענען די יידישע אויטאבוסן אין ירושלים געווען געפירט דורך דער המקשר געזעלשאפט ביז דער זעקסטאגיקער מלחמה היינט פירט אגד די אויטאבוס דינסט אין ירושלים פון דער ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאנציע קען מען אנקומען צו רוב פלעצער אין לאנד אגד און דן און נאך פארשידענע געזעלשאפטן פירן טויזנטער פאסאזשירן פון און צו ירושלים אין מזרח ירושלים געפונט זיך א צענטראלע אויטאבוס סטאנציע וואו אראבישע אויטאבוסן און טענדערן פירן כמעט איבערן גאנצן מערב ברעג דעם סטן יוני גייט מען מאכן אסאך ענדערונגען אין די אויטאבוס רוטעס אין ירושלים און ירושלים געפונט זיך די מלחה באן סטאנציע און די תנכישע זאא באן סטאנציע די באן רייזע קיין תל אביב געדויערט אומגעפער א שעה און פופציג מינוט וועגן דעם איז די באן נישט אנגענעם פאר פאסאזשירן ישראל באנען בויט דעריבער א נייע באן סטאנציע קעגן איבער דער אויטאבוס סטאנציע אויף יפו גאס וואס וועט פארקורצן דעם וועג פון ירושלים קיין תל אביב צו א האלבע שעה זייט טן אויגוסט פארט דער טראמוויי אויף דער רויטער ליניע איינע פון די אלטע הויפטגאסן אין ירושלים איז די יפו גאס היינט זענען די הויפטגאסן שאסיי וואס אין ירושלים ווערט גערופן שאסיי און דער בעגין שאסיי שאסיי נומער פארט אויף צפון קיין ראמאללא שכם און אויף דרום דורך תלפיות געגנט ביזן דורכגאנג צו בית לחם שאסיי נומער ווערט גערופן דארט דער טונעלן שאסיי וואס טראגט קיין חברון און באר שבע דער שאסיי פון ירושלים תל אביב פירט אריין אין גבעת שאול און רוממה געגנט שאסיי ישראל ירושלים האט ארויסגעבויט א שאסיי וואס פירט צום צפון טייל ביז פראנצויזישן בערגל וואס פון דארט קען מען פארן גלייך קיין מעלה אדומים אזוי אז מען מוז נישט אריבער פארן די שטאט אין די ער יארן האט מען אויפגעבויט אין ירושלים דעם בעגין שאסיי וואס לינדערט די שווערע פארקער אויף לאקאלע גאסן עס פאנגט זיך אן אין מלחה געגנט פארט אריבער די געגנטער אויף דער מערב זייט פון שטאט וואו זי קומט אן קיין עטרות קאמערציאלע געגנט און דארט ווערט דער שאסיי פארבינדן צו שאסיי דער מודיעין שאסיי גאלדא מאיר שאסיי איז א טייל פון שמואל הנביא גאס קומט אן קיין רמות און קיין גבעת זאב אין ירושלים פועלן אסאך חדרים ישיבות און מיידלעך סעמינארן צווישן די ישיבה גדולה ס זענען די מירער ישיבה די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט חברון ישיבה קול תורה שפת אמת מרכז הרב און בריסק ירושלים האט שטאטישע שולעס וואס ווערן געפירט לויט דעם בילדונג מיניסטעריום אין מדינת ישראל ווי אויךחרדישע חדרים און מיידל שולעס און אויך אראבישע שולעס אין ירושלים ריכטיק פאר פון די תלמידים אין כיתה א זענען חרדים די געביידעס פון סעקולערע שולעס און קידערגארטנס וואס זענען מער נישט געניצט זענען ווידערגעבויט און געניצט היינט פאר חרדישע מוסדות די אראבישע בילדונג אין ירושלים גייט אן אין מזרח פון דער שטאט און שליסט איין סיי שטאטישע שולעס סיי פריוואטע אין ירושלים געפינען זיך אינסטיטוציעס פאר העכערער בילדונג צווישן זיי די בצלאל אקאדעמיע פאר מאדעלירונג און קונסט ירושלים הויכשולע פאר טעכנאלאגיע די אקאדעמיע פאר מוזיק און טאנץ אויך אין ירושלים איז דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים וואס ווערט גערעכנט צווישן די פירנדיקע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט אין פארשונג צוזאמען מיט דער אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך דער אוניווערסיטעט האט דריי קאמפוסן אין דער שטאט הר הצופים עדמונד י ספרא גבעת רם און עין כרם ירושלים דינט אויך אלס פלאץ פון אסאך פארשונג אנשטאלטן ווי די ישראלישע אקאדעמיע פון וויסנשאפטן אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך ישראלישער אינסטיטוט פאר דעמאקראטיע וואן ליר אינסטיטוט און שלום הארטמאן אינסטיטוט אין האט מען איינגעשריבן אין די האטעלן אין ישראל מיליאן איבערנעכטיקן פון טוריסטן צווישן זיי מיליאן אין ירושלים קעגן מיליאן אין תל אביב אויך די צאל נאכטלעגערס פון ישראלישער אין יענעם יאר איז געווען העכער אין ירושלים ווי אין תל אביב טויזנט קעגן טויזנט די צאל האטעל צימערן אין ירושלים איז מער ווי צימערן און דער פלאן פון דער שטאטראט איז צו העכערן די צאל צימערן נאך ביז אין איז ירושלים גראדירט געווארן ערשטער פלאץ אין דער ליסטע פון בעסטע שטעט פאר שפאצירן און פארוויילן פונעם מאגאזין אין דער קאטעגאריע אפריקע און מיטל מזרח יענעם יאר איז ירושלים געווארן גראדירט דורכן וועבזייטל אין זיבעטן ארט אין דער ליסטע פון בעסטע שטעט אין דער וועלט אין דער קולטור און באזוכן טוריסטישע ערטער קאטעגאריע אזוי אויך איז די שטאט אויסגעקליבן געווארן צו זיין די הויפטשטאט פון אראבישער קולטור פאר אין ירושלים געפינען זיך די מערהייט פון די צענטראלע קולטורעלע אנשטאלטן אין ישראל למשל דער ישראל מוזיי איינער פון די פירנדע מוזייען פאר קונסט אין דער וועלט וואס נעמט איין דעם היכל הספר וואו ס איז געשפייכלערט דעם עלצטן תנך אין דער וועלט אין זומער איז ווארעם און טרוקן אין ווינטער איז קאלט און עס רעגנט אמאל שנייט אויך בפרט אין די הויכע געגנטן מאטעמאטיק איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט צאלן און פארמען מאטעמאטיק מיינט רעכענען ציילן און מעסטן די אפטייל וואס באשעפטיגט זיך מיט פארמען און מאסן הייסט געאמעטריע די וועג צו אויסגעפינען מאטעמאטיקס פראבלעמען ווערט געטון דורך פארמולען דער וואס באשעפטיקט זיך מיט מאטעמאטיק צי ווי א לערע אדער ווי א האבי הייסט א מאטעמאטיקער אין אקאדעמיע איז מאטעמאטיק אן אפטייל פון די פינקטלעכע וויסנשאפט מיט די לערע קען מען פארשן פיזיק כעמיע אסטראנאמיע סטאטיסטיק און נאך אויך אין דעם לעבנסשטייגער ניצט מען זיך מיט מאטעמאטיק אויף האנדל און ביזנעס קארל פרידריך גאוס האט גערופן מאטעמאטיק די מלכה פון די וויסנשאפטן מאטעמאטיק איז אינטערעסירט אין נומערן סטרוקטור פארעם און ענדערונג מען שטודירט זיי מיט לאגיק צו שאפן אלגעמיינע כללים פון וואס מען קען אויסלערנען נייע רעזולטאטן מאטעמאטיק אנטוויקלט זיך דורך דריי כאראקטעריסטיקן אבסטראקציע גענעראליזאציע און דערווייז מאטעמאטיק איז א לעבנסנייטיקער געצייג אין פארשידענע געביטן איינשליסנדיק נאטור וויסנשאפטן אינזשעניריע מעדיצין און געוויסע סאציאל וויסנשאפטן ווי עקאנאמיק און פסיכאלאגיע פראבלעמען וואס שטאמען פון אנדערע וויסנשאפט צווייגן זענען א קאטאליזאטאר פאר נייע מאטעמאטיקע אויסגעפינען און טיילמאל אפילו נייע מאטעמאטישע געביטן אנגעווענדעטע מאטעמאטיק די צווייג פון מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די אנווענדונג פון מאטעמאטישן וויסן צו אנדערע פעלדער אינספירירט און ניצט נייע מאטעמאטישע אויספינדונגען ברענגנדיק די אנטוויקלונג פון נייע מאטעמאטישע דיסציפלינען ווי למשל סטאטיסטיק און שפיל טעאריע אויך פארנעמען זיך מאטעמאטיקער מיט ריינע מאטעמאטיק אן קיין שום קלער פון אן אנווענדונג דאס ווארט מאטעמאטיק גריכיש שטאמט פון גריכיש וואס מיינט לערנען שטודירן און אויך די מער באגרעניצט און טעכנישערע באדײטונג שטודירן מאטעמאטיק אין זיין איבערזעצונג פונעם רמב מ ס מורה נבוכים אנהייב פונעם טן יארהונדערט ניצט הרב שמואל איבן תיבון דאס ווארט לימודיים פאר מאטעמאטיק וואס איז א גלייכע אפטייטש פון גריכיש די בבליים און די מצריים האבן געניצט אריטמעטיק אלגעברע און געאמעטריע פאר באשטייערונג און אנדערע פינאנציעלע חשבונות פאר בויען און קאנסטרוקציע און פאר אסטראנאמיע די ערשטע באניצן פון מאטעמאטיק זענען געווען אין האנדל ערד מעסטן מאלעריי און וועבן מוסטערן און אין רעכענען צייט די בבליים און מצריים האבן געהאט א ידיעה וועגן קוואדראטישע גלייכונגען קוואדראט ווארצלען און שטח פון פלאכע פיגורן נייע מאטעמאטישע אויסגעפינען זענען געווארן אנטדעקט דורכאויס דער היסטאריע און ווערן נאכאלץ אנטדעקט ביזן היינטיקן טאג די אנטוויקלונג פון מאטעמאטיק אין אוראלטע צייטן האט דערגרייכט איר שפיץ און אוראלט גריכנלאנד א דאנק די בארימטע מאטעמאטיקער ווי אוקלידוס און ארכימעד אין דעם מיטל אלטער איז די עיקר אנטוויקלונג געווען ביי די אראבער וואס האבן אנטוויקלט אלגעברע און טריגאנאמעטריע אינעם טן יארהונדערט האבן געבליט פארשידענע צווייגן פון מאטעמאטיק למשל אנאליטישע געאמעטריע און קאלקולוס וואס זענען געווארן די שפרינגברעט פאר פיל וויסנשאפטלעכע צווייגן די אנטוויקלונג פון נישט אוקלידישער געאמעטריע אינעם טן יארהונדערט האבן אונטערגעשריכן די וויכטיקייט פון אקסיאמען אין מאטעמאטיק אין די פארווייטערונג פון אן אינטואיטיוון צוגאנג בים סוף פונעם טן יארהונדערט איז אנטוויקלט געווארן געזעמלען טעאריע און אויך האט אנטוויקלט א דעבאטע וועגן די פונדאמענטן פון מאטעמאטיק אינעם סטן יארהונדערט האט מאטעמאטיק זיך אנטוויקלט גיך מיט דער לייזונג פון מערערע פון הילבערטס פראבלעמען די מאטעמאטישע סימבאלן וואס ווערן געניצט היינט זענען מערסטנס נאר פונעם טן יארהונדערט און שפעטער פריער פלעג מען שרייבן מאטעמאטיק נאר מיט ווערטער אן סימבאלן אינעם טן יארהונטדערט האט לעאנהארד אוילער דערפינדעט א סך פון די סימבאלן וואס מען ניצט היינט מיט סימבאלן קען מען בעסער און גיכער אנטוויקלען מאטעמאטיק כאטש נייע באניצער דארפן אויסלערנען וויאזוי מען ניצט די סימבאלן מאטעמאטישער סימבאליזם איז זייער אנגעפאקט מיט די סימבאלן איז מעגלעך גאנץ אין קורצן אויסצושפרעכן א סך אינפארמאציע אפילו די שפראך פון מאטעמאטיק קען זיין שווער פאר אנהייבער צו פארשטיין אזא פשוט ווארט ווי אדער האט א ספעציפישן באדייט אין מאטעמאטיק אויסער דעם ניצן מאטעמאטיקער ווערטער ווי אפן און פעלד מיט א באזונדערער מאטעמאטישער באדייטונג אין מאטעמאטיק דארף אלץ זיין פינקטלעך וואס מאטעמאטיקער רופן שטרענגקייט כדי צו פארמיידן אויסרעדן טעראמען וואס זענען נישט גוט אויסגעהאלטן פירן זיך מאטעמאטיקער אוועקלייגן א פונדאציע פון אקסיאמען פון וואס מען קען ארויספירן נייע אייגנשאפטן מאטעמאטיק ווערט געניצט צו לייזן פראבלעמען וועגן נומער קוואנטיטעט סטרוקטור פארעם אדער ענדערונג אריגינעל האבן די פראבלעמען געשטאמט פון האנדל פון מעסטן ערטער און פון אסטראנאמיע היינט אבער שטאמען מאטעמאטישע פראבלעמען פון אלע וויסנשאפטן און אויך פון מאטעמאטיק אליין דער פיזיקער יוזשין וויגנער האט באמערקט אז גאנץ אפט האט א געדאנק פון ריינעם מאטעמאטיק א פראקטישע אפליקאציע למשל נומערן טעאריע אין קריפטאגראפיע די שטודיע פון כמות קוואנטיטעט הייבט אן מיט נומערן ערשט די באקאנטע נאטירלעכע צאל און גאנצע צאל מיט די אריטמעטישע אפעראציעס אויף זיי וואס צוזאמען ווערן שטודירט אין אריטמעטיק די טיפערע אייגנשאפטן פון נומערן שטודירט מען אין נומערן טעאריע פון וואנעט קומען אזעלכע רעזולטאטן ווי פערמא ס לעצטער טעארעם צווישן די נישט געלייזטע פראבלעמען פון נומערן טעאריע זענען די פרימצאל צווילינג השערה און די גאלדבאך השערה מיט דער אנטוויקלונג פון דער נומערן סיסטעם אנערקענט מען די נאטירלעכע צאל ווי אן אונטער געזעמל פון די ראציאנאלע צאל בראכטיילן וואס זיי זענען א טייל פון די רעאלע צאל מיט וואס מען קען דעפינירן נאכאנאנדיקע פונקציעס רעאלע צאל קען מען פארברייטערן ווייטער צו קאמפלעקסע צאל עלעקטראניק איז א טייל פון עלעקטראטעכניק וואס פארנעמט זיך מיט פלאנירן עלעקטרישע שאלטונגען מיט טעטיקע עלעקטראנישע קאמפאנענטן אן עלעקטראנישער קאמפאנענט איז נארוועלכער פיזישער יש אין אן עלעקטראנישער סיסטעם וואס ווירקט אויף די עלעקטראנען אדער זייערע פארבונדענע פעלדער צו פארווירקלעכן די פונקציע פון דער סיסטעם א קאמפאנענט איז פלאנעוועט צו ווערן פארבונדן מיט אנדערע קאמפאנענטן געוויינלעך ווערט ער צוגעלייגט צו א געדרוקטן קרייז כדי צו שאפן אן עלעקטראנישן קרייז מיט א ספעציפישער פונקציע למשל פון א פארשטארקער ראדיא אויפנעמער רדיו אדער אן אסצילאטאר קאמפאנענטן זענען פלאנעוועט צו ווערן איינגעפאקט אליין אדער אין גרעסערע גרופעס ווי איינגעגלידערטע קרייזן די מערסט פארשפרייט עלעקטראנישע קאמפאנענטן זענען קאנדענסאטארן רעזיסטארן אינדוקטארן שפולן פון דראט דיאדעס און טראנזיסטארן יידיש אידיש אדער יודיש גערופן ביי אידן מאמע לשון איז א שפראך װאס װערט הײנט גערעדט פון ארום מיליאן יידן און באקאנט ביי מענטשן איבער דער װעלט בעיקר פונעם אשכנזישן אפשטאם במשך פון מער ווי יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע בעיקר אין דעם טן און סטן יה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער אין יענער תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד אבער אנהייב דעם סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן און עס גערופן העברעאיש דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג בעת דער השכלה באוועגונג אין סוף דעם טן יאר הונדערט האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן ארום מיליאן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאמע לשון הײנט צו טאג רעדן יידיש ארום מיליאן מענטשן בעיקר אין ארץ ישראל און אין אמעריקע ווען פאר א העלפט פון זיי איז יידיש די ערשטע שפראך צווישן און פראצענט פון די יידיש רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן די יידישע שפראך שטאמט איבערהויפט פון מיטל הויכדייטש װאס מען האט אמאל גערעדט אין אייראפע וואס איז דאן געווען באקאנט אלס אשכנז פון דער שפראך האט זיך אויך געמאכט די דייטשע שפראך אדער אויך באקאנט אלס ניי הויכדויטש נישט אזוי ווי טייל מענטשן מיינען אז יידיש קומט פון דייטש א גרויסער טייל פון ווערטער אין יידיש קומט פון דייטשער אפשטאמונג בערך לשון הקודש און אויך סלאווישע שפראכן במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע הײנט איז דאס אויסגעמישט פון העברעאיש ענגליש רוסיש פויליש און אזוי ווייטער דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באטרעפט אין מחזור וורמס ה לב די יידישע שפראך באשטייט פון גרונד תקופות היינט צוטאגס רעדן מערערע מענטשן יידיש אין אמעריקע אין ארץ ישראל ענגלאנד קאנאדע אבער אלס א מאמע שפראך איז עס אנגענומען בעיקר ביי די פרומע חסידישע קרייזן און אויך ביי די ירושולים ער פרושים קרייזן וואס ביי זיי ווערט באטראכט אידיש אלס א מיטל זיך אפטיילן פון די גויאישע און פרייע גאס אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע טאג טעגלעכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנע קולטור ליטעראטור פארשטעלונגען דיכטונגען טעאטער און נאך פאלגנד זענען די צאל יידיש רעדערס אין דער וועלט וואס האבן יידיש פאר זייער מוטערשפראך און זייער אומגאנגשפראך יידש ווערט באניצט ביי פילע חסידישע קהילות אין ארץ ישראל און אויך צווישן די פרושים אין ירושלים די צייטונג לעצטע נייעס איז געווען וויכטיג פאר די יידן וואס זענען געקומען פון אייראפע לטן געזעץ אין ישראל איז לאנגע יארן געווען פארבאטן צו שפילן אין טעאטער אף יידיש אבער זייט די ער יארן די ישראלדיקע געזעלשאפט האט געענדערט דזשיגאן און שומאכער זענען געווען א פאר וואס האבן געשפילט קאמעדיעס און אויך די צווי שמואל ן שמוליק סעגאל און שמואל רודענסקי זייט ס איז דא אין ישראל א טעאטער וואס הייסט יידישפיל וואס גיבט אויס טעאטערשפילן אויף יידיש אויפ ן ישראלדיקן ראדיא איז דא א פראגראם אויף יידיש אין קול ישראל נעץ א יידיש האט צװײ גרסע גרופעס דיאלעקטן דאס מזרח יידיש און דאס מערב יידיש יידיש ס רוב הײנטיקע יידיש רעדערס שטאמען פון מזרח אײראפע און גײן נאך די מזרחדיקע נוסחאות אין רײד בעת די מערבדיקע דיאלעקטן זענען אין גאנצן אפגעשטארבן דאס מערב יידיש טײלט מען אין דרום מערב צענטראל מערב צוזאמען דאס דורמדיקע מערב יידיש און צפון מערב דיאלעקט גרופעס מזרח יידיש האט אך צװײ צװײגן צפון מזרח יידיש ליטװיש װאס שליסט אײן דאס שטאם ליטװיש און קורלענדער יידיש און די דרומדיקע גרופע מיט דעם דרום מזרח יידיש און דעם צענטראל מזרח יידיש יידיש איז בעיקר געשריבן געווארן מיט לשון קודש דיקע אותיות אב אזוי ווי לאדינא און אנדערע שפראכן פון יידן ווײל דאס איז געווען די שריפט וואס יידן האבן געקענט לעצטנס האבן אנגעהויבן צו לערנען יידיש פארשוינען וואס קענען נישט קיין יידישע בוכשטאבן האט ייווא ערפונדן א סיסטעם פון ראמאניזאציע ד ה אויסלײגן יידיש אויף א לאטײנישע שריפט אבער זי איז כמעט נישט באנוצט א סך יידיש רעדערס אין די הײנטיקע טעג זענען פרומע יידן וואס זענען נישט באקאנט מיטן ייווא אויסלייג און שרײבן און לייענען א יידיש געמישט מיט ענגלישע אדער העברעישע ווערטער קוקט ווײטער מיט יידישע בוכשטאבן די כללים פון שרײבן יידיש זענען אויך זענען דא ענגליש רעדערס וואס מישן ארײן ווערטער פון יידיש אין זייער שפראך דאס איז באקאנט ווי יינגליש טייל חסידישע יידן האבן שטארק מקפיד געווען צו רעדן נאר יידיש אזוי ווײט אז אין געוויסע געגנטן אזוי ווי וויליאמסבורג וועט איר טרעפן א סך יידן וואס קענען נישט קיין איין שפראך אויסער יידיש אבער מען האט נישט מקפיד געווען אז מען זאל נישט ארײנמישן ענגלישע ווערטער ווײל דער עיקר בײ זיי איז געווען אז מען זאל האבן א באזונדערע שפראך אפצוטיילן זיך פון די גויים אין די לעצטע יארן האט חסידיש יידיש שטארק אנטוויקלט און הײנט צו טאג איז פאראן זייער א סך רײכע ליטעראטור אין יידיש און אויך א סך ספרים ווערן איבערגעזעצט פון לשון הקודש אויף יידיש די ערשטע יידיש שפראך צייטונג אין בראזיל איז געווען די מענטשהייט וואס האט דערשינט אין פארטא אלעגרא אין תרעה מער ווי ביכער אויף יידיש אפשר מער ווי העלפט פון אלע ביכער פארעפנטלעכט אויף יידיש זענען אצינד אנליין מיט דער ארבעט פון די יידישער ביכער צענטער וואלונטירן און דער אינטערנעץ ארכיוו העברעאיש עברית איז א סעמיטישע שפראך מען שרייבט העברעאיש מיט די אותיות פונעם אלף בית די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש דאס מאדערנע העברעאיש עברית ישראלית איז באזירט הפטזעכלעך אף לשון קודש און פארצײטישן אראמיש מיט אנטלײונגען פון נישט סעמיטישע שפראכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראמאטיק דאס העברעיש איז נײ געשאפן געװארן װי א רײדשפראך אינעם סוף פון טן יארהונדערט ביז אנהײב פונעם טן יארהונדערט דורך אליעזר בן יהודה די אפיציעלע הברה איז באזירט אף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראדיציע כדי צו קענען לייענען תנ ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען אלט העברעאיש און אויך אראמיש לויט די לינגוויסטן געהערט העברעאיש צו דער כנענישער גרופע שפראכן וואס זיי זענען א צווייג פון דער צפון מערבדיקער פאמיליע פון סעמיטשע שפראכן לויט אברהם בן יוסף האט העברעאיש געבליעט ווי א רעדן שפראך אין מלכות ישראל און מלכות יהודה פון פאר דער ציווילער רעכענונג יאר ב ת ר בערך ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש אין גלות בבל ווייסט מען נישט וויפיל מען האט גערעדט העבעראיש אזוי ווי די הויפט שפראך דארט איז געווען אלטע אראמיש שפעטער נאכן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש האט כמעט קיינער נישט גערעדט העברעאיש אויבוואויל מען האט ווייטער געשריבן ספרי קודש אין לשון קודש אינעם סטן יארהונדערט האט ווידעראמאל אויפגעבליעט דאס רעדן העברעאיש העברעאיש ניצט אותיות פאר נאך און אינמיטן א ווארט פאר א ווארט קען קומען ה דער ו און כ ווי און די פרעפאזיציעס ב אין ל צו און מ פון די העברעאישע שפראך באשטייט פון פיר גרונד תקופות א דיכטונג פון אלעזר הקאליר פון דעם מיטל אלטער אויף פורים לינגוויסטיש איז העברעאיש א שפראך וואס געהערט צו די צפון מערב סעמיטישע שפראכן און איז דער דיאלעקט וואס די איינוואוינער פון ארץ ישראל האבן גערעדט אין דער צייט פון תנ ך בערך צווישן די יארן פון ב תקס ביז ג קס פאר דער ציווילער רעכענונג ביז פאר דער ציווילער רעכענונג דער שטח פון ארץ ווערט גערופן אין תנ ך ארץ כנען וואס שליסט איין די היינטיקע לענדער פון ארץ ישראל לבנון סיריע און יארדאניע אין יענע יארן האבן די כנענים אין לבנון גערעדט די פעניקישע שפראך וואס איז א ביסל ענלעך צו העברעאיש כמעט דער גאנצער תנ ך אחוץ טיילן פון דניאל און עזרא ווי אויך די משנה און רוב פון די ספרים חיצוניים און די באהאלטענע מגילות זענען געשריבן אין לשון קודש די שפראך האט זיך געענדערט במשך די יארן און מען דערקענען די אונטערשייד צווישן לשון קודש אין תנ ך און לשון חז ל געניצט אין דער משנה א פאר הונדערט יאר נאכן חורבן בית המקדש אין טן יארהונדערט האבן רוב יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש אין טאג טעגלעכן לעבן די גמרא סיי תלמוד ירושלמי און סיי תלמוד בבלי זענען געשריבן אויף אראמיש טייל יידן האבן דאך ווייטער גערעדט העברעאיש ביי די בעלי מסורה אין טבריה אינעם טן יארהונדערט איז זייער שפראך געווען לשון קודש אויך ווען מען האט אויפגעהערט רעדן העברעאיש איז די שפראך נאכאלץ געבליבן די הויפט שפראך פון שרייבן ביי יידן בעיקר אין הלכה ענינים למשל שרייבן די פראטאקאלן פון בתי דינים זאמלונגען פון הלכות פירושים אויף כתבי קודש און נאך אפטמאל האבן יידן געשריבן בריוו און קאנטראקטן אין העבעראיש אבער אזוי ווי ווייבער האבן נישט געלערנט לשון קודש וואס מענער האבן יא געלערנט ספרים פאר ווייבער האט מען געשריבן אין דער שפראך וואס די פרויען האבן פארשטאנען ד ה אין די אשכנזישע קהילות יידיש למשל די צאינה וראינה אין די ספרדישע קהילות אויף לאדינא און אין די אראבישע לענדער אין יידיש אראביש אנדערע ספרים וואס זענען נישט הלכה ספרים האט מען אויך טיילמאל געשריבן אין זשארגאן דער רמב ם האט געשריבן זיין הלכה ספר משנה תורה אויף לשון קודש אבער דעם מורה נבוכים און דעם פירוש המשניות אין יידיש אראביש שפעטער האט מען פארטייטשט זיינע אראבישע ספרים אויף לשון קודש די איבן תיבון משפחה איז געווען באקאנט פאר עוסק זיין אין דער ארבעט עס זיינען דא פיר סארטן שטאפלען אין דער שפראך דער איינפלוס פון העברעאיש איז באקאנט ספעציעל אין די די שפראך יידיש וואס איז געווען די מוטערשפראך פון די אשכנזישע יידן אין אייראפע און וואס האט א מקור אין מיטל הויך דייטש איינע פון די דיאלעקטן פון דייטש בארגט א סך ווערטער פון לשון קודש העברעאייש עטלעכע פון זיין וואקאבולאר און מען שרייבט יידיש מיטן אלף בית פון לשון קודש יידיש אנדערש ווי העברעאיש ניצט אותיות פאר די וואקאלן אזוי ווי די אייראפעאישע שפראכן למשל דער אות ע באדינט צו באצייכענען דעם וואקאל דאך ווערטער וואס קומען פון לשון קודש שרייבט מען מיט דער ארטאגראפיע פון זייער אריגינעלער שפראך אזוי דאס ווארט וואס ווער אויסגערעדט אויף יידיש שרייבט מען טאקע אמת און נישט עמעס די שפראך לאדינא אויך גערופןספאניאליש אדער יידיש שפאניש וואס האט זיך אנטוויקלט פון קאסטילישן שפאניש און איז געווען די שפראך פון די ספרדישע שפאנישע יידישע קהילות יהודיות איבער דער גארער וועלט האט אויך געבארגט א סך ווערטער פון לשון קודש און ווערט געשריבן מיט אלף בית בעיקר מיט רשי אותיות אויבוואויל ס איז פאראן פאר לאדינא א סיסטעם פון שרייבן אויף לאטיינישע אותיות יידישע אראביש די שפראך פון די יידישע קהילות אין דער מוסולמענישער אימפעריע בעיקר אין צפון אפריקע וואס איז די שפראך אין וואס דער רמב ם האט געשריבן זיין מורה נבוכים און נאך חשובע ספרים ווערט אויך אזוי געשריבן מיט די אותיות פון לשון קודש די שפראכן אראמיש און אראביש ווערן בארעכענט שוועסטער שפראכן פון העברעאיש און געוויסע אויסשפראכן פון העברעאיש קען מען פארשטיין אין יענע שפראכן ס זענען פאראן אנדערע שפראכן וואס האבן באקומען א השפעה פון העברעאיש דורך דאס פארטייטשן תנ ך אויף פרעמדע שפראכן דאס ווארט למשל איז גאנץ פארשפרייט אין כלערליי שפראכן ווי דער נאמען פון דעם זיבעטן טאג אין דער וואך דער רו טאג אויך א סך העברעאישע נעמען פון תנ ך זענען גאנץ פארשפרייט איבער דער וועלט די צוויי ווערטער פון לשון קודש וואס זענען מערסט פארשפרייט זענען אמן און הללויה די ווערטער מיט וואס מען ענדיגט געוויסע תפילות און באדייטן הסכמה מיט וואס מ האט געזאגט די העברעאישע שריפט האט אן אלף בית מיט אותיות און באזונדערע ענדע אותיות וואס ווערן געניצט ביים סוף פון א ווארט אנשטאט דעם נארמאלן אות די געטאפלטע אותיות זענען כ ך מ ם נ ן פ ף צ ץ די אותיות זענען די קאנסאנאטן און לכתחילה האט מען נישט געשריבן די וואקאלן אויך זענען פאראן גראפישע סימבאלן פאר די וואקאלן פינטעלעך און שטרייכעלעך וואס מען האט איינגעפירט א סך שפעטער דער קוואדראטישער אלף בית וואס איז באקאנט היינט איז באזירט אויפן אינטערנאצינאלער אראמישער שריפט פון דער פערסישער אימפעריע וואס האט געטוישט די אורלאטע כתב עברי שריפט העברעאיש פעניקישער שריפט לויט א הוראה וואסעזרא הסופר האט באקומען פון הימל וואס מען פלעג ניצן אין מלכות יהודה מלכות ישראל און אין די ברייט און לענג פונעם פארצייטיקן מזרח פאר גלות בבל כתב עברי איז נישט אינגאנצן פארשוואונדן געווארן און מ האט זי נאך געניצט אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש און ביים בר כוכבא אויפשטאנד האט מען געניצט מטבעות מיט כתב עברי שריפט מדינת ישראל איז א דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים דאס לאנד איז געגרינדעט ה תשח ווי אן אומאפהענגיק לאנד נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער בעדואינער דרוזן און נאך אנדערע פעלקער די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים ישראל איז א קליין לאנד אבער עס פארמאגט בערג מדברות בארטנס טאלן און פלוינען דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער קיל מיט רעגן אין ווינטער אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז דער שטאט מדינת ישראל געגרינדעט ה תשח עקזיסטירט הײנט מערסטנס אינערהאלב די היסטארישע גרעניצן פון לאנד ארץ ישראל דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע אנדערש ווי אלע לענדער באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאס הײמארט צו די אלע וועלכע געהערן זיך אן צו דער אידישער רעליגיע איז אבער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע טראצדעם וואס זי טראגט אויסערליך דעם נאמען ישראל מאנכע גרופעס אינערהאלב דער רעגירונג פרובירן זי פאראידישן און אנדערע זי צו פאר גוי שן אבער דער פינף און זעכציג יעריגער נאכאנאנדער רעליגיעזער שטרייט איז ווארשײנליך אן ענדלאזער און פארלוירענער די פאלעסטינער אראבער פאדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון באוואוסט אלס דער מערב ברעג מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פאלעסטינער שטאט געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן און אלע פרומע ײדן האפן אויף דעם טאג אין וועלכן משיח וועט אנטפלעקט ווערן און אויסלײזן די יידן פון גלות און זײ ארויפברענגען אין ארץ ישראל די באפעלקערונג פון ישראל אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי איז געווען געשאצט מענטשן אין ישראל איז א טייל פון ארץ ישראל דאס לאנד וואס די יידן האבן גענומען פון די כנענים דאס לאנד הייסט אזוי ווייל דאס פאלק ישראל נעמט זיין נאמען פון ישראל וואס איז איינער פון די נעמען פון יעקב אבינו דער באגריף ארץ ישראל ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן עס שטייט אין דער תורה אז הקבה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות אברהם יצחק און יעקב דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען שאול המלך אין יאר ב תתן נאך שאול המלך האבן דוד המלך און שלמה המלך געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה אין די טעג פון דעם מלך רחבעם זון פון שלמה המלך האט זיך די מלוכה צעשיידט רחבעם איז געבליבן מלך איבער מלכות יהודה וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין און ירבעם בן נבט האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע מלכות ישראל וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים וואס מען רופט די צען שבטים די גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר ה תשח איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון שבט יהודה און איז אויפגעשטעלט געווארן און גרעסטן טייל צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן ארץ ישראל דער רמבם שרייבט אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין ארץ ישראל וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון בית דוד וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון דוד המלך דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין תורה טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער בית המקדש דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען ולירושלים עירך ברחמים תשוב ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם מיטלענדישן ים און האט גרענעצן מיט לבנון אין צפון סיריע אין צפון מזרח ירדן אין מזרח און עגיפטן און דעם עזה פאס אין דרום מערב מדינת ישראל האט א לאנגע וואסער ברעג מיטן מיטלענדישן ים אין מערב און א קליינע וואסער ברעג צו דרום אין אילת מיטן אילת איינגאס אינעם ים סוף און ליגט צווישן גארטל ליניעס און מערידיאנען ס איז פאראן א בארג קייט וואס גייט אדורך דעם לאנד פון צפון צו דרום צו מערב פון די בערג איז דער בארטן פלוין און צו דרום געפינט זיך דער נגב מדבר צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם כנרת אזערע אין צפון און דער ירדן טייך וואס פליסט אריין אין ים המלח אין דרום דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט מעטער אונטער דעם ים פלאך אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם כנרת אזערע און פירט וואסער פון צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט ישראל ווערט געפירט דורך א פארלאמענטארישער סיסטעם ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט יאר אדער עלטער איינער פון די כנסת דעפוטאטן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם כנסת פארלאמענט ווערט פרעמיער מיניסטער געוויינלעך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער איז ביבי נתניהו וואס דינט אין דעם אמט זייט וואלן פארן כנסת מוז מען האלטן יעדע פיר יאר אבער ווען דער רעגירונג פארלירט א צוטרוי וואל דארף מען האלטן אלגעמיינע וואלן פריער דער כנסת האט מיטגלידער די סיסטעם פון וואלן איז פראפארציאנעל און מען שטימט פאר א ליסטע פון א פארטיי ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע אבער דער כנסת קען איינפירן גרונטיקע געזעצן דער ראש מלוכה איז דער פרעזידענט זייט יולי איז דער פרעזידענט רובי ריוולין אין ישראל זענען פאראן א סך פאליטישע פארטייען ביי די כנסת וואלן פון האבן צוועלף פארטייען באקומען דעפוטאטן אין כנסת קיין איין פארטיי האט קיינמאל נישט געוואונען קיין קלארע מערהייט אין דער כנסת און דער רעגירונג ווערט צאמגעשטעלט פון א קאאליציע דער גרעסטער פארטיי אין דעם היינטיקן כנסת איז ליכוד וואס שטיצט פריימארק פאליטיק מיט באגרענעצטן אינטערווענץ פון דער רעגירונג אין דער עקאנאמיע ווען עס איז געווארן אומאפהענגיק איז ישראל געווען אן ארעם לאנד מיט ווייניג פראדוקציע פון לאנדווירטשאפט און אינדוסטריע די עקאנאמיע האט אבער שטארק געוואקסן זייט היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס די מערסט פארטגעשריטנע לאנד אין דרום מזרח אזיע אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט אום טן מיי האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד אינאיינעם מיט עסטלאנד און סלאוועניע ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע מען גראבט אויס בראם קאליום שוועבל און פאספאט און אויך נאטירלעכע גאז וואס מ האט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין קעגן די בארטנס פון חיפה און חדרה זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן איז א גרויסער פון ישראל ס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן ווי למשל היי טעק מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט ישראל האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארט סיסטעם די שאסייען זענען גוט און פארבינדן די שטעט און שטעטלעך פון לאנד דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס ישראל באנען האט א באן סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין אינטערנאציאנאלע פלוגפארט אויך איז דא א קלענערער פליפארט עבדה לעבן אילת אל על און אנדערע לופטליניעס פליען צו די פאראייניגטע שטאטן קאנאדע רוב לענדער פון אייראפע און טיילן פון אפריקע און אזיע ישראל האט דריי טיף וואסער פארטן חיפה אשדוד און אילת אין יאר שטייט די צאל פון די באפעלקערונג ביי איינוווינער זענען יידן און פון זיי זענען פרומע זענען אראבער מיט דרוזן און די איבעריקע זענען פון אנדערע פעלקער אריינרעכנדיג די מערב בערג און די עזה פאס שטייט די באפעלקערונג פון אידן און פאלעסטינער אין צוליב די קליינע וואוקס ראטע פון דיר אלגעמיינער אידישער באפעלקערונג און די העכערע וואוקס ראטע פון די פאלעסטינער און די פענאמענאלע וואוקס ראטע פון די חרדישע באפעלקערונג זענען מער ווי האלב פון די קינדער אין די שולעס אין מדינת ישראל נישט אריינרעכנדיג די מערב ברעג אדער חרדי ש אדער אראביש די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען ריכטיק פאר די אפיציעלע שפראכן פון ישראל זענען העברעיש די עיקר שפראך פונעם לאנד איז העברעיש וואס די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדן ישראל איז א לאנד פון אימיגראנטן און מען הערט פארשידענע שפראכן אויף די גאסן רוסיש און אמהאריש זענען זייער פארשפרייט צוליב די גרויסע אימיגראציע פון דעם געוועזענם סאוועטן פארבאנד און פון עטיאפיע מער ווי א מיליאן רוסיש רעדענדיקע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין ישראל צווישן די יארן און א קאנטינענט אדער וועלטטייל איז א גרויסע יבשה אויף דער ערד דער ערד איז אײנגעטײלט אף די פאלגנדע קאנטינענטן צוזאמען זיבן קאנטינענטן גרינלאנד דער גרעסטער אינזל אין דער װעלט געהערט צום קאנטינענט צפון אמעריקע אבער פאליטיש איז עס א טײל פון אײראפע צוויי קאנטינענטן מוזן נישט זיין גענצליך אפגעטיילט זיי זאלן האבן צוויי באזונדערע נעמען נאר אזויפיל אז ווען מ קוקט אויף דער מאפע זאל מען זען אז די צוויי זענען מער ווייניגער אפגעטיילט צבש צפון אמעריקע און דרום אמעריקע זענען נאטורליך באהאפטן מיט א דינעם פאס יבשה היינט זענען זיי אבער מער נישט באהאפטן צוליב דעם פאנאמא קאנאל אזוי אויך אזיע און אפריקע דרך ארץ פלשתים דורך דעם וועג זענען די אבות געגאנגען פון ארץ ישראל קיין מצרים למעשה קוקן אייראפע און אזיע נישט אויס פאר ן אויג ווי צוויי באזונדערע קאנטינענטן און ס זענען טאקע דא וואס רעכענען זיי פאר איין קאנטינענט גערופן אייראזיע די סיבה פארוואס מ האט זיי צוטיילט איז לכאורה צוליב דעם שווארצן ים וואס טיילט עטוואס אפ צווישן זיי וויבאלד מ האט דעמאלטס נישט געוואוינט אזוי שטארק אין צפון האט מען נישט געוואוסט אז דארט זענען זיי מחובר דאס ווארט קאנטינענט קומט פון לאטײניש װערטליק אנטהאלטנדע ערד בעצם אין דער תורה שטײט אײן יבשה און אײן ים פאר בערך זיבעציק יאר צוריק איז געװען א דייטשער געאלאג מיטן נאמען וועגנער און ער האט באמערקט אז אלע טרוקענישן איז ווי א פאזל דאס מיינט אז די שטיקל וואס שטעקט ארויס אינמיטן אפריקע קומט פונקט אריין צווישן די צוויי אמעריקאנע קאנטינענטן און די שטיקל וואס שטעקט ארויס פון אינמיטן אמעריקא קומט אריין אינמיטן אפריקע ווי א פאזל און ער האט טאקע געטראפן אז עס זענען דא זאכן געוויקסן און שטיינער ביי ביידע פלעצער וואס שטימט איינער מיטן צוויטען דאס מיינט אז עס איז אמאל געווען איינס און עס האט זיך צוטיילט תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי זי באדעקט א שטח פון דונאם מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען עיר ללא הפסקה וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק איר באפעלקערונג אין סוף איז א געשאצטע איינוווינער און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע און קולטורע שטאט אין ישראל אין תל אביב געפינען זיך די בערזע די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן און די גרויסע ישראל צייטונגען געגרינדעט אין יאר און מיט צוואנציג יאר שפעטער איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים זייענדיק דער פינאנציעלער צענטער אין ישראל מיט א גרויסער באפעלקערונג אין דעם מעטראפאליטען שטח איז דא א גאנץ מאדערנע שאסיי סיסטעם מיט עטליכע שאסייען וואס פארבינדן תל אביב צו די שטעט אין דעם אומגעגנט און נאך מערערע געגנטליכע שאסייען ווי זשאבאטינסקי גאס וואס פאנגט זיך אן אין פתח תקוה פארט אריבער בני ברק רמת גן און פארט אריין אין שטאט אין תל אביב זענען פאראן פיר באן סטאנציעס תל אביב צענטראלע באן סטאנציע איז די גרעסטע פון וואנעט באנען פארן ארויס צו אלע שטעט אין לאנד וואס האט גערעלסן תל אביב השלום באן סטאנציע תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע און תל אביב ההגנה באן סטאנציע אין תל אביב געפונט זיך די תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע פאר אויטאבוסן וואס דעקט כמעט דאס גאנצע לאנד און איז די גרעסטע סטאנציע אין דער וועלט פאר אויטאבוסן די ערשטע שטאטס רבנים האט מען מכתיר געווען אין יאר תרפג צווישן די יארן תרנא תרסב האט געדינט אלס רב אין שטאט הרב נפתלי הירץ הלוי נאך אים האט געדינט צווישן די יארן תרסד תרעד הרב אברהם יצחק הכהן קוק הרב בן ציון מאיר חי עוזיאל איז געווען דער אפיציעלער רב מטעם די טערקן פון יאר תרעא ער האט פארלאזט זיין אמט אין תרפא אשכנזישע הויפט רבנים ספרדישע הויפט רבנים תל אביב האט א שטאטראט מיט מיטגלידער די בירגערמייסטערס פון תל אביב זענען תל אביב איז צעטיילט אין ניין דיסטריקטן דער עלצטער דיסטריקט איז יפו אן אלטע פארט שטאט וואס ווערט דערמאנט אין תנך ספר יונה אין תרי עשר אנדערע דיסטריקטן זענען רמת אביב שכונת שפירא און נווה צדק הקריה איז די הויפטקווארטיר פון צהל און א גרויסע מיליטערישע באזע אין די ער און ער יארן האבן זיך באזעצט אין תל אביב דייטשע יידישע ארכיטעקטן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס ארום דעם שטאט צענטער געפינען זיך געביידעס אינספירירט דורך לע קארבוזיע יפו איז אן אלטע פארט שטאט דרום פון היינטיגן תל אביב זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט וואס די אצל האט איינגענומען די צפון טייל דערפון אין אפריל און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט דורכן ים קיין עזה דורכאויס דער מלחמה און פריער האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער אין דער דערנעבנדיקער תל אביב אין יאר האט די ישראל רעגירונג באשטעטיקט די פאראייניגונג פון תל אביב יפו פאר איין שטאט די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו און יעצט איז יפו א געגענט אין תל אביב אין די לעצטע פאר יאר גיט די תל אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער געביידעס וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל און א היסטארישער פארט וואס האט געברענגט דערצו אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן ווי תל אביב רמת גן פתח תקוה בני ברק חולון בת ים און נאך אסאך יפו אנטיקוויטיעס מוזיי אין די אלטע בלייבט זענען אנטפלעקט אין יפו די בלייבט פון א גליטשיק בערגל יפו ארום די היקסאס צייט יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג דאס פעלד וואס איז איצט אין די גארדאן גייט ראמסעס יישוב בלייבט זענען אנטפלעקט אין די שפעט יארהונדערט בק און דער ערשטער העלפט פון די יארהונדערט בק לייט בראנדז עפאכע צווייט העלפט פון די יארהונדערט בק און יארהונדערט בק בלייבט פון ציגל בנינים אויף שטיין יסודות יפו איז געווען ערשט דערמאנט אין פסוק אין פיז פון בק מצרי וואס באוס פון זיין קאנגקוועסט דורך ינערפיראנס טהוטמאסע ווו וואס געניצט א טראדזשאן פערד פאקוס באהאלט דעם ארמד מלחמה אין קערב און געבן געשאנק קערב צו דער גענעראל פון דער שטאט א דיטיילד באשרייבונג פון דעם מלחמה איז געבראכט פאפירוס כייראוגליפיק שרייבן בריטיש מוזיי אין לאנדאן די אמארנא אותיות צו געדענקען יפו פאראאניק נאמען ק ף און מצרים רולד דורך יפו און דורך ים ביז דער טה יארהונדערט בק מצרי בייזיין אין ישראל און רעהאבאאם פארבליבן בעשאס די יארהונדערט בק און דורך דעם בלייבט לייגן צו דער מצרי בייזיין האשאביאה לאסטיד ביז די יארהונדערט בסע אלט יפו איז געבויט אויף א פעלדז הויך א האלב אינדזל אז ארלנגיין דער ים פארפאסט פון ליימסטאון בערגל בערגל איז טייל פון דער מערב בארגרוקן איינער פון די דריי ינטערסעקטינג רידזשאז צוזאמען די בארטן פלוין פון ישראל אנדראמעדא שטיין און שטיינער ארום עס זענען אויך טייל פון דעם בארגרוקן נאד פון דער ים בארגרוקן אויף דעם ברעג יקספאוזד צו אקעאן כוואליעס און איז דערפאר אדורכגעגאנגען א פראצעס פון אברייזשאן און אברייזשאן טאבלעס בעדראק יקספאוזד אין די פארעם פון גרויס אקעאן כוואליעס בארדז שפילן זיי צפון ים מאפט די לוחות קענען ווערן געזען פון ברעג נאך זיי זענען טריינד פאר ביידינג די קונסט פון פילם איז געבוירן געווארן אין ווען די ברידער לומייער האבן באשאפן דעם ערשטן פילם זיי האבן געמאכט א פילם וועגן דעם ים ביים ערשטן פילם באשטראל אין האט מען געזען ווי א באן פארט אריין אין א סטאנציע מען דערציילט אז די באזוכער זיינען ארויסגעלאפן מיט שרעק פונעם זאל ווען זיי האבן געזען ווי די באן דערנענטערט זיך צו זיי אין די קומענדיקע יארן איז די קונסט געווארן מער פארגעשריטן און מען האט געשאפן אסך פילמען פאר דער הנאה פונעם עולם אין האבן די ווארנער ברידער ארויסגעגעבן דאס ערשטע רעדנדע פילם עס הייסט דער דזשעז זינגער און מען זעט דארט ווי יאסעלע ראזנבלאט זינגט א אידישן ניגון א נייעם פילם ווייזט מען אין קינאס נאך עטלעכע וואכן אדער מאנאטן טוט מען פארשפרייטן דעם פילם דורך אנדערע מעדיע אויף באצאל טעלעוויזיע קאבל טעלעוויזיע אדער אויף דיסקן שפעטער טוט מען ארויסגעבן דעם פילם אויף טעלעוויזיע סטאנציעס שטײט אף איר אלע װער ווי שקלאפן אין הונגער לעבן מוז אין נט דער גײסט ער קאכט ער רופט צו װאפן אין שלאכט אונדז פירן איז ער גרײט די װעלט פון גװאלדטאטן און לײדן צעשטערן װעלן מיר און דאן פון פרײהײט גלײכהײט א גן עדן באשאפן װעט דער ארבעטסמאן צוזונג דאס װעט זײן שן דער לעצטער און ענטשידענער שטײט מיט דעם אינטערנאציאנאל שטײט אף איר ארבעטסלײט ניין קיינער וועט אונדז ניט באפרײען ניט גאט אליין און ניט קיין העלד מיט אונדזער אייגענעם כלי זין דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט די גרויסע שטורעם טעג זיי וועלן נאר פאר טיראנען שרעקלעך זײן זיי קאנען אבער ניט פארשטעלן פון אונדז די העלע זונען שײן צוזונג דער ארבעטסמאן וועט זײן ממשלה פערשפרייטן אויף דער גאנצער ערד און פאראזיטן די מפלה באקומען וועלן פון זײן שווערד אראפ דעם יאך גענוג געליטן גענוג פארגאסן בלוט און שווייס צעבלאזט דעם פײער לאמיר שמידן כל זמאן דאס אײזן איז נאך הייס צוזונג אפריקע איז דער צווייטער גרעסטער קאנטינענט און האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג נאך אזיע פונעם ערד פלאנעט איר גרויסקייט איז קוואדראט קילאמעטער אנשליסנדיג אירע אינזלען וואס דעקט אפ פון דער ערד פלאנעט פלאך איר באפעלקערונג אנטהאלט מיליאן איינוווינער אין פון דער באפעלקערונג פון דער גארער וועלט דער קאנטינענט איז ארומגענומען מיטן מיטלענדישן ים אין צפון דעם סועץ קאנאל און דעם ים סוף אין צפון מזרח דעם אינדישן אקעאן אין דרום מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע אפריקע האט לענדער כולל דעם אינזל לאנד מאדאגאסקאר דאס גרעסטע לאנד לויט שטח איז אלזשיר און דאס גרעסטע לויט באפעלקערונג איז ניגעריע לויט יוסף בן מתתיהו איז דער נאמען אפריקע פון אפר אייניקל פון אברהם אבינו וועמנס קינדער האבן אינוואדירט ליביע רוב פון די אפריקענער קאנטינענט איז כמעט נישט געווען באקאנט פאר די מערב וועלט איינוואוינער ביז פאר בערך פינף זעקס הונדערט יאר צוריק אויסער די אויבערשטע טייל פון אפריקע ווי מצרים ליביע אלגיריה טוניזיע און מאראקא וואס די חלקים ווערן אויך דערמאנט אין תנך און חזל איז אבער די איבריגע טייל פונעם יבשה געווען כמעט גענצליך פארהוילן און אומבאקאנט פאר די דעמאלטס דיגע מערב וועלט געציילטע מענטשן פון אייראפע זענען אנגעקומען צו באזוכן דעם טייל פון אפריקע און צריקגעקומען פון דארט מיט שטוינענדע געשיכטעס איבער די ארטיגע ווילדע שבטים און מאדנע באשעפענישן וואס מען טרעפט דארט וואס דאס אלעס האט געווארפן א מיסטעריעזע בליק אויף דעם טייל וועלט און געברענגט מערערע טעאריעס און דמיונות איבער וואס עס קומט דארט פאר די אוראלטע היסטאריע פונעם צפונדיקן טייל פון אפריקע איז פארבונדן מיט די אנטוויקלונגען וואס האבן פאסירט אין אזיע און אייראפע אין דעם געגנט האבן אויפגעבליט עטלעכע קעניגרייכן ווי אוראלט עגיפטן די אוראלטע גריכן זענען געווען די ערשטע אייראפעישע וואס האבן אויסגעפארשט אפריקע אין דעם דרומדיקן טייל פון קאנטינענט איבער דעם סאהארא איז די היסטאריע געווען אינגאנצן אפגעריסן פון אנדערע ראיאנען פון דער וועלט די געזעלשאפט איז געווען צעטיילט אויף שבטים ווי למשל די באנטו און די בושמאנען אין יאר פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער באזיגט די פערסישע הערשאפט אין עגיפטן ער האט געגרינדעט די שטאט אלעקסאנדריע וואס איז געווארן נאך זיין טויט די הויפטשטאט פון דער מלוכה פון דער תלמי דינאסטיע בערך אין יאר האט זיך אנגעהויבן צו טון א געיעג דורך די אייראפעישע לענדער אנצוקומען קיין אזיע דורך די וואסער וואס אין רעזולטאט דערפון האט מען כידוע געטראפן דעם אמעריקאנעם קאנטינענט האט מען אויך פרובירט דאן צו גיין דורך דעם וואסער וואס נעמט ארום אפריקע וואס ביז דאן איז נאך קיינער נישט אהין געפארן נישט וויסענדיג וואס עס גייט דארט פאר אינמיטן די זוכענישן האט מען אויך אנטדעקט די איבריגע טייל פונעם אפריקאנעם קאנטינענט און זיי האבן געזען אז מען רעדט דא פון גאר ווערדפולע לענדער און שטחים האבן די אייראפעישע לענדער אנגעהויבן צו כאפן שטחים דערפון עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע געיעג און מערערע אייראפעישע לענדער האבן געשיקט זייערע מיליטער מיט מעכטיגע מלחמה שיפן און איינגענומען שטחים פונעם אפריקאנער קאנטינענט און עס גענומען פאר זיך צווישן זיי ציילט זיך די דעמאלטס דיגע גרויסמאכטן שפאניע פארטוגאל פראנקרייך איטאליע דייטשלאנד ענגלאנד בעלגיע און נאך די אורזאכן וואס האט געצויגן די פילע לענדער צו זוכען צו געוועלטיגן אויפן אפריקאנער טריקעניש איז געווען מערערע אנגעהויבן פון דעם אז דארט געפינען זיך באהאלטן מערערע נאטורליכע אוצרות ווי גאלד זילבער דיימאנטן און נאך פילע ווערטפולע מינעראלן און אויך וויבאלד דאן איז געווען זייער גאנגבאר דעם געדאנק פון קנעכטשאפט ווי מען האט געקויפט און פארקויפט שווארצע מענטשן זיי ניצנדיג פאר אלע סארט שווערע ארבעט וואס די ווייסע האבן נישט געהאלטן ביים טון דאס מסחר מיט די שווארצע האט געברענגט א גרויסע איינקונפט פאר דער וואס האט געהאנדעלט דערמיט דעריבער האבן די לענדער געזוכט צו האבן אינטער זיך שטחים ווי עס וואוינען די שווארצע סחורה כדי זיי צו ברענגן צו זיך אין לאנד וואס דאס אליינס איז געווען זייער נוצבאר און אויך כדי עס צו פארקויפן פאר אנדערע וואס דאס האט אריינגעברענגט גרויסע געלטער עס איז אנגעקומען צו אזא מצב אז כמעט דאס גאנצע קאנטינענט איז געווען באהערשט דורך די אייראפעישע פרעמדע אריינדרינגער אויסער צוויי לענדער עטיאפיע און ליבעריע איז די גאנצע אפריקאנער טריקעניש געווען אינטער די הערשאפט פון די ווייסע הערן פון אייראפע און זיי האבן דארט געטון כל אשר עלה בלבם הרעה אזוי האבן זיי פאר מערערע יארן אינטערגעדריקט זייערע שווארצע דריטע קלאס בירגער ווען די אפריקאנע צוריקגעשטאנענע איינוואוינער קענען נאר צוקוקן מיט כעס און פארדרוס אויף די שלעכטע אייראפעיער וואס האבן זיך דא אריינגעריקט און טוען מיט זייער ערד און קינדער וואס עס לוינט זיי אין דעם אנהייב פונעם טן יארהונדערט האט דער אראבישער כאליפאט זיך פארשפרייט אין עגיפטן און אין צפון אפריקע דער טייל פון אפריקע וואס איז דרום פונעם סאהארא האט זיך אנטוויקלט אפגעזונדערט פון אנדערע לענדער אין דער וועלט אין די טן און טן יארהונדערטער איז צפון אפריקע געווארן איין פאליטישער וועזן אונטער דער הערשאפט פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין דער זעלבער צייט האבן די אייראפעישע אימפעריעס אנגעהויבן זוכן גליקן אין אפריקע דרום פונעם סאהארא דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט קאלאניעס אין אפריקע איז געווען פארטוגאל נאכדעם פראנקרייך ענגלאנד און האלאנד שפעטער זענען געקומען די דייטשן איטאליענער בעלגער און שפאניער ביזן סוף פונעם טן יארהונדערט איז דער גאנצער קאנטינענט אחוץ עטיאפיע און ליבעריע געווען אין פרעמדע הענט פון די אטאמאנישע און אייראפעישע אימפעריעס די פרעמדע רעגירונגען האבן אויסגעניצט די רעסורטן פון אפריקע פאר זייערע צוועקן ערשט אין די יארן פון תשכ ביז תשמ האבן די אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אויפצוגעבן זייער קאנטראל אויף די פילע אפריקאנע לענדער און איינס ביי איינס עס איבערגעגעבן אין די הענט פון די שווארצע באפעלקערונג אז זיי זאלן זיך אליינס פירן זייערע לענדער למעשה איז דאן די גאנצע קאנטינענט אריינגעפאלן אין כאאס און בהלה ווען יעדער שבט און סעקטע וויל דעם בענקל פאר זיך צו רעגירן אויף זייער לאנד וואס דאס האט אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און בלוט פארגיסונגען וואס האלטן נאך אן ביזן היינטיגן טאג אין מערערע ערטער א דוגמא וואס עס האט זיך אפגעטון דאן אין אפריקע אין א צירקע פון צוואנציג יאר איז פארגעקומען אריבער זיבעציג אומאויסגעהאלטענע מאכט אריבערגענג אין דעם איינעם קאנטינענט די לעצטע צוויי פוטשן וואס זענען פארגעקומען אין אפריקע האבן פאסירט נישט לאנג צוריק די ערשטע איז געווען אין יאר תשעח אין דאס לאנד זימבאבווע ווען דאס מיליטער האט אנידערגעזעצט פון בענקל דעם אלטן ניינציג יעריגן דיקטאטאר וואס האט רעגירט אויפן לאנד ביז דאן פאר לאנגע יארן און אים ערזעצט מיט א צווייטן ביז דאס קומענדיגע פוטש און דאס צווייטע האלט נאך יעצט אינמיטן פארקומען אין די סודאן ווי פאר עטליכע וואכן צוריק האט מען אראפגעזעצט פון בענקל דעם לאנג יעריגער דיקטאטור באשור און יעצט באלאנגט די רעגירונג פאר די מיליטער און עס איז נישט קלאר צו זיי גייען אמאל אויפגעבן דעם בענקל און געבן די רעכט פאר די איינוואוינער פונעם לאנד צו אליינס אויסוועלן און באשטימען ווער עס זאל זיין זייער פירער די מיליטער טענה ט אז זיי דארפן מאכן אביסל סדר און ווארטן ביז מען וועט קענען ברענגן די לאנד צו דעמאקראטיע און דאן לאזן מאכן וואלן אבער די סודאנע בירגער האבן נישט צופיל טראסט אין די מיליטער און האלטן אז עס איז נאר אן אויסרייד און די מיליטער האט בכלל נישט אין פלאן אפצוטרעטן נאר אנשטאט באשור ביים רידער האט מען דארט די מיליטער דעריבער קומען נאך אלץ פאר העפטיגע הפגנות איבער די גאסן פונעם הויפט שטאט כארטום ווי די ארטיגע בירגער פארלאנגען פונעם מיליטער אפצוטרעטן און פאררופן פרייע וואלן און דאס אלעס ממש אין די יעצטיגע מינוטן ווען מיר שרייבן דאס עכפ עס איז נישט רוהיג דארט אין אפריקע די קללה פון שם אויף זיין חמ ן איז נאך אלץ בתוקפו רוב פון די שטאטס פארוואלטונג מעטאד אין אפריקע איז רעפובליק געפירט דורכן פרעזידענט אין די סוף ער יארן זענען א סך לענדער אין אפריקע געווען דיקטאטורן מיטן שטיץ פונעם ראטן פארבאנד פון די אנהייב ער יארן ביזן סוף ער יארן זענען פארגעקומען אין אפריקע מער ווי רעוואלוציעס א סך פון די פירער פון די לענדער האבן נישט געהאט קיין בילדונג אויך נישט קיין דערפארונג אין פירן א מדינה זייט דעם אנהייב ער יארן האבן עטלעכע לענדער אנגעהויבן צו רעפארמירן זייער מארק מער אויף דער סיסטעם פון קאפיטאליזם למשל אין אנגאלא האט געקאנטשעט די בירגער קריג אין נאך יאר און היינט אנטוויקלט די עקאנאמיע דארט גאנץ גיך אטייל איז דאס צוליב די נייע טעכנאלאגיעס ווי דער צעלפאן דאך זענען ווייניק לענדער דעמאקראטיעס די מערסטע דעמאקראטישע לענדער זענען דרום אפריקע קעניע מאלי גהאנע און סענעגאל דער אפריקאנער פארבאנד איז א פעדעראציע מיט מיטגלידער אלע לענדער אין אפריקע אויסער מאראקא דער פארבאנד איז געגרינדעט געווארן דעם טן יולי הויפטקווארטירט אין אדיס אבאבא עטיאפיע אפריקע איז דער ארימסטער קאנטינענט פון דער גארער וועלט די עקאנאמיע איז באזירט בעיקר אויף לאנדווירטשאפט און אויך א ביסל אויף אינדוסטריע מינעריי פאבריקאציע אינוועסטירונג באנקעריי קאמוניקאציע און אינפארמאציע טעכנאלאגיע די ארימסטע לענדער איבער דער וועלט געפינען זיך אין דעם קאנטינענט אריינגערעכנט די ניינצן ארימסטע לענדער פון ארום די וועלט און אפילו די לענדער וואס הייסן שוין דארט רייך איז עס אבער זייער ארים אקעגן די מערב וועלט לענדער אפילו די מער ארימע פון צווישן זיי די ארטיגע איינוואוינער לעבן ממש אויפן טאג און א גרויס טייל מענטשן לעבן נאר אויף די אייגן איינגעפלאנצטע פרוכט און גרינצייג וואס מען באארבעט מיט די אייגענע צוויי הענט בזעת אפך תאכל לחם כפשוטו און מיט דעם לעבט מען אויס דעם טאג און חודש און יאר רוב לענדער ווערן געפירט מיט גרויס קארופציע און געבן נישט פאר זייערע בירגער די מינדעסט וויכטיגע לעבנס געברויכן ווי געזונט בענעפיטן און עסן קרעדיט און אזוי ווייטער די פירערס זענען צומאל רייך און לעבן א פארשווענדערישע לעבן אבער זייערע בירגער האבן נישט אויף אויסצולעבן דעם טאג די לעצטע יארן האבן געזען א גיכע אנטוויקלונג פון דער עקאנאמיע אין דרום אפריקע און אין דעם איינגאס פון גינע אונטערן דרוק פון אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציעס ווי דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד האבן פילע לענדער אין אפריקע באוויזן צו ענדערן זייער עקאנאמיע און אצינד ווייזן זיי אויסזען פון פאזיטיוון וואוקס נאך דורות פון נעגאטיוון אדער נישטיקן וואוקס דאך האבן פארשיידענע ארגאניזאציעס קריטיקירט די טעטיקייטן פון די אינדוסטריאליזירטע לענדער אין אפריקע מיט דער טענה אז זיי טוען פאראייביקן די ארימקייט אינעם קאנטינענט דורך שאפן מאסיווע פראצענט טראגעדיקע חובות וואס די לענדער קענען נישט אויסהאלטן אפריקע איז דער גרעסטער קאנטינענט אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד ביזן טן יארהונדערט איז אפריקע געווען באהאפטן צו אזיע אין צפון מזרח אבער זייט מ האט געבויט דעם סועץ קאנאל איז אפריקע נישט באהאפטן צו קיין שום אנדערן קאנטינענט פון צפון קיין דרום באציט אפריקע קמ פון די קאפווערדישע אינזלען אין מערב ביז סאמאליע אין מזרח איז א ווייט פון קמ דער בארטן פון אפריקע איז לאנג קמ דאס גרעסטע לאנד אין אפריקע איז אלזשיר און דאס קלענסטע לאנד איז סיישעל אן ארכיפעלאג לעבן דעם מזרח בארטן פון אפריקע דער קאנטינענט אפריקע האט פארשיידענע קלימאטן פון טראפיש צו סובארקטיש אפריקע איז דער ווארעמסטער קאנטינענט אין דער וועלט און פון זיין שטח איז מדבר אפריקע פארלירט אירע וועלדער גאר גיך מער ווי פיר מיליאן העקטארן א יאר אפריקע האט א סאך מינים פון בעלי חיים צווישן זיי אנטעלאפ בופלאקס זעברע העלפאנד לייב זשיראף נאזהארן מאלפעס און היענעס מער ווי סארטן פון פיש לעבן אין די אזערעס און טייכן פון אפריקע די באפעלקערונג פון אפריקע איז געוואקסן פון מיליאן אין ביז ביליאן אין אין עטלעכע לענדער זענען מער ווי פון די איינוואוינער יונגער פון רעדער פון באנטו שפראכן זענען א מערהייט אין דרומדיקער צענטראלער און דרום מזרח אפריקע אויך אין גאבאן און עקוואטארישער גינע די אריגינעל פעלקער אין צפון אפריקע זענען געווען די בערבערן אין צפון מערב די עגיפטישע אין צפון מזרח און נילא סאהארישע אין מזרח אייראפעאישע קאלאניזאציע האט געברענגט גרויסע גרופע פון אזיאנער מערסטנס פונעם אינדישן סוב קאנטינענט צו בריטישע קאלאניעס אין דרום אפריקע געפינען זיך גרויסע אינדישע געמיינדעס מיט קלענערע אינדישע געמיינדעס אין טאנזאניע און קעניע אין אפריקע ווערן גערעדט היינט מער ווי טויזנט שפראכן אפריקע איז דער מערסטער פילשפראכיק קאנטינענט אין דער וועלט עכטע אפריקאנישע שפראכן ווערן צעטיילט אויף פיר פאמיליעס טויזנטער יאר איז דער גרויסער פיראמיד פון גיזא געווען די העכסטע סטרוקטור אין דער וועלט ביז ווען מ האט געענדיקט בויען לינקאן קאטעדראל אויך מערקווירדיק איז די חרובע שטעט גרויסע זימבאבווע די מוזיק פון אפריקע איז גאנץ פארשפרייט יעדער ראיאן האט זיין מוזיקאלישע טראדיציע די מוזיק פון צפון אפריקע האט גאר אן אנדער היסטאריע ווי די מוזיק פון אפריקע דרום פון דעם סאהארא דריי און פופציק אפריקאנישע לענדער האבן פוטבאל גרופעס עגיפטן האט די בעסטע פוטבאל גרופע אין אפריקע זיי האבן געווינען די אפריקע מייסטערשאפט זיבן מאל קריקעט איז שטארק פאפולער אין דרום אפריקע און זימבאבווע און אויך אין קעניע אויך אין נאמיביע און מאראקא שפילט מען קריקעט די הויפט רעליגיעס אין אפריקע זענען קריסטנטום איסלאם און טראדיציאנעלע אפריקאנישע רעליגיעס דער עלטסטער מעטשעט אין אפריקע איז דער גרויסער מעטשעט פון קיירואן געגרינדעט אין די עיקר באזוכטע לענדער דורך אויסלענדישע טוריסטן זענען בעיקר אויך עטיאפיע איז א גרויסע צוציאנגס ארט פאר טוריסטן צוליב די פילע אלטע היסטארישע קירכעס און רעליגיעזע געביידעס ווי אויך פאר די הערליכע פאנאראמישע בערג וואס זי פארמאגט און נאך אזיע איז דער גרעסטער און מערסט באפעלקערטער קאנטינענט פון דער ערד פלאנעט און געפינט זיך אים דעם צפונדיקן און דעם מזרחדיקן האלבקוגל אזיע באדעקט פון דער ערד ס אויבערפלאך שטח אדער פון דעם יבשה שטח און מיט בערך ביליאן מענטשן האט זי פון דער וועלט ס היינטיקער מענטשלעכער באפעלקערונג אין דעם סטן יארהונדערט האט די באפעלקערונג פון אזיע געמערט פיר מאל די ימען ארום אזיע זענען דער מיטלענדישער ים דער שווארצער ים דער אינדישער אקעאן צו דרום דער פאציפישער אקעאן צו מזרח און דער ארקטישער אקעאן צו צפון אזיע איז צעשיידט פון אייראפע מיט די קאווקאז בערג און די אוראל געבערג דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן אזיע באדעקט בערך פון דער וועלט ס יבשה און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער פון דער וועלט סבאפעלקערונג אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום און אנטהאלט ריזיגע פוסטע מדבריות ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן אזיע האט נישט קיין נאטירלעכע גרענעצן ווייל זי איז געאגראפיש פארבונדן מיט אייראפע אבער קולטורעל איז פאראן א גרוייסער ווייט צווישן זיי ס איז ברייט אנגענומען צו רעכענען די גרענעצן פון אזיע מזרח פון די סועץ קאנאל טייך אוראל און אוראל געבערג דרום פון די קאווקאז בערג קאספישן ים און שווארצן ים צו צפון פון אזיע געפינט זיך דער ארקטישער אקעאן צו מזרח דער פאציפישער אקעאן און צו דרום דער אינדישער אקעאן דער נאמען אזיע שטאמט פון אוראלטע צייטן די היסטאריע פון אזיע איז אין אמת ן די באזונדערע היסטאריעס פון מזרח אזיע דרום מזרח אזיע דרום אזיע און דעם מיטל מזרח אין די בארטן פעריפעריעס האבן זיך אנטוויקלט די אוראלטע ציוויליזאציעס פון דער וועלט יעדע איינע ארום א פרוכבארן טאל צווישן זיי מעסאפאטאמיע און דער אינדוס טאל ס איז מעגלעך אז זיי האבן געטוישט צווישן זיך וויסנשאפט און טעכנאלאגיעס ווי מאטעמאטיק און דעם ראד דער איסלאמישער כאליפאט האט איבערגענומען דעם מיטל מזרח און צענטראל אזיע ביי דער איסלאמישער עקספאנסיע אינעם טן יארהונדערט די מאנגאלישע אימפעריע האט איינגענומען א גרויסן טייל פון אזיע אין דעם טן יארהונדערט א שטח פון כינע ביז אייראפע דער שווארצער טויט פון די שווערסטע פאנדעמיעס אין דער מענטשלעכער היסטאריע האט אנגעהויבן אייגענטלעך אין די פארטריקנטע פלוינען פון צענטראל אזיע פון וואנעט ער איז ווייטערגעגאנגן אדורך דער זיידן גאס די רוסלענדישע אימפעריע האט זיך אנגעהויבן פארגרעסערן אין אזיע פונעם טן יארהונדערט און ענדלעך האט זי געהערשט איבער גאנץ סיביר און דעם גרעסטן טייל פון צענטראל אזיע ביים סוף פונעם טן יארהונדערט די אטאמאנישע אימפעריע האט געהערשט איבער אנאטאליע דעם מיטל מזרח צפון אפריקע און די באלקאן לענדער פונעם טן יארהונדערט אינעם טן יארהונדערט האט די איסלאמישע מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער א גרויסן טייל פון אינדיע אינעם טן יארהונדערט האבן די מאנטשו איינגענומען כינע און זיי האבן געגרינדעט די טשינג דינאסטיע אזיע איז דער גרעסטער קאנטינענט אויף דער ערד זי באדעקט פון דער ערד ס גאנצן אייבערפלאך פון דער יבשה און האט די גרעסטע בארטן ליניע לאנג קילאמעטער אזיע איז פלאצירט מזרח פונעם סועץ קאנאל און די אוראל בערג און דרום פון די קאווקאז בערג און די קאספישער און שווארצער ימען אזיע גרענעצט זיך צו מזרח מיטן פאציפישן אקעאן צו צפון מיטן ארקטישן אקעאן און צו דרום מיטן אינדישן אקעאן אזיע איז צעטיילט אין לענדער צוויי דערפון רוסלאנד און טערקיי זענען טייל אין אייראפע אזיע האט פארשידנדיקע קלימאטן און געאגראפיע אין סיביר האט מען ארקטישן קלימאט אבער דרום אינדיע און דרום מזרח אזיע האבן א טראפישן קלימאט דער לענגסטע טייך אין אזיע איז דער יאנגצע טייך אין כינע די הימאלייע צווישן נעפאל און כינע איז די העכסטע בארג קייט אין דער וועלט אזיע האט דעם צווייטן גרעסטן ווערד פראדוקט פון די קאנטינענטן נאך אייראפע אבער דעם גרעסטן ווען געמאסטן לויטן גלייכן קויפקראפט אין זענען געווען די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיעס אין אזיע די פון כינע יאפאן אינדיע דרום קארעע און אינדאנעזיע אין די שפעטערדיקע ער און פריערדיקע ער יארן זענען די עקאנאמיעס פון כינע און אינדיע געוואקסן געשווינט ביידע מיט א דורכשניטלעכער יערליכער געוואוקס ראטע פון מער ווי אנדערע לענדער אין אזיע וואס וואקסן גיך זענען ישראל מאלייזיע אינדאנעזיע באנגלאדעש די פיליפינען פאקיסטאן וויעטנאם מאנגאליי אוזבעקיסטאן און ציפערן און מינעראל רייכע לענדער ווי קאזאכסטאן טורקמעניסטאן איראן ברוניי פאראייניגטע אראבישע עמיראטן קאטאר קואווייט סאודי אראביע באכריין און אמאן אנגוס מאדיסאן שרייבט אז די טויזנט יאר פאר יאר האט אינדיע געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט כינע האט געהאט די גרעסטע און מערסט פארגעשריטענע עקאנאמיע אין דער וועלט דורך א גרויסן טייל פון איר היסטאריע ביז די בריטישע אימפעריע אחוץ אינדיע האט זי איבערגעיאגט אינמיטן דעם טן יארהונדערט עטלעכע יארצענדלינגען אין דעם סטן יארהונדערט האט יאפאן געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין אזיע און די צווייטע גרעסטע פון אלע לענדער אין דער וועלט אריבערשטייגנדיג דייטשלאנד אין און דעם סאוועטן פארבאנד אין דאס האט געצויגן ביז ווען כינע האט איבערגעיאגט יאפאן צו ווערן דער וועלט ס צווייטע גרעסטע עקאנאמיע דרום קארעע טייוואן האנג קאנג און סינגאפור האבן אלע די סטאטוס היינט פון אנטוויקלטע לענדער דער שטערקסט אנטוויקלט האנדל בלאק אין אזיע איז דער פארבאנד פון דרום מזרח אזיאטישע פעלקער אזיע איז אבער דער גרעסטער קאנטינענט אין דער וועלט און איז רייך אין נאטירלעכע רעסורסן ווי נאפט וועלדער פיש וואסער רייז קופער און זילבער טראדיציאנעל איז פאבריקאציע איז אזיע געווען דאס שטערקסטע אין מזרח און דרום מזרח אזיע ספעציעל אין כינע טייוואן דרום קארעע יאפאן אינדיע די פילפינען און סינגאפור אין האט אזיע געהאט מיליאנערן דה מענטשן וואס פארמאגן מער ווי מיליאן אחוץ די הייזער וואו זיי וואוינען קעגן צפון אמעריקע מיט מיליאן אין איז די באפעלקערונג פון אזיע געווען ביליאן נעפאל א לאנד אין דרום איזע האט זיך באוועגט דאס גיכסטע זייט בעיקר אין געזונט און בילדונג היינט איז די לעבנס ערווארטונג יאר מער ווי אין די ער יארן מער ווי פראצענט פון קינדער לערנען אין אן עלעמענטאר שולע היינט קעגן פראצענט פאר פערציג יאר אין אזיע זענען פאראן עטלעכע שפראכן פאמיליעס רוב לענדער אין אזיע האבן מער ווי איין שפראך וואס איז א מוטערשפראך אין אינדאנעזיע רעדט מען מער ווי שפראכן אין אינדיע מער ווי און אין די פיליפינען מער ווי די פארשידענע פראווינצן פון כינע האבן אסאך שפראכן און דיאלעקטן די רעליגיעס הינדואיזם בודהיזם דזשייניזם און סיקהיזם שטאמען אלע פון אינדיע אין דרום אזיע אין מזרח אזיע איבערהויפט אין כינע און יאפאן האבן אנגעהויבן די רעליגיעס קאנפוציאניזם טאאיזם און זען בודהיזם די גרעסטע רעליגיע אין אזיע איז איסלאם אויך איז פאראן קריסטנטום אין דער מערהייט פון לענדער אין אזיע יידישקייט טרעפט מען אין ישראל מיט זיבן מיליאן יידן אויך אין א טייל אנדערע לענדער זענען דא יידן למשל אין האנג קאנג די מעשה וועגן דעם מבול ווערט דערציילט אין דער תורה אויך אין אנדערע מקורות ווערט די מעשה געברענגט אין דער מעסאפאטאמישער מיטאלאגיע ווערט דער מבול דערמאנט אינעם גילגאמעש עפאס אויך אין אינדישער מיטאלאגיע און כינעזישער מיטאלאגיע ווערט דערמאנט דער מבול יידישקייט געפינט זיך מערסטנס אין ישראל דאס היסטארישע היימלאנד פונעם יידישן פאלק בערך העלפט פון די יידן היינט אין ישראל שטאמען פון לענדער אין אזיע און אפריקע ספרדים קעגן העלפט וואס קומען אייראפע און צפון אמעריקע מערסטנס אשכנזים קריסטנטום איז גאנץ פארשפרייט ארום אזיע אין די פיליפינען און מזרח טימאר איז קאטאליציזם די הערשנדיקע רעליגיע אריינגעברענגט דורך די שפאניער און די פארטוגעזער דזשייניזם געפינט זיך מערסטנס אין אינדיע סיקהיזם געפינט זיך אין אינדיע און אויך אין אינדישע געמיינדעס אין דרום מזרח אזיע טאאיזם געפינט זיך אין כינע טייוואן מאלייזיע און סינגאפור זייט דער צווייטער וועלט מלחמה האבן פאסירט אין אזיע דער ערשטער נאבעל פריז געווינער פון אזיע איז געווען ראבינדראנאט טאגאר א בענגאלישער דיכטער דראמאטורג און פארפאסער פון סאנטיניקעטאן היינט אין מערב בענגאל אינדיע ער איז באלוינט געווארן אין מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור אויך האט ער געשריבן די נאציאנאלער הימענס פון באנגלאדעש און אינדיע צווישן די אזיאטישע פארפארסער וואס זענען געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז זענען יאסונארי קאוואבאטא יאפאן און מא יאן כינע אנדערע אזיאטישע נאבעל פריז געווינער זענען סובראהמאניאן טשאנדראסעקאר אבדוס סאלאם ישראל אוימאן מנחם בעגין אהרן טשעכאנאווער אברם הערשקא דניאל כהנעמאן שמען פערעס יצחק ראבין עדה יאנאט און קים דיי דזשונג די רעפובליק פון די פיליפינען איז אן ארכיפעלאג פון אינזלען אין דרום מזרח אזיע איר הפטשטאט איז מאנילא די פיליפינען איז דאס טע מערסטע באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט מיט אומגעפער מיליאן איינוואוינער די פיליפינען זענען אן ארכיפעלאג וואס באשטייט פון עטלעכע אינדזלען מיט א סה כ לאנד שטח כולל אינלענדישע קערפער פון וואסער פון ק מ מיט ק מ פון בארטנליניע איז עס דאס לאנד מיט דער פינפט לענגסטע בארטנליניע אין דער וועלט דאס לאנד איז פלאצירט צווישן די מערידיאנען און און די גארטל ליניעס און און גרענעצט דעם פיליפינען ים צו מזרח דעם דרום כינע ים צו מערב אום דעם צעליביס ים צו דרום דער אינזל בארנעא געפינט זיך א פאר הונדערט קילאמעטער דרום מערב און טייוואן איז פלאצירט גראד צפון די מאלוקו אינזלען און סולאוועסי זענען פלאציריט דרום דרום מערב און פאלאו איז פלאצירט צו מזרח פון די אינדזלען סיאטל ענגליש איז די גרעסטע שטאט אין צפון מערב פון די פאראייניגטע שטאטן און געפינט זיך אינעם וואשינגטאן שטאט אומגעפער קמ דרום פונעם קאנאדע פאראייניגטע שטאטן גרענעץ אין סיאטל געפינען זיך עטלעכע קאלעדזשן און אוניווערסיטעטן די מערסט באקאנטע זענען אוניווערסיטעט פון וואשינגטאן און סיאטל אוניווערסיטעט עס הערשט שוין דארטן א אידישע פרומע ארטאדאקסישע געמיינדע צום פריהסטן נאך פון בעפאר דער צווייטער וועלט קריג עס געפינט זיך דארט א ספרדישע געמיינדע וואס באשטייט פון עטליכע הונדערט פאמיליעס וועלכע קומען ארגינעל פון סאלאניקי און האבן פון דארט זייער מסורה היינט צו טאג איז שוין כמעט נישט פארהאן קיין יידיש רעדער אין סיאטל ס איז אבער פארהאן א קליינע גרופע יידן וואס טרעפן זיך איינמאל א מאנאט אינעם לאקאלן מושב זקנים צו שמועסן און רעדן וועגן יידיש און צומאל אויף יידיש יהודה בארקאן סטן מערץ סטן אקטאבער איז געווען אן ישראלדיקער אקטיאר פראדוצירער רעזשיסאר און סצענאר שרייבער ער איז באקאנט געווארן אין די ער און די ער פאר די קונץ מאכעריי פראגראמען וואס ער האט געשריבן און רעזשיסירט און אויך פאר זיינע ראלעס אין בורעקאס פילמען ווי אבא גנוב צ רלי וחצי און חגיגה בסנוקר ער האט געוואונען דעם מפעל חיים פריז פון די ישראלדיקע פילם אקאדעמיע בארקאן האט געשפילט אין באקאנטע פילמען צוזאמען מיט אנדערע בארימטע אקטיארן ווי זאב רווח ניצה שאול און טוביה צפיר בארקאן איז געבוירן געווארן אין נתניה אין יאר מיטן נאמען יהודה יחזקאל בערקאוויטש אין האט בארקאן חתונה געהאט צום צווייטן מאל פון דעם זיווג האט ער דריי קינדער אין די אנהייב ער יארן איז בארקאן געווארן א בעל תשובה און האט חתונה געהאט מיט זיין דריטן זיווג זיי האבן זיך געצויגן צום רעליגיעזן מושב זידלונג בית גמליאל בארקאן איז נפטר געווארן דעם סטן אקטאבער צוליב קאוויד בודהיזם אדער בודאהיזם איז א רעליגיע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך גאוטאמא סידהארטא שקיאמוני דער בודא די דאזיקע רעליגיע פארטוט זיך מיטן גייסטליכקייט און לערנט ווי צו רוהיג זיין אן קיין פיין בודהיזם איז איינע פון די גרעסטע רעלעגיעס אויף דער וועלט דער אנפאנג פון בודאיזם איז געווען אין דעם פינפטן יארהונדערט פאר דער איצטיקער צייטרעכענונג עס איז געווען מיט סידהארטא דער אינדיאנער פרינץ וואס איז איין טאג געגאנגען ארויס פון זיין פאלאץ און געזען וויפל ווייטיק איז דא אויף דער וועלט האט ער פארזיכט א וועג צו העלפען מענטשען אין דער וועלט און צום סוף איז ער געקומען מיט בודאיזם וואס לערנט אז די גאנצע וועלט איז נאר א חלום און די וועג צו גאולה איז דורך מעדיטאציע און זוכן נירוואנע ס איז דא צוויי גרויסע טיילן פון בודאיזם איין איז טעראוואדע וואס געפינט זיך אין דרום מזרח אזיע און דער אנדערער איז מאהאיאנע וואס געפינט זיך אין טיבעט כינע און יאפאן דווקא אין אינדיע וואו בודהיזם אין געבוירן געווארן איז נישטא קיין סך בודהיסטן פיזיק פון אלטגריכיש פיזיקע עפיסטעמע וויסן פון נאטור איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען מאטעריאל און קראפט געוויינטלעך ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור אדער אין אנדער ווערטער צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן אסטראנאמיע די עלטסטע וויסנשאפט איז א טייל פון פיזיק אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור פילאסאפיע צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט ווי כעמיע און ביאלאגיע בשעת דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע אין דעם טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין פיזיק איז זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס ווי עראפלאנען טעלעוויזיעס קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן מעכאניק א צווייג פון פיזיק האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע אימפעט לאדונג און פאריטעט אסטראנאמיע איז די עלטסטע נאטור וויסנשאפט די שומערן און די אוראלטע עגיפטער האבן שטודירט די שטערן מערסטנס כדי פאראויסזען געשעענישן און ווי א טייל פון זייער רעליגיע די ערשטע בבלישע שטערן מאפעס האט מען געמאכט בערך אין יאר פאר דער רעכענונג אז אסטראנאמישע געשעענישן זענען פעריאדיש האבן שוין די בבליים געוואוסט זייער פארשטאנד איז נישט געווען וויסנשאפטליש אזוי ווי מען פארשטייט דאס היינט אבער זייערע אבזערוואציעס האבן באאיינפלוסט שפעטערע אסטראנאמיע פיל אסטראנאמיע שטאמט פון מעסאפאטאמיע מלכות בבל אוראלט עגיפטן און אוראלט גריכנלאנד אסטראנאמען פון עגיפטן האבן געבויט מאנומענטן וואס האבן געוויזן ווי הימלישע קערפערס באוועגן זיך די נעמען פון די שטערן גרופעס אין דעם צפון האלבקיילעך שטאמען מערסטן פון גריכישע אסטראנאמען פיזיק איז געווארן א באזונדערע וויסנשאפט ווען די פריער מאדערנע אייראפעער האבן געניצט עקספערימענטאלישע און קוואנטיטאווע מעטאדן צו אנטפלעקן וואס מען רופט היינט די געזעצן פון פיזיק די הויפט אנטוויקלונגען אין דער דאזיגער תקופה שליסן איין טוישן דעם געאצענטרישן מאדעל פון דער זון סיסטעם מיט דעם העליאצענטרישן קאפערניק מאדעל די געזעצן פון דער באוועגונג פון פלאנעטארישע קערפערס וואס יאהאנעס קעפלער האט פעסטגעשטעלט צווישן און פיאנער ארבעט אויף טעלעסקאפן און אבסערווירטע אסטראנאמיע דורך גאלילעא גאלילעאי אין די טער און טער יארהונדערטער און אייזיק ניוטאנ ס אנטדעקונג און פאראייניקונג פון די געזעצן פון באוועגונג און אוניווערסאלע גראוויטאציע וואס טראגן היינט זיין נאמען ניוטאן האט אויך אנטוויקלט דעם קאלקולוס די מאטעמאטישע שטודיע פון ענדערונג וואס האט פארזארגט נייע מאטעמאטישע מעטאדן צו לייזן פראבלעמען אין פיזיק פון דעם אנהייב פונעם טן יארהונדערט איז טערמאדינאמיק אנטוויקלט געווארן דורך בויל יאנג און אנדערע אין האט דניאל בערנולי אוועקגעלייגט די יסודות פון סטאטיסטישער מעכאניק אין האט טאמפסאן אילוסטרירט ווי ארבעט קען ווערן געענדערט צו היץ און אין האט דזשול פארמולירט דעם געזעץ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע איןיאר האט ווילהעלם קאנראד רענטגעןהאט אנטפלעקט רענטגען שטראלן וואס זענען פאקטיש עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס מיט א הויכן פרעקווענץ ראדיאאקטיוויטעט איז אנטפעלקט געווארן דורךאנרי בעקערעל און איז געווארן ווייטער געפארשט דורך פיער און מארי קירי און אנדערע דאס האט אוועקגעשטעלט די באזיס פארן פעלד פון קערנפיזיק מאדערנע פיזיק האט אנגעהויבן אין דעם אנהייב סטן יארהונדערט מיט דער ארבעט פון מאקס פלאנק אין קוואנטן טעאריע און אלבערט איינשטיינ ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט די ביידע טעאריעס זענען געווארן אנטוויקלט צוליב אומפונקטלעכקייטן אין קלאסישער מעכאניק אין געוויסע סיטואציעס קלאסישע מעכאניק האט פאראויסגעזאגט אן ענדערבאר גיך פון ליכט וואס איז א סתירה צו דער קאנסטאנטער גיך פון ליכט פאראויסגעזאגט דורך מאקסוועל ס גלייכונגען פון עלעקטראמאגנעטיזם דאס איז געווארן פארראכטן דורך איינשטיינ ס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט וואס פארבייט קלאסישע מעכאניק פאר קערפערס וואס באוועגן זיך גיך און נעמט איין א קאנסטאנטע גיך פון ליכט שווארצער קערפער שטראלונג האט פארזארגט נאך א פראבלעם פאר קלאסישער פיזיק וואס איז געווארן פארראכטן ווען פלאנק האט פארגעשטעלט אז די אנטוועקונג פון מאטערישע אסצילאטארן איז מעגלעך נאר אין דיסקרעטע טריט פראפארציאנעל צו זייער פרעקווענץ צוזאמען מיטן פאטא עלעקטרישן עפעקט און א קאמפלעטער טעאריע וואס האט פאראויסגעזאגט דיסקרעטע ענערגיע ניוואען פון עלעקטראן ארביטאלן האט דאס געפירט צו דער טעאריע פון קוואנטן מעכאניק וואס האט איבערגענומען פון קלאסישער פיזיק פאר קליינע דיסטאנצן מוחמד האט אנגעגעבן אז ער האט געהאט א חזיון פון מלאך גבריאל וועלכער האט אים מבשר געווען די בשורת האמונה און אים אנגעבאטן דאס צו פארשפרייטן מוחמד האט באלד דערנאך אנגעהויבן צו פארשפרייטן די נייע רעליגיע און האט זיך געשאפט פילע נאכפאלגער דאס ערפאלג פון דער נייער באוועגונג האט אים געגעבן שטיצע אויף אנצוגיין ווייטער און מוחמד האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין איבער צו פירן אלע מענטשן פון זיין לאנד און דערנאך פון די ארומיגע לענדער צו זיין גלויבן דאס איסלאמישע גלויבן האט געפועל ט אויף צו פאראייניגן דאס אראבישע פאלק וועלכע זענען ביז דאן געווען פארשפרייט אין פילע שבטים איבער די מדבריות פון אראביע און זיי אויפגעבויעט אלץ א מעכטיגע סאציעלע און מיליטערישע קראפט א גייסט פון קנאות האט געשוועבט צווישן די ניי גלויביגע מוסולמענער און זיי האבן זיך אנגעגארטלט צו פארשפרייטן איסלאם צו אלע פעלקער ארום דאס האט געפירט צום אויפבוי פון דעם אראבישן אימפעריע אונטערן פירערשאפט פון דעם קאליף און האט אריינגענומען פילע לענדער אין אזיע ביז אין ווייטן אייראפע עס איז דא הײנט אין דער װעלט אומגעפער מיליארד מוסולמענער דאס איסלאמישער גלויבן פארלאנגט מען זאל גלויבן אין איין איינציגער גאט און אין זיינע נביאים זיי נעמען אן אלע נביאים פון דער תנך אריינגערעכנט די אבות משה שמואל דוד וכדו אויך גלייבן זיי אין דעם ברית חדשה פון די קריסטן און האלטן אז ישו הנוצרי איז געווען א נביא אבער נישט קיין גאט זיי גלייבן אז מוחמד איז געווען דער לעצטער נביא און עס איז א פליכט אויף דער מענטשהייט אנצונעמען זיינע לערנונגען אלץ די רייד פון גאט זיינע לערנונגען זענען געווארן אפגעשריבן אין דעם קוראן וועלכע איז דאס הייליגע בוך פאר מוסולמענער איסלאם פארלאנגט טריישאפט צו די פאלגענדע פינף הויפט פרינציפן שאהאדא עדות זאגן סהדא דער וויכטיגסטער פרינציפ אין איסלאם איז צו ערקלערן מיטן מויל אז קיינער איז נישט ווערט מען זאל אים דינען נאר גאט אליין און אז מוחמד איז דער שליח פון גאט דער פרינציפ מוז געזאגט ווערן ביי יעדן תפלה און מיט דעם דעקלעראציע ווערט א נישט מוסולמענער אפיציעל אריבער געברענגט צו איסלאם סאלאת געבעט צלאה מוסולמענער מוזן אפרעכטן סאלאת תפלות פינף מאל א טאג אלץ אן אקט פון שעבוד און קבלת עול צו גאט דאס ברויך דינען אלץ א דערמאנונג אויף זיך צו פירן אויפ ן גוטן וועג און זיך צוריקהאלטן פון שלעכטס דאס אפרעכטן די תפלות האט א ספעציעלן סדר וועלכע רעכנט אריין ווידוי בפה מיט קניען און בוקען וואס מוסולמענער גלייבן אז דער מלאך ג יבריל גבריאל האט אויסגעלערנט פאר מוחמד זאקאת געבן צדקה זכאה געבן צדקה פאר ארימעלייט און אנדערע באדערפנדע מוסולמענער פון דעם אייגענעם רכוש דער פרינציפ איז געמאכט אויף צו פארגרינגערן עקאנאמישע שוועריגקייטן און אויף צו פארמיידן אומגלייכהייט ביי מענטשן צאום פאסטן צום מוסולמענער זענען אנגעבאטן צו פאסטן אין דעם חודש פון ראמאדאן עס איז דאן פארבאטן צו עסן טרינקען אדער פירן געשלעכט פון אינדערפרי ביז ן זון אונטערגאנג אין דעם חודש ווערט מען אנגעבאטן זיך אריינצוקלערן אין די מעשים וואס מען טוט און זיך ספעציעל צוריקהאלטן פון זינד און זיך פארנעמען גלייכע פירונגען אויפ ן עתיד חאג פייערונג חג דער חאג איז דער געבאט אויף עולה רגל צו זיין כאטשיג איין מאל אין לעבן צו דעם קאאבא אין דער איסלאמישע הייליגע שטאט מעקא דער חאג קומט פאר אין דעם חודש דו אל כידזא און איז א געבאט פאר יעדער מוסולמאן וואס קען דאס פיזיש און פינאנציעליש מקיים זיין ראש השנה איז א יידישער יום טוב אין דעם ערשטן טאג פון דעם יידישן יאר אנהייב חודש תשרי און דער זיבטער חודש לויט דעם קאלענדער אין דער תורה וואס פאנגט אן ציילן פון חודש ניסן אין דער קריסטלעכע צייט רעכנונג פאלט אויס ראש השנה אין סעפטעמבער אדער אקטאבער אין דעם טאג פייערט מען דער אנפאנג פון יאר און מען איז ממליך דער גאט פון די וועלט אויך ווערט גערעכנט דער טאג אלס א יום הדין אזוי ווי עס שטייט אין חזל דער יום טוב איז צוויי טעג אין גולה ווי אויך אין ארץ ישראל אנדערש פון אנדערע ימים טובים זעט ראש חודש ראש השנה איז דער אנפאנג פון די צען טעג עשרת ימי תשובה וואס מיט דעם פאסט טאג יום כיפור טוהען זיי זיך ענדיקן אויך ווערט די צייט גערופן ימים נוראים דער מקור פון דער יום טוב איז אין די תורה ערב ראש השנה איז דער מנהג אז יעדער איינער איז מתיר נדר פאר דריי מענטשן די קינדער זענען געקומען קיין גרסבריטאניע מערסטנס אין און עס האט איר לעבן געשפארט נאכן חורבן אייראפע זינד אײניק פון דען קינדער צו ישראל אבער אנגעקומען דאס די מײסטערן פונעם גרס בריטאניע און אמעריקע זינד דער בריטישער ניקאלאס ווינטאן האט אליין ארגאניזירט א קינדער טראנספארט פון קינדער פון טשעכאסלאוואקיי אין באנען קיין בריטאניע ווען דייטשלאנד האט אטאקירט פוילן און די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן האט געענדיגט די קינדערטראנספארט אקציע דאך האט מען אדורכגעפירט נאך א טראנספארט ווען די האלענדישע לאסטשיף מיט קינדער איז אריבערגעגאנגען דעם ענגלישן קאנאל דעם טן מיי אונטער דייטשער שיסעריי פון מאשינביקסן און ענדלעך האט די שיף געאנקערט אין ליווערפול דער באראן מאנטעסקיע און אין העברעאיש הברון מונטסקייה א פראנצויזישער פילאסאף געבוירן אין געשטארבן אין ער איז בארימט מיט זיין פארמולירונג פון דער טעאריע אז די מלוכישע שררה מוז צעטיילט ווערן אויף דריי אפגעזונדערטע אומאפהענגיקע אינסטאנצן געזעץ געבונג מישפט פירונג און רעגירונג דער דאזיקער פרינציפ איז אנגענומען געווארן אלס זעלבסטפארשטענדלעכע חכמה אין דער מאדערנער אויפפאסונג פון געזעלשאפטלעך פאליטישער אויספורעמונג פון מלוכהשאפט און איז פארווירקלעכט געווארן אין א סך דעמאקראטישע מערסטנס מערב דיקע מלוכות אין דער וועלט זיין סאמע וויכטיגע יצירה איז דאס בוך פאם גייזט דער געזעטע די נשמה אויף די טיפפונקטע אין א פראדוקט פןן צוואנציק יאר ארבעט ער האט דערקלערט דעם אונטערשיד צווישן דריי ערליי פארמען פון מלוכות ער זאגט אז די בעסטע מלוכה איז די רעפובליק אבער אום צו זיכערן די פרייהייט פון מענטשן דער שטאט מוז צוישען דען דריי אויטאריטען צו טרענען אונד אויף דיזע וייזע צו זיכערן דאס עס גלייכגעוויכט אונד ברוכע צוישען אינען גיבט די אדמיניסטראטיווע קרעפטע וארען רעגירונגס מאכט אבטייל דאס לעגיסלאטיוו די עקסעקוטיוו און דער געריכטזוף העברעאיש רשות שופטת דיזע קרעפטע זאלטען אויף אונטער דען דריי קלאסען געטיילט וערדען די ער געזען האט אלס בעזיצע דאמיט יעדעס איינע קראפט אובער די אנדערען האטע צו מיינט איר פארלאמענט איז דאס הויז וואו עס זיצן די פארלאמענטע מיטגלידער כדי צו באוואכן די אקציעס פונעם רעגירונג און אויב זיי ווילן קענען זיי אומווארפן די רעגירונג און פאדערן נייע וואלן אבער געווענטלעך איז דא א קאאליציע וואס וויל נישט אומווארפן די רעגירונג עס זיינען דא פארלאמענטן אין געוויסע מדינות ווי צ ב אין מדינת ישראל וואס די חברי כנסת באשטימען אויך די געזעצן פונעם רעגירונג ד ה דער געזעץגעבער אויטאריטעט מיט דער אויספירער אויטאריטעט זיינען ענדליך זעט אויטאריטעט צעטיילונג און נאר דאס געריכט איז אייניג א פארלאמענט איז א לעגיסלאטורע הויס בעזונדערס אין די לענדער זידעם סיסטעם איז רעפובליק אדער דעמאקראטיע דער נאמען איז פון דעם פראנצויזישן ווארט פארלע וואס איז טייטש זאגן דאס בריטישע פארלאמענט איז געווען דאס ערשטע פארלאמענט אין דער וועלט דאס בריטישע פארלאמענט איז די מאדעל וור די אנדערשטען פארלאמענטישע סיסטעמע און זיינע טאטען האבן א סאך אנדערע פארלאמענטן געשאפן דאס ערשטע ענגלישע פארלאמענט וורדע ווערנד דער רעגיערונג פון קעניג הענרי דער דריטער אים יאהרהונדערט געבילדעט די פארלאמענטע מיטגלידער זינד די מענער און די פרויען די דען טיפפונקט אין די מדינה אים שטאט מאכען זי זינד און שטאטזאנגעהעריגען אדער רעגיאנאלע וואלען געוואהלט העברעאיש בחירות דער מיניסטערפרעזידענט העברעאיש ראש ממשלה פון די נאציאן איז פאסט אימער דער לײטער פון די מעהר גרויסע פארטי אים פארלאמענט פארלאמענט קענען מיט קאנגרעס אדער סענאט אלס דאס מאדעל פון אמעריקע זײן דאס ישראלישע פארלאמענט איז די כנסת וואס האט דעפוטאטן אריאל שרון אדער אריק שאראן ה אדר תרפח סטן פעברואר י שבט תשעד טן יאנואר איז געוועזן דער עלפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל ער האט געהערשט פון יאר ביז יאנואר אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכוד ס פארטיי פון סעפטעמבער ביז נאוועמבער אין נאוועמבער האט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה אבער באלד אום יאנואר האט אים אן אנפאל אנגעכאפט און ער איז אין שפיטאל אריין אום אגוסט האט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן התנתקות און עוואקואירט אין משך טעג יישובים אין עזה פאס און נאך יישובים אין צפון שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין אריאל איז געבוירן געווארן אום אין כפר מאלאל פאלעסטינע ארץ ישראל און איז געוועזן א גענעראל לײטער ביי די ערשטע יארן פון דער ישראל ישער רעגירונג פון ביי די אומאפהענגיקייט מלחמה איז ער געווען א סאלדאט ווי ער איז שווער פארווונדעט געווארן און כמעט געשטארבן ער האט געגרינדעט די טע דיוויזיע וואס איז שפעטער אריבער צו דער פאל שירעם בריגאדע ביי די סיני מלחמה און ביי די זעקסטאגיקער מלחמה איז ער געווען פון די הויפט גענעראלן איינצונעמען דעם סיני האלבאינדזל און ביי דער יום כיפור מלחמה איז ער אריבער דעם סועץ קאנאל מיט זיינע זעלנער ער איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער אין אבער נאכן סאברא און שאטילא מארד האט ער רעזיגנירט ער איז געווען פון די הויפט שטיצער פון די קריסטן ביי דער לבנון ברודער קריג אין דער ישראל רעגירונג אונטער מנחם בעגין א טייל מענטשן האבן אים באשולדיקט אז דער קריג פרידן פארן גליל איז זיין קריג און מיט דעם האט ער אונטערגעברענגט בעגין מיט זיין ווייב לילי האט ער צוויי קינדער עומרי און גילעד מארק זאהאראוויטש שאגאל רוסיש פראנצזיש בעלארוסיש טן יולי וויטעבסק רוסלענדישע אימפעריע סטן מערץ איז געווען א יידישער רוסישער מאלער מארק איז געבוירן דעם טן יולי אין וויטעבסק רוסלענדישע אימפעריע איצט אין װײסרוסלאנד א שטאט מיט יידישע איינוואוינער אלס משה שאגאל אין די רוסישע דאקומענטן מאװשא כאצקעלעװ שאגאל צו זיין פאטער חצקל און זיין מוטער פייגא איטא שאגאל איז א ביסל רוסיפיצירטער נוסח פונעם פאמיליע נאמען סעגאל סגל װאס האט זיך באװיזן אין דער ארטיקער יידישער הברה אין האט ער חתונה געהאט מיט בעלא ראזנפעלד פון וויטעבסק זיי האבן געהאט איין קינד א טאכטער אידא מארק שאגאל איז געװען א רוסישער און פראנצזישער מאלער און גראפיקער פון יידישן אפשטאם אײנער פון די סאמע פראמינענטע קינסטלערס פונעם סטן יארהונדערט ער האט אנגעהויבן צו שטודירן מאלערײ אין אונטער דעם מאלער יהודה פען ער איז נפטר געװארן דעם סטן מערץ אין סען פאל דע װאנס פראנקרײך פילאסאפיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט מענטשהייט און דאס לעבן למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן עטיק דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא ליב האבער און סאפיא חכמה ד ה דאס ליבשאפט פון חכמה פיליסאפישע חקירה אין דעם היינטיגן זין האט זיך אנגעהויבן מיט די אור אלטע גריכן אין די יארן גא ר ש טאלעס אנאקסימאדער פיטאגאראס און אנדערע האבן אנגעהויבן שפעקולירן איבער דעם תכלית אין לעבן די יסודות פון פיזיק און מאטעמאטיק און די פענאמענאנען פון לעבן און טויט זיי זענען מערסטנס געווען פארנומען מיט פארשטיין די נאטור און וויאזוי זי פירט זיך שפעטער איז געקומען סאקראטעס און אנגעהויבן חקר נען די מענטשהייט זיין פארשונג איז געווען צו פארשטיין וואס איז ריכטיג און וואס נישט וואס זענען די אמת ע ווערדן וואס דער מענטשהייט דארף נאכיאגן ער האט געטריבן זיינע פאלקס לייט אין אור אלטן אטען צו חקר נען זייער אויפפירעכץ און זיי פארבעסערן ער האט איבערגעטראכט יעדן אנגענומענעם ווערד און אפטמאל געוויזן אז עס איז פאלש דערפאר האבן אים אסאך פיינט געהאט טענה נדיג אז ער קארופטירט דאס פאלק און מען האט אים פעראורטיילט צום טויט סאקראטעס נס תלמיד פלאטו האט גענומען זיין לערער ס אנווייזונגען און זיי אפגעשריבן אין די דיאלאגעס דער וויכטיגסטער ליטעראטור ווערק און משפיע אויף מערב קולטור נאך דעם תנך פלאטו האט אויך געגרינדעט א שולע פון פילאסאפיע זיין גרעסטער תלמיד איז געווען אריסטו וועלכער איז שפעטער געווען דער לערער פון אלכסנדר מוקדון אריסטו האט צוזאמגענומען די פארשונגען פון פריערדיגע פילאסאפן איבער די נאטור מיט די פארשונגען פון סאקרעטיס איבער די מענטשהייט און געמאכט פון זיי א פאראייניגטע וויסנשאפט דאס מיינט אין אידיש גערעדט א טיף דענקער וואס פארשט אויס און חקר נט אריין אין באשעפער ס בריאה געווענליך ווערט עס באניצט לגבי חכמת אלקות פילאסאפיע איז באמת א גריכיש ווארט און די אפטייטש איז פילא א ליבהאבער זאפיע פון חכמה ערוך ערך פילוסופיא אין תוס אין מסכת שבת שטייט אבער אז פילוסוף מיינט אן אפיקורס פיליזאפיע איז טאקע בעיקר געווען פארשפרייט אין גריכנלאנד עס איז באקאנט אז אין די צייטן פונעם רשבא איז געווען גאר שטארק איינגעריסן אפילו ביים המון עם צו שטודירן פילאסאפיע און עס האט געהאט נישט קיין געוואונטשענע נאכפאלגן דעריבער האט דער רשבא און נאך פילע אנדערע צענדליגע ראשונים ארויסגעגעבן א חרם אז מען טאר נישט לערנען פילאסאפיע אונטער די יאר אנדערע האבן אבער עס יא מתיר געווען באקאנט איז די תשובת מהרשל וואס אטאקירט דעם רמא זיע היתכן ער קען פילאסאפיע איבער וואס דער רמא פארענטפערט זיך אז ער האט דאס נאר געלערנט שבת נאכמיטאג אין די צייט ווען אנדערע נוצן סייווי אויס די צייט צו שפאצירן וכדומה פון די באקאנסטע פילאסאפן איז אריסטוטלוס מער באקאנט מיט זיין קירצערן נאמען אריסטו דער רבי פון אלכסנדר מוקדון גאר גרויסע חכמים פון דעם אידישן פאלק האבן זיך פארנומען מיט פילאסאפיע איינע פון דער מענטשהייט ס גאר אויסגערופענע פילאסאפן איז געווען דער רמבם וועלכער האט אפגעשריבן זיין פילאסאפיע אין ספר מורה נבוכים זיינע פילאסאפישע פארשונגען זענען געווען מערסטנס געבויעט אויך די וויסנשאפט פון אריסטו וועלכע איז געווען פארהאלטן דורך די אראבישע חכמים ער האט שטארק משפיע געווען אויף שפעטערדיגע פילאסאפן ווי צ ב ש דער קריסטליכער פילאסאף טאמעס אקווינעס און דער מוסלמענער אבן רושד ברוך שפינאזע איז געווען א וועלטס בארימטער פילאסאף פון די אידישע קהלה אין אמסטערדאם זיינע שטודיעס האבן אים געברענגט צו מיינונגען וואס האבן אים געשטעלט אין קעגנזאץ מיט די אידישע געמיינדע און געברענגט אויף אים א חרם פילנדיג פריי פון די קייטן פון ארגאניזירטער אידנטום האט ער אנטוויקלט זיינע פארשונגען און געדריקט זיינע מיינונגען אין עטליכע ביכער קארל מארקס איז געווען א אידישער פילאסאף אין דייטשלאנד וועלכער האט אויסגעטראכט די פילאסאפיע פון מארקסיזם פון זיינע מיינונגען איז שפעטער אנטוויקלט געווארן די יסודות פון קאמוניזם מארטין בובער האט געשריבן איבער אידישע טעמעס און איז ספעציעל באקאנט געווען פאר זיינע ביכער איבער חסידות און אירע נאכפאלגער דער ווילנער גאון האט אנגערופן דעם קאפיטל שער היחוד פונעם ספר חובת הלבבות חקירה הארורה אויך נאך אידישע פירער לאורך כל הדורות האבן גע אסר ט זיך צו פארטיפן אין דעם ווייל עס מאכט שוואך די אמונה פון פשוטי המון עם זיי דרשענען דאס פון דער גמרא אז מ זאל נישט וויסן מה למעלה ממך ומה למטה זאכן וואס זענען נישט שייך צו פארשטיין מיט דער פראסטער מיין נאר דייטן אן אויף באגריפן העכער דער מענטשליכער פארשטאנד אבער תלמידי חכמים וואס האבן זיך אנגעפילט כריסם בשס ופוסקים מעגן יא איר לערנען און עס איז א בחינה פון א מצווה פון לימוד התורה און פון והלכת בדרכיו וידעת היום והשבות על לבבך און נאך פילע פליכטן דערמאנט דורכאויס דער תורה וואו מ זעט אז עס א יסוד אין אידישקייט לדעת את ה דעם חידא ס מיינוג וואס מען זעט פון זיינע ספרים עס האט אים נישט געצויגן צו פילאסאפיע כאטש ער שרייבט אלע חלקים פון דער תורה אבער צו פילאסאפיע באציט ער זיך גאנץ ווייניג אין זיין ספר שם הגדולים ערך דרשות הרן שרייבט ער אז אין ביבלאטעק אין פאריז האט ער געזען הונדערטער ספרים פון פילאסאפיע אבער אין פאקט ער האט פון דארט נאר גענומען די רמזים פון רבי אליעזר מגרמיזא דער רוקח אן אויסנאם איז דער ספר מאור עינים פון רבי עזריהו מן האדומים וואס ער ברענגט דערפון אסאך מאל אין זיינע ספרים אבער דאך ברענגט ער אז ער האט געטראפן א חרם פון רבי יוסף קארו און רבי משה אלשיך ווי זיי האבן געשטעלט אין חרם ווער עס וועט לערנען דעם ספר מאור עינים הארץ אטאקע איז אן אינפארקציע פון הארצמוסקל אדער מער געוויינטלעך צווישן דאקטוירים איז אן ערנסטע פלוצעמדיקע הארצקרענק וואס איז כולל פארשיידענע ניוואען ברוסטווייטיק אדער אומבאקוועמקייט שוואכקייט שוויצן ניט גוטקייט ברעכן און קרומע הארצריטמען און דערפירט טייל מאל צום פארלירן די באוווסטזײן עס קומט פאר ווען דאס בלוטשטראם צו א טייל הארץ ווערט איבערגעריסן דאס דערפירט צום טויט און פארשראמונג פון דאס הארצגעוועב אין יענעם ארט דער באווירקטער ראיאן קען זײן א גרויסער אדער א קליינער און דערפאר זײנען הארצאטאקעס פון פארשיידענע מדרגות ערנצטקייט נאר זיי שטעלן מיט זיך פאר אפטמאל א מעדיצינישן נויטפאל וואס פאדערט אויפמערק תיכף ומיד און דערמיט אן אקטיווירונג פון דער ארטיקער גיכער הילף מע שטעלט דעם דיאגנאז מיט א קאמבינאציע פון דער מעדיצינישער געשיכטע רעזולטאטן פון ע ק ג און הארצענזימען די סאמע וויכטיקסטע באהאנדלונג פאר א מיאקארדיום אינפארקט איז צו ווידער אויפצועפענען די בלוטשטראם צום הארץ דורכן טראמבאליז דאס הייסט צעלאזן די בלוט פארגליווערונג אין דער ארטעריע מיט ענזימען אדער אנגיאפלאסט וואס ניצט א באלאן אויפצופראלן די ארטעריע מע מוז שטרענג אויפפאסן אויפן פאציענט אויף א ספעציעלן הארצאפטייל אין שפיטאל כדי צו פארהיטן געוויסע קאמפליקאציעס מע לייגט אויך א טראפ אויף צווייטיקע פארהיטונג דאס הייסט עלימינירן ריזיקעס וואס קענען דערפירן צו ווײטערדיקע הארצאטאקעס ווען א מענטש כאפט א הארץ אטאקע דויערט עס עטלעכע מינוטין ביז מען זעט די סימפטאמען זעלטן קומען זיי זאפארט ביי רוב מענטשן שפירט מען ברוסט פיין די שמערצן קומען פון איסכעמיע א מאנגל פון בלוט און זויערשטאף אינעם הארץ מוסקל דאס רופט מען אנגינא פעקטאריס אפט שפירט מען שמערצן אין דעם לינקן ארעם און אמאל אין דעם אונטער קינבאק דעם האלץ דעם רעכטן ארעם דעם רוקן און אין טיילן פון דעם בויך ווייבער האבן אפט אנדערע סימפטאמען ווי מאנצבילן די מערסטע געוויינטלעכע סימפטאמען שליסן איין קורצן אטעם שוואכקייט און מען שפירט פארמאטערט טטייל פרויען שפירן מיד שלאפן נישט גוט און האבן א קורצן אטעם ביז א חודש איידער זיי כאפן א הארץ אטאקע סוכות חג האסיף הארבסט פייערונג איז א יידישע זיבן טאגיגע פייערונג פון טו תשרי ביז כא תשרי גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה עס געפאלט אין חודש תשרי פיר טעג נאך יום כיפור דער ערשטער טאג אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג פון סוכות איז א יום טוב און די איבעריגע טעג זענען חול המועד סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה די תורה גיט דעם טעם פאר דער מצווה פון סוכה א זכר צו די סוכות בהן ישבו בני ישראל במדבר ס איז פאראן צוויי טייטשן פון די סוכות טייל לערנען אז די סוכות אין וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלעגט די יידן אין מדבר זענען געווען עכטע סוכות אבן עזרא רשבם אנדערע לערנען אבער אז סוכות דא מיינט מען די ענני הכבוד די ערע וואלקנס וואס האבן געשיצט די יידן אין מדבר אונקלוס רשי רמבן סוכות איז א ספעציעלער זמן פון דערהויבנקייט און פרייד וואס מען זאגט הלל און מאכט שמחת בית השואבה אויך נעמט מען די קינדער פאר אויספלוגן און זאאס צו מאכן זיי פריילעך אלצהיימער ס קרענק ענגליש איז דער שורש פון א פארצווייגטע כראנישע מח קרענק וואס אפעקטירט דעם לימביק סיסטעם אינעם מח שטאם און פירט פון א טיילווייזער זכרון פארלוסט ביז צו א טאטאלע פארניכטונג פונעם קאגניטיווער נעץ וועלכעס איז דער אינטעלעקטועלער בילדונג פונעם מענטש אין וועלכן עס דערקייקעלט זיך אז דער ליידענדער קען מער נישט פאסן קיינע באשלוסן ווייסט מער גארנישט פון זיין לעבן די אלצהיימער קרענק באטראפט מערסנטס מענטשן אין דער עלטער פון בערך און העכער די וואס ליידן דערפון צו ערשט ווייסן זיי אפילו נישט אז זיי ליידן דערפון די ארומיגע באמערקען דאס צו ערשט און ווען א דער פאציענט זעלבסט איבערצייגט זיך אין זיין ביטערן שיקזאל פירט דאס פיל מאל צו אנדערע ניוראלאיגשע קרענק ווי נערווען ברוכן דעפרעסיע און אנדערע מענטאל דיסארדערס ביז פאר הונדערט יאר צוריק האט די וועלט בכלל נישט געוואוסט אז דאס פארגעסן פארשידענע זאכן האט עפעס צו טאן מיטן מח און אז דאס איז עפעס א סארט קראנקייט די וועלט האט דאס אנגעקוקט ווי מ זאל היינט אנקוקן אן עלטערן מענטשן וואס קען מער נישט לויפן וואס איז נישט קיין קראנקייט נאר איז א רעזולטאט פון זיין עלטער פארגעסט ער צומאל געשעענישן פון היינט אדער נעכטן צוערשט האט עמיל קראפעלין אין יאר צונויפגעבינדן אז דאס פארגעסן איז נישט קיין פערצואל נאר א שורש פון א קרענק זאפארט דערנאך האט א דייטשער פסיכאטאר אלויס אלצהיימער צונויפגעשטעלט אז דאס איז א רעזולטאט פון א כראנישער ניוראלאגישער קרענק אין די אינערליכע מח צעלן וועלכע ווערן שטאפל ווייז איבערגעריסן פונעם לימביק סיסטעם צו א גענצליכער איבערריס פונעם קארטעקס ווי נאר דער ערפינדער קראפעלין איז געוואויר געווארן פון די פארש ארבעט וואס דער דייטשער אלויס אלצהיימער האט געמאכט און זיין דערגרייכונג צו קאנעקטן די דאטס צו דעם ניוראלאגישן נעץ האט קראפעלין אלס דזשעסט אנגעטראגן אז מ זאל רופן די מחלה אויף אלצהיימער ס נאמען ויקרא שמו בישראל אלצהיימערס דיזיס ווען א מענטש פארגעסט וואס ער האט היינט געגעסן אויף פרישטאג איז ער נאך נישט קיין אלצהיימערס פאציענט אויך נישט ווען ער פרעגט צומאל איבער ווען מ פארציילט אים פארשידענע דעטאלן פון א געשיכטע דאס זענען נישט קיינע סימפטאמען פון אלצהיימערס ערשט ווען עס שאפן זיך אייגענארטיגע סימנים פון א כסדר דיגן זכרון פארלוסט ווערט פעסטגעשטעלט אז דער פאציענט ליידט פון א מילדע סינייל אדער דימענישע וועלכע קען זיך ציען פאר לאנגע יארן ביז עס דערגרייכט די גאר ערנסטע שטופעס פון א טאטאלער פארניטונג פונעם קארטעקס סיסטעם וואס אין איר רעזולטאט קען דער מענטש מער נישט אראפגיין פון בעט קען מער נישט עסן אדער טרינקען און מוז געפיטערט ווערן דורך א פידינג טיוב ווייל די כעמיקאלן וועלכע פירן פונעם לימביק סיסטעם צום ספיינעל קאורד הערן אויף צו פונקציאנירן צוערשט הייבט זיך עס אן מיט כסדר דיגע קליינליכע פארגעסן זאכן ווי מ האט געשטעלט וואס מ האט אים נאר יעצט געזאגט ווי ער איז פריער געווען צי ער האט שוין געדאווענט שחרית אדער נישט אדער צי ער איז שוין געווען אין בית הכסא ער ווייסט נישט וואס ער דארף יעצט טאן ער האלט ביי מה טובו און בלייבט דארט שטיין ער גייט נישט ווייטער אויב מ זאגט אים נישט ער זאל זיך אויפשטעלן ביי די ברכות וועט ער בלייבן זיצן אזא מענטש מוז שוין האבן א מענטש מיט זיך וואס זאל אים כסדר באגלייטן און אויב די פאמיליע גיט שטארק אכטונג אויף אים קען ער שיין אנציען אן דעם וואס יעדער זאל זיך דערוויסן דער אלצהיימער פאציענט ווערט לע א צומח אטעמט הארץ פונקציניארט אבער ווייסט מער גארנישט צו זאגן קען מער נישט גיין רעגירן רעדן ווינקען אדער קאמיוניקירן עס ווערט געשאצט אז מענטשן פון די ביז די זענען די מערסטע אויסגעשטעלט צו ווערן דיאגנאזירט מיט אלצהיימערס אדער דימענשיע פון די יאר און העכער ווערט די צאל פון אלצהיימער פאציענט וואס ווינציגער און אלצהיימער ליידענדע פון און העכער איז א זעלטענהייט ווייל אלצהיימער ליידענדע ציען געווענליך נישט אן מער ביז יאר אין זעלטענע פאלן קען מען ציען דערמיט ביז יאר עס איז דערווייל קיין שום רפואה מיטל נישט פאראן כאטש וואס געוויסע פארטייבונגס דראגס און כעמישע רפואות צו פארשטייטערן די קרענק איז אבער קיין רפואה צו דעם דערווייל נישט ערפינדן געווארן אין האט מען געמאלדן א שטודיע אז די וואס טרינקען טעפלעך קאווע אדער טיי יעדן טאג אין די מיטלע יארן האבן א קלענערע ריזיקע פון ליידן פון אלצהיימער קרענק ער איז באוואוסט וועגן זיין טעאריע פון דעם אומבאוואוסטיגן זינען אין איז זיין משפחה אריבערגעפארן מיט אים זייענדיג א קליין יונגל צו וויען ער האט געלערנט געזונט אין שולע און איז געווארן א דאקטער ער האט געהייראט מארטא בערנעיס אין זיי האבן געהאט זעקס קינדער פרויד האט געלעבט אין עסטרייך אין די ער נאך די אנשלוס ווען דייטשלאנד און עסטרייך האבן זיך צוזאמגעשטעלט האט ער באקומען א וויזיט פון די געסטאפא ווייל ער איז געווען יודיש פרויד און זיין משפחה האט מער נישט געפילט זיכער האט ער זיך געווענדעט קיין ענגלאנד אין יוני פרויד האט טעאריזירט אז א מענטש ס פערזענלעכקייט ווערט אנטוויקלט דורך א מענטש ס קינדשאפט דערפארונג פרויד האט פארפירט וועגן די וויכטיקייט פון די אונטערן באוואוסטזיניגע שכל אבער די ערפינדונג איז נישט געווארן אויסגעטראפן דורך פרויד פרויד האט גערופן חלומות די קעניגליכע וועג צו די וויסן פון די אונטערן באוויסטזיין אין גייסטיקע לעבן דאס מיינט אז חלומות אילוסטרירן די לאגיק פון די באהאלטענע פארשטאנד טאנצן איז א אסדריק מיט באװעגן דעם קערפער װען מען הערט מוזיק אדער טעמפא געװײנטלעך טאנצט מען צו אסדריקן פרײלעכקײטן אדער ליבשאפט ראמאנטיקע די קונסט צו באשאפן טענץ הייסט כארעגראפיע עס זײנען דא פארשידענע סארט טענץ ביי דער חסידישער וועלט איז א גרויסע מצוה צו טאנצן דער יודישער טאנץ איז עפעס וואס רופט זיך קאזאטשקע צו ווי מ רופט עס היינט קאדאטשקע און אין ירושלים הייסט דאס א דעבקע ס זענען פארהאנען באקאנטע אויסגעצייכנטע טענצער ביים חרדישען ציבור ווי צום ביישפיל שמחה ברייער פון תולדות אהרן ירושלים געוויסע חרדישע אקטיארן צייכענען זיך אויכעט אויס מיטן אריינשפילן טענץ אין זייערע בינע שפילן ווי צום ביישפיל יוסף ארי פרענקל מנשה לוסטיג אהרי גליק אייזיק ווייס די פאך פון טאנצן האט טאקע מיט גוטע שטארקע פיס אבער די קונצט איז פונעם מח וואס באפעלט די אינטערעסאנטע תנועות עס איז א מנהג צו טאנצן ביי א חתונה און ביי שמחת בית השואבה א א וו די היסטאריש באקאנטע אקטארין מאלי פיקאן אין א קונצליכן טראדיציאנאלן יודישן טאנץ געאלאגיע שטאמט פון גריכיש געא ערד לאגיע לערע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט דעם אויבערשטן שיכט פונעם ערד קוגל און איבער דער באשאפונג און אנטוויקלונג פון שטײנער און באדן די וואס שטודירן געאלאגיע הייסן געאלאגן צווישן די ערד געשעענישן וואס געאלאגן שטודירן זענען פארפלייצונגען וואולקאנישע ברעכונגען און ערדציטערנישן מען שטודירט באדן און שטיינער צו געפינען אונטערערדישע מעטאלן און ברענשטאף געאלאגיע איז צעטיילט אויף עטלעכע סוביעקטן צווישן זיי שטיינער זענען אין אלע געשטאלטן און אלע קאלירן טייל זענען זייער הארט און טייל זענען זייער ווייך לט דער געאלאגיע װיסנשאפט איז די וועלט אלט שוין אומגעפער יאר אדער מער די דאזיקע טעאריע שטייט אין קאנטראסט צו דער רעליגיעזער גלבונג װאס האלט אז די װעלט שטײט ווייניקער ווי יאר פיטאגאראס פון סאמאס איז געווען א גריכישער מאטעמאטיקער און פילאזאף און האט געפירט א מיסטעריעזע רעליגיעזע כת ער ווערט גערופען דער פאטער פון נומערן און איז באקאנט פאר דער מאטעמאטישער באגריף דער פיטאגאראס פרינציפ עס זענען נישט דא פון אים קיין דירעקטע פארפאסטע ווערק פון פיטאגאראס לעבן און שאפן ווערט גאר ווייניג דערמאנט און ערשט עטוואס יאר שפעטער געשריבן דאס איינציגסטע זיכערע דאטום אין זיין לעבן איז דאס יאר אדער אין דעם זאמאס גריכנלאנדער אינזעל זיין שולע איז געווען א מיסטעריעזע מיט פילע מאדנע געפירעכצער און גלויבונגען פיטאגאראס און זיינע תלמידים האבן געהאלטן אז אלעס אין די וועלט איז פארבינדן מיט מאטעמאטיק דער ווינטער איז איינע דער פיר יארעסצייטען דער ווינטער גיבט עס שניי אדער רעגן און דער טעמפעראטור איז קאלט אסטראנאמיש בעגינט דער ווינטער מיט דער ווינטער זאנענווענדע דער קורצטעסטע טאג אין יאר דער צייט פונקט צו דעם די זון איז אובער דער אנדערע דרומיש אדער צפוניש ווענדעקרייס שטעט און די טאגע אם קורצעשטען זינד דא נאך ווערדען די טאגע ווידער לאנגער און די נאכטע קורצער און דער ווינטער ענדט מיט דער פרילינג צייט דא די אומלויפבאן דער ערדע אום די זון אום פון א אידעאלען קרייץ באן אבווייכט זינד די פיר יארעסצייטען ניכט גאנץ גלייך לאנג דערצו זינד די צפוניש ווינטערן וועגען דער זון סביבה עטוואס קורצער און מילדער אלס די דרומיש ווינטערן א באווסט יידישע חג אין דער ווינטער איז חנוכה אין חודש כסליו דעצעמבער א באווסט חג צו די קריסטען איז בערומטעס קריסמאס כרײן איז א מין פון גרינסן װאס האט א בײסיקן טעם דער כרײן איז א װארצל פון דער פלאנץ װאס געהערט צו דער פלאנצן משפחה פון די צלם בלומיקע מען טוט צערייבן דעם כריין צו מאכן א שארפן מאכל וואס מען עסט אלס צושפייז צו פלייש אדער געפילטע פיש עס איז געמאלענע כריין מיט צוויקן ס האט א רויטער קאליר כריין איז איינער פון די מינים וואס מ קען ניצן פאר מרור פסח ביים סדר צוליב דעם וואס אין די קאלטע אייראפעאישע לענדער איז שווער צו באקומען שאלאטן אויף מרור פסח צייט האבן רוב יידן אנשטאט דעם גענוצט כריין פסח ביים סדר פאר מרור דער לונג איז דער רעספיראציע ארגאן וואס ברענגט אריין די זויערשטאף פון דער לופט וואס מען אטעמט אריין אין אלע גלידער ביי זויגערס און אויך ביי א טייל פיש און פוילע רוילעס אויך טוען די לונגען ארויסציען קארבאן דיאקסייד פונעם בלוט בעלי חיים מיט א רוקנביין האבן נארמאל צוויי לונגען מיר אטעמען אלע צווישן און מאל פער מינוט אן טראכטן פאר א מינוט וועגן דעם און ווען מען איז איבערגעשטרענגט אטעמט מען אפילו שנעלער און נאך אלץ טראכט מען נישט אריין וואס אטעמען מיינט און ווי אזוי דאס ווערט דורכגעפירט דער צענטראלער ארגאן און אויך דער גרעסטער ארגאן אין דער קערפער די לונגען איז דער וואס מאכט אטעמען א מעגליכקייט און איז דער וואס ארבעט עס אויס צו ברענגען א נוצן פאר דעם מענשטליכן קערפער די לופט קומט אריין אין נאז אדער דעם מויל און גייט דורכן פארינקס שטימע קעסטל לופטרער און ווייטער צו די בראנכן די דינע בראנכיאלן בראנכרערלעך און ענדלעך צו די לונגען בלעזלעך וואו דער זויערשטאף און קארבאן דיאקסייד ווערן געטוישט אין קורצן זענען די לונגען א פילטער סיסטעם וועלכע ציט אריין לופט פון אינדרויסן און און שיקט אריין אינעם קערפער נאר אקסיגען ווען אין דער זעלבער צייט רייניגט דאס אויס דאס בלוט פון קארבאן דיאקסייד אין דעם ארטיקל וועלן מיר נענטער באטראכטן ווי אזוי די לונגען מאכן זיכער אז דער קערפער באקומט גענוג אקסיגען פארזארגונג און וויאזוי עס ווערט פטור פון קארבאן דיאקסייד מיר וועלן באטראכטן פראבלעמען וועלכע קענען אונטער קומען מיט די לונגען און פארוואס מען קען נישט פארהאלטן דעם אטעם צום לעצט וועלן מיר זען פארוואס מען שליקערצט און מען הוסט די לונגען זיצן אין צענטער פון דעם קערפער באשיצט פון ברוסט קאסטן די לונגען זענען צוזאמענגעשטעלט פון ווייכע כמו עלעסטיק און וועט זיך איינציען און אויסציען ווען מען אטעמט די רערן וועלכע ברענגן אריין לופט פון דער נאז און מויל זענען אויך געמאכט פון א ווייכע סארט און וועלן זיך אויך אויסציען און איינציען מיטן אטעם פראצעדור די לופט רערן ברענגען אריין פרישע לופט וועלכע איז רייך מיט אקסיגען אבער פארמאגט אויך אנדערע באשטאנדטיילן וועלכע דארף צוריק ארויסגיין אזוי אויך דארף דער קערפער פטור ווערן פון קארבאן דיאקסייד וועלכע ווערט געשאפן דורך די קערפערליכע צעלן און וואסערשטאף וועלכע לויפט אין דעם בלוט אן אטעם פאסירט ווען די דיאפראגמע א גרופע מוסקלען וועלכע ליגט אונטער די לונגען און טיילט אפ די לונגען פון די קישקעס ווערט אנגערופן דייעפרעם אין ענגליש ציעט זיך איין אויף אראפ און די מוסקלען פון די לונגען פארברייטערן זיך און עס ווערט געשאפן א נידעריגערע לופט דרוק אינעם ברוסט קאסטן ווי די לופט דרוק פון אינדרויסן און דאס מאכט אז לופט וועט אריינפליסן און אויפבלאזן די לונגען ווי א באלון וועלכע ווערט אנגעפילט מיט לופט ווען די לונגען זענען שוין פול וועט פאסירן פונקט דאס פארקערטע ווען די דיאפראגמע און מוסקלן וועלן זיך איינציען און פארשטערקערן די לופט דרוק אינעווייניג שטערקער ווי די לופט אינדרויסן און דאס וועט ארויסשטופן די לופט פון קערפער אזוי גייט עס אהין און צוריק מיט יעדע אטעם טויזענטער מאל א טאג אין קורצן קען מען עס ערקלערן מיטן טבע פון גראוויטי ווען די דיאפראגמע און מוסקלען ברייטערן זיך אויס ווערט די לופט לויזער ווייל עס איז פאראן מער פלאץ און וויבאלד די לופט רערן זענען אפען צו די אטמאספערע וועט לופט פון אינדרויסן אריינקומען ווייל עס פארמאגט א שטערקערע לופט דרוק פארקערט ווען די לונגען זענען שוין אנגעפילט און די מוסקלן ציען זיך איין וועט די לופט אינעווייניג באקומען א שטארקע לופט דרוק פשוט ווייל עס ווערט איינגענעם אין פלאץ און דאס וועט אויטאמאטיש ארויסשטופן די לופט פון די רערן צו די אטמאספערע וועלכע ס לופט איז שיטערער טייל מענטשן האבן א טעות אז ווען די דיאפראגמע גייט אראפ רוקט זיך די לונגען אויך אראפ צו מאכן מער פלאץ אין פאקט ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ גייען די מוסקלען פון די לונגען ארויף און די לונגען זעלבסט פארברייטערן זיך צו אלע זייטן ווי א באלון וועלכע בלאזט זיך אויף מיט דעם קען מען גרינג פארשטיין פארוואס מענטשן קענען נישט אטעמען אין דעם קאסמאס זינט עס איז פאראן אן אנדערע לופט דרוק ווי אויף דער ערד וועט עס נישט מיטשפילן מיט די לונגען סיסטעם און דער מענטש וועט נישט באקומען גענוג לופט און ווען די לונגען וועלן שוין יא זיין פיל וועט די לופט נישט גענוג שנעל ארויסגיין אויסער דעם איז די לופט אין דעם קאסמאס צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע באשטאנדטיילן ווי דא אונטן אויף די ערד און עס איז נישט פאראן גענוג אקסיגען לויט די פארזארגונג וועלכע דער קערפער פארלאנגט ווען לופט גייט אריין אין די רערן ווערט עס אויטאמאטיש צעטיילט צו ביידע לונגען וואו עס גייט אריין ווייטער אין קלענערע רערן ביז עס דעגרייכט טיף אריין אין גאר קליינע זעקלעך וועלכע ווערן גערופן די אלוויעליי און דארט פאסירט די כעמיקאלע עקטשעינדזש אויפטויש ווי מיר וועלן באלד זען אקסיגען איז א וויכטיגע פארזארגונג פאר די בלוט וועלכע אפערירט אלע מוסקלן פון דעם קערפער די הארץ פאמפט דאס בלוט ארום דעם קערפער און אלע בלוט צירקולירט ארום און ארום דעם קערפער זייער שנעל און קומט צוריק צום הארץ ווען עס ווערט געשיקט צו די לונגען וואו עס נעמט אויף אקסיגען און פליסט צוריק אריין אין הארץ און פון דארט ווייטער ארויס צום גאנצן קערפער אבער אין דער זעלבער צייט וועט דאס בלוט אויך איבערגעבן איר קארבאן דיאקסייד וועלכע זי האט אויפגענומען ארום און ארום דעם קערפער און די לונגען וועלן דאס ארויסשיקן צו די אטמאספערע די נעקסטע מאל ווען עס וועט ארויסבלאזן זיין לופט אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז עס פאסירט א כעמיקאלע עקסטשעינדזש אויפטויש יעדעס מאל א טראפן בלוט באגעגענט זיך מיט אקסיגען אין די לונגען דאס בלוט נעמט אויף אקסיגען און אין דער זעלבער צייט גיט עס איבער קארבאן דיאקסייד און פלוסט צוריק אריין אין הארץ מיט פרישן אקסיגען ריין פון קארבאן דיאקסייד די כעמיקאלע טויש פאסירט אין עטליכע מילי סעקונדן ווען אין דער זעלבער צייט זענען די לונגען אויך פארנומען ארויסטראגן די גענוצטע לופט און אריינברענגן פרישע לופט קומט אויס אז די לונגען זענען פארנומען מאכן אימפארט עקספארט און טיף אין זייערע ווערהאוזעס ווערט געטאן וויכטיגע ארבעט וואו די נייע שיפמענטס ווערן איבערגעגעבן פאר דעם בלוט און די אלטע סחורה וועלכע קומט צוריק ווערט צוגעגרייט צו עקספארטירט ווערן מיט די נעקסטע שיפמענט מען דארף נישט געדענקן צו אטעמען פונקט ווי מען דארף נישט געדענקן צו בלינקן די אויגן ווייל עס פאסירט אויטאמאטיש דער קערפער פארמאגט א נערוון סיסטעם וועלכע איז קאנטראלירט דורך א צענטראלע סופער קאמפיוטער וועלכע איז דער מוח פון וואו עס ווערט ארויסגעשיקט סיגנאלן צו יעדע ארגאן וואס צו טאן און ווען צו טאן אן אטעם הייבט זיך אן ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ און שיקט די מוסקלן פון די לונגען ארויף און עס ווערט געשאפן מער פלאץ פאר דער לופט אין די לונגען פון דארט פאסירט שוין אלעס אויטאמאטיש וואו מיר האבן פריער עקלערט געבויט אויף גראוויטי און כעמיקאלע עפעקטן אבער ווער זאגט די דיאפראגמע ווען צו מאכן די נעקסטע איינציאונג און אויסציאונג דאס ווערט סיגנאליזירט דורך דעם מוח וועלכע מאכט זיכער אז דער קערפער באקומט אירע פארזארגונגען דער מענטש קען אליינס אויך קאנטראלירן זיין אטעמען אויב ער וויל און עס וועט נישט שאטן דאס קען אמאל אויספעלן אויב מען איז זייער איבערגעשטרענגט און דאס אטעמען גייט זייער שנעל און מען וויל דאס אפשטילן די עצה איז צו מאכן לאנגע און טיפע אטעמען וואס העלפט באלאנסירן די אטעם סיסטעם דורכדעם וואס עס איז פאראן מער צייט פאר די אקסיגען און קארבאן דיאקסייד צו מאכן זייערע אויפטוישן און דער נערוון סיסטעם וועט מער נישט פארלאנגן אזויפיל אטעמען איינמאל מען לייגט עס צוריק אויף אויטאמאטיש א שליקערץ פאסירט ווען לופט קומט צו שנעל אריין אין די לונגען און וויבאלד עס שטימט נישט מיט די נארמאלע סיסטעם וועלן איינע פון די רערן וואס פירן אריין די לופט זיך פארמאכן אין די נישט ריכטיגע צייט און וועט בלאקירן דעם אטעם און דער מענטש מאכט א שליקערץ מען קען שליקערצן הונדערטער מאל און אפילו טויזענטער מאל ווילאנג עס בארואיגט זיך און אלעס גייט צוריק אין א סדר גענוי פארוואס עס פאסירט אז לופט זאל אריינקומען צו שנעל איז נישט באקאנט און עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איינס נארישער פון די צווייטע דאס זעלבע איז מיט עצות וויאזוי אפצושטעלן שליקערצן עס הייבט זיך אן מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו טרונקן וואסער און ענדיגט זיך מיט פארשידענע וועגן פון אטעמען למעשה איז קיינע פון די עצות נישט באשטעטיגט געווארן אלס א לעזונג און די עצות גייען פון מאמע צו קינד און אמאל העלפט עס יא און אמאל נישט און אמאל טוט מען דאס אזוי לאנג ביז מען שליקערצט שוין מער סייווי נישט היסן איז שוין א צווייטע מעשה א היס פאסירט ווען עס קומען אריין פרעמדע באשטאנדטיילן אין דער אטעמען סיסטעם עס קען זיין אביסל שטויב א שלעכטע גערוך אדער א כעמיקאל וועלכע דער קערפער פארנעמט נישט נאך א וועג פון היסן איז ווען עסן גייט אריין אין די לופט רערן בטעות אין אלע פעלער וועלן די נערוון וועלכע זענען פארבינדן מיט די רעספירעטארי דערשפירן די פרעמדע באשטאנדטיילן און די לונגען וועלן רעאגירן מיט א שנעלע רעאקציע פון ארויסשטויסן דאס גאנצע לופט וואס עס פארמאגט אינאיינעם פון וואס איז אריינגעקומען אן רשות א היס גייט מיט א שטארקע קראפט און עס ברענגט ארויס צווישן צוויי און פינף טויזענט פיצעלע טראפן וועלכע אנטהאלטן באקטעריע אויב א מענטש האט א רעספירעטארי קראנקייט וועלן די קליינע טראפן קענען אריבערגיין צו אנדערע און פון דארט ווייטער און אזוי גייען ארום וויירוסעס פון איין מענטש צו די צווייטע פרעמדע באשטאנדטיילן דארפן נישט דעגרייכן אין די לופט רערן עס זאל פאסירן א היס צו מאל וועלן די נערוון אין די נאז דערשפירן פרעמדע עלעמענטן און וועט שיקן א מעסעדזש צו די רעספירעטארי סיסטעם דורך דער מוח און עס וועט פאסירן א היס און אמאל עטליכע ווילאנג די נערוון וועלן זיך נאכאמאל שפירן פריי אינטרעסאנט איז אז ווען מען היסט מאכט מען צו די אויגן און אפילו אויב מען זאל פרובירן דאס האלטן אפען וועט דאס נישט גיין סייענטיסטן זאגן אז די נערוון פון די אויגן און נאז זענען נאנט פארבינדן איינע מיט די אנדערע און ווען די נאז נערוון זענען אין אן אלארם וועלן אויך די אויגן זיך באשיצן פון די אטאקע און וועלן זיך פארמאכן אגב א היס קען פאסירן אפילו ווען גארנישט איז באמת אריינגעקומען אין די רעספירעטארי נאר עס האט זיך נאר געדאכט פאר די נערוון אז עפעס איז דארט אדער אז עפעס גייט קומען עס איז א טראדיציע ביי די אידישע אונגארישע אפשטאמיגע צו זאגן אסותא וועלכע איז דער אפטייטש פון געזונט אין אראמיש און ווערט געברענגט אין דער גמרא אלס אסותא אדער צום געזונט ווען א מענטש היסט דער קאנצעפט שטאמט פון די כינעזער וועלכע וואונטשן זיך געזונטהייט און לאנג לעבן ווען איינער היסט דער טערמין אדער ענליכע ווערט אויך גענוצט ביי די אינדיאנער און אויך ביי די אראבער די כינעזער גלייבן אז ווען א מענטש היסט איז דאס א צייכן אז מען רעדט פון אים ביי אידן דערמאנט מען דאס ווען א מענטש שליקערצט ביידע זענען נארישקייטן אינאיינעם מיט אלע אנדערע שטותים פון ענליכע סארטן אויך מיט היסן איז פאראן א רייע רעמעדיס וועלכע קענען דאס צוריק האלטן באקאנט איז צו קוקן אויף די נעגל אדער קוקן מיט די אויגן אויף א געוויסע אביעקט אבער נישט מיטדרייען דעם קאפ די גרינגסטע און בעסטע וועג איז צו צווינגן די אויגן צו בלייבן אפען ווייל ווי פריער געזאגט איז אוממעגליך צו היסן אן דעם וואס די אויגן זאל זיך צומאכן פראבלעמען מיט די לונגען זענען איינגעטיילט אין צוויי קאטאגאריעס די ערשטע איז פראבלעמען מיט דער אטעם סיסטעם און די צווייטע איז פראבלעמען פון דעם אקסיגען און קארבאן דיאקסייד עקסטשעינדזש אסטמא עמפיסעמא בראנטשיטיס און ענליכע פראבלעמען זענען מיט די לופט רערן וועלכע זענען שמעלער שטייפער אדער געשוואלן און לאזן נישט די לופט געהעריג דורכגיין טייל מענטשן ליידן דערפון זייער גאנץ לעבן און באקומען אטאקעס פון צייט צו צייט וועלכע ווערט אויפ ן ארט באהאנדלט מיט מעדיצין אנדערע לונגען פראבלעמען זענען ווען די לונגען קענען נישט געהעריג אויפטוישן דעם אקסיגען מיט דעם קארבאן דיאקסייד און דער מענטש באקומט נישט גענוג אקסיגען רויכערן איז זייער שעדליך צו די לונגען וועגן אט די סיבה ווייל די רויך עפעקטירט די אקסיגען וועלכע קומט אריין און גייט שפעטער אריין אין דעם בלוט ברילן איז געמאכט פאר שוואכע זעה קראפט צו קענען זעהן די ברילן זענען ערשינען געווארן אומגעפער אין יאר ה תקמ ברילן איז א סארט גלאז פאר די אויגן צו זען קלארער ווען עס ווערט אפגעשוואכט מען רופט עס אויך אויגן גלעזער אמאל האט עס געהייסן שפאקילן די טעכניק ארבעט אז מען פארעמט אויס א גלאז רונדעכיג פון אלע זייטן אזוי אז עס נעמט צונויף און איז מצמצם די ראיה צום מיטל פונקט פונקט פונעם אויג ביטע באארבייטען עס ווערט שוין דערמאנט אין תוספות יום טוב אויף משניות עס ליגט אין פארנט פון די אויגן און מאכט זען מען קען דאס אויסטאן ווען מען וויל אמאל איז דאס געלעגן בלויז אויף די נאז היינט איז דא צוויי הענטליך דאס זאל אויך ליגן אויף די אויערן עס שיצט אויך ווי א פאנצער פון שטויב ווען עס איז דא א ווינט סזאל נישט אריינפליען אין די אויגן מען הערט דערמיט אלעס סאיז אויסגעבויט רונדעכיג מיט די ברייטע ענדע פון אויבן ארויסגעבויגן און אריינגעדרייט מיט אזויווי האלבע רערען ספעציעל אריין צו כאפן די שטראם פון די קול כוואליעס אינעם אויער ס האט א הענגעדיגע שפיץ צו קענען אנכאפן און ציען לויט די באקוועמליכקייטן ווען סקראצט אדער ווען מען דארף צולייגן א אויער ווען איינער רעדט שטיל אויך איז דאס צוויי פאזיציעס אין די זייטן פונעם קאפ כדי צו הערן אייניג די קולות עס איז א לאך צום גוף ממילא פעלט זיך אויס א טעכניק אפצוהאלטן שעדליכע שמוץ פון אריין כאפן זיך דעריבער איז דא ספעציעלע אויער וואקסוואס קלעבט אן אלע שמוץ שלאף איז דער נאטורליכער רוה פונעם מענטשליכן קערפער און אזוי אויך פון אלע חיות און בהמות אריינגערעכנט זויגערס פייגל טייל שרצים און פיש שלאף איז א זאך וואס דער קערפער מוז האבן און וועט פאסירן פון זיך אליינס אויב מען לייגט זיך נישט אין בעט אן צו שלאפן איז עס בכלל אוממעגלעך צו לעבן יעדער אן אויסנאם ווייסט אליינס וויאזוי שלאף קוקט אויס אויסער א קינד וועלכע פארשטייט נאך נישט ווען מען זאל באטראכטן איינעם גיין שלאפן זעט מען די פאלגענדע כאראקטעריסטיש מען לייגט זיך אראפ צו שלאפן די אויגן מאכן זיך צו די כוח השמיעה ווערט שטארק רעדוצירט און דער שלאפנדיגער מענטש וועט נאר הערן גאר הויכע גערודער דער שלאפנדיגער אטעמט מער לאנגזאם און מער פונקטליך די מוסקעלן ווערן גענצליך בארואיגט אויף אזוי ווייט אז אויב מען וועט אויפהייבן א שלאפנדיגן וועט יענער אראפפאלן און דער מענטש דרייט זיך פון זייט צו זייט זיכערמאכנדיג אז קיין איין טייל פון זיין קערפער בלייבט נישט אן די בלוט צירקולאציע פאר א לעגערע צייט אויסער די אלע זאכן וועט די הארץ אויך פארלאנגזאמען איר קלאפעניש און דער מוח וועט אנהייבן צו טאן אינטערעסאנטע פארשטעלונגן וועלכע איז באקאנט אלס חלומות לויט די חכמים איז א שלאפנדיגער מענטש ווי א זעכציגסטל פון טויט אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז דער שלאפענדיגער מענטש איז גארנישט אנדערש ווי א באוואוסטלאזע מענטש אדער איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א קאומא רל דער איינציגסטער חילוק איז נאר אז דער שלאפנדיגער מענטש קען אויפגעוועקט ווערן דורך א שטארקע אויפשאקלונג אדער א הויכע גערודער און ער וועט באלד זיין צוריק א לעבעדיגער מענטש לויט די ראשונים שלאפט יעדער נברא אויף דער וועלט יעדער אויף זיין שטאפל עס איז באקאנט אז אלע בהמות שלאפן געהעריג פונקט ווי מענטשן און אלע חיות שלאפן נאר האלבוועגס וואס מיינט אז זיי זענען האלב אויף און האלב שלאפענדיג יעדע באשעפעניש שלאפט איר באשטימטע צייט און אפילו שרצים און רמזים שלאפן כאטש מען קען דאס נישט זען מיט די פליישיגע אויגן פאר אונז מענטשן איז שלאף פארבינדן מיט די נאכט און יעדער נארמאלער מענטש שלאפט ביינאכט אבער צווישן חיות און בהמות און אנדערע באשעפענישן איז דאס בכלל נישט גילטיג און זייער אסאך פון זיי שלאפן נאר בייטאג געוויסע באשעפענישן שלאפן ווי מענטשן איין לאנגע סעסיע און אסאך באשעפענישן ווי הונט שלאפן אסאך קליינע דרימלן רוב חיות שלאפן נאר א באשטימטע צייט און זיי וועלן קיינמאל נישט פארשלאפן די גמרא ברענגט אז א פערד שלאפט נאר אטעמס און דערנאך שטייט ער אויף די וועלט זאגט אז א קו שלאפט שטייענדיגערהייט און נאר פון מאל צו מאל וועט ער זיך אראפלייגן און האר דעמאלט וועט ער חלומ ן אויף אנדערע באשעפענישן ווי פיש זאגט מען אז זיי שלאפן צוויי מאל און אין יעדע שלאף שלאפט נאר א האלבע מוח שרצים קען מען אליין זען אז זיי שלאפן קוים און ווען יא איז דאס אויף א וואנט אדער דאך וואס איז יענע שלאף א בער איז באקאנט אז ער שלאפט זייער טיף אבער וועט זיך אויך אויפוועקן ווען מען קומט נאנט צו אים עס איז אויך באקאנט אז בערן שלאפן דורך דעם גאנצן ווינטער אין זייערע היילן און ווען עס ווערט ווארימער וועקן זיי זיך אויף און קומען ארויס פון די לעכער דאקטוירים נוצן אן עלעקטראנישע כלי צו מעסטן די מוח פון א מענטש און אירע אקטיוויטעטן וועלכע ווערט גערופן עלעקטראענסעפהאלאגראף ווען מען שטעלט דאס צו אויף א וואכזאמען מענטש וועט די מאשין ווייזן צוויי מעסטונגן וועלכע ווערן אנגערופן אלפא וועיווס און בעטא וועיווס אלפא וועיווס גיבן ארויס אסקילאציעס אין א סעקונדע און די בעטא וועיווס ארבעטן דאפעלט אזוי שנעל ווען דער מענטש שלאפט וועט די מוח אנהייבן ארבעטן אויף א פיל קלענערן פארנעם און די פריערדיגע מעסטונגן קען נישט זיין דארט גילטיג אנשטאט איז פאראן צוויי אנדערע מעסטונגן וועלכע ווערן גערופן טעטא וועיווס און דעלטא וועיווס די סארט וועיווס גיבן ארויס נאר ביז אסקילאציעס אין א סעקונדע ווען דער מענטש שלאפט איין הייבן אן די וועיווס גיין לאנגזאמער און לאנגזאמער ביז עס דעגרייכט צו די נידעריגסטע אסקילאציע פונקט פון די דעלטא וועיווס וועלכע איז די טיפסטע פונקט אין שלאף און דעמאלטס געדויערט די לענגסטע אים אויפצואוועקן סייענטיסטן וועלכע האבן שטודירט שלאף און די מוח האבן אויסגעשטעלט א פארמולע פון די פראצענטן פון שלאף און וואס עס פאסירט אין יעדע טריט פון זיי טריט נומער דער מענטש שלאפט איין לייכט זיינע מוסקלן אקטיוויטעטן הייבן זיך אן בארואיגן דער מענטש גלייכט זיך אויס צו זיינע בעסטע פאזיציעס סך הכל צייט ביז פראצענט פון שלאף טריט נומער דער מענטש הייבט אן באקומען זיין נאכט אטעם זיין הארץ פארלאנגזאמט איר קלאפעניש און מען פארלירט אביסל היץ אינעם קערפער דאס איז דער גרעסטער טייל פון שלאף וועלכע פארנעמט צווישן און פראצענט פון שלאף טריט נומער דער מענטש טרעט אריין אין זיין טיפע טייל פון שלאף זיין מוח לאזט נאך אירע וועיווס און הייבט אן אסקולירן אויף די דעלטא געמאסטענע וועיווס דאס איז זייער א קליינע טייל פון שלאף וועלכע פארנעמט נאר צווישן און פראצענט פון שלאף טריט נומער דער שלאף ווערט נאך טיפער און דער מענטש הייבט אן אטעמען נאך לאנגזאמער דער מוח בלייבט אויפ ן זעלבן שטאפל ווייל איין שטאפל ווייטער אויפ ן עלעקטראענסעפהאלאגראף איז שוין דער מענטש אין א סכנה דאס איז דער טיפסטער טייל פון שלאף וועלכע פארנעמט צווישן און פראצענט טריט נומער די אויגן הייבן זיך אן רירן זייער ווילד די מוח קומט צוריק ארויף צו העכערע שטאפלן די חלומות הייבן זיך אן די מוסקלן בארואיגן זיך נאכמער די הארץ הייבט אן אביסל שנעלער פאמפן מען אטעמט שנעל און קורץ סך הכל צייט ביז פראצענט די אויבנדערמאנטע טריט קומען בערך איינע נאך די אנדערע אבער דער מענטש קען אויך ארומטוישן פון איין טריט צו די אנדערע און צוריק עטליכע מאל וואס איז געוואנדן לויט ן מענטש און זיין לעבנ ס גאנג די סייענטיסטן זאגן אז רוב מענטשן גייען נישט דורך די טריט איינע נאך די אנדערע אן צוריקגיין אבער עס איז פאראן מענטשן וואס יא ווען א מענטש כאפט א דרימל אינמיטן טאג קען ער באלד אריינפאלן אין סיי וועלכע פון די טריט אין שלאף און אמאל וועט ער זיך חלומ ן און אמאל נישט רשי שרייבט אז א מענטש קען אמאל דרימלן נאר אביסל און דאס וועט אים זיין גענוג די ווערטער שטימען זייער גוט ווייל אמאל וועט דער מענטש באלד אריינפאלן אין טריט נומער און אפילו עס וועט נאר געדויערן א קורצע צייט וועט אבער זיין פיל מער ווערט ווי עטליכע שטונדן אין איינע פון די ערשטע טריט ווי מיר האבן פריער געזען איז פאראן א שטאפל אין שלאף אין וועלכע די אויגן הייבן אן זיך דרייען ווילד און דעמאלט קומען פאר די חלומות די שטאפל ווערט אנגערופן אר אי עם שלאף רעפיד איי מאוומענט און א דורכשניטליכער מענטש גייט דורך דעם שטאפל מאל פער נאכט אר אי עם שלאף קען מען אפען זען אויף א שלאפנדיגער מענטש און נאך בעסער קען מען דאס זען אויף א בהמה די מוסקלן ווערן מער אקטיוו אין דעם טייל פון שלאף און טיילמאל וועט דער קערפער אויפטאנצן אדער זיך ווארפן פון די געשעענישן פון די חלומות די טיילן פון שלאף אויסער דעם שטאפל ווערט אנגערופן ען אר אי עם וועלכע באדייט נישט אר אי עם אויב מען וועקט אויף א מענטש אדער דער מענטש וועקט זיך אליינס אויף אינמיטן אר אי עם שלאף וועט מען געווענליך געדענקן די חלומות וועלכע מען האט זיך אט גע חלומ ט אויב מען וועקט זיך אויף אין א ען אר אי עם שלאף איז דאס נישט אינמיטן א חלום און מען געדענקט טאקע דעמאלט גארנישט אפילו אויב מען האט פריער גע חלומ ט ווייל א חלום פארגעסט מען אחוץ אויב מען וועקט זיך אויף אינדערמיט יעדער מענטש מוז האבן ער אי עם און ען אר אי עם שלאף צו באקומען א גוטע נאכט שלאף א דורכשניטליכער מענטש באקומט פראצענט אר אי עם אין זיין שלאף און דאס איבעריגע איז ען אר אי עם שלאף לויט די שטודיעס וואס זיי האבן גענומען איז יעדע אר אי עם סעסיע ארום א האלבע שטונדע לאנג אין דעם סעסיע קען מען האבן איין לאנגע חלום אדער צענדליגער און אפילו הונדערטער קליינע חלומות א גוטער וועג צו פארשטיין וואס דער שלאף טוט צו א מענטש איז צו פרובירן נישט צו שלאפן איין נאכט נישט שלאפן האט שוין יעדער אמאל געהאט און עס איז נישט אזוי געפערליך דער נעקסטן טאג שפירט מען זיך אביסל מיד פון צייט צו צייט און פארשידענע ארבעט איז אוממעגליך צו טאן אבער נאך א צווייטע נאכט אן שלאף ווייניג האבן עס שוין באוויזן ווערט אלעס פיל ערגער דער מוח קען נישט געהעריג פונקציאנירן און מען מאכט טעותים איינע נאך די אנדערע און עס איז כמעט אוממעגליך צו קאנצעטרירן אויף עפעס וואס מען דארף נוצן דעם קאפ נאך א דריטע נאכט אן שלאף איז שוין כמעט נישט מעגליך אנצוגיין און אפילו אויב מען וויל וועט זיך די אויגן צומאכן און מען וועט איינשלאפן דער כוח המעצר וועפט צוביסלעך אויס און דער מענטש שלאפט אויטאמאטיש איין דאס איז ווען מען שלאפט בכלל נישט ביינאכט אויב מען שלאפט ווייניג וועט פאסירן די זעלבע זאך נאר אין א לענגערע פארנעם לאמיר זאגן איינער וואס שלאפט נארמאל שטונדן א נאכט וועט נאר שלאפן שטונדן נאך די ערשטע נאכט וועט ער דאס בכלל נישט שפירן ביז שפעט נאכמיטאג נאך א צווייטע נאכט וועט ער שוין שפירן מיד אפילו אינמיטן טאג און נאך א דריטע און א פערטע נאכט וועט ער אויפשטיין אינדערפרי אומאויסגערוהט און ביז עטליכע טעג וועט זיין קערפער דאס מער נישט קענען אויסהאלטן און ער וועט איינשלאפן שטייענדיגערהייט אפילו אינמיטן רעדן מיט א צווייטן גענוי ווי דער וואס איז בכלל נישט געשלאפן צוויי נעכט א מענטש קען זיך געוואוינען צו שלאפן ווייניג אויב ער גייט צוביסלעך דאס טייטש אז ערשט וועט ער שלאפן מיט א האלבע שטונדע ווייניגער א גאנצע וואך און דער נאך נאך א האלבע שטונדע ווייניגער פאר א וואך א א וו מען קען זיך געוואוינען צו שלאפן אפילו שטונדן פער נאכט אויב מען טוט דאס אין א לענגערע צייט אבער דאקטוירים רעקאמענדירן דאס נישט פאר קיינעם ווייל אפילו דער פארנומענסטער מענטש דארף האבן גענוג שלאף צו קענען טאן זיין ארבעט מיט אן אויסגערוטן קאפ און אן דעם איז זיין ארבעט גארנישט ווערט אדרבה פרובירט אנהייבן שלאפן מער און איר וועט אליינס זען אז די ארבעט וועט אייך גיין גרינגער און איר וועט האבן א ישוב הדעת צו יעדע זאך שלאפן ווייניג איז נישט קיין קונץ דער קונץ איז צו זיין אן אויסגערעכנטער מענטש און נישט פארשלאפן אינדערפרי און פארדרייען דעם סקעדזשועל א מענטש מיט א סקעדזשועל איז דער צופרידנסטער און זיין קאפ איז אים שטענדיג אויפ ן פלאץ ווען א מענטש שלאפט שטארקט זיך זיין אימון סיסטעם און אויב ער וועט נישט האבן גענוג שלאף וויפיל זיין קערפער פארלאנגט וועט זיין אימון סיסטעם ווערן אפגעשוואכט און ער וועט זיין מער אויסגעשטעלט איבערצוכאפן וויירוסעס און אנדערע קראנקייטן ספעציעל דארף מען זיכער מאכן אז קינדער שלאפן גענוג ווייל א קינד וואקסט ביינאכט און אויב ער וועט נישט האבן גענוג שלאף וועט ער זי נישט וואקסן גענוג און עס איז איבעריג צו ערקלערן אז וואקסן מיינט נישט נאר וואקסן הויך נאר עס מיינט די גאנצע פארעלטערונג סיסטעם אויסער דעם דארף א קינד באקומען אסאך שלאף ווייל זיין אימון סיסטעם איז פיל שוואכער ווי אן עלטערע מענטש פונקטליך וואס עס פאסירט אין א מענטש נס קערפער דורכאויס דער שלאף און פארוואס מען דארף האבן אזויפיל שעה ן שלאף ווייסט קיינער נישט אבער עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס וועלכע זענען אנגענומען געווארן במשך די יארן די ערשטע און הויפט טעאריע איז אז די צעלן פאררעכטן זיך און טוישן זיך אויף נאר ווען מען שלאפט און וויבאלד דאס איז א לאנגע פראדעצור דארף מען האבן אזויפיל שלאף עס איז אויך אנגענומען אז דורכאויס דעם שלאף ארגאניזירט זיך דער מוח און בעארבעט אלע אינפארמאציע וועלכע ער האט געטראכט געשמעקט געזען און געהערט איבער ן טאג דאס איז אויך איינע פון די בעסטע ענטפערס איבער חלומות ווי מיר וועלן שפעטער זען מיט ן פשוט ן שכל זעט מען שלאף ווי דער רעטשארדזשער פאר ן מענטש וועלכע ארבעט א גאנצ ן טאג עס איז פאראן אן אלטע נארישע טעאריע אז שלאף פארמינערט די ענערגיע אויסגעבונג פונעם מענטש און אזוי דארף ער נישט עסן מאלצייטן פער טאג נאר עס איז אים גענוג און זינט עס איז טונקל און מען קען סייווי גארנישט טאן איז בעסער אז מען שלאפט טייל אידן גלייבן אז ווען מען שלאפט גייט די נשמה ארויף אין עולם העליון און גיבט אפ א דין וחשבון פאר גאט און ווען זיין נשמה קומט צוריק אריין אין קערפער וועקט מען זיך אויף עס איז אן הלכה אין שולחן ערוך אז ווען מען מאכט אויף די אויגן אינדערפרי ברויך מען דאנקן גאט פאר ן צוריקגעבן די נשמה מודה אני לפניך אן ערוואקסענער מענטש ברויך האבן צווישן און שטונדן שלאף יעדע נאכט דאקטוירים קומען כסדר ארויס מיט פרישע שטודיעס וויפיל שלאף מען ברויך האבן און מען קומט אלס צוריק צו דעם אויבנדערמאנטן באשלוס וועלכע איז דער דורכשניטליכער שלאף פון אן ערוואקסענער מענטש וויאזוי אימער זאגן אבער אלע דאקטוירים אז איין מענטש איז נישט דאס זעלבע ווי א צווייטן און יעדע נס קערפער גיט אים אליינס די אינפארמאציע וויפיל שלאף ער ברויך האבן אגב דער רמבם שרייבט אין הלכות דעות אז א מענטש דארף שלאפן א דריטל מעת לעת וועלכע איז שטונדן א נאכט א מענטש קען זיך געוואוינען צו שלאפן ווייניג אבער ווען מען באטראכט אלע אויבנדערמאנטע געשעענישן וועלכע קומען פאר אין שלאף דארף מען צוויי מאל טראכטן צי עס לוינט זיך אויפצוגעבן שלאף אלע דאקטוירים זענען פאראייניגט אז א מענטש דארף באקומען א געהעריגע נאכט שלאף און אויב ער וועט זיך געוואוינען צו שלאפן ווייניג וועט דאס האבן אן עפעקט אויף זיין קערפער פריער אדער שפעטער דעם מענטש נס אימון סיסטעם שטארקט זיך ביינאכט און אויב ער שלאפט נישט גענוג ווערט אפגעשוואכט און איז נישט גרייט צו באקעמפן אלע קראנקייטן וועלכע קומען אריין אינעם קערפער מען קען טאקע זען אז קראנקע מענטשן שלאפן זייער אסאך דאס איז ווייל זייער אימון סיסטעם איז אויסגעשעפט און דארף באקומען מער קראפט וואס פאסירט נאר ווען מען שלאפט אז מען וויל זיין א געזונטע מענטשן און האבן כוחות אנצוגיין מיט ן לעבן דארף מען יא האבן גענוג שלאף און עס איז נישט קיין שום מעלה אז מען שלאפט ווייניג וואס עס איז יא א מעלה איז אויב מען לייגט זיך צייטליך שלאפן און מען שטייט אויף אינדערפרי די וועלט איז אויסגעשטעלט געווארן אויף דעם וועג און אמאל איז יעדער געגאנגן שלאפן צייטליך ווייל עס איז געווען שטאק טונקל און מען איז אויפגעשטאנען פרי ווען די זון האט אויפגעשיינט פארשטייט זיך אז וויבאלד די טבע פון די וועלט איז אזוי איינגעשטעלט געווארן איז דאס די בעסטע וועג אויסצושטעלן די שטונדן פון שלאף און מען קען זיך דאס גרינג אליינס איבערצייגן אויב מען שלאפט פון ביז אינדערפרי וועט מען זיין פיל מער אויסגערוט ווי אויב מען וועט שלאפן פון ביז נאכמער אויב מען וועט שלאפן שטונדן אין די פריע נאכט שטונדן וועט מען זיין פיל מער אויסגערוט ווי אויב מען זאל שלאפן שטונדן אנגעהויבן פון אדער איינס אזייגער די אמעריקאנער וועלט האט זיך במשך די יארן אויסגעשטעלט אנדערש און מענטשן גייען שלאפן זייער שפעט וועלכע האט א שלעכטער עפעקט אויף די שלאפן סיסטעם אין דעם מענטשליכן קערפער און דערפאר איז מען שטענדיג אויסגעמוטשעט ווער עס קען היינט באווייזן צו גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך איז א העלד און עס איז זיכער אז ער האט א רואיגערע און געזונטערע לעבן א קינד דארף מער שלאף ווי אן ערוואקסענער מענטש ווייל א קינד איז אין זיין וואקסן פראדעצור און דאס פאסירט אין מערסטן טייל ווען מען שלאפט פונקט ווי עסן דארף א קינד שלאפן צעטיילט עטליכע מאל אין טאג כדי צו באקומען שלאף ווען זין איר קערפער פארלאנגט דאס רוב עלטערן ווייסן נישט וויפיל שלאף זייערע קינדער ברויכן האבן און מען לייגט זיי שלאפן ווען זיי זענען מיד אבער צו מאכן דאס בעסטע סקעדזשועל פאר די מאמעס אט זענען די רעקאמענדירטע שטונדן שלאף וואס א קינד דארף האבן אין יעדע עלטער פון איינס ביז דריי מאנאטן דארף א קינד שלאפן און א האלב שטונדן פער נאכט און שטונדן אינמיטן טאג צעטיילט אין דריי צו א סך הכל פון און א האלב שטונדן פון דריי ביז זעקס מאנאטן דארף דאס קינד האבן שטונדן ביינאכט און שטונדן בייטאג צעטיילט אין דריי צו א סך הכל פון שטונדן פון ניין ביז מאנאטן דארפן זיי האבן שטונדן ביינאכט און און א פערטל שטונדן בייטאג צעטיילט אין צוויי צו א סך הכל פון און א פערטל שטונדן פון ביז מאנאטן דארפן זיי האבן און א פערטל שטונדן ביינאכט און שטונדן איבערן טאג צעטיילט אין צוויי צו א סך הכל פון און א דריי פערטל שטונדן פון מאנאטן ביז צוויי יאר דארפן זיי האבן און א פערטל שטונדן ביינאכט און און א פערטל שטונדן בייטאג אויפאיינמאל צו א סך הכל פון און א האלב שטונדן פון צוויי ביז דריי יאר דארפן זיי האבן און א האלב שטונדן בייטאג און אנדערהאלבן שטונדע אינמיטן טאג צו א סך הכל פון שטונדן פון דארט און ווייטער דארף א קינד האבן צווישן און שטונדן א נאכט און דארף מער נישט שלאפן בייטאג זייער אסאך עלטערן מיינען אז זייערע קינדער דארפן נישט אזויפיל שלאף און וועלן לאזן די קינדער גיין שלאפן שפעט ווייל זיי קענען סייווי נישט איינשלאפן אבער דאקטוירים זאגן אז עס איז נישט ריכטיג און אזא קינד דארף האבן ספעציעלע הילף וועלכע זאל אים איר אויסלערנען איינצושלאפן עס זענען פאראן עטליכע סימנים וועלכע צייגן אויב א קינד שלאפט נישט גענוג ביינאכט עס איז אינטערעסאנט צו וויסן אז א דורכשניטליכער מענטש שלאפט ארום יאר פון זיין לעבן די וועלט זאגט א ווערטל אז איינער וועלכער איז געשלאפן אסאך האט געטראפן זיינס א פריינט וועלכער איז געשלאפן גאר ווייניג ווען דער שלעפער האט געפרעגט דעם צווייטן ווי אלט ער איז האט יענער געענטפערט אז טראץ וואס ער איז יונגער איז ער פארט פיל עלטער ווייל ער שלאפט אסאך ווייניגער וואס מיינט אז ער איז שוין וואך אויף די וועלט מער יארן ווי זיין חבר פון א פסיכאלאגישן פונקט איז עס אבער פאלש ווייל דער מענטש ס מוח איז איינגעשטעלט צו שלאפן און אנהייבן פון ניי יעדן אינדערפרי דער מענטש וועלכער שלאפט ווייניג טראכט טאקע מער שטונדן אין טאג אבער זיין מוח איז נישט אזוי אויסגערוט צו טראכטן ווי א צווייטן און עס איז יצא שכרו בהפסדו עס וועט זיין אינטרעסאנט וואס מען דערציילט אז דער וויענער רב ר יונתן שטייף האט זיך אמאל געטראפן מיט ן ערשט ן סאטמאר ן רבי ר יואל טייטלבוים און דער סאטמערער רבי האט אים געטשעפעט היתכן ער שלאפט אזויפיל ר יונתן שטייף פלעגט שלאפן שטונדן יעדע נאכט ווען דער סאטמערער רבי האט זיך געדרוקט צו אויפהאלטן ביינאכט און פלעגט אפט דרימלן אינמיטן טאג אפילו ווען מענטשן זענען אנוועזנד געווען ר יונתן שטייף האט אים באלד געענטפערט איך שלאף טאקע מער ווי אייך אבער ווען איך בין וואך בין איך וואך ארום מיליאן אמעריקאנער ליידן פון שלאפן פראבלעמען און נאך מיליאן ליידן פון צייט צו צייט די באטראפענע זאגן אז די פראבלעמען עפעקטירן זייער ארבעט דרייוון און סאציאלע אקטיוויטעטן די מעדיצינען צו באהאנדלן די באטראפענע באטרעפט ביליאן דאלאר א יאר און עס ווערט געשאצט אז די פארלוסטן וואס מען ליידט פון ווייניגער אויסגעבונג פון די פארשלאפענע ארבייטער איז אסאך מער איבער די יארן האבן דאקטוירים אויסגעמאלן אנדערע שלאפן פראבלעמען פון וועלכע מענטשן ליידן די הויפט פראבלעמען זענען אינסאמניע סליפ אפניע רעסטלעס לעגס סינדראם און נארקאלעפסי לאמיר זיי נענטער באטראכטן כמעט יעדע מענטש ליידט אמאל פון אינסאמניע דורכאויס זיין לעבן כאטש פאר א קורצע צייט דער פראבלעם איז אז מען קען נישט איינשלאפן פאר קיים שום סיבה מען איז רואיג און גארנישט טוט נישט וויי און דאך דרייט מען זיך פון איין זייט בעט צו די צווייטע און מען קען נישט איינשלאפן דער פראבלעם איז א שעה איגער פראבלעם ווייל א גאנצן טאג איז מען שיכור מיד און ווען עס קומט ביינאכט קען מען ווייטער נישט איינשלאפן און אזוי ווייטער און ווייטער ארום מיליאן אמעריקאנער רעדן זיך אפ צו דאקטוירים וועגן דעם פראבלעם יעדעס יאר און לויט ווי די דאקטוירים זאגן איז עס מער שייך בי עלטערע מענטשן און מער ביי פרויען ווי ביי מענער ארום פראצענט פרויען און פראצענט מענער העכער יאר ליידן פון אינסאמניע די וואס ליידן דערפון נאר פון צייט צו צייט קענען דאס אויסמיידן דורך נעמען שלאפן פילס וועלכע וועפט אויס נאך עטליכע וואכן ווען דער קערפער ווערט צוגעוואוינט דערצו עס זענען אויך פאראן א רייע איבונגן און עצות וועלכע קענען אוועקנעמען אינסאמניע אבער די וואס ליידן דערפון עמטליך איז נישט פאראן קיין שום רפואה און מען ליידט זיך אן דערפון אמאל יארן פונקטליך וואס ברענגט אינסאמניע ווייסט מען נישט אבער אסאך שטודיעס האבן געוויזן אז מענטשן וועלכע האבן אנגעהויבן ליידן פון אינסאמניע האבן שפעטער אנטוויקעלט א מחלה עס קען אויך קומען פון מוח אנגעשטרענגטקייט אדער אנדערע פראבלעמען וועלכע עפעקטירן דעם מוח דאס איז א פראבלעם אין שלאף ווען מען קען נישט געהעריג אטעמען דער פראבלעם פאסירט געווענליך ביי פעשע מענטשן אדער ביי עלטערע מענטשן וועלכע ס מוסקלן זענען שוין אפגעשוואכט די מענטשן וועלכע ליידן דערפון שנארכן עפעס אויסערגעווענליך און קענען זיך אויפכאפן פון צייט צו צייט מיט אטעמען פראבלעמען דער פראבלעם קען אמאל זיין א סכנה אבער אין רוב פעלער וועט עס נאר נערווירן דעם באטרעפענדן ווען עס וועט אים אויפוועקן צענדליגער מאל פער נאכט דאקטוירים זאגן אבער אז דער פראבלעם קען אין א לענגערע צייט אפשניט ברענגן אנדערע ערנסטע פראבלעמען ארינגערעכנט הארץ פראבלעמען אסאך עלטערע מענטשן וועלכע שטארבן אין שלאף לע ליידן פון דעם פראבלעם עס ווערט געשאצט אז מיליאן אמעריקאנער ליידן פון דעם פראבלעם אבער אין רוב פעלער איז דער פראבלעם קליין און זייער אסאך רעדן זיך אפילו נישט אפ צו א דאקטאר דער אפטייטש דערפון איז אומרואיגע פיס קראנקייט ארום מיליאן אמעריקאנער ליידן דערפון ווען זייערע פיס דרייט זיך און פארקרומט זיך זייער אסאך מאל אינמיטן שלאפן און דאס נעמט אוועק די מנוחה פון שלאף און וועקט זיי אויף צענדליגער מאל די וואס ליידן שטארק דערפון רירט זיך זייער פיס יעדע ביז סעקונדעס און יעדעס מאל עס ווערט פארדרייט אדער אומבאקוועם וועקן זיי זיך אויף עס איז פאראן מעדעצינען דערפאר און זייער אסאך נוצן עס דער פראבלעם עפעקטירט א פערטל מיליאן אמעריקאנער און איז אן אינטערעסאנטער פראבלעם ווען עס קען זיי אנכאפן א טויטליכע מידיקייט עטליכע מאל אינמיטן טאג אפילו אויב זיי שלאפן געהעריג ביינאכט די מידיקייט איז נישט צום אויסהאלטן און מען קען נישט ווייטער עקזעסטירן סיידן מען לייגט אראפ דעם קאפ אויפ ן טיש צום ווייניגסטענס יעדע אטאקע קען אנהאלטן צווישן איין מינוט און א האלבע שטונדע און ווען די אטאקע איז אריבער איז מען צוריק ווי גארנישט וואלט געווען עס איז נישט פאראן קיין געהעריגע רפואה דערפאר אבער זייער אסאך וועלכע ליידן דערפון דארפן נעמען די שטארקע מעדעצינען וועלכע הלאט זי צוריק פון איינשלאפן און אנידערפאלן סיי וואו זיי שטייען ווען עס פשוט זיין א סכנה אין געוויסע פעלער אט זענען א רייע רקאמענדאציעס פון די נאציאנאלע סליפ פאנדעישן פאר יעדן איינעם זיך צו פארזיכערן א גוטע נאכט שלאף די וועלט האט א גרויס ן טעות אז אלקהאל העלפט גאר שלאפן אבער שטודיעס ווייזן פארקערט און כאטש עס האלט טאקע נישט צוריק פון שלאפן האלט עס אבער יא צוריק פון אר אי עם שלאף וועלכע איז די וויכטיגסטע טייל פן שלאף ווי מיר האבן פריער דערמאנט זעה דאס פארקערטער פון שלאף וואך וואך איז דער פארקערטער פון שלאף עס ווערט געמאסטן אז מען איז ביים וויסן דהיינו אז דעמאלטס קען מען שוין אויסהערן שרייבן ליינען רעדן טראכטן שפאצירן גיין ארבעטן און קאמיוניקירן כאטשיג מען קען טוען די אלע זאכן אינמיטן שלאפן אויכט איז עס אבער נישט פון וויסן נאר פון געוואונהייט און עס האט נישט די פרייע בחירה בעשת מען טוט דאס דאס הייסט ענדערשט א חלום אדער לבנה קריכן דאס ווארט קען אויך מיינען אין פסיכאלאגיע אדער אין רעליגיע זיך צו אויפוועקן איינזעהן און אנערעקענען א נייעם פאקט ווי מיר טרעפן אין תנך דעם באגריף עורה כבודי ערוועק מיין כבוד כדי אנערקענען און איינצוזעהן גאט ס עהרע אויף די באשעפענישען פון די וועלט צופרי נאך א לאנגער נאכט ספעציעל ווען אינדרויסען הערשט א פראסט גייט זייער שווער זיך אויפוועקן פון שלאף דוד המלך פלעגט האבן א פידל וואס האט געארבייט דורך א פאטענט זיך צו זינגען פון זיך אליינס אים צו ערוועקן דער מויל געפינט זיך אינמיטן פנים מקען דערמיט רעדן אויכט קען מען דערמיט שמייכלן און קייען און עסן און שפירן דער טעם פון עסן אויכט קען דערמיט קושן די חבר פאמיליע אדג אויכט קען מען שלינגען וואסער און אנדערע ליקוואדס אויכט קען מען דערמיט פייפען מאכן ברוגז און זיין שטרענג שרייען לאכן און וויינען די פייכטע טעקסטשאר אן קיין ביינער געבן צו געשמאקייט צו דעם מויל אויך אטעמט מען דורך די מויל החיים והמות ביד הלשון די מויל רעדט שטותים און קען אויך רעדן קלוגשאפט דעריבער איז דאס בעסטע איר צו האלטן פארמאכט און הערמעטיש פארשאלסן כדי עס זאל נישט ארויסקומן פון איר קיין סכנה אדער אריינגיין אין איר זשערמס וואס קען הרגענען די מענטש די מויל איז די עפענוג פון גליק צום לעבן ביים עסן און טרינקען אפילו איך וועל שטיין אויפן קאפ וועט זיך דאס אראפגליטשען זיך די פייפ אריין אין מאגען דורך סאפיסטיקירטע מוסקעלן ווייברעשאנס פון זיך אליינס אן קיין צער און גארנישט פילן אינעם האלז איז דא צוויי רערן איינס לעבן אנדערן פאר די לופט צו אטעמען און פאר די עסן אראפצושלונגן דער לופט רער איז שטענדיק אפען צו קענען אטעמען אלזא פארוואס גייט נישט אריין קיין עסן און טרינקען אין די ראנג פייפ אראפצו די לינגען נאר סאיז דא א ספעשל וואלוו אזא קאווער וואס ווען מען שלונגט אראפ ביים מויל עפעס פארמאכט זיך דאס אויפן לופט פייפ פון זיך אליינס דורך מוסקלען וואס רוקן זיך אין האלז פון די שלונג ווי אזוי ווייס איך נישט אבער ס איז נישט קיין חילוק וויפל איך עסט דער דעקל מאכט זיך אייביג צו ער ווערט קיינמאל נישט מיעד איבונגען אדער געניטונגען מיינט לויפן שפאצירן און הייבן שווערע וואג האלט די מוסקלען פונעם קערפער אויפגעפרישט און אקטיוו צו לעבן לאנג און געזונט טייל מאכן דאס פאר שיינקייט און טייל פאר געזונטהייט איידער מען וויל אנהייבן מאכן איבונגען אדער לייענען וועגן זיי איז זייער וויכטיק צו פארשטיין ווי אזוי די מוסקלען ארבעטן און וואס איבונגען טוט דערצו די וואס פארשטייען וואס זיי טוען ברענגען געוויינלעך בעסערע רעזולטאטן אין א קירצערער צײט דער כלל איז וויכטיק צו געדענקען אז איבונגען אויב מען טוט דאס נישט ריכטיק איז דאס גארנישט ווערט און קען א מאל אפילו ערגער מאכן דער מענטש פארמאגט גרופעס פון מוסקלען אויסגעשפרייט אין אלע טיילן פון זיין קערפער און יעדע גרופע פארמאגט עטלעכע און א מאל צענדליקער מוסקלען וועלכע ברענגען אלעס צוזאמען צו הונדערטער מוסקלען גרויסע און קליינע וועלכע מאכן רירן אונדזערע הענט פיס קאפ רוקן פינגערס אקסלען און ביינער די גרופעס מוסקלען זענען איינגעטיילט אין דריי טיילן סקעלעטאל מוסקלען סמוט מוסקלען און קארדיאק מוסקלען סקעלעטאן מוסקלען זענען די גרעסטע און זיי זעט מען פון אינדרויסן פון דעם קערפער סמוט מוסקלען זענען די גאר קליינע מוסקלען וועלכע קאנטראלירן אלע אדערן לופט רערן און דער גאנצער ארויסגיין סיסטעם די מוסקלען קענען זיך זייער שטארק אויסציען און קענען בלייבן אויסגעצויגן פאר זייער א לאנגע צייט קארדיאק מוסקלען זענען די צענליגער מוסקלען וועלכע מאכן די הארץ ארבעטן פיזיש די צווייטע צוויי מוסקלען גרופעס ארבעטן אויטאמאטיש מיט ן קערפער סיסטעם און זענען ווי די מאטארן צו דעם לעבעדיגן מענטש וועלכע מאכן פון ענערגיע צו באוועגונגען די סקעלעטאל מוסקלען זענען אבער אינגאנצן נישט אזוי און וועלן נאר ארבעטן ווען דער מענטש וועט וועלן עס זאל ארבעטן און דער מוח וועט שיקן דעם מעסעדזש ער זאל זאפארט אויספירן זיין פליכט אט דערפאר דארפן די קלענערע מוסקלען וועלכע זענען רוב מוסקלען נישט באקומען קיין איבונגען ווייל זיי באקומען דאס יעדע מינוט וואס דער מענטש איז אויף צום ביישפיל די מוסקלען אין די אויגן קאנטראלירן די אויגן מיט יעדן אויגן בליק און וועלן נישט רוען ביז מען גייט שלאפן די גרויסע סקעלעטאל מוסקלען זענען אבער אנדערש און זענען באשאפן געווארן צו קענען אויספירן די שווערערע ארבעט פון דעם קערפער די גרופעס מוסקלען ארבעטן אינאיינעם ווען איר רירט אייער הענט פון דא ביז דארט ארבעטן בעיקר די האנט מוסקלען אבער ווען איר וועט אויפהייבן א שווערע זאך וועלן די הויפט מוסקלען פון אייערע הענט אקסלן און רוקן צוזאמען העלפן אויספירן די ארבעט מיט זייער קראפט יעדער מוסקל איז צוזאמענגעשטעלט פון טויזענטער דינע פייבער שטריקלעך בערך די דיקיקייט פון א האר וועלכע האלטן זיך צוזאמען מיט אן אנדערע אינהאלט וועלכע ווערט אנגערופן מייאסינס די געבוי אנטהאלט אויך אסאך אדערן וועלכע פליסן אריין בלוט און העלפן צוזאמענציען די גאנצע זאך יעדעס מאל עס וויל מאכן פון ענערגיע צו באוועגונגן אונז לעבן מיר היינט אין א באקוועמע וועלט צוגעשטעלט פון אלעם גוטן מיר דארפן נישט שפאנען קיין פערד אקערן די פעלדער וואשן וועש אין טייך און שלעפן וואסער פון דעם ברונעם מיר פארן ארום מיט אויטאס מיר האבן אלעס גרייט אין די סופערמארקעטס די וועש וואשט זיך אליינס און וואסער קומט פון א קראן טאקע א באקוועם וועלט אבער דער פאקט ווייזט אז די מענטשן פון יענע צייטן זענען געווען שטערקער און געזונטער ווי אונז זענען מיר היינט אמאל האבן מענטשן טאקע געלעבט ווייניגער צוליב די פילע קראנקייטן וועלכע האבן געשוועבט אין די אטמאספערע היינט זענען פאראן מעדיצינען פאר אלע קראנקייטן אבער נאך אלס זענען אונזערע קערפער שוואכער ווי עס איז געווען אמאל און דאס איז צוליב די באקוועמליכקייטן וועלכע מיר האבן אין אונזער לעבן דער מענטש נס קערפער איז באשאפן געווארן צו ארבעטן און נישט צו שלאפן פונקט ווי א מעסער דארף שניידן צו בלייבן שארף דאס זעלבע דארף דער קערפער ארבעטן צו בלייבן אקטיוו און געזונט א מענטש וואס פארט מיט אן אויטא איבעראל און זיצט אין אפיס אדער אין כולל רוב פון זיין טאג איז אים קריטיש וויכטיג ער זאל מאכן איבונגען כדי ער זאל בלייבן ביי די כוחות ווען ער ווערט עלטער מען קען זען אסאך מיטל יעריגע מענטשן וועלכע קענען זיך קוים באוועגן און פארלירן דעם אטעם מיט יעדע איבערשטרענגעניש אזעלכע מענטשן האבן ווייניגער שאנסן איבערצוטראגן קראנקייטן און ווירוסעס גיפטן אן אקטיווער מענטש אנטוויקלט א שטארקע אימון סיסטעם און שטודיעס ווייזן אז אזעלכע מענטשן לעבן לענגער און האבן ווייניגער פראבלעמען ווי די אנדערע די ערשטע כלל וואס דער רמבם שטעלט אראפ אין פערטן פרק אין הלכות דעות איז כללו של דבר יענה גופו וייגע כל יום בבקר עד שיתחיל גופו לחום וישקוט מעט עד שתתישב נפשו ואוכל אט די זעלבע ווערטער ווערן שוין איבערגעזאגט דורך אלע דאקטוירים פאר הונדערטער יארן אז דער מענטש מוז ווארים מאכן זיין קערפער דורך איבונגען בעפאר ער הייבט אן דעם טאג דער רמבם שרייבט ווייטער אין סעיף יד ועוד כלל אחד אמרו בבריאת הגוף כל זמן שאדם מתעמל וייגע הרבה אין חולי בא עליו וכחו מתחזק ואפילו אוכל מאכלות הרעים הערט נאך עטליכע ווערטער אינעם נעקסטן סעיף וכל מי שהוא יושב לבטח ואינו מתעמל אפילו אכל מאכלות טובים ושמר עצמו על פי הרפואה כל ימיו יהיו מכאובים וכחו תשש די ווערטער זענען קלאר און דייטליך און גארנישט האט זיך נישט געטוישט זינט דאן א מענטש וואס ארבעט אויס זיין קערפער איז אפגעהיטן פון קראנקייטן און ער קען בעסער פארדייען די עסן אזוי ווייט אז דער רמבם גיט אים א גאראנטי אז ער מעג אפילו עסן נישט געזונטע עסן און עס וועט אים נישט שאטן פארקערט אויב ער ארבעט זיך נישט אויס דעמאלט אפילו אויב ער וועט עסן ארגעניק עסן וועט עס אים גארנישט העלפן אויב דער רמבם האט עס געזאגט אויף יענע צייטן איז א קל וחומר היינטיגע צייטן ווען די עסן זענען טאקע נישט געזונט און מען מאכט גארנישט קיין איבונגען ברענגט מען זיך פראבלעמען פאר זיך אליינס און עס גייט אריין אין דעם כלל פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם יעדע סארט איבונגען ארבעט אויס אן אנדער מוסקל צי זאל דאס זיין לויפן שווימען אויפהייבן וואג קריכן טאנצן א ד ג אין יעדע פון די ביישפילן וועלן די מוסקלען ארבעטן אנצוהאלטן אייער קערפער בארירונג צו קענען ווייטער טאן דאס וואס עס טוט אין אנדערע ווערטער קען מען אפטייטשן דאס ווארט איבונגען אלס מוסקלען אקטיוויטעטן ווען א מענטש הייבט אן טאן איבונגען וועט זיין גאנצע קערפער זיך טוישן זיין הארץ וועט אנהייבן פאמפן מער בלוט די אדערן וועלן זיין פארנומען די נערוון וועלן טאן זייער מעסעדזשינג ארבעט גאר געשיקט און דאס אלעס וועט ארויסברענגן א היץ אינעווייניג אינעם קערפער וואס וועט אויסוועפן דורך נאסע שוויץ וועלכע וועט בעארבעט ווערן דורך די שוויץ רערן איינמאל די אלע זאכן ארבעטן מיט ן פולן ברען וועלן אנדערע מוסקלען אדערן און נערוון זיך אויטאמאטיש איינשטילן כדי דער קערפער זאל האבן גענוג ענערגיע אויסצופירן זיין ארבעט אויב דער מענטש וועט טאן איבונגען אויף מערערע טיילן פון זיין קערפער אינאיינעם צום ביישפיל ער וועט לויפן און אין דער זעלבער צייט וועט ער דרייען זיינע הענט וועט זיין קערפער נוצן נאך מער ענערגיע און ער וועט שוויצן נאכמער אבער אין אזא פאל וועט ער שנעל זיין געצווינגן עס אפצושטעלן ווען ער וועט שפירן אז זיינע כוחות לאזן זיך אויס ווען דער קערפער איז אין פולן שוואונג פון ארבעט ווערט דער גאנצער מענטש ווי א מאשין וואס נוצט ענערגיע צו פראדוצירן קראפט גענוי ווי אלע מאשינען וועט דער קערפער וועלן פטור ווערן פון היץ און פון אלע כעמיקאל אפפאל וועלכע ווערן געשאפן דורך די מוסקלען באוועגונגן דאס איז דער סיבה פארוואס מען שוויצט אזוי שטארק ווען מען מאכט איבונגען אבער נאך א זאך פאסירט אין א קערפערישע ארבעט און דאס איז דער גרויסער פארלאנג פאר לופט א מענטש לעבט אויף לופט און ווען ער ארבעט פארלאנגט ער נאכמער לופט אין א וויסנשאפטלעכער וועג קען מען דאס גרינג פארשטיין ווייל יעדע ענערגיע וואס ווערט געשאפן פון כעמיקאלן רעאקציעס פארלאנגט אסאך לופט און דאס זעלבע איז מיט ן קערפער און ווי מער ארבעט אלס מער לופט יעדעס מאל ווען איר מאכט איבונגען וועט איר אין איינוועגס מאכן איבונגען אויך פאר די הארץ און שטודיעס ווייזן אז די וואס מאכן איבונגן ווייניגסטענס צוויי מאל א וואך האבן א קלענערע ראטע אין הארץ פראבלעמען די הארץ איז א שטיק מוסקל וועלכע ארבעט צו סופלייען דעם קערפער מיט בלוט ווען דער מענטש מאכט איבונגען וועט דער הארץ ארבעטן זייער שווער צו ברענגן די נויטיגע בלוט פיל מיט אקסיגען זויערשטאף צו די מוסקלען וועלכע ווערן גענוצט אין די טרענירונג ווען די איבונגען איז אין פולן שוואונג וועט די הארץ פאמפן מאל אזוי שנעל ווי נארמאל די הארץ טוט איר ארבעט דורך אריינציען און ארויספליסן די קערפערליכע בלוט און מיט דעם וואס עס פליסט און איז אזוי אקטיוו מאכט עס די בלוט ווארים און ווארימט אן דעם מענטש אין נארמאלע אומשטענדן וועט די הארץ פאמפן ארום כמעט ליטער גאלאן בלוט אין איין מינוט אבער ווען מען מאכט איבונגען וועט עס פאמפן צווישן און גאלאן ליטער בלוט פער מינוט דאס איז זייער אסאך און קומט אויס אז יעדעס ביסל בלוט אינעם קערפער פליסט דורך די הארץ עטליכע מאל אין איין מינוט ווייל דער גאנצער קערפער פארמאגט נאר צווישן און גאלאנען בלוט יעדע שווערע ארבעט וואס א מענטש טוט איז איבונגען פאר זיין קערפער א מענטש וואס ארבעט שווער א גאנצן טאג און שלעפט שווערע געוויכטן אדער לויפט ארום אסאך איז נישט פאראן בעסער פון דעם דער מענטש סטימולירט זיין בלוט רוב שעה ן פון טאג און ער ברויך נישט האבן קיין ספעציעלע איבונגן אויסער אויב ער וויל אויסארבעטן א געוויסע טייל פון זיין קערפער ווי אן איינגעבויגענע רוקן אדער פארלירן אביסל וואג דער דורכשניטליכער מענטש וואס זיצט ביי אן אפיס טיש רוב פון טאג דער דארף דאס וויכטיג האבן צו זיין געזונט עס זענען פאראן צענדליגער פראגראמען וואס מען קען זיך אויסוועלן און די בעסטע איז מען זאל זיך דורכרעדן מיט א דאקטאר אדער טרענירונג עקספערט וואס מען זאל טאן דער קאנצעפט פון טאן איבונגען אין א פראגראם האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די לעצטע יאר בעפאר האט קיינער נישט געטראכט פון איבונגען ווייל רוב מענטשן האבן געארבעט פיזיש און עס האט זיך נישט אויסגעפעלט מער פון דעם היינטיגע איבונגען פראגראמען באשטייען פון פשוטע קערפער טרענירונגן און אויך מאדערנע איבונגן מיר וועלן דאס צעטיילן אין צוויי טיילן און זיי רופן פיטנעס פראגראמען און פרייוואג פראגראמען דער שפיץ חילוק צווישן די צוויי פראגראמען זענען אז פיטנעס פראגראמען זענען געמאכט פאר פרויען און פרייוואג זענען געמאכט פאר מענער אבער דאס שליסט נישט אויס ביידע פון מאכן די אנדערע פראגראמען א מאן קען פונקט אזוי טאן א פיטנעס פראגראם און א פרוי קען פונקט אזוי טאן א פרייוואג פראגראם נאר וויבלאד עס איז נישט רעקאמענדירט פאר א פרוי צו טאן שווערע איבונגען איז פיטנעס פראגראמען באצייכנט געווארן אלס פרויען פראגראמען כאטש מענער דארפן דאס פונקט אזוי טאן נאך וויכטיגער פון פרייוואג פיטנעס פראגראמען באשטייען פון פראגראמען מיט און אן מאשינען די פראגראמען אן מאשינען זענען פשוט ע טרענירונגן אין וועלכע מען בייגט און מען ציט אויס אלע מוסקלען זיי צו סטימולירן רוב פון די פראגראמען זענען אריינגעלייגט אין פארעם פון א טאנץ וועלכע מאכט דאס גרינגער צו געדענקן און ברענגט אויך מער ווארימקייט אינעם קערפער בשעת מען ציעט אויס די מוסקלען וועלכע איז זייער א וויכטיגע זאך דערנאך זענען פאראן מאשינען מיט וועלכע מען ארבעט אויס געוויסע מוסקלען גרופעס יעדע מיט אן אנדערע מאשין פרייוואג פראגראמען זענען געמאכט פאר די וואס זענען שוין געוואוינט צו מאשינען און פארשטייען שוין דעם קאנצעפט פון איבונגען אין פרייוואג פראגראמען נוצט מען ספעציעלע וואג וועלכע ווערט אנגערופן דאמבעלס און מען הייבט זיי פריי מיט די האנט אדער פיס אן ווערן געפירט דורך א מאשין די סארט איבונגען ברענגן די בעסטע רעזולטאטן אבער וויבאלד מען קען דאס טאן זייער נישט ריכטיג אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי איז וויכטיג פאר אנהייבער צו נוצן נאר מאשינען פאר א לאנגע צייט א גוטע דיעטע איז דער ערשטער און וויכטיקסטער טריט צו איבונגען א מענטש וואס עסט געזונט און מיט א סדר וועט מער אויפטאן מיט זײנע איבונגען ווי דער וואס עסט נישט געזונטע עסן און האט נישט קיין סדר היום מיט עסן דער סדר היום מיט עסן איז אנדערש אין צפון אמעריקע אייראפע אזיע און אין אפריקע אין צפון אמעריקע איז די הויפט מאלצייט נאכטמאל אין אייראפע און אין אזיע איז דאס מיטאג אין צפון אמעריקע עסן א גרויסע טייל מענטשן בכלל נישט קיין מיטאג און טייל עסן זייער שפעט פרישטאג אין אפריקע עסט מען פרישטאג גאר פרי און אין אזיע עסט מען פלייש אינדערפרי די עסן זעלבסט איז אויך אנדערש איבעראל און א מענטש פון צפון אמעריקע קען נישט אריינגיין אין א רעסטוראנט אין האנג קאנג ווייל ער וועט נישט האבן וואס צו עסן ווי אזוי אימער דארף זיך דער מענטש מאכן א סדר היום מיט זיין עסן ער מוז נישט עסן דריי מאלצייטן א טאג אבער ער דארף יא עסן זיין הויפט מאלצייט יעדן טאג אין די זעלבע צייט צי זאל דאס זיין פרישטאג מיטאג אדער נאכטמאל א מענטש וואס עסט היינט פרישטאג מארגן נאכטמאל און איבערמארגן עסט ער קליינע מאלצייטן אינעם זעלבן טאג מאכט ער זיך אליינס חרוב זיין קערפער און איבונגען וועט אים קיין סאך נישט העלפן וועגן געזונטע עסן דארף מען אפילו נישט דערמאנען און יעדער פארשטייט אליינס די רעזולטאטן פון געזונטע און נישט געזונטע עסן די עסן וואס מיר עסן היינט איז שוין בכלל נישט די זעלבע וואס מען האט געגעסן אמאל און די אלע נאשעריי וואס זענען היינט פאראן אויף די מארקעט האט אמאל נישט עקזיסטירט און ווער עס רעדט זיך איין אז די נאשעריי שאדט אים נישט איז אן אומוויסנדיגער מענטש און די רעאליטעט וועט אים דאס איבערצייגן אין לויף פון די יארן די בעסטע צייט צו טאן איבונגען איז אינדערפרי בעפאר מען עסט פרישטאג ווייל דעמאלט איז נאך דער קערפער ליידיג פון עסן און די רעזולטאטן פון איבונגן איז דאס בעסטע ווען די פארדייאונג סיסטעם ארבעט אויף א קליינעם פארנעם און דערפאר איז טאקע וויכטיג צו עסן א קלייניקייט בעפאר מען הייבט אן כדי די בלוט זאל אנהייבן צירקולירן נאטורליך און דער מענטש זאל באקומען אביסל כוח צו טאן די איבונגן נישט יעדער קען אבער טרעפן די צייט אינדערפרי און וועלן ליבערשט טאן אביסל איבונגן ביינאכט אדער שפעט נאכמיטאג אנדערע צייטן קענען אויך זיין גוט אבער עס איז וויכטיג צו געדענקן דעם כלל אז איבונגען איז נאר גוט ווען מען איז נישט צו הונגעריג און נישט צו זאט אויב מען מאכט איבונגען באלד נאך נאכטמאל טוט מען גארנישט אויף ווייל די מוסקלען וועלכע ווערן אויסגעארבעט וועלן דארפן מער ענערגיע וואס וועט נאר צושטאנד קומען נאכדעם וואס די מוסקלען אינעם פארדייאונג סיסטעם וועלן זיך פארלעשן און די אומפארדייעטע עסן וועט מאכן מער שאדנס ווי די איבונגען פארקערט איז אויך נישט גוט ווייל ווען דער מענטש איז הונגעריג וועלן זיינע מוסקלען נישט קענען ערהייבן דאס וואס עס וואלט נארמאל יא געקענט די בעסטע צייט צו טאן איבונגן ביינאכט איז עטליכע שטונדן נאכ ן עסן ווען די פארדייאונג ס סיסטעם האט שוין פארענדיגט איר ארבעט און דער מענטש האט נאך גענוג כוח צו ארבעטן שפעט ביינאכט איז נישט גוט ווייל דער קערפער איז בטבע מער אפגעשוואכט און די רעזולטאטן זענען שוואכע איינמאל מען פארענדיגט מאכן איבונגען איז זייער נישט געזונט צו עסן ווייל דער גאנצער קערפער איז נאך דעמאלט אויפגעקאכט און דאס עסן קען נישט דעמאלט געהעריג פארדייעט ווערן מען מוז ווארטן ווילאנג אלעס בארואיגט זיך אינגאנצן און ערשט דערנאך קען מען עסן אגב דאס עסן נאך איבונגן האט א ספעציעלן אפעטיט און דער מענטש קען בטבע עסן דעמאלט מער ווי נארמאל צופיל איבונגען איז נישט גוט פארן קערפער פשוט ווייל איבונגען שוואכט אפ דעם קערפער און מען דארף האבן אסאך אפרו דער קערפער דארף האבן ווייניגסטנס שטונדן אפרו נאכדעם וואס מען מאכט א שווערע פראגראם דאס ווארט גייט אז איבונגען באשטייט פון זאכן א גוטע דיעטע א שווערע פראגראם און אסאך אפרו די אפרו איז א טייל פון דעם פראגראם און ערשט דעמאלט הייבן אן די רעזולטאטן צו קומען איינער וואס וויל זיין גוט אויסגעארבעט און אקטיוו איז ראטזאם צו טאן איבונגען צווישן און מאל א וואך מער פון דעם איז צופיל און איבעריג די וואס האבן נישט קיין צייט זאלן כאטש פרובירן איינס אדער צוויי מאל א וואך און אויסוועלן א גוטע צייט וועלכע וועט ברענגן גוטע רעזולטאטן פארגעסט נישט אז שלאפן איז איינע פון די זאכן וואס איז וויכטיג אין די אפרו טעג אויב מען איז מיד און אויסגעמוטשעט איז א שאד צו מאכן איבונגן ווייל עס וועט זיין יצא שכרו בהפסדו אן ערוואקסענער מענטש מוז שלאפן ווייניגסטנס שטונדן א נאכט און א קינד דארף האבן כאטש שטונדן דאקטוירים רעקאמענדירן מער אבער דאס איז דער מינימום וואס מען מוז האבן פיזישע ארבייטער דארפן נישט טאן קיין איבונגען אבער אויב זיי האבן די צייט איז יא כדאי צו טאן כאטש עפעס איבונגען ווייל די איבונגען מיט מאשינען אדער אין פראגראמען גיט פיל בעסערע רעזולטאטן ווי די פיזישע ארבעט און אויב טוט ער דאס ריכטיג וועט אים דאס גאר געבן כוח צו טאן זיין ארבעט גרינגערהייט ווי געזאגט באקומט מען אסאך ענערגיע און מען שפירט זיך מער אקטיוו און גרייט אויב מען טוט איבונגן כסדר איידער מען הייבט אן סײ וואסערע איבונגען איז זייער וויכטיק צו טאן צוויי זאכן אנווארעמונג און אויסציאונג ווען מען מאכט איבונגען שטרענגט מען איבער די מוסקלען מער ווי נארמאל און די מוסקלען דארפן זיין גרייט דערפאר וואס פאסירט דורך אנווארימען דעם קערפער וואס מאכט אז די בלוט צירקולאציע זאל ווערן מער אקטיוו און דאס ווארימט אויטאמאטיש אן אלע טיילן די גרינגסטע וועג איז ארויפצוגיין אויף א טרעדמיל און לויפן דערויף צווישן און מינוט ווען א מענטש לויפט נוצט ער אסאך ענערגיע און ער ווערט שנעל אנגעווארימט פארשטייט זיך אז אויך לויפן איז נישט גוט אנצוהייבן פלוצלונג און מען דארף ערשט גיין פאמעלאך און דערנאך אביסל שנעלער ביז מען איז גרייט צו לויפן א טרעדמיל איז אבער נישט די די איינציגסטע וועג צו ווארימען דעם קערפער א שנעלע שפאציר בריסק וואקינג איז מער ווערט פון דעם ווייל די טריט אויפ ן גאס איז מער אקטיוו און דארט אטעמט מען פרישע לופט וועלכע איז קריטיש וויכטיג ווען מען מאכט איבונגען בכלל איז יעדע סארט איבונגען אויפ ן גאס ווערט אסאך מער ווי אינעווייניג און אויב מען האט דער צייט דערפאר איז גוט צו נעמען א שפאציר ווי אפט מען קען און שעפן אביסל פרישע לופט אין דער זעלבער צייט וואס מען בעארבעט די מוסקלען ווען מען מאכט איבונגען אינעווייניג אין דעם ווינטער איז וויכטיג אז די טעמפערעאטור פון די הייצונג זאל זיין נידעריגער ווי ארגינעל פארנהייט כמעט צעלזיוס ווייל די הייצונג איז א שטיקיגע לופט און עס איז נישט גוט פאר די אקסיגען וואסערשטאף ווען מען איז איבערגעהיצט אויב עס איז מעגליך איז כדאי צו עפענען די פענסטער עס זאל אריינקומען פרישע לופט און נאך בעסער איז אויב מען עפענט פענסטער עס זאל ווערן א שטיקל צוק און די שטיקיגע לופט וועט ארויסגעטריבן ווערן אויב די צוק ווערט צו שטארק זאל מען פארמאכן די פענסטער ווייל עס קען זיין א סכנה אין דער זומער איז כדאי צו נוצן אן עיר קאנדישן לופטקילער ווען מען מאכט איבונגען מען זאל באקומען לופט צו קענען גיין ווייטער עיר קאנדישן איז אבער נישט קיין מוז און מען קען מאכן איבונגען אן דעם אויך מען וועט נאר אביסל מער שוויצן און מען וועט דארפן טרינקן מער וואסער איינמאל מען איז אנגעווארימט און גרייט דארף מען אויסציען די מוסקלען אויף וועלכע מען גייט יעצט מאכן איבונגען וויבאלד די מוסקלען זענען נישט צוגעוואוינט צו אזעלכע שטארקע איינציאונגן דארף מען זיי גרייט מאכן דורך פאמעלעך אויסציען איינס ביי איינס לאמיר זאגן מען גייט מאכן איבונגען אויף די אקסלען איז וויכטיג צוצוגרייטן די מוסקלען אויף די אקסלען דורכ ן אויסציען וועלכע איז געווענליך געוויסע וועגן ווי אזוי אויפצוהייבן די הענט אדער אויסשפרייטן צו יעדן מוסקל איז פאראן איינס אדער עטליכע וועגן וויאזוי מען קען דאס אויסציען און דאס וועט אייך אייער טרענירער אויסלערנען איבונגן קענען נישט ווערן געטאן לויט די אייגענע פארשטאנד ווייל אויב מען מאכט עס נישט ריכטיג איז עס גארנישט ווערט נאך איין וויכטיגע זאך בשעת מען מאכט איבונגען איז צו טרינקן וואסער ווי דערמאנט פארלאנגען די מוסקלען אסאך אקסיגען און איינע פון די הויפט וועגן זיי דאס צו געבן איז דורך טרינקען וואסער אויסער דעם דארף מען האבן די וואסער צו האבן כוח ווייטער צו גיין ווייל די שוויץ טריקנט אויס די גאנצע קערפער און מען דארף האבן גענוג נאסקייט אינעם קערפער צו קענען עקזיסטירן מען קען טרונקען וויפיל עס גייט און אפילו אויב מען שפירט נישט אז מען איז דארשטיג זאל מען דאך טרונקן יעדע עטליכע מינוט ווייל ביי דער צייט מען וועט דאס דארפן איז שוין צו שפעט ווי דערמאנט זענען פאראן גרופעס מוסקלען אינעם קערפער וועלכע זענען איינגעטיילט אין דריי סארט קאטעגאריעס און נאר די סקעלעטאל מוסקלען זענען וויכטיג אויסצוארבעטן ווייל די אנדערע וועלכע געפינען זיך אין די הארץ און געדערים זענען שטענדיג טעטיג פון די סקעלעטאל מוסקלען זענען אויך נישט אלע וויכטיג צו בעארבעטן און א דורכשניטליכער מענטש וואס וויל פשוט האבן כוח און באקומען אביסל ענערגיע דארף בעיקר נאר אויסארבעטן די מוסקלען פון די האנט אקסלן רוקן ברוסט קאסטן און פיס די צוויי הויפט מוסקלען פון די האנט ווערן אנגערופן די בייסעפס און די טרייסעפס די בייסעפס זענען די פאדערשטע מוסקלען וועלכע זעט זיך צום מערסטן ארויס און די טרייסעפס ליגן אונטער דעם די אלע מוסקלען צוזאמען גיבן די קראפט פאר די הענט צו טאן אלעס אפילו ווען איר בייגט נאר איין פינגער וועלן די מוסקלען זיך אויך רירן די מוסקלען אויף די אקסלען באשטייען פון אסאך קליינע מוסקלען וועלכע ווערן אלע צוזאמען אויסגעארבעט דורך ספעציעלע איבונגען וואס זענען באשטימט דערפאר אויב נאר די האנט מוסקלען זענען אויסגעארבעט און די אקסלען נישט דעמאלט איז עס גארנישט ווערט ווייל די אקסלען גיבן אסאך קראפט פאר די הענט און אן דעם וואלטן מיר נישט געקענט רירן די גאנצע הענט אויפאיינמאל די מוסקלען אויף די ברוסט קאסטן איז די הויפט און שטערקסטע מוסקלען אינעם קערפער און אויב דאס איז גוט אויסגעארבעט גיט עס דעם מענטש א גלייכע און זיכערע שטעלע און ער וועט זיך נישט איינברעכן נאך יעדע ביסל שווערע ארבעט אויב מען ארבעט גוט אויס די מוסקלען איז מען פארזיכערט אז מען וועט נישט באקומען קיין הויקער א גאנץ לעבן און אפילו אויב מען האט שוין יא א הויקער איז קיינמאל נישט צו שפעט און מיט די ריכטיגע איבונגען און צייט קען מען דאס עלימינירן די מוסקלען אין די רוקן זענען בעיקר וויכטיג ווען עס קומט אויפצוהייבן שווערע זאכן רוקן ווייטאג איז א נארמאלע זאך ביי מיטל יעריגע מענטשן אבער יעדער קען דאס פארמיידן אין די יונגע יארן אויב מען מאכט איבונגען אויף די רוקן מוסקלען אגב איז פאראן א גוטע עצה פאר די וואס ליידן אויף די רוקן און ווילן עפעס אויפהייבן פון דער ערד זאל מען איינבייגן די פוס און ווען מען הייבט זיך אויף זאל מען נוצן די מוסקלען פון די פיס אנשטאט די רוקן און אזוי פארמיידן צו נוצן די מוסקלען פון דעם רוקן די פיס פארמאגט אסאך מוסקלען און אלע פון זיי זענען וויכטיג צו זיין אקטיוו כדי מען זאל האבן אסאך ענערגיע צו קומען און גיין אינעם טאג טעגליכ ן לעבן און נישט פויל ווערן נאך א קורצע צייט עס זענען פאראן מאדערנע וועגן ווי אזוי צו בעארבעטן די מוסקלען אבער די בעסטע פון אלע איז גיין אסאך אדער לויפן פון די אלע מוסקלען זענען די האנט און ברוסט קאסטן מוסקלען די גרינגסטע צו בעארבעטן און מען באקומט די שנעלסטע די רעזולטאטן די שווערסטע איז די רוקן מוסקלען וועלכע דארף אסאך איבונגען ווילאנג עס באקומט מער קראפט עס זענען פאראן הונדערטער וועגן ווי אזוי אויסצושטעלן א פראגראם צו מאכן איבונגען און יעדער זאל נעמען א טרענירער אין אנפאנג וועלכער וועט אים גיבן א פראגראם געוואנדן לויט זיין עלטער און קערפער געבוי סארט די חכמה פון מאדערנע איבונגן איז צו טאן יעדע זאך עטליכע מאל אין עטליכע גרופעס און צווישן יעדע זאל מען זיך אפרוען בערך א מינוט עס גייט ווי פאלגענד ביי איבונגען פון הייבן א וואג די ערשטע מאל זאל מען הייבן צווישן און מאל דאן זאל מען זיך אפרוען פאר א מינוט און דערנאך זאל מען טאן נאך א גרופע צווישן און מאל אפרוען א מינוט און אזוי ווייטער נאך איינמאל אדער נאך צוויי מאל אויב מען האט כוח עס איז זייער וויכטיג זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו אטעמען בשעת מען מאכט איבונגען ווייל אזוי האט מען די ענערגיע צו ענדיגן די גרופעס דער כלל איז מען זאל איינהאלטן דעם אטעם ווען מען הייבט אן און דאס ארויסלאזן ווען מען האט עס שוין אפגעטאן מען דארף זיך אויסלערנען נישט צו פארפאסן קיין אטעם ווייל אויב יא וועט די צווייטע הייב זיין מיט ווייניגער כוח ווי די ערשטע און מען וועט אויסנוצן מער ענערגיע אומזיסט יעדער מעג הייבן וויפיל ער קען פארנעמען אבער מען טאר זיך נישט איבערשטרענגן ווען מען שפירט אז מען קען שוין נישט ווייל א מוסקעל קען זיך גרינג איבעררייסן און דאס איז געפערליכע יסורים און געדויערט א לאנגע צייט צו פארהיילן איינמאל מען שפירט אז מען קען מען נישט דארף מען זאפארט אפלאזן די וואג און ביים נעקסטן מאל נוצן ווייניגער וואג איינמאל מען איז פארטיג מיט איין סארט איבונגען זאל מען זיך אפרוען פאר עטליכע מינוט און דאן גיין צו א צווייטע סארט וועלכע איז אויך געמאכט פאר די זעלבע מוסקעל אזוי זאל מען טאן מאל און נישט מער ווייל דאס איז שוין צופיל פאר איין מוסקל מען קען אויסארבעטן עטליכע מוסקלען אין איין פראגראם אבער צופיל איז נישט גוט ווייל דאס שטרענגט זייער איבער און ברענגט נישט קיין גוטע רעזולטאטן מען זאל אויך נישט אויסארבעטן צוויי דערנעבנדיגע מוסקלען אינעם זעלבן טאג צום ביישפיל די בייסעפס און טרייסעפס אין די הענט ווייל די מוסקלען זענען פארבינדן איינע צו די אנדערע און דאס וועט שוין זיין צופיל איבונגען פאר די הענט מען זאל ענדערש טאן נאר איין האנט מוסקל און אינעם זעלבן פראגראם די פיס אדער אנדערע מוסקלען וועלכע זענען נישט פארבינדן רעליגיע איז אן ארגאניזירטער גלויבונג פון א גרופע מענטשן וואס גלויבן אין גייסטלעכע באגריפן ווי אין גאט תחיית המתים עולם הבא מלאכים און עולמות עליונים און דאס אז די גייסטליכער באגריף קען רעדן צו מענטשן א א וו אין דעמאקראטישע מדינות האט יעדער בירגער א רעכט צו זיך באלאנגען צו א סײ װאסערע רעליגיע אדער זיין פרײ פון רעליגיע דאס ווערט גערעכנט איינעם פון די גרונטיקע מענטשן רעכט אבער אין טייל לענדער מוז מען האלטן די אפיציעלע רעליגיע און נישט קיין אנדערע אנדערע האלטן אז אין דער היינטיקער וועלט זענען פאראן בערך צען טויזנט פארשידענע רעליגיעס וואס רוב פון זיי האבן זיך אנטוויקלט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר און זיי האבן אומגעפער פינף מיליארד אנהענגער די גרעסטע רעליגיעס זענען קריסטנטום מיט מיליארד אנהענגער איסלאם מיט מיליארד אנהענגער און הינדואיזם מיט א ביסל מער ווי א מיליארד אנהענגער כאטש יעדע רעליגיע האלט פון אנדערע פרינציפן פון אמונה און אויפפירן און זענען ריוואלן איינס מיט אנאנד וואס זיי האבן געמיינזאם איז מער ווי וואס צעשיידט זיי א ליסטע פון רעליגיעס יידישקײט אדער יידנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן אן אנהענגער פון יידישקייט צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד צי דורך גרות ווערט אנגערופן א ייד יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע נאר ווי אן אייגן פאלק דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה פאר א פאלק די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט א דריטל אין ארץ ישראל און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און א דריטל איבער דער גארער וועלט יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאנאטעיסטישע רעליגיעס יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג וואס לויטן רמב ם ווערט גערעכנט אויף פרינציפן איינער פון די יסודות איז די תורה געגעבן דורך משה רבינו וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער מיליאן יידן יידישקייט הייבט זיך אן מיט אברהם אבינו וואס האט דערקענט דעם אייבישטן נאך אים זענען די נאכפאלגער געווען זיין זון יצחק און זיין אייניקל יעקב יעקב מיט זיינע זין זענען אראפ קיין מצרים נאך דעם שעבוד אין מצרים האט משה רבנו זיי אויסגעלייזט און איבערגעגעבן די ערשטע מצוות פון זיי איז געווען די מצוה פון קרבן פסח יידישקייט איז אויסגעצייכענט מיט עטלעכע מצוות וואס יעדער איינער דארף היטן שבת כשרות און טהרת המשפחה דער זיבעטער טאג יעדע וואך איז שבת וואס הייבט אן ווען די זון גייט אראפ פרייטיק ביז דריי שטערן קומען ארויס נאך שבת עס זענען פאראן אבות מלאכות הויפט סארטן ארבעט אום אומצאליגע תולדות ווי אויך תקנות און גזירות פון חז ל זאכן וואס מען טוט נישט שבת אויך ברענגט מען אריין שבת מיט קידוש פרייטיק צונאכט אויך קידוש שבת בייטאג און מען מאכט הבדלה שבת צונאכט צו ווייזן אז די נייע וואך האט אנגעהויבן כשרות איז איינע פון די צענטראלע מצוות פון יידישקייט מיט וואס מען באצייכנט זיך אלס ייד די הויפט הלכות פון כשרות זענען א ייד דאווענט דריי מאל א טאג אינדערפרי שחרית נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב געוויסע טעג דה שבת ראש חודש יום טוב און חול המועד דאווענט מען מוסף נאך שחרית איין טאג אין יאר יום כיפור דאווענט מען א פינפטע תפילה נעילה פארנאכט די תורה באשטייט פון תורה שבכתב די פינף ספרים פון דער תורה און תורה שבעל פה וואס נעמט איין משנה תלמוד תוספתא מדרשים און אלץ וואס די חכמים דורך די דורת זענען מחדש לערנען תורה איז איינע פון די מצוות וואס א ייד דארף מקיים זיין אבער לערנען תורה האט א ספעציעלן ארט אין דעם לעבן פון א ייד יידישקייט האט נישט קיין סיסטעם פון דאגמעס אזוי ווי אנדערע רעליגיעס אין יידישקייט לייגט מען א דגש אויף פראקטישע מצוות מצוות מעשיות דאך זענען פאראן אנגענומענע עיקרים פון אמונה וואס די גדולים פון די פריערדיקע דורות האבן צאמגעשטעלט מערסט באוואוסט זענען די דרייצן עיקרים פונעם רמבם וואס הייבט אן מיט אמונה אין איין גאט וואס האט נישט קיין קערפער און נישט קיין פארעם אויך אמונה אין נבואה און איבער אלע נביאים די תורה וואס משה רבנו האט אראפגעבגרענגט אנדערע הויפט פרינציפן זענען אמונה אין משיח אין עולם הבא און אין תחיית המתים איינער פון די דרייצן עיקרים איז גלייבן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין זעקס טעג און אין דעם זיבעטן טאג האט דער אייבערשטער גערוט פון זיין ארבעט די יאר ציילונגען אין דער יידישער לוח וואס איז היינט אנגענומען הייבן אן פון אנהייב דעם יאר אין וואס די וועלט איז באשאפן געווארן איין יאר פאר דעם באשאפן אדם הראשון מען ציילט די יארן מיט יידישע נומערן דאס הייסט ניצנדיק די אותיות פון א ב לויט דעם איז דאס יאר דאס יאר צו בריאת העולם דער אות ה אין אנהייב באדייט די טויזנטער אין ספר בראשית ווערט געברענגט אז אדם הראשון און חוה זענען באשאפן געווארן די לעצטע אום זעקסטן טאג נאך דעם חטא פונעם עץ הדעת זענען אדם און חוה געווארן פארטריבן פון גן עדן און מיט דעם הייבט אן די געשיכטע פון דער מענטשהייט במשך די יארן זענען די יידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע די ספרדים פון שפאניע פארטוגאל און צפון אפריקע די עדות המזרח פון בבל און אינדיע די תימנים פונעם אראבישן האלבאינדזל כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה כלל ישראל האט זיך פלאצירט אין משך די פארגאנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראלע אפטײלונג אײראפע איז א יבשה אף מזרח זײט פונעם ערד קוגל זי גרענעצט זיך מיט אזיע זי פארמאגט פילע לענדער פיל פון זײ זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן װעלכע האבן גאנץ װײניג געהאט פארבינדונגען מיט זײ אין די היסטאריע יידן זענען געקומען צו דער אײראפעישער יבשה נאך אין די צײטן פונעם צװײטן ביהמק אין לף פון די דורות האבן אידן געװאנדערט פון אײן לאנד צום צװײטן אין אײראפע א פרוי איז א נקיבה פון דעם באשעפעניש מענטש געוויינליך מיינט דאס פרוי א דערוואקסענע נקיבה און א יונגערע רופט מען א מיידל אבער אפטמאל רופט מען יעדע נישט געהייראטע פרוי א מיידל אדער א מויד א פרוי האט א טראכט אין וואס א וולד קען וואקסן איר בעקן איז גרעסער ווי א מאנצביל כדי זי זאל קענען געבערן דאס קינד א געוויינלעכע פרוי קען געבערן קינדער פון רייפונג ביז דער איבערגאנג מענאפויזע דער קול פון א פרוי איז העכער איר מוסקלען זענען אומגעפער שוואכער פון א מאנצביל די ערשטע פרוי איז געווען חווה אנדערע פרויען דערמאנט אין דער תורה זענען נעמה די אימהות שרה רבקה רחל לאה ווי אויך בלהה און זלפה צפורה די ווייב פון משה רבנו און די טעכטער פון צלפחד מחלה נועה חגלה מילכה תרצה אײזן איז א כעמישער עלעמענט מיטן סימבאל און אטאמישן נומער עס איז אן איבערגאנג מעטאל אייזן איז די מערסטער באניצטער מעטאל פון גאר דעם מעטאל געשאפן אין דער וועלט דער אקסידאציעצושטאנד ענגליש דײטש פון אייזן קען זיין פארשידן דאס הייסט אז אן אייזן אטאם קען פארלירן אדער באקומען פארשידענע צאלן פון עלעקטראנען אין אייזן סולפאט ענגליש דײטש אפט אלס געשריבן צום ביישפיל איז דער אקסידאציעצושטאנד וואס גיט דעם פרעפאראט א גרינע פארב דאס הייסט אז דאס אייזן אטאם האט פארלארן צוויי עלעקטראנען וואס זענען דעלאקאליזירט ענגליש דײטש ארום דעם סולפאט אניאן אפט אלס געשריבן אבער אין אייזן ניטראט ענגליש דײטש אפט אלס געשריבן איז דער אקסידאציעצושטאנד וואס גיט דעם פרעפאראט א רויטע פארב דאס הייסט אז דאס אייזן אטאם האט פארלארן דריי עלעקטראנען וואס זענען דעלאקאליזירט ארום די דריי ניטראט אניאנען אפט אלס געשריבן אייזן איז א וויכטיקער קאמפאנענט פון דערנערונג פארן קערפער ווען איינער האט צו ווייניק אייזן טוט עס ברענגען צו אנעמיע אייזן דעפיציט אן אראפפאל אין דער קוואנטיטעט פון העמאגלאבין אין די רויטע בלוטצעלן ווי אויך אן אראפפאל אין דער צאל פון רויטע בלוטצעלן דאס ברענגט צו צו אן אראפפאל אין דער קוואנטיטעט פון זויערשטאף וואס דערגרייכט די געוועבן אינעם קערפער אזוי אז די געוועבן ארבעטן נישט ווי זיי דארפן צופיל אייזן אינעם קערפער איז אויך א געפאר פארן געזונט דורכשניטלעך די טעגלעכע קוואנטיטעט רעקאמענדירט פאר א געוואקסענעם מאנצביל איז מיליגראם און פאר א פרוי אין דעם עלטער פון רעפראדוקציע מיליגראם פרויען אין דעם עלטער פון רעפראדוקציע דארפן א גרעסערע קוואנטיטעט פון אייזן ווי מענער ווייל זיי פארלירן בלוט דורך מענסטרואציע צואה איז איינע פון די אפאפל פון בעלי חיים וואס דער מאגן פארדייט און דערנאך גייט דאס ארויס אין אפגרונד די בויך האלט אלעס איינגעהאלטן אין זיך במשך די לאנגע צייט די מאגן ארבייט אימערמידלעך ארויסנעמען די גוטע חלקים נארהאפטיגע כאמיקאלען פארן געזונטהייט פון גוף אויסגעזופט פון די אלע פעטע סכנה דיגע מאכלים ביז עס האט געמאכט א בירור היוצרות און צאמגעשטיקעלט גרויסע אומנוצבארע שמוץ די צואה וואס איז דער אפפאל וואס דער מאגן האט באשלאסן ער קען שוין גארנישט טאהן דערמיט דאס איז געלעגן און זיך אנגעזאמלט ביים עפענונג גרייט ארויסצוגיין דורך מאדערנע מעקאנישע מוסקולען וואס האבן דאס אזוי קונטסטליך ארויסגעשטופט אריין אין טוילעט לאך גרייט אראפצופלאשן אין סוער סיסטעם מען מאכט א ברכה אשר יצר צו לויבן און דאנקן גאט בארד איז די האר וואס וואקסט אויפ ן אונטערשטן טייל פון פנים און באקן דאס געפירעכץ פון לאזן וואקסן א בארד איז אנגעוואנדן אין די סאציעלע און קולטוראלע ווינטן אריינגערעכנט דעם מאמענטיגן מאדע אין אור אלטע געזעלשאפטן האט א בארד געקענט האבן פארשידענע מיינונגען ביי די עגיפטישע פאלק האט עס באדייט אבילות און אין אלגעמיין האט מען עס נישט געלאזט וואקסן פאר שיינקייט די אמאליגע פעלקער פון דער ווייטן און מיטל מזרח אריינגערעכנט די פערסן אידן און אראבער האבן געזעהן א בארד אלץ א סימן פון א קלוגער און אנגעזעהענער מאן און דער בארד האט ארויסגערופן עהרע און רעספעקט אויך האט געהייסן אז דאס געט צו צום הדרת פנים ביי די רוימישע איז א בארד געווען א סימן פון פשטות און נידעריגע געזעלשאפט קלאס באדינער און קנעכט זענען נישט געווען ערלויבט צו שניידן דעם בארד אמאליגע אמערקאנע פרעזידענטן ארמיי אפיצירן און אנגעזעהענע לייט פלעגן אפט לאזן וואקסן די בערד ווענדנדיג אין דעם טעגליכן מאדע די בערד פלעגן זיין צומאל אינטערעסאנט געפארעמט איבערגעלאזט נאר ביי די זייטן אדער א לאנגער דינער בארר פון דער מיטן אין מערב אייראפע פון בערך דעם טן יארהונדערט האט מען אנגעהויבן אראפצונעמען די בערד אבער עס זענען געווען געוויסע תקופות אפילו שפעטער וואס דער מאדע איז געווען צו לאזן די בארד צומאל האט זיך עס געוואנדן אין די געזעלשאפט געוויסע צייטן האבן גלחים געשוירן די בארד אבער נישט די המון עם און אנדערע צייטן האט די המון עם געשוירן אבער נישט די גלחים אין אנדערע צייטן האבן קאטוילישע גלחים געלאזט וואקסן די בארד און נישט די פראטעסטאנטישע און צומאל פארקערט אין די תורה שטייט ופאת זקנם לא יגלחו חזל האבן געלערנט אז דאס פערבאט צו שערן דעם בארד מיט א גאלמעסער ראזיר מעסער ווייל עס שניידט ביז אין די הויט אריין א שערל איז אבער נישט גע אסר ט ווייל עס שניידט נאר דורך רייבן איין שארפע מעסער אויפ ן אנדערן אזוי אויך א שער מאשין מיט ן אנקום פון דעם עלעקטרישן גאלער איז ערלויבט געווארן זיך צו שערן די בארד גלאטיג וויבאלד עס ארבעט דורך צוזאמרייבן צוויי אדער מער שארפע מעסערלעך פילע אידן איבערהויפט פון חרד ישע קרייזן שערן נישט די בערד כאטש די פילע היתרים די הויפט סיבה איז אויף צו האלטן די אידישע מסורה אין לבוש וויבאלד דער גאנצער מנהג פון זיך שערן די בארד ביי ארטאדאקסן איז א נייער אין זוהר ווערט די בארד ערקלערט אלץ אן ענין פון הייליגקייט און טוט שטרענג ארומגערעדט אנטקעגן שערן פון דעם אפילו א האר דערפאר פירן זיך פילע חסידים אז זיי רירן נישט צו די בארד בכלל ביאלאגיע איז א אפטייל פון נאטור וויסנשאפט קלאסיפיקאציע אין אקאדעמיע וואס שטודירט לעבן און לעבעדיקער היינט טוט מען צעטיילן אלע לעבעדיקע ארגאניזמען אין דריי געביטן אייקאריאטן ארכעען און באקטעריע גענעטיק פארשט די גענעס פיזיאלאגיע פארשט די מעכאנישע פראצעסן פון לעבעדיקע באשעפענישן די ביאלאגיע פון בעלי חיים ווערט גערופן זאאלאגיע און די ביאלאגיע פון פלאנצן הייסט באטאניק עקאלאגיע פארשט די פארשפרייטונג פון באשעפענישן עטאלאגיע פארשט די פירעכץ פון בעלי חיים ספעציעל די סאציאלע בעלי חיים ווי פרימאטן און הינט מאלעקולארע ביאלאגיע באשעפטיגט זיך מיט די מאלעקולן אין לעבנדיקע סיסטעמען דאס שליסט איין די שטודיע פון קערנזויערן פראטעינען קארבאהידראטן און ליפידן ביאלאגיע האט אנגהויבן צו וואקסן און ווערן אנטוויקלט ווען אנטאני וואן ליאוונהוק האט פארבעסערט דעם מיקראסקאפ דעמאלסט האבן אויסגעפונען ספערמאטאזאא און באקטעריע אויך דורך ניצן דעם פארבעסערטן מיקראסקאפ אינעם אנהייב טן יארהונדערט ווען עטלעכע ביאלאגן האבן פארשטאנן דאס צענטראלע חשיבות פונעם צעל אין און האבן שליידן און שוואן פארגעשטלעט די פרינציפן די באזיס איינהייט פון אן ארגאניזם איז דער צעל און אן איינציגער צעל האט אלע כאראקטעריסטיקן פון לעבן דעם דריטן פרינציפ אז אלע צעלן קומען פון דער צעשפאלטונג פון אנדערע צעלן האט פארגעשלאגן ראבערט רעמאק אין די ער יארן האבן כמעט אלע ביאלאגן מסכים געווען צו די דריי פרינציפן פון צעל טעאריע רײז איז א פלאנץ וואס זי איז בעשטימט צו עסן עס איז ביליג גרינג מאכט נישט גראב זעטיגט און געשמאק רייז וואקסט אין די ווארעמע לענדער פון דער וועלט אין אזיע און אפריקע אין א טייל לענדער איז רייז דאס עיקר עסן צו עסן רייז מוז מען זי פריער קאכן אין שפאניע טוט מען פרעגלן די רייז אין איילבירטן אויל פארן קאכן אין וואסער אין אינדיע עסט מען רייז מיט קארי אין יאפאן מאכט מען אן אלקאהאליש געטראנק סאקע פון רייז באסמאטי רייז איז א סארט שמעקעדיקער רייז וואס שמעקן פון קאקאשעס רייז פלעג וואקסן אין די אלטע צייטן אין דרום כינע און אינדיע בערך אינעם ערשטן יארהונדערט האט מען געברענגט רייז קיין יאפאן שפעטער איז רייז געווארן פארשפרייט פון אינדיע אין דרום אייראפע און אפריקע מען פלאנצט רייז אין א פלאכן פעלד פיל מיט וואסער איידער מען שניידט די תבואה דארף דאס וואסער רינען אראפ פונעם פעלד אמאל פלעג מען פלאנצן רייז אין א פעלד נאר יעדן אנדער יאר אדער יעדן דריטן יאר אבער היינט ניצט מען קונסטמיסט און מען פלאנצט רייז אין א פעלד יעדן יאר אין לענדער נאנט צום עקוואטאר וואקסט רייז צוויי מאל א יאר רבי אהרן טייטלבוים געבוירן ו חשוון ה תשח איז איינער פון די צוויי היינטיגע סאטמארער רבי ס ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל ניו יארק ער איז דער עלטסטער זון פון רבי משה טייטלבוים דער פריערדיקער סאטמארער רבי דער ברך משה וואס איז א ברודער קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל קרית יואל אין דער שטאט מאנרא ניו יארק ער איז אן איידעם ביים פריערדיגן וויזשניצער רבי פון בני ברק הרהק רבי משה יהושע האגער דער בעל הישועות משה ער האט געדינט אלס ראש הכולל ראש ישיבה דיין און מרא דאתרא איידער איז ער געווארן א רבי ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק צו רבי משה טייטלבוים וואס דעמאלסט געווען רב פון דער סיגעטער קהילה אין בארא פארק אין די תש כ יארן האט ער חתונה געהאט מיט סאשא טאכטער פון רבי משה יהושע האגער דער ישועות משה פון וויזשניץ נאך דער חתונה האט ער געוואוינט א תקופה אין בני ברק און געלערנט אין כולל חזון איש זיין סאציאלע באנעמונג איז זייער שארף און שטייף על דרך התורה ועפ המסורה זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה דיגע מעלה ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן ר משה דעריבער האט ער אלס קנאות און עפ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער פעטער רבי יואל זיע די חסידים טענה ן אז זיינע קעגנער וועלן זיך אלס אנטשעפן אויף וואס אימער דער רבי טוט אדער רעדט און זיי וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן ווייל די אלע קריטיק איז געטריבן פון פאליטישע מאטיוון ער איז א שטארק פרומער אין פערזענליכן לעבן ווי למשל ער גייט נישט קיין ברילן אין שבת ווי דער מנחת אלעזר די דאזיגע טעזע האט זיך פיל אונטערגעשטיצט אויף דעם וואס ר אהרן ס שווער דער וויזשניצער רבי פון בני ברק נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען ער נעמט געלט פון דער רעגירונג נעמט אנטייל אין די בחירות ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות ן צו זיין א חלק פון אגודת ישראל זיינע חסידים פון דער אנדערער זייט צייגן אן אז זייט ה תשמ ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר יואל טייטלבוים איז ר אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענטסטער קול קעגן ציוניזם סײ ביי אינערליכע אסיפות און סײ ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן זיין באקאנטע אנטי ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה תשנד אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר אהרן ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי ציוניזם פאזיציע ממילא איז ער לויט זיי יא פרום ניסן תשנט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע חסידישע מחלוקה אין מאדערנער היסטאריע דאס האט פאסירט ווען דער געזונט צושטאנד פון רבי משה טייטלבוים דער פריערדיגער רבי האט אנגעהויבן צו נאכלאזן סיי פיזיש און סיי גייסטיש אויטאמאטיש האט רבי אהרן אומאפיציעל אנגעהויבן צוביסלעך איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר אלע שונאים פון ר אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר חול המועד פסח האבן שמועות אנגעהויבן קורסירן אז דער ברך משה וויל אנדערשט און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט דער גבאי האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט דערלאזן אז ר אהרן זאל מאניפולירן סאטמאר ער האט אנגעדרייט איבערצייגט געוואנדן וועלכער צד דעם רבי ן אז מ דארף אויפנעמען דען אינגערן זון ר זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג און ר זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג אלע בתי מדרשים מוסדות קעמפס מקוה מצה בעקעריי אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר אהרן ס קאנטראל די בני יואל האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים און זענען געשפרינגען אויף די גאסן פאר שמחה ווידער רבי אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פאר סאטמאר וואס זענען בעיקר אויך געווען דעם ברך משה ס חסידים זענען אויפגעשוידערט געווארן זיין ערשטע טריט איז געווען מלחמה ער האט צוזאמגענומען א גרופע פון זיינע נאכפאלגער און ערקלערט פלניא גזלנא אז זיין ברודער זלמן האט אים באגנב עט דערנאך האט ער פארציילט פאר חסידים אז זיין טאטע איז קראנק און וועפט און כסדר געוויינט אז מען זאל זאגן תהלים נאך אים ווידער רבי זלמן לייב האט נישט געלאזט זאגן תהלים אפי דעם לעצטן טאג ווען דער ברך משה האט שוין גע גוסס ט ווייל עס האט געלייגט זיין רבנות אין א פראגע צייכן אלע פרואוון מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר קודם ביי דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים וואס זענען זאלוניש געשטימט נאכדעם אין געריכט האט מען זיי באוואשן אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות און זיי האבן טאקע אלעמאל פארלוירן עס האט אויסגעקוקט ווי ר אהרן איז דערנאך למעשה האבן צוויי הויפט זאכן אים אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג איינס אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר אין קרית יואל און בארא פארק צווייטנס איז די גרויסע צאל פערזענליכע חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט אים אפילו ר זלמן לייב פירט אלעס און אין וויליאמסבורג זענען זיינע חסידים בלויז בני יואל מענטשן וואס שטיצן אים בלויז צו שטעכן ר אהרן זייט די אהרונים האבן געהאט זייער טיילווייזע אונטערגאנג אין קארט תמוז תשסו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול ס פאר אלע יארגאנגען איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס און הרב שלום לאנדא האט געבויט א גרויסע שוהל אין צוויי וואכן אין ווינטער תשמה איז ר אהרן אויפגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפן דירעקטן באפעל פון זיין טאטן ר משה טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב דעם וואקסענעדן התנגדות קעגן אים בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פון ר יואל טייטלבוים און האבן דאס פארלוירן נאכן הסתלקות פון ר יואל אט די קעגנערס האט מען אנגערופן רביצין מענטשן צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר יואל מרת אלטא פייגא טייטלבוים טייל האבן אפי געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר משה טייטלבוים דאס איז אבער נישט קלאר די זאליס ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פון דעם שטעטל געווען קעגן זײן התמנות אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפגעוויזן ווערן צוליב וואס עס איז דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן די שטיצער פון ר אהרן וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לאיאלע חסידים פון ר משה ארגומענטירן אז די אורזאך פון ר משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל איז צוליב די כשרונות פון ר אהרן האלטנדיג אז ער איז א טאלאנטפולער שטייפער מנהיג זייער א פרומער און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם די אלע מעלות קוואליפיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל דורכאויס די יארן פלעגט אלס ר משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זון ר אהרן פון דעם טאג וואס ר אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפאזיציע אין קרית יואל קעגן אים און קעגן זיין טאטע עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר אהרן ווי למשל אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט ר אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט אדר תשמט האט דער סאטמארער רבי ר משה טייטלבוים געהאלטן א דרשה ברבים ווען ער האט זייער שארף פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל זאל מען שרייען אויף אים שייגעץ ארויס מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגעץ ארויס דרשה בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפאזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל מיטן נאמען בני יואל איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון דער אפאזיציע איז יוסף וואלדמאן זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר אהרן די דיסיאידענטן און אפאזיציע נערן האבן זיך געזעהן אלס א קליין אומבאהאלפן קרייז פון אידן וואס ווערן גערודפט דורך ר אהרן מיט זיינע חסידים בערך אין יאר תשנג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר אהרן ס רבנות אין קרית יואל נעמליך די פרשה פון די קרית יואל סקול דיסטריקט אדער שערי חמלה די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע עס רופט זיך די דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארער אדער קנאותדיגע טיפ אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג ט די פראמינענטע רבנים קעגנערס פון די סקול דיסטריקט וואס זענען געווארן באלעסטיקט און באשמוצט דורך אהרן מיט גרויס חוצפה און עזות זענען געווען הויפטזעכליך ר רפאל בלום זל קאשויער רב ר מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק און ר יחזקאל ראטה דער קארלסבורגער רב ר אברהם לייטנער וואס האט נישט געליטן דירעקט פון אים נאר פון זיין פאטער פלעגט זיין זייער סימפאטיש צו אים ווייל ער האט אים געהאלטן פאר א גרויסע תלמי חכם אבער ביי די פרשה האט ער געזאגט אז מען ברויך אים באקעמפן זיין רבנות בלויז צוליב דעם וואס ער איז גרויסהאלטעריש און פארדארבן אין מידות צוליב דעם וואס ער גרייפט אן עלטערע רבנים פערזעהנליך מיט פארשעמונגען און העצעריין פון שלאגן און לאזונגען וואס פאסט פאר א גוי ווען ער האלט אנדערשט ווי יענעם רב אבער די ארונים טענה נען אז די קאמף פון ר אברהם האט נישט געמיינט אהרן נאר זיין טאטע וואס ער האט שוין געפירט מיט אים איידער די סקול דיסטריקט פרשה און פאר ר אברהם איז דאס געווען א גוטער מיטל צו קעמפן קעגן די טאטע ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט האט רבי אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט אין די דאזיגע רעדעס האט ר אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר רפאל בלום מיט די ווערטער עפרא לפומיה וואס מיינט דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס אויך האט ער אנגערופן זיין פעטער ר מאטעלע וויזניצער דער פעטער דער פראפעשענעלער בעל מחאה די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים און אויך פיל סאטמארער חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז רבי אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער ווייל ער רעדט אזוי חוצפה דיג אויף עלטערע רעספעקטירטע רבנים פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר אהרן און ר משה געהאלטן אז ר אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט וואס רבי משה האט געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן אויף אזוי ווייט אז ער ר משה האט געזאגט ביי א געוויסער רעדע אז דער סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר אים אויף יענער וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט און אין סאטמאר בכלל צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס איינע די חסידים פון ר אהרן און די אנדערע די שונאים ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק א הייליגער איד גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער רבי יואל טייטלבוים ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג אין יענע צייטן האט די וועלט אויך אויפגערודערט מיטן שרעקליכען בזיון פון ר יחזקאל ראטה וואס האט באזוכט מאנרוי און איז געווארן אנגעגרייפט דורך די בחורים פון ר אהרן ס ישיבה מיט שטיינער און אייער און איז קוים קוים ארויסגעראטעוועט געווארן מיטן לעבן מיט א פארמאכטן ווען זינט דעמאלטס האט ר אהרן אים נאכקיינמאל איבערגעבעטן אבער דער פוסק הדור האסט נאך מער די בני יואל פרומע טיפן שטעלט ער זיך צו צו ר אהרן וויפל שייך מיט זיין איצטיגער מלחמה קעגן זיין ברודער אין אמת ן מוז אנגעמערקט ווערן אז ר אהרן האט איבערגעבעטן דעם קאשויער רב אבער קאשוי רב האט אים מוחל זיין אויף די פערזעהנליכע באליידינגונגען ווייל ער האט געענטפערט אז ער האט זיך ווייניג צוקראצט פון זיינע טשעפערייען דער עיקר איז די כפירה וואס ווי לאנג ער פארמאכט נישט די סקול דיסטריקט קען ער אים נישט מוחל זיין זיין פעטער ר מאטעלע האט ער קיינמאל נישט איבערגעבעטן פארן אים אנרופן דער פראפשענעל בעל מחאה אבער יענער איז דאך געגאנגען צו זיינע שמחות אלס כבוד פון זיין ברודער ר אהרן ס שווער ביז די קארט קעיסעס וואס די ארונים האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון קארט האט ער אויך צוריק אפגעשניטן מיט אהרן אבער צו די שמחות אמווייניגסטנס צו די קינדערס חתונות באטייליגט ער זיך נאך אויף א רעגלמעסיגן סטאטוס דאס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון עפעס א פריוואטער אנגעלעגנהייט אין א משפחה וואס איז דאן דורך שווערע צייטן און דער סיטואציע האט זיך דערקייקלט אז מען האט באשולדיגט דעם פאטער מיט רשעות און אים אזוי ארום געוואלט אנלייגן א קרימינאלע רעקארד אז ער זאל מוזן זיך גטן און נישט קענען זעהן זיינע אייגענע קינדער נישט קיין אנדערע ווי ר אהרן ס רעביצין מרת סאשע טייטלבוים אלייןס מיט די הילף פון די שטאטישע מוסדות דורך א סקול פרניסיפל מרת זילבערשטיין האבן פרובירט אנציוועבן א בלבול אויף דעם אינגערמאן אז דער מאן מוז זיך גטן פון זיין ווייב וועלענדיג העלפן אן אידיש פרוי מיטן חשבון אז אויב וועט דערפון ארויסקומען א חילול ה זענען שולדיג בלויז די וואס וועלן דאס פארציילן נישט זיי וואס וועלן דאס טאן די חרדישע וועלט האט זיך ערשט אויפגערודערט און דערוויסט דערפון ווען די פרויען האבן גאר פערזעהנליך עדות געזאגט אין קארט אז די טאטע וואס איז גראדע געווען א גרויסער חסיד פון ר אהרן און נישט פארפעילט קיין איין טיש זאל חלילה האבן סעקסואל באלעסטיגט און גערעיפט זיינע אייגענע טעכטער פארשטייט זיך אז דער איד האט עס געלייקענט און מיט די הילף פונעם וועלט בארימטן טוען ר שמואל פריעד און נאך עסקנים וואס די ארונים טענה ען אז זייערע מאטיווען זענען געווען צו באגראבן ר אהרן האבן זיך דאן אריינגעלייגט צו העלפן די משפחה און זיך געשלאגן מיט ר אהרן ען און זיינע מוסדות א דאנק דעם איז ער שפעטער גענצליך ריינגעוואשן געווארן אין געריכט און מען האט אויפגעוויזן אז סאשע ר אהרן ס רעביצען נישט נאר וואס זי האט אנגעמאכט דעם גאנצן בלבול אויף דעם איד נאר זי האט פערזענליך פרובירט רחל העצן די קליינע אומוויסענדע חרדישע תמימותדיגע מיידלעך וואס האבן ניטאמאל געוויסט וואס עס רעדט זיך אז זיי זאלן בלויז נאכזאגן פאר פאליציי און פאר א זשורי לעיני כל העולם ווערטער וואס זיי פארשטיין נישט וואס איינע פון די זענען גאר א דאון סינדראם קינד וואס האט נישט קיין אייגן דעת קעגן זייער אייגן טאטען און אזוי ארום אויך נעמען א טייל אינעם אומדערהערטן מנובלישען אקט פון מאכן אזא היסטארישען בלבול א דאנק דעם אויפדעקונג האט דער גויאישער זשאזש ארויסגעווארפן דעם קעיס און גאר גערעדט קעגן די אידישע אמונה אז א חשובער רב בישראל זאלן אויסן צו טאן אזא זאך דערמיט מאכענדיג א היסטארישער חילול ה אין יענער צייט האבן רבנים זיך אריינגעמישט און שטארק געברויזט קעגן ר אהרן טענה דיג צו אים אז אפי לו יצויר ער איז נישט געווען דירעקט דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע אבער זיינע חסידים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר אהרן זיך אריינמישן און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר חיים שלמה פישער איז דאך זיין נאנטסטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע משפחה קעגן ר אהרן אחוץ די גבאי פישער ווייל אפילו אז זיין רעביצען מיט זיינע מנהלים פון זיינע מוסדות האבן דאס אנגעדרייט אויף א רצון פון א פאמיליע מעמבער און ר אהרן האט אפשר פערזענליך גארנישט געוויסט דערפון אין אנפאנג פרשה און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן ממילא קען מען אים אפשר לויט אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות און נאך איינגעשטעלטע מיט זיינע נאנטע שטוב מענשטן האט ער דאך זיי געקענט הייסן אויפהערן די גאנצע משפחה וואס זענען אויך געווען די גרעסטע חסידים פון ר אהרן ביז די פרשה די חרדישע וועלט אין אירע אלע רבנים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט משך פון איבער יאר חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז זיין רעביצען סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג די עקשנות פון סאשע טראגט דאך די דירעקטע קאנסקעווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס חו אן פאר אמת רחל די ענדע איז ברוך ה דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן פילע קעגנער פון ר אהרן האלטן אבער אז די פלעק פון דעם היסטארישען סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר אהרן ס קאנטע לדראון עולם סיי צוליב וואס אנדערע אידן וועלן דאס נאכטאן צו ארויפלייגן א בלבול אויף א מאן אויב וויל מען א גט און סיי צוליב די צער פון אזוי מיאוס פארשמוצען א משפחה בישראל לעיני כל העולם א אינגערמאן איז לע אפגעפארן און ארויס לתרבות רעות און איז געווען איינער פון זיינע תלמידים ער אויפגעצויגן געווארן פון א צובראכענער משפחה וואס איז נאך אלס דבוק אין אים און די מיטגלידער פון דער משפחה זענען גבאים און ראשי הקהילה וואס שטופן זיין וואגאן און קעמפן פאר זיין רעביסטעווע ווי די פעטערס ר מאיר הירש און ר שלמה זלמן שטיין עס הייבט זיך אן מיט דעם וואס זיינס א תלמיד האט איבערגעלאזט אייגן ווייב און קינדער און זיך פארליבט אין א גוי טע יארן האט די משפחה פרובירט צוריקצוברענגען דעם אינגערמאן צו אידישקייט ביז איינמאל האט זיי דער ר אהרן געהייסן מגייר זיין די ווייב פונעם אינגערמאן מיטן דירעקטן בדיעבד יגן כוונה אז וויבאלד דער אינגערמאן וועט שוין נישט צוריקגיין צו זיין ערשטער ווייב און זיין צווייטער ווייב וויל האלטן אידישקייט וועט דער אינגערמאן אפשר אויך האלטן אידישקייט דורך די נאנטשאפט וואס ער האט געהאט מיט זיין מאמען און שיקסע וואס ער פלעגט קומען מיט איר כסדר אויף שבתים און ימים טובים אויף קרית יואל צוזעהן די הנהגה פון אידן מיט חסידים ווי אזוי צו פירן זיך אידישלעך אויפן סאטמארער שטייגער און דערמיט ארויסגעוויזן און געזאגט אפן אז ער וויל תשובה טאן ר אהרן האט זיך אבער אויסגענומען אז דאס זאל זיין שטיל און קיינער זאל זיך נישט דערוויסן כדי נישט נאכטאן ווען ר אהרן איז געוואויר געווארן אז דער רב וואס האט מגייר געווען די ווייבל איז גאר איינער פון זיינע ארכי קעגנער הרב ר יצחק מאנדל און אויך אז מען האט געטובלט די פרוי אין דער מקוה פון בני יואל און צוגאב האט די משפחה פון די ערשטע ווייב געוואלט זייער שטארק אז דער אינגערמאן זאל נישט קענען חתונה האבן און זיי זענען פראמיניטע עסקנים פון קרית יואל האט ער באשלאסן צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל און מאכן א שטונק דערקעגן און אויסגעדרייט זיין דאטשיג מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט אז די מאמע א צובראכענע אלמנה און רעספעקטירטער חשובע פרוי וואס האט דאס געהערט די עצה פון אים זאגט גאר ליגענט ער האט ליידער אליין מפרסם געווען די מעשה וואס קיינער האט נישט געוואוסט דערמיט זאגנדיג אז די פראבלעם מיטן גיור איז אז אנדערע וועלן דאס נאכטאן און אזוי ארום באשמוצט די משפחה אויף די גאנצע וועלט עס האבן זיך צו אים דאן צוגעשטעלט ליטווישע רבנים ר שמחה בונם קאהן פון לעיקוואד און נאך איינער פון בארא פארק וואס האבן געזאגט אז אין זייערע קרייזן איז דאס יא שכיח אז אידן פארליבן זיך אין גויט עס דעריבער מוז מען דאס באקעמפן כאטשיג אין סאטמאר קרייז איז דאס דערווייל נישט שכיח ממילא וואלט דאס איינצעלער אויסנאם אויב עס איז ווען שטיל נישט געווען א פראבלעם ר יחזקאל ראטה וואס איז א פוסק פאר מאדערענע קרייזן אויך האט זיך דאן יא צוגעשטעלט צום דער מערכה פון ר אהרן על אף די קאנסעקווענסן וואס דאס האט לע געהאט אויף דעם פרומען קרייז על אף וואס קיינער פארמישט אין דעם סקאנדאל האט נישט געהאט מיט וויליאמסבורג איינגעלייגט נישט ער נישט ר יצחק מאנדל און נישט די עלטערן און נישט די פארפאלק דאך צוליב זיין ווייזן אז ער איז נאכאלס גרויס האט ער געמאכט מיט גרויס פאמפע אן אסיפה אין וויליאמסבורג אין סיגוטער שול אז אלע רבנים פון טריי סטעיט ניו יארק זאלן זיך קענען באטייליגן דערין כדי צו דאס ווי מער צו פארשפרייטן האט מען געהאט בילדער און לאנגע באריכטן דערוועגן אין זיין צייטונג דער בלאט כאטשיג רוב רבנים זענען נישט געווען פון וויליאמסבורג דער בלאט און זיינע ארונים בראש פון אים מיט עטליכע דרשות איז דעמאלטס געווען בעיקר פארנומען צו פארשפרייטן קעגן ווייבל צו באשמוצען און פייניגן א גיורת אז זי האט זיך נישט מגייר געווען כדת משה וישראל זי האט אבער אפגעענטפערט מיט עטליכע בריווען צו רבנים וואס בשעתו נתפרסם געווארן אויפן אינטערנעט צו זאגן אז די פאלשע קלאנגען פון די ארונים זענען ריינע בייזוויליגע פארטייאישע רדיפות קעגן איר און זי האלט יא איין אלע מצוות און מנהגים פון חרדישע אידן און זי האט זיך נישט מגייר געווען צוליב די ליבע פון איין מענטש איר מאן נאר די מאן האט אין איר אריינגעלייגט א ליבע צו גאט זיין תורה און זיין פאלק דעריבער וויל זי זיין א טייל פון דעם פאלק אידן אבער וויבאלד דער איד האט נישט געוואלט געבן נאך פירסום פארן סיפור האבן זיי נישט אפגעדרוקט אירע ווערטער ער האט איינגעפירט אן הלכה דיגע תיקון צו טוישן די ווייץ וואס מען נוצט פאר די מצות פאר פסח פון די ביז איצטיגע לאנג איילענד ווייץ וואס איז באנוצט געווארן דורך סאטמארע אידן פון תשח ביז תשכו און פון תשכט און ווייטער צו די מער מהודר דיגע אריזאנע ווייץ און געזאגט אז מען האט אריינגעווארן א פלאק אין די מצות ער האט זיך יארן לאנג מייגע געווען על התורה ועל העבודה פון קינדווייז אן וואס ער האט געהאט חברותות גרויסע תלמידי חכמים וואס האבן מיט אים געלערענט פריוואט שטענדיג אים צו הייבן ער זאל קענען ווערן א מנהיג ווען ער איז נאך געווען א פרישער אינגערמאן האט אים שוין זיין טאטע מיטגענומען צו וויכטיגע אסיפות רבנים אים צו איינטרענירן צו זיין א מנהיג און א רבי ביי די יאר אלט האט אים זיין פעטער רבי יואל געשטעלט אלס ראש ישיבה פון דער גרויסער סאטמארער ישיבה גדולה אויף סענדס סט אויפן פלאץ וואס ר נתן יוסף מייזעלס און ר מרדכי שטיין האבן פיגורירט פארן יארן לאנג ביזן היינטיגן כמעט יאר וואס איז ער פירט די ישיבה ער איז פארעכנט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים רמזים דברי חסידות אין ענליכס ר אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה און שס איבער בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון פארגלײכענדיג אים צו זיין עלטער פעטער ר יואל טייטלבוים זיי ווערן אנגערופן מיט א נאמען ארונים בעיקר דורך די זאליס ווייל טראץ די אלע קעגנערשאפט וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך די יארן און די ציטיילונג אין סאטמאר איז נאך אלס ר אהרן היינט פארעכענט ביי זיי אלס די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע און מעגליך אויף די וועלט זיי ציילן זיך און די צענדליגע טויזנטער איבער דע גארער וועלט די טיפישע חסידים פון ר אהרן זענען אין אלגעמיין די געטרייע חסידים פון זיין טאטע וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און אים דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער זיי האלטן אז טראץ זיינע אלע חסרונות און היסטארישע קריטיק איז ער פון דעסטוועגן דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר יואל טייטלבוים און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך ר זלמן לייב ס חסידים וואס ווערן אויך צוריק אנגערופן מיטן נאמען זאליס דורך די ארונים ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות ווייל זיי האבן מער מענטשן וואס שטרעבן פאר ר זלמן לייב ס הצלחה אינערהאלב סאטמאר וואס לויט זיי אינעם סאטמארער זין קען מען דאס אויסטייטש אלס חסידים טראץ דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר זלמן לייב זעלבסט ער איז בלויז א סימפאטיקער ווייל ער נעמט א שטעלונג אין די מחלוקה אבער ער האלט נישט ר זלמן לייב פאר א צדיק קוויטעלט זיך נישט ביי אים גייט נישט צו זיינע רוחניות דיגע פארברענגען אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר זלמן לייב אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר אהרן שטיצן זיי אים און פרובירן אים צו הייבן חנוכה איז א יום טוב וואס ווערט געפײערט אכט טעג אנהייבנדיק פון כה כסלו חנוכה איז איינע פון זיבן מצוות וואס די חזל האבן באשטימט צו צינדן חנוכה ליכט און לויבן דעם אייבערשטן פאר די נסים דורך זאגן הלל און זאגן על הנסים בײם דאווענען און בײם בענטשן בײם צווייטן בית המקדש ווען די יוונים האבן געקעניגט איבער ארץ ישראל האבן זיי ארויסגעגעבן פארשיידענע גזירות אויף די יידן און זיי פארבאטן צו פראקטיצירן זייער יידישקייט און זיי געשטערט צו לערנען תורה די יוונים האבן זיי בארויבט פון זייער געלט און זייערע טעכטער און זענען אריין אין היכל און מטמא געווען אלע טהרות און אונטערדריקט דאס יידישע פאלק ביז ווען דער אייבערשטער האט זיך דערבארעמט איבער זיין יידיש פאלק אין זיי ארויסגעהאלפן פון זייערע הענט און זיי אפגעראטעוועט און די חשמונאים די כהנים גדולים האבן זיי געזיגט און האבן אוועקגעשטעלט א קעניג פון די כהנים און צוריק געקערט דעם קעניגרייך צו די יידן פאר איבער צוויי הונדערט יאר ביז דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש דער טאג וואס די יידן האבן געזיגט זייערע פיינד איז געווען פינף און צוואנציקסטער טאג אין חודש כסליו געווען איז דאס אין יאר ג תקצז פער די קריסטלעכע צייט רעכנונג די חזל דערציילן ווען די יוונים זענען אריין אין היכל האבן זיי מטמא געווען אלע אייל וואס איז דארט געווען און ווען די חשמונאים האבן זיי באזיגט און זענען אריין און היכל האבן זיי נאכגעזוכט און האבן נישט געפונן נאר איין קריגעלע אייל וואס איז נישט געווען טמא וואס איז נאך געווען פארזיגלט מיט דעם שטעמפל פון כהן גדול וואס איז געווען גענוג פונקט פאר איין טאג אןצוצינדן די מנורה און ס איז געשען א נס און מען האט געצינדן דערפון אכט טעג ביז מען האט געברענגט פרישע אייל דאס אנדערע יאר האבן די חכמים באשטימט און געמאכט די טעג פאר א יום טוב מיט הלל און הודאה וואס ווערט אנגערופן חנוכה און וויבאלד דער נס איז געשען מיט די ליכט פון דער מנורה דערפאר האבן די חכמים באשטימט מען זאל צינדן חנוכה ליכט צו דערמאנען דעם נס אנדערע ראשונים זאגן אז דעם יום טוב האבן די חכמים באשטימט איבער דעם נס פון זיגן דעם קריג און וויבאלד ס איז געדאפלט געווארן דער נס מיט דעם אייל האבן די חכמים אויך צוגעלייגט מ זאל צינדן די חנוכה ליכט צו דערמאנען דעם נס איבער דער פראגע פארוואס די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג כאטש דער נס מיט דעם קריגעלע אויל איז נאר געווען זיבן טעג פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן א טייל דערפון אויך איבער דער פראגע פארוואס האט געדויערט אכט טעג ביז מען האט געצונדן פון פרישע אויל איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן א טייל דערפון חנוכה איז באשטימט סיי פאר א אנדענקונג וואס האט פאסירט מיט דעם אויל סיי א אנדענקונג פון דעם קריג וואס די חשמונאים האבן געזיגט קעגן די גריכן די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין מגילת תענית און אויך אין מגילת החשמונאים אלס אנדענק פונעם נס צינדט מען אן די חנוכה ליכט און אלס אנדענק פון זיגן קעגן די גריכן זאגט מען הלל און על הנסים די סיבה שטייט עטלעכע טעמים אין די מפורשים קודם וויבאלד לויט די געזעצן פון דער תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען דאס אידישע קעניגרייך ווייל דאס אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר מלכות בית דוד ווער עס קריגט אויף דעם קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויף דער שכינה אזוי שטייט אין רמבן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה אבער אין שלה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטן זיי האבן געמאכט א גרייז דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט דאס קעניגרייך פון בית דוד און ר יהודה הנשיא איז געווען פון די אייניקלעך פון בית דוד האט עס איהם זייער געאהרט פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה כמעט נישט דערמאנט אין משניות נאך אן אורזאך וואס עס ווערט געברענגט פון די היסטאריקער פארוואס דער אנדענק און פייערונג פון חנוכה איז דוקא נאר נאך די נס פון דער מנורה און נישט נאך די זיגן קעגן די גריכן ווייל למעשה דורכאויס די היסטאריע פון די אידן ביז דאן זענען געווען פולע זיגן וואס די אידן האבן געהאט קעגן זייערע פיינט און בלויז צוליב דעם זיג האבן די חכמים נישט געפונען פאר וויכטיק צו גרינדן א ספעציעלן יום טוב פאר אלע דורות אינעם יארטאג אבער וויבאלד אין יענער עפאכע זענען געווען פולע אידן וואס זענען געווען אסימילירט וואס האבן זיך גערופן העלעניסטן און דער נס פון דער מנורה איז געווען אזא סארט אויסערגעווענליכער וואונדערליכער נס וואס דאס האט געברענגט צו דעם אז פולע אידן האבן זיך צוריקגעקערט צום פרומען וועג און נאכאמאל געקומען מאסנסווייז מקריב זיין קרבנות אין בית המקדש ממילא איז עס געווען ווי א ווידערבאנייונג פון דעם אידישן פאלק און איר גלויבן דער רמבן אויף די תורה אנהייב פרשת בהעלותך ברענגט פון א מדרש אז השית האט געזאגט פאר משה ער זאל זאגן צו אהרן אז די מצוה פון חנוכה וועט אייביג זיין אפילו ווען מען וועט נישט קענען מקריב זיין קרבנות ווייל די בית המקדש וועט זיין חרוב אבער חנוכה ליכט ווען מען צינדן אפילו אין גלות אין מדרש רבה שטייט במדבר פיג אז אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דאס בויען די משכן אין מדבר אבער השית האט געווארט ביז ראש חודש ניסן מען זאל אויפשטעלן די ערשטע מאל דאס משכן האט זיך דער חודש געשעמט האט איהם השית באצאלט אז אין צווייטן בית המקדש איז געווארן א יום טוב דערין איבער דעם נאמען חנוכה איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן טעמים און רמזים אין די ראשונים און אויך שפעטער אין די אחרונים אנצינדן די חנוכה ליכט איז די הויפט מצווה פון חנוכה מען צינדט די ליכט יעדע נאכט פון חנוכה פון דער נאכט נאך כד כסלו נאך דער שקיעה אחוץ ערב שבת ווען מען דארף צינדן פאר דער שקיעה מען קען יוצא זיין מיט באזונדערע ליכט אבער דער מנהג איז אז מען ניצט א מנורה אפטמאל א זילבערן די עיקר תקנה איז געווען צינדן יעדע נאכט איין ליכטל אין יעדן הויז און מיט דעם האט דאס גאנצע הויזגעזינד יוצא געווען נאר די מהדרין צינדן איין ליכטל פאר יעדעם איינעם און די מהדרין מן המהדרין צינדן נאך א ליכטל יעדע נאכט דה איין ליכטל די ערשטע נאכט צוויי די צווייטע נאכט אאוו היינט איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל אז מען צינדט ווי די מהדרין מן המהדרין ביי אשכנזים פירט מען זיך אז יעדער איינער אויך קינדער האט זיין אייגענע מנורה ביי ספרדים איז דער מנהג אז נאר דער בעל הבית צינדט און ער איז מוציא זיין גאנצע משפחה היינט ווערט חנוכה געפייערט דורך יעדן איינעם אפילו דורך אידן וואס א גאנץ יאר האבן זיי נישט קיין גרויסע שייכות צו דער תורה פרויען האבן א מנהג נישט צו טון קיין ארבעט ווען די חנוכה ליכט ברענען דאס ערשטע שייכות וואס דאס ווייסע הויז האט געהאט מיט חנוכה אין געווען אין יאר תשי ב ווען ישראל פרעמיער מיניסטער דוד בן גוריון האט באשאנקען פ ש פרעזידענט הערי טרומאן מיט א חנוכה מנורה אין תש ם האט פרעזידענט זשימי קארטער זיך באטייליגט אין דער ערשטער חנוכה מנורה צינדן צערעמאניע פון דער נאציאנאלער מנורה לעבן דעם ווייסן הויז אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער עס איז אן איינגעפירטער מנהג אז מען שפילט דריידל טייל מענטשן עסן לאטקעס חנוכה ס איז אויך געווארן א מנהג לעצטנס צו עסן פאנטשקעס חנוכה אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז יהודית האט געגעבן צו עסן פאר האליפורני קעז און מילך און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף אים כלבו רמא שוע אוח נאך א מנהג איז צו טיילן חנוכה געלט צו די קינדער און די קינדער שפילן דריידל מיטן געלט שניי אינעם ווינטער סעזאן פאלט דאס אראפ ווי רעגן ווייס און ווייך אויפגעבלאזן אפען און קריסטאל בליטשעקדיג וויבאלד דער שיכט איז צאם געשטעלט פון אסאך פארשידענע קליינטשיגע מינע אייז פארעמעס און סייזעס דאס ווערט באשאפן דורך דעם וואס די וואלקענעס ווערן געפרוירען אין די ספערן פאלט דאס אייזיגערהייט אנשטאט רעגן פליסיגקייט אדער סתם אייז וואס ווערט געפרוירן נאכדעם וואס סאיז שוין געווען וואסער די פארעם פון די שניי שטיקלעך זענען יעדער איינע פארשידענארטיג כמעט קיינמאל וואס איינס ענדלט צום אנדערן עס איז געווענליך פון זעקס זייטן קונסטליך שיין שניי הילט איין און האלט דערמיט ווארעם די ערד און געוויקסען עס זאל נישט קאליע גיין פון די ווינטער פרעסט שניי איז דורכזעעוודיקע אייז קריסטאלן וועלכע פארמירן זיך ארום שטויב אדער אנדערע קליינע טיילעכלעך וועלכע געפינען זיך אין די אטמאספערע און קען נאר פאסירן וועלן די טעמפרעאטור איז אונטער די פרירן פונקט די שניי קריסטאלן האלטן זיך געווענליך אינאיינעם און פארמירן שנייעלעך וועלכע קומען אין אלע פארעמען שניי קען זיין גרויס און קליין און קען אמאל דעגרייכן ביז אינטשעס גרויס די פארעמען פון שניי ווענדט זיך לויט די וועטער אין שטארק קאלטע וועטערס וועלן די פארעמען זיין קלענער מיט ווייניגער שפיצן ווי אין א מילדערע וועטער אין דורכשניטליכע וועטערס זענען רוב שניי שטיקער בערך א פערטל אינטש גרויס און פארמאגט זעקס שפיצן ווען שניי לאנדעט אויף די ערד זאמלן זיי זיך אן איינע אויף די אנדערע צוליב זייער גרינגקייט שניי פארמאגט טאקע וואסער אין זיך אבער דאס ביסל וואסער וואס דארט ליגט איז א קליינע פראצענט פון די גרויס פון די שניי אויב די וועטער זאגט אז עס וועט שנייען אינטשעס וועט דערפון שפעטער איבערבלייבן נאר אינטש פון וואסער וועלכע איז בכלל נישט קיין סאך קעגן שטארקע רעגנס אין די זומער א שטארקער שניי פאל הייסט א שניי שטורם אז עס שנייט צוזאמען מיט א ווינט און מען קען כמעט גארנישט זען הייסט עס א זאווערוכע די פראגע איז א שטארקע פראגע ווייל אויב שניי איז נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער קריסטאלן אינאיינעם דעמאלט ווי קומט אריין די קאליר ווייס די ענטפער איז אבער נישט אזוי פשוט און מען קען עס נאר פארשטיין אויב מען פארשטייט ערשט וויאזוי מיר זעען קאלירן און אונזערע אויגן מיר ווייסן אלע אז יעדע זאך אין די וועלט איז צוזאמענגעשטעלט פון מיליאנען אטאמען וועלכע האלטן זיך אינאיינעם און פארמירן דעם אביעקט די אטאמען זענען קליינע שטייבעלעך וועלכע פארמאגן איך זיך א געוויסע מאס נאטורליכע ענערגיע וועלכע מאכט זיי זיך האלטן שטארק אינאיינעם די אטאמען זענען אבער שטענדיג אנדערש און אמאל האט עס מער ענערגיע און אמאל ווייניגער און לויט דעם ווערט דער אביעקט געשאפן די נאטורליכע ענערגיע וואס יעדע אטאם פארמאגט ווערט געשאפן פון עטליכע זאכן און איינע פון זיי איז ליכטיקייט יעדע אטאם נוצט אן אנדערע מאס פון ליכטיקייט און דאס מאכט אונז זען יעדע זאך אין אנדערע קאלירן און אנדערע ווערטער איז טייטש אז לויט די מאס ליכטיקייט ענערגיע וואס די אטאמען האבן לויט דעם ווערט געשאפן א קאליר עס זענען פאראן אביעקטן וועלכע זענען דורכזיכטיק און דאס פאסירט אויב עס איז צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וועלכע זאפן בטבע נישט איין קיין ליכטיקייט ענערגיע טייל פון זיי זאפן דאס יא איין אבער שפייען דאס צוריק אויס און דערפאר זעען מיר נישט קיין קאליר דערין אין פאקט איז אייז נישט דורכזיכטיג און ערהאלט יא קאלירן אבער וויבאלד עס איז איינגעפרוירן איין שטיק צו די אנדערע ווערט די ליכטיקייט ענערגיע פארלוירן און צעמישט און די קאלירן זעען זיך נישט געהעריג אבער ווי געזאגט האט עס יא קאלירן און דאס קען זיך זען זייער שווער א גוטער ביישפיל דאס צו פארשטיין איז א דיאמאנט שטיין וועלכע איז אויך דורכזיכטיג אבער פארמאגט אין פאקט קאלירן וועלכע זענען צעמישט און קענען נישט געהעריג געזען ווערן וויבאלד א דיאמאנט איז ריינער בליטשקעט עס שיין אבער אייז פארמאגט אין זיך אסאך שטויב אויף וועלכע זי זאמעלט זיך אן אין די אטמאספערע און דערפאר זעט מען שווער די קאלירן שניי איז צוזאמענגעשטעלט פון אסאך קליינע אייז קריסטאלן וועלכע קענען קיין איינע נישט האלטן קיין קאלירן ווי פריער דערמאנט איז אבער יא פאראן דארט קאלירן וואס קומען אריין און וויבאלד איין אייז איז נעבן די אנדערע שיקט עס ארום די קאלירן פון איינע צו די אנדערע אויפ ן אויבערפלאך פון די אייז די טבע פון קאלירן איז אז ווען מען שטעלט צוזאם אלע קאלירן אינאיינעם זעט מען ווייס די קאליר ווייס איז די סך הכל פון אלע קאלירן און דאס קען קלאר געזען ווערן אונטער א מיקראסקאפישער לינדז אויב מען האט די ריכטיגע קאלירן יעצט וויבאלד די צענדליגער קאלירן צירקולירן ארום די שניי איז דער סך הכל וואס מיר זעען ווייס מיט דעם איז גרינג צו פארשטיין פארוואס די שניי פארלירט איר ווייסקייט איינמאל עס ווערט צעלאזט ווייל דער קאלירן ווייס איז נאר די אפשפיגלונג פון די פילע קריסטאלן וועלכע ליגן דארט אינאיינעם און איינמאל די שניי צעלאזט זיך בלייבט דערפון בלויז וואסער וועלכע פארמאגט אינגאנצצן נישט קיין קאליר שניי קען נאר צעשטאנד קומען אין א טעמפרעאטור אונטער די פרירן פונקט וועלכע איז פארנהייט אדער צעלסיוס אבער נישט אייביג קומט אראפ שניי נאר אנשטאט קען קומען רעגן אדער אייז האגל דער סיבה פארוואס עס איז אמאל אזוי און אמאל אזוי איז געוואנדען לויט די וועטערס העכער אונזער אטמאספערע אויב די וועטער איז גראד דא אונטן מיינט נאך נישט אז די זעלבע וועטער איז אונטער די וואלקענעס אויב איינער לאזט זיך אראפ מיט א פאראשוט פון דער הייך פון די וואלקענעס וועט ער דורכגיין עטליכע וועטער דעגרי און יעדעס מאל וועט עס זיין אנדערש אויב ביי אונז דא אונטן וועט זיין צוויי טעג נאכאנאנד גראד איז זייער מעגליך אז אין דעם ערשטן טאג וועט פיס ארויף אין דער לופטן זיין פיל קעלטער און דעם צווייטן טאג וועט גאר זיין ווארימער ווי ביי אונז דאס איז ווייל די אטמאספערע איז איינגעטיילט אין וועטער שטאפלן און יעדע פון זיי קען זיין אנדערש פונעם צווייטן אויב א שניי ווערט פארמירט און דערנאך גייט עס דורך א מילדערע טעמפרעאטור וועט זיך עס צוריק אויפלאזן און ווערן רעגן אויב עס וועט שפעטער נאכאמאל דורכגיין א קאלטע טעפרעאטור וועט עס צוריק איינגעפרוירן ווערן אבער דאסמאל קען עס שוין נישט ווערן נאכאמאל שניי ווייל ווי לענגער עס פאלט אלס שנעלער פאלט עס און דעמאלט האט עס שוין נישט קיין צייט זיך צוריק צו פארמירן ווייל עס פאלט צו שנעל אמאל קען מען זען האגעל וואס איז גרעסער און האט אפילו אביסל א ווייסע קאליר אבער צוריק ווערן שניי איז נישט מעגליך ווייל די כוח פון גראוויטי וועט עס נישט ערמעגליכן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות קענען טאקע די וועטער עקספערטן די שווערסטע פאראויסזאגן איבער שניי אפילו ווען שניי פאלט שוין קענען זיי נאך אלס שווער וויסן וויפיל עס וועט פאלן אין די ענדע און וויפיל שניי עס וועט זיך אנזאמלן אויף די ערד עס איז אנגענומען אז עס קען נאר שנייען אין א מילדערע ווינטער טאג אבער אין פאקט האט שוין געשנייט אין די גרעסטע פרעסטן אזוי לאנג ווי די לופט האט פארמאגט גענוג פייכקייט אין זיך צו האלטן די שניי ניו יארק באקומט די מערסטע שניי פון אלע שטעט אין אמעריקע און ראטשעסטער ניו יארק איז די שנייאיגסטע געגענט אין די שטאט ראטשעסטער באקומט אין א דורכשניטליכע יאר ארום אינטשעס שניי דאס שטעטל פארמאגט איינוואוינער און די שניי רייניגן קאסט איר אפ מיליאן דאלאר א יאר די גרעסטע שנייען פאלן אין באפעלאו ניו יארק וועלכע איז זייער הויך אויפ ן מאפע און גרעניצט זיך מיט קאנאדע פון דריי זייטן געוויסע שטעט אין קאנאדע זענען גאר נידעריגער ווי באפעלאו אין דעצעמבער איז דארט געפאלן א שניי פון אינטשעס אין ווייניגער ווי שטונדן די העכסטע שניי אין די אמעריקאנער רעקארד איז געפאלן אין אלאסקע אלאסקע איז נענטער צו רוסלאנד ווי צו דעם גרעסטן טייל פון אמעריקע אין וועלכע האט דעגרייכט אינטשעס הויך וועלכע קומט אויס צו איבער פיס הויך די שניי אין באפעלאו איז אבער א גרעסערע רעקארד ווייל די שניי אין אלאסקא האט זיך אנגעזאמעלט נאך טעג פון שנייען נאכאנאנד וואס קומט אויס צו אינטשעס שניי פער טאג די שניי אין באפעלאו האט דעגרייכט אינטשעס אין בלויז שטונדן אמעריקע איז א גרויס לאנד און איר געאגראפישער שטח פארמאגט פון אלע סארטן אבער יעדעס איינציג ארט האט שוין אמאל טועם געווען א שניי אפילו די געגענטער אין דרום פלארידע וועלכע איז די נידעריגסטע אויף די מאפע האט שוין אויך געזען עפעס שניי אין דער פארגאנגנהייט שניי איז זייער שיין און קוקט אויס זייער פרידליך די ווייסע דעקע איז אבער דער גורם צו טויזענטער טויט פעלער אין די פאראייניגטע שטאטן זעלבסט יעדעס יאר רוב טויט פעלער צוליב שניי קומען פון אויטא עקסידענטן וואס פאסירן וועגן שניי און די אנדערע טייל פאסירט דורך סקיערס וועלכע גליטשן זיך אראפ די בערג שניי איז טאקע זייער קאלט אבער זי קען גאר באשיצן פון קעלט אויף די גרויסע שניי בערג מאכן מענטשן קליינע טענטס פון שניי וועלכע האלט זיי ווארים פון די פרעסטן אן אינטערעסאנטע געשעעניש פון שניי איז געווען אין אריזאנע אריזאנע באקומט שניי איינמאל א יובל ווען אין יאנואר דעם טן איז געפאלן א שניי פון איין אינטש צו די איבערראשונג פון אלע איינוואוינער וועלכע האבן אין זייער לעבן קיינמאל נישט געזען קיין שניי אין זייער סטעיט פיר יאר דערויף דעם זעלבן דאטום יאנואר דעם טן האט פאסירט די זעלבע זאך זינט דעמאלט איז קיינמאל נישט געפאלן אפילו א ברעקל שניי די שטאטישע רעקארד פון ניו יארק זאגט אז ניו יארק האט אמאל געהאט א שניי שטורעם וועלכע איז באגלייט געווארן מיט דונערן און בליצן שניי איז א גרויסע שטער צו דרייווער ספעציעל אין די שטעט וואס באקומען נישט אזויפיל שניי און האבן נישט די ריכטיגע עקוויפמענט דאס צו באזייטיגן שניי שטערט די זעהקראפט פון דרייווער און איז פיל ערגער ווי שווערע רעגנ ס בשעת עס שנייט א געדיכטע שניי איז כמעט אוממעגליך צו זען געהעריג און די דרייווער זענען געצווינגן צו פארן לאנגזאמער די עפעקט פון שניי צו אויטאמאבילן בלייבט איבער פיל שפעטער נאכ ן באזייטיגן די שניי ווען שטיקער אייז בלייבן איבער אויפ ן ראוד און אויטאס גליטשן דערויף ברענגנדיג אסאך עקסידענטן עס איז נארמאל אז אין א טאג וואס שנייט איז פאראן מאל אזויפיל עקסידענטן רויב שניי פארבינדענע עקסידענט זענען מילד אבער דאך קען מען אנלייגן די שולד פון אסאך טויט פעלער אויף שניי שניי פארנעמט אסאך צייט פאר דרייווער ווען זיי דארפן אפפוצן די שניי פון די פענסטער באזייטיגן די שניי ארום דעם אויטא און מאכן דעם וועגן ארויס איינמאל מען איז אינדרויסן איז מען נאך נישט פארזיכערט און מען קען נאך טיילמאל ווידער שטיין בלייבן אין ערטער וואו עס איז אנגעזאמעלט אסאך שניי די שטעט וועלכע זענען געוואוינט צו אסאך שניי איבער ן ווינטער פארמאגן א גאנצע שטאב מיט ארבייטער וועלכע ארבעטן אין א סיסטעם וויאזוי אפצורייניגן די שניי די גרויסע און וויכטיגע הייעוועיס ווערן די ערשטע גערייניגט און דערנאך רייניגט מען די זייטיגע ראודס נאכ ן אוועקשארן די שניי גיסט מען געווענליך זאלץ אין זאמד וועלכע העלפט צעלאזן די שניי און גיט א בעסערע טרעקשען פאר די רעדער פון אויטאמאבילן דאס גיסן אמאל זאלץ און אמאל זאמדהאט צעטאן מיט ן וועטער אין מילדערע וועטערס פעלט נישט אויס אזויפיל זאלץ ווייל די שניי צעלזאט זיך שנעלער און די שטאט שפארט זיך דאס געלט דורך לייגן זאמד ווי קעלטער די וועטער איז אלס מער זאלץ ברויך מען נוצן און צומאל מוז מען לייגן נאר זאלץ אין די שטעט וואו עס שנייט כסדר איז וויכטיג פאר די דרייווער צו קויפן ווינטער רעדער פאר זייערע אויטאמאבילן וועלכע קען זיי העלפן אין די שווערע וועטערס ווינטער רעדער זענען געמאכט פון א ווייכערע סארט וועלכע לאזט זיך בעסער איינטרעטן און קען זיך בעסער אן עצה געבן מיט ן שניי ארגינעלע רעדער זענען זייער הארט און קענען נישט כאפן די שניי און דרייט זיך ארום און ארום בלוט איז דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש עס איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייליכסטע אויפגאבע פונעם קערפער עס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן ווי אקסיזשען און גלוקאז און אזוי ווייטער פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטען באהאלטענסטן איבר און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך דעליווערן די אקסיזשען וואס מאכט איר די קאליר רויט געטריבן אין די אדערן דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פאמפ דער הארץ שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר אויך טראגט זי אוועק די מיסט און אפפאל ווען זי ווערט בלוי די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט אלע ידיעות וועגן בלוט ווערט אנגערופן האמטאלאגיע בלוט פירט אויס פיל וויכטיקע פונקציעס אין דעם קערפער כולל וויאזוי עס נעמט אקסיגען הארמאנען און וויטאמינען פון די לונגען נירן לעבער מוח געדערעם און די אנדערע סטאנציעס און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פונקטליכע אדרעסן די בלוט צירקולירט דעם גאנצען קערפער דורכאויס צוויי מינוט עס באשטייט פון מינע צעלן רויטע און ווייסע וואס זענען בעיקר צו קעמפן אינפעקציעס און באקטיריע די צעלן ווערן פראדוצירט אינעם מארך ביין שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מען כאפט א שניט אויף די הויט און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רחל בלוט פארגליווערונג איז דער פראצעס אין וואס דאס בלוט וואס איז אין אלגעמיין פליסיק ווערט סאליד און שאפט בלוט גליווערן שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג נס און מכאפט א שניט אויף די הויט און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רחל דאס אז די הויט וואקסט צוריק נאך א שטיק צייט פולקאם אינגאנצען איז דאך א מוראדיגע נס איך הייב אויף מיינע הענט צום הימל אט די הענט האבן שוין געהאט אזויפיל שניטן און לעכער און עס איז אינגעאנצן פארנייט אויף צוריק אט די הענט זאלן דאנקן און דינען אויף שטענדיק דעם וואס האט איר צוריק גענייט לויט מאנאטעיסטישע גלויבונגען גאט איז דער איבערנאטורלעכער הערשער אויף דער וועלט אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז גאר פארשפרייט געווארן די געדאנק בעיקר דורך די קריסטן און די מוסולמענער אז עס איז נישט דא מער ווי איין גאט מאנאטעיזם וואס הערשט איבער אלעם וואס האט זיך אנגעהויבן ביי די יידן דער יידישער גאט ווערט גערופן מיט פארשידענע נעמען אין חומש ווערט ער אפט גערופן אלהים אדוני י ה ו ה י ה ו ה אלהים אל שדי אין אידיש ווערט ער גערופן גאט אייבערשטער באשעפער הקבה רבשע און אין ענגליש ווערט ער אפט גערופן דורך פרומע יידן השם עפ קבלה איז דא אן אומצאליגע סומע פון צירופי שמות וואס זענען נעמען פון גאט אידן גלייבן אז ער האט באשאפן די וועלט און פירט עס פארצייטנס זענען געווען אזעלעכע וואס האבן געגלויבט אז גאט איז אן אביעקט וואס איז געמאכט פון סטאטוען אדער זענען געווען אזעלכע וואס האבן געדינט די זון לבנה און די שטערן אדג אזעלעכע רעליגיעס רופן יידן עבודה זרה אברהם אבינו האט אנטפלעקט א נייעם באגריף וואס ערקלערט אז גאט איז א אומבעקאנטן העכערע באגריף אידן זאגן נישט ארויס דעם נאמען גאט צוליב שעצונג און הייליגקייט ווי אויך איז דא וואס שרייבן עס נישט אראפ נאר אויב דער פאפיר אויף וואס מען שרייבט דאס ווערט אוועק געלייגט און אפגעהיטן אנשטאט ס דעם שרייבן זיי ג ט צווישן די יידן זיינען דא פארשידענע אופנים אין דער אמונה אין גאט אין פאריגע צייטן זענען געווען אסאך יידן איינשליסנדיק אסאך גדולי ישראל וואס האבן געגלויבט אז גאט האט א פיזישן קערפער דער רמבם שרייבט גאר שארף אנטקעגן דער שיטה קבלה און ספעציעל ווי ערקלערט דורך חסידות שליסט איין אין דאס גלויבן אין גאט גלויבן אז ער איז דער איינציגער מציאות אויפ ן וועלט דער דאזיגער שיטה האט ארויסגערופן א שארפע התנגדות פון אנדערע קרייזן וואס האבן געמיינט אז דורך דעם קען מען אנקומען צו כפירה און עבודה זרה מיינענדיק אז דער גאנצער וועלט איז גאט און דערום קען מען דאווענען צו יעדער בוים און שטיין די קריסטליכע רעליגיע איז באזירט אויף דער יידישער אבער מיט פארשידענע ענדערונגען קאטאליקן גלייבן אז דער איין איינציגער גאט באשטייט פון דריי טיילן דער פאטער דער זון און די הייליגער גייסט זיי גלייבן אז גאט האט אראפגעשיקט א חלק פון זיך צו לעבן אויף דער וועלט ווי א בשר ודם און צו ליידן ייסורים וואס וועלן זיין א כפרה פאר אלע עבירות וואס מענטשן באגיין זיי גלייבן אז יעזוס איז גע הרג עט געווארן אלס א קרבן און ווער עס גלייבט אין אים איז פארזיכערט מחילה וסליחה און א חלק אין עולם הבא זיי האלטן אז כאטש א גאט איז א גייסט און פירט מיט אלעס אהן אבער דער צווייטער חלק פון גאט האט זיך נישט געוואלט העלפן און האט אנדערש געוואלט ליידן יסורים מען זאל איהם פייניגען און אומבערעגען כדי צו זיין א כפרה פאר אלע מענטשן דער איסלאמישער גאט איז מער ענדליך צו די יידישע ווי די קריסטליכע זיי גלייבן אז גאט איז נאר איין גאט און אז יעזוס און מוכאמאד זענען געווען נביאים זיי האלטן אויף פון די יידישע נביאים און פון חלקים פון דער יידישער תורה אבער זיי האלטן אז די תורה וואס יידן האבן היינט איז פארדרייט געווארן דורך די יידן אבער סיי די קריסטליכע גלויבן און ווי אויך די איסלאמישע גלויבן זענען ביידע באזירט אויף די יידישע גלויבן די כנענים האבן געגלייבט אז די גאט אל איז די גאט פון אלע געטטער און אז ער וואוינט אויף די שפיץ פון א בארג אין מדבר זיין ווייב האט געהייסן אשרה און זיי האבן געהאט א זוהן בעל וואס האט שפעטער מורד געווען אין זיין טאטע דער גרונט פון אלע רעליגיעס און איבערהויפט פון דער תורה איז צו קענען גאט אויף אזוי שטארק און ווייט אז מ זאל אים נאכאנאנד ליבן און פארכטן טשאלנט איז אן עסנווארג געמיש פון פארשידענע באנדלעך קארטאפל גערשטן און פלייש אזוי ווי ס שטייט אין די תורה אז מ טאר נישט קאכן שבת ווייל דאס איז א מלאכה פון בישול איז די איינציגע מעגליכקייט פון עסן ווארעמס שבת בייטאג צו האלטן ווארעם א מאכל טשאלנט איז אזא מין מאכל וואס מ קען האלטן ווארעם פאר א לענגערע צייט דער מנהג פון עסן טשאלנט שבת איז פארשפרייט אין אלע אשכנזישע לענדער דער מנהג פון עסן ווארעמס איז דירעקט געווארן איינגעפירט להוציא מלבן פון די קראים וואס האלטן אז מע טאר בכלל נישט עסן קיין ווארעמס שבת אין רוסלאנד איז עס באשטאנען פון קאשע און אין די אראבישע לענדער איז עס אויך אנדערש ס דא וואס לייגן אויך אריין די אייער פאר די אייער צוויבל אין דעם טשאלנט דער מנהג אין די אמאליגע שטעטלעך אין ארייראפע פלעגט זיין אז יעדער פלעגט טראגן ערב שבת דעם טאפ טשאלנט צום בעקער וועלכער האט געהאט א גרויסן אויוון וואו עס האט זיך געהאלטן ווארעם ביז שבת אינדערפריה אינמיטן די סעודה ווען מען האט עס אפגענומען דער הויך פונקט פון אלע שבתדיגע געשמאקע עסן איז דער טשאלנט ביי אסאך קען שוין קוים אויסווארטן ביז שבת צופרי צו טועם זיין דעם טשאלנט און מען איז טועם פרייטאג אויך איינע פון די נאכווייען פון דעם געשמאקן שבת מאכל איז אז עס איז גורם צו אסאך גאז דאס געשעהט צוליב דעם וואס די פייבער פון די באנדלעך זענען שווער צו פארדייען און עס לאזט בלעזלעך אויף דעם איז דא אן עצה אז מ לאזט די באנדלעך ווייקן דאנערשטאג א גאנצען נאכט פאר מ קאכט דאס אפ אזוי ארום נעמט דאס אוועק אביסל פון די הארטנעקיגער שטארקע פייבער און די ארבעט פון די געדערעם איז גרינגער צו לאזן ווייניגער באבעלס אויך איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן קישקע ווערט אויך גערופן מעל קוגל אין דעם טשאלנט טייל מענטשן מיינען אז דאס ווארט טשאלנט שטאמט פון אלט פראנצויזיש וואס מיינט עס ווארעמט זיך פאמעלאך אבער די מבינים האלטן אז דאס איז א טעות און דאס ווארט שטאמט פון ד ה וואס ווערט געקאכט שווארץ איז א קאליר פון טונקל אין פיזיק איז דאס נישט קיין קאליר ד ה שווארץ שפיגלט נישט אפ קיין שום קאליר אויך איז דאס דער אפטייטש פון א שאטן וואס האט נישט ליכטיגקייט א מאטעריע זעט אויס שווארץ ווען כמעט דאס גאנצע ליכט וואס קומט אריין ווערט איינגעזאפט אין דער מאטעריע ליכט זעבארע עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג רעאגירט מיט די אטאמען און מאלעקולן וואס איז גורם אז די ענערגיע פונעם ליכט ווערט פארוואנדלט אין היץ און אנדערע פארעמען פון ענערגיע אין פסיכאלאגיע נוצט מען דעם טיטל שווארץ אראפצומאלן נעגאטיווקייטן לויט טייל מאכט דאס שיין מענטשן ווייל די טונקלקייט גיט צו די מיסטעריע טייל קינסטלער האבן גענוצוט די קאליר שווארץ אסאך אין האט דער קינסטלער אנרי מאטיס געזאגט ווען איך ווייס נישט וועלכע קאליר צו ניצן ניץ איך שווארץ שרעק אדער מורא איז א געפיל אין וועלכע עס פאסירט א קייט רעאקציע אין דעם מוח וועלכע הייבט זיך אן מיט אסאך דרוק און ענדיגט זיך מיט די ארויסלאזונג פון כעמיקאלן וועלכע מאכט די הארץ קלאפן פיל שנעלער דאס אטעמען קורצער און גיט פרישע קראפט פאר די מוסקעלן דער מוח באשטייט פון א געשאצטע ביליאן נערוו צעלן וועלכע ארבעט מיט א נעטוואורק אין קאמיוניקאציע וועלכע הייבט אן די פונקטן פון אלעס וואס מיר שפירן טראכטן און טוען דער מוח וועט אדער טאן אקציעס ווען עס פעלט אויס און אמאל שאפן אן אויטאנאמישע ענטפער אין וועלכע קיין שום אבר וועט זיך נישט רירן און דער מענטש וועט שטיין בלייבן מיט אן ענדגילטיגער באשלוס צו מאכן אלס א וויכטיגע ענטפער צו א געשעעניש שרעק איז איינע פון די הויפט טבע ס וועלכע ברענגט דעם מוח צו אזא סיטואציע און דער מענטש ווערט געפרוירן און בלייבט מיט ן איינציגן באשלוס צו מאכן וועלכע איז קעמפן אדער אנטלויפן סייענטיסטן שטודירן דעם מוח כסדר פרובירנדיג צו דערגיין וועלכע טיילן טוען וואספארא ארבעט און וויאזוי די צעלן קאמיוניקירן צווישן זיך צו געבן ענטפערס און אויספירן דאס וואס איז באשלאסן געווארן צו טאן אינעם פראדעצור פון שרעק ארבעטן צום מערסטן די צענטער חלקים פון דעם מוח וועלכע דערשפירן די סכנה דורך די חושים וועלכע א מענטש האט אנאליזירט די דאטא ווי הארב דאס איז צעטיילט די וויכטיגע און נישט וויכטיגע אינפארמאציע לייגט אוועק די וויכטיגע אינפארמאציע אויף צייטווייליגע מעמארי צעלן עס זאל קענען גענוצט ווערן גרינגערהייט שיקט ארויס די עמאציאנאלע געפילן און אקטיוויזירט דעם ענדגילטיגן ענטפער צי מען זאל קעמפן אדער אנטלויפן דער מוח ווארט נישט לאנג צו מאכן באשלוסן אין א צייט פון סכנה אבער טייל מאל געדויערט עס יא לאנג און דאס איז וויבאלד דער מוח נעמט אויף נייע אינפארמאציע און הייבט אן דעם פראדעצור נאכאמאל און נאכאמאל ביז עס קומט צו דעם ענדגילטיגן באשלוס יעדער מענטש איז אנדערש צו א מורא רעאקציע ווייל יעדע מענטש פארמאגט אן אנדערע מוח דער מוח נוצט צוויי וועגן ווען ער רעאגירט צו שרעק עס איז פאראן א שנעלע און שטייפע וועג און א לענגערע לאנגזאמע וועג אויב דער מענטש דערשפירט א סכנה וועט דער מוח שטענדיג ערשט טראכטן די שטייפע ועוג און נאר אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין איבערגעטריבן וועט עס נוצן די לאנגזאמע וועג א ביישפיל קען צוניץ קומען איינער וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט צו די גערודער ווי איינער זאל זיך פרובירן איינברעכן פון די אונטערשטע טיר דער מוח ווייסט אז עס קען זיין א רויבער און ער ווייסט אויך אז עס קען זיין א שטארקע ווינט אבער עס איז מער פארזיכערט צו טראכטן אז עס איז א רויבער און נאכדעם אויסגעפינען אז עס איז געווען די ווינט ווי טראכטן אז עס איז א ווינט און דערנאך איבערראשט ווערן אז עס איז גאר א רויבער דערפאר וועט דער מוח ערשט נוצן זיין שטייפע וועג צו טראכטן אז דאס איז א רויבער און מאכן דעם קעמפן אדער אנטלויפן באשלוס און נאר אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין א בלויזע שרעק וועט דער מוח נוצן זיין צווייטע וועג צו טראכטן לאנגזאם וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די טיר וועלכע שאקעלט זיך פון די ווינט די סעקונדע דער מוח דערשפירט די גערודער פון די טיר וועלכע ווארפט זיך וועט עס אנאליזירן און דערשפירן וואספארא סארט גערודער דאס איז און דערנאך וועט עס באשליסן אויב דאס איז א סכנה אדער נישט געבויט אויף די אינפארמאציע וועלכע דער מענטש האט אין זיין מוח און פון וואס ער האט מורא איינער האט מורא פון א מייז און א צווייטער נישט דער וועמענ ס מוח האט נישט מורא פון א מייז וועט זיך נישט וויסנדיג מאכן אפילו עס וועט זען א מייז וויבאלד דער מענטש האט נישט מורא און ער איז אזוי פראגראמירט אין מוח צוריק צו אונזער ביישפיל וועט דער מוח דארפן באשלוסן אויב די טיר גערודער איז א רויבער אדער נישט אבער דער מוח וויל נישט נעמען די שאנסן און וועט באלד שיקן די אינפארמאציע צו א צווייטע אפטיילונג וועלכע וועט מאכן דעם פייט אר פלייט פלאן באשלוס ווען דער באשלוס איז געמאכט וועט אבער די מוח צוריק נעמען די אינפארמאציע פון די צייטווייליגע מעמארי צעלן און דאס ווייטער אנאליזירן אויב עס איז טאקע א סכנה אדער נישט דער מוח וועט וועגן אלע שאנסן פארוואס דאס איז יא א סכנה און אלע שאנסן פארוואס דאס איז נישט א סכנה אזוי לאנג ווי די חושים וועלן איבערגעבן וואס איז געבליבן עס קען זיין די אויגן וועלכע זעען אז דאס איז א רויבער עס קען זיין די אויערן וועלכע הערן די ווינטן בושעווען אדער איינע פון די אנדערע חושים וועלכע וועלן געבן דעם ענטפער אידיש גערעדט איז עס דער צוויי זייטיגער באשלוס וועלכע דער מענטש פארמאגט איז א צייט פון א סכנה זאל ער קעמפן מיט די סכנה אדער זאל ער אנטלויפן פון דעם וואס אימער דער באשלוס וועט זיין וועט דער מוח באלד אקטיוויזירן די עמוירדזשענסי רעספאנס סיסטעם וועלכע וועט ארויסשיקן מעסעדזשעס צו אלע אברים און גלידער צו זיין גרייט פאר אקציע אויב וועט דאס זיין אנטלויפן וועלן די פיס זיך באלד הייבן און דער מענטש וועט זיך זען לויפן אפילו ער ווייסט נישט וואו די פיס וועלן אים אויטאמאטיש אוועקטראגן פון די סכנה און ער וועט זיך זען לויפן און לויפן ביז זיינע חושים וועלן אים אויפקלערן אז ער איז שוין גענוג ווייט פון די סכנה אויב וועט אבער דער באשלוס זיין צו קעמפן וועט דאס בלוט אנהויבן צירקולירן אין דעם קערפער זייער שנעל און די מוסקלן וועלן זיך שטארקן צו די מאקסימום און אלע חושים וועלן ארבעטן אינאיינעם צו מאכן די ווייטערדיגע פלענער וויאזוי אנצוגרייפן די סכנה דער מענשט האט נישט צופיל צייט צו טראכטן און זיין מוח מוז מאכן זייער שנעלע באשלוסן וואס צו טאן טריט ביי טריט דער מענטש וועט לויפן קען דעם רויבער און אים אנגרייפן מיט זיין גאנצע כוח וועלכע איז יעצט פיל שטערקער ווי די כוח וואס ער האט נארמאל מיט דעם איז גרינג צו פארשטיין פארוואס די הארץ וועט אנהייבן קלאפן שנעלער און דאס אטעמען וועט גיין קורצער און שנעלער דאס בלוט וועט אריינפאמפן אין די הארץ פיל שנעלער ווי נארמאל און די הארץ וועט דארפן קענען נאכקומען די ארבעט און וועט זיך מוזן אביסל אנשטרענגן זינט דאס בלוט פאמפט אזוי שנעל וועט זיך פארלאנגן מער אקסיגן סופליי צו געבן קראפט און צירקולאציע און צו דעם וועלן די לונגן זיך אויך דארפן איבערשטרענגן און אריינאטעמען און ארויסאטעמען פיל שנעלער צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג אפגערעדט אז די בלוט דרוק וועט זיין אויף גאר הויכע שטאפלן יעדער גרייכט אזעלכע סיטואציעס אין לעבן אבער רוב פון זיי ענדיגן זיך מיט בלויז שרעק עס אינטרעסאנט ווען מען טראכט פון בהמות חיות עופות פיש און אינזעקטן וועלכע גייען דאס דורך צענדליגער מאל אין טאג שטעלט אייך פאר דאס לעבן פון א פיש וועלכע גייט דורך אזא שרעק יעדעס מאל א גרויסע פארציקער פיש ווי א שארק קומט אין די געגנט אדער טראכט פון א הערש וועלכע קומט אין אזא סכנה יעדעס מאל א וואלף באמערקט אים שרעק איז א טייל פון די עמאציאנאלע געפילן וועלכע א מענטש פארמאגט און דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אים צו קענען איבערלעבן אין אנדערע ווערטער איז עס א נאטורליכע אינסטינקט מיט וועלכע דער מענטש איז געשאנקן געווארן כדי ער זאל וויסן זיך צו ראטעווען פון א סכנה און איבערלעבן די טבע פון שרעק גייט אויך א טריט ווייטער ווען דער מענטש נס געזיכט מאכט אויטאמאטיש א מאדנע אויסזען וועלכע קען באמערקט ווערן פון זייער ווייט וויסנשאפטלער גלייבן אז דאס איז א טייל פון די וואונדער וועלכע איז אריינגעלייגט געווארן אינעם מענטשליכ ן טבע כדי צו אינפארמירן אנדערע מענטשן אז עס איז פאראן א סכנה מיט א געזיכט אויסדרוק קען מען שנעלער אינפארמירן ווי דורך רעדן אדער ווייזן מיט די הענט אויך וועט דאס מעלדן די סכנה אפילו צו מענטשן וועלכע רעדן נישט די זעלבע שפראך ווייל דער מענטש פארמאגט אן אינסטינקט וועלכע ליינט די געזיכט אויסדרוקן אויף א צווייטן און מיט דעם פארשטייט ער וואס עס גייט פאר די אויגן שפילן אין דעם די גרעסטע ראלע ווען דער מענטש איז אין א געפאר וועלן זיך זיינע אויגן עפענען גרויס און בלייבן אפען פארקערט ווען דער מענטש איז פרייליך וועלן זיינע אויגן זאגן אז ער איז בשמחה ענליך ארבעט די מויל און טיילמאל גייט עס ביז די הענט און פיס סייענטיסטן זאגן אז שרעק אינעם מענטש איז די זעלבע שטארק און סיסטעמירט ווי אמאל כאטש היינט אין די מאדערנע וועלט לעבט מען דורך די יארן אן קיין ערנסטע שרעק און אמאל האט מען יא דורכגעלעבט ערנסטע סכנות שטודיעס ווייזן אז די מורא סיסטעם איז גארנישט אנדערש היינט ווי אמאל און עס איז גארנישט אנדערש פון דעם מענטש וועלכער וואוינט אין אפריקע און דער מענטש וועלכער וואוינט אין אמעריקע כאטש יענער אין אפריקע גייט דורך עכטע שרעק און דער מענטש אין אמעריקע נישט דער סיסטעם איז שטענדיג אין פלאץ און דער חילוק איז פון וואס מען האט מורא אמאל האט מען מורא געהאט פון א וואלף אבער מען האט זיכער נישט מורא געהאט פון קיין מייז יעדער האט באהאנדלט פערדן און קוען אבער היינט האט מען מורא דערפון דאס זעלבע איז די מורא צווישן א קינד און אן ערוואקסענער און די מורא צווישן א מאן און א פרוי דאס קינד האט מורא פון א פליג אבער דער ערוואקסענער נישט די פרוי האט מורא פון א ספיידער אבער דער מאן לאכט דערפון דער סיסטעם וועט אבער שטענדיג ארבעטן די זעלבע נישט קיין חילוק ווי שטארק די מורא איז ווען מען גלייכט צו איינע די אנדערע נאר ווי שטארק די מורא איז פאר דעם מענטש וועלכע דערשפירט דאס דער מענטש איז אויך באשאנקן מיט אן אינסטינקט אז ער פארשטייט די סכנה אפילו ער איז נאך נישט געווען אין איר מען איז קיינמאל נישט געביסן געווארן דורך א שלאנג אבער ווען מען וועט דאס זען וועט מען לויפן פאר דאס לעבן מען איז נאך נישט געווען פארמישט אין א עראפלאן קראך אבער ווען דער פליגער שאקעלט זיך דראסטיש כאפט מען זיך אן שטארק ווי מען וואלט גענוי פארשטאנען די סכנה א מענטש האט נאר מורא פון עפעס וואס זיין מוח זאגט אים אז ער דארף מורא האבן דערפון יעדע קינד ווערט געלערנט פון זיינע עלטערן אדער פון אנדערע פון וואס יא מורא צו האבן און פון וואס נישט א קינד האט נישט קיין פראבלעם אראצוקריכן פון א טיש וויל ער זי פארשטייט נישט אז עס איז א סכנה אבער נאך א שטיק צייט וועלן אים די עלטערן לערנען אז דאס איז א סכנה און דאס וועט פראגראמירט ווערן אין זיין מוח אויף זיין גאנצן לעבן א צווייטע זאך וואס פראגראמירט מורא אין דעם מוח איז אויב מען האט שוין געשפירט די סכנה אויב איינער האט געכאפט א ביס פון א בין ווען ער איז געווען קליין וועט ער ווארשיינליך מורא האבן פון א בין זיין גאנצן לעבן א צווייטער האט נישט געכאפט א ביס און האט נישט מורא און אפילו יענער וועט כאפן א ביס שפעטער אין זיין לעבן וועט נאך אלץ נישט מורא האבן ווייל די קליינע ביס וועט נישט שאפן קיין שרעק פאר אים אבער פאר א קינד איז דאס שוין מער ווי גענוג א גוטע ביישפיל איז א הונט רוב חרידי שע אידן האבן מורא פון א הונט טראץ וואס יעדער ווייסט אז א הונט איז א פריינטליכע חיה וויבאלד מען איז אבער נישט אויפגעוואקסן דערמיט און מען האט געהערט זאגן אז עס קען בייסן ווען מען איז נאך געווען א קינד איז שוין איבער גענוג מען זאל מורא האבן דערפון א גאנץ לעבן אזוי אויך איז מיט א פערד אדער אנדערע בהמה אמאל איז מען אויפגעוואקסן דערמיט און א קינד האט געקענט פירן א פערד אבער מיר האבן א פערד נאר געזען אין חיות גארטן און אפילו אן ערוואקסענער וועט מורא האבן דערפון אין האט א גרויסע פראפעסאר וועלכער האט שטודירט שרעק גענומען א קליין קינד וואס האט נאך נישט געקענט רעדן און אים געטראגן צו א לאבאטאריע וואו מען האט שטודירט מעדיצין אויף ווייסע ראטן דאס קינד איז געווען אנוועזענד ווען מען האט גענומען די ראטן און זיי באהאנדעלט און ביז עטליכע וואכן האט דאס קינד געקענט שפילן מיט די ראטן ווי עס וואלט געווען א שפילצייג דער פראפעסאר האט דאן געוואלט זען אויב ער וועט קענען פראגראמירן א שרעק פאר ווייסע ראטן אין דאס קינד ס מוח ער האט ארויפגעלייגט אן אלארם אויף דאס קינד און יעדעס מאל וואס דאס קינד האט געוואלט צורירן צו א ראט האט ער געדרוקט דעם קנעפל און די אלארם האט געקלינגן הויך פון וועלכע דאס קינד האט זיך דערשראקן דאס איז אנגעגאנגן פאר עטליכע וואכן און צו זיין וואונדער האט דאס קינד באקומען א שרעקליכע ציטער צו א ווייסע ראט אויף אזוי ווייט אז יעדעס מאל דאס קינד האט געזען עפעס מיט ווייסע האר האט ער געוויינט יאמערליך פון שרעק זעט אליינס ווי שנעל א קינד לערנט זיך אויס צו שטיין ווייט פון א אויוון יעדעס מאל דאס קינד קומט נאנט שרייט מען ניין מיט א היסטערישע קול און כאטש דאס קינד קען נאך נישט רעדן וועט עס אבער גוט פארשטיין אז מען מעג נישט צורירן דארט א שנעלערע וועג איז אויב מען נעמט דאס קינד ס הענט און מען לייגט עס ביי א הייסע אויוון און דאס קינד שפירט די היץ דער קינד וועט מער נישט צורירן די אויוון נאכאמאל מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס מען זעט אמאל א גאנצע פאמיליע וועלכע זענען בטבע דערשראקענע מענטשן עס קען גרינג זיין אז די עלטערן האבן איבערגעטריבן זאכן און דאס געמאכט שרעקעדיג און דאס איז פראגראמירט געווארן אין די קינדער און פארבלייבט מיט זיי אויף שטענדיג נישט יעדער האט מורא צו זיין אליינס אבער א מאמע וועלכע האט געזאגט אירע קינדער אז עס איז שרעקעדיג צו גיין אליינס אויפ ן גאס וועלן די קינדער מורא האבן צו זיין אליינס זייער גאנצן לעבן עס זענען פאראן ערוואקסענע מענטשן וואס האבן מורא פון טונקל און דאס קומט ווייל זייערע עלטערן האבן זיי געסטראשעט מיט טונקל יענעמ ס מאמע האט געווארענט אז אויב מען שלאפט נישט איין וועט זי צומאכן די טיר און עס וועט ווערן טונקל דאס קינד באקומט א שרעק פון טונקל און דאס פארבלייבט אויפ ן גאנצן לעבן עס איז טאקע וויכטיג צו וויסן אז מען זאל נישט דערשרעקן די קינדער מיט קליינע זאכן עס וועט אפשר העלפן אויף די מינוט אבער מען פראגראמירט אומזיסטיגע שרעק וועלכע וועט נאכלויפן די גאנצע לעבן דער מוח איז א מייסטער קאמפיוטער און פונקט ווי עס פראגראמירט פון וואס מורא צו האבן קען מען אויך ארויסנעמען די מורא סייענטיסטן האבן אמאל געמאכט א שטודיע אין וועלכע זיי האבן אויסגעלערנט ראטן צו מורא האבן פון א געוויסע גערודער וועלכע זיי האבן געמאכט מיט א מאשין זיי האבן געלייגט די ראטן אין א שטייג וועלכע איז געווען געמאכט פון אייזן און זיי האבן באהאפטן צוויי לעבעדיגע עלעקטריק דראטן יעדעס מאל זיי האבן געמאכט די גערודער האבן זיי עלעקטיריזירט די ראטן און נאך א שטיק צייט האבן די ראטן שוין מורא געהאט פון דעם גערודער אליינס און זענען געלאפן צו די ווינקלן און זיך אנגעכאפט שטארק נאך בעפאר די שאק איז געקומען זייער מוח האט זיך געלערנט אז ווען עס פאסירט די גערודער קומט א שאק און זיי האבן אנגעהויבן מורא האבן פון די גערודער דערנאך האבן די שטודירער צוריק ארויסגענומען די שרעק פון די גערודער דורך מאכן די גערודער צענדליגער מאל און נישט געבן דעם שאק פארשטייט זיך אז ביז א שטיק צייט האבן די ראטן מער נישט מורא געהאט פון דעם גערודער דאס זעלבע איז מיט א מענטש נס מוח יעדע מורא קען ארויסגענומען ווערן פון קאפ אויב מען מאכט ספעציעלע איבונגן דאס ארויסצונעמען אויב זאל איינער איינגעשפארט ווערן אין א שטייג מיט ספיידערס פאר א שטיק צייט וועט יענער מער נישט מורא האבן פון קיין ספיידערס ווייל זיין מוח וועט זיך לערנען אז א ספיידער טוט נישט גארנישט און עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן דערפון אויב איינער האט מורא פון טונקל זאל ער זיך איינגעוואוינען צו שלאפן אין א שטאק טונקעלע צימער די ערטשע פאר נעכט וועט מען אפשר נישט קענען שלאפן פון שרעק אבער מיט דער צייט וועט די נארישע שרעק אוועקגיין עס איז אויך פאראן מעדיצין פאר מענטשן זיך צו העלפן איבערקומען נארישע שרעק די מעדיצין זענען כעמיקאלן וועלכע בארואיגן די טיילן פון די מוח וועלכע מאכן שרעק און ארבעט ווי א דראג אין א שטודיע פאר אזא סארט כעמיקאל האט מען גענומען מענטשן און זיי ארויפגעפירט אויף א הויכע געביידע וועלכע האט נישט געהאט קיין צוים אלע האבן מורא געהאט ארויסצוטרעטן אויף דעם דאך כאטש די ענדע פון די דאך איז געווען מער ווי פיס פון וואו זיי זענען געשטאנען דערנאך האט מען זיי אויסגעלערנט צו גיין א טריט נאך א טריט און איבערקומען די שרעק פון די מענטשן זענען געגעבן געווארן די כעמיקאל און די אנדערע נישט דער רעזולטאט האט געוויזן אז די וואס האבן יא באקומען די כעמיקאל האבן באוויזן צו איבערקומען די שרעק דאפעלט אזוי שנעל ווי די וואס זענען געגאנגן נאטורליך איינע פון די בעסטע עצות וויאזוי איבערצוקומען שרעק איז צו נעמען א מענטש וועלכע האט נישט מורא פון וואס איר האט מורא און יענער זאל אייך דורכפירן די שרעק עס איז קיינמאל נישט גוט צו שטודירן וואס האט געברענגט די שרעק ווייל דאס וועט ברענגן נאך שרעק און מען דארף ארויסרעדן וועגן שרעק וועלכע העלפט דאס איבערקומען גומע אדער גומי וואקסט אין ביימער און אין טראפישע פלאנוצגען מען מאכט דערפון רעדער פאר אן אויטא און קלעב מאטריאל און נאך פארשידענע זאכן געוויסע ערליי ביימער און געוויקסן גיבן ארויס א קלעבעדיגע ווייסע פליסיקייט וואס פון דעם מאכט מען גומען היינט מאכט מען גומען אויך פון כעמיקאלן אבער נאך אלץ ווערן רוב גומען געמאכט פון נאטורליכע קלעבעדיקייטן אין פאקט לייגט מען היינט אויך צו כעמיקאלן אפילו צו נאטורליכע גומען די פראצעדור פון מאכן גומען איז ווי פאלגענד מען קלויבט צוזאם די רינענדיגע פליסיקייט פון ביימער וואס ווערן געפלאנצט פאר דעם צוועק די פליסיקייט ווערט אויסגעמישט מיט פארשידענע כעמיקאלן וואס מאכט עס שטערקער דערנאך מאכט מען פארעמען און מען הייצט דאס ארום א האלבע שטונדע וואס מאכט עס הארט די הארטע געפארעמטע גומען ווערן דאן געפאקט צום פארקויפן אויף די מארק גומע האבן וויסנשאפטלער אויסגעפינען פאר בערך יאר צוריק מען פלעגט עס דאן ווייניג נוצן ערשט יאר צוריק האבן בריטישע וויסנשאפטלער אויסגעארבעט די סיסטעם וויאזוי צו מאכן גומען אויף די אויבנדערמאנטע וועג ערשט יאר צוריק האט מען זיך ערנסט אנגעהויבן באנוצן מיט גומען פאר טויזענטער ערליי פראדוקטן אין די לעצטע יאר פראדוצירט מען שוין אויך גומען וואס איז געמאכט בלויז פון כעמיקאלן פארשטייט זיך אבער אז דאס איז נאכגעמאכט די נאטורליכע און ווען נישט די ביימער געבן ארויס די קלעבעדיגע פליסיקייט וואלט נאך היינט נישט געווען אזא זאך ווי גומען געבורטס טאג איז ווען מען עלטערט זיך מיט נאך א יאר עס איז אן אומגליק אז עס איז נאך א יאר אריבער געפלויגן און איך דערנענטער זיך צום טויט אבער פון די אנדערע זייט טראכט מען אריין באמערקט מען אז פון צווישען ביליאנען טויטע מענטשען עס איז אומגלויבליך אז מען איז פון די פאר געציילטע אויסדערוועלטע וואס האבן זוכה געווען צו לעבן דאס איז א פרייליכע פאקט וואס לאזט זיך שווער גלייבן אבער טאמער איר ליינט די שורות איז א סימן אז איר זענט דער גליקליכער צו דערלעבן יום הולדת איז די געבורט ס טאג פון א מענטש טייל פירען זיך צו פראווען א סעודה אין א געבורט ס טאג ווייל עס איז א יום שמחה פרייד און פרייליכקייט איז אן עמאציע וואס ווערט געברענגט דורך די געפילן פון הנאה און צופרידנהייט רייכטום איז די ערשטע זאך וועלכע קומט אויף אין יעדנ ס געדאנק און יעדער וואלט געזאגט אויב איך וואלט געווען רייך וואלט איך געווען פרייליך א גאנצן טאג אבער א שטודיע וועלכע איז גענומען געווארן דורך דעם אוניווערסיטעט פון אילינוי צייגט אז איינמאל א מענטש האט פרנסה צו קענען לעבן וועט אים מער געלט נישט ברענגען קיין גליק דער נעגאטיווער טייל פון דער שטודיע איז געווען אז די ארימע זענען יא ווייניגער פרייליך ווי די מיטל פארדינער אבער אויך נישט מיט גרויסע פראצענטן דער אמת איז אבער אז דער מענטש באטראכט זיך ארעם נאר ווען ער שטעלט צו וואס ער פארדינט צו יענעמ ס פארדינסט אבער אויב ער זאל זיך באטראכטן אלס דער איינציגסטער אויף די וועלט וועט ער גארנישט זיין אזוי ארים וויאזוי אימער מעג אבער נישט אריינפאלן אין עצבות ווייל דער מענטש קען זיך נישט קאנצעטרירן די מוח אויב ער איז באזארגט קלוגשאפט איז אויך נישט קיין זאך וואס מאכט א מענטש מער פרייליך סטאטיסטיקס ווייזן קלאר אז קלוגע מענטשן זענען בכלל נישט פרייליכער ווי די נישט קלוגע און דאס איז אויך נישט קיין ענטפער וואס איינער וואלט צוגעלייגט אלס א סיבה פון זיין שמחה ערנעסט העמינגוועי איינע פון די גרעסטע אמעריקאנער שרייבער פונעם פאריגן דור שרייבט אין איינע פון זיינע ביכער פרייליכקייט צווישן קלוגע מענטשן איז נישט עפעס וואס איך דענק די וועטער איז אויך נישט עפעס וואס האט אן עפעקט אויף די צופרידענהייט פון א מענטש יארן צוריק האט א שטודיע געוויזן אז א ריזיגע פראצענט אמעריקאנער וועלכע וואוינען אין די קאלטע שטעט האלטן אז אויב זיי וואלטן געוואוינט אין קאליפארניע וועלכע האט ווארימע וועטערס א גאנץ יאר וואלטן זיי געלעבט מער צופרידן און פרייליך אבער די קאליפארניע איינוואוינער לייקענען דאס אפ און נאציאנאלע שטודיעס ווייזט נישט קיין שום חילוק אין פרייליכקייט לויט די וועטערס וואו מען וואוינט די ערשטע ארט וואו מען טרעפט א חילוק אין פרייליכקייט איז די עלטער כאטש די יונגע מיינען אז זיי זענען די פרייליכסטע מענטשן אויף די וועלט איז אבער א פאקט אז עלטערע מענטשן זענען פרייליכער אין דורכשניטליך און זארגן זיך ווייניגער טראץ וואס ווייניג פון זיי האבן געלט א שטודיע וועלכע איז גענומען געווארן דורך די צענטער אוו דעזיז קאנטראל צייגט אז מענטשן צווישן די יארן פון ביז זענען צעבראכן טעג אין א מאנאט און די מענטשן צווישן און יאר זענען צעבראכן נאר טעג פער מאנאט די צווייטע הויפט חילוק איז רעליגיע רעליגיעזע מענטשן זענען היבש פרייליכער פון נישט רעליגיעזע רעליגיע איז א פסכילאגישע דראג וועלכע פירט דעם מענטש אין לעבן און מאכט אים טרעפן די גוטע טייל פון יעדע זאך וואס איז שלעכט אדער קוקט אויס שלעכט די דריטע און גרעסטע חילוק פראצענטווייז צווישן פרייליכע און נישט פרייליכע איז משפחה און נאנטע פריינט די שטודיע פון די יוניווערסיטי אוו אילינאוס צייגט קלאר אז פאמיליע און פריינט איז א שליסל צו א פרייליכע לעבן און זי פירן אויס אז יעדע מענטשן מוז לייגן א דגוש זיך צו סאציאליזירן גענוג כדי צו ברענגן און אנהאלטן זיין פרייליכקייט אין לעבן די ערשטע סטאטיסטיק איז גענומען געווארן צווישן ארימע און רייכע מענטשן און האט געוויזן דאס פאלגענדע צווישן די וואס פארדינען אונטער האבן פראצענט געזאגט אז זיי זענען פרייליך רוב צייט פראצענט האבן געזאגט אז זיי זענען פרייליך פון צייט צו צייט און פראצענט האבן געזאגט אז זיי זענען נישט פרייליך צופיל צווישן די וואס פארדינען העכער איז די נומער געשפרינגן צו פראצענט וואס זענען שטענדיג פרייליך פראצענט זענען טיילמאל פרייליך און פראצענט זענען ווייניג פרייליך צווישן די וואס פארדינען העכער איז די נומער נאר ארויף צו פראצענט וועלכע זענען שטענדיג פרייליך פראצענט וועלכע זענען טיילמאל פרייליך און פראצענט וועלכע זענען ווייניג פרייליך אין א סך הכל סטאטיסטיק ווען מען האט געפרעגט מענטשן ווי ווייט זיי זענען צופרידן מיט זייער לעבן איז די ענטפער געווען ווען מען האט געפרעגט אויב מען שטייט אויף פרייליך אין א נארמאלן אינדערפרי איז די ענטפער געווען פראצענט אויף יא פראצענט אויף ניין און פראצענט ווי אמאל אן ענליכע ענטפער איז געווען ווען מען האט געברעגט אויב מען באטראכט זיך אלס אן אפטימיסטישע מענטש וואס ברענגט פרייליכקייט צווישן די אמעריקאנער מאסן קינדער און אייניקלעך פראצענט פאמיליע פראצענט רעליגיע פראצענט מאן ווייב פראצענט ווען מען האט געפרעגט וואספארא זאכן עס מאכן דאס מערסטע פרייליך זענען די הויפט ענטפערס געווען די קינדער גוטע פריינט טון א טובה פאר א צווייטן מאן ווייב דער קאנטראל איבער די אייגענע לעבן פארברענגן צייט נאנטששאפט מיט די עלטערן רעליגיע און בעטן סייענטיסטן אין די יוניווערסיטי אוו אילינאוס האבן אויסגעשטעלט א פראגע בויגן מיט וועלכע מען קען זיך אליינס מעסטן די צופרידנהייט אין לעבן דורך מעסטן יעדע פראגע אין די נומערן פון ביז און דערנאך צוזאמען רעכנען אלעס אינאיינעם די פראגן זענען זייער ענליך איינע צו די אנדערע אבער ווען מען טראכט אין יעדע באזונדער וועלן די ענטפערס זיין אנדערש איינע פון די אנדערע צו יעדע פראגע ברויך מען זיך מעסטן צווישן די נומער אלס נישט אזוי און נומער אלס יא אזוי ווען איר זענט פארטיג רעכנט צוזאם אלע נומערן און מעסט עס מיט די פאלגענדע רעזולטאטן יעדער וואלט געקענט באשטיין צו ווערן פרייליכער ווייל יעדער אן אויסנאם פארשטייט די וויכטיקייט פון שמחה אין לעבן שמחה קען טוישן די גענצען וועזן פון א מענטש און אים ארויפשטופן אויף פיל העכערע שטאפלן סייענטיסטן פלאגן זיך שוין לאנג וואס א מענטש קען טאן צו ווערן פרייליכער די ערשטע אויפדעקונג איז אז צופרידנהייט ליגט אין די געניטן און פונקט ווי איינער ווערט געבוירן הויך אדער נידעריג ווערט איינער געבוירן א צופרידענער און א צווייטער א אומצופרידענער זייער אויפדעקונג איז געבויט אויף א שטודיע וועלכע זיי האבן גענומען פון צווילינג קינדער וועלכע פארמאגן די זעלבע גענעטישע אויסשטעלונג און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען אלע אינדענטיקל צווילינג געשטאנען אייניג מיט פרייליכקייט שטאפלן אבער מיינט נישט אז צו ווערן מער פרייליך איז ווי פאר א נידעריגן צו ווערן הויך שרייבט דער באריכט א מענטש קען טאן פארשידענע פעולות זיך צו מאכן דאס לעבן מער צופרידן און ברענגן פרייד אינעם טאג טעגליכן לעבן אט זענען זייערע רעקמענדאציעס איזהו עשיר השמח בחלקו זאגט די משנה און אויף דעם וועט יעדער מודה זיין א מענטש זאל נישט מעסטן זיין לעבן מיט א צווייטן נאר זיך אליינס אין משנה למלך שטייט אז די אומות העולם זענען מקנה די אידן וועלכע זענען שטענדיג פרייליך און טוען יעדע זאך מיט שמחה דער גרא שרייבט אין משלי אז שמחה האט אזא שטארקע כוח אין א מענטש אז עס קען אפילו אויסהיילן מחלות עס איז איינע פון די יסודות אין קבלה אז ווען דער מענטש איז בעצבות איז זיך מתגבר די יסוד העפר און לאזט אים נישט טראכטן ווי ערד וועלכע איז איינגעזעצט אויף איין פלאץ פארקערט ווען מען איז בשמחה איז עס די יסוד הרוח וועלכע רירט זיך פון איין פלאץ צו די אנדערע דער קאנצעפט פון חסידות איז געווען לויט ן בעשט אז דער מענטש דארף שטענדיג זיין פרייליך און אפילו פאר די זאכן וועלכע מען דארף טרויערן ווי חורבן ביהמק מוז עס זיין נאר פון אינעווייניג און אינדרויסן דארף מען שטענדיג ווייזן א שמייכל און צופרידענהייט א מיידל איז א נקיבה קינד וואס איז נאכנישט דערוואקסן א נקיבה אין די צענערלינג יארן קען אויך גערופן ווערן מיידל טראץ וואס איר קערפער איז שוין מעגליך דערוואקסן ווען זי ווערט גענצליך אנטוויקלט ווערט זי אנגערופן א פרוי ביי די חסידיש אידישע געמיינדע ווערט א נקיבה אנגערופן א מיידל אזוי לאנג ווי זי איז נאכנישט פארהייראט אויב איז די מיידל עלטער פון דער באשטימטער צייט פון דעם סטאנדארד צו חתונה האבן הייסט זי אן עלטערע מיידל די פארקערטע פון א מיידל איז א אינגעל א אינגעל איז א זכר קינד וואס ווערט דערוואקסן אלס א מאן די טראדיציאנעלער קאליר פאר מיידלעך איז ראזע פינק פאר א אינגעל איז עס בלוי ווען א קינד ווערט געבוירן אין שפיטאל וועט עס געווענליך באקומען א ראזע אדער בלויע עטיקעט אויף די האנטגעלענק אדער קנעכל געוואנדן אויב עס איז א אינגעל אדער א מיידל עס זענען דא נעמען וואס זענען מיידל נעמען און אנדערע זענען אינגל נעמען געוויסע נעמען זענען פארהאן וועלכע קענען גענוצט ווערן פאר מיידלעך און פאר אינגעלעך ספעציעל אין די סעקולערע וועלט טראץ וואס דענען זאגן זיך די זעלבע ווערן זיי אנדערש אויסגעלייגט ביים שרייבן טויט איז די פערמאנענטע טערמינאציע פון ביאלאגישע פונקציעס וואס דעפינירן לעבעדיגע ארגאניסמען דאס באטיטלט סיי דאס אקטועלע געשעעניש פון שטארבן און סיי דאס נאכאנאנדיגע מציאות פון טויט נאכן פארענדיגן דאס לעבן א טויטער ייד ווערט אנגערופן נפטר דעריבער רופו א טויטן ייד א נפטר ווייל ווען ער לעבט איז ער מחוייב צו טון מצוות אבער נאכן טויט איז ער פטור ברוך דיין האמת איז דער אידישער אויסדרוק נאכ ן הערן א שלעכטע בשורה ביי אידן מאכט מען אויף יעדער זאך א ברכה וואס באדייט צו דאנקען און לויבן גאט און וויבאלד חזל זאגן חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה מען דארף בענטשן גאט אויף שלעכטס פונקט ווי מען בענטשט אים אויף גוטס דעריבער איז דער ספאנטאנער ענטפער ביים הערן פון עמיצן אז עס האט פאסירט א שלעכטע נייעס ברוך דיין האמת עס איז דא א פאלקסווארט ווי אויף א טויטן באנקעס ווייל באנקעס איז א מין סארט רפואה דורך ווארעמע ליידיקע גלעזער וואס האבן אויסגעציט דאס בלוט כוסות רוח ענלעך צו מקיז דם ביי רזל וואס פלעגט געניצט ווערן אויף א קראנקען מענטש ארויס צי נאגן בלוט וואס איז געווען אנגענומען אלס א רפואה פארשטייט זיך אז אויף א טויטן האט עס נישט געהאלפן ווייל ער איז דאך שוין טויט פון דעם קומט דער אויסדריק ס וועט העלפן ווי אויף א טויטן באנקעס געזונט אדער געזונטהייט איז דער גוטער פיזישער גייסטישער און סאציאלער צושטאנד פון א לעבן באשעפעניש און נישט נאר דאס פעלן פון קראנקייט לויט דער וועלט געזונט ארגאניזאציע אין איז געווארן פארעפנטלעכט אין קאנאדע דער באריכט א נײער פערספעקטיוו וועגן דער געזונט פון קאנאדער באקאנט אויך ווי דער לאלאנד באריכט דער באריכט שלאגט פאר פיר וואריאבלען צו באצייכענען געזונט מענטשלעכע ביאלאגיע סביבה לעבנסטיל און געזונט ארגאניזאציע געזונט ווערט אפגעהיטן דורך וויסנשאפט און דעם דיסצפלין פון מעדיציען אבער אויך קען יעדער איינער ווירקן צו פארבעסערן זיין אייגענעם געזונט צושטאנד פיזישע איבונגען פארמיידן איבערפעטונג און היטן א געהעריגן קערפער געוויכט באלאנסירטע דערנערונג פארמינערן געשפאנקייט אויפהערן רייכערן און ניצן נארקאטיק זענען אלע מעגלעכקייטן וואס א מענטש האט אליין צו פארבעסערן זיין געזונט פיזישע געזונט מיינט גוט קערפעריש געזונט וואס נעמט זיך פון רעגולערע איבונגען געהעריגע דיעטע און דערנערונג און גענוג רו ווען איינער איז פיזיש געזונט קען ער גיין און לויפן אן צו כאפן דעם אטעם און קען אויספירן די אקטיוויטעטן פון טאג טעגליכן לעבן אן הילף גייסטישע געזונט איז א געפיל און פסיכאלאגישער וואוילזיין מיט וואס א מענטש איז קאמפעטענט אויסצוניצן זיינע פעאיקייטן צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט למשל ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף אדער נאכ ן וועלטס קריג די קאלענדער מעסט צייט לויט די פאזיציעס פון הימלישע עלעמענטן למשל ווען די לבנה איז געווען גאנץ אדער פינף גאנצע לבנות צירוק זייגערס מעסטן צייט לויט ווי לאנג עס דויערט פאר מעכאנישע עלעקטראנישע אדער נוקלעארע רעאקציעס צו געשען די מאס פון זייגערס איז צוטיילט אויף סקונדעס וואס איז באזירט אויף חלקים פון א טאג וואס איז באזירט אויף די געשעענישן פון טונקעלקייט און ליכטיגקייט אויף אונזער פלאנעט פסיכילאגישע צייט איז די צייט וואס מענטשן שפירן מיטן מח דאס קען אויסקוקען ווי עס לויפט שנעלער אדער שטייטער אפילו ווען לויטן זייגער איז עס די זעלבע לאנג דאס איז נישט די זעלבע פארקורצערינג און פארלענגערינג פון צייט ווי די רעלאטיווע צייט פון איינשטיין ס טעאריע וואס מען קען מעסטן מיט צוויי זייגערס היינט פיל איך אז היום קצר והמלאכה מרובה די צייט איז מיר בה נישט לאנגווייליג ווי קען מען האבן נאך צייט איך האב דיך ליעב לויף נישט אוועק צייט איז א חלק פון דער בריאה בעפאר די בריאה איז נישט געווען אזא מין מושג פון צייט איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבונדן איינס מיט אנאנד און אז צייט איז רעלאטיוו דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ לויט די טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער וואו עס איז דא א שטארקע קראפט פון גראוויטאציע אויך גייט די צייט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט רעלאטיוו צו אוביעקטן וואס רירן זיך שטייטער סאדע וואסער אדער סעלצער איז וואסער אין וואס איינגאזירט מיט קוילן זויער זשאזעף פריסטלי איז געווען א ברייער אין לידז ענגלאנד וואס האט ערפינדן אז מען קען ניצן דעם גאז פון יערן ביר צו געבן א געשמאקן טעם אין וואסער היינטיגע צייטן פאבריצירט מען סאדע וואסער ווען מען פירט קוילן זויער דורך וואסער אונטער א שטארקן דריק צוליב דעם דריק ווערט א סאך גאז צעלאזט אינעם וואסער ווען מען עפנט דאס פלעשל גייט אוועק דאס דריק און ס ווערט בלעזלעך אינעם וואסער קאלע וויפל צוקער האט א פושקע זיסע סאדע א ווידעא קליפ געט אייך די שוידערליכע ענטפער און האלב טיי לעפלעך קאנטרי איז דער אפרו וואקאציע פלאץ אין די קעטסקילס ווי מען ציעט זיך אריבער במשך דעם זומער מאנטען ווערד אלע געלטער צייט פאר חשבון הנפש ווי שטארק מ געבט זיך אפ מיט די קינדער צייט צוריק אויפרישען אונזער קשר פון פאמיליע לעבן זיי רוען זיך אפ און ענזשויען זיך אינעם שווימבאד סווימינג פול מיט די פרויען פארברענגערייען א מחי די אידן וואס זענען דארטן זענען זיך מתענג אויך די אידן וואס בלייבן אין שטאט קענען נישט גענוג זיך מחי זיין פון די ליידייגע גאסן און פרייהייט וואס הערשט אין שטאט עס איז דא א ניגון פון דעם באקאנטער זינגער יום טוב עהרליך אויף טעיפ לוקסוס ווי ער פארציילט און לייגט אראפ די קאנטרי איהרע מעלות און חסרונות געזיכט אדער פנים איז דער מיטן און פארענט פונעם קאפ פונעם מענטש פון אויבן ביים שטערן ביז אונטן די גאמבע און אלץ אינדערמיט די הויט באקן ליפן פון אויבן און די צוויי אויגן מיט אויגן ברעמען און נאז אינדערמיט מיט די מויל פון אונטן א א וו דאס איז די הויפט צוקארפט פון א מענטש אויך איז דאס די הויפט מיטל פאר אידענטיפיקאציע צוליב דאס אייגענארטיגקייט וואס קיין איין פנים איז קיינמאל נישט גלייך צו א צווייטע גענוי אפילו פון צווילינג אויך איז דאס דער עיקר קאמוניקאציע מיטל צווישן דער מענטשהייט אין לעבן ווי איבערצוגעבן געדאנקען ארויסווייזן געפילן ווי כעס שמחה איבעראשונג און גרויל אדער סתם צו לאזן וויסן געמוט פאר אנדערע איבער פארשידענארטיגע מוסקלען זענען ביי די ארבייט אין פנים צו העלפן רעדן עסן טרינקען און בלינקן פיל פון די מוסקלן זענען נישט צוגעבינדען צו די ביין נאר צו די הויט און צו אנדערע מוסקלן עס האט א קאליר א לייכטע ביי מענער באוואקסן מיט האר פון א בארד מיט שנאלץ און נאקעט און גלאט ביי פרויען און קינדער מעדיצין היילט דעם מענטש דורך פארעכטן די צעלן און אפהאלטן קרענק מען באקומט א רעצעפט פון א דאקטער און דער אפטייק פארקויפט דאס פאר אייך אויך איז מעדיצין די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיטן פארשן דיאגנאזירן און באהאנדלען קראנקייטן כדי אויסצובעסערן דעם געזונט אויך מיינט דאס די מעדעצינען אליין וואס ווערט גענוצט דערפאר די מעדיצין איז באזירט אויף די באגריפן סײ פון נאטור וויסנשאפט סײ פון הומאניסטיק און גייט פארויס אין פאראלעל מיט זיי אין גאנג פון איר אנטוויקלונג האט זיך די מעדיצין פארשפרייט אין פארשיידענע צווײגן מע שיידט אונטער למשל צווישן דער אינטערנאלער מעדיצין מעדיצין פון אויגן נאז און האלדז וכ מע קען אויך קאטעגאריזירן די מעדיצין לויט געזעלשאפטלעכע קאטעגאריעס מיליטערישע לעגאלע פון שפיטעלער און דאס גלײכן טעאריע פון מעדיצין די נערוון סיסטעם אין א בעל חי קאארדאנירט די אקטיוויטעטן פון די מוסקלען פאסט אויף איבער די גלידער קאנטראלירט און שטעלט אפ די חושים צו שפירן און אקטיוויזירט די אקטען פראמיניטע אנטייל נעמער אין דעם זענען די ניוראנען און די נערוון אויסער די שוואמען האבן אלע בעלי חיים א נערוון סיסטעם אין דער נערוון סיסטעם באקומט די חוש סיסטעם אינפארמאציע וועגן סטימולן אין דער סביבה די אינפארמאציע ווערט געניצט צו קאנטראלירן די אויפפיר די נערוון סיסטעם קען רעאגירן צו א סטימול אין פון א סעקונדע די נערוון סיסטעם איז פאראנטווארטלעך אויף דער מוסקלען סיסטעם און אזוי הערשט אויף די מעגלעכקייטן פון דעם קערפער ס באוועגן דער מוח און דער חוט השדרה זענען די צענטראלע נערוון סיסטעם קאליראיז א באדייטונג פון דעם וועג וואס א מענטש זעט ליכט מיט פארשידענע כוואליע לענג די פערצעפיע פון קאליר ווערט געשאפן אינעם מוחווען מען קוקט אויף סובסטאנצן פון וועלכע ליכט קומט צום אויג לויטן ספעקטערפון ליכט און דעם קאלירן זע מעגליכקייט פונעם אבזערוואטאר די וויסנשאפט וואס באהאנלט מעסטן קאליר ווערט גערופן קאלירימטעריע אלעס קוקט אויס לעבעדיג ווען די קאלירן ווארפן זיך מיט פארשידענע אנדערע אויסזען כדי אויפצוועקן און אויפלעבן די אויג רויט שרייט בלוי מאכט ערענסט געל איז איידל שמייכלדיג שווארץ איז טונקל געלב איז לעבעדיג בייזש איז פליישיג ווייס איז ריין ברוין איז האלציג שיין פיטש איז שעמעדיג לילא איז הערליך שיין קאליר קאטעגאריעס און פיזישע ספעציפיקאציעס פון קאליר זענען פארבונדן מיט אביעקטן דורך דער לענג פון די שטראלן פון ליכט וואס ווערט שפיגלט פון זיי די אפשפיגלונג איז נשפע דורך די פיזישע אופן וויאזוי דער אביעקט איז אויסגעשטעלט ווי למשל וויאזוי עס זאפט איין ליכט ליבע איז א געפיל פון שטארקער נאנטשאפט ווען מען האט ליב איינעם קען מען זיך אין פייער אריין ווארפן צו טאן יענעמ ס ווילן אדער ווען מען האט ליב עפעס קען קריכן גראדע ווענט דערצו אנצוקומען ווייל דאס מיינט צוזאגן אז מען שפירט יענעמ ס געפיל פונקט ווי די אייגענע און יענע זאך ווערט אזוי טייער און ווערדפול צו צאלן יעדן פרייז אפילו דאס טויט און זיך זעלבסט דאס אייגן לעבן האט דאך יעדער זיכער ליב דער טבע פון ליבע איז אז אלץ ארום ווערט ווייניגער חשוב דעריבער ווען מען ליבט גאט אדער א פרוי איז נישט שייך צו ליבן עפעס אנדערש וואס זיי ליבן נישט און מען הייסט א פארעטער אויב מען ליבט וואס זיי ליבן נישט עס איז דא שטאפלען אין ליבע פריינט געלט כבוד ביזנעס שותפים עסן קינדער טאטע מאמע ווייב און דער שורש פון דעם אלעם גאט אבער די צד השווה פון די אלע ליבע געפילן איז אז אן דעם וואלט קיין לעבן מענטש און וועלט נישט עקזיסטירט די אלע קשרים קען דער עמאציע אויסוועפן דערפאר איז וויכטיג ווי מער זיך פארטיפן און ערוועקן די געפיל אפילו מען האט טענות און מענות אויף יענעם דארף מען סוף כל סוף דאך אנקומען צו יענעם דעריבער איז וויכטיג אייביג צו שמייכלען און זאגן א גוט ווארט פאר דעם גרעסטן שונא ווייל דערמיט האלט איר אן און מאכט בעסער די וועלט דריי מצוות זענען פארבונדן מיט ליבשאפט אין יידישקייט וועגן ליב האבן א מענטש זאגן די תנאים אז עס איז א כלל גדול בתורה ר עקיבא אדער כל התורה כולה על רגל אחת הלל הזקן דער דאזיגער כלל זאגט אז א מענטש זאל ליב האבן אנדערע גענוי ווי ער האט זיך ליב ליבע פאר א מאן פון דער תורה דיגן שטאנדפוקנט א פרוי דארף זיך צושעטלן פאר איר מאן אז איר מאן זאל זי ליב האבן זי דארף זיין גרייט דער מאן זאל קענען מיר טוען וואס ער וויל ווען עס קומט צו ליבע איינער א גרויסער מאן אבא חלקיה ווען ער איז אהיים געקומען צו זיך אין שטוב האט זיך זיין פרוי אנגעטון זייער שיין ער האט געזאגט דעם טעם פאר דעם כדי שלא אתן עיני באשה אחרת כדי איך זאל נישט געבן מיינע אויגן צו א צווייטער פרוי עס איז ווי דער פסוק זאגט משלי יהי מקורך ברוך ושמח באשת נעוריך קאווע איז א אלגעמיינער נאמען פאר הייסע און צומאלן קאלטע געטראנקען וואס מען מאכט פון געבראטענע קאווע באנדלעך זי פארמאגט אין זיך קאפעין וואס לעבט אויף דעם מענטש קאווע אראביקא דער מערסטער פארשפרייטער זגאל פון דעם קאווע פלאנץ איז אן אלעמאל גרין פלאנץ וואס שטאמט פון עטיאפיע אנדערע זגאלן קאווע ליבעריקא און קאווע ראבוסטא זענען געפונען אין פארשידענע געגנטן פון אפריקע לעגענדע זאגט אז קאווע שטאמט פון א פאסטוך וועלכער האט באמערקט אז איינע פון זיינע ציגן איז געווארן גוט אויפגעלייגט און אביסל ווילד נאכ ן עסן א געוויסע באנדל וועלכע האט זיך געפינען אין זיין פעלד די באנדלעך זענען געווען קאווע און דער פאסטוך האט עס פארזוכט און דאס איבעריגע איז היסטאריע ארגינעל איז קאווע געווען אן עסן וועלכע איז געווען ארומגעשמירט מיט פעטן פון א בהמה צו געבן א טעם און די פארקויפער האבן דאס גערופן אן ענערגיע באל דער געדאנק פון מאכן קאווע דורך אויפלאזן מיט הייס וואסער שטאמט פון די אראבער וועלכע זענען געווען די ערשטע קאווע טרינקער אינעם טן יארהונדערט די אראבער האבן געהאלטן פאר א סוד זייער ענערגיע טרונק און האבן באוואכט די קאווע פעלדער די איינציגסטע פלאץ ווי עס האט געוואקסן קאווע אויסער ביי די אראבער איז געווען אין אפריקע וועלכע האבן נאך דעמאלט געגעסן די קאווע באנדלעך הארטערהייט וועלכע ווערט גערופן קאווע טשעריס אויך דא איז פאראן א וועלט ס מעשה וועלכע זאגט אז אן אינדישער סופי באבא בודאן האט געקויפט זיבן קאווע באנדלעך פון די אראבער אין תימן און האט זיי צוגעבינדן צו זיין קערפער ווען ער איז אנגעקומען אין דער אינדיע האט ער זיי איינגעפלאנצט און אויך דארט האט עס אנגעהויבן וואקסן די אייראפעער האבן נאכגעפאלגט די אינדישער און אויך זיי האבן אנגעהויבן אנפלאנצן קאווע צום ערשט אויף אן אינזל וועלכע איז היינט א טייל פון אינדאנעזיע קאווע האט אריבער געשפרייזט דעם אטלאנטיק אין יאר ווען א בראזיל ער שפיאנאזש אגענט האט אהיימגעברענגט קאווע אלס א מתנה פאר ן קעניג אויך זיי האבן עס איינגעפלאנצן און היינט צו טאג איז בראזיל דער וועלט ס גרעסטער קאווע פראדוצירער אין אמעריקע וואקסט קאווע נאר אויף דעם האוואי אינזל און וויבאלד עס וואקסט נישט קיין סאך איז פאראן א חשיבות צו דער קאווע און קאסט אסאך געלט ספעציעל איז באקאנט די קאונא קאווע וועלכע וואקסט אויף איינע פון די האוואי וואולקאן אינזלען און האט עפעס א ספעציעלן טעם צו וועלכע די קאווע פארשטייער לעכצן וואס עס מאכט אזוי ליב האבן קאווע איז נישט באהאלטן פון קיינעם קאווע פארמאגט קאפעין וועלכע איז א דראג פונקט וואו אלע דראגס און האט די זעלבע עפעקט נאר איז היבש מילדער א גלעזל קאווע פון אנסעס פארמאגט ארום מילי גראם קאפעין וועלכע איז די מערסטע קאפעין אין סיי וועלכע טרונק נאך קאווע קומט קאלא סאדע וואו א קען סאדא פון אנסעס פארמאגט נאר מילי גראם פון קאפעין א קאווע בוים אי זייער א הילצערנער בוים מיט שטארק גרינע בלעטער וועלכע וואקסן אין פארן אבער זענען צעטיילט צו אנדערע דירעקציעס די ביימער קענען וואקסן ביז פיס הויך אבער די פארמער נעמען אראפ די קאווע באנדלעך פרייציטיג כדי זיי זאלן נישט דארפן קריכן הויך צו קלויבן די באנדלעך די קאווע ביימער געבן ערשט ארויס קליינע ווייסע געוואוקסן און נאך א יאר הייבט עס אן ווערן קאווע באנדלעך ווערט אויך גערופן קאווע טשעריס די קאווע ביימער וואקסן נאכאנאנד ווען מען נעמט אראפ די געצייטיגטע באנדלעך קומען נייע און עס קענען זיין ביידע אויף איין בוים אין דער זעלבער צייט יעדע קאווע בוים קען פראדוצירן בערך אנדערהאלבן פונט געמאלענע קאווע יעדע סעזאן צו פלאנצן קאווע דארף מען האבן גוטע ערד און מילדע וועטערס מיט אסאך רעגן און זון שאטן דערפאר וואקס נאר קאווע אין די מיטעלסטע טיילן פון די וועלט פון דרום צו צפון וועלכע ווערט אנגערופן די באנדל ליניע עס זענען פאראן צוויי הויפט קאווע סארטן וועלכע ווערן אנגערופן אראביקע און ראבוסטא אראביקע איז די ארגינעלע קאווע וועלכע האט געוואקסן אויף די קאווע ביימער אין די אראבישע לענדער אלע קאווע וועלכע זענען געמאכט פון די סארט באנדלעך זענען מילד און גוט אין טעם ארום פראצענט פון די וועלט ס קאווע איז פון די סארט די סארט קאווע וואקסט אויף הויכע אויבערפלאכן צווישן און פיס העכער ן ים אויבערפלאך מיט מילדע טעמפרעאטורן צווישן און פארענהייט ביז צעלסיוס און ארום אינטשעס פון רעגן פער יאר אויב די וועטערס ווערן קאלט גייען אלע קאווע צוגרינד זייער שנעל ראבוסטא קאווע ביימער זענען די פארבליבענע פראצענט פון די וועלט ס קאווע און געפינען זיך אין אזיע און אין בראזיל די סארט באנדלעך זענען קלענער און רינדיגער ווי די אראביקע קאווע באנדלעך די ראבוסטא קאווע ביימער זענען שטערקערע ביימער וועלכע קענען פארנעמען מער היץ און קענען ליגן מער נידעריג אויפ ן ים אויבערפלאך די קאווע איז ביטער און פארמאגט פראצענט מער קאפעין ווי די אראביקע קאווע ווייטער זענען די קאווע סארטן צעטיילט לויט די לענדער צו קלענערע קאטעגאריעס גרויסע קאווע טרונקער פארשטייען גוט דערצו און ווייסן אפצוטיילן איינע פון די אנדערע עס זענען פאראן קאוועס וועלכע זענען געמאכט פון עטליכע סארט באנדלעך וועלכע גיט א געמישטע טעם מיר רופן עס א קאווע באנדל אבער ווען מען זעט דאס קוקט עס נישט אויס אנדערש ווי א טשערי וועלכע ווערט רויט ווען עס ווערט רייף מיט ן ערטשן בליק אויף א קאווע בוים זעט מען נישט קיין באנדלעך ווייל זיי ליגן באהאלטן צווישן די בלעטער און צווייגן און עס איז א שטיקל עבודה זיי צו קלויבן די אויסערן טייל פון א קאווע באנדל איז ביטער און די אינערליכע טייל איז זיס ערשט נאך די צוויי טיילן ליגט באהאלטן די קאווע קערל וועלכע איז א הארט גרין באנדל עס איז נאר פאראן איין סעזאן פאר קאווע און דאס ווענדט זיך לויט די גיאגראפישע ערטער וואו עס וואקסט צפון פון דעם עקוואטאר ווערן אלע קאווע באנדלעך געצייטיגט ערגעץ צווישן סעפטעמבער און מערץ און דרום פונעם עקוואטאר ווערן זיי געצייטיגט אין אפריל אדער מאי די באנדלעך ווערן געקליבן מיט די הענט און מען קען קלויבן אויפ ן בוים אדער אראפנעמען אלע באנדלעך און דערנאך קלויבן די ארבעטער אין די קאווע פעלדער קלויבן צווישן און פונט פון באנדלעך יעדער איינער און נאר ארום פראצענט פון די וואג וועט בלייבן אקטועלע קאווע איינמאל די באנדלעך זענען געקליבן דארף מען באלד זיך נעמען צו די ארבעט ווייל די באנדלעך ווערן אומפריש זייער שנעל עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי מען ארבעט דאס אויס די ערשטע איז א טרוקענע וועג און די צווייטע איז א נאסע וועג די טרוקענע וועג איז דורך אויסשפרייטן אלע באנדלעך אין א גרויסע שאכטל און מען לאזט עס טרוקנען אויף די זון פאר טאג ווען יעדן טאג מישט מען דאס אויף אז די זון זאל קענען צוקומען איבעראל נאך טאג ווערן די באנדלעך ברוין און פארלירן פראצענט פון זייער פייכקייט די נאסע וועג איז נישט קיין סאך אנדערש נאר אז מען נעמט פון פאראויס אראפ די אויבערשטע טיילן פון דעם באנדל און מען לאזט טרוקנען נאר די גרינע באנדל וועלכע אנטהאלט די קאווע דער צווייטער פראדעצור איז טייערער און טייל קאווע פראדעצורער נוצן אפילו מעכאנישע ליכטיקייט צו טרוקענען די באנדלעך וועלכע איז פיל שנעלער איינמאל די באנדלעך זענען טרוקן נעמט מען אראפ נאך עטליכע שיכטן און מען צעטיילט זיי לויט די גרויס דאס קען געטאן ווערן מיט די הענט אדער דורך א ספעציעלע בלאז מאשין וועלכע בלאזט אוועק די וואס וועגן ווייניגער עד כאן איז די ארבעט אין די פעלדער די פארמער פאקן עס אין זעק און שיקן זיי צו די קאווע פירמעס ארום מיליאן טאנען גרינע באנדלעך קאווע ווערן געשיקט איבער די וועלט אין איין יאר דערנאך ווערן די גרינע באנדלעך געבראטן אין גרויסע טעפ וועלכע דרייען ארום די באנדלעך זיי זאלן נישט פארברענט ווערן דא ארבעט עס ווי פאפ קארן און נאך א שטיק צייט פאפט עס אויף צו דאפעלט אזוי גרויס און הייבט אן געבן א גערוך מען לאזט עס דארט בראטן נאך עטליכע מינוט ווילאנג עס פאפט נאכאמאל און דעמאלט נעמט עס ארויס פון די מאשינען עס זענען פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי מען בראט די באנדלעך און דאס זענען די סודות פון די קאווע פירמעס אזעלכע קאווע פון נעסקאפעי און טעסטערס טשאויס ווערן נישט געבראטן מער ווי מינוט און טייערע קאווע קען ווערן געבראטן ארום מינוט ווען די צוקער אין די באנדל ברענט אויס און גיט ארויס א ספעציעלע גערוך וועלכע די גרויסע קאווע טרונקער גלייכן נאכ ן בראטן לאזט מען ליגן די באנדלעך פאר א שטיק צייט בעפאר מען צעמאלט עס וויבאלד די טעם פון קאווע וועפט שנעל אויס איינמאל מען צעמאלט עס טוט מען די צעמאלן די לעצטע זאך בארט בעפאר מען פאקט עס אין אלע קאווע מאשינען לייגט מען אריין גאנצע באנדלעך און די מאשין צעמאלט עס אליינס וואס מאכט די קאווע פרישער צו האלטן פריש קאווע אין די שאפע דארף מען דאס האלטן גוט פארמאכט און אין א טונקעלע פלאץ ווייל אקסיגן און ליכטיקייט מאכן די קאווע שנעלער אויסוועפן א קאווע איז א געמיש פון קאווע וואסער און פילייכט אויך מילך און צוקער און דאס דארף זיין באלאנצירט כדי עס זאל האבן א גוטן טעם אויב ווייסט מען נישט וויפיל צו לייגן פון וואס טרינקט מען יעדן טאג אן אנדערע קאווע א גוטע קאווע לויט די עקספערטן דארף זיין ווי פאלגנד צוויי לעפלעך טעיבלספונס קאווע פאר יעדע אנסעס וואסער און שטארקע מילך לויט די אייגענע פארשטאנד דאס וואסער דארף זיין ריינע וואסער און דארף קאכן ביי א מינימום טעמפרעאטור פון דעגרי פארנהייט פארגעסט נישט אז דאס וואסער איז דער הויפט טייל אין א קאווע און ווי פרישער און ריינער אלס בעסער וועט די קאווע זיין אויב האט מען א קאווע מאשין מיט קאווע באנדלעך קען מען האבן פיל בעסערע קאווע ווייל די נארוואס צעמאלענע באנדלעך גיבן ארויס פרישע קאווע מען דארף זיכער מאכן אז די קאווע מאשין איז גוט גערייניגט ווייל די שליסל צו גוטע קאווע איז ריינע וואסער אויב איינער קען נישט פארנעמען די רעקאמענדירטע קאווע ווייל עס איז צו שטארק זאל ער פרובירן אנדערהאלבן לעפל און אויב איז עס נאך אלץ צו שטארק זאל ער פרובירן איין לעפל ווייניגער פון דעם איז נישט קיין קאווע איינמאל מען איז צופרידן מיט ן קאווע זאל מען געדענקן די מאס קאווע וואסער און מילך וואס מען האט אריינגעלייגט און אזוי איבערמאכן יעדן טאג כדי צו האבן א גוט גלעזל יעדן אינדערפרי און נישט דורכפאלן מיט א צו קאלטע אדער צו ליכטיגע קאווע דיקעפענעיטעד קאווע האט אן ענליכע טעם אבער און איז געמאכט פאר די וואס גלייכן די טעם פון קאווע אבער דארפן נישט די קאווע עפעקטן עס זענען פאראן צוויי ערליי וועגן וויאזוי מען נעמט ארויס די קאפעין פון די קאווע איין וועג איז דורך כעמיקאלן און א צווייטע וועג איז דורך וואסער די כעמיקאלן מאכן דעם דזשאב שנעלער און ווען עס איז פארטיג ווערן די באנדלעך איבערגעשווענקט מיט וואסער כדי אוועקצונעמען די פארבליבענע כעמיקאלן די וואסער פראדעצור געדויערט פיל לענגער אבער איז געזונטער דאקטוירים זענען ביי דער מיינונג אז עס איז בעסער צו טרינקן ארגינעלע קאווע ווי דיקאפענעיטעד קאווע ווייל פראצענט דיקאפענעיטעד קאווע זענען בעארבעט געווארן מיט כעמיקאלן און די פארבליבענע כעמיקאלן זענען ערגער ווי די קאפעין אין קאווע אגב איז אינטערעסאנט צו וויסן אז עס איז היינט פאראן נאטורליכע דיקאפענעיטעד קאווע וועלכע ווערן געפלאנצט אנדערש וויבאלד עס איז פאראן ווייניג דערפון איז עס אומבאקאנט און איז טייער עס איז גוט צו מאכן א קאווע אין א גרויסע גלעזל ווייל די וועלט זאגט א ווערטל אז די צווייטע גלעזל האט קיינמאל נישט די זעלבע טעם נישט יעדער גלייכט קאווע און פון די לענדער וואס גלייכן יא קאווע טרינקט נישט יעדער די זעלבע קאווע לאמיר זען אמעריקע אמעריקאנער זענען נישט די גרעסטע קאווע טרינקער און רוב איינוואוינער גלייכן לייכטע קאווע אבער מיט די יארן ווערט דאס שטערקער און שטערקער רוב מענטשן לייגן אריין צוקער און גלייכן קאווע וואס האט א גוטע גערוך דערפאר זענען קאווע מיט פלעיווארס זייער פאפולער פראנקרייך די פראנצויזישע גלייכן שטארקע קאווע וועלכע איז דורכגעבראטן און איז באקאנט אלס פרענטש ראוסט פראנצויזישע גלייכן אויך א קאווע וועלכע רופט זיך די מילכיגע קאווע און באשטייט פון האלב קאווע האלב אויפגעקאכטע מילך עסטרייך וועניס קאווע איז ממש די איינציגסטע קאווע וועלכע ווערט געטרונקען אין אייראפע עס איז א געמיש פון שטארק געבראטענע און לייכט געבראטענע באנדלעך איטאליע די איטאליענער פארשטייען די בעסטע צו קאווע און טרינקען די שטערקסטע קאוועס זייערע באנדלעך ווערן געבראטן מיט סטים און איז פיל טונקעלער ווי אנדערע קאווע באנדלעך די סארט קאווע ווערט אנגערופן עספרעסאו און מען קען עס באקומען אין די גאנצע וועלט טערקיי די טערקישע נוצן אן ענליכע קאווע ווי די איטאליענער אבער עס איז נישט אזוי טונקל די טערקישע לייגן אריין נישט זיסע פלעיווארס אין אלע זייערע קאווע קובא זייער קאווע איז אויך זייער שטארק און איז די ביטערסטע פון אלע מען קען באקומען קובאנער קאווע אין אמעריקאנער רעסטאראנטן אבער מענטשן טרינקען דאס איז בראנפן גלעזלעך טיילאנד דארטן טרינקט מען קאווע קאלטערהייט געמישט מיט אייז און זיסע מילך אין אמעריקע מאכט מען דאס נאך און מען רופט דאס אייז קאווע די איבעריגע וועלט טרינקט ווייניג קאווע און טיי איז מער אויפגעכאפט דארט צום ביישפיל אין ענגלאנד און רוסלאנד טרינקען א סך מענטשן טיי די וועלט געזונט ארגאניזאציע רעקאמעדירט אז שוואנגערע פרויען זאלן באגרענעצן זייער טרינקען קאווע נישט מער ווי דריי אדער פיר גלעזעך א טאג ווייל קאפעין טוט פארמיידן דאס איינזאפן פון אייזן אין דעם קערפער קאפעין איז אויך פראבלעמאטיש פאר די וואס ליידן אין דעם גאלזעקל אדער פעלן עס אין האמעאפאטישן מעדיצין איז אנגענומען אז קאווע טוט שעדיגן די געזונט זיי זאגן אז קאווע מאכט מענטשן מער וואכעדיג ווייל דער קערפער ארבעט ארויסצושטופן דעם קאפעין ארטאדאקסישע אידן האבן א ספעציעלע פארבינדונג מיט קאווע וויבאלד דאס איז די איינציגסטע געטראנק וואס מעג אריינגענומען ווערן אין מויל פאר ן דאווענען שחרית על פי הלכה טייל טרינקען מער קאווע און נוצן דאס אלס א מיטל צו גיין הכנות ביי חסידים האט מען אפילו געזאגט א רמז אז קאווע איז פונקט ווי א מקוה ווייל מילך איז אויף לשון הקודש חלב און דאס איז די גימטריא פון מ און צוזאמען מיט קוה קאווע איז דאס מקוה היץ איז א פארם פון ענערגיע וואס האט צוטאן מיט די לויפן פון אטאמען אדער אנדערע באשטאנדטיילן וואס פארמירען זאכן אין א זאך אין טערמא דינאמיק איז היץ די ענערגיע וואס גייט צווישן צוויי אביעקטן ווען איינער איז ווארעמער פונעם צווייטן היץ קען נאר אריבער גיין פון איין זאך צו א צווייטער אדער אין דער זעלבער זאך אויב עס איז דא אן אנדער טעמפארטור דער ערשטער צו מאכן א עסק פון היץ איז געווען דער גריכישע פארשער העראקליטוס אין ער האט געטענה עט אז די דריי עיקר פאנדומענטן אין א זאך זענען פייער וואסער און ערד אבער די פייער איז דאס וואס פירט און טוישט אלעס דורך אויס די אלע יארן פון דאן זענען געווען נאך אסאך פארשער און פילאסיפער וואס האבן צוגעלייגט נאך און נאך צו די זאך פון היץ אין די יארן מיט די ערפינדונגען פון די אטאם באמבע איז ווען מען האט אנגעהויבן האבן א מער קלארע פארשטאנד איבער היץ היץ ווערט געווענליך געניצט אויף צו רעדן וועגן זאכן וואס זענען ווארעם אדער קאלט טעמפעראטור איז וואס מען מעסט קאלט און ווארעם אבער היץ איז וואס ווייזט אויף די אינערליכע ענערגיע וואס איז אריבערגעגאנגן פון איין זאך צו א צווייטע אדער אין די זעלבע זאך פון איין פלאץ צום צווייטען וועגן א צווישעןשייד אין טעמפארטור היץ וועט אריבער גיין פון איין זאך צו צווייטען ווען די צוויי זאכן זענען נישט היץ גלייך און גייט פון הויכע טעמפארטור צו נידריגע טעמפארטור ביז ווען ביידע זענען היץ גלייך א יעדע זאך וואס פארנעמט פלאץ האט אין זיך אינערליכע ענערגיע דאס האט צו טאן מיט די אינערליכע געדרייעכטץ פון די אטאמען ווען צוויי קערפערשאפטס וואס רירען זיך אהן אין א וועג וואס זיי קענען אריבערפירן היץ און די אינערליכע ענערגיע צווישען די צוויי זאכן זענען נישט גלייך וועלן זיי אריבערפירן אינערליכע ענערגיע פון איין צו צווייטען ביז זיי וועלן האבן די זעלבע מאס אינערליכע ענערגיע און דערפאר די זעלבע טעמפארטור היץ איז טייטש די ארבייט וואס די צוויי האבן געטאן אויף אריבערציפירען די ענערגיע און טוישען די טעמפארטור די קאכן פונקט פון וואסער ביי די ים פלאך און געהעריגע אטמאספער לופט דרוק וועט אלעמאל זייל פונקטליך גראד צעלזיוס נישט קיין חילוק וויפיל היץ מען לייגט צו די איבריגע היץ וועט נאר געניצט ווערן צו טוישן פון וואסער אויף פארע די היץ איז דערפאר באהאלטן וויבאלד די טעמפארטור גייט נישט ארויף און ווערט דערפאר אנגערופן באהאלטענע היץ באהאלטענע היץ איז די היץ פער זאך מאסען וואס פעלט אויס צו טוישן דעם מצב פון א זאך היץ גייט אריבער פון א זאך אדער פלאץ אין א זאך צוליב דעם וואס די טעמפארטור איז נישט גלייך עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי דאס גייט אריבער אדער פארשפרייט זיך אדער דורך קאנדאקציע אדער דורך רעדיאציע ווען היץ גייט אריבער דורך קאנדאקטיוו מאטריאל וואס איז אויס געמישט מיט די וועג ווי אזוי פליסיגס פליסט דאן הייסט דאס קאנוועקציע און אזוי ארום איז דא דריי וועגן ווי אזוי היץ פארשפרייט זיך קאנדוקציע איז די מערסטע טרעפענדיג וועג ווי אזוי ענערגיע היץ גייט אריבער אין א סאלידע זאך דאס געשעהט דורך דעם וואס די אטאמען אדער מאלעקולן אין די זאך שאקלען זיך און אקטיוו מיט די שכינותדיגע אטאמען אדער מאלעקולן אין מאטריאלן וואס ווערן נישט אנגערופן קאנדאקטארס ווי למשל האלץ נאר זיי זענען אינסאלאטרס דאן ווערט די היץ פארשפרייט דורך פאנאן ציטערן אין סאליד מאטריאלן וואס זענען קאנדאקטארס אזוי ווי אייזען דאן ווערט כמעט פון די היץ אריבערגעפירט דורך עלעקטראן פליסיגקייט אין די סאליד און כמעט גארנישט פון די היץ ווערט פארלוירן צו פאנאן נאר בערך ווערט געניצט דורך פאנאן היץ עלעקטראן ס זענען אויך דאס וואס פירט אריבער קאנדאקט עלעקטריק דורך אייזען א גוטע קאנדאקטאר ווי קופער פירט אריבער זייער גוט גוט מיינענדיג אז כמעט גארנישט ווערט פארלוירן סיי עלעקטריק און סיי היץ קאנוועקציע איז די עיקר וועג פון אריבער פירען היץ דורך פליסיגס און לופט דאס קומט פון דעם וואס עס איז דא צווי זאכן וואס מאכן אז די היץ זאל זיך פארשפרייטן איינס אז די היץ פארשפרייט זיך דורך דא קאנדאקטיוו טייל פון די פליסיגס אדער גאז די צווייטע דורך דעם וואס די מאטריאל למשל וואסער מישט זיך אויס איין פלאץ מיטן צווייטן און די קעלטערע טיילן וואסער פארמישן זיך מיט די הייסערע טיילן וואסער למשל ווען מען קאכט אויף א קעסל וואסער וועט די אונטערשטע טייל וואסער וואס איז אסאך הייסער ארויףקומען העכער אין קעסעל ווי די קעלטערע וואסער איז או אזוי ארום אריבערפירען די היץ פון אונטען אויף אויבען באשטראלונג איז דער איינציגסטער וועג ווי אזוי היץ קען אריבערגיין אן דעם וואס עס זאל זיין עפעס א ממשות וואס זאל דאס אריבערפירן אפילו נישט קיין גאז לופט און איז דערפאר די איינציגסטע וועג ווי אזוי היץ קען אריבערגיין א וואקיום דאס געשעעט דורך דעם וואס די אטאמען און מאלעקולן אין א זאך רוקן זיך כסדר און זענען צוזאמען געשטעלט פון זאכן וואס האבן אין זיך א כח ווי פראטאנען און עלעקטראנען זייער זיך רוקען מאכט אז עס זאל ארויס רינען רעדיאציע וואס טראגט אוועק ענערגיע פון די זאך אין דער זעלבער צייט איז אויך דא רעדיאציע וואס קומט כסדר צו צו דער זאך וואס דאס מאכט אז עס זאל אריבערגעפירט ווערן ענערגיע ווי הייסער די זאך איז און וויבלאד היץ גייט אלעמאל צו די נידריגע טעמפארטור מער באשטראלונג רינט ארויס און דערפאר מער היץ גייט אריבער געווענליך די מערהייט פון די היץ וואס גייט אריבער די וועג גייט אריבער אין אזא וועג וואס איז נישט זעהבאר פארן מענטשליכן אויג עס גייט דורך אינפרארויט אבער ביי גאר הייסע זאכן גייט די היץ אריבער דורך זעהבאר ליכט אויך ווי למשל א גרויסע פייער וואס גיבט ארויס היץ אין יעדע פאל וואס באשטראלונג רינט ארויס און עס ווערט איינגעזאפט דורך עפעס אנדערש געווענליך צוליב די חילוק אין טעמפעראטור ווערט היץ אריבערגעפירט די חכמה ווערט געניצט אין מיקראכוואליע און אין לייזער שניידן עס זענען אויך דא אנדערע וועגן פון אריבערפירן ענערגיע היץ צו מיינט איר א ליכטל ליכטיקײט מאכט דעם מענטש קענען זען ליכט איז אן עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג וואס די כוואליעס האבן א לענג פאסיג פאר אויגן פון ביז נאנאמעטער ד ה צווישן אינפרארויט ביז אולטראוויאלעט ברעכונג פון ליכט איז ווען ליכטשטראלן בייגן זיך ביים אייבערפלאך צווישן צווי מאטריאלן וו למשל לופט און גלאז א לינז ניצט אויס ברעכונג צו פארקלענערען אדער פארגרעסערען א בילד מען ניצט לינזן אין ברילן לופעס שפאקטיוון טעלעסקאפן און מיקראסקאפן די גיך פון ליכט איז דריי הונדערט טויזנט קילאמעטער א סעקונדע די ערשטע זאך וואס דער אייבערשטער האט באשאפן איז געווען ליכט אזוי ווי עס שטייט אין פסוק געלט איז יעדע זאך מיט וואס מ קען באצאלן פאר גוטער און דינסטן אויך מיט וואס מ קען אפצאלן א חוב געלט איז א מיטל צו האנדלען דערמיט היינטיקע צייטן איז געלט מטבעות און באנקנאטן וואס האבן נישט קיין עצמדיקן ווערט נאר מ ניצט זיי פאר געלט דער מערסטער טייל פון געלט איז נישט די מטבעות און באנקנאטן נאר דאס געלט וואס ליגט אין באנק קאנטעס היינטיקע צייטן קויפן כמעט אלע מענטשן גוטער מיט געלט אבער אמאליקע צייטן פלעג דער מערסטער טייל פון מסחר געפירט ווערן דורך בייטהאנדל למשל ווען איינער האט קי און דער צווייטער האט ווייצן האט דער ערשטער געגעבן דעם צווייטן איין קו אנשטאט א מאס ווייצן און אזוי שטענדיק אבער פארשטייט זיך ווען א פי הענדלער דארף אלעמאל באצאלן פאר סחורה מיט א קו איז דאס נישט אזוי פשוט אזוי איז געווארן דער מצב וואו זאכן מיט א הויכן ווערט זענען געווארן די מיטל פאר בייטהאנדל למשל צירונג געווירצן און גאלד מיט דער צייט האט מען אנגעהויבן צו מאכן מטבעות פון גאלד און זילבער און אנדערע מעטאלן די מטבעות האבן צוויי גרויסע מעלות ערשטנס זענען זיי נישט צו גרויס און מען קען זיי ארומטראגן וואו מען וויל צווייטנס זיי האלטן אויס א לענגערע צייט נישט ווי א קו וואס קען שטארבן אדער ווייץ וואס ווערט פארפוילט דריטנס מיט א מטבע קען מען זען זאפארט וויפיל ער איז ווערט אבער א קו קען זיין מאגער אדער קראנק און יעדע קו האט אן אנדער ווערט פרייהייט ביי א מענטש מיינט נישט זיין אונטערטעיניגט פאר קיינעם און קענען טאן די אייגענע ווילן ביי א חפץ אדער באגריף טייטשט זיך דאס אפ אז עס האט נישט קיין בעלות און איז אומזיסט אין א געוויסן זין ווי הפקר אן קיין באגרעניצונג פריי אלס לעבנשטייגער איז נישט ממש סעקולאר אבער עס גרעניצט זיך דארטן ווייל אפילו עס איז אויבן אויף א סתירה צו פרומקייט ווייל אויב סאיז דא א גאט קען מען דאך נישט זיין גענצליך פריי ווייל עפעס איז דאך העכער און געוועלטיגט אפשר איבער די מענטשן און אפשר וויל ער דאך מיט זיין וועלט עפעס פארפליכטן אונז אבער פון די אנדערע זייט איז דאך דאס פונקט ווי יעדע פרייער ציוויליזאציע וואס האט געזעצן וואס די מענטשן ווילן איינהאלטן און ווערן ארויפגעצווינגן פון די חברים דאך הייסט דא נאכאלטס פריי ממילא קען א רעליגיעזע שיטה אויך זיין א פרייע לעבנסשטייגער ווייל דער גאט איז נישט קיין באזונדערע זאך וואס צווינגט מער ווי חברים וואס צווינגן דער אידישער יוט פסח ווען מיר פייערן אפ דאס באפרייאונג פון קנעכטשאפט אין לאנד מצרים אבער שבכול דור ודור דארף מען זיך אפשטעלן אין אריינטראכטן די נס פון ארויסגיין משעבוד לגאולה פיאות מיינט האר פון די צוויי זייטן פנים וואס מען טאר נישט אפשערן מחמת דער מצוה פון דער תורה פון לא תקיפו פאת ראשכם אז מען מוז איבערלאזן האר אביסעלע ווייל מיט דעם ווייזט מען פארן אלעס ארום אז מ איז א איד היינט צוטאג איז א מנהג ביי טייל אידן אז מען לאזט די פיאות הענגען גראד אדער געקרייזלט און נישט אויפן אויער כדי דאס זאל זיך הערן ווי נישט סתם א איד און מאנט שטענדיק אויפצולעבן צום חותם און מאכן א קידוש ה מיט אלע פירונגען אז דאס זאל זיין א מוסטער פון יושר און חן און עס ברענגט נאך כבוד און שעץ מען דרייט די פיאות פאר בארואיגן די נערוון אויך ווייל אזוי ווערט די פיאות שיינע געקרייזלטע האר געוויסע האבן בעסער ליב גראדע האר שבת איז א שאלה צו מען מעג קרייזלען די פאות גלייך נאך דער מקוה פייער מ צ פייערן איז א כעמישע רעאקציע וואס גיט ארויס ליכט און היץ אס איז איינע פון די מערסטע באקאנטע ביישפילן פון דעם כעמישן פראצעס פון אקסידאציע פייער איז זייער הייס מען טאר עס קיינמאל נישט אנטאפן ווייל עס קען פארברענען אלץ וואס איז נאענט ווען די הויט פון א מענטש רירט אן פייער ווערט אין דער הויט א בלאטער וואס דויערט א שטיק צייט ביז ער היילט זיך פייער איז אבער שטארק ניצלעך ווען מען גיט אכט ווי מען דארף פייער איז זייער א וויכטיגע זאך מיט דעם קען מען זיך אנווארעמען אין די קאלטע טעג און מען קען זען ביינאכט ווי אויך קען מען ניצן די היץ צו קאכן דערמיט עס זענען פאראן עטלעכע מאדערנע אנווענדונגען פון פייער דער אינעווייניק פארברענונג מאטאר טרייבט פארמיטלען דורך פייער אויך א סך קראפט סטאנציעס שאפן עלעקטריע מיט פייער די לבנה איז דער איינציקסטער נאטורליכער סאטעליט ארום דעם ערד פלאנעט זי איז איינער פון די גרעסטע נאטירלעכע סאטעליטן אין דער זון סיסטעם די ווייטקייט צווישן דער ערד מיט דער לבנה איז קילאמעטער די לבנה מאכט די קרייז אין טעג דער געוויינליכער חודש איז לענגער בערך צוויי טעג ווייל ביידע די ערד און די לבנה גייען ארום די זון די דורכשניטליכע ריכטיגע מאנאט צייט איז טעג שטונדן און מינוט מיט סעקונדעס פון דער ערד זעט מען שטענדיג די זעלבע זײט פון דער לבנה מען קען זען די לבנה פון דער ערד ביינאכט אויך אפטמאל ביי טאג ווען דער זעבאר טייל פון דער לבנה איז גענוג גרויס אזוי ווי די לבנה איז נאנט צו דער ערד קען מען זי זען גרינג אן א טעלעסקאפ אדער א בינאקל און מען קען אפילו דערקענען קראטערן אויף דער לבנה די גרייס פון דער לבנה איז א פערטל פון דער גרייס פון דער ערד גראוויטאציע אויף דער לבנה איז שטארק א זעקסטל ווי אויף דער ערד דער באאיינפלוס פון דער לבנה ס גראוויטאציע שאפט די ים פלייצן אין די ימען און אקעאנען אויף דער ערד ווי אויך אן ערד פלייץ עס האט ניין פארמעל נאמען אנדערעס אלס די לבנה דער מונד אדער לונא אין לאטייניש די דורכשניטלישע ווײטקייט צווישן די לבנה און די ערד איז קילאמעטער מייל דער דורכמעסער פון די לבנה איז קילאמעטער די לבנה האט נישט קיין אייגענע ליכט במשך א חודש זעט מען די לבנה לויט דאס ליכט וואס איז אפגעשפיגלט פון דער זון אינמיטן חודש קען מען זען די גאנצע לבנה אבער רוב פונעם חודש זעט מען נאר א טייל פון דער לבנה אזוי ווי די לבנה איז גאנץ נאנט צו דער ערד איז זי אויך דער איינציקע הימלישער קערפער צו וועמען מען האט געשיקט מענטשן אין האט דער ראטנפארבאנד געשיקט דריי סאטעליטן צו פארשן די לבנה לונא לונא און לונא דאס ערשטע מענטשליך געמאכטע אביעקט צו לאנדן אויף דער לבנה איז געווען לונא דאס ערשטע בילד פאטאגראפיע פון דער זונסט אנזיכטבארער ווייטער זייט פון דער לבנה איז געמאכט געווארן פון לונא דאס זעלבע יאר דער אמעריקאנישער אפאלא פראגראם איז דער איינציקסטער פראגראם וואס האט געשיקט מענטשן צו לאנדן אויף דער לבנה די ערשטע לײט אויף דער לבנה זענען געווען די אסטראנויטן פון אפאלא אין צווישן די יארן ביז האט דער אפאלא פראגראם אויסגעפירט לאנדן אויף דער לבנה זעקס מאל אבער מאנכע ווילן לייקענען די גאנצע ארויפפליען צו די לבנה אלץ הוילע פראפעגאנדע פון דער אמעריקאנישער רעגירונג אין קאנקארענץ מיטן דעמאלטסדיגען גרויסמאכט רוסלאנד און אז עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען אין ווירקליכקייט אזוי ווי די לבנה איז קלענער פון דער ערד איז איר גראוויטאציע ווייניגער אומגעפער פון אויף דער ערד למשל א מענטש וואס וועגט קילאגראם אויף דער ערד וועגט ער נאר קילאגראם אויף דער לבנה דאך פאלן זאכן אויף דער לבנה אבער פאמעלעכער פון דער ערד זעט אויס דער הימל בלוי דאס איז ווייל די בלויע שטראלן פון דער זון שפרינגען אפ פון די גאזן אין דער אטמאספער און דערפאר זעט עס אויס אז בלויע ליכט קומט פונעם הימל אויף דער לבנה אבער וואס האט נישט קיין אטמאספער זעט אויס דער הימל שווארץ אויך ביי טאג אויך אן אן אטמאספער האט די לבנה נישט קיין שוץ קעגן שטיינער וואס פאלן פונעם קאסמאס די מעטעאריטן פארן אריין אין דער לבנה און שאפן ברייטע לעכער וואס מען רופט קראטערס די לבנה האט טויזנטער קראטערס די לבנה איז דער צווייט געדעכטסטער סאטעליט אין דער זון סיסטעם דער מערסט געדעכטער סאטעליט איז יא איינע פון די לבנות פון יופיטער דאס אינוועניסטע הארץ פון דער לבנה איז פארהעלטנמעסיק קליין מיט א ראדיוס פון אומגעפער קילאמעטער אדער אפשר ווייניגער בערך פונעם ראדיוס פון דער לבנה ס איז אנגענומען אז די לבנה האט נישט קיין אטמאספער אבער דאס איז נישט אינגאנצן פינקטלעך די לבנה האט א זייער שיטערן אטמאספער וואס איז צוזאמגעשטעלט בעיקר פון וואסערשטאף העליום נעאן און ארגאן ווי אויך זייער קליינע קוואנטיטען פון אנדערע סובטסטאנצן ווי למשל קוילן זייערס ראדאן מעטאן אמאניאק שפורן פון זויערשטאף און א נישטיקן קוואנטיטעט פון וואסערדאמף דער קוואל פון די גאזן אינעם אטמאספער איז נישט קלאר אבער עס ווערט גערעכנט אז זיי קומען פון עטלעכע מקורות זון ווינט זון שטראלונג שיכטן פון ראדיאאקטיווע שטיינער מיקרא מעטעאריטן און איבערבלייב גאזן פון די אפאלא קאסמאס שיפן צוליב דעם דינעם אטמאספער פון דער לבנה ממילא האט זי אויך כמעט נישט קיין לופט קעגנשטעל אן קיין אטמאספער איז די לבנה נישט געשיצט פון היץ אדער קעלט די אסטרוינאטן וואס זענען געווען אויף דער לבנה האבן געדארפט זיין אנגעטון קאסמאס קליידער און טראגן זויערשטאף כדי צו קענען אטעמען דער וואג פון די קליידער איז געווען באלד אזוי ווי דער וואג פונעם מענטש אבער מיט א קלענערער גראוויטאציע איז עס נישט געווען שווער דער אונטערשייד צווישן די הויכע טעמפעראטורן בייטאג גראד צעלזיוס און ביינאכט גראד צעלזיוס אויף דער לבנה ווערט געשאפן אן אטמאספערישן צי צו דער קאלטער זייט צוליב דעם וואס די גאזן ווערן פארפרוירן און ליגן אויפן באדן אזוי שאפן זיין א לייכטן דריק וואס ציט די גאזן פון דער ווארעמער זייט די לבנה איז דער הימלישער קערפער וואס איז דער נענטסטער צו דער ערד און דער דורכשניטלעכער ווייט פון איר צענטער צום צענטער פון דער ערד איז אומגעפער קילאמעטער וואס איז מאל אזוי פיל ווי דער דיאמעטער פון דער ערד בערך מיט א וואריאציע צווישן טויזנט קילאמעטער ביים פעריגיי דער נענטסטער פונקט אין דעם ארביט פון דער לבנה צו דער ערד און עטלעכע טויזנט קמ ביים אפאגיי דער ווייטסטער פונקט פון דער ערד אין דער לבנה ס ארביט אין האבן די אסטראנויטן פון אפאלא אויפגעשטעלט אויף דעם אייבערפלאך פון דער לבנה א ליכט רעפלעקסיע סיסטעם וואס איז געווען אנגעצייכנט רעפלעקטירן לייזער ליכט זייט דעמאלסט האט מען געמאסטן אז די לבנה דערווייטערט זיך פון דעם ערד פלאנעם מיט דורכשניטלעך צענטימעטער א יאר די גראוויטאציע צי אויף דער לבנה איז א זעקסטל פון דער צי אויף דער ערד די לבנה גייט ארום א גאנצן ארביט ארום דער ערד יעדע טעג בערך א שטערן מאנאט דער ערד פלאנעט פראגרעסירט אויף זיין ארביט ארום דער זון אין לויף פונעם שטערן מאנאט דערפאר קומט די לבנה נישט צוריק צו איר פאזע נאך איין ארביט די צייט וואס עס דויערט צווישן גלייכע לבנה פאזעס למשל צווישן איין מולד פון דער לבנה ביז דעם נעקסטן איז אומגעפער טעג סינאדישער מאנאט דער אונטערשייד צווישן די צוויי סארטן מאנאטן שטאמט פון די פארשיידענע סיסטעמען דער שטערן מאנאט איז די צייט פון אן ארביט אין דער סיסטעם וואו די שטערן רוען און דער סינאדישער מאנאט איז די צייט פון אן ארביט אין דער סיסטעם וואו די ערד רוט אסטראנאמען האלטן היינט אז דער ארביט פארלענגערט זיך ביסלעכווייז דורך דער היסטאריע מיט איין סעקונדע יעדע יאר צוליב דעם וואס די לבנה דערווייטערט זיך ביסלעכווייז פון דער ערד די לבנה דרייט זיך אין א סינכאנער ראטאציע זי דרייט זיך ארום איר אקס אין דער זעלבער צייט ווי זי ארביטירט די ערד אזוי ווייזט די לבנה כמעט דאס זעלבן פנים קעגן דער ערד אסטראנאמען האלטן אז אמאל האט די לבנה זיך געדרייט גיכער אבער מיט א צייט צוריק איז די ראטאציע געווארן פאמעלעכער און האט זיך פארשלאסן מיט ים פלייץ די זייט פון דער לבנה וואס ווייזט א פנים צו דער ערד רופט מען די נאענטע זייט און די צווייטע זייט די ווייטע זייט טייל רופן די ווייטע זייט די טונקעלע זייט אבער דאס איז א טעות ווייל די ווייטע זייט באקומעט ליכט פון דער זון איין מאל א חודש ביים מולד גענוי ווי די נאענטע זייט אין האבן פלאנעטארישע וויסנשאפטלער געטראפן ניצנדיק דאטן וואס מ האט געזאמעלט ביי דער לבנה פראספעקטאר מיסיע צוויי וואסערשטאף רייך ערטער אויף פארקערטע זייטן פון דער לבנה אפשר איז דאס אייז פארשטיין די ציקלען פון דער לבנה איז געווען פון די ערשטע אנטוויקלונגען פון אסטראנאמיע דורך די פאר דער ציווילער רעכענונג האבן די בבלישע אסטראנאמען באריכטעט דעם יעריגן סאראס ציקל פון ליקוי לבנהס און אינדישע אסטראנאמען האבן באשריבן דער לבנה ס מאנאטלעכע פארלענגערונג דער כינעזישער אסטראנאם שי שען פאר דער ציווילער רעכענונג האט געגעבן אנווייזונגען פאראויסזאגן ליקויי חמה און ליקויי לבנה אין דער יידישער מסורה איז די לבנה א וויכטיגער סימבאל עס זיינען דאס ענדע און דער תחילה פאן דעם מונטאטען דער ראש חודש אין דעם אידישן לוח רעכענט מען די חדשים לויט די לבנה א געוויינלעך יאר האט צוועלף חדשים און אן עיבור יאר האט דרײצן עס איז זייער שיין מיט אירע פארשידענע פארעמעס און קאלירן מוסקל פון לאטייניש קליינער מויז זיינען די פראטעין בענדער וואס פארעמט געוועב און און ציט זיך צוזאם און צעשפרייט זיך פון זיך אליינס עס זענען קלאסיציפירט און סקעלטען קארדיעק אדער סמאט מוסקל זיין הויפט אויפגאבע איז צו נעמען ענערגיע און דאס מאכן פאר באוועגונג די מוסקלען זענען אחראי אויף אלע קערפערליכע באווענונגגען פון שטויסן א באל שרייבן א בריוו אויסקוועטשן פארדייטע עסענווארג דורך די געדערעם ביז מאכן דאס הארץ קלאפן רוב מוסקלען ארבעטן אויטאמאטיש אן קיין במכוונדיגע אנשטרענגונג דער גרעסטער מוסקל געפינט זיך אונטערן חוט השדרה וואס דאס טרייבט די קריכן לויפן און שלענגעלן באווענגונג דער קלענסטער מוסקל געפינט זיך אין אויער וואס קוקט אויס ווי א דינע פאדעם זיין ארבייט איז צו רעדוצירן די קול פון הערן אויב דאס איז צו הויך מוסקל איז די איינציגסטע געוועב וואס ארבעט דורך זיך צאמציען און צושפרייטן אלע אנדער מיני געוועב ווי הויט האר ביין קארטילעזש פארבלייבן די זעלבע גרייס אחוץ אויב זיי וואקסן צום ביישפיל אויפצוהייבן אייער האנט די בייסעפס אין די פארענט פון אייער אויבערשטער ארעם ציט זיך צוזאמם און ציט ארויף די ביין פון אייער אונטערארעם צו אראפנידערן אייער האנט די טרייסעפס פון אונטער אייער אויבער ארעם ציעט זיך צוזאם און גראד אויס אייער עלנבויגן צוגעהאלפן דורך גראוויטאציע דאס צוזאמצו טוישט די מאסע פונעם מוסקל נאר ענדשטער א רעזולטאט פון טוישן אינעווייניג פונעם מוסקל פייבער וואס איז קלענער פון א האר און קען זיין ביז איין פוס לאנג אין א גרויסן מוסקל יעדער מוסקל פיברע אדער צעל איז געמאכט פון א קאלעקציע פון קלענערע דינערע פיברעס אדער צעלן אנגערופן מייאופייברילס דאס באשטייט פון סארקאמערעס אין לאנגע שלענגעלעך וואס אנהאלט צוויי סארטן פראטעינען אקטין און מיאסין ווען דאס באזונדער פאר זיך וואלט קיין איינע פון די צוויי פראטעינען זיך צוזאמגעצויגן אבער צוזאמען פארעמען זיי אן אקטאמיאסין קאמפלעקס וואס אין די אנוועזנהייט פון עי טי פי וועלן זיך צוזאמציען ווען דער מוסקל ווערט סטימולירט פון עלעקטאראנישע סיגנאלען פון די מוח דורך דער נערוון סיסטעם די אקטין ציט זיך לענגאויס די מיאסין ווי א שורה פון מענטשן ציען זיך אויף א שטריק דאס מאכט די מייאפאבריל קערצער און איז גורם די מוסקל פיברע צו זיך צאמצוען און דער גאנצער מוסקל ווערט קערצער ביז צו דריי פיפטלעך פון איר נארמאלער לענג נאכן באקומען דעם עלעקאטאראנישן סיגנאל אדער אימפולס פון דער נערוון סיסטעם זיך צו רורן ברויכט זיך דער מוסקל אין ענערגיע דורכפירן די כעמיקאלן רעאקציע פון די צוזאמצו פון דעם עקטין מיטן מיאסין פון ערגעץ דארף דאך קומען די ענערגיע דא קומט אריין די וואונדערליכע כעמיקאליע וואס שטופט די אלע מוסקלען פון די הויז פליגן ביזן מענטשליכער בייסעפ דאס הייסט אין קורצן עי טי פי א קליינער סומע פון עי טי פי ליגט אוועקגלייגט אין יעדן מוסקל די מוסקל צעלן פראדוצירן דאס שטענדיג ווען דאס קומט אין בארירונג מיט וואסער ווערט דאס צוטיילט אין צוויי טיילן עי די פי און פאספאט א קליינער שטראם פון ענערגיע ווערט דורך דעם ארויסגעלאזט און די ענערגיע איז גענוצט אין קאנצערט מיט דער רעאקציע פון די פראטעינען עקטין און מיאסין וואס ציט צוזאמן דעם מוסקל א געזעץ איז אן אפיציעלער פירונג וואס ווערט בעשטימט דורך אן אלגעמיינע מענטשליכע פארשטאנד ווי אזוי מען דארף זיך פירן עס איז געבויט אויף פרינציפען עס זענען דא געזעצן וואס קהילות און קאמפאניס מאכן זיך אליין ס געזעצן אויף זייערע געזעלשאפטן הייסט דאס דאן נישט בלויז געזעצן נאר מער דירעקט פאליסיס עס זײנען דא געזעצן וואס ווערן געצוונגען דורך דעם געריכט פון דער מדינה און עס זיינען דא געזעצן וואס יעדער פארשטייט פון זיך אליין אז מען דארף זיי פאלגן וואס דאס הייסט סאציאלער אפמאך יעדע לאנד האט באזונדערע געזעצן וואס זענען מחייב אלע איינוואוינער אן אויסנאם די חוקי המדינה זענען נישט דירעקט אין קאנטראסט מיט די אידישע געזעצן חוקי התורה ווען אידישע סוחרים ווילן באשוצן זייערע רעכטן ניצן זיי צומאל אויך דעם צוואנג פון דער רעגירונג צו פארסירן זייערע קאפירעכט געזעצן געזעצן זענען רעגולאציעס וועלכע ווערן געשריבן און דערנאך באשטעטיגט דורך דעם לעגיסלאטיוון צווייגל פון דער רעגירונג וואס אנבאלאנגט דאס לאנד און אלע איר אייוואוינער יעדע לאנד גיט ארויס געזעצן ווען עס זעט פאר נויטיג צי איז דאס געזען איבער זיכערהייט ווי פארקער אדער איבער געווער די געזעצן ווערן אין אלגעמיין פארסירט דורך די פאליציי וועמענס אויפגאבע איז צו כאפן די פארלעצער פונעם געזעץ און זיי ברענגען פאר יוסטיץ ביוראקראטן זענען די וואס ארבעטן פאר דער רעגירונג און רעגירונג ס ארגאניזאציעס זיי ארבעטן לויט די געזעצן און געבן איבער זייערע באשליסונגען שריפטלעך אדוואקאטן האבן שטודירט וועגן געזעצן זיי געבן מענטשן עצות און טון רעפרעזענטירן זיי אין דעם געריכט לויט אידישקייט איז די תורה די געזעצען פון דער וועלט ד ה די ערשטע געזעצן זינט וואס גאט האט אראפגעשטעלט אויף דער וועלט פונעם ערשטן טאג זענען די שבע מצוות בני נח צווישן זיי זענען די באקאנטע דריי הארבע עבירות שלוש עבירות נישט הרג ענען שפיכת דמים נישט דינען עבודה זרה און נישט עובר זיין אויף גילוי עריות אויף אלע סידיס צום ביישפיל זעט מען דעם געדרוקטן איסור פון נאכמאכן פארבאטן הן עפי חוקי התורה והן עפי חוקי המדינה די תורה איז צעטיילט אין דריי סארטן געזעצן לויט די תנכישע פארשער זיינען די דריי ענינים געשריבן געווארן דורך אנדערע מענטשן אין אנדערע צייטן און לויט די רעליגיע איז אלס געשריבן געווארן דורך משה רבינו די הויט איז דער דרויסנדיקער באדעק פון בעלי חיים די הויט פון די פארשידענע בעלי חיים ענדערט זיך א סך בעלי חיים האבן האר אדער פעלץ אויף דער הויט פויגלען האבן אבער פעדערן אויף זייער הויט מערסטע פיש רעפטיליעס שלענג און יאשטשערקעס האבן שופן אויף זייער הויט מענטשן האבן אויף זייער הויט אפטמאל קליינע הארן וואס מען קען קוים זען טייל מענטשן האבן מער האר אדער טונקלערע האר וואס מען קען גרינגער זען אנדערע האבן ווייניגער אויף טייל פונעם קערפער האבן מענטשן האר וואס איז גאר לאנג און דערפאר קען מען גרינג זען ווי למשל אויפן קאפ אדער ביי א מאנצביל די בארד אן הויפט וואלטן מענטשן געווארן א סך מער אינפעקטירט מיט מחלות און ווירוסן אז מען האלט די הויט ריין העלפט דעם מענטש צו בלייבן געזונט די הויט פון קערפער ווערט פאררעכנט אלס די גרעסטע גליד פון מענטש עס פארנוצט דריי פערטל בלוט פארזארגונג און האלט ווארעם דעם מענטש יעדער איינער האט זיך זיינע געניעלע פינגער אפדרוקען די הויט ווערט הארט אויב מ נוצט דאס אסאך עס באנייט זיך יעדע שטיק צייט די צעלן די שטודיע פון די מחלות פון דער הויט פון א מענטש ווערט אנגערופן דערמאטאלאגיע דער האנט איז א גליד פון צוויי זייטן ביים שפיץ פונעם ארעם דער האנט פון א מענטש האט פינף פינגער א האנט איז ווי א קליינער קונצליכער הייבער עס דרייט זיך אין אלע ריכטונגען עס הייבט לייגט אנידער און דרייט א א וו מיט די הילף פון די מוסקעלען אן די פלייש קען איך מרחק זיין און מקרב זיין מיט אהבה דורך גלעטן און שלאגן וואונדער איבער וואונדער כמעט קיינמאל פיל איך נישט אז דער הענגעדיגער האנט איז מיר א שווערע לאסט ווי א ריכטיגער קראן זאל ווען הענגען אויף מיר אויף דער דלאניע זעט מען ליניעס וואס זען אויס איינגעקריצט אין דער הויט ס איז פאראן אן אלטע גלייבונג אז די ליניעס ווייזן דעם גורל פונעם מענטש ליינען די ליניעס צו דעקאדירן דעם גורל פונעם מענטש ווערט גערופן כיראמאנטיע נאז איז געמאכט צו אטעמען אויך איז דאס געמאכט צו שמעקן אויב וואלט דאס ווען געווען ערגעץ אנדערשט פלאצירט וואלט געווען שווער דאס קראצן און פיצן אויך איז דאס העכער די מויל א שטארקע ארכיטעקטישע סטראטעגיע אז אלטע פארפוילטע עסן זאלן מען שנעל דערשמעקן און דאס נישט אראפשלינגן צו פארדארבן די מאגן אויך איז דער נאז קונצלעריש אויסגעשטעלט מיט אסאך בלוט רערן צו ווארימען די קאלטע לופט וואס מען אטעמט אריין דורך די נאז רערן עס האלט אויך געטריי די אויגן ברילן דער סטרוקטער מאכט אז די לעכער גייען אויף אראפ כדי די ווינט זאל נישט אריינבלאזן וואס סברויך נישט סתם אזוי די הארעלעך שטייען אינוועניג צו רייניגען די לופט פון די נאז אינאיינעם מיטן מויל ווערט ארויסגעשאסן אסאך מאל א סניז האטשו און מען מוז באלד זאגן אסותא נאז לעכער ציין איינצאל צאן איז ווי הערליכע פערל שטיינער אין מויל דאס הייסט אפילו עס איז הארט ווי שטיין איז דאס ארום גענומען מיט אן אייגענעמענע גליטשיגע הויט ס שיינט ווייס איינצונעמן די הערצער פון די ארומיגע מיט וועמען מען קומט אין בארירונג פארענט זענען די ציין שפיציג און דין כדי צו צו שניידן די עסן און גראבן די שטיקער פון אונטען זענען די ציין דיק און ברייט צו צוטרעטן און צוקוועטשן אויף נאך קלענערע שטיקער דאס עסן בעפאר עס פארט אראפ אין גוף אריין די אונטערשטע ציין ליגן איינס אויפן אנדערן באקוועם אגאנצן טאג אן דעם וואס מען זאל וויסן אז זיי זענען דארטן מיטן פיצן די ציין טעגליג מיט א ציין בערשטל וואס איז געאייגענט דערפאר היט מען אפ די געזונט סיי פון די ציינער און אויפן לאנגן טערמין אויך די געזונט פונעם גאנצן קערפער רבי יום טוב שמחה עהרליך ה תרעה כז תמוז ה תשן איז געווען א יידיש שפראכיק חסידישער זינגער און קאמפאזיטאר יום טוב עהרליך איז געבוירן געווארן ה תרעה צו זיינע עלטערן ר משה מיט שרה אין דעם שטעטל קאזנהאראדאק רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס נעבן סטאלין ביי דער גרעניץ פון פוילן און רוסלאנד ער איז געווען דער זיבעטער דור צו א סטאלינער חסיד ר יוט ס טאטע ר משה האט געהאט א געפיל צו מוזיק און איידער ער איז רעקרוטירט געווארן צום רוסישן מיליטער האט זיין טאטע אים געבעטן צו קויפן זיך א פידל זיין זיידע ר יום טוב שמחה עהרליך איז געווען פון די גבאים און מקורבים פון רבי אהרן פון סטאלין דער בית אהרן ווען די דייטשן מיט די רוסן האבן איינגענומען פוילן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער פארטריבן געווארן דורך די רוסן קיין סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן וואס איז דעמאלס געווען א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד דארט האט ער א דורך געלעבט דעם צווייטן וועלט קריג ביז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק ער האט געווידמעט די צוויי אלבאמען פון חבלי משיח אויף דער צייט וואס ער איז געווען אין סאמארקאנד אין ניו יארק האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג און געדאוונט אין דעם סטאלינער בית המדרש אלס פרנסה איז ער געווען א מוזיקאנט און געזונגען און געשפילט אויף חתונות וואו ער פלעגט זינגען גראמען און שפילן אויפן פידל און אקארדיאן אין יאר ה תשמח איז ער אריבער וואוינען קיין ארץ ישראל כדי צו זיין נאענט צו זיינע קינדער און אייניקלאך וועלכע וואוינען דארט ער איז נפטר געווארן כז תמוז תשן פון א הארץ אטאקע און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים זיין ווייב חנה רבקה איז נפטר געווארן דעם טן מיי מוצאי שבת ד אייר ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער געשיקט זיינע קינדער אין שולע די קינדער זענען אהיים געקומען און געזונגען ניגונים אויף דער ענגלישער שפראך און ער זייענדיג א אידישער מענטש האט דאס איהם זייער געארט דעמאלטס האט ער מחליט געווען ארויסצוקומען אויף דער אידישער גאס מיט קאסעטעס פון אידישע ניגונים ווערנדיג דער ערשטער חרדישער יוד אין אמעריקע ארויסצוגעבן מוזיק אלבאמען די ערשטע טעיפס זענען טאקע געווען פאר קליינע קינדער אבער דערנאך האט ער געמאכט ניגונים פאר ערוואקסענע מענטשן אויך ער איז געווען א זינגער און געמאכט ניגונים מיט א געוואלדיגן געשמאק ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח אין אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין דער אידישער גאס יעדער ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טעיפס ברענגט ער ארויס דעם אינעווייניגסטן כח הנפש אויף דעם אויבערפלאך זיינע ניגונים זענען אייגענארטיג מיט יראת שמים עס איז פיל מיט חיזוק און אמונה אין גאט און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערער חוש פון הומאר און װערטלעך א סך פילן אז זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט לאנגווייליג נאר מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד און אז זיינע טעיפס הייבן אויף דער מענטש עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט אסאך זינגערס האבן נאכגעזוגנען זיינע ניגונים אין זייערע טעיפס ווי מרדכי בן דוד אברהם פריד אין זיין אלבאם גערופן אידישע אוצרות און זושא שמעלצער לעצטנס איז דער חסידישער זינגער ר ירמיה דאמען ארויסגעקומען מיט אן אלבאם ערליכע ניגונים וואו ער זינגט איבער פון ר יוט ס מייסטער ווערק מיט אייגענע שינויים צוגעפאסט צו דער היינטיגער חרדישער גאס דער זינגער אברהם פריד האט געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסן אויף יום טוב עהרליכ ס ניגונים עס ברויך באצייכנט ווערן אז נישט אלע לידער האט ער אליין פארפאסט א גרויסע טייל דערפון זענען אלגעמיינע פאלקס לידער אויף וואס ער האט ארויפגעלייגט די ווערטער ער איז געווען א פייערדיגער שונא פון קאמוניזם ביי אלע געלעגנהייטן ווי ער קען נאר גיסט ער פעך און שוועבל קעגן די קאמוניסטן און קאמוניזם זעט אויס קודם צוליב דעם וואס ער זעלבסט האט מיטגעמאכט אין סאמארקאנד ביי די מלחמה יאהרן און אויך וויבאלד ער איז געווען א סטאלינער חסיד און האט געוואוסט וואס די קאמוניסטן האבן געטאהן פאר פרומע אידן אזוי ווי א חסידישער איד פון פארצייטנס האט ער אין זיינע טעיפ ס ממש ערקלערט קריג קעגן די היינטיגע טעכניק און דער מערב וועלט ער איז אויך געווען א גרויסער אנטי ציוניסט און ביי יעדער געלעגענהייט זאגט ער אין זיינע טעיפס אז מדינת ישראל און די תורה זענען צוויי באזונדערע וועלטן אבער מיט זיין געוואלדיגער חוש ברעגנט ער עס ארויס מיט א זעלטענעם הערליכן געשמאק און מיט זיסע ווערטלעך ר יום טוב איז אוועק פון דער וועלט פרייטאג פרשת מטות מסעי זך תמוז אין יאר תשן פון א הארצאטאק ר יום טוב האט ארויס געגעבן הערליכע קאסעטעס א פאר פון זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש נאך ר יום טוב ס פטירה אויך ביי זיין לעבן האט ער געבעטן פון זיין זון ארויסצוגעבן א קאסעטע איבערגעזעצט אויף העברעאיש מיטן נאמען הלו זאת ירושלים היינט צו טאג געהערט די רעכט פון דרוקן און פארשפרייטן די אלע סידי ס צו קרן שמואל ישעיה יום טוב ערליך האט ארויס געגעבן די אלבאמען אונטערן נאמען יידיש נחת אין יאר האט מרדכי בן דוד איבערגעמאכט עטליכע לידער פון יום טוב עהרליך אין זיין אלבאם איך האב געווארט אין יאר האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פון די אלבאמס יידישע אוצרות אויף יידיש און אוצרות יהודים אויף העברעיש וועלכע ענטהאלטן איבערגעמאכטע לידער פון יום טוב עהרליך אין יאר האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם צווייטן חלק פון די אלבאמס אין יאר האט ירמיה דאמען ערשינען דעם אלבאם ערליכע ניגונים מיט איבערגעמאכטע לידער פון יום טובן שבעה עשר בתמוז איז א יידישער פאסט טאג די משנה אין מסכת תענית דערמאנט פינף זאכן וואס האבן פאסירט דעם טאג ווען יז תמוז געפאלט שבת וועט דער תענית געהאלטן צומארגן זונטיק מען רופט דאס א נדחה אין נביא און אויך אין די סליחות וועט דער פאסט גערופן צום הרביעי דער תענית פונעם פערטן חודש מען הייבט אן פאסטן ביי עלות השחר און מען פאסט ביז מען קען זען דריי שטערן אפילו נישט נאנט איינער צו אנאנד אין דעם טאג הייבן אן די דריי וואכן פון דעם טאג אן איז דער מנהג ביי אשכנזים אז מען שערט זיך נישט און מאכט נישט קיין חתונות אין דעם טאג האבן די בבלים אויפגעריסן דעם מויער פון מלכות יהודה לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים א כה האט עס פאסירט ט תמוז אבער צוליב וואס איז אין די יידישע טראדיציע באשטימט געווארן צו פאסטן יז תמוז אלס א געדענק טאג גריכנלאנד אדער עלאס אפיציעל די העלענישע רעפובליק איז א לאנד אין דרום מזרח אײראפע ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל עס גרענעצט מיט אלבאניע בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון און טערקיי אין מזרח דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד און דער יאנישער ים צו מערב ס איז אויך דא אינזלען אן א שיעור גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײט און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײט נאטא זײט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײט און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס די הפטשטאט איז אטען אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי פאטראס און העראקליאן גריכנלאנד איז געווארן א רעפובליק דעם סטן מערץ גריכנלאנד איז א פארלאמענטארישע רעפובליק דער ראש מלוכה וואס ווערט גערופן פרעזידענט ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט דעפוטאטן זייטן טן יאנואר איז גריכנלאנד צעטיילט אין ראיאנען דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן פליפארט געעפנט א נייעם פארשטאטישן אויטאסטראד אטיקי אדאס געעפנט און א פארברייטערטע מעטרא סיסטעם זײט די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד אלימפיק און אגאישע לופט אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע די באלקאנען און טערקיי דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער ביז איז די טוריזם אינדוסטריע וואס באארבעט פון דעם גאנצן ארבעטקראפט אינגאנצן האט גריכנלאנד מיליאן ארבעטער די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון שעה ן א יאר עשרה בטבת איז א יידישער פאסט טאג כלל ישראל פירן זיך אין דעם טאג צו פאסטן פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים ארום שטונדן עשרה בטבת קען געפאלן זונטיג דינסטיג מיטוואך דאנערשטיג און פרייטיג שטייט אין זכריה און עס ווערט געבריינגט אין תוספתא אזוי ווי שבעה עשר בתמוז און צום גדליה די אנדערע פאסטטעג אויפן חורבן איז אסור עשרה בטבת נאר עסן און טרינקען אנדערש ווי תשעה באב ווען ס איז נוהג נאך איסורים עשרה בטבת פאסט מען פון עלות השחר ביז נאכט אין צפון האלב קיילעך געפאלט דער תענית אינמיטן ווינטער במילא איז עס א קורצער תענית כאטש מען מעג עסן און טרינקען ביז עלות השחר אבער ווען איינער האט זיך געלייגט שלאפן און ער שטייט אויף פארטאגס טאר ער שוין נישט עסן סיידן ווען ער האט געמאכט א תנאי פארן שלאפן טרינקען מעג מען אבער יא אויב ער איז געוואוינט צו טרינקען אינדערפרי ביים דאווענען זאגט מען סליחות אין שחרית און מען ליינט אין דער תורה ויחל סיי שחרית און סיי מנחה טייל ערטער זאגט מען אויך אבינו מלכנו לויטן היינטיגן יידישן קאלענדאר איז עשרה בטבת דער איינציגער תענית וואס קען געפאלן פרייטיג א זאך וואס פאסירט נאר אמאל אין עטלעכע יארן אין אזא פאל זענען דא דעות צווישן די תנאים און אין ראשונים אז מען זאל אויספאסטן א ביסל פאר שבת כדי מ זאל נישט אריינקומען אין שבת אויסגעהונגערט שלא יכנס לשבת כשהוא מעונה אבער הלכה למעשה ווערט געפסקנט אין שולחן ערוך אז מען ענדיגט דעם תענית מיט נאכט נאך א שמועס איז דא לגבי דעם סדר פון מנחה ווען עשרה בטבת געפאלט פרייטיג דער מנהג איז אז מען ליינט פרשת ויחל אזוי ווי יעדן תענית אבער קיין תחנון זאגט מען נישט אזוי ווי יעדן פרייטיג פון א גאנץ יאר דעריבער פרייטיג זאגט מען אויך נישט קיין אבינו מלכנו וואס גייט צוזאמען מיט תחנון אין פאסט טעג לויטן היינטיגן קאלענדאר קען י טבת קיינמאל נישט געפאלן שבת טראץ דעם שרייבט דער אבודרהם אז אנדערש ווי אלע דרבננדיגע תעניתים ווען עשרה בטבת וואלט געפאלן שבת וואלט דער תענית דוחה געווען שבת און נישט אפגעשטופט אויף אן אנדער טאג דער אבודרהם שרייבט דער מקור פאר דעם איז א פסוק יחזקאל וואו עס שטייט וועגן עשרה בטבת דער לשון עצם היום הזה אזוי ווי די תורה שרייבט אויף יום כיפור וואס איז דוחה שבת אבער רבי יוסף קארו אין בית יוסף שרייבט אויפן אבודרהם לא ידעתי מניין לו זה כ ווייס נישט פון וואנעט ער נעמט דאס דער ארטיקל רעדט וועגן משיח אין אידישקייט פאר אנדערע רעליגיעס זעט משיח אלגעמיין משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס איז לויט דער אידישער רעליגיע ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט דער גלאטער טייטש פון דער לשון קודש יגער ווארט משיח איז געזאלבט דאס מיינט א מענטש וואס מען האט געזאלבט מיט א ספעציעלן אויל וואס דערמיט ווערט ער אריינגעברענגט און באשטימט צו דינען דעם ספעציעלן און רעספעקטפולן געווענליך אויך הייליגן צוועק וואס מען האט אים דערפאר אויסגעוועלט דער באגריף טרעפט מען פיל מאל אין תנך סיי האט מען דאס געטוהן מיט מענטשן ווי אידישע קעניגן און כהנים און אזוי אויך מיט פארשידענע אנדערע זאכן ווי דער בית המקדש און אירע כלים און נאך אבער מער פון אלעם נוצט ביי אידן דער טערמין משיח אין באציהונג צו דעם צוקונפטיגן אידישן קעניג פון דער שושלת פון בית דוד וועלכער וועט זיין ווי געזאלבט מיט אן הייליג זאלב אויל צו אויסלייזן דאס אידיש פאלק און קעניגן אין ירושלים ביי ימות המשיח דער ארגינעלע באגריף פון משיח איז צוערשט געווען אנטוויקלט אין דער אידישער רעליגיע און איז שפעטער אדאפטירט געווארן אין אנדערע פארעמען דורך אנדערע רעליגיעס דער באדייט פון משיח איז אבער אין דער אידישער רעליגיע שארף אין קאנטראסט ווי די אין אנדערע רעליגיעס לויט דער אידישער טראדיציע איז משיח אדער מלך המשיח א מענטש א ריכטיגער בשר ודם אן אפשטאמיגער פון בית דוד א פיזישער אייניקל פון דוד המלך און זיין זון שלמה ער וועט קומען אויספירן זיינע פליכטן בלויז איינמאל אינעם צוקונפט זיינע אויפטוהנגען וואס מען ערווארט פון אים רעכנט אריין די פאראייניגונג פון אלע צוועלף שבטים צוזאמנעמען אלע אידן קיין ארץ ישראל אויפבויען דעם דריטן בית המקדש אין ירושלים קעניגן איבערן אידישן פאלק און אנהויבן דעם גלאררייכן עפאכע פון ימות המשיח אין דער אידישער אמונה ווערט דער משיח אויסדריקליך נישט פאררעכנט אלס א גאט אדער סיי וואספארא געטליכן באגריף ער איז פאררעכנט פשוט צו זיין כלל ישראל ס פירער און וועגווייזער און גאט וועט אים שיקן אויסצולייזן די אידן פון גלות דערפאר רופט מען אים משיח בן דוד א פאקטישער מענטש א פולקאממער אייניקל פון דוד דער אידישער משיח איז ערווארטעט צו אהערשטעלן מיט זיך גאר גרויסע און ספעציעלע אייגנשאפטן פיזיש און גייסטיש אזש ער ווערט באטיטלט אלס איינער וואס וועט נישט משפט ן לויט וואס זיינע אויגן זעען און וואס זיינע אויערן הערן און מיט א בלאז פון זיין מויל וועט ער אוועקלייגן א רשע אויך וועט ער לויט טייל דעות קענען באווייזן מופתים מיט אן איבערנאטירליכן קראפט ער וועט פארמאגן אן אונגעהויערע איינפלוס סיי אויפן אידישן פאלק און סיי אלוועלטליך אויף א פאליטישן פארנעם דער רמבם שטעלט אהער די אידענטיטעט פון משיח ווי פאלגנד ער וועט זיין גאר קלוג נאכמער פון שלמה המלך א נביא ענליך צו משה רבינו א תלמיד חכם וואס וועט זיך פארנעמען מיט תורה לערנען ווי זיין זיידע דוד ער וועט פירן מלחמות לשם שמים דאס גאנצע פאלק וועט זיין פאראייניגט און אונטערטעניגט צו אים און ער וועט זיי אלע צווינגען צו תשובה און זיי לערנען דעם דרך השם און אזוי אויך וועלן אלע אנדערע פעלקער רעספעקטירן זיינס א ווארט טאמער וועט ער מצליח זיין צו באזיגן אלע פעלקער און צוזאמענעמען אלע אידן קיין ארץ ישראל און בויען דעם דריטן בית המקדש וועט מען וויסן אויף זיכער אז ער איז דער משיח אויף וואס די נביאים האבן נבואה געזאגט מען טרעפט אין חזל אין אזוי אויך אין שפעטערע מקורות פילע פארשידנארטיגע מיינונגען איבער וואס וועט זיין די נאמען פון משיח דער מהרשא שרייבט אז מען וועט אים פשוט רופן מיט אסאך נעמען אנדערע זאגן אבער אז דאס האט צוטון מיטן טיפערן ענין אז די נשמה פון משיח איז כולל אלע נשמות פון כלל ישראל און א יעדע איד האט די מעגליכקייט צו אנטפלעקן די חלק פון משיח וואס ליגט אין אים אין זיין אייגענע נאמען דער מהרל געבט צו פארשטיין אז דערפאר זענען רוב נעמען פארן משיח דאס זעלבע נאמען אדער ענליך ווי די אייגענע נאמען פון דער וואס זאגט עס פאלגענד זענען א טייל פון די נעמען וואס מען טרעפט אין חזל ינון שילה חנינא מנחם צמח נחמן און דוד גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז א פונדאמענטאלע טייל אין אידישקייט און איז איינס פון די דרייצן עיקרים אין אמונה וואס דער רמבם רעכנט אויס כאטש וואס דער ענין פון ביאת המשיח פארנעמט א שטארקע פלאץ אין די פונדאמענטן פון אידישקייט דאך איז נישט אזוי גלאטיג ערלויבט צו פרובירן צו דערגיין די צייט ווען ער וועט קומען טייל זאגן אז דאס איז וויבאלד עס קען צוברענגען צו א שוואכקייט אין אמונה אויב משיח וועט נישט קומען אין דער צייט וואס ער האט זיך באהויפטעט דער מלבים שרייבט אבער אז דאס וואס חזל זאגן אז מען זאל נישט אריינקלערן צו דערגיין די צייט פון ביאת המשיח איז וויבאלד חזל האבן געוואוסט אז משיח וועט נישט קומען אין דער נאנטער צוקונפט און עס נאך דא לאנגע יארן אין גלות ביז דאן האבן זיי נישט געוואלט אז יענער זאל זיך צוליב דעם מייאש זיין פון די גאולה דעריבער היינט וואס דער צייט איז שוין גאר נאנט איז יא ערלויבט צו שפעקולירן דערין וויבאלד עס ברענגט גאר א חיזוק און בלאזט אריין אן האפענונג צום נאנטן גאולה אויך שרייבט ער אז כאטש וואס אין אנהויב פונעם גלות האט קיינער נישט געקענט דערגיין די צייט איז אבער היינט אין די שפעטערע דורות פיל גרינגער אויסצורעכענען דעם ריכטיגן זמן וויבאלד ער וועט זיכער קומען פאר די ענדע פונעם אלף השישי איז שוין דא פיל ווייניגער יארן אין וועלכע מען קען זיך טועה זיין און די פאר פארבליבענע יארן זענען פיל נענטער צום זיכערקייט ווי צום ספק אבער דער מהרל שרייבט אז עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו דערגיין די צייט ווען משיח וועט קומען ביז ער וועט טאקע קומען ער זאגט אז די אלע צייטן וואס חזל רעכענען אויס מיינט נישט אז דעמאלטס וועט ער קומען נאר עס מיינט אז פאר דעם וועט ער זיכער נישט קומען און בלויז פון דעמאלטס און ווייטער קען מען אים ערווארטן אויך געבט ער צו פארשטיין אז דאס וואס עס שטייט אז די לעצטע צוויי טויזנט יאר די אלף החמישי און אלף השישי וועלן זיין ימות המשיח דאס מיינט אז נאר אין די צוויי טויזנט יאר קען ער קומען און נישט פריער און ימות המשיח מיינט טעג וואס איז ראוי אז משיח זאל דעמאלטס קומען אויב איז מען זוכה קען דאס זיין באלד אין אנהויב און אויב נישט קען דאס זיין ממש ביים סוף אויך עס ווערט געברענגט אז דאס וואס מען טרעפט אין פיל ספרים ראשונים און אחרונים אז זיי האבן יא אויסגערעכענט דעם זמן וואס זיי האלטן אז עס וועט זיין ביאת המשיח דאס איז נאר געווען אלס א תפלה און געבעט צום אייבערשטן אז ער זאל טון וואס ס קומט אויס פון דער תורה אז עס איז שוין געקומען דער צייט פון משיח ן ווי צו זאגן אבא כך כתוב בתורה מיט דעם איז אויך פארשטענדליך דער פאקט אז רוב פון די אלע צייטן וואס ווערט געברענגט אין די ספרים איז שוין פאריבער אן דעם וואס משיח זאל זיך באווייזן און דאך פרעגט עס נישט אפ די אמונה אין ביאת המשיח וויבאלד די אלע צייטן זענען געשריבן אלס געבעט און האפענונג אינ אמת ן אבער איז נישטא קיין באשטימטע צייט וואס משיח קען נאר דעמאלט קומען נאר עס ווענדט זיך אין די מעשים פון דער מענטשהייט עס שטייט אין חזל אז משיח וועט קומען אדער ווען די וועלט איז אממערסטנס נויטיג דערצו דאס הייסט ווען דער מענטשהייט איז אזוי פארזינדיגט דור שכולו חייב אז משיח מוז קומען ראטעווען די מצב אדער ווען דער וועלט האט זיך דאס פארדינט מיט גוטס און ערליכקייט דור שכולו זכאי אויך שטייט אין חזל אז רבי יהושע בן לוי האט אמאל געפרעגט פון אליהו הנביא ווען וועט משיח קומען האט ער אים געזאגט ער זאל גיין פרעגן משיח וועלכער זיצט ביי די טויערן פון רוים איז ער אהינגעגאנגען און געפרעגט פון משיח ווען ער קומט האט ער געענטפערט היינט דעם קומענדיגן טאג האט ער מיט אנטוישונג דערציילט פאר אליהו הנביא אז משיח האט אים אפגעפאטערט מיט א לינגט ער האט געזאגט אז היינט און ער איז נישט געקומען האט אליהו אים געזאגט איך וועל דיר ערקלערן וואס משיח האט דיר געזאגט אין פסוק שטייט היינט אויב איר וועט צוהערן צו זיין שטימע היום אם בקולו תשמעו דאס הייסט אז אויב די אידן וועלן תשובה טון וועט ער באלד קומען שוין היינט דער בעשט האט אמאל געפרעגט דעם משיח וואס איז געווען אין זיין דור מתי קאתי מר ווען קומט איר האט ער געענטפערט לכשיפוצו מעינותיך חוצה ויכולו לעשות יחודים כמותך דאס הייסט ווען יעדער וועט תשובה טון צו זיין אויפן מדרגה פונעם בעשט כאטש אז משיח ס קומען ווענדט זיך אין תשובה איז אבער יא דא א צייט וואס משיח וועט זיכער נישט קומען שפעטער ווי דעמאלט און טאמער די אידן וועלן נישט תשובה טון ביז דאן וועט דער אייבערשטער ברענגען אויף זיי גרויסע צרות הקבה מעמיד עליהם מלך שגזירותיו קשות כהמן ביז זיי וועלן זיין געצוואונגען תשובה צו טון לויטן תנא רבי אליעזר וועלן די אידן נישט זיין געצווינגען צו תשובה נאר משיח וועט קומען נאכדעם וואס זיי וועלן תשובה טון פון זייער אייגענעם ווילן און אזוי זאגט אויך רב אין דער גמרא כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה רבי יהושע זאגט אבער אז אפגעזען די מצב פונעם דור וועט ער קומען ווען עס וועט זיין די צייט און טאמער די אידן וועלן דעמאלטס זיין זינדיג וועט גאט זיי צווינגען צו תשובה נאכן ברענגען פארשידענע פסוקים אלס באווייז אויף די ריכטיגקייט פון זייער שטעלונג איז רבי אליעזר שטיל געבליבן און אויך מסכים געווען אז משיח וועט זיכער קומען אין די ריכטיגע צייט וויאזוי עס זאל נאר זיין עס זענען דא וואס זאגן אז ביידע האבן אין אנהויב אויך מסכים געווען אז משיח וועט נישט פארשפעטיגן צו קומען ווען ער דארף קומען און אזוי אויך איז יעדער מודה אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע תשובה טון די שאלה איז נאר געווען אויב די סוף וועט זיין אז די תשובה וועט זיין א פרייוויליגע תשובה ומל ה אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך לאהבה את ה אדער וועט דאס זיין די געצווינגענע תשובה פון בצר לך ומצאוך כל הדברים האלהבאחרית הימים ושבת עד ה אלקיך ושמעת בקולו אין מער ספעציפישע טערמינען ווערט דער צייט פון ביאת המשיח צוטיילט אויף צוויי מעגליכקייטן געבויט אויפן פסוק אני ה בעתה אחישנה פון איין זייט שטייט אז ער וועט קומען בעתה אין דער באשטימטע צייט און פון דער אנדערע זייט שטייט אחישנה שנעל און נאך פאר דער צייט זאגן חזל אז אויב איז מען זוכה קומט ער באלד נאך פאר דער צייט אחישנה אויב איז מען נישט זוכה דאן קומט ער אין דער באשטימטע צייט בעתה פארשידענע זאכן וואס וועט פארקומען ביי די גאולה ווענדט אין וועלכן אויפן די גאולה וועט קומען אויב וועט עס זיין אחישנה מיט זכותים וועט נישט זיין קיין צרות און קיין חבלי משיח און די אלע שוועריקייטן וואס שטייט אז עס וועט זיין פאר משיח ס קומען בעיקבתא דמשיחא וועט מען אויסלאזן און איבערהיפן און עס וועט געשען גאר שנעל און גרינג אויך דער צושטאנד פון משיח אליינס ווענדט זיך אין דעם צו ער וועט זיך באווייזן אין א דעהויבענע צושטאנד רייטנדיג אויף די וואלקענעס אדער ווי אן ארימאן רייטנדיג אויף אן אייזל נאך א זאך וואס שטייט אין חזל אז אין דעם ווענדט משיח ס קומען איז עד שיכלו נשמות שבגוף די הייסט אז מען ווארט ביז אלע אידישע נשמות וואס דארפן נאך געבוירן ווערן וועלן אראפקומען אויף דער וועלט און אויך אלע נשמות פון די גרים וואס וועלן זיך מגייר זיין ווייל איינמאל מען האלט ביי ימות המשיח איז שוין נישט שייך מער קיין גירות אין מקבלין גרים לימות המשיח וויבאלד דעמאלט וועט שוין נישט זיין קיין בחירה און די גאנצע תכלית פון א איד איז צו זוכה זיין צו עולם הבא דוקא דורך די אייגענע בחירה דערפאר ווארט מען אויף יעדן איינעם אז קיינער זאל נישט בלייבן אויסגעשפילט אין תורת הקבלה און חסידות איז דער טעמע א טייל פון א גאר ברייטע ענין וואס איז מסביר די גאנצע ענין פון גלות און גאולה טיילווייז איז דאס דער ענין פון העלאת ניצוצין ספרים שרייבן אז אין יעדן דור געפונט זיך א מענטש וואס איז באשטימט צו זיין דער משיח וועלכער וועט זיך באלד באווייזן אויב מען וועט תשובה טון אז דער דור וועט זיין אין א מצב פון אחישנה חזל דערציילן אז אין תשעה באב ממש אין די זעלבע צייט וואס דער בית המקדש האט געפלאקערט איז משיח געבוירן געווארן צו זיין גרייט צו קומען שוין באלד ביים אנהויב פונעם גלות די גמרא זאגט אז אויב וויל מען אנצייכענען אויף איינעם פון די פריערדיגע דורות וועלכער וואלט געווען דער משיח אויב עס וואלט דעמאלטס געווען די צייט קען מען אנווייזן אויף דניאל און דער משיח וועכער לעבט אין אונזער דור אין צייט פון חזל איז רבי יהודה הנשיא רבינו הקדוש וועלכער האט פארמאגט די אייגנשאפטן פון משיח און איז געווען ראוי צו זיין דער משיח ווי אויך טרעפט מען אין מסכת סנהדרין אז דער אמורא רב נחמן האט מרמז געווען אויף זיך אליין אז ער איז דער ווארשיינליכער משיח אויך דער אור החיים הקדוש האט אזוי מרמז געווען אויף זיך ווען ער שרייבט אין זיין ספר משיח ה שמו חיים פיל מאל טרעפט מען אין ספרים אז גרויסע לייט האבן זיך באגעגנט מיטן משיח פון יענעם דור ווי רבי יהושע בן לוי וועלכער האט געטראפן משיח ביי די טויערן פון שטאט אדער רוים נאכן געשיקט ווערן אהין דורך אליהו הנביא דער בעשט וועלכער האט געפרעגט פון משיח מתי קאתי מר און נאך בר כוכבא אדער בן כוזיבא וועלכער האט אנגעפירט מיט אן אומאפהענגיגע מלוכה אין ביתר פאר צוויי און א האלב יאר מיט אומגעפער צוויי און פופציג יאר נאכן חורבן בית המקדש האט געהאט אנערקענונג פון טייל תנאים אז ער איז ראוי צו זיין דער מלך המשיח רבי עקיבא האט געזאגט אויף אים דין מלכא משיחא און האט געליינט אויף אים דער פסוק דרך כוכב מיעקב דער רמבם שרייבט אויף אים אז ער האט געהאט אלע אייגנשאפטן וואס דער צוקונפטיגער מלך המשיח דארף האבן און איז געווען ראוי צו זיין דער משיח אויב וואלט מען זוכה געווען נאר ביים ענדע האט זיך עס טראגיש אויסגעלאזט צוליב די זינד פונעם דור טייל ליובאוויטשער חסידים גלויבן אז רבי מנחם מענדל שניאורסאהן דער לעצטער לובאוויטשער רבי איז געווען ראוי צו זיין משיח און וואלט געווען משיח טאמער די אידן וואלטן אויסגעלייזט געווארן אין זיין צייט מאנכע גלויבן נאכמער אז ער איז נאך היינט דער משיח וועלכער וועט געשיקט ווערן ווען די צייט וועט קומען עדי כדי כך זענען דא אזעלכע וואס גלויבן אז ער לעבט נאך און זיין טויט איז בלויז געווען א פארבלענדעניש ביי די צייט פון בעתה וואס משיח וועט זיכער נישט קומען שפעטער ווי דעמאלט שטייט אין חזל אז טאמער די אידן וועלן נישט תשובה טון ביז דאן וועט דער אייבערשטער ברענגען אויף זיי גאר גרויסע צרות הקבה מעמיד עליהם מלך שגזירותיו קשות כהמן ביז זיי וועלן זיין געצוואונגען תשובה צו טון געוויסע אמוראים האבן געזאגט ייתי ולא אחמיניה זאל ער קומען אבער איך זאל אים נישט זען צוליב די אונגעהויערע צרות פון חבלי משיח בעפאר זיין קומען אן אנדערע אמורא האט אבער יא געזאגט זאל זיין וואס זאל זיין דער עיקר איך זאל אים זען ביי די מלחמות פון נאפאליאן אנטקעגן רוסלאנד האט זיך אפגעשפילט אן אפשפיגלונג פון די אויבנדערמאנטע מיינונגס פארשידענהייט בעת וואס עטליכע צדיקים ווי דער רבי פון לובלין דער קאזשניצער מגיד רבי מענדל פון רימאנאוו און נאך האבן דאן געוואלט ברענגען משיח און האבן געדאוונט אז דער מלחמה זאל זיך אויסלאזן אלס מלחמת גוג ומגוג מיט א נצחון פאר נאפאליאן האבן אבער אנדערע אריינגערעכנט דער בעל התניא מיטן ראפשיצער רב מתפלל געווען דאס פארקערטע אז די רוסן זאלן זיגן און משיח זאל נישט קומען אין יענעם מצב זיי האבן געזאגט אז טאמער וויל מען אז ער זאל יעצט קומען וועט ער נישט האבן צו וועמען צו קומען ווייל עס וועט זיין אזעלכע גרויסע צרות אז עס וועט זיך גיסן אידיש בלוט ביז די קניען עס איז באקאנט פארשידענע פעולות וואס דער ראפשיצער רב האט געטון צו שטערן די צדיקים פון זייער דאוונען אין תורת הקבלה איז ברייט פארשפרייט דער געדאנק אז פאר דעם וואס משיח בן דוד וועט ברענגען די ענדגילטיגע גאולה וועט צוערשט קומען משיח בן יוסף אן אייניקל פון אפרים בן יוסף און ער וועט זיין פארמישט אין שווערע שלאכטן מיט די ארומיגע פעלקער דאן אויב די אידן וועלן זיין זינדיג און נישט פארמאגן גענוג זכותים וועט ער געהארגעט ווערן לויט ווי טייל זאגן דורך ארמילוס אדער ווי אנדערע זאגן דורך גוג ומגוג דערנאך וועט זיך באווייזן משיח בן דוד ער וועט באזיגן אלע פעלקער און ראטעווען די מצב און ער וועט מתפלל זיין אויף משיח בן יוסף און אים צוריקברענגען צום לעבן אין תורת החסידות ווערט דער געדאנק פון משיח בן יוסף גענוצט צו רעדן וועגן א טיפערן ענין וואס וועט פארקומען אין די יארן פאר משיח בעיקבתא דמשיחא דאס הייסט אז דער מידה פון יוסף הצדיק משיח בן יוסף דער מידת היסוד די אפגעהיטנקייט און הייליגקייט פון א איד וועט דעמאלטס מיטמאכן ביטערע און שווערע מלחמות מיט די סטרא אחרא און אויב די אידן וועלן זיך נישט שטארקן איבער די שווערע נסיונות פון עיקבתא דמשיחא קען די דאזיגע מידת היסוד און צדקות ווי אפשטארבן פון דער וועלט דאן וועט אויפשיינען די מידה פון דוד משיח בן דוד דער מידת המלכות די אנערקענונג פון דער מענטשהייט אין די אייגענע נישטיקייט און אומבאהאלפנקייט און אז אפגעזען פון דער מצב פונעם דור איז דער מלכות שמים שולט אויפן וועלט אין עוד מלבדו און טאקע אט די געפאלנקייט און צובראכנקייט פון כלל ישראל נפלה ולא תוסיף קום בתולת ישראל אז זיי האבן נישט קיין שום זכותים און זענען פולשטענדיג אנגעהאנגן בלויז אויף רחמי שמים דאס וועט ברענגען די גאנצע און אייביגע גאולה פון למעני למעני אעשה אזויווי עס שטייט נפלה ולא תוסיף זי וועט מער קיינמאל נישט פאלן קום בתולת ישראל מוכאמעד אבדעל ראוף אראפאט אל קודווא אל הוסעיני סטן אויגוסט טן נאוועמבער באקאנט אלס יאסיר אראפאט איז געווען דער פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט און לאנג יעריגער הויפט פון דער פע על א פאלעסטינער ליבעראציע ארגאניזאציע יאסיר אראפאט איז געבוירן אין אין קאירא עגיפטן זיין פאטער איז געווען א טעקסטייל הענדלער פון עגיפטן און זיין מאמע איז געווען פון אלט שטאט ירושלים עס איז נישט קלאר אויב אראפאט איז טאקע געבוירן אין קאריא און טייל האלטן אז ער איז געבוירן אין ירושלים זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען יאר און ער איז אריבער וואוינען צו זיין פעטער קיין ירושלים וועלכע איז דאן געווען די הויפטשטאט פון פאלעסטיין און איז געווען אונטער בריטישע הערשאפט וועלכע די פאלעסטינער האבן פרובירט קעגנשטעלן אראפאט דערציילט נישט קיין סאך פון זיין יוגנט אבער ער דערמאנט אלץ אן אינצידענט וועלכע איז אים אריין אין זכרון ווען איינמאל אינמיטן די נאכט האט די בריטישע ארמיי איינגעבראכן אין זיין פעטער ס הויז און געשלאגן די פאמיליע מיטגלידער און האבן געשעדיגט זייערע מעבל נאך יאר אין זיין פעטער ס הויז האט אים זיין טאטע צוריקגענומען קיין קאריא וואו ער האט אים געשיקט צו זיין עלטערע שוועסטער צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער אראפאט האט קיינמאל נישט דערמאנט זיין פאטער וועלכע איז נישט געווען נאנט צו זיינע קינדער ווען זיין פאטער איז געשטארבן אין האט אראפאט זיך נישט געוואלט באטייליגן אין זיין באגרעבעניש צערעמאניע אראפאט האט זיך באלד באשעפטיגט מיט שמוגלן וואפן צו די פאלעסטינער קעמפער וועלכע האבן דאס גענוצט קעגן די בריטישע סאלדאטן און די אידן ווען די באפרייאונג ס מלחמה האט אויסגעבראכן אין האט אראפאט איבערגעלאזט זיין שולע און איז געגאנגן קעמפן קעגן די ציוניסטישע מיליטער אין עזה ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א שטארקע דורכפאל פאר די פאלעסטינער און די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה האט אראפאט דאס נישט געקענט אויסהאלטן און האט אפעלירט פאר א וויזע קיין אמעריקע וואו ער איז געפארן שטודירן אין די אויניווערסיטי אוו טעקסאס ווא ער האט צוריקבאקומען זיין האפענונג און חלומות פאר א פאלעסטינער שטאאט נאך עטליכע יאר האט ער זיך צוריקגעקערט קיין קאריא און איז באלד געווארן א פירער פאר פאלעסטינער סטודענטן און ווייטער שטודירט ענדזשינירונג אראפאט האט גראדואירט פון קאלעדזש אין און האט געפינען א דזשאב אין עגיפטן אבער ער האט זיך קורץ דערנאך אריבערגעצויגן קיין קואוועיט וואו ער האט געארבעט פאר די רעגירונג א צייט שפעטער האט ער געעפענט א קאנטראקטינג פירמע אין וועלכע ער האט שטארק מצליח געווען אבער ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען זיין קאפ פון די קאנפליקט אין פאלעסטיין און אין זיין פרייע צייט האט ער געטאן אקטיוויטעטן פאר די פאלעסטינער טעראריסטן און גענוצט זיין גאנצע געלט דערפאר אין האט ער אין זיינע פריינט געגרינדעט די אל פאטא גרופע וועלכע איז באשטאנען פון א רייע באהאלטענע צעלן וועלכע האבן געשאפן וואפן און אויפרייס שטאף און דאס אריינגעשמוגלט קיין מדינת ישראל וואו טעראריסטן האבן זיי גענוצט צו אטאקירן די סאלדאטן די גרופע האט ארויסגעגעבן א דזשורנאל וועלכע האט זיי געברענגט אסאך שטיצע און ווען אראפאט האט געשפירט אז ער איז גרייט האט ער זיך אוועקגעצויגן פון קואוועיט און געווארן א פולשטענדיגער רעוואלוציאנער אין ירדן אין יענע יארן איז אל פאטא געווען די איינציגסטע גרויסע ארגאניזאציע וועלכע האט אנגעפירט א קאמף קעגן מדינת ישראל ס אקופאציע אפענערהייט עס זענען געווען נאך א רייע קלענערע ארגאניזאציעס וועלכע האבן זיך נישט געוואלט אנשליסן אין אל פאטא ווייל זיי האבן געהאלטן אז די ארגאניזאציע איז נישט גענוג סטאביל און גייט נישט אויף די ריכטיגע וועג אין האבן די אנדערע ארגאניזאציעס געגרינדעט די פאלעסטינער ליבערעישן ארגאניזאציע וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די פי על או די ארגאניזאציע איז אויסגעהאלטן געווארן דורך די אראבישע ליג און זיי האבן זיך פרובירט צו דערווייטערן פון אל פאטא די ארגינעלע פי על או האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג ווען אין האבן די מדינת ישראל כוחות זיי צוקלאפט אין די זעקס טאגיקע מלחמה און פאטא איז ווייטער געבליבן די איינציגסטע גרויסע ארגאניזאציע עטליכע יאר דערויף האט פאטא איבערגענומען די פי על או און האט זיך גערופן מיט זייער נאמען ווייל עס איז געווען מער אנגענומען אין די וועלט אראפאט איז דאן געווארן טשעירמאן פון די נייע פי על או וועלכע האט געטוישט איר סטראטעגיע און געווארן א הויפט נאציאנאליסטישע ארגאניזאציע מיט אירע הויפטקווארטירן אין ירדן וואו אגרויסע צאל פאלעסטינער האבן דאן געוואוינט ירדן איז אבער נישט געווען די ריכטיגע פלאץ פאר די פי על או און ירדן ס קעניג כוסעין האט געמאלדן אז ער טאלערירט נישט די ארגאניזאציע און האט באפוילן זיי זאלן גיין די פי על או האט געפיפן אויף כוסעין און האט זיך געגרינדעט אן אייגענע ארמיי צו באשיצן איר עקזיסטענץ כוסעין האט גענוצט מיליטערישע כוחות און האט צעקלאפט די פי על או און אראפאט האט געמאכט פליטה זייענדיג פארשטעלט אלס א פרוי די פאלעסטינער האבן פארלוירן קעמפער אין יענעם קאנפליקט לויט רעגירונג אפשאצונגן די אראבישע ליג האט דאן אנארקענט אראפאט אלס דער הויפט פירער פון די פאלעסטינער און קורץ דערנאך האט די יו ען געלאדענט אראפאט צו געבן א רעדע צו די גענעראלע אסעמבלי אראפאט איז געווען אנגעטאן אין א מיליטערי ן מונדיר און א רעוואלווער האט געהאנגן פון זיינע לענדן ווען ער האט געווארענט אז אויב מדינת ישראל וועט איר נישט לאזן גרינדן א פאלעסטינער שטאאט וועט נאכפאלגן טויטליכע אטאקעס אויף מדינת ישראל בירגער אראפאט ס צוזאג איז אויסגעפירט געווארן אויף א גרויסן פארנעם און עס האט זיך אנגעהויבן א רייע טעראריסטישע אטאקעס אריינגערעכנט צענדליגער היידזשעקינג ס און באמבע אטאקעס וועלכע האט געפלאגט די בירגער אין מדינת ישראל אראפאט האט אריבערגעצויגן זיין ארגאניזאציע קיין לבנון פון וואו ער האט ווייטער אנגעפירט מיט אטאקעס קעגן מדינת ישראל אין האט מדינת ישראל אינוואדירט לבנון צו שטערן און צעקלאפן די פי על או אראפאט האט ווייטער געמוזט אנטלויפן און האט פאר א לאנגע צייט נישט געקענט טרעפן א געהעריג ארט ווי אויפצושטעלן זיינע הויפטקווארטירן די פי על או איז דאן געבליבן נע ונד ביז זיי האבן זיך באזעצט אין טוניס טוניזיע אראפאט איז דעמאלט דורך א שווערע תקופה אבער מיט זיין מזל האט ער אלעס דורכגעלעבט ער איז עטליכע מאל געראטעוועט געווארן פון א מדינת ישראל אנגריף וועמענ ס אגענטן האבן שווער געארבעט אים אומצוברענגן ער האט איבערגעלעבט א פליגער קראך און האט זיך ערהוילט פון א ערנסטע סטראוק אראפאט איז דאן אריין אין די באהעלטעניש און יעדע באוועגונג וואס ער האט געטאן איז געבליבן באהאלטן אפילו זיין פערזענליכע לעבן ער האט אין יענע יארן געהייראט סוא דאאד טאוויל א יעריגע פאלעסטינער פרוי אראפאט איז געווען בערך און האט עס געהאלטן בשתיקה פאר מאנאטן זיין פרוי האט זיך אפגעגעבן מיט העלפן דיסעיבלד פאלעסטינער קינדער צו פארשענערן די פנים פון די פי על או און אראפאט אראפאט האט געבוירן א טאכטער וועלכע ער האט נאמינירט נאך זיין מאמע זיין פרוי האט איבערראשט די וועלט ווען זי האט זיך צום ערטשן מאל באוויזן איר פנים אין די פובליק ביי די אסלאו אפמאך אין וועלכע זי האט שווער געארבעט צו ברענגן א סוקסעס נאך די זעקס טאגיקע מלחמה האט זיך געגרינדעט די אינטיפאדא גרופע וועלכע האט אנגעהויבן אויספירן טעראריסטישע אטאקעס אויפ ן גרעסטן פארנעם און האט פארמיאו סט די פאליטישע אויסזען פון די פאלעסטינער די פי על או האט שטארק געליטן דערפון און דאס איז געווען א שוואכע צייט פאר אראפאט ווען ער האט זיך מיטאיינמאל געטראפן הילפלאז נאך שווערע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט צו ציען די פאליטישע אויפמערקזאמקייט צו זיין ארגאניזאציע אראפאט איז אבער א געריבענער פאליטישן און האט פארארבעט מעשים צוריק אויפצובויען זיין רעפוטאציע און עס איז אים גוט געלונגן אין ווען ער האט געגעבן א רעדע אין א ספעציעלע יו ען סעסיע אין דזשעניבע שווייץ אין וועלכע ער האט באמבאסטיש דערקלערט אז די פי על או זאגט זיך אפ פון טעראריזם און וועט אנהייבן ארבעטן אויף א שלום פלאן פאר אלע מיטל מזרח לענדער אריינגערעכנט פאלעסטיין און מדינת ישראל אראפאט ס רעדע האט אויפגעשיינט א נייע האפענונג פאר שלום און טראץ וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט אז אראפאט טראגט מיט זיך א בלוטיגע היסטאריע האט מען אבער געגלייבט אז די פי על או וויל דאסמאל טאקע שלום די פי על או האט טאקע אנגעהויבן ארבעטן אויף א פאליטישן אויפ ן און די וועלט האט מיטגעהאלטן און געווארט צו זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן אינדערצווישן איז אונטערגעקומען די גאלף קריג און די פי על או האט אביסל פארשמוצט איר רעפוטאציע מיט ן דעקלערן שטיצע פאר איראק אלס דאנק פאר סאדאם כוסעין וועלכער איז שטענדיג געשטאנען בייהיליפיג צו אראפאט די אראבישע אויל לענדער זענען אלע געווען קעגן די קואוועיט אינוואזיע און האבן אויפגעהערט שיקן פינאנציעלע הילף צו אראפאט אלס קעגנערשאפט צו זיין שטעלונג נאך די קריג איז אלץ צוריק נארמאל און אראפאט האט געטראגן די קאנפליקט צו די היסטארישע אסלאו אפמאך אין וועלכע אראפאט איז זיך צום ערשטן מאל צוזאמענגעקומען מיט פרעמיער מיניסטער יצחק ראבין אין די אנוועזנהייט פון פרעזידענט קלינטאן וועלכער האט קאארדינירט די היסטארישע צוזאמענקום א יאר דערויף האט יצחק ראבין גערייכט די האנט מיט אראפאט ביי א מיטינג אינעם ווייסן הויז א שריט וועלכע האט געהאלפן אראפאט באקומען דעם פאליטישן אויסזען צו די וועלט א יאר נאך די מיטינג זענען אראפאט ראבין און דער מדינת ישראל אויסערן מיניסטער שמעון פערעס באלוינט געווארן די נאבעלע שלום פרייז פאר זייער ארבעט אינעם אפמאך האט מדינת ישראל צוגעשטימט צו טרענירן פאלעסטינער פאליציי און איינשטעלן ארדענונג אין זייערע שטחים דורך גרינדן די פאלעסטינער אויטאריטעט און מאכן וואלן פאר א פירער די וואלן זענען פארגעקומען אין און אראפאט איז ערוועלט געווארן דער פירער פון די פאלעסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט די פאלעסטינער רעגירונג איז נישט געגרינדעט געווארן אזוי דעמאקראטיש קעגן אנדערע אראבישע לענדער אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן די שלום פראצעס פארשריט די גאנצע ארבעט האט אבער געקראכט ווען מדינת ישראל האט ערוועלט דעם רעכטן בנימין נתניהו וועלכער האט צוריקגעוויזן די שלום פראצעס וועלכע ראבין און פערעס האבן פארגעשלאגן געוואלדטאטן האבן ווידער אויסגעבראכן ווען די טעראירסטישע גרופעס האבן באנייט זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל בירגער אראפאט ס חלום איז אינגאנצן צעפאלן ווייל ער איז געבליבן אין א דילעמע ווען זיינע אייגענע מענטשן זענען געווארן ברוגז אויף אים און די וועלט האט אים באשולדיגט פאר ן נישט אפהאלטן די אטאקעס פון כאמאס און די איסלאמישע דזשיהאד וועלכע האבן נאכאנאנד אטאקירט מדינת ישראל און אנגעזייט טעראר און שרעק אין אלע ווינקלן פון לאנד אראפאט ס בענקל איז געווארן געסטראשעט און די פאלעסטינער האבן געהאלטן אז עס איז שוין צייט פאר אים צו גיין אראפאט האט זיך אבער אן עצה געגעבן און נאמינירט א נייע פרעזידענט וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט די פארהאנדלונגן אין פובליק ווען ער האט ווייטער געפירט דאס רעדל אונטער די סצענע אין סעפטעמבער האט אויסגעבראכן ווידער שלעגערייען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער אראבער און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער אינטיפאדא מדינת ישראל האט באשולדיגט אראפאט אין אונטערצינדן די פאלעסטינער באפעלקערונג און אויף אליין האבן א האנט אין די ווילדקייטן אויך איז ער געווען באשולדיגט מיט נישט טון גענוג צוריקצוהאלטן זעלבסטמארד אטאקעס דורך חאמאס איסלאמישע דזיהאד און אל אקצא טעראר ארגאניזאציעס אלס שטראף האט מסינת ישראל באשלאסן אים צו האלטן הויז ארעסט און ער איז פארבאטן געווארן צו פארלאזן זיין קאמפלעקס זייענדיג ארומגענומען מיט טאנקן שטונדן א טאג האט אראפאט טאקע נישט געקענט ארויסטרעטן פון זיין צעבראכענע היים אבער האט ווייטער אנגעפירט זיין פירערשאפט ווען ער האט אנטייל גענומען אין יעדע זיצונג פון די פאלעסטינער אויטאריטעט מדינת ישראל האט עטליכע מאל געהאט באשלאסן אז אראפאט מוז אומקומען אבער עקספערטן האבן געזאגט אז עס לוינט זיך נישט די פאליטישע שטורעם וואס אזא אטאקע וועט ברענגן נאר מען זאל ליבערשט ווארטן ביז ער וועט אויסגיין וועלכע זיי האבן פאראויס געזאגט אויף א קורצע צייט עס האט טאקע פאסירט אין אקטאבער אראפאט האט אנגעהויבן ליידן פארשידענע פראבלעמען און איז אוועקגעפאלן אינמיטן א זיצונג און איז דערקלערט געווארן אין א קריטישן צושטאנד אראפאט ס דאקטוירים האבן באלד געמאלדן אז מען וועט מוזן ארויספירן אראפאט פון זיין קאמפלעקס פאר מעדיצינישע באהאנדלונג און מדינת ישראל האט באלד צוגעשטימט דערצו אראפאט האט ערשט געזאגט אז ער אנטזאגט די מדינת ישראל פארשלאג אבער ווען זיין מצב האט זיך פארערגערט איז ער ארויסגעפירט געווארן פון ראמאלא מיט א פאלעסטינער פאליציי העליקאפטער אין די באגלייטונג פון זיין פרוי וועלכע איז געקומען צו פליען פון פאריז צום ערשטן מאל אין יאר זיין העליקאפטער האט אים געפירט קיין אמאן ירדן וואו א פראנצויזיש מיליטערישער פליגער האט אים געטראגן צו א מיליטערישע באזע נעבן פאריז פון די באזע איז אראפאט געפירט געווארן מיט א העליקאפטער ביז ן שפיטאל וואו ער איז אונטערגעגאנגן עמוירדזשענסי מעדיקל באהאנדלונג פאר א קראנקהייט וועלכע רופט זיך איידיאפעטיק טראמבאסייטאפעניק פופורא אראפאט האט אויסגעקליבן פאריז ווייל דאס איז די וואוין ארט פון זיין פרוי און ער האט געוואוסט אז די פראנצויזישע רעגירונג וועט אים גרינג אריינלאזן דער באשלוס איז געמאכט געווארן דורך דער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער זעלבסט וועלכער האט געזאגט אין א סטעיטמענט פון רוים אז אלס א נאטורליכע לאנד וועלכע אקצעפטירט פליטים איז נישט פאראן קיין סיבה פארוואס פראנקרייך זאל אים נישט אריינלאזן פאר מעדיצינישע באהאנדלונג אראפאט איז געשטארבן און נאוועמבער דעם עלפטן דער סיבה פון זיין טויט איז קיינמאל נישט קלאר באשטעטיגט געווארן און דאס האט געפירט צו פארשידענע מיינונגען אריינגערעכנט אזעלכע ווי מדינת ישראל האט אים פארגיפטעט אדער אז ער האט געליטן פון די עידס מחלה אן ענזים פון איז א ספעציעל סארט פראטעין מאלעקול וואס ארבעטן ווי קאטאליזאטארן זיי קאנטראלירן כעמישע רעאקציעס אינעם קערפער אבער די ענזימען אליין ווערן נישט אויסגעניצט יעדער צעל פון א בעל חי האט טויזנטער ענזימען כמעט יעדע ביאכעמישע רעאקציע אין א לעבעדיגן באשעפעניש דארף אן ענזים מיט ענזימען ארבעטן רעאקציעס גיכער ווי אן זיי דעם ערשטן ענזים האט אויסגעפונען דער פראנצויזישער כעמיקער אנסעלם פאיען אין דאס געביט פון ביאכעמיע וואס שטודירט ענזימען הייסט ענזימאלאגיע ענזימען זענען קאמפלעקסע מאלעקולן צוזאמענגעשטעלט פון עטלעכע אמינא זייערסן די אמינא זויערן פארבינדן צוזאמען אין א לאנגן קייט עס זענען פאראן טויזנטער פארשידענע ענזימען א ביישפיל פון אן ענזים איז אמילאז וואס געפינט זיך אין שפייעכץ ער צעברעכט קראכמל מאלעקולן אויף די קלענערע מאלעקולן גלוקאז און מאלטאז אלעזר ליפא שמעלצער געבוירן ח אדר ב ה תשלח איז מפורסם אין דער יודישער געמיינדע ער איז א זינגער אקטיאר מאדעל בדחן אימפראוויזיער מיט לב טוב און מידות טובות ער איז שטארק פאפולער צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי ם א שטייגער ווי הרב יוסף שלום אלישיב הרב עובדיה יוסף דער טאהשער רבי און הרב אברהם יוסף ראזענבלום מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט ליפא איז געבוירן ח אדר שני ה תשלח צו ר ראובן שמעלצער א סקווערער חסיד אין שיכון סקווירא ניו יארק פאראייניגטע שטאטן וואו ער איז אויפגעוואקסן זייענדיג צעהן יאר אלט האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט שופר של משיח און נאך קינדער טעיפס זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע אום ה אלול ה תשנח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן אן איידעם און דארט געוואוינט ביזן יאר תשסו דאן האט ער זיך געצויגן קיין עירמאנט וואו ער האט געבויעט א שול אבער אין אפריל האט ער געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן און געוואלט אפ גט ן זיין ווייב אין דעצעמבער האט שמעלצער געזינגען גאט בענטש אמעריקע א יידישע ווערסיע פון אין ברוקלין בארא זאל ביי דער איינשווערונג פון ניו יארק ציווילער ריכטער רחל פרייער די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן ליפא שמעלצער איז פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן האט ער פארלוירן טויזענטער אנהענגער בעיקר פונעם פרומען חסידישן עולם אין זוממער תשע ח האט ליפא פלוצלונג אנגעהויבן ווייזן סימנים אז ער דרייט צוריק דעם זייגער און וויל זיך צוריקקערן צו דער היימישער וועלט אינעם פארגאנגענהייט האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ סעמפלער פאר דער צייטונג בקהילה וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט געוויסע קרייזן הויפטזעכליך די חסידישע האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער ס ווערק וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער זאל גענצליך אפלאזן דעם חסידישן לעבענס שטייגער יעדן טאג וואס איז פארביי איז שמעלצער געווארן קעלטער צום פרומען לעבן און ער האט זיך געטוישט לבוש און פארשפרייט זיינע השפעות אויף דער אינטערנעט און גערעדט אסאך קעגן דער חרדיש ער סיסטעם ביז חודש אב תשע ח ווען פון איין טאג צום צווייטן האט זיך שמעלצער צוריק געטוישט און אויפגעהערט ארומשיקן זיין שני וחמישי ווידעאס און צוריק אנגעטוהן דעם חסידישן לבוש צו די פרייד פון זיינע צענדעליגער טויזענטער אנהענגער פון דער חרדישער וועלט ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי ן אין קרית אתא ישראל וואו ער איז געווארן א הויז בחור און די רעכטע האנט פונעם רב און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא ס לעבן שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר ן סקווירער הויף כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס בדחנא דמלכא ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות ן פון דעם רבין ס אייניקלעך עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין לאז כאטש איבער א ניגון און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער אב הרחמן שמע קולינו און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות ער איז אויך באקאנט אלס אן אויסערגעווענליך גוט הארץ ער העלפט אסאך מיט געלט אויף אזוי ווייט אז ס בלייבט אים נישט צו סאך איבער ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער תפיסות קינדער אנטשטאלטן צו משמח זיין די צובראכענע עלטערע קראנקע מענטשן קטלא קניא ס ואיני יודע מה הוא אויף הרב ליפא ס אלבום מרדכי ווערדיגער אדער מרדכי בן דוד געבוירן י ניסן ה תשיא איז א זינגער וואס רעכנט זיך אלס דער קעניג פון דער אידישער מוזיק פונעם היינטיגן דור ער איז דער זון פונעם חזן ר אלטער דוד יצחק ווערדיגער ער וואוינט אין סי געיט ברוקלין און איז באקאנט איבעראל אין דער חסידישער וועלט פון די גרעסטע זינגערס מיט זייער א שיינעם הארציגן קול ער איז געווען א גרויסער אנהענגער פונעם ריבניצער רבין רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש ער האט אים מהנה געווען און אויסגעהאלטן זיין שטוב אין די לעצטע יארן פלעגט ער אסאך זינגען פאר אים היינט איז ער א חסיד פונעם ברעסלאווער מנהיג הרב מארגנשטערן פון ארץ ישראל און אין זיינע לעצטיגע ניגונים איז שטארק קענטיק זיין ברעסלאווער הנהגה ר אלתר דוד יצחק ווערדיגער באוואוסט אויף דער וועלט אלס דוד ווערדיגער ו חשוון תרף ב ניסן תשעד איז געווען א זינגער און א חזן ער איז געבוירן אין קראקע און איז א גערער חסיד פארן צווייטן וועלט קריג פלעג ער זינגען יום טוב אין דער קאפעלע ביים גערער רבי ן דעם אמרי אמת ער איז דער פאטער פון דעם זינגער מרדכי בן דוד ער האט ארויסגעגעבן די ערטשע חסידישע פלאטעס וואו ער זינגט דעם סקולענער רבי נס ניגונים צוויי אלבאמען באבאווער ניגונים באיאנער ניגונים מעליצער ניגונים סאטמארער ניגונים און גערער ניגונים פון יעקב תלמוד אלבאמען ווערדיגער מיט בן ציון שענקער זענען געווען די פיאנערן פון ארויסגעבן פלאטעס פון חסידישער מוזיק אין די ער יארן דוד ווערדיגער איז געבוירן געווארן תרף אין קראקע פוילן צו זיין פאטער ר ישראל אריה ווערדיגער א גערער חסיד וואס האט געהאנדלט מיט העמדער און צו זיין מוטער גיטל דאס יונגסטער קינד פון פיר זין און פיר טעכטער ביי די זעקס יאר פלעג ער זינגען סאלא אין דער אייזיק יעקעלעס שול אין קראקע ווען ער איז געווען אלט יאר האט אים ר יעקב תלמוד גערופן צו זינגען אין זיין קאפעלע ימים נוראים אין גער אין תש ווען די נאציס האבן פארטריבן די יידן פון קראקע האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין פראשאוויץ פינף חדשים איז ער געווען אין דעם לאגער אין פלאשאוו נאכהער האט ער געארבעט אינעם פאבריק פון אסקאר שינדלער שפעטער איז ער געווען אין מאטהאוזן קאצעט און אין דעם לינץ ארבעט לאגער פון וואס מ האט אים באפרייט שבת כב אייר תשה נאך דער מלחמה האט ער געטראפן זיין עלטסן ברודער יעקב מאיר און זיין יונגסטע שוועסטער יעטא ער האט געהייראט מלכה גאלדינגער תרפג תשם זיי האבן זיך באזעצט אין פאריז וואו זייער עלטסטער זון ישראל אריה איז געבוירן אין תשי האבן זיי אימיגרירט קיין ניו יארק וואו איז צו זיי געבוירן נאך דריי זין מרדכי חיים און מענדל אין ניו יארק איז דוד ווערדיגער געווען איין יאר חזן אין דער ווארשעווער שול אויף ריווינגטן גאס דערנאך אין דער חתם סופר שול אויף דער לאוער איסט סייד שפעטער האט ער באקומען א קאנטראקט צו ווערן חזן אין דער ניו לאטס תלמוד תורה שול וואס איז געווען בארימט פאר אירע חזנים ער האט אויפגעשטעלט די רייזעביורא ווערדיגער רייזעס און דעם פלאטע געזעלשפאט אדרת פלאטעס אין תשעב האט ער ארויסגעגעבן א סי די פון זיינע אלבאמען מיט געזאנגען שלמה קארליבאך יח טבת ה תרפה טז חשוון ה תשנה איז געווען א חזן און זינגער און גאר א גרויסער ניגונים קאמפאזיטאר בעיקר הארציגע נשמה ניגונים ער איז געבוירן אין בערלין צוזאמען מיט זיין צווילינג ברודער אליהו חיים ווען די נאצי פארטיי האט זיך אנגעהויבן שטארקן אין דייטשלאנד האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן קיין באדן עסטרייך וואו זיין טאטע האט אנגענומען דעם רבנות פאסטן אין תרצט האבן זיי אימיגרירט קיין אמעריקע וואו זיין פאטער האט געגרינדעט א ביהמד אין מאנהעטן בית יעקב וועלכע איז היינט באוואוסט אלס קארליבאך שוהל ער האט געלערנט אין בית מדרש גבוה ביי הגאון רבי אהרן קאטלער און פריער ביי הגאון רבי שלמה היימאן אין תורה ודעת נאכער איז ער געווארן א חבד סקער חסיד אין חבד האט ער אנגעהויבן מקרב זיין פרייע אידן צו זייער רעליגיע און טראדיציע דורך פארציילן מעשיות און זינגען פאר זיי צוזאמען מיט זיי טאנצענדיג און אריינדרינגען אין זייער נשמה אזוי ווי ער איז נאך געווען א בחור און זיך געמישט מיט מיידלעך בשעתן זינגען האט אים זיין רבי און פירער דער לובאוויטשער רבי פארבאטן אז ער טאר מער נישט זינגען פאר קיין געמישטע אוידיענצן ער האט אבער זיך נישט געקענט צוריק האלטן זאגנדיק אז ער טוט אויף דערמיט זייער אסאך האט ער זיך צושיידט פון חבד און געווארן א ראביי פאר זיך פירנדיג א קהילה פון איינגעזאמלטע היפיס אין סאן פראנציסקא קאליפארניע ער האט אויך געהאט א ביהמד אין ברוקלין ער פלעגט ארומפארן איבער דער וועלט זינגען און מקרב זיין יודן צו יודישקייט בפרט אין די געוועזענע קאמוניסטישע לענדער היינט ווערן זיינע ניגונים געזינגען אין אלע יידישע פרומע חסידישע הייזער און שמחות געהאט צוויי טעכטער אסתר נשמה טהורה און חנה נדרה נפשי און געווען אפגעטיילט פון זיין ווייב נעילה ער האט מקרב געווען טויזנטער רחוקים צו אידישקייט און ווייל אין יענער צייט איז די היפי באוועגונג געווען זייער גרויס איז ער אריין אין זייער טיפעניש און זיי ארויף געשטיפט צו העכער ס און זיי זענען געווארן נאנט מיט אים צוליב זיין שיינע שטימע און הארציגע ניגונים ער פלעגט קענען זיך קושן און האלזן מיט היימלאזע שמוציגע שטונקעדיגע מענטשן ווארשיינליך צוליב זיין אומגלויבליכער ליבשאפט פאר אנדערע און צוליב זיין עקסטרעמע ליבשאפט צו גאט ס באשעפענישען איז זיין דרך געווען זייער קאנטראווערסיעל און איז נישט געווארן אנגענומען אין די אלגעמיינע חסידישע געמיינדעס כאטש ער איז געווען זייער מקורב ביים אמשינאוועררבי ן וואס האט זיך אמאל אויס געדרוקט צו זיינע חסידים אויף אים דער יוד וועט האבן מער עוהב ווי וואס עץ מיינט אז איך וועל האבן ער האט רעקארדירט ביי זיין לעבן איבער טויזנט ניגונים וואס טייל ווערן פון צייט צו צייט פריש אנטפלעקט ער האט געהאט זיין אייגנארטיגע נוסח התפלה אויף וועלכע עס דאווענען היינט זיינע תלמידים ווי למשל יהודה גרין און פלעגט דערציילן מעשיות אויף ענגליש העברעאיש דייטש און יודיש אויך פלעגט ער זינגען אלטע יודישע לידער זינט זיין פטירה זענען שוין ארויסגעקומען צענדליגער ספרים ביכער און אלבאמען פון זיינע מעשיות און ניגונים אזוי אויך איז זיין לעבן א טעמע פאר פילמען און טעאטער שפילן יוסף יצחק יעקבסאן איז דער רעדאקטאר פון דער אידישער צייטונג דער אלגעמיינער זשורנאל און איינער פון די איינפלוסרייכסטע אידישע רעדנער היינט צו טאג געבוירן געווארן כט סיון תשלב יוני דעם טן עטלעכע מאנאטן אגב נאך דעם וואס זיין פאטער ר גרשון בער זל האט געגרינדעט דעם אלגעמיינעם זשורנאל ער האט זיך געהאדעוועט אין די ליובאוויטשער ישיבות אין דעם קראון הייטס געגנט פון ברוקלין אלס יונגער בחורל איז ער געווארן איינער פון די חוזרים פון דעם ליובאוויטשער רבי ן אדמור ר מנחם מענדל שניאורסאהן זצל איבערחזרנדיק זיינע שיחות צו טויזנטער צוהערער איבער דער וועלט חתונה געהאט צו זעקס און צוואנציק יאר מיט אסתר אביגיל שלמה פון פיטסבורג זייער א געשמאקער ליבעראלער שמועסער פול מיט ידיעות און כאריזמא אן אינטערעסאנטער און אייגנארטיקער טיפ א בן תורה און א תלמיד חכם א הארציקער און ווארעמער פערזענלעכקייט ער ווערט פאררעכנט אלס איינער פון די בעסטע דרשנים און מגידי שיעורים היינט צו טאג אין דער אידישער וועלט א פה מפיק מרגליות זיינע שיעורים קלאסן און לעקציעס סיי אין נגלה און סיי אין חסידות השקפה מחשבת ישראל און היינטצייטיקע טעמעס זיינען א שם דבר אין דער וועלט במשך פון יארן האט ער פארגעלערנט חסידות צו ליטווישע בחורים אין ליטווישע ישיבות אין בית התלמוד ד מיר און תורה ודעת ער האט במשך פון יארן געגעבן שיעורים אין חסידות אין היכל מנחם אין מאנסי און אין בארא פארק פאר חסידישע און ליטווישע אידן פון כלערליי קרייזן אריינרעכנדיק סאטמאראר בחורים און יונגעלייט עס גיסן זיך פון זיין מויל גאנצענע שטיקער דברי יואל חידושי תורה און ויואל משה ווי אויך קדושת לוי לקוטי מהרן פרי צדיק רמחל און זעלבסטפארשטענדלעך אלע ספרי חבד ער איז א דורכגעווייקטער חסידישער איד בדרך הלצה קען מען זאגן אז אויב מ וועט אים אויפשניידן דעם קליינעם פינגער וועלן זיך גיסן חסידישע השקפות מאמרים און מעשיות אנשטאט בלוט צו פופצן יאר האט ער שוין געדינט אלס א שרייבער פון דעם ליובאוויטשער רבין ס שיחות ארויסהעלפענדיק זיין עלטערן ברודער ר סימון דער טאטע ר גרשון בער עה פלעגט זיך גרויסן צו די סאטמארער אידן וואס האבן אים געווארנעט אז מיטן שרייבן קעגן סאטמאר וועט ער האבן קינדער וואס וועלן זיך שמד ן אז זיי זאלן קוקען אויף זיין זון ר יוסף יצחק ס חסידות יראת שמים און לומדות און זיך ווינטשען נאר אזעלכע משומדים פאר גאנץ כלל ישראל ווען זיין טאטע גרשון בער איז געשטארבן כף אייר תשסה איז זיין עלטערער ברודער ר סימון געווארן דער ארויסגעבער פון צייטונג און ר יוסף יצחק איז געווארן דער רעדאקטער פון זשורנאל אויך האבן זיי געפענט א וועבזייט וואס האט ליינער וועכענטליך און ווערט באנייט יעדע וואך זיי האבן פארוואנדלט די צייטונג אין א פרעכטיקע אויסגאבע מיט א סך נייע שרייבער און גאר א סך תוכן און שיינע גראפיקע אבער למעשה האט דער צייטונג נאך א סך צו וואקסן און דער ברייטער עולם ערווארט גרויסע אנטוויקלונגען אין דעם צוקונפט פון צייטונג יעקבסאן דינט אויך אלס מגיד שיעור און משפיע אין איינע פון די לויבאוויטשע ישיבות אין קראון הייטס חובבי תורה די בחורים קלאמערן זיך צו אים היות אז אין צוגאב צו זיין ווארעמקייט און זיינע אויסערגעוויינלעכע שיעורים קען מען מיט אים ריידן זייער אפן וועגן נסיונות און ספיקות זיין צוגאנג צו אידישקייט איז זייער אפן און ער האט נישט קיין מורא פון פראגעס און דילעמעס וואס א סך פון אונזער יוגנט האט דער וועלט בארימטער מתתיהו איז פון זיינע תלמידים יש אומרים אז ער ווערט א קולט פיגור ווייל ער איז היינט צוטאג דער איינציקער רעדנער פון חבד וואס ווען ער רעדט עפענען זיך אלע מיילער און א שטילשטאנד הערשט אין דעם קהל זיינע דרשות זיינען לעגענדאר מוראדיק אינטערעסאנט און פארכאפענדיק ער באצויבערט דעם עולם אויף אן אייגנארטיקן אופן אבער אנדערע זאגן אז דער זארג איז אומבאזירט ווייל יוסף יצחק האלט זיך נישט פאר קיין צדיק ער פירט זיך אויף א צוגענגלעכן און נארמאלן אופן יעקבסאן קומט צוניץ פאר דער שלוחים נעץ איבער דער וועלט וואס מוזן אהערשטעלן אינטערסאנטע בעלי דרשנים פאר זייערע אידן וואס ווערן נענטער צו תורה ומצוות און מ דארף כסדר מאכן נייע אינטערסאנטע אקטיוויטעטן אנצוהאלטן זייער פייער און ענטוזיאזם צו אידישקייט יוסף יצחק פארט טאקע ארום איבער דער גארער וועלט אויפטרעטן און עלעקטעריזירן די מאסן אידן אין די חבד הייזער און בכלל אין שוהלן שולעס און כלערליי אידישע אינסטיטוציעס ער איז היינט איינער פון די פאפולערסטע דרשנים פארשידענע אויסדרוקן פון אים דער אלגעמיינער זשורנאל איז געווען א וואכנטלעכע צייטונג אויף דער יידישער שפראך געגרינדעט דורך ר גרשון יעקבסאן עה תרצד תשסה ר גרשון האט געארבעט אין דער טעגליכער אידישער צייטונג טאג מארגן זשורנאל פאר איבער יאר אין יענע יארן האט די סעקולערע יידיש כמעט ווי איינגענומען דער ניו יארקער אידנטום אבער צוביסלעך ווען פרישע דורות זענען אונטערגעוואקסן האבן די קינדער און אייניקלעך איבערגעלאזט די שפראך און איין טאג ווען דער בעל הבית פונעם טאג מארגן זשורנאל האט פארמאכט די צייטונג צוליב ריזיגע חובות פון ארויסגעבן די צייטונג טעגליך האט זיך ר גרשון געפונען אן א פרנסה עס איז שוין דאן ערשינען אידישע ליטעראטור ווי דער אידישער קוואל אדער דאס אידישע ליכט אבער דאס זענען אלעס געווען חרדיש ביי וועמען די אידישע שפראך האט זיך אלץ מער פארגרעסערט און חוץ דעם פארווערטס האט נישט עקזיסטירט קיין איין פלאטפארמע פאר די סעקולערע יידישיסטן און אויך דער טאג מארגן זשורנאל האט זיך פארמאכט צוליב די קליינע צאל קונים און איינצוימונג פון דער יידישיסטישער באוועגונג געציילטע מאנאטן נאכדעם האט ער אן אנטשלאסענער פונדאסניי געפנט זיין אייגענע צייטונג דער אלגעמיינער זשורנאל טראץ די פילע אפרעדענישן וואס ער האט באקומען פון גוטע פריינד אז יידיש ביי יידישטיסן האט נישט דעם געפאדערטן פאטענציאל ר גרשון האט אבער באשלאסן צו גיין אויפן מהלך פון סעקולער געמישט מיט פרומקייט און אזוי ארום צוריק אויפלעבן עפעס ביי די יידישיסטן און פון די אנדערע זייט האבן א קוואל פון חרדישע קונים וואס וועלן אויסהאלטן די צייטונג ר גרשון וועלכער האט ביטער געהארעוועט אויפצובויען זיין פרישע מהלך פון פרומקייט און סעקולער צוגלייך האט לויט זיין זון ר יוסף יצחק קיינעם נישט צוגעלאזט צו דער ארבעט און נישט געהאט קיין צוטרוי אין קיינעם אז מען וועט פארשטיין זיין ציל ער האט געפירט אלעס אליינס די אויסלייג תקנות פון דער צייטונג טרעפט מען נאך ר גרשון ס פטירה האבן די קינדער באשלאסן ווייטער אנצוהאלטן די צייטונג אבער זיי האבן זיך צוטיילט צווישן זיך מיט דער ארבעט די צייטונג פארמאגט רעליגעיזע און סעקולערע שרייבערס אבער איז דורכגענומען מיט דער גייסט פון אידישקייט אידישער באוואוסטזיין און אידישער שטאלץ די צייטונג פארמאגט סיי רעכטע און סיי לינקע שרייבער און איז אפן צו פארשידנארטיקע און אויך פארקערטע מיינונגען עס איז געדרוקט אין א גרויסן פארמאט ענדליך צום ניו יארק טיימס אין א אינטערוויו זאגט ר יוסף יצחק אז ער פארמאגט טויזנט קונים א וואך און טויזנט באזוכערס אויפן וועבזייטל אסטראנאמיע װערט גערעכענט אלס זײער אן אלטע װיסנשאפט װאס עס איז דערקענט שן צום װיינעגסטן ארום יאר סי טוט אנווענדן מאטעמאטיק פיזיק און כעמיע בכדי אויפצוקלערן די היסטאריע פון די הימלישע אביעקטן כולל פלאנעטן לבנות שטערן נעפלען גאלאקסיעס און קאמעטן די פענאמענען שליסן איין סופערנאווע אויפרייסן קוואסארן בלאזארן פולסארן און קאסמישע מיקראכוואליע הינטערגרונט שטראלונג אין אלגעמיין געהערן אלע פענאמענען וואס שטאמען פון אינדרויסן דער ערד ס אטמאספער צו אסטראנאמיע א צווייג פון אסטראנאמיע גערופן קאסמאלאגיע איז די שטודיע פונעם אוניווערס אינגאנצן אסטראנאמיע העלפט אונדז מיט אונדזער צײט און נוצן זיך מיט דעם נײטיקן קאלענדאר װאס פירט אונדזערע טעג װאכן חדשים און יארן אין זײער שטײגער לט די זון אדער לבנה אין די אמאליגע צייטן איז אסטראנאמיע געווען די אבזערוואציעס און פארויסזאגען פון די באוועגונגען פון די הימלישע קערפער וואס מען קען זען מיט די אויגן היינט ווערט אסטראנאמיע אפט גערעכנט כמעט די זעלבע ווי אסטראפיזיק די ערשטע אסטראנאמען האבן געזען די שטערן נאר מיט זייערע אויגן זיי האבן געמאכט מאפעס פון די שטערן און מיט זיי אויסגערעכנט וועלכע צייט אין יאר איז עס די פריערדיקע ציוויליזאציעס ווי די מאיא און די אוראלטע עגיפטישע האבן געבויט אבזערוואטאריעס צו קוקן אויף די שטערן און מאכן שטערן מאפעס זיי האבן אויך אויסגעטראכט וואו די ערד געפינט זיך אינעם אוניווערס זיי האבן געהאלטן אז די ערד איז דער צענטער פונעם אוניווערס און די זון די לבנה און די שטערן דרייען זיך ארום דער ערד דאס ווערט גערופן דער געאצענטרישער מאדעל פונעם אוניווערס אדער די פטאלעמי סיסטעם א גאר וויכטיגע אנטוויקלונג איז געווען דער אנהייב פון מאטעמאטישער און וויסנשאפטלעכער אסטראנאמיע וואס האט אנגעהויבן ביי די בבליים וואס האבן אראפגעלייגט די יסודות פאר שפעטערדיקע אסטראנאמישע טראדיציעס אין אנדערע ציוויליזאציעס די בבליים האבן אנטפלעקט אז ליקוי לבנה ס חזר ן זיך איבער אין א ציקל וואס מען רופט א סאראס נאך די בבליים זענען זינענדיקע פארויסיקע טריט אין אסטראנאמיע געמאכט אין אוראלט גריכנלאנד און דער העלעניסטישער וועלט האט געזוכט א ראציאנאלע פיזיקאלישע אויפקלערונג פאר הימלישע פענאמענען אין דעם טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט אריסטארכוס פון סאמאס געשאצט די גרייס און דיסטאנץ פון דער לבנה און דער זון און ער האט פארגעשטעלט א מאדעל פון דער זון סיסטעם וואו די ערד און די פלאנעטן דרייען זיך ארום דער זון וואס מען רופט היינט דעם העליאצענטרישן מאדעל אין דעם טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט היפארכוס אנטפלעקט פרעצעסיע האט אויסגערעכנט די גרייס און דיסטאנץ פון דער לבנה און האט ערפינדעט די ערשטע אסטראנאמישע געצייג ווי דער אסטראלאב היפארכוס האט אויך געשאפן א קאטאלאג פון שטערן און מערסטע פון די שטערנגרופעס פון דעם צפונדיקן האלבקיילעך שטאמען פון גריכישער אסטראנאמיע במשך דעם רענעסאנס האט ניקאליי קאפערניק פארגעשטעלט א העליאצענטרישן מאדעל פון דער זונסיסטעם זיין ווערק איז געווארן פארטיידיקט דורך גאלילעא גאלילעי און פארברייטערט דורך יאהאנעס קעפלער קעפלער איז געווען דער ערשטער וואס האט אויסגעקלערט א סיסטעם וואס האט געהעריג באשריבן די פרטים פון דער באוועגונג פון די פלאנעטן ארום דער זון קעפלער האט אבער נישט מצליח געווען צו פארמולירן א טעאריע וואס לינג אונטער די געזעצן וואס ער האט אנגעשריבן ענדלעך האט אייזיק ניוטאן מיט זיין ערפינדונג פון הימלישער דינאמיק און זיין געזעץ פון גראוויטאציע אויפגעקלערט די באוועגונגען פון די פלאנעטן אויך האט ניוטאן אנטוויקלט דעם שפיגל טעלעסקאפ פארבעסערונגען אין די גרייס און קוואליטעט פונעם טעלעסקאפ האבן געברענגט נייע אויפדעקונגען דער ענגלישער אסטראנאם דזשאן פלאמסטיד האט קאטאלאגירט מער ווי שטערן דער אסטראנאם וויליאם הערשל האט געמאכט א פרטימדיקן קאטאלאג פון נעפלקייט און גרופקעס און אין האט ער אנטפלעקט דעם פלאנעט אוראנוס דעם ערשטן נייעם פלאנעט וואס מ האט געפונען דער דיסטאנץ צו א שטערן האט מען אנאנסירט אין ווען פרידריך בעסל האט געמאסטן דעם פאראלאקס פון דער עקזיסטענץ פון דער ערד ס גאלאקסיע דער מילכיגער וועג ווי אן אייגענע גרופע פון שטערן האט מען נאר באוויזן אין דעם סטן יארהונדערט צוזאמען מיטן עקזיסטענץ פון דרויסנדיקע גאלאקסיעס אז מען האט אבזערווירט ווי יענע גאלאקסיעס ציען זיך צוריק האט דאס געברענגט צו אנטפלעקן די פארברייטערונג פונעם אוניווערס טעארעטישע אסטראנאמיע האט געברענגט צו ספעקולאציעס וועגן דעם עקזיסטענס פון אזעלכע אביעקטן ווי שווארצע לעכער און נייטראנען שטערן וואס אסטראנאמען ניצן אויפצוקלערן געוויסע אבזערווירטע פענאמענען ווי קוואסארן פולסארן בלאזארן און ראדיא גאלאקסיעס אין דעם סטן יארהונדערט האט מען פארמולירט די אורקנאל טעאריע און א ראיה דערצו די קאסמישע מיקראכוואליע אונטערשלאק שטראלונג און האבל ס געזעץ אין פעברואר האט מען אנטפלעקט אז דעם סעפטעמבער פריער האט מען אפגעשפירט גראוויטאציע כוואליעס דער הויפט מקור פון אינפארמאציע וועגן הימלישע קערפערס און אנדערע אביעקטן איז זעבארע ליכט אדער מער אין אלגעמיין עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג אבסערוואציע אסטראנאמיע קען מען קאטעגאריזירן לויט דעם טייל פונעם עלעקטראמאגנעטישן ספעקטער וואו מען האט געמאכט די אבסערוואציעס טיילן פון דעם ספעקטער קען מען אבסערווירן פון דער ערד ס אייבערפלאך אבער אנדערע טיילן קען מען אבסערווירן נאר פון גרויסע הייכן אדער אינדרויסן פון דער ערד ס אטמאספער ראדיא אסטראנאמיע באניצט שטראלונג מיט כוואליעלענג גרעסער פון בערך איין מילימעטער אינדרויסן פון זעבאר ראדיא אסטראנאמיע איז אנדערש פון כמעט אלע אנדערע סארטן אבסערוואציע אסטראנאמיע ווייל די אבזערווירטע ראדיא כוואליעס טוט מען באהאנדלען טאקע ווי כוואליעס ענדערשט ווי דיסקרעטע פאטאנען דערפאר איז איז עס פארהעלטעניש גרינגער צו מעסטן סיי די אמפליטוד און סיי די פאזע וואס מען קען נישט אויספירן אזוי גרינג ביי קערצערע כוואליע לענג קטלא קניא איז דער פסוועדאנים פון א מאדערנער חסידישער שרייבער און קריטיקער וועמען דער פארווערטס האט דעפינירט אלס א מאדערנער שלום עליכם בזעיר אנפין קטלא קניא ס בלאג איז געווען סיי דער ערשטער בלאג אין יידיש און סיי דער ערשטער חרדישער בלאג און האט ביז היינט צוגעצויגן צו זיך העכער הונדערט טויזנט באזוכער דער בלאג אנגעפילט מיט זאפטיקע און הומאריסטישע באהאנדלונגען וועגן די חרדישן און חסידישן ארט לעבן האט מען באשריבן אין מעריב אין ווילעדזש וואויס און אין פארווערטס שטארק רעליגיעזע זען אין זיינע געשרייבעכצער כפירה רמזים לעך און אפלאכעריי פון אידשקייט אבער די אינגערע שוין אויפגעקלערטע טאלערירנדע דור זעהט דערין א שטארקע טרייסט און ארט זיך אויסצוגעבן ווייל עס ברענגט ארויס א סך ספיקות ראנגלענישן און נסיונות מיט גאט און דער יידישער תורה אויף זייער א היימישע אינערליכע אופן און מיט א גוטמיטיגע בליק אבער אזאנס וואס בענקט זיך צו די אלטע יארן ווען די אידישע טראדיציעט האט אריינגעברענגט א געשמאק אין טאג טעגליכע לעבן און ספעציעל גלייכן אים מענטשן צוליב זיין רייכער שפראך פון מליצות פון גמרות תנך חומש און פון דעם גאר רבנישען זשארגאן וואס ווייזט אז דער שרייבער איז גאר א גרויסער תלמוד חכם וואס איז נחמץ געווארן פון זיינע ערשטע און הויכפונקטפולע געלונגענע מייסטער ווערק וואס זיין פעדער האט אהער געשטעלט און שפיגלט אפ די אינערלעכע מוסקלען וואס טרייבו זיין קראפטיקע פען איז די מעשה מיט ר אפרים א ייד אין די עלטערע יארן וואס טראכט דורך זיין לעבן יום כיפור און שטארבט פון א הארץ אטאקע דורך ווערנדיק אנטוישט פון אזויפיל יארן זיין פרום צוליב א פאלשער אמונה יעדעס ווארט אין דער דערציילונג טריפט מיט שמאלץ און זיינע שריפטן זענען פארפלאכטן מיט טיפע הומאר אפטמאל אויף א קריטיקירנדע שטייגער און וועט צומאל פאדערן התבוננות פונעם לייענער זיך צו דערגרינטעווען צו קטלא ס טיפער פשט פון זיינע ווערק איז קענטיג די אינעווענדיגסטע ברויזנדע צעריסנקייטן איבערן ווערן געבוירן אין א לעבנסוועג וואס מען געפינט נישט קיין צופרידנקייט דערין און עס איז נישטא קיין וועג ארויס א געפיהל וואס נעמט ארום דעם אלגעמיינעם אויפגעקלערטן אנטוישטן חסיד וואס טראכט מיט ספיקות ארום זיין לעבן און קומט צום הכרה אז אהבתי את אשתי ואת בני לא אצא חפשי ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן צו פארלירן אלץ וואס ער ליבט און אלעס וואס ער האט געהארעוועט זיין גאנץ לעבן דעריבער באשליסט ער זיך צו באקוועם מאכן דאס בעסטע וואס שייך די ניו יארק טיימס ערשיינט אין ניו יארק אלס טאג צייטונג אין ענגלישער שפראך ליבעראל געשטימט זייער פרעזטיזשפול און אינהאלטסרייך די צייטונג איז ערשט געדרוקט געווארן אין ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האט זי פארשוויגן די סיסטעמאטישע הריגות פון אידן דורך היטלער און די נאציס ביים חורבן אייראפע צו דעם קומט מיט א באזונדערע טייל וואס הייסט ענטערטעינמענט וויקלי וואס איז געאייגנט צו דעקן די פרישע פראגראמען אינעם פארוויילונגס טעמע ווי פעסטיוואלן טעאטער מאוויס מוזיק און ביכער אגב די צווייט פאפולערסטע צייטונג אין גאנץ אמעריקא איז די לאס אנדזשעלעס טיימס וואס איז אויך א שטארקע דעקונג אויף די אינטערטעינמענט וואס קומט ארויס פון לאס אנדזשעלעס א צײטונג זשורנאל אדער טאגבוך איז א אויסגאבע רשימה וואס איז ווי א טעגליכע וויסן בוך וואס בריינגט אקטועלע נייעס פון איבער די וועלט און נאך ידיעות די בלעטער אינפארמאציאן און אנאנס ענטהאלט ווערט געווענליך געדרוקט אויף ספעציעלע אייגנארטיגע ברוינע פאפיר וואס איז היבש ביליגער צו ערצייגן און ווערט גערופן צײטונג פאפיר צייטונגען זענען די ארגינעלע פארעם פון ברייטבאנד קאמוניקאציע וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר נאכמער אין דער היינטיגער וועלט איז קאמוניקאציע א גרויסער טייל פון דער געזעלשאפט און קומט אין צענדליגער פארמען ווי טעלעפאנס סעליולער פעקס ראדיא טעלעוויזיע און אינטערנעט איידער די אלע זאכן זענען געווען אויף דער וועלט האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמוניקאציע מיטלען און זיי זענען געווען צייטונגען און בריוו שפעטער האט מען אויסגעטראפן די טעלעגראף וועלכע האט פארשנעלערט די קאמוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס צייטונגען זענען שטענדיג געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן נייעס ארטיקלען מיינונגען און רעקלאמירן געוויסע פראדוקטן צו מאסן מענטשן צייטונגען זענען פון אנהייב געשריבן געווארן מיט דער האנט און שפעטער האט מען דאס געדרוקט אין א דרוקעריי מיט גרויסע זיגלען און היינט ווערט די גאנצע ארבעט געטוהן דורך דעם קאמפיוטער צייטונגען זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע לייענער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט ווען מען קוקט אין זיי אין די ארכיוון פונעם וואשינגטאן מוזיי איז פארהאן אקטועלע פאפירן פון צייטונגען אזוי ווייט צוריק ווי וועלכע איז נאך בעפאר דער אמעריקאנער רעוואלוציע די צייטונגען אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען אזוי פראפעסיאנאל ווי היינט אבער ווי מאכטפול צייטונגען זענען היינט זענען די צייטונגען פון יענע צייטן געווען נאכמער מאכטפול בעיקר וויבאלד עס זענען דאן נאכנישט געווען אזוי פיל צייטונגען ווייבאלד עס איז סאך שווערער געווען ארויסצוגעבן ווי היינט אלטע אמעריקאנער צייטונגען האבן נישט געהאט קיין שום קאנטראל איבער זיי און זיי האבן געקענט שרייבן וואס זייער הארץ האט באגערט די וועלט איז נאך דעמאלט פיל געווען מיט הערשער און קעניגרייכן אין וועלכע מענטשן האבן זיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט קעגן די קעניגרייך אדער רעגירונג פירערשאפט אין אמעריקע איז דאס אבער געווען איינע פון די הויפט צילן וועלכע איז אריינגעשריבן געווארן אין די ביל אוו רייטס אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע וועלכע גיבט יעדן די רעכט צו זאגן און שרייבן וואס עס שמעקט אים די דזשורנאליסטן פון יענע צייטן האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האבן אנגעפירט איבערקערענישן מיטן כוח פון זייערע צייטונגען אין די אמעריקאנער היסטאריע זענען באקאנט די צוויי מאכטפולסטע דזשורנאליסטן וויליאם רענדאלף הערסט און דזשאסעף פוליצער וועלכע האבן בעאיינפלוסט מיליאנען מענטשן מיט די כוח פון זייערע צייטונגן היסטאריע זאגט אז הערסט איז פאראנטווארטליכט פאר די קריג מיט שפאניע אין נאכדעם וואס ער האט אזויפיל געהעצט קעגן די שפאנישע אין די מאדערנע עפאכע איז באוואוסט די וואטער געיט סקאנדאל וואס האט געפירט צו די רעזיגנאציע פון פרעזידענט ניקסאן וואס איז צושטאנד געקומען א דאנק די צייטונגען אפיציעלע צייטונגען היינט צו טאג זענען זייער פראפעסיאנאל און יעדעס ווארט וואס ווערט דארט געשריבן ווערט איבערגעקוקט עטליכע מאל אויב עס איז טאקע ריכטיג אנדערש ווי אמאל ווען די צייטונגען און דזשורנאליזם בכלל האבן באקומען א שטיקל קאנטראל פון די רעגירונג כאטש די רעגירונג צענזורט נישט קיין צייטונגען ווי די קאמוניסטן האבן געטאן האבן זיי אבער א רייע רעגולאציעס וועלכע מעגן נישט געבראכן ווערן אינטערעסאנט איז אז טראץ די עלעקטראנישע מידיא וועלכע דאמינירט היינט די גאנצע וועלט בכלל און אמעריקע בפרט איז אבער צייטונגען נאך אלץ איינע פון די הויפט נייעס געבער פאר מיליאנען מענטשן ארום דאס לאנד אמעריקע פארמאגט טאג צייטונגען וועלכע ערשיינען יעדן אינדערפרי אויסערדעם זענען פארהאן נאך הונדערטער צייטונגען וועלכע קומען ארויס וועכענטליך אין אלגעמיין ענדע וואך און עס זענען פארהאן אן א שיעור זשורנאלן און מאגאזינען וועלכע ערשיינען וועכענטליך און חודש ליך א פאפירענע צייטונג האט אן ארגינעלן חן וועלכע די עלעקטראנישע מעדיע קען נישט אוועקנעמען ליינער גלייכן דעם פאפיר און די וועג וויאזוי מען ליינט א צייטונג מען קען אויפמישן און צוריקמישן שנעל מען קען אויסשניידן דאס וואס מען וויל האלטן און מען קען עס איינקנייטשן ווי אזוי עס איז באקוועמער און מען קען עס מיטנעמען ווי אימער מען וויל עס קלינגט נישט אזוי געשמאק א לעפטאפ ביי נאכטמאל און ווי געשמאק איז א צייטונג ביי די זייט יעדע צייטונג און אויסגאבע קומט ארויס פון דרוק נאך אסאך ארבעט אבער ספעציעל זענען אינטערעסאנט די טעגליכע צייטונגן וועלכע קומען ארויס פריש יעדן אינדערפרי מיט צענדליגער בלעטער אנגעפילט מיט די נייעס וואס זענען זיך פארלאפן אינעם נעכטיגן טאג ווי אויך ארטיקלען און אנאליזן היינט זענען פארהאנען א לאנגע רייע מיט צייטונגען אין יעדן הויפט שטאט איבער דער וועלט ס דא וואס זענען מיינסטענס פאר פאליטיק אדער פארוויילונג און דאס גלייכן און ס דא וואס האבן אלעס אין איין באנד א ארט וואו עס איז אויסגערופן אלס ספעציעלער ארט פאר אנשויאונג דארט זענען פארהאנען ספעציעלע זשורנאלן פאר דעם צוועק דא זענען עטליכע באקאנטע פארוויילונגס צייטונגען א צייטונג ווערט באשאפן דורך פינעף טריט וועלכע זענען נייעס רעדאקטירונג רעקלאמעריי פראדוקציע און פארשפרייטונג דאס ווארט נייעס איז געווארן א טייל פון די טעגליכע געשפרעכן וועלכע מענטשן נוצן אויף יעדע טריט און שריט אריינגערעכנט ווען מען באגריסט זיך וואס איז נייעס פרעגט איינער דעם צווייטן מען איז אזוי צוגעוואוינט צו נייעס אז מען קען ממש נישט לעבן אן דעם יעדער וויל וויסן וואס נאך עס האט פאסירט און נישט נאר אין די אייגענע שטאט נאר ארום די גאנצע וועלט נייעס באדייט אז עס איז פרישע באריכטן עס קען זיין א מאדנע זאך א גוטע בשורה א שלעכטע בשורה א נארוואס פארענדיגטע באריכט אדער שטודיע א ד ג נייעס מוז נישט דווקא מיינען אז עס איז ניי געשען עס קען אויך מיינען אז עס איז ניי צו די מאסן יעדע צייטונג פארמאגט א צאל רעפארטערס וועלכע זענען ווי די אויגן און אויערן פונעם צייטונג רעפארטער זאמלען נייעס פון וואו זיי קענען נאר און ברענגען עס צו די צייטונג ס עדיטאר באורד וועלכע קוקן אלעס איבער און באשליסן וואס צו נוצן און וואס נישט און וואס צו לייגן אויפן פאדערשטן בלאט און וואס צו לייגן אויפ ן סטן בלאט נייעס זענען איינגעטיילט אין קאטעגאריעס און לויט דעם ווערן זיי באריכטעט די רעפארטער דארפן שטארק אכט געבן אז זייערע באריכטן זאלן זיין קראנט ווייל אויב נישט וועט זייער רעפוטאציע פארגיין און זיי וועלן מער נישט האבן פאר וועמען צו באריכטן רעפארטער נעמען אסאך קרעדיט פאר זייערע באריכטן און זענען לאיאל צו די וואס גיבן עס איבער צו זיי מענטשן וועלן זאגן פאר רעפארטער זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געזאגט פאר א פאליציי אפיציר אדער סיי וועלכע לאו ענפארסמענט אפיציר רעפארטערס וועלן זיך מקריב זיין צו גיין אין תפיסה אבער זיי וועלן נישט ארויסגעבן פון וואו זייערע קוועלער זענען נישט אומזיסט רופן זיך די אמעריקאנער צייטונגען דער פערטער טייל פון די רעגירונג די צייטונגען באטראכטן אלעס און קומען אויף שפירן טיילמאל שנעלער ווי סיי וועמען צייטונגען שטעלן אריין קאנדידאטן אין אפיס און מאכן אנדערע רעזיגנירן טויזענטער סקאנדאלן קעגן אלע סארט אויפגעכאפטע מענטשן זענען אונטערגעצינדן געווארן דורך צייטונגען ספעציעל זענען צייטונגען אויסגעצייכנט אין נאכפאלגן די גערעכטיקייט פון לאנד זיי באטראכטן די לעגיסלאטיוו עקזעקיוטיוו און יוסטיץ אפטיילונגען און וועלן אויפדעקן יעדע אומריכטיגע זאך וואס זיי זעען דארט אין ענגליש רופט מען זיי די רעגירונג ס וואטש דאג צוליב זייער געלונגענע ארבעט צו היטן אויף די געשעענישן אין די רעגירונג ווי א הינטל וואס היט זיין בעל הבית יעדע גרויסער צייטונג פארמאגט רעפארטער איינגעטיילט פאר באזונדערע נייעס מאטיוון אייניגע באטראכטן די געריכטן אנדערע דער סיטי האל איינער קוקט זיך אום אויף ביזנעסער ערציאונג מעדעצין א א וו נאכדעם זענען פארהאן רעפארטער וועלכע ווערן צוגעשטלט דארט ווי עס מאכט זיך עפעס אויך זענען פאראן פרילענסער רעפארטער וועלכע ארבעטן פאר זיך אליינס און צייכנען זיך אויס אין געוויסע רעפארטאזש און זיי פארקויפן זייערע ארטיקלען און באריכטן פאר צייטונגען רעפארטער ריזיקירן טיילמאל מיט זייער לעבן צו קענען באריכטן נייעס אין יעדע מלחמה באטיליגן זיך טויזענטער דזשורנאליסטן וועלכע קענען אומגעברענגט ווערן יעדע ליאדע מינוט ספעציעל די וואס וואגן זיך מער און גייען דארט ווי זיי ווערן געווארנט נישט צו גיין אין יעדע קריג ווערן דזשורנאליסטן אומגעברענגט און אויך אויף אנדערע פלעצער ווערן זייערע לעבנ ס פארשניטן ווען זיי רירן אן זאכן וואס א צווייטער וואלט זיך נישט געוואגט אנצוקוקן אין די פארגאנגענע יארן זענען איבער דזשורנאליסטן אומגעברענגט געווארן ארום די וועלט אין פארשידענע סארט אטאקעס אריינגערעכנט א גרויסע טייל אין איראק יעדע קאטעגאריע אין יעדע גרויסע צייטונג פארמאגט א באזונדערער עדיטאר צו וועלכע אלע רעפארטער מוזן זיך צושטעלן די וויכטיגסטע עדיטארס זענען די וואס קאנטראלירן די לאקאלע נייעסן זיי באקומען יעדע באריכט ערשט האנטיג און דארפן באשליסן יעדע נאכט וואס יא אריינצושטעלן און וואס נישט און וועלכע איז יא א העדליין און וועלכע איז נישט איינמאל דער לאקאלער עדיטאר באשליסט די נייעסן פאר דעם קומענדיגען טאג שיקט ער אלעס אריבער צו די קאפי עדיטארס וועלכע קוקן איבער אלע באריכטן און מאכן זיכער אז אלעס איז קראנט און יעדעס ווארט איז גוט געספעלט די קאפי עדיטארס וועלן אויך זיכער מאכן אז דער באריכט האט א גוטע הסברה און אויב נישט וועלן זיי דאס פאררעכטן די עדיטארס באנוצן זיך אסאך מיט די צייטונג ס ארכיוון וואו זיי קוקן נאך פאקטן אויב עס שטימט מיט ן ווייטערדיגן באריכט יעדע צייטונג פארמאגט אן עדיטאריעל און אן דעם איז עס נישט קיין צייטונג א צייטונג איז נישט נאר אן איבערגעבער נאר דארף אליינס געבן א מיינונג איבער אלע אישוס אויפ ן טיש אין די פארעם פון עדיטאריעל ארטיקלען אין יעדע צייטונג איז פארהאן אן עדיטאריעל באורד וועלכע באשטייען פון עטליכע ערפארענע דזשורנאליסטן וועלכע מאכן צוזאמען אפ די מיינונגען פון די צייטונג איבער אלע טעמעס וועלכע זענען אויפ ן סדר היום זיי וועלן זאגן אויב דער מעיאר טוט א גוטע ארבעט אדער נישט צי מענטשן האבן גוטע פרנסות צי די רעגירונג האט געטאן ריכטיג צי יענער זאל אנגעקלאגט ווערן און אזוי מיט יעדע טעמע די עדיטארס בעארבעטן אליינס זייער עדיטאריעלן און וועלן אליינס נאכזוכן אלע פאקטן די עדיטאריעלן פארמאגן א באשטימטע בלאט אין יעדע צייטונג וואו עס איז אויך פארהאן פלאץ פאר די מיינונגען פון די לייענער די צווייטע וויכטיגסטע טייל פון עדיטאריעל רוב צייטונגען פארמאגן אויך באשטימטע בלעטער וואו די שרייבער געבן ארויס זייערע מיינונגען אין די אזויגערופענע אפ עד ארטיקלען די עדיטאריעל איז אפגעטיילט פון די נייעס און די צייטונגען רופן עס די אפטיילונג פון שטאט און רעליגיע נייעס איז בלויז די טרוקענע פאקטן און דער עדיטאריעל באשטייט פון מיינונגען א צייטונג וואס פאלט דורך מיט אן עדיטאריעל איז נאך אלץ באגלייבט פאר נייעס עס איז צוויי באזונדערע אפטיילונגען און די צוויי מעגן זיך נישט אויסמישן די נומער בלעטער מער ווי די מינימום אין רוב צייטונגען איז געוואנדן לויט וויפיל רעקלאמעס עס איז פארקויפט געווארן יענעם טאג און נישט לויט וויפיל נייעס עס איז פאראן צו פארציילן א צייטונג איז א ביזנעס וואס זוכט צו מאכן געלט און וועט נישט סערווירן נאר אויב זי פארדניט דערפון אן אויסנאם איז פארהאן ווען עס פאסירט עפעס אויסערגעווענליך דעמאלט וועלן צייטונגען יא צולייגן מער בלעטער און טיילמאל אין א באזונדערע אפטיילונג צו דעקן די אינטערעסאנטע נייעס ווייל דאס איז א טייל פון זייער סערוויס רוב צייטונגען מאכן זיכער צו לייגן מער רעקלאמעס ווי נייעס אין די טעגליכע צייטונג און נאר אין די ענדע וואך אויסגאבע וועלן זיי יא לייגן מער נייעס גרויסע צייטונגען קענען פארמאגן ארום פראצענט רעקלאמעס און דאס איבעריגע איז די לעכל פאר נייעס ווי טייל שרייבער רופן עס אן אלע רעקלאמעס ווערן צוגעגרייט בעפאר די נייעס ווערט געדרוקט און די ארבייטער פון די רעקלאמע אפטיילונג האבן נישט קיין שום השפעה אויף די נייעס אפטיילונג און דאס זעלבע פארקערט אויב א צייטונג פארמאגט בעלעטער וועלן ארום בלעטער ווערן צוגעגרייט מיט רעקלאמעס און די איבעריגע בלעטער וועלן אנגעפילט ווערן מיט נייעס אויף די באשטימטע בלעטער עס זענען פארהאן סארטן רעקלאמעס וועלכע פילן אן די בלעטער די ערשטע זענען די דיספלעי עדס וועלכע פילן אן גאנצע און האלבע בלעטער און קאסטן צענדליגער טויזענטער דאלארן די סארט רעקלאמעס ווערן אריינגעשטעלט דורך גרויסע דעפארטמענט געשעפטן אויטא דילערס און נאך גרויסע ביזענעסער רוב פון די רעקלאמעס ווערן צוגעשטעלט דורך א מארקעטינג פירמעס אויסער די דיספלעי עדס וועלכע זענען די עיקר הכנסה פון א צייטונג איז פאראן קלאסיפייד עדס וועלכע קאסטן עטליכע דאלאר פער רייע און ווערן אריינגעשטעלט דורך פריוואטע מענטשן וואס זוכן צו קויפן אדער פארקויפן עפעס און אויך קליינע ביזנעסער וועלכע גיבן סערוויסעס אדוערטייזן זיך דארט נאכדעם זענען פאראן אינסערטס וועלכע זענען קליינע ביכלעך פון געוויסע פירמעס און ווערן אריינגעשטעלט אין צייטונגן ספעציעל אין וויקענד צייטונגן די פראדוקציע איז אמאל געווען די שווערסטע טייל פון א צייטונג ווען מען פלעגט נאך נוצן די פרעס מאשינען וועלכע איז באשטאנען פון שווערע בלעכן אויף וועלכע עס זענען ארויפגעשטעלט געווארן די בוכשטאבן און דערנאך איז די גאנצע זאך געדרוקט געווארן אויף פאפיר גענוי ווי א פארטיגע זיגל יעדע בלאט האט גענוצט א באזונדערן בלעך און די דרוקעריי איז געווען א גרויסע ארבעט ספעציעל אויב מען האט געוואלט מאכן קאלירט האט מען געמוזט האבן מערערע בלעכן פאר איין בלאט אין די ער יארן איז די דרוקעריי געווארן היסטאריע און מען האט אנגעהויבן נוצן קאמפיוטערירט דרוקעריי וועלכע איז שנעלער ווי איינער וואלט זיך נאר אמאל געקענט פארשטעלן די פרעס פארמאגט נאך אלץ בלעכן פאר יעדן בלאט אבער די בלעכן ווערן געמאכט אין מינוטן און די בלעכך טוען נישט די פרינט ארבעט נאר די טינט גייט צו א ראבערנע ראלער וועלכע דרייט זיך ארום העכער די פאפיר עס זענען פאראן פרעס פירמעס וועלכע טוען די ארבעט פאר די קלענערע צייטונגען און די גרויסע צייטונגען פארמאגן זייערע אייגענע פרעס סיסטעמען וועלכע איז א מאשין אדער עטליכע וועלכע שטייט דריי שטאק הויך די פאפיר לויפט אויף א ראל און נאכ ן פרינטן ווערט עס אליינס צעשניטן און איינגעקנייטשט גרייט צו גיין אזא מאשין קאסט ארום מיליאן דאלאר אבער עס איז ווערט דאס געלט ווען עס קען גרייט מאכן קאפיס אין איין שטונדע אן ארבעט וואס וואלט גענומען ארבעטער שטונדן איינמאל דאס דרוקעריי איז פארטיג און גרייט צו גיין איז פארהאן א באזונדערע דיסטריביושן אפטיילונג וועלכע גיט זיך אפ מיט ן פארשפרייטן די צייטונגען צו אלע סובסקרייבער און געשעפטן רוב גרויסע צייטונגען גיבן ארויס אדער אויסגאבן אין איין נאכט די ערשטע אויסגאבע קומט געווענליך ארויס שפעט ביינאכט און דעקט די נייעס פון איבער ן טאג און ווערט דאס מערסטע פארשפרייט די ערשטע ווערסיע קען גיין איבער א גאנצע סטעיט און אפילו נאך ווייטער די צווייטע אויסגאבע איז די זעלבע זאך מיט אביסל מער נייעס פון די לעצטע שטונדן און דאס ווערט געווענליך פארשפרייט צו ווייניגער פלעצער און די לעצטע אויסגאבע וועלכע קומט ארויס אין די פארטאגס שטונדן גייט נאר אין די לאקאלע סיטי וועלכע די צייטונג סערווירט די אלע ווערסיע ס האבן א באשטימטע צייט יעדע נאכט ווען עס גייט ארויס און ווען עס דארף דערגרייכן די געשעפטן די מענטשן וועלכע פארשפרייטן די צייטונגען ווערן גערופן קעריערס און זענען געווענליך יונגע מענטשן אדער סטודענטן ביי וועמען דאס דינט אלס א זייטיגע פרנסה די קעריערס זענען איינגעטיילט לויט די געגענטער און ווארפן אראפ די צייטונגען צו יעדע סובסקרייבער זייער שנעל און געשיקט זיי פארשפרייטן אויך די צייטונגען צו די געשעפטן און צייטונג קיאסקן וועלכע באקומען דאס די ערשטע אמאל פלעגן צייטונגען ארויסקומען נאכמיטאג און דעמאלט פלעגן די קעריערס ארומפארן אויף ביציקלעך צוליב די טראפיק אבער שפעטער האט מען דאס געטוישט און אלע צייטונגען ווערן פארשפרייט אין די פריע פארטאגס שטונדן ווען עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין אויטאס אויף די גאסן דערפאר גייט עס צו זייער שנעל די סוקסעס פון א צייטונג ווענדט זיך אסאך לויט וויפיל סובסקרייבער זי פארמאגט אדווערטייזער וועלן פארשטייט זיך ליבערשט אריינשטעלן עדס אין גרויסע צייטונגען עס איז פארהאן א ספעציעלע זעלבסטשטענדיגע ארגאניזאציע וועלכע ווערט גערופן די אודיט ביורא אוו סירקולעישן וועלכע באשטעטיגן די נומערן פון צירקולאציע וועלכע די צייטונגען זאגן אז זיי האבן די גאנצע פראדעצור פון א צייטונג געדויערט שטונדן פון אזייגער אינדערפרי ביז אדער אזייגער פארטאגס ווען די צייטונגען גייען ארויס פון דרוק ווערן די אפיסעס ליידיג און שטיל פאר עטליכע שטונדן ביז אזייגער אינדערפרי ווען די שרייבער קומען צוריק אנהייבן דעם גאנצן פראדעצור נאכאמאל פון אנהויב און דאס פאסירט טעג א יאר צייטונגן זענען היינט א וויכטיגן טייל פון אידישן קולטור וויבאלד עס איז די איינציגסטע אפיציעלע קאמוניקאציע פאר די אידישע באפעלקערונגען אין שטעט און אזוי אויך אין דער חסידות עס זענען פארהאן א רייע אידישע צייטונגען אנגעהויבן פון פרייע און געענדיגט מיט גאר עקסטרעמע אידישע צייטונגען ווערן קריטיקירט ביי די סעקולערע וויבאלד די ארבעט פון רעפארטן און שרייבן די ארטיקלען ווערן נישט געמאכט מיט פונטקליכקייט און עס מאכט זיך זייער אפט אז די ארטיקלען פארפירן און געבן פאלשע אינפארמאציע געבויט אויף זייערע פריוואטע אנשויאונגען טייל צייטונגען איבערהויפט די פרומע ווערן שטרענג קאנטראלירט דורך רבנים וועלכע געבן אנווייזונגען פאר די עדיטארס וואס יא אדער נישט צו פובליצירן און דאס ווערט ביי מאנע קריטיקירט מיט די טענה אז דאס איז אין קאנטראסט צו די עצם קאנצעפט פון א צייטונג וועלכע ברויך ברענגען די נייעס טרוקן מיט פאקטן און נישט געוואויגן צו געוויסע מיינונגען אבער די קונדן פון די דאזיגע צייטונגען ווילן אין אלגעמיין נאר דאס און א צייטונג וואס ווערט נישט דורכגעקוקט פון רב אדער ערנסטע מענטש אין וועם זיי האבן צוטרוי וועלן זיי נישט אריינעמען אין שטוב די קלענערע צייטונגען און דזשורנאלן זענען ערגער ווי אלע וויבאלד די ארבעט ווערט געטאן דורך אומגעלערנטע שרייבער און מיינונג זאגער וועלכע פארשטייען ניטאמאל די נייעס בעפאר זיי שרייבן דאס די סארט צייטונגען האבן נישט קיין מיטגלידערשאפט אין קיין איין אפיציעלע מידיא ארגאניזאציע און נעמען גאנצע ארטיקלן אן רשות רבי משה טייטלבוים ה תרעה כו ניסן ה תשסו איז געווען דער אבד פון סיגעט און שפעטער געווארן סאטמארער רבי ער איז געווען א פלומעניק און ממלא מקום פון זיין פעטער דעם אלטן סאטמארער רבי ן רבי יואל טייטלבוים וואס איז געשטארבן קינדערלאז משה טייטלבוים איז געבוירן צו זיין פאטער הרב חיים צבי טייטלבוים דער עצי חיים און זיין מוטער ברכה סימא אין דער שטאט ראצפערט וואס זיינע עלטערן זענען אהין אנטלאפן ביים אויסברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה און איז אויפגעצויגן געווארן אין סיגעט אלס קינד פון יאר איז ער געווארן א יתום פון טאטן און מאמען געווען רב פאר ן חורבן אייראפע אין דער שטאט זענטא יוגאסלאוויע זיין ערשטע ווייב חנה מיט דריי קינדער חנוך העניך חיים צבי און אסתר זענען אומגעקומען ביי דער קריג היד נאך דעם חורבן איז ער קודם געווארן רב אין סיגעט אויף זיין טאטנס און זיין ברודער ס שטוהל ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט אן אוישוויץ איבערלעבער פעסיל לאה טייטלבוים אום כא אדר תשו אין סיגעט ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום גדליה ה תשז עס האט אים שוין אפגעווארט א קהילה פון פיל סיגעטער תלמידים און חסידים קהל עצי חיים סיגעט די קהילה האט שוין פון פאראויס געהאט געקויפט א הויז צו וואוינען און פאר א בית המדרש אויף יוז סטריט דאס איז די סיגעטער שוהל ביזן היינטיגן טאג און אויך די דירה פונעם היינטיגן סאטמארער רבי פון קרית יואל ר אהרן טייטלבוים אין יאר תשכה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק ער האט זיך קודם אריינגעצויגן אויף טע עוועניו און דער סטער גאס וואו עס איז היינט די אלכסנדר שול שפעטער אום יאר תשלב האט ער באנייעט זיין נייעם ביהמד אין דער סטער גאס ער איז געווען א דיין לעניני ממונות יארן לאנג וואו ער האט קודם געהאט זיין אייגענעם ביד נאכער האט ער געדינט אלץ חבר אין די בית דין פון התאחדות הרבנים און אויך א בעל מכשיר פאר מיעל מארט פלייש כו אב תשמ ווען ער איז אלט געווען יאר צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמארער רבין רבי יואל איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס סאטמארער רבי און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך מסתופף געווען ביי אים ער איז געשטארבן אוונט כו ניסן ה תשסו דינסטיג אפריל ער האט דערלעבט זעקס קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלך און איין אור אור אייניקל וואס איז געבוירן אין זיין סאמען לעצטן טאג און טויזנטער חסידים זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער רבי חנוך העניך מאיער אן איידעם ביים קדושת יוט זייערע קינדער מרת חנה מיט אירע קינדער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ דעם צווייטן טאג שבועות ה תשד בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת פעסיל לאה א טאכטער רבי אהרן טייטלבוים פון וואלאווע אן אייניקל פונעם ישמח משה זייערע קינדער כג תמוז תשע איז די רביצין פעסיל לאה נפטר געווארן ביי דער עלטער פון יאר זי איז באערדיגט אינעם סאטמארער אוהל אין קרית יואל מאנרא ווען ער איז געווארן רבי פון סאטמאר איז ארויסגעקומען זיינע חידושים אין א קונטרס פארמאט מהרם טב דורך זיינע חסידים און תלמידים וואס האבן פארשריבן זיינע תורות יעדע וואך ברך משה איז דער נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמארער רבי ן ר משה טייטלבוים זצל און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך הרר נפתלי הירצקא צוויבל חברותא פונעם רבי ן און סאטמארער ראש הכולל וועלכער ער האט אים באאויפטראגט מיט דער הייליגער ארבעט ערשיינונג פון די ספרים דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנה לפק זייענדיג אין דער צייט ווען מרן המחבר זיע האט אויפגעהערט צו זאגן שס תורה ברבים חלק ב שמות איז ערשינען בשנת תשנז חלק ג ויקרא בשנת תשנט חלק ד במדבר בשנת תשסא חלק ה דברים בשנת תשסב מועדים חלק א ימים נוראים ערשינען בשנת תשסח מועדים חלק ב ערשינען בשנת תשע די תורה שרייבער הרר שמואל הכהן פריעדמאן משבק הרר נפתלי הירצקא צוויבל חברותא פונעם רבי ן הרר יעקב ווייס ראש ישיבת פאפא הרר מנחם הירש און בקרוב קומט ארויס די איבריגע חלקים אויף די מועדים און אויף סוגיות השס עפי רוב זיינע חידושים פון פארן קריג איז פארלוירן געגאנגען ביי דער צווייטע וועלט קריג עס איז ארויסגעקומען א ספר מיטן נאמען מילי דמיטב און א הגדה ברך משה זיין לעבנס געשיכטע ווערט אויספירליך באשריבן אויף די יודישע שפראך אין די ספרי ומשה היה רועה זיין לעבן איז געווען אנגעפילט מיט צרות און רדיפות מצד א טייל פון די סאטמארער חסידים וואס האבן נישט געקענט איינשטימען אז מען נעמט אויף א צווייטן רבי אויפן פלאץ פון זיין פעטער דאס איז אנטשטאנד געקומען אין ליכט וואס אסאך זייטיגע רבנים האבן אים נישט פארגינען דעם מלוכה שטול און ווען דער פריערדיגער רבי האט געלעבט האבן זיי זיך נישט געוואגט צו בונטעווען און אזוי אויך איז פאראן מענטשן וואס טענה ן נאך ביז היינט אז קיינער קען נישט איבערנעמען דעם טראן פונעם ערשטן און לויט זיי איינציגן רבי ן דער בעל דברי יואל און וויבאלד זיי האבן פראבירט צו שטערן די הנהגה האט דער רבי נישט געהאט קיין אנדער ברירה נאר זיי מרחק צו זיין פון דער קהילה און פון זיי האט זיך פארמירט די בני יואל באוועגונג ס איז געווען פארשידענע מערכות וואס זיי האבן געפירט מיט אים במשך די יארן די חלב פרשה קרית יואל סקול דיסטריקט און נאך ווען ער איז געווארן אלט האט דער גבאי משה פרידמאן מיט אליעזר קעסטנבוים זיך צעקריגט מיט זיין עלטסטער זון ר אהרן און זיי האבן טאקע אלס נקמה אויסגעניצט דעם רבי נס שווערן געזונט צושטאנד גרויס צומאכן דעם דריטן זון וואס איז געווען ביז דאן אומבאקאנט און שטיל אן קיין שום פירסום זיי האבן אים געברענגט פון ירושלים צו זיין רב אין וויליאמסבורג און דערנאך געמאכט אלס רבי אזוי ארום צוריק ברענגענדיג די שונאים פון דעם טאטן זאלן זיך פאראייניגן קעגן די חסידים פון טאטן וואס זענען יא פארבליבן ביים עלטסטן זון טראץ דעם הערשן גרויסע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די בני יואל צי מען זאל שטיצן רבי זלמן לייב אדער נישט דער איד איז א אידיש שפראכיקע סאטמאר זאליס צייטונג אריגינעל געגרינדעט דורך ר אהרן ראזמארין זל סאטמארער חסידים האבן דאס פון אים אפגעקויפט אין תשטו אין די אנהייב יארן איז זי דערשינען איינמאל אין צוויי וואכן שפעטער האט ר חיים משה שטויבער זי ארויפגעארבעט ווי א צײטונג מיט אלערליי וועלט נײעס און אנגעהויבן צו דעררשײנען וועכנטליך דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער און שריפטשטעלער ר אוריאל ציממער ארויסגעבער פון א השקפה ביכל קעגן ציוניזם שפעטער האט דער סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים געשטעלט ר בערל פרידמאן זון פון ר ליפא פרידמאן אלס רעדאקטאר דער איד איז יארנלאנג געווארן געדרוקט דורך דײטש פרינטינג וואס איז אנגעפירט געווארן דורך ר סענדער דייטש ר סענדער איז אויך געווען איר לאנגיעריקער רעדאקטאר אין די אנהייב ער יארן האט משה גבאי איבערגענומען דאס גאנצע ווירטשאפט דערפון ממילא דינט דאס די אינטערעסן פון ר זלמן לייב טייטלבוים אנטקעגן ר אהרן טייטלבוים נאכדעם וואס דער איד האט אים געבויט פאר די פארטייישע לייענער יארנלאנג דער איד איז פאר יאר געווען די איינציקע אידישע צײטונג פאר חרד ישע אידן אין אמעריקע אין האט ר אברהם פרידמאן זון פון ליפא פרידמאן איבערגעלאזט דער איד און האט זיך געעפנט אן אייגענע צײטונג מיטן נאמען די צייטונג און יאר תשס עטוואס נאך דער סאטמאר מחלוקת האט אויסגעבראכן האבן די אהרונים געעפנט אן אייגענע צײטונג דער בלאט אויפן זעלבן סאטמארער אנטי ציוניסטישן סטיל ווי דער איד איר היינטיגער רעדאקטאר איז ר אהרן פרידמאן אבער די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך ר משה לייב דייטש ווי ער שרייבט די רעגלמעסיגע עדיטאריעלס צו ווי ער שפאסט און רייסט אראפ דעם סאטמארער רבי פון קרית יואל ר אהרן טייטלבוים מיט זיינע חסידים פון אירע שרייבער איז ר וואלף דייטש און זיין טאטע ר שמואל אהרן דייטש וואס ער איז א זון פון איר לאנג יעריגער רעדאקטאר ר סענדער דייטש אויך לויפן וואכענטליך ארטיקלן פון דעם באקאנטן חרדישן שריפטשטעלער ר הערשל פרידמאן וואס איז א ברודער פון איר רעדאקטאר ר אהרן פריעדמאן אונטערן פענע נאמען פ הירש און באבד און נאך נעמען דער איד אפט האט ארטיקלען װאס מאכן װיצן פון אלגעמײנע אידן װאס געהערן צו דער אגודה און ציוניסטישע קרייזן סאטמאר איז א חסידות וואס איז געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים רב אין סאטמאר זיבנבערגן היינט וואוינען די חסידים בעיקר אין וויליאמסבורג ניו יארק און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא ניו יארק ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אנדערע פרומע יישובים איבער דער וועלט זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקן קעגנזאץ צו ציוניזם וואס רבי יואל האט שטענדיק שטארק געשטורעמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישן און רומענישן אפשטאם סאטמאר איז א גרויסע שטאט אין טראנסילוואניע היינט אין ראמעניע דארט וואו עס האבן געוואוינט טויזנטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן אין די יארן נאך דער ערשטער וועלט מלחמה אין יאר ה תרפח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב רבי אליעזר דוד גרינוואלד דער קרן לדוד איז דאן ווידער ערוועקט געווארן דער געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל טייטלבוים פאר רב רבי יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגערס און חסידים נאך געציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז רבי יואל אויפגענומען געווארן פאר רב און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט אין יאר תרצד אין סאטמאר האט רבי יואל געפירט א גרויסע ישיבה ער איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע ווען מ האט אין ניסן ה תשד קאנצערטרירט די סאטמארער אידן אין געטא און זיי שפעטער ליקווידירט אין דעם טרויעריג בארימטן פארניכטונג לאגער אוישוויץ היד רבי יואל טייטלבוים אן אייניקל פונעם ישמח משה פון איהעל דער מייסד פון סאטמארער חסידות איז נסתלק געווארן אום כו אב תשלט און זיין ציון איז אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל זיין ציון איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלומעניק רבי משה טייטלבוים וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל ען צו דער הייליגער תורה אימפעריע בכל קצווי תבל רבי משה טייטלבוים דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות איז נסתלק געווארן אום כו ניסן ה תשסו און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל נאך זיין פטירה האבן איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן מהר א אין קרית יואל און זיין דריטער זון רבי זלמן לייב מהריי אין װיליאמסבורג סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם רבי יואל טייטלבוים דער סאטמארער רבי סאטמאר איז דער נאמען פון א שטאט אין זימבערגן וואו דער אדמור איז געווען רב נאכ ן אנגעקומען אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע און זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבן צו בויען מוסדות און נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר דאן א קליין בית המדרש ל אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים סאטמאר איז באקאנט אין דער וועלט פאר זיין אומ פשרה דיגן דרך און שטארקן אנטי ציוניזם סאטמאר ס פשרה לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר רבי הלל ליכטענשטיין און די אונגארישע קנאות איבערהויפט סאטמאר האט באוויזן נאכ ן קריג אויפצושטעלן אין אמעריקע א פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגאניזאציעס פאר חינוך און געזעלשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע רבי שע הויפן איבער דער וועלט א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאנצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק די סאטמארער רביצין אלטא פייגא האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויסבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס איז היינט רבי יואל און אלטא פייגא האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין שווערע אומשטענדן צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט רב טוב ביקור חולים און נאך פיל אנדערע סאטמאר פארמאגט היינט באזונדערע קהלות און מוסדות פאר אלע יארגענג אריינגערעכנט כוללים פאר אינגעלייט אין רוב חרדיש ע געגענטער וויליאמסבורג קרית יואל בארא פארק מאנסי קרית יטב לב לייקוואוד מאנטריאל לאנדאן אנטווערפן מאנטשעסטער ירושלים בני ברק און נאך אזוי אויך פארמאגן ביידע קהלות קעמפס פאר אלע יארגענג סאטמאר האט זעקס בתי חיים דאס ערשטע איז געווען אין לאנג איילענד דערנאך האט מען געקויפט אין ניו דזשערסי נאך דער פטירה פון רבי יואל האט מען מחדש געווען אין קרית יואל שפעטער ביי דער סאטמארער חלוקה האבן די חסידים פון מהריי מחדש געווען א נייע ביהח הארט נעבן דעם אלטן בית החיים אויך האבן די חסידים פון מהריי אפגעקויפט א נייע חלקה אין ניו דזשערסי די רבנים פון דעם חסידות אין ארץ ישראל זענען דייני ורבני סאטמאר קהלות מהרא הרב מנחם מענדל טייטלבוים עלטסטע זון פון רבי אהרן אבדקק ורמ ווילאמסבורג הרב בעריש מייזליש אבדקק סאטמאר בפ הרב שלום אליעזר טייטלבוים אבדקק עוו בפ ונשיא כולל עצי חיים ד סאטמאר בני ברק הרב געציל בערקאוויטש דומץ קרית יואל הרב משה פרידמאן דומץ בארא פארק הרב אברהם הערש וואזנער אבדקק ודומץ מאנסי הרב משה מנחם ווייס אבדקק סאטמאר לאנדאן הרב מאיר מארקאוויטש מוץ סאטמאר לאנדאן הרב יחזקאל אינזליכט מוץ סאטמאר לאנדאן הרב מאיר וויינבערגער אנטווערפען הרב בנציון לאוב מוץ סאטמאר ווילאמסבורג הרב צבי ארי בערנשטיין מוץ ובעל מכשיר מהרא מצה בעקריי בוויליאמסבורג הרב שלמה זאבעל מוץ ביהמד בית דוב קרית יואל הרב אונגאר סאוט הרב שלום טייטלבוים ראהכ בכולל עצי חיים בני ברק ודומץ קרית ויואל משה מאנטיסעלאו הרב אפרים שמעון לייכטאג דיין בארא פארק ובעל מכשיר בבית השחיטה ד סאטמאר לגסות חסיד נלהב למהרא מסאטמאר סאטמארער דיינים ורבנים קהלת מהריי הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב ד סאטמאר הרב משה מנחם טירנויער דומץ סאטמאר מאנטריאל הרב שלמה לייב וויינבערגער פייעא רב חבר הבידץ וראש הכולל הרב זלמן לייב פילאף חבר הבידץ הרב חיים דוד כץ דומץ בארא פארק חבר הבידץ הרב ארי ראזענפעלד דומץ קרית יואל הרב חידו ווייס דומץ סאטמאר אנטווערפן הרב יעקב יצחק פאללאק מאנטשעסטער הרב ברוך נתן האלברשטאם אבדקק סאטמאר לאנדאן הרב הערשל שנעק מוץ סאטמאר לאנדאן הרב אליעזר מרדכי שטאלצבערג מוץ סאטמאר לאנדאן הרב משה פאללאק מוץ סאטמאר לאנדאן הרב אהרן שמואל פאדווא מוץ בארא פארק הרב לייבוש פרידמאן דומץ ביהמדר הגדול וויליאמסבורג הרב חיים קלמן גוטמאן דומץ סאוט הרב ברוך אברהם פרידמאן דומץ העריסאן הרב יצחק רויזענבערגער חדבן רב ב ליע גארדענס הרב יחזקאל טייטלבוים דומץ קליימער הרב פנחס לייב כץ דיין טראפ ביהמד הרב משה ארי ליבערמאן מוץ הרב לעמבערגער מוץ אנטווערפין הרב פרידמאן מוץ אנטווערפין הרב שמעון כץ דומץ מאנסי הרב יודא לייב ניימאן מוץ מאנסי הרב יוסף ברוך יונגרייז ראש הכולל מאנסי הרב יהושע לערנער מו ץ מאנטריאל הרב יוסף שטראסער מו ץ מאנטריאל הרב יואל מאסקאוויטש מו ץ מאנטריאל הרב יואל גאלד מו ץ קרית יטב לב הרבנים וראשי ישיבות מקהלות סאטמאר וואס לעבן נישט רבי נתן יוסף מייזעלס ראש ישיבת ומנהל סאטמאר ואבדקק סאטמאר לאנדאן הרב שמעי שווארץ ממאנטריאל רבי כץ רב פון ריסקווע און פון סאטמאר קרית יואל בני ברק רבי משה ארי פריינד גאבד העדה החרדית רב און ראש ישיבה פון סאטמאר אין ירושלים רבי שמעון ישראל פויזענן משאפראן ראש ישיבת סאטמאר נפטר תשכח רבי רפאל זילבער רב פריימאן ראש ישיבת סאטמאר רבי משה יאזפאוויטש רב צלותא דשלמה ראש ישיבת סאטמאר רבי אברהם לייטנער רב מאנטיוודיעא וראש ישיבת סאטאמר רבי משה דוב וויינבערגער רב פון פייעא ממקרובי רבי יואל הרב יוסף אשכנזי גבאי ואיש סודו פון רבי יואל רבי יונה פילאפף ראש ישיבת סאטמאר קרית יואל עד יומו האחרון רבי מענדל רובין רב פון מוזשיי מנהל סאטמאר בארא פארק רבי ברוך מילער ראש כולל בקרית יואל אויך כא כסליו תשלו און ארץ ישראל תשכה משה פרידמאן באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי איז געווען דער לאנג יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ן ר משה טייטלבוים זצל און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי ן פון וויליאמסבורג ר זלמן לייב טייטלבוים שליטא אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין ברוקלין ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אליעזר קעסטענבוים און ברוך מרדכי אקערמאן היינט באקאנט אלץ ר משה ס וויכטיגע שטיצערס ר משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א פארווערטס טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבונגען אויף סאטמאר אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר האט אים דער סאטמארער רבי אויסגעקליבן אלס גבאי צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ ן אלוועלטליכן סאטמארער חסידות ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואקסן אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך אייזיק לעפקאוויטש אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן יארן לאנג איז ר משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט דעם עלטסטן זוהן פון סאטמארער רבי דער קרית יואל ער רב רבי אהרן טייטלבוים מיט וועם ער האט געארבעט האנט ביי האנט פאר די אינטערעסן פון די סאטמארע קהלה דאס האט אים אויך געברענגט געוויסע מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה בפרט אין קרית יואל וואו ער איז געווען רב שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט ווייל ר אהרן האט נישט געוואלט פאלגן משה גבאי האט איהם משה געזאגט אז אויב וועסטו מיך פאלגן וועט אלעס פארן אויב נישט וועסטו אויסזעהן אזוי ווי דאן שוואגער ר ישראל האגער וואס האט דעמאלט געדאווענט און א בעיסמענט קוים מיט מנין און אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן איז רבי זלמן לייב טייטלבוים געברענגט געווארן אין יאר תשנט דורך זיין פאטער דער ברך משה וועלכע האט צילוב זיין פארעלטערטקייט און שוואכע געזונט צישטאנד נישט מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זיין קהלה צו דינען אלס רב פאר דער וויליאמסבורגער קהילה דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי אהרן טייטלבוים און זיינע נאכפאלגער אלס א פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר אהרן וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן דעם ברך משה און ר אהרן שליטא א חלק פון זיי זענען געווען די בני יואל און א חלק וואס האבן סתם נישט ליב געהאט די הנהגה פון דעם ברך משה זענען אריבערגעגאנגן צו ר זלמן לייב ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענער און האט קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות צו דעם טאטע ס הנהגה דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רבי ס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רבי ס דאס האט פאסירט ביי ר יוסף אשכנזי דער גבאי פון ר יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר משה טייטלבוים דאס האט אויך פאסירט אין קארלין סלאנים און נאך די שטיצער פון ר אהרן באשולדיגן ר משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון אלצהיימערס קרענק לע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן ס פערזענליכע אינטערעסן משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט אויף צו ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען פולקאם געזונט און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן היינט צוטאגס איז ער דער גבאי ביים סאטמארער רבי ן פון וויליאמסבורג ר זלמן לייב טייטלבוים שליטא צוזאמען מיט הרב שמואל טייטלבוים וואס ווערט אויך אנגערופן שמואל גבאי צו זיין א גבאי פון א גרויסן אדמור קען אסאך מאל זיין דער שטערקסטע פאזיציע און א חסידות ממש במקום דער רבי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין סאטמאר ווי ר משה פרידמאן האט זיך ערווארבן אין די לעצטע יארן פונעם רבי ן וואס דער רבי איז נישט געווען אין דעם בעסטן געזונט צושטאנד האט ר משה געפירט אלץ ר משה פרידמאן האט אויך געהאט פארשידענע פערזענליכע באקאנטע סיכסוכים וואס דער רבי איז מיטגעשלעפט געווארן און אין א געוויסע אינצידענט איז ער איבערגעפארן געווארן מיט א קאר שיער צום טויט דורך א מיטגליד פון די לעפקעוויטש פאמיליע צוליב א סכסוך מיט הייזער און געביידעלעך אויך איז ר משה באקאנט אלס א גבר אלים און א שטייפער מענטש וואס שרעקט זיך פון גארנישט ווי למשל ווען עס זענען פארגעקומען די דאפלטע וואלן אין סאטמאר איז ער געקומען זיך שלאגן מיט די אהרונים ער איז פרעזידענט פונעם װאכן בלאט דער איד דאס דינט אים אויך אין זיין מערכה צו באגראבן די ארונים הגם די ארונים האבן טאקע געעפנט אן אייגענע צייטונג קאנקורענט דער בלאט קענסער אויך ראק קאנסער קרעפס אין דאקטוירישער שפראך בייזוואוקס איז א קראנקייט ווען עס פאסירט א ניט קאנטראלירטע צו וואסקן זיך פון קעמערלעך צעלן און זיי טוען אדער ארײנדרינגען אין דערנעבנדיגע געוועבן אדער געפירט ווערן צו אנדערע ערטער אינעם קערפער און דארט זיך צו וואקסן מעטאסטאסיס דאס איז ווען די קענסער קעמערלעך ווערן געפירט דורכן בלוט אדער לימפע סיסטעם רוב קענסערס וועלן פארמירן א שטיק קענסער קען ערשיינען ביי מענטשן פון יעדן עלטער נאר די ריזיקע גייט ארויף מיטן עלטער ווערן לויט דער וועלט געזונט ארגאניזאציע פון אלע טויטפאלן אויף דער גארער וועלט קענסער איז די שנעלסטע שטייגנדע קרענק עס איז געשאצט אז ביזן יאר וועלן לע זיין קענסער ליינדנדע גלאבאל מיליאן קראנקע אין אמעריקע אליין פער יאר און פון זיי וועלן לכאורה שטארבן אריבער זעקס הונדערט טויזנט פערזאנען פער יאר דעס איז דאך א הימל שפאלטנדע ציפער עפעס וואס די וועלט קען נישט שטיין גלייכגילטיג זיך צוקוקן דערצו און צושטימען בלינדערהייט ווי דער ביטערע מחלה רייסט שטיקער פון די מענטשהייט צו מאכן בקיצור דעם שרעקליכן ציפער איינער פון צוויי מענער איינע פון דריי פרויען און איינער פון צען קינדער וועלן הערן דעם שרעקעדיגן ווארט פון א ווייס קיטל דיגן דאקטאר איר האט קענסער אין משך פון זייער לעבן דעס איז דער שאצונג פון די אמעריקען קענסער סאסייעטי קענסער איז א קראנקייט וואס ווי אינעם קערפער ער ערשיינט איז ער אן אומקאנטראלירטע פארמערונג פון קעמערלעך דאך אין דער מעדיצינישער שפראך ווערט ער איינגעטיילט אויף אסאך קראנקהייטן געווענליך וועט ער ווערן אנגערופן לויט דעם קעמערל פון וואנען ער האט זיך פארשפרייט לויט דעם נאציאנאלן אינסטיטוט פאר קרעפס פארשונג ענגליש אין גרויס בריטאניע זענען געווען פון קרעפס פטירות אין גרויס בריטאניע ביז וועגן לונגען קרעפס וועגן געדערעם קרעפס וועגן ברוסט קרעפס וועגן פארשטייערדריזן קרעפס ענגליש דײטש אבער די פינאנצירונגן פאר די פארשונג קעגן די פארשידענע קרעפס סארטן זענען אונטערשידליך לונגען קרעפס פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט מיליאנען פונט געדערעם קרעפס פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט מיליאנען פונט ברוסט קרעפס פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט מיליאנען פונט פארשטייערדריזן קרעפס פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט מיליאנען פונט סימפטאמען ענדערן זיך לויט דעם ארט וואס דער געוואוקס געפינט זיך און לויטן טיפ פונעם צעל און ווי ווייט דער געוואוקס האט זיך שוין פארשפרייט און ווי ווייט ער איז אריינגעדרינגען אין די ארומיגע ארגאנען און זיי געשעדיגט אבער טיילמאל וועט זי אינגאנצן נישט ברענגען קיין סימפטאמען אפילו ער איז שוין א גרויסע געפאר פארן קערפער די אפטיילונג פון רפואה וואס גיט זיך אפ מיט קענסער ווערט אנגערופן אנקאלאגיע און ווען א פאמיליע דאקטער וועט פארדאכטן אז א מענטש ליידט פון קענסער וועט ער דעם פאציענט רעקאמענדירן צו זען א אנקאלאג וואס וועט פאר אלעם באטראכטן די סימפטאמען און אויב איז פאראן אן ערנסטער פארדאכט אויף קענסער וועט ער דאס פעסשטעלן מיטן הילף פון א פאטאלאג וועט ער וועט ערשטנס נעמען אן אינערלעך בילד פונעם קערפער צי א אדער א נאכדעם וואס ער באשטעטיגט דורכן בילד אז עס איז טאקע פאראן א אומגעוואונטשענער געוואוקס דארף מען נאכגיין צו וויסן צוויי וויכטיגע פונקטן די צוויי פונקטן זענען איינס צי איז דאס א וואקסנדער קענסער אדער א שטילער קענסער צוויי פון וואנעט איז דער מקור פונעם געוואוקס ד ה פון וואספארא צעל האט ער זיך צושפרייט דאס ווערט געטון דורך בודק זיין א צעל פונעם געוואוקס דער צעל ווערט ארויסגענומען דורך א ביאפסיע מוסטער פון א לעבעדיקן מענטש אדער כירורגיע מוסטער דורך אן אפעראציע אויך א בלוט פראבע וועט ווערן באנוצט אין געוויסע פעלער צו דיאגנאזירן קענסער דערווייל ווערט קענסער באהאנדלט מערסטנס מיט כעמאטעראפיע ביי גרעסערע געוואוקסן און ביי קלענערע געוואוקסען באשטראלונג טעראפיע און טיילמאל אויך דורך אויסשניידן ביי אלע אויבערדערמאנטע באהאנדלונגען וועט דער פאציענט זיין אונטער א דרקטוירישע אויפזיכט ביז יאר נאך די ענדע פון די באהאנדלונג צוליב מורא עס זי וועט צוריק קומען אבער עס זענען אויך פאראן נאך פארשידענע באהאנדלונגען די הצלחה פון דער באהאנדלונג ווענדט זיך אין פארשידענע פאקטארן פון זיי ווי פרי ס איז דערקענט געווארן אינעם סארט קענסער ד ה ווי ווייט דער סארט קענסער צעל טוט צוגיין דורך כעמאטעראפיע אבער מען דארף אויך שטארק נעמען אין באטראכט דער כלליותדיגער צושטאנד פונעם געזונט פון פאציענט דאס איז צוליב ווייל כעמאטעראפיע האט גאר שטארקע זייטיגע אומגעוואונטשענע ווירקונג און דאס אלץ איז נאר ווען די ארגאנען זענען נישט געשעדיגט געווארן ווייל אויב זיי זענען שוין געשעדיגט געווארן איז שוין דא א פראגע צי קען מען בכלל לעבן אן דעם ארגאן ווייל עס איז נישט פאראן קיין מעגליכקייט צוריקצושטעלן א געשעדיגטן ארגאן אויסער דורך אן איבערפלאנצונג אבער געווענליך ווערט דאס נישט געמאכט אין פאל פון קענסער וואס מער דער פארשריט וואס די וויסנשאפטלעכע פארשונגען מאכן אלץ מער ספעציפיש ווערן די באהאנדלונגען לויטן טיפ קענסער פאר א סך מיני ראק זײנען שוין פאראן רפואות וואס צילעווען ספעציפישע קענסערס אומבאהאנדלטערהייט קענען קענסערס דערפירן צו ערנסטע שאדן אינעם קערפער און אויך צו טויט כאטש נישט אין יעדן פאל דאס ניט רעגולירטע צעוואקסן זיך וואס איז כאראקטעריסטיש פאר קענסער ווערט ארויסגערופן דורכן שאדן צו די ען איי וואס דערפירט צו מוטאציעס אין גענעס וואס קאדירן די פראטעינען וואס קאנטראלירן די קעמערלעך צעלן צעטיילונג א סך מוטאציעס קענען זײן נייטיק צו פארוואנדלען א נארמאל קעמערל אין א בייזוווקסיק קעמערל די מוטאציעס קענען ארויסגערופן ווערן דורך כעמיקאלן אדער פיזישע גורמים וואס הייסן קארצינאגענען דורכן אויסגעשטעלט ווערן אויף ראדיאאקטיווע מאטעריאלן אדער געוויסע ווירוסן וואס קענען ארײנגעבן זייער די ען איי אין מענטשלעכן גענאם די מוטאציעס קענען געשען סתם אדער קענען איבערגעגעבן בירושה דורך מוטאציעס אין די אייער אדער זרע די ען איי א סך פארמעס קענסער זײנען פארבונדן מיט סביבהדיקע פאקטארן ווי למשל טאבאק רויך באשטראלונג אלקאהאל און געוויסע ווירוסן כאטש טייל פון זיי קען מען אויסמײדן איז נישטא קיין אופן אין גאנצן צו פארמײדן די קראנקייט און פאלקסגעזונט פראגראמען ווי צב וואקצינירונג זײנען וויכטיק איבער דער וועלט צוליב איר גרויזאמע פאלגן ווערט די קרענק אנגערופן אין פאלקס שפראך יענע מחלה אדער יענע מעשה דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אהרונים נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי אין האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט מיטן גרינדונג פון דער בלאט האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידות ן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ דער אייגענטימער פון דער בלאט איז א יונגערמאן אלימלך דייטש אן איידעם ביים בארימטן זאמלער ר דוד לייב גרינפעלד און פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער רבי ן ר אהרן טייטלבוים שליטא דער רעדאקטאר איז שמואל ווידער דער בלאט ס אידעאלאגיע איז ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר זיין אויף קנאות און אז נישט כאטש צולייגן אביסל טועמיה מיט פעפער למשל מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפן איהר פלאץ אויף די פאדערשטע זייטן צולייגט אז ס האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענער מאגאזין די געמישטע שווים באסיין באשריבן בכלומרשט אלץ עטרת אברהם און נאך דראמאטישע פארזעצונגען טשיקאווע געשיכטעס און ווי מער אויפרייסעריש און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידעאלאגיע ווען ס איז נויטיג לעצטנס האבן זיי נאכקאפירט דעם איד און אויך אנגעהויבן צוטיילן די צייטונג אויף מערערע אפטיילונגען צוערשט האבן זיי אפגעטיילט די בילדער דערנאך האט מען געמאכט אן אפטיילונג פון אינטרעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען דער אוצר און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן פון פארשידענע קהילות און מוסדות פונעם הויפט בלאט אונטערן נאמען ציבור אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן זומער אפטיילונג ארוינים זײנען די חסידים פון רבי אהרן טייטלבוים דער עלצטער זון פון רבי משה טייטלבוים בעל ברך משה פון סאטמאר זצל זיי זענען געשוואוירענע אנהענגער פון רבי אהרן טייטלבוים און שטיצן אים אלס דער אפיציעלער ממשיך דרכו פון סאטמאר אדמורות נאכן טאטן ס שטארבן לויט וואס זיי טענה ן עס איז א צוואה איבערגעגעבן בעל פה דורך עטליכע מענטשן ווי ער באפעלט אז מען זאל נישט גלייבן זיינע צוואות בכתב טראץ דעם וואס זיינע קעגנער באשולדיגן אים מיט א שלעכטקייט אדער טיפשות היסטאריע ווערט עס דורך זיי שארף אפגעלייקנט דער לאיאלער פארברענטע עקשנות איז אויסגעפארעמט געווארן אין פייער פון מחלוקת וואס האט געבוזשעוועט דורכאויס די לעצעט דרייסיג יאר אפילו בחייו פון ערשטן סאטמאר רבי וואס מ האט גערודף ט רבי משה טייטלבוים אז ער איז נישט גענוג פרום און אז ער איז זיך משדך מיט א אגודה סט פון דארטן איז מען געגאנגען צו פלייש פרשה צום קאשוי רב ס כסדר דיגע קריטיק און צום סקול דיסטריקט פרשה און אזוי ווייטער צענדליגע קאנטראווערסיעס וואס די חסידים זענען געווען אויסגעטיילט צו בושות און קריטיק צו פארענטפערן און זיך שלאגן פאר די הנהגה דער טיפישער ארויני איז אפשר נארמאל און באשיידן אבער עס איז זיכער דא א מיעוט וואס זענען פארביסענע שלעגער וואס האבן זיך געשלאגן און דיריגירט אנדערע פאר די פארטיי אינטערעסן די לעצטע יאר און אזא מענטש איז געוויינליך נישט קיין רואיגער וואולער אדער סאלידער אפילו אזוי בלייבן זיי מיט נאמנות צו זייער פלאץ די צרות מצד די זאליס בני יואל וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן און דאס האלט צוזאמען די ארוינים טראץ אלע שוועריגקייטן אפילו לויט זייערע גרעסטע שונאים ציילן זיך די ארוינים אין די צענדליגער טויזנטער טראצדעם וואס משה גבאי האט נישט געלאזט דעם אלטן טאטן רבי משה טייטלבוים קומען צו די חתונות פון ר אהרן האבן זיך דארט באטייליגט טויזענטער מענטשן אריינגערעכנט איבער טויזנט געסט פון דער גאנצער וועלט בני יואל זענען סאטמארער חסידים וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל וואס נאך דער פטירה פון ערשטן סאטמארער רבי ן רבי יואל טייטלבוים האבן זיי נישט געוואלט זיך אונטערווארפן זיין נאכפאלגער דער ברך משה זיע היינט צוטאגס אנערקענען טייל פון זיי יא דעם ר זלמן לייב טייטלבוים אלס סאטמארער רבי כאטש זיי זענען פון דעם ערשטן מינוט פון דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים נישט געווען קיין חסידים פון דעם נייעם ממלא מקום האבן זיי זיך אייגענטליך נישט זיך געטיילט פון סאטמאר אסאך פון די בני יואל זענען יא נאכגעגאנגען נאך דעם נייעם ממלא מקום אבער זיי האבן נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין ממלא מקום נאר ווען זיי האבן געשפירט אז מען צווינגט זיי צו זיין חסידים פונעם ברך משה און פון זיין זון רבי אהרן טייטלבוים דאן האבן זיי זיך געטיילט די בני יואל טענה ן אז געשען איז עס ווען עס איז געקומען צו א מצב אין קרית יואל אז ווער עס איז א סאטמארער חסיד מוז זיין א חסיד פונעם ברך משה אדער האט ער א ברירה אוועק צו ציען פון קרית יואל דאס הייסט כאטש עס זענען געווען קעגענערס אין סאטמארער קהילה אין אנדערע שטעט נישט בלויז אין קרית יואל אבער איבעראל איז אזוי געווען אז ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געהאט א ברירה אוועק צו גיין פון דעם בית המדרש פון סאטמאר און ווערן א צווייטער חסיד אבער אין קרית יואל ספעציעל נאך דעם וואס דער ברך משה האט געמאכט זיין זיהן רבי אהרן רב אין שטאט האט מען נישט געקענט גיין ערגץ אנדערש די צענטראלע קהילת אין קרית יואל האט נישט געלאזט עפענען קיין בתי מדרשים און נישט קיין תלמידי תורות און נישט קיין ישיבות יעדער איינוואונער פון קרית יואל האט געמזוט דאווענען אין א בית המדרדש וואס איז אונטער דאס חסידות פונעם ברך משה ער האט געמוזט שיקן זיינע קינדער אין די צענטראלע תלמוד תורה וואו דער ברך משה מיט זיין זיין זיהן רבי אהרן זענען געווען פולשטענדיגע בעלי בתים און מען האט דארט געלערנט אז דער ברך משה און זיין זיהן זענען די ריכטיגע פארטרעטערס פון רבי יואל טייטלבוים אט דאס האבן אסאך איינוואונערס נישט געוואלט אננעמען זיי האבן געוואלט דאווענען און שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו נישט רבי אהרן טייטלבוים איז דער ווארט זאגער פאר די חינוך פון זייערע קינדער פון די אנדערע זייט טענה ן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז די סאטמארער שטעטל געגרינדעט געווארן על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהלה און איין רב און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות און איש כל הישר בעניו יעשה נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע ווי איין רב איז געווען דער מרא דאתרא פון די גאנצע שטאט און אויך ווי מען זעהט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדא ווי למשל סקווירא טאהש קאשוי וכדומה איז דארט קיינעם בייגאפאלן צו טענה ן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהלה און טאהש וכדומה ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהלה אין די שטעטל איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה ומה הועילו חכמים בתקנתם דעריבער האט די קהלה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דאס שטעטל בשארית כוחותיו די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג נאר די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געווען אויב ביסטו אפגעהיטן פון ציונות און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט די הלכה כשרות צניעות מנהגים דאן מעג יא זיין כלערעליי קהילות שונות ומשונות א ראי דערצו איז די שטאט סאטמאר אין אייראפע ווי רבינו יואל איז זיכער געווען דער פולטשענדיגער בעל הבית דאך איז דארט געווען בתי מדרשים פון אלע ערליי חסידים ווי ווישניץ קיוויאשד ר חיים על בן ר שלום אליעזר און נאך אזוי איז געווען שטעטלעך אינדערהיים אין אייראפע וואו עס האט עקסזיסטירט אלע ערליי בתי מדרשים אין די גרויסע שטעט איז געווען אסאך ישיבות יעדער תלמיד חכם און ראש ישיבה האט געקענט זיך אויפמאכן א ישיבה און תלמיד תורה ווי עס ווערט אזוי גע פסק נט אין שולחן ערוך הל תלמוד תורה יורד סי רמה דערמיט וואס עס איז דא נאך א תלמוד תורה און נאך א ישיבה אין קרית יואל ווערט דערמיט נאך נישט בטל דער גאנצער רעיון פון רבינ ס שטעטל און דעריבער האט טאקע נישט בני יואל געמאכט קיין שפלינטער קהלה אין דעם שטעטל נאך געמאכט בתי מדרשים און ישיבות ביז מען האט זיי צוגענומען זייערע חזקות אין דער אלטער קהילה און זיי גע אסר ט דריסות הרגל האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט מאכן א אייגענע קהילה דער חילוק צווישן קרית יואל אין סקווירא טאהש קאשוי און אזוי אנדערע שטעטליך איז ווייל אין קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין שטיקל ערד און זיין הויז עס געהער אויסדריקליך פארן קויפער ליגאל און תורה דיג איז עס זיינס דעריבער האט ער רעכטן לויטן שולחן ערוך און לויט די דינא דמלכותא פון די לאקאלע גאווערמענט בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר אהרן צו פון ר זלמן לייב וועגן דעם אויך דער דינא דמלכותא און דער דין אין שוע זאגט אז ער מעג אויפמאכן א ישיבה מעג ער דערנאך מאכן א ישיבה ווייל ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט די חסידים פון ר אהרן טענה ען אז עס לגמרי נישט דומה לנידן דידן איינס ווייל די שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט מיט כל מיני סארט אידן דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט עס האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא ארויפצווינגען זיינע מנהגים ומסורות אויף אזא געמישטע שטאט אפי דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע אידישער ישוב ווי עס איז געווען גארנישט על דעת דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל עפ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעהב ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט איין תת אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי צווייטענס אפי אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק אזא גאטונג ווי ס דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן משאכ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין און שרייען איני מכיר אויף אזא מין רעיון ווי א מרא דאתרא אין קרית יואל כדי נישט צו האבן קיין שום שעובד צום די קהלה און דער רב ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן ממילא בכגון דא איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי ס מטרה איז געווען ווייל אויב ס הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין דעקעגן ענטפערן די חברי בני יואל אז די אלע זאכן זענען נישט ריכטיג ווייל אויב מען קוקט אריין אין די בריוו און די טענות וואס די חברי בני יואל האבן געשרבין בשעתו בשעת זיין האבן זיך געגרינדט זיי האבן געשריבן בראשורן בריוו צו די דיינים ר ישראל חיים מנשה ר געציל און ר משה מנחם טירנויער און נאך וועסטו זעהן לגבי דעם וואס מען טענה ט אז עס איז קיינעם עולה געווען על הדעת אז דער רבי גייט זיין דער אוסשליסליכער בעהב אין סאטמאר איז נישט ריכטיג ווייל דער רבי איז טאקע יא געווען דער אויסשליסליכער בית הבית אין שטאט סאטאמר נאר עס האט איהם נישט געבאדערט אז עס עסקזיסטירט נאך א אנדערע קהילה אין סאטמאר און דערפאר טאקע האט ער געהאט א אייגן חסידיש ביהמד וואס איז געווען אנדערש ווי די גאנצע שטאט דעס איז נישט קיין טענה אז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי דאס איז נישט ריכטיג דאס קען מען טועהן אין א קהילה וואו עס איז דא פופציג הונדערט צוויי אדער דריי הונדערט משפחות אבער נישט קרית יואל ווי עס איז דא דריי אבער פיהר טויזנט משפחות די קענסט נישט צווינגען טויזענטער משפחות זאלן זיין חסידים פון א רבי נאר אויב זיין ווילן דעריבער איז קרית יואל יא דומה צו סאטמאר פעסט מונקאטס ווארשא און נאך גרויסע שטעט אין דער אלטע היים אויף דער טענה אז בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן זאגן די בני יואל אז עס איז נישט אמת ווייל בני יואל האט געהאט ביים אנפאנג בלויז צוויי צילן זייער כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן מיט וועלן פאלגן אלעס נאר מיר ווילן נישט זיין קיין חסידים פון ר אהרן טב וואס דאס איז מותר עפי תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט אבער וויבאלד דער ברך משה און זיין קינד האבן נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל איז ארויס געקומען אז דאס גאנצע שטעטל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי למעשה אום טו בשבט ה תשמט האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען בני יואל וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין געריכטס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע אלס א רעזולטאט געפינען זיך היינט צו טאג בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט אנערקענען אין דער הנהגה פון דער צענטראלער קהילה און איר שטאטס רב א גרויסער טייל פון די בתי מדרשים זענען בעצם אלע בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען בית המדרש קהל בני יואל האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט אין קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען צום ביישפיל בית אלטא פייגא חרדים בית קויפמאן שארמאש טשאטה באדאישל דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל אין די צייטונגען וואס געהערן פאר רבי אהרן ווי דער בלאט דער בולעטין און דער זשורנאל ווערט נישט דערמאנט קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע קהילות און אויך נישט די נייעס וואס דארט קומט פאר עס קען זיך דוכטן אז עס עקזיסטירט נישט אין קרית יואל נאר די פארטיי פון רבי אהרן ווען אין אמת ן איז דארט דא נאך צוויי טויזנט משפחות ביי די וואלן וואס עס קומט פאר אין קרית יואל זענען די שטימל צוטיילט אויף צוויי העלפט וויילט פאר ר אהרן און זיין פארטיי די צווייטע העלפן פאר דעם צד שכנגד די חברה בני יואל האבן היינט צו טאג אין קרית יואל א פולשטענדיגע קהילה וואס עקזיסטירט אויסער די ראמען פון ר אהרן ס קהילה דאס הייסט זיי האבן אלע סארט צוגעהערן וואס א קהילה דארף האבן זיי האבן א בית החיים בתי מדרשים אין אלע ווינקלעך פון שטאט א יאטקע א מצה בעקעריי א יינגל חדר א מיידעל שולע א ישיבה קטנה א ישיבה גדולה א מקוה טהרה התאחדות אברכים זיי האבן רבנים און דיינים מוצ וואס פסק ענען שאלות פאר זיי און זאלן פאר שמחות ווי אויך פארמאגן זיי א פארכטפולער נייער חתונה זאל וואס מיט דעם איז שוין די קהלה יעצט גענצליך אומאפהענגיג פון סיי וועמען און זיי האבן שוין פון געבוירן ביזן שטארבן אלעס אליינס אזוי אז די קהלה האט זיך אנגעהויבן אויך אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע געגנטער צ ב ש אין וויליאמבורג האט זיך געפענט א כולל בוקר פאר איגעלייט וואס זענען תלמידים פון די מוסדות וואס זייער גורל איז אויסגעפאלן צו וואוינען אין וויליאמסבורג אזוי אויך אין זייערע פוסטריט עפענען די קאנטער קהל ייטב לב וואס האבן זיך ביז היינט גערופן קהל ויואל משה אויך אויף א חתונה זאל און זייער תלמוד תורה בנין וואס געפונט זיך אויף לארקין דר נאנט צו קרית יואל די מיטגלידער פון דער קהילה ציילן זיך צו פינף הונדערט ראשי משפחות עס פלעגט צו זיין אין מאנרא אז געוויסע רביס און גוטע אידן וואס האבן געוואלט פראווען זעלבסטשטענדיגע שבתים אין קרית יואל האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אינגאנצן קומען ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיך איינרייסן מיט דער שטאטישער קהילה אבער זייט די בני יואל עקזיסטירט קומען אסאך רביים און גוטע אידן קיין קרית יואל און מען קען זיך וועלן וואו צו גיין אזוי ווי די בני יואל אידן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה אן צו מוזן נעמען רבי אהרן טייטלבוים פאר מסדר קידושין האבן זיי זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל הארט אינדרויסן פון די שטעטל דאס האט ארויסגעברענגט א גרויסע מהומה אין קרית יואל ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קידושין אין א פרעמדער שטאט אן רשות פונעם מרא דאתרא נאטורליך האבן כמעט אלע רבנים וואס געהערן צו רבי אהרן ס קאנקורענץ רבי זלמן לייב מתיר געווען חתונה מאכן דארט ווי למשל רבי אברהם לייטנער פון די ערשטע אפענע שטיצער פון בני יואל און רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן דער ראבד פון סאטמאר מהרזל וויליאמסבורג און דער גאנצער וויליאמסבורג סאטמארער מהרזל בית דין רבי שלמה לייב וויינבערגער פאיע ער רב רבי זלמן לייב פילאפ ווי אויך די אויסגעשפראכענע בני יואל רבנים רבי יואל מארגענשטערן שארמאשער רב רבי מאיר יהודא טענענבוים טשאטעהר רב רבי מנשה פילאפ חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען פילע רבנים וואס זענען היסטאריש סימפאטיק פאר בני יואל ווי למשל דער קאשויער רב רבי אליעזר חיים בלום און זיין ברודער רבי שמחה ישראל בלום שאפראנער רב און הרב משה דוב קויפמאן ראהכ פון דרך החיים פון רבי אהרן ס רבנים האט קיינער זיך געקימערט צו עמטליך נעמען א שטעלונג נאר איבערגעלאזט אלץ פארן ארגינעלן קרית יואל ן דיין רבי געציל בערקאוויטש וואס שטעלט זיך שטענדיג צו צו רבי אהרן ס קהילה ער האט ברבים און בכתב גע אסר ט דאס סידור קידושין פאר א שיינע שטיק צייט פלעגן די בני יואל יודן דארטן חתונה מאכן היינט צוטאגס מאכן שוין די בני יואל אידן און זייערע סימפאטיקער דארט פיל ווייניגער חתונות וואס די אלגעמיינע מסדרי קידושין זענען שארמאשער רב טשאטה ער רב און רבי זלמן לייב טייטלבוים סאטמארער רבי און געוויסע פעלער האבן מסדר קידושין געווען מעסיגע רבנים נאכן אפנעמען רשות פון רבי אהרן די צייטונג נייעס באריכט איז א אידיש שפראכיגע וועכנטליכע צייטונג אין ניו יארק סיטי זי איז געגרינדעט און רעדאקטירט דורך ר אברהם פרידמאן א שטארק פרומער חסידישער סאטאמארער איד פון בארא פארק ברוקלין די וואכן צייטונג ערשיינט יעדן מיטוואך אין אידיש אין האבן זיי אביסל איבערגעארבעט די צייטונג און געמאכט א באזונדערע ביילאגע פון די ארטיקלען מיטן נאמען די אידישע צייט ווי אויך לייגן זיי קאלירטע בילדער פון רבי שע הויפן אין די מיטלסטע בלעטער די צייטונג האלט זיך פאר סאטמאר געשטימט און נעמט נישט קיין שטעלונג אינעם סאטמאר מחלוקת עס איז זייער פיל מיט וועלטליכע פאליטיק און נייעס ווי איידער נייעס פון חסידישע הויפן די צייטונג איז געגרינדעט געווארן און איז רעדאקטירט דורך ר אברהם פרידמאן זון פון ר ליפא פריעדמאן ער איז א פראליפישער שרייבער און ער פלעגט יארן ארבעטן פאר דער איד ביז איינמאל איז אים איינגעגעסן געווארן אז ער האט נישט געטארט שרייבן צופיל פאליטיק ווייל זיי האבן געוואלט זיין א פרומע צייטונג האט ער געעפענט זיין אייגענע צייטונג די צייטונג ער איז נאענט מיט פאליטיקער און אזוי ארום ווייסט ער די גוטע קראנטע נייעס און פאליטיק ער איז א שטארקער דעמאקראט האלטנדיג אז פאר אידישקייט צו בליען דארף מען ערשט און איבער אלעם היטן אויף דעם וואנט וואס טיילט צווישן רעליגיע און רעגירונג קרית יואל איז א ווילידזש געגרינדעט דורכן סאטמארער רבין רבינו יואל טייטלבוים וואס געפינט זיך אין פאלם טרי אפסטעיט ניו יארק עס וואוינען דארט היינט צוטאגס אריבער זעקס טויזנט פאמיליעס לויטן אמעריקאנישן צענזוס פון די צאל פון די איינוואוינערס ווערט אפגעשאצט פאר אריבער פיר און צוואנציג טויזנט נפשות דער רב איז דער סאטמארער רבי ר אהרן טייטלבוים וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער רבי משה טייטלבוים בעל ברך משה אלס מרא דאתרא אפיציעלער שטאטס רב אין יאר תשמה א חלק פון שטאט קערן זיך אן צו זיין ברודער רבי זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל צוליב פערזענליכע סיבות דער רב האט אבער די מאיאריטעט און זיינע קאנדידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן ביי די לעצטע וואלן האט ר אברהם ווידער דער בירגערמייסטער וואס איז געלאפן מיט די שטיצע פון די אהרוינים געהאט באלד שטימען און הרב באנדא עה וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון שטימען עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל ארום בתי מדרשים רוב געהערן פאר סאטמאר עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע קרייזן און הויפן ווי למשל טאהש ספינקא תולדות אהרן און ברסלב דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער דער הנהגה פון רבי אהרן טייטלבוים אבער עס איז אויך דא מוסדות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער אלגעמיינער חינוך סיסטעם פון דער שטאט נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון בני יואל און די קהילה און בתי מדרשים זענען נישט אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים אלע האלטן זיך פאר סאטמאר עס ווערט געשאצט לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן אז א מערהייט פון די איינוואוינער קערן זיך אן צו רבי אהרןס קהלה זיי ווערן אנגערופן אין דער וועלט אהרונים און א קלענערע צאל קערן זיך אן צו רבי זלמן לייב זיי ווערן אנגערופן זאליס אויך זענען פארהאן א צאל בני יואל וואס געהערן נישט צו קיין שום רבי אדער צום ביישפיל טאהש ברעסלאוו תולדות אהרן און ספרדישע אידן דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשלז און האט א זעלבסטעשטענדיגן לעגאלן שטאטראט די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און פיר ווילעדזש קוראטארן וואס ווערן אריינגעוועלט פאר יאריגע טערמינען דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער איז אברהם ווידער און די פיר קוראטארן זענען מיטעלמאן פריינד מארקאוויטש און לאנדא אלע זענען שטיצער פון רבי אהרן טייטלבוים מייסטנס גאסן פונעם שטאט ווערן פאריפן אויף שטעט און דערפער פון דעם אלטן היים ווי עס האבן אמאל עקזיסטירט גרויסע רבנישע הויפן מיט א חלק וואס ווערן געריפן אויפן שטעט פון ארץ ישראל און געציילטע וואס טראגן נאך זייער ארגינעלן נאמען פון פאר די שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם יאר איז געשלאסן געווארן אן אפמאך מיטן שכינות דיגן מאנרא זיך אפצוטיילן און גרינדן אן אייגענעם טאון מיטן נאמען פאלם טרי על שמו פונעם עקזיסטירנדן רבי ן רבי אהרן טייטלבוים און ביי די וויילן האבן אריבער וויילער געשטימט זיך אפצוטיילן פון מאנרא ווערנדיג דערמיט די ערשטע חסידישע טאון אינעם אמעריקאנעם היסטאריע קרית יואל האט א ריזן בית מדרש פון די גרעסטע אין אמעריקע וואס ווערט גערופן בית המדרש הגדול אדער די גרויסן וואס ווערט גערעכנט אלס הויפטקווארטיר פון רבי אהרן ס קהילה און וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין געבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל דברי הימים דורך דעם באגאבנטן שרייבער הרב שמואל שלמה טעללער און זיין שותף הרב יצחק מיטטעלמאן במשך פון צען יאר זייט ה תשסה האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט פאר שיעורי תורה בחברותא די בתי מדרשים זענען ביהמד ישמח משה אויף שכינת ברך משה מיט ארום מתפללים ביהמד אבני צדק אין שכינת עצי תמרים מיט ארום מתפללים אוהל פיגא מיט ארום מתפללים ביהמד ברך משה ביהמד בית מרדכי אינטערן זאל פון כינור דוד ביהמד בית דוב ביהמד קדושת יוט ביהמד רב טוב ביהמד בית שמואל בנימין נדבת הרבני הנגיד יעקב זוסמאן סופר און נאך עטליכע לענגאויס דעם שטאט די קהלה פון רבי זלמן לייב טייטלבוים טוט אויך פארמאגן געציילטע בתי מדרשים לענגאויס דער שטאט און צוגאב צו נאך עטליכע פריוואטע בתי מדרשים וואס געהערן פאר אנהענגער פון זיין קהילה ווי אויך טוען זיי פארמאגן מוסדות התורה מיט בערך פינעף און א האלב טויזנט קינדער וואס לערנען אין עטליכע פראכטפולע בנינים ביי די גרעניצן פונעם שטעטל אין קרית יואל געפונען זיך אויכעט עטליכע בתי מדרשים פון דער בני יואלער קהילה דער קרית יואל זשורנאל איז א בלעטל וואס קומט אן יעדן פרייטאג צו אלע איינוואוינער אויף דער פאסט פריי אן אפצאל דער קרית יואל וואכנשריפט איז א בלעטל וואס קומט אן אויף פאסט איטליכער וואך צו אלע איינוואוינער פריי פון אפצאל רבי מנחם מענדל שניאורסאהן יא ניסן ה תרסב ג תמוז ה תשנד איז געווען דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רבי מנחם מענדל איז באוואוסט אלס א גאון עולם א בקי נפלא אין אלע טיילן פון תורה ווי אויך אן אויסערגעוויינלעכער מלומד אין וועלטלעכע וויסנשאפטן ער האט רעוואלוציאנירט אידישקייט שיקנדיק טויזנטער שלוחים איבער דער גאנצער וועלט צו פארשפרייטן תורה און אידישקייט רבי מנחם מענדל שניאורסאהן איז געבוירן פרייטיק יא ניסן ה תרסב אין דער רוסישער שטאט ניקאלאיעװ היינט אוקראינע צו זיין פאטער רבי לוי יצחק שניאורסאן וואס איז געווען דער שטאטס רב פון יעקאטרינעסלאוו צווישן די יארן און זיין מוטער חנה א טאכטער צום רב פון ניקאלאיעוו הרב מאיר שלמה יאנאווסקי זיין פאטער איז געווען זיין הויפט רבי ער האט געלערנט שס און פוסקים און אויך קבלה פון א חסידישן שטאנדפונקט צו זעכצן יאר האט ער אנגעהויבן לערנען מאטעמאטיק יד כסלו תרפט האט ער חתונה געהאט מיט חיה מושקא שניאורסאן די מיטלסטע טאכטער פון דעם זעקסטן לובאוויטשער רבי ן רייץ די חתונה איז פארגעקומען אין ווארשע פוילן כמעט אלע פוילישע רבי ס זענען געווען אויף דער חתונה נאך דער חתונה האט דאס יונגע פאר פאלק געצויגן קיין בערלין דארטן האט ער שטודירט א שטיק צייט מאטעמאטיק און פילאסאפיע אין אן אוניווערסיטעט אין האט הרב שניאורסאן געצויגן קיין פאריז דארטן האט ער שטודירט עלעקטרישע אינזשעניריע אין איז ער אנטלאפן פון פראנקרייך און אום כח סיון ה תשא איז צוגעקומען צו זיין שווער הרב יוסף יצחק שניאורסאן אין דעם קרוין הייטס געגנט פון ברוקלין אין יענער צייט האט ער געארבעט אלס אינזשעניר אין דער אמעריקאנער פלאט אין אמעריקע האט ער געארבעט פאר זיין שווער אין די ליובאוויטשער ארגאניזאציעס קהת מחנה ישראל און מרכז לענייני חינוך נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי רייץ ביום י שבט ה תשי האט ער נאך נישט געוואלט צו אננעמען אויף זיך די פירערשאפט פון ליובאוויטשער חסידות נאר נאך א יאר שפעטער אויף יא שבט ה תשיא ביי ם פארברענגען לכבוד דער ערשטע יארצייט פונעם פריערדיקן רבי ן האט דער רבי מקבל געווען די נשיאות מיט זאגן די מאמר חסידות באתי לגני דער רבי האט אנגעפאנגט מאכן מבצעים אויף צושפרייטן תורה ומצוות אידישקייט און תורת החסידות מיטן קלינגווארט ופרצת גענומען פון פסוק ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה ער האט גערופן אויף זיינע חסידים צו השפעה האבן וואו נאר מעגלעך אפילו די וועלטלעכע אידן צו אבסערווירן די מצוות און תורה לערנען צווישן אנדערע זאכן דורך גענומען ציבור ערטער און עפנטלעך קרעדיט די מצוות עס אויך גערופן פינאנציעל העלפן פאר יענע וואס טאן ניט האבן די פינאנציעל פיייקייט צו קויפן די תשמישי מצוות די סקווערער אדמורים האבן זיך עטליכע מאל געאמפערט מיט אים וועגן דעם בעל שם טוב ס סידור וואס זיי טענה ען אז עס באלאנגט פאר סקווירא רבי אהרן קאטלער ה תרנב ב כסלו ה תשכג איז געווען א ראש ישיבה אין דער ליטע און שפעטער אין אמעריקע וואו ער האט געגרינדעט די ישיבה בית מדרש גבוה הרב קאטלער איז געבוירן אין סיסלעוויטש ווייסרוסלאנד רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס אין תרנב צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן פינעס דער שטאטס רב די לעצטע נאמען קאטלער האט ער גענומען פון א משפחה קרוב כדי זיך ארויסצודרייען פון דארפן דינען אין מיליטער שוין אלס קינד איז ער געווען א עילוי מ זאגט אז ער האט אלס יונגל געקענט גאנץ תנך אויסעווייניג ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה ביי רבי נתן צבי פינקל דער אלטער פון סלאבאדקע און רבי משה מרדכי עפשטיין רבי איסר זלמן מעלצער האט אים גענומען פאר אן איידעם און ער האט אטייל גענומען מיט זיין שווער אין דער הנהלה פון דער לוצקער ישיבה ער האט געגרינדעט די ליטווישע ישיבה בית מדרש גבוה ד לעיקוואוד אין דער געגנט וואס איז היינט באוואוינט מיט טויזנטער אידישע איינוואוינער און אין דרום ניו זשערסי דער היינטיגער ראש ישיבה איז רבי מלכיאל קאטלער זיין אייניקל א זון צו רבי אהרן ס איינציגן זון הרב שניאור ער ליגט אין הר המנוחות רבינו הגדול שר התורה ועמוד היראה רבן של ישראל צדיק יסוד עולם הקים עולה של תורה בדורו והאיר יובל שנים עיני ישראל באור תורתו חסידותו עורך מערכות ומיישר הדורים מפרק הוויות ומפרק שברים קברניט נאמן לוחם מלחמתה של תורה גודר גדר ועומד בפרץ עשה מעשי חייא ונתן נפשו על קיומה של תורה בישראל בגולה ובאהק ובארץ הקודש על עבודת הצלה בשנות הזעם תש תשה ועל מעשה החסד לכלל ולפרט החזיר עטרה ליושנה להעמיק ולהרחיב גבולות לימוד התורה בטהרתה ובקדושתה בארצות הברית על ידי בית מדרשו בלייקווד ועל ידי השפעתו קיבץ וריבץ תלמידים לאלפים בישיבתו בקלצק ובירושלים עיהק עיר הקודש בישיבת עץ חיים רבי דוד טווערסקי געב כו תשרי ה תשא איז דער מנהיג פון די סקווערער חסידים און פון סקווערער שטעטל אין ניו יארק רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה תשא אין דער שטאט יאס רומעניע אלס א בן יחיד צו זיין פאטער הרהק רבי יעקב יוסף טווערסקי דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון שיכון סקווירא וועלכער געפינט זיך אין הינטערלאנד ניו יארק און צו זיין מוטער מרת טראני טווערסקי א טאכטער פון רבי פינחס טווערסקי פון אוסטילע און אן אייניקל פון הרהק מהריד מבעלזא אין יאר ה תשה האט די משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין בוקארעשט און ער איז געקומען קיין אמעריקע אין יאר ה תשח אינאיינעם מיט די עלטערן און די איבעריגע משפחה ער האט חתונה געהאט אין טו באב ה תשיט אין קרית וויזשניץ בני ברק מיט הרבנית חנה חיה האגער די עלטסטע טאכטער פון הרהק רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק און פון מרת לאה אסתר זייענדיג יאר אלט אין יאר ה תשכח נאך דער פטירה פון זיין פאטער האט ער איבערגענומען די רביסטעווע זיינע חסידים זענען פארגלייבט פאר יעדעס ווארט וואס ער זאגט נאר און האלטן פון אים גאר שטארק און בכלל וועלן חסידי סקווירא באשיצן זייער רבי ן פאר יעדן פרייז דער סקווערער רבי איז באקאנט אלס א וואונדערליכער פועל ישועות וואו פילצאליגע אידן ווערן ערמוטיגט אויפגעראכטן און געהאלפן פון זיינע ברכות ספעציעל איז ער באקאנט אלס א גרויסער מומחה אויף דאקטוירים און רפואה און צוליב זיין באהאוונטקייט און וויסנשאפט אינעם מעדיצינישער געביט קומען צו אים מענטשן אפילו פון זייער ווייטע פלעצער אום דורכרעדן מיט אים וועגן עניינים פון רפואה און באקומען בעראטונג דער רבי איז באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל טאג טעגליך שטראמען צו אים זיך פראווען מענער און פרויען אפילו פון די שוואכסטע שטאפל פון אלע קרייזן און סארטן רייכע מיט ארימע פרומע און פרייע און אזוי ווייטער וועלכע ער נעמט אייביג אויף מיט א ברייטן שמייכל און ער הייסט היינט איינער פון די גרעסטע פראווערערס זייענדיג אפען פארן ציבור יעדן טאג אכט שעה טראץ זיין צימליך הויכן עלטער פארפאסט ער נישט צו פירן דריי טישן יעדן שבת אן קיין תירוצים דער סקווערער רבי איז באוואוסט אויף דעם וואס ער רירט זיך נישט אוועק פון דאס וואס דער טאטע האט געטון און האלט אן טראץ זיין שוואכקייט און הויכן עלטער קעה אלע מנהגים תעניתים וסגופים פון דער סקווערער רבי זל דער רבי איז אויך באוואוסט אלס איינער וואס דערווייטערט זיך פון יעדן מחלוקת אזוי ווי פון א פייער און ער איז קיינמאל נישט געווען פארוויקלט אין סיי וועלכער שטרייט און אזוי האט ער אויך אויפגעצויגן זיינע קינדער וועלכע האלטן זיך אייביג באחדות און שטיצן איינער דעם צווייטן מיט ליבשאפט און הויכער שאצונג אן זיך אריינמישן אין קיין שום מחלוקת צווישן אנדערע צוליב דעם פאקט איז ער אנגענומען כמעט ביי אלע קרייזן און שיכטן פונעם חרדי שן אידנטום ער איז דער נענטסטע אייניקל צום הייליגן בעל שם טוב זייענדיג דער זיבעטער דור דער ייחוס איז רבי ישראל בעשט דער סקווערער רבי און זיין רעביצין מרת חנה חיה האבן פיר זין און דריי טעכטער זיי זענען געוועזענע גבאים הרהח ר ישעי יואל אונגאר עה א זון פונעם קאפאווארער רב היד און ברודער פונעם סקווערער דיין הגאון ר זלמן אונגאר זצל הרהח ר יושע פרידמאן עה מזקני חסידי מהרא מבעלזא וואס האט אים געשיקט אלס באהעלפער און הויז גבאי צום אלטן סקווערער רבין זצוקל היינטיגע גבאים הרהח ר דוד בערגער א זון פונעם לעגאנדארן עסקן און פייערדיגע חסיד ר חיים בערגער עה און איידים פונעם גבאי ר יושע פרידמאן עה הרהח ר אהרן פרידמאן דעם רבינס הויז גבאי היינט צוטאגס אויף ארט פון זיין פאטער דער אלטער גבאי ר יושע עה הרהח ר אברהם ביינוש אייזנבערג א זון פונעם באקאנטן מחנך ר ברוך אייזנבערג עה און איידעם פון ר שלום בער פישל דער העכסטער הויפ ס מיניסטער אין זיינע צייטן ארבעט ער צו אוועקגעשטעלן פארשידענע מנהגים און תקנות פונעם שטעטל די ספרים וואס מ האט שוין געלערנט אין די מסגרת פון ספרי חסידות יומי דער חפץ חיים רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין יא שבט תקצט כד אלול תרצג איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין פוילן און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט און נאך א סך ספרים ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל ליטע היינט בעלארוס יא שבט ה תקצט ביי די צען יאר איז ער פאר יתומ ט געווארן פון זיין פאטער זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא ווען ישראל מאיר איז געווען אלט יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף שוועסטער ער איז געווען א תלמיד פון ר נחום קע פון הורודנא נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק ווילנער גובערניע דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה רבי יצחק הכהן קאפלאן זיין געהאלט איז געווען רובל א זמן א שטיק צײט האט ער פארדינט זיין פרנסה פון א קלייט וואס ער האט געהאלטן אבער שפעטער האט ער זי פארמאכט זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פון די אנדערע סוחרים ער איז געווען פון די גדולי הדור און איז געווען איינער פון די מייסדים פון אגודת ישראל צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער חפץ חיים וועגן די דינים פון לשון הרע רכילות און מוציא שם רע און שמירת הלשון וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס ווי אויך ליקוטי הלכות אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין ריף ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן משנה ברורה דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן געווען א גרויסער עניו און אליינס פארקויפט זיינע ספרים ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כד אלול ה תרצג פון זיין ערשטן זיווג פון זיין צווייטן זיווג די ניו יארק טיימס צייטונג האט א טאג נאך דעם חפץ חיים ס פטירה פארעפנטלעכט אן הספד אויף זייער הויפט זייט צווישן אנדערע זאגן זיי אז ער איז געווען יאר אלט סקווירא סקווער איז א שטעטל אין קיעווער אבלאסט צענטראלע אוקראינע סקווירא האט א באפעלקערונג פון בערך און א שטח פון קוואדראט קמ אין ווערט סקווירא דערמאנט אלס דארף וואס א ייד האט גענומען אין ארענדע אין האבן געוואוינט דארטן יידישע הויזגעזינד פון אינגאנצן אין האבן געוואוינט דארט יידן די יידן אין סקווירא האבן געהאנדלט מיט תבואה אין האבן געוואוינט יידן אין סקווירא אומגעפער פון דעם שטעטל ס באפעלקערונג אונטער די סאוועטן האט מען אוועקגעמאכט די יידישע קהילה ביים צווייטן וועלט קריג האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דאס שטעטל אום סעפטעמבער בערך זענען דערמארדעט אין די סוף ער יארן איז די יידישע באפעלקערונג געווען רבי יצחק טווערסקי א זון פונעם טשערנאבלער מגיד האט זיך באזעצט אין סקווירא ווייל דארט האט געוואוינט די משפחה פון זיין שווער בזיווג שלישי ר נפתלי צבי פון סקווירא דעריבער האט ר איציקל דארט אויפגעשטעלט זיין הויף דארט דער סקווערער הויף גייט נאך אן היינט און איז הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא ניו יארק אונטער רבי דוד טווערסקי צה ל ראשי תיבות צבא ההגנה לישראל טײטש ישראל פארטײדיקונגס ארמײ איז דער נאמען פון דעם ישראלישן מיליטער זי איז אװעקגעשטעלט געווארן צװײ װאכן נאך װאס מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן אין מיטן מלחמת העצמאות לטן געזעץ אין ישראל דארף יעדער בירגער וואס האט פולע יאהר דינען ווי א סאלדאט אין צהל מענער דרײ יאר און פרויען בלויז צוויי ישיבה בחורים מעגן אימער אפשטופן זייער באדינונג ווי לאנג זיי זיצן און לערנען מיידלעך קענען זיך באפרייען ביים דעקלערן אז זיי זענען רעליגיעז צהל איז געשטעלט אויף צוויי סארטן זעלנער זעלנער אלס פליכט און זעלנער אין רעזערוו די רעזערוו איז די פאקטישע רוקנביין פונעם ישראל מיליטער אין ארמיי איז נומער דריי א וויכטיקע נומער דער גאנצער אינפאנטריע איז אויסגעשטעלט אויף אט דעם נומער דריי סאלדאטן מיט א קאמאנדיר זענען א טרופע העברעיש חוליה דאס איז די קלענסטע איינהייט אין מיליטער און פאקטיש איז דער נאמען פון קאמאנדיר נישט מער פון א נאמען דריי חוליות אינאיינעם מיט זייערע קאמאנדירן זענען א סקוואדראן העברעיש כיתה צוזאמען צוועלף זעלנער דריי כיתות איז אן אפטיילונג אדער פלאטון העברעיש מחלקה עס וועט נישט זיין מער פון פערציג זעלנער דער קאמאנדיר איז אן אפיציר וואס האט געטון די אפיצירן קורס ער האט אויך א סאלדאט וואס האט שוין כמעט גענדיקט זיין מיליטערישע פליכט וואס אין העברעיש הייסט זיין ראנג סמל מחלקה אדער אפטיילונג סארגענט דריי מחלקות איז א קאמפאניע העברעיש פלוגה דער אפיציר פון א פלוגה איז שוין א וועטעראן זעלנער וואס איז שוין עטליכע יאר אין ארמיי ער האט אויך א צווייטן אונטער אים וואס איז אויך אן אפיציר אויך איז דא אין צהל א רב סמל פלוגתי רספ א סארגענט וואס פארנעמט זיך איבערן לאגיסטישן טייל פון דער קאמפאניע ער האט צומאל איינער אדער צוויי סאלדאטן אויך מענטשן וואס האבן כמעט גענדיקט דינען זייערע יארן אין ארמיי וואס ווערן גערופן סרספ וואס העלפן אים דריי פלוגות איז א באטאליאן העברעיש גדוד אויף זיי איז דא צוויי אפיצירן דער קאמאנדיר און זיין צווייטער אונטער אים מגד און סמגד פון דא און ווייטער איז די נומער דריי נישט אקוראט דריי גדודים איז א בריגאדע העברעיש חטיבה און רוב בריגאדעס אין צהל זענען דא מער פון דריי באטאליאנען אין נחל בריגאדע זענען פארהאן פיר דריי געהעריקע און איין ווערט פארעכנט אלס ספעציעלע עליטע קעמפער און טייל פון צהל וועט עס זיין צוויי באטאליאנען און אנדערע ביז פינף אפילו דער קאמאנדיר איבער א בריגאדע הייסט מחט וואס איז שוין א הויכבאאמטער אין ארמיי אין א בריגאדע קענען זיין ביז טויזנט קעמפער ביי די טאנקען זענען דא הונדערט טאנקען אין איין בריגאדע צווישן צוויי און פיר בריגאדעס איז א דיוויזיע העברעיש אוגדה רעגימענט עקזיסטירט נישט אין ישראל א תת אלוף איז געווענליך קאמאנדיר אדער א מאיאר גענעראל אין ישראל זענען דא צוויי סארטן דיוויזיעס געגנטליכע און געהעריקע ווי אוגדת עזה די עזה דיוויזיע איז א געגנטליכע וואס געפונט זיך אונטער די דרום פראנט קאמאנדיר אאוו געהעריקע איז עוצבת הפלדה עוצבה איז אויך אוגדה וואס איז אונטערן צענטראלן פראנט קאמאנדיר אבער איז נישט געגנטליך און דערפאר זענען די סאלדאטן פון די דיוויזיע נישט אייביג אונטער זיי נאר זיי גייען אריבער צו אנדערע געגנטליכע דיוויזיעס ביים פארענדיקן טרענירונגען אין צהל איז אויך פארהאן קארפוס וואס ווערט נישט באנוצט נאר אין א מלחמה צושטאנד ביז היינט איז עס נאך קיינמאל נישט גענוצט געווארן סאלדאטן געהערן צום קארפוס און דער גענעראל איז געווענליך פון די גענעראל שטאב עס פארמאגט צווישן צוויי און פיר דיוויזיעס דאס איז די העכסטע איינהייט אין צהל אין צהל זענען דא צוויי קארפוסן אין אנדערע מיליטערן איז דא גרעסערע איינהייטן ווי ארמייען און נאך אין צהל זענען דא דריי פראנטן אין העברעיאיש פיקוד וואס איז גלייך צו ארמייען אין אנדערע לענדער זיי האבן אלעס אונטער זיך ווי פוס גייער קאמפס עראפלאנען שיפן פון ים פלאט ארטילעריע טאנקען אינזשעניר אאוו די ארמיי אויך האט די הויפט ראבינאט תנך ראשי תיבות תורה נביאים וכתובים זײנען די הייליגע ספרים פון יידישקייט די ספרים פון תנך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן וואס לויט דער טראדיציע זײנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל די ספרים זענען צעטיילט אויף תורה נביאים און כתובים דער תנך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב דיגער וועלט תנך איז ראשי תיבות תורה נביאים כתובים אין די צייטן פון חזל האט מען דאס נישט גערופן תנך נאר מקרא די משנה אין אבות זאגט בן חמש למקרא דאס מיינט ביי די פינף יאר הייבט אן א קינד לערנען חומש תורה איז דער יידישער גרונט מיט דינים ווי אזוי מען דארף זיך פירן זי ווערט צעטיילט אין פינף ספרים די תורה איז צעטיילט ווייטער צו פרשיות השבוע און יעדע פרשה איז צעטיילט אין חלקים ראשון שני אאוו די ספרים פון נביאים זענען די ספרים פון כתובים זענען דער אונטערשייד צווישן נביאים און כתובים איז אז נביאים איז רייד וואס גאט האט גערעדט צו די נביאים מיט די מדריגה פון נבואה ווידער כתובים זענען רייד וואס איז געווארן פון גאט מיט רוח הקודש וואס איז א שוואכערע מדריגה ווי נבואה אויך איז נביאים אנדערש ווי כתובים ספעציפישע באפעלן וואס דער נביא האט געדארפט איבערגעבן פאר כלל ישראל אדער האט אליינס געדארפט אויספירן כאטש וואס דער תנך איז די גרונדענע ספר פון די יידן כאטש דעם לערנט מען נישט נך אין דער פרומער ציבור די ווארשיינליכע סיבות דערפון זיינען אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז אין רוב חרד ישע מיידל שולעס לערנט מען יא נך אלץ א טייל פון געשיכטע לערנונגען פרומע אידן האלטן דאס פאר א מצווה צו לערנען תורה ווייל די תורה וואס זיי לערנען איז בעיקר גמרא מיט פלפולים און מחלוקת פון תנאים און אמוראים האט א העכערן כוח וואס די תורה האט צו משפיע זיין אויף דעם לעבן אין א מיסטישן אופן אויך איז דאס נישט סתם א ענין פון לערנען נאר א עקסטערע מצווה פון זיך פלאגן אין לערנען עמלות בתורה אין די פרומע ישיבות לאזט מען דאס אויס און דאס איז נאר א טפל ווייל עס איז לויט זיי סיפורי מעשיות אפילו דאס איז דער יסוד וואס קען היינט יא לערנען וויאזוי זיך צו פירן דורך טיפע פיליזאפישע לימודים דער עיקר תורה וואס מען איז היינט עוסק איז לומדישע פשטעליך און חקירות אין די חסידישע ישיבות וואס ווערט נישט אזוי ארויפגעקוקט לערנט מער בעיקר הלכות שבת און הלכות כשרות דאס צעטיילן דעם תנך אויף קאפיטלעך האט נישט קיין יידישן מקור דער תנך איז צעטיילט אין קאפיטלאך דורך א גלח כאטש וואס דאס צוטיילונג שטאמט פון א קריסטישער גלח האבן די יידן אנגענומען זיין צעטיילונג אין ספר בראשית קען מען זען ווי דער גלח האט געשטעלט דער טאג שבת אין די צווייטע קאפיטל ווארשיינליך כדי צו פארקלענערן איר הייליגקייט וואס זי איז ביי די יידן מאנסי איז א העמלעט אין דער שטאט ראמאפא ראקלענד קאונטי אין אפסטעיט ניו יארק פלאצירט צפון פון ערמאנט מזרח פון וויאלע דרום פון שיכון סקווירא און מערב פון ספרינג וואלי מאנסי איז א פרומע יידישע געגנט מיט איינוואוינערס די דורכשניטלעכע עלטער פון דער באפעלקערונג איז פינף און זעכציג פראצענט פון די איינוואוינערס זענען פארהייראט איבער פערציג פראצענט פון די איינוואוינערס רעדן יידיש אלס מאמע לשון דער געגנט איז ערשט געווארן באזעצט דורך דעם מאנסי שבט פון אינדיאנער אין האט מען אויפגעשטעלט די מאנסי באן סטאנציע די ערשטע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין מאנסי האבן געוואוינט הויפטזעכלעך אין דעם היינטיגן ספרינג וואלי געגנט וואס האט זיך בעיקר באזירט אויף יוניאן ראד דארט ווי די פאפא מיידל שולע געפונט זיך היינט צו טאגס און האט זיך געצויגן דורכן רט כמעט ביז ניו זשערסי די ערשטע שוהל וואס איז אויפגעבויעט געווארן איז קהילת ישראל אלד נייעק טורנפייק ביים ווינקל פון סאוט מעדיסאן הארט נעבן דער סאטמארער תלמוד תורה און מיידל שולע קאמפלעקס און די געגנט וואס ווערט גערעכנט אלס דער צענטער און הארץ פון מאנסי איז דעמאלטס אין יענע יארן נאך געווען טייל פון א גרויסער זומפ וואס האט געהערט צו א געוויסע פארמער וואס האט געוואוינט אין א ביידל וואס איז געשטאנען אויף וואלטער דרייוו שפעטער ווען די ישיבה תורה ודעת האט געעפענט אין מאנסי א פיליאל מיטן נאמען בית מדרש עליון צוביסלעך האבן זיך אהינגעצויגן מער און מער יידישע משפחות אבער טראצדעם דער אויבנדערמאנטער שוהל קהילת ישראל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג מיט מניינים שבת און אינדערוואכן און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע חרדישע בתי מדרשים אין דער געגנט די ערשטע אידישע איינוואוינערס זענען געווען די תלמידים און איינגעשטעלטע אין בית מדרש עליון וואס איז געווען געפירט דורך ר שרגא פייוול מענדלאוויטש זצל דער לאנג יעריגער מנהל פון תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין הרב דוב בער גרינבוים דער איידעם פון רבי פייוול וואס איז דערמאנט פריער האט געעפנט די שטאטישער תלמוד תורה און מיידל שולע ישיבה ד ספרינג וואלי מוצאי שבת מקץ תש ף איז פארגעקומען א שוידערליכע שטעכעריי אטאקע אין דעם הויז פון הרב חיים ראטנבערג קאסאנער רבי בשעת ווען ער האט געצינדט חנוכה ליכט מיטן עולם די גרעסטע חסידישע קהילות אין מאנסי זענען וויזשניץ אויף פיליס טערעס און סאטמאר אויף מאנסי בולעווארד די וויזשניצער קהלה וואוינט מערסטנס אין זייער אייגענעם שטעטל כתר ווילידזש דרום פון מאנסי וואס האט א בירגערמייסטער א וויזשניצער חסיד אנדערע חסידישע קהלות אין מאנסי זענען בעלזא באבוב ברסלב סקווירא קלויזענבורג משכנות לאביר יעקב טאהש תולדות אהרן ניקאלשבורג און קאשוי דערצו איז דא נאך קהילות און רבנים און מאנסי ווי צום ביישפיל שינאווע ראדוויל קאסאן פארשעי סאלקא רבי חיים פלאהר מכון להוראה אבני שלמה וואס האט אויפגעשטעלט רבי נתן יוסף מייזעלס און נייטרא עס איז פאראן דארט אויכעט צוויי באוואסטע ישיבות פאר בעלי תשובה די ערשטע איז אור שמח וואו עס לערנען בחורים פון גאנץ אמעריקע און אויכעט פון אייראפע און די צווייטע איז אור ישראל א ישיבה פאר ארץ ישראלדיגע בחורים די מערהייט פון זיי זענען פון ספרדישן אפשטאם ראקלאנד קאונטי דעוועלאפמענט קאונסיל ווערט אנגעפירט דורך ר מענדל האפמאן היו און פארנעמט זיך מיט צושטעלן סאציאלע געברויכן פאר די איינוואוינער ראקלענד אפערטונעטי דיוועלעפמענט אסאושיעישען ווערט אנגעפירט דורך כתר ווילעדזש און פארנעמט זיך מיטן צושטעלן סאציאלע געברויכן בעיקר פאר די עלטערע איינוואוינער פאר א באזוכער זענען דא פיל פארוויילונגען געשעפטן האטעלן און בתי מדרשים צוצושטעלן פאר יעדן גרויס און קליין כאפט א שפאציר אין די וועלדל פון ווייאלע פארק פאר א פארברענג מיט די נאטור באזוכט די הערליכע בתי מדרשים און פארברענגט א טאג אין לערנען צווישן די תלמידים פון בית מדרש עליון אדער ישיבה ד מאנסי פין די באוויסטע געשעפטן אין מאנסי איז ראקלענד קאשער וואו סאיז דא צו באקומען מכל מילי דמיטב בארא פארק אדער איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום מערב דיגער זייט פון ברוקלין ניו יארק די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב סאטמאר און מונקאטש עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן און איז א גרויסער ביזנעס צענטער עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו אייכלער ס ספרים געשעפט טויס פאר יוי שוין אפאר מאל פארגעקומען דארטן געוואלדן ווען די פאליציי האט זיך לויט געוויסע נישט אויפגעפירט איידל ביים באהאנדעלן שטייף קרימינאלן ווי ביי די גדון באש טויט און ביי די שיק ארעסט און פאר צענדליגע יאר צוריק אין בארא פארק ווען אידן זענען געווען אזוי אויפגעברויזט אזש זיי האבן זיך אראפגעלאזט צו די סטע פריסינקט און איבערגענומען קאנטראל פון דער סטאנציע די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן ב כסלו תשלט ווען אן עלטערער איד איירווינג סאסמאן איז לע דערשטאכן געווארן צום טויט אין א רויבעריי היד די אידן האבן שוין פון פריער געהאט פארלאנגט אז די פאליציי זאל צושטעלן מער וואך אין די אידישע גאסן אבער האבן גע טענה ט אז זיי האבן נישט באקומען וואס עס האט זיך פארלאנגט יענעם פרייטיג צונאכטס בעצם יום השבת האבן זיך א געשאצטע צוויי ביז דריי טויזנט חרדי שע אידן אראפגעלאזט צו די סטע פריסינקט און גאר שנעל ארויסגעזען די אפיצירן און טאטאל איבערגענומען די קאנטראל פון דער סטאנציע זיי האבן געפלונדערט אלעס וואס זיי האבן געזען פאר די אויגן איבערלאזנדיג א חורבן אויף די ערשטע שטאק מיט צעבראכענע פענסטערס טישן בענקלעך און טייפרייטערס אויסגעפליקטע טעלעפאן ליניעס און גאנצע פעקלעך וויכטיגע פיילס אויסגעשפרייט אויף די גאנצע ארום די פאליציי האט שפעטער געשאצט די שאדן צו בערך צען טויזנט דאלער במשך די כאאס איז געווען שווערע קולות און עס איז געגאנגען קלעפ אויף ביידע זייטן אידן האבן אפן געשאסן שטיינער אום שבת קודש און געזייעט חורבנות ווי זיי האבן נאר געקענט אנקומען די מאסן זענען געווען גאר אויפגעברויזט פאר די אומשולדיגע טויט פון דעם יעריגער פלאמבער וואס איז אזוי טראגעדיש אומגעברענגט געווארן אויפ ן וועג אהיים פון שול קוים עטליכע גאסן פון די פריסינקט בערך זיבעציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן מערסטנס פאליציי אפיצירן ווי אויך אן אסעמבלימאן וואס האט פרובירט צו בארואיגן די מאסן אבער איז באקלאפט געווארן דורך די פאליציי אין א מיספארשטענדעניש זיי אלע זענען אפגעפירט געווארן צו מעמאנעדיס קאני איילענד קינגס קאונטי לוטערן און מעטאדיסט שפיטעלער מערסטענס זענען אפגעקומען מיט לייכטע ביז מילדע וואונדן אבער כאטש צוויי אפיצירן זענען ערנסט פארוואנדעט געווארן פון פליענדע ציגל קיינע ארעסטן זענען אויסגעפירן געווארן הרב ברוך גלאק וואס האט דאן געדינט אלס מעיאר קאטש ס אידישע ליעיזאן האט אויך געליטן וואונדן אין די קאפ ווי אויף אסעמבלימאן שמואל הירש א דעמאקראט פון די סטע דיסטריקט אינמיטן די באלאגאן האט א איד נעבעך געליטן א הארץ אטאקע פון וואס ער איז ליידער שפעטער אוועק דער מעיאר האט זיך שפעטער יענע נאכט באוויזן אין פארנט פון די פריסינקט און צוגעזאגט אין א צעזעצטע אידישע אז ער וועט אוועקשטעלן מער אפיצירן צו באוואכן די אידישע קווארטלען דער איין און צוואנציג יעריגער דזשאוס דזשולב און זיין זיבעצן יעהריגער ברידער דזשימי זענען ביידע ארעסטירט געווארן און פארשיקט געווארן אין טורמע און דער זעכצן יעריגער פידעל ריווערא איז פרייגעשפראכן געווארן די שומר שבת שול אויף טער עוועניו אין בארא פארק איז א אייגענארטיקע שול וואס מען טרעפט נישט אזאנס א עס איז צוגעשטעלט פאר יעדן איינעם ממש נישט קיין חילוק מיט א בארד אדער אהן א ציוני א קנאי א סאטמערער א קלויזענבורגער א נארמאלער א משוגענער א רבי א גאסן קערער א ארץ ישראל איד אן אמעריקאנער א גאנצער איד א האלבער איד יעדער שפירט דארט היימיש ב מען טרעפט דארט מנינים שעה א טאג שחרית ביז צום זמן מנחה מנחה ביז זמן מעריב מעריב ביז צום זמן שחרית ג איהר טרעפט דארט צו עסן און צו טרינקען וויפיל איהר ווילט ד דריי געטרייע שמשים וואס מען זעט אין ערגעץ נישט ה עס איז געפאקט מיט אידן שטענדיג ו דער רב רב טירנויער איז פון אויסגערופענע גרויסע רבנים אין שטאט ז איר קענט דארט טרעפן א היטש קיין לייקוואוד וויליאמסבורג מאנסי מאנרא און די שמשים וועלן אייך צוהעלפן שרי פעלדמאן איז געווען א תלמידה פון דער תומר דבורה שולע אין בארא פארק ויהי היום אדער אין די ער יארן אדער שפעטער אין זומער קעמפ איז זי געווארן פארלוירן ביי א קאמפליצירטן הייק און מ האט איבערגעדרייט א וועלט איר אפצוטרעפן און מ האט איר בה געטראפן נאך עטליכע טעג ביי א שאסיי אויסגאנג זי האט בהשגחה פרטית געטראגן די זעקלעך עסן פון עטליכע חבר טעס און אזוי האט זי כאטש פארמאגט עסן ביים בלאנדזשען רבי משה בן מיימון באקאנט מיט די ראשי תיבות רמבם יד ניסן ד תתצח כ טבת ד תתקסה איז געווען פון די גדולי הפוסקים פון אלע דורות פון די חשובע פילאסאפן פונעם מיטל אלטער און א דאקטער רבי משה בן מיימון איז געבוירן געווארן שבת ערב פסח ד תתצח אין דער שטאט קארדאבע אין היינטיקער שפאניע זיין פאטער האט געהייסן מיימון בן יוסף און איז געווען א דיין און אויך א גרויסער חכם ביי אידן אין ד תתק ח האט די משפחה פארלאזט קארדאבע צוליב די אינוואזיע פון די אלמאהאדן אין ד תתק ך איז דער רמבם אנטלאפן פון ספרד קיין פאס אין מאראקא ווייל מען האט אים פאר מסר ט פארן קעניג אין ד תתקכ ה האבן זיי זיך געצויגן קיין עכו אבער נאך פינעף חדשים האבן זיי זיך באזעצט אין פאסטאט מצרים דער מלך פון מצרים האט אים גענומען פאר זיין פערזענליכן דאקטער לויט דער הלכה טאר נישט א גרויסער טייל יידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א לאו דערויף דער רמבם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג לאוין זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף אבטולמס בן ראובן איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן האט דער רמבם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה אזוי פלעגט ער זיך פירן דער רמבם איז געווען פון די גרעסטע געלערנטע און קלוגע לייט א יידישער הארץ דאקטער אין רפואה פילאסאף און תלמיד חכם זיינע ספרים און ביכער זענען אנגענומען איבעראל סיי צווישן אידן און סיי צווישן גוים עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמבם אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים דער רמבם איז געווען א גרויסער שרייבער ביי אידן איז אנגענומען אז פון זיינע ווערטער קען מען אסאך לערנען אפילו דאס וואס מען זעט נישט ארויס ווייל צוליב זיין גרויס חכמה איז דארט באהאלטן אסאך פארהאן הונדערטער און טויזנעטר ספרים וואס וועלן ארויס לערנען פון א ווארט פון רמבם גאנצע הלכות עס ווערט אנגערופן לשונו הזהב דאס גאלדענע לשון דאס איז אבער געזאגט געווארן בלויז אויף די ספרים וואס ער זעלבסט האט געשריבן אויף לשון הקודש ווי דער ספר היד אנדערש איז אבער די פירוש המשניות און מורה נבוכים וואס ער האט עס געשריבן אויף אנדערע לשונות און דאס וואס מיר האבן איז נישט דער לשון פון רמבם די הויפט ווערק פונעם רמבם איז זיין משנה תורה אויך באקאנט ווי יד החזקה דאס ספר האט האט חלקים דעריבער הייסט עס אויך יד החזקה יד איז גימטריא פערצן אין דער הקדמה פון פירוש המשניות שרייבט ער אז ווען איימעצער לערנט תורה שבכתב און שפעטער זיין חיבור דארף ער נישט אנקומען צו אנדערע חיבורים דער ספר היד האט ער אנגעהויבן שרייבען ווערן ער איז געווען צוועלף יאר נאכן ספר פירוש המשניות ספר היוחסין עס האט אים עס געדוירט צו שרייבן אסאך יארן טייל ווילן זאגן פינעף יאר אבער עס ווערט פארציילט אז דער מלך האט אים זייער דערהויבן צוליב זיין חכמה און די אנדערע גרויסע שרים האבן אים מקנא געווען און אנגערדט לשון הרע פארן מלך דער רמבם האט זיך אויף א וואונדערליכן אויפן ארויסגעדרייט פון ווערן גע הרג ט ער איז אנטלויפן אין א הייל ווי ער איז געזעסן במנוחה און האט דארט געשריבן זיין וואונדליכן ספר משנה תורה אין די תשובות הרמבם וואס ער שרייבט צו ר יהונתן הכהן שרייבט דער רמבם אז ער האט עס געשריבן אין צען יאר דער סדר פון רמבם ער האט געשריבן און איבערגעשריבן אסאך מאל יעדעס מאל איז עס געשריבן אויף א צווייטן אופן ווייל ער האט מחליט געווען אז מען קען עס שרייבן קורצער אדערער קלאהרער דעריבער טרעפט מען אסאך כתבי ידות פון רמבם מיט שינוי נוסחאות און עס איז שווער מחליט צו זיין וואס איז דער לעצטע נוסח עס איז דא אסאך מפורשים און ספרים אויפן רמבם אזוי ווי זיין לשון איז זייער פליסיג און עס ליגט דערין אלע הלכות זענען געווען אסאך ראשונים וואס האבן געהאלטן אז מען מוז צו זייכענען אויפן רמבם וואס דער הלכה איז אזוי און וואס נישט ווייל אויב נישט וועט מען אנעמען דער רייד פונעם רמבם אלעס דאס לעצטע ווארט אין די הלכה דעריבער געקומען דער ראבד און צוגעצייכנט אלע מאל ווי ער איז מחולק דער ראבד איז שטענדיג מחולק מיטן רמבם צומאל שרייבט ער שארפע לשונות אויף אים ער נעמט אן בדרך כלל ווי רבני אשכנז דער רמבם איז געקומען פון ספרד נעמט ער אן בדרך כלל ווי רבני ספרד און דער הקדמה פונעם רמבם צייכנט דער ראבד אז דער רמבם האט נישט גוט געטוען דערמיט וואס ער צייכנט נישט אהן קיין מקורות אבער דאך שרייבט ער אויפן רמבם א גרויסע מלאכה האט דער רמבם געטון ער האט צוזאמען גענומען פון גמרא בבלי ירושלמי תוספות דער רמע מפאנו שרייבט מען זאל נישט מיינען אז דער ראבד האט געמיינט קליין צו מאכן דעם כבוד פונעם רמבם ער האט געקריגט מיט אים כדי מען זאל נישט אפ פסק נן אינגאנצען ווי דער רמבם און אויך כדי מען זאל זיך נישט נאכשלעפן אנצונעמען אלעס וואס שטייט אין ספר המורה דער בעסטער דרוק רמבם וואס איז ביז לעצטענ ס ערשינען איז באקאנט אין די תורה וועלט אלס שבתי פרענקל ס רמבם ער האט געמאכט א ריזן ווערק קודם האט ער נייע געזעצט מיט שיינע אותיות דערנאך ברענגט ער אלע שינוי נוסחאות פון אלע דרוקן ועל כולם האט ער צוגעצייכנט יעדער דין און הלכה אין רמבם ווי עס ווערט דיסקוסט אין אנדערע ספרים שות פוסקים ספרי דרוש הלכה ואגדה פלפול דער רמבם פון שבתי פרענקל גייט נישט אראפ פון די טיש פון לומדים אגב דער לעצטער באנד דערפון איז ארויס געקומען לערך אדר תשסז וואס דערמיט איז געווארן פארפולקאמט פירוש המשניות אן ערקלערונג אויף די ששה סדר משנה ביי די יאר האט ער זי אנגעהויבן צו שרייבן און עס געענדיגט ביין די דרייסיג יאר מורה נבוכים א פילאסאפיש ספר געשריבן אויף יידיש אראביש און פארטייטשט אויף לשון קודש דורך שמואל איבן תיבון אין יאר ד תתקס ד ספר המצות דער רמבם האט מסדר געווען די תריג מצות אויף זיין אייגענארטיגן סדר ער איז אין דעם ספר פונקטליך מברר וואס ער האלט עס גייט אריין אין דעם חשבון פון תריג און וואס ער איז א דרבנן אבער א אסמכתא ער קריגט אסאך מיט דעם סדר פון רבי סעדיה גאון אזוי האט אויך אנגענומען שפעטער דער ספר החינוך חוץ מיט מצוה קג וואס דער חינוך איז משנה אבער דער רמבן און אנדערע קריגן אויפן רמבם איז פארענטפערן רבינו סעדיה גאון דער רמבן קריגט אויפן רמבם ספעציעל אין ספר המצות אבער ווען עס האט אויסגעבראכן די מחלוקה אויף אים און מען האט מחרים געווען יעדער וואס לערנט דעם ספר מורה נבוכים האט זיך דער רמבן זייער אנגענומען אויף אים ער שרייבט אויף אים איך בין מעיד הימל אין ערד איז האב געהערט פון אמת ע מענשטן אז אין גאנץ תימן זענען דא אסאך קהילות וואס זענען עוסק בתורה ובמצות לשמה זיי דערמאנען ביי קדיש בחייכון וביומיכון ובחיי דרבנן משה בן מימון ער האט זיי דערלויכטן די תרוה און זיי געשטעלט אין א ליכטיג ווינקעל ער האט זיך אנגענומען פאר זיי ביי די מלכות ער האט מבטל געווען די שווערע טעקסעס וואס די רעגירונג האט אויף זיי געלייגט מיר האבן מקובל אז גאנצע מצרים ארם נהרים סוריא ארם צובה פרס תימן אלע האבן זיך אונטערגענומען זיך צו פרין לויטן חיבור פונעם רמבם דער רמבם האט פאר זיי אלע אויסגעלערנט תורה ווען דער רמבם איז געקומען קיין מצרים איז רוב מענשטן דארט קעווען קראים ער האט דארט איינגעפירט שטארקע תקנות ביז זיי זענען געווארן תורה אידן אין פראנקרייך האבן די רבנים ארויסגעגעבן א חרם אז מען טאר נישט קוקן אין ספר מורה נבוכים אויך נישט אין די ערשטע פרקים פון ספר המדע וואס דער רמבם זאגט אז דארט שטייט מעשה מרכבה ומעשה בראשית עס איז געדרוקט באריכות אין ספר מנחת קנאות בראש ר שם טוב און דער רשבא אבער דער רמבן האט זיך זייער אנגענומען און געבעטן מען זאל אראפ נעמען די חרם דער רמבם איז נפטר געווארן כ טבת ד תתקסד מצרים זיין גוף איז ארויפגעפירט געווארן קיין ארץ ישראל אויף א וואונדערליכן אופן אין ליגט אין טבריה זיין זון איז אויך געווען פון די גדולי הדור רבי אברהם בן הרמבם וואס האט פארפאסט דאס ספר המספיק לעובדי ה קראון הײטס אדער קרוין הייטס ענגליש איז א געגנט אין ברוקלין ניו יארק סיטי אין קרוין הייטס געפינט זיך דער ביהמד פון ליובאוויטשער רבין און דאס הארץ און צענטער פון די דרײ צענטראלע מוסדות פון ליובאוויטש מחנה ישראל אגודת חסידי חבד און ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין קרוין הייטס וואוינען בײ אידישע משפחות צווישן צענדליגער טויזנטער גוים אמאל פלעגט קרוין הייטס זײן איינע פון די גרעסטע אידישע קיבוצים אין ניו יארק דארט פלעגן זײן הונדרעטער שולן ישיבות און פארשידענע אידישע מוסדות ווי אויך פיל רבישע הויפן אין די זעכציקער יארן האט זיך אנגעהויבן אן אײנפלוס פון אפרא אמעריקאנער אין דער געגנט און דעריבער האבן רוב אידן זי פארלאזן הרב מנחם מענדל שניאורסאהן דער אנפירער פון דעם לובאוויטשער חסידות האט געהייסן זײנע חסידים בלײבן אין דער געגנט הײנט צו טאג וואוינען דארט הונדערט טויזנט אפרא אמעריקאנער און צוואנציק טויזנט חבד חסידים ליובאװיטשער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאװיטש אין װײסרוסלאנד הײנט בעלארוס עס ווערט אויך גערופן חבד װאס איז ראשי תיבות ח כמה ב ינה ד עת א טערמין פון קבלה חבד האבן א ברייטע טעאלאגיע ווייל די שיטה זייערע האט צו טאן בעיקר מיט עניינים וואס זיינען נוגע צו חקירת אלוקות צווישן די באגריפן וואס חבד ס טעאלאגיע האנדלט מיט איז נמנע הנמנעות א קאסמיזם השגחה פרטית אפילו אויף חי צומח דומם און אנדערע באגריפן א חבד הויז מיינט א פלאץ וואו עס וואוינט דארט א חבד שליח וועלכע פירט אהן מיט א מנין תורה שיעורים הכנסת אורחים מבצעים א ד ג א חבד הויז איז די אדרעס פאר יעדער אידישער געברויך בפרט ווען מ געפינט זיך ווייט פונדערהיים עס איז שוין דא ארום די גאנצע וועלט איבער דריי טויזענט חבד הייזער היינט צוטאגס וואס דאס הייסט אז עס רעדט זיך וועגן קארגע צען טויזנט פאמיליעס וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצע לעבן אויף האנדלען מיט פירן אידישע קהילות און אלגעמיינע טעטיקייטן פון הילף צו אידן אין יעדער זאך אין אידישקייט וואס זיי נויטיקן זיך דאס זעלבע טוען זיי פארשידענע זאכן אויף צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט און ספעציעל ארויסראטעווען זיי פון סעמילאציע א וויכטיגע טייל פון זייערע וועגן ווי זיי פירן זיך אין דעם חבד הויז איז צו האנדלען אויך מיט פרייע אידן און זיי ארויסהעלפן וואס אין דעם זיינען זיי אנדערש פון די מערסטע פרומע קרייזן וואס האלטן אז מען טאר נישט האבן צו טאן מיט פרייע אידן איז געגרינדעט אויף די געדאנקען וואס ווערן ערקלערט אין זייערע ספרי חסידות וואס דארטן רעדט זיך ארום א סאך אויף די הייליקייט און די נשמה פון יעדן איד ווי אויך די גרויסע מעלה פון אהבת ישראל ליב האבן יעדן אידן זיי נעמען א ביישפיל פון דער בעל שם טוב וואס האט אויך זייער ליב געהאט פשוט ע אידן די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך שלוחים געשיקטע דאס הייסט אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר מנחם מענדל שניאורסאהן האט שטענדיג זיך געמישט אין רעגירונג פאליסי ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון פאליטיק ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט אראבער און אז זיי פארשטייען בלויז דעם מיליטערישען פויסט באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות נאר מיט פיקוח נפש עס איז באקאנט זיין לאזונג פון אף שעל וואס האט שטענדיג געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג ער האט אנגעזאגט זיינע חסידים נישט צו גיין אפיציעל מיט קיין מפלגות נאר מען זאל שטימן לויט די הוראה פון זיין הייליגן שווער כק אדמור מהרייץ זיעא אום תשח לפק פאר דעם מערסט חרדישע פארטיי החרדית ביותר לדבר ה זה הלכה די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין פאליטיק אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבעט פון ופרצת דער לעצטער ליובאוויטשער רבי כק אדמור ר מנחם מענדל שניאורסאהן זצל פלעגט שטענדיג צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן משיח און מחזק זיין די אמונה און ציפיה צו ביאת המשיח ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די ברכה פון שמונה עשרה את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח כי לישועתך קיווינו כל היום אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין רמבם די הלכות פון גאולה און ימות המשיח און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמורות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז דער דור איז דער לעצטער דור פון גלות אין יאר ה תשנא האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין שווער דער פריער דיגער ליובאוויטשער רבי רבי יוסף יצחק שניאורסאן האט שוין געזאגט אלס א נביא ענווים הגיע זמן גאולתכם צוליב דעם און צוליב זיין אפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמבם ספעציעל לויט ן כלל אז משיח וועט מחזיר בתשובה זיין פיל אידן צום דרך התורה אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער נשיא דורנו כאטש ער האט שוין נישט געלעבט די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין דאס לויט וואס איז אנגענומען ביי חסידים אז ווען א רבי וויל רעדן וועגן זיך רעדט ער פונ ם טאט ן א א וו זע שיחת כק אדמור שליטא שפ האזינו תשיג נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמבם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו סיידן אויב עס וועט זיין צו אים תחיית המתים נאך פאר משיח ס קומען ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים וועט ער קענען ווערן צוריק דער משיח אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער איז דער מלך משיח באזירט אויף א גמרא וועלכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע די דאזיגע ווערן אנגערופן משיחיסטן די הויפט חבד ארגאניזאציעס ווי אויך דאס רוב חבד שלוחים רבנים און ראשי ישיבות האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מ זאל רעדן וועגן ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח די ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלס משיח און זאגן אז ס איז פארבאטן לויט דער תורה די עכט פרומע אידן אבער וואס גייען לויט דער הלכה און פסקים פון דעם חתם סופר און זענען זיך נישט סומך בלויז אויף געוויסע מדרשים האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת פראפעסאר אביעזר ראוויצקי הויפט פון דער אפטיילונג פון אידישע פילאסאפיע אין העברעאישן אוניווערסיטעט און אן ארטאדאקסישער איד האט געזאגט דער תורה פארבאט נישט צו זיין נאריש צווישן די חבד ס רבנים היינט מ קען צייכן אברהם בערגשטיין טוביה בלויא שלום דב וואלפא אנדערשט ווי די ליטווישע ארגאניזאציעס ווי אש התורה און אור שמח וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די לעבנסשטייגער פון משפחות האלטן זיי נישט פון דער סיסטעם נאר זיי ליבען יעדן פרייען איד שמייכלען צו זיי און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן מצוות ווייל א איד איז א איד נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב און די חיוב פון ערבות פאלט קיינמאל נישט אוועק פון דעם פרומען איד קעגן סיי וואספארא איד רוב פון זיי ווערן אליינס רבנים דורך זיך באטייליגן אין זייער ארמיי פון חבד שליחים יעדער קינד ביז בר מצווה און מיידל ביז בת מצווה דארף זיך באטייליגן אין די ארמיי צבאות ה וואס מען איז מחזק די קינדער מלחמה צו האלטן אנטקעגן דעם יצר הרע די דאזיגע אקציעס שטאמט פון זייער געבורט ארט אין רוסלאנד ווי זיי האבן געקעמפט קעגן אפיקורסות און קאמוניזם וואס האבן אין יענע יארן אוועק געריסן גאנצע פרומע משפחות נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואס די חסידות האט זיך איבערגעפלאנצט אין א פרייער נייער מאדערנער וועלט האבן זיי גענומען דעם זעלבן פיבער און דאס אויסגעשפרייט איבער דער גארער וועלט זיי פרובירן צו פרעזערווירן די אידישע שפראך אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבי ן און דאס איז דאך אלץ אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס דער אידישע שפראך אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ זאל רעדן בלויז אידיש פאפא חסידות איז געגרינדעט געווארן אין דער שטאט פאפא דורך הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד דער רב פון דער קהילה עדת ישראל אין דער שטאט פאפא זיין ממלא מקום איז געווען הרב יוסף גרינוואלד דער פאפא רב ר יוסף גרינוואלד האט איבער געפלאנצט די פאפא חסידות אין אמעריקע נאך דער צווייטער וועלט קריג מיטן גרינדן די קהילה קהלת יעקב פאפא אין וויליאמסבורג דער פאפא רב איז געווען א שטארקער אנהענגער אין בעלז און דער פאפא חסידות גייט אין דעם בעלזער דרך זיין ממלא מקום איז דער עלטסטער זון האדמור רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד פון וויליאמסבורג זיין צווייטער זון איז אבד תולדות יוסף פאפא אין בארא פארק הרב ישראל מנחם גרינוואלד זיין דריטער זון איז דומץ פאפא וויליאמסבורג הרב אהרן גרינוואלד רבי יוסף גרינוואלד נפ יג אב ה תשמד איז געווען דער פאפא רב ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן פעטער רבי אליעזר דוד גרינוואלד זצל בעל קרן לדוד וועלכער איז געווען סאטמארער רב און האט אבער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער דעריבער האט ער כמעט ווי אדאפטירט דעם פלימעניק און אים געהאלטן ווי אן אייגן קינד און האט אים אפילו חתונה געמאכט מיט זיין ברודער הגהח ר יעקב יחזקי גרינוואלד ס טאכטער פון וועם זיי האבן געהאט קינדער אין דער יוגנט איז ער געווען דיין אין דער שטאט סאטמאר נאך דער פטירה פון זיין פאטער ר יעקב יחזקי גרינוואלד האט ער ממלא מקום געווען זיין פלאץ אין קהל עדת ישראל אין דער שטאט פאפא זיין ערשטע ווייב און קינדער זענען אלע אומגעקומען אינעם צווייטן וועלט קריג נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין משפחה הרהח ר יששכר בערמאן וועבער זל אבער נאך פאר דעם האט ער אימערמידליך געארבעט אויף צו לעבן די עצמות יבשות און זארגן פיזיש און גייסטיש פאר די אומצאליגע יתומים מבני עירו ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער שטאט סאמבאטהעלי אבער נאך א קורצער צייט איז געווען קלאר אז אונטער די קאמוניסטן וועט זיין שווער אדער גאר אוממעגליך אנצוהאלטן אידישקייט האט ער אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און ישיבה עמיגרירט קיין אנטווערפן בעלגיע וואו ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה און א קהילה ביז ער האט אין אנפאנג שנת תשיא עמיגרירט קיין אמעריקע און דארט איבער געפלאנצט זיין ישיבה און געגרינדעט די קהילה קהלת יעקב פאפא ווי אויך דאס פאפער חסידות וועלכע האט זיך מיט די יארן פארגרעסערט און גאר שטארק צושפרייט איבער עטליכע שטעט אין ניו יארק מאנטרעאל ארהק און אייראפע א יאר פאר זיין פטירה האט ער אויך געגרינדעט א ישוב קרית פאפא אינדרויסן פון שטאט ניו יארק וואו ער האט באלד אריבער געפירט זיין ישיבה און דארט איז ער אין ענדע אויך נטמן געווארן הגהצ רבי יוסף איז געווען נשיא פון התאחדות הרבנים פון תשמ ביז צו זיין פטירה ער איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסער גאון און צדיק און פון די פירער פון יהדות אמעריקע נאכ ן וועלט קריג ער האט ארויסגעגעבן דעם ספר ויחי יוסף על התורה און שות ויען יוסף ער איז נפטר געווארן יג אב ה תשדמ זיינע קינדער זענען זיינע איידעמעס זענען רבי יעקב יחזקי גרינוואלד איז דער היינטיגער רבי פון פאפא חסידים און רב פון די קהילה קהלת יעקב פאפא און ווילאמסבורג ווי אויך קהלת יעקב אין בארא פארק און אין מאנסי ער איז דער עלטסטער זון פון רבי יוסף גרינוואלד דער פריערדיגער פאפא ער רב ער איז געווען דיין בעפאר ער איז געווארן רב אבער האט אפגעלאזט דאס דיינות ווען ער האט אנגענומען די רבנות פאסטען אין זומער פון תשמד ער איז א שטילער איידעלער איד ער איז א א שטיקל קנאי בפרט אין כאניאקישע ענינים איינמאל האט ער אליינס אראפגעריסן א פלאקאט פון פאטאקי קאמפיין אין שול אלס א הוראה אז דער איז א מקום קדוש אין מען טאר נישט דארטן הענגען אזוינע פלאקאטן דער אקט איז געווען באטראכט ווי א שטארקע גבורה אז א רבי זאל אליינס רייסן פלאקאטן אויך האט ער ביי א חתונה פון זיינס א מתפלל וועלכער האט געלאזט כאפן ווידעא וואס איז נישט ערלויבט אין פאפא גאר שארף מוחה געווען ברבים דער מתפלל איז געווארן באליידיגט אבער ס איז אים נישט אנגעגאנגען ער איז א באשיידענער מענטש און פרובירט צו לעבן בשלום מיט יעדן ובפרט מיט זיינע געשוויסטער זיינע יונגערע ברידער ר ישראל מנחם גרינוואלד אבדק פאפא בארא פארק און ר אהרן גרינוואלד דער היינטיגער פאפא דיין און שוואגערס ר משה ראזנער אבדק טערצאל און ר יעקב שלמה מייזליש אבדק לימנוב רבי רפאל בלום נפ כ אדר ה תשסה איז געווען דער קאשויער רב א גרויסער עניו צדיק און גאון און לוחם קעגן אלע מאדערענע זאכן וואס זענען נאר פארגעקומען ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים און חסידים וואס זענען פארשפרייט אין גאנץ ניו יארק אממערסטענס אין וויליאמסבורג און בארא פארק און אויך אין מאנסי און אזוי אויך אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון הרב שאול בראך שטאטס רב פון קאשוי פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער געפירט א ישיבה אין מיכאלעוויץ דעמאלסט טשעכעסלאוואקיי נאך דער מלחמה איז ער צוריק קיין קאשוי וואו די פארבליבענע רעשטלעך אידן וואס האבן זיך צוזאמגעקליבן דארט זיינע חברים תלמידים פונעם פריערדיגן רב ר שאול בראך האבן אין איהם געזעהן פאר די פאסיגסטע מענטש צו צוריקשטעלן די חרוב ע שטאט מיט אלע רוחניות דיגע פונקציעס ווען ער איז געווארן רב אין קאשוי נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיך געשאפן א התנגדות מצד די נעאלאגישע אידן דארטן צוליב וואס ער איז געווען א תלמיד פון ר שאול בראך זיע וואס האט געקעמפט מיטן גאנצן כח אנטקעגען זיי די ארטאדאקסן האבן צום סוף אויסגעפירט און ער איז געווארן רב ווי אויך האט ער דארט אוועקגעשטעלט א בית דין צוזאמען מיט ר יצחק אייזיק אייכענשטיין מ קיוויאשד פאר אלע שאלות וואס האבן זיך געמאכט ער האט דארט מתיר געווען אריבער עגונים ועגונות א אינטערעסאנטער פאקט איז אין איינעם פון די ביכער אויף דער שטאט קאשוי ווערט דערמאנט אז אין ערשטן יאר נאכן קריג אין די ימים נוראים איז נאך געווען צוויי מנינים די ארטאדאקסן און די נעאלאגן שוין דעמאלט איז געווען א סאך גרעסערער עולם ביי די ארטאדאקסן און אין דעם צווייטן יאר איז שוין נאר געווען איין מנין די ארטאדאקסן וואס ווייזט זיין השפעה וואס ער האט געהאט אין קאשוי אויך ווערט דארט דערמאנט אז ער איז טאקע געווען רב אין קאשוי אבער געפירט האט ער גאנץ סלאוואקיי די נאענטע תלמידים ווייזן אן אז טראץ דער פובליק בילד פון קשה כארז וואס ער האט געניצט אין זיינע מלחמות איז ער געווען פינקט פארקערט זיין פריווטן ליבליכער שמייכל איז געווען רך כקנה זיי פלעגן הנאה האבן פון זיין פאטערליכער ליבשאפטליכער שמייכל בשעת ווען זיי האבן אים זיך מיעץ געווען מיט אלע זייערע פערזענליכע שאלות און פראבלעמן פון ביזנעס פרנסה און סתם הויז און משפחה ספיקות זיי זאגן אז אזא פיינער מענטש איז נישט געווען אין דעם דור ער איז געווען א מתמיד עצום און געלערנט שטענדיג פון צופרי ביז אויפדערנאכט דורכאויס זיין גאנץ לעבן האט מען איהם אייביג נאר געטראפן אין בית המדרש איבער א גמרא ער האט געגרינדעט זיין ישיבה אהל שמואל אין וויליאמסבורג דערנאך איז די ישיבה געווען אין אירווינגטאן און שפעטער אין יאר תשלט האט ער זיך ארויסגעצויגן צוזאמען מיט די ישיבה אין קרית קאשוי בעדפארד היללס נוא יארק זייענדיג ווי אויבן דערמאנט א רך כקנה האט ער אריינגענומען אין דער ישיבה אפילו בחורים וואס זענען נישט געווארן אנגענומען אין אנדערע ישיבות צווישן זיי איז געווען אשכנעזישע אין יעקישע וואס האבן נישט געהאט קיין בערד ער האט מיט זיי זיך אפגעגעבן אין רוב זענען צום סוף געווארן חסידישע אידן אין אויפגעשטעלט חסידישע שטיבער דאס אננעמען אשכנזישע אין יעקישע בחורים האט געמאכט א רושם כאילו די ישיבה איז מאדערן רבי אהרן טייטלבוים האט אמאל ביי א דרשה דאס ערווענט קעגן אים אז ער זאגט מוסר פאר אנדערע און זיינע תלמידים גייען אסאך אן קיין בערד און זענען זייער מאדערן כאילו ער זאל קודם מאכן אייגענע בדק הבית ער איז קודם געווען ראש ישיבה אין צעהלים און אזוי ווי ער איז געווארן באפוילן פון זיין רבי ם דער סטראפקאווער רב אז ער זאל בלייבן ראש ישיבה נאר אויב ער איז פולקאם בעהב האט ער מיט דער הסכמה פונעם צעהלימער רב געעפנט זיין אייגענע ישיבה עס דארף באמערקט ווערן אז ער איז געבליבען בידידות מיטן צעהלימער רב אפילו די בחורים זענען מיטגעגאנגען מיט אים און די צעלימער ישיבה האט זיך פארשפארט למשל דער בנין וואס ער האט געהאט אין וויליאמסבורג פאר דער ישיבה איידער ער איז ארויס קיין אירווינגטאן האט ער פארקויפט פאר צעהלים וואו עס איז געווען דער צעלימער חדר אזוי אויך דערציילן די תלמידים אז אומצאליגע מאל פלעגט דער צעהלימער רב אריבערשפאצירן די ישיבה אויף ראס סט פלעגט ער זיך אפשטעלן ער איז געווען א תלמיד פונעם פריערדיגן קאשויער רב ר שאול בראך זיע האט ער גענומען אויף זיך צו זיין דער שומר הדור און פונקט ווי די רבי ס פון זיין רבי דער חתם סופר און דער מהרם שיק איז ער געשטאנען ווי א געטרייע זין וואס היט אויפן טאטעס פארמעגען זאל נישט ציגרינד גיין אין לוחם געווען אינטערען פאהן פון חדש אסור מן התורה אויף יעדער נייער זאך וואס איז געווען לויט אים א פירצה ווייל דאס קען שאטען פאר כלל ישראל און אזוי ווייטער אסאך מחאות פארשטייט זיך אז עס זענען געווען רבנים וואס האבן מתיר געווען די זאכן אבער ער האט גע אסר ט אזוי ארום האט ער זיך פארשאפט אן עקסטרעמער נאמען אבער אפילו זיינע קריטיקירער זענען שפעטער געקומען צו איהם בעטן ברכות און כאפן א בליק אויף דעם צדיק זיינע זין זיינע טעכטער און איידעמער רבי אליעזר חיים בלום כו תשרי תרצט ז טבת תשע ט איז געווען דער קאשויער רבי ער איז געבוירן געווארן כו תשרי ה תרצט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד זל פון מיהאלאוויץ ער איז געווען איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען מיטגעפארן אין דער קאסטנער באן צוזאמען מיט רבי יואל טייטלבוים אום חי טבת תשיח האט ער געהייראט ציפורה די טאכטער פון רבי מרדכי פריעדמאן שוב וועלכע האט געוואוינט אין יאס בוקארעסט און ברוקלין ער האט געוואוינט אין שיכון סקווירא איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי ער איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכטס פ ויגש ז טבת תשע ט ומנוחתו כבוד בהאוהל בקרית קאשוי בעדפארד היללס ער איז געווען מנהל פון דער קאשויער ישיבה און דערנאך האט ער געעפנט אן אייגענע ישיבה מיטן נאמען בית שמואל אין מאנסי ער האט אויך מייסד געווען און געפירט די מיידל שולע בית חינוך הישן אין מאנסי און ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי האט ער געעפענט זיין ביהמד און כולל בית שמואל ד קאשוי זייענדיג דער עלטסטער זון פון רבי רפאל האט מען אים באקרוינט קאשויער רבי נאך זיין פאטער ס פטירה כ אדר תשסה אין ער האט ממשיך געווען ברבנות והרבצת התורה אויפן שטייגער פונעם טאטן ער איז געווען א לוחם מלחמות השם בעוז וגבורה גודר גדר ועומד בפרץ ווי אויך געווען אן אויסגערופענער עובד ה בקדושה ובטהרה פיל אידן האבן זיך געקלאמערט ארום אים מיטהאלטנדיג זיינע פייערדיגע דרשות די ווארימע דאווענען און לעכטיגע טישן ער האט געהאט אסאך חסידים און אנהענגערס ווי אויך איז ער באוואוסט מיט זיינע ידיעות און פארשטאנד בפרט אין חכמת הרפואה חרדי שע אידן פלעגן זיך דורך רעדן מיט אים אין עניני חינוך ושלום בית בעצה ותושי און זענען געהאלפן געווארן פון זיינע הייליגע ברכות ער האט ארויסגעגעבן די ספר אבות הראשונים אויף מסכת אבות ליקוט דברי הראשונים אויך האט ער פארפאסט די ספרים שיח חיים עהת וסוגיות השס אוצרות שיח חיים מכתבים חברה הצלה איז אזא ערשטע הילף ארגאניזאציע וואס פריוואטע יונגעלײט לויפן צו ראטעווען מענטשן וואס דארפן אנקומען אין שפיטאל צו דאקטוירים עס איז געגרינדעט געווארן דורך הערשל וועבער פון וויליאמסבורג נאך דעם וואס די אלגעמיינע שטאטישער אמבולאנס קאמפאני פלעגט זיך פארזוימן הערשל וועבער פארציילט אז אין די ענדע ער יארן זייענדיג א יונגערמאן גייענדיג אויף ראס סטריט אין וויליאמסבורג און פאר זיינע אויגן פאלט א מיטליעריגער איד אראפ און חלש ט זאפארט אוועק עס נעמט נישט לאנג דערציילט מיסטער וועבער נישט מער ווי א צען מינוט און די שטאטישע איז אנגעקומען און האבן פראבירט צו העלפן דעם איד איבריג צו זאגן אז דאס ווארטן צען מינוט האט ליידער דעם איד געקאסט זיין לעבן פארענדיגט הערשל וועבער מיט ווייטאג איך האב זיך נישט פארזוימט די געשיכטע און די דראמא איז מיר נישט ארויס פון קאפ זאגט וועבער איך האב געשפירט אז איך מוז עפעס טאן אז אזוינס זאל זיך נישט איבערשפילן איך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן וואס מ קען טאן אין א צייט ווען א מענטש פאלט אוועק אין בין דעמאלטס געוואויר געווארן פון אזא מין זאך וואס הייסט אקסיגען טאנק און דורך דעם קען דער פאר חלש ט אטעמען און נאך קליינע קרישקעלעך וואס איז היינט די אלף בית פון ערשטער הילף נאך א קורצע וויילע האב איך געשאפט די ארגאניזאציע וואס הייסט הצלה מ האט גערופן מיין טעלעפאן נומער אין שטוב און מ האט מיר געלאזט וויסן אז א איד איז אין א צרה און מ דארף אים ראטעווען און זאפארט אריינפירן אין שפיטאל היינט צוטאגס איז דאס שוין דא אין יעדע אידישער געגענט ווי עס וואוינען אידן איבער דער גאנצער וועלט לאנדאן אנטווערפן בארא פארק ירושלים בני ברק און כמעט גאנץ ארץ ישראל איסט סייד קראון הייטס פלעטבוש מאנרוי מאנסי נייטרא מאונטענס אויסטראליע מאנטריאל טאראנטא קווינס פאסייק און גייטסהעד א סטאק מארק אדער אקציעס מארק איז דער סך הכל פון קויפער און פארקויפער א לויזע נעצווערק פון עקאנאמישע טראנסאקציעס און נישט קיין פיזישער ארט פון אקציעס וואס רעפרעזענטירן פארמאגערשאפט טענות אויף געשעפטן דאס קען איינשליסן סיי ווערטפאפירן וואס מען האנדלט אין א פובליקער בערזע סיי אקציעס וואס ווערן געהאנדלט נאר פריוואט א מארק אין וואס מען האנדלט מיט אקציעס פון פארשידענע פירמעס און איז א מאדערנער פארעם פון אינוועסטירונג לאמיר זאגן איר ווילט אנהייבן א ביזנעס און איר באשליסט צו עפענען א רעסטוראנט ערשט קויפט איר א בילדינג איר קויפט אלע קיך עקוויפמענט טישן און בענקלעך איר נעמט אויף א קעכער סערווירער איר אדווערטייזד און איר עפענט די טירן לאמיר זאגן אזוי זינט איר האט געמאכט דאלאר און אויסגעגעבן דאלאר איז אייער נעט פראפיט דאלאר אויב ביזנעס גייט גוט און אין דאס צווייטע יאר פארדינט איר דאלאר די אויסגאבן בלייבן די זעלבע דאן האט איר פארדינט נעט פראפיט דאלאר יעצט וויפיל איז די ביזנעס ווערט אויב איר ווילט דאס היינט פארקויפן די ערשטע וועג צו קוקן איז אז די ביזנעס איז ווערט דאלאר ווייל די ווערט פון די בילדינג איז ארויף די עקוויפמענט אראפ ווייל עס איז שוין גענוצט גלייכט עס זיך אויס צו דאלאר אין פאקט וועלן אבער מענטשן מסכים זיין אפצוקויפן אייער רעסטוראנט פאר דאלאר ווייל די בינזעס גייט דאך פארדינען צום ווייניגסטענס דאלאר א יאר באקומט יענער א פראצענט הרוחה יעצט אויב איינער וועט קומען און אייך זאגן אז ער האט נישט גענוג געלט אפצוקויפן אייער רעסטוראנט קענט איר דאס פארקויפן פאר מענטשן וואס וועלן צאלן דאלאר יעדער איינער און וועלן באקומען א צענטל פון די פראפיט דאס קען גיין אסאך ווייטער און איר קענט דאס פארקויפן פאר מענטשן וואס וועלן צאלן דאלאר יעדער איינער נארמאלערהייט וועלן די נייע בעלי בתים האלטן אויף עפעס א וועג קאנטראל אויף די ביזנעס איר קענט אבער טאן קלוגער און אויך בלייבן א שותף אין די אינוועסטמענט אזוי ארום וועט איר ווייטער קענען זיין באלעבאס אין אייער רעסטוראנט וועלכע איר האט פארקויפט און אריינפאקן דאלאר אין באנק אריין גענוי דאס איז א סטאק די גרויסע פירמעס פארקויפן מיליאנען אקציעס פאר א פרייז וואס ווערט אויסגערעכנט לויט די ווערט פון די פירמע אויב די פירמע פארדינט באקומט יעדער אקציאנער זיין פראצענט אין די ביזנעס און אונזער פאל אויב די רעסטוראנט וועט זיך אויסברייטערן און פארדינען א מיליאן דאלאר וועלן די אקציאנער פארדינען דאלאר א מענטש וואס האט אינוועסטירט אין וואל מארט דאלאר פאר יאר צוריק וואלט היינט ארויסגענומען עטליכע מיליאנען דאלארן ווייל די פירמע האט זיך געדאפעלט מיליאנען פראצענט אין די יאר איר זענט א פריוואטער סיטיזן וועלכער האט פארקויפט אייער רעסטוראנט פאר אנדערע פריוואטע סיטיזנס יעצט וואס וועט זיין אויב איינער פון די אינוועסטירער וויל פארקויפן זיין שעיר וועט ער מוזן ארויסגיין אויפ ן גאס און זוכן א קונה וועלכע איז זייער שווער דער סטאק מארק באשיידט דעם פראבלעם דער סטאק מארק אויך באקאנט אלס דער סטאק עקסטשעינדזש און קען גערופן ווערן אין אידיש די בערזע איז ווי א סופערמארק וואס פארקויפט אלע ערליי עסן אז איר זאלט נישט דארפן גיין צו יעדע פירמע באזונדער און קויפן דאס וואס זיי מאכן דער סטאק מארק פארקויפט אלע ערליי סטאקס די עקסטשעינדזש מאכט דאס קויפן און פארקויפן זייער גרינג א מענטש דארף נישט אראפפארן ביז ניו יארק אויב וויל ער קויפן אדער פארקויפן א סטאק אין די ניו יארק סטאק עקסטשיענדזש ער קען אנרופן א בראוקער און יענער וועט פאר אים אראפגיין היינט האלט מען שוין אסאך ווייטער ווען מען קען קויפן און פארקויפן אין עטליכע סעקונדעס דורכ ן טעלעפאן אדער אינטערנעט דער סטאק מארק האט נאך א מעלה אז יעדער אינוועסטאר קען גענוי מיטהאלטן וואס טוט זיך אפ אין די פירמע פון וועלכע ער האט געקויפט א שעיר אויב מאכט יענע פירמע א שלעכטע שריט וועט יעדער באלד וויסן און מען וועט זיך צוריקהאלטן פון צו קויפן פון יענע פירמע מען קען אויך זען וויפיל מענטשן פון איבער די וועלט האבן געקויפט דעם סטאק אין דעם טאג אויסער דעם קען יעדער זען די גאנצע היסטאריע פון יעדע פירמע זינט זי איז ארויף אויפ ן סטאק מארק ווען זי איז געשטאנען גוט און ווען נישט און פאר וויפיל זי האט פארקויפט א שעיר בעפאר א פירמע האלט ביים שליסן א גרויסע געשעפט וועט זי אראפרופן עטליכע ביזנעס אנאליסטן און זיי צייגן וואספארא אינוועסטמענט זי גייט מאכן די אנאליסטן שטודירן דאס אדורך און אויב עס געפעלט זיי גיבן זיי ארויס א באריכט אז עס לוינט זיך אריינצולייגן געלט אין די פירמע ווייל עס גייט בקרוב שטייגן דורך א פרישע געשעפט וואס זי שליסט יעצט יעדע אנגעזעענע בינעס דזשורנאל האט אזעלכע אנאליסטן און די בראוקערס און אינוועסטארס דארפן באשליסן וועמען צו גלייבן דורך דאס געלט וואס קומט אריין פון טויזענטער קויפער האט יענע פירמע געלט צו שליסן דעם געשעפט אויב ארבעט זיך עס נישט אויס האט יעדער שאדן געהאט זיין געלט יעדע ביזנעס וואס וויל פארקויפן אקציעס אויפ ן סטאק מארק צו א צאל פארשידענע מענטשן טוט דאס דורך איבערטוישן די ביזנעס צו א קארפאראציע די פראדעצור פון איבערטוישן א ביזנעס צו א קארפאראציע ווערט אנגערופן אינקארפארעטינג אויב איר עפענט א רעסטוראנט און איר אליינס האט געקויפט די בילדינג עקוויפמענט און סופלייס דאן זענט איר דער איינציגסטער וואס מאכט אלע באשלוסן אין די ביזנעס און יעדע דאלאר פראפיט גייט פאר אייך אין טאש אריין דאס ווערט אנגערופן אין די ביזנעס וועלט א סאל פראפיעטארשיפ אויב עטליכע מענטשן אינוועסטירן אין א רעסטוראנט צוזאמען וועלן אלע דריי זיך מוזן צוטיילן מיט די געלט און קיינער וועט נישט קענען מאכן קיין באשלוסן אן די צושטימונג פון די אנדערע צוויי שותפים דאס ווערט אנגערופן א פארטנערשיפ א קארפאראציע איז אנדערש און איז גאנץ אן אינטערעסאנטער באגריף א קארפאראציע איז א פאקטישער פערזאן די קארפאראציע איז רעגיסטרירט ביי די רעגירונג עס האט א סאשעל סעקיוריטי נומער עס קען באזיצן פראפערטי עס קען גיין אין געריכט צו קלאגן מענטשן קען אנגעקלאגט ווערן און מאכן געשעפטן א קארפאראציע האט סטאק וואס קען ווערן געקויפט און פארקויפט און אלע באזיצער פון די קארפאראציע האלטן סטאק אקציעס אין די קארפאראציע צו רעפרעזענטירן זייער אייגנטום איין אומגלויבליכע כאראקטעריסטיש אייגנשאפט פון דעם פאקטישער פערזאן איז אז עס האט אן אומבאשטימטע און מעגליכע אומגעמאסטענע לעבנס שפאן עס איז פאראן א גאנצע קערפערשאפט פון געזעצן וועלכע קאנטראלירן קארפאראציעס די געזעצן זענען אין פלאץ צו באשיצן די אקציאנער און די פובליק די געזעצן קאנטראלירן א רייע זאכן וויאזוי א נייע קארפאראציע אפערירט און איז ארגאניזירט צום ביישפיל יעדע קארפאראציע האט א באורד אוו דירעקטארס אפילו אויב איינער האלט אלע אקציעס פון די פירמע איז פאראן א באורד וועלכע איז ער אליינס די אקציאנער פון די פירמע טרעפן זיך יעדעס יאר און וועלן אויס ווער עס זאל זיין אין די באורד די באורד מאכט אלע באשלוסן און נעמט אויף די אפיצירן דער פרעזידענט און אנדערע וויכטיגע אפיצירן די באורד באשליסט וויפיל אקציעס די פירמע זאל פארקויפן א פירמע מעג האבן מיליאנען אקציעס און קען זיין א פריוואט געהאלטענע פירמע אדער א פובליק געהאלטענע פירמע דער חילוק איז אין א פריוואט געהאלטענע פירמע זענען פאראן א גרופע מענטשן וואס קענען זיך גוט איינע די אנדערע און מאכן ביזנעס צוזאמען א פובליק געהאלטענע פירמע איז די אייגנטום פון טויזענטער און אמאל מיליאנען מענטשן וועלכע האנדלן זייערע אקציעס אויף א פובליק סטאק עקסטשעינדזש אין אנדערע ווערטער איז די באורד די מוח פון דעם פאקטישן פערזאן די סיבה פארוואס מענטשן עפענען קארפאראציע ביזנעסער איז כדי זיי זאלן קענען צוזאמענקלויבן אסאך געלט פאר אינוועסטמענטס לאמיר זאגן אז איר באשליסט צו עפענען אן עירליין רוב מענטשן קענען אזא זאך נישט טאן ווייל זיי האבן נישט דאס געלט צו קויפן אפילו איין פליגער וועלכע קאסט מיליאנען דורך א קארפאראציע איז עס אבער יא מעגליך ווייל מען נעמט צוזאמען געלט פון טויזענטער אינוועסטארס וועלכע קויפן אקציעס אין די ביזנעס נאך א וויכטיגע סיבה פארוואס עס איז כדאי צו האבן א קארפאראציע ביזנעס איז צו לימיטירן לייביליטי אחריות אויב די ביזנעס ווערט געקלאגט אדער גייט ארויס פון ביזנעס איז נישטא קיין שאדן פאר קיינעם די ביזנעס באצאלט דאס געלט אין א פריוואטע ביזנעס וועט דער פארוואלטער מוזן באצאלן דאס געלט פון זיין טאש און ווער רעדט נאך אויב ער גייט באנקראט איז ער כמעט א פארטיגער אויף זיין לעבן לאמיר נעמען א ביישפיל פון א פירמע וועלכע האט צוזאמענגעשטעלט מיליאן דאלאר דורך פארקויפן א מיליאן אקציעס פאר א שעיר די פירמע נעמט אויף ארבייטער קויפט איין עקוויפמענט עפענט אירע טויערן און אלע ס פארט א באן לאמיר זאגן נאך א יאר פארדינט די פירמע א מיליאן דאלאר פראפיט יעצט דארפן די באורד אוו דירעקטארס באשליסן וואס זיי זאלן טאן מיט דאס געלט זייערע מעגליכקייטן זענען אויב די באורד באשליסט באלד צו פארטיילן דאס גאנצע געלט פאר די אקציאנער דעמאלט ווערט דאס אנגערופן א אינקאם סטאק וואס טייטש אז די אקציאנער באקומען א פראצענט פון די הרוחה וואס די פירמע פארדינט אויב די באורד באשליסט צו אינסוועטירן דאס געלט דעמאלט וועט די סטאק ווערן א גראוט וואקסנדיגע סטאק וועלכע פרובירט צו ווערן גרעסער און גרעסער אין א אינקאם סטאק וועט דער פרייז בלייבן בערך די זעלבע פון יאר צו יאר ווייל די פירמע וועט צוביסלעך ווערן גרעסער אדער קלענער די שעיר הלאטער וועלן ערליך באקומען זייערע געלטער און האפנטליך וועט די טשעק גרעסער ווערן פון יאר צו יאר א גראוט סטאק ארבעט אינגנאצן אנדערש קיינער באקומט נישט קיין געלט ווילאנג מען פארקויפט עס נישט די פירמע האלט דאס גאנצע געלט און וועט שטענדיג אינוועסטירן פאר מער ביזנעס די פירמע וועט מעגליך שאפן גענוג געלט צו עפענען נאך א פליגל אין אן אנדערע שטאט און דאן וועט די פירמע ווערט זיין דאפעלט און אויך איר סטאק וועט זיך דאפלן ווען דער אקציאנער וועט באשליסן אז דער סטאק איז שוין גענוג טייער און עס לוינט זיך אים יעצט צו מאכן דאס געלט וועט ער פארקויפן זיינע אקציעס פאר אנדערע וואס זוכן צו קויפן די זעלבע זאך און ער וועט פארדינען דאס געלט מענטשן טוען דאס פאר יארן לאנג און נעמען ארויס און מאל אזויפיל וויפיל זיי האבן אריינגעלייגט יעדע סטאק ווערט נאכגעפאלגט דורך די סעקיוריטיס ענד עקסטשעינדזש קאמיסיע וועלכע ס פליכט איז צו צוזאמענקלויבן אלע פינאנציעלע אינפארמאציע פון יעדע פירמע וואס איז אויפ ן סטאק מארק און דאס מאכן גרייט פאר די פובליק צו זען עס זענען פאראן א רייע פון וועגן וויאזוי די אינוועסטארס רעכנען אויב עס לוינט זיך צו קויפן דעם סטאק אדער נישט זיי נוצן ספעציעלע וואורק פאפירן אין וועלכע זיי פאלגן נאך פארשידענע אנגעגעבענע סימינים פון די פירמע און דער סטאק פרייז דער קאנצעפט פון א סטאק עוורעדזש איז זייער פשוט יעדע סטאק פון יעדע פירמע גייט ארויף און אראפ יעדן טאג געוואנדן לויט ן מארק יעצט ווען אסאך סטאקס ליגן צוזאמען אויף איין ליסטע צייגן זיי בעסער וועלכע עס גייט ארויף און וועלכע עס גייט אראפ לאמיר זאגן אז די נעסדעק עוורעדזש גייט אראפ מיט עטליכע פונקטן און נאר איין פירמע פון די איז געשטיגן אין דעם זעלבן טאג איז א גוטער סימן אז די פירמע מאכט אסאך ביזנעס טראץ וואס די מארק גייט נישט גוט ווער עס לייענט און הערט וועגן סטאקס וועט כסדר הערן די ציפערן פון די גרויסע סטאק עוורעדזשעס ווי די דאו דזשאונס אינדוסטריאל עוורעדזש די ען וויי עס אי קאמפאסייט אינדעקס די נעסדעק די און די ראסעל די אלע עוורעדזשעס רעפרעזענטירן יעדע איינע אנדערע קאטעגאריעס פון פירמעס און מאכן דעם סטאק מארק פארמעסט מער עפעקטיוו לאמיר נענטער באטראכטן און פארשטיין יעדע פון זיי דאו דזשאונס אינדוסטריאל עוורעדזש די אזויגערופענע דאו איז איינע פון די וועלט ס מערסט באקאנטע מארק אנווייזונגען דורך אירע אויסגעקליבענע פירמעס וועלכע פארמירן דעם עוורעדזש די פירמעס באשטייען פון אלע הויפט מארק סארטן וועלכע גיבן צוזאמען א קלארן בילד וואס די עקענאמיע טוט אין לאנד ארגינעל איז די דאו געווען א ריכטיגע עוורעדזש מיט דעם וואס די פרייזן פון די סטאקס זענען געווען אייניג איינגעטיילט צו מיט דער צייט האט מען אבער איינגעזען אז צו זיין פראצענט אויסגעהאלטן אין פאל א סטאק צעטיילט זיך אדער צאלט א דיווידענד האט מען געמוזט אויסגלייכן דעם נומער היינט צו טאג איבער יאר שפעטער זענען די סומעס פון די פרייזן פון די סטאקס איינגעטיילט ביי א ציפער וועלכע איז ווייניגער ווי איינס ווייל א ריר אין א סטאק פון איין דאלאר ביי א פירמע וואס פארקויפט אירע אקציעס פאר האט די זעלבע השפעה ווי אויב דאס זעלבע וואלט פאסירט מיט די דאלארדיגע סטאק אין אנדערע ווערטער איז די דאו היינט א ריכטיגע פרייז געוואויגענע סטאק אינדעקס די דאו איז געגרינדעט געווארן אין דורך טשארלס דאו צו רעפרעזענטירן די ביזנעס מארק וועלכע האט דעמאלט אנטהאלטן די אידוסטריס פון צוקער לעדער טאבאקא גאזאלין גומען און קוילן היינט צו טאג זענען דארט אויסגערעכנט די סטאקס פון די גרעסטע ריטעילערס אויל פירמעס אפטייקווארג פירמעס און אינטערטעימענט פירמעס די איינציגסטע פירמע פון די ארגינעלע ליסטע וועלכע איז נאך היינט אויסגערעכנט אויף די ליסטע איז דזשענערל עלעקטריק די איז געגרינדעט געווארן אין דורך די פירמע סטאנדארט ענד פארס און רעפרעזענטירן פירנדיגע פירמעס פון די הויפט אינדוסטריס ווי טראנספארטאציע יוטיליטיס פינאנציעלע סערוויסעס טעכנאלאגיע העלט קעיר ענערגיע קאמיוניקאציע סערוויסעס מאטריאלן קאנסומער פראדוקטן און נאך אסאך עקספערטן זענען ביי דער מיינונג אז די שפיגעלט אפ די מארק נאך בעסער ווי די דאו ווייל עס נעמט אריין מער פירמעס און פון מער אפטיילונגן רוב גרויסע געלט מענעדזשערס און פענסיע אדמיניסטראטארן נוצן די אלס זייער באנקמארק וואו זיי שפיגלן די סך הכל וואוקס פון זייערע פאנדן קעגן די סטאק מארק די אינדעקס ווערט צוזאמענגערעכנט לויט די ווערט פון יעדע סטאק באזונדער צעטיילט לויט די נומער פון אקציעס וואס ווערן געהאלטן דורך די פובליק די פירמעס וועלכע פארמאגן די מערסטע אקציעס מאכן די גרעסטע אימפאקט אויפ ן אינדעקס אזא סארט סיסטעם ווערט אנגערופן א מארק געוואויגענע אינדעקס ען וויי עס אי קאמפאסייט אינדעקס די אינדעקס צייגט די מארק ווערט פון אלע פירמעס וועלכע האנדלן אויפ ן ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש די אינדעקס ווערט אויטאמאטיש געטוישט נאך יעדע טראנזאקציע וואס ווערט געמאכט אינעם מארק יעדע סעקונדעס טוישט זיך די אינדעקס און דאס ווערט געשיקט עלעקטראניש צו אלע בראקערס און ווערט געוויזן אויף א גרויסע סקרין אינעם ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש געביידע ווען איר הערט די נייעס פון סטאקס וועלן די רעפארטער דאס געווענליך באצייכנען אלס די ציפערן פון די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש ווייל די אינדעקס צייגט יעדע דעטאל אין יעדע פון אירע סטאקס נעסדעק די נעסדעק איז דער אלגעמיינער סטאק עוורעדזש וואו עס זענען געליסטעט רוב דורכשניטליכע פירמעס דאס ווארט נעסדעק באדייט די נאציאנאלע אסאסיאציע אוו סעקיוריטיס דילערס אויטאמאטישע אפשאצונג סיסטעם די ליסטע האט זיך ארגינעל אנגעהויבן מיט פירמעס און פארמאגט היינט איבער און א האלב טויזענט פירמעס וויבאלד די נעסדעק אינדעקס פארמאגט זייער אסאך פירמעס וועלכע באלאנגן צו די טעכנאלאגיע סעקטאר וועמענס מארק שטראם טוישט זיך זייער שנעל קען די גאנצע אינדעקס אמאל זיין אומאינטערעסאנט אדער בעסער געזאגט אויסוועפיק און ווייניג מענטשן וועלן דארט האנדלן ראסעל די ראסעל אינדעקס מעסט די פארשטעלונג פון קלענערע פירמעס וועלכע האבן נארוואס אנגעהויבן וואקסן און זענען ארויף אויפ ן סטאק מארק די אינדעקס איז אויך מערערע מאל נישט אינטערעסאנט און ווייניג מענטשן וועלן זוכן דארט צו האנדלן ווייל זייער אסאך פון די פירמעס זענען ניי און פארמאגן ווייניגער קאפיטאל ווי די גרויסע פירמעס אויפ ן דאו אדער עס זענען פאראן נאך גרויסע עוורעדזשעס ארום די וועלט אבער קיינע פון זיי פארנעמען נישט אזא וויכטיגן ארט אין די וועלט ס מארק ווי די סטאק מארק אין אמעריקע די וועלט ס עקענאמישער הויפט קווארטיר ווי געזאגט טוען די עוורעדזשעס צייגן די גענעראלע געזונטהייט פון אלע סטאק פרייזן אינאיינעם וואס גיט די ריכטיגע בליק וואס די עקאנאמיע טוט לויט די סטאק עוורעדזשעס ווען די עקאנאמיע גייט גוט וועט זיך עס די ערשטע אנזען אויפ ן סטאק מארק ווען א גרויסע צאל סטאקס וועלן זיך הייבן און מאכן דעם גאנצן אינדעקס העכער מיט א געוויסע צאל פונקטן אין די סטאק מארק וועלט רופט מען אן די צייטן אלס א בול ביק מארק און פארקערט וועט מען עס רופן א בער מארק עס זענען פאראן דריי גרויסע בערזעס אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכע זענען די ניו יארק בערזע די אמעריקן בערזע און די נעסדעק יעדע פירמע וועלכע וויל גיין אויפ ן סטאק מארק מוז זיך רעגיסטרירן צו איינע פון די עקסטשעינדזשעס צום ביישפיל די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש פארמאגט איבער פירמעס אויף איר ליסטע וועלכע פארמאגן צוזאמען נאנט צו ביליאן אקציעס וועלכע זענען ווערט בערך טריליאן דאלאר ווען איינער וויל קויפן א סטאק פון איינע פון די וועט ער מוזן גיין צו די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש וועלכע איז ווי א געשעפט וואס פארקויפט פראדוקטן פארשטייט זיך אז קיינער וויל נישט אראפפארן קיין ניו יארק אדער נעמען א באן קיין וואל סטריט צו קויפן א סטאק נאר ער רופט אן א בראקער וועלכער איז א מענטש אדער פירמע וועלכער איז אויטאריזירט צו קויפן און פארקויפן סטאקס און ער האט די ערפארונג עס זענען פאראן צענדליגער בראקער פירמעס אין אלע עקן פון לאנד אריינגערעכנט די ריזן פירמעס ווי מעריל לינטש טשארלס שוואב און מארגן סטענלי די בראקער פירמע האנדלט פאר מיליאנען מענטשן און פירמעס און מיט זייער ערפארונג ווייסן זיי וויאזוי צו האנדלן און ווען צו האנדלן דער מענטש צאלט פאר דעם בראקער א קליינע אפצאל צווישן און אדער א פראצענט פון די טראנזאקציע געוואנדן לויט די פירמע הייטיגע צייטן האט די אינטערנעט איבערגענומען א גרויסע טייל פון די סטאק מארק האנדל און יעדער אינדיווידועלער מענטש קען אליינס האנדלן אויף סיי וועלכע סטאק דורך די אויטאריזאציע פון א אינטערנעט פירמע וועלכע גיט די סערוויסעס כמעט אלע גרויסע בראקערס בענק און כלערליי אינטערנעט פירמעס גיבן די סערוויס און דער האנדלער קען באטראכטן די ווערט פון זיינע סטאקס שעה א מעת לעת עס זענען אפילו פאראן אזויגערופענע אף האוער טרעיד פירמעס וועלכע לאזן קויפן און פארקויפן סטאקס אפילו אינמיטן די נאכט ווען די מארק איז פארשפארט אויסער די ארגינעלע סטאק מארק זענען פאראן אסאך אווער די קאונטער סטאקס וועלכע פארקויפן זיך איבער ן לאנד די סארט סטאקס זענען געווענליך אומפארלעסליך ווייל די פירמעס קענען געווענליך נישט דעגרייכן די סטאנדארטן וועלכע עס פארלאנגט זיך צו רעגיסטרירן מיט איינע פון די סטאק עקסטשעינדזשעס סטאק אפציעס איז א ספעציעלע סטאק האנדל צווישן פירמעס און אירע ארבייטער זייער אסאך פירמעס פריוואטע און פובליק אפערן סטאק אפציעס פאר אירע ארבייטער פאר א געוויסע צאל אקציעסאקציעס אין א געוויסע צייט און געוויסער פרייז עס זענען פאראן עטליכע סיבות פארוואס די פירמעס ווילן געבן סטאק אפציעס ערשטנס ווילן זיי מיט דעם באקומען גוטע ארבייטער וועלכע וועלן זיך צוכאפן צו דעם געדאנק און אינעם צווייטן טריט מאכט דאס דעם ארבייטער שפירן ווי ער איז א טייל פון די ביזנעס וויבאלד ער האט סטאקס פון די פירמע און דאס מאכט אים פלייסיגער ארבעטן נאך א סיבה וואס ברענגט פירמעס צו אפערן סטאק אפציעס איז צו האלטן ווי מער קעש דורך געבן קאמפענסאציע אלס א שטילער טייל פון די געהאלט די פירמעס באשטימען א ביליגערן פרייז פאר די סטאק אפציעס און דער ארבייטער קען נישט דעגרייכן די סטאק פאר א געוויסע צייט וועלכע איז באשטימט געווארן פון פאראויס דאס גיט די פירמע א געלעגנהייט צו טרעפן ארבייטער מיט גוטע כשרונות וועלכע וועלן אויך וועלן בלייבן אין די פירמע אפילו אויב עס שמעקט זיי עפעס נישט צוליב די האפענונג פאר די ריוח וואס זיי וועלן באקומען פון די סטאק אפציעס רוב פירמעס וועלן צעטיילן די סטאק אפציעס צו עטליכע יאר אז דער ארבייטער זאל נאר קענען קויפן די סטאק אפציעס צעטיילט אביסל יעדעס יאר און אזוי וועט ער וועלן בלייבן אין די פירמע פאר נאך א יאר און נאך א יאר יעדע סטאק אפציע קומט מיט אן עקספירעישן דאטום ביז ווען מען קען עקסערסייזן די אפציעס דורכ ן איבערטוישן די אפציעס צו עכטע סטאקס און דערמיט פארדינען לויט די סטאקס געוואוקס און די בענעפיט פון דער ביליגער פרייז וואס ער צאלט דערפאר אין א פריוואטע פירמע וועט די באורד אוו דירעקטארס פון די פירמע מאכן א שטימע וועלכע זיי האלטן איז אייניג צו די פירמעס אינערליכע ווערט פון די שעיר און לויט דעם וועט מען געבן די סטאק אפציעס פאר די ארבייטער פארשטייט זיך אז אויך סטאק אפציעס זענען אן איינשטעל מען קען טאקע פארדינען אסאך געלט מיט די בענעפיט פון א ביליגע פרייז אבער אויב די פירמע גייט באנקראט אדער אויב זי הייבט אן פאלן וועלן די ארבייטער מיט סטאק אפציעס ארויסקומען מיט א דורכפאל ווען מען רעדט אדער לייענט פון סטאקס קומט שטענדיג אויפ ן געדאנק דער טערמין וואל סטריט ענגליש יעדער וואס וואוינט אין ניו יארק איז שוין זיכער דארט געווען און אויב נישט איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די עטליכע גאסן וואו די עקאנאמיע פון די וועלט ווערט געהאנדלט און אניליזירט וואל סטריט געפינט זיך אונעם אונטערשטן טייל פון מאנהעטן לאוער מאנהעטן און איז די היים צו די וועלט ס גרעסטע סטאק עקסטשעינדזש און פינאנציעלע געביידעס וואל סטריט איז געגרינדעט געווארן אין נאכדעם וואס א גרופע פון מענער האבן אפגעהאלטן א היסטארישע מיטינג באקאנט אלס די באטענוואוד אגרימענט אין וועלכע זיי האבן באשלאסן צו עפענען א אפיציעלע סטאק עקסטשעינדזש געביידע וואו מענטשן וועלן קענען קומען האנדלן מיט סטאקס זייער פלאן האט זיך גאר שנעל אויסגעארבעט און ביז א יאר דערויף האבן זיי געגרינדעט די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש וועלכע איז שפעטער קווארטירט געווארן אויף וואל סטריט וואל סטריט זעלבסט איז באקאנט אין די היסטאריע אלס איינע פון די וויכטיגסטע גאסן אין די אמעריקאנער געשיכטע וועלכע האט געדינט פאר די פעדעראלע רעגירונג ווען ניו יארק איז געווען אמעריקע ס הויפט שטאט צווישן און די גאס איז געבויט געווארן מיט שטארקע געביידעס און הויכע ווענט זיך צו באשיצן פון די אינדיאנער און איז שפעטער נאמינירט געווארן וואל סטריט די ערשטע סטאק עקסטשעינדזש אין אמעריקע איז אויפגעשטעלט געווארן אין פילאדעלפיע אבער די פינאנציעלע ריזן אין וואל סטריט האבן איבערגענומען די קאנטראל פון אמעריקע ס פינאנציעלע מארקס און ביז ן היינטיגן טאג איז וואל סטריט געבליבן די וויכטיגסטע און פארנומענסטע פינאנציעלע ארט אין די וועלט וואל סטריט טראגט מיט זיך א גלענצענדע היסטאריע פון צענדליגער זאטע יארן אין אמעריקע וועלכע זענען נאר געקומען א דאנק די אפטימיזם וואס דאס לאנד האט געהאט נאכדעם וואס וואל סטריט האט מצליח געווען נאכאנאנד אבער וואל סטריט דערמאנט אויך פון עטליכע ביטערע טעג וועלכע האבן געלאזט א שטארקע עפעקט אויף די גאנצע עקאנאמיע אין אמעריקע די ערשטע ערנסטע וואל סטריט קראך האט פאסירט אין ווען די סטאק פרייזן זענען א לאנגע צייט בעפאר געווען פראצענט העכער ווי זייער עכטע ווערט און עס האט אין א שיינעם טאג געפלאצט עס איז געווען אקטאבער אינדערפרי ווען די מארק האט זיך געעפענט מיט א פארלוסט פון פראצענט ביז אינמיטן טאג זענען אלע סטאקס געפאלן מיט איבער פראצענט און עטליכע טעג דערויף איז די גאנצע סטאק מארק צוזאמענגעפאלן און אסאך בראקערס און אינוועסטירער האבן ארויסגעטאנצן פון די פענסטער צו זייער טויט צוליב די דעפרעסיע וועלכע האט דארט געהערשט די שוידערליכע קראך האט עפעקטירט אמעריקע אין יעדעס ווינקל און דאס לאנד איז אריין אין א אפיציעלע דעפרעסיע תקופה וועלכע האט זיך ערשט געענדיגט אנהויב פון די צווייטע וועלט קריג די צווייטע גרויסע קראך וועלכע א גרויסע טייל פון די ליינער וועלן געדענקן איז געווען אין און איז שפעטער באקאנט געווארן אלס דער שווארצער מאנטאג עס האט פאסירט אום אקטאבער ווען די דאו דזשאונס איז געפאלן א שטוינענדיגע פונקטן וועלכע איז געווען די גרעסטע פאל אין די סטאק מארק ס היסטאריע די וואל סטריט קאנטראלירער האבן פרובירט איינרעדן די וועלט אז עס איז געווען א קאמפיוטערייזד פראבלעם אבער עס האט גארנישט געהאלפן און אלע סטאקס האבן געטראסקעט היסטעריש איבערלאזנדיג א פארצווייפעלטע וועלט פון אינוועסטירער די לעצטע בער מארק אויף וואל סטריט געדענקן מיר אלע עס איז געווען ענדע זומער נאך עטליכע יארן פון אומגעהויערע סוקסעס פון די אזויגערופענע דאט קאם פירמעס וועלכע זענען אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי און רייך געמאכט אסאך מענטשן דורך אויפגעבלאזענע ציפערן וועלכע די פירמעס האבן געקאכט אין זייערע ביכער נוסח ענראן און וואורלד קאם די אויפגעבלאזענע מארק האט געקראכט און מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן שווערע געלטער טראץ די פילע ווארענונגן פון עקספערטן וועלכע האבן א גאנצן זומער געווארנט אז די צייט וועט קומען זינט יענעם סעפטעמבער איז נאך נישט געווען קיין ערנסטע מוצלח דיגע טעג אין וואל סטריט אבער די וועלט איז אפטימיסטיש אז די גוטע צייטן וועלן צוריקקומען ספעציעל נאכדעם וואס די מארק האט איבערגעלעבט אמעריקע ס אויפטרייסלונג אום סעפטעמבער דעם עלפטן בני ברק איז א אידישע פרומע שטאט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל וואס דארטן זײנען פלאצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה דעם סטן סעפטעמבער איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל מיט א באפעלקערונג פון די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבי אלעזר בן עזריה ורבי עקיבא ורבי טרפון שהיו מסבין בבני ברק והיו מספרים ביציאת מצרים כל אותו הלילה עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה ביי די מוניציפאלישע וואלן אין האבן די חרדים באקומען מאנדאטן מפדל מאנדאטן דער מערך מאנדאטן חרות מאנדאטן און די ליסטע פון די עדות המזרח איין מאנדאט ביי די מוניציפאלישע וואלן אין האבן די חרדים באקומען מאנדאטן מפדל מאנדאטן דער מערך גחל און די באוועגונג פאר אחוה ביי די מוניציפאלישע וואלן אין האבן די חרדים באקומען מאנדאטן אין דער שטאטראט מפדל מאנדאטן מערך און גחל מאנדאטן נאך די וואלן האט ישראל גאטליב פון מפדל אויפגעשטעלט א קאאליציע מיט מערך און גחל איבערלאזנדיק די תורה בלאק אין אפאזיציע ביי די מוניציפאלישע וואלן אין דעצעמבער האט מפדל באקומען מאנדאטן אגודה און פועלי אגודה וואס זענען געלאפן צוזאמען האבן באקומען מאנדאטן נאמני תורה ספרדיים מאנדאטן דער מערך מאנדאטן און ליכוד מאנדאטן ביי די מוניציפאלישע וואלן אין איז געווען נאר איין קאנדידאט פאר בירגערמייסטער הרב יעקב אשר פארן שטאטראט האט קאנדידירט נאר איין ליסטע מיט די פאלגנדע נעמען אזוי ווי ס איז נישט געווען מער ווי איין ליסטע האבן די בירגער פון בני ברק נישט געדארפט וויילן ביי די מוניציפאלישע וואלן אין איז חנוך זייבערט געוויילט געווארן בירגערמייסטער רעליגיעזע באדינונגען אין בני ווערן געפירט דורך דעם שטאטראט און נישט דורך א רעליגיע ראט ווי אין אנדערע שטעט אין ישראל אויך דעם שטאט ס רב ווערט געוויילט דורך דעם שטאטראט די רבנים פון בני ברק זייט זיין גרינדונג ווען מען האט באשטימט הרב יעקב לאנדא רב אין און דערנאך ווי הויפט רב פון בני ברק האבן א טייל איינוואוינער ווייטער געהאלטן רב יוסף צבי קאליש אלס שטאט ס רב ביז זיין פטירה אין און האבן נישט מקבל געווען זיין נאכפאלגער הרב קאליש האט ווייטער געפירט איינשרייבן פאר חתונות אלס רב פון דער שטאט לויט די דאטן פונעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיג פאר דעצעמבער וואוינען אין בני ברק באוואוינער די באפעלקערונג וואקסט מיט א יערלעכער ראטע פון אין בני ברק האט געוואוינט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ דער חזון איש וואס האט געשטעלט חרדישן יידנטום אין ארץ ישראל אויף זיינע פיס אין דער תקופה ווען די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן און בארימטע ליטווישע רבנים כולל הרב יעקב ישראל קאניעווסקי דער סטייפלער רב אלעזר מנחם מן שך און הרב חיים גריינימאן ווי אויך דער רב פון זכרון מאיר הרב שמואל וואזנער היינט וואוינען פיל אשכנזישע רבנים אין בני ברק ווי הרב אהרן לייב שטיינמאן הרב חיים קאניעווסקי און הרב נסים קארעליץ אזוי אויך א סך רבי ס פון חסידים וואוינען אדער האבן געוואוינט אין בני ברק ווי דער גערער נאדווארנער לעלאווער וויזשניצער אלעקסאנדער ראדזינער מאדזשיצער און סטריקאווער רבי ס בעלזא איז א חסידות געגרינדעט דורך הרב שלום רוקח אין דער שטאט בעלזא אין מזרח גאליציע אמאל פוילן היינט אוקראינע דער הויף ציילט צענדליגער בתי מדרש און חינוך אין אסאך יידישע קהילות אויף דער וועלט הרב שלום וואס ווערט גערופן דער ערשטער בעלזער רב איז געווען באקאנט אלס וועלט ס בארימטער בעל מופת צו וועמען צענדליגער טויזנטער אידן און נישט אידן האבן געשטראמט אויף ישועות און רפואות צו ווערן אויסגעהאלפן און אויסגעהיילט ביי א סאך תלמידים פון דעם חוזה פון לובלין רבי יעקב יצחק הורוויץ איז ער געווען אנגענומען אלס דער ממשיך דרכו ער האט אויפגעבויעט אין זיינער צייט די שענסטע שול אין גאליציע ער איז נפטר געווארן כז אלול ה תרטו און ליגט אין שטאט בעלזא הרב יהושע דער מיטעלער בעלזער רב נאך אים האט איבער גענומען דאס רבנות פון דעם שטעטל בעלזא זיין יונגסטער זון הרב יהושע רוקח באקאנט אלס דער גרויסער לוחם קעגן דער רעפארם באוועגונג און משכילים ער האט געגרינדעט אן ארטאדאקסישע באוועגונג אין גאליציע באקאנט אלס מחזיקי הדת אויך האט ער געגרינדעט דעם ערשטן ארטאדאקסישן צייטשריפט אונטערן נאמען קול מחזיקי הדת ער איז נפטר געווארן כג שבט תרנד אין וויען עסטרייך נאך א געפאהרפולער אפאראציע וואס ער איז אריבער און ליגט אין בעלזא נאך הרב יהושע איז דאס רבנות פון בעלזא אריבער צו זיין צווייטן זון הרב ישכר דוב רוקח אנגערופן דער פריערדיגער בעלזער רב באקאנט אלס חכם הרזים און א געוואלדיגער קלוגער מענטש אויך זיין גאונות און גדלות בתורה האט באקומען א נאמען און צעשפרייט געווארן איבער גאנץ אייראפע ווי אויך ארץ ישראל און אמעריקע ביי דער ערשטער וועלט ס קריג האט ער אויסגעוואנדערט אויף אונגארן ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן און מונקאטש און אין ראצפערט זייענדיג און מונקאטש האט אויסגעבראכן די באקאנטע מחלוקה צווישן מונקאטש און בעלזא הויפטזעכטליך צוליב דער קפידא פון דעם ארטיגן שטאט ס רב רבי חיים אלעזר שפירא באקאנט אלס מחבר פון ספר מנחת אלעזר ער איז נפטר געווארן כב מרחשוון תרפז און ליגט אין בעלזא נאך הרב ישכר דוב איז געקרוינט געווארן זיין עלטסטער זון רבי אהרן רוקח אלס רב פון דער שטאט בעלזא באקאנט אלס זעלטענער פרוש און קדוש וטהור עס איז געפאלען א שרעקליכע פחד דקדושה אויף יעדער וואס האט נאר געקוקט אויף זיין הייליגער געזיכט אלע צדיקים פון זיין דור האבן זיך מכניע געווען פאר אים ער איז אנגענומען אלס דער ריכטיגער צדיק הדור פון זיינער צייט ביי אלע חסידישע און אפילו טייל ליטווישע קרייזן אן אויסנאם נאך דער חורבן אייראפע האט רבי אהרן רוקח זצל וועלכער איז געווען באקאנט אלס א מלאך אלוקים מיט זיין הייליגער פירונג צוריק אויפגעבויט די קהילה אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ ער איז נפטר געווארן פלוצלינג מוצאי שבת עקב כא אב תשיז אין ירושלים עיר הקודש זיין פטירה האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן ארטדאקסישן יודענטום איבער דער גארער וועלט ער ליגט אין הר המנוחות אין גבעת שאול ירושלים ניין יאר נאך זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין פלומעניק הרב ישכר דוב רוקח די הכתרה איז פארגעקומען נאך דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון דעם וויזשניצער רבי ן משה יהושע האגער אין אדר ה תשכו נאך איידער ער איז געווארן אכצן יאר אלט אונטער זיין הנהגה האט דאס חסידות געבליעט די הויפטקווארטיר געפינט זיך אין קרית בעלזא ירושלים וואו מ האט געבויעט דעם בעלזער בית מדרש אין א ריזיגער געביידע אויפן סטיל פונעם בית מדרש אין דער שטאט בעלז לעבן דעם בית מדרש געפינט זיך דעם רבי נס הויז און אין דער ארומיגן געגנט וואוינען בערך טויזנט בעלזער חסידים דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך וואו ער מאכט חידושים אין נייע איינפירונגען ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון פסיכאלאגן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות און אויך אין קירוב רחוקים ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס תורה ואמונה צהר אין הידברות וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל אויך האט דער רבי סטימולירט ר מיילעך פירער אויפצושטעלן די עזרה למרפא ארגאניזאציע אין ארץ ישראל האט בעלזא שטיבלעך אין בני ברק אשדוד בית שמש תל אביב קרית גת נוף הגליל און חיפה אין חול אין בארא פארק מאנסי וויליאמסבורג מאנטרעאל אנטווערפן לאנדאן מאנטשעסטער ציריך ווין מעלבארן און סאא פאולא א קליינט צאל פון די חסידים האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטערן נייעם רבי ן און האלטן זיך נאך בעלזער חסידים פון רבי אהרן רוקח זצל זיי האבן אנגענומען אלס רבי יהושע רוקח אדמור פון מאכניווקא דאס בעלזער חסידות האט זעקס ישיבה גדולות אין ארץ ישראל אין יאר תשסו האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס האבן שוין געלערנט דריי יאר אין ישיבה גדולה די ישיבה איז געווען אין ירושלים אין דעם בנין פון קאלעוו אין שיכון חבד ווי אויך אין הר חוצבים און געפינט זיך היינט אין גבעת שאול ירושלים אינעווייניג פון דער באקאנטער דיסקין געביידע אין אלול פון יאר תשעג האט מען אויפגעשטעלט די ישיבה קדושת אהרן וואס געפינט זוך אינעם גרויסן בעלזער בית המדרש אין ירושלים בעלז האט ישיבה קטנות אין ירושלים בית חלקיה טעלז סטאן קוממיות בני ברק אשדוד בית שמש לאנדאן מאנטשעסטער אנטווערפן מאנטרעאל בארא פארק און מאנסי פריערדיקע היינטיקע הרב רבי ישכר דוב רוקח געב ח שבט ה תשח איז דער היינטיגער און פינפטער רבי פון די בעלזער חסידים רבי ישכר דוב איז געבוירן צו זיין פאטער הרב מרדכי רוקח דער בילגורייער רב וועלכער איז געווען א זון פון רבי ישכר דוב רוקח דער דריטער בעלזער רב און איז געווען א ברודער מיט ר אהרן רוקח דער פערטער בעלזער רב און צו זיין מוטער מרים א טאכטער פון ר הערשל גליק פון סאטמאר רומעניע דער בילגורייער רב איז נפטר געווארן פלוצלונג ווען זיין זון ישכר דוב איז געווען איין יאר אלט און ער איז געהאדעוועט געווארן און אויפגעוואקסן אין הויז פון זיין פעטער דעם בעלזער רב אום טו אדר תשכה האט רבי ישכר דוב געהייראט מרת שרה די טאכטער פון רבי משה יהושע האגער וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי די חתונה איז באשריבן און פארגעשטעלט געווארן דורך די מאסן מעדיע אלס די גרעסטע זייט נאך דעם שרעקליכן חורבן אייראפע לויט די אפשאצונג פון די איזראעלישע פאליציי האבן אומגעפער צוואנציג טויזנט מענטשן אנטייל גענומען אין דער חופה אין דעם ערשטן אנדערהאלב יאר נאך זיין חתונה האט די פארפאלק געוואוינט אין קרית וויזשניץ און שפעטער האט זיך אומגעקערט אין ירושלים יב תמוז ה תשכו ווען ער איז געווען אכצן יאר אלט האט מען איהם באקרוינט רבי אין תשלה איז געבוירן זייער איינציגע קינד הרב אהרן מרדכי טז אב ה תשנג האט ער געהייראט זיין ווייב מרת שרה לאה טאכטער פון רבי שמעון לעמבערגער מאקאווער רב פון קרית אתא ר אהרן מרדכי האט דרייצן קינדער דער עלטסטער איז הרב שלום רוקח וועלכע האט חתונה געהאט יב סיון תשעג מיט די טאכטער פון הרב יחיאל מאיר פאנעט מרבני בעלזא ווען רבי אהרן רוקח דער פערטער בעלזער רב איז נפטר געווארן אין תשיז האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זון די מערסטע בעלזער חסידים האבן געווארט אויף דעם יונגן ישכר דוב ביז ער וועט קענען איבערנעמען די הנהגה רבי ישכר דוב איז אויפגענומען געווארן אלס בעלזער רב אין יאר ה תשכו באקאנט מיט זיין מוראדיגער כח הנהגה מיט צוזאמהאלטן אזא גרויסע חסידות און מיט נייע איינפירונגען לחיזוק הדת און האט איינגעפירט א נייעם נוסח התפלה נייע געדאנקען אין חינוך הבנים והבנות בשנת תשמא אין דער צייט וואס בעלזער חסידות אין שפיץ פון דעם יונגן בעלזער רב האט זיך שוין געהאט צושפרייט און אויסגעברייטערט האט אויסגעבראכן א גרויסע מלחמה קעגן איר וואס אין שפיץ פון דער מערכה זענען געשטאנען די סאטמארער פארטיי מיט דער עדה החרדית פון ירושלים עיהק דער בעלזער רב האט נישט געהאלטן ביים מיטגייען מיט זיי וואס דאס האט צוגעברענגט צו אסאך רייבערייען מיט די צוויי אויבנדערמאנטע קהילות וואס אין יאר תשמא האט דאס אויסגעבראכן אין א שווערער מלחמה וואס אין דעם האבן די ערשטע געוואלט אונטער ברענגען די בעלזער קהילה רבי ישכר דוב איז טעטיג אין עטלעכע פראנטן חסד איז דער נאמען פון א זאמעל פון אסאך ארגאניזאציעס וואס האט זיך געגרינדעט פאר איבער צוואנציג יאר צוריק אויף צו געבן הילף פאר קראנקע און משפחה ארום אין אסאך הינזיכטן פון פירן אין שפיטעלער באזוכער ביז קאכן עסנס און פארטיילן געזונטע מילגרוים זאפט פאר די שוואכע חולים און אלטע און פיל מער חסד האט זיך אנגעהויבן ביי איר גרינדונג אינעם סקווערער שטעטל און עס האט געהייסן חסד דשיכון סקווירא היינט ווערט עס גערופן חסד און עס ווערט עס געפירט דורך שלום פסח גרינבערג פון סקווירא חסד האט היינט קרוב צו דריי הונדערט איינגעשטעלטע וואס ארבעטן פאר חסד געברויכן א שיינע חלק פון זיי זענען וואלאנטירן וואס גייען אין שפיטעלער משמח זיין און וואס פירן באזוכער צו שפיטעלער איבער גאנץ ניו יארק און צומאל ביז זיבן אכט שעות ווייט אויכעט די וואלענטירן פון חסד האבן געאייגנט פאר דעם צוועק א ספעציעלע סערוויס וואס געבט טויזנטער פלעשלעך מילגרוים זאפט פאר חולים אומזינסט וואס ווערט פארטיילט איבער גאנץ ניו יארק אין אלע שפיטעלער און אויך אפגעשיקט צו די הייזער פון נצרכים רבי נפתלי צבי האלבערשטאם כה סיון ה תרצא יב אדר ב ה תשסה איז געווען דער באבאווער רבי רבי נפתלי טשע איז געבוירן אין באבאוו כה סיון תרצא צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם דער דריטער באבאווער רב א זון פון הרב בן ציון האלבערשטאם רב אין באבוב א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם רב אין באבאוו א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים און צו זיין מוטער מרת בלומה רחל א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימאנאוו כה סיון תשד איז רבי נפתלי צבי געווארן בר מצווה ער איז געווען דעמאלסט מיט זיין פאטער אין דער גרויסווארדיין געטא פארשטעקט אין דעם בונקער אונטערן שפיטאל זיין פאטער האט געהאט א שטארקע הקפדה זיך צו טובל ן פאר תפילין לייגן זיי האבן באשלאסן ארויפצוגיין אויפן דאך זוכן אן עצה דארטן האבן זיי געטראפן א שיסל וואסער וואס זיי האבן געגאסן אויף זיך תשעה קבין בשעת מעשה האט דער טאטע געזאגט פאר נפתלי צבי אז ער זאל מיט דער טבילה מכוון זיין א הכנה אומצוקומען על קידוש השם צום סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיין פאטער ר שלמה געזדאנזשעט צו שיקן אים אלס בחור קיין ארץ ישראל אזוי ווי ר שלמה איז געבליבן אין אייראפע האט נפתלי צבי נישט געוווסט צי זיין פאטער איז ניצול געווארן פון דער קריג ער האט געוווינט עטלעכע יאר אין ארץ ישראל ווו ער האט באקומען היתר הוראה ער האט דארט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה און זיך געדרייעט ביי דעם די סלאנימער חסידים ווי הרר מאטל מסלאנים צווישן זיינע חברים זענען געווען הרר יעקב מאיר שעכטער ער האט זיך אויך דאן געדרייעט צווישן די נטורי קרתא קרייזן און זיך גע חבר ט מיט הרב ר עמרם בלוי ווען דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים איז געווען אין די יארן פון תשו תשז אין ארץ ישראל איז רבי נפתלי טשע געווען פון זיינע נאנטע חסידים אין די שפעטערע סטע יארן איז ער דערגאנגען אז זיין פאטער לעבט נאך און וווינט אין ניו יארק האט ער אליין געוואנדערט קיין ניו יארק רבי נפתלי טשע איז ביים טאטע נס לעבן אים געשטאנען צו דער האנט אלע יארן ביים בויען די באבאווער אימפעריע און ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר ן טאטן און פאר באבוב נאך זיין פאטער ס פטירה רח אב ה תשס האט מען אים געקריינט אלס באבובער רבי בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות און האבן דערציילט איבער אים אפענע געוואלדיגע מופתים נאך זיין פטירה האט אויסגעבראכן א חילוקי דעות ווער ס זאל זיין זיין ממלא מקום זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אדער זיין האלב ברודער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם רבי נפתלי טשע האט נישט לאנג מאריך ימים געווען אויף דער רביסטעווע ער איז נפטר געווארן יב אדר ב ה תשסה און ער ליגט צוזאמען אין אהל מיט זיין פאטער אין פלאראל פארק בית עלמין ניו דזשערסי רבי נפתלי טשע האט געהייראט מרת העסא א טאכטער פון הרב יוסף פאנעט רב אין דעעש זי איז נפטר געווארן יא אייר תשעא זייערע קינדער א קראנקייט אדער חלאת איז א מעדיצינישע צושטאנד פונעם קערפער אדער מוח פון א לעבעדיקן באשעפעניש וואס שאפט ווייטאג אומבאקוועמקייט צרות אדער טויט צום מענטש וואס ליידט פון דער קראנקייט ווען די קערפער פונקציאנירט שוין נישט מיטן פולן ברען איז מען קראנק א קראנקייט קען קומען פון דרויסן פון באקטעריע ווירוסן אדער פאראזיטן אדער פון דרינען פון א גענעטישן פעלער אדער א כראנישער ענדערונג אינעם קערפער ווען א מענטש ליידט פון א קראנקייט איז א דאקטער מטפל מיט אים ווען א בעל חי ליידט פון א קראנקייט ווערט דאס באהאנדלט דורך א וועטערינאר איינע פון די מערסטע פארשפרייטע סיבות פון קראנקייטן איז שוואכע היגיענע און א מאנגל פון ריין וואסער עס זענען פאראן קראנקייטן וואס זענען זייער פארשפרייט אדער האבן שווערע רעזולטאטן און מען טוט זיי קאנטראלירן אפילו ביי געזונטע מענטשן אז מען טרעפט אזא קראנקייט גאנץ פרי קען מען זיי היילן איידער זיי שאפן פראבלעמען למשל פארשידענע ראקן קען מען היילן נאר ווען מען טרעפט זיי גאנץ אין אנהייב נאך א ביישפיל איז אימוניזירונג דער פרינציפ דערפון איז צו גרייטן דעם קערפער צו דער קראנקייט דער קערפער האט זיין אייגענע פארטיידיקונג קעגן קראנקייטן וואס הייסט די אימיון סיסטעם די אימיון סיסטעם געדענקט וועלכע קרענק דער מענטש האט שוין געליטן ווען א מענטש היילט זיך פון א קראנקייט שאפט די אימיון סיסטעם אנטיקערפערס קעגן דער קראנקייט למשל מען גיט א קליין קינד וואס האט קיין מאל נישט געווען קראנק מיט מאזלען א צארטע פארעם פון דעם מאזלען ווירוס די אימיון סיסטעם פונעם קינד הייבט אן שאפן אנטיקערפערס קעגן דעם ווירוס ווען שפעטער קומט דאס קינד אין קאנטאקט מיט דעם זעלבן ווירוס געדענקט די אימיון סיסטעם און קען קעמפן קעגן דעם ווירוס הרב אברהם לייטנער נפ יח חשוון ה תשסח איז געווען א רב אין מאנטעווידעא אורוגוויי ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג ברוקלין און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן ער איז געווען באטראכט אלס א חשובער רב בשעת ווען ר יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין ער איז געווען א תלמיד פון רב דושינסקי ער איז געווען דער פירער פון די מער עקסטרעמע פרומע קרייזן אין סאטמאר ווי דער בני יואל האבנדיג געווען פון די שווארצע ביים לעבן פון סאטמארער רב זיי זענען געווארן אנגערופן שווארצע דורך דעם דעמאלסדיגן ראש הקהל פון סאטמאר איז ער געווען פון די גרעסטע חסידים פון ברך משה וואס כידוע האבן די אלגעמיינע סאטמארע פרומע און נאנטע צו פאוער זיך קעגן געשטעלט די ברך משה אחוץ די פרומע שווארצע וואס זיי זענען געווען נרדפים פון אלטן הנהגה האבן זיי זיך געפרייט צו קענען צוריק קומען קיין סאטמאר אבער ביי די פרשה פון ווען די ברך משה האט געזאגט אויפן קאשוי רב אז ער איז משוגע האט ער זיך צוקריגט מיטן ברך משה און אנגעהויבן צו שטיצן די שונאים פון ברך משה צו יעדן געלעגנהייט אבער נאר באהאלטן ביז די סקול דיסטריקט פרשה איז אלעס ארויסגעקומן אויף די אפענקייט ווען פורים כטוב לב המלך ביין בעת משתה היין אינמיטן די באקאנטע הייסע קאכעניש ווען דער רבי ר משה טייטלבוים איז געווען גאר ברוגז אויף אים האט אים דער ברך משה אנגערופן א פגום סאטמארער רבי האט גלייכצייטיג א צייג געטאן אויף זיין העמדל און זיך אויפגעמאכט אז ער האט אליינס געזעהן די מוטער פון ר אברהם איז אויך אזוי געגאנגען בפריצות און אויסגעלאסן צו זאגן דו בנו של פשוט טראץ ביסט א תח ווי קומסטו צו זאגן דא פאר אונז דעות אייניקלעך פון ישמח משה וואס עס איז מקובל אז דער ישמח משה האט געזאגט אז אכצען דורות זענען שוין די משפחה קדושים וטהורים אויף דעם וואס ער האט ארוס גערעדט אנטגעגין דעם קרית יואל פאבליק סקול אבער מען מוז צולייגען כמה פעמים ווען ער איז גאר שטארק מיט געשטאנען מיט די ברך משה ביי געוויסע שווערע מערכות וואס סאטמאר האט געפירט אקעגין די וועלט למשל ווען סאטמאר האט זיך געקריגט מיט ליבאוויטש און חבד האט זייער אינטערגעריסען און כפר חבד הרב אברהם האט אלע סאטמארע דיינים ארויס זייער שטארק זיך אנעמען פאר כבוד התורה זייענדיג א אינגערמאן מיט א רעספעקט ווי א רב פון די אלטען דור אויכעט ביי די מערכה וואס סאטמאר געפירט קעגין בעלזא איז ער געווען בראש המערכה צוזאמען מיט די ברך משה קאשוי רב און רבי לייבוש לייזער מפשעווארסק ביי די חלב פרשה איז ער אויך מיטגעשטאנען מיט די דיינים פון קהל יטב לב ער האט נישט מורה געהאט פון קיינעם וועען עס איז געקומען צום אמת ווען דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון רבי זלמן לייב צו זיין דער ווילאמסבורגער רב איז רבי אברהם שלא כדרכו ארויס פון זיין וועג מחזק זיין די הנגהת התורה פון הרב זלמן לייב מיט זיין בית דין ער האט געזאגעט הייסע דרשות פון די גרויסע סיעתא דישמיא וואס דער ברך משה האט געהאט אהער צו שטעלן בנו החביב אויף די שטיל פון זיין פעטער דער מייסד הקהלה און פון דעמאלט איז ער געווען א אפטע גאסט און סאטמאר פרייענדיג זיך צו זעהן ווי סאטמאר שפאנט אויף די אלטע אויסגעטרעטנע וועג און רבי זלמן לייב האט זיך זייער גרעכענט מיט זיין מיינוג אלעס וואס באלאנג די עניני הקהלה וכו ובפרט ווען די אנדערע צד איז געווען און קארט האט ער זייער מוחה געווען רבי מאטעלע וויזניצער שליטא דערציילט אז ער געדענקט דעם פאטער פון ר אברהם אין דער שטאט גראסווארדיין ער איז געווען אן ערליכער איד און פלעגט הויך שרייען יהא שמיה רבה צווישן קראנטע רבנים איז געווען באקאנט אז אויף ר אברהם האט מען זיך געקענט פארלאזן אויף גאר האקעלע שאלות איין משל אויף דער שאלה וועגן חתונה האבן מיט מינקת חבירו וואס עפי הלכה דארף מען ווארטן צוויי יאר כד חודש אויב וועגן סיבות וויל מען חתונה האבן פריער דארף מען האבן רשות פון גדולי הדור צווישן גדולי הרבנים האט מען גערעכנט ר אברהם ן פון די גדולי הדור אז ער איז געווען א בר סמכא צו ענטפערן אויף דער דאזיגער שאלה וואס אנדערע רבנים האבן מורא האבן זיי געשיקט צו ר אברהם אין הלכות ריבית איז ער געווען א חד במינו מיט זיין קלארקייט ביז הלכה למעשה עס זענען געווען פעלער וואס דער טשאקעווער רב אין אנדערע האבן נישט געוואלט פסק נען און ער האט געפסק נט בערוב ימיו האט רבי אברהם געפירט צוויי הייסע מערכות איינס אקעגן דעם עירוב און ווילאמסבורג און די צווייטע מערכה איז געווען אקעגן בויען הייזער פאר ארטיסטן און רבי אברהם האט געזאגט ארור האיש אשר יבנה ביתו לארטיסטן מיט זיין שטארקן קנאות האט ער געהאט אויפגערעגט אסאך אידן איבערהויפט מיט זיין עקשנות דיגן קאמף קעגן דעם קרית יואל סקול דיסטריקט אבער ר אברהם האט זיך נישט געשראקן אזוי ווי עס שטייט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה זיינע קינדער האבן גאר שטארק געהיטן אויף אים ווייל ער האט געכאפט אמאל א נערווען בראך און האבן אים נישט געלאזט קעמפן עס איז זיי נישט געלונגען אייביג אים צוריקצוהאלטן ער איז נפטר געווארן יח חשוון ה תשסח ביי זיין לויה האבען טויזנטער מלווה געווען צווישן די מספידים איז געווען רבי זלמן לייב מסאטמאר ער ליגט באגראבן אין דעם מאנטעוועדא ער חלקה וואס איז אינקארפארירט אין דעם בני יואל בית הקברות אין מאנרא ניו יארק נטורי קרתא איז א גרופע אידן וואס זענען פארנומען צו אקטיוואזירן און קעמפן קעגן דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל רעגירונג און דעם אידיאל פון ציונות ארגינעל איז דאס געגרינדעט געווארן דורך ר עמרם בלוי ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון די מער מעסיגע עדה החרדית זיי פארופען זיך אויף דעם ספר ויואל משה פון סאטמארער רב אז משיח קען נישט קומען אויב די אידישע מדינה שטייט נאך ווייל דאס איז קעגן די תורה ערגעץ אין די ל יארן האט א גרופע פון די ארגינעלע נטורי קרתא באשלאסען צו מאכן פראטעסטן צוזאמן מיט חאמאס און שטענדיג בעטן העצן און שרייען אויפן אונטערגאנג פון ארץ ישראל פון זייערע פירער איז ר משה הירש פון ירושלים און ר משה בער בעק פון מאנסי דערפאר איז אין ארץ ישראל לעצטענס אנטשטאנען א טיילונג צווישן די מער מעסיגע קאצינעלנבויגן משפחה און ר משה הירש ס משפחה איינע פון די הויפט רעדנער אין ניו יארק איז ר ישראל דוד ווייס פון מאנסי וואס קומט פון א מער אויבערלענדישע שטוב וואס אריגינאל קומט די משפחה פון די שטאט מונקאטש און זיין טאטע האט געהאט פערזענליכע באציאונגען מיטן מנחת אלעזר זצוקל און אסאך איבערגענומען פון איהם אין קענענדיג גוט ענגליש איז ער זייער אפציעלער רעדנער אויף ענגליש ביי זייערע פראטעסטן אמאל איז געווען זייער אפיציעלער רעדענער אויף ענגליש א בחור מוטן נאמען חיים צבי פריימאן וואס ריפט זיך איש ירושלים ער קומט פון א יעקישע שטוב פון וואשינגטאן הייטס לעצטענס רעדט ער שוין נישט ביי זייערע פראטעסטן מאנכע שרייבן דאס צו צי דעם וואס עס גייען פאר רייבערייען אינערהאלב זייער פארטיי א גרופע פון נטורי קרתא זיינען געפארען צו איראן כסלו תשסז פאר א קאנפערענץ אפצולייקענען די צווייטע וועלט ס קריג וואס האט אויסגערופען שטורעמישע פראטעסטן ביי די גאנצע יהדות החרדית וואס געווענדליך ווען זיי זענען געפארן פאר זייערע אוואנטוערישע מיסיע ס קיין איראן האט מען זיי בדרך כלל איגנארירט אבער דא ווען מען האט געטשעפעט דעם פונטל ווי זיי האבן זיך געטראפן מיט אזאלעכע וויסטע שונאי ישראל ווי דעיוויד דיוק אין זיך געהאלזט מיט זיי האבן די אידישע ארגענעזאציע ס מחליט געווען אז לא עת לחשות אין אונז קענען מער נישט שווייגען אין צוקוקען ווי א היפעלע אוואנטוראיסטן טוען וואס זיי ווילען בשם די יהודות החרדית אין שארפע בריוו זענען ארויס געקומען דורך די בית דין צדק פון די עדה החרדית אין ירושלים ווי אויך פון דעם סאטמארער בית דין פון וויליאמסבורג אין נאך צענדליגע רב נישע קערפערשאפטן רבי משה יהושע האגער יג סיון ה תרעו כ אדר תשעב איז געווען דער פינפטער רבי פון דעם וויזשניצער חסידות און דער נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל ער איז געווען דער עלטסטער זון פון הרר חיים מאיר האגער דער אמרי חיים פון וויזשניץ ער איז אנגענומען געווארן אלס רבי אין יאר ה תשלב נאך דער פטירה פון זיין טאטן ער האט ביזן לעצטן טאג געוואוינט אין קרית ויזניץ בני ברק אין ארץ ישראל וואו ער האט אנגעפירט אן עדה פון טויזנטער יידן וואס זענען פארשפרייט איבער דער גארער וועלט ער איז באקאנט מיטן נאמען ישועות משה זיינע ממלאי מקום זענען הרב ישראל האגער און הרב מנחם מענדיל האגער ר משה יהושע איז געבוירן יג סיון תרעו צו זיין פאטער רבי חיים מאיר האגער דעמאלסט רב אין ווילחאוויץ און זיין מוטער מרגלית טווערסקי א טאכטער פון רבי וועלוול רחמיסטריווקער די וואך ווען ער איז געבוירן געווארן איז געווען פרשת שלח און דער זיידע דער בעל אהבת ישראל האט גע עצה עט אז מ זאל אים געבן דעם נאמען נאך משה רבינו און יהושע בן נון ווען ער איז אלט געווען יאר נאך אלס בחור איז ער שוין געווען א רב אין דער שטאט ווילחאוויץ וואו עס האבן געוואוינט אסאך וויזשניצער חסידים און די זעלבע ארט וואו זיין טאטע ר חיים מאיר איז אויך געווען רב אלס אינגערמאן נאך דער מלחמה האט אים זיין פעטער ר אליעזר האגער זל אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין זיין ישיבה אין תל אביב און ער איז געבליבן ראש ישיבה נאך דער פטירה פון זיין פעטער ביז נאך דער פטירה פון זיין טאטן ווען ער איז געווארן רבי ווען זיין טאטע ר חיים מאיר האט געבויט שיכון ויזניץ אין בני ברק האט ער אויפגענומען זיין זון אלס רב פון שיכון און צוגאב צו די פאסטן פון ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה בית ישראל ודמשק אליעזר וואס האט זיך אויך אריבער געצויגן פון תל אביב צום נייעם שיכון אין בני ברק ער איז באקאנט געווען אלס א גרויסער למדן און מתמיד הייליגער יוד אין גרויסער עובד ה און מיט פירן ווארימע דערהויבענע שבת דיגע און יום טוב דיגע טישן ביז שפעט אין דער נאכט און מיט אריינברענגען ווארימקייט און חסידות אין בחורים און אינגעלייט פון ארץ ישראל און פון דער גאנצער וועלט האט מען געשטרוימט צו איהם לקבלת עצה וברכה ביי די חסידים פארציילט מען איבער טויזנטער מופתים וואס גייען ארויס פון זיין טיש במשך זיין הנהגה האט ער פארברייטעט אין פארגרעסערט די וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראל און חוץ לארץ און אויך מקרב געווען הונדערטער בחורים אין אינגעלייט צו דרך החסידות דורך די ארגונים וואס ער האט געגרינדעט צעירי ויזניץ אין חיים מאירים בשנת תשסג איז רבי משה יהושע אפגעשוואכט געווארן און זיין עלטסטער זון האט אנגעהויבן צו פירן דעם עדה דורך פירן די באטע ס טיש ן פארן עולם און אנגעהויבן הערש ן אויף די אלע מוסדות וואס האבן באלאנגט צום פאטער רוב רובם פונעם וויזשניצער ציבור האט און איהם געזעהן און געהאלטן אלס דעם פירער פון וויזשניצער געביידע א טייל פונעם וויזשניצער ציבור גייען נאך נאך דעם יונגערן זון רבי מנחם מענדיל וועלכער האט געעפנט אן אייגענע הויף מרכז חסידי וויזשניץ און בני ברק די לעצטע דרשה פון רבי משה יהושע אין ישיבה איז געווען פתיחת הזמן אייר תשסב אין אנפאנג תשסג ווען ער איז קראנק געווארן און אפגעשוואכט פלעג ער ווייטער ארויסקומען כמעט יעדן שבת אויף איין שעה צום טיש און האט ווייטער אויפגענומען דעם עולם פאר קוויטלעך זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געזאגט דברי תורה ביים טיש ווי די פארגאנגענע יארן ר משה יהושע האט חתונה געהאט ב ניסן ה תשב מיט מרת לאה אסתר עה נפטר געווארן כט שבט ה תשנג די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש זייערע קינדער און אייניקלאך זענען נאך זיין ערשטע ווייב ס פטירה האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין תשס מיט אן אלמנה מרת שיינדל בת גיצא ראכיל וועלכע איז געווען פריער די ווייב פון רבי יהושע סגל דייטש זצל א רב אין אונגארן און שפעטער אין דער קאטאמאן געגנט אין ירושלים ר משה יהושע געווען פון די שטערקסטע לוחמים קעגען גיוס בנות נאך אלס רב ער האט געזען יעדן יידישקייט פראבלעם אלס א חינוך פראבלעם אןן שטענדיג גערעדט אין געשטדלט אז מען זאל טון אין חינוך ר משה יהושע האט איינגעפירט אין ארץ ישראל די מהדרין בוסן אז מענער אין ווייבער זאלן נישט זיצן אויסגעמישט ר משה יהושע איז געווען פערזענליך פארנומען מיט דער גאנצער רעוואלוציע פון מהדרין ער האט אויסגערופן און מחזיק געווען לערנען חובת הלבבות ער איז באקרוינט אלס נשיא מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל און טרעט אויף מיט פייערדיגע דרשות ביי די פארזאמלונגען סיומי השס א א וו אנגעפירט דורך אגודת ישראל פון גאנץ ארץ ישראל זענען מענטשען געקומען צו גיין נעמען א ברכה פון רבין אין פון די קאנצע וועלט האט מען גערופען אין געשיקט טעלעגראמען צו באקומען זיין ברכה יעדן טאג נאך טאג זענען זיך יודן געקומען זיך אויס וויינען דאס הארץ מיט יעדער סארט ווייטאג וואס איז נאר שייך דער רבי האט געמאכט יעדעם פילן ווי עס ווערט ממש ווי זיין אייגענעם פראבלעם עס האט זיך געמאכט אז אין די שפעטטלער פון גאנץ ארץ ישראל האט זיל געמאכט א גרויס סטרייק און הונדערטער מענטשן זענען געקומען וויינען צום רבין איבער עניני רפואה יענע טעג ביי די קוויטלעך איז כדי צו באטאנען אז דענסמאל איז דער ראש ממשלה יצחק שמיר געקומען באזוכן דעם רבין און כמעט די גאנצע צייט פון דער באזוך האט דער רבי אויז געניצט וועגן דעם סטרייק אין די שפיטעלער אז מען זאל מאכן עפעס א געזעץ קעגן סטרייקן אין שפיטעלער עס איז נישט אן געקומען גרינגן פארן רבין וואס האט געהאט אזוי פיל שיעורים אין זיין סדר היום אויף צו נעמען אזוי פיל הונדערטער מענטשן יעדן טאג בפרט יעדן דינסטאג האט זיך דער רבי געפירט מיט א תענית דיבור די נאנטע חסידים וואס האבן געהאט א לענגערע זאך אדורךצורעדן האבן געוויסט נישט צו קומען דינסטאג בפרשת וארא תשנז האט דער רבי זיך אנגערופען ביים ענדע פון זיינע דברי תורה נאכן זאגן ה יעזרנו על דבר כבוד שמו קומט צו מיר אריין א בחור מיט א קוויטל פרעג איך אים גייסטו און מקוה יעדן טאג איינער וואס גייט נישט און מקוה קען איך עם נישט ליינען א קוויטל אפילו אלס רבי פלעגט ער זיך פירן אנצוהויבן אסאך פון זיינע מוסר שמוסן אין דער ישיבה מיט א פשעטל עס איז פאראן צווישן זיינע חסידים הונדערטער טעיפס פון ויכוחים אין לערנען מיט גדולים פון דעם דור אין להבחלח גדולי התורה פון פריער דיגע יארן ווי דער קלויזענבורגער רב זצל רבי חיים קרייזווירטה זצל רבי אברהם חיים ברים זצל רבי פינחס הירשפרונג זצל רבי יוסף שלום אלישיב זצל רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי זצל און נאך אסאך אין זיינע לעצטע יארן זענען ארויסגעקומען עטליכע קבצים מיט פילפולים אין וויכוחים אין לערנען פון רבי משה יהושע אין די ספרים פון ר משה יהושע זענען געווען כסדר אריינגעשטעקט קליינע צעטליך בוק מארק אלס צייכן צו געדענקען ווי ער האט נעכטן פארענדיגט אזוי פלעגט ער מסיים זיין הונדערטער ספרים אין אלע מקצועות התורה על פי השמועה פלעגט די גמרא צעטעלע זיך ארויף ריקן יעדן טאג בלאט אין טעג וואס דער סדר היום איז געווען צוגעשטערט אדער אנגעפילט מיט נאך זאכן ווי למשל אין דער וואך פון דעם אכטן סיום השס עולמי האט ר משה יהושע אויך חתונה געמאכט אן אייניקל האט מען געזעהן אז אנשטאט תהילים אדער אן אנדערן שיעור וואס ער פלעגט זאגן ביים בין גברא לגברא אדער משניות וואס ער פלעגט זאגן אויסענווייניג אין אזעלעכע פעלער האט ער מיטגעשלעפט מיט זיך א קליינע גמרא כדי אנצויאגן די באשטימטע סומע בלעטער דער רבי פלעגט לערנען קצות און נתיבות על הסדר ר יחיאל שטיינמעץ וואס איז היינט דער בעל מנגן אין קאסוב פארציילט אז דער רבי פלעגט אין זיין אפרוה פלאץ אין סעינט מאריץ אין דער שווייץ בעטן איינער פון די בחורים וואס זענען מיטגעפארן משלים צו זיין מנין אז זיי זאלן אויף בלייבן מיט אים ביינאכט און ער פלעגט מיט זיי לערנען נתיבות על הסדר איין שטיקל נאך דעם אנדערן ווי פאר שטייט זיך צופיל האבן די בחורים נישט געקענט מיט האלטן אבער דער רבי האט פארט געוואלט האבן א חברותא צו מאל פלעגט דער רבי זען אז דער בחור איז מיעד האט דער רבי זיי געשיקט שלאפן און ער אליין איז געבליבן לערנען ביז אינדערפרי דער יוד וואס פלעגט פארדינגען דירות אין עיהק צפת פאר די וואס קומען זיך אפרוען האט פארדינגען א דירה פאר דעם רבי ן נאך אלס רב און דער יוד זעט אז דער רבי גייט נישט אין ערגעץ און בלייבט אין דער דירה א גאנצן טאג דעם יוד האט דאס פארדראסן ווייל מען וועט זאגן אז דער רב האט נישט געהאט קיין גוט ן אויסרוה ביי זיין אכסניא איז ער צן געגאנגען צום רב אין געזאגט רב איר זענט געקומען זיך דא אויסרוהען נישט גיין שפאצירן נישט זיצן א גאנצן טאג און לערנען האט אים דער רבי געזאגט וואס מיינט איר איך פאר אוועק פון שיכון וויזשניץ איך וויל קענען לערנען לענגערע שעות ברציפות און אין שטאט האלט מען מיך אין איין באדערען מיט די קהל ישע פראבלעמען פאר איך אוועק אביסל אז איך זאל זיך קענען מחיה זיין מיטן לערנען ר משה יהושע איז צווישן די חסידים געווען מפורסם מיט זיין גרינטליכע דרך הלימוד אלס מדייק אין דברי רשי דערקענענדיג יעדעס איבעריג ווארט ער האט געהאט א געשמאק אין ווייזען ווי רשי באווארענט אסאך קשיות אין תירוצים אין חידושים פון אחרונים שפעטער אזוי ווייט אז ער האט געקענט זעהן גאנצע קצות ען אין אין איין ווארט פון רשי אין וויזשניץ לייגט מען א שטארקן דגוש אויף לימוד העיון דורכצולערנען די גמרא גרונטליך מיט דעם רן ביז צום מנחת חינוך אויף אלע סארט שאלות וואס זענען נוגע להלכה ולמעשה ר משה יהושע פלעגט פיל מאל פארלערנען שיעורים אין פארשידענע מקצועות פאר די בחורים וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די טיפזיניגע שיעורים און זיך מפלפל געווען בפלפולא דאורייתא דער רבי פלעגט זיך כסדר נאך פרעגן צו די בחורים ניצן אויס אלע צייט אויף תורה ספעציעל האט ער מייסד געווען מיט פילע יארן צוריק דער ישיבה שובה ישראל סיי פאר כולל יונגע לייט סיי פאר בעלי בתים אין אויך די בחורים פון די וויזשניצער ישיבות זאלן אויסניצן די הייליגע טעג מיט לערנען דאס פלעגט זיך אנהויבען א סליחות ביז נאך שמחת תורה דער רבי פלעגט פארעפענטליכטן א סוגיא וואס מען זאל דורכארבייטן במשך די טעג פון בין הזמנים צו דעם זענען ערשינען מערערע קובצים און קונטרסים אז מען זאל אלעס האבן כשולחן הערוך מוכן לאכול וואס דאס האט געברענגט א געוואלדיגע דיבוק חברים און קנאת סופרים צו דעם האט מען געברענגט אינטערעסאנטע בעלי דרשנים צו יעדן זמן וועלכע האבן געהאלטן באצויבערט די פארזאמעלטע און בארייכערט די ידיעות דער הויכפונקט פאר די תלמידי ישיבות אין וויזשניץ איז לויט די חסידים די פתיחה וואס דער רבי פלעגט האלטן פערזענליך פאר די בחורים על פי רוב פלעגט דער רבי אונהויבן די פתיחה מיט א פילפול פון א סוגיא פון די גמרא פון דעם זמן אין דאס נאך דעם אויס טייטשען אין מוסר פאר שטייט זיך אז א גרויס חלק פון די מוסר איז אלץ גווען אויף נישט באטלען קיין צייט ווי עס איז באקאנט איך דער אליינס געווען שטארק אויס געארבעט אין דעם אין דאס געזען אלץ א אזוי מיט זיין אייגענעם לשון א יסוד החיים אז מען זיך דאס איטערנעמען אין דאס וועט פירען דעם מענטש צו האבען א תורה דיג לעבען ער האט כמה פעמים געזאגט ברבים מענטשן קומען מיך פרעגן זיי ווילן זיך עפעס אונטערנעמן זאג איך פאר יעדעם איינעם אלע מאל נעם דיך אונטער נישט אן צו ברענגען קיין צייט אויס צו ניצען די צייט דער רבי האט געזאגט טויזנטער שיעורים אין געהאלטן פילפולים ברבים אדער ביי באזוכן אנדערע גדולי התורה און מען האט קיין מאל נישט געהערט פון רבין זאגן דאס ווארט חלות אפילו מיט גרויסע תלמידי חכמים גדולי הפוסקים האט ער א סאך מאל געפרעגט קשיות שאלות סתירות וואס אים אליינס שווער געווארן ביים לערנען אויב האבן זיי געוואלט ענטפערן מיט די סארט נייע תירוצים האט דער רבי עס נישט געוואלט אן נעמען ער האט אבער שטארק געשטופט ריתחא דאורייתא דער רבי זאגט כסדר דער עיקר איז מען זאל ליגן אין לערנען מיר קומען דא נישט מתיר זיין קיין עגונות דער רבי האט זייער נישט ליב געהאט אז א בחור זאל לערנען פון די קיצורים ווי קיצור שולחן ערוך און משנה ברורה ער פלעגט זאגען אז מען דארף אנהויבן פון די מקורות די סוגיא אין די גמרא טור בית יוסף ביז צו פרי מגדים נאך קוקן מראה מקומות איז געווען א שטארקע זאך ביים רבין ער פלעגט פארהערן די בחורים אין פארהאלטן צו זען אויב מען האט נאך געקוקט די מראה מקומות ווען עס שטייט עיין שם מיינט עס עיין שם דער רבי האט כמה פעמים נאך געזאגט פון בעלזער רב זצל אז איינער לערנט תורה צו ווייזן אז חסידים קענען לערנען אין תורה לשמה דער זעלבער איז אבער פאר קערט דער רבי האט נישט געלאזט קיין מאל פארגעסן אז דער תכלית פון לימוד התורה איז דביקות הבורא און מיט דעם דארף מען זיך אויס ארבעטן אלע אברים צום באשעפער עס שטייט אין ספר מקור ברוך אז דעם רבי נס זיידע דער אהבת ישראל אז לערנען איין דף גמרא ברבים איז מער ווי לערנען צען בלאט גמרא ביחיד דערפאר פאדערט דער רבי כסדר פונעם ציבור איבער דער וויכטיגקייט פון לערנען אינאיינעם ברבים אין בית המדרש און דווקא ברבים ווייל דער כח פון א רבים איז זייער גרויס ספעציעל האט דאס דער רבי מדגיש געווען נאכדעם וואס אין פרשת משפטים יאר תשלז לפק האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע אין אי דאן האט דער רבי ארויפגעלייגט א שטארקע התחייבות פון לימוד התורה ברבים אויף אלע בעלי בתים פון דער קהילה כמה וכמה פעמים איז דער רבי שליטא אליינס ערשינען אין ביהמד אין זיך געזעצט אויפן פלאץ לערנען גמרא ברבים אין צו מחזק זיין די ענין עס איז באלד געווארן שמיע אין די ישיבה ווי די בחורים האבן געהאט די פריוויליגיע צו זען ווי דער רבי זיצט און לערנט מיט א קליינטישק שס לעבן זיך בלעטערנדיג און נאכקוקנדיג פון איין עק שס ביז צום אנדערן דער רבי פלעגט האבן א גאר אינטערעסאנטן מנהג אז יעדע פאר שורות פלעג ער צו קושן די גמרא ער פלעגט זיך שטארק צו שאקלען אין צופייער פון חשק התורה אין דער מיט די וואס האבן געקענט זען ווי דער רבי האלט אין וואס דער רבי לערנט האבן גזענען אז דער רבי האט געלערענט צווישן זיבן ביז פופצן בלעטער גמרא אין דער קארגער שעה מיט נאך קוקן אנדער מראה מקומות אין דער מיט דער רבי פלעגט זאגן אין זיין מוסר פאר די בחורים אז מען קען לערנען א סאך תורה אבער אן קדושה אן שמירת עינים איז דאס גארנישט ווערט מיט איין מאל גיין אויף אן אויטאבוס אין שטאט אריין פון שיכון צו דער שטאט קען מען פארלירן די גאנצע תורה אויב מען גייט נישט אין מקוה יעדן טאג האט ער געהאלטן איז די גאנצע תורה גארנישט ווערט אלס רבי פלעגט דער רבי יעדן פרייטאג דאווענען מיט די בחורים און אין נאך דעם דאווענען פלעגט דער רבי רעדן אין לערנען דאס האט זיך אויף געהערט תשנד עס לעגט צו גיין אז די פאר קאנאנען בחורים זענען געווען פים פארנט און ארום און ארום זענען געשטאנען אלע בחורים פון דער ישיבה דער רבי האט געהאט דריי אויס געלערענטע מוסר ספרים א חובות הלבבות א ראשית חכמה אין א שולחן הטהור פון ר אהרעלע ראטה וואס האט אן הסכמה פונעם רבינס זיידע דער אהבת ישראל די דריי ספרים האט מען אלעמאל געמוזט מיט נעמען מיטן רבין וואו דער רבי איז נאר געגאנגען אפילו א קורצע צייט איז דער רבי נישט געווען אן די דריי אויסגלענעטע ספרים קיין ירושלים קיין אמעריקע אויפן פליגער ווי נאר דער רבי פלעגט שטענדיג לערנען פארן דאווענען ראשית חכמה און פלעגט זאגען ביי דער תורה אין די מוסר אז מען זאל לערנען אין דעם ספר א חסיד דער ציילט אז ער האט געזען א מאל דעם רבינס ראשית חכמה ווי ער איז מאריך אז מען דארף מוחל זיין יעדן יוד אפילו איינער וואס איז אים מצער להכעיס אין אפילו מערער מאל אין דאס איז געווען אונטער געשירעט מיט א פעדער עס שוין א מנהג פון זיין זיידע דער אהבת ישראל צו לערנען ידען טאג פארן דאווענען פרק ד פון שער ייחוד המעשה דער רבי פלעגט נאך זאגן ביי די תורה אין ביי די שמועסן אין מוסר גאנצע שטיקער חובת הלבבות אויפן לשון ממש דער ספר האט דער רבי געהאט אן עקסטערן געפיל אין אין געפירט כמה וכמה אנדערע סדרים ווי אזוי דאס צו לערנען די וועלט ווייס דאס מערסטע פון די שער חשבון הנפש וואס איז אנגעטיילט אויף דרייסיג חשבונות אין מען דאס לערענט מען יעדען טאג פון דעם חודש איין חשבון עס איז נישט קיין נייע סדר דאס האט שוין א מקור אין די דשזטאמער תהילים וואס נאך יעדען יום תהילים האט דאס זיין חשבון פון חובת הלבבות אויך אין אן אנדערע זמן האט דער רבי אייגעפירט אז ידער מגיד שיעור ברבים זאל פארלערנען צען מינוט חובת הלבבות פון שער יחוד המעשה איידער ער הייבט אן דעם שיעור עס איז פארהאן איין דריק חובת הלבבות וואס האט פינקט דריי הונדערט אין זעכציג בלעטער האט איינער פון די חסידים מציע געווען פאר ן רבין אז מען קען דאס צעטיילן אויפן יאר און דער רבי האט דאס שטארק מעודד געווען דער רבי פלעגט זאגן אז די אלע שיעורים זענען נישט אז מיט דעם איז מען יוצא עס איז נאר אז לפחות דאס זאל מען טון דער רבי פלעגט זאגן פאר די בחורים אז א בחור דארף לערנען כאטש א האלבע שעה מוסר יעדן טאג דער רבי פלעגט דאס לערנען ביי עס דער ספר איז מפורסם ביי עובדי השם א ספר פאר דיע וואס ארבעטען אויף שבירת הטבע די וואס האבען א מאל געהאט א געלעגען הייט צו זהען דעם רבין עסען א מאלצייט אינדערהיים קען נישט אויפהערן צו רעדען ווי אזוי דאס איז צו געגאנגען דאס לעצטע מאל דער רבי איז געווען אין אמעריקע איז געווען תשס ביי א חתונה אין דעם סקווערער הויף ביים הערליכן באזוך און אמעריקע ביי איינע פון די אכסניות האט איינער אריין גענומען צו רבין אין צומען א מאלצייט האט דער רבי געהאט שוין אפן דעם שולחן הטהור און דער רבי רופט זיך אן צו אים ווען מען לערנט דאס פאר גייט דער אפעטיט דער וויזשניצער ראש ישיבה פון בארא פארק הרהג ר מיכל דאסקל פארציילט אז ער פלעגט נאכצוקוקן דעם רבי ן אלס רב ביים ליינען און דענסמאל איז געווען איינגעפירט אין ביהמד הגדול אז מען האט געמאכט אסאך הוספות ביים ליינען אןן דער רבי האט געהאט אן עקטערן מסכתא וואס ער האט דענסמאל געלערנט בין גברא לגברא און ער האט אליינס מיט געהאלטן ווי במשך א פאר חדשים האט דער רב געענדיגט גאנץ מסכת פסחים נאר פון די מינוטן דער רבי וואס האט נישט געקענט צו קוקן ווי דער עולם ברענגט אן די צייט האט ער דאס שפעטערע יאהרן אלץ רבי דאס מבטל געווען אין מען האט אויף געהערט צו מאכן הוספות במשך די ימי החנוכה איז דער רבי דורך געלאפן דעם גאנצן שס עס איז נישט קלאר ווי אזוי אבער בערך די ערשטע נאכט פלעגט ער בעטן ברכות גמרא אינדערפרי פארטאגס א שבת נאך שחרית אן עירובין בערך אזוי דער רבי פלעגט זיך א סך מפלפל זיין און לערנען מיט גדולי התורה די חסידים וואס פלעגן אויסהערן האבן געזען בײם רבין אן אינטערעסאנטן מנהג ווי דער פאלגנד אויב דער גדול האט נאך געזאגט עפעס פון שס ד מ גמרא רשי תוספות אדער רמבם קצות עס קען זיין נאך ביי די אלע איז עס דא אויף געכאפט אויף א טעיפ רעקארדער דער רבי בעט אז ער וויל מען זאל עם דאס ווייזן האבן דענסמאל שוין די חסידים פון ארום שוין פארשטאנען אז עפעס טויג נישט און דער רבי אנשטאט זאגן נישט דא אזא רמבם נישט דא אזא רשי נישט דא אזא קצות זאגט עס אויף א שיינעם אופן אלגעמיין זענען מענטשן זייער צוגעוואוינט אז מען טרינקט מיט א קאווע ביים לערנען ביים רבין איז דאס נישט געגאנגען אזוי ער פלעגט צו מאכן די גמרא אויס טרינקען די קאווע צו האבן כח צום לערנען אין נאך דעם אויף געמאכט דעם ספר און ווייטער געלטענט דער רבי פלעגט האבן אויף יעדער מסכתא אנדערע אחרונים וואס ער פלעגט אין זיי לערנען אבער נישט די גאר לעצטיגע אלץ איז דער רבי אויף געקומען מיט נייע עיצות במשך די יארן האט דער רבי פראבירט מחזיק צו זיין לימוד התורה ביי זיינע חסידים אין תלמידים איין מאל האט דער רבי איין געפירט אז מען זאל לערנען צו זאמען מצוות אין ספר מינחת חינוך איין מאל אז מען דארף ידען טאג האבן ביז סוף טאג א חידוש אין לערנען עס מיז נישט זיין אן אייגענער חידוש עס דארף אבער זיין עפעס א כאפ דער גאנצער עולם זאל לערנען במשך די וואך די זעלע צוויי באלט גמרא מיטן רן אז די בחורים פון חיץ לארץ זאלען יעדער וואך א היים שרייבען א חידוש צו זייערע עלטערן אין דיע וואס וואנען דארט זאל איבער זאגען א פשעטעל אינדערהיים דער רבי האט שוין געהאט הוראה אלס בחור פון יאהר אין געווען רב אין דער שטאט ווילחאוויטץ געעפנט א ישיבה אין גרויסווארדיין פאר דער מלחמה אין תל אביב נאך דער מלחמה צוזאמען מיט זיין פעטער דער בעל דמשק אליעזר נאך דעם וואס זיין פעטער איז אוועק יונגערהייט אן קיין קינדער דער רבי גפירט די ישיבה ביז זיין טאטע דער וויזשניצער רבי זצל דער אמרי חיים איז ארויף געקומען קיין ארץ ישראל הרהח רבי אליעזר לעבעוויטש ני פארציילט וואס ער האט געוואוינט אין שיכון וויזשניץ זיין מאמע פלעגט אים שיקן צום רבי ן אלס רב מיט שאלות פון די הינדלעך מיט לעבער אדער פיפקל און דער רבי פלעגט אים ענטפערן די שאלה מיט גרויסן יוד שלחן ערוך אפן שבק סג פרשת וארא תשנא פאר דעם עצרת תפלה ביים כותל צו דאווענן וועגן דעם ערשטען גאלף מלחמה פאר ן פופצענטער און יאנואר נעמט אין אכט דאס איז געשריבען כמעט ווארט ביי ווארט ווי דער רבי האט געזאגט כדי די ווערטער זאלן האבן מיט זיך די ווארימקייט וואס איז געזאגט געווארען מיט דעם ווארעמען תניעה די שלש סעודות תורה איז געזאגט געווארן אין היכל ישיבת וויזשניץ קרית וויזשניץ פאר די תורה האט דער רבי פאר געזינגען דער ניגון ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קרוב וואס איז מיוחס נאך הרהק מריזש ן זיע ויהי ביום דבר ה אל משה בארץ מצרים שמות ו כח האב איך געקלערט בדרך אפשר ויהי איז לשון צער ביום דאס איז דאס איז צוויי מאל יום צוויי מאל יום איז בגימ יבק וואס איז נוט יעננו ביום קראנו עס קומט א זמן וואס דער כלל ישראל איז אביסל אנגעווייטיגט דארף מען זיך נעמען אביסעלע יעננו ביום קראנו מען דארף זיך נעמען שרייען צום הייליגן באשעפער און עס וועט זיין יעננו ביום קראנו מען דארף א תפילה טוהן צום בורא כל עולמים אז פון ויהי זאל שוין ווערן ביום לעכטיגקייט עס זאל שיון קומען די לעכטיגע מינוט עס זאל שוין לעכטיג ווערן פארן גאנצן כלל ישראל מיר דארפן אויך עפעס צולייגן צו דעם עסק אביסעלע ויהי ביום עהכ גימ צ אביסל קדושה וטהרה דארפן מיר אריין לייגן אין קאפ אריין זאל זיך יעדער איינער מזדרז זיין וויפיהל ער קען זיך אביסל משפר זיין די רמח אברים ושסה גידים ער זאל זיין א בחינה פון צדיק יסוד עולם דבר עהכ גימ אור רומז לתורה נר מצוה ותורה אור משלי י כג השם עס זאל זיין תורה מיטן הייליגען באשעפער דביקות הבורא מזדרז זיין זיך אביסעלע אין תורת ה מיט דביקות הבורא און קדושה וטהרה אל משה גימ שעה עהכ די צייט דארף אוועק גיין פאר תורת ה מען דארף זאגען איך האב נישט קיין צייט מבטל צו זיין יעדער מענטש דארף זיך אין אזא צייט אנהייבן אביסל מזדרז צו זיין איך האב נישט קיין צייט אויף פיסטע נארישקייטן משה רומז לשבת קודש ווי דער הייליגער טאטע ברענגט משה איז די רת פון שבת מכל המעשים אוועקגעבן די צייט ווי אזוי קום איך צו צום הייליגען שבת צו דער הייליגער תורה בארץ מצרים א מענטש איז נעבעך איינגעטינקען אין ארציות פון מצרים נעבעך אבער סוף כל סוף תורה און שבת שלעפט ארויס פון אימעטום בארץ מצרים סת גימ עין והרת אתוון בם רומז לתורה עדהכ ודברת בם דאס אויג דארף זיין א תורה דיג אויג זיך אכטונג געבן אויף די אויגן דאס איז דער טייטש אזוי פיהל אז מ דארף זיך אכטונג געבן אויף די רמח איברים און שסה גידים מ זאך לעבן מיט קדושה וטהרה און תורת ה מיטן הייליגען שבת דאס וועט אונז ארויס שלעפן פון אלע מצרים ה אל משה בארץ מצרים שם הוי איז רחמים אל משה בארץ מצרים רת עהא גימ אלקים עהכ אלקים דאס איז מדת הדין עס וועט זיין המתקת הדינים בשם הוי בחסד ורחמים פארשטייט זיך דאך אביסעלע אז מ טוהט זיך אביסעלע א קוק איהם די וואך האבן מיר די פרשה פון יציאת מצרים יעדער איינער שטייט און ווארט עס זאל שוין זיין ישעות ה מען האט פריער געזינגען ותגלה ותראה מלכותו עלינו עס איז שוין די העכסטע צייט מ דארף צוגיין אביסעלע מיט בטחון מיט התחזקות מיט שמחה דארף מען צוגיין צו דים עסק מ טאהר זיך נישט פארלירן אויף דער וועלט מ טאהר זיך נישט אביסל אביסל פארלאזן זיך איין באשעפער אויף דער וועלט אין מס ברכות דף מ ברענגט די גמרא א פלוגתא רב מיט ר יוחנן צו מען דארף זאגען מלכות אויכט ביי יעדער ברכה אדער נאר א שם אליין רב האלט אז א שם אליין איז אויך גיט ר יוחנן האלט ניין ברכה שאין בה שם ומלכות אינה ברכה בברכת הניסים האלטען רוב שיטות אז עס דארף זיין מלכות אויכעט דער ראבד לערנט אז עס דארף נישט זיין קיין מלכות ביי אלע ברכות הניסים איינס פון די ראוית פון דער ראבד איז די גמרא ברענגט אין ברכות נד עא מנין שצריך לברך על הנס ויליף מיתרו שאמר ברוך ה אשר היצל אתכם מיד מצרים ושם נאמר רק שם הוי בלי מלכות שמ דבלי מלכות נמי הוי ברכה אכן המהרשא שם מקשה באמת איך אמר יתרו שם בלי מלכות הלא קיל כר יוחנן דברכה שאין בה שם ומלכות לא הוי ברכה ומתרץ המהרשא שכיון שאמר אשר הציל אתכם וגו מתחת יד מצרים היא במקום מלכות שממשלתו בכל איז אזוי דער שם הוי ווייזט ווי גרויס דער הייליגער באשעפער איז הוי איז היה הוה ויהיה ער קען באווייזן ניסים סיי אין מצרים אין סיי ביים ים סוף אין סיי מ האט גיזעהן וואס הייסט הייליגער באשעפער ווידער מלכות ווייזט אויף מלך העולם ער איז דער מלך פון דער וועלט ער איז משגיח בתחתנים אויף יעדער פרט און פרט יז דא השגחה פרטית דאס וויזט מלך העולם כי רם ה דער באשעפער איז זייער גרויס אלעס קען ער טוהן אויף דער וועלט ושפל יראה ער קוקט אופן שפל אויך דער בשר ודם אויף דער וועלט קוקט ער אויך נאר אן רם על כל גוים ה אלע פעלקער ווייסן אז דער באשעפער איז רם אז דער בורא על עולמים קען אליס ער איז הכל יכול ער קען באווייזן שידוד אין שינויים אויף דער וועלט אבער וואס דען זיי שרייען על השמים כבודו ער איז נאר אין הימל ער איז נישט משגיח בתחתונים אבער דער אמת איז מי כה אלוקינו המגביהי לשבת ער איז טאקע הויעך דער הייליגער באשעפער אבער המשפילי לראות בשמים ובארץ דאס איז אלקינו מיר ווייסען אז דער באשעפער איז משגיח בתחתושנים על כל צעד ושעל השגחת הבורא אויפן גאנצן כלל ישראל נישט נאר על השמים כבודו נאר אויף דער וועלט אויכעט דאס איז דער טייטש פון מלכות ותגלה ותראה מלכותו עלינו שטייט ויחד יתרו על כל הטובה אשר עשה ה לישראל אשר היצלו מיד פרעה האט געזאגט מי ה אשר אשמע בקולו האט עם דער באשעפער גדארפט באצאהלן אויף דעם וואס ער איז גיווען א כופר באלוקי ישראל אבער נישט אויף דעם האט עס דער באשעפער באצאהלט נאר על כל הטובה אשר עשה ה לישראל פאר די יודענס וועגן אשר הצילו מיד מצרים דער באשעפער האט ארויס געוויזן דארט וואס איז דער טייטש אהבה צום כלל ישראל השגחה אויף יעדן יוד בפרט אויפן גאנצן כלל ישראל אשר היצלו מיד מצרים דאס האט זיך דער באשעפער אנגענומען אשר עשה ה וואס דער הייליגער באשעפער האט געטוהן איז נאר געווען לישראל פאר יודענס וועגן דאס איז דער טייטש מלך העולם אז דער באשעפער איז משגיח בתחתונים פארשטייט זיך דאך אז מיר זאגן א ברכה ברוך אתה ה מלך העולם אויכעט מלך העולם איז דער טייט אז ער איז א מלך פון די גאנצע וועלט אין עוהז איוף יעדן פרט אין פרט אין בפרט אויפן כלל ישראל איז ממילא פארשטייט זיך דאך אז מיר האבן א מלך העולם א משגיח עלינו איז ממילא דארפמען מער בטחון אין שמחה אריין קומען אין די אברים וויסען אז עס איז דא א הייליגער באשפער אין ער וועט אינז ארויס שלעפן פון אלע זאכען וואס טויגן נעבעך נישט פון אלע עגמת נפש ער ותיגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קרוב יעדער איינער שטייט מ ווארט וואס וויט זיין אין פופצענטער היום הכרעה של האום מיר האבן א הייליגען באשעפער אויף דער וועלט מען האט פריער געזאגט אין די זמירות מכל אום גבר עלינו חסדו מכל אום גבר אלע גבורות גייען אוועק אויף די אומות העולם אבער עלינו חסדו אהבת ישראל עלינו חסדו רת במסק טו פופצענטער אויף דעם דארפם מיר זיך פארלעזן אויך אויף דעם דארפן מיר ווארטן אז עלינו חסדו חסדי הבורא זאל שוין קומען אופן כלל ישראל עס איז אייביג דא איך האב מיר גיקלערט טאקע בדרך אפשר מיר האבן יעצט א זמן פון שובבים א זמן פון תשובה תשובה לייגט זיך אויס ת איז תפילה ש ב איז שמחה בטחון אין דער ו ה איז אז עס וועט איה זיין ו ה עס וועט קומען א צייט בקרוב האפן מיר אז עס וועט זיין דער פילער שם יה וה מיט א ביטחון דיג הארץ אז דער באשעפער אל יעזבנו ואל יטשנו ער וועט נישט אפלאזן אינז מיר האפן דאך אז עס איז זיך מתקרב די צייט פון משיח סוף כל סוף די גאנצע וועלט די אנשי כנהג האבן מתקן גיווען ביי די ברכה פון מחיה המתים דאס איז נישט קיין ברכה לבטלה יודן טייערע ונאמן אתה להחיות מתים בריך אתה ה מחיה המתים וואס הייסט דאס וואס איז פשוט אין די ווערטער עס וועט קומען א צייט אז עס וועט אויף לעבן א נייע וועלט ביום ההוא יהיה ה אחד ושמו אחד אני מאמין באמונה שלמה שתהיה תחית המתים אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח מען דארף צוגיין מיט אביסעלע מער בטחון מיט מער שמחה מער התחזקות אז מיר האבן א אחד יחיד ומיוחד א מושל בכל ער איז א מושל אויף די גאנצע וועלט אלע קרוצי חומר און איינעם אלעס איז ער דער מושל איבער די גאנצע וועלט ממילא גייט מען אריין אין בטחון אין שמחה מיר האפן זיך איה צוזאמקומען מאנטיג נאך מיטאג מען זאל מתפלל זיין און איינעם אל כביר לא ימאס ברוב עם הדרת מלך מיר גייען זיך צוזאמעקומען בעטן דעם הייליגער באשעפער פארשטייט זיך דאך אז יעדער איינער וואס האט אביסעלע א רגש הלב משתתף צו זיין זיך בצערן של ישראל וועט זיך אוודאי משתתף זיין ביי די שמחה תפילה דארט ביים כותל מאנטיג און מיר האפן איה אז די תפילות וועלן נתקבל ווערן צום הייליגער באשעפער יודען ווינען זיך אויס דעם הארץ פארן הילליגען באשעפער מען גוט זיך ארויס דעם רגש הלב צום בורא כל עולמים מען איז מתפלל זעהט זיך אן די תפילות בשמים נעמן זיך אריין די תפילות מיין איך אין האף אז יעדער יוד וועט זיך משתתף זיין דארט בצערן של ישראל בתפילת ישראל אונאיינעם דאווענען צום הייליגען באשעפער און איינים זאגן תהילים זיך אויס וויינען דאס הארץ זיך אויס רעדן דאס הארץ פארן הייליגען באשעפער און איה וועלען מיר זוכה זיין צו א שמחה דיגע וועלט אין צו א ישועה דיגע וועלט מען זאל שוין זעהן מיט די אויגן ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים מיט די אויגן זאל מען זעהן אז עס איז דא ישועת ה אין ישועת כלל ישראל מיט שמחה אין בטחון האפן מיר איה צו התיצבו וראו את ישועת ה דאס איז גיווען ביי יציאת מצירם אין בא קרית ים סוף מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן איה די לעכטיגע מינוט עס זאל זיין ביום ההוא יהיה ה אחד ושמו אחד לאמיר זוכה זיין צו ישועת ה בביאת גואל צדק בבא אזוי ווי דער שטייגער איז ביי אסאך חסידישע הויפן האט מען נישט אנגענומען ארויסצוגעבן דרוקן חידושים און פילפולים פון א רבי ן ביי זיין לעבן און אפילו ווען דער רבי האט אנגעהויבן א מוסר שמוס מיט א פילפול האבן די וויזשניצער חסידים דאס נישט מיט געדרוקט אין די קונטריסים נאר אין קורצן געשריבן רבינו פתח בפילפול בסוגיא און נאך געשריבן דעם מוסר חלק אבער עס זענען דא חסידים וואס האבן צו זאמען גענומען ביי זיך פריוואט אסאך טעפס פון שיעור פילפולים פון רבי ן מיר אנדערע גדולים אין אין די לעצטע צען יאר זען אסאך געדרוקט געווארן אין קובץ תורנית איבער דער וועלט וויזשניץ אין בוקאווינא אמאל אין רומעניע היינט אין אוקראינע איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן וואס דארט האט געוואוינט רבי מענדיל האגער זצל באקאנט אלץ דער צמח צדיק דער גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע אן אפצווייג פון דער קאסאווער דינאסטיע וויזשניץ איז היינט איינע פון די גרעסטע חסידות ן מיט אומגעפער צען טויזנט משפחות צווישן די פארשידענע וויזשניצער הויפן די גרעסטע און צענטראלע הויפטקווארטירט אין קרית וויזשניץ בני ברק און ציילט אפ אומגעפער משפחות דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל האגער דער עלטערער זון פונעם פריערדיגן רבי ן רבי משה יהושע דער ישועת משה דערצו איז פאראן א הויף אונטער דעם נאמען מרכז חסידי וויזשניץ וואס געפינט זיך אויף עזרא גאס אונטער דער פירערשאפט פון רבי מענדיל האגער אנדערע אפצווייגן פון דער וויזשניצער חסידות זענען וויזשניץ מאנסי וואס רעכנט אומגעפער משפחות סערעט וויזשניץ און שאץ וויזשניץ אין חיפה אזוי אויך זענען פאראן נאך א פאר קליינע הויפן וואס שטאמען פון דעם וויזשניצער גזע אזוי ווי ווישאווא אנטאניא דזשיקאוו וויזשניץ און קאסאוו וויזשניץ נאך דעם שרעקליכן חורבן אייראפע האט רבי חיים מאיר האגער דער אמרי חיים פון מארמאראש ראמעניע איבערגעפלאנצט דאס חסידות אין ארץ ישראל נאך זיין פטירה אין יאר ה תשלב איז דאס חסידות צוטיילט געווארן צו צוויי הויפן לויט דער צוואה זיין עלטסטער זון רבי משה יהושע האט איבערגענומען די רעביסטעווע און אויפגעשטעלט א חצר אין בני ברק און זיין זון רבי מרדכי האגער האט אויפגעשטעלט זיין חצר אין מאנסי ניו יארק רבי משה יהושע האט געדינט אלס נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל דער צענטער פונעם חסידות איז אין קרית וויזשניץ אין בני ברק וואו מער ווי משפחות וואוינען דאס חסידות האט קאנצענטראציעס פון חסידים אין ירושלים רחובות אלעד ביתר עילית בית שמש מודיעין עילית אשדוד חיפה עפולה און צפת אין חול זענען פאראן וויזשניצער שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע בארא פארק וויליאמסבורג און מאנסי און אין אייראפע אין אנטווערפן לאנדאן און מאנטשעסטער עס זענען אויך דא עטליכע משפחות פון וויזשניץ אין ציריך וויען און מעלבארן פראקטיש האט זיך דאס חסידות צעשפאלטן אין די לעצטע יארן פון רבי משה יהושע צווישן זיינע צוויי זון דער בכור רבי ישראל האט געפירט דאס חסידות בפועל צוליב זיין פאטערס קראנקייט רבי מנחם מענדיל האט געדינט אלס אבד קריית וויזשניץ אין בני ברק אבער למעשה האט ער געפירט אן אייגענעם הויף היינט איז רבי ישראל וויזשניצער רבי אין בני ברק און רבי מענדיל פירט א הויף מרכז חסידי וויזשניץ אין בני ברק די איידעמער פונעם ישועת משה זענען דער סקווערער רבי הרב דוד טווערסקי דער סאטמארער רבי הרב אהרן טייטלבוים דער בעלזער רבי הרב ישכר דוב רוקח און רב מנחם ערנסטער ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה רבי מרדכי האט זיין צענטער פונעם חסידות אין מאנסי ניו יארק זיינע חסידים האבן שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע בארא פארק וויליאמסבורג און מאנסי און אין אייראפע אין אנטווערפן לאנדאן און מאנטשעסטער אין ארץ ישראל זענען דא פיליאלען פונעם מאנסי וויזשניצער הויף אין ירושלים בני ברק און בית שמש אין הויפט פון רבי ברוך שמשון האגער זון פון רבי מרדכי פון וויזשניץ מאנסי רבי און איידעם פון זיין שוועסטער קינד דער וויזשניצער רבי פון בני ברק רבי ישראל דער אפיציעלער רב פון דער וויזשניצער קהילה איז געווען רבי משה יהושע האגער ביז דעם טאג ער איז געקרוינט געווארן רבי נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי האט מען ממנה געווען אלס רב זיין עלטערן זון רבי ישראל דער היינטיגער רבי און שפעטער אין ה תשן זיין יונגערער זון רבי מענדיל געציילטע יארן שפעטער ווען רבי ישראל איז צוריקגעקומען קיין וויזשניץ למעשה פלעגט דינען אלס רב פון דער קריה דער דיין רבי משולם זושא לוריא ביז צו זיין פטירה אין ה תשעז און נאך אים האט באקומען די אויפגאבע רבי יעקב מאיר שטערן אלס ראש בית דין פונעם וויזשניצער בית דין איז באשטימט רבי משה שאול קליין אין אנדערע שטעט אין ארץ ישראל דינען אלס רבנים פון דער וויזשניצער קהילה די פאלגנדע הרב צבי הירש וויזשניצער אין אשדוד הרב מנחם מענדל פקשר און הרב שרגא פייוול וויינבערגער אין אלעד הרב מרדכי שלמה שטיינמעץ אין הר נוף ירושלים הרב קלמן ווייס אין בית שמש הרב שלמה איצקאוויטש אין ביתר עילית הרב ברוך שטערנבוך אין מודיעין עילית הרב חיים מאיר גרינבוים אין חיפה און הרב מענדל טובאק אין עפולה אנדערע באדייטענע רבנים זענען הרב משה שטיין מוצ אין דעם בית דין פון הרב וואזנער און הרב אברהם צבי הכהן מוצ אין שיכון ה געגנט אין בני ברק רבי יעקב קאפל חסיד טו אלול ה תקמז בעל תפלה פונעם בעל שם טוב זשורנאלן און בלעטער די פירמע גוגל איז דער אייגענטימער פון דער גרעסטער זוכמאשין אינעם אינטערנעץ דער נאמען גוגל שטאמט פונעם נומער גוגאל די דאזיגע פירמע איז אויפגעשטעלט געווארן אין דורך לעררי פעידזש און סערגעי ברין צוויי סטודענטן פון סטאנפארד אוניווערסיטעט דער פירמע ס איינציגער פראדוקט איז געווען די גוגל זוכמאשין וואס איז געווארן שנעל אויפגעכאפט און ביז א קורצער צייט האט עס געהאט מיליאנען באניצערס אבער היינט צוטאגס פירט זיך די אינטערנעט און נעמט א פירענדע ראלע אין איר גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט אמת עס איז טאקע געווען אינטערנעט פאר גוגל אויכט אבער זיי האבן איבערגענומען די ראלע פון אפמאכן וועלכער וועבסייט ווערט באקאנט און באניצט און וועלכער נישט גוגל האט געטוישט און איינגענומען דעם אינטערנעט פענאמען און זיי זענען דער גרעסטער כוח וואס פירט ווייטער איר דינאמישקייט יעדן טאג מיט נייע ערפינדונגען גוגל האט זיך אריינגעשטעלט אינדערמיט און געווארן די אגענט וואס דעליווערט דעם אינטערנעט פארן מענטש און זי באשלוסט וויאזוי ווען ווער ווי וואס און פארוואס דאס ווערט אויפגענומען ביים מענטש אין אויגוסט איז די פירמע ארויף אויף דער בערזע פאר פער אקציע פארדינענדיג דערביי ביליאן דאלער ביז ן ענדע האבן זיך די אקציעס געהויבן אויף באלד און ביים סוף האט עס געהאלטן ביי וואקסענדיג אלץ גרעסער האט גוגל געהאלטן אין איין שאפן און ארויסגעבן נייע פראדוקטן די מערסטע פון זיי אלץ באדינונגען אויפ ן אינטערנעץ היינט צוטאגס איז גוגל די גרעסטע זוך מאשין אויפן אינטערנעט כמעט צוויי מאל אזוי גרויס ווי איר נאנטסטער קאנקורענט יאהו איין זאך וואס זי צייכענט זיך אויס איז די שיינע דעזיין וואס איז נישט אנגעפאטשקעט מיט צופיל צעמישטע שרייענדע ווערטער און לינקס איר הויפט בלאט איז ווייס ציכטיג און ליידיג און נישט אנגעפילט מיט אינפארמאציע חורבן אייראפע אדער גזירות תש תשה פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט חורבן און פארטיליגונג באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג אויסגעפירט דורכן מערדער היטלער דער פירער פון נאצי דייטשלאנד און זיין רעגירונג מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער נאצי פארטיי צו לעזן די יודענפראגע און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד הגם נאצי דייטשלאנד האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פארטיליקיט למשל די ציגיינער איז אבער די אידן געווען מיט א סיסטעם פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער מער פון די מיליטערישע סודות קודם דורך שיסן און ווען די דייטשע סאלדאטען זענען געווארן דעמאליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלעמינירן דעם פראבלעם דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליקונג אין דער היסטאריע פון די יידן האט מאן טאקע מער ווי איין מאל זיי רודף געווען דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר יידן נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב יידן און אפילו ווען זיי האבן געשמד ט אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמערדן די רויטל אינדיאנער און די ארמענער און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן דער חורבן האט פאסירט אין יעדן ארט וואו די דייטשע אינוואזיע איז צועקומען כולל צפון אפריקע די ציל פון די נאציס איז געווען פארטיליקן יעדן ייד לויט זייער דעפיניציע אויך אזעלכע וואס זענען האלב יידן וואס לויט דער הלכה זענען נישט קיין יידן און אויך יידן וואס האבן זיך גע שמד ט אין אנהייב האבן זיי געשאסן די קרבנות אריין אין גרובן ביסלעכווייז האבן זיי אויפגעשטעלט אן עקספלאטאציע אין טויטונג אדמיניסטראציע וואס האט איינגעשלאסן די געטאס ארבעטס לאגערן און טויט לאגערן אן אויסקום פון דער תקופה פונעם חורבן איז געווען די ליקווידאציע פון גאר א סאך יידישע קהילות וואס האבן עקזיסטירט און געבליט אין דער ברייט און דער לענג פון צענטראל און מזרח אייראפע דער איינפלוס פונעם חורבן אויף די יידישע געמיינדעס אין אייראפע איז געווען קאטאסטראפיש און אומפארענדערלעך די נומערישע אויסראטונג פון די יידן צוזאמען מיט דער פארטיליקונג פון די יידישע צענטערס פון גייסטליכקייט און קולטור אין דעם געשפרייט צווישן צענטראל רוסלאנד און האלאנד און פראנקרייך אין מערב און טריפאלי אין דרום האט צעהאקט דעם המשך פון דער יידישער טראדיציע וואס איז געווארן וואס איז געוועבט געווארן דורכאויס הונדערטער הונדערטער יארן נאך דער מלחמה איז אריבער דער צענטער פון יידיש לעבן פון אייראפע קיין ישראל און צפון אמעריקע כאטש וואס רדיפות אויף אן עטנישער באזע זענען נישט זעלטן אין דער היסטאריע פון דער מענטשהייט און אוודאי נישט אין דער יידישער היסטאריע דאך ווערט די חורבן אייראפע גערעכנט אן אויסנאם סיי אין אירע דימענסיעס און פארנאם סיי אין די פרעצעדענטישע סיסטעמען פון פארניכטונג און סיי אין דער גרונט אידעאלאגיע וואס איז געווען נישט רעליגיעזיש נאר ראסיסטיש עטניש פעלער פון מאסן רציחה אויף א נאציאנאליסטישן ראסיסטישן אדער אידעאלאגישן גרונט האבן פאסירט אויך פריער פאר דער חורבן אייראפע למשל דער טשערקאסער פעלקערמארד אינמיטן דעם טן יארהונדערט אדער דער ארמענישער פעלקערמארד ביי דער ערשטער וועלט מלחמה און אויך נאכהער בעיקר אין אפריקע און אין אזיע אבער דאס האט קיינמאל נישט פאסירט מיט אזא ארגאניזירטער סיסטעם אזוי ווי נאצי דייטשלאנד האט עס אויסגעפירט ס איז ברייט אנגענומען צו רעכענען דעם אנהייב פון דער תקופה פון חורבן אייראפע אין ווען די נאציס האבן איבערגענומען די רעגירונג אין דייטשלאנד וואס פון דעמאלסט אן האבן אנגעהויבן די רדיפות קעגן יידן אין דייטשלאנד ס איז אויך פאראן א מער באגרענעצטע דעפיניציע אז די חורבן אייראפע האט אנגעהויבן אין די טעג פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין זומער נאך דער אינוואזיע פון פוילן און דער אנהייב פון פארטרייבן יידן אריין אין געטאס דער חורבן איז אריין אין א נייער פאזע מיט דעם אנהייב פון די מאסן רציחות נאך דער אינוואזיע פונעם סאוועטן פארבאנד אין יוני וואס האט געענדיגט נאר מיט דער באפרייאונג פון די פארטיליגונג לאגערס דורך די אליאירטע קראפטן אין פאר דער מלחמה האט די פאליטיק פון דייטשלאנד פאקוסירט בעיקר אויף לעגאליזירטער דיסקרימינאציע און סטימולירן עמיגראציע פון יידן ארויס פון לאנד אין דער תקופה פון דער מלחמה האט פאסירט אן ערנסטע פארערגערונג אין באציאונג צו די יידן נאך ווען זיי האבן איינגענומען ברייטע שטחים פון אייראפע האבן די נאציס אנגעהויבן פארטרייבן די יידן פון דייטשלאנד און טייל פון די איינגענומענע שטחים פון זייערע הייזער און האבן זיי קאנצענטריט אין געטאס און אין לאגערס דערנאך מיט דער דייטשער אינוואזיע צום ראטנפארבאנד האבן זיי אויך אנגעהויבן מאסן שחיטות טיילמאל אין ספעציעלע פארניכטונגס לאגערן וואס זיי האבן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק וואו זיי האבן געניצט געוויסע מעטאדן פון רציחה כולל גאז קאמערן וואו זיי האבן דערמארדט די קרבנות דורך פארגיפטיקן זיי מיט פאבריצירטער גאז די נאצי פארטיי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין האט זיך שטארק באזירט אויף דער פאלקיסטישער אידעאלאגיע מיט אירע אנטיסעמיטישע געדאנקען דער פירער פון דער פארטיי אדאלף היטלער וואס איז געווען געשטיצט דורכן גענעראל לודנדארף דער דייטשער שעף פון גענעראל שטאב ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט געשאפן פיינט פון יידן פאר איר אידעאלאגישן פונדאמענט פון די הויפט פאקטארן וואס האבן געשפילט א ראלע אלס דירעקטע נאכפאלג פון דעם חורבן אייראפע און דאס האט געברענגט צו אן ערנסטע ענדערונג פון די סטאטיסטיקן פון דעם יידישן פאלק איז געווען דאס יידיש פאלק האט זיך געטיילט איבער די פראגעס אין פארשידענע מיינונגען און אזוי אנטוויקלט געווארן אין באזונדערע גרופעס רב מנחם מענדל טייטלבוים געבוירן יט אדר ב תשכ ז איז דער סאטמארער רב אין וויליאמסבורג ברוקלין ניו יארק אויך איז ער ראש ישיבה פון דער ישיבה לצעירים פאר אינגע בחורים אין וויליאמסבורג ער האט פריער געדינט אלס רב פון די סאטמארער חסידים אין אנטווערפן בעלגיע פאר דעם איז ער געווען רב פון קהל עצי חיים סיגעט אין וויליאמסבורג ער ווערט באטראכט אין אלגעמיין דורך אלטוועלטליכע סאטמארער חסידים אלס א צוקונפטיגער מנהיג און רבי פון סאטמאר ער איז באקאנט מיט זיינע ווארעמע דרשות וועלכע קענען טייל מאל ארויסברענגען געוויין פון תפלה און תשובה ווי אויך זיינע באטעס צו מיט די אינגעלייט און בחורים פונעם חסידות יעדן ראש השנה ווען זיין טאטע דער סאטמארער רבי אין מאנרא פראוועט אין שטאט וויליאמסבורג פארט ער ארויס בשליחותו צו פראווען די תפילות אין קרית יואל ר מנחם מענדל איז געבוירן געווארן יט אדר ב תשכ ז דער עלטסטער זון פון רבי אהרן טייטלבוים סאטמארער רבי אין מאנרא און מרת סאשא טאכטער פון רבי משה יהושע האגער וויזשניצער רבי אין בני ברק און מרת לאה אסתר א טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט הי ד דעעשער רבי נאך וועמען ער הייסט אין סאטמאר איז ער באקאנט אלס ר מענדעלע בלשון חיבה ווייל ער איז דער ערשטער אייניקל וואס האט חתונה געהאט ווען זיין זיידע דער ברך משה זיע איז געווארן רבי ער האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע מרת ברכה סימא מייזליש די טאכטער פון מרת חיה מייזליש דאס עלטסטע קינד פונעם ברך משה און ר בעריש מייזליש דער סאטמארער רב אין בארא פארק ברוקלין זייערע קינדער זענען זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אין אנטווערפן וואו דער ברך משה האט אים נאך אויפגענומען אלס רב אין דעם סאטמארער שטיבל אין תשס ו נאך די פטירה פון זיין זיידע דער ברך משה זי ע האט ער זיך צוריקגעקערט קיין אמעריקע ווי זיין טאטע האט איהם ממנה געווען אלס סאטמארער רב אין וויליאמסבורג הרב מרדכי האגער יח תמוז תרפב כ ט אדר תשע ח אויך באוואוסט אלס ר מאטעלע איז געווען דער וויזשניצער רבי אין מאנסי ער און זיין ברודער רבי משה יהושע האגער דער ישועות משה האבן זיך צעטיילט דאס חסידות פון וויזשניץ נאך דער פטירה פון זייער פאטער רבי חיים מאיר האגער דער אמרי חיים ר מאטעלע האט זיך הויפטקווארטירט אין מאנסי און ר משה לע איז געבליבן אין בני ברק רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר ה תרפב צו זיין פאטער רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ און זיין מוטער מרת מרגליא א טאכטער פון רבי וועלוועלע טווערסקי פון רחמיסטריווקא זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי ישראל האגער דער אהבת ישראל יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון דעם בעל ויחי יוסף פון פאפא וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבי ן אין די ביטערע קריגס יארן איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי ן הרבנית מרת שבע ברכה ערנסטער דער רבי האט געפלוכטעט קיין בוקארעסט רומעניע אום י ט אייר א טאג נאך ל ג בעומר שפעטער נאכדעם וואס ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה חודש סיון ה תשה זייענדיג אין בוקארעסט האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא מלכה די טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי דער פריערדיגער סקווערער רבי נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה האט דער רבי חתונה געהאט מיט איר שוועסטער הרבנית מרת סימא מירל און מיט איר האט ער אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא רומעניע ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט געווייקטן אייראפעישן באדן האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע וואו איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר פאר זיין פטירה ער ח ניסן תש ח זאפארט נאך דעם אנקום קיין אמעריקע האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר די ארטיגע וויזשניצער חסידים צום ערשט האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק און נאכהער אין וויליאמסבורג אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרהק רבי יואל טייטלבוים פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי ן אין שטוב און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי ן אין יאר ה תשכד האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה און ס איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט טראץ וואס ס איז געווען ביטער שווער און ס האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי אין אפסטעיט ניו יארק און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ תמוז תשכ ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל און דארט געדאוונט פאר ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע אין ה תשלב נאך דער פטירה פון זיין טאטן זענען ביידע ברידער באקרוינט געווארן רבי ס אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דער פירערשאפט דער עלטערער ברודער רבי משה יהושע און אין אמעריקע רבי מרדכי כ ט אדר תשע ח צופרי איז ער נפטר געווארן אין שפיטאל אין מאנהעטן ניו יארק און באערדיגט געווארן אין בית החיים ד קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי אין א ריזיגער לוויה וואס איז ארויס פון בית המדרש הגדול לבוש מרדכי אין מאנסי לויט דער צוואה זענען אלע זיינע זין באקרוינט אלס רבי ס יעדער אין זיין וואוינארט רבי מאטאלע פלעגט זיך האלטן פאר א סאטמארער תלמיד זיין וועלט איבערבליק איז געווען ענדליך צו דער שיטה פון סאטמאר און עדה החרדית אבער טראצדעם איז ער נישט ארויס אפענערהייט קעגן דער אגודה ער פלעגט אסר ן פאר זיינע חסידים די איינוואוינערס פון בארא פארק און וויליאמסבורג צו טראגן אום שבת טראצדעם וואס עס איז פאראן דארט אן עירוב זיינע דברי תורה זענען געווען באווירצט מיט גימטריא לויטן וויזשניצער שטייגער ער האט דערמונטערט זיינע חסידים וואס זענען אייגענטימערס פון געשעפטן און חתונה זאלן אנצונעמען צום ארבעט נאר אידן ער האט נישט געלאזט כאפן בילדער פון אים און ער האט זייער שטארק געקעמפט קעגן דעם די חתונות אין דעם וויזשניצער הויף אין מאנסי ווערן נישט פילמירט און אין בית מדרש זענען אויפגעהאנגען צעטלעך וואס מעלדען צום עולם אז מ טאר נישט כאפן קיין בילדער און טאקע עס איז גאר א זעלטענע זאך צו טרעפן דעם רבינ ס בילדער אין סיי וועלכע חרדי שע וואכנשריפטן אדער צייטונגען ער האט דערמונטערט ביי זיך אין דער משפחה חתונות צווישן שוועסטער קינדער און אין פראצענט פון די שידוכים זענען סיי דער חתן און סיי די כלה אייניקלעך אור אייניקלעך פונעם רבי ן גערער חסידים שטאמען פון פלן פאר ן קריג איז גער געווען דאס גרעסטע חסידות היינט איז גער דאס גרעסטע חסידות אין ארץ ישראל און פון די גרעסטע אויף דער וועלט מיט בערך טויזנט משפחות דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין ירושלים אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי ן אויף ירמיהו גאס ביי די גרויסע נסיעות שבועות און ראש השנה דאווענען צוזאמען אומגעפער מענער בחורים און יינגלעך ווי אויך א פאר טויזנט פרויען אין דער ווייבער שול גאלעריע דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט און אפגעשיידטע פון זייערע פרויען איינגעפירט דורך איינע פון זייערע רביס דער בית ישראל רבי ישראל אלטער וואס האט געשטארקט זיינע חסידים נישט צו האבן קיין סעקסועלע אפיר מיט די ווייבער ווי ווייניגער כדי צו זיין הייליג און כל כולו פארטאן מיט גאט גערער חסידים אין ישראל וואוינען אין ירושלים בני ברק אשדוד בית שמש תל אביב חיפה ערד חצור הגלילית און קריית גת מיט קלענערע קהילות אן עמנואל פתח תקוה און קרית אתא אין חוץ לארץ זענען די הויפט קרייזן פון גערער חסידים אין בארא פארק פלעטבוש מאנסי לייקוווד טאראנטא סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן מאנטשעסטער אנטווערפן מאנטרעאל ציריך און מעלבארן אין אנהייב יאר תש ף האבן א טייל גערער חסידים זיך אפגעטיילט און האבן אויפגעשטעלט א באזונדערע קהילה אונטער דעם געוועזענעם ראש ישיבה פון שפת אמת הרב שאול אלטער דאס גערער חסידות האט זיך אויסגעוואקסן פונעם קאצקער חסידות פון דעם פרשיסחער חדר רבי יעקב יצחק פון פרשיסחא דער ייד הקדוש איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין נאך אין זיין רבי נס צייט האט ער געפירט א חברה פון די חשובע חסידים פונעם חוזה נאך דער פטירה פונעם ייד הקדוש האט מען אויפגענומען זיין תלמידו רבי בונים פון פרשיסחא צו פירן די רעביסטעווע נאך דער פטירה פונעם רבין רבי בונים האט דאס חסידות זיך צעשפאלטן טייל האבן באקריינט דעם זון רבי בונים רבי אברהם משה פאר זייער רבין און דער צווייטער טייל אונטער רבי יצחק מאיר אלטער האט באקריינט רבי מנחם מענדל פון טאמאשאוו פאר זייער רבין רבי מנחם מענדל באקאנט ווי דער קאצקער רבי האט געפירט שארף אין חסידות און האט געפאדערט פון די חסידים מען זאל זיך אינגאנצן אפרייסן פון עולם הזה און זיך דערווייטן פון כבוד און אפשטויסן פון שקר נאך זיין פטירה אין תריט האבן די חסידים באקריינט רבי יצחק מאיר אלטער פאר זייער רבין רבי יצחק מאיר האט אריבערגפירט דעם הויף קיין גער דעם קאצקער הויף האט ער איבערגעלאזט צום זום פונעם אלטן קאצקער רבין רבי דוד ביז האבן זיך באזעצט אין תל אביב הונדערטער גערער חסידים אין האט תל אביב געהאט זיבן גערער שטיבלעך מיט בערך טויזנט מתפללים אונטער דער פירערשאפט פון הרב שאול משה זילבערמאן א בחור ווערט אריינגענומען אין א גערער ישיבה לויט דעם באשלוס פון א קאמיטעט פונעם איחוד מוסדות גור וואס ווערט אנגערופן אין קורצן דער שיבוץ נאכן באראטן מיט די ראשי ישיבות פון דער ישיבה קטנה וואו דער בחור לערנט און מיטן בארעכענען מיטן בחור ס פרעפערענצן די ישיבות זענען כמעט אלע אויפן זעלבן ראנג די ישיבות הגדולות זענען רבי מנחם מענדיל האגער געבוירן ה כסלו ה תשיח איז דער וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ אין עזרא גאס בני ברק ער איז דער יונגערער זון פונעם פריערדיקן וויזשניצער רבי ן רבי משה יהושע האגער דער ישועות משה און פון מרת לאה אסתר טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש הי ד א יאר נאך זיין בר מצווה איז ער געפארן קיין אמעריקע צו לערנען אין דער סקווערער ישיבה ער האט געהייראט מרת מרים די טאכטער פון הרב אברהם דוד הורוויץ שטראסבורגער רב ב אדר ב תשל ו ביז זיין פאטערס פטירה כ אדר ה תשעב האט ער געדינט אלס רב פון קרית וויזשניץ בני ברק פאר א קליין שטיקל צייט נאך איידער ער איז געווארן דער רב פון וויזשניצער שיכון פלעגט ער אויך דינען אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה אין אנטווערפן רבי מענדיל איז געקרוינט געווארן אלס אבד קרית וויזשניץ בני ברק י סיון ה תשן ביי דער היסטארישער פארזאמלונג פון התוועדות העולמית דחסידי וויזשניץ וואו זיין טאטע דער וויזשניצער רבי האט אים מכתיר געווען במעמד אלפי ישראל אין די לעצטע יארן האט רבי מענדיל אנגעהויבן צו פירן ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו בויען מוסדות און געקויפט א א גרויסן שטח אין בני ברק און בויעט אויף בתי מדרשים אין ארץ ישראל און אין דער גאנצער וועלט אויסער בני ברק האט ער אויך מוסדות וואס געפונען זיך אין אשדוד אלעד ירושלים אנטווערפן וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און לאנדאן צווישן זיינע פראמינענטע און מער בארימטע חסידים זענען אריינגערעכנט הרב ישראל גרינבערגער רב פון דער וויזשניצער רבי מענדל קהילה אין פתח תקווה און אלעד און מחבר ספר שות שובה ישראל דער עשיר און פילאנטראפ חיים שטערן פון קווינס און הרב שלמה שטיינמעץ פון וויליאמסבורג אום חודש תמוז ה תשעח האט רבי מענדיל געגעבן א דרשה פאר זיינע חסידים אין ניו יארק און אין ארץ ישראל אין וועלכער ער האט פארלאנגט פון זיינע חסידים צו האבן הונדערט פראצענט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו אים און ווער ס קען נישט אויסהאלטן די ערפארדערונגען זאל ארויסנעמען זאפארט זיינע קינדער פון די מוסדות און זאל גייען זוכן פאר זיך אן אנדערע פלאץ ער האט געזאגט אז ער וויל נישט האבן קיין באטשיס א ווארט וואס שטאמט אורשפרינגליך פון אונגאריש און מיינט פעטער אבער האט אויך א צוזעצליכע באדייטונג קאלטע חסידים און אז די וואס ווילן בלייבן זיינע חסידים מוזן איהם פאלגן אן קיין קושיות און בלינדערהייט זיין זיינע שווענץ געטרייע הייסע חסידים די דרשה וואס האט געדויערט אומגעפער צוויי שטונדען האט פאראורזאכט א שטורעם אין דער גאנצער חרדישער וועלט און האט מיטגעשלעפט מיט זיך צאלרייכע רעאקציעס די מערהייט פון זיי איז רעאקציעס וואס קריטיקירן אפ לכאורה די גאנצע התנהלות פונעם רבי ן און פונעם הויף מרכז חסידי וויזשניץ און א חלק שילדערן און פארגלייכן דעם הויף צו א סעקטע צוליב די שטרענגע תקנות וואס זענען איינגעפירט דארט דורכאויס דער דרשה האט רבי מענדיל געמאכט א ליד מיט די פאלגנדע ווערטער די שיטה הקדושה פונעם הייליגן ישועות משה דהיינו שוואנצנות ער האט באפוילן פאר זיינע חסידים צו זינגען דאס ליד אין פארזאמלונגען און אין יעדער אנדערער געלעגנהייט שפעטער איז דאס ליד פארשפרייט געווארן אומעטום און ווערט היינט צו טאגס אפגעשפילט ביי פילצאליגע חתונות און אנדערע פאראנשטאלטונגען ארום דער חרדישער וועלט רבי מנחם מענדיל און זיין ווייב מרת מרים האבן איין זון און דריי טעכטער רבי שלמה האלבערשטאם זצל א כסלו ה תרסח א מנחם אב ה תשס דער דריטער באבובער רב רבי שלמה איז געבוירן אין באבאוו א כסלו ה תרסח צו זיין פאטער הרב בן ציון האלבערשטאם רב אין באבאוו א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם רב אין באבוב א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים און צו זיין מוטער מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים אין תרצא האט זיין פאטער זיך געצויגן קיין טשעבין און איבערגעלאזט ר שלמה אלס יונגער רב אין באבאוו אלס יונגערמאן אין באבאוו האט ער געפירט די נעצווערק פון באבאווער ישיבות אין גאליציע אין תרצט ווען די נאציס זענען אריין אין גאליציע איז די משפחה אנטלאפן און געוואנדערט ביז לעמבערג רוב פון דער משפחה איז אומגעקומען דארט אבער ר שלמה מיט איין זון נפתלי צבי האבן זיך געראטעוועט און געוואנדערט ווייטער שק פרשת בהעלתך זענען זיי געווען אין ניימארק און די געשטאפא האט זיי געכאפט פרובירנדיק זיך אריבערכאפן איבערן גרענעץ אין סלאוואקיי מיט נסים זענען זיי באפרייט געווארן ענדלעך זענען זיי געקומען קיין בוקארעסט רומעניע וואו זיי האבן זיך באהאלטן ביז נאך דער מלחמה ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואו ער האט ווידעראמאל אויפגעשטעלט דאס באבאווער חסידות אינעם קרוין הייטס געגנט פון ברוקלין ניו יארק שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק וואו דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט רבי שלמה איז נפטר געווארן א מנחם אב ה תשס ער ליגט אין פלאראל פארק בית עלמין ניו דזשערסי און מען האט געשטעלט דארט אן אהל אויף זיין קבר אין יאר ה תרפה האט רבי שלמה געהייראט בזיווג ראשון מרת בלומה רחל א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימאנאוו זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע קינדער געבליבן איז איין זון נאך די צווייטע וועלט קריג האט רבי שלמה געהייראט בזיווג שני מרת פריידא א טאכטער פון הרב אריה לייביש רובין פון ציעשינאוו זייערע קינדער מונקאטש איז א שטאט אין קארפאטן לאנד היינט א טייל פון אוקראינע אידן האבן זיך באזעצט אין מונקאטש אין די אנפאנג תק יארן דער ערשטער חסידישער רבי וואס זאל דינען אלס רב אין דער שטאט איז געווען רבי צבי אלימלך שפירא בעל בני יששכר און צוליב א מסירה איז ער צוריק צו זיין פריערדיגן וואינארט דינאוו וואס איז צוריק געווארן רב ושם מנכ זיין אייניקל רבי שלמה שפירא בעל שם שלמה איז גערופן געווארן פון סטריזשעוו גאליציע און איז אויפגענומען געווארן אלס רב נאכן הסתלקות פונעם שם שלמה זיע איז אויפגענומען געווארן אויף זיין אמט רבי צבי הירש שפירא באקאנט אלס דער דרכי תשובה מיטן הסתלקות פון דער דרכי תשובה אין יאר תרעד איז אויפגענומען געווארן זיין בן יחיד רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל מנחת אלעזר אלס רב און אבד דקק מונקאטש והגלילות אונטער זיין פירערשאפט האט זיך מונקאטש אנטוויקלט צו ווערן די צענטער פון תורה און חסידות אין קארפאטן אונגארן פערצענט פון די שטאט ס איינוואוינער זענען געווען אידן אן ערך פון אידן דער מנחת אלעזר זיע האט באוויזן אויפצושטעלן חדרים און די בארימטע ישיבה רבתי דרכי תשובה וואו עס האבן געלערנט הונדערטער בחורים וואס זענען געקומען צו פארן קיין מונקאטש פון איבער גאנץ אייראפע נאך דער פטירה פון דעם מנחת אלעזר איז געווארן רב זיין רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש און ער איז געווען רב ביז די צווייטע וועלט מלחמה אין די פינסטערע מלחמה יארן זענען צענדליגער טויזנטער אידן פון מונקאטש און דער גאנצער געגנט איינגעשפארט געווארן אין צוויי געטא ס אין מונקאטש ווי זיי זענען געווען ביז די נאצי ס ימש האבן ליקווידירט די געטא ס אינ ם טאג ב סיון תשד און זיי געפירט קיין אוישוויץ היד וויען איז די הויפטשטאט פון עסטרייך און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך מיט א באפעלקערונג פון מיליאן איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך ווי אויך דער קולטור עקאנאמישער און פאליטישער צענטער זי איז די טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי סלאוואקיי און אונגארן אנהייב איז וויען געגרינדעט געווארן אלס א קעלטישער שטאט אומגעפער יאר פאר דער קריסטלעכער ציילונג יאר פאר דער ציילונג וויען איז פארוואנדלט געווארן אין א גרענעץ שטאט און א מיליטערישן לאגער מיטן נאמען ווינדאבאנא איז אויפגעשטעלט געווארן דארט מיט א ציל צו באשיצן די רוימישע אימפעריע פון די פארצייטישע דייטשע שבטים אין די מיטל אלטער יארן איז וויען געווען די הויפטקווארטיר פון דער באבאנבערגער דינאסטיע און נאכדעם פון דעם האפסבורגער הויז דערנאך האט זיך די שטאט פארוואנדלט אין א הויפטשטאט פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע די אינוואזיעס פון די אטאמאנישע סאלדאטן אין דער סטן יארהונדערט און אין דער סטן יארהונדערט האבן זיך אפגעשטעלט און אויפגעהערט אין וויען אין יאר דורך דער צייט פון סולטאן סוליימאנ ס הערשאפט וויען איז געשטאנען בעפאר א ווירקליכער און א וועזנטליכער געפאר פאלגנדיג א באלאגערונג וואס די שטאט איז געלייגט געווארן אין אין יאר די שטאט איז ווידערמאל געשטאנען בעפאר א סכנה צווישן די יארן און איז וויען געווען די הויפטשטאט פון דער עסטרייכישער אימפעריע און אנפאנג פון יאר און ביז יאר די הויפטשטאט פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע אין יאר איז אפגעהאלטן געווארן אין דער שטאט דער וויענער קאנגרעס אין וועלכן האט מען באשטימט פונדאסניי די נאציאנאלע גרענעצן פון אייראפע נאכדעם וואס נאפאלעאן באנאפארטע האט פארלוירן אין דער וואטערלו באטאליע אין דער ענדע פון דער סטן יארהונדערט און אנהייב דער סטן יארהונדערט האט וויען באדינט אלס גאר א וויכטיגן צענטער פון קולטור און וויסנשאפט אין דעם אייראפעישן קאנטינענט פילע בארימטע מוזיקער זענען געבוירן געווארן אין וויען צווישן זיי זענען ווי פאלגנד פראנץ שובערט יאהאן שטראוס דער פאטער יאהאן שטראוס דער זון ארנאלד שיינבערג און פריץ קרייזלער בארימטע מוזיקער וואס זענען געקומען ארבעטן אין ווין פון אנדערע טיילן פון עסטרייך און דייטשלאנד זענען יאזעף היידן וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט לודוויג וואן בעטהאוון אנטאן ברוקנער יאהאנעס בראהמס און גוסטאוו מאהלער פילצאליגע אידן האבן געוואוינט אין וויען פאר דעם חורבן אייראפע נאך דער צווייטער וועלט קריג האט מען אויפגעשטעלט די אידישע געמיינדע פונדאסניי און היינט צו טאגס וואוינען אין וויען הונדערטער יידישע משפחות פון פארשידענע היימישע קרייזן חסידישע און ליטווישע דורך די פארלויפענע יארן זענען אויפגעשטעלט געווארן בתי מדרשים ישיבות חדרים כוללים מיידל שולעס און כשר ע געשעפטן אלס רב פון דער חסידישער קהילה און פון בית המדרש קהל חסידים דינט רבי אברהם יונה שווארץ דערצו איז דא א קהילה אין וויליאמסבורג אין פאראייניקטע שטאטן וואס רופט זיך קהל עדת יראים וויען פון חרדי שע אידן אפשטאמיג פון וויען דער קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונגס געשטיצטע פובליק סקול אין קרית יואל מאנרא וואס ווערט גענוצט צו העלפן קינדער מיט ספעציעלע געברויכן אין א היימיש אידישע סביבה דער סקול דיסטריקט איז צושטאנד געקומען אין יאר מיט פיער יאר שפעטער איז אנטשטאנען א מהומה איבער א קלאנג אז מ האט דארט אנגעבליך אראפגענומען די מזוזות פון די טירן פון איין געביידע ס זאל הייסן א סעקולערע סקול כדי צו קענען באקומען די שטאטישע רעגירונג געלטער פאר די ערציאונג פון ספעציעלע קינדער דער היתר האט געגעבן דער רב פון קרית יואל ר אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער פריערדיגער סאטמארער רבי צוזאמען מיט די דיינים פון קהל יטב לב ד סאטמאר אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך דער רעגירונג זענען די אידן דארט בלויזע ארבעטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון דער שולע פונקט ווי איינער זאל ארבעטן אין א פאסטאמט אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מחאות און קאמפן דער וויזשניצער רבי פון מאנסי רבי יחזקאל ראטה רבי אברהם לייטנער דער סאלקער רב רבי אליעזר פיש רבי רפאל בלום קאשויער רב רבי יודל גרובער רבי שמחה בונם וואלדענבערג רבי דניאל ביטון משה בער בעק הרב דאמב און אלע רבנים פון די בני יואל איבער דער מיינונג פונעם גאבד ירושלים רבי משה אריה פריינד זענען דא צוויי דעות אין דעם קונטרס דבריהם הן הן זכרונם ארויסגעגעבן דורך זיין שוואגער רבי מענדל טארים ווערט געשריבן אז ער איז געווען שטארק דערקעגן און אויך געשריבן א בריוו און זיך אויסגעדרוקט גאר שארף אקעגן דעם רב ר אהרן טייטלבוים פון די אנדערע זייט איז דא א בריוו פון איהם ווי ער ציהט צוריק פון וואס ער האט געשריבן און אזוי אויך האט ער אויפגענומען דעם רב פון קרית יואל אויף א שיינעם באזוך אויך נאכן זאגן די מכלומר שטע מימרא פון דער אנדערער זייט זענען דא רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צו דער מיינונג פונעם סאטמארער רבי ן אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם ווי הגאון רבי משה ניישלאס דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז נישט דא קיין שום חשש אויך רבי נתן געשטעטנער בעל להורות נתן פון בני ברק וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר הגאון רבי משה שטערנבוך ראבד פון דער עדה החרדית און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפי הלכה און קיינער איז נישט געקומען צו אים זיך טענה ען און הערן זיין מיינונג וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן לעומת זה האבן די אנדערע ג טענהט אז די צד שכנגד זענען אסאך מער און עלטרע רבנים און זיי דארפן זיך נישט אראפ לאזן און זיך קומען אויס טענה ן למעשה קוקט דאס אויס ווי א געהעריגער אידישער חדר אדער שולע טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז לעגאל אויסגעהאלטן צום ביישפיל פאר פסח לערנט מען מיט די קינדער יציאת מצרים מיטן אויסרייד אז עס איז היסטאריע און נישט דוקא רעליגיע אויך האבן קעגן דעם געקעמפט די גאר פרייע ליבעראלע אידן וואס האסן רעליגיע זיי האבן געטענה ט פונקט פארקערט פון די קנאים אז דאס איז נישט סעקולער אפילו מען האט אראפגענומען די מזוזות ווייל מ לערנט דארטן אידישע לימודים פון דער תורה דעריבער טארן זיי נישט באקומען רעגירונג שטיצע וואס די סאטמארער האבן אופגעוויזן אז די שולע איז אפען אויך אין יידישע ימים טובים אין ווי דער אסימילירטער סופעראיטענטעד בערנאדא האט דעקלערט מיר האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם באשעפער ס נאמען פונעם סקול אין דער ענדע שווערע פארדרייטער לעגאלע קאמפן און פאליטישע דרוק צו שפילן זיך מיט די ווערטער פון געזעץ האט דער קרית יואל סקול דיסטריקט באזיגט אלע אירע שטערערס אבער מיט א פעטן פרייז פון פאליטישע שונאים מבית ומבחוץ דארטן ווערן אויפגעהאלטן הונדערטע קינדער וואס באקומען הילף און בילדונג דורך פראפעסיאנאלע לערערס פון דעם קרית יואל אומגעגנט אין לויף פונעם קאמף זענען ארויסגעגעבן אומצאליגע קונטרסים פון ביידע זייטן איבער די נושא אט ווערט אויסגערעכנט א טייל פון זיי לויט די אלף בית און נאך משה דוב בער הלוי בעק געבוירן ג סיון ה תרצד איז דער הויפט אנפירער פון דער עקסטרעמיסטישער נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פעסט און טעטיג אין זייער קאמפף קעגן ציונות ער איז געבוירן געווארן אין בודאפעשט אין יאר ה תרצד ער האט געלערנט אלס בחור אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק און שפעטער האט ער זיך מצרף געווען צו דער גרופע פון די מורדים דארט ער האט געהייראט מרת ברכה טאכטער פון רבי וועלוועל אייזנבאך וועלכער איז געווען א סימבאל און א שטאלץ פון די מערקווערדיגע פארצייטישע אידן אין ירושלים און פון די איינציגער וואס האבן זוכה געווען צו זעהן דעם זעקסטן דור נאך אין זייער לעבן לעגענדעס פליען אויף זיינע גרויסע כוחות הנפש און מסירת נפש פאר זיין אידישקייט אלס בחור פלעגט ער זיצן און לערנען זיבן יאר אין ישיבה און משך פון דער צייט קיינמאל נישט ארויס אויפן גאס אונטערן זון שיין אזא התמדה האט ער געהאט היינט צוטאגס ער פאסט משבת לשבת און פירט זיך מיט א שטארקער פרישות ער גייט אנגעטאהן מיטן ירושלימ ער לבוש און לעבט אין ארעמקייט בדחקות ער וואוינט אין מאנסי און האט א שול מיטן נאמען בית יהודי ער האט שוין ארויסגעגעבן פארשידענע ספרים אויף פארשידענע טעמעס אויף צניעות קעגן קרית יואל סקול דיסטריקט און קעגן ציונות און נאך איינע פון זיינע קאנטראווערסיעלע שיטות זענען אז כדי צו בארואיגן די אראבער וואס זענען גערעגט אויף די ישראלים דארף מען פארן צו זיי זיך חבר ן מיט זיי זיי אויפקלערן אז נישט אלע אידן האלטן ווי די ציונים ער מיט זיינע מענטשן זענען ספעציעל נאענט געווען מיט יאסיר אראפאט ער איז געגאנגען עטליכע מאל אים באזוכן און אויך האט ער זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג בארימטן אנטיסעמיט מאכמוד אכמעדיניזשאד דער געוועזענער פרעזידענט פון איראן עס עקזיסטירן ארום אים עטליכע סארט עלעמענטן טייל פון זיי קומען אויסדרוקליך צוליב זיין קנאישער שיטה א טייל קומען בלויז צוליב זיינע שיטות אין אידישקייט און האבן גאר בכלל נישט קיין שייכות אדער זענען גאר קעגן זיינע קנאישע שטיק א טייל קומען בלויז צוליב דעם וואס זייערע גדולים האבן געהאלטן פון איהם א שטייגער ווי די ריבניצער חסידים נאכדעם וואס זייער רבי און מנהיג חיים זאנוויל אבראמאוויטש האט זיך מורא דיג נוהג כבוד געווען אין אים אזוי אויך די מאנטעווידעאר חסידים און די נאכפאלגער פון קאשויער רב און נאך פולע זיין ברודער רבי אברהם צבי הלוי בעק איז דער רב פון דער ארטאדאקסישער קהילה עדת ישראל אין מעלבארן אויסטראליע געבוירן תרפו און אועעק ה תמוז תשעח נאר צען טעג נאך זיין עליה לארץ ישראל צו בית שמש פאר מעלבורן געווען רב פון חסידי בעלזא אין מונטריאל עירוב געווענליך מיינט דאס עירובי חצרות בכדי צו קענען טראגן שבת אין אן ארט וואס ארומגענומען מיט מחיצות אבער וואו מען וואוינט דארט אין פארשידענע הײזער עירוב קען אויך מיינען עירובי תחומין אדער עירוב תבשילין דאס מאכן א עירוב חצירות איז א תקנה פון שלמה המלך די תקנה איז אז ווען צוויי אדער מער מענטשן וואוינען אין איין חצר ווערט דאס פאררעכנט ווי א רשות הרבים און מען טאר דארט נישט טראגן שבת און אויב מאכט מען א עירוב און יעדער איז זיך משתתף אין די איין ברויט וואס ווערט געלייגט אין איין הויז ווערט יא די חצר פאררעכנט ווי א רשות היחיד צו מעגן מטלטל זיין שבת דארט אויך ווען א שטח האט א דין פון א כרמלית און מען נעמט אים ארום מיט מחיצות קען עס ווערן א טייל פון אן עירוב די תקנה פון עירובי חצירות איז נאר פאר אזעלכע חצירות וואס זענען ארומגענומען מיט געהעריגע מחיצות אבער א חצר וואס האט נישט קיין גאנצע מחיצה קען מען אין דעם נישט טראגן נאר אויב מען מאכט א צורת הפתח וואס דאס זענען אזעלכע שטאנגען וואס שטריק לויפט אויף דעם פון אויבן און דאס ווערט פאררעכנט ווי א טיר פאר דעם חצר אזוי ארום קען מען נאכדעם מאכן עירובי חצירות מען האט דאס געמאכט אין אין אייראפע עס זענען דא וואס זאגן אז אין טייל שטעט האט מען דאס נישט געלאזט מאכן צוליב דעם אז עס וועט נשתכח ווערן הלכות הוצאה והכנסה דער תוספות יום טוב זאגט אז אין ירושלים בזמן בית המקדש איז וועגן דעם נישט געווען קיין עירוב אבער אנדערע זאגן אז דאס וואס מען האט נישט געמאכט קיין עירוב אין פארשידענע שטעט איז צוליב אנדערע סיבות און נישט עס זאל נישט פארגעסן ווערן די הלכה פון נישט טראגן ווייל אלס הוצאה והכנסה זאל נישט פארגעסן ווערן האט מען געטון איינע פון די צוויי זאכן אדער אז איינער פון שטאט זאל נישט טראגן און אין מערסטנ ס פעלער האט מען פשוט געלאזט ביים עק שטאט א קליין שטיקל פלאץ וואו ס נישט דא קיין עירוב און מ האט מפרסם געווען אין שטאט אז יענע גאס האט נישט קיין עירוב אזוי ווי ס שטייט אין שולחן ערוך אויב א פלאץ הייסט א רשות הרבים מן התורה דאן העלפט נישט קיין צורת הפתח און נישט קיין עירוב חצירות און אז מען טראגט אין א רשות הרבים בשוגג איז מען חייב חטאת א רשות הרבים איז א פלאץ מיוחד פאר אסאך מענטשן ווי א מארק פלאץ אדער א שאסיי און עס מיז זיין אמות ברייט און עס איז א מחלוקת ראשונים אויב עס מוזן זיך באניצן מיט דעם רשות הרבים ששים רבוא מענטשן אז דאס זאל זיין א רשות הרבים מן התורה אין ירושלים און בני ברק און רוב שטעט אין ארץ ישראל איז דא אן עירוב צו טראגן שבת צי קען מען דאס היינט מאכן און טראגן דערמיט אין שבת אלע ליטווישע גדולים אין ניו יארק האבן געהאלטן אז מאנהעטן און ברוקלין האבן א דין רשות הרבים מן התורה און מען קען דא נישט מאכן קיין עירוב טייל פון זיי וואס רעכנט אריין ר אהרן קאטלער האבן געהאלטן אז עס פעלט נישט אויס קיין ששים רבוא און ממילא איז פשוט אז די פלעצער האבן א דין רשות הרבים אנדערע און דאס רעכנט אריין ר משה פיינשטיין האבן געהאלטן אז ששים רבוא ברויכן זיך נישט ציזאם קימען אין איין גאס עס איז געניג אז אין די שטאט איז דא ששים רבוא און לויט זיי איז אויך מאנהעטן און ברוקלין א רשות הרבים מן התורה און מען קען נישט מאכן קיין עירוב אנדערע גדולי ישראל וואס דאס רעכנט אריין דער סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים האבן געהאלטן אז מען זאל נישט מאכן קיין עירוב צוליב מכשולות וואס קען ארויסקומען פון נישט קענען הלכות הוצאה בשבת פון דער אנדערער זייט איז געווען ר יהונתן שטייף און ר מיכאל בער ווייסמאנדל וואס האבן געהאלטן אז מען דארף יא מאכן א עירוב אין ברוקלין און מאנהעטן ר מיכאל בער האט געוואלט מצרף זיין די בריקן פון דער סאבוויי פאר פי תקרה און צורת הפתח אין יאר תשס האט הרב אפרים בלומענבערג אנגעהויבן א נייער עירוב אין בארא פארק מיט דער השגחה פון הרב חיים לייב כץ די קהילות וואס שטיצן דאס זענען בעלז און קלויזנבורג און די קעגנער זענען סאטמאר און באבוב אין יאר תשסג האט מען געמאכט אן עירוב אין וויליאמסבורג מיט דער הסכמה פון הרב שלום קרויז אודווארער רב און הרב אפרים פישל הערשקאוויטש די קהילות וואס שטיצן דאס זענען צווישן אנדערע פאפא באיאן קלויזנבורג בעלז און וויזניץ בב פארשידענע אנדערע קהילות אין שטאט אין שפיץ פון סאטמאר זענען דערקעגן אין אנטווערפן איז דא אן עירוב נאך פון פארן קריג רבי יונתן שטייף הרב אהרן קאטלער
